☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » דאס לעבן און שאפן פונעם שופט און מאסן מערדער שמשון הגיבור

דאס לעבן און שאפן פונעם שופט און מאסן מערדער שמשון הגיבור

104 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15885
בלאט: 1 2 3

שמן למאור » דינסטאג פעברואר 7, 2023 11:54 pm

· #516717
דאס לעבן און שאפן פונעם שופט און מאסן מערדער שמשון הגיבור
ס'איז פאר יעדעם איינעם באקאנט די נאמען שמשון הגיבור. יונג און אלט ווייסן צו זאגן פון דעם שופט וואס האט געפירט כלל ישראל פאר צוואנציג יאר. אבער נישט אלע ווייסן פון אלע אינטערסאנטע איינצלהייטן וואס האבן ארומגענומען דעם מאדנעם פערזענליכקייט, דערפאר וויל איך זיך נעמען די מיה און באשרייבן די היסטאריע און לעבן פון אונזער שופט ומנהיג של ישראל, 'שמשון הגיבור'.

אסאך פון די זאכן וואס איך גיי שרייבן וועלן הייבן ברעמען ביי געוויסע, און מיט רעכט. דערפאר וועל איך פראבירן אנצייכענען מראה מקומות פאר אלעס וואס איך שרייב. אלעס ווערט נאכגעשריבן פון פסוקי נ"ך און פון דרשות חז"ל. כמובן, איז אויך צוגעלייגט אביסל אייגענע שמאלץ, און אויף דעם איז טאקע נישט אנגעצייכנט קיין מראה מקומות, עס איז על פי רוב נאר מינדערוויכטיגע פרטים וואס טוישן נישט די עצם מעשה. איך וועל שרייבן אפן וויאזוי עס שטייט, אן קיין סענסערשיפ הנהוג בקרב מחנינו.
____ קאפיטל א' מיט איבער דריי טויזנט יאר צירוק איז געבוירן געווארן א אינגעלע בעיבי פאר א איד מיטן נאמען מנוח. די נאמען פון מנוח'ס ווייב איז אומבאקאנט, עס ווערט נישט דערמאנט אין די פסוקים.. זעט אויס אז אין יענע צייטן האבן פרויען נאכנישט געטראגן אזא חשיבות. זי ווערט סך הכל אנגעריפן 'אשת מנוח'

בשעת 'אשת מנוח' איז געווען טראגעדיג, האט א מלאך זיך באוויזן צו איר און צו איר מאן, און זיי אנגעזאגט אז היות זייער זון וועט נאך אויסוואקסן א גרויסע העלפער פאר די אידן, זאל ער פון געבורט זיין א נזיר, מען זאל אים נישט געבן קיין גרעיפ דזשוס ביי קידוש, און מען זאל אים נישט מאכן קיין חאלאקע כנהוג בכל תפיצות ישראל, נאר ער זאל בלייבן מיט לאנגע האר און זיין א נזיר לה'.
דאס קינד איז געבוירן און מען האט אים א נאמען געגעבן 'שמשון' (שופטים פרק י"ג)

אינטערסאנט וועלכע חדר האט אנגענומען אזא אינגל אין די מוסדות... א אינגל מיט לאנגע האר...

אונזער שמשון איז אינטערגעוואקסן גאר א שטארקע בחורל, ממש א שמשון הגיבור, און די באשעפער האט אים געבענשט, מיט וואס- וועסטו פרעגן? מיט דעם אז זיין אבר איז טאקע געווען א געווענליכע סייז, אבער עס האט גערינען דערפון זרע ווי א טייך... 😕 😲 (סוטה י.)

לויט ווי עס זעט אויס, איז שמשון נישט געווען פון די בעסטע בחורים אין ישיבה, און ער האט זיך אנגעהויבן צו דרייען ווי מען טאר נישט. איין טאג האט ער געכאפט א שפאציר צו די גויאישע חלק פון שטאט, יא! דארטן אין תמנת ווי די ראש ישיבה האט ספעציעל אנגעווארנט אז מען טאר נישט אהינגיין! שמשון האט זיך ליידער נישט געהיטן די אויגן, ער איז נישט געגאנגען מיט די אויגן אויף דר'ערד ווי עס פאסט זיך פאר א חסידישע בחור, און... זיינע אויגן זענען געפאלן אויף א שיינע גויאישע מיידל פון די פלשתים.

שמשון איז אהיים געקומען און פארציילט פאר זיינע עלטערן אז נישט מער און נישט ווייניגער, ער וויל חתונה האבן מיט אט דעם גויאישן מיידל. זיינע עלטערן האבן אים פראבירט אפצורעדן דערפון, "צודען איז נישטא קיין גוטע מיידלעך ביי אונז אידן אז דו דארפסט גיין זיכן א מיידל ביי די פלשתים"? אבער שמשון האט זיך איינגע'עקשן'ט אז דוקא די מיידל געפעלט אים. און זיינע עלטערן האבן שנעל איינגעזען אז ס'נישטא קיין ברירה, אזוי וועט זיין, מאך שלום מיטן מצב.

שמשון איז געגאנגען מיט זיינע אלטערן קיין תמנת צו די שידוך שליסן. אויפן וועג -ווען זיינע עלטערן זענען נישט געווען מיט אים, איז אים אנטקעגן געקומען א פארציקנדע לייב! שמשון האט נישט געטראכט קיין צוויי און מיט די אייגענע הענט האט ער צושפאלטן די לייב אין צוויי כאילו ס'וואלט גארנישט געווען!

זיי זענען ווייטער געגאנגען מיט דעם גויאישן שידוך, ס'איז געפאלן פאר ביידע צדדים און מען האט זיך געגרייט צו די חתונה. שמשון איז צוריקגעגאנגען כאפן א בליק אויף דעם צוהאלבטן לייב, און ער האט באמערקט ווי א בינען שטאק האט געמאכט זייער היים אין די גוף פונעם טויטן לייב. שמשון האט געגעבן א נעם א האנטפול פון האניג און זיך גענומען צו עסן. (פרעג מיך נישט פארוואס די בינען האבן אים נישט געשטאכן) ער האט אויך געברענגט פאר זיינע עלטערן צו עסן פון דעם האניג, אבער ער האט זיי נישט פארציילט פון וואו עס קומט...

אונצווישן איז אינטערגעקומען די גרויסע חתונה, (אינטערסאנט אז עס ווערט נישט דערמאנט אינערגעץ וועגן די גיור פרוצודור וואס איז פארגעקומען פאר זיין כלה...) ויהיה כי טוב לב שמשון ביים שמחה, האט ער זיך געגעבן א ריף אן צו דרייסיג חברה פון די פלשתים וואס זענען אזוי געשטאנען דארטן, "חברה, לאמיר מאכן א דיל! איך וועל ענק פרעגן א חידה, אויב וועט עטץ מיר ברענגען די תשובה ביז די סוף פון די שבעת ימי משתה, וועל איך ענק געבן דרייסיג ליילעכער מיט דרייסיג קליידער, אויב אבער וועלן ענק נישט קענען ברענגען די תשובה, וועלן ענק מיר מוזן געבן דרייסיג ליילעכער מיט דרייסיג קליידער"!

די חברה האבן מסכים געווען צום דיל און שמשון האט פארגעלייגן זיין חידה. ער האט זיי פארגעלייגן ווי פאלגנד, "פון דעם אויפעסער איז ארויס א עסן, און פון דער שטארקער איז ארויס א זיסע זאך"
די חברה האבן זיך געריבן דעם שטערן און נישט געקענט מפענח זיין וואס די ווערטער דארפן צו באדייטן. זיי האבן שוין מורא געהאט אז זיי וועלן מוזן צאלן די דרייסיג ליילעכער און קליידונג, זענען זיי געגאנגען צו די נייע ווייב פון שמשון און איר געסטראשעט, אדער דערווישסטו ארויס דעם תשובה פון דיין מאן, אז נישט וועלן מיר פארברענען דיך מיט דיין גאנצע משפחה!

זי האט אנגעהויבן צו פגר'ן שמשון אז ער זאל איר אויסזאגן די תשובה פאר די חידה. קודם האט ער נישט געוואלט הערן דערפון, "איך האב אפילו נישט אויסגעזאגט פאר מיינע אייגענע עלטערן"! האט ער גע'טענה'ט. אבער נאך לענגערע מוטשערייען ווי זי האט געשריגן אז דאס אז ער האלט עס בסוד פון איר איז א סימן אז ער האט איר נישט ליב, האט ער זיך ענדליך געבראכן און אויסגעזאגט דעם סוד. זי איז גלייך געגאנגען און עס פארציילט פאר די 30 חברה...

ס'איז געקומען די זיבעטע טאג און די חברה זענען געקומען צו שמשון מיט שמייכלען אויף זייער געזיכטער. זיי האבן אזוי געפרעגט פון שמשון ציניש.. נו, וואס איז דען זיסער פון האניג און וואס איז דען שטערקער פון א לייב! ווי צו זאגן.. אונז האבן דער תירוץ אויף דיין חידה!

שמשון האט זיך זייער אויפגערעגט, ער האט פארשטאנען אז די חברה האבן געסטראשעט זיין ווייב ארויסצודערווישן דעם תירוץ. איז ער גאגאנגען קיין אשקלון- א שטאט ווי עס האבן געוואוינט פלשתים. ער האט אריינגעקלאפט ביי דרייסיג אומשילדיגע מענטשן אינדערהיים, ווי נאר זיי האבן געעפנט די טיר האט זיי שמשון גלייך גע'הרג'עט אויפן ארט אן טראכטן קיין צוויי! ער האט אראפגענומען די קליידער פון זיינע נארוואס ערמארדעטע וויקטעמס און באראבעוועט זייער ליילעכער פון זייער בעטן. דערנאך איז ער געגאנגען מיט די דרייסיג ליילעכער און קליידער און עס געברענגט צו די דרייסיג חברה פון די חידה, און מיט דעם אפגעצאלט זיין חלק פון די דיל. (שופטים פרק י"ד)

דאס איז די ערשטע באוויסטע מאסן מארד וואס שמשון האט אדורכגעפירט אין זיין לעבן, אבער ס'איז ווייט נישט געווען דאס לעצטע.

קאפיטל ב' פארשטייט זיך אז נאך אזא מעשה איז די שלום בית נישט געווען דאס בעסטע ביי די 'הגיבור' קאפל, און זיי האבן זיך אפגעטיילט. זי איז צוריקגעגאנגען וואוינען ביי איר טאטעס שטוב, און איר טאטע האט איר חתונה געמאכט מיט א צווייטן.
* געווען איז עס די נעקסטע זומער, און שמשון האט זיך פארגליסט צוריקצוגיין צו זיין ווייב, האט ער גענומען א ציג פאר א מתנה און זיך ארויסגעזאלט צו זיין שווער'ס הויז. זיין שווער האט אים געזאגט, אם סארי, אבער היות דו האסט זיך נישט אויסגעקומען מיט מיין טאכטער איז זי שוין חתונה געהאט מיט א צווייטן.. אבער דא האסטו איר אינגערע שוועסטער וואס איז אסאך בעסער און געשמאקער ווי דיין געוועזענע ווייב, נעם איר אנשטאט דיין ווייב.

שמשון'ס גרימצארן האט געפלאמט ווי א פייער אפפער. און ער האט זיך באלט ארויסגעלאזט מיט א גרויסע נקמה אקציע אויף 'די פלשתים' (נישט קלאר וואס 'די פלשתים' זענען דא געווען שילדיג אויף די מעשים פון איין מענטש- שמשון'ס שווער) ער האט געפאנגען דריי הונדרעט פוקסן (!) זיי צאמגעבינדן ביי די וויידלען אין פארן פון צוויי, אריינגעשטעקן דארטן א ברענדיגע פאקל און זיי געשיקט פארברענען די פעלדער פון די פלשתים. 😮 😲 🙄

די פלשתים זענען געווארן געפערליך בארעגט, און זיי האבן זיך נאכגעפרעגט ווער עס האט דאס אלעס געטון. ווען זיי זענען געוואר געווארן אז שמשון האט דאס אלעס אנגעווערטשאפט, און זיי זענען דערגאנגען אז זיינע מאטיוון זענען געקומען דורך דעם וואס זיין שווער האט חתונה געמאכט זיין ווייב צו א צווייטן, זענען די פלשתים געגאנגען און באפאלן די הויז פון שמשון'ס שווער און פארברענט זיין ווייב מיט זיין שווער צום טויט.

שמשון איז דערפון געוואר געווארן און ער איז געווארן גאר בייז (הגם ער האט זיך טאקע גערעגט אויף זיי, העק די גאנצע סיבה פארן שיקן די ברענעדיגע פוקסן צו די פלשתים איז נאר געווען צילוב זיי... אבער זעט אויס אז אזא זאך האט ער שוין נישט געקענט אראפשלינגען... אדער אפשר איז עס געווען סתם א גוטע תירוץ צו גיין הרג'ענען מענטשן)
שמשון האט זיך א לאז געטון צו די פלשתים און זיך גענומען האקן קעפ רעכטס און לינקס, וויפול עס זענען אומגעקומען שטייט נישט, אבער מען קען זיך פארשטעלן אז עס האט גענומען א שיינע צאל אז ער זאל זיך בארואיגן זיין רתיחת גואל הדם.

שמשון איז אנטלאפן אין זיך באהאלטן אין א הייל פון א פעלזן שטיין. די פלשתים האבן זיך געוואלט נוקם זיין אין אים און זענען געקומען צו די אידן און פארלאנגט אז זיי זאלן ארויסגעבן שמשון צו זיי. עס האבן זיך צאמגענומען דרייסיג טויזנט נפשות (פאר קאנטעקסט: מער ווי די באטייליגטע פון ביידע כ"א כסלו יערליכע פיירונגען) און געגאנגען אפירקראצן דעם שמשון. ווען זיי האבן אים געטראפן האבן זיי אים שטרענג פארגעהאלטן. "דו ווייסט דאך אז די פלשתים געוועלטיגן אויף אונז, פארוואס רייצטו זיי אויף כסדר? פארוואס רעכנסטו זיך נישט מיט הארבן איסור פון התגרות באמות? עס קען נאך חלילה נתקיים ווערן דעם הרי אני מתיר את בשרכם חלילה"...?!

שמשון האט געענטפערט גלייכגולטיג, "איך טו צו זיי בלויז דאס וואס זיי האבן געטון פאר מיר"! (אינטערסאנט.. ווייל חוץ פון זיין שווער וואס האט צוגענומען זיין ווייב, און די פאר פלשתים וואס האבן פארברענט זיין ווייב און שווער, ווייס איך נישט וואס אלע אומשילדיגע פלשתים וואס ער האט ערמארדערט- און פארברענט זייער תבואה, האבן געהאט צו טון מיט די גאנצע עסק)

עכ"פ זיי האבן קלאר געמאכט פאר שמשון אז זיי מוזן אים איבערגעבן צו די פלשתים. שמשון האט זיך געבעטן אז זיי זאלן אים צוזאגן אז זיי וועלן אים גארנישט טון, נאר איבערגעבן צו די פלשתים און זיי האבן טאקע צוגעזאגט. מען האט געבינדן שמשון'ס הענט מיט נייע שטריק און אים איבערגעגעבן צו די פלשתים. שמשון האט געגעבן א רייס אויף די שטריק ווי עס וואלט געווען גארנישט, ער האט געגעבן א כאפ א ביין פון א טויטע אייזל וואס ער האט דארטן פונקט געטראפן אויף דר'ערד, און מיט דעם זיך גענומען האקן קעפ רעכטס און לינקס. טויזנט פלשתים האט ער דארטן ערמארדעט מיט איין ביין פון א חמור. נאכן ענדיגן זיין קילינג ספרי איז שמשון געווען גאר אויסגעמוטשעט און דארשטיג ער האט געפילט ווי זיינע כוחות לאזן זיך אים אויס, האט ער א תפילה געטון צו גאט, און באלד איז געשען א נס און עס איז באשאפן געווארן אויפן ארט וואסער פאר שמשון זיך צו דערכאפן דאס הארץ... (שופטים פרק ט"ו)
* ויהי היום, שמשון האט זיך פארגליסט אביסל זעקס מיט א סמ"ך, איז ער געגאנגען קיין עזה צו נהנה זיין אביסל אין די פאב און זיכן אביסל זנות. און אז מען זיכט טרעפט מען -זאגט די וועלט. ער האט דארטן געטראפן א גוטן זונה, און מברר געווען די ניצוצות הקדושות וואס איז געווען באהאלטן אין איר... (וואס זיכט די שופט ורבן של ישראל אין א פאב פרעגסטו? כהאב די זעלבע שאלה...) למעשה איז שוין שמשון געבליבן נעכטיגן אין די בית זונות. די פלשתים זענען געוואר געווארן אז זייער בלוט שונא געפינט זיך אין שטאט, האבן זיי זיך געגרייט אים צו פאנגען. למעשה איז שמשון אויפגעשטאנען ביי חצות הלילה, און געגאנגען צום שער העיר. ער האט אויסגעריסן די גאנצע ריזיגע טויער פון שטאט און דאס געטראגן אויף זיינע אקסלען. דאס האט אפגעשראקן די פלשתים זעענדיג ווי שטארק שמשון איז. (כ'האב נישט קיין השגה פארוואס זיי האבן דאס נאכנישט אויסגעפיגערט)
קאפיטל ג' שמשון האט זיך פארליבט אין נאך א גויאישע מיידל מיטן נאמען דלילה, און האט חתונה געהאט מיט איר. די פלשתים זענען שוין געווען פעד אפ מיט דעם צרה לייט שמשון, און האבן אים שוין געוואלט פארטיגן איין מאל פאר אלעמאל. זיי האבן צוגערעדט זיין ווייב אז זי זאל ארויסדערווישן פון איר מאן די סוד פון וואו עס קומט זיין מעכטיגע גבורה, און זיי וועלן איר באלוינען מיט גאר אסאך געלט.

דלילה האט א פרעג געטון איר מאן, ער זאל איר פארציילן פון וואו ער איז אזוי שטארק, און וויאזוי עס איז שייך אים בייצוקומען. שמשון האט פארשטייט זיך פארדעכטיגט אז זי איז געשיקט געווארן דורך די פלשתים צו דערגיין די סוד, ער האט זיך שוין געהאט אפגעבריט מיט זיין ערשטע ווייב וואס האט אים פאראטן מיטן חידה. שמשון האט אויסגעטראכט עפעס א שטות, און איר געזאגט, "אויב וועט מען מיר בינדן מיט זיבן נאסע שטריק דאן וועל איך זיין כאחד האדם, יעדער וועט מיר קענען פאנגען". יענע נאכט ווען שמשון איז שוין געשלאפן האבן די פלשתים אריינגעקומען אין זיין שטוב און אים געבינדן מיט זיבן נאסע שטריק. דלילה האט זיך גענומען שרייען, שמשון! די פלשתים האבן דיר געפאנגען! גלייך האט זיך שמשון אויפגעכאפט און אויפגעריסן די שטריק. די פלשתים זענען זיך פארשטייט זיך צעלאפן מרוב פחד. זיין ווייב האט זיך גענומען צו באשילדיגן שמשון אז ער מאכט חוזק פון איר, ער האט איר נישט אויסגעזאגט די ריכטיגע מהלך וויאזוי אים צו פאנגען. (כ'ווייס נישט פארוואס שמשון האט איר נישט דערלאנגט צוויי פראסקעס און פארשיקט לעולם ועד. ער האט דאך קלאר געזען אז זי ווידערשפעניגט אין אים און וויל אים איבערגעבן צו די פלשתים)

שמשון האט איר געזאגט אקעי, כוועל דיר זאגן די ריכטיגע מהלך מיר צו פאנגען... אויב זאל מען מיר בינדן מיט 'נייע' שטריק וועל איך ווערן כאחד האדם, מען וועט מיר קענען פאנגען. (זעט אויס אז קיינער האט נישט געדענקט אז נייע שטריק האט נישט געהאלפן דארטן ביים הרג'ענען די טויזנט פלשתים...)

יענע נאכט נאך וואס שמשון האט שוין געשלאפן איז דלילה געגאנגען און געבינדן איר מאן מיט נייע שטריק. זי האט זיך גענומען צו שרייען, די פלשתים זענען דא!! גלייך האט זיך שמשון אויפגעריסן פון די שטריק. זיין ווייב איז ווידער געבליבן חוזק. זי האט זיך ווידער גענומען צו מוטשענען שמשון אז ער זאל איר אויסזאגן די 'אמת'. שמשון האט איר געזאגט, אויב זאל מען אריינפעדעמען מיין האר אין א אייזענע קעמל און עס באפעסטיגן, וועל איך ווערן שוואך כאחד האדם. (משוגה זאל ער זיין איר אויסצוזאגן דעם אמת...) יענע נאכט איז דלילה ווידער געווען ביזי. זי האט געפעדעמט זיין האר אינעם קעמל פונקט ווי שמשון האט געזאגט. זי האט זיך גענומען צו שרייען, "די פלשתים זענען דא" שמשון האט זיך געגעבן א רייס ארויס פון די האר געמוידזשעכטץ מיט זיין געווענליכע גבורה...

דלילה האט זיך גענומען צו מוטשענען שמשון אז ער זאל איר זאגן די ריכטיגע וועג וויאזוי אים בייצוקומען. זי האט אים באשילדיגט אז ער האט איר נישט באמת ליב, און בשעת זיי האבן געהאלטן אינמיטן תשמיש, האט זי זיך געגעבן א גליטש ארויס פון אינטער אים. (סוטה דף ט:) שמשון האט נישט אויסגעהאלטן די צער, און האט מחליט געווען איר צו זאגן דעם אמת... 😲 😕 🙄
ער האט איר מגלה געווען אז זיין כוח קומט פון זיין האר צוליב וואס ער איז א נזיר פון געבורט, און אויב וועט מען אים דאס אפשניידן וועט ער פארלירן זיין גאנצע כוח. (כ'ווייס נישט וואס גבורה האט מיט נזירות אדער האר איינגעשטויסן.. אבער אזוי גייט די מעשה...)

דלילה האט געזען אז יעצט האט ער איר אויסגעזאגט דעם אמת, זי האט געלאזט ריפן די פלשתים און זיי געזאגט אז ענדליך קען זי שוין בייקומען שמשון. די פלשתים האבן איר געגלייבט און אנגעגרייט די געלט וואס זיי האבן איר צוגעזאגט. (פארוואס זיי האבן פונקט געגלייבט דאס מאל נאכן ווערן אויסגע'נער'ט דריי מאל..? ווייס איך נישט... דו ווילסט הערן א שיינע מעשה אדער דו ווילסט פרעגן קשיות?)

למעשה האט זיך שמשון געלייגט שלאפן אן קיין פראבלעם אדער חשדות... 😲 און ווען ער איז שוין טיף געשלאפן זענען די פלשתים אריינגעקומען, מען האט אים אפגעשניטן די האר.. און.. זי האט זיך גענומען צו שרייען.. "שמשון, די פלשתים זענען דא"! ער האט זיך שנעל אויפגעכאפט און פראבירט צו שטעלן א ווידערשטאנד, אבער ער האט שנעל איינגעזען אז עס איז צרות, זיין ווייב האט אים פארראטן און ער האט שוין מער נישט זיין האר (שאקינג ביז גאר...)

די פלשתים האבן אים אויסגעשטאכן זיינע אויגן און אים אריינגעפירט אין תפיסה. די נייעס אז די גיבור שמשון איז געפאנגן געווארן האט זיך בליץ שנעל פארשפרייט אין די נייעס. אלע פלשתים האבן געברענגט זייער ווייבער צו די תפיסה כדי אז שמשון זאל מזנה זיין מיט זייער ווייבער און אזוי ארום נתעבר צו ווערן פון אים. 🙄 😕 (סוטה דף י.)

די פירערס פון די פלשתים האבן אנגעגרייט א ריזיגע סעודה, און געשאכטן קרבנות פאר זייער אפגאט וואס האט זיי געגעבן זייער פיינט שמשון אין די הענט. זיי האבן מחליט געווען אריינצוברענגען שמשון צו משמח זיין דעם עולם ביים פארטי. שמשון האט טאקע בלית ברירה געטאנצען און פרייליך געמאכט דעם עולם. שמשון האט געבעטן פון דער וואס האט אים געהיטן אז היות ער איז שוין זייער אויסגעמוטשעט זאל ער אים לאזן זיך אנלאנען אויף די צוויי זיילן אינמיטן פון די זאל וואס האבן אינטערגעהאלטן דעם גאנצן בנין. די זאל איז געווען געפאקט מיט פלשתים און אויפן דאך האבן זיך דאן געפונען אזא דריי טויזנט נפשות- נישט מיר נישט דיר. שמשון האט אויפגעהויבן זיינע אויגן צום הימל און געבעטן די באשעפער אז ער זאל אים נאך איין לעצטע מאל צוריקגעבן זיינע כוחות...
שמשון האט געגעבן א ריק די עמודים, די גאנצע זאל איז אויפאמאל צאמגעפאלן און יעדער איינער איז געשטארבן. עס זענען דאן גע'הרג'ט געווארן מער מענטשן וויפול עס זענען ערמארדעט געווארן ביי די סעפטעמבער 11 אטאקעס...

גאנץ כלל ישראל האט באגלייט למנוחת עולם זייער הייליגע פירער, שופט, און העלד 'שמשון הגיבור', און אים באגראבן נעבן זיין טאטע מנוח ע"ה. (שופטים פרק ט"ז)
(בדרך אגב, עס איז היינט נישט באקאנט וואו עס געפינט זיך די קבר פון שמשון הגיבור... ולא ידע איש את קברתו עד היום הזה...)
* וואס שמשון האט אלץ מחדש געווען אין תורה במשך זיינע 20 יאר אלץ מנהיג פון די אידן, די דרשות וואס ער האט געהאלטן, די דיני תורות וואס ער האט געפירט, און אזוי אויך אלע אנדערע פרטים איבער וואס ער האט פאקטיש אויפגעטון אינעם רוחניות'דיגן געביט פאר כלל ישראל, איז נישט באקאנט.

זצוקללה"ה זי"ע ועכ"י אמן.
ת.נ.צ.ב.ה.

צוזאמגעדרייט » מיטוואך פעברואר 8, 2023 12:12 am

· #516718
Re: דאס לעבן און שאפן פונעם שופט און מאסן מערדער שמשון הגיבו
מעכטיג! שוין לאנג נישט געליינט אזא גוטץ, אזוי אין איין שאס.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך פעברואר 8, 2023 12:23 am

· #516719
יויש איז דאס זיס ווי א דבילה... (שמתוקה בפי הכל כדבילה... שהכל דשין בה כדבילה 😂 ) איי ווי שאפט מען היינט אזעלכע געשמאקע מאמרי חז"ל... ווי האט נאר מיין עלטער פעטער זיך אפגערעדט, זאגט ער אזוי: "איך פארשטיי נישט פארוואס מ'לערנט נישט היינט קיין נ"ך, די גאנצע פראבלעם מיט די משכילים איז געוועהן ווייל זיי האבן געלערנט נ"ך אן חז"ל, זאל מען לערנען נ"ך צוזאמען מיט די גמרא'ס פרשנות דערויף וועט נישט זיין וואס חושש צו זיין!" האט ער אויסגעשריגן מיט פאטאס. 😂 😂 😂

יאסל ראקאווער » מיטוואך פעברואר 8, 2023 12:27 am

· #516720
שכויעך פאר די געוואלדיגע ארבייט.

אז מ'רעדט שוין פון שמשון און זיין נזירות איז גאר אינטערעסאנט צו זען וואס די הייליגע מנחות אלעזר שרייבט אויף נזירים און פארוואס שמשון איז אנדערש.

נזירות, זאגט די מונקאטשער רב איז פאר משוגעים און פאנטאזירער. פאר מענטשען וואס שמועסן מיט קיען און ברעטער. אזוינע weirdos.

(אפשר טאקע טייטש ער די פסוק איש או אשה כי יפלא, אז די תורה טשעפעט זיי "א מאן אדער א פרוי וואס גייען אראפ.פון זינען און ווערן באצויבערט". די תורה מאכט עס אוועק און גיט דא tools פאר די משוגעים חדר פון נזירות, לויט מונקאטשע רב.)

אבער נישט פארשטייט זיך איינס און א מיליאן מענטשען ווי די הייליגע שמשון הגבור. ער איז נישט קיין משוגענער, אים האט א מלאך געזאגט צו ווערן א נזיר.
.

,ַ
📎 Screenshot_20230208_002715_WhatsApp.jpg

קהל'ס נער » מיטוואך פעברואר 8, 2023 1:36 am

· #516725
זייער שיין געשריבן, ס'האט מיך דערמאנט פונעם מאווי זוהי סדום, קיפ איט אפ, אינז ווארט מען אויף א באשרייבונג פון רחב הזונה, פלגש בגבעה, דוד ובת שבע, בועז ורות וכו'

וואלווי » מיטוואך פעברואר 8, 2023 1:53 am

· #516727
קהל'ס נער
זייער שיין געשריבן, ס'האט מיך דערמאנט פונעם מאווי זוהי סדום, קיפ איט אפ, אינז ווארט מען אויף א באשרייבונג פון רחב הזונה, פלגש בגבעה, דוד ובת שבע, בועז ורות וכו'
אסתר קרקע עולם...

שמן למאור » מיטוואך פעברואר 8, 2023 2:05 am

· #516728
קהל'ס נער
זייער שיין געשריבן, ס'האט מיך דערמאנט פונעם מאווי זוהי סדום, קיפ איט אפ, אינז ווארט מען אויף א באשרייבונג פון רחב הזונה, פלגש בגבעה, דוד ובת שבע, בועז ורות וכו'
זוהי סדום באקט סתם א מעשה 'באזירט' אויף די מעשה פון תנ"ך. איך האב גארנישט אויסגעטראכט, סך הכל איז עס איבערגעטייטשט אויף אידיש דאס וואס עס שטייט אין די פסוקים און אין די גמרא. כ'האב עס טאקע אראפגעלייגט אויף מיין שפראך, אבער די עצם מעשה שטייט אלעס אין חז"ל...

אלבערט איינשטיין » מיטוואך פעברואר 8, 2023 3:37 am

· #516729
Re: דאס לעבן און שאפן פונעם שופט און מאסן מערדער שמשון הגיבו
גראדע איז דא א קבר פון שמשון הגיבור לעבן בית שמש וואס דארטן איז אנגעבליך די געגענט פון קרית גת ווי די פלישטים האבן געוואוינט.
ווי אויך געפונט זיך דארטן די קבר פון דן בן יעקב דארטן.
איך ווייס נישט ווי אקוראט במסורה עס איז. אבער אייביג זענען דארטן דא ספרדישע יודן פארוואגעלט דארטן.

די גוטע מוסר השכל פון שמשון הגיבור. און נאך אנדערע פירערס פון כלל ישראל בימי השופטים איז צו זיין א פירער פון כלל ישראל דארף מען נישט זייו אן ערליכע יוד. מען דארף פשוט זיין קוואליציפיט צו קענען העלפן יודן.
געהערט זאגן אז מאיר כהנא פלעגט עס נוצן אלץ אן ענטפער אויף ציונית

מי אני » מיטוואך פעברואר 8, 2023 8:13 am

· #516732
‏
שמן למאור
די נאמען פון מנוח'ס ווייב איז אומבאקאנט, עס ווערט נישט דערמאנט אין די פסוקים.. זעט אויס אז אין יענע צייטן האבן פרויען נאכנישט געטראגן אזא חשיבות. זי ווערט סך הכל אנגעריפן 'אשת מנוח'
אין ב״ב צא. זאגט די גמרא אז די מאמע של שמשון, אשת מנוח, האט געהייסן צללפונית. עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז דער רשב״ם דארט שרייבט דערויף:
משום דאיירי בה קרא טובא וכתיב נמי לאביו ולאמו לא הגיד הוצרך לפרש שכל הדברים האלו שואלין המינים מה טעם אין אנו יודעין שמותן
דער יפה עינים דארט צייכענט צו צום מדרש בבמדב״ר (י ה) אז דאס איז ״הצללפוני״ וואס ווערט דערמאנט בדברי הימים א (ד ג) ע״ש. דער רד״ק דארט וואונדערט זיך טאקע פארוואס די פסוק דערמאנט די נאמען פון זייער שוועסטער ע״ש. און אז מ׳האט געפרעגט איבער שמשון׳ס תורה, ברענגט וויקיפדיה צו א מדרש משלי/אשת חיל לגבי איר נאמען:
הייתה טווה ומוכרת בשוק ומגדלת את בנה, ולא עוד אלא, הייתה יושבת ודורשת עד שהצלילה התורה (מדרש אשת חיל בתמ"ד – ב, קמט)
יוסיפון, אין זיין קדמוניות היהודים (ספר ה פ״ח), זאגט אז אז זי איז געווען גאר א שיינע פרוי און מנוח האט איר חושד געווען אין מזנה זיין מיט׳ן מלאך, ולכן האט זי געוואלט די מלאך זאל זיך נאכאמאל באווייזן צו איר צוזאמען מיט׳ן מאן מנוח ווען ער איז דארט. די גמרא אין ברכות סא. ועירובין חי: האט טאקע נישט קיין הויכע אפּיניאן איבער מנוח ועם הארץ היה ע״ש. דר. מאַרק צבי בּרעטלער האלט אז דאס איז טאקע וואס די פסוק וויל זאגן: אז די מלאך איז באמת שמשון׳ס טאטע!

כידוע (ועפ״י הנ״ל) האלטן די חוקרים אז שמשון איז א לעגענדארע מיטאלאגישע דעמיגאט פיגור כעין העראקליס וואס איז געווען פארשפרייט בין העם און האט זיך אזוי ״אריינגעגליטשט״ מער ״גע׳כשר׳ט״ בנ״ך. דא ברענגען זיי צו אז אפילו בזמן התלמוד זענען געווען די וואס האבן געהאלטן אזוי און דערפאר האבן חז״ל געזוכט צו אידענטיפיצירן אשת מנוח ואם שמשון, און אפילו אים דארט געגעבן א שוועסטער מיט׳ן נאמען ״נשיין״:
Even in the Talmudic period many seem to have denied that Samson was a historic figure; he was apparently regarded as a purely mythological personage. A refutation of this heresy is attempted by the Talmud, which gives the name of his mother, and states that he had a sister also, named "Nishyan" or "Nashyan"
ולגבי דאס הייראטן מן העמים, הא׳מיר פון דא און ווייטער צוגעברענגט אז עס זענען געווען קעגנזייטיגע סטרענדס ביהדות באותו הזמן וואס זענען געווען קעגן חתנות און פאר חתנות. מ׳קען אולי זאגן אז במעשה של שמשון איז אויך געווען א פּאלעמיק קעגן חתנות. ועיין שם מה שהבאתי מר׳ צדוק הכהן מלובלין.

ליב צו וויסן » מיטוואך פעברואר 8, 2023 9:50 am

· #516733
גאר שטארק!!
שטעל דיך נישט אפ.

קאצקע ציקער » מיטוואך פעברואר 8, 2023 9:57 am

· #516735
האסט למעשה נישט פארענטפערט די חידה

סקעפטיקער » מיטוואך פעברואר 8, 2023 11:23 am

· #516738
שמן למאור
נו! דאס איז אלעס העכערע זאכן וואס מיר האבן בכלל נישט קיין השגה אין דעם, די חטאים פון די אידן פון אמאל איז נישט עפעס וואס מיר קענען בכלל משיג זיין!

שמן למאור » מיטוואך פעברואר 8, 2023 11:24 am

· #516739
אלבערט איינשטיין
גראדע איז דא א קבר פון שמשון הגיבור לעבן בית שמש וואס דארטן איז אנגעבליך די געגענט פון קרית גת ווי די פלישטים האבן געוואוינט.
ווי אויך געפונט זיך דארטן די קבר פון דן בן יעקב דארטן.
איך ווייס נישט ווי אקוראט במסורה עס איז. אבער אייביג זענען דארטן דא ספרדישע יודן פארוואגעלט דארטן.
פארשטייט זיך אז די קבר איז בכלל נישט מקובל, עיין כאן

עס געפעלט מיר דאס בעסטע די חלק:
📎 Screenshot_20230208-112213_Chrome.jpg

שמן למאור » מיטוואך פעברואר 8, 2023 11:34 am

· #516740
קאצקע ציקער
האסט למעשה נישט פארענטפערט די חידה
איך האב געשריבן ווי פאלגנד:
ס'איז געקומען די זיבעטע טאג און די חברה זענען געקומען צו שמשון מיט שמייכלען אויף זייער געזיכטער. זיי האבן אזוי געפרעגט פון שמשון ציניש.. נו, וואס איז דען זיסער פון האניג און וואס איז דען שטערקער פון א לייב! ווי צו זאגן.. אונז האבן דער תירוץ אויף דיין חידה.
איך האב געמיינט אז עס איז מובן מאליו, לאמיר עס בעסער מסביר זיין. שמשון האט מיט זיין חידה געמיינט דעם לייב וואס ער האט ערמארערט און די בינען שטאק וואס האט זיך באזעצט דערין.

"פון דעם אויפעסער [דהיינו א לייב וואס איז א פארציקנדע חיה- אן אויפעסער] איז ארויס א עסן [דהיינו דעם האניג; אדער איז פשט, דער לייב וואס איז יעצט א עסן פאר עופות] און פון דער שטארקער [ד.מ. דער לייב] איז ארויס א זיסע זאך [ד.מ. די האניג]

שמן למאור » מיטוואך פעברואר 8, 2023 11:36 am

· #516741
סקעפטיקער
שמן למאור
נו! דאס איז אלעס העכערע זאכן וואס מיר האבן בכלל נישט קיין השגה אין דעם, די חטאים פון די אידן פון אמאל איז נישט עפעס וואס מיר קענען בכלל משיג זיין!
Lol

קאצקע ציקער » מיטוואך פעברואר 8, 2023 12:57 pm

· #516742
שמן למאור
קאצקע ציקער
האסט למעשה נישט פארענטפערט די חידה
איך האב געשריבן ווי פאלגנד:
ס'איז געקומען די זיבעטע טאג און די חברה זענען געקומען צו שמשון מיט שמייכלען אויף זייער געזיכטער. זיי האבן אזוי געפרעגט פון שמשון ציניש.. נו, וואס איז דען זיסער פון האניג און וואס איז דען שטערקער פון א לייב! ווי צו זאגן.. אונז האבן דער תירוץ אויף דיין חידה.
איך האב געמיינט אז עס איז מובן מאליו, לאמיר עס בעסער מסביר זיין. שמשון האט מיט זיין חידה געמיינט דעם לייב וואס ער האט ערמארערט און די בינען שטאק וואס האט זיך באזעצט דערין.

"פון דעם אויפעסער [דהיינו א לייב וואס איז א פארציקנדע חיה- אן אויפעסער] איז ארויס א עסן [דהיינו דעם האניג; אדער איז פשט, דער לייב וואס איז יעצט א עסן פאר עופות] און פון דער שטארקער [ד.מ. דער לייב] איז ארויס א זיסע זאך [ד.מ. די האניג]
א דאנק.

דאס איז דאך די באקאנטע מעז יצא מתוק וואס בעלי דרשנים ניצן

סקעפטיקער » מיטוואך פעברואר 8, 2023 3:15 pm

· #516743
איך האלט שוין לאנג אז עס פעלט א אידישע בייבל, פשוט די פסוקים איבערגעטייטשט אויף אידיש, אן קיין פילטערס און דריידלעך, אזא שטייגער ווי יהואש נאר אויף מאמע לשון. די עולם הייבט נישט אן צו וויסן וואס דארט שטייט

מצפצף » מיטוואך פעברואר 8, 2023 4:08 pm

· #516747
עיין במאווי Delilah.

כרם זית » מיטוואך פעברואר 8, 2023 4:11 pm

· #516748
Re: דאס לעבן און שאפן פונעם שופט און מאסן מערדער שמשון הגיבו
סקעפטיקער
איך האלט שוין לאנג אז עס פעלט א אידישע בייבל, פשוט די פסוקים איבערגעטייטשט אויף אידיש, אן קיין פילטערס און דריידלעך, אזא שטייגער ווי יהואש נאר אויף מאמע לשון. די עולם הייבט נישט אן צו וויסן וואס דארט שטייט
עס איז דא א אידישער בייבל, ארויסגעגעבן יארן צוריק דורך די פארווערטס.

סקעפטיקער » מיטוואך פעברואר 8, 2023 4:13 pm

· #516749
כרם זית
סקעפטיקער
איך האלט שוין לאנג אז עס פעלט א אידישע בייבל, פשוט די פסוקים איבערגעטייטשט אויף אידיש, אן קיין פילטערס און דריידלעך, אזא שטייגער ווי יהואש נאר אויף מאמע לשון. די עולם הייבט נישט אן צו וויסן וואס דארט שטייט
עס איז דא א אידישער בייבל, ארויסגעגעבן יארן צוריק דורך די פארווערטס.
מה שמו?

berlbalaguleh » מיטוואך פעברואר 8, 2023 8:27 pm

· #516758
אז דער פארווערטס האט ארויסגעגעבן דעם בייבל, איז עס א סאציאליטיש/קאמוניסטישע..."תורה"...קארל מארקס איז משה רבנו. (עפ"ל). די צען קאמוניסטישע געבאט זענען.1) מ'זאלל פיינט האבן דעם בעל הבית. אלע זענען גלייך (אין דער ערד). יו פילל אין דהע רעסט...!

קאצקע ציקער » מיטוואך פעברואר 8, 2023 9:04 pm

· #516759
טראכט אריין נעקסטע וואך איז דא אן ארטיקל אינעם מאמענט אדער אין שטיבל אן ארטיקל וועגן שמשון הגיבור און דאס קעפל שטייט אזוי ווי דא .... א מאסן מערדער עס וואלט געגאנגען אזאלכע חרמות omg

רביה''ק זי''ע » מיטוואך פעברואר 8, 2023 9:20 pm

· #516760
שמן למאור
אויפן דאך האבן זיך דאן געפונען אזא דריי טויזנט נפשות- נישט מיר נישט דיר.
דאס האט מיר דערמאנט פון נאך א באקאנטע מעשה וואס אן אלטער בעלזער יושב האט פארציילט, האט ער פארציילט אזוי, אז ער געדענקט אז ביים חנוכה לעכט צינדן פונעם מיטעלן רב זענען געווען הונדערט-און-פופציג-טויזנט מענטשן. אויך זענען געשטאנען אין ציממער דארט צוויי לייטערס, אויפ'ן גרויסען לייטער זענען געשטאנען הונדערט-טויזענט מענטשן, און אויפ'ן קליינעם לייטער זענען געשטאנען זיבעציג-טויזענט מענטשן. האט אן אויבערחכם אריינגעהאקט און זיך אנגערופן אז אויב אזוי איז דאך אויף די לייטערס אליינס געווען מער פון הונדערט-און-פופציג טויזענט..? "גערעכט" - האט דער יושב געענטפערט- "דאס איז טאקע געווען נאר פון די לייטערס אליינס, אבער באמת איז געווען אסאך אסאך מער..."

לעגענדע פארציילט אז דער בעלזער יושב זיצט נאך היינט און ענטפערט קשיות אויף דיעס מעשה, און מיט יעדעס קשיא קומען צו נאך אפאר טויזענט מענטשן צו די מעשה...

און אז מ'רעדט שוין, האב איך אמאל פארציילט פאר א באקאנטער מיינער א מופת מעשה פון בעלזער רב, עפעס אז זיין בענקל האט זיך גענומען שוועבן אינמיטן טיש און דער משב"ק האט עס אנגעכאפט, איך געדענק שוין נישט פונקטליך. הקיצור, יענער האלט זיך א הויכבאשפריצטער אויפגעקלערטער וואס כלופרשט גלייבט ער נישט קיין מעשיות, אוי האט ער זיך צולאכט הויעך אויפ'ן קול: "הייסט עס אז מתן תורה און קריעת ים סוף גלייבסטו נישט, נאר א מעשה פון בעלזער רב דאס גלייבסטו?". שוין, האב איך איהם געלאזט זיך אויסלאכן און אויסטשוכן, דערנאך האב איך איהם מסביר געוועהן אז די לאגיק איז זייער פשוט. די מעשה פון בעלזער רב האב איך געליינט אין א בוך פון משב"ק פלוני (דעמאלטס האב איך נאך געדענקט זיין נאמען) וואס האט עס געזעהן מיט די אייגענע אויגן, ער שרייבט אפילו אז ער האלט נישט פון פארציילן מופתים מעשיות אבער פטור בלא כלום אי אפשר פארציילט ער צוויי מעשיות דארט און דאס איז איינס פון די צוויי, ער לעבט נאך און מ'קען איהם גיין פרעגן און באשטעטיגן, די איינציגסטע אויסוועג פון גלייבן דעם מעשה איז נאר אויב מ'זאגט אז דער משב"ק פלוני איז א פאלנער ליגנער אדער פאנטאזירער וואס דאס איז א ספק, העכסטנס גיב איך עס א 50 פראצענט שאנס צו זיין אמת. מתן תורה און קריעת ים סוף ווידער זענען דא צענדליגער ענליכע לעגענדעס וואס דרייען זיך ארום און מיר ווייסן פונקטליך וויאזוי אזעלכע מעשיות עוואלוון מיט די צייט, וויאזוי broken telephone ארבעט, און אויך וואסערע אגענדע די פראפאגאנדירער דערפון האבן... און וואס איז די שאנס אז אין די גאנצע קייט פון פארציילער פון ווען די מעשה איז אנגעבליך געשעהן ביז ווען ס'איז אראפגעשריבן געווארן אינעם פארמאט וואס מיר האבן היינט איז נישט געוועהן קיין איין ליגנער, פאנטאזירער אדער סתם א מגזם? ס'איז פשוט סטאטיסטיש אוממעגליך... בקיצור המעשה...

שמן למאור » מיטוואך פעברואר 8, 2023 10:46 pm

· #516762
דערמאנסט מיר פון דער גורער וואס האט פארציילט ווי אין די גורע שטיבל אינדערהיים ביים אמרי אמת, האבן געהאנגען פיפציג אידן פונעם לייטער.

האט אים איינער געפרעגט, וויאזוי קען בכלל פיטן פיפציג מענטשן אויף א קליינע לייטער? ס'בכלל נישטא אזוי פיל פלאץ פאר זייער פיס צו שטיין דערויף.

האט זיך א צווייטער אנגעריפן.. "ס'איז בכלל נישט געווען קיין פראבלעם מיט די פיס, ווייל שקר אין לו רגלים"...

שמן למאור » דאנערשטאג פעברואר 9, 2023 1:22 pm

· #516787
פאר די וואס ווילן האבן דעם ארטיקל אויף א pdf פארמאט.
📎 שמשון הגיבור.pdf

מרדכי מרדכי » דאנערשטאג פעברואר 9, 2023 9:57 pm

· #516802
https://t.me/storysfromchazal/3

איינער פארשפרייט שוין די מעשה אן קרעדיט (חוץ אויב ביזטו עס)

שמן למאור » דאנערשטאג פעברואר 9, 2023 10:12 pm

· #516803
מרדכי מרדכי
https://t.me/storysfromchazal/3

איינער פארשפרייט שוין די מעשה אן קרעדיט (חוץ אויב ביזטו עס)
ער האט עס געעפנט ברשותי. זאלן נאך אידן הנאה האבן...

yesiknow » דאנערשטאג פעברואר 9, 2023 11:19 pm

· #516804
אני לא רוצה להיות במקום ובזמן שאתה יפגוש עם שמשון הגיבור וד"ל
לא כדאי להתעסק בדברים האלה כידוע הסיפור של מנשה מלך ישראל מי שדיבר עליו.

אבל פה בחדר כל אחד היא חכם בעיניו ופעמים גם אובר חכם אני את נפשי הצלתי עוד מעט אומרים ביוצרות אם חכמת חכמת לך ואם וכו'
עכשיו לומדים נזיר שם מבואר מה זה נזירות שמשון דוק ותשכח לאוו יו טא...

שמן למאור » פרייטאג פעברואר 10, 2023 12:14 am

· #516809
yesiknow
אני לא רוצה להיות במקום ובזמן שאתה יפגוש עם שמשון הגיבור וד"ל
לא כדאי להתעסק בדברים האלה כידוע הסיפור של מנשה מלך ישראל מי שדיבר עליו.

אבל פה בחדר כל אחד היא חכם בעיניו ופעמים גם אובר חכם אני את נפשי הצלתי עוד מעט אומרים ביוצרות אם חכמת חכמת לך ואם וכו'
עכשיו לומדים נזיר שם מבואר מה זה נזירות שמשון דוק ותשכח לאוו יו טא...
זייט דו שוועבסט אין די ליפטן מיט דיין פארקראכטע לשון קודש, ביסטו עפעס נישט געהעריג מיט אונז...

מצפצף » פרייטאג פעברואר 10, 2023 12:56 am

· #516812
yesiknow
אני לא רוצה להיות במקום ובזמן שאתה יפגוש עם שמשון הגיבור וד"ל
לא כדאי להתעסק בדברים האלה כידוע הסיפור של מנשה מלך ישראל מי שדיבר עליו.

אבל פה בחדר כל אחד היא חכם בעיניו ופעמים גם אובר חכם אני את נפשי הצלתי עוד מעט אומרים ביוצרות אם חכמת חכמת לך ואם וכו'
עכשיו לומדים נזיר שם מבואר מה זה נזירות שמשון דוק ותשכח לאוו יו טא...
דיברתי עכשיו עם שמשון הגיבור, ואמר לי למסור בשמו שמשום שמחית לא יענישך כמו שיעניש כל חברי ק"ש...

קהל'ס נער » פרייטאג פעברואר 10, 2023 1:43 am

· #516814
yesiknow
אני לא רוצה להיות במקום ובזמן שאתה יפגוש עם שמשון הגיבור וד"ל
לא כדאי להתעסק בדברים האלה כידוע הסיפור של מנשה מלך ישראל מי שדיבר עליו.

אבל פה בחדר כל אחד היא חכם בעיניו ופעמים גם אובר חכם אני את נפשי הצלתי עוד מעט אומרים ביוצרות אם חכמת חכמת לך ואם וכו'
עכשיו לומדים נזיר שם מבואר מה זה נזירות שמשון דוק ותשכח לאוו יו טא...
אוו די אלע אויבער חכמים וואס האבן גערעדט אויף סופערמען און ספיידרמען האבן אויך חרטה געהאט......
ווי זאגט יענער, איינער וואס סטראשעט טשעפעט נישט........

שמן למאור » מוצ"ש פעברואר 11, 2023 8:26 pm

· #516838
דא האט איר די מעשה פון שמשון הגיבור אין אן אנימאציע פארמאט, איינגעטיילט אין דריי חלקים. די מחבר דערפון איז נישט קיין היימישער און ממילא ברענגט ער נישט די מאמרי חז"ל אויף דעם ענין...

ווארענונג! נישט פאר קיין שוואכע הערצער אדער פאר די וואס קענען נישט פארנעמען קיין ליצנות...

חלק א'

חלק ב'

חלק ג'

יאסל ראקאווער » מוצ"ש פעברואר 11, 2023 9:05 pm

· #516841
איך קוק אין נישט אן אלץ א מושחת, מער ווי א כח'ניק.

דאס הייסט זיינע מעשים אנטקעגען די פאלעסטינע פלשתים זענען נישט געווען בחלל ריק. ווי ס'איז מבואר אין שמואל, שופטים האבן די פאלעסטינע טערעזירט די אידן און ער האט זיי צוריק טערעזירט. שמשון הגיבור, שאול המלך, דוד המלך, אלע שלאגן זיך ארום מיט פלשתים. מיט די כללי המלחמה פון אמאל האט ער זיך נישט אויפגעפירט מיט אז אפגעפרעגקייט ווי די לייקסט עס אראפ. כאטשיג ער האט זיך פארליבט און דלליה און ער האט געהאט אן עדיקשען פראבלעם.

קיין גרויסע חניאק איז ער טאקע נישט געווען איז יא אינטערעסאנט אז ער איז א סימבאל פאר נזירות און ערליכקייט.

צפת » זונטאג פעברואר 12, 2023 8:37 am

· #516870
שמן למאור
אונזער שמשון איז אינטערגעוואקסן גאר א שטארקע בחורל, ממש א שמשון הגיבור, און די באשעפער האט אים געבענשט, מיט וואס- וועסטו פרעגן? מיט דעם אז זיין אבר איז טאקע געווען א געווענליכע סייז, אבער עס האט גערינען דערפון זרע ווי א טייך... 😕 😲 (סוטה י.)
...
זצוקללה"ה זי"ע ועכ"י אמן.
ת.נ.צ.ב.ה.
האסט נישט גוט אפגעלערנט די גמרא:
אין פסוק שטייט "ויגדל הנער ויברכהו ה'". פרעגן חז"ל "במה ברכו"?

ענטפערט דערויף די גמרא, אז אפילו ער איז נאך געווען א "נער" - א קינד, איז ער געבענשט געווארן אז זיין אבר איז געווען די געהעריגע סייז אזוי ווי אן ערוואקסענער מענטש (גרעסער ווי א געווענליכער קינד) און עס האט גערינען דערפון זרע ווי א טייך... איר וואלט אייך אלע געוואונטשן אזא ברכה!

אבער וואס האט דאס מיט שמשון? - אז דער אויבערשטער האט אים באשאפן מיט אזא תכונת הנפש און מיט אזא סייז אבר, דאן וואס פונקטליך איז ער שולדיג דערין? - שטעלט אייך פאר אז מען קומט אייך דערציילן אויף טאהשער רבי זצוק"ל, אז זייענדיג א יונגל האט ער שוין געהאט א ריזיגן אבר און ס'האט געקענט רינען דערפון זרע ווי א טייך, מיינט דאס אז ער איז געווען א שגץ? - איי מין, דאס איז דאך א ברכה וואס עס שטייט אין די תורה אז דער אויבערשטער האט דאס אים געגעבן, נישט אז שמשון האט זיך דאס אליין אנגעמאכט? - איך גלויב נישט אז איר האלט, אז יעדער מיט א לאנגער אבר א שגץ. - און אפשר אז מאטי שטיינמעץ קוקט אויס ווי א פרוי און זינגט מיידליש, מיינט דאס אז עפעס איז ראנג מיט אים? - וואס ווילט איר פון דעם שמשון, אז דער אויבערשטער האט אים אזוי געמאכט מיט א לאנגן אבר - לאזט אים אפ!

yesiknow » זונטאג פעברואר 12, 2023 9:52 am

· #516872
צפת

ער וויל דאך אראפברענגען שמשון הגיבור מיט אלעס ארום מיז ער דאס מגשם זיין אין בויען א נערעטיוו עס זאל שטומען מיט זיין אג'נדה לייגט ער דאס אראפ אויף אזא אופן מען ברענג נאר די מפרשי המקרא וואס זאל מאכען די "מעשה" מער קאלערפול אין עס זאל לאזען די איינדרוק פאר די קאווע טרינקערס ,אין א וועג לשיטתו פון דעהם געלונגענע שרייבר איז ער דאך פשוט מתכבד בקלון חבירו, וואלט ער דאס געטהון צו זיין אייגענע קינד אלעס לשיטתו.

ער קען דאס טהון מיט אסאך אנדערע נביאים ונביאות וכו' ער איז אויך נישט דער ערשטע וואס טהוט דאס
דאס איז שוין אזא איינגעפירטע מהלך אין אלע דורות יעצט זעה איך אז אלעס איז געשריבען דורעך די טשעט עי איי שוין סתם קינדעריש מפני חוסר הזמן קצרתי ועוד חזון לקאווע גיי מיר מאכען א פיינע קאוועלע

מתבודד » זונטאג פעברואר 12, 2023 9:55 am

· #516873
שמשון איז געווען גענוג גיבור אז אזא ארטיקל זאל אים נישט באליידיגן...

פאר אלע וואס זארגן זיך פאר זיין קפידא ודוק בוקר טוב צפרא טבא

שמן למאור » זונטאג פעברואר 12, 2023 11:00 am

· #516882
yesiknow
צפת
שמן למאור
אונזער שמשון איז אינטערגעוואקסן גאר א שטארקע בחורל, ממש א שמשון הגיבור, און די באשעפער האט אים געבענשט, מיט וואס- וועסטו פרעגן? מיט דעם אז זיין אבר איז טאקע געווען א געווענליכע סייז, אבער עס האט גערינען דערפון זרע ווי א טייך... 😕 😲 (סוטה י.)
...
זצוקללה"ה זי"ע ועכ"י אמן.
ת.נ.צ.ב.ה.
האסט נישט גוט אפגעלערנט די גמרא:
אין פסוק שטייט "ויגדל הנער ויברכהו ה'". פרעגן חז"ל "במה ברכו"?

ענטפערט דערויף די גמרא, אז אפילו ער איז נאך געווען א "נער" - א קינד, איז ער געבענשט געווארן אז זיין אבר איז געווען די געהעריגע סייז אזוי ווי אן ערוואקסענער מענטש (גרעסער ווי א געווענליכער קינד) און עס האט גערינען דערפון זרע ווי א טייך... איר וואלט אייך אלע געוואונטשן אזא ברכה!

אבער וואס האט דאס מיט שמשון? - אז דער אויבערשטער האט אים באשאפן מיט אזא תכונת הנפש און מיט אזא סייז אבר, דאן וואס פונקטליך איז ער שולדיג דערין? - שטעלט אייך פאר אז מען קומט אייך דערציילן אויף טאהשער רבי זצוק"ל, אז זייענדיג א יונגל האט ער שוין געהאט א ריזיגן אבר און ס'האט געקענט רינען דערפון זרע ווי א טייך, מיינט דאס אז ער איז געווען א שגץ? - איי מין, דאס איז דאך א ברכה וואס עס שטייט אין די תורה אז דער אויבערשטער האט דאס אים געגעבן, נישט אז שמשון האט זיך דאס אליין אנגעמאכט? - איך גלויב נישט אז איר האלט, אז יעדער מיט א לאנגער אבר א שגץ. - און אפשר אז מאטי שטיינמעץ קוקט אויס ווי א פרוי און זינגט מיידליש, מיינט דאס אז עפעס איז ראנג מיט אים? - וואס ווילט איר פון דעם שמשון, אז דער אויבערשטער האט אים אזוי געמאכט מיט א לאנגן אבר - לאזט אים אפ!
ער וויל דאך אראפברענגען שמשון הגיבור מיט אלעס ארום מיז ער דאס מגשם זיין אין בויען א נערעטיוו עס זאל שטומען מיט זיין אג'נדה לייגט ער דאס אראפ אויף אזא אופן מען ברענג נאר די מפרשי המקרא וואס זאל מאכען די "מעשה" מער קאלערפול אין עס זאל לאזען די איינדרוק פאר די קאווע טרינקערס ,אין א וועג לשיטתו פון דעהם געלונגענע שרייבר איז ער דאך פשוט מתכבד בקלון חבירו, וואלט ער דאס געטהון צו זיין אייגענע קינד אלעס לשיטתו.

ער קען דאס טהון מיט אסאך אנדערע נביאים ונביאות וכו' ער איז אויך נישט דער ערשטע וואס טהוט דאס
דאס איז שוין אזא איינגעפירטע מהלך אין אלע דורות יעצט זעה איך אז אלעס איז געשריבען דורעך די טשעט עי איי שוין סתם קינדעריש מפני חוסר הזמן קצרתי ועוד חזון לקאווע גיי מיר מאכען א פיינע קאוועלע
יא, מיר דארפן דערגיין ווער עס זענען די געפערליכע חברה וואס האבן אפגעשריבן אזא נעראטיוו און עס אריינגעשריבן אין א ספר וואס הייסט 'שופטים' און 'תלמוד בבלי'.

אגב די ווידיאוס זענען נאך געמאכט געווארן באפאר עס האט עקזיסטירט די AI צו מאכן בילדער. און די איבערזעצער וואס האט איבערגעזעצט דא די מעשה פון נ"ך אויף אידיש האט זיכער נישט געניצט קיין AI.

סקעפטיקער » זונטאג פעברואר 12, 2023 11:13 am

· #516884
צפת
שמן למאור
אונזער שמשון איז אינטערגעוואקסן גאר א שטארקע בחורל, ממש א שמשון הגיבור, און די באשעפער האט אים געבענשט, מיט וואס- וועסטו פרעגן? מיט דעם אז זיין אבר איז טאקע געווען א געווענליכע סייז, אבער עס האט גערינען דערפון זרע ווי א טייך... 😕 😲 (סוטה י.)
...
זצוקללה"ה זי"ע ועכ"י אמן.
ת.נ.צ.ב.ה.
האסט נישט גוט אפגעלערנט די גמרא:
אין פסוק שטייט "ויגדל הנער ויברכהו ה'". פרעגן חז"ל "במה ברכו"?

ענטפערט דערויף די גמרא, אז אפילו ער איז נאך געווען א "נער" - א קינד, איז ער געבענשט געווארן אז זיין אבר איז געווען די געהעריגע סייז אזוי ווי אן ערוואקסענער מענטש (גרעסער ווי א געווענליכער קינד) און עס האט גערינען דערפון זרע ווי א טייך... איר וואלט אייך אלע געוואונטשן אזא ברכה!

אבער וואס האט דאס מיט שמשון? - אז דער אויבערשטער האט אים באשאפן מיט אזא תכונת הנפש און מיט אזא סייז אבר, דאן וואס פונקטליך איז ער שולדיג דערין? - שטעלט אייך פאר אז מען קומט אייך דערציילן אויף טאהשער רבי זצוק"ל, אז זייענדיג א יונגל האט ער שוין געהאט א ריזיגן אבר און ס'האט געקענט רינען דערפון זרע ווי א טייך, מיינט דאס אז ער איז געווען א שגץ? - איי מין, דאס איז דאך א ברכה וואס עס שטייט אין די תורה אז דער אויבערשטער האט דאס אים געגעבן, נישט אז שמשון האט זיך דאס אליין אנגעמאכט? - איך גלויב נישט אז איר האלט, אז יעדער מיט א לאנגער אבר א שגץ. - און אפשר אז מאטי שטיינמעץ קוקט אויס ווי א פרוי און זינגט מיידליש, מיינט דאס אז עפעס איז ראנג מיט אים? - וואס ווילט איר פון דעם שמשון, אז דער אויבערשטער האט אים אזוי געמאכט מיט א לאנגן אבר - לאזט אים אפ!
ווער האט געזאגט אז דאס מאכט אוועק שמשון? די וואונדער איז נאר אויף די וואס האבן נישט געקענט טרעפן קיין אנדערע ברכה וואס די אייבערשטער האט אים געגעבן

שמן למאור » זונטאג פעברואר 12, 2023 11:20 am

· #516885
צפת
שמן למאור
אונזער שמשון איז אינטערגעוואקסן גאר א שטארקע בחורל, ממש א שמשון הגיבור, און די באשעפער האט אים געבענשט, מיט וואס- וועסטו פרעגן? מיט דעם אז זיין אבר איז טאקע געווען א געווענליכע סייז, אבער עס האט גערינען דערפון זרע ווי א טייך... 😕 😲 (סוטה י.)
...
זצוקללה"ה זי"ע ועכ"י אמן.
ת.נ.צ.ב.ה.
האסט נישט גוט אפגעלערנט די גמרא:
אין פסוק שטייט "ויגדל הנער ויברכהו ה'". פרעגן חז"ל "במה ברכו"?

ענטפערט דערויף די גמרא, אז אפילו ער איז נאך געווען א "נער" - א קינד, איז ער געבענשט געווארן אז זיין אבר איז געווען די געהעריגע סייז אזוי ווי אן ערוואקסענער מענטש (גרעסער ווי א געווענליכער קינד) און עס האט גערינען דערפון זרע ווי א טייך... איר וואלט אייך אלע געוואונטשן אזא ברכה!

אבער וואס האט דאס מיט שמשון? - אז דער אויבערשטער האט אים באשאפן מיט אזא תכונת הנפש און מיט אזא סייז אבר, דאן וואס פונקטליך איז ער שולדיג דערין? - שטעלט אייך פאר אז מען קומט אייך דערציילן אויף טאהשער רבי זצוק"ל, אז זייענדיג א יונגל האט ער שוין געהאט א ריזיגן אבר און ס'האט געקענט רינען דערפון זרע ווי א טייך, מיינט דאס אז ער איז געווען א שגץ? - איי מין, דאס איז דאך א ברכה וואס עס שטייט אין די תורה אז דער אויבערשטער האט דאס אים געגעבן, נישט אז שמשון האט זיך דאס אליין אנגעמאכט? - איך גלויב נישט אז איר האלט, אז יעדער מיט א לאנגער אבר א שגץ. - און אפשר אז מאטי שטיינמעץ קוקט אויס ווי א פרוי און זינגט מיידליש, מיינט דאס אז עפעס איז ראנג מיט אים? - וואס ווילט איר פון דעם שמשון, אז דער אויבערשטער האט אים אזוי געמאכט מיט א לאנגן אבר - לאזט אים אפ!
איך טראכט אז עס קען זיין אז בשעת די מעשה איז געשריבן געווארן איז עס נאכנישט געווען אזא עוולה, פארקערט מען האט עס אנגעקוקט ווי א געהעריגע מעלה.

עס איז נאכנישט געווען דעמאלסט קיין זוהר וואס זאל זאגן אז הוז"ל איז א הארבע זאך, און די אלע מימרות פון אמוראים אז עס איז הארב איז אויך בערך פון יענע תקופה ווי די גמרא דרש'נט אז די באשעפער האט אים געבענטשט מיט דעם זאך. זעט אויס אז די געדאנק אז עס איז הארב און שלעכט האט זיך דעמאלטס אנגעהויבן צו אנטוויקלען.

געדענק, ווען די פסוק זאגט אז ער איז געבענטשט געווארן מיט דעם זאך, איז ער נאכנישט געווען חתונה געהאט, דאס פארציילט דאך די פסוקים שפעטער. קומט דאך אויס אז ווען די פסוק זאגט אז די באשעפער 'האט אים געבענטשט' מיט דעם אז עס איז גערינען ווי א טייך, מיינט עס צו זאגן אין אנדערע ווערטער אז די באשעפער האט אים 'געבענטשט' מיט דעם אז ער האט אסאך מוציא געווען ז"ל.

יאסל ראקאווער » זונטאג פעברואר 12, 2023 11:58 am

· #516889
יעדער בר דעת פארשטייט אז חז"ל האבן נישט געהאלטן אז זיין אבר איז געווען ווי א טייך. חז"ל ווילן אים פארענטפערן פאר זיין אבנארמאלע געשלעכטליכע אויפירונג פון א גוישע און אידישע בליק. זאגן זיי א סארט מעשה וועגן א טייך. א נארישע לערנער גייט אנהייבן טראכטען אויב די טייך איז זאלץ וואסער אדער פרישע וואסער און ווי ברייט די טייך איז געווען און צו ער האט באוואסערט די עץ הדעת וכו'

ווי די וואך האב איך אינטערגעהערט צוויי חרדזי אידן שמועסן אז יתרו האט זיך מל געווען צוויי מאל -איינמאל סתם מטיף דם ברית- ווייל ער איז נאך געווען מחודדים (שטעכעדיג) פון די ניסים וואס די אידן האבן געהאט אנטקעגען זיינע buddies די מצרים. די פנים וואס די חרדזי האט מיך געגעבן ווען איך האב ג'שמייכעלט. ס'איז פונקט די פנים וואס מיין טאכטער האט מיר געוויזן ווען זי האט געכאפט אז איך לייג די דאלער און נישט די מלאך.. ַַַַ

ווען חז"ל שרייבען עס היינט זאגן זיי ווען אז שמשון איז געווען א נארסעסיסט ווייל זיין מאמע איז געווען צו ביזי שמועסן מיט מלאכים און אים נישט גענומען צו קיין rehab פאר זיינע medical עדיקשענס. אבער א חוץ די פראבלעם -וואס איז עכט נישט זיין שולד- איז ער געווען א צדיק.

שמן למאור » זונטאג פעברואר 12, 2023 12:04 pm

· #516890
יאסל ראקאווער
יעדער בר דעת פארשטייט אז חז"ל האבן נישט געהאלטן אז זיין אבר איז געווען ווי א טייך. חז"ל ווילן אים פארענטפערן פאר זיין אבנארמאלע געשלעכטליכע אויפירונג פון א גוישע און אידישע בליק. זאגן זיי א סארט מעשה וועגן א טייך. א נארישע לערנער גייט אנהייבן טראכטען אויב די טייך איז זאלץ וואסער אדער פרישע וואסער און ווי ברייט די טייך איז געווען און צו ער האט באוואסערט די עץ הדעת וכו'

ווען חז"ל שרייבען עס היינט זאכן זיי און שמשון איז געווען א נארסעסיסט ווייל זיין מאמע איז געווען צו ביזי שמועסן מיט מלאכים און אים נישט גענומען צו קיין rehab פאר זיינע medical עדיקשענס. אבער א חוץ די פראבלעם -וואס איז עכט נישט זיין שולד- איז ער געווען א צדיק.
פארשטייט זיך א א טייך מיינט נישט אז ער האט געקענט אנפילן די האדסאן ריווער... עס איז א משל צו זאגן אז עס איז געקומען אסאך.

יאסל ראקאווער » זונטאג פעברואר 12, 2023 12:30 pm

· #516891
סאיז א משל אז ער האט געהאט א שטארקע libido און ער האט געהאט unatrual addictions בערך אזויווי די גיבור זשעפרי עפשטיין

מתבודד » זונטאג פעברואר 12, 2023 12:32 pm

· #516892
יאסל ראקאווער
סאיז א משל אז ער האט געהאט א שטארקע libido און ער האט געהאט unatrual sexual auctions בערך אזויווי די גיבור זשעפרי עפשטיין
העי, עד כאן! יעצט בין איך שוין אויך מוחה... 😂
כאטש איך מוז מודה זיין אז זייער ענדע האט יא געוויסע ענדליכקייטן...

טשעסטער » זונטאג פעברואר 12, 2023 1:07 pm

· #516894
האסט עס אראפגעלייגט זייער ליצנותדיג און מואס.
א עקל און גרויל דאס צו ליינען
איך וויל דיר נישט אפווענדן פון יעדע פונקט, אבער איין נקודה וואס די האסט פארגעסן?? ארויסצוברענגן און דיין ארטיקל, ובזה יצאתי,
די פלשתים האבן אונטערדרוקט די אידן מיט אלע מיני אופנים אריינגערעכנט מאסן רציחה פאר גאנצע 40 יאר!! און דערנאך איז געקומען דער צדיק שמשון הגבור און מציל געווען די אידן פון פלישתים.

yesiknow » זונטאג פעברואר 12, 2023 1:15 pm

· #516895
טשעסטער

שמן למאור בא מזיתים שבא מתומר בצל תומר רבינו הקדוש שגלל ונתגלגל כמו שאמר ראש גולת אריאל מי שמבין מבין ....

yesiknow » זונטאג פעברואר 12, 2023 1:15 pm

· #516896
טשעסטער
האסט עס אראפגעלייגט זייער ליצנותדיג און מואס.
א עקל און גרויל דאס צו ליינען
איך וויל דיר נישט אפווענדן פון יעדע פונקט, אבער איין נקודה וואס די האסט פארגעסן?? ארויסצוברענגן און דיין ארטיקל, ובזה יצאתי,
די פלשתים האבן אונטערדרוקט די אידן מיט אלע מיני אופנים אריינגערעכנט מאסן רציחה פאר גאנצע 40 יאר!! און דערנאך איז געקומען דער צדיק שמשון הגבור און מציל געווען די אידן פון פלישתים.
העיקר שכחתי

שמן למאור » זונטאג פעברואר 12, 2023 2:12 pm

· #516899
טשעסטער
די פלשתים האבן אונטערדרוקט די אידן מיט אלע מיני אופנים אריינגערעכנט מאסן רציחה פאר גאנצע 40 יאר!! און דערנאך איז געקומען דער צדיק שמשון הגבור און מציל געווען די אידן פון פלישתים.
סאו יעצט זענען 'אלע' פלשתים שילדיג. לויט דיין לאגיק איז גענצליך בארעכטיגט צו נעמען יעצט א ביקס אין גיין שיסן אין ראמאלע צעווילע בירגער. ברוך גאלדשטיין איז ביי דיר א העלד הייסטעס...

ואגב, אפשר צייכנסטו מיר אן וואו עס שטייט אין די פסוקים אז די פלשתים האבן אדורכגעפירט 'מאסן רציחות' אויף די אידן? ווי ווייט איך געדענק שטייט נישט אזא זאך.

איך וועל מיך פרייען צו הערן א מקור.

שמן למאור » זונטאג פעברואר 12, 2023 2:15 pm

· #516901
yesiknow
טשעסטער
האסט עס אראפגעלייגט זייער ליצנותדיג און מואס.
א עקל און גרויל דאס צו ליינען
איך וויל דיר נישט אפווענדן פון יעדע פונקט, אבער איין נקודה וואס די האסט פארגעסן?? ארויסצוברענגן און דיין ארטיקל, ובזה יצאתי,
די פלשתים האבן אונטערדרוקט די אידן מיט אלע מיני אופנים אריינגערעכנט מאסן רציחה פאר גאנצע 40 יאר!! און דערנאך איז געקומען דער צדיק שמשון הגבור און מציל געווען די אידן פון פלישתים.
שמן למאור בא מזיתים שבא מתומר בצל תומר רבינו הקדוש שגלל ונתגלגל כמו שאמר ראש גולת אריאל מי שמבין מבין ....
איינער איז זייער געטריגערט דא... 😂 😂 😂
איך בין גארנישט שילדיג אז דו האסט ביז היינט קיינמאל נישט געלערנט קיין נ"ך.

נפה » זונטאג פעברואר 12, 2023 3:42 pm

· #516907
איך ווייס נישט פארוואס דו ריפסט אים מאסן מערדער?
די מלאך זאגט פאראויס והוא יחל להושיע את ישראל מיד פלשתים
איך וויס נישט וואס יעדער איינער איז שולדיג אבער בכל אופן קען מען נוצן איין פון די תירוצים אויף די מארד פון שכם על ידי שמעון ולוי (עיין ברמב"ם וברמב"ן

שמן למאור » זונטאג פעברואר 12, 2023 5:28 pm

· #516918
נפה
איך ווייס נישט פארוואס דו ריפסט אים מאסן מערדער?
די מלאך זאגט פאראויס והוא יחל להושיע את ישראל מיד פלשתים
איך וויס נישט וואס יעדער איינער איז שולדיג אבער בכל אופן קען מען נוצן איין פון די תירוצים אויף די מארד פון שכם על ידי שמעון ולוי (עיין ברמב"ם וברמב"ן
ער ווערט נישט אויס מאסן מערדער, סך הכל ווערן זיינע מאסן רציחות בארעכטיגט. 'מאסן מערדער' איז א מציאות הדברים.

גראדע איז דארטן די קשיא שטערקער ווי די תירוצים.

און אגב, דאס אז די מלאך האט עס פאראויסגעזאגט, מיינט נישט אז עס איז געווען בארעכטיגט מצדו. אונז קענען נישט מישן אין ידיעה-בחירה ענינים. אויף דעם אז ער האט גענומען א פרוי פון די פלשתים זאגט אויך די פסוק אז עס איז געווען באשערט פונעם אייבישטער, און דאך זאגט די משנה אין סוטה פרק א משנה ח' "שמשון הלך אחר עיניו, לפיכך ניקרו פלשתים את עיניו, שנאמר ויאחזוהו פלשתים וינקרו את עיניו" ער איז געשטראפט געווארן אויף דעם ווייל ער איז האט זיך נישט געהיטן די אויגן, איי ס'איז געווען באשערט? אוודאי איז עס געווען באשערט. אלע דיינע עבירות און מצוות זענען אויך באשערט פון פריער, דו באשעפער ווייסט פונקטליך וואס עס וועט זיין, אבער דאך איז דא א בחירה. און מיר אידן גלייבן באמונה שלימה אז עס מאכט סענס.
בלאט: 1 2 3