☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » הרב צבי מאיר זילבערבערג שליט"א גייט מקווה דזשאנקי

הרב צבי מאיר זילבערבערג שליט"א גייט מקווה דזשאנקי

96 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15870
בלאט: 1 2

יאסל ראקאווער » פרייטאג יאנואר 27, 2023 11:49 am

· #516345
הרב צבי מאיר זילבערבערג שליט"א גייט מקווה דזשאנקי
אין די נייעס איז באריכטעט וועגן די קיצונישע משפיע הרב צבי מאיר זילבערבערג שליט"א אז ער האט געברענגט א פארטעבל מקווה צו זיין אייניקעלס חתונה וכדלהלן היה עבודתו

עם הגיעו ר' צבי מאיר לבני ברק קידש ידיו ורגליו, ופשט, וירד וטבל, ועלה ונסתפג.

התפללו מעריב ולאחר מכן שוב ירד המשפיע טבל וקידש ידיו ורגליו.

סעודת החתונה נערכה באולם.

לפני המצווה טאנץ שוב קידוש ידיו ורגליו, ופשט, וירד וטבל, עלה ונסתפג.

דא איז די לינק צו די נייעס:
https://www.bhol.co.il/news/1494062

ס'איז גאנץ א מאדערנישע בליק אבער אפשר קען מען פארשטיין אביסל די עבודת כהן גדול דורך די קיצונישע משפיע הרב זילבערבערג שליט"א און בכלל איז עס א גרויסע שמועס וואס מ'דארף האבן דערויף צו פארשטיין די מקוה קולטור. וואסארע שמועס איז באמת א יסוד גדול פון טומאה וטהרה און די מחלוקת צו טומאה איז א סברה בתוך התנהגת בני אדם אדער אן אימפערישע מציאות לפי התורה. סיי אמאל און סיי היינט. ועוד חזון למועד.

נאכן ליינען די נייעס דארף מען זיך צוהערן וואס איז די דבר השם (כביכול פארשטייט זיך, ובסגנון הנביאים).

כה אמר יוסל ראקעווער; ס'וועט קומען א צייט וואס פולע גרויסע הייליגע צדיקים וועלען ארום פארן מיט זייער שווארצע SUV און קעדילעקס און זייער משרתים וועלן זיי נאך פארן מיט פארטעבל מקוואות ( מיט אזוינע טרעילערס ווי מאווי סעטס) און די הייליגע אידן וועלן זיך נישט אויפהערן טובל'ן. יצאת בת קול ואומרת הלואי אותי עזבו ותורתי שמרו, מתוך שהיו מתעסקין בה, המאור שבה היה מחזירן למוטב. ווי לאנג מ'רודפט מענטשען און מ'רייצט די איגענט צו פאברענען סעלפאן געשעפטן און מ'האט נאך די ריזיגע חוצפה צו רופען א יום תהילים'ס פאר די מערדערער, איז נישט דא קיין בריק זיך צונויף צושמויסן מיט די קיצונים.

נ.ב דזשאנקי מיינסט דאס;
a person who gets an unusual amount of pleasure from or has an unusual amount of interest in something. a television news junkie.

מי אני » פרייטאג יאנואר 27, 2023 12:47 pm

· #516346
דאס ווייזט טאקע לענ"ד די חילוק בזה צווישן א מיסטישע אויסקוק און א מער ראציאנאלע אוסקוק אין דעם; דעם בריק וואס איז נישטא צווישן די צוויי. והיינו, דער חינוך (מצוה קעג) זאגט על צד הפשט אז די געדאנק פון מצות טבילה במקוה איז סימבאליש אז ער/זי זאל פיהלן כאילו זיי זענען יעצט געווארן א נייע בריה; ארויסגעקומען פון פריש פון פלוּאיד ע"ש. און מצוה קעה לייגט ער צו אז דאס איז אויך לרמז שיטהר וינקה מן החטא כדרך המים לנקות, וואס טומאה האט בדרך כלל א קשר צו טומאה (ער לייגט טאקע צו אז עס איז אויך דא א "העכערע" טעם דערביי) ע"ש. עכ"פ לפי די מהלך איז נישטא עכט קיין סיבה צו סתם האלטן אין איין גיין אין מקוה. משא"כ לפי א מיסטישע אויסקוק.

(וידוע אז די אריגינעלע געדאנק דערפון איז געווען אלס פשוט'ע ריטואלע נקיות, וכעין א באד/shower - און צוביסלעך האט מען דאס אלס מער געוואלט "ריטוּעלייזן" און אפזונדערן פון א "געהעריגע" באד (ועיין בשבת יד.). זעה אויך דעם ארטיקל פון @אנאנים איבער נדה בוועקער 5, ועיין בתוס' ביומא עח. ובחינוך מצוה קסו, מצוה קפב, ומצוה רז. ועיין ג"כ במו"נ ח"ג פמ"ז.)

רביה''ק זי''ע » פרייטאג יאנואר 27, 2023 1:20 pm

· #516347
מי אני
דאס ווייזט טאקע לענ"ד די חילוק בזה צווישן א מיסטישע אויסקוק און א מער ראציאנאלע אוסקוק אין דעם
דו מאכסט מיר אן אפעטיט זיך ארומצו'טענה'ן 😂 😂 😂
איך קען גענוג מענטשן וואס האבן א מיסטישע אויסקוק אויף מקווה און האבן נישט קיין אבסעסיע דערמיט, העק דער אריז"ל - דער טאטע פון אלע מיסטיקער - ווען ער האט געוואוינט אין צפת איז ער נישט געגאנגען אין מקווה גאנץ ווינטער ווייל ס'געווען צו קאלט. ווען מ'ווייסט פארוואס מ'גייט אין מקוה און מ'פילט ווען מ'דארף עס און ווען נישט, און ווען ס'דא זאכן וואס זענען וויכטיגער, קומט מען נישט צו קיין OCD, די גאנצע פראבלעם פאנגט זיך אן ווען די סיבה פארוואס מ'גייט לכתחילה אין מקווה איז נאר צו פיטערן דעם OCD פשוט מקיים צו זיין וואס שטייט אין די טעקסט ווי א בריסקער בהמה מיט'ן קאפ אין וואנט. משל למה הדבר דומה, איינער וואס קושט זיין ווייב און קינדער פשוט ווייל ס'שטייט אין די בוק אז מ'דארף אזוי טוהן, אויב כאפט זיך די OCD אן אויף די געקושאכטס... דו לאכסט? יא, אזוי קוקט עס נעבעך אויס.

און אויף א זייטיגע נאטיץ, איך ווייס נישט אויף וועם פונטליך דער תלוש מן המציאות איז משפיע, אבער אך און וויי פאר מענטשן וואס ווערן נשפע פון אזא איינעם, מ'דארף שטיין ווייט פון אזעלכע מענטשן ווי ווייט מ'קען נאר.

מי אני » פרייטאג יאנואר 27, 2023 1:49 pm

· #516348
מיין היפאטעזיע איז געווען כזה:
לויפט מען אין מקוה כסדר ← מיסטישע אויסקוק דערין

וממילא אטאמאטיש איר קאַנטרעפּאזיטיוו:
~מיסטישע אויסקוק דערין ← ~לויפט מען אין מקוה כסדר

איך האב אבער קיינמאל נישט גע׳טענה׳ט איר קאַנווערס:
מיסטישע אויסקוק דערין ← לויפט מען אין מקוה כסדר

און אויך נישט איר אינווערס:
~לויפט מען אין מקוה כסדר ← ~מיסטישע אויסקוק דערין

רביה''ק זי''ע » פרייטאג יאנואר 27, 2023 2:07 pm

· #516350
הייסט עס אז דו זאגסט סתם א שיינע אבזערוואציע אבער נישט אז דאס איז ממש די גורם.

מתבודד » פרייטאג יאנואר 27, 2023 2:18 pm

· #516352
@ראקאווער, שיינסט מיר צו זיין ווי די ניו יארקע באהערדע וואס זענען ביזי מיט פאום קאפס און פלעסטיק זעקלעך, בשעת מענטשן ווערן געשאסן אין די גאסן און געשעפטן ווערן באראבעוועט אויף א טעגליכע פארנעם.

סיריעסלי, דיין גרעסטע דאגה מיט די התנהגות פון מנהיגים איז דאס רצ''מ'ס זיך טובל'ען דריי מאל ביי א חתונה?? פארוואס ביסטו בארעכטיגט צו האבו דיינע משוגעת'ן אבער ער מעג נישט האבן זיינע?! צו דען הייסט ער זיינע נאכפאלגער טון אזוי? טוען עס בכלל זיינע גרעסטע שוואנצונים נאך? אפשר א פערטל פראצענט. אפשר.

דיין נבואה
כה אמר יוסל ראקעווער; ס'וועט קומען א צייט וואס פולע גרויסע הייליגע צדיקים וועלען ארום פארן מיט זייער שווארצע SUV און קעדילעקס און זייער משרתים וועלן זיי נאך פארן מיט פארטעבל מקוואות ( מיט אזוינע טרעילערס ווי מאווי סעטס) און די הייליגע אידן וועלן זיך נישט אויפהערן טובל'ן. יצאת בת קול ואומרת הלואי אותי עזבו ותורתי שמרו, מתוך שהיו מתעסקין בה, המאור שבה היה מחזירן למוטב.
איז ראנג עז קען בי, אויב רעדסטו פון רצ''מ. דער איד דרייט זיך ארום מיט א טאיאטע קעמרי, און וואלט זיך ענדערשער גע'עקשנט נישט אריינטרעטן אין א קאדילאק ווי איידער אריינגיין דערין ברוב פאר והדר לעיני החסידים והמצלמים, ווי אונזערע רבי'ס האבן אונז געלערנט... בעיני ראיתי ווי נאכן ארויסקומען פון א מעמד איז ער צוגעגאנגן צו א צווייטע קאר בטעות, ער ווייסט ניטאמאל וועלכע קאר איז זיינס. (ליין: זיין גבאי'ס)

דיין גרעסטע טעות איז נאך דערמאנען דעם ''מתוך שהיו מתעסקין בה''. רצ''מ, אנדערש ווי רוב רבי'ס, זיצט און הארעוועט שעות ארוכות ברבים, זיצט און לערנט פון דרייע פירע פארטאגס, בשעת זיין מקוה דויערט קנאפע דריי מינוט. דערצייל אים פון ''מתוך שהיו מתעסקין בה''...

נאכאמאל, ווילסט חוזק מאכן, געזונטערהייט. ס'איז טאקע מאדנע און עקסטרעם. אבער רייס עס נישט אראפ כאי' ער איז נישט ענטייטלד צו טון כרצונו פונקט ווי די ביסט, און לייג עס נישט אראפ ווי דאס איד דער לאך אין אידישקייט ווען ס'איז ס''ה זיין פערזענליכע הנהגה וואס וואלט ווען קיינמאל נישט געדארפט צו געדעקט ווערן בשער בת רבים.

מי אני » פרייטאג יאנואר 27, 2023 2:20 pm

· #516353
רביה''ק זי''ע
הייסט עס אז דו זאגסט סתם א שיינע אבזערוואציע אבער נישט אז דאס איז ממש די גורם.
וואס איך היפאטיזיר איז אז אויב האט מען א ראציאנאלע (והיינו, נישט מיסטישע) פּערספּעקטיוו דערין דאן לויפט מען נישט כסדר אין מקוה; מען האט נישט די OCD אין דעם. ווי אויך טוהט די היפאטעזיע אטאמאטיש אימפּלייען איר קאנטרעפּאזיטיוו: אז אויב לויפט מען יא כסדר אין מקוה, מ׳האט יא די OCD דערין, דאן האט מען בהכרח יא א מיסטישע אויסקוק דערין. די צוויי פאזיציעס זענען מתחלף עפ״י כללי הגיון און זענען בעצם איינס-און-דאס-זעלבע.

דאס באדייט אבער טאקע נישט אז אויב האט מען יא א מיסטישע אויסקוק דערין, דאן לויפט מען יא כסדר אין מקוה. דאס איז וואס דו האסט ארויסגענומען פון מיינע ווערטער. דאס איז אבער די קאַנווערס פון מיין פאזיציע, און איז נישט קיין השלכה דערפון.

ודברת בם » זונטאג יאנואר 29, 2023 1:33 pm

· #516392
די מורא איז אז די פארטעבל מקווה וועט ווערן פארהייליגט ווי די רימניצע עבודה מיט די מקווה

יאסל ראקאווער » זונטאג יאנואר 29, 2023 2:01 pm

· #516397
@מתבודד זאגט צוויי זאכן:
1. הרב זילבערבערג איז א אויסטערלישע קיצונישע לערנער "אויך". נישט נאר מיט קדושת הגוף וקדושת הסעלפאון.

2. ער מיינט עס אמת'דיג און ער איז נישט קיין קעדילעק רבי. מיט די צווייטע הנחה קען @מתבודד רואיג זיין אז מ'גלייבט אים.

לאמיר אבער א מינוט צולייגען די מוחות צו נאמבער 1. אונז זעמיר אלע privy צו די ווידיאוס ווי מ'זעט טאג טעגליך וויאזוי די אנגערייצטע איגענט טוט violence און מערדערישע שטיק קעגן טעכנעלאגישע געשעפטן און טעכנעלאגיע באנוצער. דער משפיע איז די פאן טרעגער פון די רייץ אז טעכנעלאגיע איז בהרג ועל יעבר און אויב נישט פון די שלש חמורות איז עס ממש באותו גדרים און הלכה.

ווי קען מען צומאכן די אויגן ווי א בת הטענה מיט א מענה אז; "אבער ער הייסט נישט טון די וויילענס". איך פארשטיי נישט וואס די זאגסט? ער זאגט אויף די שלש חמורות דארף מען זיך נישט מוסר נפש זיין? ער צייכענט צו די סימנים און שלחן ערוך פון מורידים ולא מעלים און ער מאכט זיך תאמעוואטע אז ער רעדט נאר איבער די חומר העניין אבער ער הייסט נישט אויספירען די פסק הלכה, הלכה למעשה? וואסארע תירוץ איז דאס?

איך בין נישט אויסגעקאכט און די הנהגה פון די איד. די זאגסט אליין "ער לערענט ווי ער מקווה'ט" דאס הייסט; מיט א שטארקע אבסעשען. ווידער דאס אז ער דרשנט ווי א דעמעגאג מיט א ווילדקייט זעע איך. בקיצור מ'רעדט דא פון א קיצוני וואס איז אינו מן היישוב און ער דרייט א קאשע ביי אונז אין נארמאל-לאנד.

יא מיין גרעסטע דאגה (אין אידישקייט) איז די שטארקע עבירה פון העמידו דבריהם על דברי תורה. אויף דאס איז טאקע די בית המקדש חרוב געווארן. הרב זילבערבערג שטעלט אוועק די פאקרימקייט מיט א שטארקייט. טאקע ווייל אזוינע אידן ווי אייך קענען נאך זאגען מיט א בלעכנע פנים ס'איז נישט זיין ווילדע דעמעגאגיע וואס איז שילדיג. להבדיל ווי א אנטעסעמיט וואס גיסט צוזאם פעך און שוועבעל אויף אידן און ווען א אינגע צוצאק פון זיינע חסידים נעמט א גאן און זאל עקטאן אויף די דרשה וואשט ער די הענט פון די זאך.. "איך האב נישט געהייסן שיסען".

מתבודד » מאנטאג יאנואר 30, 2023 1:25 am

· #516430
איין קליינע הערה נאר.
לפי ידיעתי זענען די פארברעכער וואס פארברענען געשעפטן און שפריצן פעפערספרעי, 99% נישט פון זיינע מענטשן. ווי אויך די טעראר פון וועד התקשורת איז ריין גורע חזר'יי און האט גארנישט מיט אים. פעריאד.
ווער ס'קען זיינע מענטשן, ס'איז פשוט נישט זייער מענטאליטעט, זיי פארברענען נישט קיין געשעפטן און זענען נישט דיע וואס זענען ביזי פארעכטן נישט די וועלט.

איך האלט נישט אז זיינע דרשות צינדן אונטער וויעלענס, ווייל די וואס הערן אים אויס צינדן נישט אונטער און די וואס צינדן זענען ווילדע משוגעים וואס האבן גארנישט מיט אים.

ר' יצחק אלעזר מ'שאץ, לדוגמא, איז די אפציעלע רבי פון השומרים. ווען די זאגסט אז הרב מאסקאוויטש איז כלשונך "די פאן טרעגער פון די רייץ אז טעכנעלאגיע איז בהרג ועל יעבר", און איז במילא גורם קינדער זאלן זיין מחוצפים און שטובער זאלן ווערן צובראכן ה''י וכדומה ביסטו 100% גערעכט.
דא ביי רצ''מ איז עס פשוט נישט די קעיס.

פאליטיקאנט » מאנטאג יאנואר 30, 2023 3:09 am

· #516431
Re: הרב צבי מאיר זילבערבערג שליט"א גייט מקווה דזשאנקי
ווען אינגען זענען ארומגעגאנגען צוברעכן נדרים+ מאשינען אפאר חדשים צוריק האט עס אויסדריקליך נאר געהאט מיט עם.

גור און די וועד בלא בלא בלא האבן נישט געהאט (און האבן נאכאלס נישט) קיין שום פראבלעם מיט דעם.

זעט אויס אז זיינע מענטשן זענען יא פון די מענטאליטעט און אז ער טראגט יא אן אחריות אויף די אכזריות וואס קומט פאר.

יידל » מיטוואך פעברואר 1, 2023 10:07 am

· #516506
גם אני בחלומי, כ'בין א מקוה דזשאנקי. כ'האב נישט די פאנדס פאר א געהעריגע פארטעבל מקוה מיט די גאנצע קלאפערגעצייג, אבער כ'טו תשעה קבין אלע טאג נאך מעריב. אפילו אויף וואקאציע בין איך שטארק מקפיד צו גיין אין א פלאץ וואו כ'וועל קענען האבן מיינע ניין קבין.

וואלווי » מיטוואך פעברואר 1, 2023 10:16 am

· #516507
יידל
גם אני בחלומי, כ'בין א מקוה דזשאנקי. כ'האב נישט די פאנדס פאר א געהעריגע פארטעבל מקוה מיט די גאנצע קלאפערגעצייג, אבער כ'טו תשעה קבין אלע טאג נאך מעריב. אפילו אויף וואקאציע בין איך שטארק מקפיד צו גיין אין א פלאץ וואו כ'וועל קענען האבן מיינע ניין קבין.
א פלאץ ווי ס'איז דא די תשעה קבין שיחה, א בחינה פון רואין את הנשמע...

שמן למאור » מיטוואך פעברואר 1, 2023 1:12 pm

· #516512
יידל
גם אני בחלומי, כ'בין א מקוה דזשאנקי. כ'האב נישט די פאנדס פאר א געהעריגע פארטעבל מקוה מיט די גאנצע קלאפערגעצייג, אבער כ'טו תשעה קבין אלע טאג נאך מעריב. אפילו אויף וואקאציע בין איך שטארק מקפיד צו גיין אין א פלאץ וואו כ'וועל קענען האבן מיינע ניין קבין.
העי העי העי! קוקטס ווער ס'איז דא!!!

טראפעלע » דאנערשטאג פעברואר 2, 2023 12:01 am

· #516533
Re: הרב צבי מאיר זילבערבערג שליט"א גייט מקווה דזשאנקי
יידל
גם אני בחלומי, כ'בין א מקוה דזשאנקי. כ'האב נישט די פאנדס פאר א געהעריגע פארטעבל מקוה מיט די גאנצע קלאפערגעצייג, אבער כ'טו תשעה קבין אלע טאג נאך מעריב. אפילו אויף וואקאציע בין איך שטארק מקפיד צו גיין אין א פלאץ וואו כ'וועל קענען האבן מיינע ניין קבין.
וועלקאם בעק

שמעקעדיג » דאנערשטאג פעברואר 2, 2023 12:28 am

· #516534
שמן למאור
יידל
גם אני בחלומי, כ'בין א מקוה דזשאנקי. כ'האב נישט די פאנדס פאר א געהעריגע פארטעבל מקוה מיט די גאנצע קלאפערגעצייג, אבער כ'טו תשעה קבין אלע טאג נאך מעריב. אפילו אויף וואקאציע בין איך שטארק מקפיד צו גיין אין א פלאץ וואו כ'וועל קענען האבן מיינע ניין קבין.
העי העי העי! קוקטס ווער ס'איז דא!!!
מכאן לתחיית המתים מן התורה!!

תרמב » דאנערשטאג פעברואר 2, 2023 10:09 am

· #516544
איך וועל מיך פרייען ווען ער וועט דא בלייבן, נישט סתם א טובל אין די מקווה זשאנקי און ארויס...

וואלווי » דינסטאג פעברואר 7, 2023 11:20 pm

· #516716
דאס הייסט אז מקוה מטלטל מלא וריקן, א פארטאבל מקוה פול מיט וואסער און רקים...

yesiknow » זונטאג פעברואר 12, 2023 10:20 am

· #516876
וואלווי
יידל
גם אני בחלומי, כ'בין א מקוה דזשאנקי. כ'האב נישט די פאנדס פאר א געהעריגע פארטעבל מקוה מיט די גאנצע קלאפערגעצייג, אבער כ'טו תשעה קבין אלע טאג נאך מעריב. אפילו אויף וואקאציע בין איך שטארק מקפיד צו גיין אין א פלאץ וואו כ'וועל קענען האבן מיינע ניין קבין.
א פלאץ ווי ס'איז דא די תשעה קבין שיחה, א בחינה פון רואין את הנשמע...
בדרך אפשר יש לומר שהתשעה קבין מים צריכים נגד התשעה קבין שיחה שרואים ושומעים שם אבל תשעה קאוועס זה מועיל בוודאי בכל מקום ובכל זמן ולכתחילה שזה יהיה ביחד עם סגריה בתוך הבור עם התשעה קבין (מים..)

וואלווי » מיטוואך פעברואר 15, 2023 12:08 am

· #517035
סליחה, אבל סגריה בתוך הבור הולך עם בירה או שמפיין, ולא עם קפה.

yesiknow » מיטוואך פעברואר 15, 2023 12:12 am

· #517036
זה אמיתי אם יש שמה גם התשעה קבין שיחה מעורבת ביחד וכו'

נאך א שמויגער » מיטוואך מערץ 8, 2023 2:58 pm

· #518174
הגה"צ המשפיע רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א איז היינט פורים דמוקפין אום ניין אזייגער אריינגעקומען צו תפילת שחרית בבית מדרשו נחלת יעקב, דער משפיע האט געדאווענט פארן עמוד באש קודש. די דאווענען וקריאת המגילה האט זיך געצויגען פאר איבער פינף שעה!

ארום א האלבע שעה נאכן דאווענען איז דער משפיע צוריק אריין אין בית מדרש ווי דער עולם איז אריבער געבן משלוח מנות.

דערנאך האט דער משפיע אויפגעטרעטן מיט פחד'דיגע דיבורים זאגענדיג אז ער זעט אויף געוויסע יונגעלייט ווי עס הענגט ממש קליפות פון זיי וועגן זיי האבן פוגם געווען בקדושת העיניים און ער קען זיי נישט קוקען אין פנים. דער משפיע האט אויסגעפירט אז ער קען נישט אריינקומען צום משתה היין ווי לאנג די אלע יונגעלייט טוען נישט תשובה, זאגענדיג עס איז מיר גורם אזא צער זעהענדיג די אלע קליפות.

פרנס החודש » מיטוואך מערץ 8, 2023 3:31 pm

· #518179
דערמאנט פון בערלאנד. נחלת יעקב הייבט אן צייגן סימנים פון א קולט.

כניאק » מיטוואך מערץ 8, 2023 3:39 pm

· #518182
ווי אזוי איז נאך מעגליך צו זינדיגן מיט אזעלכע דערהויבענע תקנות?

פרנס החודש » מיטוואך מערץ 8, 2023 4:43 pm

· #518189
איך זאג אלץ אז די וועלט דארף אלץ האבן א נארט קארעא, אין א בחינה פון שלא תמות כדרך שמת פלוני; אלץ א לעבעדיגע עקזעמפל ווי מען קומט אן מיט אויטאריטאריעניזם. אויב זאל נארט קאריע צוזאמפאלן וועט נישט נעמען לאנג ביז א צווייטע לאנד וועט זיך צוכאפן צו די 'חכמה'.

כלפי מה דברים אמורים: ווי לאנג לב טהור איז אנגעגאנגען, האט עס געדינט ווי א לעבעדיגע ווארענונג נישט צו גיין אויף יענעם וועג; און עס האט גאנץ גוט געארבייט. פון ווען לב טהור איז מער ווייניגער צוזאמגעפאלן, און זענען צושפרייט אויף מערערע מקומות אן קיין פירערשאפט; האלט איך אן אויג צו זעהן ווער עס גייט פארכאפן איר פלאץ. ביזדערווייל שטייט נחלת יעקב אויפן העכסטן ארט אין די ליסטע.

א) א מנהיג וואס זאגט אפן אז ער זעהט קליפות און מענטשנס עבירות,
ב) האט אן עקסטרעמע אבסעסיע מיט מקוה, קדושה, שמירת עינים,
ג) פירט זיך מיט מאדנע הנהגות,
ד) רעדט כסדר איבער די אויסטערלישע חשיבות פון זיין חבורה,
ה) העצט אן זיינע נאכפאלגערס איבער די דרויסענדיגע וועלט,
ו) קומט אויף מיט נייע עקסטרעמיסטישקייטן וואס אמאל שנעלער, און מער עקסטרעם.

די לעצטע פונקט מאכט אים פאר די געווינער. דאס הייסט ער איז נישט סטאביל, און ווייזט ארויס וויליגקייט צו ווערן ווי עקסטרעם נאר עס לאזן אים זיינע נאכפאלגערס. ער איז יעצט אין א מצב פון אפשאצן ווי עקסטרעם ער קען גיין אן פארלירן א מערהייט פון זיינע נאכפאלגערס. לעצטנס האבן זיך אנגעהויבן צושארן צו אים א גרויסע צאל יונגע צוהיצטע ראדיקאלן און זיי גיבן אים די קאנפידענץ צו גיין ווייטער. די פראגע איז נישט ווי ווייט ער אדער זיינע נאכפאלגערס וועלן גיין, ווייל דער מענטש האט שוין געוויזן אז ער האט נישט קיין גרעניצן, און עס פעלן ברוך השם נישט קיין יונגע תמימותדיגע בחורים. די פראגע איז צו ער איז גענוג כיטרע צו זיכער מאכן אז ער פארהאנקערט זיך נישט מיט די אויטאריטעטן. ימים ידברו.

איך אויך » מיטוואך מערץ 8, 2023 6:32 pm

· #518196
פרנס, נישט געזארגט, אויף ווען עס וועט פלאצן (און קענסט וועטן דיין לעצטע דאלער אז עס וועט אמאל פלאצן) האמיר שוין יעצט גרייט די יוזאועל תירוצים: ער איז פון די בית ישראל געליטענע וכו.

להזכירך, זיין ברודער אב"ז איז דער הופט פונעם גערער געסטאפא.

פנחסבןאלעזר » מיטוואך מערץ 8, 2023 8:49 pm

· #518207
און אפשר זעהט ער טאקע?

נאך א שמויגער » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 12:52 am

· #518221
פנחסבןאלעזר
און אפשר זעהט ער טאקע?
ווער ס'זעהט זאגט נישט.

טמיר » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 1:25 am

· #518224
Re: הרב צבי מאיר זילבערבערג שליט"א גייט מקווה דזשאנקי
איך וויל מוחה זיין, אבער נישט אויף בזיון ת"ח און נישט מצוות מחאה.

לדעתי, איז נישט רעכט אז א סטעיק-אנגעפרעסענע יונגערמאן זאל קומען אראפרייסן א מענטש וואס רייסט פון זיך שטיקער, אבער בעסער געזאגט איז בכלל נישט גורס קיין "זיך", פאר זיין אידיאלן און פאר זאכן וואס ער האלט איז ריכטיג. און don't get me wrong, איך בין (ליידער?) זייער זייער ווייט פון זיינע שיטות. אבער אפגעזען פון יודישע פערספעקטיוו, פשוט א מענטש וואס קען אוועקגעבן זיין גאנצע נפש הבהמית פאר זאכן וואס ער האלט איז ריכטיג קומט זיך א מוראדיגע יראת הכבוד און הערצה.

פרנס החודש » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 2:37 am

· #518239
Re: הרב צבי מאיר זילבערבערג שליט"א גייט מקווה דזשאנקי
טמיר

פארוואס זאלסטו אננעמען אז איך בין א סטעיק אנגעפרעסענע מענטש? קענסט מיר? מיין היסטאריע? וויפיל שעות א טאג איך לערן? מיט וואס איך פארנעם זיך איבערן טאג?
און יענער ״רייסט שטיקער פון זיך״ אויף וואס ארויף בויעסטו עס?
האסט עם אמאל געזען אין פריוואטן לעבן?
וואס איז פשט פון געבן אזויפיל סמכות פאר מפורסמים(סלבריטיס בלע״ז)?

פרנס החודש » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 2:40 am

· #518240
Re: הרב צבי מאיר זילבערבערג שליט"א גייט מקווה דזשאנקי
גראדע זעה איך אויס ממש ווי מיין אוואטאר, בכלל נישט אנגעפרעסן…

פאליטיקאנט » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 2:54 am

· #518242
Re: הרב צבי מאיר זילבערבערג שליט"א גייט מקווה דזשאנקי
טמיר
איך וויל מוחה זיין, אבער נישט אויף בזיון ת"ח און נישט מצוות מחאה.

לדעתי, איז נישט רעכט אז א סטעיק-אנגעפרעסענע יונגערמאן זאל קומען אראפרייסן א מענטש וואס רייסט פון זיך שטיקער, אבער בעסער געזאגט איז בכלל נישט גורס קיין "זיך", פאר זיין אידיאלן און פאר זאכן וואס ער האלט איז ריכטיג. און don't get me wrong, איך בין (ליידער?) זייער זייער ווייט פון זיינע שיטות. אבער אפגעזען פון יודישע פערספעקטיוו, פשוט א מענטש וואס קען אוועקגעבן זיין גאנצע נפש הבהמית פאר זאכן וואס ער האלט איז ריכטיג קומט זיך א מוראדיגע יראת הכבוד און הערצה.
איינער וואס האט נישט קיין רעספעקט פאר א צווייטנס דעה איז נישט ווערט קיין רעספעקט.
נישט קיין חילוק וויפיל שטיקער ער רייסט פון זיך, פארגעס נישט אז ער רייסט אויך פון יענעם....

אלט דעטס נידעד פון א מענטש איז: לעב און לאז לעבן.

טמיר » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 9:59 am

· #518265
Re: הרב צבי מאיר זילבערבערג שליט"א גייט מקווה דזשאנקי
פרנס החודש
טמיר
איך וויל מוחה זיין, אבער נישט אויף בזיון ת"ח און נישט מצוות מחאה.

לדעתי, איז נישט רעכט אז א סטעיק-אנגעפרעסענע יונגערמאן זאל קומען אראפרייסן א מענטש וואס רייסט פון זיך שטיקער, אבער בעסער געזאגט איז בכלל נישט גורס קיין "זיך", פאר זיין אידיאלן און פאר זאכן וואס ער האלט איז ריכטיג. און don't get me wrong, איך בין (ליידער?) זייער זייער ווייט פון זיינע שיטות. אבער אפגעזען פון יודישע פערספעקטיוו, פשוט א מענטש וואס קען אוועקגעבן זיין גאנצע נפש הבהמית פאר זאכן וואס ער האלט איז ריכטיג קומט זיך א מוראדיגע יראת הכבוד און הערצה.
פארוואס זאלסטו אננעמען אז איך בין א סטעיק אנגעפרעסענע מענטש? קענסט מיר? מיין היסטאריע? וויפיל שעות א טאג איך לערן? מיט וואס איך פארנעם זיך איבערן טאג?
און יענער ״רייסט שטיקער פון זיך״ אויף וואס ארויף בויעסטו עס?
האסט עם אמאל געזען אין פריוואטן לעבן?
וואס איז פשט פון געבן אזויפיל סמכות פאר מפורסמים(סלבריטיס בלע״ז)?
סארי, כ'האב נישט באמערקט אז דו ביזט אויך אין דעם שמועס! כ'בין מוסרמודעה אז איך באצי מיך נישט צי דיך! און נישט צי קיינעם וואס עסט נישט קיין סטעיק.

וויאזוי ווייס איך דאס וואס איך קלעים אויף רצ"מ? פון אסאך עדים און וואס כ'האב אליין מיטגעהאלטן. דארפסט נאר מיטהאלטן איין תשעה באב במחיצתו וועסטו זעהן אז לית דין בר נש

קורקלענד » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 10:14 am

· #518267
איך פארשטיי טאקע הערצה וואס איינער קען האבן פאר איינער וואס לעבט בפשטות מיט א צופרידנהייט. אבער ארויף צוקוקן אויף איינער פארן רייסן שטיקער פון זיך סתם לשם ענוי נפשו קען איך נישט אויספיגערן וואס די גדולה איז? איך מיין נישט ר צבי מאיר, איך רעד באופן כללי.

טמיר » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 1:27 pm

· #518276
Re: הרב צבי מאיר זילבערבערג שליט"א גייט מקווה דזשאנקי
ס'איז נישט סתם לשם עינוי נפש, ס'איז לשם אמת, וואס ער האלט עס איז אמת. און נישט איך און נישט קיינער וואס דרייט זיך דא האלט עס איז אמת. אבער ער האלט אז "דאס" איז די אלטימעט אמת און ער געט אוועק אלעס פון זיך פאר דער אמת

יאסל ראקאווער » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 3:36 pm

· #518290
איך עס סטעיק און איך האלט אז זיין הנהגה איז נישט אויסגעהאלטן. איך ווייס די האסט שוין מכריז געווען אז איך בין געקענסעלט כלפי אים. אבער ס'איז דא אידן וואס הערן מיר אויס, איך רעד צו זיי.

למעשה ווען ס'קומט צו די איד האבן אלע סטעיק עסערס א ספעציעלע רעכט צו זאגן א מיינונג ווייל ער הערט נישט אויף זאגן/שרייען/טאנצען זיין מיינונג אנטקעגען מיר (וועגן מיין טעלעפאן).

קורקלענד » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 4:52 pm

· #518295
טמיר
ס'איז נישט סתם לשם עינוי נפש, ס'איז לשם אמת, וואס ער האלט עס איז אמת. און נישט איך און נישט קיינער וואס דרייט זיך דא האלט עס איז אמת. אבער ער האלט אז "דאס" איז די אלטימעט אמת און ער געט אוועק אלעס פון זיך פאר דער אמת
גלויב איך אז איר גיבט אפ אסאך רעספעקט פאר די אראבער פארן מסירות נפש אויף זייער אמת אא''וו.

פנחסבןאלעזר » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 5:10 pm

· #518298
מען דארף אבער מלמד זכות זיין אז דאס איז נישט זיין געוועהנליכע וועג פוןַ רעדן. געוועהנליך איז ער שטארק נזהר בכבוד פין אנדערע, און עס איז אמת, ער האלט נישט פון זיך אסאך. חוץ טאמער איז ער א געלונגענע שפילער.

וואלווי » דאנערשטאג מערץ 9, 2023 8:18 pm

· #518317
טמיר
איך וויל מוחה זיין, אבער נישט אויף בזיון ת"ח און נישט מצוות מחאה.

לדעתי, איז נישט רעכט אז א סטעיק-אנגעפרעסענע יונגערמאן זאל קומען אראפרייסן א מענטש וואס רייסט פון זיך שטיקער, אבער בעסער געזאגט איז בכלל נישט גורס קיין "זיך", פאר זיין אידיאלן און פאר זאכן וואס ער האלט איז ריכטיג. און don't get me wrong, איך בין (ליידער?) זייער זייער ווייט פון זיינע שיטות. אבער אפגעזען פון יודישע פערספעקטיוו, פשוט א מענטש וואס קען אוועקגעבן זיין גאנצע נפש הבהמית פאר זאכן וואס ער האלט איז ריכטיג קומט זיך א מוראדיגע יראת הכבוד און הערצה.
האסט קלאר ארויס געברענגט זיין ריינקייט און מסירות נפש. זיין יראת שמים איז עד להפליא. ער איז יעצט העכט קוואליפיצירט צו זיין א שוחט א ירא שמים אדער גאר א קרויט טשעקער. גארנישט פון תורה עבודה איז אבער א קוואליפיקטציע צו גורם זיין מהומות און גורם זיין הזיקות. אזוי ווי די פריערדיקע האבן שוין געטייטשט, לעולם יהא אדם, דערנאך ירא שמים.

קיינער ערלויבט זיך נישט בארעדן זיין צידקות, טאקע ווייל אונז זענען אנגעפרעסן און מגושם. אבער ווען ס'קומט צו גשמיות און דרכי הנימוס, פארשטייט דער דעת בעל בית בעסער און פראקטישער.

נאך א שמויגער » פרייטאג מערץ 10, 2023 2:36 am

· #518359
קורקלענד
טמיר
ס'איז נישט סתם לשם עינוי נפש, ס'איז לשם אמת, וואס ער האלט עס איז אמת. און נישט איך און נישט קיינער וואס דרייט זיך דא האלט עס איז אמת. אבער ער האלט אז "דאס" איז די אלטימעט אמת און ער געט אוועק אלעס פון זיך פאר דער אמת
גלויב איך אז איר גיבט אפ אסאך רעספעקט פאר די אראבער פארן מסירות נפש אויף זייער אמת אא''וו.
אוי זאגסטו גוט!

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 20, 2023 3:48 pm

· #519110
די דברות קודש, ככתבו וכלשונו
📎 Oy Vey.jpg

צפור בודד » מאנטאג מערץ 20, 2023 3:55 pm

· #519111
שמעקעדיג
די דברות קודש, ככתבו וכלשונו
איך קען א יונגערמאן וואס האט באלד נאך דער דרשה געטון תשובה מאהבה מיט א ברען באותו מקום ובאותו זמן ובאותה אשה אזש סאיז געעוען א מחיה אים אריינצוקוקן אין פנים.

דער גאלדענער אדלער » מאנטאג מערץ 20, 2023 5:02 pm

· #519117
פון וואנעט ווייסט מען? יענער האט פאר דעם געטוהן באותו מקום באותו זמן ובאותו אשה בגלוי בפרהסיה?? כ'פרעג נאר

רביה''ק זי''ע » מאנטאג מערץ 20, 2023 7:26 pm

· #519125
שמעקעדיג
די דברות קודש, ככתבו וכלשונו
די דברות קודש איז אביסעלע צומישונג, איין מינוט קען ער נישט קוקן אין פנים אריין ווייל ער זעהט געפערליכע פגמים, די צווייטע מינוט זעהט ער נישט נאר אנדערע זעהען... אויב אזוי קען ער דאך יא קוקן... ענדיוועיס, כ'וויל נישט זאגן וואס איך זעה אויף זיין פנים... באמת זאכן וואס איך וואונטש נישט פאר קיינעם.

אונטער חכם » דינסטאג מערץ 21, 2023 12:14 am

· #519176
עס איז גארנישט געשען, ס''ה האט זיך דער ראבינער אנגעזאפן, וכמעשה הידוע.
פורים נאכמיטאג טאר מען שוין אויך נישט רעדן שטותים?

בעל אחריות » דינסטאג מערץ 21, 2023 4:01 am

· #519181
איך ווייס נישט, איך האב געהערט די רעקארדינג און איך האב באקומען מחשבות זרות... "אפשר איז יא דא אזא זאך אז א מענטש קען זעהן אויף איינעם אז ער האט געזינדיגט"?... "איך ווייס אז עס איז מעגליך אז ער דמיונ'ט אבער עס איז אויך מעגליך אז נישט"...

קהל'ס נער » דינסטאג מערץ 21, 2023 9:23 am

· #519194
בעל אחריות
איך ווייס נישט, איך האב געהערט די רעקארדינג און איך האב באקומען מחשבות זרות... "אפשר איז יא דא אזא זאך אז א מענטש קען זעהן אויף איינעם אז ער האט געזינדיגט"?... "איך ווייס אז עס איז מעגליך אז ער דמיונ'ט אבער עס איז אויך מעגליך אז נישט"...
איך קען אויך זעהן אויף איינעמס פנים אויב ער האט געזינדיגט, און פארן ריכטיגן פרייז קען איך ערלעדיגן ביים מלאך וואס איז געשטעלט ביים וואגשאל אז ער זאל "בטעות" ארויפלייגן די עבירות ביי די זייט פון די מצוות, רופט 1800-קעש-4-עבירות

יאסל ראקאווער » דינסטאג מערץ 21, 2023 10:53 am

· #519196
באמת, ער איז געווען שיכור, ס'איז אמת.

אבער איך בין א ביזנעס מאן, א מענטש עוסק אין עולם הזה אסאך.. ווען איך טרינק זיך אן רעדט איך אויך שטותים, אבער איך וועל קיינמאל נישט זאגן פאר די בעקער אז ער לייגט סם און זיין ברויט אדער צו די טעיקאוט באלעבאס אז ער לייגט טריפענע מעיענעז אין זיין טונא פיש.

דער איד איז געווען שיכור איז וואס איז א ניכטערן אויפן לונג איז א שיכור אויפן צונג. און ער איז באמת געקענסעלט אין מיין מיינד. ווייל ער האט מיר געקענסעלט ערשט.

אמאהלגעקעננט » דינסטאג מערץ 21, 2023 7:42 pm

· #519247
יאסל ראקאווער
באמת, ער איז געווען שיכור, ס'איז אמת.

אבער איך בין א ביזנעס מאן, א מענטש עוסק אין עולם הזה אסאך.. ווען איך טרינק זיך אן רעדט איך אויך שטותים, אבער איך וועל קיינמאל נישט זאגן פאר די בעקער אז ער לייגט סם און זיין ברויט אדער צו די טעיקאוט באלעבאס אז ער לייגט טריפענע מעיענעז אין זיין טונא פיש.

דער איד איז געווען שיכור איז וואס איז א ניכטערן אויפן לונג איז א שיכור אויפן צונג. און ער איז באמת געקענסעלט אין מיין מיינד. ווייל ער האט מיר געקענסעלט ערשט.
זאגסט נכנס ײן יצא סוד ארױסגעװיזן דעם מהות זײנעם.

אמאהלגעקעננט » דינסטאג מערץ 21, 2023 10:40 pm

· #519289
שמעקעדיג
די דברות קודש, ככתבו וכלשונו
עס דערמאננט אין דעם אלטן יקר המציאות ״מתי שוא״
בלאט: 1 2