Re: דער גולם פון פראג, אן אמת׳ע געשיכטע אדער פיקציע?
אגרות צפוןדי סדר קבלת שבת וואס מיר זאגן היינט, דהיינו די זעקס מזמורים פון לכו נרננה ביז מזמור לדוד, דערנאך לכה דודי, מזמור שיר און השם מלך. זעט מען טאקע בכלל נישט אין אן אשכנז׳ישע סידור פארן יאר ת״ב, וואס איז צוויי אין דרייסיג יאר נאכן הסתלקות פונעם מהר״ל מפראג.בימי המהר"ל האט דער מנהג פון קבלת שבת פשטות נאכנישט עקזיסטירט, מילא האט מען אין פראג נישט געזאגט מזמור שיר אפי' איינמאל אויך נישט.
אבער מזמור שיר ליום השבת איז לאו דוקא געבינדען מיט קבלת שבת.
עס קען זיין אז אין די צייטן פונעם מהר״ל האט מען אנגעהויבען מעריב מיט מזמור שיר. ווי מיר זעען אינעם סידור ״בית תפלה״ נוסח איטלקי פונעם יאר ת״כ: מקדימים להתפלל ערבית יותר מימות החול.. כיון שהתחילו הקהל מזמור שיר, קבלו שבת ואסורים הכל במלאכה.
ערשט שפעטער ווען די סדר קבלת שבת האט זיך אריבער געכאפט קיין פראג, - און אין פראג האט מען דאן געשפילן מיט א ארגעל ביי קבלת שבת ווי מען זעט שוין אויף א מציבה אין פראג פון יאר תכ״ח ווי עס שטייט: היה אחד מכת הכלי זמרים המקדימין לבית הכנסת לקבלת שבת. - האט מען זיך געזען מיט א פראבלעם, וואס טוט מען מיט דעם מזמור שיר? זאל מען עס זאגן צוזאמען מיט קבלת שבת מיט די כלי זמר, אדער צוזאמען מיט מעריב אן די כלי זמר, נמנו וגמרו עס צו זאגן צויי מאל.
הנלע״ד כתבתי.