ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
251 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16635
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
סתם נייגעריג אויב די זענען בכלל אין א מוסדות ווי מען נעמט די קינדער יעדע צווייטע טאג קיין מאנהעטען וכדו' צו פראטעסטן
הר״ר ישראל דוד ווייס שליט״א
וואסארע אשכול איז דאס? וואס האט פאסירט מיט ׳סדר׳ דא אין שטיבל?!
די מעמבערס דא האלטן זיך דאך פאר בעלי ״שכל״ וואס פאלגן נישט נאך סתם געפילן.
כ׳קען אבער אין דעם אשכול נישט געפינען קיין מינוט פון נארמאלע דיסקאסיע ווי מ׳איז דן אויף דעם עצם ענין מיט א משהו לאגיק...!
😞 😳 😞 😳 😞
Re: הר״ר ישראל דוד ווייס שליט״א
בְּתוֹךְ עַמִּי #

איך בין מיט דיר %
💯
די געהענגל איז אויפגעעפענט געווארן אראפצורייסן א קהילה קדושה בישראל, בראשות מהרי"ד ווייס שליט"א.
קוק אויף די נאמען פון די קעפל: "ישראל דוד ווייס, מחריבי..
אנצורופן א מנהיג מיט שאנדע, און זאגן מחריבי.
מיר זעעהן אז קיינער דא האלט נישט ביים דיסקוסירן נאר בלויז אראפרייסן וואס דאס איז זייער עיקר ציהל, און די זענען אנגעשטעקט מיט מינות ליצנות און אפיקורוס ר"ל.
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
קיינער איז נישט דא צו דיסקוסירן?
איך האב דיר
געפרעגט א נערמאל'ע שאלה, האסט גארנישט גענטפערט חוץ שעלט ווערטער וואס
@אנאנים האט געדארפט פארמעקן. האס'ט געטענהט אז דו וועסט אישי'ען די תגובה פאר ווער עס בעט עס; כ'האב דיר גע'אישי'ט, ועדיין לא נשעתי.
דו פארשטייסט אליין אז דו קומסט מיט א מהלך וואס איז פרעמד און אפגעפרעגט ביי רוב פון די שרייבער דא, ממילא זאלסטו כאטש האבן די מענטשליכקייט צו זיך פארשטעלן און פארטיידיגן ווי א באזעצנ'ע מענטש (ניין די מאדנע עמאדזיש געבן גארנישט צו באזעצנקייט). פון אלע דיינ'ע תגובות וואס איך האב געליינט האב איך נישט געזען קיין שום לאגיק אויסער קללות און joker קארטלעך.
און דו טענהסט אז קיינער וויל נישט האבן קיין דיסקוסיע?
זיי מיר מוחל אויב איך האב געשריבן צו שארף, אבער ווי לאנג די וועסט נישט אריינלייגן אביסל סענס אין דיינ'ע שיטות וואס איז אפגעפרעגט ביי רוב כלל ישראל, באטראכט איך דיר ווי א פשוט'ער עוכר ישראל. אדרבה, זיי דאנקבאר פאר 'קאווע שטיבל''ס אפנקייט אז דו האסט א פלאץ וואו מסביר צו זיין דיינ'ע שיטות, און טו נישט סתם אנפירקלן אשכולות נאר זיי מסביר מיט אביסל לאגיק.
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
כרם זית: דער אסטראלאג האט נישט די "כלים" צו פיהרן א מענטשליכע , אינטעליגענטע דעבאטע.
ער איז, זעהט אויס א פרעמד טייג. ער איז (מסתמא) אין קיין נארמאלע ישיבה נישט געגאנגען. די בעסטע ראיה איז אז ווען ער דארך שרייבן א ווארט אין לשה"ק צוהרג'עט ער עס אינגאנצן. למשל פאר דעם אויסדרוק "שריד ופליט" האט ער געשריבן "שרה דעפאלע".
ער איז מסתמא א (מיסגיידעד) בעל תשובה. און ער מיינט אז דער אייבישטער הייסט זיך צו פרייען ווען די גוי'אישע רוצחים הרג'נען אידישע קינדער.
Re: הר״ר ישראל דוד ווייס שליט״א
בְּתוֹךְ עַמִּי #
וואסארע אשכול איז דאס? וואס האט פאסירט מיט ׳סדר׳ דא אין שטיבל?!
די מעמבערס דא האלטן זיך דאך פאר בעלי ״שכל״ וואס פאלגן נישט נאך סתם געפילן.
כ׳קען אבער אין דעם אשכול נישט געפינען קיין מינוט פון נארמאלע דיסקאסיע ווי מ׳איז דן אויף דעם עצם ענין מיט א משהו לאגיק...!
קום טאקע אריין קלאר, וואס איז דאס "עצם ענין" אויף מ'איז דן דא? 😕
Re: הר״ר ישראל דוד ווייס שליט״א
ברוך שפינוזה #

וואס דען? אן אשכול געווידמעט בלויז אראפצורייסן?? דאכטסעך מיר אז ס׳נישט לפי התקנות דא...
אבער גראדע
האט שוין איינער יא אנגערירט דעם "עצם ענין" אבער כנראה איז דערוילעם צו היציג זיך צו באפאסען דערמיט...
Re: הר״ר ישראל דוד ווייס שליט״א
וואס זאל מען טון אז ב''ה אונזער קאווע צימערל האט מער אפענע פאלעסיס, און אזעלכע טראלל'ס ווי @אסטראלאג האבן מער רעכטן דא ווי אין אייוועלט, האט מען צו עסן פון אים חרוסת ביז ווי לאנג ער וועט איבערציען די שטריקל.
די ריכטיגע שאלה איז דא פארוואס ביסטו אהערגעקומען אין ערשטע פלאץ, ווען דו ווייסט אז קיינער האלט נישט ווי דו. בכלל, וואס האסטו איינגעזען אין ק''ש אז דו דרייסט זיך דא.
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
דערמאנט אביסל פון די מוסולמענער וואס עמיגרירן קיין אייראפע אויסנוצענדיג די ליבעראלע "טאלעראנץ" אנצוגיין מיט זייער פאנאטישע און אומטאלערירענדע לעבנסשטייגער.
Re: הר״ר ישראל דוד ווייס שליט״א
בְּתוֹךְ עַמִּיאבער גראדע
האט שוין איינער יא אנגערירט דעם ״עצם ענין״ אבער כנראה איז דערוילעם צו היציג זיך צו באפאסען דערמיט...
אויב מיינסטו דאס:
אמאהלגעקעננט מאן ײמר אז זײ [די נטורי קרתא] האבן נישט בעקיפין אפגעהאלטן װער װײסט װאס רח”ל.
איז דאך זייער פשוט פארוואס מ'איז נישט דן דערין ווייל קיינער האט עס נישט געזאגט. איינער האט דען דורכגעסקענט אלע 8 בילליאן מוחות איבער דער וועלט דאס צו קענען פעסטשטעלן? יוטיוב קאממענטירער מיינט דאך גארנישט, לאמיר נעמען עכטע מענטשן וואס האבן יא די מאכט עפעס אויסצומאכן ממשיות'דיג, קען איינער אנצייגן וויפיל ווייניגער מילליאנען איראן האט געשיקט פאר חיזבאללה יעצט אז ווייס האט מודיע געוועהן דעם איראנער פרעזידענט אז איזראעל איז נאט א דשואיש סטעיט ענד איזרעאל מאסט גאו? איך זאג נישט, ס'מעגליך אז ווען נישט וואס די נטורי קרתא האבן באזוכט אין עזה אפאר מאל וואלטן געפלויגן דאפלט אזויפיל ראקעטן, אבער ס'נישט קיין זאך אויף וואס מ'קען אנווייזן מיט א זיכערקייט. ס'נישט דא קיין אפיציעלע דאקומענט ווי נאסראללה שרייבט "איך חסאן וויל מודיע זיין די גאנצע חיזבאללה מיליטער אז איך האב געוואטשט א ווידיאו פון מהרי"ד ווייס און איך בין איבערצייגט געווארן אז וואן, טא, טרי, פאור, - זייאוניזעם נאו מאר, דערפאר גיב איך אן אלטימאטום אז ביז כ"א כסלו דארף דער גאנצער עולם זיך פאקן פעק און צוריקמופן קיין ירדן", סאו ווילאנג ס'נישט דא קיין קראנטע דאטא אין וואס "דן צו זיין" איז עס אן unfalsifiable hypothesis אויף וואס מ'קען פונקט אזוי היפאטיזירן אויף פארקערט, מאן יימר אז זיי האבן נישט בעקיפין גורם געוועהן וואטעווער?
גוטע דזשאוק וואס דו זאגסט אז ס׳נישטא קראנטע דאטא. עפעס יעדע דעסיזשען וואס אמענטש מאכט איז דא דערויף קראנטע דאטא? ס׳נאך אלץ שייך דן צו זיין צו ס׳מאכט סענס פסיכאלאגיש אז ס׳ראטעוועט....
Re:

לאגישע מענטשן באפאסן זיך נישט מיט אזעלכע סארטן חקירות, אויב פארשטייסטו נישט פארוואס דאן איי געס ביזטו נישט קיין לאגישע מענטש 😈
Re: הר״ר ישראל דוד ווייס שליט״א
ברוך שפינוזה #
בְּתוֹךְ עַמִּיאבער גראדע
האט שוין איינער יא אנגערירט דעם ״עצם ענין״ אבער כנראה איז דערוילעם צו היציג זיך צו באפאסען דערמיט...
אויב מיינסטו דאס:
אמאהלגעקעננט מאן ײמר אז זײ [די נטורי קרתא] האבן נישט בעקיפין אפגעהאלטן װער װײסט װאס רח”ל.
איז דאך זייער פשוט פארוואס מ'איז נישט דן דערין ווייל קיינער האט עס נישט געזאגט. איינער האט דען דורכגעסקענט אלע 8 בילליאן מוחות איבער דער וועלט דאס צו קענען פעסטשטעלן? יוטיוב קאממענטירער מיינט דאך גארנישט, לאמיר נעמען עכטע מענטשן וואס האבן יא די מאכט עפעס אויסצומאכן ממשיות'דיג, קען איינער אנצייגן וויפיל ווייניגער מילליאנען איראן האט געשיקט פאר חיזבאללה יעצט אז ווייס האט מודיע געוועהן דעם איראנער פרעזידענט אז איזראעל איז נאט א דשואיש סטעיט ענד איזרעאל מאסט גאו? איך זאג נישט, ס'מעגליך אז ווען נישט וואס די נטורי קרתא האבן באזוכט אין עזה אפאר מאל וואלטן געפלויגן דאפלט אזויפיל ראקעטן, אבער ס'נישט קיין זאך אויף וואס מ'קען אנווייזן מיט א זיכערקייט. ס'נישט דא קיין אפיציעלע דאקומענט ווי נאסראללה שרייבט "איך חסאן וויל מודיע זיין די גאנצע חיזבאללה מיליטער אז איך האב געוואטשט א ווידיאו פון מהרי"ד ווייס און איך בין איבערצייגט געווארן אז וואן, טא, טרי, פאור, - זייאוניזעם נאו מאר, דערפאר גיב איך אן אלטימאטום אז ביז כ"א כסלו דארף דער גאנצער עולם זיך פאקן פעק און צוריקמופן קיין ירדן", סאו ווילאנג ס'נישט דא קיין קראנטע דאטא אין וואס "דן צו זיין" איז עס אן unfalsifiable hypothesis אויף וואס מ'קען פונקט אזוי היפאטיזירן אויף פארקערט, מאן יימר אז זיי האבן נישט בעקיפין גורם געוועהן וואטעווער?
ברוך שפינוזה: לאמיר עס אננעמען פון דעם אנדער'ן עק פון ספעקטרום. (דאס קאווערט שוין פאר נטרונא אויך.).
היינט איז דאך א וועלט פון אינסטענט ניוס און קאמיוניקאציע. א יעדע גרויסע און קליינע נייעס און סטעיטמענט דורך סיי וועלכן מאן דאמר ווערט בליץ שנעל פארשפרייט דורך די אפיציעלע נייעס נעטווארקס און סאציאלע מידיא.
צי האט זיך שוין געטראפן (אפילו) איין וועלטס פיהרער אדער הוגה דיעות וואס זאל ארויסקומען און זאגן אפן (נאר איבערזאגן) וואס די נטורי קרתא און נטרונא האלטן אין איין שרייען אז אידן זענען נישט קיין ציונים. און רעליגיעזע אידן האבן גארנישט קיין שום שייכות מיט די ענטיטי וואס הייסט מדינת ישראל. און מ'דארף דאס נעמען אין באטראכט (לשיטתם) אין די באציאונגען צווישן די פאלעסטינער און פאן אראבישע געא פאליטיק און די אלוועלטליכע אידישע באפעלקערונג. אונז (די נישט אידישע) וועלט פיהרער הערן מיר די שטענדיגע אויסרופן און דעקלאראציעס פון די אידישע רעפרעזענטאטיווס, נטרונא און נטורי קרתא. אלס א קאנסעקווענץ דארפן מיר אפן און אפיציעל דערקלערן אז די אלע נעגאטיווע לעיבלס און סאנקציעס מיינען גארנישט די אידן. נאר די פאליטישע ציונים.
ביז היינט (און מארגן און איבער מארגן) האט מען נישט געהערט א סטעיטמענט און דעקלאראציע פון דעם סארט. ביי די גוי'אישע וועלט זענען ציונים און אידן איינס און די זעלבע. אדרבה. אויב איינער קען ברענגען א פארלעסליכן מקור פון אזא דעקלאראציע, ווער איך און נאך א פאר מיליאן אידן אנהענגערס און שטיצערס פון נטרונא און (להבדיל) נטורי קרתא.
איך (און אפשר נאך א פאר מיליאן אידן איבער דער וועלט) בין גרייט צו קרוינען הרב ישראל דויד ווייס אלס מלח (די טייפאו איז בכוונה) המשיח.
יעצט א פערזענליכע ווענדונג צו דעם הוזה בכוכבים אסטראלאג. גיי זאג פאר די גבאים אין דעם נטורי קרתא הויף אז זיי זאללן שוין באשטעללן די פארענטשעס. אונז ווילן מיר קרוינען הרב ישראל דויד ווייס שליט"ע אלס מלח המשיח. אונז ווארטן נאר פאר איין אפיציעלן סטעיטמענט פון דעם הויפט פון די כאמאס אדער כיזבאללא. דער חתן נאסראללא יר"ה. אדער דער פרעזידענט פון די מלחות של חסד דער חשוב'ער איאטאללאה חמינאי שליט"א/ ימח שמו וזיכרו.
berlbalaguleh #ביי די גוי'אישע וועלט זענען ציונים און אידן איינס און די זעלבע.
לפי זה ווען ציונים זענען מחלל שם שמים רח״ל איזעס
[אין די וועלטס אויגן] בשמך!
ווען איינער זאל למשל דא זאגן אז ר׳ בערל האט מיר געשריבן אין אישי אז בעצם איז ער שטילערהייט א שטארקע שטיצער פון נטורי קרתא, וואלסטו דען געקענט שטיל בלייבן....?? אדער וואלסט ארויסגעקומען מיט א מחאה נמרצה?
אויב דיין תירוץ איז דאס צווייטע, דאן לאזט זיך הערן דער חיוב פון מוחה זיין ווען שם שמים ווערט נתחלל אין דיין נאמען.
וויפיל איך ווייס, איז די (עיקר) סיבה פון נטורי קרתא׳ס גיין ׳מיט׳ די אראבער׳ס ווען ס׳דא א מעגליכקייט, ווייל וויבאלד דאן האט עס די מערסטע און גרעסטע דעקונג
(געב-א-קוק: אפילו דא אין ק״ש איזעס שוין אנגעקומען 🙂 ) פון די מידיע. כידוע, איזעס גאר, גאר שווער און טייער צו קריגן מידיע דעקונג סתם אזוי....
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
בתוך עמי: ס'הייסט דו האסט מברר געווען אז עפ"י דעת תורא ביניך מחוייב ארויסצוגיין מוחה זיין אויף "חילול השם". או.קעי. זאג מיר וואו און ווען גייט זיין די נעקסטע פראטעסט/ האלזונג מיט די פאלעסטינער אדער איראנ'ער חסידי אומות ה'עוילעם (גוילעם).
איך האב שוין באשטעלט דעם פלאטשיג'ס. דאס אראבישע טלית'ל האט מיר הרב ישראל דויד ווייס שליט"א צוגעזאגט אז ער גייט מיר פארשאפן פאר א ביליגן פרייז. עכט דארף איך 2. איינס פאר אינדערוואכן און איינס פאר שאאבעס.דאס פאלעסטינער ווי. איי. פי קארטל גייט מיר הרב איסמאעיל הנייה שליט"א (ימ"ש) אריינשיקן אויף די פאסט ווען ער'ט צוריקקומען פון זיין וואקאציע. ער האט נעבעך געארבעט זייער שווער אין די לעצטע פאר חדשים.
ס'נאר דא איין פראבלעם. איך קען נישט רעדן אזוי גוט ענגליש ווי הרב י.ד. ווייס. שליט"ע. ער האט געלערנט ענגליש אין פאבליק סקול אין קענזעס. און איך האב געלערנט אין סאטמאר'ער חדר...!
ר׳ בערל: איך האב נישט מברר געווען, כ׳בין בכלל נישט באהאווענט אין דעם ענין. כ׳ווייס אבער יא אז די אידן האבן א שיטה, א מהלך און געבן זיך אוועק פאר דעם צוועק און ׳דאס׳ איז א חשיבות. א מענטש וואס איז זיך מוסר נפש פאר עפעס וואס [ער האלט אז ס׳]איז ריכטיג, איז עפעס ארויפצוקוקן דערויף (עכ״פ ווי לאנג דו ווייסט נישט בבירור אז ס׳נישט ריכטיג).
איך קען פון דער נאנט א באמת חשוב׳ע, קלוגע און ערליכע איד וואס איז אן אנהענגער פון די ׳נטורי קרתא׳, ווי אויך ווייס איך פון אנדערע ערליכע אידן וואס שטיצן דאס, דעריבער שפיר איך א פליכט אויסצודריקן מיין מחאה אויף דאס מבייש זיין וואוילע אידן על לא עוול בכפם.
ואשרי להם, ואשרי חלקם צו זיין פון די ״נעלבים ואינם עולבים שומעים חרפתם ואינם משיבים ועושים מאהבה״.
ודי לי בזה.
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
📎 IMG_20231107_235155_486.jpg
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
שפילער #
IMG_20231107_235155_486.jpg
יא! דאס איז וואס זיי טוען אויף! אז די שטיצער פון די פאליסטינער נוצן דאס שוין אלס א טענה קעגן די אידן. קענסט מיר מסביר זיין וועלכע חלק דערפון איז פאזעטיוו?
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
פונדאַמענטאַל #

איך בין אויף דיין זייט דאס איז געווען מיין פאוינט
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
בתוך עמי: שכח פארן אריינקומען מענטשליך.
מיימון #
איינער וואס נוצט דעם שכל איז חשוב בכל אופן, אפילו א נטורי קרתא'ניק וואס רעדט צום זאך וועט זיין רעספעקטירט ביי מענטשן (פארשטייט זיך אז נאר אויב ער פירט זיך אויף בנימוס ובדרכי בני אדם מן היישוב), ביי די אומות העולם זענען געווען צענדליגער פילאסאפן וואס האבן געשריבן זאכן איינער פארקערט ווי דעם צווייטן און אלע ווערן אייניג רעספעקטירט, א מענטש וואס טראכט אריגינעל און נוצט זיין מחשבה צו פארשטיין וואס ער זעט איז חשוב און ארויפגעקוקט נישט קיין חילוק וואס ער האלט.
http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=286992#p286992Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
אוטערסאנטע בילד פון גאר פרומע נ''ק
📎 IMG_20231109_235814_982.jpg
Re:
בְּתוֹךְ עַמִּי #
ר׳ בערל: איך האב נישט מברר געווען, כ׳בין בכלל נישט באהאווענט אין דעם ענין. כ׳ווייס אבער יא אז די אידן האבן א שיטה, א מהלך און געבן זיך אוועק פאר דעם צוועק און ׳דאס׳ איז א חשיבות. א מענטש וואס איז זיך מוסר נפש פאר עפעס וואס [ער האלט אז ס׳]איז ריכטיג, איז עפעס ארויפצוקוקן דערויף (עכ״פ ווי לאנג דו ווייסט נישט בבירור אז ס׳נישט ריכטיג).
איך קען פון דער נאנט א באמת חשוב׳ע, קלוגע און ערליכע איד וואס איז אן אנהענגער פון די ׳נטורי קרתא׳, ווי אויך ווייס איך פון אנדערע ערליכע אידן וואס שטיצן דאס, דעריבער שפיר איך א פליכט אויסצודריקן מיין מחאה אויף דאס מבייש זיין וואוילע אידן על לא עוול בכפם.
צוויי פונקטן צו דיינע צוויי פונקטן:
מענטשן וואס געבן זיך אוועק פאר זייער'ס א 'שיטה' זענען חשוב, כ'הער. וואס איז מיט אלע שיטות הקדושות, לדוגמת אייסיס, נאציס, זשיהאדיסטן?
שפעטער זאגסטו אליינס אז דו ביסט אלאירט מיט נ''ק שטוצער באיזה אופן, איז קום נישט מיט אזא בלעכענע נאן בייעסד וואוילע סטעיטמענט אז דו קוקסט ארויף אויף מענטשן וואס גייען נאך זייער שיטה, און דו קומסט מוחה זיין אויף אפאר וואוילע אידן פון נ''ק, זאג לכתחילה אז דו וואלידירסט נ''ק, און זיי זענען נישט אזוי געפערליך ווי מען מאכט זיי.
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
עמרם: ייש"כ. זייער א קיוט קאפל, קע"ה. דאס איז זיין באבע, אדער זיין מאמע? איך האלט אז ער זאל זיך אויך קויפן (אדער באקומען אלס מתנה) דעם טערקישן קאפל _(מיט אדער אן א בענדל) אין דעם רויטן קאליר. ער זאלל אויסטון דעם פלאטשיג'ס. דאן וועט ער זיין א פולשטענדיגער "אימאם". מענטשן האבן א טעות. זיי מיינען אז ער איז א סאטמאר'ער חסיד. הס מלהזכיר.
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
ערענסט גערעדט איינער ווייסט וואס נטורי קרתא'ס ציל איז?
@אסטראלאג איז נאך דא?
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
שפילער: הרב יוסף מזרחי טענה'ט אז זיי טוען עס פאר געלט. אז זיי באקומען גרויסע געלטער פון איראן און אנדערע אראבישע מדינות צו שטופן די פאלעסטינער פראפאגאנדע...!
ס'קען זיין אז ס'זענען דא א פאר תמימים צווישן זיי וואס מיינען עס (נעבעך) ערנסט. אבער די הויפטן האבן זיכער עפעס אן אומנאטורליכע כוונה ביי דעם.
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
berlbalaguleh #
ס'קען זיין אז ס'זענען דא א פאר תמימים צווישן זיי וואס מיינען עס (נעבעך) ערנסט.
די ערנסטע וואס ווילן? זענען זיי דא צו ראטעווען יודן?
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
אזוי מיינען זיי, נעבעך. ס'האט זיך נאכנישט געטראפן איין גוי אדער גרופ פון גויים וואס זאללן זאגן אז זיי פארשטייען אז נישט אלע אידן זענען ציונים און זיי פראטעסטירן נישט אקעגן אידן. נאר אלע זייער פראפאגאנדע און אקטיוויטעטן זענען געציהלט אקעגן "אלע" אידן.
אפילו אויב דאס וואלט יא געווען דער פאל אז א גוי זאגט אז מ'זאל איהם איבערגעבן א צווייטן איד וואס ער וויל איהם הרג'נען. טאר מען נישט איבערגעבן. ווי די גמ' זאגט..."מאי חזית דדמא דידך סימקי מדמא דידי"...!
ווער זאגט אז דיין בלוט איז מער (רויט) חשוב ווי מיין בלוט.
נאר ס'האלט נאך (ב"ה?) נישט ביי דעם. די גויים די רוצחים און שונאי ישראל האבן פיינט אלע אידן אייניג.
הוי, ווען אונזערע פארנער'טע ברידערס זאללן דאס וועלן פארשטיין...!
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
שפילער #
די ערנסטע וואס ווילן, זענען זיי דא צו ראטעווען יודן?
איך גלייב נישט זיי ווילן ראטעווען אידן, זיי זענען אזוי פארפיינטעט ביי די אידישע געמיינדע אז זיי דארפן זיין צודרייט זיך שמוציג מאכן פאר די אידן'ס וועגן, זיי ווילן לכאורה ראטעווען נטורי קרתא'ניקעס,
וואס איך פארשטייט אבער נישט איז, נטורי קרתא איז דאך אזא קליינע קאמיוניטי, וואס זענען די טשאנסן אז פאר איינער פון זיי זאל עפעס געשעהן, און בכלל די אראבער ווילן זיי דאך סייווי נישט טשעפענען... אפשר האבן זיי גאר מורא פון די אידן?
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
איך מיין אז די מאמענט גייט האבן אן אינטערוויו מיט זיי איך בין שטארק נייגעריג וואס זיי ווילן פונקטליך
Re: הר״ר ישראל דוד ווייס שליט״א
berlbalaguleh #
צי האט זיך שוין געטראפן (אפילו) איין וועלטס פיהרער אדער הוגה דיעות וואס זאל ארויסקומען און זאגן אפן (נאר איבערזאגן) וואס די נטורי קרתא און נטרונא האלטן אין איין שרייען אז אידן זענען נישט קיין ציונים. און רעליגיעזע אידן האבן גארנישט קיין שום שייכות מיט די ענטיטי וואס הייסט מדינת ישראל. און מ'דארף דאס נעמען אין באטראכט (לשיטתם) אין די באציאונגען צווישן די פאלעסטינער און פאן אראבישע געא פאליטיק און די אלוועלטליכע אידישע באפעלקערונג. אונז (די נישט אידישע) וועלט פיהרער הערן מיר די שטענדיגע אויסרופן און דעקלאראציעס פון די אידישע רעפרעזענטאטיווס, נטרונא און נטורי קרתא. אלס א קאנסעקווענץ דארפן מיר אפן און אפיציעל דערקלערן אז די אלע נעגאטיווע לעיבלס און סאנקציעס מיינען גארנישט די אידן. נאר די פאליטישע ציונים.
ביז היינט (און מארגן און איבער מארגן) האט מען נישט געהערט א סטעיטמענט און דעקלאראציע פון דעם סארט. ביי די גוי'אישע וועלט זענען ציונים און אידן איינס און די זעלבע. אדרבה. אויב איינער קען ברענגען א פארלעסליכן מקור פון אזא דעקלאראציע, ווער איך און נאך א פאר מיליאן אידן אנהענגערס און שטיצערס פון נטרונא און (להבדיל) נטורי קרתא.
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
דער אכזר וואס רייסט גלייכגילטיג אראפ צעטלאך פון משכונות פיעלט זיך זייער גוט מיט די נטרונא/נטורי קרתא טאלקינג פוינט
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
berlbalaguleh #
עמרם: ייש"כ. זייער א קיוט קאפל, קע"ה. דאס איז זיין באבע, אדער זיין מאמע? איך האלט אז ער זאל זיך אויך קויפן (אדער באקומען אלס מתנה) דעם טערקישן קאפל _(מיט אדער אן א בענדל) אין דעם רויטן קאליר. ער זאלל אויסטון דעם פלאטשיג'ס. דאן וועט ער זיין א פולשטענדיגער "אימאם". מענטשן האבן א טעות. זיי מיינען אז ער איז א סאטמאר'ער חסיד. הס מלהזכיר.
דאס איז איינע פון די 72...
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
יוליש קרויס ״קיבלנו מר׳ יוסף חיים זוננפלד לא לילך עם הגויים״
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
נאנאך: ייש"כ. ער (יואליש קרויס) איז אן אמת'ער קנאי און איש נטורי קרתא. ער האט זיך זיינע פרינציפן, און ער האלט זיך צו דעם. אויך קען ער גוט דעם מצב אין ארץ ישראל און אין ירושלים, ער איז א נארמאלער מענטש, ער איז אויך אקעגן די אלע פאררוקטע שטיק פון די בהמות ווי ישראל דויד וסייעתו. ער פארציילט א מורא'דגע מעשה אז דער מופטי פון ירושלים איז געקומען צו הרב זוננפלד זצ"ל און איהם געזאגט אז זיי (הרב זוננפלד און להבדיל די אראבערס) זאלן קעמפן צוזאמען אקעגן די ציונים, האט איהם רי"ח געשיקט צו אלדע רוחות.
אויך האט ער געגעבן א פונקטליכן הסבר איבער די הפגנות וואס די טשאלמערס האבן אנגעפיהרט אקעגן די "רכבת הקלה", נישט אזוי ווי דער דעמאגאג "הרב" ח.ש. בערגער וואס האט דאס בארעכטיגט אן פארשטיין פארוואס זיי מאכן די הפגנות.
ער (יואליש קרויס) דארף זיי, די בהמות און רשעים, רופן צו א דין תורה אז זיי טארן נישט ניצן דעם נאמען נטורי קרתא.
ער רעדט אייביג צו חילונים, ער גייט קיינמאל נישט צוזאמען מיט די אראבערס.
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
עטליכע שטריכן איבער יואליש קרויס:
זיין שטוב איז אפן לכל דכפין, פרומע, פרייע, נארמאלע מענטשען און חסרי דעת זענען אויך וועלקאם.
ער האט א פראבלעם מיט די מדינה, וואס ער איז מסביר פאר יעדע וואס וויל הערן, ער האט נישט קיין פראבלעם מיט יודן. (איינער וואס האלט אנדערש פון עם איז נאכנישט קיין גוי...).
די פרייע עולם האט אים שטארק ליב און האבן א שטארקע הערצה צו עם, ער איז כסדר אויף די איזראעלי טעלעוויזשן.
ווען ער איז געגאנגען זיצן צוליב דעם וואס מען האט עם באשילדיגט אז זיין בית השחיטה אין מאה שערים האט נישט געצאלט קיין שטייערן האבן די פרייע צאמגענומען פאר אים געלט אז זיין משפחה זאל האבן פון וואו צו לעבן.
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
דער קרויס וכת דלי' זענען אלע היפעקריטס. זיי וואוינען אין ארץ ישראל און באנוצען זיך זייער גוט מיט די [וועליכע זיי רופען] ציונים. זיי נוצען די פאסט אפיס? זיי נוצען זייער געלט מיט זייער בענק. און די בענק איז באווכט דורך זייער פאליציי. אויב ח"ו זיי דארפען די פייער לעשער, וועמען גייען זיי רופען? דער מקוה איד? ווען זיי גייען למשל צו מירון צפת טברי' קבר רחל, מערת המכפילה וכו' אויב די ארמיי אדער פאליציי וואלטען נישט דארט געווען מיט זייער געווער וואלטען זיי זיכער נישט געגאנגען. איז ער און צוזאמען מיט דיר רשעי קרתא די גרעסטע ציונים. זיי זענען נאר דארט ווייל די ציונים היטען אויף זיי
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
דער שו"ת שמועס מיט יואליש איז פאסינעטינג. כאטשיק מאכן ער פרנסה פון זיין יוניקנעס.
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
פאלאצ'ינטא #
דער קרויס וכת דלי' זענען אלע היפעקריטס. זיי וואוינען אין ארץ ישראל און באנוצען זיך זייער גוט מיט די [וועליכע זיי רופען] ציונים. זיי נוצען די פאסט אפיס? זיי נוצען זייער געלט מיט זייער בענק. און די בענק איז באווכט דורך זייער פאליציי. אויב ח"ו זיי דארפען די פייער לעשער, וועמען גייען זיי רופען? דער מקוה איד? ווען זיי גייען למשל צו מירון צפת טברי' קבר רחל, מערת המכפילה וכו' אויב די ארמיי אדער פאליציי וואלטען נישט דארט געווען מיט זייער געווער וואלטען זיי זיכער נישט געגאנגען. איז ער און צוזאמען מיט דיר רשעי קרתא די גרעסטע ציונים. זיי זענען נאר דארט ווייל די ציונים היטען אויף זיי
דערפאר גייט מען נישט אין סאטמאר צום כותל קבר רחל וכו'!
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
אין אלט שטאט גייט ער אויך נישט? ווען נישט די משטרה דארט וואלט ער געקענט שפאצירן דארט?
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
חובב ציון: איך ווייס נישט וואו ער גייט יא אדער נישט. נאר ער נעמט נישט קיין איין שקל פון די רעגירונג. ער נעמט נישט קיין ביטוח לאומי. (וואס וואלט אויסגעמאכט א שיינעם סכום א יעדן חודש פאר אזא משפחה ווי ער האט). ער איז נישט איינגעשריבן אין קיין שום קופת חולים פון די רעגירונג. ער צאלט אלעס פון זיין אייגענע טאש.
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
סוף טוב הכל טוב #
פאלאצ'ינטא #
דער קרויס וכת דלי' זענען אלע היפעקריטס. זיי וואוינען אין ארץ ישראל און באנוצען זיך זייער גוט מיט די [וועליכע זיי רופען] ציונים. זיי נוצען די פאסט אפיס? זיי נוצען זייער געלט מיט זייער בענק. און די בענק איז באווכט דורך זייער פאליציי. אויב ח"ו זיי דארפען די פייער לעשער, וועמען גייען זיי רופען? דער מקוה איד? ווען זיי גייען למשל צו מירון צפת טברי' קבר רחל, מערת המכפילה וכו' אויב די ארמיי אדער פאליציי וואלטען נישט דארט געווען מיט זייער געווער וואלטען זיי זיכער נישט געגאנגען. איז ער און צוזאמען מיט דיר רשעי קרתא די גרעסטע ציונים. זיי זענען נאר דארט ווייל די ציונים היטען אויף זיי
דערפאר גייט מען נישט אין סאטמאר צום כותל קבר רחל וכו'!
און וואס איז מיט מירון צפת טברי' אדער סיי וועליכע פלאץ.
אויך זייער אינטעריסאנט אז וואס מער ער האלט זיך פאר א קנאי האט ער א בעסערען עברית.
דער קרויס באטשי גיבט נאך אינטערוויוס אויף "זייער" טעלעוויזיע
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
יואליש קרויס האט זיך שוין געטראפן עטליכע מאל מיטן כופר בעיקר אייזיק הערצאג און אים אויפגענומען.
די רב הרשע לאו איז געקומען אים מנחם אבל זיין.
ס'מיינט גארנישט ביי די יראי השם וואס מאכן זיך נישט צוטוהן פון אים ווייל מען האלט אים פאר א תמימות'דיגע נער.
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
אס-טראל-אג: איינער וואס קען זיך נישט אויס אין די קליינע פינטלעך און דער גאנצער לימוד (לימיט) זכות אויף איהם איז אז ער איז (נעבעך) א תינוק שנשבה. ער זאל נישט רעדן און אנרופן א צווייטן איד "רשע".
ווען דו האסט נאך געגעסן חזיר סענדוויטשעס האט ער שוין געהארעוועט אויף ש"ס ופוסקים.
שוין. דו האסט געטון א טובה פאר'ן אייבישטן און דו פארסט שוין נישט אום שבת מיט קיין קאר. נאר האלט זיך נישט אזוי גרויס. יואליש קרויס איז דער איינציגסטער (דערווייל) נארמאלער מענטש וואס רופט זיך נטורי קרתא. עטץ מיט ענקער גאנצע באנדע בהמ*ת זענטץ דאך די מחריבי קרתא.
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
ביז היינט איז דער לץ אלץ געגאנגען ביים טיטל "ראביי", דאס האב איך נאך פארשטאנען ווייל טעכניש קען יעדער וואס האט געלערנט אין ישיבה זיך פאררופן אלץ ראביי. יעצט אבער איז ער מיר שוין א גאנצער "רעליגיעזע פירער" געווארן, א מין לצנות דאס, וועמען פונקטליך איז ער מנהיג? ניטאמאל זיך אליין קען ער מנהיג זיין.
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
סוף טוב הכל טוב #
פאלאצ'ינטא #
דער קרויס וכת דלי' זענען אלע היפעקריטס. זיי וואוינען אין ארץ ישראל און באנוצען זיך זייער גוט מיט די [וועליכע זיי רופען] ציונים. זיי נוצען די פאסט אפיס? זיי נוצען זייער געלט מיט זייער בענק. און די בענק איז באווכט דורך זייער פאליציי. אויב ח"ו זיי דארפען די פייער לעשער, וועמען גייען זיי רופען? דער מקוה איד? ווען זיי גייען למשל צו מירון צפת טברי' קבר רחל, מערת המכפילה וכו' אויב די ארמיי אדער פאליציי וואלטען נישט דארט געווען מיט זייער געווער וואלטען זיי זיכער נישט געגאנגען. איז ער און צוזאמען מיט דיר רשעי קרתא די גרעסטע ציונים. זיי זענען נאר דארט ווייל די ציונים היטען אויף זיי
דערפאר גייט מען נישט אין סאטמאר צום כותל קבר רחל וכו'!
א וואוילער איד אין וויליאמסבורג האט אמאל געזאגט אז דער וואס האט געבויעט דעם "כותל" און קבר רחל וועט נישט ארויסגיין פון גהינם. ווייל ער האט מצער געווען דעם רבי'ן.

געהערט, אז אין סאטמאר טראגט מען נישט מיט די עירוב צוליב דעם (שלמה המלך תיקון עירובין)
(למען האמת, די היינטיגע כותל האט הורדוס געבויעט, און ער וועט לכאורה טאקע נישט ארויס גיין פון גהינם)
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
עמרם #

יבמות מה ע"ב תוד"ה כיון אז הורדוס האט תשובה געטוהן
(אפי' ווען נישט ווייס צו ער וואלט נישט ארויס פון גיהנם אין פאל עס איז דא אזא מושג "נישט ארויסגיין פון גיהנם")
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
נפה #

טעיתי
כהאב נישט געהאט געזען די תוס'
Re: Re:
דערהויבענע איד #
בְּתוֹךְ עַמִּי #
ר׳ בערל: איך האב נישט מברר געווען, כ׳בין בכלל נישט באהאווענט אין דעם ענין. כ׳ווייס אבער יא אז די אידן האבן א שיטה, א מהלך און געבן זיך אוועק פאר דעם צוועק און ׳דאס׳ איז א חשיבות. א מענטש וואס איז זיך מוסר נפש פאר עפעס וואס [ער האלט אז ס׳]איז ריכטיג, איז עפעס ארויפצוקוקן דערויף (עכ״פ ווי לאנג דו ווייסט נישט בבירור אז ס׳נישט ריכטיג).
איך קען פון דער נאנט א באמת חשוב׳ע, קלוגע און ערליכע איד וואס איז אן אנהענגער פון די ׳נטורי קרתא׳, ווי אויך ווייס איך פון אנדערע ערליכע אידן וואס שטיצן דאס, דעריבער שפיר איך א פליכט אויסצודריקן מיין מחאה אויף דאס מבייש זיין וואוילע אידן על לא עוול בכפם.
צוויי פונקטן צו דיינע צוויי פונקטן:
מענטשן וואס געבן זיך אוועק פאר זייער'ס א 'שיטה' זענען חשוב, כ'הער. וואס איז מיט אלע שיטות הקדושות, לדוגמת אייסיס, נאציס, זשיהאדיסטן?
שפעטער זאגסטו אליינס אז דו ביסט אלאירט מיט נ''ק שטוצער באיזה אופן, איז קום נישט מיט אזא בלעכענע נאן בייעסד וואוילע סטעיטמענט אז דו קוקסט ארויף אויף מענטשן וואס גייען נאך זייער שיטה, און דו קומסט מוחה זיין אויף אפאר וואוילע אידן פון נ''ק, זאג לכתחילה אז דו וואלידירסט נ''ק, און זיי זענען נישט אזוי געפערליך ווי מען מאכט זיי.
מ'דארף נישט גיין ביז אייסיס. וואס זאגט
@בְּתוֹךְ עַמִּי צו די מתנחלים וועלכע גיבן זיך אוועק זייער גאנץ לעבן פאר ארץ ישראל השלימה. איז דאס אויך א חשיבות?