☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ווער פירט באמת אמעריקע?

ווער פירט באמת אמעריקע?

56 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #17036
בלאט: 1 2

שמעקעדיג » מיטוואך מאי 8, 2024 1:55 am

· #561255
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
אה וועלקאם בעק, @זאקן טייערע... ביסט אפוועזנד געווען א לענגערע צייט, מיר האבן שוין אזוי געווארט אויף א פאר פרישע זאקן...

זאקן » מיטוואך מאי 8, 2024 9:00 am

· #561264
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
זאקן ביזנעס האט באקומען א לאָך, איך ארבעט פון צופרי ביז כמעט פארטאגס צו פארעכטן די לאָך, אבער ס׳זעהט אויס אז איך האב ביז דערווייל געהאט צו שוואכע פאדים און עס האלט זיך אין איין צורייסן, די אייציגסטע זאך וואס איז נישט געווארן עפעקטעד איז די צייט וואס פלעגט גיין פאר מיין ווייב אין קינדער, אלע אנדערע זאכן איז געווארן זייער שטארק עפעקטעד און איך האב נישט קיין צייט פאר עס.

און א גרויסע שכח פאר שמעקעדיג, איך האב אפילו נישט גע׳חלומט אז איינער כאפט אז איך בין נישט געהעריג דא.

מילך טראק » מיטוואך מאי 8, 2024 9:18 am

· #561265
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
סאיז זיכער בעסער ווי רוסלאנד, איך זעה דאך סטוישט זיך פארטייען, נישט נאר פון די עקזעקערוט אפיס נאר אויך אין קאנגרס-סענעט.

איך האב נישט קיין ראיה אז מהאט געגאנבט די וואלן פון טראמפ, אבער די וועג וויאזוי סאיז צו געגאנגען ווען דינסטיג נאכט האט טראמפ געהאט איבעראל א אויבער האנט, און די דאמאקאטן האבן געהאלטן אין איין פארשאפן נאך עבסעטי בעלעטס, און פונקט איבעראל האבן זיי טאקע אויסגעצויגן א זיג גיט אסאך צו טאקע חושד זיין אז די לינקע קאנטיס, האבן אליין געמאכט די עבסעטי בעלטס

דער עקס » מיטוואך מאי 8, 2024 9:24 am

· #561266
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
קורקלענד #
אסאך שווערער איז צו גלייבן אז איינער האט געהאט ביליאן אין שאדן פון אזא ליגענט..... חוץ פון דעם וואס מ'זעהט נישט אזעלכע קעיסעס קיינמאל. אבער אויב די סי איי עי ארקעסטרעיט עס מאכט עס אסאך מער סענס. עניוועיס....
עס איז 15 משפחות. הונדערטער מענטשן.

אויך איז דא אזאנס וואס הייסט Punitive damages. ער ווערט געשטראפט לויט די חומר פון די עבירה

מחונך » מיטוואך מאי 8, 2024 2:44 pm

· #561298
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
just one question. who says it's being led at all? ( sorry, I don't have an Hebrew keyboard here.)

היימלינד » מיטוואך מאי 8, 2024 2:53 pm

· #561300
Re: ווער פירט באמת אמעריקע?
מחונך #
just one question. who says it's being led at all? ( sorry, I don't have an Hebrew keyboard here.)
האסט א פוינט, אבער אויך דאס האט איינער געדארפט מחליט זיין - איז די שאלה פונעם פותח לויט דיין חידוש: 1. ווער האט מחליט געווען אז מען זאל אפלאזען די לייצעס 2. ווער שטייט אין גיבט אכטונג אז קיינער זאל נישט צוריק אנכאפען די לייצעס
בלאט: 1 2