☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

251 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16635
בלאט: 1 2 3 4 5 6

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 7, 2024 4:03 pm

· #561199
Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא
אין לאנדאן איז דא א מענטש וואס איז אויך א מעמבער פון די נטורי קרתא. ער הייסט אלחנן בעק. (מסתמא א זון פון הרב משה בער בעק/ דר*ק).

ער איז א ביסל מער נארמאל ווי די חיות טרף. האט ער געהאט אן אינטערוויו מיט א פאלעסטינער/אראבישן פאדקעסטער אין זיין ליווינג רום. ער האט געזאגט א פאר גאנץ גוטע און שכל'דיגע נקודות (לשיטתם). איינס פון די זאכן וואס ער האט געזאגט איז אז ער גייט נישט אויף דעמאנסטראציעס צו שרייען צוזאמען מיט די אראבערס. ער רעדט נאר צו אידן און איז זיי מסביר די שעדליכקייט פון ציוניזם (לאל). אויך האט ער געזאגט אז ער איז פאר דעם אז די מדינה זאל בטל ווערן. נאר אן רציחות און בלוט פארגיסונג. האט איהם דער אראבער געזאגט אז ער זעהט נישט וויאזוי דאס זאל געשעהן. פי'. ער האט געזאגט די אמת'ע כוונה פון די אראבערס. צו הרג'נען (ח"ו) אלע אידן.
בלאט: 1 2 3 4 5 6