Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
לאכעדיג #
א שאד אז די עולם איז יעצט פאקוסט אויף שבערבער און אנטווערפען און ס'האט אוועקגענומען די מאמענטום פון די פעטוועיס.
הכל תלי במזל.
וואס קען מען נאך זאגן אויף די פעטוועיס ?
(און אגב, מען האט גערעדט פון דעם א שיינע שטיק צייט, סוף כל סוף איז עס שוין נישט אויפן טיש, עכ''פ דערווייל)
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
עדיוקעישן דעפארטמענט קען נישט מאכן געזעץ
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
יום א' לסדר וידעתם כי אני ה' [בא] תשפ"ד לפ"ק
על משמרת חינוך הטהור
היות שבעוה"ר עת צרה ליעקב, והולך ומתגבר גזירות קשות על חינוך הטהור המקובל מאבותינו ורבותינו הק' נ"ע, ולדאבון לבבות יראי ה' וחושבי שמו נפרץ פירצות רבות בישראל באופן מבהיל ה"י, ובתור שלוחי דרחמנא ושלוחי ציבור ישבנו רבות בכובד ראש עם הרבנים הגאונים שליט"א לדעת את המעשה אשר יעשון לעת כזאת, לחזק את חומת בית ה', ולקבוע יסודות נאמנים, לשמור את כרם ה' צבקות גדרות צאן הקדשים, ברוב רחמיו יתברך שמו.
א) ראשית, הדבר ברור כי הגזירה המרה, שהמוסדות הק' בתי החינוך לבני ובנות ישראל מחויבים כהיום להשוות 'הלימודי חול' דומה להחינוך של הגוים הטמא והמשוקץ רח"ל, הנקרא כלשונם "סובסטענשאל עקוויוועלענט", הוא גזירת העברה על הדת במלא מובן המלה, ומחויבים לעמוד כנגדה בכל נפשינו ומאודינו, ושלא להראות שום אות רמז ורמיזה של הסכמה שמוכנים לקבל החוק הנלוזה הלז.
ב) ומובן ממילא שאיסור חמור לבחור במהלך שנקרא בלשונם "פעטוועי", [שהממשלה תובעת בכדי שיוכלו להוכיח על ידם שאכן לומדים הלימודי חול כפי החוק "סובסטענשאל עקוויוועלענט" - ה"י], שבזה מסכימים ומקבלים בהסכמה מליאה את החוק האיומה הזאת. ויש בזה חילול ש"ש עצום ונורא לעיני כל גויי הארץ, שרואים שמוסדות החינוך החרדים מוכנים להסכים על החוק הזה שמיוסד כל כולו נגד דת תורתינו הק'. ואדרבה מצוה רבה לגלות ולפרסם עמידתינו האיתנה בתוקף ועוז לעיני העמים והשרים כי עוד ישראל רד עם ק-ל ועם קדושים נאמן, וכל רוחות שבעולם לא יזיזו אותנו לוותר על יסודי דת תורתינו הקדושה ומסורת וקבלת האבות בשום פנים ואופן, וכמו שביאר מרן רבינו הקוה"ט זי"ע בספה"ק ויואל משה (מאמר א' סימן קי"ד) ובשאר מקומות רבות בספרי דבי רב גודל קידוש ש"ש שיש בפרסום כזה, וכן עשו מעשה רב רבותינו הק' מוסדי דור דור אשר מפיהם אנו חיים, בעת קמו זדים לקלקל יסודי הדת, ובדרכם הק' נלך כמאמה"כ צאי לך בעקבי הצאן וכו'. ומה גם שעי"ז נועצים חרב ביסוד החינוך הקדוש להשליט ממשלת הגוים ולמסור שבט המושלים בידם היל"ת, וחס לי' לזרעא דאבא תלמידים ותלמידי תלמידיו של מרן רבינו הקוה"ט זי"ע, למעול מעל בפקדון הקדוש שנפקד בידינו ה"ה תינוקות של בית רבן שעליהם העולם עומד ומתקיים.
ג) והנה לעת כזאת צריכים אנו לעמוד איתן שלא לכרוע ברך תחת גזירה הנוראה, ולהוסיף משמרת על משמרת, לבל יתערב שום השפעות זרות לתוך סדרי החינוך הטהור בתוך מוסדותינו הק', בשום הדרכות או תוכן סדר הלימודים, והי' מחנינו קדוש בעזרתו יתברך שמו. וחיובא רמיא להשגיח הדק היטב בהשגחה רבה על כל סדרי הלימודי חול, ליזהר שהכל יתנהג בדרך המקובל לנו שיסד וקבע אבינו רועינו מרן רביה"ק זי"ע, דהיינו שלא ללמוד יותר מ'כתב' – 'לשון' – 'וחשבון', וגם זה רק באופן פשוט בתכלית הפשטות, וכש"כ שלא להוסיף שום לימודים של חכמות חיצוניות שהוא מאבות נזקין להזיק ולקלקל נפשות נערי בני ישראל ה"י, וכבר נאסר עוד ע"י הראשונים כמלאכים גדולי הפוסקים אשר כל בית ישראל נשען עליהם, וגם רבותינו הק' בספריהם מזהירים ע"ז אזהרות רבות וחמורות. ולמזהיר ולנזהר שלומים תן כמי נהר.
ולעת כזאת, חיובא רמיא על כל מי שיראת ה' נוגעת ללבבו, להרבות בתפלה ותחנונים לפני ק-ל חי שיחוס וירחם על דור עני ואביון, שומר ישראל שמור שארית ישראל, ויצילנו מכל גזירות קשות ואכזריות, ויפקחו עיני בני ישראל להינצל ממשאות שוא ומדוחים, בכוחו ובזכותו של אותו זקן, אביהן ורבן ולבן של ישראל, מרן רבינו הקוה"ט זי"ע, שמסר נפשו כל הימים לשמור על גחלת ה' שלא תכבה, ויהי ה' אלקינו עמנו כאשר הי' עם אבותינו אל יעזבינו ואל יטשינו, עד עמוד הכהן לאורים ויתגלה כבודו ית"ש עלינו ועל כל עמו בית ישראל בביאת משיח צדקינו בב"א.
הכו"ח למען חינוך הטהור ומצפים לישועת ה'
הנהלת המוסדות
וענתה השורה הזאת לעד, כי אכן ישבנו ביחד עם חברי הנהלת המוסדות שיחי', לברר כל הדברים הנ"ל כשמלה ודעתינו ברורה שעפ"י דעת תוה"ק אין לקבל חלילה שום 'פעטוועי' במוסדותינו הק'.
והשי"ת ירחם על עמו בית ישראל, שנזכה להמשיך החינוך הטהור ויקוים הפסוק אין יוצאת ואין פרץ ואין צווחה ברחובותינו, עדי נזכה לגאולה קרובה בב"א.
באנו על החתום יום א' לסדר ולא יתן המשחית לבוא אל בתיכם לנגוף, ד' שבט תשפ"ד לפ"ק
יקותיאל ירמי' בראווער
דומ"ץ קהל בני יואל דסאטמאר
שמואל צבי יעקב בלום
ר"מ בישיבת מהרי"ט
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
סאטמאר מהר"א האט יעצט ביים כינוס 50 יאר פון קרית יואל געטייטשט די פסוק הצילנו נא מיד אחי ומיד עשו, מיד אחי - פון די פירעלס ארגענעזאציע וואס וויל מאכן פשרות מיט די רעגירונג איבער די גזירות החינוך. ומיד עשו - פון יאפעד.

איך האף אז די הנהלת המוסדות האבן עס נישט געהערט.
ווייל א אדמיניסטרעיטאר פון איינער פון די מהרא מוסדות האט מיר געזאגט אז זיי צאלן נאך געהעריג איין פאר פערלס
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
צאלן פאר וואסערע זאך?
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
פאר די לויערס.
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
קורקלענד #
איך ווייס נישט וואס מען 'קען' אלס לערנען אין פובליק סקול. די מציאות איז אז די קינדער וואס קומען פון דארט ארויס גרעידן גאר שוואך. די ביסט זייער איינגערעדט מיט אסאך זאכן אבער בלויז צוויי דערפון וויל איך ציטירן. א' אז פון די פובליק סקולס קומען ארויס גרויסע מלומדים. ב' אז די רעגירונג'ס אינפארסירונג גייט עפעס טוישן אויפן פראקטישע מציאות.
די רעגירונג קען נישט רעזולטירן אויף זייערע אייגענע פובליק סקולס, ווען זיי לייגן אריין דריי מאל די געלט א יאר פער קינד ווי אונזערע מוסדות! גייען זיי עפעס טוישן ביי אונז.
אויב איז די רעגירונג אזוי געלונגען טאָ וויאזוי קען זיין אז די פובליק סקולס האבן אזעלכע שוואכע רעזולטאטן?
שוין געווארן אויסגעשמועסט אמאל.
מ'קען נישט פארגלייכן פריוואטע סקול צו פובליק סקולס. האלב אדער מער פון די פאבליק סקול תלמידים וואלטן נישט אנגענומען געווארן אין פריוואטע סקולס. וויפיל פון פאבליק סקול תלמידים קומען פון נארמאלע שטיבער? א נארמאלע גוי שיקט אין א פרייוועט סקול אדער גייט ער וואוינען ערגעץ וואו ס'דא גוטע פאבליק סקולס. אודאי זענען דא גאנצעטע סקולס וואס פערפארמען זייער שלעכט, אבער ווי קען מען דאס פארגלייכן צו פריוואטע סקולס?
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
איז די סיסטעם פון די כוללים וואס שוין יארן לאנג נעמט מען "קאלעזש" פראגרעמס אויך אסור? ווי זענען געווען די קנאים ביז יעצט צו שרייען אז רחמנא ליצלן די כוללים ווערן קאליזשעס....
ווי זענען געווען די פאלשע קנאים ווען רביה"ק מסאטמאר האט געלאזט שרייבן אויף זיינע מוסדות "עקעדעמי". געוואאאלדדד רחמנא ליצלן מען ווערט א קאליזש.....
ווי זענען זיי געווען ווען רביה"ק מסאטמאר האט געלאזט שרייבן אויף זיין קהילה "קאנגריגעישאן". געוואלד???? די זעלבע נאמען ווי א תיפלע???? קאנגריגעישאן????
בערך אזוי זעען אויס די נארישע קולות פון די חברה ווען זיי שרייען אז סאטמאר האט מסכים געווען צו זיין א "קאליזש" און מען פארקויפט די חינוך. מען שרייט מיט קראקאדייל טרערן, טרעפנדיג פראזן וואס וועט ארויסברענגען שרעקעדיגע געפילן ביי תמימי לב, אין די צייט וואס זיי שרייען פשוט שטותים והבלים.
ווען רבי זלמן לייב וואלט געווען רבי אין די בראשית יארן אין אמעריקע, און וואלט געטוהן די אלע זאכן וואס דער רבי זכרונו לברכה האט געטוהן, וועלן די אלע חברה שוין דעמאלס געקומען שרייען שייגעץ, קאליזש, קאנגריגעישאן, אייניג מיט די תיפלה, עקעדעמי. פויאויאויאוי.
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
זיי האבן טאקע אזוי געטון ביים סאטמאר רבי'ן זצ"ל.
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
און געוויס געווען גערעכט אויך. סאטמאר איז מאז ומעולם געווען משועבד און טאטאל פארקויפט צום אמעריקאנעם דאלער.
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
איך אויך #
און געוויס געווען גערעכט אויך. סאטמאר איז מאז ומעולם געווען משועבד און טאטאל פארקויפט צום אמעריקאנעם דאלער.
כהאב קיינמאל נישט פארשטאנען פארוואס אין אמעריקע מעג מען אלעס טון פאר געלט אין ארץ ישראל נישט
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
זויער טייג #
זיי האבן טאקע אזוי געטון ביים סאטמאר רבי'ן זצ"ל.
האט מען שוין דעמאלס גענןמען פראגרעמס?
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
רעבמאטעס #
זויער טייג #
זיי האבן טאקע אזוי געטון ביים סאטמאר רבי'ן זצ"ל.
האט מען שוין דעמאלס גענןמען פראגרעמס?
יא
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
איינער האט די ליסטע פון אלע מוסדות און די פעטוועיס וואס זיי האבן גענומען ?
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
אונטער חכם #
איינער האט די ליסטע פון אלע מוסדות און די פעטוועיס וואס זיי האבן גענומען ?
כ'בין נייגעריג אויב מען קען באקומען אזאנס.
Re: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
בְּתוֹךְ עַמִּי #
איך פראביר צו פארשטיין די נושא.
דא שטייט ״וצריכין לדעת כי הנידון הוא בענינים חמורים מאוד בחששא דיהרג ואל יעבור, כי הלא כוונתם להעביר על הדת כאשר שמעתי בעצמי מפורש מפי א׳ משרי החינוך, כי רצונם הוא שאנחנו ינהילו חינוך כזה הנותנת ברירה פתוחה להמחונכים דכאשר יתגדלו הילדים הם יחליטו בעצמם באורח חייהם ר״ל״
שטעלטסעך מיר די שאלה אזוי:
ווייל איין געוויסע שר החינוך זאגט עפעס איזעס א ראי׳ אויפן מלכות בכללה? (און בכלל האט דען א דעמאקראטישע הנהגה א דין מלכות?). ועוד, וויאזוי מיטן וועלן אז קינדער זאלן האבן א בחירה הייסטעס שוין גראד אז מ׳וויל מעביר זיין על הדת? (אם לא אז ער נעמט אָן אז אויב מ׳ערלויבט זיך צו עפענען דעם קאפ מיינטעס אטאמאטיש עקירת הדת, רח״ל מהאי דעתא!)
האפענטליך וועלן זאכן איצטער קלארער ווערן:
📎 Mesorah.jpegRe: איז סאטמאר מהרי''י די איינציגסטע וואס האט גענומען א פעטוועי?
ששון ושמחה #
די אהרונישע מערכה איז א גרויל. האלטס אנדערש ווי פערל"ס פיין זאל זיין אזוי. אבער אזוי באשמיצן א ארגעניזאציע וואס לייגט זיך אריין אין די לענג און די ברייט צו העלפן חסידישע אידן??? עקל
אין קורצען ער זאגט אנדערש ווי מיין רבי