Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
161 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16860
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
קוק ווי די ארצישראל'דיגע מענטשן לעבן אויף ווען זיי קומען דא אויף א באזוך, אדער די משולחים וולעכע קומען דא נאך געלט!
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
סוף טוב הכל טוב #וכן להיפךקוק ווי די ארצישראל'דיגע מענטשן לעבן אויף ווען זיי קומען דא אויף א באזוך, אדער די משולחים וולעכע קומען דא נאך געלט!
מסע הקודש יוכיח
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
ישי שטיינמעץ #נאך נישט גענוג. ס'פעלט אסאך ברייטקייט און נארמאלאזירטע בעלבתיש'קייט. רוב ביזנעסלייט און אייגנטומער זענען מזרחי אדער פריי. חרדי אויף א שטייגער ווי אין נוא יארק און נוא דזערזי עגזיסטירט ניט. דאס איז טאקע אויך די סיבה פון די קאלטס פון וויזניץ מ' און גער. און נוא יארק אדער אייראפע קען אזאן זאך ניט מעטעסטיסייזן.תורה ומדע #ס'מאכט זיך שוין היינט קהילות פון עולים און אנדערע וואס זענען נישט אונטער די קאנטראל פון די אלגעמיינע חרדישער פירערשאפט. ווי מער עולים אלץ וועט עס ווערען מער עסטעבלישט !פראבלעם איז אז אין ארץ ישראל איז דער חרדישער ציבור א סאך מער קאנטראלירט און מצומצם. ס׳לוינט צו מאכן עליה און אהננעמען יאנג איזראעל אדער yu אידישקייט. דאס זיכער.
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
דערהויבענע איד #לאל, כאפ נישט קיין הייסע לאקשן... כ'בין שוין געווען ימים טובים אין א"י און איך ווייס אז עס איז הערליך שיין ממש אין כדוגמתו, אבער דא האט מען גערעדט כלפי דעם פרט אז מען איז צווישן בלויז אידן, נו, שבועות אין קרית יואל למשל איז די זעלבע בחינה, א קליינע קיבוץ גליות פון טויזענטער אידן, אן קיין אומות העולם, די אלע וואס גייען אהין זאגן אז דאס איז א הדרא דלא אפשר למיפרט בשפותא. עכ"פ כ'האב נאר גערעדט פון די איינע פרט.ווען @שמעקעדיג גלייכט צו יו''ט אין אר''י צו קר''י, ווייס איך נישט ווי אנצוהייבן מסביר זיין וואס ער פארשטייט נישט, אדער בעסער געזאגט וואס ער פילט און עקספיריענסט נישט.
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
אגב, סתם פאר אינטערעסאנטקייט,
גיב א קוק דעם קליפ
די איין מינוט פון 6:30-7:30
גיב א קוק דעם קליפ
די איין מינוט פון 6:30-7:30
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
לענ"ד דארף א יוד וואוינען אין ארץ ישראל נישט ווייל ס'איז א בעסערע אדער ערגערע לאנד, אזא קאמפערעסן ארבעט פונקט גוט ווען איך וויל פארגלייכן אמעריקע קעגן קענעדע אדער לאנדאן קעגן מאנטשעסטער
אין ארץ ישראל דארף א יוד וואוינען ווייל דארט איז זיין נאטורליכסטע פלאץ צו וואוינען, דארט באלאנגט ער פון נאטור אויס, נישט קיין שום נפקא מינה צו די זון שיינט אדער עס רעגענט, צו מען קען דארטן וואוינען אין צעמענטענע הייזער אדער נאר סחורה'נע געצעלטן.
תפילין לייגן אינדרויסן פון ארץ ישראל, אדער היטן שבת, צו גיין מיט ציצית אין גלות איז נישט די ארגעניאלע מצוה, יא ס'איז חשוב הייליג און טייער אבער נאר אלץ פלאן ב', די עיקר מצוה איז געגעבן געווארן אז מען זאל עס מקיים זיין דוקא אין ארץ ישראל, צו ס'איז די מצוה פון ועשית מעקה לגגך אדער מפני שיבה תקום, נישט קיין חילוק.
ס'איז אזוי ווי א געוויסע פלאנצונג וואס וואקסט נאר אינעם עמאזאן דזשאנגל זאל ווען האבן א דעבאטע צו דער דזשאנגל איז בעסער פון אלאסקא... ס'איז נאר א שמועס ווען דער פלאנצונג האט פארגעסן וואו ער באלאנגט, און פארגעסן ווער ער איז.
פאר א יוד צו וואוינען פערמענאנט אויפן אמעריקאנעם קאנטינענט איז אן א לאגיק.
דא האסטו צען סיבות פארוואס א יוד זאל מאכן עלייה און גיין וואוינען אין ארץ ישראל:
1) ווייל ס'איז די נאטורליכסטע פלאץ פאר א יוד צו וואוינען
2) ווייל ס'איז די נאטורליכסטע פלאץ פאר א יוד צו וואוינען
3) ווייל ס'איז די נאטורליכסטע פלאץ פאר א יוד צו וואוינען
4) ווייל ס'איז די נאטורליכסטע פלאץ פאר א יוד צו וואוינען
5) ווייל ס'איז די נאטורליכסטע פלאץ פאר א יוד צו וואוינען
6) ווייל ס'איז די נאטורליכסטע פלאץ פאר א יוד צו וואוינען
7)ווייל ס'איז די נאטורליכסטע פלאץ פאר א יוד צו וואוינען
8) ווייל ס'איז די נאטורליכסטע פלאץ פאר א יוד צו וואוינען
9) ווייל ס'איז די נאטורליכסטע פלאץ פאר א יוד צו וואוינען
10) ווייל ס'איז די נאטורליכסטע פלאץ פאר א יוד צו וואוינען

איך האב הנאה די טענה'רייען דא ....
למעשה, גייען די נאמבערס פון היימישע אידן וואס באזוכן א''י, נאר ארויף ווי א יאר ס'גייט אריבער,
מיט קאוויד, און די מלחמה, זענען נאך אלע פלייטס פיל, מ'פארט אין די מאסן
אזוי אויך וואוינען דארט די גרעסטע חלק פון היימישע אידן, איז פארוועמן דארף מען דא אויפווייזן ?
למעשה, גייען די נאמבערס פון היימישע אידן וואס באזוכן א''י, נאר ארויף ווי א יאר ס'גייט אריבער,
מיט קאוויד, און די מלחמה, זענען נאך אלע פלייטס פיל, מ'פארט אין די מאסן
אזוי אויך וואוינען דארט די גרעסטע חלק פון היימישע אידן, איז פארוועמן דארף מען דא אויפווייזן ?
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
פארן אויף ישראל פאר א וואך און וואוינען דארט להשתקע זענען צוויי אנדערע זאכען
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
קהל'ס נער #נישט פונקט.פארן אויף ישראל פאר א וואך און וואוינען דארט להשתקע זענען צוויי אנדערע זאכען
לענ''ד איז די סיבה פארוואס סאטמער אינטערעסירט אר''י ווי א הויקער, איז ווייל מ'באקט דארטן אריין נישט צו פארן קיין אר''י חוץ אויב ס'איז פיקוח נפש.
כבר היה לעולמים פון מענטשן וואס זענען געפארען אויף יו''ט און דארט געבליבן. איך פערזענליך קען איינעם מיט אזא מעשה.
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
וויאזוי האט דער עולם פרנסה דארט? איז שייך צו לעבן א באקוועם לעבן און אוועק לייגן פאר חתונה מאכן און רעטייערמענט? איז מעגלעך א חסידישע איד זאל מאכן דריי פיר מאות א יאר?
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
תקע בשופר #1. דורך ארבעטען (די וואס ארבעטען נישט האבן טאקע נישט)וויאזוי האט דער עולם פרנסה דארט? איז שייך צו לעבן א באקוועם לעבן און אוועק לייגן פאר חתונה מאכן און רעטייערמענט? איז מעגלעך א חסידישע איד זאל מאכן דריי פיר מאות א יאר?
2. מיט איזרעילישע סטאנדארטן, יא.* (מיט אמעריקאנע סטאנדארטן קען מען אויך נישט אין אמעריקא), אויף ריטייערמענט איז דא ביטוח לאומי וואס צאלט ארום דריי אהאלב טויזענט א חודש.
4. ניין, טשאנסן זענען אינטער איין פערסענט
*(אין ישראל קאסט א דירה ארום 450ק, א קאר דארף מען נישט ס׳דא באסעס איבעראל, שכ״ל צאלט מען כמעט נישט ווייל רוב געלט צאלט די מדינה, עסן וואס מען מאכט אין ישראל איז אסאך ביליגער, די סטאנדארט פון חתונה מאכן איז בערך ווי א בר מצווה אין אמעריקא, (די כמעט איינציגסטע עקספענס איז די ליל החתונה, קיין פורניטשער קיין דייאמאנטן, כמעט נישט קיין מתנות, די פרויען גייען מיט שבת קליידער אנשטאט קאסטום גענייטע קליידער, דירות געט שוין כמעט קיינער נישט חוץ א אויסגערופענע עושר)
לסיכום, קען מען האבן פרנסה אין ארץ ישראל, יא.
קען מען האבן די געספוילטע אמעריקאנער רייכקייט, ניין.
אפשר דאס מיינט די משנה ״ארץ ישראל נקנית ביסורין״
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
די זאך איז אז די אזוי-גערופענע "רייכקייט אין אמעריקע" איז אויפען וועג צו א סוף. די גאנצע אמעריקאנע עקאנאמיע איז אויף צרות. די אמעריקאנע דולר איז א באלאן וואס גייט פלאצן. זיי קערן שוין אפילו נישט! זיי פרינטן געלט אין די טריליאנען אן שום חשבון. זיי ווייסען אז ס'גייט קראכן.
אין ארץ ישראל איז די עקאנאמיע אסאך מער געזונט. מענטשן לעבן מער לויט זייער אינקאם. נישט מיט חובות פון קרעדיט קארטלעך... ארץ ישראל וועט זיין בסדר נאך די קראך פון די אמעריקאנע דולר. אמעריקע גייט זיך זייער מוטשען. לויט אלע ווארשיינליכקייטן וועט אמעריקע גיין פון א ערשטע וועלט לאנד צו א דריטע וועלט לאנד, און אזוי אויך מערב אייראפע.
און אזוי יעדעס מאל ווען א לאנד האט שווערע צייטן וועט עס זייער הייבן אנטיסעמיטיזם. נו... אז ס'וועט שוין נישט זיין די "גאלדענע אמעריקע" און אז ס'וועט זיין שווערע אנטיסעמיטיזם, דאן וועט דער עולם זוכן א וועג ארויס... מסתם וועט די גרעסערע חלק פון ארטאדאקסישע אידן אנטלויפן צו די איינציגע פלאץ ווי א איד קען נאך געהעריג גיין, און דאס איז קיין ארץ ישראל.
לאמיר זיך נישט נארן. רוב מאל ווען אסאך מענטשן טוישן וואוינארט איז עס מחוסר ברירה, ווייל די אומשטענדן צווינגען. ס'נישט קיין גרינגע זאך זיך צו אויפהייבן איין שיינעם טאג און מופן אלץ מצות יישוב ארץ ישראל. יא, ס'דא מענטשן וואס האבן דאס געטוהן, אבער רוב המון עם וועט זיך רירן נאר ווען ס'וועט נישט זיין צופיל ברירות.
די ספרדישע אידענטום האט פארלאזט די אראבישע לענדער פון צפון אייראפע ווען ס'נישט געווען קיין ברירה. די מוסלעמענער האבען גע'רודפ'ט און מען האט געמוזט אנטלויפן.
די זעלבע זאך וועט מסתם געשעהן מיט אמעריקע און אייראפע.
די פראבלעם איז נאר אז ווען ס'וועט זיך אנהייבן א מאסן אימיגראציע דאן וועט מדינת ישראל נישט זיין געהעריג גרייט צו ארייננעמען הונדערטער טויזענטער פליטים א חודש. מענטשען וועלן וואוינען אין קאראוואנים, און מסתם אפילו אין טענטס, ביז מען וועט קענען אויפשטעלען נייע שטעט און שטעטלעך פאר די נייע עולים אין אלע עקן פון לאנד.
ממילא ווער עס קען און האט די מעגליכקייט צו מופן פאר די אמעריקאנע צוזאמענפאל וועט עס זיין אסאך גרינגער, און ווער ס'האט די מעגליכקייט צו קויפן א דירה זאל עס טוהן. ער קען עס פארדינגען דערווייל, און ווען די צייט צו אנטלויפן וועט קומען וועט ער האבן א הויז וואו צו גיין.
יהי רצון אז שיבת ציון זאל זיין מיט רחמים.
ותחזנה עינינו בשובך לציון ברחמים אמן.

מצוות ישוב ארץ ישראל איז זייער א חשוב׳ע און טייערע מצווה, און ווער עס טוט דאס אשרי לו ואשרי חלקו.
אבער פליז רעדט נישט קיין שטותים, ס׳קומט נישט קיין גירוש אמעריקא, די עקאנאמי קראכט נישט, ס׳האט נישט קיין פשט צי דערשרעקן מענטשן צי קיין וואוינען אין ארץ ישראל, אז א מענטש גייט וואוינען אין ישראל דארף עס קומען מתוך אהבת ארץ ישראל און נישט פון פראפעגאנדירטע ענקזייעטי.
אבער פליז רעדט נישט קיין שטותים, ס׳קומט נישט קיין גירוש אמעריקא, די עקאנאמי קראכט נישט, ס׳האט נישט קיין פשט צי דערשרעקן מענטשן צי קיין וואוינען אין ארץ ישראל, אז א מענטש גייט וואוינען אין ישראל דארף עס קומען מתוך אהבת ארץ ישראל און נישט פון פראפעגאנדירטע ענקזייעטי.
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
איינמאל אמעריקע ווערט א דריטע וועלט לאנד איז די מדינה אווער עפ''י דרך הטבע, קען זיין עטס ווילטס וואוינען אין אן עגיפטישע אדער איראנער קאנטראלירטער ארץ ישראל אויך...
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
קהל'ס נער #ס'האט גארנישט מיט ארץ ישראל...מצוות ישוב ארץ ישראל איז זייער א חשוב׳ע און טייערע מצווה, און ווער עס טוט דאס אשרי לו ואשרי חלקו.
אבער פליז רעדט נישט קיין שטותים, ס׳קומט נישט קיין גירוש אמעריקא, די עקאנאמי קראכט נישט, ס׳האט נישט קיין פשט צי דערשרעקן מענטשן צי קיין וואוינען אין ארץ ישראל, אז א מענטש גייט וואוינען אין ישראל דארף עס קומען מתוך אהבת ארץ ישראל און נישט פון פראפעגאנדירטע ענקזייעטי.
אמעריקע איז סקעדשיולד פאר א אונטערגאנג. לפחות א גרויס חלק פון אמעריקע.
ס'נישט מיין אויפטוה.... ס'איז א זאך וואס אסאך אנאליסטען טענה'ן.
אמעריקע גייט נישט בלייבען וואס עס איז . ס'נישט קיין ספק אין דעם.
און כ'פרוביר נישט צו אנשרעקען קיינעם. כ'זאג נאר אז די מציאות איז אז ס'נישטא קיין נארמאלע עתיד אין אמעריקע. לויט אסאך אנאליסטען איז דאס די מציאות. מ'קען ווארטען און זעהן.
די מערב וועלט בכלל האט נישט קיין עתיד.
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
אונטער חכם #ארץ ישראל ווערט געהיטען נאר דורך דעם בורא כל עולמים. נישט אמעריקע. און נישט קיינער אנדרעש. דער באשעפער האט זיך זיינע וועגען.איינמאל אמעריקע ווערט א דריטע וועלט לאנד איז די מדינה אווער עפ''י דרך הטבע, קען זיין עטס ווילטס וואוינען אין אן עגיפטישע אדער איראנער קאנטראלירטער ארץ ישראל אויך...
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
אייניקעל #תפילין לייגן אינדרויסן פון ארץ ישראל, אדער היטן שבת, צו גיין מיט ציצית אין גלות איז נישט די ארגינעלע מצוה, יא ס'איז חשוב הייליג און טייער, אבער נאר אלץ פלאן ב', די עיקר מצוה איז געגעבן געווארן אז מען זאל עס מקיים זיין דוקא אין ארץ ישראל, צו ס'איז די מצוה פון ועשית מעקה לגגך אדער מפני שיבה תקום, נישט קיין חילוק.
וואס איז פשט פון די מאדנע ווערטער?
עס איז א אייגענע סברה בלי טעם? אדער עס האט א פשט?
אגב קבלת התורה איז געווען אין חוץ לארץ, דאס מיינט אז אונז האבן טאקע נישט באקימען די ארגינעלע תורה?
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
כתובות ק"י ע"ב
"כל הדר בארץ ישראל - דומה כמי שיש לו אלוה, וכל הדר בחוצה לארץ - דומה כמי שאין לו אלוה, שנאמר: (ויקרא כה, לח) לָתֵת לָכֶם אֶת אֶרֶץ כְּנַעַן לִהְיוֹת לָכֶם לֵאלֹקים, וכל שאינו דר בארץ אין לו אלוה? אלא לומר לך: כל הדר בחוצה לארץ - כאילו עובד עבודת כוכבים.
וכן בדוד הוא אומר: (שמואל א' כו, יט) כִּי גֵרְשׁוּנִי הַיּוֹם מֵהִסְתַּפֵּחַ בְּנַחֲלַת ה' לֵאמֹר לֵךְ עֲבֹד אֱלֹהִים אֲחֵרִים, וכי מי אמר לו לדוד לך עבוד אלהים אחרים? אלא לומר לך: כל הדר בחוצה לארץ - כאילו עובד עבודת כוכבים.
(לאמיר נישט פארדרייען, אבער ס'איז קרעיזי ווי א יעדע חומרא שלא ראו אבותינו צווינגען די רבנים ארויף אויף אונז, אבער אזא אפענע גמרא איגנארירן זיי, ווי כאילו נישט אונז מיינט מען)
אגב, ס'דא א רש"י (כ'קען מיך נישט דערמאנען וואו) אז מצוות און עבירות זענען נאר אין ארץ ישראל, אין חוץ לארץ זענען די מצוות און עבירות גארנישט ווערד.
@ברוך שפינוזה דו ביסט דאך א תלמוד חכם, געדענקסט אזא גמרא?

ייעעקקבב #אייניקעל #תפילין לייגן אינדרויסן פון ארץ ישראל, אדער היטן שבת, צו גיין מיט ציצית אין גלות איז נישט די ארגינעלע מצוה, יא ס'איז חשוב הייליג און טייער, אבער נאר אלץ פלאן ב', די עיקר מצוה איז געגעבן געווארן אז מען זאל עס מקיים זיין דוקא אין ארץ ישראל, צו ס'איז די מצוה פון ועשית מעקה לגגך אדער מפני שיבה תקום, נישט קיין חילוק.
וואס איז פשט פון די מאדנע ווערטער?
עס איז א אייגענע סברה בלי טעם? אדער עס האט א פשט?
אגב קבלת התורה איז געווען אין חוץ לארץ, דאס מיינט אז אונז האבן טאקע נישט באקימען די ארגינעלע תורה?
רוב ראשונים האלטן אזוי.
עיין כאן. https://www.daat.ac.il/daat/kitveyet/taleley/kiyum-2.htm
בנין בית המקדש השלישי
קודם כל וויל איך מוחה זיין בכל תוקף ועוז אויף די פרעכע רייד פון חלילה 'א טיפער שלאף'.... עקלהאפטיג און ריין כפירה...
איך גיי קיינמאל נישט אריין אין אזעלכע אשכולות, איך האלט אז עס אסור בהחלט - אבער עס איז נישט מיין עסק, און פערטיג.
אבער היות איך בין אריינגעקומען לכבוד די טעמע פון דעם אשכול, און פשוט באמערקט די גרויליגע כפירה רייד, בין איך מחויב מוחה צו זיין בכל תוקף, און ווי יענער שרייבט שפעטער, ער גייט צום גלח - זייער גוט, עלה והצלח, נעם נאר מיט דא פאר... וואס זיצן נאך דא, זיי ברויכן אויך גיין, און לאזן שלומי אמוני ישראל מיט אונזער אמונה טהורה - וזה הוא...
אצינד צום נושא:
איך האב נישט אדורך געליינט דעם אשכול בעיון, נאר בשטחיות, עס איז זייער זיס.. נהנתי מאד... אינטערעסאנט אז קיינער האט נישט אויפגעברענגט דעם ענין וואס קאכט זיך ביי א קליין הייפעלע - דערווייל - אבער עס איז העכסט אינטערעסאנט!
איינמאל פאר'ן פארן קיין א"י האב איך גערופן עפעס א קרוב פאר א גרויסע טובה, האט מיר יענער געזאגט ער איז גרייט דאס צו טוהן פאר מיר, אבער בתנאי איך וועל ארויסהעלפן צום בנין בית המקדש השלישי!! איך האב אים זאפארט געענפערט וואס איז די שאלה - אוודאי וועל איך העלפן! אבער נאך ווי....
איך האב פארשטאנען אז ער מיינט א ווערטל וכדו', אבער ווייניג האב איך געוויסט ווי ערנסט ער מיינט עס!
ער איז גלייך געקומען צום פינטל - און מיך אויפגעהאלטן איבער צוויי שעה - ער זאגט מיר אז די גאנצע זאך פארוואס השי”ת האט אזוי געפירט אז מיר זאלן האבן אן אייגן לאנד איז פשוט ווייל ער וויל מיר זאלן אויפשטעלן דעם בית המקדש השלישי! זייער קלארע דיבורים!
איך האב אנפאנג מיטגעשפילט.. גוט געלאכט... אבער... עס האט זיך זייער שנעל ארויסגעשטילט אז איך האב געהאט א טעות!
ער טענה'ט עז איז דא א שיינער גרויסע עולם וואס האלט אזוי! ער האט מיר אנגעהויפן שיקן בלעטער אויף בלעטער מיט אלע הסברים און בירורים, און אפילו געשיקט די עדווערטייזמענטס פון די גרופע (איך מיין אז זייער הויפט קווארטיר איז אין שומרון) וואס זיי פארארבייטן מעשים אויף דעם.
ער האלט - אזוי ווי אסאך - אז די ציונים זענען רשעים! אבער נישט פאר'ן נעמען דעם לאנד פאר די צייט, אדרבה עס איז שוין די צייט, אבער פאר’ן נישט טוהן מיט זייער power וואס זיי דארפן, דהיינו בויען דאס בית המקדש!!!...
איך פרעג אים וואס הייסט, די ביהמ"ק השלישי וועט דאך אראפקומען פון פייער פון הימל גרייט "ובאש אתה עתיד לבנותה"? זאג ער מיר, דו מיינסט די חברה זענען עמי הארצים? זיי ווייסן נישט וואס דו ווייסט? זיי קענען אויסעווענדיג אלע מדרשים און מאמרי חז"ל און טאקע פארדעם האלטן זיי אז מען איז מחויב צו בויען דעם בית המקדש יעצט! און דאס וואס שטייט אז עס וועט אראפקומען פייערדיג פון הימל איז אמת, אבער עס נעמט נישט אוועק אונזער חיוב צו בויען יעצט פון שטיין און ציגל וכדו’, און לאחר מכן, ווען אונז וועל מיר ענדיגן און עס אנהייבען נוצן, ברענגען קרבנות, מקטיר זיין קטורת וכדו’, דאן וועלן מיר זוכה זיין און דער פייערדיגע בית המקדש וועט אראפקומען פון הימל...
ער איז געגאנגען אאן און אאן, נאנסטאפ! ער זאגט פארוואס זאגט אונז די גמרא פונקטליך די מאס מיט אלע דעטאלן פון א יעדע אינטש אין בית המקדש? דען נישט ווייל ווען די צייט גייט קומען, וואס דאס מיינט זייט תש"ח! און מיר קענען אויף דעם זיך שטעלן און אויספירן! דארף מען וויסן פינקטליך ווי אזוי השי"ת וויל עס זאל זיין זיין הייליג הויז....
עכ"פ וואס איך האב נאר פרובירט צו זאגן, האב ער פאקטיש געענטפערט גאר גוט, און איך האב פשוט נישט געקאנט ווייטער גיין, ער האט מיך מנצח געוועהן אבער נישט פשוט!
פארשטייט זיך זייער זאכליך...
למעשה האב איך אים פארשפראכן צו מאכן א וויזיט דארט, אבער ער דארף מיר ארלעדיגן עפעס וואס איך ברויך - ולא אסתייעא מילתא!
אצינד אז מ'רעדט שוין יא פון אהיים קומען אין אונזער הייליג לאנד, בין איך נייגעריג אויב איינער דא האט א אנונג פון די גאנצע ענין!

פאר חסידי סאטמאר, וואס זענען דבוק אין הרה''ק בעל ויואל משה זי''ע, און נאר וואס ער האט געזאגט איז הייליג בא זיי, איז כדאי צי ברענגען א שטיקל פון די הייליגע ספר ויואל משה, וואס די רבי האט אליינס געשריבן, אין מאמר ישוב ארץ ישראל סימן קלג,
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
העם, דאס אז אמעריקא גייט קראכן און אנאליסטן זאגן אזוי, דאס איז שוין א סייקל פון די אמעריקאנע עקאנאמי פון איר געבורט. און עס קראכט טאקע און עס הייבט זיך אויף. אזוי גייט עס שוין אהן דורעכאויס איר גאנצע היסטאריע.
ממילא קראכן מיט אנאליסטן מיינט נאך נישט אז די סייקל ענדיגט זיך און עס איז פערטיג. עס מיינט נאר אז מען האלט ביי די שלב אינעם סייקעל.

Re: בנין בית המקדש השלישי
שלמה המלך #ער איז גלייך געקומען צום פינטל - און מיך אויפגעהאלטן איבער צוויי שעה - ער זאגט מיר אז די גאנצע זאך פארוואס השי"ת האט אזוי געפירט אז מיר זאלן האבן אן אייגן לאנד איז פשוט ווייל ער וויל מיר זאלן אויפשטעלן דעם בית המקדש השלישי! זייער קלארע דיבורים!
איך האב אנפאנג מיטגעשפילט.. גוט געלאכט... אבער... עס האט זיך זייער שנעל ארויסגעשטילט אז איך האב געהאט א טעות!
ער טענה'ט עס איז דא א שיינער גרויסע עולם וואס האלט אזוי! ער האט מיר אנגעהויפן שיקן בלעטער אויף בלעטער מיט אלע הסברים און בירורים, און אפילו געשיקט די עדווערטייזמענטס פון די גרופע (איך מיין אז זייער הויפט קווארטיר איז אין שומרון) וואס זיי פארארבייטן מעשים אויף דעם.
ער האלט - אזוי ווי אסאך - אז די ציונים זענען רשעים! אבער נישט פאר'ן נעמען דעם לאנד פאר די צייט, אדרבה עס איז שוין די צייט, אבער פאר’ן נישט טוהן מיט זייער power וואס זיי דארפן, דהיינו בויען דאס בית המקדש!!!...
איך פרעג אים וואס הייסט, די ביהמ"ק השלישי וועט דאך אראפקומען פון פייער פון הימל גרייט "ובאש אתה עתיד לבנותה"? זאג ער מיר, דו מיינסט די חברה זענען עמי הארצים? זיי ווייסן נישט וואס דו ווייסט? זיי קענען אויסעווענדיג אלע מדרשים און מאמרי חז"ל און טאקע פארדעם האלטן זיי אז מען איז מחויב צו בויען דעם בית המקדש יעצט! און דאס וואס שטייט אז עס וועט אראפקומען פייערדיג פון הימל איז אמת, אבער עס נעמט נישט אוועק אונזער חיוב צו בויען יעצט פון שטיין און ציגל וכדו’, און לאחר מכן, ווען אונז וועל מיר ענדיגן און עס אנהייבן נוצן, ברענגען קרבנות, מקטיר זיין קטורת וכדו’, דאן וועלן מיר זוכה זיין און דער פייערדיגע בית המקדש וועט אראפקומען פון הימל...
בפשטות פון רמב"ם אין עטליכע מקומות (הל' בית הבחירה, הל' מלכים) זעהט אויס מיט א פשטות אז עס ליגט אויף אונז די חיוב.
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
Re: בנין בית המקדש השלישי
שלמה המלך #איך פרעג אים וואס הייסט, די ביהמ"ק השלישי וועט דאך אראפקומען פון פייער פון הימל גרייט "ובאש אתה עתיד לבנותה"? זאג ער מיר, דו מיינסט די חברה זענען עמי הארצים? זיי ווייסן נישט וואס דו ווייסט? זיי קענען אויסעווענדיג אלע מדרשים און מאמרי חז"ל און טאקע פארדעם האלטן זיי אז מען איז מחויב צו בויען דעם בית המקדש יעצט! און דאס וואס שטייט אז עס וועט אראפקומען פייערדיג פון הימל איז אמת, אבער עס נעמט נישט אוועק אונזער חיוב צו בויען יעצט פון שטיין און ציגל וכדו’, און לאחר מכן, ווען אונז וועל מיר ענדיגן און עס אנהייבן נוצן, ברענגען קרבנות, מקטיר זיין קטורת וכדו’, דאן וועלן מיר זוכה זיין און דער פייערדיגע בית המקדש וועט אראפקומען פון הימל...
אוודאי איז א מצוה צו בויען די בית המקדש בזמן הזה!
ס'איז א בפירוש'ער פסוק די וואך אין די סדרה "ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם", און די תורה איז א נצחיות ס'גייט ארויף אויף אייביג, ווען מען האט די געלעגענהייט.
און ס'נישט קיין פראבלעם וועגען אפר הפרה וועגן טומאה הותרה בציבור.
אבער אפילו נאך פאר'ן בויען דעם בית המקדש איז דא זאכן וואס מען קען טוהן. ווי למשל קודם כל מקריב זיין דעם קרבן פסח, און בויען א מזבח און מקריב זיין די תמידין!
נאר וואס? ס'דא שרעקליכע פרעשור פון די רשעי האומות ווען ס'קומט צו דעם הר הבית. "זיי" ווייסן זייער גוט אז די פינטל איז די הר הבית, און זיי טוען אלעס וואס זיי קענען צו דערווייטערן אידן פונעם בארג, דורך משונה'דיגע פרעשור אויף די מדינת ישראל רעגירונג.
ווער רעדט נאך ערב פסח ווען טייערע אידן קומען אן קיין ירושלים מיט א ציגעלע כדי צו עכ"פ פרובירן מאכן א קרבן פסח, און זיי ווערן ארעסטירט דורך די פאליציי און אריינגעשליידערט אין טורמע פאר די שרעקליכע עבירה פון וועלן מקריב זיין די קרבן פסח....
דער ריזשינער ז"ל האט אמאל געזאגט, רבונו של עולם, געב אונז די געלעגענהייט איינמאל צו מקריב זיין דעם קרבן תמיד אויפן הר הבית, און דאס וועט שוין אריינברענגען א הרהור תשובה אין די גאנצע וועלט און מקרב זיין די גאולה!
אבער די בני השטן די בני עשו ווייסן דאס אויך, און זיי טוען אלעס וואס זיי קענען צו אוועקשלעפן אידן פון די נקודה הפנימית פון די גאנצע בריאה וואס דאס איז דער מקום המקדש.
נאך די 6 טעג מלחמה ווען דער באשעפער האט געהאלפן אז אידן האבן איינגענומען דעם הר הבית, האט דער קלויזענבורגער רב ז"ל זייער געוויינט, אז מען איז שוין אזוי נאנט אבער אזוי ווייט....
ס'איז איין זאך ווען א קינד איז פארטריבן פון זיין טאטע דער מלך ווייט אוועק אין פרעמדע לענדער, ווייל זייענדיג אזוי ווייט פארגעסט מען אביסל ווער מען איז און ווער די טאטע איז... און די צער איז אביסל פארשלאפן. אבער ווען מען איז אזוי נאנט, מען שטייט שוין ביי די טיר! און דאך קען מען נאך נישט מקריב זיין דעם קרבן פסח! דעם קרבן תמיד! דאס איז זייער א גרויסע צער.
איך האב א מנהג אז ווען איינער פרעגט מיר "וויזוי גייט עס?" זאג איך "נישט גוט"... יענער שטעלט אן א פנים.... נישט גוט? וואסי געשען? זאג איך, ס'דאך שוין צען אזייגער אינדערפרי און מען האט נאכנישט מקריב געווען דעם קרבן תמיד... וויזוי קען מען זאגען אז ס'גוט? ס'דאך נישט גוט. ס'ביטער ווי א זית... מען ווארט דאך שוין אזוי לאנג אז ס'זאל שוין זיין והשב כהנים לעבודתם ולוויים לדוכנם וישראל במעמדם, און מ'שטיימער אזוי נאנט צום מקום המקדש, און די הארץ גייט אויס אז מען זאל שוין קענען טוהן די עבודת הקודש אין בית המקדש, אז דער כהן זאל שטיין און זאגן אז האיר כל המזרח עד שבחברון, און מען ברויך אנהייבן דעם טאג מיטן הקרבת קרבן התמיד און די לוויים זינגען מיט די כלי נגינה און די גאנצע וועלט ווערט נתבסם פון די קדושת העבודה!
אנשטאט דעם, שיינט די זוהן אויף אויף א פוסטע הר הבית, שועלים הלכו בה, מוסלמענער רשעים זענען מחלל דעם מקום, און יעדן טאג נעבעך נאך צרות פאר אידישע קינדער. נו איז דאך ביטער ווי א זית. ווילאנג קען מען דען אויסהאלטען די בושות, בראותי כל עיר על תילה בנויה, אבער ועיר האלקים די הייליגע בארג מושפלת עד שאול תחתיה. די טרערן רינען אראפ פון די אויגעלעך . ס'מוז דאך שוין לעכטיג ווערן פאר אידישע קינדער, אונז זעמער שוין נישט צופרידען סתם מיט א הייסע מקוה און א הייסע קאווע! אונז דארפן א בית המקדש! אונז דארפן א קרבן תמיד מיט א קרבן פסח. אונז וויל מיר שוין צוריק די השראת השכינה. אונז זעמער שוין די דור הגאולה!! הלוואי זאלן מיר שוין זוכה זיין!
ישי: א קרבן פסח קענסטו מקריב זיין אין דיין בעקיארד אויך, ווי רבי יצחק זאגט אין מסכת מגילה שמעתי שמקריבין בבית חוניו. אה, אבער דאס איז נישט גענוג אן adventure פאר דיר, שנייד די קרעפלעך.
Re: בנין בית המקדש השלישי
ישי שטיינמעץ #אוודאי איז א מצוה צו בויען די בית המקדש בזמן הזה.
ס'איז א בפירוש'ער פסוק די וואך אין די סדרה "ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם", און די תורה איז א נצחיות ס'גייט ארויף אויף אייביג, ווען מען האט די געלעגענהייט.
און ס'נישט קיין פראבלעם וועגען אפר הפרה וועגן טומאה הותרה בציבור.
אבער אפילו נאך פאר'ן בויען דעם בית המקדש איז דא זאכן וואס מען קען טוהן. ווי למשל קודם כל מקריב זיין דעם קרבן פסח, און בויען א מזבח און מקריב זיין די תמידין!
נאר וואס? ס'דא שרעקליכע פרעשור פון די רשעי האומות ווען ס'קומט צו דעם הר הבית. "זיי" ווייסן זייער גוט אז די פינטל איז די הר הבית, און זיי טוען אלעס וואס זיי קענען צו דערווייטערן אידן פונעם בארג, דורך משונה'דיגע פרעשור אויף די מדינת ישראל רעגירונג.
יעצט זיך נעמען פארטרייבן די אראבער פונעם הר הבית איז יענץ געשעפט, די שאלה אבער איז, אין 1948 ווען דו האסט סייווי פארטריבן די ישמעאלים, און די UN (באותה שעה כשרים היו) האט עס בארעכטיגט, טא פארוואס האט מען דעמאלטס נישט געטוהן צו דער זאך? אדער בעסער געזאגט, נאך די יום כיפור מלחמה ווען מען האט איינגענומען דעם כותל, פארוואס האט מען נישט געמאכט א ריכטיגע קלין אפ, די ערשטע צייט (אזוי ווי יעצט) האט ישראל געהאט די וועלט שטיצע, פארוואס האט מען נישט אויסגענוצט די געלעגענהייט און געבויט א הערליכע בית המקדש השלישי? איך מיין מען וואלט נישט געדארפט שווער פאנדרעיזן פאר דעם - אמת'דיג גערעדט, וואס איז טאקע פשט?
ווי נישט ווי קומט אונטער געלעגענהייטן ליידער דא און דארט, אריינגיין לעצטע יאר אין כאן יוניס אדער אין רפיח און מאכן פסח'יג וואלט נישט געוועהן מעגליך, אבער ליידער האט מען באצאלט א פרייז און יעצט טיט מען צו דער זאך - אויך איז געוועהן די וועלט שטיצע פאר אפאר מינוט נישט אויף צו לאנג, פארוואס טוט מען נישט צו דער זאך?
עכ"פ איז דאך דער מנחת אלעזר און סאטמאר רב יא גערעכט געוועהן אז זיי זענען סתם רשעים און פורקי עול! (קענסט דיך פארשטעלן וואס פאר א נשא תורה'ס עס וואלט געקומען ווען מען נעמט זיך בויען א פראכטפולן בית המקדש מיט די פונקטליכע מאס וואס עס שטייט אין מועד קטן....)
אבער אמת'דיג גערעדט, פארוואס איז דאס נישט קיין מדובר? כאטש די רעליגיעזע ציונים וואלטן דאס געדארפט פארלאנגען....
קענסט דיך פארשטעלן אז אשטאט זיצן יעצט אין קאווע שטיבל וואלטן מיר געקענט גיין קיין ירושלים עיר הקודש אריין אין בית המקדש געברענגט א קרבן, אמאל א קרבן תודה אדער חלילה א קרבן חטאת, תשובה געטוהן מיט'ן גאנצן הארץ, שמחת בית השואבה מיט'ן פולן פראכט וכדו'.....
אוי שרייטס טאטע!!!!!!
שיבנה בית המקדש במהרה בימינו ותן חלקינו בתורתיך!
צוריק צום פותח האשכול "ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!", יונגערמאן, זיצן דארט און זעהן מדי יום ביומו א ריזיגן גאלדענעם קאפל אויף מיין הייליגע ליבלינג מקום, ווי שועלים הלכו בו, זיי מעגן אהין גיין און איך נישט - איז מיר גוט צו גיין פאר א וויזיט.
דו ווילסט טוהן צו דער זאך? איך גיי מיט!!! מארק מיי ווארדס!
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
העי פארגעס נישט ד׳ מיתות בית דין איז אינקלודיד אין די פעקידזש….
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
פאר ד' מיתות בי''ד, דארף מען צוויי כשר'ע עדים,
איך וואלט דיך סתם אזוי געראטן נישט צו טוהן אזעלכע עבירות אין פארנט פון זיי.
איך וואלט דיך סתם אזוי געראטן נישט צו טוהן אזעלכע עבירות אין פארנט פון זיי.
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
יו מיססד די פוינט,
פאר עבירות ווי למשל פרויען דרייווען אדער שניצען די בארד, וואס מען ווארפט היינט ארויס די קינדער פון מוסדות, ווייל זיי קענען……
גייט זיין ד' מיתות ווייל זיי קענען…..

ווענדט זיך ווער ס'וועט שטיין ביים רעדיל
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
זאג נאר! דו בעטסט נישט שיבנה בית המקדש?
וואס איז די פראבלעם מיט ד' מיתות בית דין? דו ווילסט דען זינדיגן?
די אויסשטעל פון אלוקים עשה את האדם ישר, צוזאמען מיט'ן האבן א בית המקדש מיט איר גאנצן אויסשטעל - אין אונזער הייליג לאנד! איז פשוט דעלישעס! קען נישט זיין א שענער און בעסער לעבן.
אנלעס דו ווילסט ענדערש גיין צום גלח.....
וואס איז די פראבלעם מיט ד' מיתות בית דין? דו ווילסט דען זינדיגן?
די אויסשטעל פון אלוקים עשה את האדם ישר, צוזאמען מיט'ן האבן א בית המקדש מיט איר גאנצן אויסשטעל - אין אונזער הייליג לאנד! איז פשוט דעלישעס! קען נישט זיין א שענער און בעסער לעבן.
אנלעס דו ווילסט ענדערש גיין צום גלח.....
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
שלמה המלך #די גמ׳ האט שוין אויכט אנערקענט אז מיתת בית דין איז א פראבלעים, און כעזאגט אלע וועגן וויאזוי בית דין האט עס פרובירט צי פארמיידן, מיט כל מיני תירוצים, שמא טרפה היה? האם ראיתה מכחול בשפופרת?זאג נאר! דו בעטסט נישט שיבנה בית המקדש?
וואס איז די פראבלעם מיט ד' מיתות בית דין? דו ווילסט דען זינדיגן?
די אויסשטעל פון אלוקים עשה את האדם ישר, צוזאמען מיט'ן האבן א בית המקדש מיט איר גאנצן אויסשטעל - אין אונזער הייליג לאנד! איז פשוט דעלישעס! קען נישט זיין א שענער און בעסער לעבן.
אנלעס דו ווילסט ענדערש גיין צום גלח.....
משא״כ אינזערע רבנים וואס ביי זיי וואלטן עס געגאנגען שמא כשר היה? האם ראית לאנגע פאנדזשעלאו?
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
קהל'ס נער #פארקערט, פרויען דרייוון און שניצן די בארד וועט צוריק ווערן היתר גמור, און בית דין וועט לאזן אננעמען דיין קרבן אין בית המקדש אפילו אויב דיין פרוי דרייווד...יו מיססד די פוינט,
פאר עבירות ווי למשל פרויען דרייווען אדער שניצען די בארד, וואס מען ווארפט היינט ארויס די קינדער פון מוסדות, ווייל זיי קענען……
גייט זיין ד' מיתות ווייל זיי קענען…..
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
קהל'ס נער #כ'פארשטיי נישט דיין פראבלעם . דער זעלבע באשעפער וואס וועט אונז העלפען צו בויען די בית המקדש וועט אונז העלפען פון די ערב רב רבנים .... זיי גייען נישט האבען קיין שליטה איינמאל מען האט א בית המקדש...יו מיססד די פוינט,
פאר עבירות ווי למשל פרויען דרייווען אדער שניצען די בארד, וואס מען ווארפט היינט ארויס די קינדער פון מוסדות, ווייל זיי קענען……
גייט זיין ד' מיתות ווייל זיי קענען…..
דאנט ווארי ....
און לגבי סתם ד' מיתות בית דין. איינער וואס איז בועל א אשת איז פאר 2 עדים נאך א התראה קומט זיך אים טאקע מיתה... עונשים איז א גוטע זאך טאמער ס'ווערט געפירט נארמאל.
אדער אויף רציחה אדער אויף אנדערע זאכען וואס די תורה האט באשטימט מיתה. די "תורה" נישט די "רבנים" ....
למעשה איז זייער ווייניג אויסגעקומען אז ס'זאל זיין מיתת בית דין. די תורה האט געשטעלט אזאלכע שווערע תנאים אזוי אז ס'קומט כמעט נישט אויס. וועלכע משיגענער גייט גיין מחלל שבת זיין נאך א התראה פארענט פון עדים ??? חוץ איינער וואס וויל שטארבען....
און די רגע ס'נישטא קיין עדים איז עס נישט בידי בית דין. נאר בידי שמיים. דער באשעפער נעמט אליינס קעיר.
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
עקזעקטלי....
ווען עס וועט זיין אי”ה שנים כתיקונם, ווי אזוי השי”ת האט דאס אראפ געשטעלט, וועלן מיר אלע זיין אי”ה פערפעקט פיין מיט אלע זאכן...
למעשה קיינער קומט נישט אריין קלאר!
פארוואס’זשע בויען יעצט מיר נישט די בית המקדש השלישי?
פאקטיש ווערץ ארץ ישראל געפירט היינט דורך אידן, אפשר דארף מען זיך שוין ארויפשארצן די ארבל?
און אפשר דאר ווארט השי”ת בלויז אויף דעם, ווי זיי טענען!

ס'איז דא א ווארט (דאכט זיך מיר) פונעם קאצקע רבי אז דער משיח וואס מ'ווארט פאר וועט קיינמאל נישט קומען, און דער משיח וואס וועט קומען ווארט מען נישט אויף...
אונז דארפן האפן און בעטען פאר משיח כדי דער אויבערשטער זאל האבן א דירה בתחתונים, און עס זאל נתגלה ווערן כבודו ית' בהאי עלמא, און ווי דער רמב"ם שרייבט סוף הל' מלכים:
"ובאותו הזמן לא יהיה שם לא רעב ולא מלחמה ולא קנאה ותחרות שהטובה תהיה מושפעת הרבה וכל המעדנים מצויין כעפר ולא יהיה עסק כל העולם אלא לדעת את ה' בלבד ולפיכך יהיו ישראל חכמים גדולים ויודעים דברים הסתומים וישיגו דעת בוראם כפי כח האדם שנאמר כי מלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים."

כזעה פשוט נישט פארוואס איינער ביים פולן דעת זאל זיך אריינלייגן אין א סכנה גיין וואוינען אין א פלאץ ווי די ביזט ארומגענומען יעדן טאג מיט ביליאנען מענטשן וואס ווילן דיך זען טויט!
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
סבא דבהתא #דער וואס וויל דיר טויט וויל דיר טויט איבעראל!כזעה פשוט נישט פארוואס איינער ביים פולן דעת זאל זיך אריינלייגן אין א סכנה גיין וואוינען אין א פלאץ ווי די ביזט ארומגענומען יעדן טאג מיט ביליאנען מענטשן וואס ווילן דיך זען טויט!
אין אמעריקע, זענען אויך דא אסאך מענטשן וואס ווילן דיך זעהן טויט !
(איך פארשטיי אז ס'איז נישט דומא, אבער למען האמת, ס'שטארבן נישט צופיל מער אידן (פערציניעל) אין אמעריקע ווי אין א''י פון אנטיסעמיטיזם, ועוד אז דארט באלאנגט מען איז עס נישט קיין תירוץ (חוץ אויב א גרויסע פראצענט שנייט נישט גוט אפּ))

סוף טוב הכל טוב #דער פאר וועם ס'וועט זיין היתר גמור דעמאלטס פאר איהם איז עס שוין היתר גמור יעצט אויך, און פאר דעם וואס נישט וועט עס דעמאלטס אויך זיין אסור.פארקערט, פרויען דרייוון און שניצן די בארד וועט צוריק ווערן היתר גמור, און בית דין וועט לאזן אננעמען דיין קרבן אין בית המקדש אפילו אויב דיין פרוי דרייווד...
Re:
ברוך שפינוזה #נישט ממש...סוף טוב הכל טוב #דער פאר וועם ס'וועט זיין היתר גמור דעמאלטס פאר איהם איז עס שוין היתר גמור יעצט אויך, און פאר דעם וואס נישט וועט עס דעמאלטס אויך זיין אסור.פארקערט, פרויען דרייוון און שניצן די בארד וועט צוריק ווערן היתר גמור, און בית דין וועט לאזן אננעמען דיין קרבן אין בית המקדש אפילו אויב דיין פרוי דרייווד...
דאס פרויען נישט דרייוען האט נישט קיין הענט און קיין פיס (אחוץ וואס זיי מאכן טרעפיק) עכ”פ מיין פרוי דרייווט אויך נישט, אבער באמת נישט איך און נישט זי זעעען קיין שום פראבלעם אין דעם.
מילא ווען עס וועט שוין זיין שנים כתיקונם ווען די אלע דעות פסולות ווערן א זייפן בלאז, און מען וועט קענען זיין ערליכע יודן יריאם ושלימים מיט לעידי דרייווערס עס וועל.
האסט פארגעסן פונעם פסוק לא תסור מן הדבר אשר יגידו לך ימין ושמאל, און ווי רש"י זאגט אפילו אומרים לך על ימין שהוא שמאל ועל שמאל שהוא ימין. מיין ווייב דרייווט און איך ציטער פאר'ן טאג וואס אפאר רבנים גייען זיך דערקלערן סנהדרין (מיט משיח צו אן משיח) און עס אריינטייטשן אין א פסוק און מאכן פאר אן איסור דאורייתא מיט א חיוב סקילה.
Re:
ברוך שפינוזה #אויב אריינטייטשן פארווסא האסטו נישט מורא אז זיי ועלן זאגן אז מענער'ס דרייוון איז חיוב סקילה, און פרויען'ס דרייוון איז א מצות עשה שיש בה כרת? 😂 איך מיין וויפיל איז די שיעור מורא צוהאבן, און ויפיל איז די שיעור אריינצוטייטשן... 😂האסט פארגעסן פונעם פסוק לא תסור מן הדבר אשר יגידו לך ימין ושמאל, און ווי רש"י זאגט אפילו אומרים לך על ימין שהוא שמאל ועל שמאל שהוא ימין. מיין ווייב דרייווט און איך ציטער פאר'ן טאג וואס אפאר רבנים גייען זיך דערקלערן סנהדרין (מיט משיח צו אן משיח) און עס אריינטייטשן אין א פסוק און מאכן פאר אן איסור דאורייתא מיט א חיוב סקילה.
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
Re: Re:
שלמה המלך #נאר התאחדות וועט (אפשר) ארויסקומען מיט א תקנה אז מ'זאל מאכן א מחיצה, א ספעציעלע לעין פאר די נשים דרייווער(ינ)ס. אזוי ווי אין סופערמארקעט.ברוך שפינוזה #נישט ממש...סוף טוב הכל טוב #דער פאר וועם ס'וועט זיין היתר גמור דעמאלטס פאר איהם איז עס שוין היתר גמור יעצט אויך, און פאר דעם וואס נישט וועט עס דעמאלטס אויך זיין אסור.פארקערט, פרויען דרייוון און שניצן די בארד וועט צוריק ווערן היתר גמור, און בית דין וועט לאזן אננעמען דיין קרבן אין בית המקדש אפילו אויב דיין פרוי דרייווד...
דאס פרויען נישט דרייוען האט נישט קיין הענט און קיין פיס (אחוץ וואס זיי מאכן טרעפיק) עכ”פ מיין פרוי דרייווט אויך נישט, אבער באמת נישט איך און נישט זי זעעען קיין שום פראבלעם אין דעם.
מילא ווען עס וועט שוין זיין שנים כתיקונם ווען די אלע דעות פסולות ווערן א זייפן בלאז, און מען וועט קענען זיין ערליכע יודן יריאם ושלימים מיט לעידי דרייווערס עס וועל.
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
די ווייטאג איז אז דאס איז רעאליטי. א גרויל.
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
איז דא א ישוב פאר חסידישע עולים אין אינזער לאנד?
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
הביתה #דוכט זיך מיר אז גבעת זאב.איז דא א ישוב פאר חסידישע עולים אין אינזער לאנד?