ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
161 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16860
ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
פארט א שיף קיין ארץ ישראל פארט זי אויסגעצויגן....
פארט א איד קיין ארץ ישראל מיט פארוויינטע אויגן....
(כ'ווייס ס'אביסל אנדערש פון יו"ט ערליך)
אידעלאך טייערע, ס'צייט צו קומען אהיים!
יעדע געוואוקס האט זיך איר נאטורליכע פלאץ ווי דארט וואקסט זי די בעסטע. ס'קען אויך וואקסן אין אנדערע לענדער, אבער די בעסטע און געזונטסטע וואקסט זי אין איר נאטורליכע האביטאט.
די נאטורליכע פלאץ פון א איד איז אין ארץ ישראל!! א איד אינדרויסן פון ארץ ישראל איז אין גלות, אפילו ווען ער ווייקט זיך אין מיליאנען. די נשמה פון א איד טרעפט איר רואיגקייט, איר פלאץ, נאר אין ארץ ישראל!!
פאר סאם ריזאן זעה איך אז ס'דא אזא מין יצר הרע וואס דרייט א קאפ פאר מענטשן צו זוכן סיבות פארוואס נישט צו מאכן עלייה. רוב זאכן זענען סתם אבי גערעדט.
נישט אז מען קען נישט אויסטרעפן סיבות. אבער טאמער מען פארגלייכט עס מיט די פראבלעמען פון אמעריקא שטעלט זיך ארויס אז אמעריקא איז סוף פסוק זייער א פראבלעמאטישע פלאץ!!
כ'האב פונקט גערעדט מיט איינעם וועגן עלייה. קיצור יענער האט גע'טענה'ט אז די טעקסעס זענען ממש אסאך.... (וואס ס'איז טאקע א פראבלעם אבער ס'האט נישט מיט ארץ ישראל נאר מיט די רעגירונג וואס מען האפט אז די אלע פאליסיס וועלן זיך טוישן, און ס'טוישט נישט די מציאות פון סגולת הארץ. אבער אויך אין די ענין פון טעקסעס איז אמעריקע ערגער!) למעשה האבן אונז אנגעהויבן מאכן א שטיקל חשבון שטעלט זיך ארויס אז אין מאנסי ווען מען רעכנט צאם אלע טעקסעס איז עס אסאך מער פון די טעקסעס אין ישראל. נעמענדיג אין חשבון די משוגענע הויכע פראפערטי טעקסעס, וואס מער ווייניגער מיינט עס אז איינער וואס קויפט א הויז אין ראקלענד קאונטי צאלט פשוט "רענט" פאר די רעגירונג!
ס'הייסט אזוי. בעצם די מציאות פון וואוינען אין ארץ ישראל איז נישט וועגן יא אדער נישט טעקסעס. ס'איז בעסער פאר א איד אויף אסאך העכערע לעוועל'ס. נאר למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז אפילו לגבי טעקסעס איז עס אסאך בעסער ווי מאנסי...
אבער פאר סאם ריזען איז דא מענטשן וואס זוכן צו קריטיקירן ארץ ישראל. כ'רעד נישט פון סאטמארע געשטימטע וואס צוליב זייער חינוך זענען זיי מער אויסגעשטעלט צו זוכן קריטיק לגבי דעי ענין, נאר אפילו סתם יונגעלייט וואס האבען גארנישט מיט סאטמאר, איז דא אזעלכע וואס זוכן קריטיק, ווען למעשה דעי זעלבע זאכן זענען אין אמעריקע אסאך ערגער.
א אנדערע תירוץ וואס מען הערט אסאך איז. ווען משיח וועט קומען וועט מען גיין קיין ארץ ישראל.... כ'פארשטיי נישט דעי שפראך.... זייט ווען האט די מצוה פון יישוב ארץ ישראל צו טוהן מיט משיח? ס'איז א מצוה וואס שטייט אין די תורה מסתם מער מאל פון אלע אנדערע מצוות!! אפשר זאל מען שאקלען לולב נאר ווען משיח קומט??
יא, ס'געווען צייטן וואס ס'געווען זייער שווער צו מאכן עלייה. סיי די וועגן זענען געווען זייער שווער און סיי ארץ ישראל איז ליידער געווען חרוב ונחרב, ס'כמעט נישט געווען קיין געהעריגע שטעט און א געהעריגע עקאנאמיע. אבער היינט ווען דער באשעפער האט געהאלפן און ארץ ישראל איז באזעצט דורך אידן, ס'דא שטעט און דערפער, פעלדער און גערטנער, א געהעריגע עקאנאמיע, און אזוי ווייטער, איז עס גאנץ א אנדערע מציאות פון אמאל.
וואוינען אין ארץ ישראל איז פונקט אזא מצוה ווי לייגן תפלין און ווי עסן מצה. און נאך אסאך מער, אזוי ווי חז"ל זאגן אז ס'איז שקולה כנגד כל המצוות. און היינטיגע צייטן איז עס א מציאות וואס איז שייך למעשה! ס'איז בכדי שיעשו פאר ווער עס וויל גענוג שטארק צו עולה זיין קיין ארץ ישראל!
כ'האב עכט נישט אזוי ליב צו סאך צו רעדן דערפון, ווייל א עכט טייערע און ווערדפולע זאך ברויך מען נישט "פארקויפן"... פארקערט, מענטשן דארפן עס נאכלויפן. אבער למעשה איז דא מענטשן וואס כאפן נישט די ענין, און מען דארף פרובירן צו אויפוועקן מענטשן צו די מצוה פון יישוב ארץ ישראל.
די ניו יארקער אידיש רעדענדע קאמיוניטיס זענען אביסעלע ברעינוואשט קעגן יישוב ארץ ישראל, ווייל למעשה די 3 אידישע צייטונגען אין ניו יארק זענען סאטמארע צייטונגען און ווי נישט ווי האט עס א שטיקל השפעה אויף די געדאנקען גאנג אין די ניו יארקער אידיש רעדענדע קאמיוניטיס.
אבער לא עת לחשות. ס'איז צייט דער עולם זאל זיך געבן א שאקל און אנהייבן טראכטן פון קומען אהיים. גענוג געווען דאס וואנדערן כמעט צוויי טויזענט יאר אין פרעמדע לענדער. ס'איז צייט צו קומען אהיים צו אונזער לאנד!! צו די לאנד וואס דער באשעפער האט אונז געגעבן.
ס'דא נאך אסאך צו רעדן דערפון. ועוד חזון למועד. אבער למעשה אידעלאך טייערע, ערוועקט אייער בענקעניש צו אונזער אמת'ער היים. ווילאנג נאך וועט מען זיין ווי פארלוירענע שעף אין ווייטע פרעמדע לענדער. קומט אידעלאך אהיים. דערווארימט אייער הארץ אונטער די פליגלעך פון די שכינה וואס ווארט אירע קינדער זאלן צוריקקומען צו איר!!
שוש תשיש ותגל העקרה בקיבוץ בניה לתוכה בשמחה. ברוך אתה ה' משמח ציון בבניה.
ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים, אמן.
Re: ס'צייט צו קומען אהיים ! קיין ארץ ישראל !
נאך נישט געליינט דעם ארטיקל געלייקט האב איך עס ווארום ס’רירט אן דאס נאנסטע צום הארץ, אהיימגיין.
לאמיר אהיימגיין.
Re: ס'צייט צו קומען אהיים ! קיין ארץ ישראל !
פון א מאטריאליסטישע שטאנדפונקט איז אמעריקא א בעסערע פלאץ צי וואוינען, כ׳ווייס ס׳נישט קיל צי זאגן אבער דאס איז די מציאות.
אבער ס׳דא אסאך אנדערע גוטע סיבות צי גיין וואוינען אויף ארץ ישראל.
1. ארץ אשר תמיד עיני אלוקיך בה
2. מדינת ישראל איז די פערטע צופרידענסטע לאנד אויפן וועלט
3. ישראלים זענען Fun מענטשן
4. ספיריטואליטי איז אין די אטמאספער
5. די וועלטס בעסטע ישיבות
6. פילסט דיך ווי א boss אין דיין לאנד און נישט ווי א אורח ביים גוי
7. כשר׳ע מקדונעלד׳ס און בכלל אלעס איז כשר
Re: ס'צייט צו קומען אהיים ! קיין ארץ ישראל !
ווילאנג טישוס מיט מילך קומען אין בעגס, סעסעמיס איז ארויפגעשמירט אויף יעדע געבעקס חוץ סעסעמי טשיקן, און מען דארף נעמען צוויי פלעסטיק טעלערס אז די עסן זאל נישט דורכרינען, בלייב איך מיר דא אינעם באקוועמען אמעריטשקע.
א"י איז פיין צו באזיכן, אדער גיין לערנען אין די בחורישע יארן, אבער נישט אויף צו וואוינען.
לאז אידן לעבן ווי זיי זענען נאר, ס'איז דא נאך מצוות וואס זענען שקולה כנגד כל המצוות, ווען משיח וועט קומען וועט מען ארויפגיין קיין א"י.
Re: ס'צייט צו קומען אהיים ! קיין ארץ ישראל !
קהל'ס נער #
פון א מאטריאליסטישע שטאנדפונקט איז אמעריקא א בעסערע פלאץ צי וואוינען, כ׳ווייס ס׳נישט קיל צי זאגן אבער דאס איז די מציאות.
מאטריאליזם ברענגט גארנישט, נישט צופרידנקייט, סיפוק אדער א רחבות דעת, איז צו וואס עס נאכלויפן?
Re: ס'צייט צו קומען אהיים ! קיין ארץ ישראל !
קהל'ס נער #
פון א מאטריאליסטישע שטאנדפונקט איז אמעריקא א בעסערע פלאץ צי וואוינען, כ׳ווייס ס׳נישט קיל צי זאגן אבער דאס איז די מציאות.
אבער ס׳דא אסאך אנדערע גוטע סיבות צי גיין וואוינען אויף ארץ ישראל.
1. ארץ אשר תמיד עיני אלוקיך בה
2. מדינת ישראל איז די פערדע צופרידענסטע לאנד אויפן וועלט
3. ישראלים זענען Fun מענטשן
4. ספיריטואליטי איז אין די אטמאספער
5. די וועלטס בעסטע ישיבות
6. פילסט דיך ווי א boss אין דיין לאנד און נישט ווי א אורח ביים גוי
7. כשר׳ע מקדונעלד׳ס און בכלל אלעס איז כשר
8. העלטקעיר און געזונטהייט איז אר''י די 8'סטע אין די וועלט.
9. ביליגערע יישובים, מיט גוטע טרענספאטעישן פאר די וואס דרייוון נישט, למשל ביינונז פרויען.
10. קלימאט איז געשמאק מינימום 8 חדשים א יאר.
11. קענסט וואקעישענען געשמאק, אלעס מיט א קאר דרייוו
12. נישטא די אמעריקאנע פעיר פרעשור, און אבסעסיע פון 'זיין סוקסעספול'
13. אייקיו און עדיוקאציע זענען פון די העכסטע אין די וועלט.
14. אביסל אזוי ווי נומער 6, א יו''ט איז א יו''ט, נישטא קיין ביזנעס, באנק, די גאס לעבט פונקט ווי קריסטמעס אין אמעריקא, מיט גאווערמענט געספאנסערטע קאנצערטן, טישן, און וואס נישט. א איד צווישן אידן, אינעם אידישן לאנד.
רוב פון די זאכן דא זענען גשמיות'דיג. איך ווייס נישט פון וועלכע מאטריאליסטישע שטאנדפונקטן דו רעדסט, אויב דו מיינסט די עקא שיך מיט די שוויציגע וואלענע זשי. ענד זשי סוט'ס, אדער זיך רייסן מיט אפאר מעקסיקאנע טענענט'ס, איז לאז דיך אפ פון דעם....
Re: ס'צייט צו קומען אהיים ! קיין ארץ ישראל !
אלע צוזאמען #
מאטריאליזם ברענגט גארנישט, נישט צופרידנקייט, סיפוק אדער א רחבות דעת, איז צו וואס עס נאכלויפן?
מאטריאליזם איז אין א געוויסן זון אן עדיקשן, פונקט ווי אלעס וואס א מענטש געוואוינט זיך צו, ס'ברענגט אים טאקע גארנישט, אבער ער קען נישט אראפקריכן פון דעם.
Re: ס'צייט צו קומען אהיים ! קיין ארץ ישראל !
אלע צוזאמען #
מאטריאליזם ברענגט גארנישט, נישט צופרידנקייט, סיפוק אדער א רחבות דעת, איז צו וואס עס נאכלויפן?
פאר איינער וואס קוקט אן מאטריאליזם ווי א אמצעי איז עס טאקע גארנישט ווערט ווייל ס׳ברענגט נישט גארנישט, אבער ביי מיר איז מאטריאליזם א מטרה.
Re: ס'צייט צו קומען אהיים ! קיין ארץ ישראל !
דערהויבענע איד #
רוב פון די זאכן דא זענען גשמיות'דיג. איך ווייס נישט פון וועלכע מאטריאליסטישע שטאנדפונקטן דו רעדסט, אויב דו מיינסט די עקא שיך מיט די שוויציגע וואלענע זשי. ענד זשי סוט'ס, אדער זיך רייסן מיט אפאר מעקסיקאנע טענענט'ס, איז לאז דיך אפ פון דעם....
גיי לערן א
@דערהויבענע איד גשמיות…… 😂
Re: ס'צייט צו קומען אהיים ! קיין ארץ ישראל !
עס איז א screwed up לאנד. קארופטירט פון אויבן ביז אונטן. מענטשן עסן זיך אויף איינער דעם אנדערן. מען קריגט זיך אויף טריט און שריט. די מענטשן וואס וואוינען דארט ווילן זיך ארויס זעהן פון דארט. די רעגירונג עסט אויף די מענטשן לעבעדיגערהייט. רוב מענטשן קומען נישט אויס דעם חודש אפילו די וואס ארבעטן. עס איז א לאנד וואו די עליטע קען טוהן וואס זיי ווילן און א געווענטליכער מענטש קען נישט אנקומען דארט זייער ווייט. רובא דרובא מענטשן וואוינען דארט אין צאמגעשטיפטע שטעט ווי אין שטייגן. די בעיסיק קאסט אף ליווינג דארט פאר עסן און האוזינג עסט אויף די גאנצע אינקאם. אפילו פאר א פרייער ווענדט זיך אין וועלכע קלאס ער פאלט אריין און לויט דעם ווענדט זיך זיינע מעגלעכקייטן אנצוקומען. עס איז באקאנט אז אויב באלאנגט מען צו די עליטע וועלן די קינדער אנקומען צו די בעסטע און חשוב'סטע פאזיציעס אין מיליטער און די רעגירונג. אלעס באלאנגט פאר א פאר מאנאפאלן און קיינער קען זיי נישט דורכברעכן. די בג''ץ וואס איז די פאקטישע רעגירונג דארט איז אין די קעשענע פון די עליטע. אין אזא לאנד זאלן מיינע שונאים וואוינען.
די מדינה האט געהאלטן זייער נאענט צו א בירגער קריג און חאמאס האט זיי געראטעוועט.
עס איז א מחיה פאר אן אמעריקאנער איד צוגיין אהין פאר וועקעישן אבער ביטער פאר אן אמעריקאנער איד וואס איז נישט קיין עושר צו מופן אהין און אנהאלטן די מינימום סטאנדארט צו וואס ער איז צוגעוואוינט.
פאר איינער וואס זיין הארץ איז שטארק פארליבט אינעם לאנד און איז גרייט לכבוד דעם צו מקריב זיין זיך און זיין משפחה'ס באקוועמלעכקייט, זאל אים וואויל באקומען. סוף כל סוף דארף איך דאך האבן מנין און כשר'ס ווען איך פאר אהין אויף וועקעישן.
Re: ס'צייט צו קומען אהיים ! קיין ארץ ישראל !
קהל'ס נער #
פון א מאטריאליסטישע שטאנדפונקט איז אמעריקא א בעסערע פלאץ צי וואוינען, כ׳ווייס ס׳נישט קיל צי זאגן אבער דאס איז די מציאות.
אבער ס׳דא אסאך אנדערע גוטע סיבות צי גיין וואוינען אויף ארץ ישראל.
1. ארץ אשר תמיד עיני אלוקיך בה
2. מדינת ישראל איז די פערדע צופרידענסטע לאנד אויפן וועלט
3. ישראלים זענען Fun מענטשן
4. ספיריטואליטי איז אין די אטמאספער
5. די וועלטס בעסטע ישיבות
6. פילסט דיך ווי א boss אין דיין לאנד און נישט ווי א אורח ביים גוי
7. כשר׳ע מקדונעלד׳ס און בכלל אלעס איז כשר
איך הייב אן מיט #7 די איבעריגע וועט שוין נאכפאלגן...
Re: ס'צייט צו קומען אהיים ! קיין ארץ ישראל !
yatzmachp #
עס איז א screwed up לאנד. קארופטירט פון אויבן ביז אונטן. מענטשן עסן זיך אויף איינער דעם אנדערן. מען קריגט זיך אויף טריט און שריט. די מענטשן וואס וואוינען דארט ווילן זיך ארויס זעהן פון דארט. די רעגירונג עסט אויף די מענטשן לעבעדיגערהייט. רוב מענטשן קומען נישט אויס דעם חודש אפילו די וואס ארבעטן. עס איז א לאנד וואו די עליטע קען טוהן וואס זיי ווילן און א געווענטליכער מענטש קען נישט אנקומען דארט זייער ווייט. רובא דרובא מענטשן וואוינען דארט אין צאמגעשטיפטע שטעט ווי אין שטייגן. די בעיסיק קאסט אף ליווינג דארט פאר עסן און האוזינג עסט אויף די גאנצע אינקאם. אפילו פאר א פרייער ווענדט זיך אין וועלכע קלאס ער פאלט אריין און לויט דעם ווענדט זיך זיינע מעגלעכקייטן אנצוקומען. עס איז באקאנט אז אויב באלאנגט מען צו די עליטע וועלן די קינדער אנקומען צו די בעסטע און חשוב'סטע פאזיציעס אין מיליטער און די רעגירונג. אלעס באלאנגט פאר א פאר מאנאפאלן און קיינער קען זיי נישט דורכברעכן. די בג''ץ וואס איז די פאקטישע רעגירונג דארט איז אין די קעשענע פון די עליטע. אין אזא לאנד זאלן מיינע שונאים וואוינען.
די מדינה האט געהאלטן זייער נאענט צו א בירגער קריג און חאמאס האט זיי געראטעוועט.
עס איז א מחיה פאר אן אמעריקאנער איד צוגיין אהין פאר וועקעישן אבער ביטער פאר אן אמעריקאנער איד וואס איז נישט קיין עושר צו מופן אהין און אנהאלטן די מינימום סטאנדארט צו וואס ער איז צוגעוואוינט.
פאר איינער וואס זיין הארץ איז שטארק פארליבט אינעם לאנד און איז גרייט לכבוד דעם צו מקריב זיין זיך און זיין משפחה'ס באקוועמלעכקייט, זאל אים וואויל באקומען. סוף כל סוף דארף איך דאך האבן מנין און כשר'ס ווען איך פאר אהין אויף וועקעישן.
די גמרא זאגט אז די פייגל ”ראה” איז עומדת בבבל ורואה נבילה בארץ ישראל, דאס איז טאקע א טמא’נע פייגל, דו קענסט זען ביז א”י און די איינציגסטע זאך וואס דו זעסט איז א נבילה?
די שנאה וואס סאטמאר לייגט אריין קעגן ציונים גיסט זיך איבער קעגן די הייליגע לאנד ארץ ישראל (נישט מדינת ישראל)
רעדן בגנותה של א”י איז גאר א הארבע זאך, פארשטייט זיך אז א מדינה געפירט דורך אידעלעך האט אזא פנים ווי די דריטע טאג יו”ט אין ביהמ”ד.
די מעלות פון א”י איז בכל הענינים סאך בעסער ווי חו”ל, קודם כל איז דאך א”י די לאנד אשר תמיד עיני ה’ אלוקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה, אידן האבן אייביג געלעכצט זיך צוריק קערן קיין א”י, יעדן טאג בעטן מיר ביים דאווענען אז מ’זאל זוכה זיין זיך צוריק קערן, לאידך גיסא איז כל הדר בחו”ל דומה כמי שאין לו אלוקי.
די גשם פון אמעריקע איז נישט קיין פארגלייך בכלל, די אידן אין א”י לעבן אויף סאך א פשוטע’רע סטאנדארט.
אפי’ בעל בתיש גערעדט איז א”י סאך חשובער, לדוגמא די פראבלעם פון אסימילאציע איז סאך ערגער און חו”ל, די עולם התורה איז בכלל נישט קיין פארגלייך, די עידית שבחו”ל קומט נישט צי צו די בינונית שבא”י והדברים ידועים.
נאר וואס דען ? סאיז שווער בגשמיות פאר אסאך מענטשן זיך אויפצוהייבן אין מופן צו א נייע לאנד, זוכט מען התירים מיט תירוצים.
Re: ס'צייט צו קומען אהיים ! קיין ארץ ישראל !
תניא בניחותא #
די גמרא זאגט אז די פייגל ”ראה” איז עומדת בבבל ורואה נבילה בארץ ישראל, דאס איז טאקע א טמא’נע פייגל, דו קענסט זען ביז א”י און די איינציגסטע זאך וואס דו זעסט איז א נבילה?
די שנאה וואס סאטמאר לייגט אריין קעגן ציונים גיסט זיך איבער קעגן די הייליגע לאנד ארץ ישראל (נישט מדינת ישראל)
רעדן בגנותה של א”י איז גאר א הארבע זאך, פארשטייט זיך אז א מדינה געפירט דורך אידעלעך האט אזא פנים ווי די דריטע טאג יו”ט אין ביהמ”ד.
וואו קומט סאטמאר דא אריין? איך האב געשריבן זאכן וואס זענען אמת און ניטאמאל האסטו מיר פראבירט צו אויפקלערן אז מיינע פאקטן זענען נישט אמת.
איך האב נישט גערעדט קיין גנות פון "ארץ" ישראל, איך האב פארציילט ווי אזוי די מענטשן "פירן" דאס לאנד און ווי אזוי זיי פירן זיך אויף.
איך האב קלאר גערעדט פון די גשמיות איך האב אפילו נישט פראבירט עס צו באהאלטן. די ברכה וואס די תורה געט פאר די אידן איז אויך גשמיות.
די סיבה פארוואס די גשמיות אין ארץ ישראל איז ערגער ווי אמעריקע איז טאקע וועגן די וועג ווי אזוי די לאנד פירט זיך נישט ווייל זיי זענען הייליגער. זיי קענען נישט האבן אונזער גשמיות מאכט מען שוין א הייליגקייט דערפון.
אלע אנדערע זאכן וואס דו שרייבסט איז גוט פאר וועם עס איז וויכטיג אין זיין טאג טעגליכן לעבן. פאר וועם נישט קען פארן א פאר מאל א יאר און זיך מחיה זיין מיט וואס ער זיכט, רוחניות אדער גשמיות.
פארקערט, איך encourage יעדעם וואס פילט אז די מעלות וואס דו האסט אויסגערעכנט רעדט צו זיין נשמה זאל טאקע מאכן עליה. ער קען קומען דא נאך געלט ווען עס פעלט אויס און איך בין זיכער אז מען וועט פראבירן אים צו העלפן. פארגעסט נישט, די חוץ לארץ טוריסטן דארפן האבן אז ארץ־ישראל זאל בלייבן ווי אזוי עס איז אז מען זאל עס קענען ענדזשויען.
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
No disrespect to you
כ’האב נאר ארויסגעברענגט אז ווען מ’רעדט פון ארצינו הקדושה דארף די מעין פאוקוס זיין אז ”טובה הארץ מאוד מאוד”
Re: ס'צייט צו קומען אהיים ! קיין ארץ ישראל !
קהל'ס נער #
1. ארץ אשר תמיד עיני אלוקיך בה
אבער לעצטנס שלאפט ער טיף 😞
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
נתן בו עיניו ונעשה עזה גל של עצמות

וואלווי #
נתן בו עיניו ונעשה עזה גל של עצמות
על דא ודאי קא בכינא
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
די נומבער איינס סיבה פארוואס ארץ ישראל איז נישט אויף מיין ליסטע איז סעיפטי. ווען דאס וועט זיין מסודר וועט מען וועגן מעלות און חסרונות.
Re: ס'צייט צו קומען אהיים ! קיין ארץ ישראל !
צקון לחש #
קהל'ס נער #
1. ארץ אשר תמיד עיני אלוקיך בה
אבער לעצטנס שלאפט ער טיף 😞
דאס וואס דו שרייבסט איז ריין דברי כפירה און אפילו נישט גוט פאר א דזשאוק. איך וואלט דיך חוסם געווען אויב נישט פאר אייביג כאטש פאר א שטיק צייט. איך האף אז די מנהלים וועלן קעיר נעמען.
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
עורה למה תישן ה'
דוד, דו שרייבסט ריין כפירה, איך וואלט דיך חותם געוועהן
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
סקעפטיקער #
די נומבער איינס סיבה פארוואס ארץ ישראל איז נישט אויף מיין ליסטע איז סעיפטי. ווען דאס וועט זיין מסודר וועט מען וועגן מעלות און חסרונות.
דאס איז גראדע די קלענסטע קאנסערן, יא ס׳טאקע דא מסוכן׳דיגע געגענטער, אבער אין ג׳ענעראל איז עס זייער סעיף.
ס׳איז אזויווי צי זאגן אז מאנסי איז נישט סעיף ווייל אין בראנקס רצח׳ט מען זיך איינער די אנדערע אויף א טעגליכע באזיץ.
Re: ס'צייט צו קומען אהיים ! קיין ארץ ישראל !
yatzmachp #
עס איז א screwed up לאנד. קארופטירט פון אויבן ביז אונטן. מענטשן עסן זיך אויף איינער דעם אנדערן. מען קריגט זיך אויף טריט און שריט. די מענטשן וואס וואוינען דארט ווילן זיך ארויס זעהן פון דארט. די רעגירונג עסט אויף די מענטשן לעבעדיגערהייט. רוב מענטשן קומען נישט אויס דעם חודש אפילו די וואס ארבעטן. עס איז א לאנד וואו די עליטע קען טוהן וואס זיי ווילן און א געווענטליכער מענטש קען נישט אנקומען דארט זייער ווייט. רובא דרובא מענטשן וואוינען דארט אין צאמגעשטיפטע שטעט ווי אין שטייגן. די בעיסיק קאסט אף ליווינג דארט פאר עסן און האוזינג עסט אויף די גאנצע אינקאם. אפילו פאר א פרייער ווענדט זיך אין וועלכע קלאס ער פאלט אריין און לויט דעם ווענדט זיך זיינע מעגלעכקייטן אנצוקומען. עס איז באקאנט אז אויב באלאנגט מען צו די עליטע וועלן די קינדער אנקומען צו די בעסטע און חשוב'סטע פאזיציעס אין מיליטער און די רעגירונג. אלעס באלאנגט פאר א פאר מאנאפאלן און קיינער קען זיי נישט דורכברעכן. די בג''ץ וואס איז די פאקטישע רעגירונג דארט איז אין די קעשענע פון די עליטע. אין אזא לאנד זאלן מיינע שונאים וואוינען.
די מדינה האט געהאלטן זייער נאענט צו א בירגער קריג און חאמאס האט זיי געראטעוועט.
אמעריקא למשל איז א פריינטליך אוועקגעשטעלטע לאנד, אן קיין קארופציע אדער שנאה איינער צום צווייטן. ווי שטארק פאליטיק זאל נאר נישט זיין, פארגינט מען זיך, און די צוויי פארטייען לעבן בשלום איינער מיטן צווייטן.
רוב מענטשן עסט נישט זייער אינקאם אויף פאר האויזינג און עסן, און מ'זעט טאקע ווי היימישע אידן האבן ברווח אוועקצולייגן סעיווינגס, ס'דא אפשר 10 פראצענט וואס האט נישט מיט וואס חתונה צו מאכן.
אזוי אויך ניו יארק סיטי איז דא גענוג פלאץ פאר קינדער געבענטשטע משפחות, און אויב איינער וויל דווקא וואוינען אין די סובערב'ס קען ער מופן קיין מאנסי ווי די אינפארסטראקשער איז מורא'דיג צוגעשטעלט, די ראויד'ס סעיף און גראד, און בכלל איז די לעבן רואיג.
וואס דרייסטו א קאפ...

עורה למה תישן ה' Vs הנה לא ינום ולא ישן,
כ'דארף א תירוץ ביז 10 מינוט אדער געב איך מיין מעשר פארן גלח.

משה רבקש #

דער גלח האט דיר שוין פארענטפערט אלע קשיות אויף קריסטן? אדער ביי די נעקסט דיבעיט קומסטו צוריק צי די אידן ?

ווענט זיך וויאזוי מ'פורט זיך אויף,
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
משה רבקש #
עורה למה תישן ה' Vs הנה לא ינום ולא ישן,
כ'דארף א תירוץ ביז 10 מינוט אדער געב איך מיין מעשר פארן גלח.
ער שלאפט נישט, ער כאפט נאר א דרימל
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
@וואלווי והא לא ינום כתיב?
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
משה רבקש #
עורה למה תישן ה' Vs הנה לא ינום ולא ישן,
כ'דארף א תירוץ ביז 10 מינוט אדער געב איך מיין מעשר פארן גלח.
ס'איז שוין נאך צען מינוט, אבער דאס זאגט די מדרש ילקוט שמעוני תהלים תתע"ט:
הנה לא ינום ולא יישן. תנן התם אף הוא בטל את המעוררין, מאי מעוררין, אמר רחבה בכל יום ויום היו לוים עומדין על הדוכן ואומרים עורה למה תישן, אמר להם וכי יש שיננה לפני המקום והלא כבר נאמר הנה לא ינום ולא יישן, אלא בזמן שישראל שרויים בצער ועו"א בשלוה לכך נאמר עורה למה תישן (כתוב במלכים ברמז ק"ד ובאיכה ברמז תתכ"ג):
______________
רעדענדיג פון גלחים....
די "תנן התם אף "הוא" ביטל את המעוררין" גייט ארויף אויף יוחנן כהן גדול. You're in good company...

שעפטאל #
@וואלווי והא לא ינום כתיב?
כוונתי כדאמרי אינשי אז א רבי שלאפט נישט, ער שפארט זיך צו
Re: ס'צייט צו קומען אהיים ! קיין ארץ ישראל !
דערהויבענע איד #
yatzmachp #
עס איז א screwed up לאנד. קארופטירט פון אויבן ביז אונטן. מענטשן עסן זיך אויף איינער דעם אנדערן. מען קריגט זיך אויף טריט און שריט. די מענטשן וואס וואוינען דארט ווילן זיך ארויס זעהן פון דארט. די רעגירונג עסט אויף די מענטשן לעבעדיגערהייט. רוב מענטשן קומען נישט אויס דעם חודש אפילו די וואס ארבעטן. עס איז א לאנד וואו די עליטע קען טוהן וואס זיי ווילן און א געווענטליכער מענטש קען נישט אנקומען דארט זייער ווייט. רובא דרובא מענטשן וואוינען דארט אין צאמגעשטיפטע שטעט ווי אין שטייגן. די בעיסיק קאסט אף ליווינג דארט פאר עסן און האוזינג עסט אויף די גאנצע אינקאם. אפילו פאר א פרייער ווענדט זיך אין וועלכע קלאס ער פאלט אריין און לויט דעם ווענדט זיך זיינע מעגלעכקייטן אנצוקומען. עס איז באקאנט אז אויב באלאנגט מען צו די עליטע וועלן די קינדער אנקומען צו די בעסטע און חשוב'סטע פאזיציעס אין מיליטער און די רעגירונג. אלעס באלאנגט פאר א פאר מאנאפאלן און קיינער קען זיי נישט דורכברעכן. די בג''ץ וואס איז די פאקטישע רעגירונג דארט איז אין די קעשענע פון די עליטע. אין אזא לאנד זאלן מיינע שונאים וואוינען.
די מדינה האט געהאלטן זייער נאענט צו א בירגער קריג און חאמאס האט זיי געראטעוועט.
אמעריקא למשל איז א פריינטליך אוועקגעשטעלטע לאנד, אן קיין קארופציע אדער שנאה איינער צום צווייטן. ווי שטארק פאליטיק זאל נאר נישט זיין, פארגינט מען זיך, און די צוויי פארטייען לעבן בשלום איינער מיטן צווייטן.
רוב מענטשן עסט נישט זייער אינקאם אויף פאר האויזינג און עסן, און מ'זעט טאקע ווי היימישע אידן האבן ברווח אוועקצולייגן סעיווינגס, ס'דא אפשר 10 פראצענט וואס האט נישט מיט וואס חתונה צו מאכן.
אזוי אויך ניו יארק סיטי איז דא גענוג פלאץ פאר קינדער געבענטשטע משפחות, און אויב איינער וויל דווקא וואוינען אין די סובערב'ס קען ער מופן קיין מאנסי ווי די אינפארסטראקשער איז מורא'דיג צוגעשטעלט, די ראויד'ס סעיף און גראד, און בכלל איז די לעבן רואיג.
וואס דרייסטו א קאפ...
אדרבה מוף קיין ארץ ישראל און איך וועל דיך גערן נעמען אלס א טור גייד ווען איך פאר אהין אויף וועקעישן. ווען דו וועסט קומען אהער נאך געלט וועסטו קענען איינשטיין ביי מיר.
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
מד"י איז לכאורה דאס איינציג לאנד וואס ווען ס'ברעכט אויס א מלחמה איז דא מער פלייטס אוף אהין ווי אויף פארקערט
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
וואלווי #
משה רבקש #
עורה למה תישן ה' Vs הנה לא ינום ולא ישן,
כ'דארף א תירוץ ביז 10 מינוט אדער געב איך מיין מעשר פארן גלח.
ס'איז שוין נאך צען מינוט, אבער דאס זאגט די מדרש ילקוט שמעוני תהלים תתע"ט:
הנה לא ינום ולא יישן. תנן התם אף הוא בטל את המעוררין, מאי מעוררין, אמר רחבה בכל יום ויום היו לוים עומדין על הדוכן ואומרים עורה למה תישן, אמר להם וכי יש שיננה לפני המקום והלא כבר נאמר הנה לא ינום ולא יישן, אלא בזמן שישראל שרויים בצער ועו"א בשלוה לכך נאמר עורה למה תישן (כתוב במלכים ברמז ק"ד ובאיכה ברמז תתכ"ג):
______________
רעדענדיג פון גלחים....
די "תנן התם אף "הוא" ביטל את המעוררין" גייט ארויף אויף יוחנן כהן גדול. You're in good company...
יישר כוחכם
איך האב געקענסלד די פאנדס.
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
תניא בניחותא #
משה רבקש #
עורה למה תישן ה' Vs הנה לא ינום ולא ישן,
כ'דארף א תירוץ ביז 10 מינוט אדער געב איך מיין מעשר פארן גלח.
דער גלח האט דיר שוין פארענטפערט אלע קשיות אויף קריסטן? אדער ביי די נעקסט דיבעיט קומסטו צוריק צי די אידן ?
איכעל אים געבן א טשאנס.
בד''וו דער גלח גלייבט אויך אין די 2 פסוקים.

די חילוק איז נאר, אז דעם גלח באדערט בכלל נישט אז די פסוק שטימט נישט...
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
כ'בין שאקירט פון די שנאה און די ביליגע גרינגשעצונג פון געוויסע תגובות לגבי ארץ ישראל.
ס'איז נישט די אמת'דיגע מציאות. מען ברויך קוקן אויף די גאנצע בילד. איך וואוין שוין איבער 9 יאר אין ארץ ישראל, ס'איז געווען די בעסטע ניין יאר פון מיין לעבן, אויך בגשמיות!
לויט מיין מיינונג איז ארץ ישראל די בעסטע פלאץ פאר א איד. די עתיד פון כלל ישראל איז ארץ ישראל, נישט אמעריקע.
מ'האמיר אלע געזעהן וויזוי גלות אייראפע האט זיך געענדיגט, מיט איין גרויסע בארג פון אש!!! אלעס איז געגאנגען לטמיון, די גשמיות מיט די רוחניות צוזאמען. דעי וואס זענען געווען אין ארץ ישראל האבן געהאט א המשך!
אבער כ'האלט נישט אז מען דארף פרובירן איבעררעדן ד וואס זענען ממש אקעגן. זיי קענען בלייבן אין אמעריקע.
אבער די וואס זענען מסופק, פאר די וויל איך זאגן "טובה הארץ מאוד מאוד"!! גלייבט נישט די וואס זאגן אנדערש. אין די עכטע מציאות פון לעבן זענען זאכן זיך מסדר בעסער פאר א איד אין ארץ ישראל!
ס'דא אין ארץ ישראל וויפיל גשמיות מען וויל. און וואס מען האט, ענדזשויט מען מער דא!!! די לופט איז געשמאקער. די מציאות איז בעסער.
זיכער ס'דא וואס לעבן אויף א אופן פון מסתפק במועט, אבער ס'איז בעיקר ווייל זיי ווילן אזוי. ס'דא אין אמעריקע אויך אזעלכע. קיינער קען זיי נישט איינטיילן וויזוי צו לעבן. אבער פון די צווייטע זייט איז דא דתיים און אפילו חרדים וואס לעבן זיך זייער גוט און פיין, אפילו מיט גשמיות.
זיכער זענען דא זאכן וואס דארפן בעסערונג. בפרט לגבי די ממשלה און רעגירונג פאליסיס וכו', אבער דאס איז זייטיגע זאכן. למעשה איז די לעבן פון א איד בדרך כלל אויף א בעסערע מצב אין ארץ ישראל ווי אין חוץ לארץ!!
חוץ לארץ איז ווי א אשה זונה. ארץ ישראל איז די אמת'דיגע באשערטע פאר כלל ישראל. און זי איז א יפה תואר ויפה מראה!
איינער קען אמאל הנאה האבען פון א זונה, אבער יעדער ווייסט אז זי מיינט נאר זיך. צום סוף אלע וואס דרייען זיך מיט זונה'ס זענען לוזער'ס!
ארץ ישראל איז גוט פאר כלל ישראל און כלל ישראל איז גוט פאר ארץ ישראל. ווי מער אידן וועלן אהיימקומען וועט עס זיין בעסער סיי פאר כלל ישראל און סיי פאר ארץ ישראל.
התנערי מעפר, קומי לבשי בגדי תפארתך עמי!!
כי נחם ה' ציון, נחם כל חרבותיה, וישם מדברה כעדן וערבתה כגן ה'!
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
ישי שטיינמעץ #
מ'האמיר אלע געזעהן וויזוי גלות אייראפע האט זיך געענדיגט ! מיט איין גרויסע בארג פון אש !!! אלעס איז געגאנגען לטמיון די גשמיות מיט די רוחניות ציזאמען
משא''כ?
אר''י איז טאקע א אידישע לאנד אבער היסטאריע האט געוויזן אז דער גאראנטי האט טערמס און קאנדישנס.
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
פראבלעם איז אז אין ארץ ישראל איז דער חרדישער ציבור א סאך מער קאנטראלירט און מצומצם. ס׳לוינט צו מאכן עליה און אהננעמען יאנג איזראעל אדער yu אידישקייט. דאס זיכער.

כ"ק אדמו"ר מאשלג שליט"א פון בני ברק האט אויפגעפאדערט פון די חסידים צו זאפארט פארלאזן ארץ ישראל צוליב א גרויסע סכנה וואס לויערט אויף די לאנד, דער רבי שליט"א האט פארציילט אז זיין פאטער זצ"ל איז איהם געקומען אין חלום און דערפאר בעט ער יעדער צו פארלאזן דאס לאנד פאר די קומעדיגע שטיק צייט.
עטליכע פאמיליעס האבן שוין די וואך פארלאזט ארץ ישראל קיין אונגארן צו א דירות קאמפלעקס וואס איז אפגעדינגען געווארן דורך די עסקנים, און לויטן פלאן וועט דער רבי שליט"א אויך אהינפארן קומעדיגע וואך.
חסידים ווייזן אהן אז פארן קריג האט זיין זיידע דער בעל הסולם זיצ"ל אראנזשירט א גרופע פון 300 משפחות פון פוילן צו ארויפפארן קיין ארץ ישראל צוליב די סכנה פון היטלער ימ"ש, און נאך קענגערשאפט אז דאס איז צוליב ציוניזם זענען בלויז 20 משפחות געפארן און טאקע נאר זיי זענען געראטעוועט געווארן.
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
אויב אלע וויזניצער וועלן צירוק פארן קיין וויזניץ
און אלע סאטמארער וועלן צירוק פארן קיין סאטמאר
און אלע בעלזער וועלן צירוק פארן קיין בעלזא
אויב אזוי ווי פארט אשלג?
מ'דארף זיך נישט זארגן??

תורה ומדע #
פראבלעם איז אז אין ארץ ישראל איז דער חרדישער ציבור א סאך מער קאנטראלירט און מצומצם. ס׳לוינט צו מאכן עליה און אהננעמען יאנג איזראעל אדער yu אידישקייט. דאס זיכער.
ס'מאכט זיך שוין היינט קהילות פון עולים און אנדערע וואס זענען נישט אונטער די קאנטראל פון די אלגעמיינע חרדישער פירערשאפט. ווי מער עולים אלץ וועט עס ווערען מער עסטעבלישט !
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
חז"ל זאגן (שבת לב.) לעולם אל יעמוד אדם במקום סכנה לומר שעושין לו נס שמא אין עושים לו נס ואם עושין לו נס מנכין לו מזכיותיו.
לעניית דעתי: א לאנד וועלכע ס'פליען דארט ראקעטן כמעט אויף א טעגליכע פארנעם. און יא אפילו אין די אזויגערופענע "זיכערע" געגנטער ירושלים און אין תל אביב פייפן די סירענעס, און מען ברויכט אריין לויפן אין א באמבע שעלטער. דאס הייסט א מקום סכנה. כ'רעד שוין נישט פונע'ם פאקט אז חיזבאלא שיסט אריין מיסילס און הרג'ט מענטשן אויף א טעגליכע פארנעם - נאך איידער א אפיציעלע קריג האט אויסגעבראכן היל"ת. א לאנד וואס ליידט שטענדיג פון טעראר אטאקעס און איז אין מלמחה יעדע פאר יאר... come on
Re: ס'צייט צו קומען אהיים ! קיין ארץ ישראל !
ישי שטיינמעץ #
כ'האב פונקט גערעדט מיט איינעם וועגן עלייה. קיצור יענער האט גע'טענה'ט אז די טעקסעס זענען ממש אסאך.... (וואס ס'איז טאקע א פראבלעם אבער ס'האט נישט מיט ארץ ישראל נאר מיט די רעגירונג וואס מען האפט אז די אלע פאליסיס וועלן זיך טוישן אה מען האפט..., און ס'טוישט נישט די מציאות פון סגולת הארץ. אבער אויך אין די ענין פון טעקסעס איז אמעריקע ערגער!) למעשה האבן אונז אנגעהויבן מאכן א שטיקל חשבון שטעלט זיך ארויס אז אין מאנסי ווען מען רעכנט צאם אלע טעקסעס איז עס אסאך מער פון די טעקסעס אין ישראל. נעמענדיג אין חשבון די משוגענע הויכע פראפערטי טעקסעס, וואס מער ווייניגער מיינט עס אז איינער וואס קויפט א הויז אין ראקלענד קאונטי צאלט פשוט "רענט" פאר די רעגירונג!
ס'הייסט אזוי. בעצם די מציאות פון וואוינען אין ארץ ישראל איז נישט וועגן יא אדער נישט טעקסעס. ס'איז בעסער פאר א איד אויף אסאך העכערע לעוועל'ס. נאר למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז אפילו לגבי טעקסעס איז עס אסאך בעסער ווי מאנסי...
פארוואס האסטו פונקט גענומען מאנסי פאר א ראי'? אין אנדערע מקומות איז פיל פיל ביליגער.
אבער לא עת לחשות. ס'איז צייט דער עולם זאל זיך געבן א שאקל און אנהייבן טראכטן פון קומען אהיים. גענוג געווען דאס וואנדערן כמעט צוויי טויזענט יאר אין פרעמדע לענדער. ס'איז צייט צו קומען אהיים צו אונזער לאנד!! צו די לאנד וואס דער באשעפער האט אונז געגעבן. און האט אונז אויך פארטריבן פון דארט...
ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים, אמן.
וואס פעלט אויס צו בעטן די תפלה? זאגסט דאך אז ס'איז בכדי שיעשו יעדער זאל זיך אהינציען...
דערהויבענע איד #
א יו''ט איז א יו''ט, נישטא קיין ביזנעס, באנק, די גאס לעבט פונקט ווי קריסטמעס אין אמעריקא, מיט גאווערמענט געספאנסערטע קאנצערטן, טישן, און וואס נישט. א איד צווישן אידן, אינעם אידישן לאנד.
אי משום הא, קען איך גיין קרית יואל...
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
קהל'ס נער #
סקעפטיקער #
די נומבער איינס סיבה פארוואס ארץ ישראל איז נישט אויף מיין ליסטע איז סעיפטי. ווען דאס וועט זיין מסודר וועט מען וועגן מעלות און חסרונות.
דאס איז גראדע די קלענסטע קאנסערן, יא ס׳טאקע דא מסוכן׳דיגע געגענטער, אבער אין ג׳ענעראל איז עס זייער סעיף.
ס׳איז אזויווי צי זאגן אז מאנסי איז נישט סעיף ווייל אין בראנקס רצח׳ט מען זיך איינער די אנדערע אויף א טעגליכע באזיץ.
איך בין זיכער אז די אידן אין נתיבות האבן געגלייבט אז זיי זענען אין א פארזיכערטע פלאץ
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
משה רבקש #
אויב אלע וויזניצער וועלן צירוק פארן קיין וויזניץ
און אלע סאטמארער וועלן צירוק פארן קיין סאטמאר
און אלע בעלזער וועלן צירוק פארן קיין בעלזא
אויב אזוי ווי פארט אשלג?
מ'דארף זיך נישט זארגן??
א סולם צום הימל
(אגב, כמדומני אז איר זענט אויך פון בעלז?)
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
בימינו איז נישטא קיין מצות ישוב אר"י, נאר פאר ממש יחידי סגולה, ראיתי בני עליה והמה מועטים, (אווי תלמידי הגר"א והבעש"ט וכדומה) אבער סתם המון עם טארן נישט עולה זיין לאר"י בלויז אלס עליה. (חוץ אז ס'מאכט זיך זייטיגע אומשטענדן וואס פירט דעם מענטשן אהין מחמת סיבות וואס ער קען נישט קאנטראלירן) און זיכער טאר מען נישט רופן די מאסן צו עולה זיין. אפי' לפי שיטת הרמב"ן.

איך מיין אז די וויכיוח איז ווייניגער לאגיק, ווי פשוט'ע עקספיריענס און אייגענע פרעפרענסעס.
למשל איך וואלט געטשעלענטשט יעדער וואס האלט אז אמעריקא איז די עתיד פאר אידן, צו זיי זענען געווען אין הייליג לאנד פאר א לענגערע תקופה - למשל געלערנט דארטן א זמן - אדער די איינציגסטע פלאץ ווי זיי קענען אר''י איז פון זיך איינמאל אריינטובל'ן אין מירון פאר א שבת, אדער ניטאמאל דאס.
ווען @שמעקעדיג גלייכט צו יו''ט אין אר''י צו קר''י, ווייס איך נישט ווי אנצוהייבן מסביר זיין וואס ער פארשטייט נישט, אדער בעסער געזאגט וואס ער פילט און עקספיריענסט נישט.
וכן להיפוך, @ישי שטיינמעץ טוט פולי עקספירענסן אן אר''י'דיגע עקספיריענס, נו ווואס איז שייך צו זאגן.
כנלענ''ד.
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
גאלד #
בימינו איז נישטא קיין מצות ישוב אר"י, נאר פאר ממש יחידי סגולה, ראיתי בני עליה והמה מועטים, (אווי תלמידי הגר"א והבעש"ט וכדומה) אבער סתם המון עם טארן נישט עולה זיין לאר"י בלויז אלס עליה. (חוץ אז ס'מאכט זיך זייטיגע אומשטענדן וואס פירט דעם מענטשן אהין מחמת סיבות וואס ער קען נישט קאנטראלירן) און זיכער טאר מען נישט רופן די מאסן צו עולה זיין. אפי' לפי שיטת הרמב"ן.
שכוח פארן ברענגן דא א שטיקל דברי יואל.
כ'האב געמיינט אז אסטראלאג גייט זיין די ערשטע חכם.
נעקסטיים זאג עס מיט א מקור.
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
זאג מיר פונקטליך וואס איז בעסער פאר א פרומער איד אין ארץ ישראל קעגן אמעריקע. ווען מען גייט נאר ארויס פון די היימישע געגנטער אין ארץ ישראל קען מען זעהן די שנאה שפריצט ארויס פון די אויגן פון דער וואס איז נישט אזוי פרום ווי דיר. קוק ווי שווער עס איז פאר מזרחי ארויסצושטעלן א פאראיינגטע פראנט ווייל קיינער פארטראגט זיך נישט מיט קיינעם אפגערעדט פון די קארופטירטע חרדישע פארטייען. די מצב גייט נאר ווערן ערגער און ערגער. די אישו מיט די מיליטער ווערט נאר ערגער און ערגער, די פרייער האלט נישט אויס ווען דער פרומער גייט נישט אין מיליטער און ווען ער גייט שוין יא האט ער נישט קיין טשענס זיך ארויפצוארבעטן צו קיין חשובע פאזיציעס. דער טאג וואס די מיליטער וועט ווערן רעליגיעז גייען די פרייע ווערן די סיקריקים אזוי ווי עס איז געווען די לעצטע דריי יאר ווען זיי האבן זיך מער נישט געוואלט באטייליגן אין די רעזערוו דוטי. קיינער האט גארנישט געקענט טאן ווייל זיי זענען די העכסטע פונעם שטייסל. נישט ווייל זיי זענען אזוי גוט נאר ווייל עס איז א קארופטירט לאנד. די רייכע פרייע האבן אוועק געטראגן זייערע אינוועסטמענטס פון ארץ ישראל צו סטראשען די רעכטע. די פרייע וועלן אינטערברענגען דאס לאנד אויב זיי זענען נישט אין פאוער. נישט לאנג צוריק האט זיך דער בגץ דערקלערט אלס דער מושל בכיפה און קיינער קען זיי נישט צוימען. אין די נעקסטע צוואנציג יאר גייט ארץ ישראל אויסזען ווי א דריטע וועלט לאנד ווי די עליטע האלט אלעס פאר זיך אלס מינאריטעט און די מאדזשאריטי קען זיך אונטער ווישן. ארץ ישראל האט נישט קיין פריינד ווייל זיי זענען אידן. ווי לאנג זיי זענען נאך פריי וועט זיי נאך די וועלט דולדן. די טאג וואס זיי ווערן מער רעליגיעז וועט זיי די וועלט אונטערברענגען מיט די הילף פון די פרייע אין ארץ ישראל און אינדרויסן פון ארץ ישראל א שטייגער ווי די רעפארמער. חאמאס האט א טובה געטאן פאר די ישראלים אז די מלחמות אין לאנד צווישן זיך האט זיך צייטווייליג אפגעשטעלטאון די וועלט האט געמוזט אנשטעלן א פנים פון רחמנות. די פרייע ישראלים דא אין אמעריקע ווילן בדווקא נישט האבן קיין שייכות מיט קיין פרומע אידן ווייל זיי ברענגען נאך זייער שנאה מיט וואס זיי זענען אויפגעוואקסן מיט זיך. זיי האבן זיך פיינט פארן געבוירן ווערן אלס איד.
איך וויל נאך אלס פארשטיין וואס איז אזוי גוט פאר א פרומער איד אין ארץ ישראל קעגן אנדערע לענדער.
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
אפטימיסטיש #
חז"ל זאגן (שבת לב.) לעולם אל יעמוד אדם במקום סכנה לומר שעושין לו נס שמא אין עושים לו נס ואם עושין לו נס מנכין לו מזכיותיו.
לעניית דעתי: א לאנד וועלכע ס'פליען דארט ראקעטן כמעט אויף א טעגליכע פארנעם. און יא אפילו אין די אזויגערופענע "זיכערע" געגנטער ירושלים און אין תל אביב פייפן די סירענעס, און מען ברויכט אריין לויפן אין א באמבע שעלטער. דאס הייסט א מקום סכנה. כ'רעד שוין נישט פונע'ם פאקט אז חיזבאלא שיסט אריין מיסילס און הרג'ט מענטשן אויף א טעגליכע פארנעם - נאך איידער א אפיציעלע קריג האט אויסגעבראכן היל"ת. א לאנד וואס ליידט שטענדיג פון טעראר אטאקעס און איז אין מלמחה יעדע פאר יאר... come on
סאוי למשל דו וואלסט זיך צוריק געהאלטן פון פארן קיין אר''י פאר א וואך?
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
צקון לחש #
משה רבקש #
א סולם צום הימל
(אגב, כמדומני אז איר זענט אויך פון בעלז?)
איך בעלז?? נאופ!
פאר קאנטעקסט: מיין טאטע איז א זאלי א זון פון א בני יואל און אן איידעם ביי אן ארוני...