☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!

161 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16860
בלאט: 1 2 3 4

צוויי » זונטאג יוני 30, 2024 3:54 pm

· #566843
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
סקעפטיקער #
צוויי #
סקעפטיקער #
צוויי #
אמת אלע סימנים ווייזן מיר זענען באחרית הימים, משיח איז שוין אט אט דא, און יעצט איז טאקע די צייט וואס דער אייבערשטער פרואווט אונז צו זעהן צו מיר זענען אים געטריי און צו די תורה הקדושה, עס שטייט אז ארץ ישראל וועט אויסשפייען ווער ס'איז נישט ערליך.
Selection Bias

די זעלבע שפראך רעדט מען שוין הונדערטער יארן און דערווייל זענען מיר נאך דא. זיי נישט אזוי זיכער אז יעצט איז עס "טאקע" נאנט
אני מאמין באמונה שלמה בביאת המשיח, ואף על פי שיתממה, עם כל זה אחכה לו בכל יום שיבוא
האב איך דען געזאגט אז ער גייט נישט קומען? איך האב געזאגט אז דו האסט נישט קיין גאראנטי ווען ער גייט קומען, ער קען קומען צען טויזנט יאר ארום אויך (עכ"פ לויטן רמב"ם דער מחבר פון די י"ג עקרים). איך זאג אז די זיכערקייט פון מענטשן אז יעצט איז מען שוין "טאקע" נאנט איז נאנסענס
אמונה חזקה בביאת המשיח בכל יום! דאס מיינט היינט! יא היינט קען ער קומען. איי, ער איז נאך נישט געקומען נעכטן, דאך גלייב איך אז היינט קען ער קומען.

אמונה איז נישט געבויעט מיט ראיות.
יעדע מענטש האט זאכן אין וואס ער גלייבט, אפי' גשמיות'דיגע זאכן, ער נעמט אן זאכן די וועג וויאזוי ער נעמט עס אן אפי' ער פארשטייט נישט פונקטליך פארוואס דאס איז טאקע אזוי.
ווי למשל, רוב מענטשן גלייבן אדער אז וואקסין איז א גוטע זאך, אדער גלייבן זיי אז וואקסין איז א שעדליכע זאך..
וויאזוי ווערט דעי גלייבן שוואך, ווען איינער דערציילט אים מעשיות וואס פון דעם קומט ארויס אז ס'איז נישט ממש אזוי ווי ער האט געגלייבט ביז יעצט. און אסאך מאל העלפט נישט די אלע מעשיות, ער וועט נאך אלץ זיין פארגלייבט דערין פאר סיי וועלכע סיבה, אדער ווייל זיין מח ווענדט אפ די אלע מעשיות, אדער ווייל ער גלייבט ענדערש אן אנדערעם וואס זאגט אים אז די מעשיות זענען נישט אמת.
ענדליך איז אויך וויאזוי מענטשן וועלן גלייבן אין אן אנדערע מענטש, ווי צ.ב.ש. א טאטע, די טאטע זאגט פאר די קינד ווען ער איז נאך קליין פארשידענע זאכן, און דאס קינד נעמט עס אן, ער זאגט אים אז באלד גייט ווערן טונקל, און ער זעהט ס'איז טאקע טונקל, ממילא ווען ער זאגט אים זאכן וואס ער זעהט נישט ממש מיט זיינע אויגן גלייך, גלייבט ער אים אויך, אויסער ווען די טאטע דרייט ארום מיטן קינד זאכן, און ער זאגט נישט די אמת, דעמאלטס פארלירט דאס קינד טראסט אינעם טאטן אפי' פאר זאכן וואס זענען מעגליך יא אמת, (צוליב דעם איז טאקע וויכטיג נישט קיינמאל זאגן ליגנט פאר א קינד אפי' לצורך גדול, ענדערש אים זאגן בערך אז איך קען דיך עס נאכנישט מסביר זיין יעצט ווען דו וועסט ווערן גרעסער וועסטו פארשטיין וכו', אדער צום ערגסטן פאל אים זאגן זאכן וואס זענען זיכער משתמע לתרי אנפין, אבער פארדרייען פאקטן זיכער קיינמאל נישט).
וואס וועט געשעהן ווען א קינד טראסט דעם טאטן, און ער זעהט אז ער איז טאקע טראסטעבל, אבער איין געוויסע זאך זאגט אים די טאטע עפעס וואס ער קען עס נישט פארשטיין, און ס'קוקט נישט אזוי אויך ריכטיג, דאן אויב איז זיין אמונה שטארק אינעם טאטן, וועט ער אים ווייטער טראסטן אפי' ס'מאכט נישט קיין סענס פאר אים.

מיר האבן 'אמונה' בביאת המשיח, מיר גלייבן אז ער גייט און קען היינט קומען, איי ער איז נאכנישט דא, דאך פארלירן מיר נישט די טראסט אז ס'וועט נעמען נאך טויזענט יאר, נאר מיר בלייבן גלייבן אז ער וועט היינט קומען. און אוודאי ווען מ'קען עס אויך מסביר זיין פארוואס נעכטן איז ער נאך נישט געקומען אז ס'איז ווייל ס'איז נאך נישט געווען די צייט, און דער אייבערשטער ווארט אז ס'זאל זיין 'אם בקולו תשמעו', און למעשה טוען אידישע קינדער יעדן טאג זאכן אויף וואס חז"ל און די ספה"ק זאגן אונז אז ס'איז מקרב ביאת המשיח, האבן אונז ווייטער אויף וואס צו האפן און גלייבן אז ער וועט נאך דעם היינטיגן טאג קומען.

און טאקע ווייל מיר ווייסן נישט די פונקטליכע עת פקודה, ווען דער מלח המשיח וועט זיך באווייזן פאר אונז און השי"ת וועט אונז אויסלייזן פונעם גלות המר, טאקע דערפאר קענען זיך נאך אידן האלטן מיט די פעלזן פעסטע אמונה. שטעל דיך פאר אז מ'ווייסט קלאר טויזענט יאר צוריק אז סוועט נאך נעמען טויזענט יאר, וואלט געווען אסאך שווערער אדער גאר נישט במציאות זיך צו האלטן און דורכמאכן דעם וועג כשה אחד בן שבעים זאבות.

ווען ס'קומט צו אמונה, מעג מען טראכטן און וויסן און וועלן פארשטיין, מ'דארף נאר וויסן אז אפי' איך ווייס נישט אלעס, דאך 'דארף' איך נישט פארשטיין, און איך בלייבן מאמין!

איך בין א נאר און איך גלייב!

סקעפטיקער » זונטאג יוני 30, 2024 4:03 pm

· #566845
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
ער קען קומען היינט און קען קומען צען טויזנט יאר ארום אויך. די שאנסן זענען בערך די זעלבע. האפן אז ער קומט היינט מאכט עס נישט לייקלי אז ער זאל קומען היינט, פונקט ווי די האפן פון טויזנט יאר צוריק האט נישט געמאכט ער זאל קומען אין די לעצטע טויזנט יאר.

צוויי » זונטאג יוני 30, 2024 5:26 pm

· #566857
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
סקעפטיקער #
ער קען קומען היינט און קען קומען צען טויזנט יאר ארום אויך. די שאנסן זענען בערך די זעלבע. האפן אז ער קומט היינט מאכט עס נישט לייקלי אז ער זאל קומען היינט, פונקט ווי די האפן פון טויזנט יאר צוריק האט נישט געמאכט ער זאל קומען אין די לעצטע טויזנט יאר.
האפן און "גלייבן"

סקעפטיקער » זונטאג יוני 30, 2024 5:31 pm

· #566859
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
צוויי #
סקעפטיקער #
ער קען קומען היינט און קען קומען צען טויזנט יאר ארום אויך. די שאנסן זענען בערך די זעלבע. האפן אז ער קומט היינט מאכט עס נישט לייקלי אז ער זאל קומען היינט, פונקט ווי די האפן פון טויזנט יאר צוריק האט נישט געמאכט ער זאל קומען אין די לעצטע טויזנט יאר.
האפן און "גלייבן"
גלייבן אז ער קומט היינט? בעיסד אויף וואס?

צוויי » מיטוואך יולי 3, 2024 4:51 pm

· #567109
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
סקעפטיקער #
צוויי #
סקעפטיקער #
ער קען קומען היינט און קען קומען צען טויזנט יאר ארום אויך. די שאנסן זענען בערך די זעלבע. האפן אז ער קומט היינט מאכט עס נישט לייקלי אז ער זאל קומען היינט, פונקט ווי די האפן פון טויזנט יאר צוריק האט נישט געמאכט ער זאל קומען אין די לעצטע טויזנט יאר.
האפן און "גלייבן"
גלייבן אז ער קומט היינט? בעיסד אויף וואס?
בעיסד אויף אמונה פשוטה, וואס אונזערע עלטערן האבן אונז געלערט ובדברי חכמז"ל וספה"ק

סקעפטיקער » מיטוואך יולי 3, 2024 5:16 pm

· #567113
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
צוויי #
בעיסד אויף אמונה פשוטה, וואס אונזערע עלטערן האבן אונז געלערט ובדברי חכמז"ל וספה"ק
וואו שטייט אז מ'דארף "גלייבן" (=האלטן) אז ער קומט היינט? דו ווערסט דאך א Fool יעדן טאג פון פריש. עס שטייט אז מ'זאל "האפן" אז ער קומט היינט, און אויפדעם זאג איך אז האפן איז נישט קיין גאראנטי אז ער גייט טאקע היינט קומען, ער קען אין פאקט קומען הונדערט טויזענט יאר פון יעצט. און אויף דאס וואס דו זאגסט אז די "סימנים" ווייזן אז יעצט איז מען "טאקע" נאנט, איז נישט מער ווי סעלעקשאן בייעס.

צוויי » מיטוואך יולי 3, 2024 8:00 pm

· #567134
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
אנטשולדיגט, אבער איך זעה אז איך הייב אן אריינצוגיין אין א וויכוח בי"ג עיקרים, איך וויל נישט האבן צו טוהן מיט א סקעפטיקער אין אמונה, ממילא למוד לשונך לומר איני יודע... "איך ווייס נישט".

אני מאמין באמונה שלימה בביאת המשיח, ואף על פי שיתממה עם כל זה אחכה לו בכל יום שיבוא

סקעפטיקער » מיטוואך יולי 3, 2024 8:51 pm

· #567140
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
וואו האסטו דא געזעהן אז איך האב ספיקות אין אמונה? איך בין בכלל נישט מחולק מיט די אני מאמין וואס דו ברענגסט. האב איך דען געזאגט אז ער גייט נישט קומען? איך האב געזאגט אז קיינער ווייסט נישט ווען ער גייט קומען, און האפן יעדן טאג אז ער קומט שוין מיינט נישט "האלטן" אז ער קומט היינט. דאס איז פשוט קאמאן סענס וואס יעדער אין בית המדרש קען דערהערן

אלפא » מיטוואך יולי 3, 2024 9:03 pm

· #567143
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
סקעפטיקער #
וואו האסטו דא געזעהן אז איך האב ספיקות אין אמונה? איך בין בכלל נישט מחולק מיט די אנימאמאין וואס דו ברענגסט. האב איך דען געזאגט אז ער גייט נישט קומען? איך האב געזאגט אז קיינער ווייסט נישט ווען ער גייט קומען, און האפן יעדן טאג אז ער קומט שוין מיינט נישט "האלטן" אז ער קומט היינט. דאס איז פשוט קאמאן סענס וואס יעדער אין בית המדרש קען דערהערן
צוויי #

אני מאמין באמונה שלימה בביאת המשיח, ואף על פי שיתממה עם כל זה אחכה לו בכל יום שיבוא
עטס זאגטס דאך ביידע די זעלבע זאך..

@סקעפטיקער שרייט אז מ'דארף נאר 'האפן' נישט דוקא גלייבן.
@צוויי שרייט 'אחכה' לו בכל יום.

ער זאגט אויך נישט 'מאמין' לו בכל יום - אחכה אין אידיש טייטשט האפן (אדער ווארטן)! נישט אזוי?

שלמה המלך » פרייטאג יולי 12, 2024 3:19 pm

· #567935
Re: בנין בית המקדש השלישי
אלע צוזאמען #
שלמה המלך #
[
יעצט זיך נעמען פארטרייבן די אראבער פונעם הר הבית איז יענץ געשעפט, די שאלה אבער איז, אין 1948 ווען דו האסט סייווי פארטריבן די ישמעאלים, און די UN (באותה שעה כשרים היו) האט עס בארעכטיגט, טא פארוואס האט מען דעמאלטס נישט געטוהן צו דער זאך? אדער בעסער געזאגט, נאך די יום כיפור מלחמה ווען מען האט איינגענומען דעם כותל, פארוואס האט מען נישט געמאכט א ריכטיגע קלין אפ, די ערשטע צייט (אזוי ווי יעצט) האט ישראל געהאט די וועלט שטיצע, פארוואס האט מען נישט אויסגענוצט די געלעגענהייט און געבויט א הערליכע בית המקדש השלישי? איך מיין מען וואלט נישט געדארפט שווער פאנדרעיזן פאר דעם - אמת'דיג גערעדט, וואס איז טאקע פשט?
קלויזענבורג’ע רבי האט טאקע געשריגן אויף ’משה דיין’ וואס ער ער איז געווען דער ערשטער צו רעדן פון צירוקגעבן שטחים נאך מלחמת ששת הימים.
ווער רעדט פון צירוקגעבען שטחים? מיר רעדן פשוט פונען בויען דעם בית המקדש אויפן פלאץ ווי די ערשטע צוויי זענען געוועהן מיט’ן גאנצען קלאפער געצייג

עסן עסט זיך » פרייטאג יולי 12, 2024 5:51 pm

· #567944
Re: ס'צייט צו קומען אהיים, קיין ארץ ישראל!
ואני קרבת אלקים לי טוב
בלאט: 1 2 3 4