☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » איך שטיי מיט די היימישע לגב"ט געמיינדע

איך שטיי מיט די היימישע לגב"ט געמיינדע

102 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16298
בלאט: 1 2 3

דערהויבענע איד » דאנערשטאג יוני 15, 2023 11:41 pm

· #528574
צומישט און צוחישט
שמן למאור
איך וויל פארשטיין, לויט די רמב"ן וואס יעדע ביאה וואס איז נישט לקיום המין איז מרוחק ונמאס לויט די תורה, אויב אזוי ווען א פרוי איז שוין מעוברת אדער א זקנה וואס קען נישט געבוירן, איז די ביאה ביי זיי מרוחק ונמאס?
קודם כל ביי מעוברת קען זיין פשוט ווייל די גמ' זאגט אז תשמיש בימי עיבורה איז א גוטע זאך פאר איינעם, אדער פאר די מאמע אדער פאר'ן וולד צוטיילט לויט די חדשים.
און בימי מניקתה וזקינתה, יתכן אז כוונת הרמב"ן איז אז ס'מרוחק ונמאס ווען ס'ווערט נישט געטוהן אויף א אופן וואס ס'ראוי להזריע אין די טעג וואס איז שייך, פונקט ווי מקיים זיין עונה אין יענע טעג הייסט נישט קיין זרע לבטלה אפי' מ'ווייסט קלאר אז ס'גייט נישט פועל זיין, און אוודאי איז די רמב"ן מודה אז ס'דא א דין אין די תורה פון ועונתה לא יגרע, און ס'ווערט ג'פסקנט אין שו"ע אז מ'איז מחויב אפ' בימי עוברה ומניקתה וכן לעת זקנתה איז דא א באזונדערע חיוב פון ולערב אל תנח ידך.
לכאורה זאגסטו נאר קשיות, נישט תירוצים.

אוודאי אז ס'שטייט אזוי איז עס אזוי און דאס איז די טעם, אבער לויט דעם קומט אויס אז די איסור הוצז''ל איז נישט ''ממש'' וועגן די קינדער ווערן פארלוירן, נאר ווייל ס'גייט לאיבוד אן קיין תכלית.

ווייטער ביי מעוברת וואס ס'מאכט בעסער פארן קינד, פארוואס אויב ס'מאכט ''בעסער'' פאר'ן טאטע זאל מען נישט מעגן? ס'טוט נאך עני טיים אזויפיל אויף. איך רעדט סיי אויף הוצז''ל, און אויף משכב זכר לפי דאס וואס האלטן אז זיי קענען נישט עפעס אנדערש.

פארגעס אויך נישט אז די גאנצע זאך פון ''עונה'' פארוואס איז עס נאר לגבי די חיוב פון א מאן אויפן ווייב? די מאן האט נישט דען א צורך?

חדשים » דאנערשטאג יוני 15, 2023 11:43 pm

· #528575
שמן למאור
איך וויל פארשטיין, לויט די רמב"ן וואס יעדע ביאה וואס איז נישט לקיום המין איז מרוחק ונמאס לויט די תורה, אויב אזוי ווען א פרוי איז שוין מעוברת אדער א זקנה וואס קען נישט געבוירן, איז די ביאה ביי זיי מרוחק ונמאס?
די רבינו בחיי פרעגט די קשיא.

פונדאַמענטאַל » דאנערשטאג יוני 15, 2023 11:51 pm

· #528578
סקעפטיקער
לאמיר אנהייבן פון אל"ף, וואס מיינט אוממאראל? ס

די יסוד פון מאראל/עטיקס איז: מה דעלך סני לחברך לא תעביד - זו היא כל התורה כולה, ואידך - פירושא היא, זיל גמור. צוליב דעם איז גנב'נען הרג'נען ליגנט זאגן וכדו' אוממאראליש. אבער תועבה איז אוממאראליש? לא תאכל כל תועבה אויף מאכלות אסורות איז אויך אוממאראליש? וועם עס איז נישט מאוס, און גייט נישט אן אז דעם אייבערשטען איז עס מאוס זאל עס טוהן געזונטערהייט.
לאמיר טאקע אנהייבן פון אל'ף. לאמיר נעמען צום ערשט די אפציעלע definition פון dictionary אויף די ווארט מאראל:

1. concerned with the principles of right and wrong behavior and the goodness or badness of human character.
"the moral dimensions of medical intervention"
2. holding or manifesting high principles for proper conduct.
"he prides himself on being a highly moral and ethical person"

https://www.google.com/search?q=moral+definition&oq=mo&aqs=chrome.4.69i57j69i60l2j69i59l2j69i60l3j69i59j0i271.2047j0j7&client=ms-android-xiaomi-rvo3&sourceid=chrome-mobile&ie=UTF-8

די משמעות פנעם ווארט מאראל טוט נישט אנווייזן אויף עטיקס געבינדען דייקא צו בין אדם לחברו. די ריכטיגע הגדרה לכאורה טוט ארייננעמען אין זיך אלע פרינציפן פון ריכטיג און אומריכטיג אין מענטשליכע אויפפירונג און די גוטס און שלעכטס אין מענטשליכע כאראקטער.

די שרייבסט
סיי וואס איינער באשליסט אלס אוממאראל איז אוממאראליש אדער עס האט עפעס א הגדרה/הבנה?
עס קוקט אויס פון דיינע ווערטער אז די גלייבסט אין מאראל ריאליזם, ממילא זענען מיר אויפן זעלבן בלאט אין די שאלה. דאן דארפן מיר אוועקשטעלן וואס איז קובע די סטאנדארט פון מאראל, מאראל קען געבויט ווערן פון פילאסאפיע רעליגיע אדער קולטור - די נקודת המוצא וועט זיין אז דאס איז א סטאנדארט וועלכע דער מענטש גלייבט זאל זיין universal. [דאס אז די מאראל סטאנדארט איז געבויט אויף מענטשליכע מיינונג איז נישט סותר די אמת'דיגקייט דערפון. דאס אז מענטשען זענען flawed און זענען מעגליך נישט ביכולת צו קובע זיין די זאכן מיט אן אמת איז ריכטיג, אבער דאס איז אזויווי אלע אויפטואונגען פון א מענטש - א מענטש איז חסר און האט קיינמאל קיין שלמות, דאס מיינט נישט אז דער מענטש זאל נישט טון די מערסטע וואס איז שייך כפי השגתו].

האבנדיג דאס געזאגט קענען מיר צוקומען צו מאראל סטאנדארט געבויט אויף רעליגיע. דאס אז די סטאנדארט איז געוואנדן אין א גלויבנונג טוט נישט בעצם דיסקוואליפיצירן די סטאנדארט, סיידן אויב די געזעצן פון די גלויבנונג זענען נישט אויסגעשטעלט אויף צו אנווייזן שכל'דיגע געזעצן פון מאראל און ענליכע טערמינען - נאר בלויז צו איבערגעבן ציוויים פון די גאט פון די רעליגיע וועלכע איז נישט געבויט אויף סיי וועלכע יסודות פון שכל. וויאזוי איז עס ביי די אידישע רעליגיע? קוק אין לשון הרמב"ם אין מו'נ ח"ג ל"א:
אבל הענין כמו שזכרנו בלא ספק, והוא שכל ׳מצוה׳ מאלו ה׳שש מאות ושלוש עשרה מצוות׳ היא – לנתינת דעת אמיתי, או להסיר דעת רע, או לנתינת סדר ישר, או להסיר עול, או להתלמד במדות טובות, או להזהיר ממדות רעות – הכל נתלה בשלשה דברים: בדעות, ובמדות, ובמעשי ההנהגה המדינית. ואשר חייב שלא נמנה המאמרים, כי המאמרים אשר זרזה התורה לאמרם או הזהירה מהם, מהם – מה שהוא מכלל המעשים המדיניים ומהם – ללמד דעת אמיתי, ומהם – ללמד מדות. ומפני זה הספיק לנו באלו השלשה ענינים בנתינת סיבה בכל מצוה מן המצוות.

https://www.sefaria.org/Guide_for_the_Perplexed,_Part_3_31.2
לויט דעם איז די תורה לכאורה א ריכטיגע מקור פאר געזעצן פון מאראל. די תורה קובע זיין אז א מעשה איז תועבה. און מאראל קען זאגן אז טון מעשה תועבה איז אומריכטיג.

דאס וואס איר שרייבט
וועם עס איז נישט מאוס, און גייט נישט אן אז דעם אייבערשטען איז עס מאוס זאל עס טוהן געזונטערהייט
איז גערעכט, ווייל ער איז נישט געבינדען צו מיין דעה איבער מאראל. אבער דאס מיינט נישט אז מיין דעה איז נישט לעגיטים, פארוועם עס איז יא מאוס איז דאס יא אוממאראליש.

@מי אני האט געשריבן
דא האב איך צוגעברענגט איבער הגדרת "מאראל" בכלליות און איבער וואס דר. פּאָל בּלום זאגט איבער די אינטרעסאנטקייט פארוואס מ'האט א דיסגאָסט ריעקשאן צו אפילו קאנסענסשועל אינסעסט געשלעכט. און עס איז באקאנט אז די תורה זאגט אויף שלאפן מיט די שוועסטער (ויקרא כ יז) "חסד הוא" און רש"י דארט טייטשט "חרפה" און דער רשב"ם טייטשט "קלון" - ווייטער נישט "אימאראליש". ועכ"כ אז רש"י ברענגט אראפ דעם דרש אז עס איז געווען א חסד מהקב"ה שהותר לקין ושת שישאו את אחותם שמהם נבנה העולם ע"ש.
(Disclaimer: זיך קריגן אין פילאסאפיע מיטן חכם הרזים מי אני איז אפשר נער'יש, איך קען מיר אבער נישט איינהאלטן צו ארויסברענגען מיין מיינונג - נעמט עס אבער נישט צו ערענסט...).
די תורה שרייבט טאקע נישט אז עס איז אוממאראליש, אבער עס קען זיין אוממאראליש צו טון זאכן וואס זענען א חרפה און א קלון. רש'י'ס מהלך איז נישט קיין הצדקה פאר די עצם מעשה, לכאורה נאר א הוראת שעה וואס האט אויסגעפעלט פאר די greater good.
איך פארשטיי נישט אייער השוואה פון 'דיסגאסט ריעקשען' צו מאראל. און אין אייערע ווערטער וואס איר האט געלינקט ווי איר זענט דן איבער די עניין פון 'גנות', ווי די רמב"ם אי זיך מתייחס צו די שאנדע פון גיין נאקעט, איר טייטשט אפ 'די גנות שבו' צו 'די אוממאראלישקייט שבו', איך פארשטיי נישט פארוואס איר שטעלט זיי צוזאמען.

אלנפאלס דאס איז מיין ארעמע מיינונג איבער די עניין.

פונדאַמענטאַל » דאנערשטאג יוני 15, 2023 11:58 pm

· #528581
Re: איך שטיי מיט די היימישע לגב"ט געמיינדע
ברוך שפינוזה
פונדאַמענטאַל
עס איז א בושה פאר אונזער מדינה אז עס עקזיסטירט א מציאות ווי מען celebrate די גאווה פון מעשי תועבה. און די זעלבע צייט איז עס א כבוד פאר אונז אז מיר רעאגירן נישט מיט בארבארישקייט.
די שיינקייט איז אז קיינער (אויסער אפאר איררעלעוואנטע פאנאטן וואס וועלן אלץ פארבלייבן, שנאמר כי לא יחדל האביון מקרב הארץ, ואין עני אלא בדעת) פילט געסטראשעט ווען א גרופע מענטשן דעמאנסטרירן זייער מיינונג אזש מ'דארף רעאגירן מיט בוליאינג. איך קען האלטן אז משכב זכר איז אוממאראליש, דו קענסט האלטן אז מציצה בפה איז בארבאריש, א דריטער קען האלטן אז ווייזן קליעוועדש איז סקאנדאליש, א פערטער קען האלטן אז גיין מיט א ביבער הוט איז צוריקגעשטאנעניש, און ס'דא פלאץ פאר יעדעמ'ס דעה, מ'דארף נישט אויפפררעסן קיין מענטשן ווייל זיי האלטן אנדערש.
איך האב נישט פארשטאנען אויב די קריגסט מיט מיינע ווערטער אדער די קומסט גאר פארשטערקערן מיינע ווערטער.

Sent from my M2101K7BG using Tapatalk

צומישט און צוחישט » דאנערשטאג יוני 15, 2023 11:59 pm

· #528583
דערהויבענע איד
צומישט און צוחישט
שמן למאור

לכאורה זאגסטו נאר קשיות נישט תירוצים.

אוודאי אז ס'שטייט אזוי איז עס אזוי און דאס איז די טעם, אבער לויט דעם קומט אויס אז די איסור הוצז''ל איז נישט ''ממש'' וועגן די קינדער ווערן פארלוירן, נאר ווייל ס'גייט לאיבוד אן קיין תכלית.

ווייטער ביי מעוברת וואס ס'מאכט בעסער פארן קינד, פארוואס אויב ס'מאכט ''בעסער'' פארן טאטע זאל מען נישט מעגן? ס'טוט נאך עני טיים אזויפיל אויף. איך רעדט סיי אויף הוצז''ל, און אויף משכב זכר לפי דאס וואס האלטן אז זיי קענען נישט עפעס אנדערש.

פארגעס אויך נישטט אז די גאנצע זאך פון ''עונה'' פארוואס איז עס נאר לגבי די חיוב פון א מאן אויפן ווייב? די מאן האט נישט דען א צורך?
איך האב ארויסגעברענגט אז ס'דא צוויי וועגן וואס מ'טרעפט אז ס'נישט לבטלה א,יעדע מאל וואס ס'קען ארויקומען א קינד אדער א תיקון פאר'ן קינד. ב, ווען מ'איז משמש כדרך כל הארץ.
לדבריך ווען איז שייך די איסור פון מוציא זיין ז"ל? יעדע מאל א מענטש טוט עס, איז עס ווייל ער פילט אז ס'גייט אים בעסער ווערן דורכדעם, נו פארוואס הייסט עס לבטלה?
אלא מאי ס'זיכער דא א געוויסע גדר, און וויפיל איך ווייס איז עס די אויבנדערמאנטע.

דערהויבענע איד » פרייטאג יוני 16, 2023 12:31 am

· #528593

פרעג איך דיר צוריק, וואס אחילוק צו ס'איז א תיקון פארן קינד אדער פארן מענטש?

איך דארף דיר נישט זאגן וואספארא obsessions און אנדער שווערעקייטן דאס מאכט פארן מענטש.

ווי מ'וועט לייגען די גדר? דאס איז נישט קיין תירוץ צו לייגן די גדר סתם אן קיין סיבה ערגעץ.

גראדע טראכט איך פון א גוטע גדר, אזוי ווי ס'איז דא ביי לשון הרע, מ'מעג נאר רעדן אויב ס'איז ''לצורך''. דהיינו די מענטש פילט אז ער דארף עס.

איך הער.. » פרייטאג יוני 16, 2023 12:41 am

· #528595
Re: איך שטיי מיט די היימישע לגב"ט געמיינדע
שוין די דריטע מאל געטוישט די קעפל פינעם אשכול, וואס גייט פאר?

צומישט און צוחישט » פרייטאג יוני 16, 2023 1:14 am

· #528602
דערהויבענע איד
צומישט און צוחישט

פרעג איך דיר צוריק, וואס אחילוק צו ס'איז א תיקון פארן קינד אדער פארן מענטש?

איך דארף דיר נישט זאגן וואספארא obsessions און אנדער שווערעקייטן דאס מאכט פארן מענטש.

ווי מ'וועט לייגען די גדר? דאס איז נישט קיין תירוץ צו לייגן די גדר סתם אן קיין סיבה ערגעץ.

גראדע טראכט איך פון א גוטע גדר, אזוי ווי ס'איז דא ביי לשון הרע, מ'מעג נאר רעדן אויב ס'איז ''לצורך''. דהיינו די מענטש פילט אז ער דארף עס.
איך האב געשריבן וואס לפי ידיעתי איז די גדר וואס חז"ל האבן געלייגט.
דו פרעגסט פארוואס זיי האבן עס דא געלייגט, און נישט אויך געלאזט יעדע מאל מ'שפירט א דראנג, ווייסעך נישט..
סתם פאר די קלארקייט, לויט ווי דו שרייבסט קומט אויס אז די שארפע לשונות אין גמ' און שו"ע אויף די זאך, איז נאר געוואנדן צו א מענטש וואס טוט עס פשוט ווייל ער האט נישט בעסער וואס צו טוהן מיט די צייט, אויב אבער טוט ער עס ווייל די תאווה ברענט, מעג מען?

פאעזיער » פרייטאג יוני 16, 2023 11:08 am

· #528631
איינער מיט בילדער/קליפס פון די חתונה די פון די צוויי פרומע ווי יו גראדיועט מיידלעך טעמי לעטטין און פרומע לענדע?

דערהויבענע איד » פרייטאג יוני 16, 2023 11:23 am

· #528634
צומישט און צוחישט
דערהויבענע איד
צומישט און צוחישט

פרעג איך דיר צוריק, וואס אחילוק צו ס'איז א תיקון פארן קינד אדער פארן מענטש?

איך דארף דיר נישט זאגן וואספארא obsessions און אנדער שווערעקייטן דאס מאכט פארן מענטש.

ווי מ'וועט לייגען די גדר? דאס איז נישט קיין תירוץ צו לייגן די גדר סתם אן קיין סיבה ערגעץ.

גראדע טראכט איך פון א גוטע גדר, אזוי ווי ס'איז דא ביי לשון הרע, מ'מעג נאר רעדן אויב ס'איז ''לצורך''. דהיינו די מענטש פילט אז ער דארף עס.
איך האב געשריבן וואס לפי ידיעתי איז די גדר וואס חז"ל האבן געלייגט.
דו פרעגסט פארוואס זיי האבן עס דא געלייגט, און נישט אויך געלאזט יעדע מאל מ'שפירט א דראנג, ווייסעך נישט..
סתם פאר די קלארקייט, לויט ווי דו שרייבסט קומט אויס אז די שארפע לשונות אין גמ' און שו"ע אויף די זאך, איז נאר געוואנדן צו א מענטש וואס טוט עס פשוט ווייל ער האט נישט בעסער וואס צו טוהן מיט די צייט, אויב אבער טוט ער עס ווייל די תאווה ברענט, מעג מען?
חלילה איך זאג נישט אז מען מעג.

נאר אז איך פארשטיי נישט די טעם, ווען ס'קומט לתיקון הוולד אדער לקיים עונתה איז עס א לכתחילה, לקיים עונתו איז עס אסור. דאס איז וואס איך פארשטיי נישט.

מי אני » פרייטאג יוני 16, 2023 11:42 am

· #528637
פונדאַמענטאַל
@מי אני האט געשריבן
דא האב איך צוגעברענגט איבער הגדרת "מאראל" בכלליות און איבער וואס דר. פּאָל בּלום זאגט איבער די אינטרעסאנטקייט פארוואס מ'האט א דיסגאָסט ריעקשאן צו אפילו קאנסענסשועל אינסעסט געשלעכט. און עס איז באקאנט אז די תורה זאגט אויף שלאפן מיט די שוועסטער (ויקרא כ יז) "חסד הוא" און רש"י דארט טייטשט "חרפה" און דער רשב"ם טייטשט "קלון" - ווייטער נישט "אימאראליש". ועכ"כ אז רש"י ברענגט אראפ דעם דרש אז עס איז געווען א חסד מהקב"ה שהותר לקין ושת שישאו את אחותם שמהם נבנה העולם ע"ש.
(Disclaimer: זיך קריגן אין פילאסאפיע מיטן חכם הרזים מי אני איז אפשר נער'יש, איך קען מיר אבער נישט איינהאלטן צו ארויסברענגען מיין מיינונג - נעמט עס אבער נישט צו ערענסט...).
די תורה שרייבט טאקע נישט אז עס איז אוממאראליש, אבער עס קען זיין אוממאראליש צו טון זאכן וואס זענען א חרפה און א קלון. רש'י'ס מהלך איז נישט קיין הצדקה פאר די עצם מעשה, לכאורה נאר א הוראת שעה וואס האט אויסגעפעלט פאר די greater good.
איך פארשטיי נישט אייער השוואה פון 'דיסגאסט ריעקשען' צו מאראל. און אין אייערע ווערטער וואס איר האט געלינקט ווי איר זענט דן איבער די עניין פון 'גנות', ווי די רמב"ם אי זיך מתייחס צו די שאנדע פון גיין נאקעט, איר טייטשט אפ 'די גנות שבו' צו 'די אוממאראלישקייט שבו', איך פארשטיי נישט פארוואס איר שטעלט זיי צוזאמען.

אלנפאלס דאס איז מיין ארעמע מיינונג איבער די עניין.
איה"נ. דאס איז לכאורה פשט ברש"י. וואס איך וויל ארויסברענגן איז אז די לשון פון "חסד" איז גענוג נישט "אימאראליש" אז עכ"כ מ'קען דאס דרש'ענען אויף "חסד" כמשמעו. זהו

איך שטעל זיי נישט אינגאנצן צוזאמען און וועגן דעם האב איך אינעם צוגעלינקטן תגובה געשריבן:
מי אני
עס איז אינטרעסאנט אז ווי איך האב צוגעצייכענט פונעם רמב״ם במו״נ ח״ג פ״ח איז דאס גנות פון גיין נאקעט (די ״אימאראלישקייט״ שבו) נאר פון די מפורסמות: עס איז א שאנדע נאר מחמת קאנסענסוס ע״ש.
"אימאראלישקייט" האב איך במכוון געשריבן אין גענזפיסלעך. דאס פירט אריין, איבער וואס די נושא האשכול דא איז איבער, צו די חילוק איך האב צוגעברענגט שוין מערערע מאל לגבי נארמאטיווע מאראליטעט און דעסקריפּטיוו מאראליטעט. והיינו, נארמאטיווע מאראליטעט איז דאס צו וואס יעדעס ראציאנאלער מענטש וועט מודה זיין איז אימאראליש, ווי רציחה, הכאה, גניבה וכדומה. משא"כ דעסקריפּטיוו מאראליטעט איז וואס א געוויסע קולטור נעמט אָן אלס אימאראליש. משכב זכר קען נאר אריינגיין אין די גדר. ווייל דאס איז טאקע אמת אז דאס וואס די תורה איז מגדיר אלס "תועבה" או "קלון" וכדומה, ווערט אין די קולטור פון שומרי התורה (מער-ווייניגער) באטראכט אלס אַן "אומריכטיגע" אקט, וואס אט דאס באדייט דאך א "מפורסם/מוסכם", וואס דאס איז בעצם די הגדרה פון אַן "אימאראלישע" אקט.

ועיין במה שכתבתי כאן.

סקעפטיקער » פרייטאג יוני 16, 2023 12:13 pm

· #528639
פונדאַמענטאַל
סקעפטיקער
לאמיר אנהייבן פון אל"ף, וואס מיינט אוממאראל? ס

די יסוד פון מאראל/עטיקס איז: מה דעלך סני לחברך לא תעביד - זו היא כל התורה כולה, ואידך - פירושא היא, זיל גמור. צוליב דעם איז גנב'נען הרג'נען ליגנט זאגן וכדו' אוממאראליש. אבער תועבה איז אוממאראליש? לא תאכל כל תועבה אויף מאכלות אסורות איז אויך אוממאראליש? וועם עס איז נישט מאוס, און גייט נישט אן אז דעם אייבערשטען איז עס מאוס זאל עס טוהן געזונטערהייט.
לאמיר טאקע אנהייבן פון אל'ף. לאמיר נעמען צום ערשט די אפציעלע definition פון dictionary אויף די ווארט מאראל:

1. concerned with the principles of right and wrong behavior and the goodness or badness of human character.
"the moral dimensions of medical intervention"
2. holding or manifesting high principles for proper conduct.
"he prides himself on being a highly moral and ethical person"

https://www.google.com/search?q=moral+definition&oq=mo&aqs=chrome.4.69i57j69i60l2j69i59l2j69i60l3j69i59j0i271.2047j0j7&client=ms-android-xiaomi-rvo3&sourceid=chrome-mobile&ie=UTF-8

די משמעות פנעם ווארט מאראל טוט נישט אנווייזן אויף עטיקס געבינדען דייקא צו בין אדם לחברו. די ריכטיגע הגדרה לכאורה טוט ארייננעמען אין זיך אלע פרינציפן פון ריכטיג און אומריכטיג אין מענטשליכע אויפפירונג און די גוטס און שלעכטס אין מענטשליכע כאראקטער.

די שרייבסט
סיי וואס איינער באשליסט אלס אוממאראל איז אוממאראליש אדער עס האט עפעס א הגדרה/הבנה?
עס קוקט אויס פון דיינע ווערטער אז די גלייבסט אין מאראל ריאליזם, ממילא זענען מיר אויפן זעלבן בלאט אין די שאלה. דאן דארפן מיר אוועקשטעלן וואס איז קובע די סטאנדארט פון מאראל, מאראל קען געבויט ווערן פון פילאסאפיע רעליגיע אדער קולטור - די נקודת המוצא וועט זיין אז דאס איז א סטאנדארט וועלכע דער מענטש גלייבט זאל זיין universal. [דאס אז די מאראל סטאנדארט איז געבויט אויף מענטשליכע מיינונג איז נישט סותר די אמת'דיגקייט דערפון. דאס אז מענטשען זענען flawed און זענען מעגליך נישט ביכולת צו קובע זיין די זאכן מיט אן אמת איז ריכטיג, אבער דאס איז אזויווי אלע אויפטואונגען פון א מענטש - א מענטש איז חסר און האט קיינמאל קיין שלמות, דאס מיינט נישט אז דער מענטש זאל נישט טון די מערסטע וואס איז שייך כפי השגתו].

האבנדיג דאס געזאגט קענען מיר צוקומען צו מאראל סטאנדארט געבויט אויף רעליגיע. דאס אז די סטאנדארט איז געוואנדן אין א גלויבנונג טוט נישט בעצם דיסקוואליפיצירן די סטאנדארט, סיידן אויב די געזעצן פון די גלויבנונג זענען נישט אויסגעשטעלט אויף צו אנווייזן שכל'דיגע געזעצן פון מאראל און ענליכע טערמינען - נאר בלויז צו איבערגעבן ציוויים פון די גאט פון די רעליגיע וועלכע איז נישט געבויט אויף סיי וועלכע יסודות פון שכל. וויאזוי איז עס ביי די אידישע רעליגיע? קוק אין לשון הרמב"ם אין מו'נ ח"ג ל"א:
אבל הענין כמו שזכרנו בלא ספק, והוא שכל ׳מצוה׳ מאלו ה׳שש מאות ושלוש עשרה מצוות׳ היא – לנתינת דעת אמיתי, או להסיר דעת רע, או לנתינת סדר ישר, או להסיר עול, או להתלמד במדות טובות, או להזהיר ממדות רעות – הכל נתלה בשלשה דברים: בדעות, ובמדות, ובמעשי ההנהגה המדינית. ואשר חייב שלא נמנה המאמרים, כי המאמרים אשר זרזה התורה לאמרם או הזהירה מהם, מהם – מה שהוא מכלל המעשים המדיניים ומהם – ללמד דעת אמיתי, ומהם – ללמד מדות. ומפני זה הספיק לנו באלו השלשה ענינים בנתינת סיבה בכל מצוה מן המצוות.

https://www.sefaria.org/Guide_for_the_Perplexed,_Part_3_31.2
לויט דעם איז די תורה לכאורה א ריכטיגע מקור פאר געזעצן פון מאראל. די תורה קובע זיין אז א מעשה איז תועבה. און מאראל קען זאגן אז טון מעשה תועבה איז אומריכטיג.
בעצם קענסטו נוצן די ווארט אוממאראליש אויף סיי וואס, קענסט זאגן אז זיין דעפרעסט איז אוממאראליש. אבער אזא מאראל האט נישט קיין שום התחייבות. די התחייבות פון מאראל איז געבויעט אויף דעם אז דאס איז גוטס פון די מענטשהייט און די מענשטהייט איז עס מחייב (אדער דיין געפיל פון עמפעטי פאר אנדערע), און דאס איז נאר נוגע אויף זאכן וואס אפעקטירן אנדערע מענטשן און זיי זענען דערקעגן, און ווי איך האב געזאגט "מה דעלך סני לחברך לא תעביד".

נאכמער, לדבריך קומט אויס אז נישט האלטן שבת, עבו"ז, אפשניידן די בארד און פיאות, א כהן זיך מטמא זיין, די אלע זאכן זענען אוממאראליש. ריכטיג? ווייל אלעס וואס די תורה זאגט איז צו מיישר זיין די מענטש. איך מיין אז קיינער וואלט דאס נישט געזאגט. און קיינער וואלט אויך נישט געזאגט אז א שלעכטע העביט וואס איז זייער נישט גוט פאר א מענטש איז אוממאראליש, די הבנה איז אז אוממאראליש איז נאר עפעס וואס איז נוגע פאר א צווייטן. אויב איינער וויל טוהן זאכן וואס מענטשן האלטן מיאוס "ברבים" וועט עס זיין אוממאראליש ווייל ער פארמיאוס'ט אנדערע, אבער פריוואט קען אמענשט טוהן סיי וואס

(האסט גוט באמערקט, איך האלט טאקע פון מאראל ריאליזם)

פונדאַמענטאַל » דינסטאג יוני 20, 2023 1:57 pm

· #529012
סקעפטיקער
[
בעצם קענסטו נוצן די ווארט אוממאראליש אויף סיי וואס, קענסט זאגן אז זיין דעפרעסט איז אוממאראליש. אבער אזא מאראל האט נישט קיין שום התחייבות. די התחייבות פון מאראל איז געבויעט אויף דעם אז דאס איז גוטס פון די מענטשהייט און די מענשטהייט איז עס מחייב (אדער דיין געפיל פון עמפעטי פאר אנדערע), און דאס איז נאר נוגע אויף זאכן וואס אפעקטירן אנדערע מענטשן און זיי זענען דערקעגן, און ווי איך האב געזאגט "מה דעלך סני לחברך לא תעביד".

נאכמער, לדבריך קומט אויס אז נישט האלטן שבת, עבו"ז, אפשניידן די בארד און פיאות, א כהן זיך מטמא זיין, די אלע זאכן זענען אוממאראליש. ריכטיג? ווייל אלעס וואס די תורה זאגט איז צו מיישר זיין די מענטש. איך מיין אז קיינער וואלט דאס נישט געזאגט. און קיינער וואלט אויך נישט געזאגט אז א שלעכטע העביט וואס איז זייער נישט גוט פאר א מענטש איז אוממאראליש, די הבנה איז אז אוממאראליש איז נאר עפעס וואס איז נוגע פאר א צווייטן. אויב איינער וויל טוהן זאכן וואס מענטשן האלטן מיאוס "ברבים" וועט עס זיין אוממאראליש ווייל ער פארמיאוס'ט אנדערע, אבער פריוואט קען אמענשט טוהן סיי וואס
נישט יעדע גוטס און שלעכטס איז אין די גדר פון מאראל. אזויווי די שרייבסט
די התחייבות פון מאראל איז געבויעט אויף דעם אז דאס איז גוטס פון די מענטשהייט און די מענשטהייט איז עס מחיב
בלויז זאכן וואס גייען אריין אין די הגדרה איז שייך ביי דעם די טערמין 'מאראל'. אבער דאס מיינט נישט אז מאראל איז בלויז מעגליך ביי זאכן וואס זענען נוגע פאר א צווייטן. עס זענען דא זאכן וואס זייער שלעכטס איז געבויט אויף עטיקס און עס זענען דא זאכן וואס זייער שלעכטס איז געבויט אויף אנדערע כללים. דערפאר זענט איר גערעכט אז נישט אלעס וואס עס שטייט אין די תורה אז עס איז שלעכט איז בגדר אוממאראלישקייט. אבער עס זענען יא דא זאכן וואס על פי דעת התורה איז דאס אוממעטיש און דערפאר אוממאראליש. וויבאלט די תורה גיבט אן א טעם פאר משכב זכור אז זי אסר'ט דאס צוליב וואס עס איז תועבה דאן פארשטיי איך אז די תורה האט דאס געזען אלס אן אוממעטישע אקט - און דערפאר אוממאראליש.
כאטש וואס די אוממאראלישקייט פון אזא סארט זאך איז נישט עפעס וואס איז universal נאר איז געבויט אויף א פריוואטע דעה, נאכאלץ איז שייך אז א מענטש זאל האבן א דעה אויף דעם אז עס איז אוממאראליש. און אה''נ עס ארויפצווינגען אויף אנדערע וועלכע גלייבן נישט אזוי וואלט געווען אומריכטיג. און אזוי ווי @מי אני האט געשריבן פריער איבער די חילוק פון נארמאטיווע מאראליטעט און דעסקריפטיוו מאראליטעט, אוודאי איז דא א צעווישנשייד פון מאראל געבויט אויף אייגענע מיינונג און מאראל געבויט אויף universal עטיקס.

סקעפטיקער » דינסטאג יוני 20, 2023 2:25 pm

· #529023

איך האב נישט פארשטאנען וואס דו זאגסט, אויב ביסטו מסכים אז מאראל מיינט נאר זאכן וואס איז גוט אדער שלעכט פאר די מענטשהייט, דאן מיינט דאך עס נאר זאכן וואס זענען נוגע פאר א צווייטן. אויב איז עס נישט נוגע פאר א צווייטן איז דאך עס נישט די גוטס און שלעכטס פון די מענטשהייט נאר זיין פערזענליכע, און פארוואס זאל מען צווינגען אויף דעם? אפילו משכב זכר זאל יוניווערסעל זיין אנגענומען אלס אומעטיש מיינט עס לכל היותר אז עס נישט קיין גוטע וועג זיך אזוי צו פירן, אבער וואס גייט דיך אן אז יענער איז אומעטיש? ווילאנג עס שטערט נישט פאר אנדערע מיינט דאס אז עס איז נישט נוגע פאר די כלליות מין האנושי און עס איז נישטא קיין סיבה אים צו צווינגען דערקעגן

מי אני » מיטוואך יוני 21, 2023 8:58 am

· #529221
לגבי "תועבה" בנוגע משכב זכר און איר קשר צו אימאראל, שרייבן דר. ריטשערד עליאט פריעדמאן און דר. שׁאָנאַ דאלאנסקי:
In connection with the discussion in our age, some people say that homosexuality is immoral. This especially comes up when people on the other side of the issue say to these people that discrimination against homosexuals is the same as discrimination against people of other races or religions. They respond that the difference is that homosexuality is immoral. So the question is: what is immoral about it? In the case of murder or theft or false witness, we can see pretty readily what is wrong with these things. Likewise in some sexual matters, we can see, with very few of us disagreeing, what is wrong with incestuous abuse of children. The harm that occurs in all of these is visible. But homosexuality is different. The harm is not obvious in the first place, and, on the other side, there are questions of harm that is done to homosexual persons when they are ill-treated by the heterosexual majority. When we have heard people assert that homosexuality is immoral, the most common thing we have heard them say to back that view up is precisely to cite the fact that the Bible forbids it (at least for men). That, however, is not the answer. It is the question! Our original question about the biblical law was: what is immoral about it? The law does not say. It just says that homosexual acts are a to‘ebah. But the word to‘ebah does not mean that something is immoral. It means that it offends some group (e.g. Genesis 43:32). In the absence of the obvious harm that other laws involve, we cannot conclude that this law regards homosexuality as immoral. It regards it as offending
וידוע מה דפירש בר קפרא על זה בנדרים נא. ע"ש.

פונדאַמענטאַל » מיטוואך יוני 21, 2023 2:12 pm

· #529256
סקעפטיקער
איך האב נישט פארשטאנען וואס דו זאגסט, אויב ביסטו מסכים אז מאראל מיינט נאר זאכן וואס איז גוט אדער שלעכט פאר די מענטשהייט, דאן מיינט דאך עס נאר זאכן וואס זענען נוגע פאר א צווייטן. אויב איז עס נישט נוגע פאר א צווייטן איז דאך עס נישט די גוטס און שלעכטס פון די מענטשהייט נאר זיין פערזענליכע, און פארוואס זאל מען צווינגען אויף דעם? אפילו משכב זכר זאל יוניווערסעל זיין אנגענומען אלס אומעטיש מיינט עס לכל היותר אז עס נישט קיין גוטע וועג זיך אזוי צו פירן, אבער וואס גייט דיך אן אז יענער איז אומעטיש? ווילאנג עס שטערט נישט פאר אנדערע מיינט דאס אז עס איז נישט נוגע פאר די כלליות מין האנושי און עס איז נישטא קיין סיבה אים צו צווינגען דערקעגן
גוט פאר מענטשהייט מיינט נישט נאר גוט צווישן מענטשען נאר אויך זאכן וואס זענען נישט גוט פאר די מיטגעלידער פון די מענטשליכע געזעלשאפט.
עס איז דא א ערך אין די מצב פון כללות מין האנישי - געבויט אויף די ביהעיוויער פון פערזענליכע מענטשען. Bad behavior וואס ווערט פארשפרייט צווישן פערזענליכע מענטשען איז א פראבלעם פאר די מענטשהייט בכלל.
צווינגען איז טאקע נישט ריכטיג. אין א דעמאקראטישע סאסייעטי האט א מענטש א רעכט צו טון מה שלבו חפץ.

כרם זית » מיטוואך יוני 21, 2023 2:18 pm

· #529257
זאגט מיר א איד אז ער האט געקויפט פתיחת הארון צוליב שטאלץ מאנאט.

וואלווי » מיטוואך יוני 21, 2023 2:25 pm

· #529258
כרם זית
זאגט מיר א איד אז ער האט געקויפט פתיחת הארון צוליב שטאלץ מאנאט.
א צווייטער טענה'ט אז ער האט טייער באצאלט פאר פתיחה..

סקעפטיקער » מיטוואך יוני 21, 2023 2:36 pm

· #529260
פונדאַמענטאַל
סקעפטיקער
איך האב נישט פארשטאנען וואס דו זאגסט, אויב ביסטו מסכים אז מאראל מיינט נאר זאכן וואס איז גוט אדער שלעכט פאר די מענטשהייט, דאן מיינט דאך עס נאר זאכן וואס זענען נוגע פאר א צווייטן. אויב איז עס נישט נוגע פאר א צווייטן איז דאך עס נישט די גוטס און שלעכטס פון די מענטשהייט נאר זיין פערזענליכע, און פארוואס זאל מען צווינגען אויף דעם? אפילו משכב זכר זאל יוניווערסעל זיין אנגענומען אלס אומעטיש מיינט עס לכל היותר אז עס נישט קיין גוטע וועג זיך אזוי צו פירן, אבער וואס גייט דיך אן אז יענער איז אומעטיש? ווילאנג עס שטערט נישט פאר אנדערע מיינט דאס אז עס איז נישט נוגע פאר די כלליות מין האנושי און עס איז נישטא קיין סיבה אים צו צווינגען דערקעגן
גוט פאר מענטשהייט מיינט נישט נאר גוט צווישן מענטשען נאר אויך זאכן וואס זענען נישט גוט פאר די מיטגעלידער פון די מענטשליכע געזעלשאפט.
עס איז דא א ערך אין די מצב פון כללות מין האנישי - געבויט אויף די ביהעיוויער פון פערזענליכע מענטשען. Bad behavior וואס ווערט פארשפרייט צווישן פערזענליכע מענטשען איז א פראבלעם פאר די מענטשהייט בכלל.
צווינגען איז טאקע נישט ריכטיג. אין א דעמאקראטישע סאסייעטי האט א מענטש א רעכט צו טון מה שלבו חפץ.
איז זיין דעפרעסט אוממאראליש? עס איז נאך עניטיים א Bad behavior

קורץ שארף צום פוינט! » מיטוואך יוני 21, 2023 2:55 pm

· #529262
תועבה מיינט עקלדיג!
עס פארעקלט אנדערע מענטשן.
ריכטיג פאר די קליינע מינאריטעט איז עס געשמאק אבער פאר רובא דרובא מענטשן איז עס עקלדיג. סא: תועבה היא!
קומט זיך טויט שטראף פאר איינער וואס פארעקלט דיך? א אנדערע שאלה און א צווייטע פרשה

פונדאַמענטאַל » מיטוואך יוני 21, 2023 3:50 pm

· #529270
סקעפטיקער
איז זיין דעפרעסט אוממאראליש? עס איז נאך עניטיים א Bad behavior
עס זענען דא כמה סוגים bad behavior. כמו שכבר הארכתי למעלה.

איציקל » מיטוואך יוני 21, 2023 3:59 pm

· #529271
מי אני
לגבי "תועבה" בנוגע משכב זכר און איר קשר צו אימאראל, שרייבן דר. ריטשערד עליאט פריעדמאן און דר. שׁאָנאַ דאלאנסקי: But the word to‘ebah does not mean that something is immoral. It means that it offends some group (e.g. Genesis 43:32). In the absence of the obvious harm that other laws involve, we cannot conclude that this law regards homosexuality as immoral. It regards it as offending
[/left]

@מי אני: ווען זיי שרייבן אומרעכט (offending) איז די כונה אז משכב זכר איז אסור ווייל דאס ווייזט אויף נישט ריכטיגע דאמינענס איבער א צווייטען, בנגד צו וואס איז געווען אנגענומען אז מיט א נקבה איז דאס יא ריכטיג, ווי צ.ב.ש. א פלגש?
אויב נישט, דאן וואס איז יא דער אומרעכט?

מי אני » מיטוואך יוני 21, 2023 5:11 pm

· #529288
זיי צייכענען צו צום פסוק בבראשית מג לב וואס דארט שטייט, כי לא יוכלון המצרים לאכל את העברים לחם כי תועבה הוא למצרים. דארט מיינט ״תועבה״ נישט ״אומרעכט״, ווי איידער פשוט ס׳איז זיי ״אָפענסיוו״ (סאָבּדזשעקטיוולי ״עקעלדיג״?) מחמת איזה סיבה שהיא.

סטיווען גרינבערג טענה׳ט טאקע אז די איסור פון משכב זכר איז אויפ׳ן בועל ווען עס טוהט דיגרעידן דעם נבעל ווען ער איז אויף א העכערן סאציאלן שטאנד פונעם בועל, מחמת דעם ווייל מ׳מאכט מיט אים כעין משכב אשה. דר. ריטשערד פריעדמאן און דר. שׁאָנאַ דאלאנסקי זאגן אבער אז דאס איז טאקע די געדאנק, אבער די תורה האט געשטעלט יעדן אויף די זעלבע סאציאלע מדריגה, וממילא איז דער נבעל קיינמאל נישט אויף א קלענערע סאציאלע מדריגה פונעם בועל אז ס׳זאל נישט זיין א דעגרידעישאן.

איציקל » מיטוואך יוני 21, 2023 8:38 pm

· #529320
ס'איז אינטרעסאנט צו באמערקן אַז אין פ' קדושים וואו די תורה איז מחייב מיתה פאר משכב זכר איז דער לשון הפסוק (ויקרא כ, יג) 'ואיש אשר ישכב את זכר משכבי אשה תועבה עשו שניהם', אולי י"ל אז עס קומט שולל זיין דער מהלך אז ס'איז אפענסיוו צו א געוויסע גרופע, נאר דייקא אז עס איז אן אוממאראליש אקט פאר ביידע, ויל"ע.

ברוך שפינוזה » מיטוואך יוני 21, 2023 8:52 pm

· #529323
איך שטיי מיט די היימישע לגב"ט געמיינדע
ס׳איז אפענסיוו פאר האמאופאובס (מענטשן וואס עקלען זיך פון משכב זכר) מערקט אויך אז אויף משכב נקבה שטייט נישט תועבה (לכאורה אינגאנצן נישט אסור לויט׳ן בייבל) ווייל זיך עקלען דערפון איז ווייניגער מצוי און דערפאר נישט אזוי אפענסיוו

מי אני » דאנערשטאג יוני 22, 2023 9:30 am

· #529362
דר. דוד פרענקל שרייבט טאקע:
There is no compelling reason to take “lyings of a woman” as a reference to violence and humiliation. I think it more likely that the act itself is considered an “abomination” and that this has nothing to do with the act’s effects in terms of feminizing the other

Leviticus 20:13, condemns both men to death, strongly implying that both are participants in the act and guilty and not that the active partner was forcing or degrading the passive partner, who should then be free of punishment (just as the raped woman is in Deut 22:26)

In sum, the text describes male homosexual s*x, even when consensual, as an abomination and a defilement, requiring the death penalty for both participants. It is of little use to attempt to make the text say something other than what it plainly says. An authentic grappling with the biblical text requires intellectual honesty and exegetical candor
‏(ער ברענגט ארויס אז די איסור איז בעצם א מחלוקת צווישן P/H און די אנדערע, ווי צב״ש D (ועיין בשמואל ב א כו וועלכע איז פון D; הגם דאס איז ל״ד א שטארקע ראיה ווי דר. פריעדמאן און דר. דאלאנסקי ברענגען ארויס).)

דר. פריעדמאן און דר. דאלאנסקי שרייבן דארט לגבי ״תועבה״ ממבט התנ״ך:
The question is: is the term to‘ebah an absolute — meaning that an act that is a to‘ebah is wrong in itself and can never be otherwise? Or is the term relative, meaning that something that is a to‘ebah to one person may not be offensive to another, or something that is a to‘ebah in one culture may not be offensive in another, or something that is a to‘ebah in one generation or time period may not be offensive in another — in which case the law may change as people’s perceptions change? Elsewhere in the Bible the term is in fact relative
📎 IMG_4973.jpeg ולגבי דאס אז די תורה האט נישט געשריבן קיין איסור אויך לעסבּיעניזם, שרייבן זיי באריכות ובתו״ד: 📎 IMG_4974.jpeg 📎 IMG_4975.jpeg ועיין בספרא עה״פ (ויקרא חי ג) כמעשה ארץ מצרים, ובשבת סה. ויבמות עו. ובהל״ איסורי ביאה (פכ״א ה״ח) ובאה״ע סימן כ סעיף ב.

קורץ שארף צום פוינט! » דאנערשטאג יוני 22, 2023 1:15 pm

· #529381
משכב בהמה ווערט נישט אנגערופן תועבה כאטש עס פארמיעסט מערסטנס מענטשן!
אגב, א גוטע שאלה, פארוואס לייגען זיי נישט צו צום לגבט אויך א B פאר בעסטיעליטי? הא? ווייל דו עקלסטיך? נו אבער טויזענטער מענטשן איבער די גלאוב ווילן עס יא!

צוזאמגעדרייט » דאנערשטאג יוני 22, 2023 1:17 pm

· #529382
Re: איך שטיי מיט די היימישע לגב"ט געמיינדע
איך מיין אז דאס איז אומלעגאל.

קורץ שארף צום פוינט! » דאנערשטאג יוני 22, 2023 1:19 pm

· #529384
צוזאמגעדרייט
איך מיין אז דאס איז אומלעגאל.
הא גופא איז די טענה, לגב"ט פלעגט אויך - ביז נישט צו לאנג צוריק - זיין פונקט אזוי אומלעגאל!

goldup » דאנערשטאג יוני 22, 2023 2:41 pm

· #529385
ברוך שפינוזה
סתם א זייטיגע פוינט. געוויסע שרייען אז די "תועבה" מארש אין ירושלים איז א בושה וחרפה פאר מדינת ישראל וואס פאררופט זיך אלס דאס אידיש לאנד, און איך טענה פונקט פארקערט, ס'איז א כבוד פאר'ן אידישן פאלק אז מיר זענען נישט אזעלכע בארבארן ווי סאודי אראביע און איראן.
מען ברויך נישט זיין בארבאריש מען ברויך בלויז זיין א נארמאלע מענטש אין זיך אויפירן מענטשליך

סקעפטיקער » דאנערשטאג יוני 22, 2023 2:44 pm

· #529386
קורץ שארף צום פוינט!
צוזאמגעדרייט
איך מיין אז דאס איז אומלעגאל.
הא גופא איז די טענה, לגב"ט פלעגט אויך - ביז נישט צו לאנג צוריק - זיין פונקט אזוי אומלעגאל!
א בהמה קען נישט געבן קיין קאנסענט, משא"כ מענטשן

קורץ שארף צום פוינט! » דאנערשטאג יוני 22, 2023 2:57 pm

· #529387
סקעפטיקער
קורץ שארף צום פוינט!
צוזאמגעדרייט
איך מיין אז דאס איז אומלעגאל.
הא גופא איז די טענה, לגב"ט פלעגט אויך - ביז נישט צו לאנג צוריק - זיין פונקט אזוי אומלעגאל!
א בהמה קען נישט געבן קיין קאנסענט, משא"כ מענטשן
גערעכט. א בהמה קען נישט געבן קיין קאנסענט אז דו זאלסט איר שחט'ן און אויפעסן - אבער דו עסט פלייש!
אלזא, דער קאנסענט ארגומענט האט נישט קיין האפט און האלט נישט קיין וואסער!

צוזאמגעדרייט » דאנערשטאג יוני 22, 2023 5:12 pm

· #529397
Re: איך שטיי מיט די היימישע לגב"ט געמיינדע
קודם כל אין די מערב וועלט קולטור ווערט גרעיפ באטראכט אלס ערגער ווי מארד (אזוי מיין איך). צווייטנס הארגענען א בהימה איז נישט אזוי פשוט אין די אויגן פונעם מאדערנעם קולטור, ספעציעל אז עס קומען לעצטנס צי גאר אסאך אלטערנאטיוון.

וואס מיך באדערט איז, וואס טוט זיך מיט א הינט וואס וויל דאס טון מיטן באסס? אדער איז גרייט דאס צו טון פארן באסס. וואס איז די פראבלעם?

ביי דע וועי, אויב עפעס זאל אפשניידן "טעסטיקלס" פונעם הינט ווערן פאררעכנט אלס א פאברעך, אפשר גאר א געשלעכטליכע פאברעך.

מי אני » דאנערשטאג יוני 22, 2023 5:47 pm

· #529406
קורץ שארף צום פוינט!
סקעפטיקער
קורץ שארף צום פוינט!
צוזאמגעדרייט
איך מיין אז דאס איז אומלעגאל.
הא גופא איז די טענה, לגב"ט פלעגט אויך - ביז נישט צו לאנג צוריק - זיין פונקט אזוי אומלעגאל!
א בהמה קען נישט געבן קיין קאנסענט, משא"כ מענטשן
גערעכט. א בהמה קען נישט געבן קיין קאנסענט אז דו זאלסט איר שחט'ן און אויפעסן - אבער דו עסט פלייש!
אלזא, דער קאנסענט ארגומענט האט נישט קיין האפט און האלט נישט קיין וואסער!
1). דאס אז מ'טוהט די פארברעך און אומרעכט קעגן בע"ח און זייער קאנסענט, מיינט נישט אז די טענה אז מ'קען יעצט טוהן אנדערע אומרעכטן קעגן זיי און זייער ווילן האט האפט. מיינענדיג, צום מערסטענסט איז דיין טענה איז "מ'טאר נישט הרג'ענען בע"ח פשוט אויף זיי צו עסן" אויך נישט. זהו.

דאס פירט אריין צו,
2). מ'קען אויך מחלק זיין אז עס איז נישט דומה. דהיינו, איה"נ אז הרג'ענען בע"ח כדי זיי צו עסן איז עטיש אומריכטיג (מכח זייער נאַן-קאנסענט וכו'), איז דאס אבער ההכרח לא יגונה אויף כדי צו עסן וחיותא הוא. און דאס איז טאקע א לעדזשיטעמעט טענה פון די וועדזשעטעריענס אז מ'קען בעצם יא באקומען די נוּטריענטס אָן זייער פלייש. און די שאלה ווערט ווי שווער וכו'. משא"כ סתם זיי צו נוצן און מצער זיין קעגן זייער ווילן בלייבט אַן אומרעכט.

לשבר את האוזן, פונקט אזוי ווי דו פארשטייסט אז די תורה/הלכה איז טאקע מתיר לשחוט בע"ח לאכול את בשרם, אבער איז פונדעסטוועגן דאך קעגן צער בע"ח און זיי פשוט צו פאנגן אין יאגד לשם ספּאָרט ותענוג (ועיין ברמ"א באו"ח סימן שטז סעיף ב ובמ"א שם ס"ק ה), ווי אויך איז איינע פון די שסה ל"ת לסרס בע"ח (ספר המצות ל"ת שסא ובחינוך מצוה רצא). מיינט דאס יעצט אז די תורה'ס פאזיציע קעגן צער בע"ח "האלט נישט קיין וואסער" און איז אינקאנסיסטענט, וויבאלד זי איז דאך מתיר שחיטתן לצורך אכילה (וידוע הרמב"ם בהל' תפילה פ"ט ה"ז)? ל"ד ומהאי טעמא.

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג יוני 22, 2023 6:39 pm

· #529417
א. א שנעלע גוגל זוך אויף zoophilia זאגט מיך אז משכב בהמה איז אומלעגאל אין אלע פאראייניגטע שטאטן אויסער 2, ווי אויך ברענגט עס מיך ארויף א שיינע פאר פורנו רעזולטאטן פון דעם סארט, לכאורה איז עס אזוי אומלעגאל ווי קראסן א רויט לייט ווייל ווען ס'איז ווען אן ערנסטע פארברעך וואלט עס גוגל נישט ארויפגעברענגט.

ב. פארוואס זאל עס זיין אומלעגאל? אלס איינער וואס האט זיך שוין געדרייט גענוג ארום שטוב חיות ווייס איך פאר א פאקט אז זיי קענען שוין איינמאל געבן consent... אבער מיר ווייסן דאך אז געזעצן זענען נישט אלץ געבויט אויף אונזער קאממאן סענס, ס'דא טיפע טאשן מיט לאביאיסטן מיט פארשידענארטיגע אינטערעסן וואס וועלן אונז קיינמאל נישט בייפאלן, ומי יבוא בסוד קדושים.

ג. זופיליה וועט קיינמאל נישט ווערן א טייל פונעם לגבט++ פאר'ן פשוט'ן סיבה אז ס'טראגט נישט דעם גלאנץ פון ליעבע/הומעניזם/וואטעווער און דערפאר האט קיינער קיין אינסענטיוו צו שטופן אזא אגענדע, אויפ'ן לעגאלן פראנט איז די נושא אויך גאנץ קנאפ רעלעוואנט ווייל חיות בדרך כלל צאלן נישט קיין שטייערן אז ס'זאל זיין נוגע פאר joint filing ווי אויך האלטן זיי נישט זייער געלט אין באנק קאנטעס אז ס'זאל זיין נוגע פאר joint bank accounts.

קורץ שארף צום פוינט! » דאנערשטאג יוני 22, 2023 7:21 pm

· #529419
@מי אני,

1. קען זיין, אבער בפשטות איז מארד פיל פיל הארבער, איך רעד שוין נישט היסטאריש, אבער אויך היינטיגע צייטן אין רוב וועלט.
2. דארף מען אויך וויסן ווי שטארק עס איז זיי מצער. למשל אז עס וועט נתברר ווערן אין קארט אז ס'האט נישט וויי געטוהן. איי מיען די בהמה'לע האט נישט געסאפערט קיין פסיכאלאגישע דעמעדזש...
לגבי דיין טענה פון צע"ח לצורך ווס. לצער אז סנישט קאנסיסטענט, איז עס נישט ריכטיג. ווייל צער איז ערגער פון מיתה כמו שכתבו התוספות מהא דאלמלי נגדוהו לחנניא מישאל ועזריה וכו'.
ווייס איך אויך נישט וויאזוי פונקטליך האט דער פערד געגעבן קאנסענט אז מ'זאל רייטן אויף איהם און דער אקס אז מ'זאל מיט עם אקערן און די קוה אז מ'זאל איר מעלקן צום טויט... מיילא די בע"ח או-קיי, אבער דער פערד קען דאך נישט געבן קאנסענט, ר'ידאך א פערד!

@ברוך שפינוזה,
ב. זיי ביטע מער מסביר ווייל איך פארשטיי נישט.

ג. דארף מען נאר אז צד אחד פון די בהמה'דיגע שידוך זאל באצאלן הוצאת החתונה.

מי אני » דאנערשטאג יוני 22, 2023 7:50 pm

· #529426
קורץ שארף צום פוינט!
@מי אני,

1. קען זיין, אבער בפשטות איז מארד פיל פיל הארבער, איך רעד שוין נישט היסטאריש, אבער אויך היינטיגע צייטן אין רוב וועלט.
אפילו אזוי מיינט דאס נאך נישט אז ווייל מ'איז פארנאכלעסיגט אין די אומרעכט, איז די עצם טענה פון גיין קעגן זייער קאנסענט נישט וואליד. די טענה איז ענדערשער אז "היתכן מ'טוהט טאקע די הארבערע אומרעכט פון זיי אומברענגען לצורך אכילה?" נישט אז ווייל מ'טוהט שוין די גרעסערע אמרעכט (אשר יש בה אמתלא של הכרח) זאל מען שוין טוהן די קלענערע.
קורץ שארף צום פוינט!
לגבי דיין טענה פון צע"ח לצורך ווס. לצער אז ס'נישט קאנסיסטענט, איז עס נישט ריכטיג. ווייל צער איז ערגער פון מיתה כמו שכתבו התוספות מהא דאלמלי נגדוהו לחנניא מישאל ועזריה וכו'.
ווייס איך אויך נישט וויאזוי פונקטליך האט דער פערד געגעבן קאנסענט אז מ'זאל רייטן אויף איהם און דער אקס אז מ'זאל מיט עם אקערן און די קוה אז מ'זאל איר מעלקן צום טויט... מיילא די בע"ח או-קיי, אבער דער פערד קען דאך נישט געבן קאנסענט, ר'ידאך א פערד!
ווי איך פארשטיי איז דיין טענה דא אז די טעם פארוואס די תורה איז מתיר שחיטתן איז ווייל דאס איז א "קליינע" צער שיש לה קצבה, לעומת די "גרעסערע" צער פון סתם צער בע"ח שאין לה קצבה וואס עס אסר'ט. און דערפאר איז עס נישט אינקאנסיסטענט. און נישט ווי איך זאג אז די טעם איז ווייל דאס איז א הכרח אבער דאס נישט.

אבער תשובתך בצדך: איז דען נישט די תורה פונקט אזוי מתיר לעבוד בבע"ח ולשתות חלבן (וואס די פסוק דערמאנט עטליכע מאל) שהיא ג"כ צער שאין לה קצבה (ווי דו דערמאנסט), פונקט אזוי ווי עס איז מתיר שחיטתן שהיא צער שיש לה קצבה? אלא מאי איז נישט דאס די חילוק. נאר די חילוק איז, ווי איך האב געשריבן, אז מה שהיא מן ההכרח לחיותן של בני אדם האט די תורה מתיר געווען השתמשות בבע"ח אף כשיש להן צער ואף כשאין לה קצבה. ואיה"נ, היינט-צו-טאג וואו מ'קען דאס טוהן פונקט אזוי עפישענטלי אָן דעם מיט מאשינען, איז עס עטיש אסור להשתמש בבע"ח (אפילו ווען עס וואלט געווען די זעלבע עפישענט) מחמת צערן כיון דאיכא דרכא אחרינא. פונקט אזוי ווי מ'פארשטייט אז טאמער קען מען פונקט אזוי גרינג פארשאפן פלייש, וואס איז פונקט דאס זעלבע אינגאנצן לגמרי, וואס מ'האט געמאכט אין א לאבארעטארי (און האט נישט קיין שאלה פון שחיטה וטריפה), דאן איז עטיש אסור צו אנשטאטס דעם גיין דאס פארשאפן דורך שחט'ען א בע"ח. ופשוט. די שאלה איז צי יעצט איז טאקע פלייש ממש א הכרח וחיותא, ווי אסאך טענה'ן אז עס איז טאקע נישט און טאקע אַן עטישע פראבלעם.

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג יוני 22, 2023 7:58 pm

· #529429
קורץ שארף צום פוינט!
זיי ביטע מער מסביר ווייל איך פארשטיי נישט.
זעהט מיר אויס ווי א שטיקל סתירה 😂 😂 😂

שערי יושר » דאנערשטאג יוני 22, 2023 9:09 pm

· #529436
Re: איך שטיי מיט די היימישע לגב"ט געמיינדע

קורץ שארף צום פוינט! » דאנערשטאג יוני 22, 2023 11:53 pm

· #529452
מי אני
קורץ שארף צום פוינט!
@מי אני,

1. קען זיין, אבער בפשטות איז מארד פיל פיל הארבער, איך רעד שוין נישט היסטאריש, אבער אויך היינטיגע צייטן אין רוב וועלט.
אפילו אזוי מיינט דאס נאך נישט אז ווייל מ'איז פארנאכלעסיגט אין די אומרעכט, איז די עצם טענה פון גיין קעגן זייער קאנסענט נישט וואליד. די טענה איז ענדערשער אז "היתכן מ'טוהט טאקע די הארבערע אומרעכט פון זיי אומברענגען לצורך אכילה?" נישט אז ווייל מ'טוהט שוין די גרעסערע אמרעכט (אשר יש בה אמתלא של הכרח) זאל מען שוין טוהן די קלענערע.
קורץ שארף צום פוינט!
לגבי דיין טענה פון צע"ח לצורך ווס. לצער אז ס'נישט קאנסיסטענט, איז עס נישט ריכטיג. ווייל צער איז ערגער פון מיתה כמו שכתבו התוספות מהא דאלמלי נגדוהו לחנניא מישאל ועזריה וכו'.
ווייס איך אויך נישט וויאזוי פונקטליך האט דער פערד געגעבן קאנסענט אז מ'זאל רייטן אויף איהם און דער אקס אז מ'זאל מיט עם אקערן און די קוה אז מ'זאל איר מעלקן צום טויט... מיילא די בע"ח או-קיי, אבער דער פערד קען דאך נישט געבן קאנסענט, ר'ידאך א פערד!
ווי איך פארשטיי איז דיין טענה דא אז די טעם פארוואס די תורה איז מתיר שחיטתן איז ווייל דאס איז א "קליינע" צער שיש לה קצבה, לעומת די "גרעסערע" צער פון סתם צער בע"ח שאין לה קצבה וואס עס אסר'ט. און דערפאר איז עס נישט אינקאנסיסטענט. און נישט ווי איך זאג אז די טעם איז ווייל דאס איז א הכרח אבער דאס נישט.

אבער תשובתך בצדך: איז דען נישט די תורה פונקט אזוי מתיר לעבוד בבע"ח ולשתות חלבן (וואס די פסוק דערמאנט עטליכע מאל) שהיא ג"כ צער שאין לה קצבה (ווי דו דערמאנסט), פונקט אזוי ווי עס איז מתיר שחיטתן שהיא צער שיש לה קצבה? אלא מאי איז נישט דאס די חילוק. נאר די חילוק איז, ווי איך האב געשריבן, אז מה שהיא מן ההכרח לחיותן של בני אדם האט די תורה מתיר געווען השתמשות בבע"ח אף כשיש להן צער ואף כשאין לה קצבה. ואיה"נ, היינט-צו-טאג וואו מ'קען דאס טוהן פונקט אזוי עפישענטלי אָן דעם מיט מאשינען, איז עס עטיש אסור להשתמש בבע"ח (אפילו ווען עס וואלט געווען די זעלבע עפישענט) מחמת צערן כיון דאיכא דרכא אחרינא. פונקט אזוי ווי מ'פארשטייט אז טאמער קען מען פונקט אזוי גרינג פארשאפן פלייש, וואס איז פונקט דאס זעלבע אינגאנצן לגמרי, וואס מ'האט געמאכט אין א לאבארעטארי (און האט נישט קיין שאלה פון שחיטה וטריפה), דאן איז עטיש אסור צו אנשטאטס דעם גיין דאס פארשאפן דורך שחט'ען א בע"ח. ופשוט. די שאלה איז צי יעצט איז טאקע פלייש ממש א הכרח וחיותא, ווי אסאך טענה'ן אז עס איז טאקע נישט און טאקע אַן עטישע פראבלעם.
אן אריינגיין אין ויכוחים, מיר זענען פארפארן ("מיאוס" פארפארן...) פון די נושא.
איך וויל נאר מוכיח זיין אז נישט אלעס וואס פארעקלט הייסט א תועבה. והראיה משכב בהמה.
איצט לגוף הויכוח. וועסט מיר מודה זיין אז ביז לעצטענס ממש איז נישט געווען אנערקענט סייווי די "רעכטן" פון בהמות. בפרט בזמן התורה ובזמן חז"ל וכו' האט קיינער נישט ג'חלומ'ט אז משכב בהמה איז אסור צוליב די עוולה פאר די בהמה.
אפילו היינט איז אויך נישט פשוט וואס די געזעץ ערלויבט יא אדער נישט. אבער איין זאך איז ברור אז דער לעגאלער פארבאט פון משכב בהמה איז נישט געקומען פון פעט"א נאר פון די זעלבע וועלכע האבן פארבאטן לגב"ט.
איז מיין שאלה א וואלידע אז איר ליבעראלע זענט גרייט צו פארגיין מיט אנטי לגב"ט געזעצן, ביטע אנולירט אויך די אנטי משכ"ב געזעצן.
נאך א שאלה, אויב איז דער געזעץ צוליב די רעכטן פון די בהמות דאן וויאזוי קענען מיר באצווינגען בעלי חיים צו האבן געשלעכטן אומווילענדיג פאר פו"ר כדי מיר זאלן האבן נאך קעלבלעך און אייער? האלו?? ביסטאך א פשוט'ער מאנס!
און וויפיל מעדיצינישע טרייעלס טוהן מיר אויף בע"ח נישט כדי צו עסן נאר צו מאכן א בעסערע פערפיום אדער מעיק-אפ! אויך 100% לעגאל!

אקיצור: ווען די טאג וועט קומען וואס מיר וועלן באהאנדלען בהמות "ווי עס באדארף צו זיין" וועלן מיר זיי אויך אויפהערן צו באצווינגען...

ברוך שפינוזה » פרייטאג יוני 23, 2023 4:36 am

· #529468
קורץ שארף צום פוינט!
איך וויל נאר מוכיח זיין אז נישט אלעס וואס פארעקלט הייסט א תועבה. והראיה משכב בהמה.
לכאורה שטייט נאר תועבה אויף זאכן וואס זענען נישט עקלדיג פאר יעדן און מ'דארף דיך לאזן וואוסן (ברעינוואשן) אז ס'איז עקלדיג, והא ראיה אז עסן שקצים ורמשים שטייט דאך קלאר אל תשקצו בכל אלה אבער שרייבן תועבה פעלט נישט אויס ווייל 99% מענטשן עקלען זיך דערפון סייווי.

פאלאצ'ינטא » פרייטאג יוני 23, 2023 7:08 am

· #529472
שערי יושר
אזוי ווי מיר האלטן מיר אינמיטן די חודש פון יוני די חודש פון pride, וויל איך אויסדריקען מיין שטיצע און שעצונג פאר די לגב"ט קאמיוניטי.

איך רעד נישט פון די מענטשן וואס מארשירן מיט פילפארביגע פענער אויף פיפטע עוועניו אין מאנהעטן, און אין אלע שטעט ארום די וועלט, מענטשן וואס זענען שטאלץ מיט זייער געשלעכטליכע ארענטאציעס, און מאכן זיכער אז די וועלט ווייסט פון זיי.

איך רעד פון פון א אנדערע טייל פון די לגב"ט+ קאמיוניטי, טויזענטער מענטשן וואס זענען געי לעסביען בייסעקסשועל און טרענסעקסשועל אבער זיי מארשירן נישט שטאלצערהייט אויף די הויפט גאסן פון זייער שטעט מיט א שטאלצקייט, זיי פלאטערן נישט קיין קאלירפולע פענער פון זייערע קארן און הייזער.

איך רעדט פון אונזערע היימישע ברידער און שוועסטער וואס דאווענען אין אונזערע שולן, שיקן אין אונזערע מוסדות, און לעבן מיט אונז צוזאמען, זיי זענען אונזערע חברים שכנים און משפחה,
בחורים אינגעלייט און עלטערע אידן וואס זענען געי, מיידלעך ווייבלעך און פרויען וואס זענען לעסביען, זכרים וואז זענען אינערליך נקבות, און נקבות וואס זענען אינערליך זכרים, ביי זיי איז די חודש פון יוני גארנישט מער ווי אנדערע חדשים, זיי לעבן ווייטער מיט זייער אינערליכע יסורי הנפש והגוף, פארשטעקט אין די טינקעלע שאפע איינזאם און צעבראכן, פאר זיי פייער איך pride month!

פאר די איידעלע אינגערמאן וואס איז געי און וויל ליבן א מאן, אבער איז חתונה געהאט מיט א פרוי און אפאר קינדער פאר וועם ער איז פאריאגט מיט פרנסה, פאר עם שאקל איך די רעגנבויגן פאן.

פאר די ניינצן יעריגע כלה וואס איז א לעסביען און האט ליב מיידלעך, אבער די טאטע מאמע האבן געטון מיט איר א שידוך מיט א בחור, פאר איר פלאטער איך די רעגנבויגן פאן.

פאר די ישיבה קטנה בחור'ל וואס האט געפילען פאר געוויסע חברים און ער מאכט מיט רוחניות'דיגע יסורים און קען נישט פטור ווערן פון זיי, פאר עם הענג איך אויף די רעגנבויגן פאן.

פאר די ווייבל וואס אינערליך שפירט זי זיך א זכר, און פילט ווי זי לעבט אין א נישט ריכטיגע גוף,
פאר איר קלעב איך ארויף די רעגנבויגן פאן.

פאר די ווייבל וואס איז א לעסביען און האט ליב פרויען און איז נישט עטרעקטעד צי איר מאן אבער זי גייט אין מקווה און מאכט זיך גרייט פאר עם יעדע חודש, פאר איר האלט איך די רעגנבויגן פאן.

ווייל זיי טוען דאס פאר זייער גלויבען און רעליגיע, צו טוען די רצון ה', זיי גייען דורך שווערע פיינפולע נסיונות, אבער זיי בלייבן ערליך, לעבן מיט קדושה, און שטעלן אויף ערליכע שטיבער,

פאר זיי שאקל איך די פאן פון שטאלץ!
די פאן פון מי לה' אלי!

וואס וואלסטו געזאגט אויף אידן רבנים וועליכע וואוינען מיט אונז און דאווענען מיט אונז פירן חסידות אבער ער עסט יום כיפור?

און רייכערט ציגארעטליך אויף שבת?

. ער איז מהנה דעם שבת און לכבוד שבת מיט'ן בראטען און עסען א פיין שטיקל חזיר?

וואס איזמיט דעם רב אדער דיין וואס איז זייער עהליך און א גרויסע תלמיד חכם וואס האט קען זיך נישט איינהאלטען פון מזנה זיין מיט דיין ווייב?

און וואס איז מיט דער עהליכער איד וועליכע נעבעך קען זיך ניט איינהאלטען און הרגט איין איד א טאג ?

און וואס איז מיט דער צדיק אין א תלמיד חכם וועליכע קאן כל התורה כלו בעל פה ער איז א מוהל און איעדען ראש חודש ביי א ברית שחט ער איין בעבי אלס קרבן ראש חודש

פאר וואלסטו אויך געשאקעלט זייער פאן?

פאר דו זאגסט אז עס איז נישט די זעלבע, טראכט א מינוט עס איז פונקט די זעלבע.

ווייל איינער איז א בעל תאווה מיינט נישט אז מען מעג

דער האט א תאווה צו משכב זכר און דער האט א תאווה צו הרגנן א איד אין יום כיפור און איהם אויףעסען

דאס איז די תורה לא ניתנה תורה למלאכי השרת

איינער האסט א תאווה שטארק זיך

איינער האט מנדב געוועהן א מענטעלע פאר א ספר תורה אבער עס איז צו קורץ זאהל ער אפשניידן די תורה אדער לענגער מאכען די מענטעלע

מי אני » פרייטאג יוני 23, 2023 8:02 am

· #529476
קורץ שארף צום פוינט!
אן אריינגיין אין ויכוחים, מיר זענען פארפארן ("מיאוס" פארפארן...) פון די נושא.
איך וויל נאר מוכיח זיין אז נישט אלעס וואס פארעקלט הייסט א תועבה. והראיה משכב בהמה.
איצט לגוף הויכוח. וועסט מיר מודה זיין אז ביז לעצטענס ממש איז נישט געווען אנערקענט סייווי די "רעכטן" פון בהמות. בפרט בזמן התורה ובזמן חז"ל וכו' האט קיינער נישט ג'חלומ'ט אז משכב בהמה איז אסור צוליב די עוולה פאר די בהמה.
אפילו היינט איז אויך נישט פשוט וואס די געזעץ ערלויבט יא אדער נישט. אבער איין זאך איז ברור אז דער לעגאלער פארבאט פון משכב בהמה איז נישט געקומען פון פעט"א נאר פון די זעלבע וועלכע האבן פארבאטן לגב"ט.
איז מיין שאלה א וואלידע אז איר ליבעראלע זענט גרייט צו פארגיין מיט אנטי לגב"ט געזעצן, ביטע אנולירט אויך די אנטי משכ"ב געזעצן.
נאך א שאלה, אויב איז דער געזעץ צוליב די רעכטן פון די בהמות דאן וויאזוי קענען מיר באצווינגען בעלי חיים צו האבן געשלעכטן אומווילענדיג פאר פו"ר כדי מיר זאלן האבן נאך קעלבלעך און אייער? האלו?? ביסטאך א פשוט'ער מאנס!
און וויפיל מעדיצינישע טרייעלס טוהן מיר אויף בע"ח נישט כדי צו עסן נאר צו מאכן א בעסערע פערפיום אדער מעיק-אפ! אויך 100% לעגאל!

אקיצור: ווען די טאג וועט קומען וואס מיר וועלן באהאנדלען בהמות "ווי עס באדארף צו זיין" וועלן מיר זיי אויך אויפהערן צו באצווינגען...
דאס רופט זיך אין כללי הגיון וטענה א דזשענעטיק פאָלאָסי. והיינו, עס איז נישט קיין נפק״מ פארוואס ״מעיקרא״ מ׳האט געמאכט די געזעצן. איך זאגן דיר יעצט א טענה פון א חילוק אז מ׳זאל אנולירן די אנטי-לגב״ט געזעצן וויבאלד עס איז דא קאנסענט און קיינער ווערט נישט וויי געטוהן דערפון (חוץ די "געפיהלן" פון האָמאָפאָבּס (וואס אויב דארף מען זיך רעכענען מיט זייערע ״געפיהלן״, זענען די אייראפעאישע קריסטליכע רדיפות אנטקעגן אידן במשך הדורות געווען בארעכטיגט וויבאלד יהדות האט ״פארעקעלט״ די געפיהלן פון די קריסטליכע שכנים ויקוצו מפני בני ישראל)), וממילא טוהן די אנטי געזעצן שאדן צו מענטשן. משא״כ די אנטי בּעסטיאליטי געזעצן זענען יא וואליד וויבאלד עס איז דא דערין אומזיסטע צער בע״ח. אויף דעם ענטפערסטו אדער פון דאס צושטעלן צו "הלמאי ס׳איז יא לעגאל ומותר זיך משתמש צו זיין מיט בע״ח כשיש להן צער לצורך און ווען עס איז נישט אומזיסט?", וואס איז א פאלשע עקוויוועלענס וויבאלד עס איז נישט דומה, און ווי איך האב דיר אויפגעוואוזן פון די תורה אליינס וואס מאכט די חילוק. אדער טענה׳סטו אז ״מעיקרא״ האט מען דאך נישט אוועקגעשטעלט די אנטי בּעסטיאליטי געזעצן וועגן דעם. למאי נפק״מ? די טענה אז עס ליגט דערין צער בע״ח, ולכן זאל מען עס נישט אנולירן איז לגמרי וואליד וקאי וקיים. דו ענטפערסט נישט לגוף הטענה: פארוואס און מיט וואספארא רעכט זאל מען מתיר זיין א געזעץ וואס טוהט למעשה פארבאטן צער בע״ח וואס איז גענצליך שלא לצורך (אפילו אז דאס איז נישט געווען די אריגינעלע מטרה און סיבה פונעם געזעץ)?

אגב, עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז הרב דר. נתן סליפקין ברענגט ארויס אז עס איז שייך אז יאגד זאל זיין א טובה פאר בע"ח על הכלל (הגם די טענה האט לכאורה פראבלעמען כמובן, זייענדיג אז די טובה וואס קומט ארויס איז מער אינדירעקט). דאס איז אביסל ענליך צו דאס וואס דר. ניק זאנגוויל האט גע'טענה'ט לגבי דעם אז עס איז א (דירעקטע) טובה פאר בע"ח אז מענטשן האדעווען זיי כדי זיי צו עסן. (די טענות זענען לכאורה נישט שייך ביי בּעסטיאליטי, און אויב יא דאן קען מען אפשר טאקע אויך האבן א טענה דערביי, אבער פשוט ווייל עס איז לטובתם.)

קורץ שארף צום פוינט! » פרייטאג יוני 23, 2023 10:41 am

· #529483

איך וויל עפענען נאך א טשאנעל אין די ויכוח וואס דו האסט אוועקגעשטעלט לדבר פשוט.
בעסטיאליטי איז לאו דווקא צער פאר די בע"ח, קען גאר זיין פארקערט!
עס איז נישט קאנסעטשיל, אבער זייט ווען פאדערן מיר קאנסענט ביי א בע"ח? מיינע ראיות אז מיר עסן זיי וכו' איז מוכיח צו זיין אז קאנסענט איז נישט וויכטיג און נישט פאסיג ביי א בע"ח.

פונדאַמענטאַל » פרייטאג יוני 23, 2023 10:52 am

· #529485
פאלאצ'ינטא
שערי יושר
אזוי ווי מיר האלטן מיר אינמיטן די חודש פון יוני די חודש פון pride, וויל איך אויסדריקען מיין שטיצע און שעצונג פאר די לגב"ט קאמיוניטי.

איך רעד נישט פון די מענטשן וואס מארשירן מיט פילפארביגע פענער אויף פיפטע עוועניו אין מאנהעטן, און אין אלע שטעט ארום די וועלט, מענטשן וואס זענען שטאלץ מיט זייער געשלעכטליכע ארענטאציעס, און מאכן זיכער אז די וועלט ווייסט פון זיי.

איך רעד פון פון א אנדערע טייל פון די לגב"ט+ קאמיוניטי, טויזענטער מענטשן וואס זענען געי לעסביען בייסעקסשועל און טרענסעקסשועל אבער זיי מארשירן נישט שטאלצערהייט אויף די הויפט גאסן פון זייער שטעט מיט א שטאלצקייט, זיי פלאטערן נישט קיין קאלירפולע פענער פון זייערע קארן און הייזער.

איך רעדט פון אונזערע היימישע ברידער און שוועסטער וואס דאווענען אין אונזערע שולן, שיקן אין אונזערע מוסדות, און לעבן מיט אונז צוזאמען, זיי זענען אונזערע חברים שכנים און משפחה,
בחורים אינגעלייט און עלטערע אידן וואס זענען געי, מיידלעך ווייבלעך און פרויען וואס זענען לעסביען, זכרים וואז זענען אינערליך נקבות, און נקבות וואס זענען אינערליך זכרים, ביי זיי איז די חודש פון יוני גארנישט מער ווי אנדערע חדשים, זיי לעבן ווייטער מיט זייער אינערליכע יסורי הנפש והגוף, פארשטעקט אין די טינקעלע שאפע איינזאם און צעבראכן, פאר זיי פייער איך pride month!

פאר די איידעלע אינגערמאן וואס איז געי און וויל ליבן א מאן, אבער איז חתונה געהאט מיט א פרוי און אפאר קינדער פאר וועם ער איז פאריאגט מיט פרנסה, פאר עם שאקל איך די רעגנבויגן פאן.

פאר די ניינצן יעריגע כלה וואס איז א לעסביען און האט ליב מיידלעך, אבער די טאטע מאמע האבן געטון מיט איר א שידוך מיט א בחור, פאר איר פלאטער איך די רעגנבויגן פאן.

פאר די ישיבה קטנה בחור'ל וואס האט געפילען פאר געוויסע חברים און ער מאכט מיט רוחניות'דיגע יסורים און קען נישט פטור ווערן פון זיי, פאר עם הענג איך אויף די רעגנבויגן פאן.

פאר די ווייבל וואס אינערליך שפירט זי זיך א זכר, און פילט ווי זי לעבט אין א נישט ריכטיגע גוף,
פאר איר קלעב איך ארויף די רעגנבויגן פאן.

פאר די ווייבל וואס איז א לעסביען און האט ליב פרויען און איז נישט עטרעקטעד צי איר מאן אבער זי גייט אין מקווה און מאכט זיך גרייט פאר עם יעדע חודש, פאר איר האלט איך די רעגנבויגן פאן.

ווייל זיי טוען דאס פאר זייער גלויבען און רעליגיע, צו טוען די רצון ה', זיי גייען דורך שווערע פיינפולע נסיונות, אבער זיי בלייבן ערליך, לעבן מיט קדושה, און שטעלן אויף ערליכע שטיבער,

פאר זיי שאקל איך די פאן פון שטאלץ!
די פאן פון מי לה' אלי!

וואס וואלסטו געזאגט אויף אידן רבנים וועליכע וואוינען מיט אונז און דאווענען מיט אונז פירן חסידות אבער ער עסט יום כיפור?

און רייכערט ציגארעטליך אויף שבת?

. ער איז מהנה דעם שבת און לכבוד שבת מיט'ן בראטען און עסען א פיין שטיקל חזיר?

וואס איזמיט דעם רב אדער דיין וואס איז זייער עהליך און א גרויסע תלמיד חכם וואס האט קען זיך נישט איינהאלטען פון מזנה זיין מיט דיין ווייב?

און וואס איז מיט דער עהליכער איד וועליכע נעבעך קען זיך ניט איינהאלטען און הרגט איין איד א טאג ?

און וואס איז מיט דער צדיק אין א תלמיד חכם וועליכע קאן כל התורה כלו בעל פה ער איז א מוהל און איעדען ראש חודש ביי א ברית שחט ער איין בעבי אלס קרבן ראש חודש

פאר וואלסטו אויך געשאקעלט זייער פאן?

פאר דו זאגסט אז עס איז נישט די זעלבע, טראכט א מינוט עס איז פונקט די זעלבע.

ווייל איינער איז א בעל תאווה מיינט נישט אז מען מעג

דער האט א תאווה צו משכב זכר און דער האט א תאווה צו הרגנן א איד אין יום כיפור און איהם אויףעסען

דאס איז די תורה לא ניתנה תורה למלאכי השרת

איינער האסט א תאווה שטארק זיך

איינער האט מנדב געוועהן א מענטעלע פאר א ספר תורה אבער עס איז צו קורץ זאהל ער אפשניידן די תורה אדער לענגער מאכען די מענטעלע
די כוונה דא איז איבער מענטשען וואס מיטשען זיך מיט די סארט 'מענטשליכע' נטיות און האלטן זיך צוריק פון acting out.
און יא! איך פלאטער פענדליך פאר דער איד וואס האט א גאר שטארקע דראנג צו עסן - און האלט זיך צוריק פון עסן יו''כ!
פאר דער רייכערן אדיקט וואס האלט זיך צוריק א גאנצע שבת!
פאר דער חזיר ליבהאבער וואס האלט זיך צוריק פון א זאפטיגען שטיק.
פאר דער רב און דיין וואס מיטשעט זיך מיט א שווערע ס אדיקשען, זיין גוף ברענט - טראץ די הייליגער שלייער וואס ער האט ארויפגעווארפן אויף זיך, און האלט זיך צוריק.

אויף דעם זאגן חז''ל:
ר' אלעזר בן עזריה אומר מנין שלא יאמר אדם "אי אפשי ללבוש שעטנז. אי אפשי לאכול בשר חזיר. אי אפשי לבוא על הערוה" אבל "אפשי ומה אעשה ואבי שבשמים גזר עלי כך"? תלמוד לומר "ואבדיל אתכם מן העמים להיות לי"-- נמצא פורש מן העבירה ומקבל עליו עול מלכות שמים (ספרא על ויקרא כ כו).

הרג'ענען איז נישט קיין נאטורליכע געפיל וואס איז א חלק פון די ideal מענטשליכע בריאה. תאוות זענען א חלק פון די צוזאמשטעל פונעם בריאה וואס ריפט זיך 'מענטש', און גאט האט ספעציעל דיזיינט דער מענטש אויף די אופן. א תאווה אויף רציחה איז נישט אין זעלבן כלל.

פאלאצ'ינטא » פרייטאג יוני 23, 2023 11:03 am

· #529489
לייג אלעס אין א זייט פאר א מינוט

וואס איז פשט אין פסוק ואת זכר לא תשכב משכבי אשה די אלע תירוצים פון יסורים וכדומה איז נישט אמת

צום בעלזער רב דער שר שלום איז געקומען אמאהל א איד ווייענען

רבי מיין זוהן איז משוגע געווארען. ער עסט חזיר און ער טאנצט מיט שיקסעס

האט איהם דער שר שלום גע ענטפערט...

ניין ניין רב איד ער איז נישט משוגע אויב ער וואלט געגעסען שיקסעס און געטאנצט מיט חזירים וואלט ער געוועהן משוגע דיין זוהן איז א שיגץ

מי אני » מאנטאג יוני 26, 2023 2:39 pm

· #529717
מ׳טרעפט אין משלי (יג יט) וואו די פסוק נוצט ״תועבה״ אין די קאנטעקסט וואו די כסיל באטראכט עס גאר אלס ״תועבה״ אוועקצושטיין פון רע און אימאראלישקייט. תאוה נהיה תערב לנפש ותועבת כסילים סור מרע.

סקעפטיקער » דינסטאג יולי 11, 2023 11:53 pm

· #531289

מי אני » פרייטאג יולי 14, 2023 1:42 pm

· #531482
מי אני
שערי יושר
קען זיין, איך טראכט א השערה, אז מען האט געזעהן א עס קומט ארויס קראנקע קינדער פון incest, האט מען עס אנגענומען אלס א שטראף פון גאט אדער די געטער, ממילא האט מען עס אנגעהויבן באטראכטען אלס אוממאראליש.

@מי אני ס'ליגט עפעס אמת דערין?
איך ווייס נישט.

דער רמב"ן זאגט בויקרא (חי ו):
ודע כי המשגל דבר מרוחק ונמאס בתורה זולתי לקיום המין ואשר לא יולד ממנו הוא אסור וכן אשר איננו טוב בקיום ולא יצלח בו תאסור אותו התורה זה טעם אל כל שאר בשרו (כאן) כי את שארו הערה (להלן כ יט) ירחיק הדבר מפני השאר
ס'איז מיר געווען אינטרעסאנט צו זעהן ווי דר. גיתית הולצמן ברענגט צו פונעם נרבוני אין זיין פרקי משה: 📎 נרבוני.jpg

תרמב » פרייטאג יולי 14, 2023 4:18 pm

· #531496
[ציטאט אראפגענומען]
אז מ'רעדט שוין, איך האב אמאל געשריבן אן ארטיקל אין לשון קודש וועגן אריזאנע אויף אייוועלט, די קעפל איז געווען הביקור שלי באריזונה, ס'האט מיר גענומען צייט צו כאפן פארוואס פילטערס בלאקן עס, ביז איך האב געכאפט אז "אריזונה" איז א טריפה'נע שטאט, איך האב עס געטוישט צו "אריזאנע" און ס'איז געווארן מסודר...
בלאט: 1 2 3