’באואינג’, קאכט זיך עפעס?
54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17026
’באואינג’, קאכט זיך עפעס?
היינט צופרי איז געווען רעפארטעט אין די נייעס אז ’דזשאשוע דיען’ א קוואליטי אודיטער ביי ’ספיריט ערא סיסטעמס’ איז געשטארבן נאך א מיסטריעזע קרענק.
לכאורה אן אומשולדיג נייעס’ל, ניין?
אומשולדיג, ביז מען זעהט ווער דער ’מר דיען’ איז געווען. ער איז געפייערט געווארן פון זיין דזשאב א יאר צוריק אין אפריל 23 נאך וואס ער -ווי ער טענה’ט- האט אויפגעדעקט באשולדיגונגען און באווייזן אז דער אוויאציע ריז ’באואינג’, פאר וועם ’ספיריט ערא’ פאבריצירט סיסטעמס, פארלעצט זיכערהייט רעגולאציעס בדווקא אבי צי פארדינען מער געלט.
דא הייבן זאכן אן צו ווערן אינטערסאנט.
’מר דיען’ איז דער צווייטער ’באואינג’ איינגעשטעלטער ארויסצוקומען מיט באשולדיגונגען קעגן די קאמפעני, און זעה נאר זעה, וואונדער איבער וואונדער, ער איז אויך דער צווייטער צו שטארבן פלוצלינג און מיסטעריעז...
דזשאן בערנאט איז אויך געווען אן איינגעשטעלטער אין די ריזיגע פירמע, און אלץ א פראדוקט קוואליטי מענעדזשער, האט ער ארויסגעריקט שווערע קאמפלעינטס איבער נאכאנאנדע פארלעצונגען וואס קומען דארט פאר אויפן חשבון פון די פאסאזשירן זיכערהייט, ער האט אלעס איבערגעגעבן פאר לויערס, אבער די טאג וואס ער האט עס געדארפט דערציילן אונטער א שבועה אין געריכט, איז ער געפינען געווארן נישט ביים לעבן אין זיין קאר נאכן באגיין זעלבסטמארד.
Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?
געהעריג רוסלאנד...
Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?
ס'איז אינטערעסאנט אז ווי מער אלעס ווערט פאבליק די לעצטע יארן און אפיציעל קען מען מער גארנישט באהאלטן היינט, ווערט מען פון די אנדערע זייט אפט געוואויר וויפיל קארופציע עס טוהט זיך ביי אלע אפיציעלע קאמפאניס, זיי דארפן א נחום ראזענבערג וואס זאל זיי דערגיין די יארן.
Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?
אלע צוזאמען #
’מר דיען’ איז דער צווייטער ’בואינג’ איינגעשטעלטער ארויסצוקומען מיט באשילדיגונגן קעגן די קאמפעני, און זעה נאר זעה, וואונדער איבער וואונדער ער איז אויך דער צווייטער צו שטארבן פלוצלונג און מיסטעריעז.
ער איז געווען קראנק לעצטנס, בכלל נישט געשטארבן פלוצלינג
Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?
אלע צוזאמען #
היינט צופרי איז געווען רעפארטעט אין די נייעס אז ’דזשאשוע דיען’ א קוואליטי אודיטער ביי ’ספיריט ערא סיסטעמס’ איז געשטארבן נאך א מיסטריעזע קרענק.
יאנקל בעל העגלה #
ער איז געווען קראנק לעצטנס, בכלל נישט געשטארבן פלוצלינג
ער זאגט דאך טאקע אז ער איז געשטארבן נאך א לעצטיגע מיסטעריעזע קרענק.
אזוי שווער צו מאכן קראנק א מענטש כדי להמית? נאוואלני איז אויך געווען קראנק. מ'דארף נישט קיין בולעט אדער א פענסטער צו הרגענען איינעם.
Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?
איך פארשטיי, אבער באשולדיגן יעדע גרויסע קאמפעני אין זייערע ארבעטערס טויט דזשאסט ווייל זאכן פארן זיי לעצטנס סאוט, שמעקט פון קאנספיראציעס טעאריעס.
Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?
זייט טראמפ'ס קאנספיראצע טעאריעס, ווייס איך, רוב פון זיי זענען ריכטיג......
קען זיין אז נישט אלעמאל.
אבער דאס אליין אז מ'שרייט אז עס איז סתם קאנספיראציעס, איז א סיבה יא צו גלייבן, ענדערש ווי נישט.
Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?
יאנקל בעל העגלה #
איך פארשטיי, אבער באשילדיגן יעדע גרויסע קאמפעני אין זייערע ארבעטערס טויט דזשאסט ווייל זאכן פארן זיי לעצטנס סאוט, שמעקט פון קאנספיראציעס טעאריעס
ביסט 100% גערעכט, ס’איז א קאנספיראציע טעאריע,
אויף דערווייל, קען זיין אז ס’וועט בלייבן א בלויזע קאנספיראציע, און ס’גייט זיך ארויסשטעלן אז ’בואינג’ האט גארנישט צוטון מיט די טויט פעלער, אבער ’ריטשערד ניקסאן’ האט אויך נאר רעזעגנירט נאך וואס א קאנספיראציע איז ארויסגעשטעלט געווארן, זייער אסאך אינטערסאנטע און אומאיינגענעמע פרשת הייבן זיך אן מיט א רומאר.
Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?
די קאנספירעסי טעאריעס האבן א נאמען "קלינטאנייזד"
Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?
הער אויף מיט די נאנסענס.
פוטין, נאוואלני, רוסלאנד.
הוילע נארישקייטן.
מען קען דן זיין צו די צוויי וויסעלבלאוערס זענען אומגעברענגט געווארן בייזוויליג צו צופעליג, פיין.
און לאמיר שוין יא זאגן בייזוויליג, איז דאס דען די ערשטע מאל וואס א פירמע ווישט אראפ מענטשן פאר זייער פראפיטן? טוט דען נישט די גאנצע אויל, דראג און אנדערע אינדוסטריעס אפערירן ווי א קארטעל?
און לאמיר שוין יא זאגן אז באואינג איז דא באגאנגען עפעס גאר ערנסט, ווי ברענגסטו דא אריין פוטין, רבונא דכולא עלמא?
פערזענליך קען איך עס נישט דערליידן, דאס איז געווארן א גאר באליבטע זאך ביי מענטשן צו שרייען ביי דאס מינדעסטע זאך, א פאליציי שטעלט זיי אפ: "ערגער ווי רוסלאנד!"
(במאמר המוסגר: דאס קומט במקורו פון יענעם חכם וואס האט געמיינט ער קען טוען וואס ער וויל, גנבנ'ען, ליגנט זאגן, שמירן אדאלט סטארס, רויבן דאקומענטן און ווען ער ווערט קאנפראנטירט שרייען רוסלאנד, ואכמ"ל).
Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?
קיין איין מענטש האלט נישט באמת אז אמעריקע איז ערגער ווי רוסלאנד. נאר וואס? אמעריקאנע זענען די זעלבע בשר ודם'ס ווי די רוסישע, פונקט ווי די רוסישע ווילן אראפזען זייערע קעגנער וואס שטייען זיי אין וועג וויל דאס זעלבע א אמעריקאנער אויך. (און איך אויך...)
די חילוק איז אז די רוסישע סיסטעם ערלויבט צו גיין סאך ווייטער ווי די אמעריקאנע סיסטעם, אבער ביידע ניצן אויס זייער סיסטעם צו די מאקסימום. אדער ווי יענע קאמענטירער זאגט די חילוק פון אמעריקע און רוסלאנד איז די אמאונט אוו פעיפער ווארק...
לאמיר קוקן רויע פאקטן, סיי די אמעריקאנע און סיי די רוסישע רעגירונג האבן פראסיקיוטערט די אפאזיציע, ביידע האבן זיך פארטיידיגט און פארפירט אז יענער איז באגאנגען פארברעכנס. וואס איז די חילוק? אין די צייט וואס אין רוסלאנד האט מען יענעם געקענט פארבאטן פון לויפן האט די אמעריקאנע סופרים קארט עס נישט ערלויבט צו טון. אין די צייט וואס אין רוסלאנד האט מען יענעם געקענט אריינווארפן אין טורמע דארף מען אין אמעריקע דורכגיין עטליכע פראצעסן. אבער מצד די דיעפ סטעיט האבן ביידע געטון די מאקסימום אין זייער מאכט.
אויב איז אמאל געווען א קאנספיראציע אז קאוויד האט ארויסגעליעקט פון טשיינע און היינט איז עס יעדער מודה, דאן פארוואס זאל איך מיך דערשרעקן ווען מ'שרייט דו ביזט א קאנסיפיראטאר?
Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?
דאס אז טראמפ קען לויפן האט גארנישט מיט דעם וואס אמעריקא איז ווייניגער קארופטירט אדער אויפריכטיג ווי רוסלאנד. ס'זענען גענוג אין נאך טראמפס אונטערגעגאנגען איבער די יארן אין אמעריקע פונקט ווי אין רוסלאנד נאך לאנג פאר זיי האבן זיך געקענט ציוואקסען צו וואס טראמפ איז. די סיבה פארוואס אמעריקע קען נישט באזייטיגן טראמפ איז ווייל ס'איז צו שפעט און ער איז שוין צו גרויס. ועל כולם האבן זיי אומפארשעמטערהייט מיט אראגאנץ און פרעכהייט איהם גע'גנב'ט די עלעקשאן. איז פארן לאנד וואס מאכט עס א נפקא מינה צו ער קען לויפן אויב ער קען נישט געווינען. און את''ל אז ער געווינט שוין יא... האבן זיי איהם לעצטע מאל אויך פאראלאזירט. ס'איז נישט צום גלויבן וויאזוי א רינגל פון עליטע פארברעכער האבן געבראכן געזעץ נאך געזעץ אונטערצוברענגען די ערוויילטע רעגירונג אין די פאראייניגטע שטאטן, טאג איין און טאג אויס קומען ארויס פרישע נייעס פון אלטע פאקטן און עווידענס וואס איז געווען פארדעקט פון וויאזוי די כיליגאנעס שטויסן דאס לאנד אין פנים. און זיי זענען פריי. מ'קען זיי גארנישט טוהן. פארוואס? ווייל דאס אינפארסירונג פון געזעץ איז געהיידזשעקט געווארן דורך יענע קליקע און מיט יענע כח האבן זיי שליטא אויף אלסדינג אפגעזען פון ווער ס'איז בראש.
Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?
במחילה מכ"ת:
1. קיינער האט נישט גע'גנב'עט קיין וואלן
2. אלע פרעזידענטן אלע יארן האבן געהאט שטייפע קעגנער וואס האבן זיי פרובירט אונטערצוברענגען, אויף אלע מיני אופנים. ע"ע קלינטאן און קען סטאר.
3. טראמפ איז זיין אייגענע גרעסטע שונא, און מיט זיין שרעקליכע נארקיסיזם ברענגט ער אויף זיך די אלע לעגאלע צרות.
Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?
אן א אריינגיין אין אזא דין ודברים דעבאטע וועל איך איין מאל ענטפערן און דאס איז עס.
1) דיין רעספאנס ווייזט אז דו ביסט דעטערמענד און ס'איז א שאד די צייט אפי' צו ענטפערן ווייל דו האט שוין געסעט דיין מיינד. אויב מאכט זיך אמאל אז דו ווערסט מסופק און אינטערסירט וואס האט טאקע פאסירט זוך נאר אפיר די אלטע אשכולות וואו מ'האט גאנץ קלאר אויפגעוויזן.
2) כאַפּ איך פשוט נישט וואס דו פרובירסט צו זאגן.
3) איך בין אין דיסאגרימענט סיי מיט דיין דיאגנאזיס און סיי מיט דעם אז ער איז זיין גרעסטע שונא. אזויפיל יא, זיינע גרעסטע שונאים זענען גראדע מער דיינע שונאים ווי זיינע. אבער שוין ווי געזאגט, איך בלייב דא שטיין. נישט ווייל ס'איז נישטא וואס צו זאגן. נאר ווייל דו ווילסט נישט הערן.
Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?
חב''ד הויזן #
לאמיר קוקן רויע פאקטן, סיי די אמעריקאנע און סיי די רוסישע רעגירונג האבן פראסיקיוטערט די אפאזיציע, ביידע האבן זיך פארטיידיגט און פארפירט אז יענער איז באגאנגען פארברעכנס. וואס איז די חילוק? אין די צייט וואס אין רוסלאנד האט מען יענעם געקענט פארבאטן פון לויפן האט די אמעריקאנע סופרים קארט עס נישט ערלויבט צו טון. אין די צייט וואס אין רוסלאנד האט מען יענעם געקענט אריינווארפן אין טורמע דארף מען אין אמעריקע דורכגיין עטליכע פראצעסן. אבער מצד די דיעפ סטעיט האבן ביידע געטון די מאקסימום אין זייער מאכט.
לאמיר קוקן רויע פאקטן, וויפיל מאל האט די אמעריקאנער רעגירונג פראסעקיוט און אונטערגעדרוקט די אפאזיציע דורך די געזעץ, און וויפיל מאל האט די רוסישע רעגירונג? און אמעריקע האלט מען ביי די ערשטע מאל נומער 1, און אין רוסלאנד...? לאמיר אנפאנגען:
ולדימיר גוסינסקי,
בוריס בורזובסקי,
סרגיי מגניטסקי,
מיכאיל חודרובוסקי,
לאוניד נזבלין,
סרגיי יושנקוב,
באריס נעמצוב,
אלעקסיי נאוואלני. און דאס איז אלעס פאליטישע קעגנערס וואס ווערן אדער זענען גערודפ'ט געווארן דורך די רעגירונג, און חלק פון זיי זענען גאר טויט! און דאס איז לכאורה אפילו נישט אלע, אפשר די מערסט באוואוסטע. און דאס איז אויסער די צענדליגער דזשורנאליסטן וואס זענען געהרג'ט געווארן.
וואס איז די חילוק? ווען מ'רעדט פון איינעם, צוויי, קען מען נאך זאגן, ער איז שולדיג, דער איז שולדיג. אבער אז מ'רעדט פון נאך און נאך און נאך, וואס קען מען זאגן. מה שאין כן אין אמעריקע.... פיר אליין אויס
עפשטיין מיט זיינע חברים זענען לכאורה רוסן (געוועהן?)
Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?
אזויווי אין די אמעריקאנער פרעסע שטייט וועגן וואס עס האט פאסירט מיט אט די אלע רוסישע פאליטיקער. איז אין די רוסישע פרעסע דאקומענטירט וויאזוי ס'גייט אין אמעריקע. צו ס'איז די באקאנטע קלינטאן באדי קאונט (שיינע פאר אויסגעשטארבן פונקט א טאג פארן טעסטיפייען). צו די קענעדי שיסעריי. אדער די מעשה מיט סענאטאר טעד סטיווענס.
ס'איז קלאר פאר יעדע בר דעת היינט צו טאג אז די אמעריקאנער פרעסע איז אזוי פארלעסליך און צענזורירט (מילד גערעדט) ווי די רוסישע. איינמאל מ'האלט דא מאכט שוין נישט קיין נ''מ.
Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?
לינקס ביטע?
Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?
כספי #
לינקס ביטע?
וואס ספעציפיש ווילסטו וויסן?
Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?
קודם וועגן עפשטיין'ס חברים, נאכדעם די באקאנטע קלינטאן באדי קאונט, און די טעד סטיווענס, וכן עוד, ווי מ'זעט די קארופטירטע אמעריקע
(איך האב צוגעצייכנט לינקס צו יעדן וואס כ'האב געשריבן, וואו דארט קען מען זען פונקטליך פון וועם מ'רעדט, און וואס איז געשען, און פארוואס)
Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?
איך האב גראדע מורא געהאט דיר צו ענטפערן מיט קאנספיראציעס און איך האב צוריק געשריבן מילד. אבער יעצט האב איך געהאט די געלעגנהייט צו קליקן יעדעס איינס פון די לינקס. ס'איז אלעס אייניג מיט אמעריקע. איינער האט זיך פונקט געהאנגען. נאר צוויי זענען געשאסן געווארן. אפאר זענען סתם אזוי פונקט געשטארבן. די גרעסטע 'ראי' אין איין פאל דארט איז אז יענעמ'ס מאמע האט געזאגט אז צוויי וואכן פאר'ן פטירה האט ער איר געזאגט אז ער האט מורא פון פוטין.
מיט אזעלכע עקזעמפלארן האסטו א גאנצע ביכל. ברייטבארט איז איין גוטע. מיכאל העסטינגס. קיין איינס פון יענע לינקס קומען נישט צו צו וואס אמעריקא האט געמאכט מיט דזשוליאן אסאנדזש! און מיט עדווארד סנאודען, און פלענטי אנדערע.
און די טעד סטיווענס פרשה איז שוין היינט קלאר דאקומענטירט. זיי אזוי גוט ווייזט מיר נאר אזא טעד סטיווענס פרשה אין רוסלאנד.
Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?
איך האב גראדע נישט גערעדט בעיקר איבער די חלק פון שטארבן, נאר פון ווערן גערודפ'ט דורך די רעגירונג לעגאל לעיני כל. פאר קינוח האב איך צוגעלייגט אז א חלק פון זיי זענען שוין טויט.
און נאכאמאל ביטע ווען דו רעדסט וועגן איינעם ברענג לינקס, מ'זאל וויסן פון וועם מ'רעדט, נישט יעדער איז אזא בקי ווי דיר.
Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?
פעלט דעם מענטשן וואס ווערן גע'רדופ'ט דורך די אמעריקאנער רעגירונג? שלום מרדכי רובאשקין? שלום ווייס? דזשוליאן אסאנדזש? עדווארד סנאודן? ראסס אולברעכט? דאנאלד טראמפ? 'יעדער' ארום דאנאלד טראמפ? דער וואס מ'האט אויסגערודפט און באשולדיגט פאר די ענטרעקס? טעד סטיווענס? די ליסטע איז לכאורה אסאך לענגער ווי רוסלאנדס ליסטע און ס'גייט מסוף העולם ועד סופו.
Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?
קורקלענד #
אזויווי אין די אמעריקאנער פרעסע שטייט וועגן וואס עס האט פאסירט מיט אט די אלע רוסישע פאליטיקער. איז אין די רוסישע פרעסע דאקומענטירט וויאזוי ס'גייט אין אמעריקע. צו ס'איז די באקאנטע קלינטאן באדי קאונט (שיינע פאר אויסגעשטארבן פונקט א טאג פארן טעסטיפייען). צו די קענעדי שיסעריי. אדער די מעשה מיט סענאטאר טעד סטיווענס.
ס'איז קלאר פאר יעדע בר דעת היינט צו טאג אז די אמעריקאנער פרעסע איז אזוי פארלעסליך און צענזורירט (מילד גערעדט) ווי די רוסישע. איינמאל מ'האלט דא מאכט שוין נישט קיין נ''מ.
וואס שטעלסטו זיך אפ דא? גיי ווייטער:
9/11 איז געטון געווארן דורך די מוסד, אדער דורך בוש, אדער ביידע צוזאמען.
די וועלט איז פלאך.
די לבנה לאנדונג איז פאלש.
קאוויד 19 אינדזשענירט דורך אמעריקע און די דיעפ סטעיט.
פעלאסי און ביל געיטס זיצן אין בונקערס און טרינקען בלוט פון קינדער.
אידן קאנטראלירן די וועלט.
לייגן בלוט אין די מצות.
אפריקאנע זענען מאנקיס און/אדער רעפטילן.
וכו' וכו'
Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?
איך האב פשוט נישט די כוחות צו וואקן אזוי ווייט. איז פון דא און ווייטער קענסטו טאקע איבערנעמען....
Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?
קורקלענד #
פעלט דעם מענטשן וואס ווערן גע'רדופ'ט דורך די אמעריקאנער רעגירונג? שלום מרדכי רובאשקין? שלום ווייס? דזשוליאן אסאנדזש? עדווארד סנאודן? ראסס אולברעכט? דאנאלד טראמפ? 'יעדער' ארום דאנאלד טראמפ? דער וואס מ'האט אויסגערודפט און באשולדיגט פאר די ענטרעקס? טעד סטיווענס? די ליסטע איז לכאורה אסאך לענגער ווי רוסלאנדס ליסטע און ס'גייט מסוף העולם ועד סופו.
שלום מרדכי רובאשקין און שלום ווייס האבן געשטעלט א סכנה פאר די "פאליטישע" רעגירונג?
וכן השאר, נאר איך געדענק נישט יעצט אויסווייניג זייערע מעשים, און כ'האב נישט צייט נאכצוקוקן, אבער ס'איז דא פון די וואס שטעלן אין סכנה די רעגירונג, אויך ווען דאנאלד טראמפ איז פרעזידענט. טעד סטיווענס האב איך גראדע אביסל געקוקט, וויקי זאגט אז ס'איז דא וואס זאגן אז ס'איז געווען פאליטיש מאטיווירט, פארוואס פונקט עם מער ווי אלע הונדערטער פאליטישן'ס ווייסעך נישט.
Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?
דאס איז א פשוט'ע קל וחומר. אויב קענען זיי דאס טוהן בלי סיבה צו שלום מרדכי רובאשקין און שלום ווייס עאכו''כ ווען איינער גייט קעגן די רעגירונג....
טעד סטיווענס איז געווען איין וואויט וואס האט באלאנסירט די קאנטראל צו איין פאליטישע צד און כדי צו קענען אדורכפירן געוויסע פאליטישע דערגרייכונגען האט מען איהם 'פאלש' פראסעקיוטעד. און אזוי האט די אנדערע פאליטישע צד 'אומלעגאל' געהאט די כח אדורך צו פירן וואס זיי האט אויסגעפעלט. שפעטער איז מען געוואויר געווארן אז ס'איז געווען 'אינגאנצן' פאלש און אויסגעטראכט. מ'האט צוריקגעדרייט זיין קאנוויקשאן אבער וועם אינטערעסירט עס. זיי האבן דערגרייכט זייער ציל און טאָ בּעד וויאזוי מ'זאגט אין אמעריקע. און דאס איז אזא in your face מעשה. זייער קלאר.
Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?
ווער האט עס געטון קעגן שמ"ר? די DOJ? אדער אפאר לאקאלע רשעים, א דזשאדזש א אנטיסעמיטקע, וכדו'?
בנוגע סטיווענס איך קען נישט די מעשה, קען איך מיך נישט דינגען מיט דיר, אבער וויפיל איך ווייס איז יעדע וואויט (ווען ס'איז פונקט האלב אויף האלב צוטיילט) די איין וואויט וואס באלאנסירט די קאנטראל. אבער נאכאמאל כ'קען - נאכנישט - די מעשה קענעך זיך נישט דינגען.
Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?
און שלום ווייס, איז דען געווען אזוי אומשולדיג?
Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?
Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?
כספי #
ווער האט עס געטון קעגן שמ"ר? די DOJ? אדער אפאר לאקאלע רשעים, א דזשארדזש א אנטיסעמיטקע, וכדו'?
בנוגע סטיווענס איך קען נישט די מעשה, קען איך מיך נישט דינגען מיט דיר, אבער וויפיל איך ווייס איז יעדע וואויט (ווען ס'איז פונקט האלב אויף האלב צוטיילט) די איין וואויט וואס באלאנסירט די קאנטראל. אבער נאכאמאל כ'קען - נאכנישט - די מעשה קענעך זיך נישט דינגען.
די 'פעדעראלע' רעגירונג (DOJ) מיט זייער כוחות האבן שלא ביושר געטוהן וואס זיי האבן געטאן. נעם אויך אינאכט אז די דזשאדזש איז אויך פון די זעלבע (DOJ). די פוינט איז אז די DON איז נישט אקאונטעבל פאר קיינער.
Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?
סקעפטיקער #
דאס איז דיין פרעצעדענט? אדער 'אינגאנצן' אומשולדיג, אדער 27 יאר תפיסה?
און וויבאלד ער איז יא געווען 'טיילווייז' שולדיג? קומט איהם מיתה אויך?
ווייסטו אז דו ביסט אויך שולדיג! ווייסטו אז דו ברעכסט הונדערטער פעדעראלע געזעצן טעגליך? ווייסטו אז מ'קען דיר איינשפארן פונקט ווי איהם? שולדיג איז איעדער! די שאלה איז די פול פיקטשער.
Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?
כספי #
און שלום ווייס, איז דען געווען אזוי אומשולדיג?
ניין? וואס האט ער געטוהן אז דו פילסט אז ער איז יא אזוי שולדיג?
ער האט באקומען 835 יאר צו שמאכטן. בינעך טאקע נייגעריג. איז ער געווען מער שולדיג ווי מעידאף?
Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?
כספי #
חב''ד הויזן #
לאמיר קוקן רויע פאקטן, סיי די אמעריקאנע און סיי די רוסישע רעגירונג האבן פראסיקיוטערט די אפאזיציע, ביידע האבן זיך פארטיידיגט און פארפירט אז יענער איז באגאנגען פארברעכנס. וואס איז די חילוק? אין די צייט וואס אין רוסלאנד האט מען יענעם געקענט פארבאטן פון לויפן האט די אמעריקאנע סופרים קארט עס נישט ערלויבט צו טון. אין די צייט וואס אין רוסלאנד האט מען יענעם געקענט אריינווארפן אין טורמע דארף מען אין אמעריקע דורכגיין עטליכע פראצעסן. אבער מצד די דיעפ סטעיט האבן ביידע געטון די מאקסימום אין זייער מאכט.
לאמיר קוקן רויע פאקטן, וויפיל מאל האט די אמעריקאנער רעגירונג פראסעקיוט און אונטערגעדרוקט די אפאזיציע דורך די געזעץ, און וויפיל מאל האט די רוסישע רעגירונג? און אמעריקע האלט מען ביי די ערשטע מאל נומער 1, און אין רוסלאנד...? לאמיר אנפאנגען:
ולדימיר גוסינסקי,
בוריס בורזובסקי,
סרגיי מגניטסקי,
מיכאיל חודרובוסקי,
לאוניד נזבלין,
סרגיי יושנקוב,
באריס נעמצוב,
אלעקסיי נאוואלני. און דאס איז אלעס פאליטישע קעגנערס וואס ווערן אדער זענען גערודפ'ט געווארן דורך די רעגירונג, און חלק פון זיי זענען גאר טויט! און דאס איז לכאורה אפילו נישט אלע, אפשר די מערסט באוואוסטע. און דאס איז אויסער די צענדליגער דזשורנאליסטן וואס זענען געהרג'ט געווארן.
וואס איז די חילוק? ווען מ'רעדט פון איינעם, צוויי, קען מען נאך זאגן, ער איז שולדיג, דער איז שולדיג. אבער אז מ'רעדט פון נאך און נאך און נאך, וואס קען מען זאגן. מה שאין כן אין אמעריקע.... פיר אליין אויס
טראמפ איז דער ערשטער צו ווערן גערודפ’ט?! אזוי גאר!
’דינעש ד’סוזע, א פאפולערע מאווי פראדעצירער איז געווארן ארעסטירט און באשמוצט אלס די סיבה צו ’9/11 אין בענגאזי’ נאך וואס ער האט ארויסגעגעבן א פילם קעגן ’באראק אבאמא’.
וויפיל קאנסערוואטיווע טי פארטי גרופעס זענען אינטערגעגאנגען אין די לעבנ’ס פון זייערע גרינדער’ס רואינירט, ווייל די IRS האט זיי אויסגעצאפט דאס בלוט?
וועטעראן ’ברייען קאלפידזש’ גייט יעצט דורך ציפקע צרות, ווייל ער האט פרובירט צו בויען א וואנט ביי די גרעניץ.
טראמפ איז אפשר די מערסט באוואוסטע פאל, אבער ער איז ווייט פון די ערשטער.
Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?
Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?
לעצט וואס איך האב פרובירט האט גוגל עטוואס פיין געארבעט. אויב דו זיכסט עפעס ספעציפיש קען איך עס טרעפן. מאכט זיך אמאל שווער צו טרעפן מחמת איז סיבה געוויסע פרטים. למשל די נאווארא רעפארט איז עפעס זייער שווער גוגל זאל מיינען אז דו זיכסט עס. מחמת איז סיבה, אלס א פריוואטע פירמע קענען זיי דיר עס נישט טרעפן...
Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?
כספי #
כ’האב ליב ווי מיט צוויי ווערטער, (מיינטסט אז די) פרעגסט אפ גאנצעטע קאפיטלעך אין אמעריקאנע פאליטיק...
זיי נישט פויל און זיך ארום אביסל.
די ’דיעפ סטעיט’ איז א פאקט, פונקטליך ווער, ווי, וואס, וויאזוי, ווערט יעצט אויסגעשמיעסט אין
@שמן למאור’ס אשכול, ווען סענאטאר ’שומער’ האט געווארענט ’טראמפ’ Let me tell you, you take on the" intelligence community, they have six ways from Sunday at getting back at you,” וועם און וואס פונקטליך האט ער געמיינט?
Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?
כ'האב קיינעם אפגעפרעגט, ס'איז מיר פשוט שווער צו זוכן אזא נאמען ווי '’דינעש ד’סוזע' איינער ווייסט אפשר ווי מ'לייגט עס אויס אין ענגליש.
ווען איך זאג לינקס ביטע, פרעג איך נישט אפ, אדרבה איך פרעג, ווייל איך וויל וויסן
Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?
Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?
ייש"כ
דאס וואלט גענוג געווען (אויף אנצופאנגען):
https://en.wikipedia.org/wiki/Dinesh_D%27SouzaRe: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?
כספי #
ייש"כ
דאס וואלט גענוג געווען (אויף אנצופאנגען):
https://en.wikipedia.org/wiki/Dinesh_D%27Souza
אויב ווילסטו לעבן אין דיין לאך און באבל איז עס גוט אנצופאנגען. אבער אויב ווילסטו וויסן די 'אמת' איז דארט נישט די פלאץ.
Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?
איז וואו יא?
Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?
זיך באקענען מיט די פיגור זעלבסט. הערן וואס ער אליינס זאגט. וויאזוי ער רעדט. וואס זיינע שיטות זענען. ליינען זיינע ארטיקלען. און זיינע ביכער אויב האט ער געשריבן. הערשט נאכדעם קענסטו ליינען וויקיפעדיע צו זעהן אויב די ערשטע זאך איהם מגדיר צו זיין אלס רייט ווינג קאנספיראציע טעאריקער מאכט אפי' סענס. דער דעניש האב איך גראדע פונקט אויסגעהערט מערערע מאל. ס'מאכט נישט קיין סענס.
א ענליכע אויפוואכונג האב איך געהאט נאכן ליינען ברייטבארט'ס ביכל אויסצוגעפינען אז ער איז גראדע געווען גאנץ א מעסיגע קאמאן סענס ליבעראלער וואס האט זיך געכאפט אז א פארטיי רעפרעזענטירט נישט קיין ווירדן און אידעאלאגיע.
Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?
קורקלענד #
כספי #
ייש"כ
דאס וואלט גענוג געווען (אויף אנצופאנגען):
https://en.wikipedia.org/wiki/Dinesh_D%27Souza
אויב ווילסטו לעבן אין דיין לאך און באבל איז עס גוט אנצופאנגען. אבער אויב ווילסטו וויסן די 'אמת' איז דארט נישט די פלאץ.
די סטעיטמענט איז נישט ריכטיג!
צו וויסן דעם אמת קען מען אנפאנגען איבעראל עס איז נישט משנה. עס איז יא דא קאנפירמאציע בייעס וואס דארף גענומען ווערן אין באטראכט דערנאך, אבער עס איז נישט אנדערש ווען מ'הייבט אן מיטן אים אליין אויסהערן און ווערן אנציקט (אדער נישט) פון זיינע כאראקטערן וואס קען פונקט אזוי אריינלייגן אין א בייעס.
אין אנדערע ווערטער, אנצוקומען צום אמת (ווי ווייט מעגליך) דארף מען גיין ברייט און אויסהערן א שטח פון סחורה, סיי פערזענליך סיי פון די קעגנער און סיי פון די שטיצער, עס מאכט נישט אויס וואו מ'הייבט אן, און אקאונטען פאר בייעסעס און מיסאינפארמאציע דארף מען ביי יעדע טריט ממילא..
און בדרך אגב, איז וויקיפידיע היבש א גוטע ליקוט מיט גוטע רעפרענסעס, אפי' אויב זיי זענען צומאל בייעסד אדער איינזייטיג גענויגט.. מ'קען אלץ צוליינען נאכדעם וואס פעלט אויס.
Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?
וויקיפעדיע איז שוין לאנג נישט קיין גוטע ליקוט און ס'ווערט ארגער און ארגער פון טאג צו טאג. וואס זאל איך טוהן אז איך געדענק נאך וויקי פון די גוטע צייטן. חבל על דאבדין.

איך ווייס נישט אויב ליקוטים זענען געווארן ערגער, אדער די קולטור איז שוין אזוי צוטיילט אז עס איז מער נישט שייך צו הייסן אביעקטיוו ביי יעדעם צוגלייך.
וואס איז ביי איינער א פאקט איז ביים צווייטן א קאנספיראציע, וואס איז ביי איינעם סייענס איז ביים צווייטן טיראניע, וואס איז ביי איינעם זיכער איז ביים צווייטן מיסאינפארמאציע, א.א.וו.
אפי' אויב זאל א ליקוט זיין דאס מערסטע אפען און ברענגען יעדעם איינעם און יעדע סאורס וואס איז נאר פארהאן וועלן זיין די אנדערע וואס וועלן שרייען אז געבן א פלאטפארמע דערפאר איז שוין מיסלידינג...
מ'דארף דאך אבער ערגעץ פארט קענען אנהייבן.. אדרבה שטעל ארויס אן ערזאץ צו אזא ברייטן ליקוט..
זאגן אז מ'קען קויפן ביכער איז זיכער נישט קיין עצה - ווייל יעדע בוך וועט זיין איינזייטיג - און נאך אויסלאזן אסאך מער ווי א ליקוט קען, ליינען אלע ביכער אויף א נושא איז ווייטער נישט מעגליך באופן כללי. הערן פאדקאסטס, ליינען סאציאלע מידיע, זיך אנהערן דאס מערסטע מעגליך, נא, אויף ווי ווייט מעגליך איז עס טאקע געראטן, אבער בסופו של דבר קען מען פונקט אזוי אנקומען צו אן אומפראפארציאנאלע איבערפלוס אויף איין זייט משום איזה סיבה (בייעס, אלגאריטם,), און מ'דערזעט זיך ווייטער ביי אלף..
Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?
אלפא #
קורקלענד #
וויקיפעדיע איז שוין לאנג נישט קיין גוטע ליקוט און ס'ווערט ארגער און ארגער פון טאג צו טאג. וואס זאל איך טוהן אז איך געדענק נאך וויקי פון די גוטע צייטן. חבל על דאבדין.
איך ווייס נישט אויב ליקוטים זענען געווארן ערגער, אדער די קולטור איז שוין אזוי צוטיילט אז עס איז מער נישט שייך צו הייסן אביעקטיוו ביי יעדעם צוגלייך.
סארי, אבער די גרינדער פון וויקיפידיע האט שוין עטליכע מאל קאנפירמט אז די פעידזש איז נישט קיין קרעדעבול פלאץ היינט צוטאגס.
Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?
די פראבלעם איז אז א ליקוט דארף ברענגען ביידע צדדים. אפי' לאמיר שוין זאגן אז ס'איז געבויגן צו א צד איז אבער ווילאנג ער זאגט כאטש אז צד ב זאגט אזוי אין אזוי איז נאך גוט אבער ווען דיפעימט און מיסרעפרעזענטירט די אנדערע צד איז שוין נישט אינטערעסאנט.
מיט אפאר יאר צוריק האט וויקיפעדיע גע'פסל'ט כמעט אלע מינע לינקס פאר רעפערענצן חוץ אויב ס'קומט פון סטעיט סטיל מידיא....
Re: ’בואינג’, קאכט זיך עפעס?
דער עקס #
במחילה מכ"ת:
1. קיינער האט נישט גע'גנב'עט קיין וואלן
2. אלע פרעזידענטן אלע יארן האבן געהאט שטייפע קעגנער וואס האבן זיי פרובירט אונטערצוברענגען, אויף אלע מיני אופנים. ע"ע קלינטאן און קען סטאר.
3. טראמפ איז זיין אייגענע גרעסטע שונא, און מיט זיין שרעקליכע נארקיסיזם ברענגט ער אויף זיך די אלע לעגאלע צרות.
https://www.ajc.com/politics/georgia-election-board-reprimands-fulton-for-double-scanned-ballots-in-2020/G3H27SUHGFDRHAOZSG4JQJ2F7E/