Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
אייניקעל #ווער איז דאס? ער איז דאך צוקער זיסאויב עפעס קען ווערן אנגערופן הסברה איז עס דאס:
https://youtu.be/cE3sLrcQx48?si=WXD-AtzvqjFC0myi
אייניקעל #ווער איז דאס? ער איז דאך צוקער זיסאויב עפעס קען ווערן אנגערופן הסברה איז עס דאס:
https://youtu.be/cE3sLrcQx48?si=WXD-AtzvqjFC0myi
בְּתוֹךְ עַמִּי #פ"וו האט ער מורא געהאט? ווייל עס איז נישט ריכטיג אדער ווייל ער וועט פארלירן די השפעה אין די אידישע גאס?berlbalaguleh #אי משום הא, קעמען מחלק זיין און זאגן: הא קודם ׳ניין-אילעווען׳, והא לאחר ׳ניין-אילעווען׳ וואס היינט וועט קיינעם נישט היינט בייפאלן אינעם וויסטן חלום, אפילו בטעות, אז עמיצער שטיצט די רוצחים....נאר כדי מ'זאלל נישט זאגן (בטעות) אז ער איז אויף איין דעה (להבדיל) מיט די אראבישע רוצחים.
סקעפטיקער #די בדחן מיילעך לאנדא פון לאנדאן. קומט אפט ארויך אויף קול מבשראייניקעל #ווער איז דאס? ער איז דאך צוקער זיסאויב עפעס קען ווערן אנגערופן הסברה איז עס דאס:
https://youtu.be/cE3sLrcQx48?si=WXD-AtzvqjFC0myi
דערהויבענע איד #אויף הרה"צ ר' ירחמיאל דאמב און אויף הרה"ק ר' משה הירש האט מען אויך געזאגט אז זיי זענען געווען גרויסע בעלי הכנסת אורחים. נאר ווער דארף זייער הכנסת אורחים?! איך וואלט ענדערש געגעסן א קאלד קאט סענדוויטש פאר א שבת'דיגע סעודה אין א בעיסמענט פון א ביהמ"ד ווי איידער נהנה זיין פון זיי.אסטראלאג #קום אריין מיט די חסדים און הכנסת אורחים און זיין תורה.ברוך שפינוזה #ער איז אויפגעוואקסן ביי מאדערנע רעליגיעזע עלטערן, טאטע א תלמיד פון מנחת אלעזר ממונקאטש זי"ע וואס פון דארט שטאמען זיי.אסטראלאגאז דו קענסט איהם יא אפשר קומסטו אריין מיט נאך איינצעלהייטן איבער דעם חשוב'ן איד? ווער איז זיין רבי אין קידוש השם? אין וועלכע קהילה דרייט ער זיך? אין וועלכע מוסודות שיקט ער זיינע קינדער? זענען זיינע קינדער אויך פון די מקדשי שמים אדער שעהמען זיי זיך מיט איהם? א.א.וו.כ'בין מוחה בכל התוקף אויף די בזיון כבוד התורה.
הגה"צ רבי ישראל דוד ווייס שליט"א איז א איד א תלמיד חכם, לערנט א גאנצן טאג, עוסק אין הכנסת אורחים, חסד, און די אנדערע צייט מקדש שם שמים קעגן די ציוניסטישע קליפה.
איך בין מקנה זיין עולם הבא.
ער האט אויפגעשטעלט א חשובע משפחה און גוטע קינדער.
וואס האט ער שוין געטון פאר צוויטען איד? מ'קען איינשטיין ביי אים? מיט וועמען לערנט ער בחברותא? ווי קען מען הערן זיינע שיעורים?
אסטראלאג #ווייל טאקע דאס איז געווען זיין רויטע ליניע... אלעס ביז אהין האט ער געשטיצט, אבער ווען עס ווערט מער obvious דאן שטעלט ער זיך אפ. ווי כאילו די אנדערע פעולות זענען נישט גורמים צו רציחות פון אידן. דאס ריפט מען hypocrisy - שטיצען נאר בעקיפין, ווילאנג עס איז נישט צו אפן.סוף טוב הכל טוב #סאטמארער רבי זי"ע איז בכלל נישט געווען קעגן נטורי קרתא. דאס איז א אלטע ליגנט.וואס איז געווען די הויפט טענה פון דעם סאטמאר רבי'ן זצ"ל קעגן נטו"ק?
כ'מיין וואס האבן זיי נישט גוט געטוהן?
אידאס געווען פשוט ווייל זיי פארפיינטעווען די "שיטה הקדושה" אין די אויגן פון די גאס? אבער בעצם איז ער אליינס אויך געוען איינשטימיק מיט זיי, אדער איז באמת געוואן אן אידעאלאגישע מחלוקת?
ער האט קיינמאל נישט גערעדט קעגן נטורי קרתא, קיינמאל. נאר פארקערט, ער פלעגט שטארק שטיצן.
בנוגע יענע תורה וואו ער דערמאנט נטורי קרתא, זיי מדייק אין די ווערטער, און פרעג די עלטערע סאטמארע חסידים. (בקיצור, דעמאלטס איז געווען אין ירושלים געהאנגען דורך איינעם, צעטלעך אין אראביש וואס האט גערופן פאר די אראבער זאלן אריינקומען, און הארגענען די ציונים. און אויף דעם האט זיך די רבי זי"ע באצויגן פאר די וואס קומען מיט די לבוש פון נטורי קרתא.
אג"ב די רבי זי"ע פלעגט אסאך איבערזאגן שטיקלעך פון החומה - די הויפט נטורי קרתא אויסגאבע.
berlbalaguleh #ברוך שפינוזה #אני הקטן בין אויפגעוואקסן מיט די סאטמארע השקפה און איך פלעג אויך שטארק ליעבן די נטורי קרתא/נטרונא מיט די אלע צולייגערס, און ווען מיין טאטע פלעגט מיך פארציילן ווי דער רבי זי"ע האט נישט געהאלטן פון די נטורי קרתא האט עס מיך געבאדערט. איך געדענק אין ישיבה ווען אימער די נושא פון נטורי קרתא איז ארויפגעקומען האט מען געדארפט צוקומען צו גאנצעטע פילפולים פארוואס דער רבי האט נישט געהאלטן פון זיי, מ'האט געטראפן דקות'דיגע חילוקים צווישן (די היינטיגע) סאטמאר און די נטורי קרתא און מיט דעם האט מען מסביר געוועהן דעם רבי'נס התנגדות, ס'נישט געוועהן קיין דבר המובן מאליו.
ברוך שפינוזה: איך בין מחולק מיט דיר. ווייל ווער ס'האט געקענט דעם רבי'ן און זיין שיטה, אריינגערעכנט זיין שטארקע התגדות צו ציונות, האט גלייך פארשטאנען פארוואס דער רבי זי"ע האט נישט געהאלטן פון די נטורי קרתא. זיין התנגדות איז נישט געקומען פון א האלבן פראצענט סימפאטיע אדער עמפאטיע מיט די אראבערס. ער האט ארויסגעזאגט זיין מיינונג און השקפה פון א ריין תורה'דיגן פערספעקטיוו. משא"כ די נטורי קרתא (אפילו אין די אלטע, גוטע צייטן) האבן אייביג אויסגעדרוקט "רחמנות" אויף די "אומשולדיגע" פאלעסטינער.
ס'איז געווען מער ווי איינמאל ווען דער רבי האט געהייסן מ'זאל מאכן א פראטעסט ביי די איזראעלי עמבאסי אין מאנהעטן. ווען ער האט געהערט אז די אראבערס גייען אויך דארט זיין האט ער אפגערופן דעם פראטעסט, נאר כדי מ'זאל נישט זאגן (בטעות) אז ער איז אויף איין דעה (להבדיל) מיט די אראבישע רוצחים.
אויך, די נטורי קרתא האבן נישט געהאט איין גדול בתורה וואס איז געשטאנען מיט זיי בדעה אחת. א פאר פאררוקטע אידעלעך (מיסגיידעד) אין לאנדאן און אין ארץ ישראל.
אסטראלאג #איטשע מאיר ימ….איטשע מאיר #דעם סאטמאר רב׳ס תורה דארף מען געווענדליך לערנען שטייט, און מיט אביסל הסבר, מיט א פירוש ארטסקרול כאילו. ווייל ערט גערעד ווי א געני זייער שנעל, און זיך נישט מסביר געווען.
די באקאנטע תורה קעגן די נטורי קרתא באנדע, האט אויך צו זיך זייער אסאך וואס מעדארף אפלערנען בתוך הדברים.
דארט אין די תורה זאגט ער: אז פונקט ווי דער שטן האט געברענגט א מזרחי צו פארדרייען אידן מיט פאלטשע שיטות, און דערנאך אן אגודה. האט דער שטן געזוכט ווי ער קען נאכמער פארדרייען דעם קאפ פון צו טראכטן גלייך, מיט קרומע צולאזטע שיטות. האט ער געברענגט די נטורי קרתא, וואס זענען גאר פארשלייערט אין א פרומען מאנטל. ער לייגט זיי קלאר צוזאמען מיט די מזרחי…. גארנישט ווייניגער!!!
ער האט זיי געהאַסט, און זיך ניטאמאל געלאזט באפאסן מיט זיי בכלל ולגמרי. ער זאגט מערעד נישט מיט מענטשן וואס מעהאט נישט וואס צו טון (די סארט מענטשן וואס מערעד צו די וואנט..) זיינע ווערטער זענען קריספי קלאר, כזעה נישט וואס איז דא צו ליגענט זאגן אין זיינע קלארע רייד?!
צום סוף פון זיינע דברות קודש קוקט אפילו אויס אז ער שליסט זיי (די נטורי קרתא) בכלל אויס מזרע ישראל!! מיטן פסוק ״נדברו יראי ה׳ איש אל רעהו״ מזאל זיך האלטן נאר צווישן אידן…
@איטשע מאיר לוין ימ"ש:
די ווערטער וואס דו ברענגסט הייבט זיך בכלל נישט אן.
דו האסט אויסגעשניטן אפאר ווערטער פון רביה"ק זי"ע און פראדאצירט א אייגענע תורה... דאס איז פונקט אין די פיס טריט פון דיין זיידן.
berlbalaguleh #וואס פרעגסטו דא אפ?דערהויבענע איד #אויף הרה"צ ר' ירחמיאל דאמב און אויף הרה"ק ר' משה הירש האט מען אויך געזאגט אז זיי זענען געווען גרויסע בעלי הכנסת אורחים. נאר ווער דארף זייער הכנסת אורחים?! איך וואלט ענדערש געגעסן א קאלד קאט סענדוויטש פאר א שבת'דיגע סעודה אין א בעיסמענט פון א ביהמ"ד ווי איידער נהנה זיין פון זיי.אסטראלאג #קום אריין מיט די חסדים און הכנסת אורחים און זיין תורה.ברוך שפינוזה #ער איז אויפגעוואקסן ביי מאדערנע רעליגיעזע עלטערן, טאטע א תלמיד פון מנחת אלעזר ממונקאטש זי"ע וואס פון דארט שטאמען זיי.אז דו קענסט איהם יא אפשר קומסטו אריין מיט נאך איינצעלהייטן איבער דעם חשוב'ן איד? ווער איז זיין רבי אין קידוש השם? אין וועלכע קהילה דרייט ער זיך? אין וועלכע מוסודות שיקט ער זיינע קינדער? זענען זיינע קינדער אויך פון די מקדשי שמים אדער שעהמען זיי זיך מיט איהם? א.א.וו.
ער האט אויפגעשטעלט א חשובע משפחה און גוטע קינדער.
וואס האט ער שוין געטון פאר צוויטען איד? מ'קען איינשטיין ביי אים? מיט וועמען לערנט ער בחברותא? ווי קען מען הערן זיינע שיעורים?
אסטראלאג #סיז קלאר אז דער @אסטראלאג איז פון די כת אנטי כלל ישראל השפלים!!איטשע מאיר #דעם סאטמאר רב׳ס תורה דארף מען געווענדליך לערנען שטייט, און מיט אביסל הסבר, מיט א פירוש ארטסקרול כאילו. ווייל ערט גערעד ווי א געני זייער שנעל, און זיך נישט מסביר געווען.
די באקאנטע תורה קעגן די נטורי קרתא באנדע, האט אויך צו זיך זייער אסאך וואס מעדארף אפלערנען בתוך הדברים.
דארט אין די תורה זאגט ער: אז פונקט ווי דער שטן האט געברענגט א מזרחי צו פארדרייען אידן מיט פאלטשע שיטות, און דערנאך אן אגודה. האט דער שטן געזוכט ווי ער קען נאכמער פארדרייען דעם קאפ פון צו טראכטן גלייך, מיט קרומע צולאזטע שיטות. האט ער געברענגט די נטורי קרתא, וואס זענען גאר פארשלייערט אין א פרומען מאנטל. ער לייגט זיי קלאר צוזאמען מיט די מזרחי…. גארנישט ווייניגער!!!
ער האט זיי געהאַסט, און זיך ניטאמאל געלאזט באפאסן מיט זיי בכלל ולגמרי. ער זאגט מערעד נישט מיט מענטשן וואס מעהאט נישט וואס צו טון (די סארט מענטשן וואס מערעד צו די וואנט..) זיינע ווערטער זענען קריספי קלאר, כזעה נישט וואס איז דא צו ליגענט זאגן אין זיינע קלארע רייד?!
צום סוף פון זיינע דברות קודש קוקט אפילו אויס אז ער שליסט זיי (די נטורי קרתא) בכלל אויס מזרע ישראל!! מיטן פסוק ״נדברו יראי ה׳ איש אל רעהו״ מזאל זיך האלטן נאר צווישן אידן…
@איטשע מאיר לוין ימ"ש:
די ווערטער וואס דו ברענגסט הייבט זיך בכלל נישט אן.
דו האסט אויסגעשניטן אפאר ווערטער פון רביה"ק זי"ע און פראדאצירט א אייגענע תורה... דאס איז פונקט אין די פיס טריט פון דיין זיידן.
איטשע מאיר #דער @איטשע מאיר גולגל איז מגיה דעם רבינ'ס תורות...!נו זאגט דאך שוין דער סאטמאר רב דא אין דעם אויסשניט
אז ניטאמאל זאל מען פירן וויכוחים מיט די כת
מ'זעמיר פארנט פון אונזערע אויגן אז זיינע קלוגע רייד זענען אמת ויציב!
אסטראלאג #קענסט מיר מסביר זיין וואס דו זוכסט אין קאווע שטיבל?
דער אויבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט זוכה זיין צו תשובה שלימה און גערייניגט ווערן פון די מינות ואפיקורסוס מיט וואס ביסט אנגעשטעקט 🙌
סקעפטיקער #
לעצם הענין (נישט אז עס איז דא מיט וועם צו רעדן) ער האט טאקע נישט געמיינט ר' עמרם בלוי און ר' אהרן קאצענעלנבויגן, אבער אונזערע היינטיגע לאקאלע נטורי קרתא טוען די זעלביגע ווי די קעגן וועם סאטמאר רב האט גערעדט 💩
סקעפטיקער #לעצם הענין (נישט אז עס איז דא מיט וועם צו רעדן) ער האט טאקע נישט געמיינט ר' עמרם בלוי און ר' אהרן קאצינעלנבויגן, אבער אונזערע היינטיגע לאקאלע נטורי קרתא טוען די זעלביגע ווי די קעגן וועם סאטמאר רב האט גערעדט
לאשיצער #אז מ'קען נישט איבערצייגן קיין סך אנדערע אידן אנצונעמען א געוויסע השקפה אין אידישקייט, מעג מען דען גיין פארקויפן און פריידיגן די השקפה ביי אנדערע פעלקער? וועמען וויל ישראל דוד ווייס איבערצייגן אז זיין פארשטאנד פון דער תורה איז ריכטיג?
סוף טוב הכל טוב #בְּתוֹךְ עַמִּי #berlbalaguleh #נאר כדי מ'זאל נישט זאגן (בטעות) אז ער איז אויף איין דעה (להבדיל) מיט די אראבישע רוצחים.
אי משום הא, קעמען מחלק זיין און זאגן: הא קודם 'ניין-אילעווען', והא לאחר 'ניין-אילעווען', וואס היינט וועט קיינעם נישט היינט בייפאלן אינעם וויסטן חלום, אפילו בטעות, אז עמיצער שטיצט די רוצחים....
פ"וו האט ער מורא געהאט? ווייל עס איז נישט ריכטיג אדער ווייל ער וועט פארלירן די השפעה אין די אידישע גאס?
אסטראלאג #אגב, דער רבי זי"ע פלעגט אסאך איבערזאגן שטיקלעך פון החומה - די הויפט נטורי קרתא אויסגאבע.
(בלויז א וואך דערויף, הערט מען ווי ער זאגט נאך פון החומה)
אין פאקט זעט מען אז די רבי האט ניטאמאל א ווארט געקרומט קעגן נטורי קרתא, נאר פארדאמט די וועלכע האבן געטוהן די אויבערדערמאנט פארברעך אנגעבליך אז זיי זענען נטורי קרתא...
דער אויבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט זוכה זיין צו תשובה שלימה און גערייניגט ווערן פון די מינות ואפיקורסות מיט וואס ביסט אנגעשטעקט 🙌
אמאהלגעקעננט #זייט קלאר אז דער פאלעסטינער (איך שטרייך דווקא אויס "אראבער" ווייל רוב פון די אראבער גייט זייער ווייניג אן זייערע ברודער אין פאלעסטיין!) גייט גאנץ קנאפ אן אז ס'איז דא דריי מענטשן, געקליידעט אזוי ווי חסידישע אידן, און שאלן דעטה טו איזראעיל…איך װײס אז איך גײ אױפרעגן דעם עולם, אבער דער פאקט איז אז מ'לײנט אדורך די comment section פון די YouTube פון פעלדמאן און אנדערע נטורי קרתא spokesmen און מ'זעט װי די אלע מוסלמענער װערן אזױ בארואיגט און װילן אים האָגן, זענען העפי אז גלױביגע אידן האלטן אזױ וכו’, איז װי אסור לכתחילה װאס זײ טוען און װי משוגע עס זאל נישט זײן, אבער מ'זעט ס'שטילט אײן דא דארט דעם אראבישן כעס. מאן ײמר אז זײ האבן נישט בעקיפין אפגעהאלטן װער װײסט װאס רח”ל.
פונדאַמענטאַל #עקזעקטלי. מ'טענה'ט זיך דא ארום כאילו סאטמער רב - רבינו הקדוש אויף אייוועלט - האט געהאט א באזעסענע שיטה, שפעטער קען מען רעדן צו ער האט יא געהאלטן פון נטורא חרתא.אסטראלאג #אזוי צו אזוי איז וויכטיג אנצומערקן, אז די עצם דעבאטע איבער דקות'דיגע חילוקים פון דרגות אין שטיצע פאר שונאי ישראל, ווייזט שוין אויף די טיפע אומריכטיגקייט פון די אידיאלאגיע ביסודו. וד''ל.סוף טוב הכל טוב #וואס איז געווען די הויפט טענה פון דעם סאטמאר רבי'ן זצ"ל קעגן נטו"ק?
נאך א נקודה. בשעת וואס ביי געוויסע איז די איינציגע פאקטאר וואס איז נוגע דאס וואס א געוויסע מענטשן האט יא אדער נישט געהאלטן. זענען דא אזעלכע וואס געבן נישט קיין דאמן. און עס מאכט ביי זיי בכלל נישט אויס זיין מיינונג ווען כללות עם ישראל איז אויפן וואגשאל.
איטשע מאיר #זייט קלאר אז דער פאלעסטינער (איך שטרייך דווקא אויס "אראבער" ווייל רוב פון די אראבער גייט זייער ווייניג אן זייערע ברודער אין פאלעסטיין!) גייט גאנץ קנאפ אן אז ס'איז דא דריי מענטשן, געקליידעט אזוי ווי חסידישע אידן, און שאלן דעטה טו איזראעיל…
זיי ווילן זען יעדן איד עלימינירט היל"ת, וואס ער האלט נאר.
זיי, די שוחטים רוצחים בצורת חיות, האבן קיין חילוקים נישט געמאכט דעם שמחת תורה מיט די וואס פלעגן זיך אננעמען פאר זיי, און אויסגע'רצח'ט דווקא די סארט וואס פלעגן בעטן פאר זייער פרידן, און שלום.
דערהויבענע איד #עקזעקטלי. מ'טענה'ט זיך דא ארום כאילו סאטמער רב - רבינו הקדוש אויף אייוועלט - האט געהאט א באזעסענע שיטה, שפעטער קען מען רעדן צו ער האט יא געהאלטן פון נטורא חרתא.
קודם זיי מיר מסביר די ימח שמו אויף הרב קוק, און קום מיר נישט מיט קיין תירוצים, האסט עס נישט געהערט אויף קיין שום גדול זאל אזוי שעלטן, זיי מיר מסביר ווי נאך די ששת ימים מלחמה האט ער געזאגט אז ס'איז ניסים פון סטרא אחרא, זיי מיר מסביר די שטות פון רעדן עברית איז אזוי ווי זיך 100 מאל ביקן צו א צלם.
ווען אלע קללות מיט שגיונות וועט זיין פארענטפערט, העמיר הערן צו די רבינו הקדוש האט געהאלטן פון נטורי חרתא.
איטשע מאיר #רב קוק האט אויך געזאגט סטעיטמנטס, וואס נישט אלעס איז וויכטיג אנצונעמען, דארט טוט מען די זעלבע, תוכו אכל.
איך גלייב אז מסתם קענסטו נישט רב קוק׳ס פילזופיה און זיין תורה. ביסט נאר אייסן צו פארשוועכן דעם סאטמארן.
און בכלל איך מיט דו מיט אונזער קליינעם פארשטאנד, זעמיר בכלל נישט אויפן זעלבן ראוד פון ביידע פון די צוויי גדולי ישראל. אז מען זאל זיך קענען ווארפן מיט ביליגע שאנדפולע אויסדריקן אויף סיי וועם פון זיי און כאילו עס איז נישט מאסגעבענד דער דעה פון איינע פון די.
איטשע מאיר #אזוי זאגסטו מיט דיין קליינעם פארשטאנד...און בכלל איך מיט דו מיט אונזער קליינעם פארשטאנד, זעמיר בכלל נישט אויפן זעלבן ראוד פון ביידע פון די צוויי גדולי ישראל. אז מען זאל זיך קענען ווארפן מיט ביליגע שאנדפולע אויסדריקן אויף סיי וועם פון זיי און כאילו עס איז נישט מאסגעבענד דער דעה פון איינע פון די.
לאשיצער #טאקע פארדעים ווייל פאר די אידן האט ער גארנישט צו פארקויפן. קיין שום (נארמאלע) אידישע קהילה וויל איהם אפילו נישט אויסהערן גייט ער צו די גויים. אזוי ווי שאול פו תרשיש, ווען ער האט געזעהן אז פאר די אידן האט ער גארנישט צו פארקויפן (פון יאשקע'ס תורות) איז ער געגאנגען פרעדיגן צו די (גריכישע און ראמאנ'ער גויים. די שאלה איז צו וועלכע גויים? די עכטע,פארביסענע נאציס האבן איהם און זיין גרופ פונקט אזוי פיינט ווי זיי האבן פיינט אנדערע (נארמאלע) אידן. און די מער געסעטלטע גויים לאכן זיך אויס פון איהם אלס פשוט'ער משוגע'נער. ס'איז נישט סתם דאמירן בעלמא.. איך האב אמאל "אריינגעבאמפט" אין א נעא-נאצי וועבסייט. האבן זיי דארט געהאט א גאנצע דיסקוסיע איבער די בהמות ווי י.ד. ווייס. זייער מסקנא איז. אז כאטשיג זיי זענען אקעגן איזראעל זענען זיי פונקט אזעלכע (שמוציגע) אידן ווי די איבעריגע.אז מ'קען נישט איבערצייגן קיין סך אנדערע אידן אנצונעמען א געוויסע השקפה אין אידישקייט, מעג מען דען גיין פארקויפן און פריידיגן די השקפה ביי אנדערע פעלקער? וועמען וויל ישראל דוד ווייס איבערצייגן אז זיין פארשטאנד פון דער תורה איז ריכטיג?
בעל אחריות #בעל אחריות: אפשר ווייל הייליגע מענטשן האבן, מעגליך א בחינה פון רוח הקודש. און זיי זעהען א סאך מאל זאכן וואס א פשוט'ער מענטש זעהט נישט.איטשע מאיר #אזוי זאגסטו מיט דיין קליינעם פארשטאנד...און בכלל איך מיט דו מיט אונזער קליינעם פארשטאנד, זעמיר בכלל נישט אויפן זעלבן ראוד פון ביידע פון די צוויי גדולי ישראל. אז מען זאל זיך קענען ווארפן מיט ביליגע שאנדפולע אויסדריקן אויף סיי וועם פון זיי און כאילו עס איז נישט מאסגעבענד דער דעה פון איינע פון די.
איך האב שוין לאנג געוואלט פארשטיין אז איינער איז הייליג ווערט ער דורך דעם קלוג? פארוואס איז די אפיניען פון הייליגע מענטשן מער מאסגעבנד ווי טמא'נע מענטשן?
איטשע מאיר #דערמאנסט הרב קוק מיטן סאטמאר רב,
עס קוקט אויס ווי איר באציהט זיך צו איינעם פון די מיט א זלזול.
פראבירט נישט צו זיין איינזייטיג, ווייל איר האט א אינערליכע דראנג וואס זאגט אייך אז איר מוזט אוועקגיין פון וואס מען האט געלערנט מיט אייך אין חדר. איר ווילט האבן דעם גוטן געפיל פון איינער וואס איז ב״ה געלונגען זיך עפענען.
אבער אויב קענסטו נישט מאכן אייניגע שטריכן אויף אלע זייטן צוגלייך, איז מה קנית - וואס ביסטו מרוויח? בלייבסט אידער וועי א צמצום נאר אויף א אנדערען עקסטרעם...
יעצט ביי א צדיק איז אויך דא דעם תוכו אכל קליפתו זרק.
אז עס געפעלט דיר נישט א סטעיטמענט פונעם סאטמאר רב איז נעם עס נישט.
רב קוק האט אויך געזאגט סטעיטמענטס, וואס נישט אלעס איז וויכטיג אנצונעמען, דארט טוט מען די זעלבע, תוכו אכל.
איך גלייב אז מסתם קענסטו נישט רב קוק'ס פילזופיה און זיין תורה, ביסט נאר אויסן צו פארשוועכן דעם סאטמארן.
און בכלל איך מיט דו מיט אונזער קליינעם פארשטאנד, זעמיר בכלל נישט אויפן זעלבן ראוד פון ביידע פון די צוויי גדולי ישראל. אז מען זאל זיך קענען ווארפן מיט ביליגע שאנדפולע אויסדריקן אויף סיי וועם פון זיי און כאילו עס איז נישט מאסגעבענד דער דעה פון איינע פון די.
berlbalaguleh #
בעל אחריות #איך האב שוין לאנג געוואלט פארשטיין אז איינער איז הייליג ווערט ער דורך דעם קלוג? פארוואס איז די אפיניען פון הייליגע מענטשן מער מאסגעבנד ווי טמא'נע מענטשן?
בעל אחריות: אפשר ווייל הייליגע מענטשן האבן, מעגליך א בחינה פון רוח הקודש. און זיי זעהען א סאך מאל זאכן וואס א פשוט'ער מענטש זעהט נישט.
אויב דו מיינסט מיט דיין "רעטארישע" שאלה לפי פשוטו. און נישט סארקאסטיש...!
berlbalaguleh #דער מעשה איז גאר באקאנט אבער מיט א אנדערען, נישט סאטמאר רב. עניוועי האסטו אינגאנצען פארדרייט די מעשה,דער סאטמאר'ע רב זצ"ל האט אמאל, אין א שמועס מיט ר' עמרם בלוי איהם געזאגט אז ער וועט איהם אויפווייזן אז ער (ר' עמרם בלוי) איז דער גרעסטער ציוני...!
וויאזוי?!...האט איהם די רבי געזאגט..."ווען איהר לייגט זיך אראפ פארנט פון א טראקטאר איהם אפצוהאלטן פון גראבן ביי קברים, ווייל איהר האלט אז דער טראקטאר דרייווער וועט איך נישט איבערפארן. איהר פארלאזט זיך אויף זיין מענטשליכקייט. ווען איהר זאלט וויסן אז ער איז עלול אויף רציחה וואלט איהר זיך נישט אראפגעלייגט. קומט אויס אז איהר האלט אז דער ציוני איז נישט קיין רוצח. זענט איהר דאך דער גרעסטער ציוני"...!
פארשטייט זיך אז דאס איז געזאגט געווארן אין א הומאריסטישן וועג. נאר ס'ווייזט וויפיהל דער סאטמאר'ער רבי האט געהאלטן פון ר' עמרם בלוי'ס קנאות...!
אסטראלאג #יישר כח פאר דיינע קאמענטארן און קאמפלימענטן.@בערל בעל עגלה: ביסט גרויסער שונא ישראל פארן באקן מעשיות אויף צדיקים וקדושים וועגן דיינע אגענדעס.
כ'ליין שוין פאר עטליכע יאר דיינע קאמענטארן, און כ'האב נישט געזען אפילו איין ערציילונג, וואס דו ברענגסט אן דעם וואס דו זאלסט עס אינגאנצען פארדרייען וכו' לויט פערזענליכע אגענדעס.
פונדאַמענטאַל #אז ס'איז שטותים והבלים. און אסור מן התורה. אזוי ווי דער וואס רופט זיך מיט דעם נאמען...!ב.ד.וו. וואס איז געווען סאטמאר רב'ס שיטה לגבי אסטראלאגיע?...
פונדאַמענטאַל #בארואיגט אייך. בלויז א ניק נאמען 😄ב.ד.וו. וואס איז געווען סאטמאר רב'ס שיטה לגבי אסטראלאגיע?...
פונדאַמענטאַל #https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=426936#p426936ב.ד.וו. וואס איז געווען סאטמאר רב'ס שיטה לגבי אסטראלאגיע?...
סוף טוב הכל טוב #נאר דאס: איך ווייס נישט צי ווייל ער איז א משוגע'נער איז ער חייב מיתה.ווער עס וויל איהם אונטערברענגען זאל שרייבן אויף סאשל מידיע אז דער חברה'מאן איז בעצם אן אגענט פון די מוסד.
וועסט זעהן ווי שנעל ער וועט ווערן א פערסאנא-נאן-גראטא
כרם זית #כרם זית: דאס האט מיט אסטראלאגיע גאנץ ווייניג צו טון.פונדאַמענטאַל #https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=426936#p426936ב.ד.וו. וואס איז געווען סאטמאר רב'ס שיטה לגבי אסטראלאגיע?...
אסטראלאג #הגה״צ מהרי״ד….. כאכאכאכא[ציטאט אראפגענומען]פרום מיינסטו צוזאגן וואו אונז זאגן פרום / חאניאקיש?!
הגה"צ מהרי"ד ווייס שליט"א איז אויפגעוואקסן אין א ארטאדאקסישע, נאר נישט חסידישע משפחה.