☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ת"ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר"א) קר"י

ת"ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר"א) קר"י

99 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16733
בלאט: 1 2

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 12:54 am

· #541794
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
אלע צוזאמען #
אינגערמאן, דו האסט שוין אמאל גערעדט מיט אים, אז ער איז א ציוני ביי דיר?!

איך בין געזיצן מיט אים און מיט זיין חבריא, אסאך! דאס וואס ער וואוינט אין רובע המוסלמני האט גארנישט מיט די מדינה, ס’גייט בשיטת הגר’’א, יא מ’דארף אויסלייזן הייזער פון די גוים, ער איז אבער נישט גרייט צו שטארבן פאר דעם.

ער האט זיך נאך קיינמאל נישט געשלאגן מיט קיין אראבער.
און אגב דארט איז בכלל נישט אזא געפערליכע געגנט, כאפ א שפאציר אביסל ווייטער, נאכער גייט מען רעדן.
אמת. איך בין אויך דארט געווען מיט יארן צוריק און טאקע ביינעם אינדערהיים און אויך אין זיין חדר און אין די ישיבה קטנה און כ'האב פערזענליך געשמועסט מיט די קינדער און די בחורים. זיי פארמאגן זייער א גוטע סיסטעם פון לערנען תנ"ך משנה און גמרא על הסדר און זיי קענען עס און געדענקן עס גוט. קען זיין טאקע נישט טיף, אבער טיף איז סיי ווי נישט געמאכט פאר יעדן.

כ'געדענק נאך ווען כ'בין אהיים געגאנגן צו עם דארט אין רובע המסולמי האב איך געציטערט אין די הויזן און הרב זילברמן האבן די אראבערס העפליך און שמייכלדיג צוריק געגריסט.
די זילבערמאנס זענען שטארקע גר"א'ניקס דערפאר קויפן זיי אפ הייזער אין אלטשטאט פון גוים אלץ די מצוה פון ישוב ארץ ישראל.

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 12:59 am

· #541795
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
שמן למאור #
yatzmachp #
רז"ל איז ממש א ליצנות. ער האלט אז ער ווערט חשובער מיטן זיך קריגן אויף יעדע זאך וואס זיין ברודער טוט. מען געט נאך אזא זאג משכיליש און זאכן ווערן שרעקעדיגער ווי שרעקעדיג. צום סוף ענדיגט זיך עס אזוי די נעכטיגע משכילישע זאך. די מעלה דערפון איז אז די אלע מחלוקת ווערן רעפארטעד אין ריעל טיים, די רעספאנס איז אין ריעל טיים און עס וועט האפנטלעך ווערן אוועקגעלייגט פאר אייביג אויפן אינטערנעט אז אונזער שפעטערדיגע דורות זאלן עס קענען הערן אזוי ווי אונז האב מיר עס געהערט און קיינער וועט נישט זיך איינרעדן אז עס איז געווען לשם שמים אזוי ווי אונז פרוביר מיר צו זאגן אויף יעדן אלטן מחלוקת.
נאך א מזל מיר האבן נאכנישט געהאט קיין ריקארדינג דעווייסעס ביי די אמאליגע הייליגע מחלוקת'ן.
א מזל וואלט ווען געווען ווען מיר וואלטן ווען יא געהאט ריקארדינג דעווייסעס פון יענע צייט, וואלטן ווען מיר מער נישט געברויכט האבן היינט צו טאגס, דער אמת וואלט ווען ארויסגעשטאנען כשמש בצהריים

לייביששרייבער » דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 1:01 am

· #541796
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
שמן למאור #
וואס די מצוה איז ראנג מיט ענק מענטשן? טויש יא טויש נישט. לערן אויף די וועג, יעצט לערן אויף א צווייטע וועג. די אלטע וועג קען ניצן א טויש, איז מאך א טויש.

ער דארף זיך קומען פארענטפערן מיט 7 סתירה'דיגע תירוצים:
1. מוסיף זיין איז נישט משנה זיין.
2. דו ביסט אויך משנה.
3. דו גייסט אויך משנה זיין.

קאט די קרעפ. יא, מען מעג טוישן! מען טרייט אויס נייע זאכן צו זען אויב עס וועט ארבעטן. וואס איז?

חרדישקייט שטייט ממש ביים שפיץ סוקסעס אז מען דארף ממש גארנישט טוישן, אמת?

קראנקע מענטשן.
טוישן און טרייען נייע זאכן איז זייער גוט ווען מען רעדט נישט פון קיין יסודיתדיגע מסורה. אבער אויב איז די שאלה מסורה, איז טוישן זייער א הארבער קשיא.
מאכן א היכל התורה קריעטן ישיבה קטנה'ס וכו' איז נישט טוישן א מסורה. אבער לערנען חומש שלא על הסדר פון די פרשה קען זיין איז א יסודותדיגע טויש וואס ווערט א תלמידיסטישע סטאדי און נישט קיין לימוד.

סוף טוב הכל טוב » דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 1:21 am

· #541798
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
חב''ד הויזן #
[ציטאט אראפגענומען]

4cbae6b66bdd480a9b3c43f5ff089626.jpg
תרל"ה???
דער רבי איז נאך דאן נישט געווען געבוירן!!

זייער נייגעריג » דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 1:58 am

· #541799
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
סוף טוב הכל טוב #
חב''ד הויזן #
[ציטאט אראפגענומען]

4cbae6b66bdd480a9b3c43f5ff089626.jpg
תרל"ה???
דער רבי איז נאך דאן נישט געווען געבוירן!!
ס’איז א טעות הדפוס, אויף די רעקארדונג הערט מען קלאר מהר”א זאגן תרס”ה.

עמרם » דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:07 am

· #541800
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
שמעתי אז די גאנצע זאך אז מהר''א האט געעפנט די אפטיילונג, איז וויבאלד עס זענען געווען יחודים וואס האבן געהאלטן ביים עפענען אזא חדר אויף די אייגענע הענט, האט ער באשלאסן אז ס'זאל זיין עכ''פ אונטער די מוסדות
כך שמעתי אבער איך נעם נישט קיין אחריות אויף די ווארהייט

חב''ד הויזן » דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:16 am

· #541801
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
שמן למאור #

ער דארף זיך קומען פארענטפערן מיט 7 סתירה'דיגע תירוצים:
1. מוסיף זיין איז נישט משנה זיין.
2. דו ביסט אויך משנה.
3. דו גייסט אויך משנה זיין.
ער זאגט אז דאס הייסט נישט משנה געווען, והא ראי' דו טוישט אויך געוויסע זאכן, און דו גייסט מיך אויך ווארשיינליך נאכמאכן ביי דעם, פונקט ווי ביי די אנדערע זאכן וואס כ'האב געטוישט און דו האסט קודם געשריגן שינוי, סאו וואס פארפירסטו...

גאנצל » דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:19 am

· #541802
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
אברהם ברוך #
גאנצל #
אפאר פסוקים יוצא צו זיין איז דיין אייגן השערה

דערווייל האלט די כתה ביי כתה ד ווי מ'הייבט אן אין יעדע חדר דאן לערנען גמרא..... סאו ווייס איך נישט ווי שקר וכזב קומט דא אריין

אזא גוטע דזשאוק
די פלעינער אויף ווייטער איז אז מען זאל נישט אנהייבען גמרא אין כתה ד'
און מען לערנט נישט געהעריג די סדרה אזוי ווי ביז היינט
זאגט ווער ?

yatzmachp » דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 10:25 am

· #541809
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
לייביששרייבער #
שמן למאור #
וואס די מצוה איז ראנג מיט ענק מענטשן? טויש יא טויש נישט. לערן אויף די וועג, יעצט לערן אויף א צווייטע וועג. די אלטע וועג קען ניצן א טויש, איז מאך א טויש.

ער דארף זיך קומען פארענטפערן מיט 7 סתירה'דיגע תירוצים:
1. מוסיף זיין איז נישט משנה זיין.
2. דו ביסט אויך משנה.
3. דו גייסט אויך משנה זיין.

קאט די קרעפ. יא, מען מעג טוישן! מען טרייט אויס נייע זאכן צו זען אויב עס וועט ארבעטן. וואס איז?

חרדישקייט שטייט ממש ביים שפיץ סוקסעס אז מען דארף ממש גארנישט טוישן, אמת?

קראנקע מענטשן.
טוישן און טרייען נייע זאכן איז זייער גוט ווען מען רעדט נישט פון קיין יסודיתדיגע מסורה. אבער אויב איז די שאלה מסורה, איז טוישן זייער א הארבער קשיא.
מאכן א היכל התורה קריעטן ישיבה קטנה'ס וכו' איז נישט טוישן א מסורה. אבער לערנען חומש שלא על הסדר פון די פרשה קען זיין איז א יסודותדיגע טויש וואס ווערט א תלמידיסטישע סטאדי און נישט קיין לימוד.
זייט ווען איז דא מסורה? זייט ווען איז דא א מסורה צו האבן א "מוסד"? די מסורה איז געווען אז מען האט זיך געדינגען מלמדים. זייט ווען אי דא א מסורה פאר מיידל סקולס? זייט ווען איז דא א מסורה אז יעדער בחור גייט אין ישיבה? די מסורה איז געווען אז רוב בחורים זענען געגאנגען ארבעטן.

קענסט ניצן וועלכע טערמס דו ווילסט, יסודות'דיג, מסורה, משכיל'יש בלא, בלא, ענק וועלן צום סוף בלייבן א חוזק ווען עטס וועט נאכמאכן די משכיל'ישע יסודותדיגע, מסורה'דיגע נייע תלמודישער סטאדיס. אין די פיוטשור וועלן עלטערן האבן א טשויס פון א פאר מיני דרכי לימוד פאר זייערע קינדער און איך בין זיכער אז געוויסע וועלן זיין מער געאייגנט פאר א געוויסן דרך הלימוד.

לייביששרייבער » דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 11:12 am

· #541813

עקזעקטלי עס איז נישט קיין מסורה נישט אדער יא צו האבן א ישיבה, ממילא מאען א ישבה איז נישט קיין טויש אין מסורה. אבע רלערנען חומ"ר נישט פער די וואכעדיגע סדרה קען יא אריין גיין אין א יתודיסדיגער

yatzmachp » דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 12:35 pm

· #541816

נאכאמאל, סתם זאגן ליגנט ווייזט ווי פאלש דיין מחלוקה איז. צו זאגן אז מען לערנט נישט די פרשת השבוע איז ליגנט. זאגן אז מען לערנט נאר אויף יוצא צו זיין איז ווייטער דיין אפיניען אז יוצא זיין איז נישט גענוג פונקט אזוי ווי איינער וואס שאקלט לולב אדער צינדט די מנורה נאר אויף יוצא צו זיין איז אין דיין אפיניען נישט קיין מצווה נאר אן עבירה. איינער וואס מאכט נישט קיין נענועים אזוי ווי דיין רבי טוט אין בית מדרש שאקלט נאר אויף יוצא צו זיין און עס איז בעסער ער זאל נישט שאקלען. ווייל אויף יוצא צו זיין איז קעגן די מסורה, משכיליש און לייג צו נאך מיניגלעס ווערטער וואס די ווילסט. אדרבה, שרייב מיר אראפ דיין מסורה, געב מיר דיין משכילישע בוך אז איך זאל מיך קענען אפהיטן נישט אריינצופאלן אוי דיין נעגאטיוו זייט. איך שטעל מיך פאר אז דו שרייבסט דיינע ביכער As You go along און דו לייגסט אריין ברצונו מרחיב וברצונו מקצר ווענדט זיך וואס דיין שונא טוט.

איך קום צוריק צו די זעלבע זאך אז סוכ"ס וועסטו זיין דער חוזק. איך שרייב נאר פאר די פיוטשער אז יעדער זאל זעהן אז בשעת מעשה איז די מחלוקה אויך נישט געווען לשם שמים.

לייביששרייבער » דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 1:25 pm

· #541820

איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט, וואס די האסט געזאגט דארט.

זויער טייג » דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:45 pm

· #541824

ער ברענגט ארויס וואס די האסט געשריבן אז ווען סקומט צו א מצוה איז שייך צו זאגן די ווארט "יוצא זיין", משאכ דא איז די רעדע פון א דרך הלימוד וואס אדער לערנסטו אזוי ווי אמאל אדער טוישסטו די מסורה...

yatzmachp » דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:48 pm

· #541825
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
לייביששרייבער #
yatzmachp #
לייביששרייבער #
yatzmachp #

זייט ווען איז דא מסורה? זייט ווען איז דא א מסורה צו האבן א "מוסד"? די מסורה איז געווען אז מען האט זיך געדינגען מלמדים. זייט ווען אי דא א מסורה פאר מיידל סקולס? זייט ווען איז דא א מסורה אז יעדער בחור גייט אין ישיבה? די מסורה איז געווען אז רוב בחורים זענען געגאנגען ארבעטן.

קענסט ניצן וועלכע טערמס דו ווילסט, יסודות'דיג, מסורה, משכיל'יש בלא, בלא, ענק וועלן צום סוף בלייבן א חוזק ווען עטס וועט נאכמאכן די משכיל'ישע יסודותדיגע, מסורה'דיגע נייע תלמודישער סטאדיס. אין די פיוטשור וועלן עלטערן האבן א טשויס פון א פאר מיני דרכי לימוד פאר זייערע קינדער און איך בין זיכער אז געוויסע וועלן זיין מער געאייגנט פאר א געוויסן דרך הלימוד.
עקזעקטלי עס איז נישט קיין מסורה נישט אדער יא צו האבן א ישיבה, ממילא מאען א ישבה איז נישט קיין טויש אין מסורה. אבע רלערנען חומ"ר נישט פער די וואכעדיגע סדרה קען יא אריין גיין אין א יתודיסדיגער
נאכאמאל, סתם זאגן ליגנט ווייזט ווי פאלש דיין מחלוקה איז. צו זאגן אז מען לערנט נישט די פרשת השבוע איז ליגנט. זאגן אז מען לערנט נאר אויף יוצא צו זיין איז ווייטער דיין אפיניען אז יוצא זיין איז נישט גענוג פונקט אזוי ווי איינער וואס שאקלט לולב אדער צינדט די מנורה נאר אויף יוצא צו זיין איז אין דיין אפיניען נישט קיין מצווה נאר אן עבירה. איינער וואס מאכט נישט קיין נענועים אזוי ווי דיין רבי טוט אין בית מדרש שאקלט נאר אויף יוצא צו זיין און עס איז בעסער ער זאל נישט שאקלען. ווייל אויף יוצא צו זיין איז קעגן די מסורה, משכיליש און לייג צו נאך מיניגלעס ווערטער וואס די ווילסט. אדרבה, שרייב מיר אראפ דיין מסורה, געב מיר דיין משכילישע בוך אז איך זאל מיך קענען אפהיטן נישט אריינצופאלן אוי דיין נעגאטיוו זייט. איך שטעל מיך פאר אז דו שרייבסט דיינע ביכער As You go along און דו לייגסט אריין ברצונו מרחיב וברצונו מקצר ווענדט זיך וואס דיין שונא טוט.

איך קום צוריק צו די זעלבע זאך אז סוכ"ס וועסטו זיין דער חוזק. איך שרייב נאר פאר די פיוטשער אז יעדער זאל זעהן אז בשעת מעשה איז די מחלוקה אויך נישט געווען לשם שמים.
איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט, וואס די האסט געזאגט דארט.
איך האב דיר נישט געשריבן קיין פרייוועט מעסעדזש אז דו דארפסט עס פארשטיין. איך האב עס געשריבן פארן פאבליק, ווער עס פארשטייט פארשטייט, ווער נישט איז נישט.

אברהם ברוך » דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 3:06 pm

· #541826
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
😠
גאנצל #
אברהם ברוך #
גאנצל #
אפאר פסוקים יוצא צו זיין איז דיין אייגן השערה

דערווייל האלט די כתה ביי כתה ד ווי מ'הייבט אן אין יעדע חדר דאן לערנען גמרא..... סאו ווייס איך נישט ווי שקר וכזב קומט דא אריין

אזא גוטע דזשאוק
די פלעינער אויף ווייטער איז אז מען זאל נישט אנהייבען גמרא אין כתה ד'
און מען לערנט נישט געהעריג די סדרה אזוי ווי ביז היינט
זאגט ווער ?
גמרא האבן זיי אליין געשריבען אז מען גייט אנהייבען אין כתה ז'
און די סדרה איז טאקע נאר שמועות אז מען לערנט נישט געהעריג

עמרם » דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 3:43 pm

· #541828
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
וואו האבן זיי געשריבן אז מ'גייט נישט אנהייבן לערנען גמ' ביז כיתה ז'?

אברהם ברוך » דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 7:16 pm

· #541842
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
דער איד האט עס אריינגעלייגט אין די ארטיקל

יצחק אייזיק » דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 9:08 pm

· #541848
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
רעדן טיפשות איז נישט קיין עוולה, אבער עס אנרופן חכמה דאס איז שוין אן עוולה.

גאר גאר א שטארק ווארט!!

yatzmachp » דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 9:28 pm

· #541849
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
איך האף אז די ארונים גייען האבן שכל און גארנישט ענטפערן. זאל דער איד האבן די לעצטע ווארט און די ארונים די לעצטע לאך

חדשים » מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 12:05 am

· #541860
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
דעת הרה”ק מ’סאטמאר זצ”ל בנושא האשכול.
📎 IMG-20231219-WA0026.jpg

שמעון וואלף » מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 1:21 am

· #541866
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
חב''ד הויזן #
שמן למאור #

ער דארף זיך קומען פארענטפערן מיט 7 סתירה'דיגע תירוצים:
1. מוסיף זיין איז נישט משנה זיין.
2. דו ביסט אויך משנה.
3. דו גייסט אויך משנה זיין.
ער זאגט אז דאס הייסט נישט משנה געווען, והא ראי' דו טוישט אויך געוויסע זאכן, און דו גייסט מיך אויך ווארשיינליך נאכמאכן ביי דעם, פונקט ווי ביי די אנדערע זאכן וואס כ'האב געטוישט און דו האסט קודם געשריגן שינוי, סאו וואס פארפירסטו...
דאס אז מ'טוישט בלית ברירה אלץ בוחר הרע במעיטו, הייסט נאכאלץ משנה געווען. ס'איז דא אמאל וואס מ'מוז משנה זיין. די איינציגסטע און בעסטע ענטפער איז אז יא, איך בין משנה ווייל אזוי וועלן די קינדער לערנען מער און בעסער. דעטס איט.

שמעון וואלף » מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 1:25 am

· #541867
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
עמרם #
שמעתי אז די גאנצע זאך אז מהר''א האט געעפנט די אפטיילונג, איז וויבאלד עס זענען געווען יחודים וואס האבן געהאלטן ביים עפענען אזא חדר אויף די אייגענע הענט, האט ער באשלאסן אז ס'זאל זיין עכ''פ אונטער די מוסדות
כך שמעתי אבער איך נעם נישט קיין אחריות אויף די ווארהייט
איך ווייס אויך נישט די ווארהייט, אבער ס'איז מסתבר. און טאמער איז נאך נישט געווען אזוינע יחידים, וואלט עס געשען און די קומענדיגע יארן. און קלוג האט ער (מהר"א) געטון. מהרז"ל קען דאס נישט באווייזן ווייל טאמער אז ער משנה פון די מסורה וועט א גרויסע עולם אויפהערן שיקן אין זיינע מוסדות, ווייל שיקן דארט בלויז צוליב די מסורה. איינמאל ס'איז אויס מסורה איז פינישט.

שמעון וואלף » מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 1:27 am

· #541868
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
מר. קלונימוס #
ווער איז א ליצנות
איך זעה נישט קיין שום ליצנות דא. יא, מ'האט זיך נישט אזוי געפירט. למעשה האט מען עס דורכגעטון און געקומען צו די החלטה עס יא צו טון.

גאנצל » מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 3:31 am

· #541870
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
אברהם ברוך #
דער איד האט עס אריינגעלייגט אין די ארטיקל

זיי האבן אריינגעלייגט א צעטיל פון די מוסד? אויב יא, קענסט עס אהערברענגען?

חב''ד הויזן » מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 8:13 am

· #541873
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
שמעון וואלף #
דאס אז מ'טוישט בלית ברירה אלץ בוחר הרע במעיטו, הייסט נאכאלץ משנה געווען. ס'איז דא אמאל וואס מ'מוז משנה זיין. די איינציגסטע און בעסטע ענטפער איז אז יא, איך בין משנה ווייל אזוי וועלן די קינדער לערנען מער און בעסער. דעטס איט.

אוודאי משנה טייטשט טוישן, אבער מ'ניצט שינוי אין קאנטעקסט פון פארפארן פון מסורה. מהר''א טענה'ט אז ער האט געטוישט אבער נישט משנה געווען. מהרז''ל טענה'ט אז דאס הייסט יא משנה געווען.
נישטא קיין שאנס איינער זאל ארויסגיין גערעכט דא.

לייביששרייבער » מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:46 am

· #541876
Re: ת"ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר"א) קר"י
אוקיי yatzmachp@ איך ציה צוריק איך פרעג נישט, און טאקע די מעסעדזש איז נאר פאר די אויבערשטע חלק פונעם שטייסל וואס פארשטייען מארס קאוד (ווייל מיר זעהט עס אויס אזוי) אבער זייט וויסן אז איך בין נאר א שליח ציבור פאר די הונדערטער ליינער וואס האבן נישט פארשטאנען דעם פאבליק מעסעדזש, און זיי זענען אויך א חלק פונעם פאבליק וואס פארשטייען נישט דיין ריספאנס. און מיר זענען דאך נאר דא אלץ איש את רעהו יעזורו, און וויסן את הדרך אשר ילכו בם מיט אן אפענע קאפ און זיך נישט לאזן פארפירן פון די פרומע לויזיגע רשעים, אדער די אחים קדושים, די קעניג (מאן מלכי רבנן) פון אונזערע שטעט. און דערפאר האב איך געפרעגט.

נאר ח"ו איינעם אויפצורעגן, איבערהויפט נישט מע"כ.

שמעון וואלף » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 12:12 am

· #541953
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
חב''ד הויזן #
שמעון וואלף #
דאס אז מ'טוישט בלית ברירה אלץ בוחר הרע במעיטו, הייסט נאכאלץ משנה געווען. ס'איז דא אמאל וואס מ'מוז משנה זיין. די איינציגסטע און בעסטע ענטפער איז אז יא, איך בין משנה ווייל אזוי וועלן די קינדער לערנען מער און בעסער. דעטס איט.

אוודאי משנה טייטשט טוישן, אבער מ'ניצט שינוי אין קאנטעקסט פון פארפארן פון מסורה. מהר''א טענה'ט אז ער האט געטוישט אבער נישט משנה געווען. מהרז''ל טענה'ט אז דאס הייסט יא משנה געווען.
נישטא קיין שאנס איינער זאל ארויסגיין גערעכט דא.
אבי מ'זעהט שוין איין אז די מחלוקת איז עפעס טיפערס, נישט בלויז אויף ריעל עסטעיט און כבוד. דא איז דא ערענסטע חילוקי דעות בעניני משנה זיין פון מסורה.

קהל'ס נער » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 1:47 am

· #541955
Re: ת"ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר"א) קר"י
מען לייגט זיך אריין אין א באקס, אז מען טאר נישט משנה זיין, און יעצט דארף מען זיכן א loophole, פארוואס יעצט מעיג מען יא משנה זיין, חברה ס׳נישטא קיין באקס, דער קעניג איז נאקעט.

מן הסתם » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 3:10 am

· #541958
Re: ת"ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר"א) קר"י
שמעון וואלף, פרייט אייך נאכנישט, מ'רעדט דא פון קיין שום טיפע זאכן, ס'גאנץ פשוט, מהרז"ל דער יונגערער ברודער האט פשוט און פראסט פיינט דעם עלטערן ברודער מהר"א, א איינגעגעסענע טיפע דזשעלעסי און אומפארגינערישקייט פין יארן יארן לאנג, און דעטץ איט.

מהרז"ל האט נישט קיין שום פראבלעם מיט שינוי מסורה ווען עם פריוואט קומט אויס גוט, ער וויל דיר בסך הכל איינרעדן אז ער מיינט כבוד שמים, מיינען מיינט ער זיך מיט יעך מיט זעך, כבוד עצמו הוא דורש. דעם עולם גולם פארקויפט מען אז מ'מיינט דעם באשעפער מיטן ויואל משה..

שרייט אתה יצרת, און ס'שטערט עם אז ער האט נישט באקומען קיין מוסף.. דעטס איז, גארנישט מער, נישט קיין שום טיפע עניינים קומען נישט אריין, בלויז ברודערישע פראסטע געפעכטן, ביי גולובנציץ האט עם אויך נישט געשטערט קברים, ביי אריזאנע ווייץ האט עם נישט געשטערט חשש חמץ אדער קיום מצוות מצה, עם שטערט בלויז דאס ברודער זיינער, ווען ער שלעפט זיך ארויס קיין מאנרא זיין מסדר קידושין ארונטערברענגען דעם ברודערס הנהגה שטערט עם אויך נישט קיין מסורה.

רוני » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 8:40 am

· #541964
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
שמעון וואלף #
אבי מ'זעהט שוין איין אז די מחלוקת איז עפעס טיפערס, נישט בלויז אויף ריעל עסטעיט און כבוד. דא איז דא ערענסטע חילוקי דעות בעניני משנה זיין פון מסורה.

א מחיה, מ'זעהט בחוש אז מתוך שלא לשמה בא לשמה, ס'האט זיך אנגעהויבען אויף געלט און כבוד, און ס'ענדיקט זיך אויף השקפה טהורה...

קליינע צדיק » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 9:06 am

· #541966
Re: ת"ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר"א) קר"י
עס איז מורא'דיג צו זען ווי יעדע פאר חדשים איז דא א נייע פאליטישע נושא ביי ביידע סאטמאר אדמורי"ם טייל מאל דירעקט קעגן די צווייטע
פאראיאר איז געווען מהרז"ל קעגן די גרויסע געשעפטן מיט די הכשרים וועגן די פלייש וואס איז געווען בזיונות
און מהר"א האט ביי א ברית מיט נכד בעל מכשיר ברמיזה אריינגעפליקט
אזוי אויך איז מהר"א געווען פארנומען מיט פאליטיק מיט זיין שוואגער פון וויזניץ און זיינע נעפיוס בני ר"י וויזניץ ביי די כתיבת אותיות
און פארפירט וועגן סת"ם - מזוזות און סופרים
יעצט מהר"א שרייט וועגן די חינוך פעטוועי"ס פארפירט אויף טישן און בענק קעגן קהילות ואדמורי"ם ביניהם מהרז"ל
מהרז"ל פארפירט קעגן מהר"א מיט די חדר מסורה

וואס איז נעקסט?

סקעפטיקער » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 1:04 pm

· #541977
Re: ת"ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר"א) קר"י
רבותי! אונז האבן מקובל אז מחלוקת צווישן צדיקים זענען העכערע זאכן און האט נישט מיט פשוטי עם. מיר האבן נישט קיין השגה וואס דא גייט בכלל פאר

רוני » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 1:10 pm

· #541980
Re: ת"ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר"א) קר"י
סקעפטיקער #
רבותי! אונז האבן מקובל אז מחלוקת צווישן צדיקים זענען העכערע זאכן און האט נישט מיט פשוטי עם. מיר האבן נישט קיין השגה וואס דא גייט בכלל פאר

יא יא, דער קלויזענבורגער רב האט געזאגט אז ער ציטערט פון די טאג וואס מ'וועט נאך זאגן אז די מחלוקת סאטמאר - קלויזענבורג איז געווען העכערע ענינים...

היימלינד » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 1:54 pm

· #541986
Re: ת"ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר"א) קר"י
צ/ק ווען מ'נוצט די תורה אלץ א שלייער די כשר'ן אייגענע פאליטיק און אגענדעס, גיבט דאס די מעסעדזש פאר עולם גולם אז מען מעג נוצען די תורה אלץ קרדום לחפור בה און אלעס אויסטייטשען לויט די אייגענע גיסטע, ותוצאותיו מי ישערנו
היינו טעמא דאריזאנא ווייץ
היינו טעמא דצומת הגידין
היינו טעמא דמליחת הבשר
והיינו טעמא דדרך הלימוד

סקעפטיקער » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 2:15 pm

· #541995
Re: ת"ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר"א) קר"י
היימלינד #
צ/ק ווען מ'נוצט די תורה אלץ א שלייער די כשר'ן אייגענע פאליטיק און אגענדעס, גיבט דאס די מעסעדזש פאר עולם גולם אז מען מעג נוצען די תורה אלץ קרדום לחפור בה און אלעס אויסטייטשען לויט די אייגענע גיסטע, ותוצאותיו מי ישערנו
היינו טעמא דאריזאנא ווייץ
היינו טעמא דצומת הגידין
היינו טעמא דמליחת הבשר
והיינו טעמא דדרך הלימוד
זיי קענען ביידע גוט די מלאכה

היימלינד » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 2:16 pm

· #541997
Re: ת"ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר"א) קר"י
אין הכי נמי, איך האב נישט גערעדט פון איינעם ספעציפיש, פארקערט, מיינע דוגמאות האבן כולל געווען ביידע.

קליינע צדיק » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 2:20 pm

· #541998
Re: ת"ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר"א) קר"י
היימלינד #
סקעפטיקער #
היימלינד #
צ/ק ווען מ'נוצט די תורה אלץ א שלייער די כשר'ן אייגענע פאליטיק און אגענדעס, גיבט דאס די מעסעדזש פאר עולם גולם אז מען מעג נוצען די תורה אלץ קרדום לחפור בה און אלעס אויסטייטשען לויט די אייגענע גיסטע, ותוצאותיו מי ישערנו
היינו טעמא דאריזאנא ווייץ
היינו טעמא דצומת הגידין
היינו טעמא דמליחת הבשר
והיינו טעמא דדרך הלימוד
זיי קענען ביידע גוט די מלאכה
אין הכי נמי, איך האב נישט גערעדט פון איינעם ספעציפיש, פארקערט מיינע דוגמאות האבן כולל געווען ביידע
ווי אפט דארף זיין א נייע נושא?

די קעפעלע » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 2:21 pm

· #541999
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
רוני #
שמעון וואלף #
אבי מ'זעהט שוין איין אז די מחלוקת איז עפעס טיפערס, נישט בלויז אויף ריעל עסטעיט און כבוד. דא איז דא ערענסטע חילוקי דעות בעניני משנה זיין פון מסורה.

א מחיה, מ'זעהט בחוש אז מתוך שלא לשמה בא לשמה, ס'האט זיך אנגעהויבען אויף געלט און כבוד, און ס'ענדיקט זיך אויף השקפה טהורה...
אנטשולדיגס, אבער געלט און כבוד איז אויך לשמה און השקפה טהורה אדער אפילו גאר שפיץ השקפה טהורה. please don't bust the balloon

היימלינד » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 2:23 pm

· #542000
Re: ת"ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר"א) קר"י
קליינע צדיק #

ווי אפט דארף זיין א נייע נושא?
לא הבנתי שאלתך

קליינע צדיק » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 2:24 pm

· #542001
Re: ת"ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר"א) קר"י
היימלינד #
קליינע צדיק #

ווי אפט דארף זיין א נייע נושא?
לא הבנתי שאלתך
ווי לאנג נעמט ביז איינער פון די צווי קומט ארויס מיט א נייע מערכה
אין וואס ווענד זיך עס
אין דער פראבלעם אליין זיכער נישט - איז וואס יא

רוני » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 2:24 pm

· #542002
Re: ת"ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר"א) קר"י
יענער האט געזאגט אז זיין רבי איז ממש א 'ספר תורה' - יעדער וואך א צווייטע פרשה...

היימלינד » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 2:26 pm

· #542003
Re: ת"ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר"א) קר"י
קליינע צדיק #
היימלינד #
קליינע צדיק #

ווי אפט דארף זיין א נייע נושא?
לא הבנתי שאלתך
ווי לאנג נעמט ביז איינער פון די צווי קומט ארויס מיט א נייע מערכה
אין וואס ווענד זיך עס
אין דער פראבלעם אליין זיכער נישט - איז וואס יא
איינער דארף זיך פארעדען און נאכדעם הייבט זיך עס אהן הין און צוריק
או אפשר אז רז"ל זאל האבען עפעס א שטארקע הצלחה און ר"א וואס איז דאך אן איש אמת כידוע וועט זיכער נאכען אז יעדער ווייסט אז ער איז מקנא

עמרם » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 2:34 pm

· #542005
Re: ת"ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר"א) קר"י
רוני #
סקעפטיקער #
רבותי! אונז האבן מקובל אז מחלוקת צווישן צדיקים זענען העכערע זאכן און האט נישט מיט פשוטי עם. מיר האבן נישט קיין השגה וואס דא גייט בכלל פאר

יא יא, דער קלויזענבורגער רב האט געזאגט אז ער ציטערט פון די טאג וואס מ'וועט נאך זאגן אז די מחלוקת סאטמאר - קלויזענבורג איז געווען העכערע ענינים...
כ'האב עטליכע יאר צוריק געזעהן א קונטרס פון ר' איטשע מאיר מארגנשטערן אדמו''ר מתורת חכם ווי דערציילט מעשיות פון זיין רבי ר' אלחנן האלפרין ז''ל פון לאנדאן
דערציילט ער בשמו אז ער האט אמאל געוואלט שלום מאכן צווישן הרה''ק מ'סאטמאר און הרה''ק מ'קלויזענבערג ער איז ארויף צי ביידע עטלעכע מאל, אבער ער האט איינגעזעהן אז ס'איז גאר א העכערע מחלוקת וואס אונז האבן נישט אריינצורעדן

שמעון וואלף » פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 12:16 am

· #542071
Re: ת''ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר''א) קר''י
מן הסתם #
קהל'ס נער #
שמעון וואלף #
חב''ד הויזן #

אוודאי משנה טייטשט טוישן, אבער מ'ניצט שינוי אין קאנטעקסט פון פארפארן פון מסורה. מהר''א טענה'ט אז ער האט געטוישט אבער נישט משנה געווען. מהרז''ל טענה'ט אז דאס הייסט יא משנה געווען.
נישטא קיין שאנס איינער זאל ארויסגיין גערעכט דא.
אבי מ'זעהט שוין איין אז די מחלוקת איז עפעס טיפערס, נישט בלויז אויף ריעל עסטעיט און כבוד. דא איז דא ערענסטע חילוקי דעות בעניני משנה זיין פון מסורה.
מען לייגט זיך אריין אין א באקס, אז מען טאר נישט משנה זיין, און יעצט דארף מען זיכן א loophole, פארוואס יעצט מעיג מען יא משנה זיין, חברה ס׳נישטא קיין באקס, דער קעניג איז נאקעט.
שמעון וואלף, פרייט אייך נאכנישט, מ'רעדט דא פון קיין שום טיעפע זאכן, ס'גאנץ פשוט מהרז"ל דער יונגערער ברודער האט פשוט און פראסט פיינט דעם עלטערן ברודער מהר"א, א איינגעגעסענע טיפע דזשעלעסי און אומפארגינערישקייט פין יארן יארן לאנג, און דעטץ איט.

מהרז"ל האט נישט קיין שום פראבלעם מיט שינוי מסורה ווען עם פריוואט קומט אויס גוט, ער וויל דיר בסך הכל איינרעדן אז ער מיינט כבוד שמים, מיינען מיינט ער זיך מיט יעך מיט זעך, כבוד עצמו הוא דורש. דעם עולם גולם פארקויפט מען אז מ'מיינט דעם באשעפער מיטן ויואל משה..

שרייט אתה יצרת, און ס'שטערט עם אז ער האט נישט באקומען קיין מוסף.. דעטס איז, גארנישט מער, נישט קיין שום טיפע עניינים קומען נישט אריין, בלויז ברודערישע פראסטע געפעכטן, ביי גולובנציץ האט עם אויך נישט געשטערט קברים, ביי אריזאנע ווייץ האט עם נישט געשטערט חשש חמץ אדער קיום מצוות מצה, עם שטערט בלויז דאס ברודער זיינער, ווען ער שלעפט זיך ארויס קיין מאנרא זיין מסדר קידושין ארונטערברענגען דעם ברודערס הנהגה שטערט עם אויך נישט קיין מסורה.
פון דיין אויסברויך אויף בלויז איין צד, קוקט אויס אז אויף דעם אנדערן צד האסטי שוין יא איינגעזעהן אז ס'איז לשם שמים. ווארט צו אביסול און די וועסטיך איבערצייגן אז צד א' איז אויך עפעס העכערע ענינים.

מן הסתם » פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 6:17 am

· #542080
Re: ת"ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר"א) קר"י
איך האלט דירעקט נישט אז צד א' איז לשם שמים, אבער עכ"פ זיי זענען מער ווייניגער ביזי מיט זיך און נישט מיטן אראפצורייסן כסדר דעם קאמפעטישן מיט דזשעלעסי סטייל אטאקעס כידוע..

שמעון וואלף » פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 6:34 am

· #542081
Re: ת"ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר"א) קר"י
מן הסתם #
איך האלט דירעקט נישט אז צד א' איז לשם שמים, אבער עכ"פ זיי זענען מער ווייניגער ביזי מיט זיך און נישט מיטן אראפצורייסן כסדר דעם nקאמפעטישן מיט דזשעלעסי סטייל אטאקעס כידוע..
כידוע....
נעכטן איז געווען א פייער אין בראדוועי מצה בעקערי און מ'האט געשפריצט וואסער. וואס זענען די שאנסן אז די אנדערע צד קוקט זיך שוין פאר א דרשה? בסה"כ קען ער בעסער ארומשפילן מיט ווערטער צו מאכן דעם איינדרוק.

ביידע קוקן אויפ'ן צווייטן מיט די זעלבע זשעלעסי און אומפארגינישקייט, נאר בעת מהר"א ענד קא. טיען למעשה און ארבעטן אריין אויף אלע פראנטן אויף די חלק פון "ועשה טוב", איז מהרז"ל ענד קא. סטאק ביים "סור מרע". (כמובן "רע" און "טוב" לשיטתם.)

חב''ד הויזן » פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 8:07 am

· #542085

ווי זאגט יענער? אלעס מאכן די זאליס נאך די ארוינים, פאראיאהר איז געווען א פייער אין מהר''א מצה בעקערי היי יאר איז געווען אין מהרז''ל בעקערי...

אלפא » מוצ"ש יאנואר 6, 2024 8:42 pm

· #543797
Re: ת"ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר"א) קר"י
וואס זאגט דער עולם צו אזא דעבאטע צווישן אן ארוני און זלוני?

סאטמאר ז. עס איז אנקעגן די מסורה צו טוישן דעם דרך הלימוד פון חו"ר, היתכן מ'האט עס איינגעפירט אין א 'סאטמארע' מוסד?
סאטמאר א. קודם כל מ'טוט כסדר נייע זאכן, נישט נאר סאטמאר, און נישט נאר אונז, עס איז א פשוט'ע זאך אז מ'דארף זיך אראפלאזן און צופאסן זאכן צום דור, ובפרט היינטיגע צייטן. לדוגמא די נושא פון מענטל העלט וועלכע איז אמאל געווען א 'בעלזער מאדערניזאציע' איז היינט אנגענומען אין אלע מוסדות.
צווייטנס איז די נייע מהלך נישט קיין שינוי נאר אן הוספה, ווייל מ'לערנט אויך די וואכענדיגע פרשה.
ז. איבער דעם אז מ'לערנט די וואכענדיגע פרשה און צו דאס איז טאקע ממש נישט משונה פון פריער, וועל איך לייגן אין א זייט, בעיקר ווייל עס זענען נישט מער ווי פאקטן וואס מ'דארף פשוט מברר זיין. אבער איבער דעם אז מ'מעג טוישן און אז מ'טוישט כסדר וויל איך זיך דינגען.
עס איז אמת אז מ'טוישט כסדר און אז אידישקייט בלייבט נישט שטיין, אבער פארט איז דא א גרויסע נ"מ ווער, ווען, און וויאזוי מ'גייט צו צו דעם. ובפרט סאטמאר וואס איז דאך די סימבאל פון מסורה און דעם 'חדש אסור מן התורה' סלאגאן - דער רבי זי"ע איז געגאנגען אין פייער פאר די שיטת החת"ס און זיכער געמאכט אז מ'רירט ווי ווייניגער צו – דארף זייער אכטונג געבן פון אזעלכע זאכן. ווידער, זאכן וואס זענען שוין נתקבל געווארן אין א גרויס טייל כ"י און האט זיך ארויסגעשטעלט אומשעדליך אדער גאר ראטזאם, דאס קען מען אננעמען, וכמובן נישט מיט אפענע ארעמעס נאר מתןך הכרח.
א. דער רבי זי"ע האט דאך געעפנט א מיידל שולע און נאך זאכן, אנדערש ווי די מסורה?
ז. קודם כל דער רבי זי"ע האט געהאט פלייצעס. צווייטנס עס איז געווען אן אבסעלוטע צורך וועלכע מ'האט נישט געקענט לייקענען.
א. נו, איז פארוואס זאל אונזער רבי נישט קענען מחליט זיין וואס איז א צורך און וואס מ'מעג טוישן? ובכלל אונז זענען דאך סאטמאר היינט, אונזער רבי איז היינט די מחליט וואס 'סאטמאר' טוט יא און נישט?!
ז. ענקער רבי מעג מחליט זיין וואס ער וויל, אבער דיין צווייטע נקודה ברענגט ארויס די פוינט גאר גוט. די נקודת המחלו' ליגט נישט אזוי ווייט צו עס הייסט א שינוי אדער נישט, און צו דער רבי זי"ע וואלט עס יא אדער נישט געטון, עס איז איבער די בעלות פון דער מושג סאטמאר. בעת וואס רוב סאטמארע חסידים – תלמידים פונעם רבי זי"ע זענען זייער אומבאקוועם מיט שינויים, און פילן ווי איינמאל דער רבי איז אוועק האט מען נישט דעם רעכט צו רוקן די פערניטשור אוועק פון פאזיציע, און אפי' ווען עס איז נחוץ און נוגע איז סאטמאר אייביג די פאן-טרעגער פון שטיין מיט די טראדיציע (חוץ ווי גע'שמועס'ט מתוך הכרח), קומט ענקער רבי און 'איז מחליט' וואס זיין סאטמאר איז און טוט זיך מה שעולה על לבו מיטן אויסרייד אז דאס ווערט יעצט סאטמאר.
א. וואס איז די פראבלעם דערמיט?
ז. עס איז טאקע נישט קיין אינהערענט פראבלעם, עס איז נאר א מחלוקת ווער עס באזיצט דעם אמת'ע סאטמארע השקפה – וואס דו ביסט מודה איז ביסודו זיך צו האלטן דאס מערסטע מיטן מסורה – וואו ענקער רבי וויל זיך נעמען דאס רעכט אלס מנהיג סאטמאר צו טוישן דעם יסוד?!

מילך טראק » זונטאג פעברואר 25, 2024 5:15 pm

· #551239
Re: ת"ת בשיטת זכרו - סאטמאר (מהר"א) קר"י
איך זעה באמת נישט די פראבלעם צווינגט קיינעם נישט ווער עס וויל נישט זאל נישט שיקן אין די חדר?
בלאט: 1 2