נישנאש #
סאנטיאגא #
די גאווערמענט האט מער פאוער ווי דיר און מער געלט ווי דיר, גייסט נישט קענען אליינס. ווילסט ענדיגן די מערכה? פאלג און וויש דיך אפ די לאנגע רעבישע נאז, דו ווילסט פייטן? אקעי גיי אין טרייל, די סטעיט האט בעסערע לויערס ווי דיר, מער צייט ווי דיר, און מער געלט ווי דיר. די מינוט מ'הייבט אן לערנען ריכטיג גייען חסידישע מוסדות ווערן ווי? חסידישע מיידל סקולס און ליטווישע חדרים.
האסט ארויסגעשטויסן די אינספעקטארס, און געשריגן וואלף ווי א רחמנות? די סופעראינטענדענטס וועסטו נישט ארויסשטויסן! אונז קען מיר דעבאטירן נאך זעכצן יאר, ווילסט פארלירן די פייט. זאג ניין, זיכער אז ס'גייט בעקפייערן.
אי משום הא פארשטיי איך נישט וואס דו רעדסט, אויב עס איז דא - עס מוז נישט זיין אבער נניח - א עכטע אידילאגישע שיטה פארוואס נישט צו קאפערירן און זיך האלטן שטארק דאן וואו קומט אריין ווי שטארק די רעגירונג איז? איז עס די ערשטע מאל וואס עס איז דא א גזירה איבער אידישקייט זאכן? האט מען זיך אמאל דערשראקן?
here we go מיט devil's advocacy
ווען דו האסט א טענה קאל מיך... חלומות, מיין פריינט נישט דא גאאאאאארנישט. אפס.
א גרויסער עולם כאפט נישט: ס'נישט דא קיין צוויי זייטן, נישט דא קיין שום תירוץ שבעולם זיך קעגנצושטעלן, בפרט ווען זיי ווייסן אלע טיף אינעווייניג דעם אמת אז זיי שטעלן טאקע נישט צו וואס מ'דארף, איך זאג אפילו אויב דו זאלסט זיין גערעכט איז עס אויך נאריש, ווייל געווינען וועט די רעגירונג...
אלעס שטותועריי. דאס איז לעכערליכע פראפעגאנדע וואס ארבעט אויף דיר וואס קויפט עס פאר גוט געלט, אפשר ביי שלש סעודות קענסטו עס נאכזאגן און יעדער שאקלט צו, ״פסס טאקע גוד פוינט..״ באט אין קאורט ארבעט נישט די חכמה'לעך. דארפסט רעדן צום דבר. די באבע'ס קאץ פון זעכציג יאר צוריק האט אפשר אן מיינונג באגראבן אונטער די ערד וואס מ'האט זיך נישט גערעכנט מיט... נישט דא קיין נניח'ס אדער איבעית אימות... האסט עפעס? דארפסט קומען מיט קאנקרעטע לאגיק וואס זיי נעבעך האבן נישט אין סטאק... ביסט אמאל געווען אין א קאורט? דארט גייט עס זייער צום פוינט, זעץ זיך אנידער, שטעל דיך אויף, הייב אויף די הענט, זאג אפ דיינע טענות אדער גיי דיר אהיים. No funny business
מ'קען נישט דארט זאגן: ״הער שופט, מ'דארף נישט קיינעם מסביר זיין די רעדע... אאה די יודעי דבר ווייסן וואס דא טוט זיך און זיי זאגן אליינס... אאה.. איר פארשטייט זייער גוט וואס מיר ווילן פון אייך... ואכמ"ל דאס איז דברים ידועים... זיי ווילן אפשמד'ן... זיי ווילן מ'זאל זיין וואס מ'וויל... אאההה... די כתב סופר ברענגט...״ it don't go like that bro
ניין ס'איז נישט די ערשטע מאל, אין 1950 איז געווען די קעיס פון די מלאכים ס'האט געהייסן דאננער ווס. פיפל די חברה האבן געטרייט צו האומסקולן און נישט אויסלערנען ענגליש און זיי האבן שוין דעמאלטס אויך פארלוירן, די קאורט האט רייטפולי סא, קלאר געפסקענט, וואטעווער דו טוסט ביי די רעליגעזע זאכן, קען עס אויסדריקליך
נישט סובסיטוטן סעקולערע לימודים, אונז זעמיר נישט אין אפגאניסטאן, און דו וועסט לערנען אנדערע זאכן פון די וועלט אויך, צו ס'געפעלט דיר יא, צו ס'געפעלט דיר נישט, אזוי ווי סיטבעלטס, וואס מוז מיר נישט געפעלן כ'ווער נאך אלס געשטראפט, און דוקא מוז עס געלערנט ווערן ברחל בתך הקטנה אריטמעטיק, אמעריקאנע היסטאריע, סיוויקס, סאציאלע שטודיעס, שרייבן, געאגראפיע ועוד און דוקא אויף די ענגלישע שפראך. פארשטייסט ס'איז זייער ספעציפישע אינסטרוקשנס פאר דעם גייט עס זיי נישט... נישט דא קיין וועג ארויס דא אין ערגעץ, מיינסט פערלס האט נאכנישט געטרייט? אוי האבן זיי געטרייט, זיי זענען געגאנגען וויינען צו די טשענסלאר, די באורד מעמבערס, דא, דארט, אלבעני מיטונג נאך מיטונג, אלע האבן זיי גענטעפערט קוש מיך, ביסט צודרייט געווארן? ס'איז געזעץ! נישט דא קיין עקזיט, נאר פאלגן. די גאנצע שמועס וואס מ'טענהט זיך איז, וויאזוי די געזעץ
זאל ווערן אפגעטייטשט.
טראכט א סעקונדע! פאר א סיבה טרעט נישט אבי שיק אויף אין קאורט your honor we disagree because we don't want to teach gender studies איינער האט דיר אמאל געהייסן?
אקעי, ווייטער, רעליגיע ווערט געפאטשקעט? ווייז מיר מיט וואס? א טענה אז מ'פארלייגט זיך דוקא אויף פרומע אידן האט די ריכטערין ארויסגעווארפן, וואט עלס? דער ממזר האט ליטערלי געטרייט צו טענה'ן אפאר יאר צוריק אז ווען מ'לערנט אין גמרא וועגן חשבון פון א מקוה פון פערציג סאה לאמיר זאגן, הייסט עס ווי גלייך מ'האט יעצט אויסגעלערנט מעטה קומט דאך אויייס אז מ'איז עקווילענט...
דאס איז ווי טענה'ן פארן אינסטראקטער ביי די די.עם.ווי. אז איך מעג דרייוון א קאר געזעצליך, ווייל איך האב זעכציג שעה מיט א בייק - מיט טרעינינג ווילס! אזוי סטופיד איז עס. קראנקע אקסן זיי האבן נישט קיין טענות! אז זיי האבן נישט קיין טענות האבן זיי נישט קיין קעיס. ופשוט הוא, סא וואס איז די געשלעפעכץ? און נאך די סעלעברעיטן אז מ'האט זוכה געווען ב''ה צו שטופן נאך א יאר?? נאכאמאל קיין איין וועליד טענה. קיין איינס. בקיצור זיי גייען אין סירקלס און קומען יעדע שטיק צייט צוריק צום וואנט, נאכאמאל און נאכאמאל... מ'פארקויפט דיך הייסע בעקד זיטי מיין פריינט, קען זיין איך בין בייעסד, אבער איך זאג נישט קיין ליגנט, קענסט נישט טענה'ן טענות וואס עקזיסטירט נישט. קענסט נישט פאלגן על לא דבר. עפעס מוזטו זאגן.
נישנאש
און פארוואס מוז איך מסכים זיין צו קאמפרימיזירן אז מיינע קינדער זאלן לערנען אין א "ליטווישע חדר" ווי דו רופסט עס, און אויב בין איך א חסיד און איך וויל שיקן צו א חדר וואס איך האלט איז חסידישע יסודות, האב איך נישט קיין רעכט? ווער האט דיר געפרעגט וויאזוי איך וויל מחנך זיין מיינע קינדער?
too bad
ווייל דאס זאגט די געזעץ. עדזשוקעישן איז א היומען רייט, קענסט נישט אפמאכן וואס עדזשוקעישן איז לויט דיר, ווען קיינער עגריט נישט מיט דיר אינדרויסן פון די חסידישע באבל. נעקסט טיים זאל די רבי זכוי"ע מאכן זיין שיכון ערגעץ אין מיסיסיפי, דא אין ניו יארק קען מען נישט טוהן וואס מ'וויל - האסט געקענט ווען די געמיינדע איז געווען צען בלאקס גרויס. און יעדער איז געווען פרום. ס'איז געענדיגט די צייטן.
קענסט שיקן צו א חסידישע חדר גערן, קענסט אבער נישט שיקן צו א אומלעגאלע חדר ווייל זיי האבן אפגעמאכט אז דאס מיינט קאפרימייזן אויף חסידות. אז דו ווילסט רעדן וועגן דעם ענטפער מיר ביטע וועגן די בריסקע סטייל שיעור עיון צו ס'איז א קאמפראמייז
ס'איז ווי מאלעסטעישן קענסט זיין א מלמד, קענסט אבער נישט צורירן קיין קינד און שרייען מ'האט פיינט חסידים ווען מ'פיקט דיר אויף קיין רייקערס פאר דיינע עקלדיגע מעשים... ביהעיוו.