☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » פשוטו של משנה - א אשכול צו שמועסן פשוט פשט

פשוטו של משנה - א אשכול צו שמועסן פשוט פשט

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16931

יאסל ראקאווער » מאנטאג מערץ 11, 2024 12:26 pm

· #554347
פשוטו של משנה - א אשכול צו שמועסן פשוט פשט
מאכט זיך כמה פעמים ווי די אמוראים דרייען מיט די פשוט פשט פון די משנה און די דעת זאגט אז דאס איז אריינגעקוועטשט און נישט פשוט פשט (באמת, כדרך חז"ל במקראות ואכמ"ל)

דא עפען איך אן אשכול צו אבסערווירן די דחיקות פון חז"ל און זיך צו קאכן און די שוועריקייטן און צו פלאנירן פארוואס חז"ל פארדרייען פשט, וואס באדערט זיי וכו'

אן אריינגיין און א לאנגע מו"מ מיט הקדמה אויף די נושא, די אשכול assumes די אידן דא זענען תלמידי חכמים וואס פארשטייען אז חז"ל קוועטשען אריין אויף א regular basis פשט און משניות וואס איז זיכער נישט פשוט פשט. איין פלאץ וואס איך וועל ניצן אלץ א משל איז די ערשטע משנה און בבא מציעא וואס איך לערן יעצט על סדר הד"ף. האט מיר מיין טאטע שליט"א צוגעצייכנט וואס ס'באדערט אים אין די סוגיא;

"פרק א' משנה א' בר''ב שם, כדי שלא יהא כל אחד הולך ותוקף בטליתו של חבירו, וצ''ע דלפי הנ''ל לא תקנו שבועה רק בכה''ג שהמוכר קיבל דמים משניהם כו' וא''כ החשש ''דיהא כל אחד'' הולך ותוקף כו' היינו שחוץ ממה שתוקף הטלית צריך ג"כ שנתן מעות להמוכר, והמוכר ישכח ממי קיבל מעות מדעתו, וממי קיבל מעות בעל כרחו, וכל זה הוא לכאורה מילתא דלא שכיחא, ולמה תקנו בשביל זה שלא יטל שום אחד אלא בשבועה"

אויף דעם האב איך אים צוגעצייכענט די ווערטער פון די תפארת ישראל וואס זאגט טאקע אז חז"ל גייען נישט מיט פשוטו של משנה; "והגאון מהו' מנשה איליער זצוק"ל אמר, דכולה מתני' בבא. חדא היא, דרק במציאה איירי כלהו, וה"ק זה אומר אני מצאתיה וכו' אז כך הוא הדין, אם זה אומר כולה שלי וזה אומר כולה שלי. זה ישבע וכו', ואם זה אומר כולה שלי וזה אומר חציה שלי זה ישבע וכו'. ודפח"ח, אבל אין זה כשיטתן בש"ס, דבש"ס אמרי' דטענה דכולה שלי מיירי במו"מ"

דא גיי איך אויפברענגען סברות און שאלות די עולם איז געלאדענט צו די תורה שמועס!

סוף טוב הכל טוב » מאנטאג מערץ 11, 2024 12:31 pm

· #554349
Re: פשוטו של משנה - א אשכול צו שמועסן פשוט פשט
ייש"כ פאר די נושא - זייער אינטערסאנט!
דיין משל איז נישט קיין געלונגענער.
שלא יהא כל אחד ואחד שטייט נישט אין משנה!

לייבל שטילער » מאנטאג מערץ 11, 2024 12:34 pm

· #554350
Re: פשוטו של משנה - א אשכול צו שמועסן פשוט פשט
סוף טוב הכל טוב #
ייש"כ פאר די נושא - זייער אינטערסאנט!
דיין משל איז נישט קיין געלונגענער.
שלא יהא כל אחד ואחד שטייט נישט אין משנה!
ר"ב = ברטנורה, עפ"י הגמרא.

יאסל ראקאווער » מאנטאג מערץ 11, 2024 12:35 pm

· #554351
Re: פשוטו של משנה - א אשכול צו שמועסן פשוט פשט
למעשה זעצט די גמרא איין ברוב הסוגיא אז "כולו שלי" בסיפא איז דווקא במקח וממכר. (די סברא "שלא יהא וכו'" איז טאקע ביי מקח וממכר). מילא איז עס יא לגופו של ענין ווייל פשוט רעדט די גאנצע משנה נאר במציאה כמו שהאיר התפארת ישראל בשם רבי מנשה מאוליע זצ"ל

סוף טוב הכל טוב » מאנטאג מערץ 11, 2024 12:45 pm

· #554353
Re: פשוטו של משנה - א אשכול צו שמועסן פשוט פשט
לייבל שטילער #
סוף טוב הכל טוב #
ייש"כ פאר די נושא - זייער אינטערסאנט!
דיין משל איז נישט קיין געלונגענער.
שלא יהא כל אחד ואחד שטייט נישט אין משנה!
ר"ב = ברטנורה, עפ"י הגמרא.
כפארשטיי נישט דיין ענטפער. בעסער געזאגט, דו פארשטייסט נישט וואס איך האב געשריבן.

סקעפטיקער » מאנטאג מערץ 11, 2024 1:55 pm

· #554361
Re: פשוטו של משנה - א אשכול צו שמועסן פשוט פשט
עס איז באקאנט די משנה פון מי שהי' נשוי שלש נשים, וואס די גמרא האט א פשט דוחק ע"ג דוחק, און א פראפעסער האט אויפגעטראפן א מעטאמאטישע חשבון וויאזוי די משנה גייט
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7%99_%D7%A9%D7%94%D7%99%D7%94_%D7%A0%D7%A9%D7%95%D7%99_%D7%A9%D7%9C%D7%95%D7%A9_%D7%A0%D7%A9%D7%99%D7%9D

@מי אני האט ארומגעשמועסט דערוועגן דא

פנחסבןאלעזר » מאנטאג מערץ 11, 2024 2:21 pm

· #554367
Re: פשוטו של משנה - א אשכול צו שמועסן פשוט פשט

פרק א' משנה א' בר''ב שם, כדי שלא יהא כל אחד הולך ותוקף בטליתו של חבירו, וצ''ע דלפי הנ''ל לא תקנו שבועה רק בכה''ג שהמוכר קיבל דמים משניהם כו' וא''כ החשש ''דיהא כל אחד'' הולך ותוקף כו' היינו שחוץ ממה שתוקף הטלית צריך ג"כ שנתן מעות להמוכר, והמוכר ישכח ממי קיבל מעות מדעתו, וממי קיבל מעות בעל כרחו, וכל זה הוא לכאורה מילתא דלא שכיחא, ולמה תקנו בשביל זה שלא יטל שום אחד אלא בשבועה"
וואס פרעגט ער? ביי מקח וממכר איז טאקע נישט שכיח, און מען האט טאקע נישט געמאכט א תקנה נאר בכהאי גוונא וואס דער מוכר האט פארגעסן. ביי מציאה האט מען געמאכט א תקנה אז יעדער וואס טרעפט צוזאמען זאל שווערען, אז כדי יעדער מציאה זאל נישט איינער צולויפען און ווערען א שותף. מציאות זענען געווען שכיח, און כאפערס זענען אויך אפשר געוועהן שכיח.
חוץ פין דעם, דער מסקנה איז חשש מלוה ישינה, נישט הולך ותוקף, וועגן חשוד אממונא ואשבועה.

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 11, 2024 3:25 pm

· #554386
Re: פשוטו של משנה - א אשכול צו שמועסן פשוט פשט
יאסל ראקאווער: לפענ"ד (דאס איז יא לפי פשוטו) וואס דער ר"ב (רבינו עובדיה מ'ברטנורא. פאר די וועלכע זענען אין זייער יוגנט נישט געגאנגען אין ישיבה נאר אין פאבליק סקול ערגעץ וואו אין קענזעס. און היינט זענען זיי גרויסע קנאים) מיינט צו זאגן מיט "כל אחד ואחד" מיינט ער נישט ביי דעם פאל (מציאה) נאר בעלמא.

סקעפטיקער » זונטאג יולי 7, 2024 7:28 pm

· #567498
Re: פשוטו של משנה - א אשכול צו שמועסן פשוט פשט
מנדל פינלס האט ארויסגעגעבן א ספר דרכה של תורה צו מסביר זיין די משנה שלא ע"פ הגמרא, זיין שוואגער משה וואלדבערג איז ארויסגעקומען קעגן אים מיט א ספר כך היא דרכה של תורה

די תוספות יו"ט (נזיר ה ה) שרייבט "והרמב"ם כתב ..., אע"פ שבגמרא לא פירשו כן. הואיל לענין דינא לא נפקא מינה ולא מידי. הרשות נתונה לפרש. שאין אני רואה הפרש בין פירוש המשנה לפירוש המקרא שהרשות נתונה לפרש במקראות כאשר עינינו הרואות חבורי הפירושים שמימות הגמ'. אלא שצריך שלא יכריע ויפרש שום דין שיהא סותר דעת בעלי הגמ'".

סקעפטיקער » זונטאג יולי 7, 2024 8:51 pm

· #567512
Re: פשוטו של משנה - א אשכול צו שמועסן פשוט פשט
סקעפטיקער #
מנדל פינלס האט ארויסגעגעבן א ספר דרכה של תורה
@מי אני האט זיך תיכף געזעצט ליינען

צקון לחש » מאנטאג יולי 8, 2024 10:27 am

· #567559
Re: פשוטו של משנה - א אשכול צו שמועסן פשוט פשט
סקעפטיקער #
@מי אני האט זיך תיכף געזעצט ליינען

Machine learning in action