☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » אשכול אן א טיטל #9254

אשכול אן א טיטל #9254

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #9254

— » דינסטאג יולי 7, 2015 9:38 pm

· #287858

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

כוכב » דינסטאג יולי 7, 2015 10:02 pm

· #287868
Wow.
איך טו מיך אויס דעם דאשיקל פאר אונזער געוואגטן יונגל.
כמדומה אז מ'האט שוין בארירט די טעמע אמאל אין שטיבל ויבוא כו'

גאנצל » דינסטאג יולי 7, 2015 11:28 pm

· #287912
אי מאנסי איז דא א הר' בלאך דוכט זיך אז ער האט עפעס שייכות מיט קרית ראדין אויך א פייערדיגער אנטי ציוני איז דאס משפחה מיט דעם חיים ? איינער ווייסט ?

אחד העם » מיטוואך יולי 8, 2015 12:10 am

· #287933
גאנצל
אי מאנסי איז דא א הר' בלאך דוכט זיך אז ער האט עפעס שייכות מיט קרית ראדין אויך א פייערדיגער אנטי ציוני איז דאס משפחה מיט דעם חיים ? איינער ווייסט ?

ער פארדינט אן אפהאנדלוג פאר זיך. איבער אים און אלעס ארום אים.

כוכב » מיטוואך יולי 8, 2015 8:17 am

· #288042
יעצט איבערגעליינט, ממש גין גאלד. איך קען מיך נישט איבערקומען פון דעם געוואגטן אינגלס בריליאנטענעם פעדער. נישט געוואוסט מיר האבן דא אן אוצר באהאלטן אונטערן אויוון.

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 12, 2016 12:31 am

· #341566
אנאנים: ייש"כ. ער דער זייפן הגדול זאגט צווישן אנדערן אז ס'קומט איהם אן שווער צו שרייבן צוליעב זיין שוואכקייט. גראדע איז דער מצב פארקערט. צוליעב זיין שוואכקייט מזייף צו זיין קומט איהם זייער גרינג אן צו שרייבן. ווען ס'קומט איהם נישט אן גרינג, וואלטן מיר נישט געהאט זיינע ווערק... 😂 🙄

berlbalaguleh » דינסטאג יולי 12, 2016 12:44 am

· #341568
דער געוואגטער יונגל: צוערשט, א גרויסן יישר כח פאר די מאסיווע ארבעט פון פארשן און זאמלען די אלע כתבי יד און דרוקסארטן וועלכע דו האסט דא אראפגעברענגט. איך האב געשלונגען מיט דארשט א יעדעס איינציגע ווארט. איך ווייס נישט וויאזוי איך האב געקענט פארפאסן אזא גרויסן, שיינעם און וויכטיגן אוצר. (איך ווייס יא. כ'עלל עס בלי"נ מתקן זיין.(
איך (און אנדערע) האב גארנישט געוואוסט אז אין קאווע שטיבל דרייצעך...אזא מלומד וחוקר גדול...! ארי עלה מבבל...!
איך ווינטש פאר דיר און אלע אנדערע חוקרים און מלומדים דא אויף קאווע שטיבל ווי ראובן און אנאנים ועוד...אז עטץ זאלט זיין כמעיין המתגבר. און צו שטעללן פרישע און שיינע סחורה, ספעציעל פון היסטארישן ווערד. ביי מיר איז אדורכטון היסטארישע פרשיות בעסער ווי אויפעסן א גאנצן טאפ פון קליינ'ס אדער מהדרין'ס בעסטע אייז קריעם. אדער געווינען דעם קאנטעס פון עסן פרענקס ביי נעיטענ'ס פעימאוס אין קאני איילענד... 😂 👍 😮 😐

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מערץ 24, 2017 1:21 pm

· #366720
ס׳וואלט געווען ראטזאם ווען איינער קען אפיר ברענגען אלע ׳באקאנטע׳ מימרות קעגען ציוניזם און הרב קוק זצ"ל, וואס מקורם מפרי עטו פון בלאך.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

berlbalaguleh » פרייטאג מערץ 24, 2017 6:47 pm

· #366747
ליטוואק פון בודאפעסט: לאמיר מדייק זיין אין דיינע ווערטער..."אלע מימרות קעגן ציוניזם פון הרב קוק זצ"ל"...אדער, אלע מימרות אקעגן ציוניזם. און פון הרב קוק זצ"ל"...?!...ילמדנו רבנו...דו קענסט שרייבן די תשובה נאך שבת...ייש"כ...!

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש מערץ 25, 2017 10:45 pm

· #366749
נישט דאס און נישט דאס.
איך האב געמיינט:-
א.אלע מימרות אנטקעגען ציוניזם,
און
ב. אלע מימרות אנטקעגען הרב קוק.

האב בלאך האט אפגענערט א ריזיגע חלק פון כלל ישראל, אזש זאגען א גוט ווארט אויף הרב קוק פאסט נאר פאר אן אויבער חכם. לאמיר הערען דער אמת.
איך, נישט ווי דיר, בין א נאן-ציוניסט. אבער אן אנטי ציוניסט בין איך אויך נישט. די מימרות מיינען נישט קיין סאך, אבער דער אמת מוז מען וויסען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 26, 2017 1:54 am

· #366757
ליטוואק פון בודאפעסט
נישט דאס און נישט דאס.
איך האב געמיינט:-
א.אלע מימרות אנטקעגען ציוניזם,
און
ב. אלע מימרות אנטקעגען הרב קוק.

האב בלאך האט אפגענערט א ריזיגע חלק פון כלל ישראל, אזש זאגען א גוט ווארט אויף הרב קוק פאסט נאר פאר אן אויבער חכם. לאמיר הערען דער אמת.
איך, נישט ווי דיר, בין א נאן-ציוניסט. אבער אן אנטי ציוניסט בין איך אויך נישט. די מימרות מיינען נישט קיין סאך, אבער דער אמת מוז מען וויסען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט: ייש"כ. מיר שטערט דער עיקר אז מ'---(א געוויסע גרויסע גרופ) נעמט צדיקים וחסידים, ערליכע אידן עובדי ה' במסירת נפש ממש, ווי דער קלויזנבורגער רב זצ"ל, און אויך גרויסע מענטשן און 100% ערליכע אידן, גדולי ישראל ווי הרב קוק זצ"ל און הרב רמ"מ שניאורסאן זצ"ל/נ"ע און מ'מאכט פון זיי בלאטע. כאילו זיי וואלטן ח"ו געווען די גרעסטע אפיקורסים און שקצים. אט דאס לערנט מען און מ'חזר'ט איין פאר די תינוקות של בית רבן. אבער ווען מ'מאכט א ביסל ליצנותא דעובדי עבודה זרה ווי זייער הויפט פראפאגאנדיסט, וועלכער האט געהאט א גוטע און שארפע פענע, אבער ער האט דאס אויסגענוצט להרע, ולא להיטיב. און דאס איז א ירושה וועלכע גייט מדור דור. איז דא געוויסע מענטשן פון יענע חדר וועלכע האבן א סענסיטיוויטעט , אן עמפינדליכקייט צו דעם. און זיי וועללן פערזענליך אטאקירן אויף איין וועג אדער אנ'אנדערן דעם שרייבער. גוטמוטיג אדער נישט. ס'דערקענט זיך אויף זיי אז זיי זענען פערזענליך געשטערט אז מ'האט אטאקירט איינס פון זייערע הויפט איקונ'ען...דאס האט נישט דווקא צו טון מיט ציוניזם. יא. איך האב א שטארקע סימפאטיע צו מדינת ישראל און איהרע איינוואוינערס. אבער די עיקר איז, אז אלס איד פריי איך מיך מיט די הבטחה פון הקב"ה אז ארץ ישראל איז א אידיש לאנד. און נישט אז די פארשאלטענע, שמוציגע, בלוטדורשטיגע אראבערס, ימ"ש זענען שולט דארט...!