☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » זאכן וואס כ'וויל וויסן » טבילה אצל הקראים

טבילה אצל הקראים

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16668

כספי » פרייטאג נאוועמבער 3, 2023 12:10 am

· #538630
טבילה אצל הקראים
טעמע: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נולד מאוחר #
אליצפן
לשון התוספות מסכת יבמות דף מז: ד''ה במקום.
במקום שהנדה טובלת. טבילת נדה לא כתב קרא בהדיא ופי' רב יהודה גאון דנפקא לן בק"ו ממגעה דטעון טבילה וכ"ש היא עצמה ור"ת מפרש דנפקא לן מהא דדרשינן בע"ז (דף עה:) אך במי נדה יתחטא מים שהנדה טובלת בהם וכמה הם מ' סאה ורבינו יצחק פירש דנפקא מהא דדרשינן בפ' במה אשה (שבת דף סד:) תהיה בנדתה תהא בנדתה עד שתבא במים

כפארשטיי נישט חז''ל אליינס האבן נישט קיין דרש, די ראשונים מאכן די דרשות דא?
קען עס דען זיין א דאורייתא?
די קראים גייען דען נישט אין מקוה?

די קראים נעמען בכלל נישט אן די דין פון מקוה

כמובא כאן

ברוך שפינוזה » פרייטאג נאוועמבער 3, 2023 12:23 am

· #538631
Re: טבילה אצל הקראים
פארוואס פארדינט זיך דאס א באזונדערן אשכול?

אגב, כ'האב מיך טאקע אלץ געוואונדערט פארוואס אסאך פרויען פירן זיך נישט זיך צו טובל'ען יעדן חודש, בעיקר אין די רעפארם און קאנסערוואטיוו leaning קרייזן. נישט אז ס'האט מיר געעגבערט א קשיא ווייל אויף חסידים האב איך געהאט מער קשיות און איך בין נישט געשטארבן דערפון, ס'מיר פשוט געוועהן אינטערעסאנט ווי מ'ווישט אזוי אפ א דאורייתא אזוי ש'מיר ש'דיר. נאכאמאל, נישט כאילו מעינסטריעם ארטאדאקסיע טוט נישט דאס זעלביגע, ס'מיר אבער נאכאלץ אינטערעסאנט געוועהן ווייל אויף אנדערע טבילות (צ.ב. אין די ניינטע חודש) איז מען יא מער מקפיד. אבער נאכ'ן זעהן די רעלעוואנטע קאממענטארן אין יענעם אשכול און אריינקוקענדיג אין פסוק זעה איך אז רחיצת/טבילת נידה שטייט טאקע נישט, אויב אזוי שטימט עס בעסער.

אגב דאגב, איז דא ערגעץ א משנה וואו ס'שטייט קלאר ארויס וועגן א נידה וואס טובל'ט זיך? אויב נישט קען טאקע מעגליך זיין אז ס'איז א שפעטערדיגע ערפינדונג.

berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 3, 2023 3:10 am

· #538640
Re: טבילה אצל הקראים
ברוך שפינוזה: דו קענסט גאנץ רואיג זיין אז טבילת נידה איז א דאורייתא. ס'שטייט בפירוש ארויס אין עטליכע פסוקים אז א פרוי, נאך ענדיגן איהר עת נידתה, דארף זיך טובל'ן אין א כשר'ע מקוה, אדער אין א טייך. די אלע אנדערע זאכן זענען דרשות וגזירות חז"ל, אז טבילה אין א לעיק איז נישט (גענוג) גוט, מכח כמה טעמים.

נישט אזוי ווי די אנדערע (צוגעטשעפעטע) זאכן ווי אפשערן די האר אינגאנצן (טריפל זירא), אויף וואס ס'לויפן ארום פארשידענע אפענע און באהאלטענע טעמים, נאר קיינער קען נישט אנווייזן אפילו א דרשת חז"ל אז א פרוי איז זיך מחוייב אפצושערן די האר. צוגעדעקט יא, נאר נישט מגלח זיין.

חדשים » פרייטאג נאוועמבער 3, 2023 8:31 am

· #538642
Re: טבילה אצל הקראים
אין משניוח מסכת נדה רעדט מען נאר (בדרך אגב) פון טבילת יולדת וזבה.

די גמרא אין מסכת שבת (סד:) ברענגט א ברייתא, כדתניא (ויקרא טו, לג) והדוה בנדתה זקנים הראשונים אמרו שלא תכחול ולא תפקוס ולא תתקשט בבגדי צבעונין עד שבא ר"ע ולימד ואם כן אתה מגנה על בעלה ונמצא בעלה מגרשה אלא מה ת"ל והדוה בנדתה, בנדתה תהא עד שתבא במים.

פון די מקוואות וואס די ארכיעלאגן טרעפן היינט אין אר”י, איז דא עפעס מזמן בית ראשון אדער נאר מזמן בית שני?

פארוואס זענען די קראים מחייב א נדה מיט רחיצה במים זיך צו מטהר זיין ווען עס שטייט נישט אין די תורה?

ברוך שפינוזה » פרייטאג נאוועמבער 3, 2023 9:34 am

· #538645
Re: טבילה אצל הקראים
חדשים
פון די מקוואות וואס די ארכיעלאגן טרעפן היינט אין אר”י, איז דא עפעס מזמן בית ראשון אדער נאר מזמן בית שני?
ס'ליגט מיר אין קאפ אז ס'איז אלעס פון די צייטן פון די חשמונאים.
חדשים
פארוואס זענען די קראים מחייב א נדה מיט רחיצה במים זיך צו מטהר זיין ווען עס שטייט נישט אין די תורה?
די קראים טוען אסאך זאכן וואס שטייט נישט אין די תורה, פונקט ווי אונז.

berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 3, 2023 3:33 pm

· #538656
Re: טבילה אצל הקראים
חדשים: פון די צייטן פון ערשטן ביהמ"ק ווייס איך נישט. נאר דער בארימטער ארכעאלאג און גענעראל יגאל ידין (ז"ל) ווען ער האט געגראבן ביי די פעסטונג מצדה (Masada)... האט ער געטראפן ביי די צוויי עקן פונ'ם בארג 2 מקוואות. האט ער אריינגערופן א רב. און דער רב האט פעסטגעשטעלט אז דאס זענען כשר'ע מקוואות. וואס די אידן וועלכע זענען געווען אין די פעסטונג האבן געניצט.

חדשים » פרייטאג נאוועמבער 3, 2023 4:02 pm

· #538659
Re: טבילה אצל הקראים
דאס איז ווייטער פון סוף בית שני.

וואס מיינט ביי די צוויי עקן פונעם בארג? אונטן פון די בארג? אויב איך געדענק גוט, איז דא אויבן א גרויסע bathhouse...

berlbalaguleh » פרייטאג נאוועמבער 3, 2023 4:18 pm

· #538661
Re: טבילה אצל הקראים
דו מיינסט א "בעטה הויז" מימי הורדוס. אדער א מאדערן געבויטע? .

מ'רעדט דא פון כשר'ע מקוואות טהרה וואס די אידישע קעמפערס האבן געניצט.

יגאל ידין האט געוויסט אז ער איז נישט קאמפעטענט אפצושאצן דעם סטאטוס פון די מקוואות. דער רב האט דאס פעסטגעשטעלט.

דאס ווייזט אז די אידן וועלכע האבן זיך באפעסטיגט דארט האבן אפגעהיט די הלכות פון טומאה וטהרה.

מי אני » פרייטאג נאוועמבער 3, 2023 4:21 pm

· #538662
דא האב איך צוגעברענגט די און די ארטיקלען, וועלכע רעדן איבער ווען טבילת כל גופו במקוה עפ"י הוראת חז"ל האט זיך ערווארבן, לפי די אקאדעמיקער און ארכיאלאגיע.

(די פערזענליכע פּאָסטסקריפּט פון דר. יונתן אדלער בסוף זיין ארטיקל, איז סתם אזוי שטארק אין פלאץ, ועל הכלל כולו יצא.)

סקעפטיקער » מוצ"ש נאוועמבער 4, 2023 8:52 pm

· #538673
Re: טבילה אצל הקראים
ברוך שפינוזה #
חדשים
פון די מקוואות וואס די ארכיעלאגן טרעפן היינט אין אר”י, איז דא עפעס מזמן בית ראשון אדער נאר מזמן בית שני?
ס'ליגט מיר אין קאפ אז ס'איז אלעס פון די צייטן פון די חשמונאים.
https://www.thetorah.com/article/on-the-origins-of-tevilah-ritual-immersion#:~:text=Mikva%E2%80%99ot%3A%20Hasmonean%20Period,point%20in%20time%3F

@מי אני האט שוין צוגעצייכנט אהין

ברוך שפינוזה » מוצ"ש נאוועמבער 4, 2023 9:17 pm

· #538674
Re: טבילה אצל הקראים
כ'האב היינט נאכאמאל אריינגעקוקט אין ספר ויקרא און כ'האב באמערקט אז די גאנצע טבילה/רחיצה ביזנעס שטייט נאר ביי מענער, סיי ביי א בעל קרי און סיי א זב, אבער ביי פרויען שטייט נישט קיין ווארט דערוועגן, נישט ביי נידה און נישט ביי זבה. אינטערעסאנט ווי 2,500 יאר שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט פונקט קאפויער, מענער נישט און פרויען יא, הכל תלוי במזל.

Yesh » מאנטאג נאוועמבער 6, 2023 11:44 am

· #538802
Re: טבילה אצל הקראים
ברוך שפינוזה #
כ'האב היינט נאכאמאל אריינגעקוקט אין ספר ויקרא און כ'האב באמערקט אז די גאנצע טבילה/רחיצה ביזנעס שטייט נאר ביי מענער, סיי ביי א בעל קרי און סיי א זב, אבער ביי פרויען שטייט נישט קיין ווארט דערוועגן, נישט ביי נידה און נישט ביי זבה. אינטערעסאנט ווי 2,500 יאר שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט פונקט קאפויער, מענער נישט און פרויען יא, הכל תלוי במזל.
ווייל ביי מענער איז עס נאר נוגע פאר טומאת מקדש וקדשיו פאר פרויען אויך בזמן הזה

כספי » מיטוואך נאוועמבער 8, 2023 5:23 pm

· #538923
Re: טבילה אצל הקראים
ברוך שפינוזה #
פארוואס פארדינט זיך דאס א באזונדערן אשכול?
דו פרעגסט מיר?
דער מנהל שרייבט אין דעם אשכול:
[ציטאט אראפגענומען]

סוף טוב הכל טוב » מוצ"ש יאנואר 27, 2024 10:39 pm

· #546754
Re: טבילה אצל הקראים
ברוך שפינוזה #
כ'האב היינט נאכאמאל אריינגעקוקט אין ספר ויקרא און כ'האב באמערקט אז די גאנצע טבילה/רחיצה ביזנעס שטייט נאר ביי מענער, סיי ביי א בעל קרי און סיי א זב, אבער ביי פרויען שטייט נישט קיין ווארט דערוועגן, נישט ביי נידה און נישט ביי זבה. אינטערעסאנט ווי 2,500 יאר שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט פונקט קאפויער, מענער נישט און פרויען יא, הכל תלוי במזל.
און פאר די נעקסטע טויזנט יאר, עט די רעיט ווי אר גאוינג, דרייט זיך עס צוריק מענער אסאך אפטער פון פרויען.

מנחם מנדל » דינסטאג יוני 25, 2024 1:05 pm

· #566181
Re: טבילה אצל הקראים
למעשה איז טבילות נשים א נייע זאך?
האבן זיך נשים בזמן בית ראשון גע'טובל'ט?