☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ווער פירט באמת אמעריקע?

ווער פירט באמת אמעריקע?

56 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17036
בלאט: 1 2

שמן למאור » מאנטאג מאי 6, 2024 12:40 pm

· #560913
ווער פירט באמת אמעריקע?
אין א צווייטע אשכול האט ידידינו קורקלענד געשריבן א פולע געפאקטע תגובה, וואס איך האלט קומט אז מען זאל אפטיילן און מאכן א פרישע אשכול פון דעם.

קורקלענד #
דאס אז טראמפ קען לויפן האט גארנישט מיט דעם וואס אמעריקא איז ווייניגער קארופטירט אדער אויפריכטיג ווי רוסלאנד. ס'זענען גענוג אין נאך טראמפס אונטערגעגאנגען איבער די יארן אין אמעריקע פונקט ווי אין רוסלאנד נאך לאנג פאר זיי האבן זיך געקענט ציוואקסען צו וואס טראמפ איז. די סיבה פארוואס אמעריקע קען נישט באזייטיגן טראמפ איז ווייל ס'איז צו שפעט און ער איז שוין צו גרויס. ועל כולם האבן זיי אומפארשעמטערהייט מיט אראגאנץ און פרעכהייט איהם גע'גנב'ט די עלעקשאן. איז פארן לאנד וואס מאכט עס א נפקא מינה צו ער קען לויפן אויב ער קען נישט געווינען. און את''ל אז ער געווינט שוין יא... האבן זיי איהם לעצטע מאל אויך פאראלאזירט. ס'איז נישט צום גלויבן וויאזוי א רינגל פון עליטע פארברעכער האבן געבראכן געזעץ נאך געזעץ אונטערצוברענגען די ערוויילטע רעגירונג אין די פאראייניגטע שטאטן, טאג איין און טאג אויס קומען ארויס פרישע נייעס פון אלטע פאקטן און עווידענס וואס איז געווען פארדעקט פון וויאזוי די כיליגאנעס שטויסן דאס לאנד אין פנים. און זיי זענען פריי. מ'קען זיי גארנישט טוהן. פארוואס? ווייל דאס אינפארסירונג פון געזעץ איז געהיידזשעקט געווארן דורך יענע קליקע און מיט יענע כח האבן זיי שליטה אויף אלסדינג אפגעזען פון ווער ס'איז בראש.

איך בין נייגעריג צו דו האלסט אז אמעריקע איז ממש פונקט אזוי ווי רוסלאנד, אדער דו האלסט אז עס איז דאך דא א חילוק צווישן די צוויי. אויב יא, איז די חילוק ממש קליין אדער גרויס. אוודאי איז דא פראבלעמען אין אמעריקע, אבער צו איז עס דען רוסלאנד?

דו שטעלסט אראפ פאר א פאקט אז מען האט גע'גנב'עט די וואלן פון טראמפ.

וואס זענען דיינע הוכחות צו דעם? און ווער איז דאס 'דער' וואס איז געשטאנען אינטער די אפאראציע פון גנב'ענען די אלעקשנס? איז עס געווען ביידן אליין? איז עס די זעלבע עליטע גרופע פון וואס דו רעדסט שפעטער?

ועל כולנה וויל איך טאקע וויסן ווער זענען די מעמבערס פון די באהאלטענע עליטע גרופע וואס פירן באמת אמעריקע? ווער שטייט בראש פון די קליקע? ווער זענען די מעמבערס? ווען און וואו קומען זיי זיך צוזאם צו מאכן די החלטות איבער אמעריקע? און איך וויל פארשטייט זיך אויך וויסן פון וואו דו ווייסט די אלע באהאלטענע אינפארמאציע.

ייש"כ ותודה למפרע.

הכנה דרבה » מאנטאג מאי 6, 2024 12:58 pm

· #560918
די עכטע שאלה איז ווער פירט באמת ביידן/העריס, איך האב אינסייד אינפארמאציע אז טראמפ פירט די גאנצע זאך בבחינת הסתרה שבתוך ההסתרה און די גניבה פון די וואלן איז בעצם אויך גע׳גנב׳ט געווארן דורך טראמפ.

סקעפטיקער » מאנטאג מאי 6, 2024 1:02 pm

· #560919
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
איך ווארט נאך דא אז @קורקלענד זאל מיר ברענגען "איין" טענה מיט קראנטע באווייזן אז די עלעקשאן'ס זענען גע'גנב'ט געווארן, שוין ליבערשט צו ווארטן אויף משיח.

בן נח » מאנטאג מאי 6, 2024 1:02 pm

· #560920
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
שמן למאור #
איך בין נייגעריג צו דו האלסט אז אמעריקע איז ממש פינקט אזוי ווי רוסלאנד, אדער דו האלסט אז עס איז דאך דא א חילוק צווישן די צוויי. אויב יא, איז די חילוק ממש קליין אדער גרויס. אוודאי איז דא פראבלעמען אין אמעריקע, אבער צו איז עס דען רוסלאנד?

דו שטעלסט אראפ פאר א פאקט אז מען האט גע'גנב'עט די וואלן פון טראמפ.

וואס זענען דיינע הוכחות צו דעם? און ווער איז דאס 'דער' וואס איז געשטאנען אינטער די אפאראציע פון גנב'ענען די אלעקשנס? איז עס געווען ביידן אליין? איז עס דו זעלבע עליטע גרופע פון וואס דו רעדסט שפעטער?

ועל כולנה וויל איך טאקע וויסן ווער זענען די מעמבערס פון די באהאלטענע עליטע גרופע וואס פירן באמת אמעריקע? ווער שטייט בראש פון די קליקע? ווער זענען די מעמבערס? ווען און וואו קומען זיי זיך צוזאם צו מאכן די החלטות איבער אמעריקע? און איך וויל פארשטייט זיך אויך וויסן פון וואו דו ווייסט די אלע באהאלטענע אינפארמאציע.

ייש"כ ותודה למפרע.

דאס קען זיין א געוואלדיגע שמועס - אויב די אשכול וועט נישט ווערן געהייזשעקט...

דער עקס » מאנטאג מאי 6, 2024 1:10 pm

· #560922
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
מיר וואונדערט אז די אלע וואס פארפירן די גאנצע צייט קעגן די "גרויזאמע מעכטיגע דיעפ סטעיט", האבן גארנישט מורא אז די דיעפ סטעיט וועט זיך נעמען צו זייערע ביינער...

דערהויבענע איד » מאנטאג מאי 6, 2024 1:17 pm

· #560923
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
לענ''ד זאגט מיר מיין פילינג אז אין די מערב וועלט - און אין אמעריקא אביסל ווייניגער - איז דא אסאך קארופציע, אויף א לאקאלע, סטעיט, און פעדעראלע שטאפל. אבער ס'קומט נישט צו, צו רוסלאנד ודומיהם קיין צוואנציגסטל.


לגבי ביידן, בין איך נוטה אז אויף פיל זאכן קען ער זיך יא שטעלן - לדוגמה די ערשטע וואכן נאך אקטאבער 7 - אבער בכללות'דיג ווערט ער אסאך געפירט ביי די נאז.

דערהויבענע איד » מאנטאג מאי 6, 2024 1:34 pm

· #560926
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
פרוכט זאפט #
דערהויבענע איד #

לגבי ביידן, בין איך נוטה אז אויף פיל זאכן קען ער זיך יא שטעלן - לדוגמה די ערשטע וואכן נאך אקטאבער 7 - אבער בכללות'דיג ווערט ער אסאך געפירט ביי די נאז.

ווען ביידען האט געזאגט וואס מיך געפעלט, איז ער געוועהן אין קאנטראל. ווען ער זאגט וואס ס'געפעלט מיך נישט דעמאלס פירט מען אים ביי די נאז.....

וואס ווייסטו וואס מיר געפעלט?

האסט עפעס א מיינונג דא אדער דו קענסט נאר פארצן דיין פסולת?

קורקלענד » מאנטאג מאי 6, 2024 1:48 pm

· #560928
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
סקעפטיקער #
איך ווארט נאך דא אז @קורקלענד זאל מיר ברענגען "איין" טענה מיט קראנטע באווייזן אז די עלעקשאן'ס זענען גע'גנב'ט געווארן, שוין ליבערשט צו ווארטן אויף משיח.
קורקלענד האט דארט זייער קלאר געברענגט די עווידענס. לויט ווי איך געדענק האסטו עס נישט געוואלט ליינען און רעאגירן. האסט געהאט גאר טייט רולס פון וואס קען רעכענען פאר עווידענס.

א. ס'דארף דעליווערט ווערן דורך א מקור וואס דו טראסט למשל ניו יארק טיימס.

ב. ס'מיז זיין אויף איין פיס נישט לענגער ווי אפאר זאצן.

ג. נאך אזעלכע מינע רולס....

דערפאר האסטו דיך ארויסגעדרייט פון אפי' עפענען סיי וואס מ'האט דיר געברענגט. אזוי קענסטו ווייטער לעבן מיט דיינע איינרעדענישן.

גראדע האב איך געהאט נאך אסאך מער. אבער אפי' די ערשטע דאקומענט האסטו 'ניטאמאל אויפגעמאכט' איידער ביסט צוריקגעקומען אז ס'נישט גוט ווייל ס'גייט דיר פארנעמען צופיל צייט......

קורקלענד » מאנטאג מאי 6, 2024 1:52 pm

· #560929
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
איך האב נישט יעצט די צייט צו מאכן א לענגס און א ברייטס. טראץ וואס איך האב אסאך חשק. אבער קודם וועל איך פשוט ענטפערן אויף די שאק און שוידער וואס מענטשן כאפן ווען אימער איך זאג אז אמעריקע איז 'פונקט' ווי רוסלאנד.

די אמת איז 'איך ווייס נישט'. פארוואס נישט? ווייל איך ווייס נישט וואס טוהט זיך אין רוסלאנד. וואס איך ווייס אבער יא איז וואס ס'טוהט זיך אין אמעריקע. און באזירט אויף וואס איך האב געהערט וועגן רוסלאנד. און באזירט אויף וואס מ'קען יא אדער נישט גלויבן איז עס בערך די זעלבע.

אפשר עס צו מאכן גרינגער לאמיר ברענגען א געוויסע געפערליכער מציאות פון רוסלאנד און לאמיר זעהן אויב אין אמעריקע פאסירט דאס נישט.

קורקלענד » מאנטאג מאי 6, 2024 1:59 pm

· #560930
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
נישט אלעס ווייס איך. אבער לדעתי איז ביידן נישט אין קאנטראל. שטעלט זיך די פראגע, ווער יא? איך ווייס נישט. איך בין זייער נייגעריג און אויב ווייסטו ביטע לאז מיר וויסן. איך האב געליינט א געוואלד שוין יארן לאנג אויף די נושא. מיט די צייט האב איך געזען אז דער וואס קען יעדן לייגן אין תפיסה דא אין אמעריקע דער פירט אלעס. דאס איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי די אטוירני דזשענעראל פון אמעריקע. קיינער קען איהם נישט ריקן אבער ער קען יעדן אוועקשליידערן ווען און וויאזוי ער וויל. די מער איך האב געליינט די מער האב איך עס אנערקענט. יעצט איז די שאלה ווער קאנטראלירט די DOJ! אט די פראגע פלאגט מיר זייער שטארק. אבער פאר מיר געוואויר צו ווערן איז זייער שווער. און ס'לוינט נישט אריינצולייגן די כוחות ווייל ס'מאכט נישט קיין נפקא מינה.

דאס איז איינער פון די עיקר סיבות פארוואס די עסטעבלישמענט האט געטוהן וואס נאר מעגליך אז טראמפ זאל נישט קענען צורירן די DOJ. מיט אזעלכע מאדנע תורות אז ער טאר נישט פאליטיזירן. זיי דארפן זיין זעלבסטשטענדיק!? וואס מיינט דאס זעלבסטשטענדיק? די DOJ האט קלאר אנגעדרייט ארויסצוטראסקענען טראמפ אומגעזעצליך!

די מידיא איז פארנומען אז א פרעזידענט איז נישט איבער די געזעץ. אקעי. אבער פארוואס איז די טאַפּ בּרעסס אין די DOJ יא איבער די געזעץ?

סקעפטיקער » מאנטאג מאי 6, 2024 2:03 pm

· #560931
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
קורקלענד #
סקעפטיקער #
איך ווארט נאך דא אז @קורקלענד זאל מיר ברענגען "איין" טענה מיט קראנטע באווייזן אז די עלעקשאן'ס זענען גע'גנב'ט געווארן, שוין ליבערשט צו ווארטן אויף משיח.
קורקלענד האט דארט זייער קלאר געברענגט די עווידענס. לויט ווי איך געדענק האסטו עס נישט געוואלט ליינען און רעאגירן. האסט געהאט גאר טייט רולס פון וואס קען רעכענען פאר עווידענס.

א. ס'דארף דעליווערט ווערן דורך א מקור וואס דו טראסט למשל ניו יארק טיימס.

ב. ס'מיז זיין אויף איין פיס נישט לענגער ווי אפאר זאצן.

ג. נאך אזעלכע מינע רולס....

דערפאר האסטו דיך ארויסגעדרייט פון אפי' עפענען סיי וואס מ'האט דיר געברענגט. אזוי קענסטו ווייטער לעבן מיט דיינע איינרעדענישן.

גראדע האב איך געהאט נאך אסאך מער. אבער אפי' די ערשטע דאקומענט האסטו 'ניטאמאל אויפגעמאכט' איידער ביסט צוריקגעקומען אז ס'נישט גוט ווייל ס'גייט דיר פארנעמען צופיל צייט......
קענסטו צוצייכענען וואו איך האב געזאגט די רולס? איך האב געזאגט אז דו זאלסט מיר נישט ברענגען קיין קונטרס פון אכציג זייטן נאר פאקוסן אויף "איין טענה אויפאמאל", די סיבה דערפאר איז זייער פארשטענדליך פאר ווער עס פארשטייט וויאזוי אן אויפריכטיגע דעבאטע ארבעט. און אויף דעם ווארט איך נאך. (דו קענסט אפילו זאגן "וואס זאגסטו צו די טענה וואס שטייט דארט אויף דף ..")

קורקלענד » מאנטאג מאי 6, 2024 2:05 pm

· #560932
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
בנוגע די פאלשקייט פון די וואלן. האב איך צוערשט געברענגט די רעפארט פאבליצירט דורך טראמפס ראטגעבער פיטער נאווארא, עס איז זייער זיין צולייגט דארט בטיב טעם ודעת. ער ברענגט דארט א געוואלד פון עווידענס ציווישן אנדערע פרטים. קודם רעאגירט אויף יענע רעפארט. האט ער בכלל א צד? איז דא עפעס אויפציווייזן אז ס'איז שקר? אויב יענץ פאלט אוועק וועט מען זיך נעמען צו די נעקסטע שטיקל עווידענס.

קורקלענד » מאנטאג מאי 6, 2024 2:06 pm

· #560933
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
סקעפטיקער #
קורקלענד #
סקעפטיקער #
איך ווארט נאך דא אז @קורקלענד זאל מיר ברענגען "איין" טענה מיט קראנטע באווייזן אז די עלעקשאן'ס זענען גע'גנב'ט געווארן, שוין ליבערשט צו ווארטן אויף משיח.
קורקלענד האט דארט זייער קלאר געברענגט די עווידענס. לויט ווי איך געדענק האסטו עס נישט געוואלט ליינען און רעאגירן. האסט געהאט גאר טייט רולס פון וואס קען רעכענען פאר עווידענס.

א. ס'דארף דעליווערט ווערן דורך א מקור וואס דו טראסט למשל ניו יארק טיימס.

ב. ס'מיז זיין אויף איין פיס נישט לענגער ווי אפאר זאצן.

ג. נאך אזעלכע מינע רולס....

דערפאר האסטו דיך ארויסגעדרייט פון אפי' עפענען סיי וואס מ'האט דיר געברענגט. אזוי קענסטו ווייטער לעבן מיט דיינע איינרעדענישן.

גראדע האב איך געהאט נאך אסאך מער. אבער אפי' די ערשטע דאקומענט האסטו 'ניטאמאל אויפגעמאכט' איידער ביסט צוריקגעקומען אז ס'נישט גוט ווייל ס'גייט דיר פארנעמען צופיל צייט......
קענסטו צוצייכענען וואו איך האב געזאגט די רולס? איך האב געזאגט אז דו זאלסט מיר נישט ברענגען קיין קונטרס פון אכציג זייטן נאר פאקוסן אויף "איין טענה אויפאמאל", די סיבה דערפאר איז זייער פארשטענדליך פאר ווער עס פארשטייט וויאזוי אן אויפריכטיגע דעבאטע ארבעט. און אויף דעם ווארט איך נאך. (דו קענסט אפילו זאגן "וואס זאגסטו צו די טענה וואס שטייט דארט אויף דף ..")
איך האב דיר געגעבן א קונטרס מיט אכציג זייטן און דו האסט נישט געקענט טרעפן דארט אפי' איין טענה זיך צו שטעלן אויף?

לייקענסט אז דו האסט געמאכט רולס און תכ''ד זאגסטו איבער די זעלבע נארישע רולס.

סקעפטיקער » מאנטאג מאי 6, 2024 2:14 pm

· #560934
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
קורקלענד #
ער ברענגט דארט א געוואלד פון עווידענס ציווישן אנדערע פרטים.
וועל אויס איין ראי' פון "די געוואלד מיט עווידענס" וואס דו האלטסט טוט אויפווייזן אז די וואלן זענען געפעלטשט

סקעפטיקער » מאנטאג מאי 6, 2024 2:16 pm

· #560935
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
קורקלענד #
איך האב דיר געגעבן א קונטרס מיט אכציג זייטן און דו האסט נישט געקענט טרעפן דארט אפי' איין טענה זיך צו שטעלן אויף?

לייקענסט אז דו האסט געמאכט רולס און תכ''ד זאגסטו איבער די זעלבע נארישע רולס.
איך גיי מיך נישט שטעלן אויף א טענה און נאכדעם וועסטו מיר זאגן אז עס זענען דא נאך צענדליגע אנדערע טענות.

איך האב געמאכט די איין רול, און נישט די רולס וואס דו האסט געשריבן

קורקלענד » מאנטאג מאי 6, 2024 2:20 pm

· #560936
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
סקעפטיקער #
קורקלענד #
ער ברענגט דארט א געוואלד פון עווידענס ציווישן אנדערע פרטים.
וועל אויס איין ראי' פון "די געוואלד מיט עווידענס" וואס דו האלטסט טוט אויפווייזן אז די וואלן זענען געפעלטשט
ס'לעצטע מאל איך רעאגיר. טאמער וועסטו עס ליינען וועסטו פארשטיין פארוואס ס'איז נישט גענוג 'איין' קליינע טיד-ביט. נאר אזויווי מ'זעהט אז דו קענסט נישט פארנעמען עפעס וואס איז לענגער ווי 160 קערעקטערס... קען איך דיר נישט העלפן. יעדע נארמאלע זאך נעמט גאנצע ביכער צו פארשטיין און דא ווילסט עס אלעס האבן מסביר געווען, קלאר, אנטשעלענדזשעבעל אין איין זאַץ. איים סאַרי אבער ביסט נישט קיין בר פלוגתא וואס איז מיר ווערט צו שטיין אין ווארט.

ס'איז איין לעוועל זיך צו דינגען מיט איינער וואס האט א אינטערעסע צו לערנען און קליגער ווערן. און צו ער ווערט יא אדער נישט קאנווינסעד איז שוין א צווייטע דרגא. אבער דא שטיי איך אין ווארט מיט איינער וואס איז ניטאמאל אינטערעסירט צו קוקן אויף סיי וואס. אבער ער 'ווייסט' אז איך בין נישט גערעכט.

הצלחה!

סקעפטיקער » מאנטאג מאי 6, 2024 2:34 pm

· #560938
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
אז דו ווילסט נישט איז נישט.

איך וועל דיר גרינגער מאכן. דו מוזט נישט אריינלייגן דיינע עווידענס אין 160 קערעקטערס, בלויז די טענה. וו.צ.ב.ש. די נומבער פון מענטשן וואס האבן געוואוט אין שושן הבירה זענען געווען מער ווי די רעדזשיסטערד וואוטערס.

קורקלענד » מאנטאג מאי 6, 2024 2:40 pm

· #560939
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
דער עקס #

מיר וואונדערט אז די אלע וואס פארפירן די גאנצע צייט קעגן די "גרויזאמע מעכטיגע דיעפ סטעיט", האבן גארנישט מורא אז די דיעפ סטעיט וועט זיך נעמען צו זייערע ביינער...
ווער זאגט אז מ'האט נישט מורא. איך גיי טאקע נישט לויפן פאר פאבליק אפיס. קיינמאל נישט מנדב זיין קיין דאלער פאר מאַגאַ צוועקן. און זיך נישט דרייען ביי קיין שום פראטעסטן פון די מאַגאַ מאוומענט. און אזוי איז דא פילע צענדליגער אמעריקאנער וואס נאך יאנואר די זעקסטע ווייסן זיי גוט און קלאר אז זייער מיינונג טאר מען נישט 'צופיל' מפרסם זיין. ווייל אויב יא איז עס א מינימום פון א אודיט און מערסטנס אריין אין תפיסה פאר צענדליגער יארן.

סקעפטיקער » מאנטאג מאי 6, 2024 3:16 pm

· #560945
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
קורקלענד #
ווילאנג דו גייסט אויף די מהלך, וועל איך אויך גיין אויף דעם מהלך
https://www.washingtonpost.com/politics/2020/12/18/this-might-be-most-embarrassing-document-created-by-white-house-staffer/

קורקלענד » מאנטאג מאי 6, 2024 3:34 pm

· #560948
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
שוין געליינט אמאל. נישט נאר יענע ארטיקל, נאר אפאר אנדערע ארטיקלען אויך און ניין, נישט נאר ס'ווארפט נישט אפ נאווארא. זיי נעמען זיך גאר טאקע צו אפאר 'מינדערוויכטיגע' קליינע טעותים ועל הכלל כלו יצא....

אבער אזויווי פריער ערווענט דו האסט נישט געליינט נישט נאווארא און נישט דאס. האסט סך הכל גענומען צוויי מינוט צו מאכן א סוירטש צו קענען צוריק ווארפן אביסל זאמד אין די אויגן. איים סאַרי אבער ספּאַסט מיר באמת נישט צו שטיין אין ווארט אין אזא דעבאטע.

סקעפטיקער » מאנטאג מאי 6, 2024 3:43 pm

· #560950
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
איך האב נישט געזאגט אז די פאוסט ווענדט עס אפ, איך האב נאר געוואלט מאכן די פוינט אז ווען איך גיי אפווענדן איין טענה פון נאווארא גייסטו אויך זאגן אז איך האב אפגעוואנדן "אפאר 'מינדערוויכטיגע' קליינע טעותים", וועגן דעם וויל איך דו זאלסט ארטיקעלעיטן א טענה פארוואס די וואלן זענען געפעלטשט.

און ווי געזאגט פריער אז דו ווילסט נישט איז נישט.

קורקלענד » מאנטאג מאי 6, 2024 4:32 pm

· #560966
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
זעהט אויס אז דו האסט נישט ארויס וואס דא איז פארגעקומען. לאמיך עס נאכאמאל מסביר זיין. ס'איז געווען א עלעקשאן. די צד וואס האט אנגעבליך פארלוירן האט געשריגן פראוד! קומסטו און שרייסט 'פּרעכע ליגענט!'. פרעג איך דיר וויאזוי דו ווייסט אז ער איז א ליגענער אויב האסטו ניטאמאל געהערט וואס ער האט צו זאגן?

קומט אויס אז אן בכלל אריינלייגן עני פלאג אין אפי' פרובירן צו הערן צו זיין טענות זענען עטוואס עפעס אריינצוקוקן, ביסטו שוין 'קלאָר' אז ס'איז שקר. איי, האסט ניטאמאל געהערט וואס ער זאגט צו זעהן צו ס'איז אמת? וואס א חילוק שרייסטו, פארדריי מיר נישט דעם קאפ.

איך האב דיר נישט געברענגט די נאווארא רעפארט דיר איבערציווייזן און אויך נישט דיר אויפציווייזן ווייל פון מיין זייט זאלסטו לעבן אין א טעות. קיינער אויף די וועלט (חוץ אפשר דיר) וועט גארנישט שאדן האבן אז דו לעבסט אין א טעות. נאר וואס דען, אויב איין טאג ווילסטו עס איבערטראכטן, און זאגן, איין מינוט וואס איז בכלל די טענה געווען פון צד טראמפ? איז טאקע דא א שאנס אז ער האט ווירקליך יא געוואונען? דאמאלטס קענסטו פאר זיך אליינס עס שטודירן. און האסט אין וואס אריינצוקוקן. און וואטעווער דו מאכסט אפ איז אקעי. און איך וואלט גראדע נישט געהאט קיין פראבלעם צו האבן א שמועס מיט דיר.

אין עבר האב איך שוין געהאט גענוג משא ומתן אויף פילע ענינים. און איך האב נישט געדזשאלעוועט צו ליינען אין געוויסע פעלער גאנצע ביכער. וואס איז צומאל נישט ווערד געווען. אבער נאכדעם האב איך געקענט זיין א חלק ווייטער אין די דעבאטע. אבער אזוי, איז די גאנצע מעשה נישט אינטערעסאנט.

אין קורצן, אויב ביסטו טאקע נייגעריג צו טראמפ האט א צד און וואס 'זיין' צד איז דאן איז מיר ווערט צו צולייגן די צדדים. אבער אויב ביסטו נאר אינטערסירט אין א געוויסע פאזיציע אפגעזען פון וואס די צדדים זענען. א גוטן טאג.

סקעפטיקער » מאנטאג מאי 6, 2024 4:36 pm

· #560969
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
און נאכאלס קענסטו נישט פארלייגן כאטשיג איין טענה מ'זאל קענען דן זיין דערויף?

קורקלענד » מאנטאג מאי 6, 2024 4:46 pm

· #560978
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
ווידער קענסט טוהן וואס דו ווילסט. 'אויב' ווילסטו וויסן בלויז וואס טראמפ זאגט האסטו וואו אנצוהייבן. איך זוך דיר נישט איבערצורעדן. פאר אנדערע מעמבער'ס דא וואס זענען נייגעריג. האבן זיי איצט עפעס צו קוקן אויף. און ס'זענען דא נאך פארשידענע אינטערעסאנטע זאכן צו ליינען און זעהן אין די נושא, קירצערע ווי אויך לענגערע. אבער איך האב עס נישט געברענגט. ווייסט פארוואס, ווייל דו ביסט עניוועיס נישט אינטערעסירט.

סקעפטיקער » מאנטאג מאי 6, 2024 4:53 pm

· #560983
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
דרשות, ביכער, קונטרסים. אבער קיין איין טענה ארויפצולייגן אויפן טיש עס צו אינוועסטיגעיטן.

שמן למאור » מאנטאג מאי 6, 2024 5:50 pm

· #561009
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
קורקלענד, פליז, מיר בעטן זיך צו דיר, שטעל ארויס איין באווייז אז די אלעקשנס איז גע'גנב'עט געווארן.

איך קען זייער גוט הערן די טענה וואס סקעפטיקער זאגט דא.

זייער מעגליך אז די אלעקשנס זענען בכלל נישט גע'גנב'עט געווארן. נאר אזוי ווי יעדע זאך מיט אגענדעס קען מען רעדן און רעדן און שרייבן ווערטער סאלאטן פון לאנגע בלעטער און ביכער, און באמת איז דאס נישט קיינע באווייזן נאר סתם געפילן, מאדנע זאכן, אפילו אירעגולערעטיס, אבער נישט קיין פרוף. אבער אזויפיל טוט מען אויף אז די צד שכנגד דארף יעצט אפווענדן 80 בלעטער, און אז דו ברענגסט ארויס למשל פארוואס איין חלק איז שקר, דאן קען די אנדערע צד שרייען אז דאס איז בלויז איין קליינע פרט, אבער די אנדערע זאכן בלייבן, אזוי זענען זיי אטאמאטיש ידם על התחתונה, און סקעפטיקער וויל נישט אריינפאלן אין דעם נעץ.

קיצור, איך קען הערן די טענה פון ברענג מיר איין ראיה, און מיר וועלן דאס באהאנדלען. איין באווייז דארף דאך נישט צו נעמען אזוי לאנג צו שרייבן.

איך וויל זייער אז די שמועס זאל ווייטער גיין ציוויל, ווייל איך בין טאקע נייגעריג צו די טראמפ חברה האבן עפעס בכלל. איך בין נישט געניג אינוועסטירט אין א זייט צו ספענדן שעות אויף שעות און דורכטון דוקאמענטן און זען ווער איז גערעכט, אבער כ'קען באשטיין צו הערן פון ביידע צדדים וואס דער האלט און וואס דער אנדערע האלט.

סקעפטיקער, אפשר טיסטו אויך א גענאדע, נעם אפיר איין פונקט פון דעם ביכל, און שטעל אהער פארוואס דאס איז שקר, אדער פארוואס דאס איז נישט קיין גוטע באווייז.

קורקלענד » מאנטאג מאי 6, 2024 6:05 pm

· #561020
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
טייערע שמן למאור.

פארוואס דארף איך טוהן די ארבעט אויב אנדערע האבן עס שוין געטוהן פאר מיר. אלעס וואס איך זאג איז אז ס'איז דא גאר שטארקע טענות פון צד טראמפ. און איינער פון די שטערקסטע איז נאווארא'ס רעפארט. אויב ווילסטו וויסן קענסטו עס ליינען פונקט ווי איך האב עס געליינט. ס'נענט אסאך צייט מיה כח און פלאג דאס אלעס ארויסצוברענגען. אבער אויב איינער וויל טאקע וויסן קען איך איהם זאגן וואו צו קוקן. אבער אויב יענער וויל נישט איז נישט נוגע.

זענען דא פלענטי מינע ראיות און הוכחות. טייל זענען זייער קאנווינסעד און אנדערע שרייען אז מ'דארף אריינקוקן טיעפער. אבער יש על מה לסמוך.

שמן למאור » מאנטאג מאי 6, 2024 6:49 pm

· #561037
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
קורקלענד #
איך האב נישט יעצט די צייט צו מאכן א לענגס און א ברייטס. טראץ וואס איך האב אסאך חשק. אבער קודם וועל איך פשוט ענטפערן אויף די שאק און שוידער וואס מענטשן כאפן ווען אימער איך זאג אז אמעריקע איז 'פונקט' ווי רוסלאנד.

די אמת איז 'איך ווייס נישט'. פארוואס נישט? ווייל איך ווייס נישט וואס טוהט זיך אין רוסלאנד. וואס איך ווייס אבער יא איז וואס ס'טוהט זיך אין אמעריקע. און באזירט אויף וואס איך האב געהערט וועגן רוסלאנד. און באזירט אויף וואס מ'קען יא אדער נישט גלויבן איז עס בערך די זעלבע.

אפשר עס צו מאכן גרינגער לאמיר ברענגען א געוויסע געפערליכער מציאות פון רוסלאנד און לאמיר זעהן אויב אין אמעריקע פאסירט דאס נישט.

אפשר דארף מען דאס אפטיילן אין א צווייטע אשכול, אבער דערווייל לאמיר עס לאזן דא.

לאמיר טאקע נעמען איין פרט און לאמיר זען אויב איז רוסלאנד דומה צו אמעריקע.

ווען מען קוקט דורך דעם דאקומענטאר וועגן דזשורנאליסטן אין רוסלאנד זעט מען אז מען טוט דארטן זאכן וואס מען קען לכאורה נישט טון דא. די רעגירונג דא האט נישט די כוח צו הייסן א נייעס נעטווארק זיך צו פארשליסן.


קורקלענד » מאנטאג מאי 6, 2024 7:36 pm

· #561044
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
נייעס נעטווארקס אין אמעריקע זענען לייסענסד אונטער די רעגירונג. וואס דאס אליינס לייגט עס שוין אונטער די רעגירונג. אין אנדערע נייעס האט איינער אלעקס דזשאנס געהאט א ריזיגער נייעס נעטווארק און מ'האט איהם פארמאכט. איך קען א אינגערמאן וואס האט געהאט א נייעס טוויטער אקאונט און מ'האט איהם פארמאכט. געווען א נייעס סייט וויקילינקס, טאקע נאך אפען אבער ס'איז סתם א מער ווייניגער סקעלעטאן. דזשאן א'קיעף'ס פראיעקט וועריטאז.

די רעגירונג האט געהאט א יד אין דאס אלעס. די איינציגסטע חילוק איז אפשר אז אין רוסלאנד זאגט די געזעצן אז מ'קען יא און דא גייט די רעגירונג נישט קיין סאך אן וואס די געזעצן זאגט.

שמן למאור » מאנטאג מאי 6, 2024 7:48 pm

· #561047
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
ווער האט פארמאכט אלעקס דזשאונס? אינפאו Wארס לעבט און לאכט. דער משוגענער רענט נאך פאר אפאר שעה יעדן טאג מיט מיליאנען פון נאכפאלגערס. אוודאי אז אזא איינער זאגט ליגנט וואס האט פאקטישע שעדליכע תוצאות אויף מענטשן האבן די מענטשן א רעכט אים צו קלאגן אין געריכט, און אזוי האבן זיי טאקע געזאגט.

גוט געזאגט, אזא איינער ווי אלעקס דזשאונס וואלט אין רוסלאנד שוין טאקע געווען אפגעשפארט, אינגאנצן, און שוין אסאך יארן צוריק.

טוויטער איז אינטער א פריוואטע אייגנטום, און יענער קען טון וואס ער וויל מיט דעם, ער מעג אפשפארן וועמען ער וויל. איך קען נישט דער אינגערמאן וועמען מען האט אפגעשפארט, אבער איך קען יא דער אויבן דערמאנטע אלעקס דזשאונס וועמען די 'רעגורונג האט אפגעשפארט'. יא, זיין טוויטער קאנטע איז גראדע ברייט אפן...

אוודאי איז דא געזעצן פון וואס מען מעג און וואס מען טאר נישט, און ס'איז דא היבש ביסל קארופציע אויך, אבער עס צוציגלייכן צו רוסלאנד איז פאלג מיר א גאנג.

קורקלענד » מאנטאג מאי 6, 2024 7:56 pm

· #561049
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
האסט דערוויילט צו ענטפערן אויף צוויי פוינטס מיט אלטע אויגעזויגענע באבע תירוצים.

איינס, ס'איז נישט לאנג צוריק ארויסגעקומען אז די רעגירונג איז געשטאנען אונטער די גאנצע אראפברענגונג פון אלעקס דזשאנס. גארנישט אזוי מיט די מענטשן וואס האבן געהאט 'אזעלכע גרויסע' שאדן. אויך איז אינטערעסאנט אז טראמפ און זיין חבריה האט די אלגעמיינע פרעסע בייזוויליג פאלשערהייט באשמיצט און באשמירט מיט לגיונות א שטייגער ווי ראשע קאלוזשן וואס איז מיסודו נישט נאר געווען א שקר. נאר גאר א סקיעם צו אנידער לייגען אן ערוויילטע פרעזידענט. און ניטאמאל ציוויל האט טראמפ געקענט ברענגען זיינע טענות פאר א געריכט... אבער ביי אלעקס דזשאנס האט מען איהם פאר א 'נארישע' ליגענט וואס קומט נישט צו צו וואס איך האב דא פארגליכן איהם גע'אוירטיילט אויף ביליענס....

זעהט אויס אז דו ביסט נישט אפּ טו דעיט. די תירוץ אז טוויטער אז א פריוואטע קאמפאני וואס האט אייגנארטיג אפגעמאכט צו צענזורירן איז שוין פון לאנג אפגעפרעגט געווארן. נאך וואס ס'איז ארויס געקומען אז ס'איז מער ווייניגער אלעס געקומען אויפן פארלאנג פונעם רעגירונג...

און פון די אנדערע פעלער ווי וויקילינקס און אסאנדזש אויף איהם וועסטו נישט רעאגירן. טראץ וואס איך האלט איהם אין איין ברענגען נאכאמאל און נאכאמאל. ווילסט עס נישט זעהן. האסט עפעס צו זאגן אויף יענץ אויך?

היכי דמי » מאנטאג מאי 6, 2024 8:10 pm

· #561051
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
וואס הייסט ווער פירט אמעריקע? נישט משה מארגערעטן?

שמן למאור » מאנטאג מאי 6, 2024 10:00 pm

· #561061
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
קורקלענד #
האסט דערוויילט צו ענטפערן אויף צוויי פוינטס מיט אלטע אויגעזויגענע באבע תירוצים.

איינס, ס'איז נישט לאנג צוריק ארויסגעקומען אז די רעגירונג איז געשטאנען אונטער די גאנצע אראפברענגונג פון אלעקס דזשאנס. גארנישט אזוי מיט די מענטשן וואס האבן געהאט 'אזעלכע גרויסע' שאדן. אויך איז אינטערעסאנט אז טראמפ און זיין חבריה האט די אלגעמיינע פרעסע בייזוויליג פאלשערהייט באשמיצט און באשמירט מיט לגיונות א שטייגער ווי ראשע קאלוזשן וואס איז מיסודו נישט נאר געווען א שקר. נאר גאר א סקיעם צו אנידער לייגען אן ערוויילטע פרעזידענט. און ניטאמאל ציוויל האט טראמפ געקענט ברענגען זיינע טענות פאר א געריכט... אבער ביי אלעקס דזשאנס האט מען איהם פאר א 'נארישע' ליגענט וואס קומט נישט צו צו וואס איך האב דא פארגליכן איהם גע'אוירטיילט אויף ביליענס....

זעהט אויס אז דו ביסט נישט אפּ טו דעיט. די תירוץ אז טוויטער אז א פריוואטע קאמפאני וואס האט אייגנארטיג אפגעמאכט צו צענזורירן איז שוין פון לאנג אפגעפרעגט געווארן. נאך וואס ס'איז ארויס געקומען אז ס'איז מער ווייניגער אלעס געקומען אויפן פארלאנג פונעם רעגירונג...

און פון די אנדערע פעלער ווי וויקילינקס און אסאנדזש אויף איהם וועסטו נישט רעאגירן. טראץ וואס איך האלט איהם אין איין ברענגען נאכאמאל און נאכאמאל. ווילסט עס נישט זעהן. האסט עפעס צו זאגן אויף יענץ אויך?
ברענגסט ווייטער ארויף 'שלעכטע' זאכן וואס די אמעריקאנע רעגורונג טוט, פיין, אבער נאכאמאל, איז עס איז די זעלבע ליגע ווי רוסלאנד צו נישט?

גראדע האב איך פארפאסט די באריכטן אז די רעגורונג איז געשטאנען אינטער אלעס ביי די אלעקס דזשאונס טרייעל. ביטע פיל מיך אריין מיט די פרטים. ביטע שטעל אהער לינקס דערוועגן. אוודאי ברענגט די רעגורונג אסאך מאל קלאגעס. ביי לב טהור געדענק איך אויך אז ס'איז געווען די רעגירונג וואס האט געברענגט די קלאגעס, אוודאי האבן זיי אינטערעסן צו שטיפן געוויסע קעיסעס, אבער פאקטיש ברענגען עס די וויקטעמס קעגן די וועמען האבן זיי שאדן געמאכט.

אלעקס דזשאונס איז טאקע די גוטע משל צו צייגן די חילוק פון רוסלאנד ביז אמעריקע. דארטן באהאנדלט מען דזשורנאליסטן וואס זייער חטא איז פשוט צו פארציילן נייעס וואס די רעגורונג האט נישט ליב, אסאך אסאך ערגער ווי אונז באהאנדלען קאנספיראציע טעאריקער וואס לעבן אויף נישט געשטויגענע מעשיות וואס טוט פאקטיש שאדן מאכן פאר מענטשן.

קען זיין אז פאר דיר איז עס 'נערישע ליגנט'. אבער פאר די עלטערן פון די סענדי הוק שיסעריי וואס האבן נאכן פארלירן זייער קינדער צו א בייזוויליגע מערדער, נאך געדארפט אויסשטיין רדיפות פון אלעקס' נאכשלעפערס וואס האבן זיי דערגאנגען די יארן אז זיי האבן קיינמאל קיין קינדער נישט געהאט, און ס'איז אלעס שקר, אזש זיי האבן זיך געדארפט אוועקציען פון זייער וואוינארט, פאר זיי איז עס גארנישט קיין 'נארישע וויץ'.

זאגסט דאך קלאר אז די רעגירונג שטייט אונטער אלעס וואס טוט זיך אין טוויטער, זיי הייסן וועמען צו פארמאכן. ביסט דאך אויך מודה אז אלעקס דזשאונס איז אויף די שווארצע ליסטע, אבער דאך איז סיי זיין מידיא נעץ נאכאלץ אפן, און זיין טוויטער קאנטע איז אויך אפן. ווי לאנג וואלט אזא אלעקס דזשאונס סערווייווט אין רוסלאנד?

מיר קענען זיך נעמען באלד שיסן אויף אמעריקע פעך און שוועבל, אבער זעסט נישט די חילוק?

איך בין נישט קיין גרויסע ידען און איך ווייס נישט אלעס, וועגן דעם האב איך נישט רעאגירט וועגן וויקיליקס און אסאנדזש וואס איך ווייס נישט גאר אסאך וועגן די גאנצע פרשה, און כ'האב מיך באגניגט מיט קאמענטירן אויף די דזשאונס פרשה וואס איך האב אביסל מער נאכגעפאלגט. אבער לויט וויפיל איז געדענק האבן די צוויי עובר געווען אויף אמעריקאנע שפיאנאזש געזעצן און גע'גנב'ט אמעריקאנע סודות וואס האבן שאדן געמאכט פאר אמעריקע און דאס פארשפרייט.

קורקלענד » מאנטאג מאי 6, 2024 10:54 pm

· #561062
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?

קורקלענד » מאנטאג מאי 6, 2024 11:03 pm

· #561064
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
האסט זייער פיין אדורך געטוהן די אלעקס דזשאנס מעשה. האסט ב''ה געספענד א געוואלד צייט זיך צו לאזן פיטערן פון די סטעיט מידיא מיט פונקטליכע פרטים.....

אלעקס דזשאנס איז קיינמאל נישט צוריק ארויף אויף די רעגירונג'ס טוויטער. ער איז שפעטער ארויף געגאנגן ביי מאסק. דאס אז ס'איז גראדע דער געוועזענער טוויטער מיינט נישט גארנישט.

עניוועיס, זאגסטו אז אמעריקע איך 'אויך' קארופטירט נאר רוסלאנד איז ערגער. למאי נ''מ ווער ס'איז ערגער? דא איז גענוג שלעכט.

אסאנדזש איז געווען א דזשורנאליסט וואס האט אויפגעדעקט אז די אמעריקאנער רעגירונג איז איבער דאס געזעץ און ס'איז געווען בזיונות פאר אמעריקע. האבן זיי איהם פּערסעקיוטעד און אינקוויזירט. מיטן אויסרייד אז ער האט נישט דזשורנאליסטישע פראטעקשאן ווייל ער איז נישט קיין בירגער. דהיינו אז אמעריקע האט אלע רעכטן צו פייניגן סיי ווער אויף די וועלט וואס איז נישט קיין בירגער. (חוץ אויב איינער וואס איז נישט קיין בירגער קומט אריין אין אמעריקע דורך די מעקסיקא גרענעץ, שטייצעך).

שמן למאור » מאנטאג מאי 6, 2024 11:58 pm

· #561067
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
קורקלענד #
ווער איז דאס די זירא העדזש אויסגאבע? מען קען גלייבן וואס זיי זאגן? און ווער איז דאס די שרייבער טעילער דורדען? איך טרעף נישט גארנישט אויף אים, איז ער בכלל אן עכטער מענטש? זיי ברענגען אויך נאר נאך אז אלעקס דזשאונס גייט אנקלאגן, האט ער טאקע אנגעקלאגט? און די גאנצע באריכט איז באזירט אויף אן אלעדזשט CIA וויסלבלויער. איז בכלל פעסטגעשטעלט אז די מעשה הייבט זיך אן?

קורקלענד... אביסל סקעפטיסיזם! אז גאנץ CNN, ABC, וכ' וכ' פארקויפן אלע פאלשע מעשיות און מען קען קיינעם נישט געטרויען, דארף מען זיכער האבן אביסל סקעפטעסיזם איבער אומבאקאנטע קליינע אויסגאבעס וואס קיינער ווייסט ניטאמאל ווער זיי זענען.

שמן למאור » דינסטאג מאי 7, 2024 12:11 am

· #561068
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
קורקלענד #
האסט זייער פיין אדורך געטוהן די אלעקס דזשאנס מעשה. האסט ב''ה געספענד א געוואלד צייט זיך צו לאזן פיטערן פון די סטעיט מידיא מיט פונקטליכע פרטים.....

אלעקס דזשאנס איז קיינמאל נישט צוריק ארויף אויף די רעגירונג'ס טוויטער. ער איז שפעטער ארויף געגאנגן ביי מאסק. דאס אז ס'איז גראדע דער געוועזענער טוויטער מיינט נישט גארנישט.

עניוועיס, זאגסטו אז אמעריקע איך 'אויך' קארופטירט נאר רוסלאנד איז ערגער. למאי נ''מ ווער ס'איז ערגער? דא איז גענוג שלעכט.

אסאנדזש איז געווען א דזשורנאליסט וואס האט אויפגעדעקט אז די אמעריקאנער רעגירונג איז איבער דאס געזעץ און ס'איז געווען בזיונות פאר אמעריקע. האבן זיי איהם פּערסעקיוטעד און אינקוויזירט. מיטן אויסרייד אז ער האט נישט דזשורנאליסטישע פראטעקשאן ווייל ער איז נישט קיין בירגער. דהיינו אז אמעריקע האט אלע רעכטן צו פייניגן סיי ווער אויף די וועלט וואס איז נישט קיין בירגער. (חוץ אויב איינער וואס איז נישט קיין בירגער קומט אריין אין אמעריקע דורך די מעקסיקא גרענעץ, שטייצעך).

אקעי, איך בין אביסל צעמישט דא איבער די טוויטער טענה.

דו האסט ארויפגעברענגט א טענה אז אמעריקע איז קוראפטירט מיט א מעשה פון עפעס א אינגערמאן וואס האט אנגעפירט א טוויטער קאנטע און מען האט עס אפגעשפארט. האסט מסתמה נישט געמיינט דווקא די אינגערמאן, נאר די שטארקע סענסערשיפ וואס איז געווען בכלליות פאר אילאן האט עס איבערגענומען.

אויף דעם האב איך געזאגט אז ס'איז א פריוואטע קאמפעני און זיי קענען טון וואס זיי ווילן.

אויף דעם האסטו געזאגט אז ניין, ס'איז אלעס געקומען גראד פון די רעגירונג. און דאס אז מען האט אראפגעשליידערט אלעקס'ן איז א ראיה אז די גאווערמענט איז קוראפטירט.

שוין, אויב איז עס די גאווערמענט, דאן פארוואס האט זיך די גאווערמענט אפגעשטעלט ווען מאסק האט איבערגענומען טוויטער? זיי פירן דאך אלעס, ניין?

אלא מאי, די גאווערמענט קען נישט טון וואס זיי ווילן דא אין אמעריקע.

קודם האלטן מיר שוין ערגעץ, רוסלאנד איז ערגער. יא, ס'קען זיין שלעכט, און ס'קען זיין ערגער.

וועגן די מעשה פון אסאנדזשן בין איך נישט אויסגעקאכט. לויט ווי איך קוק אביסל נאך, זע איך אז מען האט אים אנגעקלאגט מיט עספיאנאדזש. דו זאגסט אז אויב וואלט ער געווען אן אמעריקאנער בירגער וואלט מען אים בכלל נישט געקענט אנקלאגן?

קורקלענד » דינסטאג מאי 7, 2024 1:07 am

· #561076
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
מיינסט אין רוסלאנד קען די רעגירונג יא טוהן וואס זיי ווילן? מיינסט אז פוטין אלס איינער אליינס קען מארגן אויסשעכטן אלע זיינע בירגער ווייל אזוי וויל ער? מיינסט אז דארט הערשט עפעס א אנארכיע? מיינסט ס'נישט דא דארט קיין ארדענונג? מיינסט אז מ'דארף זיך דארט נישט רעכענען גארנישט פאר די צופרידנהייט פונעם עולם? מיינסט טאקע אזוי? פונקט אזויווי אמעריקע קען נישט יעצט אריינשיסן א קויל אין קאפ פאר טראמפ. נישט ווייל זיי 'קענען' נישט. נאר ווייל די רעפרעקאציעס זענען לכאורה פיל ארגער. זייער פראבלעם איז נישט מיט טראמפ נאר בעיקר מיט די וואס ער רעפרעזענטירט. וואס זיי האבן שוין פרובירט אונטערצוברענגען ביי די טי פארטי! און אז די רעגירונג איז נישט הונדערט פראצענט בעל בית און נאר זיבעציג, פילסטו בעסער?

האבן מיר שוין קלאר געמאכט אז אמעריקע איז ווייט פון פריי און רוסלאנד איז נישט אזוי שלעכט ווי מ'זאגט אונז. יעצט דארף מען קלאר מאכן ווי אפגערוקט זיי זענען... לדעתי נישט אזוי סאך. אמעריקע איז בכלל נישט אזא פרייע לאנד.

זעראו העדזש איז זייער א פאפולער נייעס וועבזייט וואס איז געשאצט צו זיין 62 אויף די ליסטע פון נייעס סייט'ס אין אמעריקע. זיי האבן מער באניצערס ווי למשל האפפינגטאנפּאסט וואס רענקט 1113.

קורקלענד » דינסטאג מאי 7, 2024 1:10 am

· #561078
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
פארוואס איז אסאנדזש מער שפיאן ווי סיי וועלכע דזשורנאליסט? ספעציעל ווי אזעלכע וואשינגטאן פאסט וואס האבן יעדע מאנטאג און דאנערשטאג אונטער טראמפ געלייגט קלאסיפיצירטע אינפאו צו אונטערמינעוון די רעגירונג.

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 7, 2024 1:57 am

· #561084
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
קורקלענד #
מיינסט אין רוסלאנד קען די רעגירונג יא טוהן וואס זיי ווילן? מיינסט אז פוטין אלס איינער אליינס קען מארגן אויסשעכטן אלע זיינע בירגער ווייל אזוי וויל ער? מיינסט אז דארט הערשט עפעס א אנארכיע? מיינסט ס'נישט דא דארט קיין ארדענונג? מיינסט אז מ'דארף זיך דארט נישט רעכענען גארנישט פאר די צופרידנהייט פונעם עולם? מיינסט טאקע אזוי? פונקט אזויווי אמעריקע קען נישט יעצט אריינשיסן א קויל אין קאפ פאר טראמפ. נישט ווייל זיי 'קענען' נישט. נאר ווייל די רעפרעקאציעס זענען לכאורה פיל ארגער. זייער פראבלעם איז נישט מיט טראמפ נאר בעיקר מיט די וואס ער רעפרעזענטירט. וואס זיי האבן שוין פרובירט אונטערצוברענגען ביי די טי פארטי! און אז די רעגירונג איז נישט הונדערט פראצענט בעל בית און נאר זיבעציג, פילסטו בעסער?

האבן מיר שוין קלאר געמאכט אז אמעריקע איז ווייט פון פריי און רוסלאנד איז נישט אזוי שלעכט ווי מ'זאגט אונז. יעצט דארף מען קלאר מאכן ווי אפגערוקט זיי זענען... לדעתי נישט אזוי סאך. אמעריקע איז בכלל נישט אזא פרייע לאנד.

קורקלענד, איך בין צומישט.
דו האלטסט נישט אז אזא טראמפ אין רוסלאנד וואלט שוין BY NOW געווען אראפגעפאלן פון א פענסטער?
גיב א קוק נאוואלני, פריגאזשין, וכו' וכו'... דארט איז נישטא קיינע מעשיות...

עס קען אפשר זיין ווי מאנכע זאגן אז די גאנצע חילוק פון אמעריקע און רוסלאנד איז די דאקומענטן (Paper work), דהיינט ביי רוסלאנד ביסטו נעקסטע טאג אן קיין דין וחשבון א פארגאנגענהייט; בעת אין דעם "מלכות של חסד" אמעריקע וועט מען דיך פראסעקיוטן און דערקוטשען דאס לעבן אונטערן יוסטיץ שלייער מיט א לאנגזאמע, פיינפולע טויט...

עכ"פ איך מיין אז ביידע זענען דא גערעכט, דער אמת איז ערגעץ אינדערצווישן. דהיינו, אמעריקע איז ליידער ביטער, און עס פאלט נאר נידריגער, סיי מצד די רעגירונג (וואס איז נאך נישט אזוי גרויזאם - עכ"פ בחיצוניות - ווי רוסלאנד) און סיי מצד די בירגער (וואס איז ליידער ערגער ווי רוסלאנד, מענטעלי און עמאשענעלי), אבער עס איז נאך נישט אזוי שלעכט און שרעקליך ווי רוסלאנד.

---

יעצט נאכ'ן שרייבן זעה איך די כמעט זעלבע ווערטער פון הרב חב"ד הויזן
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=560900#p560900

אלפא » דינסטאג מאי 7, 2024 4:36 am

· #561095
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?



ענדרו טעיט זע איך האלט אויך אז אמעריקע איז ווי רולסאנד (ער רעדט מער פון די מידיע חלק), דעסטיני האט אפאר גוטע ליניעס ווי ער ענטפערט אים (בערך פון א האלבע שעה אריין), אבער למעשה זענען דא מענטשן וואס האבן אלטערנאטיווע פאקטן, אלטערנאטיווע רעאליטעטן, און אלטערנאטיווע לאגיק...

מיט געוויסע מענטשן איז נישטא וואס צו טון חוץ פון האפן אז זיי באקומען נישט מער מאכט און אינפלוענס..
אדער ווי זאגט מיכאל אברהם - "הייתי הולך הביתה"..

קורקלענד » דינסטאג מאי 7, 2024 7:37 am

· #561100
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
פארוואס ביסטו אזוי קאנווינסעד אז יענע צד איז די אלטערנאטיווע?

אלפא » דינסטאג מאי 7, 2024 11:04 am

· #561124
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
קורקלענד #
פארוואס ביסטו אזוי קאנווינסעד אז יענע צד איז די אלטערנאטיווע?
פארוואס ביסטו זיכער וועלכע צד איך האב געמיינט מיט 'ס'זענען דא מענטשן'?!


מיין רבי אין חדר פלעגט זאגן... נו שוין.

היימלינד » דינסטאג מאי 7, 2024 11:30 am

· #561128
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
הבהרה: איך האב נישט דורך געטוען אלע צדדים לעומקה, איך קום דא בדר"כ פאר א easy & relaxing outlet אבער אפילו אזוי וויל איך דא שרייבען וואס איך מיין אז @קורקלענד האט געמיינט, פאר מען האט זיך גענומען איהם צו צימבלען כדרך...

אמת אז אמעריקא איז נישט אזוי ווי רוסלאנד בפועל מענטשען פליען נישט פון קיין פענסטערס אא"וו, אבער אין די נאמען פון געזעץ קען מען איהם פייניגען עד חרמה.

די מאכט פון די רעגירונג וועט שטערקער און שטערקער, דאס איז קלאר אז א רעפאבליקאנער פרעדזידענט באקומט אסאך אן ערגערע באהאנדלונג ווי א רעפאבליקאנער, אבאמא ווס. טראמפ יוכיח.

די ליבעראלען שווענקען מוחות פאר זייערע אגענדעס דורך די מידיא און סקול סיסטעמס פאר יארן מיט די שטיצע און הסכמה פון די רעגירונג וואס באקומען וואוטס לכבוד דעם.

איז קען זיין אז עס איז נישט אזוי ווי רוסלאנד 1+1 יעדער מענטאליטעט איז קאראפטירט אנדרעש, די פוינט איז אז עס איז [למחצה לשליש לרביע] אזוי ווי רוסלאנד מיט די השחתה און איבער געטריבענער מאכט יעדער אויף זיין שטייגער

ואסיים מעין הפתיחה, איך בין נישט דא פאר וויכוחים איך האב נישט אלעס דורך געטוען - דאס איז וואס איך זעה אלץ א פשוטע בירגער - ווי אויך האב איך נישט די צייט אין כח פאר דעם, פשוט געשריבען פאר דער וואס וויל פאשטיין וואס איך מיין אז קורקלענד און אנדערע מיינען.

אלפא » דינסטאג מאי 7, 2024 11:44 am

· #561130
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
די עכטע נקודה און נפקא מינה וואס מאכט אויס איז די שאלה צו עס איז געבינדן מיט מאכט ד.מ. אז פאוער דיינעמיקס שפילן בכונה אריין צו איין זייט, וואס אין רוסלאנד איז זיכער אזוי (און אין אנדערע אטאריטעריען לענדער), אדער עס איז א סאציאלאגישע פענאמענאן אז פובליק שטיצע/איידיעס/אינסטיטוציעס נייגן זיך מער צו איין געוויסע זייט.

איך פארשטיי אז בכל אופן איז עס א שאלה פון מאכט, אבער איך מיין מ'קען מחלק זיין צווישן מאכט בכונתו להזיק אדער מאכט וואס קומט דורך פאפולער שטיצע און דורך אנדערע -מער קאמפליצירטע- סאציאלאזישע דינאמיקס (טעכנעלאגיע, עדיוקאציע, ווינט, וכו'..).

איך זאג נישט פאר קיין פאקט אז אמעריקא איז די צווייטע סארט, אבער איינער וואס שרייט עס איז דעפיניטיוולי די ערשטע - אדער אז די צווייטע איז פונקט אזוי שלעכט ווי די ערשטע - דארף זיך בודק זיין ווי אנדערש זיינע סטעיטמענטס זענען פון די וועלכע זענען אבסעסד מיט 'ווייסע קאלאנייזער' איידעאלאגיעס - וואו פאוער דיינעמיקס איז אויך די לחש..


עס איז אויך יתכן אז אין רוסלאנד איז עס מעיקרא א סאציאלאגישע-קאמפליצירטע פענאמענאן וואס האט אריינגעשפילט פאר פוטינ'ען (ווי נישט ווי איז דא וואלן..) די זעלבע מיט איראן וכדו'. איך זע אבער נישט אז איינער זאל זיין מחולק אז כעת איז עס זיכער א טיראניע, וואס אין אמעריקע קען מען נאך עכ"פ דן זיין צו עס האלט ממש דארט אדער ס'נאך דא א דעמאקראטישע וועג ארויס - וואס דאן איז עס קלאר אנדערש..

סקעפטיקער » דינסטאג מאי 7, 2024 12:36 pm

· #561142
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
שמן למאור #
קורקלענד #
ווער איז דאס די זירא העדזש אויסגאבע? מען קען גלייבן וואס זיי זאגן? און ווער איז דאס די שרייבער טעילער דורדען? איך טרעף נישט גארנישט אויף אים, איז ער בכלל אן עכטער מענטש? זיי ברענגען אויך נאר נאך אז אלעקס דזשאונס גייט אנקלאגן, האט ער טאקע אנגעקלאגט? און די גאנצע באריכט איז באזירט אויף אן אלעדזשט CIA וויסלבלויער. איז בכלל פעסטגעשטעלט אז די מעשה הייבט זיך אן?

קורקלענד... אביסל סקעפטיסיזם! אז גאנץ CNN, ABC, וכ' וכ' פארקויפן אלע פאלשע מעשיות און מען קען קיינעם נישט געטרויען, דארף מען זיכער האבן אביסל סקעפטעסיזם איבער אומבאקאנטע קליינע אויסגאבעס וואס קיינער ווייסט ניטאמאל ווער זיי זענען.
עס איז נישט ממש אויסגעזויגן פון פינגער, עפעס שייכות האט ער ערגעץ וואו געהאט מיט די FBI און CIA, אבער איך גלייב נישט (כמעט) קיין איין ווארט וואס דער זאגט, פונקט ווי איך גלייב נישט מענטשן פון די "גאווערמענט" אז די גאווערמענט האט עליענס. מענטשן זענען שקרנים און בעלי דמיון פאר כל מיני סיבות. ווען ער וועט ברענגן עפעס דאקומענטן, הוכחות, נעמען פון די אנדערקאווערד עידזשענטס וכדו' עפעס וואס צייגט איבער די ווארהייט פון זיינע ווערטער וועל איך ריקאנסידערן זיינע ווערטער.

קורקלענד » דינסטאג מאי 7, 2024 12:53 pm

· #561143
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
אסאך שווערער איז צו גלייבן אז איינער האט געהאט ביליאן אין שאדן פון אזא ליגענט..... חוץ פון דעם וואס מ'זעהט נישט אזעלכע קעיסעס קיינמאל. אבער אויב די סי איי עי ארקעסטרעיט עס מאכט עס אסאך מער סענס. עניוועיס....

אלפא » דינסטאג מאי 7, 2024 12:56 pm

· #561146
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
די ווידעא ברענגט זייער גוט ארויס די פראבלעמען מיטן אמעריקאנעם סיסטעם




די עצם עקזיסטענס דערפון שטרייכט אבער אונטער די חילוק פון דא קיין רוסלאנד.


בדרך אגב: וואס זאגן די פאולס איבער אים? עס איז גאנץ כמעשה אזא רעקלאמע לדעתי..
איך פערזענליך וואלט געהאט צדדים צו וואטן פאר אזא איינעם (אויב נאר איך וואוין אין אמעריקע..), איך האב אויך הנאה געהאט פון זיין שמועס מיט בען שפירא לעצטנס. ער זעט אויס צו זיין היבש פראגמאטיש און צענטריש, און עס איז סתם אזוי צייט צו שענקען א שנעלקע פאר ביידע גרויסע פארטייען.

זאקן » דינסטאג מאי 7, 2024 1:43 pm

· #561166
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
לויט מיין עקספערינס גייט קיינער נישט טוישן מיינוג ווען עס קומט צו די זאכן, איינער גייט שרייען אז ס׳איז פונקט ווי רוסלאנד און ווען די גייסט אים פרעגן ווי אזוי ער ווייסט פון דעם גייט ער ענטפערן וואס הייסט טראמפ האט אליינס אזוי געזאגט, אין די אנדערע זייט גייט אייביג ענטפערן פונקט פארקערט ווייל אזוי האט אפאר מענטשן פון די מידיע אליינס געזאגט,
די אמת איז אז די מידיע וואלט געדארפט זיין אסאך מער באגלייבט וויבאלד רוב מענטש פלעגן ביז נישט צולאנג צוריק באקומען די נייעס נאר דורך זיי אין זיי פלעגן האבן א גרויסע כח ווי אזוי די דעת הקהל זאל זיין, למעשה איז דא סושעל מידיע די לעצטע פאר יאר ווי יעדע שמוגער קען זאגן וואס ער וויל,
איך האלט אז די מידיע אין די גאוועאמענט האט פארלוירן די מערסטע טראסט בא קאוויד ווען זיי האבן ארויפגעצווינגן די וואקסין אפילו אויף מענטשן וואס האבן עס נישט געוואלט נעמען אדער האבן געוואלט ווארטן פאר מער באווייז אז ס׳איז נישט שעדליך, אפגערעדט פון גאר יונגע מענטשן וואס האבן זיך נישט געפילט אין געפאר פון קאוויד אין וועגן דעם האבן זיי עס נישט געוואלט נעמען אבער מהאט עס ארויף געצווינגען מיט געוואלד ווי מהאט נאר געקענט, די מידיע האט געמאכט א פאניק אז יעדער מוז זיך איינשפארן אין צוגעמאכט אלע געשעפטן וואס מענטשן האבן גע׳ארבעט יארן אויפצובויען צו לייזן אפאר גראשן, אויב א געשעפט איז געבליבן אפען אדער אריינגעלאזט אפאר מענטשן צו קענען קויפן אינטערוועש אדער סיי וואס זיי האבן געפילט אז זיי מוזן קויפן האבן זיי ארויף געלייגט די ווידיא אנליין, ווייל א סטאר וואס בלייבט אפען איז א רוצח און זיין בלוט איז שוין הפקר חוץ אויב מ׳פארקויפט אויכט עסן מעג מען שוין קויפן אינטערוועש ווייל מ׳קען שוין נישט כאפן קאוויד,

למעשה האלט מען שוין נאך אלעס אין אסאך מענטשן האלטן אז מ׳האט געמאכט פורים פון זיי, טויזענטער מענטשן האבן פארלוירן ביזנעסער וואס זיי האבן געארבעט א גאנץ לעבן, מיליאנער מענטשן געדענקן נאך ווי זיי האבן געזעהן א ווידיא ווי מ׳ווארפט אראפ א גאנצע משפחה פון א פליגער ווייל א קינד פון צוויי יאר האט אראפ גענומען די מאסק פאר איין מינוט, רוב אמעריקע האלטן אז מ׳האט זיי געגעבן א נידל אן זייער רשות ווייל מהאט זיי געצווינגען, בקיצור די מידיא און די גאווערמענט האט פארלוירן די טראסט אין יעצט טראסט מען שוין יעדער משוגענער אז אפשר איז ער יא גערעכט אין די מידיא זענען די ליגענער׳ס.

היימלינד » דינסטאג מאי 7, 2024 1:56 pm

· #561172
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
לאז אויס די וואקסין, געוויסע ווערן סטאק ביי דעם משני הצדדים,

די עצם התנהגות זייערע ביי קאוויד האט געמאכט פארלירן די טראסט.
בלאט: 1 2