איך שטיי מיט די היימישע לגב"ט געמיינדע
102 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16298
איך שטיי מיט די היימישע לגב"ט געמיינדע
אזוי ווי מיר האלטן מיר אינמיטן די חודש פון יוני די חודש פון pride, וויל איך אויסדריקען מיין שטיצע און שעצונג פאר די לגב"ט קאמיוניטי.
איך רעד נישט פון די מענטשן וואס מארשירן מיט פילפארביגע פענער אויף פיפטע עוועניו אין מאנהעטן, און אין אלע שטעט ארום די וועלט, מענטשן וואס זענען שטאלץ מיט זייער געשלעכטליכע ארענטאציעס, און מאכן זיכער אז די וועלט ווייסט פון זיי.
איך רעד פון פון א אנדערע טייל פון די לגב"ט+ קאמיוניטי, טויזענטער מענטשן וואס זענען געי לעסביען בייסעקסשועל און טרענסעקסשועל אבער זיי מארשירן נישט שטאלצערהייט אויף די הויפט גאסן פון זייער שטעט מיט א שטאלצקייט, זיי פלאטערן נישט קיין קאלירפולע פענער פון זייערע קארן און הייזער.
איך רעדט פון אונזערע היימישע ברידער און שוועסטער וואס דאווענען אין אונזערע שולן, שיקן אין אונזערע מוסדות, און לעבן מיט אונז צוזאמען, זיי זענען אונזערע חברים שכנים און משפחה,
בחורים אינגעלייט און עלטערע אידן וואס זענען געי, מיידלעך ווייבלעך און פרויען וואס זענען לעסביען, זכרים וואז זענען אינערליך נקבות, און נקבות וואס זענען אינערליך זכרים, ביי זיי איז די חודש פון יוני גארנישט מער ווי אנדערע חדשים, זיי לעבן ווייטער מיט זייער אינערליכע יסורי הנפש והגוף, פארשטעקט אין די טינקעלע שאפע איינזאם און צעבראכן, פאר זיי פייער איך pride month!
פאר די איידעלע אינגערמאן וואס איז געי און וויל ליבן א מאן, אבער איז חתונה געהאט מיט א פרוי און אפאר קינדער פאר וועם ער איז פאריאגט מיט פרנסה, פאר עם שאקל איך די רעגנבויגן פאן.
פאר די ניינצן יעריגע כלה וואס איז א לעסביען און האט ליב מיידלעך, אבער די טאטע מאמע האבן געטון מיט איר א שידוך מיט א בחור, פאר איר פלאטער איך די רעגנבויגן פאן.
פאר די ישיבה קטנה בחור'ל וואס האט געפילען פאר געוויסע חברים און ער מאכט מיט רוחניות'דיגע יסורים און קען נישט פטור ווערן פון זיי, פאר עם הענג איך אויף די רעגנבויגן פאן.
פאר די ווייבל וואס אינערליך שפירט זי זיך א זכר, און פילט ווי זי לעבט אין א נישט ריכטיגע גוף,
פאר איר קלעב איך ארויף די רעגנבויגן פאן.
פאר די ווייבל וואס איז א לעסביען און האט ליב פרויען און איז נישט עטרעקטעד צי איר מאן אבער זי גייט אין מקווה און מאכט זיך גרייט פאר עם יעדע חודש, פאר איר האלט איך די רעגנבויגן פאן.
ווייל זיי טוען דאס פאר זייער גלויבען און רעליגיע, צו טוען די רצון ה', זיי גייען דורך שווערע פיינפולע נסיונות, אבער זיי בלייבן ערליך, לעבן מיט קדושה, און שטעלן אויף ערליכע שטיבער,
פאר זיי שאקל איך די פאן פון שטאלץ!
די פאן פון מי לה' אלי!
איך קען נישט נישט-לייקן די הודעה וואס איז א שטיק געפיהל פאר די אידן וואס מען קומערט זיך נישט מיט זיי, אבער איך וועל שטערקער סעלעברעיטען ווען מ'וועט באיזה אופן דורך ברעכן דעם צוים.
און ווער וועט פלאטערן א פאן פאר די אלע אינגעלייט וואס האבן נישט די שענסטע ווייב און ווערן אנגעהיצט אויף יעדע שיינע נקיבה זיי זעען?
אויף די בחורים וואס טרעפן נישט זייער באשערטן און וואלטן פאר אפאר נישטיגע דאלער געקענט באקומען א פול פעקעדש אבער האלטן זיך איין מיט אייזערנע כוחות?
און אויף די ווייבלעך וואס זייערע מענער גייען נישט אין שויער ווי גרויס די יאר איז אבער זי באקומט פערטל סמירקס און האלבע פלירטס פון שכנים צו ביי די ארבעט, אבער האלט זיך געטריי צו זייער לעבנ'ס שותף?
צו אויף די עלטערע מיידלעך וואס ארבעטן שוין פאר עטליכע יאר און זענען שוין געווארן גע'אפערט מערערע מאל אבער האלטן זיך שטארק מיט האפענונג און ווארטן אויף די ריכטיגע?
ווער קוקט זיך אום אויף גרושים, אלמנים, גרושות ואלמנות וואס האבן א געזונטן נפש און האבן גלייכע באדערפענישן ווי פארהייראטע אבער האלטן זיך ערליך צו גאט ותורתו???
ווער?
יעדער זאל האלטען זיין אייגענע פאן אויף ארויף און עס ארום פלאטערען 😃
יעדער קומט צי לויפן איך זאל האלטן די פאן פאר עם און יענעם, איך קען נישט האלטן אזויפיל פענער...
די נקודת המחשבה פון מיין ארטיקל איז, אז יעצט ווען מען מען זעהט די לגב"ט איבעראל, זאל מען נישט פארגעסן פון אונזערע ברידער און שוועסטער וואס לעבן אויך דערמיט אבער אנשטאט זיי זאלן קענען זיין זיך און פילן באקוועם מיט זייער עקזיסטענץ, און לעבן שטאלץ דערמיט, זענען זיי אין קלאזעט און מיטשענען זיך זייער שטארק, דאס איז די עיקר.
שערי יושריעדער קומט צי לויפן איך זאל האלטן די פאן פאר עם און יענעם, איך קען נישט האלטן אזויפיל פענער...
די נקודת המחשבה פון מיין ארטיקל איז, אז יעצט ווען מען מען זעהט די לגב"ט איבעראל, זאל מען נישט פארגעסן פון אונזערע ברידער און שוועסטער וואס לעבן אויך דערמיט אבער אנשטאט זיי זאלן קענען זיין זיך און פילן באקוועם מיט זייער עקזיסטענץ, און לעבן שטאלץ דערמיט, זענען זיי אין קלאזעט און מיטשענען זיך זייער שטארק, דאס איז די עיקר, נאכדעם האב איך ציגעלייגט אביסל זיי צי בארואיגן אז זיי טוען צוליב זייער גלויבן וכו'
דו קענסט ממש נישט אויסהאלטן אז מ'איז משבח אידן וואס האבן נסיונות אין קדושה און האלטן זיך פעלזן פעסט??..
ס'קען פלעין זיין ווערד ארויסצוברענגען די שטארקייט פון די מענטשן אפי' פון א נישט גלויבעדיגע פערספעקטיוו, די מענטש ראנגעלט זיך טעגליך זיך צו האלטן געטריי זיין גאט.ס'קומט אים נישט קיין אנערקענונג..?
איך פאכע פענדלעך צו די מיידל וואס איר בייעלאגיע איז שטערקער ווי איר פחד, צו די בחור וואס טוט וואס ער האט צו טון! צום ישיבה בחור וואס בלייבט יא אין קלאזעט ( צוזאמען מיט א חבר...). צום פופצן יעריגן וואס איז עובר אויף ז"ל, צום גרוש וואס מאכט זיכער צו גיין שלאפן מיט א קלארע קאפ, צום גרושה וואס האט א באהאלטענע חבר אדער חבר'טע וכו'וכו'
עטץ ברויכט נישט פילן ווי עטס טוט עפעס ווראנג, ווער נישט דיפרעסט ווייל מען האט דיך איינגערעדט אז עס מאכט דיפרעסט.
פריי זיך אז דו ביסט געזונט און שטארק און דו טוסט וואס דו האסט צו טון. מיטן באשעפער זאלסטו האבן דיין פריוואטע שפראך, די אלע וואס דרייען ענק א קאפ זענען געווענליך די מערסט "האָרני" אינדיווידואלן, מענטשן וואס רעגן באמת אויף גאט און מענטשן וואס קענען נישט אליינס אויספירן וואס זיי הייסן יענעם.
מיין גאט איז דער וואס האט "אלעס" באשאפן!
שערי יושר: מיין הארץ גייט אויך אויס פאר אט די אלע מענטשן מיט א געפייניגטן נפש און אינערליכע ראנגלענישן אויף א טעגליכן פארנעם. וואס זאל מען אבער טון אז ס'שטייט בפירוש און קלאר אין די תורה אז דער האמאסעקסואל'ער אקט (נישט דער לייפסטייל אדער אריענטאציע) זענען פארבאטן.
די איינציגע וועג פון לעגאליזירן און לעגיטימירן עס איז אויב מ'וועט צושרייבן א הגה"ה אין די תורה, אן אמענדמענט אז די מענטשן וועלכע האבן אן אנדערע אריענטאציע מעגן טון ככל אוות נפשם. דאמאלס וועלן אלע חשוב'ע מענער און פרויען, בחורים וגם בתולות, זקנים ונערים, ארויסקומען פון קלאזעט.
מיט דעם קענמען פארשטיין דעם חשוב'ן בחור און פראמינענטן זשורנאליסט יאיר שרקי, מיט זיינע געקרייזלטע פיאות און שווארצע יארמולקע, וועלכע האט איהם געעפנט טירן אין די היימיש'סטע, עקסטריעמסטע געגנטער פון אמעריקע און ענגלאנד, איבעראל האט מען איהם אויפגענומען מיט דעם גרעסטן כבוד. וועלכער איז לעצטנס ארויסגעקומען פון דעם פראווערביאלן קלאזעט. ווייל א יעדער האט זיך געווינדערט אז אזא חשוב'ער בחור וועט זיכער קענען טון דעם שענסטן שידוך. ער האלט אבער נישט דערביי (ליידער). אזעלכע מענטשן ווי ער קענען זיכער זאגן די ברכה שעשני כרצונו.
סתם א זייטיגע פוינט. געוויסע שרייען אז די "תועבה" מארש אין ירושלים איז א בושה וחרפה פאר מדינת ישראל וואס פאררופט זיך אלס דאס אידיש לאנד, און איך טענה פונקט פארקערט, ס'איז א כבוד פאר'ן אידישן פאלק אז מיר זענען נישט אזעלכע בארבארן ווי סאודי אראביע און איראן.
ברוינשטייןאיך פאכע פענדלעך צו די מיידל וואס איר בייעלאגיע איז שטערקער ווי איר פחד, צו די בחור וואס טוט וואס ער האט צו טון! צום ישיבה בחור וואס בלייבט יא אין קלאזעט ( צוזאמען מיט א חבר...). צום פופצן יעריגן וואס איז עובר אויף ז"ל, צום גרוש וואס מאכט זיכער צו גיין שלאפן מיט א קלארע קאפ, צום גרושה וואס האט א באהאלטענע חבר אדער חבר'טע וכו'וכו'
עטץ ברויכט נישט פילן ווי עטס טוט עפעס ווראנג, ווער נישט דיפרעסט ווייל מען האט דיך איינגערעדט אז עס מאכט דיפרעסט.
פריי זיך אז דו ביסט געזונט און שטארק און דו טוסט וואס דו האסט צו טון. מיטן באשעפער זאלסטו האבן דיין פריוואטע שפראך, די אלע וואס דרייען ענק א קאפ זענען געווענליך די מערסט "האָרני" אינדיווידואלן, מענטשן וואס רעגן באמת אויף גאט און מענטשן וואס קענען נישט אליינס אויספירן וואס זיי הייסן יענעם.
מיין גאט איז דער וואס האט "אלעס" באשאפן!
דאס גענוי האב איך געוואלט זאגן
ברוך שפינוזהסתם א זייטיגע פוינט. געוויסע שרייען אז די "תועבה" מארש אין ירושלים איז א בושה וחרפה פאר מדינת ישראל וואס פאררופט זיך אלס דאס אידיש לאנד, און איך טענה פונקט פארקערט, ס'איז א כבוד פאר'ן אידישן פאלק אז מיר זענען נישט אזעלכע בארבארן ווי סאודי אראביע און איראן.
דאס איז א גוטע פוינט. איי קענט דיסעגרי וויט דעט.
מ׳זעהט פון די גמרא ווי די נביא האט גע׳מוסר׳ט אידן: כמתוקנים שבהם לא עשיתם, כמקולקלים שבהם עשיתם
יאיר שרקי איז א גוטע ביישפיל פאר די נקודה וואס דו ברענגסט ארויס אזויווי @berlbalaguleh האט שוין דערמאנט.
ווען ער האט אויפגעדעקט זיין סוד איבער זיין נטייה מינית האט ער זייער שיין געשריבן איבער די נקודה פון לעבן אין די סתירה - פון אנהאלטן די ערכים אין וואס ער גלייבט און אויך נישט מכחיש זיינע פערזענליכע געפילן.
דאס איז איין זאץ פון זיין tweet:
את ההתנגשות שבין ההעדפה המינית הזאת לבין האמונה אני חי כל הזמן. יש כאלה שפתרו לעצמם את הקונפליקט בכך שאין אלקים, אחרים מסבירים שאין הומואיות. מבשרי אני יודע ששניהם קיימים. ואת הסתירה הזאת אני מנסה ליישב בתוכי בכל מיני דרכים. אלו דברים שבין אדם למקום.
איך מיין אז די ווערטער זענען גאר שטארק און ריכטיג.
https://twitter.com/yaircherki/status/1625574991675682816?s=20Re: Why I'm celebrating pride month
ברוך שפינוזהסתם א זייטיגע פוינט. געוויסע שרייען אז די "תועבה" מארש אין ירושלים איז א בושה וחרפה פאר מדינת ישראל וואס פאררופט זיך אלס דאס אידיש לאנד, און איך טענה פונקט פארקערט, ס'איז א כבוד פאר'ן אידישן פאלק אז מיר זענען נישט אזעלכע בארבארן ווי סאודי אראביע און איראן.
איך מיין אז ביידע זענען אמת. עס איז א בושה פאר אונזער מדינה אז עס עקזיסטירט א מציאות ווי מען celebrate די גאווה פון מעשי תועבה. און די זעלבע צייט איז עס א כבוד פאר אונז אז מיר רעאגירן נישט מיט בארבארישקייט.
פונדאַמענטאַלאיך מיין אז ביידע זענען אמת. עס איז א בושה פאר אונזער מדינה אז עס עקזיסטירט א מציאות ווי מען celebrate די גאווה פון אוממאראלישע מעשים. און די זעלבע צייט איז עס א כבוד פאר אונז אז מיר רעאגירן נישט מיט בארבארישקייט.
אוממאראליש? ביי וועלכע דעפינישאן פון מאראל איז דאס אוממאראליש?
תורת משה רבינו. סאונדס פאמיליער?
איך אויךתורת משה רבינו. סאונדס פאמיליער?
נישט האלטן שבת איז אוממאראליש? מאראל האט עפעס א דעפינישאן, און האמאוסעקסואליטעט זעצט זיך נישט אריין דערין
סקעפטיקער איך אויךתורת משה רבינו. סאונדס פאמיליער?
נישט האלטן שבת איז אוממאראליש? מאראל האט עפעס א דעפינישאן, און האמאוסעקסואליטעט זעצט זיך נישט אריין דערין
איך האב גראדע רעדאגירט מיין תגובה, און איך האב געטוישט די לשון. סתם ווייל איך האב געהאלטן אז עס ליינט זיך בעסער אויף די אופן. און איך האב דאס געטון פארן זעהן דיין תגובה.
לעצם העניין. יא עס איז אוממאראליש. פארשטייט זיך מען קען האבן א דעבאטע איבער מאראלישקייט - נישט יעדער האט די זעלבע מיינונגען איבער וואס איז מאראליש. איך רעד יעצט על פי די מיינונגען פון די תורה. לויט די תורה איז עס 'תועבה'. און תועבה איז אוממאראליש.
ברוינשטייןאיך פאכע פענדלעך צו די מיידל וואס איר בייעלאגיע איז שטערקער ווי איר פחד, צו די בחור וואס טוט וואס ער האט צו טון! צום ישיבה בחור וואס בלייבט יא אין קלאזעט ( צוזאמען מיט א חבר...). צום פופצן יעריגן וואס איז עובר אויף ז"ל, צום גרוש וואס מאכט זיכער צו גיין שלאפן מיט א קלארע קאפ, צום גרושה וואס האט א באהאלטענע חבר אדער חבר'טע וכו' וכו'.
ווער נישט דיפרעסט ווייל מען האט דיך איינגערעדט אז עס מאכט דיפרעסט.
פריי זיך אז דו ביסט געזונט און שטארק און דו טוסט וואס דו האסט צו טון. מיטן באשעפער זאלסטו האבן דיין פריוואטע שפראך, די אלע וואס דרייען ענק א קאפ זענען געווענליך די מערסט "האָרני" אינדיווידואלן, מענטשן וואס רעגן באמת אויף גאט און מענטשן וואס קענען נישט אליינס אויספירן וואס זיי הייסן יענעם.
מיין גאט איז דער וואס האט "אלעס" באשאפן!
איך מיין אז מען קען עקסעפטן אז די מעשה איז wrong און נאכאלץ נישט ווערן depressed. מען דארף נישט מכחיש זיין די values אין וואס מען גלייבט כדי צו לעבן פריילעך און צופרידן צוזאמען מיט די מציאות וואס גאט האט באשאפן.
די ברענגסט זייער שטארק ארויס די נקודה אז מען קען זיין פריילעך און רואיג צוזאמען מיט דעם, I can't agree more. איך קריג מיר נאר מיט די זאץ: עטץ ברויכט נישט פילן ווי עטס טוט עפעס ווראנג.
נאכמער. איך מיין אז עס איז גאר מער powerful ווען מען confront די מציאות אין פנים אריין. פרוביר נישט זיך איינצורעדן אז דו גלייבסט נישט אין די אומריכטיגקייט פון די מעשים. לערן דיר אויס אז עס קען עקזיסטירן ביידע אויף איין מאל. לערן דיר אויס וויאזוי צו לעבן מיט די זאך וויאזוי דאס איז - ווארום: אונזער גאט איז דער וואס האט "אלעס" באשאפן...
איך מיין אז מיר דיסעגריען נישט אזוי פיל after all. איך האב נאר געפילט פאר וויכטיג צו ארויסצוברענגען די נקודה.
פונדאַמענטאַל סקעפטיקער איך אויךתורת משה רבינו. סאונדס פאמיליער?
נישט האלטן שבת איז אוממאראליש? מאראל האט עפעס א דעפינישאן, און האמאוסעקסואליטעט זעצט זיך נישט אריין דערין
איך האב גראדע רעדאגירט מיין תגובה, און איך האב געטוישט די לשון. סתם ווייל איך האב געהאלטן אז עס ליינט זיך בעסער אויף די אופן. און איך האב דאס געטון פארן זעהן דיין תגובה.
לעצם העניין. יא עס איז אוממאראליש. פארשטייט זיך מען קען האבן א דעבאטע איבער מאראלישקייט - נישט יעדער האט די זעלבע מיינונגען איבער וואס איז מארראליש. איך רעד יעצט על פי די מיינונגען פון די תורה. לויט די תורה איז עס 'תועבה'. און תועבה איז אוממאראליש.
תועבה איז נישט טייטש אוממאראליש, תועבה איז טייטש מיאוס, ובלשון הרד"ק ענין השיקוץ והשנאה, Abomination בלע"ז. כאפ א בליק
דא און איבערצייג זיך אליינס
איך האב נישט גערעדט פון די טייטש (אזוי פיל לשה''ק קען איך נאך...). וועלכע אוממאראלישע זאך טראגט דעם נאמען "אוממאראליש"?... עס זענען פארהאן פילע זאכן מיט אייגענע נעמען און משמעות'ען וועלכע זענען אויך - אוממאראליש. א דאנק.
פונדאַמענטאַלאיך האב נישט גערעדט פון די טייטש (אזוי פיל לשה''ק קען איך נאך...). וועלכע אוממאראלישע זאך טראגט דעם נאמען "אוממאראליש"?... עס זענען פארהאן פילע זאכן מיט אייגענע נעמען און משמעות'ען וועלכע זענען אויך - אוממאראליש. א דאנק.
אבער אויף וואס בויסטו אז עס איז אוממאראליש? אין די תורה שטייט עס נישט. אין די תורה שטייט אז די אייבערשטער האט עס פיינט
סקעפטיקערתועבה איז נישט טייטש אוממאראליש, תועבה איז טייטש מיאוס, ובלשון הרד"ק ענין השיקוץ והשנאה, Abomination בלע"ז. כאפ א בליק
דא און איבערצייג זיך אליינס
איך קען נישט גלייבן וואס איך זעה דא, מ'פארדרייט די טייטש פון תועבה. תועבה מיינט די עירוב!!
סקעפטיקער איך אויךתורת משה רבינו. סאונדס פאמיליער?
נישט האלטן שבת איז אוממאראליש? מאראל האט עפעס א דעפינישאן, און האמאוסעקסואליטעט זעצט זיך נישט אריין דערין
וואס איז מיט נאענטע משפחה היינט פארשטייט יעדער אז עס איז אוממאראליש, און איז אומלעגאל אין רוב סטעיטס, געב עס צייט וועט מען נישט פארשטיין וויאזוי מענטשן קענען דיסקרימינירן קעגן די וואס טוהן אזוי.
סיסטעםגעב עס צייט וועט מען נישט פארשטיין וויאזוי מענטשן קענען דיסקרימינירן קעגן די וואס טוהן אזוי.
יעצט פארשטייסטו יא פארוואס מען דיסקרימינירט אנטקעגן זיי?
איך האב נישט געמיינט ממש דיסקרימינאציע ווייל דעס איז קיינמאל אויסגעהאלטן, איך האב געמיינט צו זאגן אז דערווייל איז פארשטענדליך אז קיינער וויל נישט הערן פון שטופן א אגענדע אז דעס איז העכסט נארמאל.
אגב איז שוין דא אזא באוועגונג אבער דערווייל איז עס אין די אויגן פון רוב מענטשן אוממאראליש אן קיין ערקלערונג.
סקעפטיקער איך אויךתורת משה רבינו. סאונדס פאמיליער?
נישט האלטן שבת איז אוממאראליש? מאראל האט עפעס א דעפינישאן, און האמאוסעקסואליטעט זעצט זיך נישט אריין דערין
עפ"י תורת משה, איז די גאנצע ריפראדאקטיוו סיסטעם בעצם אוממאראליש, נאר ווען מ'נוצט עס אויף די וועג און כוונה אויף וואס ס'איז באשאפן געווארן איז עס מאראליש, וכבר אמרו בשבת (ק"נ) אשה חמת מלאה צואה ופיה מלא דם והכל רצין אחריה,און ווי די מעשה פונעם תנא-אמורא וואס די זונה האט צוגעשלעפט זיין נאז צום אותו מקום,און זינט ער האט דערשפירט דעם עקלדיגן גערוך האט ער זיך מער קיינמאל נישט געקענט מתזווג זיין, ווייל ער האט מכיר געווען די מיאוסקייט פון די זאך.
הגע בעצמך, גיין צרכים איז אוממאראליש? ניין, אבער ווען מ'טוט עס אין פובליק וועט יעדער (?) מודה זיין אז ס'אוממאראליש, איי, וואס ווילסטו פון די מענטש? ער שפירט א דראנג אז יעדע עובר ושב זאל מיטהאלטן ווי ס'מיהר צועה להיפתח.. און ס'דאך א חלק פון די מענטשליכע בריאה אז ער דארף גיין צרכים, איז פארוואס ווען דער מענטש וויל עס טוהן אויף דעם אופן רופט זיך עס אוממאראליש?,
די זעלבע איז געי וכל המסתעף עפ"י תורה, אז מ'טוט אינטימעט אקטן נישט אויף די וועג וואס די תורה האט עס אוועקגעשטעלט ווערט עס צוריק א פארשעמענדע און אוממאראלישע אקט.
והא לך לשון המנורת המאור בהנהגת הבית וז"ל: יש לנו לידע שמהות חבור זה כשהוא ראוי ובכונה ראויה הוא דבר טהור ונקי, מסיע להוית העולם, וחיבור טהור כזה אין בו גנאי וכיעור ובושה וכו' ולכונה כזאת נברא באדם כלי המשגל, ואם הוא משחית דרכו והופך כונת בריאתו וחוזר החיבור לצורך הנאתו ולמלא תאוותו אז מדליק ביתו ומחריב זרעו "ונמצא הכעור והשחתה בא מצד פעלתו וכונתו ולא מצד בוראו שברא בו האבר" וכו'.
סיסטעם סקעפטיקער איך אויךתורת משה רבינו. סאונדס פאמיליער?
נישט האלטן שבת איז אוממאראליש? מאראל האט עפעס א דעפינישאן, און האמאוסעקסואליטעט זעצט זיך נישט אריין דערין
וואס איז מיט נאענטע משפחה היינט פארשטייט יעדער אז עס איז אוממאראליש, און איז אומלעגאל אין רוב סטעיטס, געב עס צייט וועט מען נישט פארשטיין וויאזוי מענטשן קענען דיסקרימינירן קעגן די וואס טוהן אזוי.
עס זענען דא פארשטענדליכע ארגומענטס פארוואס Incest זאל זיין גע'אסר'ט לויטן געזעץ, בעיקר ווייל אין א משפחה איז גרינגער פאר איינעם צו צווינגען א צווייטן און זאגן עס איז געווען ברצון, ווי עלטערן פאר קינדער וכדו', איך וואלט אבער נאכאלס נישט געזאגט אז א אמת'ע מוסכם'דיגע רילעישאנשיפ צווישן קרובים איז "אוממאראליש", כאטש מ'קען פארשטיין פארוואס עס זאל נישט זיין מותר לויטן געזעץ לטובת העולם. אבער האומאסעקסואליטי איז נישטא קיין שום הסבר פארוואס עס זאל זיין א פראבלעם
סקעפטיקעראבער אויף וואס בויסטו אז עס איז אוממאראליש? אין די תורה שטייט עס נישט. אין די תורה שטייט אז די אייבערשטער האט עס פיינט
אין די תורה שטייט אז עס איז תועבה.
דיין טענה איז אז עס איז מאראליש צו טון מעשי תועבה?
לאמיר אנהייבן פון אל"ף, וואס מיינט אוממאראל? סיי וואס איינער באשליסט אלס אוממאראל איז אוממאראליש אדער עס האט עפעס א הגדרה/הבנה?
די יסוד פון מאראל/עטיקס איז: מה דעלך סני לחברך לא תעביד - זו היא כל התורה כולה, ואידך - פירושא היא, זיל גמור. צוליב דעם איז גנב'נען הרג'נען ליגנט זאגן וכדו' אוממאראליש. אבער תועבה איז אוממאראליש? לא תאכל כל תועבה אויף מאכלות אסורות איז אויך אוממאראליש? וועם עס איז נישט מאוס, און גייט נישט אן אז דעם אייבערשטען איז עס מאוס זאל עס טוהן געזונטערהייט.
סקעפטיקערעס זענען דא פארשטענדליכע ארגומענטס פארוואס Incest זאל זיין גע'אסר'ט לויטן געזעץ, בעיקר ווייל אין א משפחה איז גרינגער פאר איינעם צו צווינגען א צווייטן און זאגן עס איז געווען ברצון
איך גלייב נישט דאס איז די סיבה,
איך מיין דאס נעמט זיך ווייל די וואס קומען ארויס זענען מער אויסגעשטעלט צו קרענק
(אפשר היינט מיט דור ישרים איז אנדערש)
עוד יש לומר דאס איז פשוט אן אינעט אינסטינקט אן קיין פארוואס - פונקט וואו די וועסט נישט עסן א קאץ פאר פרישטיג.
פאר מיין קלייענטעל וואס כאפט אויך רמז
הסתכל באורייתא וברא עלמא...
דא האב איך צוגעברענגט איבער הגדרת "מאראל" בכלליות און איבער וואס דר. פּאָל בּלום זאגט איבער די אינטרעסאנטקייט פארוואס מ'האט א דיסגאָסט ריעקשאן צו אפילו קאנסענסשועל אינסעסט געשלעכט. און עס איז באקאנט אז די תורה זאגט אויף שלאפן מיט די שוועסטער (ויקרא כ יז) "חסד הוא" און רש"י דארט טייטשט "חרפה" און דער רשב"ם טייטשט "קלון" - ווייטער נישט "אימאראליש". ועכ"כ אז רש"י ברענגט אראפ דעם דרש אז עס איז געווען א חסד מהקב"ה שהותר לקין ושת שישאו את אחותם שמהם נבנה העולם ע"ש.
וישמע משה את העם בכה למשפחתיו. זעהט אויס אז דעמאלטס איז עס געווען אנגענומען אלס מאראליש
שערי יושרוישמע משה את העם בכה למשפחתיו. זעהט אויס אז דעמאלטס איז עס געווען אנגענומען אלס מאראליש
מהי"ת אז ס'האט זיי נישט געגליסט צו טוהן אוממאראלישט אקטן?
שערי יושרוישמע משה את העם בכה למשפחתיו. זעהט אויס אז דעמאלטס איז עס געווען אנגענומען אלס מאראליש
אוודאי אזוי, ס'איז א ברייטבאקאנטע פאקט אז די קעניגן פון מצרים פלעגן הייראטן זייערע שוועסטער, לייג אריין אין גוגל אדער יוטיוב די ווערטער "Pharaoh incest" וועט ארויפקומען צענדליגע רעזולטאטן.
זיי זאגן אז פרעה טוט איז געווען א קראנקע יונגעל וועגן incest
פונדאַמענטאַלעס איז א בושה פאר אונזער מדינה אז עס עקזיסטירט א מציאות ווי מען celebrate די גאווה פון מעשי תועבה. און די זעלבע צייט איז עס א כבוד פאר אונז אז מיר רעאגירן נישט מיט בארבארישקייט.
די שיינקייט איז אז קיינער (אויסער אפאר איררעלעוואנטע פאנאטן וואס וועלן אלץ פארבלייבן, שנאמר כי לא יחדל האביון מקרב הארץ, ואין עני אלא בדעת) פילט געסטראשעט ווען א גרופע מענטשן דעמאנסטרירן זייער מיינונג אזש מ'דארף רעאגירן מיט בוליאינג. איך קען האלטן אז משכב זכר איז אוממאראליש, דו קענסט האלטן אז מציצה בפה איז בארבאריש, א דריטער קען האלטן אז ווייזן קליעוועדש איז סקאנדאליש, א פערטער קען האלטן אז גיין מיט א ביבער הוט איז צוריקגעשטאנעניש, און ס'דא פלאץ פאר יעדעמ'ס דעה, מ'דארף נישט אויפפררעסן קיין מענטשן ווייל זיי האלטן אנדערש.
קען זיין, איך טראכט א השערה, אז מען האט געזעהן א עס קומט ארויס קראנקע קינדער פון incest, האט מען עס אנגענומען אלס א שטראף פון גאט אדער די געטער, ממילא האט מען עס אנגעהויבן באטראכטען אלס אוממאראליש.
@מי אני ס'ליגט עפעס אמת דערין?
ס'איז דא נאך איין גרופ פאר וועם (קיינער) הייבט נישט אויף א פאן פון סופפארט. דאס זענען די פעדאפיילס (פעדאפילן) ל"ע.
איך קען פערזענליך איינעם א געפלאגטן נפש וועלכער איז ליידער געשלאגן מיט די מחלה. יא, ס'איז א מחלה, נאר אויך א קרימינעלער אקט. מילא די רומארס וואס זענען ארומגעגאנגען איבער איהם האביך נישט צו שטארק געגלייבט, ווייל ס'איז געווען א פעקעדזש דיעל מיט זיין גט. נאר איך האב אליינס געזעהן ווי ער הייבט זיך אן מיט א 10 יעריג (נישט אידיש) מיידל. ער האט מיך נישט באמערקט אז איך קום אויף די גאס. ער האט זיך געטשעפעט מיט דעם שיקסעלע, ווען ער האט מיך באמערקט האט ער געמאכט דעם גלאטן פנים, ווי גלייך ער קוקט אויף די קוימענס אויב זיי פאררייכערן זיך.
דער מענטש איז פארבאטן צו קומען צו סיי וועלכע שמחה פון זיינע קינדער, לויט א געריכטליכן באפעל (קאורט ארדער), און מ'דינגט שומרים/גארדס איהם נישט צו לאזן צו די שמחות. ס'צוברעכט מיין הארץ, אבער דאס איז די מציאות. פאר זיינע אייניקלעך האט מען איינגערעדט אז דער זיידע איז געשטארבן...! וואס דען זאל מען זיי זאגן, אז דער זיידע איז אין דזשעיל. אדער אין אווענעל, ניו דזשערזי. וואו ער און זיינס גלייכן היילן זיך.
דערווייל, אין די היינטיגע וועלט (מ'קען נישט וויסן וואו אהין ס'וועט זיך דערקייקלען) איז האמאסעקסואליטי נישט קיין קריים, פעדאפיליע איז. אבער די מענטשן זענען א רחמנות פון אלע בחינות.
.
ברענג נישט די היטלער משל, קיינער איז נישט גלייך צי היטלער.
יא, גראדע איז ער געוועהן א גרויסער רחמנות, דו ווילסט נישט האבן דורכגעגאנגען וואס ער איז דורכגעגאנגען אלס קינד, אויף אלע נאציס געזאגט 🙂
הקטן סקעפטיקער
עס זענען דא פארשטענדליכע ארגומענטס פארוואס Incest זאל זיין גע'אסר'ט לויטן געזעץ, בעיקר ווייל אין א משפחה איז גרינגער פאר איינעם צו צווינגען א צווייטן און זאגן עס איז געווען ברצון
איך גלייב נישט דאס איז די סיבה
איך מיין דאס נעמט זיך ווייל די וואס קימען ארויס זענען מער אויסגעשטעלט צו קרענק
(אפשר היינט מיט דור ישרים איז אנדערש)
עוד יש לומר דאס איז פשוט אן אינעט אינסטינק אן קיין פארוואס - פינקט וואו די וועסט נישט עסען א קאץ פאר פרישטיג.
פאר מיין קלייענטעל וואס כאפט אויך רמז
הסתכל באורייתא וברא עלמא...
פארוואס גלייבסטו נישט אז דאס איז די סיבה? און אויב איך וועל דיר ווייזן אז אין א קאורט קעיס האט א דזשאדזש אנגעגעבן די סיבה? די סיבה וועגן קינדער איז נישט שייך ביים נעמען בוירט קאנטראל, אדער הומוסעקסואל געשוויסטער
פשיהא האסט שוין א קלייענטעל אויך
berlbalagulehס'איז דא נאך איין גרופ פאר וועם (קיינער) הייבט נישט אויף א פאן פון סופפארט. דאס זענען די פעדאפיילס (פעדאפילן) ל"ע.
איך קען פערזענליך איינעם א געפלאגטן נפש וועלכער איז ליידער געשלאגן מיט די מחלה. יא, ס'איז א מחלה, נאר אויך א קרימינעלער אקט. מילא די רומארס וואס זענען ארומגעגאנגען איבער איהם האביך נישט צו שטארק געגלייבט, ווייל ס'איז געווען א פעקעדזש דיעל מיט זיין גט. נאר איך האב אליינס געזעהן ווי ער הייבט זיך אן מיט א 10 יעריג (נישט אידיש) מיידל. ער האט מיך נישט באמערקט אז איך קום אויף די גאס. ער האט זיך געטשעפעט מיט דעם שיקסעלע, ווען ער האט מיך באמערקט האט ער געמאכט דעם גלאטן פנים, ווי גלייך ער קוקט אויף די קוימענס אויב זיי פאררייכערן זיך.
דער מענטש איז פארבאטן צו קומען צו סיי וועלכע שמחה פון זיינע קינדער, לויט א געריכטליכן באפעל (קאורט ארדער), און מ'דינגט שומרים/גארדס איהם נישט צו לאזן צו די שמחות. ס'צוברעכט מיין הארץ, אבער דאס איז די מציאות. פאר זיינע אייניקלעך האט מען איינגערעדט אז דער זיידע איז געשטארבן...! וואס דען זאל מען זיי זאגן, אז דער זיידע איז אין דזשעיל. אדער אין אווענעל, ניו דזשערזי. וואו ער און זיינס גלייכן היילן זיך.
דערווייל, אין די היינטיגע וועלט (מ'קען נישט וויסן וואו אהין ס'וועט זיך דערקייקלען) איז האמאסעקסואליטי נישט קיין קריים, פעדאפיליע איז. אבער די מענטשן זענען א רחמנות פון אלע בחינות.
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=521717#p521717
ווי דערמאנט דארט לויט די דעטערמיניסטישע געדאנקענגאנג זענען אלע קרימינאלן א רחמנות, אבער זיי נישט באשטראפן וועט מאכן די מענטשהייט פאר א גרעסערע רחמנות, וואס דען זאל מען טוהן? קינדער קענען נישט ליידען לכבודם (ועי'
כאן). אבער פון האמאסעקסואליטי ליידט קיינער נישט.
שערי יושרקען זיין, איך טראכט א השערה, אז מען האט געזעהן א עס קומט ארויס קראנקע קינדער פון incest, האט מען עס אנגענומען אלס א שטראף פון גאט אדער די געטער, ממילא האט מען עס אנגעהויבן באטראכטען אלס אוממאראליש.
@מי אני ס'ליגט עפעס אמת דערין?
איך ווייס נישט.
דער רמב"ן זאגט בויקרא (חי ו):
ודע כי המשגל דבר מרוחק ונמאס בתורה זולתי לקיום המין ואשר לא יולד ממנו הוא אסור וכן אשר איננו טוב בקיום ולא יצלח בו תאסור אותו התורה זה טעם אל כל שאר בשרו (כאן) כי את שארו הערה (להלן כ יט) ירחיק הדבר מפני השאר
berlbalagulehס'איז דא נאך איין גרופ פאר וועם (קיינער) הייבט נישט אויף א פאן פון סופפארט. דאס זענען די פעדאפיילס. (פעדאפילן). ל"ע.
דערווייל. אין די היינטיגע וועלט (מ'קען נישט וויסן וואו אהין ס'וועט זיך דערקייקלען.) איז האמאסעקסואליטי נישט קיין קריים. פעדאפיליע איז. אבער די מענטשן זענען א רחמנות פון אלע בחינות.
מיש נישט אויס פעדעפיליע מיט האמאסעקשואליטי. פעדעפיליע שעדיגט פאקטיש מענטשן, גיי הער אביסל ווי וויקטעמס דערציילן וויאזוי די מעשים האבן חרוב געמאכט זייער לעבן. פיין, דער פעדאפיל איז טאקע נישט געזינט, א רחמניות אויף אים, אבער מען דארף נישט הייבן קיין פענער צו שטיצן פעדאפילן וואס מאכן סעסייעטי פאר א ערגערע פלאץ.
האמאסעקשואלן שטערן קיינעם נישט, עס ווערט געטון צווישן צוויי ערוואקסענע מענטשן און ס'איז קיינעמס ביזנעס. העק אפילו די פעינגווינס אין אנטארטיקע האבן א צאל געי חברה צווישן זיך. אזוי אויך איז דא ביי צענדליגע חיות און באשעפענישן פון די געי חברה, ס'איז א גענצליך נאטורליכע ערשיינונג.
מען האט זיי אינטערדריקט און אפילו גע'הרג'עט פאר לאנגע יארן נאכאנאנד, היטלער האט זיי געשיקט צו די גאז קאמערן אינאיינעם מיט די אידעלעך. מען האט זיי אנגעקוקט פונקט ווי די שמיציגע אידן, הגם זיי זענען טעכניש געווען פון די ריינע ראסע. יעצט ווען די וועלט ווערט מער אפן און אקצעפטירנד פאר די חברה, הייבן זיי אויף פענער אפצוצייכענען דעם דערגרייכונג.
מי אני שערי יושרקען זיין, איך טראכט א השערה, אז מען האט געזעהן א עס קומט ארויס קראנקע קינדער פון incest, האט מען עס אנגענומען אלס א שטראף פון גאט אדער די געטער, ממילא האט מען עס אנגעהויבן באטראכטען אלס אוממאראליש.
@מי אני ס'ליגט עפעס אמת דערין?
איך ווייס נישט.
דער רמב"ן זאגט בויקרא (חי ו):
ודע כי המשגל דבר מרוחק ונמאס בתורה זולתי לקיום המין ואשר לא יולד ממנו הוא אסור וכן אשר איננו טוב בקיום ולא יצלח בו תאסור אותו התורה זה טעם אל כל שאר בשרו (כאן) כי את שארו הערה (להלן כ יט) ירחיק הדבר מפני השאר
איך וויל פארשטיין, לויט די רמב"ן וואס יעדע ביאה וואס איז נישט לקיום המין איז מרוחק ונמאס לויט די תורה, אויב אזוי ווען א פרוי איז שוין מעוברת אדער א זקנה וואס קען נישט געבוירן, איז די ביאה ביי זיי מרוחק ונמאס?
לא טוב האדם להיות לבדו
הקטן
עוד יש לומר דאס איז פשוט אן אינעט אינסטינקט אן קיין פארוואס - פונקט וואו די וועסט נישט עסן א קאץ פאר פרישטיג.
אבער סאמהאו איז א קאץ פאר פרישטיג נישט אסור ע"פ חוק.
מי אני שערי יושרקען זיין, איך טראכט א השערה, אז מען האט געזעהן א עס קומט ארויס קראנקע קינדער פון incest, האט מען עס אנגענומען אלס א שטראף פון גאט אדער די געטער, ממילא האט מען עס אנגעהויבן באטראכטען אלס אוממאראליש.
@מי אני ס'ליגט עפעס אמת דערין?
איך ווייס נישט.
דער רמב"ן זאגט בויקרא (חי ו):
ודע כי המשגל דבר מרוחק ונמאס בתורה זולתי לקיום המין ואשר לא יולד ממנו הוא אסור וכן אשר איננו טוב בקיום ולא יצלח בו תאסור אותו התורה זה טעם אל כל שאר בשרו (כאן) כי את שארו הערה (להלן כ יט) ירחיק הדבר מפני השאר
אינטערסאנט צו באמערקן אז דער רמב"ן דארט איז מעתיק דעם טעם פונעם רמב"ם און ס'זעהט אויס אז ער האלט אויך אזוי, אבער אין אגרת הקודש המיוחס להרמב"ן קריגט ער זיך זייער שארף אויפ'ן רמב"ם (ס'זענען דא וואס זענען טאקע מוכיח פון דעם אז די אגרת הקודש איז נישט פון די רמב"ן), וז"ל:
דע כי חבור זה הוא ענין קדוש ונקי כשיהיה הדבר כפי מה שראוי ובזמן הראוי ובכוונה הנכונה. ואל יחשוב אדם כי בחבור הראוי יש גנאי וכיעור ח"ו. שהחבור הראוי נקרא ידיעה, ולא לחנם נקרא כך כאמור (ש"א א) וידע אלקנה את חנה אשתו. וזהו סוד טפת הזרע כשהיא נמשכת ממקום הקדושה ובטהרה נמשכת הדעה והחכמה והבינה והוא המוח. ודע שאלו לא היה בדבר קדושה גדולה לא היו קוראין אל החבור ידיעה. ואין הדבר כאשר חשב הרב המורה ז"ל במורה הנבוכים בהיותו משבח לארסט"ו על מה שאמר כי חוש המשוש הוא חרפה לנו. חלילה, אין הדבר כמו שאמר היוני, לפי שדעתו היוני יש שמץ מינות שאינו מורגש, שאלו היה מאמין שהעולם מחודש בכוונה לא היה אומר כך זה היוני הבליעל.
שמן למאוראיך וויל פארשטיין, לויט די רמב"ן וואס יעדע ביאה וואס איז נישט לקיום המין איז מרוחק ונמאס לויט די תורה, אויב אזוי ווען א פרוי איז שוין מעוברת אדער א זקנה וואס קען נישט געבוירן, איז די ביאה ביי זיי מרוחק ונמאס?
קודם כל ביי מעוברת קען זיין פשוט ווייל די גמ' זאגט אז תשמיש בימי עיבורה איז א גוטע זאך פאר איינעם, אדער פאר די מאמע אדער פאר'ן וולד צוטיילט לויט די חדשים.
און בימי מניקתה וזקינתה, יתכן אז כוונת הרמב"ן איז אז ס'מרוחק ונמאס ווען ס'ווערט נישט געטוהן אויף א אופן וואס ס'ראוי להזריע אין די טעג וואס איז שייך, פונקט ווי מקיים זיין עונה אין יענע טעג הייסט נישט קיין זרע לבטלה אפי' מ'ווייסט קלאר אז ס'גייט נישט פועל זיין, און אוודאי איז די רמב"ן מודה אז ס'דא א דין אין די תורה פון ועונתה לא יגרע, און ס'ווערט ג'פסקנט אין שו"ע אז מ'איז מחויב אפ' בימי עוברה ומניקתה וכן לעת זקנתה איז דא א באזונדערע חיוב פון ולערב אל תנח ידך.
מ'זעהט אויך אזא סארט געדאנק ביי די דין פון ג' נשים משמשות במוך, אז ביי פרויען וואס ס'סכנה פאר זיי נתעבר צו ווערן און מ'איז מתיר משמש צו זיין מיט פראטעקשן, איז מען נישט מתיר מוציא זרע צו זיין שלא באותו מקום (פארשטייט זיך אז ס'דא פוסקים וואס זענען מתיר באקראי שלא כדרכה סתם אזוי, אבער כ'רעד דא פון בכלליות באופן קבוע) אפי' ס'איז אויסערליך נישטא קיין שום רבותא מער באותו מקום ווי סיי ווי, דאך ווערט מבואר אין די פוסקים אז ס'למעשה נאר מותר לשמש כדרך כל הארץ און לכאו' איז דעיס כוונת הרמב"ן ווי אויבענדערמאנט.
און עפ"י קבלה איז דאך באקאנט פונעם אר"י הק' אז פון יעדע ביאה ווערט באשאפן נשמות און ניצוצות ממילא איז נישט שווער אויפ'ן רמב"ן...