☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » פילגש בגבעה - א בלוטיגע אידישע בירגער קריג

פילגש בגבעה - א בלוטיגע אידישע בירגער קריג

53 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15898
בלאט: 1 2

שמן למאור » מיטוואך פעברואר 15, 2023 11:42 pm

· #517085
פילגש בגבעה - א בלוטיגע אידישע בירגער קריג
מיין פריערדיגע ארטיקל איבער שמשון הגיבור האט געהאט גאר א שטארקן אפקלאנג. עס איז אריינגעקומען גאר אסאך גוטע פידבעק (חוץ פון אפאר געקעסטלטע טראללס) און די עולם האט זיך געבעטן פאר נאך ארטיקלען פון תנ"ך מעשיות, האב איך זיך געזעצט שרייבן די גאר דראמאטישע האר אויפשטעלנדע מעשה פון 'פילגש בגבעה'. אסאך האבן שוין געהערט די נאמען פון די מעשה, אבער נישט יעדער ווייסט וואס עס האט זיך דארטן פונקטליך אפגעשפילט. דערפאר האב איך ווידער גענומען די פעדער אין האנט אריין און זיך געזעצט שרייבן כיד השם הטובה עלי בעזהשי"ת. אזוי ווי די פריערדיגע מעשה, איז אלעס נאכגעשריבן פון פסוקי נ"ך און פון מאמרי חז"ל. איך וועל פראבירן ווייטער אנצוצייכענען מראה מקומות אויף וואס איך שרייב.

(במאמר המוסגר, איך האב שוין געהאט אפגעשריבן רוב פון דעם ארטיקל, און עס האט זיך בטעות אלעס פארמעקט. דאס וואס איר ליינט דא איז שוין איבערגעשריבן צום צווייטן מאל. זאלט עטץ וויסן אז אזא ארטיקל קומט נישט צופיס...)
--------- קאפיטל א'[/b]

מיט לאנגע יארן צוריק אין די צייטן פון די שופטים, איז געגאנגען א איד פון שטאט הר אפרים - זיין נאמען איז אונז אומבאקאנט, ער ווערט בלויז אנגערופן אין די פסוקים מיטן נאמען 'איש לוי', און ער האט זיך גענומען א פילגש פון שטאט בית לחם.
(א פילגש איז א פרוי וואס מען האט חתונה מיט איר אן קיין קידושין אדער כתובה; סנהדרין כא.)

למעשה איז די פילגש נישט געווען געטריי צו איר מאן, זי האט מזנה געווען תחתיו, זי איז ארויס מיט א צווייטע מאן. די קאפל האט זיך צעטיילט, און זי איז צוריקגעגאנגען וואוינען צו איר טאטעס שטוב אין בית לחם. עס איז אריבער פיר חדשים צייט, און דער 'איש לוי' האט זיך אנגעהויבן בענקען, ער האט מחליט געווען אז ער וויל צוריקנעמען זיין פילגש און ווייטער וואוינען מיט איר, האט ער איינגעשפאנט זיינע אייזלען, צאמגענומען זיינע יוקלעך און זיך ארויסגעזאלט אויפן וועג צו בית לחם.

זיין שווער האט זיך זייער געפרייט אים צו זען, און ער האט אים גאר שיין אויפגענומען. ער האט אים געגעבן צו עסן, טרינקען און שלאפן, און אים געמאכט פילן ווי ביי זיך אינדערהיים. דער איש לוי האט זיך טאקע איבערגעבעטן מיט זיין פילגש, און מען האט געטאנצן ריגעלע ריגעלע רוגז אזש ס'איז געגאנגען א רויעך. ער האט זיך אזוי אויפגעהאלטן ביים שווער דריי טעג. די פערטע טאג צופרי האט ער זיך געגרייט ארויסצולאזן אויפן וועג מיט זיין פילגש צוריק צו זיין שטאט, האט זיין שווער זיך איינגעבעטן אז ער זאל קודם עסן א גוטן פרישטאג, און ערשט דערנאך גיין. די וואוילע איידעם האט זיך געלאזט איינבעטן און זיי האבן זיך געזעצט צו א סעודה. ווי נאר מען האט געענדיגט עסן האט ער איש לוי זיך געוואלט ארויסלאזן אויפן וועג, האט אים זיין שווער זיך איינגעבעטן אז ער זאל איבערשלאפן נאך איין נאכט מיט אים. די איידעם האט עכט נישט געהאט קיין נערוון, ער האט שוין געוואלט פארן, אבער אז דער שווער בעט, ווי קען מען אפזאגן? איז ער געבליבן נעכטיגן נאך א נאכט.

די נעקסטע טאג אינדערפרי האט זיך דער איש לוי ווייטער געוואלט ארויסלאזן אין וועג, האט אים זיין שווער נאכאמאל געבעטן אז קודם זאל ער זיך זעצן צו א סעודה, דער איידעם האט צופיל ברירות נישט געהאט, און זיך געזעצט עסן. דער שווער האט ארומגעשלעפט און פארברענגט מיט די צייט. נאכן עסן ווען דער איידעם האט שוין געוואלט פארן, ריפט זיך אן דער שווער, "ווייסטע וואס! עס פאלט מיר איין א מורא'דיגע געדאנק! אפשר בלייבסטו נעכטיגן דא פאר נאך א נאכט..?! 😕 🙄 דער איידעם האט געזען אז ער מוז דא אראפשטעלן א פיס, אז נישט וועט ער שוין בלייבן סטאק דארטן לעולם ועד ביים קאנטראלירנדע שווער, האט ער זיך געגעבן א טוה אן די קאפאטע, געגעבן א כאפ זיין פילגש, געוויזן ביי ביי פארן שווער, און זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג.

אזוי גייענדיג האט די נאכט אנגעהויבן צוצופאלן, האבן זיי ארויסגעשלעפט דעם מאפע און געזוכט דעם נענסטן דערפל וואו זיי קענען נעכטיגן. זיין שמק יונגל האט טאקע געטראפן נישט צו ווייט פון דארטן א יבוסי שטעטל וואס איז געווען פאסיג איבערצונעכטיגן, אבער דער איש לוי האט געהאלטן אז ס'נישט גענוג פארזיכערט צו נעכטיגן אין
א גויאישע דערפל, האט ער מחליט געווען צו גיין אביסל ווייטער און נעכטיגן אין דעם דערנעבנדיגע שטאט גבעה, וואס איז געווען א אידישע שטאט, א חלק פון נחלת בנימין.
(וועלן מיר באלד געוואר ווערן וויפיל מער פארזיכערט די אידישע שטאט איז געווען...)

זיי האבן גענייגט צום שטעטל גבעה און ארויף אויף די הויפט גאס צו זען ווער עס וועט זיי איינלאדענען איבערצושלאפן די נאכט. למעשה האט זיך קיינער נישט וויסנדיג געמאכט פון זיי, און זיי זענען געבליבן שטיין אינמיטן א פרעמדע שטאט אינגאנצן פארלוירן נישט וויסנדיג וואו צו גיין. זיי הערן פלוצלונג ווי שווערע טריט קומט צו גיין און זייער ריכטונג, זיי דרייען זיך אויס און זעען ווי פונדערווייטנס קומט צו גיין אן עלטערע איד, נאך א גאנצע טאג פון שווערע ארבייט אין פעלד. דער אלטער זעט א גרופע פון פרעמדע געסט שטייען אזוי פארלוירן אינמיטן שטאט, האט ער זיי איינגעלאדנט צו זיך אהיים איבערצונעכטיגן די נאכט. ער האט זיי שיין אויפגענומען, געגעבן צו עסן און אנגעוויזן וואו צו שלאפן.

זיי האבן זיך נאך געהאלטן אינמיטן אויספאקן פון די לאנגע וועג, ווען מיטאמאל הערט מען הויכע קולות פונדרויסן פונעם הויז. דעכ בעל הבית איז געגאנגען קוקן וואס עס טוט זיך, ער עפנט שטייטלעך אויף די טיר, און זיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ, ער גלייבט ממש נישט וואס זייענע אויגן זעען. ער זעט ווי די מעשה פון פרשת וירא מיט די מלאכים אין סדום שפילט זיך אפ לעבעדיג פארנט פון זיינע אויגן! ער האט זיך קודם געציפט צו זען צו ער חלומ'ט נישט וואך, אפשר חלומ'ט ער בלויז איבער דאס וואס ער האט געלערנט אין די פרשת השבוע? אבער ניין! ס'איז עכט! ס'שטייען א גאנצע גרופע פון אידישע באנדיטן און שרייען, גיב אונז שוין ארויס דיין גאסט וואס איז נארוואס אנגעקומען און שטאט, מיר ווילן שוין מאכן מיט אים משכב זכר..! 😞 😮

דער אלטער איד קוקט זיי אזוי אן, "האלאו?! זענט עטץ פון קאפ געפאלן? ענק האבן נישט בעסער וואס צו טון ווי אריינקלאפן ביי מיר אינדערהיים און פארלאנגען משכב זכר פון א פרעמדע גאסט וואס איז נארוואס אנגעקומען אהער אין שטאט?! ענק מיינען אז דא איז סדום צו וואס? גייטס קנאקטס ענק אליין אויס איינע דאס אנדערע און לאז אונז דא אלע צורוה"!

די חברה האבן אים אבער קלאר געמאכט אז זיי מיינען נישט קיין מאנקי ביזנעס, זיי מיינען עס זייער ערנסט. דער זקן האט געזען אז ער האט נישט קיין ברירה, האט ער אנגעפאנגען צו פארהאנדלען מיט זיי. "קוק אהער", האט ער זיך געבעטן, "איך האב דא ביי מיר אינדערהיים א גאר שיינע געראטן טאכטער וואס קיין מאן האט נאכנישט געוואוינט מיט איר, חוץ מזה איז אויך דא איצטער ביי מיר אין שטוב א שיינע פילגש. איך וועל זיי צוויי ארויסברענגען, און ענק וועלן קענען טון מיט זיי וואס ענקער הארץ באגערט נאר. אבער ביטע, טוטס נישט חלילה קיין מעשה נבלה מיט מיין גאסט".
(גאר א געטרייע טאטע, ער לערנט אויס פאר זיין טאכטער צו טון וואס איז ריכטיג, איך מיין אז די לעסן וועט איר באגלייטן פאר איר גאנץ לעבן...)

די חברה האבן נישט מסכים געווען, זיי האבן נישט געוואלט הערן פון גארנישט. זיי האבן געשריגן "גיב אונז שוין ארויס דעם גאסט" אז נישט וועסטו שוין ביטערליך חרטה האבן. (זעט אויס אז זיי זענען געווען געי, און עס האט זיי נישט אינטערסירט די מיידלעך)
דער איש לוי האט געזען כי כלתה אליו הרעה, די מצב איז ביטער ווי זית, האט ער געגעבן א כאפ זיין פילגש און איר געגעבן א ווארף ארויס צו די חברה און שנעל פארשלאסן די טיר. די באנדיטן האבן איר גענומען און גערעיפט און עביוזט אגאנצע נאכט (זעט אויס אז זיי זענען למעשה געווען בייסעקשועל). ווען עס האט אנגעהויבן צו טאגן האבן זיי איר ענדליך אפגעלאזן. זי האט גאר שווערליך געמאכט אירע טריט צוריק צום הויז און ווי נאר זי האט דערגרייכט די קלאמקע פונעם טיר איז זי ליידער אראפגעפאלן אויפן ערד א טויטער מרוב עביוז רח"ל.

דער איש לוי איז אויפגעשטאנען אינדערפריה (זעט אויס אז ער האט זיך געלייגט שלאפן ווי קיינמאל גארנישט... 🙄 ) און געוואלט ווייטער פארן אין וועג. ער איז ארויס פון הויז און געזען ווי זיין פילגש ליגט דארטן אויפן ערד. ער האט נישט געוויסט אז זי איז שוין נישט בין החיים, האט ער זיך אנגערופן צו איר, "פילגש טייערע, איך ווייס אז איך האב דיר נעכטן געווארפן ווי א הינט צו געפערליכע באנדיטן וואס האבן דיר גערעיפט א גאנצע נאכט, און דאס אלעס האב איך געטון זיך אליין צו ראטעווען פון די חברה. איך האב דיר ווירקליך גענוצט פאר א מענטשליכע פאנצער, און דו האסט גראדע געטון גאנץ א פיינע דזשאב. אבער יעצט איז צייט ווייטער צו גיין אין וועג און צוזאמען בויען א פרייליכע גליקליכע לעבן אינאיינעם"...

ווען ער האט געזען ווי זי רעאגירט נישט, האט ער געגעבן א נענטערע בליק און געזען אז זי איז שוין ליידער נישט צווישן די לעבעדיגע. ער האט געגעבן א שליידער ארויף איר גוף אויפן חמור און זיך געלאזט אין וועג אריין. אנקומענדיג אהיים האט ער איר ארויפגעלייגט אויפן טיש, ער האט ארויסגענומען א גרויסן מעסער און צעשניטן איר גוף אויף צוועלעף שטיקלעך. (ניתוחי מתים, בזיון המת אלערט) אוי... ס'איז גערינען בלוט פון אלע זייטן...; ער האט גענומען די שטיקלעך און זיי געשיקט צו אלע שבטים איבער גאנץ ארץ ישראל. ווי נאר די מעשה איז באוויסט געווארן איז גאנץ כלל ישראל אויפגעשוידערט געווארן, יעדער האט געקאכט ווי א קעסל. (שופטים פרק י"ט)

(פארשטייט זיך אז מען האט קודם גוט אויסגעפארשט די מעשה און נישט געשפרינגען צו קיין שנעלע קאנקלוזיעס. אונז האבן דאך א קיימא לן פון 'איניסענט אנטיל פראוון גילטי'. מען האט געדארפט פעסטשטעלן אז די מעשה איז טאקע אמת, און ס'נישט פשט אז עפעס א יחיד וואס האט חשבונות מיט שבט בנימין איז געגאנגען און צעשניטן זיין ווייב און אויסגעטראכט א שיינע מעשה'לע זיי צו באשולדיגן...)


קאפיטל ב'[/b]

עס איז דרינגנד פאררופן געווארן א זיצונג אונעם הויפטקווארטיר פון התאחדות הרבנים דארצות השבטים ועבר הירדן, און מען האט דן געווען וואס עס איז די חובת השעה צו טון. ס'ערשטע, האט מען ארויסגעגעבן א שבועה אז קיינער טאר מער נישט געבן זייער טעכטער חתונה צו האבן מיט מענער פון שבט בנימין.
(איך בין נישט קלאר וואס 'גאנץ' שבט בנימין איז דא שולדיג, אבער זעט זיך אויס אז כך הוא דרכו של התאחדות הרבנים)
דערנאך האט מען צאמגענומען א מיליטער פון 400,000 סאלדאטן (נחל חרדי..) און מען האט זיך א לאז געטון צו שבט בנימין.

די אידן האבן פארלאנגט פון די ראשי קהילה פון שבט בנימין, אז זיי זאלן שוין איבערגעבן די רעיפיסטן אין זייערע הענט אז זיי זאלן קענען געהעריג קער נעמען פון די באנדיטן וויאזוי עס באדארף צו זיין, אבער די חברה האבן נישט געהאלטן דערביי.

(ס'איז נישט קלאר אויב זיי האבן פשוט געלייקנט די גאנצע מעשה און גע'טענה'ט אז אידן זענען א הייליג פאלק און ס'נישטא ביי אונז קיין מאלעסטירער בכלל, ס'נישטא ביי אונז די מעשיות. אדער אפשר האבן זיי יא מודה געווען אז די מעשה איז אמת, אבער זיי האבן געהאלטן אז מען דארף זיך זארגן פאר די כבוד פון די רעיפיסטן, מען קען נישט פארשעמען זייערע משפחות...)

די אידן האבן זיך געגרייט פאר מלחמה, זיי האבן אנגעפרעגט דעם באשעפער אויב זיי זאלן ארויסגיין אין קריג און די אנטווארט איז געווען, יא! שבט יהודה זאל גיין ערשט! די בינימיניסטן פון זייער זייט זענען נישט געבליבן זיצן מיט פארלייגטע הענט. זיי האבן אויך צאמגענומען א מיליטער פון 26,700 סאלדאטן. זיי האבן אויך פארמאגט 700 געשולטע קאמאנדאס וואס זענען געווען אויפגעריסטעט מיט די פארגעשריטנסטע טעכנעלאגיע און געווער, א שטייגער ווי די נייע סליגשאט ציל שיסערס.

די מלחמה איז אריין אין פולן שוואונג און זאכן האבן באלד אנגעהויבן צו גיין מיט די לינקע פיס פאר די אידן. די בנימיניסטן האבן אנגעהויבן צו האקן קעפ פון די אידישע סאלדאטן און די שלאכטפעלד איז גאר שנעל פארוואנדלט געווארן אין א ריזיגן בלוטבאד. אינעם ערשטע טאג האבן זיי גע'הרג'עט 22,000 אידן! (עס זענען נישט באריכטעט געווארן קיין טויטע פון שבט בנימין. קען זיין אז צוליב די פראפעגאנדע איז עס נישט געהעריג באריכטעט געווארן)

די אידן זענען צוריקגעגאנגען צו זייער באזעס נאך א טאג פון שווערע שלאכטן און זענען געווען גאר מאכטלאז און אנידערגעשלאגן. זיי האבן געוויינט צום באשעפער, און אנגעפרעגט אויב מען זאל ווייטער גיין אין קריג נאך אזא שרעקליכע נידערלאגע, די אנטווארט איז געווען, "אוודאי זאל מען ווייטער גיין!"
(ווי עס שטעלט זיך ארויס, האט די באשעפער מחליט געווען אז יעצט בשעת די אידן גייען אין מלחמה מיט שבט בנימין צוליב אפאר נידריגע רעיפיסטן, איז גאר א פאסיגע צייט צו שטראפן די אידן פארן נישט געהעריג מוחה זיין אויפן פסל מיכה, און וועגן דעם האבן זיי די ערשטע צוויי טעג געליטן שווערע פארלוסטן).

די אידן האבן זיך געגרייט צו נאך א טאג פון שלאכטן מיט א גאר נידריגע מאראל, ווידערום די בנימיניסטן זענען געווען גאר אויפגעהייטערט און מיט א הויכע קאנפידענס. די צווייטע טאג האבן די בנימיניסטן ווידער ערמארדעט 18,000 אידישע סאלדאטן. עס זענען געלעגן אויפן ערד אויסגעשפרייט איבערן שלאכטפעלד צענדליגע טויזנטע טויטע אידישע גופים, און בלוט האט זיך דארטן ליידער געגאסן ווי וואסער.

די אידן זענען צוריק צו די הויפטקווארטירן נאך א צווייטע טאג פון ביטערע פארלוסטן. זיי האבן געוויינט, געפאסט, מקריב געווען עולות און שלמים פארן באשעפער, און געשיקט פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן (יא, דאס איז דער זעלבער פון פרשת פנחס. ער האט געלעבט גאר לאנג, ער איז דאן געווען מער ווי 300 יאר אלט), אז ער זאל אנפרעגן פון גאט אויב מען זאל ווייטער גיין אין מלחמה. די באשעפער האט געענטפערט, "יא! און מארגן וועל איך זיי געבן אין ענקערע הענט!
(אבער די ערשטע צוויי טעג האט דער אייבישטער נאר געזאגט אז מען זאל ארויסגיין אין מלחמה, אבער ער האט נישט געזאגט אז מען גייט געווינען! יומא דף עג: ...; הא הא, חוזק.. !Fooled you! Fooled you)

די אידן האבן גענומען איבער 10,000 סאלדאטן אין זיי שטילערהייט אויסבאהאלטן ארום גבעה. די טאג איז צוגעפאלן און די מלחמה האט זיך באנייט צו א דריטן טאג. די בנימיניסטן זענען ארויסגעקומען מיט זייער מאראל אין די הייעך און ווידער זיך געגרייט צו א טאג פון זיגן אזוי ווי ביז דאן. זיי האבן זיך טאקע גענומען צו הרג'ענען פון די אידן אזא דרייסיג אידן און די אידישע סאלדאטן האבן געמאכט א ריקצוג און אזוי אוועקגעשלעפט די מיליטער פון שבט בנימין אוועק פון די שטאט גבעה. ווען זיי זענען שוין געווען גענוג ווייט, זענען די 10,000 סאלדאטן וואס זענען געווען אויסבאהאלטן ארום גבעה ארויסגעשפרינגען פון זייערע באהעלטענישן און אריינגעלאפן אין די שטאט. זיי האבן אויסגע'שחט'ן די גאנצע שטאט, מענער, פרויען, און קליינע קינדער מיט שווערדן אן קיין רחמנות, און אונטערגעצינדן אלע הייזער פון די גאנצע שטאט. עס איז ארויף א ריזיגע וואלקן פון רויעך צו די הימלען וואס מען האט עס געקענט זען פון מיילן ווייט.

די בנימיניסטן האבן געגעבן א קוק אויף צוריק און געזען ווי גאנץ גבעה איז איינגעהילט אין פלאמען, זיי זענען אריינגעפאלן אין א שרעקליכע פאניק און אנגעהויבן צו לויפן אויף צוריק. דאן זענען די אידן ארויס אויף אפענסיווע און אנגעהויבן צו הרג'ענען פון שבט בנימין וויפיל עס האט זיך נאר געלאזט. די איבערגעבליבענע סאלדאטן האבן פראבירט צו אנטלויפן מיט די נשמה אין די הענט, אבער די אידן האבן זיי נאכגעלאפן און זיי אלע אויסגע'הרג'עט. יעצט איז געקומען די צייט פאר די אידן זיך נוקם צו זיין אין שבט בנימין, און די אידן האבן געמארדעט פון זייערע סאלדאטן אן קיין שטער. נאר 600 סאלדאטן האבן זיך ארויסגעראטעוועט און זענען אנטלאפן גאר ווייט און זיך אויסבאהאלטן ביי די שטיין וואס האט געהייסן רימון, זיי האבן זיך דארטן אויסבאהאלטן פאר פיר חדשים צייט. די אידן האבן אפגעווישט כמעט די גאנצע מיליטער פון שבט בנימין. זיי האבן ערמארדעט 25,100 סאלדאטן יענע טאג, די איבריגע סאלדאטן האבן זיי אויסגע'שחט'ן די קומענדיגע טאג (רש"י על פסוק מ"ח).

דאן זענען די אידן אריין אין נחלת בנימין, זיי זענען עקסטער אריין אין יעדע שטאט און דערפל, צאמגענומען אלע אידן פון די שטאט און ערמארדעט יעדעם איינעם, מענער, פרויען, און קליינע קינדער. זיי האבן געהאקט קעפ מיט שווערדן ווי עס וואלט געווען ווייץ. אפילו די בהמות האבן זיי נישט אפגעשוינט. דאן זענען זיי געגאנגען און אונטערגעצינדן אלע שטעט פון שבט בנימין פון אויבן ביז אראפ. גאנץ נחלת בנימין האט געפלאקערט אין איין ריזיגע פייער באל, און (כמעט) גאנץ שבט בנימין איז ליידער גענצליך פארטיליגט געווארן (שופטים פרק כ')

(לאמיר נישט פארגעסן אז דאס אלעס איז געשען צוליב אפאר נידריגע עלעמענטן וואס האבן גערעיפט און גע'הרג'עט א פרוי, און דערנאך האבן די באהערדע פון שבט בנימין נישט געוואלט ארויסגעבן די באנדיטן פאר די אידן צו שטיין פאר א משפט) 😮


קאפיטל ג'[/b]

די אידן זענען זיך אלע צאמגעקומען נאך די בלוטיגע שווערע קריג אין שטאט בית קל. זיי זענען געווען גאר שטארק אויסגעמוטשעט און אפגעשוואכט פון די ביטערע מלחמה. זיי האבן אנגעהויבן צו כאפן אז זיי האבן -נישט מער און נישט ווייניגער, אפגעווישט א גאנצע שבט מישראל פון די מאפע! זיי האבן אלע ביטערליך געוויינט אז אזא זאך האט געקענט פאסירן. למעשה האט נישט געדויערט לאנג און ס'איז געקומען די פריידיגע בשורה אז עס האבן למעשה איבערגעלעבט 600 מענער פון שבט בנימין, און ב"ה די שבט איז נישט אינגאנצן פארטיליגט געווארן. אבער דא האט זיך געמאכט א שווערע פראבלעם.

די אידן האבן זיך דערמאנט פון זייער שבועה וואס זיי האבן אלע געמאכט פאר די מלחמה האט זיך אנגעהויבן, אז קיינער וועט נישט געבן זייער טעכטער פאר די מענער פון שבט בנימין. קומט דאך אויס אויב אזוי, אז די 600 מענער וועלן נישט קענען חתונה האבן מיט קיינעם. עס איז דאך נישט איבערגעבליבן קיין איין פרוי אדער מיידל פון שבט בנימין, זיי זענען דאך אלע ערמארדעט געווארן אין די ביטערע בירגער קריג. די 600 בנימיניסטן וועלן מוזן בלייבן עלנד אליין, זיי וועלן קיינמאל נישט קענען חתונה האבן, און ס'וועט גארנישט איבערבלייבן קיין קינדער פון שבט בנימין! די שבט וועט פאקטיש ווערן אויסגעמעקט! גאר א שווערע דילעמע, וואס טוט מען דא?!

האט זיך התאחדות הרבנים געזעצט צו א פרישע מיטונג און מען האט אנגעהויבן דן צו זיין וואס מען קען דא טון. איז געקומען צו גיין עפעס אן עקסטרעמיסט, און אויפגעקומען מיט א וואזשנעם געדאנק. מען זאל אויפזיכן א שטאט וואס די מענטשן פון די שטאט זענען נישט געקומען ארויסהעלפן די אידן אין די מלחמה אנטקעגן שבט בנימין, מען זאל אויס'הרג'ענען די גאנצע שטאט, און נאר איבערלאזן די מיידלעך אז זיי זאלן קענען ווערן כלות צו די 600 מענער. אזוי וועט נישט זיין קיין פראבלעם פון די שבועה, ווייל זיי וועלן זיין יתומות! נישט זייער טאטע וועט זיי געבן צו שבט בנימין, נאר די התאחדות הרבנים וועט עס זיי געבן. אויף דעם האט דאך די שבועה נישט חל געווען! די שבועה איז נאר געווען אז מען זאל נישט געבן די 'אייגענע טעכטער' צו שבט בנימין. אויף אזא אופן קען מען זיך גרינגערהייט ארויסדרייען פון די שבועה! ממש א גאונות!

די פלאן איז גאר גוט געפאלן פאר יעדעם איינעם, און מען האט זיך גענומען צו די עבודה. זיי האבן אפירגעזיכט א שטאט וואס האט נישט געשיקט קיין מיליטערלייט צו די מלחמה, און זיך געגרייט מעניש צו זיין די שטאט כאילו ס'וואלט געווען אן עיר הנידחת. זיי האבן איבער געקוקט די מאפע און געטראפן אז פון שטאט 'יביש גלעד' איז קיינער נישט געקומען זיך שלאגן אין די בלוטיגע בירגער קריג. (א קריג וואס זיי האבן יעצט גאר שטארק חרטה דערויף, ווייל עס האט כמעט אפגעווישט גאנץ שבט בנימין...)

די אידישע מיליטער האט זיך אראפגעלאזט צום שטאט יביש גלעד, און זיך גענומען צו האקן קעפ אן קיין רחמנות. זיי האבן גע'שחט'ן מענער פרויען און קינדער אן טראכטן קיין צוויי, און האבן נאר איבערגעלאזט ביים לעבן די עלטערע מיידלעך וואס האבן נאך קיינמאל נישט געוואוינט מיט קיין מאן אין זייער לעבן.

(וויאזוי האט מען דאס בודק געווען פרעגסטו? זייער פשוט. מען האט ארויפגעזעצט אלע פרויען פון די שטאט איינס ביי איינס אויף אן אפענע פאס וויין -אן קיין אינטערהויזן שטייצעך, און איינער איז געשטאנען און געשמעקט זייער מויל בשעת'ן זיצן. אויב איז ארויסגעקומען א וויין ריח פון די מיידל'ס מויל, דאן איז עס געווען א סימן אז זי איז א בעולה. ווייל היות זי איז אפן, גייט די שמעק גראד אריין פון אינטן און קומט גלייך ארויס פון איר מויל, און אויף אזא פאל האט מען איר גלייך ערמארדעט אויף טויט. אויב אבער איז נישט ארויסגעקומען קיין שמעק וויין פון איר מויל, דאן האט מען געוויסט אז זי איז נאך א בתולה און מען האט איר געלאזט לעבן. יבמות דף ס:
'דיסקלעימער': do not try this at home... היינטיגע צייטן ארבייט עס שוין נישט, די טריק האט עקספייערט.. נשתנו הטבעים...)

למעשה איז אלעס געגאנגען ווי געפלאנט, מען האט דערווישט פרישע גליקליכע מיידלעך קיילעכיגע יתומות, וואס זענען אלע געווען מער ווי גרייט חתונה צו האבן מיט די 600 מענער פון שבט בנימין. מען האט טאקע געלאזט רופן די שארית הפליטה בנימיניסטן, מען האט געשטעלט א געזעמל פון שדכנים, און עס איז געווארן 400 שידוכים איבערנאכט. פארוואס נאר 400? איי איי איי פרעג בעסער נישט... אזא אנזעץ, ס'איז געשען א שרעקליכע מיסקאלקולאציע. מען האט זיך ערשט שפעטער געכאפט ביים קאפ אז מען האט א ריזיגע פראבלעם דא. ס'איז נאר איבערגעבליבן פון די גע'רצח'טע שטאט 'יביש גלעד' א סך הכל פון פיר הונדערט מיידלעך! דעטס איט! צוויי הונדערט חברה זענען נעבעך געבליבן אויסגעשפילט אן קיין שידוך..! וויאזוי האט מען דאס נישט געזען פון פריער?! וואס טוט מען דא?!
סאכדעס האט דרינגענד פאררופן נאך אן עמערדזשענסי אסיפה...

איז געקומען צוגיין א פרישע חכם מיט א בליציגן איינפאל! ער האט געדרייט מיטן גראבן פינגער און פארגעשלאגן אזוי. די שבועה איז דאך נאר געווען אז מען טאר נישט 'געבן' פאר זיי קיין מיידלעך, אבער אויב וועלן זיי 'כאפן' מיידלעך. דאן וועט נישט זיין קיין שום פראבלעם! נו, עס קומט דאך שוין אט אט אן יו"ט, און די מיידלעך האבן זייער מנהג קבוע צו טאנצן אין שילו. וועלן זיך די איבריגע 200 מענער ארויסבאהאלטן דארטן אין די וויינגערטנער ארום די פלאץ ווי די טענץ קומען פאר, און אינמיטן וועלן זיי ארויסטאנצן און קידנעפן מיידלעך, חתונה האבן מיט זיי. ושלום על ישראל!

דער עולם איז ממש אינטערגעשפרינגען פון די געוואלדיגע גאונות וואס דער חכם האט צאמגעווארפן, און מען האט זיך טאקע געגרייט דאס אויסצופירן.
וכך הוה, עס איז געקומען די מאמענט פון די ספעציעלע מיידלעך טענץ, אלע פרויען זענען געשטאנען און צוגעקוקט די ספעציעלע שיינע מעמד ווי הונדערטע מיידלעך טאנצן אזוי שיין לכבוד יו"ט. פלוצלינג זענען ארויסגעשפרינגען 200 מענער, און זיך גענומען כאפן מיידלעך... עס האט זיך געטון א ריזיגע בהלה, א געפערליכע צאמלויפעניש... די מיידלעך האבן נישט געוויסט וואס מען וויל פון זייער לעבן האבן.

די טאטעס און ברידערס פון די מיידלעך זענען געקומען צו לויפן און פראבירט צו באפרייען די מיידלעך פון זייערע פארכאפערס. די טאטעס האבן געשריגן "צו דען האבן ענק זיך נאכנישט אויסגעלערנט אז פארכאפן א מיידל און איר רעיפן איז דאס לעצטע זאך וואס ענק זאלן טון"?!
אבער די רבנים האבן קלארגעשטעלט פאר די טאטעס אז זיי מוזן רחמנות האבן אויף די 200 מענער, זיי זאלן זיך חלילה נישט אנטקעגן שטעלן, ווייל נאר אזוי וועלן די בנימיניסטן אמאל קענען חתונה האבן און ווייטער ציען די גאלדענע קייט פון שבט בנימין... (שופטים פרק כ"א)

און אזוי, איז דורך די געוואלדיגע עצה פון פארכאפן און רעיפן 200 מיידלעך, געלייזט געווארן די פראבלעם וואס האט זיך ארגינעל אנגעהויבן פון די פארכאפונג און רעיפונג פון איין מיידל...

מיט א בלוטיגע בירגער קריג אינצווישן...

כרם זית » דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 12:11 am

· #517088
Re: פילגש בגבעה - א בלוטיגע אידישע בירגער קריג
חז''ל - גיטין - טייטשן ותזנה עליו פילגשו מלשון סרחה עליו, ולא מלשון זנות.

שמעון וואלף » דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 12:19 am

· #517089
Wow wow!
איך האב שוין געקענט געוויסע שטיקלעך פון די מעשה וואס ווערט געברענגט אין גמרא דא און דארט. אבער די לייגסט דאך אראפ די גאנצע מעשה אזוי געשמאק צו ליינען.

שמן למאור » דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 1:05 am

· #517090
כרם זית
חז''ל - גיטין - טייטשן ותזנה עליו פילגשו מלשון סרחה עליו, ולא מלשון זנות.
גערעכט, כ'האב עס געהאט בדעה צו באשרייבן אין א באזונדערע תגובה.

די גמרא פארציילט אין מסכת גיטין דף ו: אז ר' אביתר מיט ר' יונתן האבן זיך ארומגעקריגט פשט אין פסוק, ר' אביתר האט געהאלטן אז 'ותזנה עליו פילגשו' (די זנות וואס זיין פילגש האט מזנה געווען גאר אנהייב פון די מעשה) מיינט נישט כפשיטו נאר עס מיינט אז ער האט געטראפן א פליג אין זיין עסן, און ר' יונתן האט אויך געהאלטן אז עס מיינט נישט כפשיטו, נאר ער האט געהאלטן אז עס מיינט אז ער האט געטראפן א האר (כ'על שוין מסביר זיין)

האט זיך איין טאג ר' אביתר אזוי געכאפט א שפאציר אויפן גאס, און פלוצלונג באמערקט ער ווי אליהו הנביא קומט אים אזוי אנטקעגן. ער גייט צו, און גיבט אים א ברייטע שלום אליכם, און ער געבט א פרעג, "זאג מיר נאר ר' אלי' וואס טוט איצער דער באשעפער"?

האט אליהו געענטפערט, אהה, פונקט יעצט האט גאט געמאכט א שטיקל ברעיק פון מזווג זיין זיווגים, און ער איז יעצט עוסק אין די פרשה פון פילגש בגבעה... (כ'ווייס נישט וואס ס'איז דא צופיל עוסק צו זיין דערין, ס'איז אויך אינטערסאנט אז פונקט ווען ר' אביתר טרעפט אליהו און מישט זיך אריין די נאז אין גאט'ס סדר היום, פונקט דאן זאגט די באשעפער נאך א מימרא פון אים... אבער אזוי גייט די מעשה) האט ער געפרעגט, נו? און וואס זאגט מען טאקע? ווער איז גערעכט, איך צו יונתן? האט ער אים געענטפערט אז גאט זאגט נאך ביידע פון ענקער פשטים! אלו ואלו דברי אלוקים חיים! ביידע זענען אמת! קודם האט ער געטראפן א פליג אין זיין עסן, ער האט זיך טאקע גערעגט, אבער נישט אויף אזוי ווייט, דאס קען דאך זיין א טעות. אבער שפעטער האט ער געטראפן א האר און זיין עסן, און דאס קומט דאך שוין פון איר פארנאכלעסינג, און דא האט ער איר שוין פארשיקט.

נאך א פשט (דא דרייט מען מיטן גראבע פינגער) האר מיינט די האר פונעם אותו מקום, וואס אידישע פרויען שערן זיך דארטן אפ (איא?) און למעשה האט ער געטראפן דארטן א האר. דא האט ער זיך שוין אויפגערעגט און איר פארשיקט, ווייל צו האבן דארטן האר איז א סכנה פארן מאן, עס קען צעשפאלטן די אבר און פארוואנדלען א מענטש אין א כרות שפכה. (אויך מסתמה פון די זאכן וואס איז נשתנו הטבעים...)

למעשה קומט אויס פון די גמרא אז די אמוראים האבן אנגענומען אז די זנות איז נאר א לשון פון פארזינדיגן, אבער עס מיינט נישט זנות ממש.
איך האב עס נישט צוגעברענגט אין די ארטיקל ווייל עס איז ממש א מינדערוויכטיגע פרט פון די מעשה, און פשטות לשון הפסוק מיינט יא אז זי האט ממש מזנה געווען.

(די מפרשים זענען מסביר אז זיי האבן נישט געוואלט לערנען אז ס'איז געווען זנות ממש, ווייל דאן וואלט זי געווען אסור לבעלה. הגם זי איז געווען א פילגש, דאך וואלט ער איר נישט צוריקגענומען. מען קען זיך דינגען אויף די סברה, דערפאר האב איך עס געלאזט אין די ארטיקל ווי עס שטייט ארגינעל אין די פסוקים)

שכח פאר די הערה.

מי ימצא » דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 2:19 am

· #517093
איך בין דן לכף זכות, אז דער עולם, וואס האט געלייקט די מעשה, האט עס געטוהן פארן ווייזן אז די ארבעט איז א שיינע געלונגענע. און נישט פאר די תוכן פון די מעשה.
היינט גיי איך זיין דער טראלל, @שמן למאור, מיר ווייסן זייער גוט, אז איר טויגט אין די שרייבעריי ביזנעס. אבער פארוואס אויפבאבלען מעשיות? איך האב געלערנט תנ'ך אין סקול, נעווער עווער, געהערט פון דעי מעשה.

צוזאמגעדרייט » דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 2:52 am

· #517094
Re: פילגש בגבעה - א בלוטיגע אידישע בירגער קריג
@שמן למאור דו וועקסט אויף מיין גאנצע הויז, איך הער נישט אויף צו אויסקראכן אין פרישע געלעכטערס נאכאנאנד. שכוח! ביסט קעש!

לץ דו.

צוזאמגעדרייט » דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 2:55 am

· #517095
Re: פילגש בגבעה - א בלוטיגע אידישע בירגער קריג
@מי ימצא איך קען נישט אפמאכן אויב דו מאכסט א ווערטל אדער דו מיינסט עס ערנסט. לאז וויסן.

מי אני » דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 6:51 am

· #517096
‏
שמן למאור
(ווי עס שטעלט זיך ארויס, האט די באשעפער מחליט געווען אז יעצט בשעת די אידן גייען אין מלחמה מיט שבט בנימין צוליב אפאר נידריגע רעיפיסטן, איז גאר א פאסיגע צייט צו שטראפן די אידן פארן נישט געהעריג מוחה זיין אויפן פסל מיכה, און וועגן דעם האבן זיי די ערשטע צוויי טעג געליטן שווערע פארלוסטן.)
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=489092#p489092

ולפי וואס כ׳האב דארט געשריבן אונטן (אין די קליינע אותיות) איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז לפי חז״ל האט שאול המלך אויך געכאפט איינע פון די מיידלעך בכרמים און דורך איר געהאט יהונתן. רש״י זאגט אין שמואל א (כ ל) בן נעות המרדות:
כשחטפו בני בנימן מבנות שילה שיצאו לחול בכרמים היה שאול ביישן ולא רצה לחטוף עד שבאתה היא עצמה והעיזה פניה ורדפה אחריו
אגב, דער רד״ק איז מפרש ״ותזנה עליו פלגשו״ (שופטים יט ב) או יהיה פירושו זנות כמשמעו כי אשתו היתה אבל בלא כתובה וקידושין וזנתה מתחתיו ע״ש. וע״ש ברש״י. דער רלב״ג איז דארט מפרש אז די ״זנות״ איז געווען שנטתה ממנו ושבה אל בית אביה, און ער זאגט אז דאס איז מוכרח לפרש באופן זה ווייל אז נישט וואלט זי דאך געווען אסור לבעלה ״ולא היה ראוי שישוב לבקשה עוד״. ער ענדיגט צו ״והנה רז״ל פירשו זה הזנות (גיטין ו:) לענין קרוב למה שפירשנו״ ע״ש. דער רלב״ג זאגט דארט אויך צום סוף פונעם מעשה לגבי (די צענטע זאך) וואס מ׳זעהט דערפון איז אז מ׳איז ענדערש מתיר אַן אשת איש ווי משכב זכר (ואולי מפני שזה קלונו מרובה והנאתו מועטת, כבסנהדרין נה.) ע״ש.

צקון לחש » דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 9:53 am

· #517099
צוזאמגעדרייט
@מי ימצא איך קען נישט אפמאכן אויב דו מאכסט א ווערטל אדער דו מיינסט עס ערנסט. לאז וויסן.
אוודאי פיה פתחה בסארקאזם.

דער גאלדענער אדלער » דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 10:15 am

· #517101
מי ימצא
איך בין דן לכף זכות, אז דער עולם, וואס האט געלייקט די מעשה, האט עס געטוהן פארן ווייזן אז די ארבעט איז א שיינע געלונגענע. און נישט פאר די תוכן פון די מעשה.
היינט גיי איך זיין דער טראלל, @שמן למאור, מיר ווייסן זייער גוט, אז איר טויגט אין די שרייבעריי ביזנעס. אבער פארוואס אויפבאבלען מעשיות? איך האב געלערנט תנ'ך אין סקול, נעווער עווער, געהערט פון דעי מעשה.
ווען דו וואלסט ווען געלערענט צוזאמען מיט @צוזאמגעדרייט אין ישיבה וואלסטו ווען געוויסט פון די מעשה. און נישט נאר פון די מעשה נאר אויך יעדע רש"י וואס מ'האט איבערגעהיפט.
[emoji1787]

מרדכי מרדכי » דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 10:37 am

· #517102
Pdf?

מי ימצא » דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 10:54 am

· #517104
דער גאלדענער אדלער
ווען דו וואלסט ווען געלערענט צוזאמען מיט @צוזאמגעדרייט אין ישיבה וואלסטו ווען געוויסט פון די מעשה. און נישט נאר פון די מעשה נאר אויך יעדע רש"י וואס מ'האט איבערגעהיפט.

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

גראדע אין סקול, פלעגט זיין די קופקע, וואס האט זיך געזעצט ארום מיין טיש נאךן שיעור. און איך פלעג זיי 'טרייען' צו פארטייטשען, די אויסגעלאזטע רשי'ס, מיט מיין בית יהודי חומש.
ביז... שוין לאמיר נישט פארדרייען דיזע הייליגע אשכול.

תכלית גערעדט, איך נישט געמיינט צו זאגן, אז איך גלייב נישט אז סאיז דא א מקור. איך האב געמיינט צו ארויסברענגען, אז אזא געלונגענע שרייבער, ווי שמן זית זך, וואלט געמעגט לייגן א דיסקלעימער, צום אנפאנג. נאטינג מאר.

סקעפטיקער » דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 11:30 am

· #517107
די מעשה האב איך שוין געהערט עטליכע מאל, אבער ווי דער אינגערמאן האט דאס דערציילט האב איך נאך נישט געהערט....

סקעפטיקער » דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 11:35 am

· #517108
שמן למאור
אזוי גייענדיג האט די נאכט אנגעהויבן צוציפאלן, האבן זיי ארויסגעשלעפט דעם מאפע און געזיכט דעם נענסטן דערפל וואו זיי קענען נעכטיגן. זיין שוק יונגל האט טאקע געטראפן נישט צו ווייט פון דארטן א יבוסי שטעטל וואס איז געווען פאסיג איבערצונעכטיגן, אבער דער איש לוי האט געהאלטן אז ס'נישט גענוג פארזיכערט צו נעכטיגן אין
א גויאישע דערפל, האט ער מחליט געווען צו גיין אביסל ווייטער און נעכטיגן אין דעם דערנעבנדיגע שטאט גבעה וואס איז געווען א אידישע שטאט, א חלק פון נחלת בנימין.
(וועלן מיר באלד געוואר ווערן וויפול מער פארזיכערט די אידישע שטאט איז געווען...)
אויסגעלאזט אז דאס יבוסי שטעטל איז געווען "ירושלים"
מאפע:
https://goo.gl/maps/rFTvUwk3zKtbCVsu7

שמן למאור » דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 11:38 am

· #517109
מי ימצא
איך בין דן לכף זכות, אז דער עולם, וואס האט געלייקט די מעשה, האט עס געטוהן פארן ווייזן אז די ארבעט איז א שיינע געלונגענע. און נישט פאר די תוכן פון די מעשה.
היינט גיי איך זיין דער טראלל, @שמן למאור, מיר ווייסן זייער גוט, אז איר טויגט אין די שרייבעריי ביזנעס. אבער פארוואס אויפבאבלען מעשיות? איך האב געלערנט תנ'ך אין סקול, נעווער עווער, געהערט פון דעי מעשה.
איך פארשטיי אז די מעשה איז שווער צו פארדייען פאר דער וואס הערט עס יעצט צום ערשטן מאל. טאקע וועגן דעם האב איך געמאכט אן הקדמה אז אלעס וואס איך שרייב דא איז נאכגעשריבן פון פסוקי נ"ך און פון מאמרי חז"ל אין די גמרא. איך האב אפילו אנגעצייכנט די מקורות אז מען זאל עס קענען אליין גיין נאכקוקן. אדרבה, נעמט ארויס א ספר שופטים פון שאפע, און לערן אדורך די לעצטע דריי פרקים פונעם ספר.. און דאן וועלן מיר רעדן איבער ווער עס האט אויפגעבאבלט מעשיות... 😉 😂

שמן למאור » דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 11:47 am

· #517110
סקעפטיקער
שמן למאור
אזוי גייענדיג האט די נאכט אנגעהויבן צוציפאלן, האבן זיי ארויסגעשלעפט דעם מאפע און געזיכט דעם נענסטן דערפל וואו זיי קענען נעכטיגן. זיין שוק יונגל האט טאקע געטראפן נישט צו ווייט פון דארטן א יבוסי שטעטל וואס איז געווען פאסיג איבערצונעכטיגן, אבער דער איש לוי האט געהאלטן אז ס'נישט גענוג פארזיכערט צו נעכטיגן אין
א גויאישע דערפל, האט ער מחליט געווען צו גיין אביסל ווייטער און נעכטיגן אין דעם דערנעבנדיגע שטאט גבעה וואס איז געווען א אידישע שטאט, א חלק פון נחלת בנימין.
(וועלן מיר באלד געוואר ווערן וויפול מער פארזיכערט די אידישע שטאט איז געווען...)
אויסגעלאזט אז דאס יבוסי שטעטל איז געווען "ירושלים"
מאפע:
https://goo.gl/maps/e3ozGe6mXEVPhvyt5
פארשטייט זיך אז מען קען נישט קוקן אויף די היינטיגע מאפעס. ירושלים איז דאן נאכנישט געווען אפילו וואס אלטשטאט איז היינט.

סקעפטיקער » דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 11:55 am

· #517111
שמן למאור
סקעפטיקער
שמן למאור
אזוי גייענדיג האט די נאכט אנגעהויבן צוציפאלן, האבן זיי ארויסגעשלעפט דעם מאפע און געזיכט דעם נענסטן דערפל וואו זיי קענען נעכטיגן. זיין שוק יונגל האט טאקע געטראפן נישט צו ווייט פון דארטן א יבוסי שטעטל וואס איז געווען פאסיג איבערצונעכטיגן, אבער דער איש לוי האט געהאלטן אז ס'נישט גענוג פארזיכערט צו נעכטיגן אין
א גויאישע דערפל, האט ער מחליט געווען צו גיין אביסל ווייטער און נעכטיגן אין דעם דערנעבנדיגע שטאט גבעה וואס איז געווען א אידישע שטאט, א חלק פון נחלת בנימין.
(וועלן מיר באלד געוואר ווערן וויפול מער פארזיכערט די אידישע שטאט איז געווען...)
אויסגעלאזט אז דאס יבוסי שטעטל איז געווען "ירושלים"
מאפע:
https://goo.gl/maps/rFTvUwk3zKtbCVsu7
פארשטייט זיך אז מען קען נישט קוקן אויף די היינטיגע מאפעס. ירושלים איז דאן נאכנישט געווען אפילו וואס אלטשטאט איז היינט.
מ'רעדט דאך בערך צו באקומען א שטיקל בילד פון וואס מ'רעדט

שמן למאור » דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 12:00 pm

· #517112
מרדכי מרדכי
Pdf?
דא האסטע.
📎 פילגש בגבעה.pdf

מי אני » דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 12:18 pm

· #517114
‏
שמן למאור
און אזוי, איז דורך די געוואלדיגע עצה פון פארכאפן און רעיפן 200 מיידלעך, געלייזט געווארן די פראבלעם וואס האט זיך ארגינעל אנגעהויבן פון די פארכאפונג און רעיפונג פון איין מיידל...
ווי דר. קען ברוין שרייבט:
the story recounted in Judges 19–21 centers on the danger of apostasy, but its tale of civil war and escalating violence also emphasizes the tragedy that can result from the indiscriminate application of herem. The whole account is highly ironic: the Israelites set out to avenge the rape of one woman, only to authorize the rapes of six hundred more. They regret the results of one slaughter, so they commit another to repair it
דר. שרגא בר-און שרייבט אז די יו״ט פון ט״ו באב, וואס איז דאך מקושר עם מעשה של פילגש בגבעה כדאיתא בתענית ל:, האבן חז״ל מקשר געווען פילגש בגבעה און געשטעלט דאס אלס דעם טעם דערצו (פונעם פריערדיגן מנהג), אלס א פארעם פון טעראַפּי פון דעם נאציאנאלן נאראטיוו. והיינו, ווייל עס האט זיך אויך געדרייט צווישן זיי דעם מיתוס פונעם התייסדות פון רוים, וואו ראמולוס האט געהייסן פארכאפן די סאבּינע מיידלעך און זיי הייראטן בע״כ. דער היסטאריקער זייערע ליווי פארציילט אז אט די פרויען האבן עווענטועל אפגעשטעלט דאס מלחמה צווישן די רומיים און די סאַבּינער דורכ׳ן זיך בעהטן אז זייערע ברודער זאלן נישט טויטן זייערע מענער. (דאס דערמאנט אביסל פונעם ליסיסטראַטאַ פּלעי פון אריסטאפיניס.)

חז״ל האבן גענומען דעם לייטמאָטיִף פון וואו פרויען זענען דאס עיקר און פירן דאס, און דאס מקשר געווען עם ט״ו באב מיט טאקע מיט די מחולות אין די כרמים, היפך דאס עוול וואס איז געטוהן געווארן צו מיידלעך במחולות בהכרמים ביי די נאראטיוו פון פילגש בגבעה, וואס דורך דעם סארט עוול האט זיך די גאנצע נאראטיוו אָנגעהויבן.

יעקב מעקסוועל » דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 3:17 pm

· #517121
אוי ביסטו גוט!

מען קען ריקוועסטן די נעקסטע? איך וואוט פאר יפתח הגלעדי.

סמבטיון » דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 4:47 pm

· #517123
הערליך באשריבן, און וויטאגליך ביז גאר אז אזוי האבן זיך אויפגעפירט אונזער ברידערס, הלוואי וואלט מען געזאגט אויף דע מעשיות אז סע איז אויך א גוזמא, ווי מען זאגט אויף אומפארשטענבארע שטיקלך גמרא, סידאך אבער קלארע פסוקים אין נ"ך..
איין שטיקל קריטיג האב איך יא פאר דעם מייסטער שרייבער, אז די שטיקל ווי דו מאכסט דאס גענאר פון אונזער גאט, עקלט מיר ביז גאר. א שטייגער ווי.

"(אבער די ערשטע צוויי טעג האט די אייבישטער נאר געזאגט אז מען זאל ארויסגיין אין מלחמה, אבער ער האט נישט געזאגט אז מען גייט געווינען! יומא דף עג: ...; הא הא, חוזק.. !Fooled you! Fooled you)"

שמן למאור » דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 5:39 pm

· #517126
סמבטיון
הערליך באשריבן, און וויטאגליך ביז גאר אז אזוי האבן זיך אויפגעפירט אונזער ברידערס, הלוואי וואלט מען געזאגט אויף דע מעשיות אז סע איז אויך א גוזמא, ווי מען זאגט אויף אומפארשטענבארע שטיקלך גמרא, סידאך אבער קלארע פסוקים אין נ"ך..
איין שטיקל קריטיג האב איך יא פאר דעם מייסטער שרייבער, אז די שטיקל ווי דו מאכסט דאס גענאר פון אונזער גאט, עקלט מיר ביז גאר. א שטייגער ווי.

"(אבער די ערשטע צוויי טעג האט די אייבישטער נאר געזאגט אז מען זאל ארויסגיין אין מלחמה, אבער ער האט נישט געזאגט אז מען גייט געווינען! יומא דף עג: ...; הא הא, חוזק.. !Fooled you! Fooled you)"
אז די מעשה שטערט דיר אזוי שטארק, זע איך נישט פארוואס דו קענסט נישט זאגן אויף דעם אויך אז ס'נישט ממש געשען, ס'נאר א גוזמא, וכדומה. פארוואס קען מען עס נאר זאגן אויף די גמרא? די רמב"ם זאגט טאקע אויפן מעשה אין 'חומש' ווי בלעם'ס אייזל האט גערעדט, אז דאס איז נאר א משל. אויף ספר יונה איז אויך דא וואס זאגן אז ס'איז א משל אדער א חלום. איך זע נישט פארוואס מען קען נישט לערנען אז עס איז אלעס משלים ארויסצוברענגען א געוויסע מוסר השכל. שערי תירוצים לא ננעלו...

בנוגע דיינע קריטיק וועל איך דיר זאגן אזוי. איך מאך ח"ו נישט דאס גענאר פון גאט, אדרבה איך ברענג ארויס ווי גאט האט געמאכט דאס גענאר פון אונז...

מי אני » דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 6:09 pm

· #517129
עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז אין שבועות לה: האלט טאקע ר' אליעזר אז כל שמות האמורות בגבעת בנימין הן חול ווייל וכי מבטיח ואינו עושה? און ר' יהושע ענטפערט אים כהגמרא ביומא עג: מה שהבטיח עשה והם לא ביחנו אם לנצוח אם לנצח, באחרונה שביחנו הסכימו על ידן ע"ש. (דער מנחת שי בשופטים כ חי זאגט אז מ'נעמט אָן ווי ר' יהושע ווייל סתמא דגמרא ביומא כוותיה, וכן פסק הרמב"ם בהל' יסודי התורה פ"ו ה"ט ע"ש. עס האט א השלכה אויף הלכה למעשה, ווען נישט עיין כאן.)

מ'דארף אויך ארויסברענגען אז דאס אז דאס וואס די גמרא זאגט אז שלא השלימו האורים ותומים מחמת שלא ביחנו דבריהם, איז נישט מוכרח און אָנגעוואנדן אין דאס וואס די גמרא זאגט בסנהדרין קג: אז זיי זענען געפאלן מחמת פסלו של מיכה ביניהם ע"ש. מיינענדיג, אז עס איז נישט אז "וויבאלד" עס איז געווען ביניהם חטא פסלו של מיכה איז "וועגן דעם" האט דאס געברענגט אז האורים ותומים לא השלימו דבריהם און מ'האט זיי במכוון אריינגענאַרט און אויסגעפאפּט "כדי" זיי אריינצוכאפן. נאר אז עס איז שוין געווען לא השלימו דבריהם, וואס דאן ארבעט נישט די אורים ותומים מעכאניזם (עס איז כעין א קאמפּיוטער וואס ממש וואס דו פרעגסט דאס דאס ענטפערט עס דיר, וכעין להבדיל סיאנס פאר די וועלכע גלייבן דערין) און דאס איז דאך זייער פראבלעם וואס זיי האבן זיך אליינס אָנגעבראכט, איז שוין מצא הבעל חוב לגבות את חובו (ועיין ברמב"ן שציינתי לעיל אז דאס אז עס האט נישט גע'ענטפערט "מער" ווי א קאמפּיוטער אז "לא ילחמו", דאס איז שוין טאקע מכח עונש). און ווי דער רלב"ג שרייבט דארט בתועלת הט"ז בסוף הסיפור:
להודיע שראוי למי שישאל עצה על דבר מה שיבאר דבריו תכלית הביאור עד שיתבאר לו בשלימות איך יתנהג בדבר ההוא שישאל עליו עצה ומתי יהיה עת ראוי יצליח בו דרכו. ולזה סיפר מה שקרה מהרע לישראל כששאלו באלקים איך יעשו המלחמה, מפני שלא חקרו בזה מחקר ראוי כי היה להם לשאול אם ינצחו או ינוצחו, ואם הודיע להם שינוצחו היו נשמרים אז מהמלחמה. ולזאת הסיבה היה ראוי שישאלו מתי ילחמו בבני עמו ויתנם השם בידם, והם לא שאלו אלא מי יעלה בתחלה, ולא שאלו מתי יעלו עליהם למלחמה וינצחום. ובשאלה השנית היה גם כן זה החסרון. ואולם בשאלה השלישית הרגישו בזה, ולזה אמרו האוסיף לצאת למלחמה עם בני בנימין אחי אם אחדל. ולזה היה הרצון בזה שישאלו אם יחדלו מזה לגמרי, שכבר בא להם המענה מאת השי"ת באותן שאלות הקודמות, מורה שרצון הא-ל ית' שיעלו אליו, אך שאלו אם יחדלו עתה וימתינו עד עת אחר. ולזה באה להם התשובה בשלימות והודיע להם כי מחר יתנם ליד ישראל.

שמעון וואלף » פרייטאג פעברואר 17, 2023 1:05 am

· #517161
שמן למאור
סמבטיון
הערליך באשריבן, און וויטאגליך ביז גאר אז אזוי האבן זיך אויפגעפירט אונזער ברידערס, הלוואי וואלט מען געזאגט אויף דע מעשיות אז סע איז אויך א גוזמא, ווי מען זאגט אויף אומפארשטענבארע שטיקלך גמרא, סידאך אבער קלארע פסוקים אין נ"ך..
איין שטיקל קריטיג האב איך יא פאר דעם מייסטער שרייבער, אז די שטיקל ווי דו מאכסט דאס גענאר פון אונזער גאט, עקלט מיר ביז גאר. א שטייגער ווי.

"(אבער די ערשטע צוויי טעג האט די אייבישטער נאר געזאגט אז מען זאל ארויסגיין אין מלחמה, אבער ער האט נישט געזאגט אז מען גייט געווינען! יומא דף עג: ...; הא הא, חוזק.. !Fooled you! Fooled you)"
אז די מעשה שטערט דיר אזוי שטארק, זע איך נישט פארוואס דו קענסט נישט זאגן אויף דעם אויך אז ס'נישט ממש געשען, ס'נאר א גוזמא, וכדומה. פארוואס קען מען עס נאר זאגן אויף די גמרא? די רמב"ם זאגט טאקע אויפן מעשה אין 'חומש' ווי בלעם'ס אייזל האט גערעדט, אז דאס איז נאר א משל. אויף ספר יונה איז אויך דא וואס זאגן אז ס'איז א משל אדער א חלום. איך זע נישט פארוואס מען קען נישט לערנען אז עס איז אלעס משלים ארויסצוברענגען א געוויסע מוסר השכל. שערי תירוצים לא ננעלו...

בנוגע דיינע קריטיק וועל איך דיר זאגן אזוי. איך מאך ח"ו נישט דאס גענאר פון גאט, אדרבה איך ברענג ארויס ווי גאט האט געמאכט דאס גענאר פון אונז...
די שרייבסט אבער פון באשעפער כאילו מ'רעדט פון א פראסטע בשר ודם.
דיין געשרייבאכץ וואלט גארנישט שוואכער געווען ווען די לאזט אויס די שטיקלעך

צוזאמגעדרייט » פרייטאג פעברואר 17, 2023 1:30 am

· #517163
Re: פילגש בגבעה - א בלוטיגע אידישע בירגער קריג
ער האט נישט געמאכט קיין לצנות פון באשעפער, ער האט נאר געזאגט אז דער באשעפער האט געמאכט לצנות פון אונז אידן.

דער באשעפער האט אויך געמאכט לצנות פון די מצרים ביי די צען מכות. ווען עס קומט צו אונז הייבסטו אן צו ווערן בייעס, דו שפירסט זיך געטראפן. דיין פראבלעם איז נישט אז דער באשעפער מאכט לצנות פון געוויסע מענטשן, ווייל ביי די מצרים ביסטו דאך מודה אז דער אייבישטער האט געמאכט לצנות, דיין פראבלעם איז בסך הכול אז מ'האט געמאכט לצנות פון דיינע זיידעס.

לויט וויאזוי זיי האבן זיך אויפגעפירט איז לצנות היפש א קילע עונש.

שמן למאור » פרייטאג פעברואר 17, 2023 2:59 am

· #517165
שמעון וואלף
שמן למאור
איך מאך ח"ו נישט דאס גענאר פון גאט, אדרבה איך ברענג ארויס ווי גאט האט געמאכט דאס גענאר פון אונז...
די שרייבסט אבער פון באשעפער כאילו מ'רעדט פון א פראסטע בשר ודם.
די תורה ברענגט אויך אסאך מאל פסקים וואס עס זעט אויס דערפון ווי מען איז מגשם גאט. א שטייגער ווי וחרה אף השם בכם, עיני ה' אלוקיך בה, וכ' וכ'. פארשטייט זיך אז ס'איז נאר לשבר את האוזן, און מיינט נישט חלילה מגשם צו זיין די באשעפער.

דא איז עס אויך נישט חלילה צו מגשם זיין גאט, ס'איז נאר לשבר את האוזן.

(זעט אויס אז ביי טייל מיט א שׂי"ן און ביי טייל מיט א שׁי"ן 😉 )

סמבטיון » פרייטאג פעברואר 17, 2023 9:24 am

· #517169
שמן זיסער, דו פארשטייסט זייער גוט וואס די הערה איז, מען רעד נישט אזוי אויף אוזנזער מלך מלכי המלכים, און ווי שמעון וואלף האט ערווענט, דיין שרייבעריי איז א פלעזשער צו ליינען און שפאנענד ביז גאר באגסן מיט הערליכע מליצות און עס וועט גארנישט אוועק נעמען פון די קוואליטעט ווען די לאזט אויס די פאר לינקע שטיקלך, כאולי מען רעד דא פון א טייוול וואס זיכט אויסצוראטן זיין פאלק ח"ו, יאלא, נעקסט כקען קוים ווארטן פאר די נעקסטע קאפיטל.

שמן למאור » פרייטאג פעברואר 17, 2023 12:07 pm

· #517176
אנימאציע ווערסיע.

ווארענונג!! ס'איז נישט געמאכט פאר ווער עס קען נישט פארנעמען קיין ליצנות אדער (הנקרא אצלינו) כפירה!

https://youtu.be/qsqTO6lq99c

מי ימצא » פרייטאג פעברואר 17, 2023 12:25 pm

· #517178
שמן למאור
אנימאציע ווערסיע.

ווארענונג!! ס'איז נישט געמאכט פאר ווער עס קען נישט פארנעמען קיין ליצנות אדער (הנקרא אצלינו) כפירה!

https://youtu.be/qsqTO6lq99c
( אדער שוואכע הערצער.)

צוריק צום ענין, סאיז מורא'דיג ווי זיי לייגן עס אראפ, אזוי לעבעדיג, און מיט מקורות. @ שמן למאור, צל'ש ווי גוט דו האסט באשריבן, און אויסגעארבעט, אזא ארטיקל. סך הכול האסטו איבערגעטייטשט די פסוקים, מה כל הרעש?

צפת » פרייטאג פעברואר 17, 2023 12:53 pm

· #517179
איינער קען עס כשר'ן, איך זאל עס קענען זען? (איך קען נישט זען יוטוב.)

שמן למאור » פרייטאג פעברואר 17, 2023 12:58 pm

· #517180
צפת
איינער קען עס כשר'ן, איך זאל עס קענען זען? (איך קען נישט זען יוטוב.)
אז דו האטס נישט קיין יוטוב דאן איז עס נישט פאר דיר...

מען בלאקט יוטוב טאקע נישט צו קענען זען אזעלכע ווידיאוס.

מי ימצא » פרייטאג פעברואר 17, 2023 1:02 pm

· #517181
שמן למאור
צפת
איינער קען עס כשר'ן, איך זאל עס קענען זען? (איך קען נישט זען יוטוב.)
אז דו האטס נישט קיין יוטוב דאן איז עס נישט פאר דיר...

מען בלאקט יוטוב טאקע נישט צו קענען זען אזעלכע ווידיאוס.
אפשר האט מען אים געבלאקט יוטוב?!

@שמן, ביסט נישט גערעכט. אז איינער וויל קענען עפעס, טאר מען נישט פארקלאפן.
וואס שטערט דיך, אז די סיסטעם ווען צום סוף אונטערגיין?

מתבודד » פרייטאג פעברואר 17, 2023 1:04 pm

· #517182
איינער וואס ליינט קאווע שטיבל אבער בלאקט יוטיוב איז עס געווענליך ווייל ס'גנב'עט אים צופיל צייט, גארנישט מיט פרומקייט צוטון.

שמן למאור » פרייטאג פעברואר 17, 2023 1:20 pm

· #517183
בסדר, כ'ווייס אבער נישט קיין אנדערע וועג וויאזוי ארויפצושטעלן א יוטוב ווידיאו חוץ שטעלן א לינק.

דאס איז נישט מיך » זונטאג פעברואר 19, 2023 11:54 am

· #517252
איך האב דארעך געליינט ביידע ארטיקלען סיי פון די שופט שמשון הגיבור, און סיי די מעשה פון פלגש בגבעה, איך האב שוין געהאט געהערט פון ביידע,
מיינע הערות אויפן שרייבעריי וועל איך נישט שרייבן דא ווי פארשטענדליך, הגם די עצם שרייבעריי איז זייער שיין אראפּגעלייגט מיט א געשמאק צום ליינען,
נאר וואס א חלק עולם איז געווען סופרייז פארשטיי איך נישט, יענע צייטן האבן אויסגעקוקט אנדערש ווי היינט, סיי די אלגעמיינע וועלט, און סיי להבדיל די אידישע וועלט, די גאנצע קולטור איז געווען אנדערש, די גרויסע באשעפער וואס האט באשאפן די גאנצע וועלט האט אויסגעשטעלט יעדע דור און יעדע תקופה ווי אזוי ס'זאל זיך פירן, וואס זאל הייסן נארמאל און וואס זאל הייסן ערליך ולהפיך,
ווער עס לערנט אמאל נ''ך זעהט אז ס'איז בכלל נישט צי פארשטיין, די אייבערשטער האט אריינגעברענגט די אידען אין א''י ווי די אידן זענען געווען בערך 800 יאר ביז מ'האט זיי פארטריבן, רוב פון די יארן האט רוב כלל ישראל געדינט עבו''ז, יא געדינט עץ ואבן, אזאך וואס איז נישט מעגליך היינט צי פארשטיין, אבער פאר אזוי פיל יאר נישט צוואנציג און נישט הונדערט, אכט הונדערט יאר, סתם געדינט עץ ואבן ה''י,
אז רוב כלל ישראל די עשרת השבטים וואס זענען געווען אונטער די מלכי ישראל (וואס איך מיין אלע אויב נישט כמעט , זענען ליידער געווען עובדי עבו''ז) האבן נישט געמעגט גיין עולה רגל זיין בשלש רגלים צי די הייליגע בית המקדש, ווייל ירעבם בן נבט האט געשטעלט שומרים קיינעם נישט צי לאזען, און אנשטאט דעם אויפגעשטעלט צוויי עגלי זהב רח''ל, וואס זענען געשטאנען ביז מ'האט פארטריבן די עשרת השבטים,
די הריגות זענען געווען שרעקלעך, אז די בלוט פון זכריה הנביא האט געקאכט אין בית המקדש פאר איבער צוויי הונדערט יאר (אויב איך געדענק גוט), ווייל מ'האט אים געהארגט שלא כדין, מ'האט געזען אין בית המקדש ניסים ונפלאות יעדען טאג, און דאך האט מען באותו מקום קדוש געקענט טון די ערגסטע עבירות,
די גאנצע זמן דערמאלטס איז געווען א אנדערע בחינה ווי מיר קוקען אהן די וועלט, און פארשטייט זיך אז מ'קען גארנישט ארויסנעמען אויף אונז נאך דעם ווי די רבש''ע האט אויסגעשטעלט אונזער דור אנדערש, אחוץ וואס חז''ל זאגען אונז צי טוהן
ויה''ר שלא יצא מוכשול מתחת ידי

סמבטיון » זונטאג פעברואר 19, 2023 12:24 pm

· #517257
איך הייב אן צו פארשטיין פארוואס מען האט נישט געלערנט קיין נ"ך ביי אונזערע קרייזן, איך בין געגאנגן פריגן א ערליכע יוד , זאגט ער מיר קענסט עס לערנען אבער נאר מיט מפרשי חז"ל.

שמן למאור » זונטאג פעברואר 19, 2023 12:39 pm

· #517258
סמבטיון
איך הייב אן צו פארשטיין פארוואס מען האט נישט געלערנט קיין נ"ך ביי אונזערע קרייזן, איך בין געגאנגן פריגן א ערליכע יוד , זאגט ער מיר קענסט עס לערנען אבער נאר מיט מפרשי חז"ל.
גערעכט. אלס קינד האב איך געמיינט אז די סיבה פארוואס מען האט נישט געלערנט קיין נ"ך ביי אונז, איז וועגן די זעלבע סיבה פארוואס מען לערנט נישט קיין דוקדוק, פשוט ווייל דאס האבן די משכלים גענומען אלס זייער זאך, און דערפאר האבן אונז זיך דערווייטערט דערפון. אבער איך מיין אז ס'נישט ממש אזוי, מען האט זיך סתם אזוי אפגעהאלטן פון לערנען נ"ך טאקע וועגן די פראבלעמען וואס עס טראגט מיט זיך לכשעצמו, און טאקע וועגן דעם האבן זיך די משכילים גענומען דערצו.

למעשה אויב גייסטו עס לערנען מיט מפרשי חז"ל, זאלסטו עס אויך נאר לערנען מיט די מפרשים פון שפעטער. לערנען חז"ל אליין קען אויך זיין א סכנה.

מצפצף » זונטאג פעברואר 19, 2023 3:45 pm

· #517273
סמבטיון
איך הייב אן צו פארשטיין פארוואס מען האט נישט געלערנט קיין נ"ך ביי אונזערע קרייזן, איך בין געגאנגן פריגן א ערליכע יוד , זאגט ער מיר קענסט עס לערנען אבער נאר מיט מפרשי חז"ל.
אי משום הא וואלט מען חומש אויך נישט געטארט לערנען.

דוד שריפטליך » מאנטאג פעברואר 20, 2023 12:58 am

· #517336
ביי אונז אין חדר האט מען גראדע יא געלערנט תנ"ך סא וועלעכע חסידים האט מען נישט געלערנט נ"ך?

יאסל ראקאווער » מאנטאג פעברואר 20, 2023 8:14 pm

· #517348
דאס איז נישט מיך
איך האב דארעך געליינט ביידע ארטיקלען סיי פון די שופט שמשון הגיבור, און סיי די מעשה פון פלגש בגבעה, איך האב שוין געהאט געהערט פון ביידע,
מיינע הערות אויפן שרייבעריי וועל איך נישט שרייבן דא ווי פארשטענדליך, הגם די עצם שרייבעריי איז זייער שיין אראפּגעלייגט מיט א געשמאק צום ליינען,
נאר וואס א חלק עולם איז געווען סופרייז פארשטיי איך נישט, יענע צייטן האבן אויסגעקוקט אנדערש ווי היינט, סיי די אלגעמיינע וועלט, און סיי להבדיל די אידישע וועלט, די גאנצע קולטור איז געווען אנדערש, די גרויסע באשעפער וואס האט באשאפן די גאנצע וועלט האט אויסגעשטעלט יעדע דור און יעדע תקופה ווי אזוי ס'זאל זיך פירן, וואס זאל הייסן נארמאל און וואס זאל הייסן ערליך ולהפיך,
ווער עס לערנט אמאל נ''ך זעהט אז ס'איז בכלל נישט צי פארשטיין, די אייבערשטער האט אריינגעברענגט די אידען אין א''י ווי די אידן זענען געווען בערך 800 יאר ביז מ'האט זיי פארטריבן, רוב פון די יארן האט רוב כלל ישראל געדינט עבו''ז, יא געדינט עץ ואבן, אזאך וואס איז נישט מעגליך היינט צי פארשטיין, אבער פאר אזוי פיל יאר נישט צוואנציג און נישט הונדערט, אכט הונדערט יאר, סתם געדינט עץ ואבן ה''י,
אז רוב כלל ישראל די עשרת השבטים וואס זענען געווען אונטער די מלכי ישראל (וואס איך מיין אלע אויב נישט כמעט , זענען ליידער געווען עובדי עבו''ז) האבן נישט געמעגט גיין עולה רגל זיין בשלש רגלים צי די הייליגע בית המקדש, ווייל ירעבם בן נבט האט געשטעלט שומרים קיינעם נישט צי לאזען, און אנשטאט דעם אויפגעשטעלט צוויי עגלי זהב רח''ל, וואס זענען געשטאנען ביז מ'האט פארטריבן די עשרת השבטים,
די הריגות זענען געווען שרעקלעך, אז די בלוט פון זכריה הנביא האט געקאכט אין בית המקדש פאר איבער צוויי הונדערט יאר (אויב איך געדענק גוט), ווייל מ'האט אים געהארגט שלא כדין, מ'האט געזען אין בית המקדש ניסים ונפלאות יעדען טאג, און דאך האט מען באותו מקום קדוש געקענט טון די ערגסטע עבירות,
די גאנצע זמן דערמאלטס איז געווען א אנדערע בחינה ווי מיר קוקען אהן די וועלט, און פארשטייט זיך אז מ'קען גארנישט ארויסנעמען אויף אונז נאך דעם ווי די רבש''ע האט אויסגעשטעלט אונזער דור אנדערש, אחוץ וואס חז''ל זאגען אונז צי טוהן
ויה''ר שלא יצא מוכשול מתחת ידי
איך האב נישט קיין קלארקייט אויף די שטארקע שאלות פון די פסוקי תנ"ך. ס'איז מיר אויך נישט קיין שאלה אויף מיין הייליגע אמונה. אבער איין זאך, דאס וואס די זאגסט מיט אזא פשטות אלס א defense פאר טראדיציאנאלע חרידי thinking איז די גרעסטע שאלה אויף זייער מהלך המחשבה. דהיינו, פארוואס ווען ס'קומט צו א אויסווארפישע מעשה נעמסטו די מהלך אז מ'פארשטייט נישט יענע צייטען אבער ווען ס'קומט צו אזוינע פלעצער ווי די גמרא לייגט אראפ חמשה עשר באב שידוכים צענע, אדער די פסוק זאגט ויישק יעקב לרחל וכו' וכו' זאגט מען ס'איז נישט פשוט פשט. פארוואס נישט?

סתם אזוי וואונדערט מיר פארוואס די תרי"ג מצוות איז רעלעוואנט אויב ס'איז געגעבן געווארן צו א אנדערע מין בני אדם לויט דיין מהלך.

מיר איז עס בכלל נישט שווער. ווייל אנשטאט זאגן אז די עבירות אין ביהמ"ק איז עפעס וואס איך פארשטיי נישט. זאג איך אז די ניסים ונפלאות איז עפעס וואס מ'פארשטייט נישט.

דאס איז נישט מיך » מאנטאג פעברואר 20, 2023 9:17 pm

· #517354
קיינמאל נישט געוויסט אז די פסוק וישק יעקב לרחל לערענט מען נישט כפשוטו?

סקעפטיקער » מאנטאג פעברואר 20, 2023 9:30 pm

· #517355
דאס איז נישט מיך
קיינמאל נישט געוויסט אז די פסוק וישק יעקב לרחל לערענט מען נישט כפשוטו?
מ'טייטשט עס, אבער מ'לערנט עס נישט

דאס איז נישט מיך » מאנטאג פעברואר 20, 2023 9:35 pm

· #517356
סקעפטיקער
דאס איז נישט מיך
קיינמאל נישט געוויסט אז די פסוק וישק יעקב לרחל לערענט מען נישט כפשוטו?
מ'טייטשט עס, אבער מ'לערנט עס נישט
וואס דען איז פשט ?
און וואס איז די פראבלעם אז ער האט איר געקושט ?
(פונקט ווי ער האט געמעגט חתונה האבן מיט צוויי שוועסטער'ס ווייל ס'איז פאר מתן תורה האט ער געמעגט קושן זיין ערשטע קאזין)

צוזאמגעדרייט » מאנטאג פעברואר 20, 2023 10:15 pm

· #517357
Re: פילגש בגבעה - א בלוטיגע אידישע בירגער קריג
ֻ

קהל'ס נער » מאנטאג פעברואר 20, 2023 11:42 pm

· #517368
מען קען זייער פשוט פארענטפערען דעם וישק יעקב לרחל, אז ס'מיינט אז ער האט איר געביסן, אזוי ווי מען טייטשט דעם וישקהו פון עשיו צו יעקב אז ער האט עים געביסן.....

וואלווי » דינסטאג פעברואר 21, 2023 2:09 am

· #517381
קהל'ס נער
מען קען זייער פשוט פארענטפערען דעם וישק יעקב לרחל, אז ס'מיינט אז ער האט איר געביסן, אזוי ווי מען טייטשט דעם וישקהו פון עשיו צו יעקב אז ער האט עים געביסן.....
כאפסט וואס גייט פאר, נאכדעם האט דער אייבערשטער געדארפט מאכן א נס אז רחל'ס האלדז איז געווארן הארט ווי א שטיין

שמחהלע קאפשטיק » דינסטאג פעברואר 21, 2023 2:46 am

· #517383
שמעון וואלף
שמן למאור
סמבטיון
הערליך באשריבן, און וויטאגליך ביז גאר אז אזוי האבן זיך אויפגעפירט אונזער ברידערס, הלוואי וואלט מען געזאגט אויף דע מעשיות אז סע איז אויך א גוזמא, ווי מען זאגט אויף אומפארשטענבארע שטיקלך גמרא, סידאך אבער קלארע פסוקים אין נ"ך..
איין שטיקל קריטיג האב איך יא פאר דעם מייסטער שרייבער, אז די שטיקל ווי דו מאכסט דאס גענאר פון אונזער גאט, עקלט מיר ביז גאר. א שטייגער ווי.

"(אבער די ערשטע צוויי טעג האט די אייבישטער נאר געזאגט אז מען זאל ארויסגיין אין מלחמה, אבער ער האט נישט געזאגט אז מען גייט געווינען! יומא דף עג: ...; הא הא, חוזק.. !Fooled you! Fooled you)"
אז די מעשה שטערט דיר אזוי שטארק, זע איך נישט פארוואס דו קענסט נישט זאגן אויף דעם אויך אז ס'נישט ממש געשען, ס'נאר א גוזמא, וכדומה. פארוואס קען מען עס נאר זאגן אויף די גמרא? די רמב"ם זאגט טאקע אויפן מעשה אין 'חומש' ווי בלעם'ס אייזל האט גערעדט, אז דאס איז נאר א משל. אויף ספר יונה איז אויך דא וואס זאגן אז ס'איז א משל אדער א חלום. איך זע נישט פארוואס מען קען נישט לערנען אז עס איז אלעס משלים ארויסצוברענגען א געוויסע מוסר השכל. שערי תירוצים לא ננעלו...

בנוגע דיינע קריטיק וועל איך דיר זאגן אזוי. איך מאך ח"ו נישט דאס גענאר פון גאט, אדרבה איך ברענג ארויס ווי גאט האט געמאכט דאס גענאר פון אונז...
די שרייבסט אבער פון באשעפער כאילו מ'רעדט פון א פראסטע בשר ודם.
דיין געשרייבאכץ וואלט גארנישט שוואכער געווען ווען די לאזט אויס די שטיקלעך
ביטע ביטע פאררעכט עס למען כבוד שמים

מי ימצא » דינסטאג פעברואר 21, 2023 10:31 am

· #517390
שמחהלע קאפשטיק
ביטע ביטע פאררעכט עס למען כבוד שמים

גאט דארף נישט אנקומען צו אונזערע מאטריאליסטישע ווערטער.
אויב גאט, איז גאט אין וואס דו גלייבסט, קען ער סיי ווי ליינען דיינע מחשבות, און דיך פאראויסלויפן מיט וואס דו וועסט יא אדער נישט שרייבן.
גאט דארף נישט אנקומען, צו אונזערע געשרייבאכטס.

קאצקע ציקער » דינסטאג פעברואר 21, 2023 5:21 pm

· #517409
מי ימצא
שמחהלע קאפשטיק
ביטע ביטע פאררעכט עס למען כבוד שמים

גאט דארף נישט אנקומען צו אונזערע מאטריאליסטישע ווערטער.
אויב גאט, איז גאט אין וואס דו גלייבסט, קען ער סיי ווי ליינען דיינע מחשבות, און דיך פאראויסלויפן מיט וואס דו וועסט יא אדער נישט שרייבן.
גאט דארף נישט אנקומען, צו אונזערע געשרייבאכטס.
גאט ארבעט נישט אזוי מיין פריינדינע מען טרעפט אז נבוכדנצר איז צוריקגגעגאנגען דריי טריט צו פאררעכטן די בריעוו למען כבודו יתברך און ער האט באקימען שכר

שערי יושר » מוצ"ש אפריל 8, 2023 9:04 pm

· #520849
Re: פילגש בגבעה - א בלוטיגע אידישע בירגער קריג
הרב שמן א גרויסע שכח פאר דיין הערליכע ארטיקל, אזוי האב איך שוין אביסעל געלערנט היינט אויכעט, אונז האמיר געזאגט היינט א אונטערעסאנטע הפטורה אפשר באשרייבט איר עס?

Sent from my SM-G996U1 using Tapatalk
בלאט: 1 2