א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16670
א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0
איך בין מוסר מודעה אז איך גיי נישט מאכן פאר מיין תפקיד אפצוענטפערן און געבן א "הסבר" אויף הרב בערגער'ס שטותים א יעדע וואך. נאר א סאך מאל איז דא א צייט ווען ס'איז א יוצא מן הכלל, ווייל רעדן און שרייבן שטותים והבלים איז זיין פרנסה. די וואך האט ער (אזוי מייניך) שוין איבערגעצויגן דאס שטריקל.
ער הייבט אן דעם ארטיקל (אזוי ווי אייביג) מיט א מעשה'לע פון עפעס א "חלום" אדער אנדערע פאנטאזיע. נאכדעם קומט ער צו צום "עיקר". ער פארציילט אז ער איז אריינגעקומען צו א שמחה און ער זעהט ווי דער עולם האקט "בשר בקר". האט ער זיך אזוי "כבדרך אגב" צוגעהערט צום שמועס. הערט ער ווי זיי זאגן און רעדן איבער "די מלחמה אין ארץ ישראל" און וואס "אונז" גיימיר טון. זאגט ער... האביך מיך אנגערופן... "אונז" גייען גארנישט טון. "זיי" גייען טון. אויך, ס'איז נישט דא קיין מלחמה אין "ארץ ישראל", די מלחמה איז אין "מדינת ישראל". זיי (כאמאס/אראבערס) הרג'נען נישט קיין אידן, זיי הרג'נען "ציונים", און די מלחמה (פון די ציונים) האט גארנישט צו טון מיט "אונז".
וויל איך דא געבן א שטיקל "הסבר" פאר דעם חשוב'ן שרייבער הרב בערגער שליט"א. נישט אז ער דארף א הסבר, מ'קען אים נישט אנרופן "תם" אדער "תמים", אדער אפשר "נאאיוו". ניין, ער איז נישט קיין איינס פון די זאכן. א "דעמאגאג", דאס איז ער יא.
הרב בערגער (שליט"ע), ווען ס'קומט צו דעם "עשיו שונא ליעקב" איז נישט דא קיין "אונז" און "זיי". די גויים די רוצחים ווילן (ח"ו) הרג'נען אלע אידן, קנאים און ציונים צוגלייך. ועוד, נישט נאר די אידן אין ארץ ישראל (אדער מדינת ישראל, ווי דו און די אנדערע דעמאגאגן זאגן) זענען ארומגענומען מיט רוצחים, שונאי ישראל וואס נאר דער שומר ישראל (יא אויך מדינת ישראל) קען אונז אפהיטן פון זייערע רוצח'ישע הענט, נאר אויך דא אין מאנסי זיצן אויף אונזערע גרעניצן די גרעסטע רוצחים און מערדערס. נישט די אחיהם של כושיים, נאר די כושים אליינס, וואס די שנאה און פאטענציעלע רציחה שפראצט און שפריצט ארויס פון זיי, מיט די הילף פון אנדערע גוי'אישע (ווייסע) פאליטישאנס.
אפשר האסטו שוין פארגעסן (נאר איך נישט) אז דער רשע און שונא ישראל (אויך שונא מדינת ישראל, יא) עד דעי ימ"ש, בראשית דרכו האט ער פרובירט אנצוהעצן די שווארצע באפעלקערונג ביי אונזערע גרעניצן (אויף מעין סטריט) אז די אידישע "כולל" יונגעלייט נעמען געלט פון די רעגירונג שלא ביושר ובגניבה און זיי נעמען אוועק דאס געלט פון די (ארעמע) שווארצע באפעלקערונג.
אויף וואס ווארטסטו, הרב בערגער? אז די גוי'אישע רוצחים זאלן קומען קיין מאנסי און דיר נאכווארפן שטיינער און שלעפן דיין בארד, אז דו זאלסט פארשטיין אז ס'איז נישט דא קיין "אונז" און "זיי"?
איך בין זיכער אז הרב בערגער ליינט (און שרייבט?) קאווע שטיבל, ווי ער אליין איז א מודה במקצת. זאל ער מולך זיין און זאגן אויב ער פארשטייט מיין "הסבר"...!.
Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0
ועוד: וואס טוט ער מיט די גמ' וואס זאגט..."למה נקרא שמה סיני? מפני שמשם ירדה שנאה לישראל"!...(נישט נאר מדינת ישראל). אדער דעם מדרש וואס רש"י הק' ברענגט. אז די אידן זענען צוגעגליכן צו א "כבשה אחת בין שבעים זאבים". און ווער שמועסט נאך פון די פאגראמען פון די קרייצ-ציגלער און גזירות ת"ח ות"ט. און די אנדערע פאגראמען און רציחות פון אידישע קינדער. דאס אלעס איז געווען נאך פאר ציוניזם איז געבוירן.
Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0
די פאקט אז אזעלכע דעות [אז ציונים (סיי ווער עס איז חולק אויפן 'שיטה'?) זענען נישט קיין טייל פון עם ישראל / אז די רוצחים זענען פשוט אנטי ציונות (אפשר גאר זענען זיי אידן, לויט די פריעדיגע הנחה אז זיין א איד איז געוואנדען אין זיין אנטי ציונות...) / אז די מלחמה איז אין אן אלטארנאטיווע יוניווירס ווי ארץ ישראל עקזיסטירט נישט - בלויז מדינת ישראל. וכו' וכו'] זענען מעינסטרים אין די חרד'ישע מאגאזינען, און ווערן לגמרי טאלערירט, זאגט גאר אסאך איבער די חרד'ישע סאסייעטי. די קאלט-בלוטיגע אפשאקלונג פון צרות ישראל מיט א גלייכגילטיגקייט, די בליק אז בלויז מיין פאליטישע אגענדע איז נוגע - אפילו אין ליכט פון שרעקליכע טראגעדיעס ביי טויזענטע אידן, ווייזט אז עס איז נישט בלויז א סאסייעטי מיט געוויסע חסרונות וועלכע זענען מעגליך מינדערוויכטיג פאר אירע מיטגעלידער, נאר איז א סאסייעטי מיט טיפע אומ-מענטשליכע פראבלעמען וועלכע זענען גאר טיף אריינגעבאקן אינעם סיסטעם.

איך ווייס נישט ווער דער בערגער איז, אבער אויב האט ער אזוי געזאגט איז ער פשוט א שוטה און איז נישט ווערט אז מיר זאלן אים דיסקוטירן.

ר'בערל ער האט דאס נישט געזאגט ער האט נישט געזאגט אז חמאס הארגעט נאר ציונים און נישט אונז

ים של שלום #

ים של שלום: ס'קען זיין ער איז א שוטה, אין די גרויסע פיקטשער. נאר קיין תם אדער א טעמבעל איז ער נישט. ער איז ענדערש א דעמאגאג. אזוי ווי איך האב געשריבן. די דעפינישן פון א דעמאגאג איז אז כאטש ער אליין קען אמאל האלטן אנדערש ווי ער זאגט. נאר ער וועט עס זאגן כדי צו אנרייצן און אויפרעגן אנדערע מענטשן.(דאמאלס איז ער א טראלל.). אויך כדי צו טרייבן זיין אגענדא.
Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0
שפילער #
ר'בערל ער האט דאס נישט געזאגט ער האט נישט געזאגט אז חמאס הארגעט נאר ציונים און נישט אונז
אבער ער האט יא געזאגט אז די מלחמה איז נישט אין ארץ ישראל נאר אין מדינת ישראל. דאמאלס וואס טוט כאמאס. זיי טיילן טשאקאלאד?!
Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0
ברוך שפינוזה #
ברוך שפינוזה: פון דארט איז נישט קיין ראיה. ווייל ער באשעוויס זינגער האט געהאט א "געשליפן צינגל". און ער האט געקענט רעדן פון "ביידע זייטן פון זיין מויל." וויאזוי ס'האט זיך איהם געלוינט אויף די מאמענט. איך האב געליינט אן ארטיקל געשריבן אין א "ראמאנטישן" וועג. אונטער'ן פעסוודאנים י. ווארשאווסקי. דער תוכן איז געווען אזוי עקלדיג אז איך האב עס נישט געקענט ליינען ביז'ן סוף אן ברעכן.
ניין. דו ווילסט נישט וויסן. איינער איז געגאנגען זוכן א ז---. ער איז אנגעקומען צו דעם אדרעס און ער האט געטראפן אן אלטע באבע וואס איהרע פאלשע ציין זענען געליגן אין א גלאז וואסער אויף דעם "נייט-סטענד". איך האב אויסגעפלאצט אין א גרויס געלעכטער. אויך האביך געבראכן פון פארעקלדיגקייט. ער האט נאך אנגעגעבן איהר נאמען און די שטאט וואו זי האט געוואוינט. אזוי ווי להבדיל איינער זאגט..."דער וואוידיס-טשאק'ער רב".
Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0
רעב בערל, ווי איז ער מודה אז ער ליינט די קאפי רום?
פאר מיר איז נישט קיין חידוש אז איינער רעדט אזוי. ליידער אסאך אידן גייט זיי גארנישט אן די טעג. זיי זענען נאר פארנומען צו ביבי גייט זיצן אדער זיין זיץ פלייש וועט וויי טון, זייער פארטיי גייט עפעס פארדינען, צו זייער רעגעליעזע פירער וואס האט געלעבט מיט מער פון פופציג יאר צוריק האט טאקע געהאט אזא ווייטע בליק, און צו יעדער זעט...
די חידוש איז אבער אז מאמענט וואס איז כביכול א מעסיגע צייטונג זאל אריינלאזן אזעלכע דברי הבל.
Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0
פונדאַמענטאַל #
די פאקט אז אזעלכע דעות [אז ציונים (סיי ווער עס איז חולק אויפן 'שיטה'?) זענען נישט קיין טייל פון עם ישראל / אז די רוצחים זענען פשוט אנטי ציונות (אפשר גאר זענען זיי אידן, לויט די פריעדיגע הנחה אז זיין א איד איז געוואנדען אין זיין אנטי ציונות...) / אז די מלחמה איז אין אן אלטארנאטיווע יוניווירס ווי ארץ ישראל עקזיסטירט נישט - בלויז מדינת ישראל. וכו' וכו'] זענען מעינסטרים אין די חרד'ישע מאגאזינען, און ווערן לגמרי טאלערירט, זאגט גאר אסאך איבער די חרד'ישע סאסייעטי. די קאלט-בלוטיגע אפשאקלונג פון צרות ישראל מיט א גלייכגילטיגקייט, די בליק אז בלויז מיין פאליטישע אגענדע איז נוגע - אפילו אין ליכט פון שרעקליכע טראגעדיעס ביי טויזענטע אידן, ווייזט אז עס איז נישט בלויז א סאסייעטי מיט געוויסע חסרונות וועלכע זענען מעגליך מינדערוויכטיג פאר אירע מיטגעלידער, נאר איז א סאסייעטי מיט טיפע אומ-מענטשליכע פראבלעמען וועלכע זענען גאר טיף אריינגעבאקן אינעם סיסטעם.
פונדאמענטאל: איך ווייס נישט וועגן די איבריגע מאגאזינען. ווי די וואך און דער בליק. מסתמא זענען זיי שטארק גיפטיג אין זייער שנאה צו אידן. (ב"ה) איך ליין עס נישט. איך ווער געניג קראנק צו ליינען דעם בלאט. וואס בראשית דרכו איז ער געווען א נארמאלע אידישע צייטונג וואס איז געווען געשמאק צו ליינען לעומת דעם "דער איד". וועלכער האט געשפריצט מיט שנאת ישראל פון א יעדע שורה. נאר היינט איז עס ליידער א "סעסס-פול" פון שנאת ישראל. זיי רעדן זיך איין אז דאס איז די "שיטה". לעומת דער מאמענט. וועלכער איז געשמאק צו ליינען. נאר זיי ווייסן אויך אז זיי טארן נישט איבערטרעטן די ליניע. ווייל אנישט וועט מען זיי באיקאטירן און לייגן אין חרם. ממילא. בדרך אפשר האלטן זיי בערגער'ן און זיינע פארדרייטע, פאררוקטע מיינונגען כדי צו געבן א הכשר סטעמפל פאר די אזוי גערופענע "קנאים".
Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0
דערהויבענע איד #
רעב בערל, ווי איז ער מודה אז ער ליינט די קאפי רום?
דערהויבענע איד: ייש"כ. ער זאגט אז ער ליינט אלע אידישע בלעטלעך... כדי ער זאל וויסן וואס צו שרייבן און ענטפערן.. קאווע שטיבל איז דאך אויך א "אידיש בלעטל".
דאס אז זיי שפראצן מיט שנאה אקעגן אנדערע אידן ווען אידיש בלוט גיסט זיך, איז ווייל זיי ווילן איינרעדן פאר זיך און פאר אנדערע אז דאס איז די "שיטה".
מאמענט איז טאקע זייער א "מעסיגע" מאגאזין און געשמאק צו ליינען. נאר זיי האבן אויך מורא איבערצוטרעטן די ליניע כדי די ליידיגייערס און משוגעים וועלכע רופן זיך "קנאים" זאללן זיי נישט באיקאטירן און לייגן אין חרם. האלטן זיי דעם פאררוקטן בריאה וועלכער זוכט נאר "עבירות" ביי אנדערע אידן. קיינמאל נישט ביי זיך אליין אדער ביי זיין אייגענעם קרייז. אייביג נאר ביי יענעם.
Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0
Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0
שמעקעדיג #
איך האב זייער שטארק געוואלט ליינען וואס כ"ק האדמו"ר מ'קאשוי שליט"א האט געזאגט ביי סעודת רעווא דרעווין. נאר ס'איז צו קליינע ווערטער (און מ'קען עס נישט פארגרעסערן) האב איך געמוזט מוותר זיין דערויף) נאר איך בין זיכער אז ער זאגט גוטע זאכן. נאר א איד טאר נישט רעדן אזוי ווען אידיש בלוט גיסט זיך. ווייל, כידוע די שונאי ישראל זענען נישט מבחין בין דם לדם. זיי זענען גרייט (ח"ו) צו הרג'נען א יעדן איד. אן קוקן אויב יענער איז א קנאי אדער ציוני. אדער סתם א פושע ישראל. דעם חלק הציונות 'עמיר איבערלאזן פאר ויכוחים צווישן אונז אליין. די מערדערס פון כאמאס האבן נישט פארהערט די אידן אויב זיי גייען אין די שיטה אדער זענען ציונים. ממילא אויב א איד זאגט אז די מלחמה איז נישט אין ארץ ישראל נאר אין מדינת ישראל.דאס מיינט אז עס גייט איהם נישט אן וואס די רוצחים האבן געטון פאר די אידן אום שמחת תורה. און אויב שוין יא מלחמה איז עס די ציונים. נישט די אידן.
דאס דערמאנט מיך א (קאמישע) מעשה וואס מ'פארציילט...א אידענע איז אמאל צו געגאנגען צו איהר חבר'טע און געזאגט...געב מיר צוריק דעם טאפ וואס איך האב דיר געבארגט. זאגט זי. ערשטנס. האביך קיינמאל נישט געבארגט קיין טאפ פון דיר. צווייטנס. כ'האב עס דיר שוין לאנג צוריק אפגעגעבן...!
Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0
עס איז ארומגעפארן א ריקארדינג פון מהר"א מסאטמער שליט"א ווי ער ברענגט ארויס די פוינט. ער זאגט דארט אויך פאר די בחורים אז אפילו א פרייע איד, אויב ווערט ער געהארגעט דירעך א גוי הייסט עס אז ער איז נהרג על קידוש השם. און ער דערמאנט דעם עולם אז רוב רובם פון די זעקס מיליאן קדושים וטהורים וואס זענען געהארגט געווארן אין די צווייטע וועלט מלחמה זענען געווען פריי אינגאנצען.
Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0
ער האט בכלל נישט אזוי שלעכט גערעדט ווי פאריגע וואך מדינת ישראל vs ארץ ישראל איז א סאטמארע זאך גארנישט מיט נטורי קרתא

אלע צדיקים וקדושים האבן פארבאטן די ציוניסטישע קליפה אין סיי וועלכע שעיפ און פארם.

אסטראלאג #

הרב קוק האט שטארק געהלטן פון ציונות
Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0
אסטראלאג #
שפילער #
ער האט בכלל נישט אזוי שלעכט גערעדט ווי פאריגע וואך מדינת ישראל vs ארץ ישראל איז א סאטמארע זאך גארנישט מיט נטורי קרתא
אלע צדיקים וקדושים האבן פארבאטן די ציוניסטישע קליפה אין סיי וועלכע שעיפ און פארם.
איך האב דיר נישט וואס צו זאגן. נאר ברענגען א שטיקל גמרא..."אם אין דעת, הבדלה מנין?!???" נאר ווען דו וואלסט געווען א שטיקל בא דעת וואלטסטו פארשטאנען אז די גרעסטע צדיקים וקנאים זענען נישט געווען גלייכגילטיג ווען גויים האבן געהרג'ט אידן. נאר דיינע פרענדס די שטונקעדיגע (בגשמיות וברוחניות) נטורי חרתא (מלשון חרתא) (סאראקראד, אויף אונגעריש) וועלכע וויינען מיט קראקאדיל טרערן אויף די אראבישע פגרים און רוצחים און פרייען זיך ווען אידישע קינדער ווערן (ח"ו) געהרג'ט.
Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0
קהל'ס נער #
אסטראלאג #
שפילער #
ער האט בכלל נישט אזוי שלעכט גערעדט ווי פאריגע וואך מדינת ישראל vs ארץ ישראל איז א סאטמארע זאך גארנישט מיט נטורי קרתא
אלע צדיקים וקדושים האבן פארבאטן די ציוניסטישע קליפה אין סיי וועלכע שעיפ און פארם.
הרב קוק ימ"ש האט שטארק געהלטן פון ציונות
אין אמת"ן אריין, זענען געווען נאך וואס האבן געהאלטן פון ציונות אויסער רב קוק, א שטייגער ווי בן גוריון ימ"ש, ועוד ועוד ביז אירע גרינדער - הערצל ימ"ש.
אבער קיין איינער פון זיין ווערט נישט פאררעכנט אלץ ספירטועלע פירער תורה טריי אין כלל ישראל. נאר אויסגעשפראכן אלץ טמאים ומטמטים.

זאג דו האסט שוין געהערט פונעם בעל אם הבנים שמחה? ער איז געווען א חסידישע רבי

נאך א כופר בעיקר.
קענסט אזוי אוועקווארפן די גאנצע תורה, ווייל יענע אידיאט וכו' האט אזוי געשריבן. דאס טוישט גארנישט.
Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0
אסטראלאג #
קענסט אזוי אוועקווארפן די גאנצע תורה, ווייל יענע אידיאט וכו' האט אזוי געשריבן. דאס טוישט גארנישט.
אינגערמאן, קיינער ווערט נישט קיין כופר ווייל די און דיינע פירער’ס האבן אזוי אפגעמאכט.

הרב @אסטראלאג איך האב נישט קיין פראבלעם מיט דעם אז די ביזט אן אנטי - ציוני אויף אזוי ווייט אז דו דערקלערסט ''ציוני אינו יהודי''. נאר וואס איך הייב נישט אן צו פארשטיין איז ווי אזוי קענסטו שטיין מיט רוצחים צוזאמען? ווי קענסטו מארשירן מיט מענטשן וואס פרייען זיך מיט די טויט פון אומשולדיג'ע מענטשן? איז דען נישט דא א גרעסער'ע התחברת לרשעים ווי דאס?
אויך אין דיין חתומה ציטירסטו א לידל'ע אז 'די דזואיש סטעיט מאסט גאו' וויל איך וויסן צי דו האלסט אזוי אפילו אויב עס וועט קאסטן אומשולדיג צעוויל'ע בלוט?
און בכלל, אויב זענען נישט די ציונים קיין אידן, דאן איז עס נישט קיין התגרות באמות זיך ארויסצושטעלן קעגן זיי?
איך האף די וועסט מיר ענטפערן צום זאך. אויב די פלאנס'ט סתם צו דרייען די אייער וועל איך בל''נ אראפנעמען מיין תגובה.
Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0
אלע צוזאמען #
אסטראלאג #
קענסט אזוי אוועקווארפן די גאנצע תורה, ווייל יענע אידיאט וכו' האט אזוי געשריבן. דאס טוישט גארנישט.
אינגערמאן, קיינער ווערט נישט קיין כופר ווייל די און דיינע פירער’ס האבן אזוי אפגעמאכט.
די תורה טוישט זיך נישט ווען דו האסט באשלאסן אז די ווערט אז ציוניסט.

מ'קען נישט דא אטאקירן מעמבערס. שרייב בדרכי נועם.
מנהל

עקזעקטלי, און די רמב’’ם פסקנט פונקטליך ווער און וואס א תינוק שנשבה מיינט, און אלע ציוניסטישע פירער’ס גייען אריין אין דעם כלל.
זאג, פון די ’חייבר שחיטה’ האסטו שוין געהערט?
פון וויפיל איך פארשטיי איז דעמאלט קיין ציונים נאך נישט געווען.
Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0
אסטראלאג #
מ'קען נישט דא אטאקירן מעמבערס. שרייב בדרכי נועם.
מנהל
ניין: דער לייק איז פאר'ן מנהל.

berlbalaguleh #
אסטראלאג #
מ'קען נישט דא אטאקירן מעמבערס. שרייב בדרכי נועם.
מנהל
ניין: דער לייק איז פאר'ן מנהל.
ביז ווילאנג די לייקס אויף מיין קאנטע פארט ארויף, בין איך אקעי
🤭Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0
אסטראלאג #
ביז ווילאנג די לייקס אויף מיין קאנטע פארט ארויף, בין איך אקעי🤭
איי געס דאס איז די גאנצע וואס 'נטורא קרתא' שטייט פאר: אז די לייקס זאלן ארויף פארן. מ'קען טון די געמיינסטע זאכן, אבער אז מען באקומט אביסל אטענטשן לוינט זיך עס.
א שאד, כ'האב באמת געווילט האבן א באזעצנע דיאלאג. זעט זיך אויס עס איז נישט גוט פאר לייקס.
Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0
כרם זית #

איך האב געשריבן א לענגערע באריכט אבער די מנהל האט דאס פארמעקט אויס מורא אז די עולם וועט זיך עפענען די אויגן.

שקרן!

🤧
איך וויל נישט ווערן אויסגעשפארט וועל איך עס נישט צוריקלייגען א פערטע מאל ,
אבער איך וועל עס העפליך שיקן פאר יעדער וואס פארלאנג אין אישי.
Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0
איך האב עס געליינט, האסט גארנישט אויפגעקלערט דארט.
Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0
אסטראלאג #
קהל'ס נער #
אסטראלאג #
שפילער #
ער האט בכלל נישט אזוי שלעכט גערעדט ווי פאריגע וואך מדינת ישראל vs ארץ ישראל איז א סאטמארע זאך גארנישט מיט נטורי קרתא
אלע צדיקים וקדושים האבן פארבאטן די ציוניסטישע קליפה אין סיי וועלכע שעיפ און פארם.
הרב קוק ימ"ש האט שטארק געהלטן פון ציונות
אין אמת"ן אריין, זענען געווען נאך וואס האבן געהאלטן פון ציונות אויסער רב קוק, א שטייגער ווי בן גוריון ימ"ש, ועוד ועוד ביז אירע גרינדער - הערצל ימ"ש.
אבער קיין איינער פון זיין ווערט נישט פאררעכנט אלץ ספירטועלע פירער תורה טריי אין כלל ישראל. נאר אויסגעשפראכן אלץ טמאים ומטמטים.
א שאד עס איז נישט דא א דיסלייק קנעפל
אדער איז בעסער צו איגנארן די טראל
אבער כבוד התורה
דרך אגב האב איך געהערט די וואך א מעשה אז ר׳ משה פיינשטיין ווען איינער האט גערעדט פון הרב קוק און ר׳ יוסף חיים זוננפלד אין איין אטעם האט ער זיך אנגעריפן ״וואס פארגלייכסטו זיי, רב קוק איז געווען סאך גרעסער״
Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0
Nanach #

געהערט פון איינער וואס איז דארט געווען בשעת מעשה אז יענער האט זיך זייער דערשראקן און זיך פארענטפערט פארן חזון איש אז ער האט למעשה יא געגעבן איין אטעם אריין צווישן ביידע, ס'נישט געווען בנשימה אחת. חזון איש האט זיך בארואיגט
Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0
Nanach #
אסטראלאג #
קהל'ס נער #
אסטראלאג #
אלע צדיקים וקדושים האבן פארבאטן די ציוניסטישע קליפה אין סיי וועלכע שעיפ און פארם.
הרב קוק ימ"ש האט שטארק געהלטן פון ציונות
אין אמת"ן אריין, זענען געווען נאך וואס האבן געהאלטן פון ציונות אויסער רב קוק, א שטייגער ווי בן גוריון ימ"ש, ועוד ועוד ביז אירע גרינדער - הערצל ימ"ש.
אבער קיין איינער פון זיין ווערט נישט פאררעכנט אלץ ספירטועלע פירער תורה טריי אין כלל ישראל. נאר אויסגעשפראכן אלץ טמאים ומטמטים.
א שאד עס איז נישט דא א דיסלייק קנעפל
אדער איז בעסער צו איגנארן די טראל
אבער כבוד התורה
דרך אגב האב איך געהערט די וואך א מעשה אז ר׳ משה פיינשטיין ווען איינער האט גערעדט פון הרב קוק און ר׳ יוסף חיים זוננפלד אין איין אטעם האט ער זיך אנגעריפן ״וואס פארגלייכסטו זיי, רב קוק איז געווען סאך גרעסער״
דו מיינסט אז איינער וועט בכלל אננעמען דיינע שקרים?
פרעג רבי משה'ס מענטשן.
רבי משה פיינשטיין זצ"ל איז באקאנט ביי זיינע תלמידים, אז ער איז געווען פייער קעגן רב קוק ימ"ש, דערפאר האבן זיינע תלמידים נישט צוגערירט צו זיינע ספרים טמאים.
דער זון פון רבי משה זצ"ל - רבי דוד פיינשטיין, איז אמאל געגאנגען איינשטיין ביי א גביר אין מאהעטן, ער איז דארט געווען דארט א שטיק צייט און אזוי בליקענדיק אין די ספרים שאנק, האט ער זיך נישט מער און נישט ווייניגער אנגעטראפן מיט רב קוקס א ספר,
האט זיך אויפגעשטעלט און געזאגט פאר זיי גבאי "איך קען דא נישט זיין, די בית האט א ריח הטומאה"

נישט נאר דאס, נאר איינמאל האט ער זיך געוואלט שטעלן דאווענען אין א שטוב, און ער האט זיך אפגעשטעלט און געזאגט אז די שטוב האט א רוח טומאה און ער קען נישט דארט דאווענען, מ'האט חוקר ודורש געווען ביז מ'איז געוואר געווארן אז עס ליגט דארט באהאלטן ספרים פון רב קוק. ממש אפענע רוח הקודש

געווענדליך שרייב איך נישט אונליין, אבער.............................................................
איך האב געהערט אז ר' משה פיינשטיין איז אמאל געווען אין א שטוב, און מ'האט זיך געזעצט עסן א סעודה. ער האט אבער נישט געגעסן, זאגנדיג אז ער שמעקט א רוח טומאה. נאך אסאך זוכן האט מען געטראפן א שו"ת דברי יואל, וואס דערמאנט הרב קוק אין איינער פון די תשובות. און פאר די ריח טומאה האט ער נישט געקענט עסן.
Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0
סקעפטיקער #
אסטראלאג #
Nanach #
אסטראלאג #
אין אמת"ן אריין, זענען געווען נאך וואס האבן געהאלטן פון ציונות אויסער רב קוק, א שטייגער ווי בן גוריון ימ"ש, ועוד ועוד ביז אירע גרינדער - הערצל ימ"ש.
אבער קיין איינער פון זיין ווערט נישט פאררעכנט אלץ ספירטועלע פירער תורה טריי אין כלל ישראל. נאר אויסגעשפראכן אלץ טמאים ומטמטים.
א שאד עס איז נישט דא א דיסלייק קנעפל
אדער איז בעסער צו איגנארן די טראל
אבער כבוד התורה
דרך אגב האב איך געהערט די וואך א מעשה אז ר׳ משה פיינשטיין ווען איינער האט גערעדט פון הרב קוק און ר׳ יוסף חיים זוננפלד אין איין אטעם האט ער זיך אנגעריפן ״וואס פארגלייכסטו זיי, רב קוק איז געווען סאך גרעסער״
דו מיינסט אז איינער וועט בכלל אננעמען דיינע שקרים?
פרעג רבי משה'ס מענטשן.
רבי משה פיינשטיין זצ"ל איז באקאנט ביי זיינע תלמידים, אז ער איז געווען פייער קעגן רב קוק ימ"ש, דערפאר האבן זיינע תלמידים נישט צוגערירט צו זיינע ספרים טמאים.
דער זון פון רבי משה זצ"ל - רבי דוד פיינשטיין, איז אמאל געגאנגען איינשטיין ביי א גביר אין מאהעטן, ער איז דארט געווען דארט א שטיק צייט און אזוי בליקענדיק אין די ספרים שאנק, האט ער זיך נישט מער און נישט ווייניגער אנגעטראפן מיט רב קוקס א ספר,
האט זיך אויפגעשטעלט און געזאגט פאר זיי גבאי "איך קען דא נישט זיין, די בית האט א ריח הטומאה"
נישט נאר דאס, נאר איינמאל האט ער זיך געוואלט שטעלן דאווענען אין א שטוב, און ער האט זיך אפגעשטעלט און געזאגט אז די שטוב האט א רוח טומאה און ער קען נישט דארט דאווענען, מ'האט חוקר ודורש געווען ביז מ'איז געוואר געווארן אז עס ליגט דארט באהאלטן ספרים פון רב קוק. ממש אפענע רוח הקודש
קיינמאל געהערט די מעשה. אויב איז דאס אמת איז עס א צווייטע מעשה.

http://shlomo-aviner.net/index.php?title=%D7%99%D7%97%D7%A1%D7%9D_%D7%A9%D7%9C_%D7%AA%D7%9C%D7%9E%D7%99%D7%93%D7%99_%D7%97%D7%9B%D7%9E%D7%99%D7%9D_%D7%9C%D7%9E%D7%A8%D7%9F_%D7%94%D7%A8%D7%91_%D7%A7%D7%95%D7%A7_(%D7%A9%D7%95%22%D7%AA)
https://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=12772#p119159Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0

https://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=12772#p119159
מקור: "מרדכי ציון". מער פון דעם, דארף מען נישט.
ביי די ידנים איז דא א ווארט: מרדכי ציון'ס געשיכטעלעך -זענען פונקט קאפויער פון וואס ער דערציילט.
איז דאס טאקע א גוטע מקור.

ניטאמאל בעיסיק לשה״ק קענסטו און דו רעדסט?!
ידענים מלשון דעת און די ת פאלט אוועק ווען עס איז מחובר
(אם אין דעת….)
איך מיין אז דו טוסט די גרעסטע טובה אראפצורייסן נטורי קרתא, ווען דו שטעלסט זיך ארויס אלץ זייער שטעל פאטרעטער

ווי איידער אנטווארטן מיט שכל אויף מיינע פילע קאמענטארן, כאפט מען זיך ארויף אויף א ספעלינג וואס לויט דיר איז קאווע שטיבל ווי א געדרוקטע ספר בלי טעויות דפוס
🤭
טראכט וואס מיר שרייבן און אנטווארט ווי א מענטטטששש
אויב דו האסט בכלל עפעס צו זאגן
🥱 אן אראפרייסן

הייבט דאס איז נישט סתם אראפגעריסן אן דעקונג?
Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0
אסטראלאג #
סקעפטיקער #
אסטראלאג #
Nanach #
א שאד עס איז נישט דא א דיסלייק קנעפל
אדער איז בעסער צו איגנארן די טראל
אבער כבוד התורה
דרך אגב האב איך געהערט די וואך א מעשה אז ר׳ משה פיינשטיין ווען איינער האט גערעדט פון הרב קוק און ר׳ יוסף חיים זוננפלד אין איין אטעם האט ער זיך אנגעריפן ״וואס פארגלייכסטו זיי, רב קוק איז געווען סאך גרעסער״
דו מיינסט אז איינער וועט בכלל אננעמען דיינע שקרים?
פרעג רבי משה'ס מענטשן.
רבי משה פיינשטיין זצ"ל איז באקאנט ביי זיינע תלמידים, אז ער איז געווען פייער קעגן רב קוק ימ"ש, דערפאר האבן זיינע תלמידים נישט צוגערירט צו זיינע ספרים טמאים.
דער זון פון רבי משה זצ"ל - רבי דוד פיינשטיין, איז אמאל געגאנגען איינשטיין ביי א גביר אין מאהעטן, ער איז דארט געווען דארט א שטיק צייט און אזוי בליקענדיק אין די ספרים שאנק, האט ער זיך נישט מער און נישט ווייניגער אנגעטראפן מיט רב קוקס א ספר,
האט זיך אויפגעשטעלט און געזאגט פאר זיי גבאי "איך קען דא נישט זיין, די בית האט א ריח הטומאה"
נישט נאר דאס, נאר איינמאל האט ער זיך געוואלט שטעלן דאווענען אין א שטוב, און ער האט זיך אפגעשטעלט און געזאגט אז די שטוב האט א רוח טומאה און ער קען נישט דארט דאווענען, מ'האט חוקר ודורש געווען ביז מ'איז געוואר געווארן אז עס ליגט דארט באהאלטן ספרים פון רב קוק. ממש אפענע רוח הקודש
קיינמאל געהערט די מעשה. אויב איז דאס אמת איז עס א צווייטע מעשה.
איך קען דיר באקן מער פאנטאסטישע מעשיות אויב דו ווילסט
Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0
אסטראלאג #
Nanach #
אסטראלאג #
Nanach #
מקור: "מרדכי ציון". מער פון דעם, דארף מען נישט.
ביי די ידנים איז דא א ווארט: מרדכי ציון'ס געשיכטעלעך -זענען פונקט קאפויער פון וואס ער דערציילט.
איז דאס טאקע א גוטע מקור.
ניטאמאל בעיסיק לשה״ק קענסטו און דו רעדסט?!
ידענים מלשון דעת און די ת פאלט אוועק ווען עס איז מחובר
(אם אין דעת….)
איך מיין אז דו טוסט די גרעסטע טובה אראפצורייסן נטורי קרתא, ווען דו שטעלסט זיך ארויס אלץ זייער שטעל פאטרעטער
ווי איידער אנטווארטן מיט שכל אויף מיינע פילע קאמענטארן, כאפט מען זיך ארויף אויף א ספעלינג וואס לויט דיר איז קאווע שטיבל ווי א געדרוקטע ספר בלי טעויות דפוס
🤭
טראכט וואס מיר שרייבן און אנטווארט ווי א מענטטטששש
אויב דו האסט בכלל עפעס צו זאגן
🥱 אן אראפרייסן
די זאך איז נישט ספעלינג, איך מאך גראדע אסאך ספעלינג מיסטעיקס (טייפא) אבער ווען עס געשעהט נאר ביי לה״ק ווערטער, און 30% לה״ק ווערטער איז נישט ריכטיג, נישט מיט א חסר מלא וכדו׳ אדער הויכע דקדוק נאר פשוטע יסודות ווייזט עס לכאורה אויף ע״ה
Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0
די פוינט איז נישט די מעשה׳לע אדער אן אנדערע
אויף הרב קוק איז דא קעגן יעדע נעגעטיוו אויסדריק פון א גדול בישראל עטליעסט 20 פאזעטיוו.
און יעדער וואס האט אים געקענט פערזענדליך איז נתפעל געווארן פון זיין גרויסקייט אפילו אויב מען האט געקריגט מיט אים
וואס דארפסטו מער פון ר׳ חיים זוננפלד זיין גרעסטע רב פלוגתא סוף ימיו וואס אינדרויסן פון עניני כלל האט ער אים שטארק מעריץ געווען און מכבד געווען.
אפילו אין עניני כלל האט ער געוויסע זאכן געארבעט מיט אים ווי לדוגמא די מסע המושבות.
די מחלוקות איז געווען לגבי הנהגת ירושלים, ווי צוויי תלמידי חכמים קריגן זיך
Re: א "הסבר" פאר הרב (חיים שלמה) בערגער שליט"א... 2.0
נאנאך: ייש"כ. שפתיים ישק משיב דברים נכוחים, איז דא א פסוק אין משלי.
איך וויל נישט עובר זיין אויף לשה"ר נאר פאר מיר מאכט ער דער "אסטראלאג" א רושם אלס א קנאפער תלמיד חכם (בלשון המעטה).
ער האט דען א מושג ווער רב קוק איז געווען. אדער ווער ר' יוסף חיים זוננפעלד איז געווען. ער הערט עפעס און פארשטייט האלבע זאכן און באמבעט נאך.
דא אין קווע שטיבל האט זיך אויך געדרייט איינער מיט'ן נאמען ישראל קאפקע. ער האט געטענה'ט אז ער וואוינט אין וויליאמסבורג. און ער האט אויך גערעדט זייער קנאיש/נאריש. ער האט אייביג צוזאמגעשאלטן די "רוצח'ישע מדינת ישראל מיליטער. און אויסגעדרוקט רחמנות אויף די "אומשולדיגע פאלעסטינער פרויען און קינדער". איך בין געווען זיכער אז ער איז שטארק אין די סאטמאר'ע קהילה אין וויליאמסבורג/ראדני. ווען איך האב אמאל עפעס געשריבן וועגן הרב ישראל מ. סופר המכונה מנשה פיליפ. האט ער געפרעגט א תמימות'דיגע קלאץ קשיא..ווער איז דאס? דארט האביך איהם געכאפט אז ער איז גארנישט קיין סאטמאר'ער. אפשר א גר אדער א בעל תשובה. ער ווייסט נישט ווער מנשה פיליפ איז, לאל. אונזער רעזידענט טראלל המכונה אסטראלאג ווייזט ארויס א יעדעס מאל ווען ער נוצט א ווארט אין לשה"ק אז ער איז א געשוואלענער עיי"ן ה"א. אפשר קענמען שרייבן און פיהרן די ויכוחים אויף ענגליש. אדער אויף אונגאריש...!