איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
119 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16796
איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
איך ווייס נישט וויפיל דער עולם דא אין שטיבל האלט מיט די גזירות החינוך אין נ''י,
אבער די רעגירונג האט געהאט ארויסגעלייגט 7 פעטוועיס וואס אלע מוסדות מוזן אויסקלויבן איינס דערפון,
די מער קנאי'שע חדר איז גלייך ארויסגעקומען אז מ'טאר ח''ו נישט אנעמען קיין איינס, אלעס איז עקירת הדת רח''ל, און מ'דארף שטיין ווייט פון זיי (און פון זייערע געלטער).
די פערלס ארגאניזאציע (וואס איז אנגעפירט דורך אגו''י, אינאיינעם מיט היימישע קרייזן) זענען יא אין פילע שטיצע אז מ'זאל נעמען א פעטוועי.
למעשה האט זיך לעצטענס היפש געקאכט איבער דעם, מיט צענדליגע אסיפות, ווי יעדער פראבירט אויפציווייזן און אריינכאפן ווי מער צו זיך.
מהר''א מ'סאטמאר האט שוין עטליכע וואכן צוריק געלאזט וויסן ברבים זיין דעת תורה אז מ'טאר נישט נעמען קיין שום פעטוועי.
יענע וואך דאנערשטאג האט קהילת סאטמאר מהרי''י געמאלדן אז זיי נעמען יא א פעטוועי.
אזוי אויך איז דאנערשטאג פארגעקומען א גרויסע אסיפה אין מאנסי ווי ס'האבן זיך באטייליגט שליחים פון רוב היימישע מוסדות התורה פון נ''י און די החלטה איז געווען אז מ'זאל נישט נעמען (מיינט נישט אז קיינער פון יענע קהילות גייען נישט)
די שאלה איז אויב למעשה איז נאר קהלת מהרי''י די איינציגסטע חסידישע מוסדות וואס האט גענומען (אדער גייט)
(די קנאים און די ארונים פארקויפן אזוי, די שאלה איז צו מ'קען זיי גלייבן?!?)
ס'קען זיין אז איך מאך טעותים מיט געוויסע פאקטן , אדרבה אויב איינער ווייסט זאל ביטע אלעס אויסקלארן.
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי ?
שמעתי אז באבוב, מונקאטש און וויזשניץ מאנסי און אלע ברודער וואס האבן מוסדות האבן יא גענומען אבער נישט באשטעטיגט
באבוב 45 נישט

קליינע צדיק #
שמעתי אז באבוב, מונקאטש און וויזשניץ מאנסי און אלע ברודער וואס האבן מוסדות האבן יא גענומען אבער נישט באשטעטיגט
באבוב 45 נישט
סתם שמועות ??
אינטערסאנט גייט זיין אויב האלב קהילות גייען איין ווייב און האלב א צווייטע, און ווי אזוי ס'גייט זיך נאכדעם אויסקאכן)
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי ?
אויב ’פערל’ס שטיצט עס גייט פאפא עס אויך שטיצן, עטליכע גרויסע קנאקערס דארט זענען פאפא חסידים.
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
די אהרונישע מערכה איז א גרויל. האלטס אנדערש ווי פערל"ס פיין זאל זיין אזוי. אבער אזוי באשמיצן א ארגעניזאציע וואס לייגט זיך אריין אין די לענג און די ברייט צו העלפן חסידישע אידן??? עקל
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי ?
ס'איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז בראשית דרכם פון די אחים הקדושים, ס'הייסט גלייך נאכ'ן ספליט אין סאטמאר, ווען ס'זענען זיך פארלאפן א סאך געשעהענישן אין די אידישע וועלט, האט מהר"א און זיין קהילה אנגענומען א מער מעסיגן, מער וועלטליכע פאזיציע, ואי אפשר לפורטם כי רבים הם. (מ'קען אפשר יא, נאר דערעוילעם 'עט ווערן אומגעדולדיג). למשל, ווען די פאלעסטינער רוצחים זענען איבערגעפאלן א מזרחי ישיבה און געהרג'עט א פאר בחורים אין ירושלים, אדער ביי די מעשי רציחה פון מומביי, האט ר' אהרן אנגערופן די בחורים "קדושים", און אויף די קדושי מומבאי האט ער געזאגט אז זייי זענען אומגעקומען אין א מקום קדוש. האט דער צד מהרז"ל איהם פארשריגן אז ער רופט אן מזרחי בחורים "קדושים" און אז ער זאגט אויף א ליובאוויטשער מוסד אז ס'איז א "מקום קדוש".
נאר ביי די לעצטע עטליכע מערכות האט ר' אהרן אנגענומען א מער עקסטרעמע פאזיציע און מהרז"ל (אדער ווי ס'איז לעצטנס געווארן אין סטייל, מהרי"י) גענומען א מער מעסיגע שטעלונג.
אזוי אויך אין דעם פארווייטאגטן און פארצויגענעם פראבלעם פון חינוך. וואס דער צד מהרז"ל שטעלט זיך ענדערש צו צו די פארלאנגען פון די רעגירונג...!

ששון ושמחה #

לדעתם (וכן לדעת פון מתנגדי הקאמען קאר) זענען דאך פערלס געפערליכע פארעטער און זיכען בכלל נישט צי העלפן חסידישע אידן , נאר זיי צי מאדענעזירן
(איך זאג ס''ה וואס זיי זאגן)
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
ששון ושמחה #
די אהרונישע מערכה איז א גרויל. האלטס אנדערש ווי פערל"ס פיין זאל זיין אזוי. אבער אזוי באשמיצן א ארגעניזאציע וואס לייגט זיך אריין אין די לענג און די ברייט צו העלפן חסידישע אידן??? עקל
דיסלייק
👇👎Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
מן הסתם #
ששון ושמחה #
די אהרונישע מערכה איז א גרויל. האלטס אנדערש ווי פערל"ס פיין זאל זיין אזוי. אבער אזוי באשמיצן א ארגעניזאציע וואס לייגט זיך אריין אין די לענג און די ברייט צו העלפן חסידישע אידן??? עקל
דיסלייק
👇👎
סתם דיסלייקן ???
זאג וואס ס'געפעלט דיך נישט
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
מן הסתם #
ששון ושמחה #
די אהרונישע מערכה איז א גרויל. האלטס אנדערש ווי פערל"ס פיין זאל זיין אזוי. אבער אזוי באשמיצן א ארגעניזאציע וואס לייגט זיך אריין אין די לענג און די ברייט צו העלפן חסידישע אידן??? עקל
דיסלייק
👇👎
פאר די געלט האסטי געקענט אפען זאגן " איך בין אן ארוני".
איך האלט נישט מיט די מערכה און בין נישט באקאנט מיט די צדדים, אבער טאמער רעדט מען אריין דא, זאל מען ביטע מסביר זיין פארוואס מ'האט אויסגעקליבן א געוויסע שטעלונג.
וואס ביסטי נישט מסכים?
האלטסט אז די ארונים באשמיצן נישט פערלס?
האלטסט אז זיי מעגן?
האלטסט ס'איז א מצוה?
האלטסט אז פערלס העלפט נישט קיינעם?
פתח פיך ויאירו דבריך
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
ששון ושמחה #
די אהרונישע מערכה איז א גרויל. האלטס אנדערש ווי פערל"ס פיין זאל זיין אזוי. אבער אזוי באשמיצן א ארגעניזאציע וואס לייגט זיך אריין אין די לענג און די ברייט צו העלפן חסידישע אידן??? עקל
פאר 25-30 יאר צוריק ווען איך פלעג נאך ליינען דער איד איז דאס געווען העכסט נארמאל.
אין כל חדש
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
עמרם #
יענע וואך דאנערשטאג האט קהילת סאטמאר מהרי''י געמאלדן אז זיי נעמען יא א פעטוועי.
כ׳בין נייגעריג ׳וואס׳ דאס מיינט אויף למעשה, אדער בכלל פ״וו אנדערע האלטן אז מ׳טאר נישט, אויב איינער ווייסט. א דאנק
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי ?
berlbalaguleh #
ס'איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז בראשית דרכם פון די אחים הקדושים, ס'הייסט גלייך נאכ'ן ספליט אין סאטמאר, ווען ס'זענען זיך פארלאפן א סאך געשעהענישן אין די אידישע וועלט, האט מהר"א און זיין קהילה אנגענומען א מער מעסיגן, מער וועלטליכע פאזיציע, ואי אפשר לפורטם כי רבים הם. (מ'קען אפשר יא, נאר דערעוילעם 'עט ווערן אומגעדולדיג). למשל, ווען די פאלעסטינער רוצחים זענען איבערגעפאלן א מזרחי ישיבה און געהרג'עט א פאר בחורים אין ירושלים, אדער ביי די מעשי רציחה פון מומביי, האט ר' אהרן אנגערופן די בחורים "קדושים", און אויף די קדושי מומבאי האט ער געזאגט אז זייי זענען אומגעקומען אין א מקום קדוש. האט דער צד מהרז"ל איהם פארשריגן אז ער רופט אן מזרחי בחורים "קדושים" און אז ער זאגט אויף א ליובאוויטשער מוסד אז ס'איז א "מקום קדוש".
נאר ביי די לעצטע עטליכע מערכות האט ר' אהרן אנגענומען א מער עקסטרעמע פאזיציע און מהרז"ל (אדער ווי ס'איז לעצטנס געווארן אין סטייל, מהרי"י) גענומען א מער מעסיגע שטעלונג.
אזוי אויך אין דעם פארווייטאגטן און פארצויגענעם פראבלעם פון חינוך. וואס דער צד מהרז"ל שטעלט זיך ענדערש צו צו די פארלאנגען פון די רעגירונג...!
זיי זענען די זעלבע. נאר יעדער ציעט די שטריק. ווען איינער נעמט איין צד מוז די צווייטע טון פארקערט.
לבושתי בין איך אמאל געליגען אין דעם. איך האב זיך ב"ה באפרייט.
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
בְּתוֹךְ עַמִּי #
עמרם #
יענע וואך דאנערשטאג האט קהילת סאטמאר מהרי''י געמאלדן אז זיי נעמען יא א פעטוועי.
כ׳בין נייגעריג ׳וואס׳ דאס מיינט אויף למעשה, אדער בכלל פ״וו אנדערע האלטן אז מ׳טאר נישט, אויב איינער ווייסט. א דאנק
לגבי טוישן די לימודים, גלייב איך נישט אז זיי גייען, אבער מ'קען נישט וויסן
(מיין אפיניען)
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
הרב זלמן לייב האט אומפארשעמטערהייט טעלעפאנירט און משוגע געמאכט עטליכע גרויסע רבנים אז זיי זאלן מיטגיין מיט "אגודת ישראל",
האבן זיי אים געגעבן צו פארשטיין אז אויסער א פאליטישער דיקטאטור אונעם עולם וואס ער שלאגט כפרות מיט, האט ער נישט וואס אריינצושטעקן זיין נאז אין זייערע קהילות...!

קען איינער אפשר מסביר זיין פאר דעם עולם וואס די זיבן מהלכים זענען?
וועכע האט מרז"ל אנגענומען?
וועכע האבן די אנדערע רעבעס גענומען?
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
אסטראלאג #
ערעב זלמן לייב האט אומפארשעמטערהייט טעלעפאנירט
אינטערעסאנט וואס דו זאגסט, לויט מיינע מקורות איז עס יא געווען פארשעמטערהייט.
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
אסטראלאג #
ערעב זלמן לייב האט אומפארשעמטערהייט טעלעפאנירט און משוגע געמאכט עטליכע גרויסע רבנים אז זיי זאלן מיטגיין מיט "אגודת ישראל",
האבן זיי אים געגעבן צו פארשטיין אז אויסער א פאליטישער דיקטאטור אונעם עולם וואס ער שלאגט כפרות מיט, האט ער נישט וואס אריינצושטעקן זיין נאז אין זייערע קהילות...!
שכח פארן שרייבן, יעצט ווייס איך שוין וועלכע זייט איז גערעכט..
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
די פעטוועי איז א מהלך וויאזוי מען פאלגט אויס די שינוים פון די רעגירונג, ניין? נו וואס איז מהרז"ל פלאן?
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
אזוי ווי ביז יעצט
מ'פארקויפט פאר די רעגירונג שקרים
(דו האלטסט טאקע אז מ'גייט אנהייבן צו לערנען ענגליש אין ישיבה קטנה ??)
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
עמרם #
ששון ושמחה #
די אהרונישע מערכה איז א גרויל. האלטס אנדערש ווי פערל"ס פיין זאל זיין אזוי. אבער אזוי באשמיצן א ארגעניזאציע וואס לייגט זיך אריין אין די לענג און די ברייט צו העלפן חסידישע אידן??? עקל
לדעתם (וכן לדעת פון מתנגדי הקאמען קאר) זענען דאך פערל'ס געפערליכע פאררעטער און זוכן בכלל נישט צי העלפן חסידישע אידן, נאר זיי צי מאדערנעזירן.
(איך זאג ס''ה וואס זיי זאגן)
זיי האלטן אז אבי שיק מאכט חרוב די מערכה.
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
שמעון וואלף #
מן הסתם #
ששון ושמחה #
די אהרונישע מערכה איז א גרויל. האלטס אנדערש ווי פערל"ס פיין זאל זיין אזוי. אבער אזוי באשמיצן א ארגעניזאציע וואס לייגט זיך אריין אין די לענג און די ברייט צו העלפן חסידישע אידן??? עקל
דיסלייק
👇👎
פאר די געלט האסטu געקענט אפען זאגן " איך בין אן ארוני".
איך האלט נישט מיט די מערכה און בין נישט באקאנט מיט די צדדים, אבער טאמער רעדט מען אריין דא, זאל מען ביטע מסביר זיין פארוואס מ'האט אויסגעקליבן א געוויסע שטעלונג.
וואס ביסטי נישט מסכים?
האלטסט אז די ארונים באשמיצן נישט פערלס?
האלטסט אז זיי מעגן?
האלטסט ס'איז א מצוה?
האלטסט אז פערלס העלפט נישט קיינעם?
פתח פיך ויאירו דבריך
די עקסטרעמיסטן בתוכינו האלטן אז "פערלס" איז אויף איין דרגא מיט "יאפעד". אז זיי זענען מסיתים ומדיחים.
דאס איז אויך א געלעגנהייט צו באווייזן ווער ס'איז מער קנאי'ש.
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
אסטראלאג #
הרב זלמן לייב האט אומפארשעמטערהייט טעלעפאנירט און משוגע געמאכט עטליכע גרויסע רבנים אז זיי זאלן מיטגיין מיט "אגודת ישראל",
האבן זיי אים געגעבן צו פארשטיין אז אויסער א פאליטישער דיקטאטור אונעם עולם וואס ער שלאגט כפרות מיט, האט ער נישט וואס אריינצושטעקן זיין נאז אין זייערע קהילות...!
גראדע לויט ווי איך הער זענען רוב מוסדות יא מיט גאגענגען מיט אגודת ישראל
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
berlbalaguleh #
די עקסטרעמיסטן בתוכינו האלטן אז "פערלס" איז אויף איין דרגא מיט "יאפעד". אז זיי זענען מסיתים ומדיחים.
דאס איז אויך א געלעגנהייט צו באווייזן ווער ס'איז מער קנאי'ש.
ס'איז א רחמנות אויפ'ן דור - אזא דור יתום.
נישט אז ס'נישטא קיין ערליכע איינשטענדיגע רבנים, נאר די פראבלעם איז אז פון זיי הערט מען נישט. די וואס פירן כלומרשט די חרד'ישע אידענטום זענען באקאנט אלץ עטענשאן זיכער, כבוד שמעקער, בעלי מחלוקת, גנבים, דיקטאטורן און סתם שוטים.
שוין העכסט צייט ס'זאל דערהערט ווערן די ווייגעשריי פון די סיילענט מעזשאריטי אז גענוג איז גענוג! קוק ווי עטץ האט אונז אריינגעפירט! עטץ האט געהאט ענקער שאנס און אצינד שטעלטס אייך אין די זייט און זאלן ערליכע רבנים איבערנעמען די הנהגה.
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
ק/פ
אידישע נייעס | גזירת החינוך
וְלֹא קָם וְלֹא זָע מִמֶּנּוּ וַיִּמָּלֵא עַל מָרְדֳּכַי חֵמָה
אין ליכט פון די מבוכה און חילוקי דעות בנוגע די גזירת החינוך אין ניו יארק, האט ווי באקאנט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א איבערגעגעבן חוות דעתו הקדושה פאר די הנהלת המוסדות אז מ'זאל בשום פנים ואופן נישט אויסקלויבן א פעטווע"י, נאר מ'זאל איגנארירן די רעגירונג און נישט ענטפערן מכל וכל.
אין די לעצטע טעג איז געלייגט געווארן גרויס דרוק אויף די ראשי המוסדות וגדולי העסקנים בחצר הקודש באבוב, צוריק צו ציען פון דעם החלטה, אבער ומרדכי לא יכרע, און דער באבובער רבי האט זיך געהאלטן פעלזן פעסט מיט דעתו הבהירה אנבאלאנגט דעם נושא.
היינט איז ערהאלטן געווארן אן אימעיל פון הרב חיים דוד צוויבל ראש אגודת ישראל, און הרב משה דוד נידערמאן מראשי העסקנים סאטמאר מהרז"ל, אינאיינעם מיט די פעלר"ס ארגענאזאציע און זייער אדוואקט ר' אבי שיק, וואס איז געשיקט געווארן צו הרב חיים דוב גראסס מראשי מנהלי מוסדות באבוב 45, ווי עס איז פארלאנגט געווארן אז דער באבובער רבי זאל ארויסקומען מיט א מכתב גלוי, אז דאס וואס איז געדרוקט געווארן אין "גליון דורותנו" אין נאמען פון רבי'ן אז אננעמען א פּעֶטוועֶ"י איז ביהרג ואל יעבור, אז עס איז א טעות, ווייל דער רבי האט סך הכל געזאגט נאר די ווערטער מסירות נפש.
ווען הרב חיים דוב גראסס האט זיך פארבינדן מיטן באבובער רבי, האט דער רבי געגעבן זיין אנטווארט זאגנדיג "מאך זיך נישט וויסנדיג פון זיי! כ'האב געזאגט אז מ'דארף האבן מסירות נפש, און דאס באדייט אז ס'איז ביהרג ואל יעבור, און האב איך דאס דעמאלטס נישט געזאגט, זאג איך עס יעצט"!
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
מיך באדערט איין זאך. ווער איז פערלס אז זיי האבן זיך גענומען דעם טיטל אז זיי רעדן פאר כלל ישראל?

זיי זענען נישט די ערשטע און נישט די לעצטע !!
יעדער צווייטער משוגענער זאגט אזוי ....
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
קומט דא פאר חידושים נפלאים!! איך בין שוין דא אין שטיבל א שיינע פאר יאהר און ציביסלעך זיך אנגעליינט די פראבלעים אז מיר באקומען נישט די ריכטיגע עדוקעישאן, איז מהרז״ל געווארן איבער גערעדט פון ענק און גענומען א פעטוועי, איז געשעהן א גלגל ענק זענען יעצט ברוגז פארן לאזן אינזער קינדער האבן בעסערע עדוקעשאן?

רויטער #

ווער איז ברוגז ?
ס''ה וויל מען וויסן צו ער גייט טאקע פארבעסערן ?
אדער בלייבט אלעס די זעלבע, נאר מ'רעדט איין די שטאט
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
yatzmachp #
מיך באדערט איין זאך. ווער איז פערלס אז זיי האבן זיך גענומען דעם טיטל אז זיי רעדן פאר כלל ישראל?
און ווען סאטמאר, נטרונא אא"וו רעדען בשם כלל ישראל איז עס יא אמת ? יעדער זאגט וואס ער וויל און נאר יענער טאר נישט טוען די זעלבע

פאלגענד איז א קו''ק וואס די עקסטרימיסטן שיקן ארום 📎 Screenshot_20240110_182233_Gmail.jpg
אינטערסאנט איז צי זעהן די אמת'ע בריוו פון הרב שלעזינגער
(די אנגעקאלערטע האבן זיי ארום געטוישט)
📎 unnamed (3).png
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
היימלינד #
yatzmachp #
מיך באדערט איין זאך. ווער איז פערלס אז זיי האבן זיך גענומען דעם טיטל אז זיי רעדן פאר כלל ישראל?
און ווען סאטמאר, נטרונא אא"וו רעדען בשם כלל ישראל איז עס יא אמת ? יעדער זאגט וואס ער וויל און נאר יענער טאר נישט טוען די זעלבע
ווי ווייט איך ווייס רעדן סאטמאר און נטרונא נישט אין נאמען פון גאנץ כלל ישראל. די גאנצע נטרונא איז דווקא פאר דעם וואס די ציונים פארופן זיך אלס די ווארטזאגער פון כלל ישראל. און נטרונא איז דערקעגן. זיי זאגן אז זיי ווערן נישט רעפרעזענטירט דורך די אנדערע א''ג אידן.
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
עמרם #
פאלגענד איז א קו''ק וואס די עקסטרימיסטן שיקן ארום Screenshot_20240110_182233_Gmail.jpg
אינטערסאנט איז צי זעהן די אמת'ע בריוו פון הרב שלעזינגער
(די אנגעקאלערטע האבן זיי ארום געטוישט)
unnamed (3).png
אינטרעסאנט ווייל דעי מוסדות זענען שוין לאנג אסור וועגן זיי לערנען קאמא"ן קא"ר, ואין איסור חל על איסור...
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
ווי באקאנט איז מהר"א געווענטליך מער א מעסיגער און טרייט זיך צו געפעלן פאר די וועלט, און ביי סיי וועלכע באשלוס קוקן וואס איז בעסער פאר אים פאליטיש און נישט אויף די עצם זאך, בשעת מהרי"י איז מער קנאיש געשטימט און א צוגעמאכטער מענטש וואס פראבירט זיך נישט געפעלן פאר קיין מענטשן (אפילו זיינע אייגענע),
ווען ס'האט זיך אנגעהויבן די גאנצע חינוך סומאטוכע האט זיך מהרי"י אריינגעלייגט אין די נושא מיט זיין פארטרעטער ר' משה דוד נידערמאן וואס איז איינע פון די פערלס חברה לייט און ער האט אנגעהויבן מאכן פלענער וואס מ'זאל טוהן און וויאזוי, געזעצן הונדערטע שעות מיט רבנים עסקנים לויערס (אבי שיק) וכו',
זיין ברודער מהר"א האט זיך געטראפן לעיט אין די געים. פלעין נאכטאנצן זיין ברודער מאכט דאך נישט קיין סענס, האט ער אנגעהויבן זאגן פונקט פארקערט. ער האט שנעל געעפענט א קאמפעטישן פון פערלס וואס קיינער ווייסט עד היום הזה נישט וואס פונקטליך זיי האבן געטוהן,
נישט זעענדיג קיין וועג ארויס, האט ער אפגעמאכט מ'נעמט נישט קיין פעטוועי, און אזוי שיסט ער צוויי פייגלעך אין א שאס, איינס, ער קען זיך נישט אויס אין די נושא, חרוב לייגן וויל ער דאך נישט, טוט מען גארנישט מ'נעמט נישט, שב ואל תעשה, צווייטענס, ער קוועטשט די קנאות קנעפל וואס ער האט שוין לאנג פארלוירן.
מהרי"י האט עס אנגענומען זייער שווער, קענענדיג זיין ברודער און געוואוסט אז ער איז דא פאר פאליטיק און נישט פאר חינוך. ער האט א שיינע פאר מאל גערעדט קעגן קעגן זיין ברודער (כ"א כסליו), (ער האט ביי איינע פון די מיטונגס זיך אויפגערעגט אויף ר' מענדל בן מהר"א וכו'), א זאך וואס ער פלעגט קיינמאל נישט טוהן. ווי ס'קוקט אויס פילט ער ווי זיין ברודער לייגט אים צוגרונד די גאנצע מערכה וואס ער מיט נאך אסאך רבנים עסקנים ארבעטן שוין חדשים לאנג.
איך פראביר צו פארשטיין די נושא.
דא שטייט ״וצריכין לדעת כי הנידון הוא בענינים חמורים מאוד בחששא דיהרג ואל יעבור, כי הלא כוונתם להעביר על הדת כאשר שמעתי בעצמי מפורש מפי א׳ משרי החינוך, כי רצונם הוא שאנחנו ינהילו חינוך כזה הנותנת ברירה פתוחה להמחונכים דכאשר יתגדלו הילדים הם יחליטו בעצמם באורח חייהם ר״ל״
שטעלטסעך מיר די שאלה אזוי:
ווייל איין געוויסע שר החינוך זאגט עפעס איזעס א ראי׳ אויפן מלכות בכללה? (און בכלל האט דען א דעמאקראטישע הנהגה א דין מלכות?). ועוד, וויאזוי מיטן וועלן אז קינדער זאלן האבן א בחירה הייסטעס שוין גראד אז מ׳וויל מעביר זיין על הדת? (אם לא אז ער נעמט אָן אז אויב מ׳ערלויבט זיך צו עפענען דעם קאפ מיינטעס אטאמאטיש עקירת הדת, רח״ל מהאי דעתא!)
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
די דיסיזשען ביי כינוס כלל ישראל האט מהר’יי נישט געמאכט, ווי איך געדענק האט ער עס איבערגעלאזט פאר זיינע דיינים אז זיי זאלן מאכן די באשלוס, און זיי האבן נאך אפאר זיצונגען ארויסגעקומען וואס מען ברויך טון.
אינטערסאנט טאקע אז היינט האט שוין מהר”יי יא אביסעל מער בצים
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
[ציטאט אראפגענומען]
ליין גוט איבער וואס איך האב געשריבן,
מהר"א טוט נישט א זאך וואס איז נישט זיין איידיע ווייל ער באקומט נישט גענוג כבוד (א פארט פון שפילן פאליטיק).
מהריי קוקט צי ס'איז א גוטע זאך צי נישט, אפילו ס'איז נישט זיין איידיע.

📎 _20240113-232245.jpg
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
cictim #
_20240113-232245.jpg
מען קען דאך פארברענט ווערן פון קדושה
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
טישל #
[ציטאט אראפגענומען]
ליין גוט איבער וואס איך האב געשריבן,
מהר"א טוט נישט א זאך וואס איז נישט זיין איידיע ווייל ער באקומט נישט גענוג כבוד (א פארט פון שפילן פאליטיק).
מהריי קוקט צי ס'איז א גוטע זאך צי נישט, אפילו ס'איז נישט זיין איידיע.
ביטע ברענג עטליכע משלים צו דיין באהויפטונג. אן ביישפילן איז נישט אינטרעסאנט וואס דו זאגסט בכלל.
אויך איבער דעם וואס דו זאגסט אז מהר"א איז אלעמאל געווען לינק און מהר"יי רעכט. (חוץ גיוס אין די הויכע ע' יארן)
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
cictim #
_20240113-232245.jpg
ער איז אזוי גערעכט!!!!!!!!!!!!
אבער יעדער פארשטייט עס ליידער נאר ביי זיך
מ'דארף וויסן אז עס איז אייביג אזוי!!
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
חב''ד הויזן #
טישל #
[ציטאט אראפגענומען]
ליין גוט איבער וואס איך האב געשריבן,
מהר"א טוט נישט א זאך וואס איז נישט זיין איידיע ווייל ער באקומט נישט גענוג כבוד (א פארט פון שפילן פאליטיק).
מהריי קוקט צי ס'איז א גוטע זאך צי נישט, אפילו ס'איז נישט זיין איידיע.
ביטע ברענג עטליכע משלים צו דיין באהויפטונג. אן ביישפילן איז נישט אינטרעסאנט וואס דו זאגסט בכלל.
אויך איבער דעם וואס דו זאגסט אז מהר"א איז אלעמאל געווען לינק און מהר"יי רעכט. (חוץ גיוס אין די הויכע ע' יארן)
טייערער מר. טישל, איר זאלט ביטע מוחל זיין, איר האקט סתם אין קאפ אריין מיט פאלשע באהויפטונגען סיי אויף מהר"א און סיי אויף מהרז"ל, מהרז"ל איז נישט מעסיג און נישט קנאותדיג, ער איז גארנישט, א כאראקטערלאזער מענטש, וזהו..
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
עמרם #
מן הסתם #
ששון ושמחה #
די אהרונישע מערכה איז א גרויל. האלטס אנדערש ווי פערל"ס פיין זאל זיין אזוי. אבער אזוי באשמיצן א ארגעניזאציע וואס לייגט זיך אריין אין די לענג און די ברייט צו העלפן חסידישע אידן??? עקל
דיסלייק
👇👎
סתם דיסלייקן ???
זאג וואס ס'געפעלט דיך נישט
לעולם וואלט איך אויסגעברייטערט דעם ענין, נאר איך האב פשוט נישט קיין געדולד.
אזוי ווי ביי א לייק איז מען נישט מחוייב צוזאגן וואס ס'געפעלט, מאך איך א מה מצינו אז ביים דיסלייקן ברויך מען אויך נישט, אחוץ אז מ'וועט מיר רופן צום אינטערנאציאנעלן געריכט אין די העיג וועל איך בלייבן אנע ברירות..
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
yatzmachp #
מיך באדערט איין זאך. ווער איז פערלס אז זיי האבן זיך גענומען דעם טיטל אז זיי רעדן פאר כלל ישראל?
זיי רעדן בשם אגודת ישראל און אנדערע קרייזן וואס זענען אינטער פערל"ס.
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
ב’ה אז יעדע רבי נעמט אנדערע צד, אזוי אז אין 50 יאר ארום ווען די צייטונגען וועלן באשרייבן היסטערי וועט מען קענען שרייבן די ווייטע בליק פון ק׳ק מרן ………זי׳ע וואס זיין מהלך האט זיך ארויסגעשטעלט צו ארבעטן כאטש בזמנו האט קיינער נישט פארשטאנען פארוואס די רבי האט אויסגעקליבן דווקא די מהלך, עס האט זיך ממש נישט געלייגט אויף די שכל, אבער אז מען קוקט צוריק ……..
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
[ציטאט אראפגענומען]
ר' אברהם שלמה בלום לייקענט אז ער איז בכלל אריינגעמישט דערין, און זיי האבן אים בכלל נישט געפרעגט א מיינונג.
דער וואס האט געמאכט דעם באשלוס צו נעמען א פעטוועי איז מהרז"ל, מיט זיין זוהן חיים בער, און די לויער פון פערלס.
פערטיג.
בנוגע מהרז"ל, פאר די וואס האבן א פערזענליכע שיכות מיט אים, האלטן אז ער איז איינער וואס איז א אויפגעקלערטער און האט "ליבעראלע" שיטות אין אלע ענינים אין אידישקייט.
מהרז"ל וואס ער זעט פון אינדרויסן אויס ווי א איינפאכער, אבער זיין ברודער מהר"א איז בעצם מער ערענסטער פון אינעווייניג.
(ווען מהרז"ל זיצט ווען נישט מיטן קרוין אויף זיין מלוכה, גלייב איך אז ער וואלט געווען גענצליך א אפגעפארענער. דער מענטש גליייבט גארנישט אין אידישקייט. לשיטתי)

😿Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
אסטראלאג #
בנוגע מהרז"ל, פאר די וואס האבן א פערזענליכע שיכות מיט אים, האלטן אז ער איז איינער וואס איז א אויפגעקלערטער און האט "ליבעראלע" שיטות אין אלע ענינים אין אידישקייט.
מהרז"ל וואס ער זעט פון אינדרויסן אויס ווי א איינפאכער, אבער זיין ברודער מהר"א איז בעצם מער ערענסטער פון אינעווייניג.
(ווען מהרז"ל זיצט ווען נישט מיטן קרוין אויף זיין מלוכה, גלייב איך אז ער וואלט געווען גענצליך א אפגעפארענער. דער מענטש גליייבט גארנישט אין אידישקייט. לשיטתי)
אויב איך מעג פרעגן, וויאזוי וואלט איך אויסגעקוקט אויב איך וואלט געווען א רבי?
אז מע רעדט שוין יא, איך זעה די פארמאגסט העכערע כוחות, די ווייסט פונקטליך וויזוי מענטשן וואלטן געווען ווען נישט דאס אדער יענצט, אין די ווייסט אויכעט אז די נטורה קרתא מהלך איז די ריכטיגע וועג אין אונז זענען ליידער נישט אויפן דרך הישר, פליז זיי אונז מגלה נאך אפאר סודות.
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
אסטראלאג #
בנוגע מהרז"ל, פאר די וואס האבן א פערזענליכע שיכות מיט אים, האלטן אז ער איז איינער וואס איז א אויפגעקלערטער און האט "ליבעראלע" שיטות אין אלע ענינים אין אידישקייט.
מהרז"ל וואס ער זעט פון אינדרויסן אויס ווי א איינפאכער, אבער זיין ברודער מהר"א איז בעצם מער ערענסטער פון אינעווייניג.
(ווען מהרז"ל זיצט ווען נישט מיטן קרוין אויף זיין מלוכה, גלייב איך אז ער וואלט געווען גענצליך א אפגעפארענער. דער מענטש גליייבט גארנישט אין אידישקייט. לשיטתי)
איך קען גראדע עטליכע אידן וואס האבן א פערזענליכע שייכות מיט אים און זיי האלטן שטארק פון אים, הער אויף מיט שיסן בלינדע שנאה דא.
גראדע פאר די וואס געדענקען מהרז"ל בעפאר ער איז געווארן רב אין ירושלים געדענקען אז ער איז געווען א פרייליכע געשמאקע אידל וואס האט געגליכן א שטיקל גאסיפ, היינט וואלט ער מסתמא געווען א געלונגענע משפיע פאר עלטערע בחורים אדער גאר פאר ארויסגעפאלענע פונעם סיסטעם.
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
אסטראלאג #
[ציטאט אראפגענומען]
ר' אברהם שלמה בלום לייקענט אז ער איז בכלל אריינגעמישט דערין, און זיי האבן אים בכלל נישט געפרעגט א מיינונג.
דער וואס האט געמאכט דעם באשלוס צו נעמען א פעטוועי איז מהרז"ל, מיט זיין זוהן חיים בער, און די לויער פון פערלס.
פערטיג.
בנוגע מהרז"ל, פאר די וואס האבן א פערזענליכע שיכות מיט אים, האלטן אז ער איז איינער וואס איז א אויפגעקלערטער און האט "ליבעראלע" שיטות אין אלע ענינים אין אידישקייט.
מהרז"ל וואס ער זעט פון אינדרויסן אויס ווי א איינפאכער, אבער זיין ברודער מהר"א איז בעצם מער ערענסטער פון אינעווייניג.
(ווען מהרז"ל זיצט ווען נישט מיטן קרוין אויף זיין מלוכה, גלייב איך אז ער וואלט געווען גענצליך א אפגעפארענער. דער מענטש גליייבט גארנישט אין אידישקייט. לשיטתי)
א שאד מ'האט דיך אויסגעשפארט פאר א וואך. אונז זעמיר דא געווען ממש כעיור באפילה און נישט געוואוסט די ריכטיגע דעת תורה מיט די אמת'ע פאקטן, ברוך ה' אשר לא השבית לנו גואל.
אגב, נישטא קיין איין רב וואס האלט מ'טאר נישט נעמען קיין פעטוועי וואס האלט אז מ'מעג זיך דרייען אויף קאווע שטיבל.