☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » צו וואס טויג אונז די מדינה?

צו וואס טויג אונז די מדינה?

115 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16684
בלאט: 1 2 3

בר גיורא » דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 12:19 pm

· #539298
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
.

בר גיורא » דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 12:24 pm

· #539300
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
דערהויבענע איד #
בר גיורא #
שאלתיאל #
מ'קען עלימינירן זייער מיליטערישע פאוער זיי זאלן מער נישט זיין קיין סטראשע אויף די מדינה אזוי ווי מ'האט געטון מיט אייסיס און על קאידא. ס'וועט לכאורה נעמען לאנג אבער דאס מוז געטון ווערן און אזוי וואלט זיך געפירט יעדער נארמאלע לאנד.
פיין.
אין וואס איז נאכדעם?
ווי לאנג גייט זיך א "ציווילע רעגירונג" האלטען ווען %80 האבן נקמה געפילן וועגען זייער געהארגעטע קרובים??

מגייט זיי האלטען אין תפיסה פאר נאך 100 יאר??

ווען אמעריקא האט עלעמינירט על-קאידע איז דיך אויך איינגעפאלען צו פרעגן "וואס גייט זיין נאכדעם"?

לענ''ד גייט זיין נאכדעם פונקט וואס איז היינט מיט עגיפטן און ירדן. דעיע חברה גייען זיצן איינגעמאכט אין די הויזן, און מיט די צייט איינזען אז מדינת ישראל איז א פאקט, און זיי שנעל מאכן שלום מיט די פאקט. חוץ המעשה וואס מער און מער אראבישע לענדער אין די ראיאן זיכן שלום היינט, ווייל מיט שטארקע לענדער וויל יעדער גוט זיין.
די חילוק איז, אל קאידה איז געווען 6 טויזענט מייל פון אמעריקע.
איינמאל מדיסטרויסט זיי מיליטעריש וואלטען די אמעריקאנע זיך געקענט אפיצען פון שטח.
מיט די פאלעסטינער דארפסטו לעבן נאך טויזענט יאר next door....
מיט מצרים און איז זייער קלאר געווען א פייט אויף טערעטאריע,
מיט חמאס איז עס א הייליגע קריג.
זיי וועלן אונז קיינמאל נישט מוחל זיין.

מצרים האט שלום געמאכט די רגע מהאט זיי ציריקגעגעבן זייער טערעטאריע און זיי האבן געזען אז אמעריקע וועט זיך אייביג אננעמען פאר ישראל!

אלע צוזאמען » דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 1:44 pm

· #539307
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
מיט מצרים איז עס אויך געווען א הייליגע קריג אנהייב, זיי האבן איינגעזעהן אז זיי קענען נישט געווינען.

דערהויבענע איד » דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 2:17 pm

· #539309
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
בר גיורא #
דערהויבענע איד #
בר גיורא #
שאלתיאל #
מ'קען עלימינירן זייער מיליטערישע פאוער זיי זאלן מער נישט זיין קיין סטראשע אויף די מדינה אזוי ווי מ'האט געטון מיט אייסיס און על קאידא. ס'וועט לכאורה נעמען לאנג אבער דאס מוז געטון ווערן און אזוי וואלט זיך געפירט יעדער נארמאלע לאנד.
פיין.
אין וואס איז נאכדעם?
ווי לאנג גייט זיך א "ציווילע רעגירונג" האלטען ווען %80 האבן נקמה געפילן וועגען זייער געהארגעטע קרובים??

מגייט זיי האלטען אין תפיסה פאר נאך 100 יאר??

ווען אמעריקא האט עלעמינירט על-קאידע איז דיך אויך איינגעפאלען צו פרעגן "וואס גייט זיין נאכדעם"?

לענ''ד גייט זיין נאכדעם פונקט וואס איז היינט מיט עגיפטן און ירדן. דעיע חברה גייען זיצן איינגעמאכט אין די הויזן, און מיט די צייט איינזען אז מדינת ישראל איז א פאקט, און זיי שנעל מאכן שלום מיט די פאקט. חוץ המעשה וואס מער און מער אראבישע לענדער אין די ראיאן זיכן שלום היינט, ווייל מיט שטארקע לענדער וויל יעדער גוט זיין.
די חילוק איז, אל קאידה איז געווען 6 טויזענט מייל פון אמעריקע.
איינמאל מדיסטרויסט זיי מיליטעריש וואלטען די אמעריקאנע זיך געקענט אפיצען פון שטח.
מיט די פאלעסטינער דארפסטו לעבן נאך טויזענט יאר next door....
מיט מצרים און איז זייער קלאר געווען א פייט אויף טערעטאריע,
מיט חמאס איז עס א הייליגע קריג.
זיי וועלן אונז קיינמאל נישט מוחל זיין.

מצרים האט שלום געמאכט די רגע מהאט זיי ציריקגעגעבן זייער טערעטאריע און זיי האבן געזען אז אמעריקע וועט זיך אייביג אננעמען פאר ישראל!
די ווייטקייט מאכט טאקע די פראבלעם שווערער, אבער זעסט דאך אז על קאדא איז פונקט אזוי געווען מערדליך אין אמעריקא, און מ'קען פונקט אזוי זאגן אז ''אן אידילאגיע קען מען נישט הארגענע'ן".

מיט מצרים איז די פייט נישט נאר געווען אויף טערעטאריע, און מיט כאמאס איז עס אויכעט אויף טערעטאריע. מצרים האט געוואלט אפווישן די שונאי ישראל אין ים אריין רח''ל, און ס'איז זיי נישט געלונגען, און מ'האט נישט צוריקגעגעבן די גאנצע. אמעריקא בעקט אויכעט יעצט ישראל.


חוץ המעשה וואס ס'איז נישטא קיין אנדערע טשויס בכל מקרה.

ים רויבער » פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 12:42 am

· #539345
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
בר גיורא #
שאלתיאל #
מ'קען עלימינירן זייער מיליטערישע פאוער זיי זאלן מער נישט זיין קיין סטראשע אויף די מדינה אזוי ווי מ'האט געטון מיט אייסיס און על קאידא. ס'וועט לכאורה נעמען לאנג אבער דאס מוז געטון ווערן און אזוי וואלט זיך געפירט יעדער נארמאלע לאנד.
פיין.
אין וואס איז נאכדעם?
ווי לאנג גייט זיך א "ציווילע רעגירונג" האלטען ווען %80 האבן נקמה געפילן וועגען זייער געהארגעטע קרובים??

מגייט זיי האלטען אין תפיסה פאר נאך 100 יאר??
מען דארף זיי געבן דאס גהינום אז זיי זאלן וויסן און געדענקען און פארציילן פאר די קינדער און אייניקלעך אז מיט די משוגע'נע יאהוד'ן הייבט מען זיך נישט אן ווייל עס לוינט נישט.

פארטרייבן פון עזה און\אדער אויפבויען דארט צאללאזע יודישע ישובים קען אויך זייער שטארק ברענגן א מעסעזדש אז זיי גייען נאר פארלירן נאך און נאך לאנד און מאכט דורכן טשעפענען מיט די אידן.

בר גיורא » פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 12:49 am

· #539346
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
איינציגסטע מהלך וואס קען ארבעטן איז אז די וועלט פאנגט אן אריינצונעמען פאלסטינער פליטים, אזויווי מהאט געטון מיט אוקראינע, סוריע, אפריקע, אד"ג.

אירופה האט שוין גענומען 10 million פון אוקריינע אן קיין פיפס. 2 מיליון פאלעסטינער איבער די וועלט וועט נישט אויסמאכן.

נארמאלער » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 9:53 am

· #539424
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
בר גיורא #
איינציגסטע מהלך וואס קען ארבעטן איז אז די וועלט פאנגט אן אריינצונעמען פאלסטינער פליטים, אזויווי מהאט געטון מיט אוקראינע, סוריע, אפריקע, אד"ג.

אירופה האט שוין גענומען 10 million פון אוקריינע אן קיין פיפס. 2 מיליון פאלעסטינער איבער די וועלט וועט נישט אויסמאכן.

און וואס טוסטע מיט חיזבאללה מיט זייערע דראונס און 2000 באליסטישע מיסעלס? מ'גייט קארפעטן, איא? ווי לאנג נעמט עס און מינווייל שיסן זיי סחורה. מיין נישט אז טערקיי מיט סיריע גייען בלייבן שטיל אויב ישראל גייט קנאקען שטיקער. די תירוצים "יענער האט ערשט אנגעהויבן" האט געהאלפן אין חדר.
חאמאס מיט דער צייט קען ווערען בעסער אויסשטאפירט מיט נייע דראונס און נאך דראונס איז זייער שווער צו פייטן, והא ראיה מאסקווע....

וואס טוט זיך היינט מיט אגאונדא

אלפא » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 11:50 am

· #539431
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
נאכן צו-ווייזן דעם ארטיקל פאר א (געלערענטע) חבר, האט ער אויסגעלויבט די געלונגענקייט פונעם שרייבער, אבער גע'טענה'ט: 1, הערצל'ס אגענדע איז נישט דוקא געווען צו עלימינירן אנטי-סעמיטיזם, ענדערש אז עס איז שוין יא דא, זאלן אידן ווי אים כאטש האבן אן אייגן מקום צו שיינען און זיך ארויסצוגעבן - וועלכע איז געווען כמעט אוממעגליך אונטער פרעמדע טעריטאריע, און אויב איז דאס וואר האט ער טאקע היבש מצליח געווען. 2, קנאפע 70 יאר פון היסטאריע איז צו קורץ צו מחליט זיין איבער א פראיעקט אז עס איז א דורכפאל...

אלפא » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 12:03 pm

· #539432
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
נאך א נושא וואס באדערט מיר אביסל בנוגע די סאטמאר'ע שיטה און רעטאריק, איז טאקע געווען די רבי זי"ע'ס פראבלעם מיט די מדינה פאליטיש, אדער איז עס געווען תורה'דיג? דהיינו, די גאנצע צייט הער איך מישן די צוויי נושאים - דאס אז די מדינה איז א דורפאל און אז ברענגט נאר צרות און אנטי-סעמיטיזם, צוזאמען מיט דעם אז מ'טאר נישט האבן קיין מדינה אפי' עס וואלט יא געווען די געלונגענסטע פראיעקט. און איך בין אביסל צומישט פארוואס די צוויי האבן שייכות?!
איך וואלט געקענט הערן אז הלכה'דיג/השקפה'דיג איז עס אומאקצעפטירבאר אבער נאכאלץ איז עס פאליטיש א גוטע מאוו, אבער פאר עפעס א סיבה איז אזא שטעלונג טאבו, און אפי' די רבי אליין איז כסדר געווען פארנומען אונטערצורייסן די מדינה פון א פאליטישן שטאנדפונקט..

איז דאס געווען בתורת די כלליות'דיגע חרדישע נאראטיוו אז עפעס וואס איז נישט אויסגעהאלטן איז בהחלט א דורכפאל (און פארקערט - אויב איז עס יא אן הצלחה מוז עס בהחלט זיין יד ה')? לגבי ניסים איז גראדע באקאנט ווי די רבי האט זיך איינמאל אויסגעדרוקט פורים-שיכור'ערהייט אז באמת איז יא געווען ניסים נאר מ'טאר עס נישט זאגן הויך, אפשר איז דאס אביסל די געדאנק אז די המון עם קען נישט אננעמען אזא סתירה?!
אדער איז דאס פשוט בתורת מיסטיסיזם אז עס איז בהחלט אדורכגעפאלן ווייל די באשעפער לאזט נישט (- אני מתיר את בשרכם..) רעגארדלעס די מציאות?
אדער פארזע איך באמת עפעס א טיפערע שייכות צווישן די תורה'דיגע איסור אזוי-צו-זאגן און די געדאנק אז עס האט נישט קיין פראקטישע און פאליטישע קיום?

נאכאמאל, איך קען הערן ביידע נקודות עקסטער, דאס אז מ'טאר עס נישט האבן ע"פ תורה, און דאס אז עס איז א דורכפאל (- וועלכע באלאנגט צופעליג ענדערש פאר פאליטישע אנאליסטן ווי פאר אדמורים צו אריינרעדן..), איך זע אבער כסדר א בלבול המוחות בעיקר ביי סאטמאר'ע ווי מ'לייגט דאס צוזאמען כאילו איין חלק גייט נישט אן די צווייטע...

סקעפטיקער » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 12:42 pm

· #539436
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
אלפא #
לגבי ניסים איז גראדע באקאנט ווי די רבי האט זיך איינמאל אויסגעדרוקט פורים-שיכור'ערהייט אז באמת איז יא געווען ניסים נאר מ'טאר עס נישט זאגן הויך, אפשר איז דאס אביסל די געדאנק אז די המון עם קען נישט אננעמען אזא סתירה?!
מקור?

דערהויבענע איד » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 12:58 pm

· #539438
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
אלפא #
נאך א נושא וואס באדערט מיר אביסל בנוגע די סאטמאר'ע שיטה און רעטאריק, איז טאקע געווען די רבי זי"ע'ס פראבלעם מיט די מדינה פאליטיש, אדער איז עס געווען תורה'דיג? דהיינו, די גאנצע צייט הער איך מישן די צוויי נושאים - דאס אז די מדינה איז א דורפאל און אז ברענגט נאר צרות און אנטי-סעמיטיזם, צוזאמען מיט דעם אז מ'טאר נישט האבן קיין מדינה אפי' עס וואלט יא געווען די געלונגענסטע פראיעקט. און איך בין אביסל צומישט פארוואס די צוויי האבן שייכות?!
הגם די אשכול איז נישט דירעקט אויף סאטמער און קנאות, פיל איך ווי ס'האט יא א שייכות.

אין סאטמער איז מען מורא'דיג פארנומען צו די מדינה האט געלוינט, און צו ''זיי'' זענען געווען גערעכט - לכאורה סתם א עיגא פייט.

אז דו רעדסט שוין יא פון צוויי מיינונגען פון סאטמער קען איך צולייגן נאך אסאך.


פארוואס מוז מען גלייבן באמונה שלימה אז אראבער האבן גוט געלעבט מיט אידן אלע יארן?

פארוואס גלייבן אז די מדינה איז סתם א קינדערישע פלאץ, אן קיין מעגליכקייטן?

פארוואס איז עברית טאקע טמא? אינטערעסאנט אז פונקט דער וואס האט פיינט די ציונים האלט אז מ'מעג נישט לערנען מיט פרויען לשון הקודש...מה ענין שמיטה אצל הר סיני?

וואס איז בכלל די איבערגעטריבענע האס אויף אנדערע אידן...אז דו האלסט אז עפעס איז אסור, שרייב א תשובה ספר. וואס איז די לשונות, נישט גיין מיט די וואס גייען מיט, מיט דו וואס גייען מיט מיט די מיטגייער'ס, האקן און בראקן, מיט העי''ט אבסעסיעס?

וואס מאכט ציונת א ''דבר עקרוני''?

פארוואס דארף מען גלייבן אז ווען נישט די ציונים וואלט נישט געווען קיין קריג?

פארוואס דארף איך טראכטן, אז קיין איין ציוני האט נישט געמיינט קיין גוטס, און ס'וועט נישט ארויסקומען גוט'ס פון ''זיי''?

פארוואס דארף מען גלייבן אז די ציונים זענען ערגער פון די דייטשן, און זיי זענען די זעלבע רשעים ווי אראבער?



בכלל איז סאטמערע שיטה א קאלעקשע''ן פון אסאך שיטות, וואס געבט די איינדרוק אז ער אליין האט נישט פונטקליך געוויסט וואס ער האלט. א געווענליכע מענטש טוט עפעס פאר א סיבה, נישט פאר קיין ביכל מיט סיבות, און אויב יא מיינט עס אז נישט דער ביכל איז די סיבה.

דערהויבענע איד » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 1:34 pm

· #539440
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
צום נושא פונעם אשכול האב איך אסאך צו זאגן, צווישן זיי:

וויפיל אידן האבן נישט געהאט צו אימיגרירן נאכן קריג, און ארץ ישראל איז געווען די איינציגסטע אפציע וועגן די אידן האבן עס איבערגענומען?

אפשר זאל מען ציילן וויפיל יוגענטליכע זענען ארויף פארן קריג פון אייראפע קיין ישראל, און אזוי זיך געראטעוועט?

אויב ס'קומט נאך א קריג הש''י, גייט מדינת ישראל גיין עד הסוף. אויב די טשויס איז אדער נאך א קריג השם ישמרינו, אדער נוקלער, גייט די תירוץ זיכער זיין נוקלערע וואפן. דאס האסטו נישט געהאט פאר מדינת ישראל.

(איך האלט נישט אז מ'דארף צוגלייכן יעצט צו די צייט וואס הרצל האט געלעבט, ס'איז אינגאנצן אירעלעווענט, אבער) פארוואס גלייכסטו צו הרצל'ס חזון צו היינט אין אמעריקא, אפשר גלייך עס צו, צו צען יאר פארן קריג, 1933?

אפשר גלייך עס צו, צו אמעריקא אין 2123?



דעיס איז אלעס אן נאצינאלע אינטערעסן.

אויב אבער ביסטו א איד וואס וויל לעבן אין זיין היימלאנד, אדער א גלויביגע איד וואס פרייט זיך צו זען ווי אזויפיל אידן לעבן זארגלאז אין ירושלים, דאן הייבט זיך נישט אן די אלע ספיקות, דאס הארץ פאמפט ווען מ'זעט אזוי פיל אידן האבן זיך צוריקגעקערט קיין אדמת ישראל מיט א אויפגעהויבענע געמיט און דאס לאנד איז באזעצט מיט די מערסטע אידן זייט חורבן הבית, איז קיין גרעסערע שמחה פארהאן.


זאל די אייבישטער העלפן מ'זאל זוכה זיין צו א גאנצע נצחון, תיפול עליהם אימתה ופחד, און אר''י זאל אויסגערייניגט ווערן פון די פארשאלטענע אראבער, און אידן זאלן געוועלטיגן אויף גאנץ ארץ ישראל, און זיין מאכטפול אויף די גאצע ראיאן, און האבן אן השפעה אויף די גאנצע וועלט לטובה.

פונדאַמענטאַל » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 1:54 pm

· #539441
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
אלפא #
נאך א נושא וואס באדערט מיר אביסל בנוגע די סאטמאר'ע שיטה און רעטאריק, איז טאקע געווען די רבי זי"ע'ס פראבלעם מיט די מדינה פאליטיש, אדער איז עס געווען תורה'דיג? דהיינו, די גאנצע צייט הער איך מישן די צוויי נושאים - דאס אז די מדינה איז א דורפאל און אז ברענגט נאר צרות און אנטי-סעמיטיזם, צוזאמען מיט דעם אז מ'טאר נישט האבן קיין מדינה אפי' עס וואלט יא געווען די געלונגענסטע פראיעקט. און איך בין אביסל צומישט פארוואס די צוויי האבן שייכות?!
איך וואלט געקענט הערן אז הלכה'דיג/השקפה'דיג איז עס אומאקצעפטירבאר אבער נאכאלץ איז עס פאליטיש א גוטע מאוו, אבער פאר עפעס א סיבה איז אזא שטעלונג טאבו, און אפי' די רבי אליין איז כסדר געווען פארנומען אונטערצורייסן די מדינה פון א פאליטישן שטאנדפונקט..

איז דאס געווען בתורת די כלליות'דיגע חרדישע נאראטיוו אז עפעס וואס איז נישט אויסגעהאלטן איז בהחלט א דורכפאל (און פארקערט - אויב איז עס יא אן הצלחה מוז עס בהחלט זיין יד ה')? לגבי ניסים איז גראדע באקאנט ווי די רבי האט זיך איינמאל אויסגעדרוקט פורים-שיכור'ערהייט אז באמת איז יא געווען ניסים נאר מ'טאר עס נישט זאגן הויך, אפשר איז דאס אביסל די געדאנק אז די המון עם קען נישט אננעמען אזא סתירה?!
אדער איז דאס פשוט בתורת מיסטיסיזם אז עס איז בהחלט אדורכגעפאלן ווייל די באשעפער לאזט נישט (- אני מתיר את בשרכם..) רעגארדלעס די מציאות?
אדער פארזע איך באמת עפעס א טיפערע שייכות צווישן די תורה'דיגע איסור אזוי-צו-זאגן און די געדאנק אז עס האט נישט קיין פראקטישע און פאליטישע קיום?

נאכאמאל, איך קען הערן ביידע נקודות עקסטער, דאס אז מ'טאר עס נישט האבן ע"פ תורה, און דאס אז עס איז א דורכפאל (- וועלכע באלאנגט צופעליג ענדערש פאר פאליטישע אנאליסטן ווי פאר אדמורים צו אריינרעדן..), איך זע אבער כסדר א בלבול המוחות בעיקר ביי סאטמאר'ע ווי מ'לייגט דאס צוזאמען כאילו איין חלק גייט נישט אן די צווייטע...
לדעתי איז עס צוליב אומזיכערקייט אין די אייגענע שיטה. נקוט האי כללא בידך, ווער עס דארף ברענגען ראיות און טענות פון פילע אומפארבינדענע ריכטונגען, תדע לך אז ער איז אומזיכער מיט זיין אייגענע שטעלונג.

כרם זית » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 3:16 pm

· #539446
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
איך מיין אז די סאטמארער וועלכע זענען פארנומען אז די מדינה איז א דורכפאל אויך בגשמיות מיינען עס אלס א ראיה אז עס איז מקוים געווארן די הסרת השגחה - 'אני מתיר את בשרכם', ממילא איז א ראיה אז מען האט עובר געווען אויף די שלש שבועות וכו'.

דערהויבענע איד » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 4:14 pm

· #539450
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
אבער אין סאטמער איז מען אויך פארנומען אז די מדינה שטייט נאר בזכות אמעריקא, און אז זיי זענען חדר אינגלעך וואס זענען צו שפאט ביים אלגעמיינעם באפעלקערונג, א זאך וואס קומט זיכער פון איגא, סאטמער ווס. ''די מדינה''.

בעל אחריות » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 9:04 pm

· #539481
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
דערהויבענע איד, דו זאגסט גאר גוט די גאנצע פייט קעגן די מדינה איז א סימפל איגא פייט, וועגן דעם ווערט פארענטפערט אלפא'ס קשיא/סתירה און אויך פארוואס נאך אזוי פיהל יאר ווען ציונות שטעלט שוין נישט לאנג קיין געפאר פון ווערן אפגעפארן איז מען נאך אלס פארנומען לוחם זיין קעגן דעם מיט טיעפע פשעטלעך אז עס איז פשוט פון די ג חמורות, מען קען זיך פשוט נישט ברענגן אראפ צו קריכן פון בוים און סטאפן די גרעסטע טענטרום אין מאדערן חרדישע היסטאריע...

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 19, 2023 9:06 pm

· #539482
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
אלפא #
נאך א נושא וואס באדערט מיר אביסל בנוגע די סאטמאר'ע שיטה און רעטאריק, איז טאקע געווען די רבי זי"ע'ס פראבלעם מיט די מדינה פאליטיש, אדער איז עס געווען תורה'דיג? דהיינו, די גאנצע צייט הער איך מישן די צוויי נושאים - דאס אז די מדינה איז א דורפאל און אז ברענגט נאר צרות און אנטי-סעמיטיזם, צוזאמען מיט דעם אז מ'טאר נישט האבן קיין מדינה אפי' עס וואלט יא געווען די געלונגענסטע פראיעקט. און איך בין אביסל צומישט פארוואס די צוויי האבן שייכות?!
איך וואלט געקענט הערן אז הלכה'דיג/השקפה'דיג איז עס אומאקצעפטירבאר אבער נאכאלץ איז עס פאליטיש א גוטע מאוו, אבער פאר עפעס א סיבה איז אזא שטעלונג טאבו, און אפי' די רבי אליין איז כסדר געווען פארנומען אונטערצורייסן די מדינה פון א פאליטישן שטאנדפונקט..

איז דאס געווען בתורת די כלליות'דיגע חרדישע נאראטיוו אז עפעס וואס איז נישט אויסגעהאלטן איז בהחלט א דורכפאל (און פארקערט - אויב איז עס יא אן הצלחה מוז עס בהחלט זיין יד ה')? לגבי ניסים איז גראדע באקאנט ווי די רבי האט זיך איינמאל אויסגעדרוקט פורים-שיכור'ערהייט אז באמת איז יא געווען ניסים נאר מ'טאר עס נישט זאגן הויך, אפשר איז דאס אביסל די געדאנק אז די המון עם קען נישט אננעמען אזא סתירה?!
אדער איז דאס פשוט בתורת מיסטיסיזם אז עס איז בהחלט אדורכגעפאלן ווייל די באשעפער לאזט נישט (- אני מתיר את בשרכם..) רעגארדלעס די מציאות?
אדער פארזע איך באמת עפעס א טיפערע שייכות צווישן די תורה'דיגע איסור אזוי-צו-זאגן און די געדאנק אז עס האט נישט קיין פראקטישע און פאליטישע קיום?

נאכאמאל, איך קען הערן ביידע נקודות עקסטער, דאס אז מ'טאר עס נישט האבן ע"פ תורה, און דאס אז עס איז א דורכפאל (- וועלכע באלאנגט צופעליג ענדערש פאר פאליטישע אנאליסטן ווי פאר אדמורים צו אריינרעדן..), איך זע אבער כסדר א בלבול המוחות בעיקר ביי סאטמאר'ע ווי מ'לייגט דאס צוזאמען כאילו איין חלק גייט נישט אן די צווייטע...

אלפא: דו ביסט גערעכט. דער סאטמאר'ע רבי זי"ע האט קיינמאל נישט גערעדט איבער דעם סוקסעס אדער די פארקערטע פון די מדינה, ער האט אייביג נאר גערעדט פון דעם הלכה'דיגן שטאנדפונקט אז ס'איז אסור צו האבן אן אייגענע מדינה פאר ביאת המשיח, אפילו די רעגירונג וואלט באשטאנען פון בלויז צדיקים. נאר ר' סענדער דייטש וועלכער האט זיך געהאלטן פאר'ן ווארטזאגער אין די סאטמאר'ע קהילה האט אייביג ארויסגעברענגט די שלעכטע פוינטס פון די אנפיהרערס פון מדינת ישראל. ער האט דאס אריינגעפלאכטן אין די "שיטה". ער האט געזאגט אז דער סאטמאר'ע רבי האט איהם געגעבן די הסכמה צו פאבליצירן דעם "דער איד" נאר מיט איין תנאי אז אויף דעם ערשטן בלעטל מוז ער אייביג רעדן בגנות הציונים. און א סאך סאטמאר'ע חסידים האבן דאס אדאפטירט אלס א חלק פון די שיטה. איי וואס טוט זיך מיט די עקאנאמישע און מיליטערישע הצלחות פון די מדינה? דאס ארבעט אויף ביידע וועגן. אויב איז מען מצליח איז דאס סטרא אחרא, און אויב (ח"ו) נישט איז דאס א חלק פון דעם עונש וואס קומט זיך פאר די אפיקורסים...!

כספי » מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 9:12 pm

· #539545
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
ודברת בם #
איינע פון די טאלקינג פאונטס איז אז די מדינה איז די פראנט. ווען נישט די מדינה איז די פראנט דא אין אמעריקא.
דאס איז לכאו' געבראטענע שטותים, ווי אנדערע זאגן שוין, נאר ביבי האט געזען אז זעלענסקי איז אזוי מצליח מיט זיין פאנדרעיזינג און בכלל זיין פי אר פאר זיין לאנד דורכן שרייען אז אויב נישט ער קומט גאנץ אייראפע נעקסט, טרייט עס יעצט ביבי אויך אויס צו זאגן, אבער ס'האט לכאו' נישט קיין הענט און פיס

כספי » מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 9:14 pm

· #539546
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
ברוך שפינוזה #
א מדינה וואלט לאו דווקא געוועהן א לעהזונג אין פאל פון א האלאקאסט, די סערבן, סאוויעטן, און פאלאקן האבן זיך אויך געהאט מדינות ביים האלאקאסט און ס'האט זיי ווייניג געהאלפן.
איך וואלט אויך אזוי געטראכט, אבער ענליך צו וואס @שפילער זאגט קען אפשר זיין אז אויב די מדינה וואלט שוין געשטאנען ביי די האלאקאוסט וואלטן זיי טאקע נישט צופיל געקענט העלפן, אבער ס'גאנץ מעגליך אז זיי וואלטן באמבאדירט די קרעמעטיום'ס וואס וואו באוויסט האבן די אליאירטע נישט געוואלט באמאבאדירן, און אויך וואלטן זיי געפייט די נאצישע חיות, מיט אסאך מער אייפער ווי די אמעריקאנער און ענגלישע רוסישע זעלנער
פון די צווייטע זייט אויב וואלט שוין דעמאלטס געווען א אידישע מדינה גלייב איך אז היטלער ימ"ש וואלט זיך די ערשטע זאך ארויפגעווארפן אויף דעם, און עס ח"ו פלאך געמאכט מיט זיין מעכטיגע לופט-וואפע

יעקב מענטש » מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 1:16 pm

· #539634
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
אלפא #
נאכן צו-ווייזן דעם ארטיקל פאר א (געלערענטע) חבר, האט ער אויסגעלויבט די געלונגענקייט פונעם שרייבער, אבער גע'טענה'ט: 1, הערצל'ס אגענדע איז נישט דוקא געווען צו עלימינירן אנטי-סעמיטיזם, ענדערש אז עס איז שוין יא דא, זאלן אידן ווי אים כאטש האבן אן אייגן מקום צו שיינען און זיך ארויסצוגעבן - וועלכע איז געווען כמעט אוממעגליך אונטער פרעמדע טעריטאריע, און אויב איז דאס וואר האט ער טאקע היבש מצליח געווען.
ס'איז פשוט נישט וואר.

הערצל האט געהאט אין פלאן צו שמד'ן גאנץ כלל ישראל אין זיי אינטעגרעיטן מיט די קריסטן און מאכן אויס מיט כלל ישראל ה"י, וואס שטימט נישט מיט די סברא אז ער האט געזוכט צו שאפן א פלאץ ווי דער איד זאל שיינען וכו'

די מדינה פון א 'סעקולארע פערספערטיוו' האט געזאלט רעדעפינירן וואס א איד מיינט, שפראך, לאנד, וכו' אן קיין שעבוד פון תורה ומצוות. די וועג וויאזוי מ'האט עס באקומען פון די אינטערנאצינאלע קאמיוניטי איז געווען דורך די 'סעקיוריטי ארגומענט', אז אידן רודפ'ט מען איבעראל, און "נאר" ווען זיי גייען האבן אן אייגן אידישן לאנד (וואס איז נאך א גרויסע פראגע ווי אידיש דאס קען בלייבן בעתיד, וויבאלד ס'פארמאגט א דעמאקראטישע סיסטעם און ס'פעלט נאר אויס א רוב פון אראבער צו פארלירן די "אידישע מדינה" סטאטוס אויף אייביג און זאגן קדיש אויף די גאנצע עקספערימענט, דאס איז וואס מאיר כהנא האט געשריגן פאר יארן לאנג)

כרם זית » מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 7:12 pm

· #539648
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
הערצל האט לאו דוקא געזיכט אז דאס איד זאל שיינען אלס 'איד' אויס, ער האט געוואלט אז די 'מענטש' וואס באטיטלט זיך איד זאל קענען שיינען אלס 'מענטש'. ווען ער האט געזען אז שמדן וועט נישט לייזן די פראבלעם האט ער פראבירט די אפציע פון נאציאליניזם.

ברוך שפינוזה » מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 9:33 pm

· #539670
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
למעשה גערעדט ביי חסידים ווערט א איד אויך נישט 100% דעפינירט מיט שמירת התורה והמצוות, ווי הייסט עס נאר, אה, שלא שינו את שמם לשונם מלבושם. וויאזוי קוקן חסידים אן א איד וואס גייט אנגעטוהן ווי א גוי, קען נאר ענגליש, און גייט ביי זיין גויאישע נאמען? איך רעד שוין נישט פון קליינע קינדער וואס פון זייער זייט איז אזא איינער א פולקאמער גוי, אבער אפילו ערוואקסענע חסידים קוקן אן אזא איינעם ווי העכסטנס א כלאים, אזא בחינה ווי די hardcore מזרחיסטן קוקן אן חוצ-לארצ'דיג אידן. יא ער איז א איד, אבער ס'איז דומה לו כמי שאין לו אלוה, און מיר ווייסן דאך אז מעיקר הדין זענען אלע מצוות תלויות בארץ (ידוע בשם הרמב"ן אבל הרבה ראשונים אומרים את זה), בקיצור, נישט דאס האט די פסוק געמיינט.

בר גיורא » מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 11:17 pm

· #539678
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
כרם זית #
הערצל האט לאו דוקא געזיכט אז דאס איד זאל שיינען אלס 'איד' אויס, ער האט געוואלט אז די 'מענטש' וואס באטיטלט זיך איד זאל קענען שיינען אלס 'מענטש'. ווען ער האט געזען אז שמדן וועט נישט לייזן די פראבלעם האט ער פראבירט די אפציע פון נאציאליניזם.
אין אנדערע ווערטער, ער האט געוואלט אבאלישען "אנטיסעמיטיזם", ער וואלט געטון יעדע זאך וואס ער האט געהאלטען עס וועט העלפען מיט די cause..
מדינה (אוגנדה אויב מקען נישט באקומען ישראל), שמד'ן.
מדארף דורך ליינען די פראטעקאלן פון די ערשטע אסיפה און באזעל.
זיין איקיועזשיען איז געגאנגען,
מהאט פיינט אידן וועגען זיי זענען פרעמדע=לאמיר זיך אדער אינטעגרירען אדער אויפשטעלן אן אייגען לאנד.
ווען ער וואלט געזען די שנאה די וועלט האט אויף די לאנד וואלט ער זיך איבערגעדרייט אין קבר...

דערהויבענע איד » דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 11:59 pm

· #539754
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
כ'פארשטיי נישט פארוואס די עולם איז אבסעסט מיט הרצל...

יא כ'פארשטיי, ער איז למעשה די טאטע פון ציונית, אבער די געדאנק פון נישט זיין די צובראכענע גלות איד, איז א געדאנק בפני עצמו. אזוי אויך די גאנצע וועג ווי אזוי ס'איז למעשה צושטאנד געקומען איז א פאזל פון אסאך שטיקלעך.

ס'איז א קנאי'שע אבסעסיע צו משפט'ן די גרינדער פונעם רעיון הציונות צו זיי זענען גערעכט, און צו זיי דרייען זיך איבער, אדער שלאפן איבערגעדרייטערהייט אין קבר.

פאר די געלט קען מען שוין רעדן צו וואשינגטאן וואלט אויפגעגעבן אמעריקא ווען ער וואלט געזען ווי די היינטיגע BLM פארפירן, אדער צו בין לאדין וואלט ווען דורכגעפירט היינט ניין עלעוון צו ער וואלט נאכאלס געגלייבט אינעם עולם שכולו בתולות.

למעשה האט אונז דער אייבישטער געגעבן א גרויסע מתנה, און א גרויס חלק אידן האבן זיך צוריקגעקערט קיין ארץ ישראל, און די מדינה שטייט אלס די אכטסטע מאכטפולסטע מדינה איבער די וועלט. אלע איבעיא'ס, ספיקות, חידות, קושיות, און פירכות קען מען רעדן נאכן קוגל און ס'איז נישט נוגע למעשה.


למשל פערזענליך האלט איך אז ווען סאקמער רב און הרצל לעבן ווען, וואלטן זיי אויפגעטוישט שיטות הקדושות.

מאטי » פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 8:42 am

· #539772
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
א שטיקל הכרת הטוב, אז מ'קען זיין אנטי ישראל און מ'מוז נישט זיין קיין אידן פיינט.. ווען נישט די מדינה וועמען וואלטן די העיטערס געהעיט אנע הייסן אזוי? אפשר סאטמאר?

מאטי » פרייטאג נאוועמבער 24, 2023 10:05 am

· #539775
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
"אוי! אוי!" האט א איד זיך צעקרעכצט אינעם מיטל אלטער נאכן צום וויפלטן עלילת דם אויף די מצות.
"גאטעניו! כווייס באמת נישט וואס טויג דיר אז אפאר אידעלעך ברעכן זיך די ציין זיבן טאג אויף אפאר הארטע קרעקערס, דאס איז דיין געשעפט, אבער קוקענדיג אויף צוריק, האט זיך דאס באמת געלוינט?"

berlbalaguleh » מוצ"ש נאוועמבער 25, 2023 8:17 pm

· #539804
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
כרם זית #
הערצל האט לאו דוקא געזיכט אז דאס איד זאל שיינען אלס 'איד' אויס, ער האט געוואלט אז די 'מענטש' וואס באטיטלט זיך איד זאל קענען שיינען אלס 'מענטש'. ווען ער האט געזען אז שמדן וועט נישט לייזן די פראבלעם האט ער פראבירט די אפציע פון נאציאליניזם.

הערצל איז געווען א "דיסקאנעקטעד איד" וואס האט געהאט א גוטע איידיע, אז אידן זאלן קענען לעבן אין ארץ ישראל במנוחה. נאר איהם האט נישט אינטרעסירט אז מ'זאל מקיים זיין מצוות, פאר איהם איז גוט געווען ווען די אידן זענען (ח"ו) קאטאליקן אדער פראטעסטאנטן. נאר מ'זעהט דא דעם יד ה', אז ס'איז דא היינט אין ארץ ישראל הונדערטער טויזנטער ערליכע אידן וועלכע זענען אויך מקיים די מצוות התלויות בארץ.

ווען מ'קוקט מיט אביעקטיווקייט קענמען זעהן אז נישט אלעס וואס די נישט רעליגיעזע אידן אין ארץ ישראל האבן געטון איז געווען במזיד און מיט א רשעות'דיגע כוונה (כאטש ס'זענען געווען געוויסע גרופעס פון להכעיס'ניקעס), נאר ס'האט זיי נישט געארט אז די קינדער פון אימיגראנטן ווערן פארווארפן אין נישט רעליגיעזע קיבוצים, ווייל דאס איז געווען דאס גרינגסטע פלאץ וואס האט זיי געקענט אויפנעמען אין יענע צייט. ווען די ערליכע אידן, וועלכע זענען אליין געווען נייע אימיגראנטן, וואלטן געווען בעסער ארגאניזירט און צוגעגערייט מקבל צו זיין די נייע עולים פון תימן און עיראק וואלט מען אפשר געקענט אפראטעווען טויזנטער קינדער פון באקומען א נישט ערליכן חינוך.

אויסער די געציילטע בחורים און יונגעלייט פון פעילים (די פארגייער פון יד לאחים) וועלכע זענען אריין אין די אנטי-רעליגיעזע קיבוצים און זיי האבן מיט מסירות נפש ממש ארויסגעראטעוועט קינדער פון די קיבוצים.

מאטי » מוצ"ש נאוועמבער 25, 2023 8:41 pm

· #539805
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
הרצל האט לכתחילה געוואלט טויפן די אידן אויף פאפיר, אים איז נישט געגאנגען בנפשו אז אידן זאלן זיך שמד'ן, ס'איז געווען א פראקטישע עצה פון א פרייע פערספעקטיוו זיך צו אינטעגרירן מיט די נישט אידישע ציוויליזאציע, צו קענען ווערן אנגענומען אויף הויכע פאזיציעס וכדו'. בסוף ימיו האט ער חרטה געהאט, נאכן באקומען א שטיקל געפיל פאר נצח ישראל.

עמרם » מוצ"ש נאוועמבער 25, 2023 9:13 pm

· #539807
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
כספי #

פון די צווייטע זייט אויב וואלט שוין דעמאלטס געווען א אידישע מדינה גלייב איך אז היטלער ימ"ש וואלט זיך די ערשטע זאך ארויפגעווארפן אויף דעם, און עס ח"ו פלאך געמאכט מיט זיין מעכטיגע לופט-וואפע
אויב וואלט ווען שוין דערמאלטס געווען א מדינה וואלט'ן זיי אויך געהאט א מעכטיגע לופט-וואפע (אזוי ווי זיי האבן היינט) און ער וואלט עס נישט געקענט פלאך מאכן (אזוי ווי ער האט נישט מצליח געווען איינצונעמען ענגלאנד)

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 1:21 am

· #540014
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
עמרם: ייש"כ. אויב די "ציונים", טייערע אידישע קינדער האבן געקענט בחסדי השי"ת אנקומען קיין ענטעבבע אין ווייטן אפריקע וואלטן זיי זיכער געקענט אנקומען קיין בערלין און אוישוויץ.

קליינע צדיק » מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 3:03 pm

· #540054
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
אידישקייט גליון האט געשריבן אן עדיטאריאל איבער די מדינה וואס איז פאסיג דא
📎 [gdriveitbot] Yiddishkeit_Gilyon_21_NB_compressed.pdf

קהל'ס נער » פרייטאג דעצעמבער 1, 2023 1:34 pm

· #540257
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
קליינע צדיק #
אידישקייט גליון האט געשריבן אן עדיטאריאל איבער די מדינה וואס איז פאסיג דא
בקיצור, דער שרייבט אז די ציונים זענען שולדיג אויף די שחיטה אום שמחת תורה, ווייל ווען נישט די מדינה וואלט אויפגעשטעלט געווארען, וואלטן די אראבישע-נאציס נישט געטון זייערע שחיטות.

האלאו מר. יודישקייט גליון, די האלאקאוסט וואס זעקס מיליאן אידן זענען געהרג׳ט געווארען איז געוועהן ביפאר די מדינה.
זעהסטו קלאר אז ווען ס׳נישטא קיין מדינה האסטו אסאך גרעסערע און ערגערע שחיטות, און ווער ווייסט וויפיל שחיטות די מדינה האט שוין פארמיטן.

הכרת הטוב איז נאך אלץ נוגע אפילו ווען די האסט אנדערע השקפות פון יענעם, אפילו סאטמער׳ר רב האט געשיקט זאגן א יישר כח פאר קאסטענער, על אף ער איז געווען א ציוני, ווייל אז נישט איז מען א כפוי טוב.

(איראניש, די גליון רופט זיך ביים נאמען אידישקייט, בשעת די אג׳ענדע וואס זיי שטיפן איז די פארקערטע פון אידישקייט.)

כרם זית » פרייטאג דעצעמבער 1, 2023 1:54 pm

· #540261
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
אודאי זענען די ציונים שולדיג אין די צווייטע וועלט מלחמה, צוליב זיי זענען די רבנים אריינגעפאלן אין פערענאיע און פארבאטן פאר זייער'ע אנהענגער צו אומערגרירן קיין ארץ ישראל, ווערנדיג איבערגעלאזט צו די נאצי'שע גורל.

תורה ודעת » מוצ"ש דעצעמבער 2, 2023 1:05 pm

· #540278
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
כרם זית #
אודאי זענען די ציונים שולדיג אין די צווייטע וועלט מלחמה, צוליב זיי זענען די רבנים אריינגעפאלן אין פערענאיע און פארבאטן פאר זייער'ע אנהענגער צו אומערגרירן קיין ארץ ישראל, ווערנדיג איבערגעלאזט צו די נאצי'שע גורל.
😂 😂
אדער וועגען דעים.
אדער וועגען די אידענראט האט ציגעזאגט פאר די רבנים פרי פעסעידזש ארויס פון לאנד אין אויסטויש פאר האלטען די עולם רואיג

berlbalaguleh » מוצ"ש דעצעמבער 2, 2023 7:32 pm

· #540284
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
תורה ודעת: דיין טעאריע איז שוין צו שטארק קאנספיראטאריש. צי האסטו (דען) א הוכחה אז דאס איז געווען דער פאקט?

נאר א סאך רבנים מכח שיקול דעת עצמם האבן געהאלטן אז דער מצב איז נישט "אזוי געפערליך".און ס'גייט בעסער ווערן. און זיי האבן אפגערעדט די אידן פון פרובירן זיך ראטעווען דורך פארשאפן "סערטיפיקאטן" כדי צו קענען פארן קיין ארץ ישראל. און זיך ראטעווען אויף אנדערע וועגן.

מי אני » פרייטאג דעצעמבער 8, 2023 3:32 pm

· #540812
דער שרייבער הערמאן וואָק, וועלכער האט געוואוינט אין פּאלם ספרינגס אין קאַליפאָרניע, פארציילט אז ווען ער האט באזוכט אין א״י האט ער געגעסן א סעודה ביי בן גוריון. בן גוריון האט אים געזאגט אז ער מוז קומען וואוינען קיין א״י, ווייל אלס איד וועט ער נאר דארט זיין פריי. אויף דעם האט אים וואָק צוריקגעזאגט, ״פריי? ארומגענומען מיט שונאים ארמייען וואס שרייען ברבים אז זיי ווילן און פרובירן דיר צו פארטיליגן, שאסייען פארמאכט נאכ׳ן שקיעה [אין יענע תקופה מחמת די אומרוהן] וכדומה. דאס הייסט פריי?!״ צו וועלכע בן גוריון האט אים גע׳ענטפערט, ״איך האב געזאגט פריי. נישט פארזיכערט [safe].״

דאס גייט אין איינקלאנג מיט וואס @אלפא’ס חבר האט געזאגט אין זיין זיבעטן פונקט בעד ציונות, אז ״אינדיפענדענס איז אויך ווערד א פרייז!״ והיינו, דאס׳ן עצם האבן זעלבסטשטענדיגע סעלף-דיטערמענעישאן, אפגעזעהן פון די פארגרעסערטע סכנה דערפון. ווי אויך די געדאנק וואס @צקון לחש האט פריער דערמאנט.

די שאלה איז נאר צי למעשה לוינט זיך דאס אינעם קאסט-בענעפיט אנאליז, קעגן דעם פרייז פון סעקיוריטי וואס מ׳דארף אויפגעבן. אידן אין די דייעספּאָראַ כהיום זענען אויך בעצם ״פריי״, הגם טאקע נישט אויף די מדריגה פון sovereignty ווי אַן אייגענע נאציאנאלע רעגירונג אין אַן אייגענעם לאנד, און זיי זענען נישט subjugated. און די שאלה איז, ווי ווייט איז דאס׳ן האבן sovereignty און סעלף-דיטערמענעישאן מקושר מיט דעם אז עס איז טאקע כדי מ׳זאל קענען זיין פארזיכערט מיט security; מ׳קען טענה׳ן אז זיי זענען תרין הן דלא מתפרשין מהדדי. מ׳קען דאס אפשר אביסל צוגלייכן צו איינער וואס איז בעל הבית אויף זיין אייגענע הויז אבער אין א שלעכטע געגענט פוהל מיט קריים וואו ער דארף כסדר זיין אויף די וואַך און האט כסדר איינברוכן וואו מ׳שעדיגט אים און זיינע חפצים, לעומת איינער וואס צאלט (די זעלבע פרייז) שכירות פאר א דירה אין א גוטע און סעיף געגענט.

דערהויבענע איד » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 9:31 pm

· #540998
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
[ציטאט אראפגענומען]

כ'האב געמיינט אז דו גייסט ברענגען פון א בעסערע מקור ווי פון סאטמער רב'ס מיינונג אז די וועלטס קריג איז געקומען צוליב די ציונים, וואטעווער דעט מינ'ס.


אזוי צו אזוי איז אקטאבער דעם זיבעטען זיכער געקומען צוליב סאטמער,


וויבאלד זיי האבן אנגערייצט די ציונים, זיך צו רייצן מיט די אראבער, און פון דארטן איז שוין א קאצן שפרונג צו די שמחת תורה אטאקעס, שפעטער קומען די צינדער'ס שרייען ציונים פוי און בלעימען די ציונים.

דערהויבענע איד » זונטאג דעצעמבער 10, 2023 9:50 pm

· #541000
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
בכלל ווען מ'רעדט פון די מדינה, און ווי אזוי ס'איז צושטאנד געקומען, איז עס א גרויסע פאזל פון אסאך שטיקלעך, אסאך מענטשן מיט אסאך מיינונגען און צילן. ווי אויכעט כהיום האט זיך געטוישט צווי זאכן ווי פאר הונדרעט יאר צוריק, סיי אז אין ישראל איז דא שונאים, און סיי אז אמעריקא איז פארהעלמעסיג זייער א גוטע גלות ביחס צו וואס ס'איז געווען די לעצטע צוויי טויזענט יאר.


ס'איז זיכער אז אסאך לינקע דעמאלטס אין מדנ''י וואלטן היינט נישט געווען אזוי פאטריאטיש, און געגאנגען וואוינען אין אייראפע טערקיי אדער אמעריקא, אבער למשל ווען סאטמער לעיבעלט אלע כנסת מעמבער'ס ווי ציונים פארגעסן זיי אז נישט יעדער איז אויפן זעלבן בלאט בכלל.

אויב די פותח האשכול האט געוואלט פרעגן צו הרצל וואלט היינט נאך געווען אין שטיצע פון די מדינה, זייער מעגליך אז נישט.

אויב וויל מען רעדן צו בן גריון וואלט געגאנגען פאר דעם, לכאורה יא.

בגין? בפשטות יא.

איינשטיין וואלט אויך געווען א חסיד פון ישראל.

בערני סענדער'ס זעט נישט אויס אז יא.

אויב וואלט ירושלימ'ע רב, הראי''ה קוק זצוק''ל געהאלטן היינט פון דעם, וואספארא שאלה בכלל.

מאיר כהנא, וואלט זיכער היינט אויכעט געהאלטן פון א מדינה.

הרב עובדיה יוסף זצ''ל, וואלט אויכעט געווען אין שטיצע.

הרב ר' יוסף חיים זאנענפעלד זצ''ל, איז נישט קלאר ביז היינט וואס ער האט געהאלטן. (אלע קרייזן, כולל די נאצינאלע רעליגיעזע, זאגן אז ער האט געהאלן ווי זיי.)

בנימין נתניהו ווענדט זיך לכאורה ווי סוקסעספול די מדינה וואלט געווען, אן ווי ער וואלט געהאט מער פאטענציאל.



נאך עפעס שווער?

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 1:02 am

· #541018
Re:
מי אני #
דער שרייבער הערמאן וואָק, וועלכער האט געוואוינט אין פּאלם ספרינגס אין קאַליפאָרניע, פארציילט אז ווען ער האט באזוכט אין א״י האט ער געגעסן א סעודה ביי בן גוריון. בן גוריון האט אים געזאגט אז ער מוז קומען וואוינען קיין א״י, ווייל אלס איד וועט ער נאר דארט זיין פריי. אויף דעם האט אים וואָק צוריקגעזאגט, ״פריי? ארומגענומען מיט שונאים ארמייען וואס שרייען ברבים אז זיי ווילן און פרובירן דיר צו פארטיליגן, שאסייען פארמאכט נאכ׳ן שקיעה [אין יענע תקופה מחמת די אומרוהן] וכדומה. דאס הייסט פריי?!״ צו וועלכע בן גוריון האט אים גע׳ענטפערט, ״איך האב געזאגט פריי. נישט פארזיכערט [safe].״

דאס גייט אין איינקלאנג מיט וואס @אלפא’ס חבר האט געזאגט אין זיין זיבעטן פונקט בעד ציונות, אז ״אינדיפענדענס איז אויך ווערד א פרייז!״ והיינו, דאס׳ן עצם האבן זעלבסטשטענדיגע סעלף-דיטערמענעישאן, אפגעזעהן פון די פארגרעסערטע סכנה דערפון. ווי אויך די געדאנק וואס @צקון לחש האט פריער דערמאנט.

די שאלה איז נאר צי למעשה לוינט זיך דאס אינעם קאסט-בענעפיט אנאליז, קעגן דעם פרייז פון סעקיוריטי וואס מ׳דארף אויפגעבן. אידן אין די דייעספּאָראַ כהיום זענען אויך בעצם ״פריי״, הגם טאקע נישט אויף די מדריגה פון sovereignty ווי אַן אייגענע נאציאנאלע רעגירונג אין אַן אייגענעם לאנד, און זיי זענען נישט subjugated. און די שאלה איז, ווי ווייט איז דאס׳ן האבן sovereignty און סעלף-דיטערמענעישאן מקושר מיט דעם אז עס איז טאקע כדי מ׳זאל קענען זיין פארזיכערט מיט security; מ׳קען טענה׳ן אז זיי זענען תרין הן דלא מתפרשין מהדדי. מ׳קען דאס אפשר אביסל צוגלייכן צו איינער וואס איז בעל הבית אויף זיין אייגענע הויז אבער אין א שלעכטע געגענט פוהל מיט קריים וואו ער דארף כסדר זיין אויף די וואַך און האט כסדר איינברוכן וואו מ׳שעדיגט אים און זיינע חפצים, לעומת איינער וואס צאלט (די זעלבע פרייז) שכירות פאר א דירה אין א גוטע און סעיף געגענט..

מי אני: נאר ביי ארץ ישראל איז דא נאך אן "ענגל". ווי די גמ' זאגט...אין ארץ ישראל נקנית אלא ביסורים...! פארשטייצעך אויב מ'גייט נישט אין די שיטה...! You can't have it both ways...!

צוויי » דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 5:17 pm

· #541837
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
דערהויבענע איד #
[ציטאט אראפגענומען]
כ'האב געמיינט אז דו גייסט ברענגען פון א בעסערע מקור ווי פון סאטמער רב'ס מיינונג אז די וועלטס קריג איז געקומען צוליב די ציונים, וואטעווער דעט מינ'ס.

אזוי צו אזוי איז אקטאבער דעם זיבעטען זיכער געקומען צוליב סאטמער,


וויבאלד זיי האבן אנגערייצט די ציונים, זיך צו רייצן מיט די אראבער, און פון דארטן איז שוין א קאצן שפרונג צו די שמחת תורה אטאקעס, שפעטער קומען די צינדער'ס שרייען ציונים פוי און בלעימען די ציונים.
דו האסט א בעסערע מקור?

כא כא, דו נוצט די משל פון סאטמאר רב אנטקעגן אים אליינס.

שפילער » דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 6:06 pm

· #541840
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
וויזוי האבן זיי אנגערייצט די ציונים זיך צו רייצן מיט דער אראבער?

nothing » דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 7:18 pm

· #541843
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
שמן למאור #
סארי הערצל, האסט מיאוס אנגעזעצט. ווי האט נאר יענער געזאגט? "א פארכאכטע מדינה"! (מיט א ק)

מען שטייט שוין א חודש נאך די שוידערליכע אקטאבער דעם זיבעטן טעראר אטאקע, און קיין גרויסע ישועה זעט זיך נישט אן אויפן האריזאנט. יא, די מדינה האקט שטיקער, עזה איז פלאך, מען נעמט איין שפיטעלער און חאמאס באזעס... און? וואו אהין צילסטו פינקטליך?

אהה! מען גייט אויסמעקן חאמאס! יא יא, הצלחה רבה. לאמיר זיך נישט נאר'ן, אפילו לי יצויר אז חאמאס ווערט אפגעמעקט, ווערן יעצט איינגעזייט די קערנדלעך פארן נעקסטן ערגערן טעראר גרופע.

אז די קענסט אריינגיין קיין עזה און מקיים זיין דעם לא תחיה כל נשמה, איז איין זאך, אבער דאס גייט ממילא נישט געשען. נישט ישראל האט די מעגליכקייט דאס צו טון, נישט די וועלט וועט עס צולאזן, און נישט אז ס'איז גערעכט צו טון.

וואס וועט ווערן פון דעם יונגעלע וואס זיין טאטע מאמע און אפאר געשוויסטער זענען אפגעווישט געווארן אין אן איזרעילי מיסל אטאקע? ער וועט ווערן א פרידן שטיצער? גיי דריי אים א קאפ אז זיין משפחה איז נאר געווארן געכאפט אין קראוספייער בשעת'ן צילן חאמאס, יע יע, א גרויסע טעראריסט וועט ער אויסוואקסן.

וועלט פארזארגער הערן נישט אויף זיך צו מוטשענען מיט די מאראלישע קשיא איבער וואס עס איז די פערפארציאנאלער רעספאנס פאר די שמחת תורה אטאקע, און וויפיל פאלעסטינע קינדער עס דארפן גע'הרג'עט צו ווערן איידער מען האלט שוין ביים ריכטיגן שטאפל פון נקמה.

מד"י ווארטזאגער פון זייער זייט ענטפערן אז מען האט נישט קיין ברירה, מען מוז פטור ווערן פון חאמאס, נישט קיין חילוק וויפיל צווילע עס וועט קאסטן, און גערעכט זענען זיי, אזא אטאקע מוז מען אפענטפערן. אבער רבוש"ע, פאר יעדע חאמאס טעראריסט וואס מען עלימענירט, ווערט באשאפן פרישע 5 טעראריסטן! וואס איז די ענד געים דא?

אה, זאלן זיי גארנישט טון און בלויז אינוועסטירן אין שיץ? בויען הויעכע ווענט און שטעך דראטן? האבן מיר דאך שוין געזען וויאזוי דאס האט זיך אויסגעארבעט.

איז וואס יא?! גארנישט! ס'איז א פארק... מדינה! נישטא קיין געהעריגע עתיד!

די אלע וואס האקן א קאפ וועגן א 2 סטעיט סעלושן פארטאכלעווען אויך סתם די צייט. מען האלט יעצט די ווייטסטע ווי סיי ווען אין די געשיכטע אז דאס זאל פאסירן. די לינקע ישראלים זענען שוין אויך דערקעגן, און נאכן פלאך מאכן גאנץ עזה וועלן די פאר שלום ליבהאבער אין עזה זיך אויך שנעל טוישן די מיינונג. ס'איז גוט פאר געביגלטע סוטס דאס צו פאנטעזירן אויף טיווי נאכן זיך אנקוקן מיט פלאכע שטעט, און עס גליסט זיך צו ענדיגן מיט א געמאכטע האפענונג פון א הארמאנישער שלום וועלט, אבער פון ריאליטעט איז דאס גאר ווייט.

אלזא וואס יא? גארנישט! יעצט קען מען שוין גארנישט טון. פארמאכן די מדינה קען מען שוין אויך נישט, וואו גייען יעצט מיליאנען אידן גיין?

אבער דו הערצל, דו בן גריון, צו וואס האט דאס אויסגעפעלט? האסט טאקע געמיינט אז מיט דיין מדינה'לע וועט זיך אנטיסעמעטיזם אויפהערן?

איך לעב מיך אסאך רואיגער אין אמעריקע ווי מיינע ברידער אין ארץ הקודש. די שאנסן אז עפעס שלעכט זאל פאסירן צו מיינע קרובים אין ארץ ישראל איז פילפאכיג מער ווי פאר די אידן אין ניו יארק. די שאנסן אז א מיסל זאל פאלן אויף מיין הויז אדער אז איך זאל קומען אינטער נוקלעארע אטאקע איז כמעט נול, ווידערום מיינע ברידער אין די מדינה קענען דאס נישט זאגן.

די מדינה איז ארומגענומען מיט שונאים וואס ווילן איר פארטיליגן. איראן מיט אנדערע שונאים יאגן נאך דעם אטאם, און פלאנירן אויפן ערגסטן. צו וואס טויג די גאנצע זאך? איז נישט די פלאן פון נעמען א שטיק אומבאוואוינטע לאנד אין אגאנדע פאר א מדינה געווען פילפאכיג בעסער? נישט אז דאס וואלט יא אויסגעמעקט אנטיסעמעטיזם, אבער קיין מיליאנע אראבער וואס ברויזן נאך עד היום אויפן נאקבא וואלט דאס זיכער פארמיטן.

אנשטאט שיקן אייערע קינדער צום מיליטער ריזיקירנדיג זייער לעבן פארן מוטערלאנד, וואלט איר געקענט שיקן ענקערע קינדער שטודירן אין איניווערזיטעטן מיט א זיכערן געמיט. אפשר קען מען נאכאלטס אויפגעבן ישראל, און עס אויפטוישן מיט עפעס מער א שטילע ווינקעלע ערגעץ וואו אויפן כדור הארץ? אפשר קענען אונז אידן איינמאל פאר אלעמאל לעבן שטיל און מיט פרידן ווייט פארהוילן פון די רוישיגע וועלט?

אפשר אזוי וועלן מיר אויסלענדישע אידן אויך קענען לעבן מיט א רואיגקייט און נישט ווערן אפעקטירט פון די געפערליכע אויפשטייג אין אנטיסעמעטיזם וואס קומט פאר יעדעס מאל וואס די ענדלאזע קריג פלאקערט ווידער אויף.
די האסט אמאל געליינט וויפיל הרוגים אין פאגראמען סאיז געווען אין אייראפע אויף אידן און די הונדערט יאר פאר שש2 ?? איר קענט א״ב פון היסטאריע? די תירוץ איז לכאו קרוב צו 7 דיגיטס און דאס איז אלעס פאר שש3
בנוגע דייו טענה אז "איך לעב מיך אסאך רואיגער אין אמעריקע ווי מיינע ברידער אין ארץ הקודש"....
רבי איד ווייסט ווי שווער סאיז געווען אריינצוקומען אין אמעריקע דאנק גאט אז דיין זיידע האט באוויזן. וליתר שאת ווען נישט וואס אמעריקע זאל זעהן די באלק פליטים זיך ארינטירן און א״י בטח זיי וואלטן גארנישט אזוי גרינג אויפגענומען די אידן
מאך א משהו ריסערטש

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 7:48 pm

· #541846
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
ס'איז אומזינסט זיך צו טענה'ן מיט דעם פותח האשכול. ער און אנדערע מענטשן פון זיין שניט זענען בלינד צום עבר און צום הווה און צום עתיד פון דעם אידישן פאלק.

איינס פון די טעותים (במזיד) וואס זיי מאכן איז, אז ווען נישט "די מדינה" וואלט נישט געווען קיין אנטיסעמיטיזם איבער די (גוי'אישע) וועלט.

די צווייטע (גרויסע) טעות וואס זיי מאכן איז אז ווען זיי האקן (אויף די ציונים און אויף די מדינה) זענען זיי מקיים די שיטה (הקדושה) פון זייער רעבי'ן זצוק"ל.

די דריטע (יסודות'דיגע) טעות וואס זיי מאכן איז אז די אלע אמעריקאנער גויים, און די גויים פון די גאנצע וועלט מיינען נישט זיי. (עיין בדבריו הקדושים פון דעם פותח האשכול). אויף א יעדע זאך האבן זיי א תירוץ. די רייאט אין קראון הייטס דורך די אומה שפילה די ניגגערס אין יארע 1991 למס' אקעגן ליובאוויטש איז ווייל די ליובאוויטשער זענען ציונים. איי פרעגט מען א קשיא. די אידן וועלכע זענן געהרג'עט געווארן דורך די ניגערישע באנדיטן און רוצחים אין דזשערזי סיטי זענען אויך געווען ציונים?! אמער דו און דיינע קאלעגעס זאגטץ דאך אז אלע צרות קומען פון די ציונים. און אין אמעריקע זענען די אידן שאנן ובטח. און ווען נישט די מדינה און די ציונים וואלט שוין געווען דער תיקון השלם. און אלע גויים וואלטן זיך געקומען בוקן פאר די אידן.

סקעפטיקער » דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 8:18 pm

· #541847
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
berlbalaguleh #
ס'איז אומזינסט זיך צו טענה'ן מיט דעם פותח האשכול. ער און אנדערע מענטשן פון זיין שניט זענען בלינד צום עבר און צום הווה און צום עתיד פון דעם אידישן פאלק.

ווען דו וואלסט דיך גענומען די מיה צו קוקן ווער דער פותח האשכול איז, וואלסטו אליינס געלאכט פון דיין תגובה

פונדאַמענטאַל » דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 9:32 pm

· #541850
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
פונדאַמענטאַל #
שמן למאור #
אבער דו הערצל, דו בן גריון, צו וואס האט דאס אויסגעפעלט? האסט טאקע געמיינט אז מיט דיין מדינה'לע וועט זיך אנטיסעמעטיזם אויפהערן?

דא ליגט דיין טעות. דו מיינסט טאקע אז אהן די מדינה'לע וואלט זיך אנטיסעמיטיזם אויפגעהערט?
פונקט פארקערט! זיי, אנערקענענדיג אז אנטיסעמיטיזם האט נישט קיין הייל מיטל, און אז עס וועט זיך קיינמאל נישט אויפהערן, האבן מחליט געווען צו ענדערש בויען אן אייגן לאנד ווי איידער צו זיין אנגעוואנדן אין די גוטהארציגקייט פון די פעלקער.
עוד אוסיף:
ע"ד משל צו אן אדם גדול וועלכער האט זיך געוואנדען צום שניידער כדי צו פארברייטערן זיין רעקל, זינט עס איז אים שוין געווארן ענג דערין. אבער אין די צייט אפשניט וואס דער שניידער האט געארבעט דערויף, האט ער באוויזן צו מרחיב זיין די גבולים אויף אזא פארנעם אז ער האט פארשטאנען אז ער וועט ממילא דארפן א נייע... וכן עשה, ער האט זיך איינגעהאנדעלט אויך א נייע. למעשה האט ער געטראפן נוצן אין ביידע... שפאצירענדיג איין טאג מיטן פארראכטענעם רעקל באגעגנט ער א חבר, א קליגער - איינער וואס ערלויבט זיך צו גיין קעגן די נאראטיוו... וואס האט דיר אויסגעפעלט פאררעכטן די רעקל? האלט ער אים פאר, סתם איבריג געלט... איך האב דיר דאך נעכטן געזען ביי א שמחה מיט א שיינע נייע רעקל, עס פאסט דיר אפילו פיל בעסער... איך האב אלס געזאגט אז מען שפענדעט סתם איבעריג געלט אין אונזער סאסייעטי...

מעגליך אז די צושטאנד האט זיך געטוישט נאך אזא גרויסע געשעעניש ווי די האלאקאוסט, און עס האט באוויזן צו באשאפן נייע מולטי קולוטוראלע געזעלשאפטן וועלכע זענען סענסיטיוו צו אנטיסעמיטיזם און צו מלחמה בכלל. אבער די חלום פון בנימין זאב הרצל אויף מדינת היהודים איז געווען אין אינגאנצען אן אנדערע תקופה, און אונטערן אנדערע אומשטענדן. עס איז נעריש צו טענה'ן אז זיין עצה איז נישט ווערט וויבאלט די מצב האט זיך פארבעסערט מיט די יארן, אדער וויבאלט עס איז אונטערגעקומען נאך אן עצה.


בנוסף צו דעם (ואולי זו העיקר). די מעלה פון יישוב ארץ ישראל איז נישט בלויז געוואנדען אין די עניין פון פיזישע פארזיכערטקייט, די תשוקה וואס אידן האבן געהאט צוריק צו גיין צו אונזער לאנד איז פיל גרעסער און טיפער ווי דעם. דאס איז געווען אונזער חלום פאר טויזענטער יארן, און דאס איז פון די וויכטיגסטע חלקים פון אידישען פאלק (וואס דער וואס האט אמאל געעפנט א חומש וועט וויסן). און אויך פראקטיש איז דאס די איינציגע אופן ווי די אידישע פאלק האט א קיום און א עתיד (אינדרויסן פון ארטאדאקסיע), די אונטערשייד פון אחינו בגולה און אחינו בארץ איז קלאר. ממילא סיי אויב די ספעציפישע ציל איז עררייכט געווארען, סיי אויב עס איז געווען א דורכפאל פון די פערספעקטיוו, דארף מען פארשטיין אז דאס איז נישט געווען די איינציגע ציל מיטן מדינה.

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 10:30 pm

· #542064
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
סקעפטיקער #
ווען דו וואלסט דיך גענומען די מיה צו קוקן ווער דער פותח האשכול איז, וואלסטו אליינס געלאכט פון דיין תגובה

סקעפקטיקער: ייש"כ. איך בין פארקערט פון דיר. איך בין נישט קיין סקעפטיקער. איך בין א תמימות'דיגער, א פלאטשיגער אן אונגערישער (א פאפא'נער). איך גלייב פאר א יעדן.

אדרבה, זאג מיר ווער דער בעל פותח האשכול איז, דאס וועט מיר פארענטפערן א סאך תמיהות'דיגע פלא'ס און קשיות.

דו קענסט מיר שרייבן אין אישי. איך וועל דיר שטארק דאנקבאר זיין.

שמן למאור » דינסטאג יאנואר 30, 2024 12:17 am

· #547224
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
בקיצור, ס'איז גרויסע צרות...


גראמאטישער » מיטוואך יאנואר 31, 2024 9:07 am

· #547455
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
אלס סאטמארער וועל איך צולייגן מיינע צוויי גרייצער.

וויאזוי, פארוואס און ווער עס האט געגרינדעט די מדינה איז נישט רעלעוואנט, הערצל איז געווען א געריבענע סעלף העיטינג איד וואס האט געגליכן די קריסטן מער ווי אידן אבער דאס מאכט נישט קיין חילוק אויפן אידעאל וואס ער'ט ארויפגעברענגט וואס איז אין פראקטיק גאר גוט.

די עיקר סיבה און ציהל פון די מדינה איז נאציאנאליזם און דאס געפיל אז מען דארף מיך דארט.

ווען א איד אימיגרירט קיין ישראל שפירט ער וועלקאם דארט און אז מען ברויך אים, פאר די געפיל וועלן מענטשן אויפגעבן דאס זיכערהייט און וועלן קעמפן דערפאר ביזן טויט, דאס איז די תאווה פון נאציאנאליזם און דערפאר איז רוב פון די חרדישע באפעלקערונג געפאלן דערפאר על אף וואס סאטמאר רב האט קלאר מברר געווען אז עס איז אסור און קיין גדול האט אים אפגעפרעגט פון הלכה שטאנדפונקט.

אוודאי מיט א מדינה קומט די פאקט אז מען וועט זיך קענען אליין באשיצן און פארטיידיגן.

צום טענה אז מיט די מדינה אויפן ארענע קען קיין האלאקאסט נישט פאסירן איז דאמירן בעלמא. וואס יא, אידן וועלן האבן וואו צו אנטלויפן, היטלער האט פון אנהויב אויך נישט געוואלט אויס'הרג'נען אלע אידן ווי באקאנט פון די מאדאגאסקאר פלאן, און עס לאזט זיך דמיונ'ען אז ווען די מדינה שטייט ווען וואלט היטלער דעפארטירט אלע אידן קיין ישראל ווי איידער אויס'שחט'ן.

מאנכע שפעקולירן און גלייבן באמת אז א האלאקאסט קען נישט פאסירן און די גאנצע שולד פון אנטיסעמיטיזם גייט אויף די מדינה, מען ברויך זיי דערמאנען אז די דייטשע אידן זענען געווען די גרעסטע פאטריאטן פאר זייער לאנד זיי האבן זיך באשיינפערליך געלאזט הרג'נען ביים ערשטן וועלט קריג און זענען געווען די בעסטע קעמפער, דייטשלאנד איז געווען פון די מאדערנסטע און מערסט-אויפגעקלערטסטע לענדער אין אייראפע אבער דייקא פון דארט איז די האלאקאסט געקומען און נישט פון רוסלאנד/אוקריינע וואו אידן האבן אלע יארן געליטן.

קיינער קען נישט זאגן מיט א זיכערהייט וואס עס וועט זיין אין אמעריקע מיט צוואנציג יאר ארום, פונקט ווי די דייטשע אידן האבן נישט גע'חלום'ט אז היטלער וועט באהערשן די מאכט און אויס'הרג'נען דייקא זיי די גרעסטע פאטריאטן.

צוריק צום אנהויב, צו זאגן אז די מדינה איז א דורכפאל איז טיפשות, די איינוואוינער ווילן דאס אפילו מיטן קאסט פון שונאים ביי אלע גרעניצן און די פחד פון טעראריסטן יעדע ליאדע מינוט, די מדינה איז א גרויסע דורכברוך פאר אידן אלגעמיין, כ'וועל אבער נישט זאגן אז זי האט צופיל געהאלפן פאר חרדים אין ישראל און אלטרא-ארטאדאקסן אין חוץ לארץ.

דא קומט די גרויסע "אבער".

דער באשעפער האט אונז באשוואוירן צו בלייבן אין גלות און "בלויז" ער וועט אונז אויסלייזן און צוריקברענגען אונזער נאציאנאלע שטאלץ, בעפאר ער לייזט אונז אויס טאר דאס נישט פאסירן. פינטל.

איך בין א איד און א סאטמארע חסיד וואס האט דורכגעלערנט דעם ביאור ויואל משה און מיין ערשטע געטריישאפט איז צום תורה הקדושה.

אלפא » מיטוואך יאנואר 31, 2024 10:38 am

· #547466
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
גראמאטישער #
אלס סאטמארער וועל איך צולייגן מיינע צוויי גרייצער.

איך בין א איד און א סאטמארע חסיד וואס האט דורכגעלערנט דעם ביאור ויואל משה און מיין ערשטע געטריישאפט איז צום תורה הקדושה.
זייער גוט געשריבן!

נאר אזויווי איך האב שוין דא ארויסגעברענגט איז נישט דא אין סאטמאר קיין געהעריגע סעפערעישאן צווישן די תורה און פאליטיק (church & state), שיין פון דיר אז דו טיילסט עס יא אפ.

לגבי די וואלידיטי פון ויואל משה פון אן הלכה שטאנדפונקט, קודם איז נישט אמת אז קיינער איז נישט ארויסגעקומען מיט קיין ביאור דערקעגן, דא איז שוין דא א גאנצע אשכול איבער דעם. אבער בכלל, מעשה רב פון די אלע גדולים וועלכע האבן עס איגנארירט מיט א גלאטן פנים זאגט שוין איינמאל עפעס, בפשטות האבן זיי עס ניטאמאל אנגעקוקט ווי אן הלכה נושא ענדערש אלס השקפה, און די ראיות אויף וואס די רבי בויט זיך איז אויך נישט אינגאנצן גלאט הלכה...

גראמאטישער » מיטוואך יאנואר 31, 2024 10:43 am

· #547467
Re: צו וואס טויג אונז די מדינה?
אלע רבנים האבן רעספעקטירט דעם סאטמאר רב, זיי וואלטן אים געמעגט צוליב טאן און עס צום ווייניגסטענס דורכשמועסן מיט אים אבער דאס האט נישט פאסירט עס איז נישט באוואוסט א פאל וואס איינע פון די גדולי חסידים/ליטאים האבן דאס בכלל דיסקוטירט מיט סאטמאר רב אחוץ מער ווי אויסטוישן צוויי ווערטער איבער די נושא.

כ'בין באקאנט מיט יענעם אשכול אבער איך זיך פאר א ספר פון עמיצער די שטאפל פון סאטמאר רב צו אפפרעגן זיינע טענות.

לאמער נישט פארדרייען דעם אשכול.
בלאט: 1 2 3