☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » דער גולם פון פראג, אן אמת׳ע געשיכטע אדער פיקציע?

דער גולם פון פראג, אן אמת׳ע געשיכטע אדער פיקציע?

60 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #16038
בלאט: 1 2

אמת וצדק » זונטאג אפריל 2, 2023 8:22 pm

· #520421
דער גולם פון פראג, אן אמת׳ע געשיכטע אדער פיקציע?
פסח איז שוין אט אט דא, און אמאל איז דאס געקומען מיט א פחד ורעדה פון די בלוט בלבולים. באקאנט איז דער גולם פון פראג וואס דער מהר״ל מפראג האט כלומר׳שט באשאפען צו ראטעווען די אידן פון די בלבולים. אבער איז די גולם טאקע אן אמת׳ע געשיכטע וואס האט פאסירט און די ווייטע פארגאנגענהייט אדער איז עס גאר אן אויפגעטראכטע געשיכטע?

קודם כל ווער איז געווען דער מהר״ל מפראג:
דער מהר״ל מפראג - מ׳ורינו ה׳רב ר׳בי יהודה ל׳וואי, איז געבוירען אין יאר רע״ב - 1512. (יש אומרים אין יאר ר״פ) אין שטאט פוזנא צו זיין פאטער רבי בצלאל.

ווי ער האט געלערנט אלץ בחור איז נישט באקאנט. נאר איינמאל אין דרשות שבת הגדול שרייבט ער ״וכך קיבלתי מרבותי״, אבער זאגט נישט ווער זיי זענען.

דער מהר״ל איז געווען די יונגסטע פון פיר ברידער. זיין עלטסטע ברידער ר׳ חיים, באקאנט מיט זיין ספר החיים, דערמאנט ער איינמאל אין גור אריה פרשת יתרו.
דער מהרש״ל דערמאנט אלע פיר ברידער אין שו״ת מהרש״ל סי׳ י״ב, (די רעדע דארט איז לגבי א שם רע וואס מאנכע האבן ארויסגעלאזט אויפן משפחה פונעם מהר״ל). און אויפן מהר״ל שרייבט דער מהרש״ל ״ארי שבתורה הר״ר ליב יצ״ו״. יש אומרים אז דער מהר״ל האט געלערנט ביים אים א שטיק צייט.

דער מהר״ל האט אנגעהויבן זיין רבנות קאריערע אין יאר שי״ג, מיטן ווערן הויפט רב פון גאנץ מדינת מעהרין מיט איר הויפטקוואטיר אין ניקלשבורג, ער האט זיך באקאנט געמאכט מיט די פילע תקנות וואס ער האט איינגעפירט דארט, אין יאר של״ג האט ער פארלאזט דעם אמט אין זיך באזעצט אין פראג און מרביץ תורה געווען אינעם קלויז פון ר׳ מרדכי מייזל.

נאך עלף יאר אין יאר שד״מ האט ער פארלאזט פראג אין געגאנגען קיין פוזנא צו ווערן רב, נאך פיר יאר האט ער זיך צוריקגעקערט קיין פראג, אין דעם תקופה האט ער זיך געטראפען מיטן קעניג רודאלף דער צווייטער - אין יאר שנ״ב - 1592 יום א׳ ג׳ אדר, ווען ער איז געווען אלט בערך צוויי און זיבעציג.

זיין תלמיד רבי דוד גאנז דערמאנט די באגעגעניש אינעם ספר צמח דוד און שרייבט: והקיסר רודולפוס ברוב חסדו ואמתו שלח אליו את הגאון.. וקבלו בספר פנים יפות, ודיבר איתו פה אל פה כאשר ידבר איש אל רעהו, ומהות ואיכות הדברים סתומים וחתומים ונעלמים הם.

באלד צוויי חדשים נאכן באזיך ביים קעניג האט ער צום צווייטען מאל פארלאזט פראג! אפי׳ נאכן ווערן בארימט מיטן היסטארישן באזוך, איז ער נישט געווארן פראגער רב, נאר פארלאזט דעם שטאט אין צוריק קיין פוזנא. און אין פראג האט דאן געדינט אלס רב דער לבוש - הרב מרדכי יפה. ערשט אין יאר שנ״ח האט ער זיך געביטען מיטן לבוש זיין רבנות שטעלע אין דער מהר״ל איז ענדליך געווארן פראגער רב, און ערשט דאן האט ער אנגעהויבן דאווענען אינעם אלטניי שוהל, אבער נאך פיר יאר האט ער אפגעטרויטען פון אמט צוליב זיין הויכע עלטער, און דער כלי יקר האט אים איבערגענומען אלס רב און ראש ישיבה ביז צו זיין פטירה.

******

דער מהר״ל איז געווען א תקיף בדעתו אין איז געווען פיו ולבו שוין, ער האט זיך נישט געבויגען פאר קיין עשירים און דאס האט אים געמאכט אומפאפולער, און אפי׳ אז דער קעניג האט אים אויפגענומען צוליב זיין חכמה, האבן אים די ראשי קהילה נאכאלס נישט אויפנעמען אלץ רב.

אין פראג האט ער אוועקגעשטעלט פארשידענע חברות וואס גייען אן ביז היינט, ווי חברה משניות, חברה גמילת חסדים, חברה קדישא, דער תוספות יו״ט איז באוואוסט פאר זיין מי שברך אויף נישט רעדן ביים דאווענען, באמת שטאמט דאס אויך פון זיין רבי דער מהר״ל. דער תוספות יו״ט שרייבט אז דאס וואס זיין רבי האט געטוהן פאר משניות איז נאך גרעסער ווי וואס רבי יהודה הנשיא האט געטוהן, ווייל זיין רבי האט אריינגעברענגט די הבנה און אן דעם איז גארנישט.
אויך האט ער געהאלטן אז מען דארף ווייטער איינפירן בן חמש למקרא, בן עשר למשנה וגו׳. אזוי אויך האט ער נישט ליב געהאט אז מען דרוקט די תוספות הש״ס אויפן בלאט גמרא. ווייל דאס נעמט אוועק די קאפ פון די יונגע בחורים פון ענדיגען מסכת נאך מסכת. ענדערש וואלט דאס געדארפט זיין נאכן מסכת אזוי ווי די רא״ש, רי״ף וכו׳

דער מהר״ל איז באקאנט מיט זיינע טיפזיניגע ספרים וואס זענען עוסק צו פארשטיין געבן די טיפקייט פון אגדות חז״ל. ער האט זיך אויסגעבויט אן אייגענע מהלך ווי אזוי דאס אפצולערנען. געהערט האב איך פון רבי יהושע הרטמן אז דער מהר״ל איז נשפע געווארן פונעם ספר עבודת הקודש פון רבי מאיר אבן גבאי, ער ברענגט דאס צו אין אפאר פלעצער.

זיין ערשטע ספר וואס ער האט ארויסגעגעבן איז געווען ״גור אריה״ וואס איז א פי׳ אויף רש״י על התורה, דאס איז ערשט געדריקט געווארן אין יאר של״ח-1578, ווען ער איז אלט געווען 66!

דער מהר״ל האט חתונה געהאט צווי מאל, פון זיין ערשטע ווייב האט ער געהאט צוויי טעכטער וואס האבן ביידע חתונה געהאט מיט רבי יצחק כ״ץ (היות די ערשטע איז נפטר געווארן) אויך האט ער געהאט א בן יחיד רבי בצלאל וואס איז אוועק בחייו.
ח״י אלול שס״ט-1609, איז דער מהר״ל אוועק פונעם וועלט. דאס מיינט (לויט די גירסא אז ער איז געבוירען אין יאר רע״ב) אז ער איז נפטר געווארן אינעם טיפן עלטער פון 97.

דער המשך וועט נאכפאלגן.

ליימדארפער » זונטאג אפריל 2, 2023 8:28 pm

· #520422
ביי די רוסישע חסידישע הויפען, איז אנגענומען אז די געשיכטע מיט'ן מהר''ל אז ער האט באשאפן א גולם - פאר צען יאר צייט - איז ריכטיג און אוטענטיש.

נאר קען זיין, אז נישט אלע סיפורים וואס זענען פארשפרייט דערוועגן, זענען באזונדער ריכטיג.

ליימדארפער » זונטאג אפריל 2, 2023 8:34 pm

· #520423
נישט פארדרייען

אמת וצדק » זונטאג אפריל 2, 2023 8:40 pm

· #520424
דער גולם פון פראג, אן אמת׳ע געשיכטע אדער פיקציע?
ווי זעט מען דערמאנט אין די אידישע היסטאריע די געדאנק פון א גולם

און יעצט צום גולם. די ענין פון באשאפען א גולם לויטן ספר יצירה איז נישט קיין נייע, רש״י שרייבט אין ספר איוב אויפן פסוק ״כי אלקים הבין דרכה״ (כ״ח, כ״ג): נסתכל בה וברא את העולם באותיותיהם, כסדרם ומשקלן יצר כל היצורים כאשר כתוב בסוד ספר יצירה.

אינעם פירוש הרא״ש על התורה (בראשית ד׳, כ״ו) שטייט: מלמד שבאו בני הדור ושאלו לו לאנוש מה שמו של אביך, א״ל שת, שמו של אבי אביך א״ל אדם, ושם אביו של אדם מה היה שמו, א״ל לא היה לו אב, אלא הקב״ה בראו גולם מן הארץ.. אמרו לו כיצד עשהו, מיד לקח רגיבת עפר ועשאו צורת גולם, ונכנס בנפיחיו השד, והיה בו חיות, מיד אמרו זה אלקינו, והאמינו בו.

אין ספר גימטריאות לרבי יהודה החסיד שטייט (בראשית אות ז) אז אויפן שטערן פון אדם הראשון איז געשטאנען דעם ווארט ׳אמת׳ ווייל ״חתם הקב״ה את הבריאה שברא, בחותמו שהוא אמת״. נאך שטייט דארט אז בן סירא האט צוזאמען מיט זיין טאטע - ירמיה הנביא באשאפען א גולם אין אויפן שטערן איז געשטאנען ״אמת״ אזוי ווי אויפן שטערן פון אדם הראשון.

די גמרא אין סנהדרין (ס״ה ע״ב) דערציילט אז רבא האט באשאפען א מענטש, און געשיקט צו רבי זירא, וואס האט עס מבטל געווען היות עס קען נישט רעדן.

אין ספר מצרף לחכמה פון רבי יוסף שלמה רופא דילמדיגו פרק ז׳, שטייט אז רבי שלמה אבן גבירול האט באשאפען א נקבה גולם וואס האט אים ארויס געהאלפען אין שטוב..
אזוי אויך שרייבט די תלמיד פונעם ווילנא גאון רבי חיים מוולאזשין אינעם הקדמה אויף זיין רבינ׳ס פירוש אויף ספר ספרא דצניעותא, אז די גר״א האט אנגעהויבן צו באשאפען א גולם.

אין תרצ״ח האט הרב יוסף הכהן שווארץ הי״ד פון גרויסווארדיין (אן אייניקל פונעם קול אריה) ארויסגעגעבן א חיבור ״זכרון למשה״ אויפן חת״ס, איז דא דארט א בריוו פונעם ערלוי׳ער רב רבי שמעון סופר בעל התעוררות תשובה הי״ד, דערציילט ער אינעם בריוו:
פעם אחת ביקר את החת״ס ז״ל הגאון רבי אברהם יצחק וויינבערגער אבדק״ק קליינווארדיין (בעל שו״ת פני יצחק) חתנו של הגאון ר׳ צבי חריף זצ״ל (בתור חתן חורג של הח״ס, כי הח״ס נשא בסוף ימיו אלמנותו) ומשך השיחה תאר לפניו העם במדינה, שנאת העמים גדולה עד למאד, העם שרוי בצער.. וכמעט שהתרופפה האמונה בלב העם, ושאל את החת״ס ז״ל האם לפי דעתו לא הי׳ נכון לעשות איזו פעולה.. כמו יצירת גולם וכדומה כדי לחזק עי״כ האמונה והבטחון בהשם, ועל זה השיבו: תאמין לי שיש בכחי ליצור ע״י השמות והצריפים גולם בלי התאמצות יתירה, בעמל קל של לגימת מים, אך עיקר הסבה של מניעתי.. ע״י הירושלמי הידוע שמי שנהנה מאחרים אסור להשתמש בשמות הקדושים.
פלא׳דיגע ווערטער!

עכ״פ זעען מיר אז במשך הדורות האבן פארשידענע גדולי ישראל באשאפען גולמות פאר פארשידענע סיבות, איז נישט אזא חידוש בעולם היהדות דעם גולם וואס דער מהר״ל האט כלומר׳שט באשאפען.

דער המשך וועט נאכפאלגן

צקון לחש » זונטאג אפריל 2, 2023 8:52 pm

· #520428
לייקס פאר די ארבעט און די שיינע באשרייבונג, אבער לעצם הענין גלייב איך אויסדריקלעך נישט אז א גולם איז סיי ווען אימער באשאפן געווארן.

שאלתיאל » זונטאג אפריל 2, 2023 8:59 pm

· #520429
אונז מוטשן זיך און ברעכן זיך קאפ אויפצווייזן בעיסיק זאכן פון אונזער אמונה ווי דער עקזיסטענץ פון גאט, מעמד הר סיני, סיפורי התורה וכו', פאר מ'האמיר דאס נישט ערלעדיגט ביטע נישט קומען צולייגן נאך מיטאלאגיעס און באבע מייסלעך. שטייטס אין א רייע געדולדיג... (בדרך צחות כמובן, לייק פאר דער ארבעט!)

ליימדארפער » זונטאג אפריל 2, 2023 9:02 pm

· #520430
ווער ס'גלייבט נאכנישט אינגאנצן די בעיסיקס, קען טאקע דאס נישט גלייבן. אבער ווער יא, זעט דאך אין גמרא אז ס'געווען און ס'איז דא אזא באגריף, און ס'איז אפילו נישט שווער, נאר מ'דארף זיין דערביי בגוף ובנפש.

עסקן בדברים » זונטאג אפריל 2, 2023 9:02 pm

· #520431
אינטערסאנטער ארטיקל פון הרב יהושע ענבל אז די מקור פון די גולם פון פראג איז פון די גויים
https://www.machonso.org/hamaayan/?gilayon=44&id=1325

אמת וצדק » זונטאג אפריל 2, 2023 9:06 pm

· #520432
דער גולם פון פראג, אן אמת׳ע געשיכטע אדער פיקציע?
די גולם אין הלכה

דער חכם צבי (שו״ת סימ צ״ג) איז מסופק אויב מ׳קען מצרף זיין א גולם צו מנין. די צד אז יא איז וויבאלד ער איז באשאפען געווארן דורך א צדיק, ״ומעשה צדיקים נחשב לתולדותיהם״. ער פירט אויס אז מ׳קען אים נישט מצרף זיין היות מען זעט אז רבי זירא האט אים געמאכט אויס, מוז זיין אז מ׳קען נישט האבן קיין ניצן פון אים. און ער לייגט צו, אז ס׳איז נישט דא קיין איסור שפיכת דמים אים צו הרג׳ענען, ווייל אין פסוק שטייט ״שופך דם האדם באדם דמו ישפך״ וואס דאס מיינט דוקא איינער וואס איז געבוירן צו א מענטש. (די משנה ברורה ברענגט אראפ די חכם צבי אין סי׳ נ״ה, סק״ד).

די זעלבע שרייבט דער חסד לאברהם (רבי אברהם אזולאי, דער זיידע פונעם חיד״א, אין מעין ד׳ עין יעקב, נהר ל׳) אז א גולם איז פונקט ווי א בהמה און ס׳איז נישט דא קיין איסור שפיכת דמים.

אין שאילת יעב״ץ (חלק ב׳ סימן פ״ב) שרייבט רבי יעקב עמדין אז פון דעם וואס רבא האט געשיקט דעם גולם צו רבי זירא זעט מען לכאורה אז א גולם קען הערן, ווייל אויב נישט ווי אזוי האט ער געוויסט צו גיין, אבער אויב אזוי האט ער א דין ווי א חרש השומע ואינו מדבר, וואס האט א דין ווי א פיקח, נאר מוז זיין אז ער פארשטייט נאר ברמיזה אזוי ווי א בהמה.

אבער דער ראדזינער רבי (דער בעל התכלת - ר׳ גרשון העניך ליינער) אין סדרי טהרות (אהלות דף ד׳ ע״ב) האלט אז היות ער האט א חיות און א צורת אדם, ווער זאגט אז ער ווערט נישט אנגערופען אן אדם און אפשר טאר מען אים נישט סתם אזוי הרג׳ענען.
רבי צדוק הכהן שרייבט אויך אין דברי חלומות (אות ו׳) אז א גולם איז מער חשוב ווי א בהמה ווייל ער איז באשאפען געווארן בצורת אדם, אבער קיין נשמת חיים האט ער נישט נאר א חיות בעלמא, און קען אויך זיין אז דעת האט ער, און דאך קען ער נישט רעדן ווייל דעת איז נישט תלוי אין רעדן, והא ראיה, א שטימע מענטש האט דעת, אבער נישט דיבור, און רבי צדוק האלט אז בעצם וואלט ער געקענט מצטרף זיין צום מנין! נאר ס׳איז דא א טעכנישע פראבלעם אז ער איז נישט מחיוב במצות וויבאלד קיין נשמה האט ער נישט און עס גייט נישט אן ביי אים השארת הנפש און שכר ועונש.

זעען מיר א מחלוקות צי א גולם ווערט גערעכנט ווי א בהמה און מ׳קען אים נישט מצטרף זיין צו א דבר שבקדושה, ויש אומרים אז ער איז א דרגא העכער ווי א בהמה.

דער המשך וועט נאכפאלגן

שמן למאור » זונטאג אפריל 2, 2023 9:13 pm

· #520433
די קשיא פארוואס די מהר"ל ותלמידיו ותלמידי תלמידיו דערמאנען נישט קיין ווארט וועגן דעם א.ג. גולם, איז גאר א הארבע קשיא לדעתי. יודל ראזנבערג איז דאך אויפגעוויזן געווארן צו זיין א שקרן, אינעם בוידעם פונעם אלטניי שול ווי די גולם האט מ'כלומר'שט געדארפט צו ליגן האט מען שוין בודק געווען און גארנישט געטראפן.. עס שיינט -לויט אלע וויירשיינליכקייטן, צו זיין א פיקטיווע געשיכטע.

צקון לחש » זונטאג אפריל 2, 2023 9:14 pm

· #520434
עסקן בדברים
אינטערסאנטער ארטיקל פון הרב יהושע ענבל אז די מקור פון די גולם פון פראג איז פון די גויים
https://www.machonso.org/hamaayan/?gilayon=44&id=1325
וואס איך האב בעיקר אויפגעפיקט פון דעם ארטיקל בשעתו איז די השערה אז דער 'גולם' איז געווען אן אוטיסט ודפח"ח

אמת וצדק » זונטאג אפריל 2, 2023 10:04 pm

· #520443
דער גולם פון פראג, אן אמת׳ע געשיכטע אדער פיקציע?
אונזער באקאנטער יאסעלע גולם פון פראג, ווי ווערט ער צום ערשט דערמאנט?

צוריק צום גולם פון פראג. שטעלט זיך די שאלה ווער איז דער ערשטער צאמצושטעלן דער גולם מיטן מהר״ל? איז פרופ׳ אלי אשד שרייבט אז די מקור איז דעם בוך ״שפינוזה״ פון ברטולד (ברוך) אוירבך וואס איז געדריקט געווארן אינעם דייטשען שפראך אין יאר 1837, אבער שמעון שטיינמץ שרייבט אויף זיין בלאג (on the main line) אז די פריעסטע מקור איז אינעם בוך Der Jüdische Gil Blas- דער איד גיל בלאס, פון יאר 1834 ארויסגעגעבן דורך איינער יוסף זליגמן.

דער חיד״א שרייבט אין שם הגדולים אויפן מהר״ל:
ואני הדל קיבלתי מרב אחד אשכנזי מעשה נורא שעשה על ידי מה שגלו לו מהשמים, ומזה נמשך שדבר עם הקיסר ביחוד כמו שעה וחצי ועשה לו כיבוד גדול כמו שכתב בספר צמח דוד
. קען מען זאגן אז די חיד״א מיינט די גולם מעשה, אבער אויב אזוי פארוואס שרייבט ער עס נישט קלאר ארויס? איז וואס דען איז געשען. איז אין הגהות מנחם ציון אויפן שם הגדולים פון רבי חנוך העניך פון סאסוב (דער ערשטער שווער פונעם ברך משה) ברענגט ער אז אמאל האט די קעניג רודאלף געוואלט פארטרייבען די אידן פון זיין לאנד, און דאס איז נתגלה געווארן צום מהר״ל, און דורך א חלום וואס די קעניג האט געהאט ווי די מהר״ל ראטעוועט אים אין חלום, האט ער אים געריפען צו זיך אין פלאץ, און נאכן רעדן מיט אים האט ער מבטל געווען די גזירה.

******

די ערשטער מאל מיר באגעגענען די גולם פון פראג ברמז אין א ״היימישע״ ספר איז אין בני יששכר (״געדריקט״ שנת תר״ו - 1846, ״געשריבען״ געווארן נאך פארדעם) ווי ער שרייבט אויפן מהר״ל (מאמרי כסלו-טבת, מאמר ב׳ אות כ״א): ידוע שדבריו נאמרו ברוח הקודש ״והיה משתמש בספר יצירה״. אבער ווידער ער שרייבט נישט קלאר ארויס וואס ער מיינט.

אין תרט״ז-1857 זעט מען ווי דער בעל השי״ר- ר׳ שלמה יהודה ראפופורט אב״ד פראג, מקום מגוריו של המהר״ל (דער איידעם פונעם קצות החושן), האט שוין געפינען פאר וויכטיג צו לייקענען די גולם. ווי ער שרייבט אין ספר גל-עד ״איך שאבו ממקור אכזב המגידים בעלטה את השמועה המתפשטת בין אוהבי גוזמאות כי עשה רבינו ז״ל גולם.

אין תרכ״ד - 1864, האט רבי נח חיים לעווין פון קאברין איבערגעדריקט די ספר מגילת יוחסין (מגילת יוחסין איז געשריבען געווארן צום ערשט אין יאר תפ״ז דורך רבי משה מאיר פערלס פון פראג, און געדריקט געווארן אין יאר תק״ה צוזאמען מיטן ספר מטה משה פון רבי משה כ״ץ, נישט די באקאנטע ספר מטע משה) איז שרייבט רבי נח חיים אין אן הערה צום ספר:
ושמעתי מפי הגאון האמיתי.. יוסף שאול הלוי אב״ד דק״ק לעמברג, (דער שאול ומשיב האט נאך דאן געלעבט) שפ״א בהיותו בק״ק פראג ביקש לעלות על עליית ביה״כ הישנה.. לראות שם את הגולם, וכאשר בא אל סולם העלייה בא אליו שמש הבהכ״נ איש זקן וסיפר לו כי הגאון הגדול רבי יחזקאל לנדא זצ״ל אב״ד דק״ק פראג כאשר פעם אחד רצתה נפשו לראות את הגולם התעסק בתעניתו באותו היום וטבל במקוה טהרה והתעטף בטליתו ותפילין ואחר כל אלה עלה לשם, וכאשר ירד אמר כי מהראוי שלא לעלות עוד שם שום איש.
דער סיפור ווערט אויך דערמאנט אין ספר מופת הדור פון הגאון רבי יקותיאל אריה קאמלהאר (עמוד כו הערה יא). ווי ער שרייבט אז ער האט געהערט די מעשה פון הגאון שלום יוסף הארצשטרק אב״ד יוזעפף וואס האט דאס געהערט פונעם שואל ומשיב אין יאר תרכ״ד.

דער נודה ביהודה איז געווען פראגער רב פון תקט״ו- 1755, ביז תקנ״ג - 1793. איז אויב די מעשה איז אמת, מוז זיין אז ערגעץ פון 1755 ביז 1793 איז שוין געווען פארשפרייט די סיפור איבערן גולם פון פראג. סאך פאר די חיבור ״שפינוזה״ וואס איז ערשט ארויס אין יאר 1837. און יאר תר״ע האט איינער רבי מנחם מענגל עקשטיין ארויסגעגעבן א חיבור ״ספר יצירה״ איז דארט לייקנט ער די מעשה און שרייבט:
והנה כל השומע דבר זה יצחק לו על הדברים הללו, אמור נא מה קדושה יש בהגולם שהגאון הנודע יתענה על זה, ולילך בטלית יתפילין לראותו? הרי עיניך רואות בכל הספרים שזכרתי שהגולם נחשב כבהמה, ולאחר שלקחו ממנו השם קדושה, שב לעפרו, ויהי הגולם לפגר, ומה כל הרעש והבהלה הזה, שהגאון הונדה ביהודה בא מעליוה, ופחד ובהלה בפניו.
צום לעצט האבן מיר דריי חסידישע מקורות וואס שרייבן קלאר ארויס די געשיכטע פונעם גולם:

אין שנת תרמ״ח איז ארויסגעקומען דעם ספר ברכת אברהם - וואס א תלמיד פון הגה״ק רבי אברהם דוד וואהרמאן פון בוטשאטש האט אפגעשריבען ענינים פון זיין רבי׳ן. שטייט דארט:
אמר ששמע שהגור אריה זצ״ל עשה גולם ע״י ספר יצירה הק׳, כי האר״י הריחו שהוא גאון וצדיק ושלח את תלמידיו ללמדו חכמת הקבלה.. ובכל ערב שבת הי׳ מנהגו.. ליקח השם הנתון בפי הגולם.. ואירע ששכח פ״א להוציא.. וכבר אמרו בבהכ״נ.. מזמור שיר ליום השבת, וידוע ההלכה שכיון שאומרים זה המזמור מקבלין שבת.. והתחיל הגולם להזיק ולהרעיש עולם כי נתדבקו בו הקליפות שנבראו בע״ש בין השמשות, וכשמוצאין גוף כזה בלא נשמה מתדבקין בו, ותיכף צוה הוא ז״ל להתיר הנדר.. והוציא בלעו מפיו וחזר לביהכ״נ והתחיל פעם שנית מזמור שיר ליום השבת.
דערנאך ווערט עס דערמאנט אין ספר ספורים נחמדים (תרס״ג) ווי די מלקט (ר׳ ישעיה וואלף ציקערניק) שרייבט:
שמעתי מאדמו״ר הרה״ק ר׳ יצחק מסקווירא זצוק״ל שאמר.. אודות הענין מהגולם שעשה המהר״ל מפראג כידוע ומפורסם דבר זה.. ותחלת עשייתו היה מחמת דבר נחוץ לטובת הכלל.. וסיפר אדמו״ר הנ״ל כי היה משים איזה שם תחת הלשון של הגולם.. וכשהיה לוקח השם ממנו היה נשאר גולם.. והיה מניח אותו על העליה של הביהכ״נ, ובכל ערב שבת היה לוקח ממנו השם כי אם היה עובר עליו יום השבת כשהיה השם נתון תחת לשונו היה נשאר כן לעולם.. כי השבת הוא קיומו וחזקו של כל דבר.. ופ״א בע״ש שכח.. ליקח השם.. ויאמר להשמש שיעמוד על הבימה ויכריז כי הרב אמר כי עדיין לא הגיע ולא התחיל השבת.. אח״כ צוה.. להשמש שילך ויעלה על העליה.. ויקח השם מהגולם.. אח״כ צוה.. שיאמרו הצבור עוד הפעם מזמור שיר.
צום לעצט דארף מען דערמאנען וואס דער לעצטער ליובאוויטשער רבי שרייבט (ספר מאוצר המלך ח״ב עמוד 207): בעצמי שמעתי מכ״ק מו״ח אדמו״ר שראה הנשאר ממנו, בעליית ביהכנ״ס דמהר״ל בפראג.

דער המשך וועט נאכפאלגן

אמת וצדק » זונטאג אפריל 2, 2023 10:10 pm

· #520445
Re: דער גולם פון פראג, אן אמת׳ע געשיכטע אדער פיקציע?
די איבריגע חלקים, און א פי די עף מארגן אי״ה

טאמבל סאס » מאנטאג אפריל 3, 2023 6:21 am

· #520486
Re: דער גולם פון פראג, אן אמת׳ע געשיכטע אדער פיקציע?
היינט, ווען איך זעה א קינד ווערט נתפעל פון די גולם מעשה ווייס איך אדער וועט ער אויסוואקסן א מעריץ פון סייענס אדער א גרויסע בעל דמיון.. די וואס זענען כלל נישט אינטרעסירט דערינען, אויף זיי טוט מיך באנג.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

ודברת בם » מאנטאג אפריל 3, 2023 7:43 am

· #520489
די גולם אשכול דארף זיין אריינגעדרוקט אין די כוזרי אשכול, די גולם מעשה איז א סתירה צו די כוזרי ארגומענט.

ליימדארפער » מאנטאג אפריל 3, 2023 9:34 am

· #520499
ודברת בם
די גולם אשכול דארף זיין אריינגעדרוקט אין די כוזרי אשכול, די גולם מעשה איז א סתירה צו די כוזרי ארגומענט.
דהיינו

נבוך » מאנטאג אפריל 3, 2023 11:28 am

· #520507

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 3, 2023 7:35 pm

· #520577
אמת וצדק: ייש"כ. זייער שיין אראפגעלייגט. נאר דו האסט פארגעסן אויסצורעכענען נאך איין מור פון א פארלעסליכן, חסיד'ישן רב און רבי פון חסידים. הרה"צ ר' יצחק אייזיק ווייס מ'ספינקא. בעל חקל יצחק על התורה ושו"ת חקל יצחק. אין די הקדמה צו זיין טאטנ'ס ספר אמרי יוסף על התורה רעדט ער איבער דעם גולם וואס דער מהר"ל האט באשאפן. ער רופט איהם אן..."שליח בית דין של המהר"ל מפראג"...ער פארציילט דארט אז דער מהר"ל האט איהם באשאפן אן די מעגליכקייט צו קענען רעדן. מכמה טעמים הכמוסים איתו. און ווען מ'האט געדארפט האט איהם דער מהר"ל געשיקט אויף שליחות'ן. אין אנדערע צייטן איז ער געזיצן אין בית דין שטוב פנ'ם מהר"ל מיט זיינע צוויי הענט אונטערגעלאנט זיין פנים און געשוויגן. דערפאר האט מען איהם גערופן יוסף אדער יאסעלע "גולם"...!

ס'גייען ארום א סאך פארשידענע אינטרעסאנטע מעשיות וועלכע זענען ווארשיינליך פרי דמיונם פון הרב יודל ראזנבערג. דער וואס האט איבערגעזעצט דעם זוהר אויף לשון הקודש (פון אראמיש). וועלכער איז געווען באוואוסט אלס גוטער פאנטאזירער און מעשיות אויסטראכטער.

איין מעשה ווייסט צו פארציילן אז די רעבעצין (פונ'ם מהר"ל) האט איהם געשיקט קויפן הייוון וואס זי האט געדארפט צו באקן חלות. צוויי וואכן פאר פסח. כאטש דער מהר"ל האט אנגעזאגט אז מ'זאלל זיך נישט באניצן מיט דעם גולם צו העלפן אין שטוב. די רעבעצין האט געווארט גאנצע צוויי וואכן. ענדליך ערב פסח נאכמיטאג נאכ'ן זמן ביעור חמץ איז ער אנגעקומען מיט די הייוון...! נאך א מעשה וואס ר' יודל ראזנבערג פארציילט אין מעשה ביכל..."דער גולם פן פראג"...אז איין יאר ערב ראש השנה איז נישט געווען צו באקומען קיין פיש. האט דער אנדערער משמש פון מהר"ל ר' אברהם חיים געהייסן פאר יאסעלע גולם אז ער זאלל גיין צום טייך כאפן פיש אויף ר"ה. מ'האט געזוכט א זעקל וואו דער גולם זאלל אריינלייגן די פיש. מ'האט נאר געטראפן א ריזיגן זאק. מ'האט דאס געגעבן פאר יאסעלע. דער עולם ווארט אומגעדולדיג אז ער זאלל שוין צוריקקומען. א שעה פאר'ן זמן פון יו"ט איז ר' אברהם חיים געגאנגען קוקן פארוואס יאסעלע פארזוימט זיך אזוי לאנג. האט ער געזעהן ווי יאסעלע איז ביים טייך און ער כאפט א יעדע פאר מינוט נאך א פיש. האט ער איהם גערופן און געזאגט אז ס'איז שוין שפעט. האט יאסעלע געוויזן אז ער דארף אנפיללן דעם זאק מיט פיש. האט ר' אברהם חיים געזאגט. לאז איבער. נאר קום שוין...! האט יאסעלע פארשטאנען א ער זאלל איבערלאזן אלע פיש. האט ער אריינגעווארפן אלע פיש צוריק אין טייך. דער מהר"ל איז געבליבן יענע יאר אן פיש אויף ר"ה. האט ער געזאגט פאר זיינע בני בית...איך האב דאך ענק געזאגט אז עטץ זאלט נישט ניצן יאסעלע'ן צו העלפן אין שטוב...!

אמת וצדק » מאנטאג אפריל 3, 2023 7:40 pm

· #520578
Re: דער גולם פון פראג, אן אמת׳ע געשיכטע אדער פיקציע?
בערל: כ׳האב נישט פארגעסן, מיין ארטיקל איז נאכנישט פארטיג.

berlbalaguleh » מאנטאג אפריל 3, 2023 7:44 pm

· #520579
אמת וצדק: דאמאלס האביך גארנישט געזאגט. ואיתך הסליחה...!

אמת וצדק » מאנטאג אפריל 3, 2023 9:58 pm

· #520599
דער גולם פון פראג, אן אמת׳ע געשיכטע אדער פיקציע?
ספר נפלאות מהר״ל און איר מחבר הרב יהודה יודל ראזענבערג ז״ל

א חוץ די אלע דערמאנטע מקורות איבערן גולם פון פראג איז דא די באקאנטע מעשה ביכל ״נפלאות מהר״ל״ פון הגאון רבי יהודה יודל ראזענבערג ז״ל, וואס רוב סיפורים וואס מיר קענען פונעם גולם קומט פון דארט, אבער ווי מיר האבן שוין געזען איז שוין סאך פאר זיין מעשה ביכל געווען באקאנט די לעגענדע איבערן גולם פון פראג, און אויך געוויסע מעשיות ווי לדוגמה אז דער מהר״ל האט פארגעסן ארויסצונעמן די שם ערב שבת, וואס דער בוטשאטשער רב און סקווירא רבי האבן פארציילט.

רבי יודל ראזענבערג איז געווען א פוילישע איד, געבוירן אין תר״כ, געדינט ברבנות אין ווארשא און לאדזש, אין תרע״ג איז ער אנגעקומען קיין קאנאדא, קודם איז ער געווען אין טאראנטא, דערנאך אין מאנטריאל ווי ער האט אסאך געטוהן פאר אידישקייט, דארט איז ער אוועק אין יאר תרצ״ז.

דער ספר נפלאות מהר״ל האט ר׳ יודל ארויסגעגעבן אין יאר תרס״ט אין פיעטרקוב, ער שרייבט אז די ספר איז געשריבען געווארן דורך די איידעם פונעם מהר״ל - רבי יצחק כ״ץ ז״ל. און די כתב יד איז געלעגען אינעם קייסערליכן ביבליאטעק אין שטאט מיץ, און זיין קרוב ׳חיים שארפשטיין׳ האט געלייגט א יד אויפן כתב יד, און אים דאס דערנאך פארקויפט.

א חוץ נפלאות מהר״ל האט ר׳ יודל ארויסגעגעבן נאך חיבורים וואס זיין קרוב חיים שארפשטיין האט אים אנגעבליך פארקויפט פונעם קעניגליכען ביבליאטעק אין מיץ, איך וועל אראפברענגען די ספרים לויט די יארן וואס זיי זענען ערשינען לאור:
ספר גורל העשיריות, המיוחס לרב צמח בר מר רב אחאי גאון, וורשה תרס"ד.
סדר הגדה של פסח למהר"ל, וורשה תרס"ה. מער איבער דעם הגדה האב איך געשריבען דא.
חשן המשפט של הכהן הגדול, פיעטרקוב תרע"ג.

חוץ פונים נפלאות מהר״ל האט ר׳ יודל געשריבען נאך מעשה ביכער אבער ביי זיי האט ער נישט געשריבען אז זיי קומען פונעם ביבליאטעק אין מיץ:

אין תרע״ב האט ער ארויסגעגעבן די ספר ״תפארת מהרא״ל משפאלי״. דער מונקאטשער רב בעל מנחת אלעזר שרייבט אין דברי תורה מהדורא תניינא אות מזל״א:
הנה זה מקרוב נדפס ספר תפארת מהרא״ל.. והמו״ל כותב שלקח הדברים ממקורות נאמנים, והנה שם.. מעשה עם אברך ת״ח שנכשל בשוגג עם אשת חמיו, היינו אלמנה, אשתו השניה של חמיו לאחרי מיתתו.. אשר האברך היה דר בביתה והיא השקתהו יין ישן והכשילתו ר״ל בלילה.. וכשבא האברך לפני הה״ק במר נפשו לקבל תשובה, והגיד לו מדברי המד״ר קדושים שאם היה רגיל ללמוד דף אחד יקרא שנים וכו׳ ועל דבר מחשבתך לברוח משם ח״ו על תעשה ככה עכ״ל בספר הנזכר. ועמדתי משתומם אוי לעינים של רואות ותאלמנה שפתי שקר הדוברות על צדיק עתק.. שיאמר דבר כזה לנגד התורה ח״ו.
ר׳ יודל איז נישט געווען קיין קטלא קניא, ער איז געווען א גרויסער רב, און טאקע אויך מחבר געווען חשובע ספרים, ווי זיין בארימטען חיבור ״ידות נדרים״ אויף מסכת נדרים, אויך האט ער איבערגעטייטשט די ספר הזוהר אויף לשון קודש.

******

אין יאר תר״ע, נישט לאנג נאכן ארויסגעבן די ספר נפלאות מהר״ל האט הרב מנחם מנדל עקשטיין (א מגיד מישרים אין שטאט סיגוט און א תלמיד פונעם ערוגת הבושם), ארויסגעגעבן א קונטרס ״ספר יצירה״ ווי ער טוט דורך די ענין פון באשאפן א גולם. שרייבט ער דארט אז די ספר נפלאות מהר״ל איז זיכער נישט געשריבען געווארן דורך רבי יצחק כ״ץ צוליב פארשידענע סיבות ווי למשל עס שטייט דארט אז דער מהר״ל האט געדארפט דריי מענטשן אויף צו באשאפען די גולם (היות מען דארף האבן אלע פיר יסודות פונעם בריאה עיי״ש) אבער אונז ווייסן פון די גמרא אז רבא אליין האט באשאפען א גולם און נאך צדיקים אן קיין העלפער.

נאך שטייט אין נפלאות מהר״ל אויף הגאון רבי יעקב גינצבורג ״והיה נחשב בימיו לגאון שני של המהר״ל, והי׳ רבו של הגאון תוס׳ יו״ט, אבער בשעת רבי יצחק כ״ץ האט געלעבט איז נאכנישט געווען קיין ספר תוי״ט.

אין יאר תשמ״ה האט רבי אברהם בנדיקט געשריבען אן ארטיקל אין קובץ מוריה איבער רבי יודל ראזענבערג׳ס ספרים. ברענגט ער דארט נאך ראיות אז נישט רבי יצחק כ״ץ האט עס געשריבען. צווישען זיי זאגט ער אז רבי יצחק כ״ץ האט געהאט זייער א שיינע לשון קודש, משא״כ די שפראך פונעם ביכל איז אן ארימע שפראך, אויך ברענגט הרב בנדיקט נאך ראיות ווי לדוגמה שטייט אין נפלאות מהר״ל עמ׳ 36: ולא נשאר איש בבית כי אם חתנו הגאון מוהר״י כ״ץ ״זצ״ל״, אינדערצייט וואס ער דארף צו זיין די שרייבער.. אזוי אויך שטייט דארט ווערטער וואס זענען ערשט יארן שפעטער באשאפן געווארן ווי אין עמוד 13: אתה מסוגל לתקן ״שעונים״ כמו שמוסגל יוסילי גולם להיות נושא מים. און אין די צייטן פון רבי יצחק כ״ץ האט מען גערופען א זייגער - ״מורה שעות״ אדער ״אוהר״ אבער נישט ״שעון״.

אויך איז נישט דא קיין זכר פונעם גלח טאדעאוס און פונעם קארדינאל יאהאן סאלוועסטער און קיין איין פלאץ א חוץ פונעם ספר נפלאות מהר״ל.

אין קובץ כרם שלמה-באבוב, שנה י״ז קובץ ז׳, ווערט געברענגט אן אומבאקאנטע בריוו פונעם כלי חמדה: איקלע לידינו קטע ממכתבו של הרב הגאון מוה״ר מאיר דן פלאצקי אבד״ק דוואהרט ז״ל בעמח״ס כלי חמדה. וז״ל:
מה שנוגע להסיפור מהגולם, ערבים עלי דברי אחד מיוחד מגאוני וקדושי הדור שליט״א, - שיותר תפארת להמהר״ל ז״ל שעשה מגולמים אנשים של צורה על ידי ספריו הנשגבים, אמנם לא יכל להמנע מלרשום בזה דבר מענינא, כי בזמנינו קם רב אחד והדפיס ספורי הגולם למהר״ל ז״ל, וזייף כמה דברים על שם הגאון ר׳ יצחק ז״ל חתן המהר״ל, וכמה אנשים תמימים יאמינו לכל ההבלים שנמצאו שם, והנה כל בר דעת ומבין בלשה״ק יראה זיופן של דברים מתוכן, כי כתב שם.. כי היה להם ״כרטיס הכתיבה״ מהקיסר רודאלף, ולשון זה הוא חדש, וכיו״ב כמה דברים אשר ניכר לעין כל כי נכתב בזמנינו. וכבר חיבר אחד מהחכמים להראות שקרים של ספר הנזכר (די אויבנדערמאנטע ספר יצירה פון הרב עקשטיין), ואני כתבתי לו מכתב תודה על זה, מפני דבר אחד אשר מצאתי בו אשר נוכל לבוא על ידו לידי מכשול, כי מסופר בו מהמהר״ל ז״ל איך שני אנשים שהיו מוחזקין מילדיהן לאח ואחות, התיר אותן להנשא זה עם זה, על ידי חלום ועל ידי פנקס שמצאו אח״כ מהמילדות שהחליפה אותן בילידיהן, וזה נגד הלכה ששורפין על החזקות, וח״ו שיצא כן מהמהר״ל ז״ל להתיר עפ״י חלומות ואומדנות כאלה.. לכן אמרתי לעורר… כי כל הסיפור הזה, וכן ספרים אחרים אשר כתב הרב הנ״ל בשם חכמות מהר״ל וכיו״ב, כולם מזויפים ואין בהם קורטב של אמת.
אינטערסאנט אז די כלי חמדה איז מייחוס דער ספר חכמת מהר״ל צו רבי יודל, אינדערצייט וואס די ספר איז ארויסגעקומען אין יאר תרע״א אין שטאט פיעטרקוב בעילם שמו, די אינהאלט פונעם ספר איז ויכוחים וואס דער מהר״ל האט אנגעבליך געהאט מיט גלחים, די בוך איז לכאורה געבויט אויפן נפלאות מהר״ל, וואס דארט ווערט די ערשטע מאל דערמאנט אז דער מהר״ל האט בכלל געהאט די ויכוחים, אבער עס איז נישט ממש די זעלבע. ר׳ יודל אליין רעכנט עס נישט אלס איינע פון זיין ספרים. רבי שניאור ליימן האלט אז דער מחבר איז מן הסתם דער משכיל דובעריש טורש, און דער מחבר פון חכמת מהר״ל דערמאנט טאקע מער ווי איינמאל טורש׳ס ביכער ווי אין עמוד 37: כאשר הארכתי בזה בספרי מערת המכפלה, דאס איז א ספר פון טורש.

צוליב די אלע אויבנדערמאנטע סיבות איז אנגענומען אז הרב רוזנברג האט אליין פאבריצירט די אלע מעשיות.

******

אינטערסאנט, זיין אייניקל הרב יהושע בן מאיר (בן ישראל שלמה בן מאיר/רוזנברג, בן ר׳ מאיר יהושע, בן רבי יודל ז״ל) ברענגט אין קובץ ״המעין״ (טבת תשפ״א) א בריוו פון זיין זיידע רבי יודל וואס זיין קאזין רבי אהרן אריה ברוידא (אויך אן אייניקל פון רבי יודל) האט פארשאפט, דער בריוו שרייבט רבי יודל צו א רייכע איד אין לונדון מיטן נאמען יוסף לעווי. שרייבט ר׳ יודל:
אודיעהו כי נהניתי מאוד ממכתבו הטהור, וביותר ממה שנודעתי מכבוד מר אבי זקני הרה"ג המפורסם מוהר"י ראזענברג ז"ל שהיה ממיודעיו וידידיו. אבל מה מאוד כלתה נפשי לדעת אם מנוחתו כבוד בלונדון או לא, כי זאת לא אדע ע"פ דברי אדוני אבי ז"ל. כי את זאת אדע ואזכור מימי נעורי, את אשר היה מרגלא בפומיה תמיד, שאבי זקני ז"ל ברח לעיר מיץ לגיסו הרב הגביר המפורסם ר' יוזפא שארפשטיין ז"ל, אשר נפלו לרשותו הרבה כתבי יקרי ערך מבית עקד הספרים הקיסרי דשם. ובנו ש"ב מוהר"ח שארפשטיין שלח לי העתקת הגדת מהר"ל מפראג זצ"ל מהכתבים דשם, אשר הוצאתי לאור אשתקד ושלחתי ג"כ לכבוד פאר רום מעלתו. וגם זאת אזכור מדברי אדוני אבי ז"ל, שאבי זקני ז"ל נסע מעיר מיץ לעיר האלבערשטאדט והיה שם איזה שנים אצל הד' אחים הגבירים המפורסמים נדיבי לב ממשפחת 'גרבריצער הירש', והמה קירבוהו מאוד, והיו בעזרתו להוציא לאור כמה ספרי יקרי הערך אשר העתיקם מבין כתבי גיסו הנ"ל. ואלו המה הספרים שהוציא לאור הנודעים לי: א) תשובת ר"י בן הרא"ש ז"ל. ב) קובץ מעשי ידי גאונים קדמונים. ג) אור חדש ונר מצוה להגאון המהר"ל מפראג זצ"ל על מגילת אסתר וחנוכה. וכפי שנדפס על השער של זה הספר הדפיסו בשנת תרי"ט בעיר לייפציג. אבל על דבר מקום מנוחתו כבוד של אבי זקני ז"ל אינני זוכר דבר ברור מדברי אדוני אבי ז"ל, אם נפטר בעיר האלבערשטאדט או בעיר לאנדאן. וגם זאת לא אדע איה מקום משכן הבן זקונים של אבי זקני ז"ל, אשר לקח איתו עמו בבריחתו. וסיבת בריחתו ממדינתנו בוודאי סיפר אבי זקני ז"ל לכבוד פאר רום מעלתו.. עכ״ל.
רבי יהושע בן מאיר פירט אויס אין קובץ המעין:
כאמור, המכתב הנ"ל נכתב ליהודי אמיד מלונדון. במכתב הוא מספר על הקשיים הכלכליים בוורשה באותה תקופה, ואת המצב הדחוק והלחוץ בו הוא נמצא… הוא גם מבקש סיוע מר' יוסף לעווי להגר לאנגליה, אולי יוכל למצוא שם פרנסה… הוא כותב את המכתב בהבנה שרוב הפרטים שהוא כותב ידועים כבר לנמען מאבי זקנו בעצמו. ברור אם כן שהוא בטוח באמיתות הידיעות שהוא כותב לאדם שהוא מבקש את עזרתו, ובעיקר כאשר סביר להניח שאדם זה מכיר בעצמו מכלי ראשון את רוב הידיעות האלו.
אויב די בריוו איז טאקע אמת זעט מען אז חיים שארפשטיין איז א עכטע מענטש און ער האט טאקע איבערגעגעבן די כתב יד פונעם הגדת מהר״ל פאר רבי יודל, און רבי יודל האט טאקע געגלייבט אז די הגדה איז אטענטיש. די שאלה איז נאר צי די אנדערע ספרים ווי למשל נפלאות מהר״ל האט ער אויך באמת אפגעקויפט פון שארפשטיין און לויט דעם איז שארפשטיין צי א צווייטער געווען די פעלטשער אדער די ביכער האט רבי יודל יא אליין פאבריצירט און כדי דאס צו מאכן אויסקוקען עכט האט ער געשריבען אז ער האט פארשאפט דעם כתב יד פון שארפשטיין. האב איך אנגעפרעגט די שאלה פון ר׳ יהושע בן מאיר האט ער מיך צוריקגעשריבען אויף אימעל:
איני יודע אם ספר 'נפלאות המהר"ל' הוא אמת או לא, אבל לאור המכתב שפירסמתי, נראה לי ברור שזקני חשב שהוא אמת, וכתה"י אותנטי. האם חיים שארפשטיין הוא הזייפן, או שמישהו רימה אותו, או שכתה"י אמת – איני יודע.
איז דא צוויי ספרים וואס שרייבער אז ר׳ יודל אליין האט מודה געווען אז נפלאות מהר״ל האט ער אליין געפעלשט.
איינס איז די ספר הללי עבדי השם (סיפורים פון רבי משה אריה פריינד ז״ל), שטייט דארט אז ר׳ אהרן עקשטיין פון אנטווערפן האט געהערט פון רבי משה אריה פריינד ז״ל וואס האט געהערט פון זיין טאטע וואס האט געהערט פון שינאווא רב אז די בוך נפלאות מהר״ל טוט אים וויי ווייל די מחבר אליין האט מודה געווען אז ס׳איז פאלש, די פראבלעם איז נאר אז שינאווא רב איז שוין נפטר געווארן תרנ״ט, און די בוך איז ערשט ארויס אין תרס״ט, איז אויב די מעשה איז אמת מיינט ער לכאורה רבי משה׳לע שינאווא.

אזוי אויך שטייט אין ספר מים חיים (הנהגות ופנינים פון הגאון ר׳ חיים קריזווירט ז״ל) אז רבי יצחק מרזל האט געהערט פון הרב קריזווירט אז ווען ער איז געווען א יונגע בחור האט אים רבי יודל געזאגט ״חיים, די האסט דאך א גוטן קאפ, אפשר טראכסטו אויס א פאר מעשיות, וועל איך האבן וואס צו דרוקן״.

כ׳האב אנגעפרעגט רבי יהושע בן מאיר וואס ער זאגט צו דער עדות פון הרב קריזווירט האט ער מיך צוריקגעשריבען אן אימעל:
מה שכתבת שהעיד רבי יצחק מרזל בספר מים חיים ששמע מרבו הגאון רבי חיים קריזווירט שאמר וכו׳. אין זה לפי האמת, שהרי הרב חיים קריזווירט נולד בטבת שנת תרפ"א. אבי זקני היגר לקנדה כבר בתמוז תרע"ג, ושוב לעולם לא היה בפולין, זקני נפטר בשנת תרצ"ו, בו הרב קיזווירט היה בן 15. איני יודע אם הוא ביקר בגיל זה באמריקה או קנדה. ובכל אופן, איך נוצר בניהם קשר כזה, שהוא קורא לו 'חיים' בשמו הפרטי, ויודע שיש לו 'ראש טוב'.
על כן נראה לי ש'עדותו' של הרב יצחק מרזל טעונה לפחות חקירה ובדיקה.
אויב ר׳ יודל איז יא געווען דער פעלשער קען מען עס מסביר זיין מיט דעם אז ער איז געווען שטארק ארים ווען ער האט געוואוינט אין יוראפ האט ער געזוכט א וועג צו מאכן געלט, און גלייכצייטיג אויך צושטעלן ׳כשר׳ ליין מאטריאל פאר אידישע קינדער. באמת זעט מען אז ער האט נישט צו שטארק פרובירט צו באהאלטען די פאלשקייט ווי מען זעט אין זיין ספר חשן המשפט של הכהן הגדול עמוד 11 שטייט: והנה זאת היה עיקר החכמה הנפלאה שלי, שעל ידה עלה בידי לעשות הגנבה הזאת, שהכנסתי שמה מכונה פאטאגרפית קטנה, ועשיתי לי פאטאגראף מן תבניתן ומידתן של י״ב אבני הישן. דהיינו אין די צייטן פונעם מהר״ל איז שוין געווען קעמערעס…

דער המשך וועט נאכפאלגן

ודברת בם » מאנטאג אפריל 3, 2023 10:15 pm

· #520601
ליימדארפער
ודברת בם
די גולם אשכול דארף זיין אריינגעדרוקט אין די כוזרי אשכול, די גולם מעשה איז א סתירה צו די כוזרי ארגומענט.
דהיינו
די כוזרי זאגט אז מ'קען נישט זאגן א ליגענט וועגן א מעשה וואס זעקס הונדערט טויזענט מענטשען זענען דארט.

דער גולם, אויב ער איז געווען, איז געזען געווארן דורך טויזענטע מענטשען.

יעדער נארמאלע בר דעת פארשטייט אז ס'איז דורך און דורך הוידל בוידל און מיט דעם אלעס איז דא טויזענטע מענטשען וואס פארציילן אלס א פאקט. ממש א סתירה צו די כוזרי ארגומענט.

און די צייטען וואס ס'איז קיין אינטערנעט נאכנישט געווען איז זייער מסתבר אז א גולם מעשה איז דאקומענטירט אלץ א פאקט פון אזוינע ליבאוויטשע און סקווירא גדולים וכו'.

ליימדארפער » מאנטאג אפריל 3, 2023 10:34 pm

· #520603
ר' איציקל סקווערער בן המגיד מטשערנאביל זצוק''ל האט באשטעטיגט אז די מעשה פונעם גולם איז אמת, אז דער מהר''ל האט עס באשאפן פאר א משך זמן, און אויך די סיפור וועגן איבערזאגן צוויי מאל מזמור שיר ליום השבת. צוליב דעם וואס מ'האט איינמאל פארגעסן ארויסנעמען דעם קלף פון אונטער זיין צונג. וכו' וכו'.

עכ''פ קיין אויפגעטראכטע לעגענדע איז עס נישט, נאר מ'דארף וויסן וועלכע חלקים זענען צוגעפיצט.

אמת וצדק » מאנטאג אפריל 3, 2023 10:35 pm

· #520604
דער גולם פון פראג, אן אמת׳ע געשיכטע אדער פיקציע?
די בריוו פונעם מהר״ל איבערן גולם

אן אנגעבליכע בריוו וואס דער מהר״ל אליין האט געשריבען אלעס איבערן גולם איז צום ערשט ערשינען אינעם קובץ ״מכתבים מקוריים מהבעש״ט ותלמידיו - י״א אב תרפ״ג״ דאס האט ארויסגעגעבען דער באקאנטען זייפן חיים בלאך. (מער איבער בלאך, זע דעם אשכול פון @דער געוואגטער יונגל) בלאך שרייבט אינעם הקדמה אז ער האט פארשאפט די כתב יד נושן ״בהשתדלות הרב שמואל נייווירטה דרשן בבית הכנסת מחזיקי הדת בוינה״. ער פירט אויס ״אולי יתעוררו חכמים וישתדלו לברר אם המכתב הזה הוא כתב ידו ממש של מהר"ל מפראג״. היינט ווייסט מען שוין קלאר אז דאס איז נישט דער מהר״ל׳ס חתימה. און אז די בריוו איז פאלש. אין דער אינהאלט פונעם בריוו איז לכאורה ארויסגענומען פונעם נפלאות מהר״ל.

איינער פון די פילע ראיות אז ס׳איז פאלש איז, אינעם בריוו שטייט אז די באזיך פונעם מהר״ל ביים קעניג רודאלף איז געווען אין יאר של״ג, אינדערצייט וואס דאס איז באמת געווען סאך שפעטער אין יאר שנ״ב.

די אנגעבליכע בריוו ווערט נאכגעברענגט אין ספר מליצי אש אזוי אויך איז עס אריינגעדריקט געווארן אינעם הקדמה פונעם חקל יצחק אויף זיין פאטער׳ס ספר אמרי יוסף מועדים חלק שני (אין יאר תרצ״ב).

אין ספר בינה לעתים פון הגאון ר׳ יצחק ווייס הי״ד ראב״ד ווערבוי שרייבט ער אז ז׳ תמוז תרפ״ב האט אים דער חקל יצחק פון ספינקא געזאגט אז מען האט אים געברענגט א כתב יד פונעם מהר״ל געשריבען צו הגאון ר׳ יעקב גינזבערג ווי ער שרייבט אלעס בנוגע דעם גולם וואס ער האט געמאכט, דער חקל יצחק איז געווען אזוי מרוגש פונעם בריוו אז ער האט עס מעתיק געווען אין זיין הקדמה אויפן אמרי יוסף.

שמואל הכהן וינגרטן פון מונקאטש (וואס איז שפעטער געווארן א מזרחי׳סט). שרייבט (קובץ שנה בשנה תשמ״ה) אז ער איז געווען אין צימער פונעם מנחת אלעזר בשעת די חקל יצחק׳ס צוויי זוהן האבן אים געקומען ווייזען דעם בריוו און דער מונקאטשער רב האט דאס בודק געווען אין געקומען צום מסקנא אז ס׳איז פאלש, אזוי אויך האט הרב קוק געזאגט צו וינגרטן אז ס׳איז פאלש, און אזוי איז היינט אנגענומען.

רבי יצחק ישעיה ווייס שרייבט (אין ספר ברכת אלישע - הגולם מפראג, האגדה וההכחשה) אז זיין רבי - רבי יעקב יוסף ווייס פון ספינקא, האט אים דערציילט אז זיין זיידע דער חקל יצחק האט אים געזאגט אז דער כתב יד פונעם מהר״ל האט ער געקויפט פאר גרויס געלט, נאכן זיך שאול עצה זיין ביים מנחת אלעזר איבער די ווארהייט פונעם בריוו, אבער נאכן עס דרוקן אינעם ספר, האט דער מנחת אלעזר געטוישט זיין מיינונג, איז לויט דעם מוז זיין אז די מעשה וואס וינגרטן דערציילט איז געווען נאכן עס דרוקן.

ס׳איז נישט קלאר ווער די פעלטשער איז געווען, קען זיין בלאך, קען זיין רבי יודל ראזענבערג צי איינער אנדערש.

פאר מער ראיות איבערן פאלשקייט פונעם בריוו ליין דא פון רבי שניאור ליימאן ני״ו.

דער המשך וועט נאכפאלגן

ליימדארפער » מאנטאג אפריל 3, 2023 10:36 pm

· #520605
נישט פארדרייען

אמת וצדק » מאנטאג אפריל 3, 2023 10:38 pm

· #520607
Re: דער גולם פון פראג, אן אמת׳ע געשיכטע אדער פיקציע?
ליימדארפער
ר' איציקל סקווערער בן המגיד מטשערנאביל זצוק''ל האט באשטעטיגט אז די מעשה פונעם גולם איז אמת, אז דער מהר''ל האט עס באשאפן פאר א משך זמן, און אויך די סיפור וועגן איבערזאגן צוויי מאל מזמור שיר ליום השבת. צוליב דעם וואס מ'האט איינמאל פארגעסן ארויסנעמען דעם קלף פון אונטער זיין צונג. וכו' וכו'.

עכ''פ קיין אויפגעטראכטע לעגענדע איז עס נישט, נאר מ'דארף וויסן וועלכע חלקים זענען צוגעפיצט.
ליימדארפער: ביטע ליינט מיין ארטיקל פארן שרייבן, איך האב דאס שוין אראפגעברענגט. א דאנק.

אמת וצדק » מאנטאג אפריל 3, 2023 10:39 pm

· #520608
Re: דער גולם פון פראג, אן אמת׳ע געשיכטע אדער פיקציע?
ליימדארפער
מ'זאגט נאך פון עלטערע יודען, אז יעדעס מאל ס'איז געקומען א אומבאקאנטער מאדנע שלעפער אין שטעטל, האט מען מודיע געווען, אז ס'געווען גילוי אליהו....
ווי קומט דעס דא אריין?

ליימדארפער » מאנטאג אפריל 3, 2023 10:46 pm

· #520610
נישט פארדרייען

אמת וצדק » דינסטאג אפריל 4, 2023 8:15 am

· #520666
דער גולם פון פראג, אן אמת׳ע געשיכטע אדער פיקציע?
דער גולם פון חעלם

מען זעט א צווייטער גדול אין די זעלבע תקופה פונעם מהר״ל וואס אויף אים אויך זאגט מען אז ער האט באשאפען א גולם, דאס איז רבי אליהו בן רבי אהרן יהודה בעל שם פון חעלם. א תלמיד פונעם מהרש״ל (נישט אויסמישן מיט רבי אליהו לואנץ בן רבי משה בעל שם פון ווירמייזא, א תלמיד פונעם מהר״ל מפראג, דאס זענען געווען צוויי באזונדערע מענטשן).
די עדות אויף זיין גולם איז אסאך נענטער צו זיין תקופה, נאכדערצו וואס ער האט עוסק געווען אין קבלה מעשית און ער הייסט טאקע ״בעל שם״.

די ערשטע מקור וואס מיר האבן צו די גולם פון חעלם, איז א כתב יד אוקספורד געשריבען ערגעץ אין די ערשטע העלפט פונעם זיבעצן יאר הונדערט, פון א מקובל אין פולין ווי ער דערמאנט דעם גולם. רבי אליהו בע״ש איז נפטר געווארן אין יאר 1583, קומט אויס אז דאס איז אביסל מער ווי הונדערט פופציג יאר נאך זיין פטירה.

דערנאך איז דא די ספר לבושי בדים פון הגאון רבי ידידיה טיאה ווייל. (א זוהן פונעם קרבן נתנאל) וואס ער שרייבט: גם קרוב לזמנינו רבי אביגדור קרא ורבי אליהו בעל שם שעשו גולם לשמשם. די ספר איז געדריקט געווארן אין יאר תק״מ - 1780.

דערנאך איז דא אן עדות פון זיין אייניקל דער חכם צבי אין סימן צ״ג, ווי ער פרעגט די שאלה צו מען קען מצטרף זיין א גולם צום מנין, שרייבט ער: נסתפקתי אדם הנוצר על ידי ספר יצירה כאותה שאמרו בסנהדרין רבא ברא גברא, ״וכן העידו על זקני הגאון מהור״ר אליהו אבדק״ק חעלם״.

אזוי אויך שטייט אין ספר כלילת יופי פון הגאון רבי חיים נתן דעמבעציר ראב״ד קראקא (נפטר געווארן שנת תרנ״ג): ר’ אליהו בעל שם שהיה זקנו של החכם צבי היה אב”ד דק”ק חעלם.. שמענו נפלאות ממנו אשר עשה לפעמים בכוח קבלה מעשית לעת הצורך וסכנה.

אזוי אויך שרייבט דער חיד״א אין שם הגדולים אויף רבי אליהו בעל שם: והיה בקי בספר יצירה וברא גברא.

רבי יעקב עמדין שרייבט (שאילת יעב״ץ ח״ב סי׳ פ״ב): אגב אזכיר מה ששמעתי מפה קדוש אמ״ה ז״ל מה שקרה באותו שנוצר ע״י זקנו הגראב״ש ז״ל כי אחר שראהו הולך וגדל מאד, נתיירא שלא יחריב העולם, על כן לקח ונתק ממנו השם שהי׳ דבוק במצחו וע״י זה נתבטל ושב לעפרו, אבל הזיקו ועשה בו שריטה בפניו בעוד שנתעסק בנתיקת השם ממנו בחזקה.

פרופ׳ אלי אשד וויל זאגן אז דאס וואס חעלם איז היינט באקאנט אלץ א שטאט פון טיפשים, איז צוליב דעם וואס חעלם איז געווען מפורסם מיט איר גולם, אין עס האבן זיך ארומגעדרייט סיפורים אויפן גולם׳ס טיפשות, צוביסלעך האט מען פארגעסן פונעם גולם, און די שטאט איז געבליבען די עיר הטיפשים..

דער לעצטער חלק וועט נאכפאלגן

מחונך » דינסטאג אפריל 4, 2023 9:40 am

· #520678
דער רבי יודל ראזענבערג איז געווען א באקאנטע שקרן וזייפן. פילע "מדרשי חז"ל" אויף וואס מיר זענען אויפגעוואקסן זענען פרי דמיונו, אריינגערעכנט מדרש ויושע צוואת השבטים וכו'
ער איז געווען א גרויסע תלמוד חכם אבער א big,fat liar.
דער מעשה פון דער מהר"ל מיט דעם גולם איז בערך אזוי אמת ווי די מעשה פון אקדמות. דער פראבלעם איז ווען עס ווערט פארשפרייט ביים פאלק און יעדער מיינט אז מען מוז עס גלייבן.
אנטשולדיקט, אבער א ייד וועלכער האט געלעבט צוויי הונדערט יאר נאכ'ן מהר"ל איז אויסדריקלעך נישט קיין ראיה אויף גארנישט.
רי ראשונים זענען שוין דן איבער וואס פינקטלעך מען דארף גלייבן קיינער זאגט נישט אז אויב א הייליקער ייד דערציילט א מעשה וואס ער האט געהערט פון זיין קינדערגארטן רבי איז כפירה נישט צו גלייבן.
רבותי, וועקט אייך אויף און שמעקט די קאווע.
איך האב נאך אין קושיא. ווי גענוי געפינט זיך דער פינעווער פאלאץ?

אמת וצדק » דינסטאג אפריל 4, 2023 11:25 am

· #520687
דער גולם פון פראג, אן אמת׳ע געשיכטע אדער פיקציע?
סוף דבר: יוסלע גולם אן אמת׳ע געשיכטע אדער פיקציע?

עכ״פ צוריק צום גרויסען שאלה האט דער מהר״ל באשאפען א גולם צי נישט? איז דער חוקר קבלה גרשון שלום שרייבט (אנציקלופדיה עברית כרך י׳ ערך גלם): אין לאגדה זו כל אחיזה היסטורית בחיי המהר״ל או בדורות הקרובים לזמנו, היא הועברה מר׳ אליהו מחלם אל המהר״ל רק בזמן מאוחר יותר, כנראה במחצית השניה של המאה ה18. עכ״ל.

מען זעט טאקע ענליכקייטן פון די צוויי גולם געשיכטעס. די מסורה פון זקני חעלם איז אז די גולם ליגט באהאלטען אויפן בוידעם פונעם בית הכנסת הגדול אין חעלם, און ס׳איז געווען מקובל ביי אנשי חעלם נישט אהינצוגיין צוליב אן אומגליק וואס האט פאסירט צו איינעם. ממש אזוי ווי מען זאגט אויפן גולם פון פראג.

אויב וואס גרשון שלום זאגט איז אמת קען מען אפשר זאגן אז מען האט אויפגעטוישט רבי אליהו בעל שם מיטן מהר״ל, צוליב דעם וואס דער מהר״ל איז געווען מער מפורסם, נאכדערצו וואס ער האט געהאט אן אודיענץ ביים קעניג (עד היום איז דער מהר״ל גאר שטארק מפורסם ביי די גוים אין טשעכיי) האט עס געפאסט מער אויף אים..

******

די אמת איז אז מען דארף קודם קוקן אויב דער מהר״ל האט בכלל עוסק געווען אין תורת הקבלה, איז דער בעל השי״ר האט ווי אויבנדערמאנט געהאלטען אז דער מהר״ל איז געווען א ראציאנאל וואס האט עוסק געווען אין תורת הנגלה און אויך אנדערע חכמות, אבער גארנישט געהאט מיט עפעס העכער׳ס.

אבער ר׳ יצחק ישעיה ווייס טענה׳עט (אין ספר ברכת אלישע הנ״ל) אז אויפן מציבה פונעם מהר״ל שטייט: עייל בבר ובלא בר (שרואין פני שכינה במחיצה מאירה, ברשות ובלא רשות, רש״י), כל פרדס נכנס בשלום.. ולא הניח דבר קטן (הויות אביי ורבא) וגדול (מעשה מרכבה).
אזוי אויך זאגט הרב ווייס קען מען זעו א שטיקל ראיה צום גולם פון וואס עס שטייט אויפן מציבה פונעם מהר״ל: ״לו דומיה תהילה כי אין מספרים״, לרוב כח מעשי הישרים, רועה נאמן היה לשיות פזורים.
אבער מען קען זאגן אז דאס מיינט פשוט אז מען הייבט נישט אן רעדן פון זיין שבח ווייל מען וועט נישט ענדיגן.

רבי אברהם הכהן גוטסדינר אין זיין ספר הארי שבחכמי פראג אויפן מהר״ל מפראג (עמוד 60) שרייבט אויך: וכאן המקום לבאר טעות אחת יסודית שטעה.. בספרי המהר״ל.. ר׳ שלמה יהודה רפפורט (שי״ר).. כותב בדרך חקירתו שמה שנוגע ליחסו של המהר״ל אל הקבלה, מוכיחים הדברים שלא עסק בה מעולם.. אין זאת אלא שלא קרא כנראה בהם הרבה..

אויך אין שו״ת חכם צבי סימן ע״ו ברענגט ער אראפ א בריוו פונעם סמיכות חכמים ווי ער שרייבט אויף זיין זיידע דער מהר״ל מפראג: ״ששימוש ברוח הקודש כמפורסם״.

דער מהר״ל אליין שרייבט אין ספר באר הגולה (באר השני):
ולפיכך ספר יצירה שבו הזכרת שמותיו יתברך אשר בהם ברא עולמו, כי ביה השם צור עולמים, שכל העולם נברא בשמותיו, ״אין זה דבר יוצא מסדר עולם״, אף כי הוא מבטל טבעי הדברים והמנהג, דאם לא כן היה אסור התפילה, כי התפילה מבטלת גם כן גזירת עולם הזה.
זעט מען מכל הנ״ל אז דער מהר״ל אז ער איז געווען א גאר הייליגע איד בקי בנגלה ובנסתר, וואס האט מן הסתם געקענט באשאפען א גולם.

******

אבער מצד שני איז שווער וואס די לבוש שרייבט אין יורה דעה סימן קע״ט: ועל ידי ספר יצירה מותר.. דשמות הקודש הם והשם יתברך נתן בהם כח שיוכלו לפעול על ידיהם החסידים והנביאים.. ״אשר זה לא נמצא בדורות הללו״. דער לבוש (הרב מרדכי יפה) האט געלעבט אינעם זעלבען צייט פונים מהר״ל און ער האט געקענט דער מהר״ל ווי אויבגעשריבען. אין ער איז נפטר געווארן נאכן מהר״ל, און דאך שרייבט ער ״אשר זה לא נמצא בדורות הללו״.

אזוי אויך אין מגילת יוחסין פון רבי מאיר פרלעש די ערשטע ספר צו באשרייבען די מהר״ל, ווערט גארנישט דערמאנט איבערן גולם, אבער די באזוך ביים קעניג דערמאנט ער יא, אויך זעט מען נישט אז דאס זאל ווערן דערמאנט אין די מהר״ל׳ס ספרים צו אין די ספרים פון זיינע תלמידים ווי אין ספר תוספות יו״ט אדער צמח דוד פון רבי דוד גאנץ. ובפרט לויט די נפלאות מהר״ל האט די גולם עגזיסטירט פון יאר ש״מ ביז ש״נ, און צמח דוד איז ארויס אין יאר שנ״ב, נו וואלט ער דאס געדארפט דערמאנען.

אזוי אויך אין ספר לבושי בדים פון הגאון רבי ידידיה טיאה ווייל (א זוהן פונעם קרבן נתנאל) שרייבט ער: גם קרוב לזמנינו רבי אביגדור קרא ורבי אליהו בעל שם שעשו גולם לשמשם. די ספר איז געדריקט געווארן און יאר תק״מ - 1780, אין דער מחבר הרב ידידיה ווייל איז אויפגעוואקסען אין פראג, די פלאץ פונעם גולם, און דארט געלערנט אלץ בחור ביי רבי יונתן אייבשיץ און דאך זעט מען נישט ער זאל עס דערמאנען. און די ערשטער דאס צו דערמאנען (ברמז) - דער בני יששכר איז באלד צוויי הונדערט פופציג יאר נאכן פטירה פונעם מהר״ל!

******

איז די תומכי הגולם ווילן דאס פארענטפערן אז די סיבה פארוואס מען זעט נישט די גולם דערמאנט אין די אלע ספרים איז וויבאלד מען האט מורא געהאט פון די גוים, ווי די שרייבער פונעם בלאט ״יוסף לייב יאקאב״ האט געשריבען אינעם עונג יו״ט אפטיילונג פונעם בלאט פסח תש״ע: דאס פארשפרייטן דער וואונדערליכער באשעפעניש פונעם גולם אין יענע טעג, וואלט געקענט געבן מאטריאל פאר די שונאי ישראל, און אריינשטעלן אלע אידן אין פראג אדער אנדערע קהילות אין א גרויסע סכנה, איבער דעם איז די מסורה איבערן גולם אריבער פון מויל צו אויער, אלס א זאך וואס הצינעה יפה לה, און איבער דעם ווערט דאס אויך נישט דערמאנט אין די היסטארישע ספרים.

אין יאר 1614 האט א משומד, איינער שמואל פרידריך ברענץ ארויסגעגעבן א קונטרס ווי ער האקט קעגן אידן, צווישען אנדערע שרייבט ער אז די אידן זענען עוסק אין כישוף אין באשאפען גולמים פון ערד.
א יאר דערויף אין שע״ה - 1615 האט שלמה זלמן צבי פון אופהאוזן ארויסגעגעבן א קונטרס הגנה קעגן ברענץ ווי ער שרייבט אז דאס באשאפן א גולם איז א זאך וואס מען זעט אין גמרא וכדומה אבער די גולמים פון היינטיגע צייטן זענען אלע ילודי אשה און רוב זענען גוים..

די חיבור פון ברענץ איז ארויס פינוף יאר נאכן פטירה פונעם מהר״ל, און ער דערמאנט אידישע גולמים. אבער קען זיין ער איז זיך מתייחס צום גולם פון רבי אביגדור קרא, אליהו בעל שם וכדומה, אבער נישט פונעם מהר״ל. מאידך גיסא זעט מען אז ר׳ זלמן צבי לייקנט עס טאקע צוליב פחד לכאורה, א ראיה צו יאקאב פונעם בלאט.

אבער לויט דעם איז זייער שווער פארוואס האט דער לבושי בדים, חכם צבי, שם הגדולים יא דערמאנט אנדערע גולמים? און מען קען נישט מחלק זיין אז דער גולם פון פראג איז די איינציגסטע וואס איז באשאפען געווארן צו באשיצען די אידן פון די שלעכטע גוים און זייער בלוט בלבולים איז דאס מפרסום זיין וועט אויפרעגן די גוים. ווייל רבי חיים נתן דעמביצער שרייבט אין כלילת יופי (הנזכר לעיל) אויפן גולם פון ״חעלם״: אשר עשה לפעמים בכוח קבלה מעשית ״לעת הצורך וסכנה״.

אין אויך איז שווער לשיטתם ווי אזוי האט די מעשה פונעם גולם פון פראג ארויסגערינען צו די פרייע אידישע שרייבער׳ס וואס האבן דאס די ערשטע מפרסום געווען?

******

איי זאל מען גיין בודק זיין אויפן בוידעם פונעם אלטניי שוהל אויב מען זעט די גולם דארט, אזוי ווי הרה״ק רבי יצחק מסקווירא האט דערציילט, און ווי עס שטייט אין נפלאות מהר״ל? איז אין ספר יצירה פון הרב עקשטיין שטייט אז א חכם אחד האט אים דערציילט אז ער איז געווען אויפן בוידעם פון אלע שוהלן אין פראג אין גארנישט געטראפען, אין ער האט ארומגעפרעגט אין פראג אויב איינער ווייסט פונעם שמועה אז די גולם ליגט אויפן בוידעם און קיינער האט נישט געוואוסט צו ענטפערן, אזוי אויך די שמש פונעם אלטניי שוהל האט אים ארויפגענומען אויפן בוידעם אין געוויזען מיטן פינגער אויף דעם חכם אחד אז ער איז די גולם ווייל ער גלייבט די שמועה אז עפעס א גולם ליגט אויפן בוידעם..

אזוי אויך שרייבט ד״ר נתן גרין (אן אייניקל פונעם מהר״ל) אין זיין בוך אויפן מהר״ל (ארויסגעקומען אין פראג, תרמ״ה, אויפן דייטשען שפראך) אז אין יאר תרמ״ג האט מען געמאכט רענעוואציעס אויפן בוידעם און אלעס וואס איז דארט געווען האט מען ארויסגענומען.

און דאס וואס מען זאגט צוויי מאל מזמור שיר ליום השבת אינעם אלטניי שול, מוז נישט זיין אז ס׳האט עפעס מיטן גולם אזוי ווי הרה״ק מסקווירא ובוטשאטש האבן געזאכט, נאר ענדערש אזוי ווי שטייט אינעם ספר כפי אהרן סי׳ כ (פון רבי אהרן עפשטיין דיין אין פראג) אז מען פלעגט אין פראג שפילן מיט א עוגב ביי קבלת שבת אינעם אלטניי שוהל, און היות די רמ״א שרייבט אז מ׳איז מקבל שבת ביי מזמור שיר האט מען עס איבער געזאגט א צווייטען מאל אן די כלי הנגינה.

******

היות כמעט אלע היימישע מקורות איבערן גולם קומען פון חסידישע ספרים, איז דאס טאקע מער אנגענומען ביי חסידים. און תשמ״ז פרשת כי תצא האט א שרייבער ישראל הולנד געשריבען אן ארטיקל אינעם מוסף שבת קודש פונעם יתד נאמן ווי ער איז מסופק אין די גאנצע גולם מעשה צו ס׳איז בכלל געשען. אזי אויך האט רבי מאיר סולובייציק בן הגרי״ז ז״ל נישט געהאלטען פון דעם (ספר גם אני אודך עמוד רמ״א).

רבי יהושע ענביל (קובץ המעין, טבת, תשע״ז) וויל זאגן אז דער גולם איז געווען אן עכטע מענטש, געבוירען צו א טאטע מאמע, נאר ער איז געווען אוטיסטיק, און דערפאר געהאט שטארקע נאטירליכע כוחות. און ווי די יארן זענען פארביי, איז דאס געטוישט געווארן אלס א גולם וואס די מהר״ל האט באשאפן, אזוי ווי די שטייגער פון סיפורים וואס טוישן זיך פון מויל צו מויל. ענליך צו דעם שרייבט אויך אברהם הכהן גוטסדינר אין הארי שבחכמי פראג פרק י״ד.

נתן גרין אין זיין ספר אויפן מהר״ל וויל זאגן אז אמאל האט דער מהר״ל געגעבען א משל פון א גולם ביי א דרשה פארן עולם, דהיינו אז א מענטש איז ווי א גולם נאר דער באשעפער געט אים חיות, און פון דעם איז שפעטער געווארן אן עכטע גולם.. ווידער אזוי ווי זאכן גייען פון מויל צו מויל.

איז סוף דבר בין איך מער נוטה אז די גולם פון פראג איז נישט קיין אמת׳ע געשיכטע נאר פיקציע, איי דער בני יששכר שרייבט ״וידוע שדבריו נאמרו ברוח הקודש, והיה משתמש בספר יצירה״ איז מוז נישט זיין אז ער האט דאס געהאט בקבלה, נאר שרייבט וואס איז ״ידוע״. אזוי אויך ווען דער בוטשטאטש׳ער רב האט עס פארציילט שטייט ״אמר ששמע שהגור אריה עשה גולם״ דהיינו ער האט געהערט פארציילען. אזוי אויך האט רבי יצחק מסקווירא געזאגט: ״כידוע ומפורסם ענין זה״. און זיי זאגן נישט ״שמעתי מרבותי״ וכדומה. אבער ווער ווייסט אפשר איז דאס אריבער מפה לאוזן פאר אסאך דורות, און איז מאיזה סיבה שהוא, נישט דערמאנט געווארן בכתב, נאכדערצו אויב די אויבנדערמאנטע מעשה מיטן נודה ביהודה איז אמת, זעט מען א מקור צום גולם בערך הונדערט פופציג יאר נאכן פטירה פונעם מהר״ל , ווייל דער מהר״ל איז אוועק אין שס״ט-1609 און דער נודה איז געווארן פראגער רב אין תקט״ו-1755. נישט פארגעסן אז אויף די גולם פון חעלם איז אויך די ערשטע עדות ארום הונדערט פופציג יאר נאכן פטירה פון רבי אליהו בעל שם, און דאך איז זיין גולם אנגענומען אלס אמת. קען אויך זיין ווי הרב ענביל וויל זאגן אז מען רעדט דא פון א אוטיסטיק קינד וואס מען האט אנגערופען ״דער גולם״ און איז שפעטער אויפגעטוישט געווארן אויף א עכטע גולם. למעשה קען קיינער נישט זאכן אויף זיכער יא גולם צי נישט. וועט מען דארפן ווארטען אויף אליהו הנביא, ותשבי יתרץ קושיות ובעיות.

איך וועל מסיים זיין מיט דעם ספר זר זהב (ארויסגעגעבן דורך רבי דוד ציטראנענבוים, בילגורייא, תרצ״ג) אין פרשת וישב שרייבט דער מחבר:
דבר נחמד שמעתי בזה משמי׳ דהגאון ר׳ מאיר אריק זצ״ל אבד״ק טארנא שם שפ״א שאל אותו בעה״ב משכיל אחד, מה רבינו אומר בענין מה שאומרים שהמהר״ל מפראג ברא גולם ע״י ספר יצירה. גוף הענין, ענה הרב, שיכולים לברוא ע״י ספר יצירה איננו דבר חדש, דידועין דברי השל״ה פרשת וישב בשם קובץ ישן דאאע״ה הי׳ לו ספר יצירה (ובזה ברא את בן הבקר אשר נתן להמלאכים עם חמאה וחלב, כי אין בבשר הנוצר ע״י ספר יצירה משום בשר בחלב), ומסר את הספר יצירה לבניו והם (די שבטים) בראו עגל ע״י ספר יצירה ולכן אכלו מזה בלא שחיטה (לאפוקי פון יוסף׳ס טענה אז זיי עסן אבר מן החי)… א״כ גוף הענין יוכל להיות. רק.. אם המהר״ל הי׳ בר הכי, למה לי׳ לכבודו להביא ראיה מן הגולם על גדלות המהר״ל, הלא יכול זאת לידע מן החכם התוספות יו״ט הי׳ תלמידו של המהר״ל ומעיד עליו בחכמתו שהי׳ אדם הגדול בענקים א״כ ל״ל לכבודו להסתפק בגדלות המהר״ל.
ענליך צו דעם רעדט זיך אפ רבי יהושע הרטמן - (דער מו״ל פון ספרי מהר״ל מהדורת מכון ירושלים) אז די מהר״ל גייט היינט סינאנים מיטן גולם אנשטאט רעדן פון זיין אמת׳ע גדלות וואס ליגט אין זיינע חיבורים נפלאים.

האט איר הנאה געהאט פונעם ארטיקל? געטס א לייק שרייבטס אן הערה, זייט וויסן אז נאכפארשן אלע מקורות האט גענומען שעות על גבי שעות

ליימדארפער » דינסטאג אפריל 4, 2023 5:40 pm

· #520721
אמת וצדק
די איבריגע חלקים, און א פי די עף מארגן אי״ה
pdf please

אמת וצדק » דינסטאג אפריל 4, 2023 5:45 pm

· #520724
Re: דער גולם פון פראג, אן אמת׳ע געשיכטע אדער פיקציע?
ליימדארפער
אמת וצדק
די איבריגע חלקים, און א פי די עף מארגן אי״ה
pdf please
אי״ה

שאלתיאל » דינסטאג אפריל 4, 2023 7:14 pm

· #520741
@אמת וצדק באמת א ריזן שכ'ח פאר די הערליכע, אינטערסאנטע און מקיפ'דיגע ארבעט וואס דו האסט אהערגעשטעלט. שוין לאנג נישט געליינט דא אזא רייכע און דעטאלירטע ארטיקל. כ'האף וועסט ארויסשטעלן א PDF כזאל עס קענען איבערליינען יו"ט.

די אנדערע זייט » מיטוואך אפריל 5, 2023 1:30 am

· #520783
אמת וצדק: א גרויסע יישר כח, באמת באמת שטארק הנאה געהאט
נאר געוואלט צילייגען אז מעגליך די סיבה פארוואס מ'האט נישט געשריבען פון דעם פון אנהייב פשוט ווייל מ'האט זיך געשעמט מיט אזא מעשה
אדער ווייל די מהר''ל אליינס האט אנגעזאגט אז מ'זאל נישט דערציילען אבער איך בין מסכים אז בפשטות איז עס שקר
אגב איך האב אמאל געהערט אז די איינציגסטע ראי' אז ס'איז געווען א גולם איז אז עס איז דא אזוי פיל אייניקליך...

פערינא » מיטוואך אפריל 5, 2023 3:36 am

· #520791
די אנדערע זייט
אמת וצדק: א גרויסע יישר כח, באמת באמת שטארק הנאה געהאט
נאר געוואלט צילייגען אז מעגליך די סיבה פארוואס מ'האט נישט געשריבען פון דעם פון אנהייב פשוט ווייל מ'האט זיך געשעמט מיט אזא מעשה
אדער ווייל די מהר''ל אליינס האט אנגעזאגט אז מ'זאל נישט דערציילען אבער איך בין מסכים אז בפשטות איז עס שקר
אגב איך האב אמאל געהערט אז די איינציגסטע ראי' אז ס'איז געווען א גולם איז אז עס איז דא אזוי פיל אייניקליך...
וואס איז די בושה?

אמת וצדק » מיטוואך אפריל 5, 2023 10:15 am

· #520801
דא קען מען זען די ארטיקל אויף א פי די עף פארמאט.
📎 The golem of Prague, a true story or fiction.pdf

אינגערמאנטשיקל » מיטוואך אפריל 5, 2023 10:40 am

· #520804
זייער א שיינע און thorough ארבייט. עס איז ניכר און איך בין מוקיר ומכיר די שעות ארבייט!

אלע צוזאמען » מיטוואך אפריל 5, 2023 11:12 am

· #520806
תודה רבה פאר די הערליכע און רייך באלערנדע פארש ארבעט, שיינע דזשאב געמאכט.

a new member here » מיטוואך אפריל 5, 2023 11:44 am

· #520808
Great job!
Thanks loads

סקעפטיקער » מיטוואך אפריל 5, 2023 12:03 pm

· #520813
די נושא איז יעצט אראפ פון מיין ליסטע פון זאכן וואס איך וויל נאך דורך טוהן און באשרייבן, @אמת וצדק האט דעליווערט אן ארבעט די בעסטע וואס איז שייך

אמת וצדק » מיטוואך אפריל 5, 2023 1:02 pm

· #520817
Re: דער גולם פון פראג, אן אמת׳ע געשיכטע אדער פיקציע?
א גרויסען דאנק פאר אלע פאזיטיווע פידבעק!

אגרות צפון » מוצ"ש אפריל 8, 2023 10:49 pm

· #520861
בימי המהר"ל האט דער מנהג פון קבלת שבת פשטות נאכנישט עקזיסטירט, מילא האט מען אין פראג נישט געזאגט מזמור שיר אפי' איינמאל אויך נישט.

אמאהלגעקעננט » זונטאג אפריל 9, 2023 2:10 am

· #520870
אמת וצדק
די גולם אין הלכה

דער חכם צבי (שו״ת סימ צ״ג) איז מסופק אויב מ׳קען מצרף זיין א גולם צו מנין. די צד אז יא איז וויבאלד ער איז באשאפען געווארן דורך א צדיק, ״ומעשה צדיקים נחשב לתולדותיהם״. ער פירט אויס אז מ׳קען אים נישט מצרף זיין היות מען זעט אז רבי זירא האט אים געמאכט אויס, מוז זיין אז מ׳קען נישט האבן קיין ניצן פון אים. און ער לייגט צו, אז ס׳איז נישט דא קיין איסור שפיכת דמים אים צו הרג׳ענען, ווייל אין פסוק שטייט ״שופך דם האדם באדם דמו ישפך״ וואס דאס מיינט דוקא איינער וואס איז געבוירן צו א מענטש. (די משנה ברורה ברענגט אראפ די חכם צבי אין סי׳ נ״ה, סק״ד).

די זעלבע שרייבט דער חסד לאברהם (רבי אברהם אזולאי, דער זיידע פונעם חיד״א, אין מעין ד׳ עין יעקב, נהר ל׳) אז א גולם איז פונקט ווי א בהמה און ס׳איז נישט דא קיין איסור שפיכת דמים.

אין שאילת יעב״ץ (חלק ב׳ סימן פ״ב) שרייבט רבי יעקב עמדין אז פון דעם וואס רבא האט געשיקט דעם גולם צו רבי זירא זעט מען לכאורה אז א גולם קען הערן, ווייל אויב נישט ווי אזוי האט ער געוויסט צו גיין, אבער אויב אזוי האט ער א דין ווי א חרש השומע ואינו מדבר, וואס האט א דין ווי א פיקח, נאר מוז זיין אז ער פארשטייט נאר ברמיזה אזוי ווי א בהמה.

אבער דער ראדזינער רבי (דער בעל התכלת - ר׳ גרשון העניך ליינער) אין סדרי טהרות (אהלות דף ד׳ ע״ב) האלט אז היות ער האט א חיות און א צורת אדם, ווער זאגט אז ער ווערט נישט אנגערופען אן אדם און אפשר טאר מען אים נישט סתם אזוי הרג׳ענען.
רבי צדוק הכהן שרייבט אויך אין דברי חלומות (אות ו׳) אז א גולם איז מער חשוב ווי א בהמה ווייל ער איז באשאפען געווארן בצורת אדם, אבער קיין נשמת חיים האט ער נישט נאר א חיות בעלמא, און קען אויך זיין אז דעת האט ער, און דאך קען ער נישט רעדן ווייל דעת איז נישט תלוי אין רעדן, והא ראיה, א שטימע מענטש האט דעת, אבער נישט דיבור, און רבי צדוק האלט אז בעצם וואלט ער געקענט מצטרף זיין צום מנין! נאר ס׳איז דא א טעכנישע פראבלעם אז ער איז נישט מחיוב במצות וויבאלד קיין נשמה האט ער נישט און עס גייט נישט אן ביי אים השארת הנפש און שכר ועונש.

זעען מיר א מחלוקות צי א גולם ווערט גערעכנט ווי א בהמה און מ׳קען אים נישט מצטרף זיין צו א דבר שבקדושה, ויש אומרים אז ער איז א דרגא העכער ווי א בהמה.

דער המשך וועט נאכפאלגן

לא זכיתי להבין װאס איז שײך א דיון אױף מצרף זײן ? להניח ער האט א דין אדם אבער ער האט נישט קײן דין ישראל. ברענגסט פון ר׳ צדוק לשונות װאס מדארף זען אינעװײניג. נישט האבן א נשמה איז טײטש א פשוטער גוי איז װאס איז בכלל א קלער דא ?! סײדן מהאט מטביל געװען ע״ד בי״ד לשם גירות, אבער װען איז דא קטנות בײ א גולם סזאל שײך זײן גר קטן

אמת וצדק » זונטאג אפריל 9, 2023 2:21 am

· #520871
דער גולם פון פראג, אן אמת׳ע געשיכטע אדער פיקציע?
@אמאהלגעקעננט: דער חכם צבי איז מסביר ווייל ״מעשה צדיקים נחשב לתולדותיהם״ דהיינו אפי׳ ער האט נישט א נשמה האט ער נאכאלץ א דין ווי א ישראל.
די זעלבע קען אויך רבי צדוק האלטען.
דאס איז אלס מסביר צו זיין זייער הוה אמינא, ווייל למסקנה האלטען זיי ביידע אז מען קען אים נישט מצרף זיין.

אמאהלגעקעננט » זונטאג אפריל 9, 2023 2:42 am

· #520872
אמת וצדק
@אמאהלגעקעננט: דער חכם צבי איז מסביר ווייל ״מעשה צדיקים נחשה לתולדותיהם״ דהיינו אפי׳ ער האט נישט א נשמה האט ער נאכאלץ א דין ווי א ישראל.
די זעלבע קען אויך רבי צדוק האלטען.
דאס איז אלס מסביר צו זיין זייער הוה אמינא, ווייל למסקנה האלטען זיי ביידע אז מען קען אים נישט מצרף זיין.
דאס איז אזא חידוש! נו מעג ער שױן האבן א נשמה און זײן א בר חיובא.. אײ געס דאס איז די ריכטיגע במופלא ממך

אמאהלגעקעננט » זונטאג אפריל 9, 2023 2:32 pm

· #520904
אות הוקרה
א גרױסער ײשר כח ר׳ אמת וצדק פאר די שײנע ארבעט - סײ דעם פארשן און סײ דעם אהערשטעלן בטטו״ד תשואות חן חן לו

אינגערמאנטשיקל » זונטאג אפריל 9, 2023 2:57 pm

· #520905
די 'קולמוס' ביילאגע פונים העברעאישען 'משפחה' די יו"ט האט אן אפהאנדלונג איבער די כתבים פון יודל ראזענבערג.

שערי יושר » מאנטאג אפריל 10, 2023 7:55 pm

· #521063
Re: דער גולם פון פראג, אן אמת׳ע געשיכטע אדער פיקציע?
זייער א שיינע אינפארמאטיווע ארטיקל, איך האב עס ארויסגעפרינט און עס געלעזט אין יום טוב, עס האט מיר געמאכט א שמחת יום טוב

Sent from my SM-G996U1 using Tapatalk

מי אני » מאנטאג אפריל 10, 2023 8:01 pm

· #521067
ייש"כ ייש"כ! א געוואלדיגע ארבעט!

די דיון איבער דעם צי שפיכת דמים איז נוגע לגולם, קען אפשר נוגע זיין (ממבט הלכה) צום מאראלישן מבוכה לגבי די רעכטן פון AI, הנעשים בידי אדם, צי אויב זיי וועלן האבן קאַנשעסנעס (אויב ווייסט מען שוין יא וויאזוי דאס צו דעפינירן) וואס זייערע רעכטן זענען.
בלאט: 1 2