☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » פארוואס איך בין א מעריץ פונעם היינטיגן בעלזא רב שליט"א

פארוואס איך בין א מעריץ פונעם היינטיגן בעלזא רב שליט"א

56 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15436
בלאט: 1 2

מי אני » מיטוואך יולי 27, 2022 6:56 pm

· #505158
פארוואס איך בין א מעריץ פונעם היינטיגן בעלזא רב שליט"א
פאר איך הייב אָן וויל איך קלארשטעלן אז איך בין נישט קיין "בעלזער". מיינענדיג, איך קום נישט פון קיין בעלזא משפחה, איך "געהער" נישט צום בעלזא לאגער, און איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געטראפן דעם בעלזא רב פנים-אל-פנים (און איך פלאן נישט צו). וממילא פארשטיי איך אז מיינע אַבּזערווירונגען קענען זיין היבש off the mark, קענען אריינגיין אין כלל פון armchair psychology, און קענען טאקע זיין מיוסד אויף וואס איך וואלט ווען "געוואלט" זאל זיין, ווי איידער וואס און ווי אזוי עס איז טאקע באמת. ובפרט אז וואס איך גיי שרייבן דא האב איך נישט בעצם געפארשט אויף קיין שום אופן און זיי זענען פשוט מיינע פערזענליכע אבּזערווירונגען און musings אויף וואס איך הער צאם (בע"כ און עס איז איה"נ טאקע בעצם hearsay) זייענדיג אינעם חרדי'שן געזעלשאפט.

אין די סארט שמועסן האבן מענטשן גאר א שטארקע נגיעה און עס רירט בדרך כלל צו צו זייער עצם אידענטיטעט און וואו זיי "באלאנגען". דעריבער וויל איך טאקע איבערבעטן מעיקרא דער וועמען די אשכול באדערט און עס איז אפענסיוו צו אים אויף סיי וואספארא אופן.

ובזה החלי:

כידוע איז א געוואלדיגע גרויסע פראבלעם אין אונזער געזעלשאפט דאס rampant אנטי-אינטעלעקטשועליזם וכל המסתעף מזה, ווי איך האב שוין דא און דא ארויסגעברענגט. און דאס איז נאך בנוסף צו דעם אז אונז אלס א געזעלשאפט האלטן זיך אין איין רוקן מער און מער רעכטס און אלס מער און מער "צוקוועטשט" אין די פּעדזשארעטיוו טערמין דערפון; אונז ווערן אלס מער און מער אַן "עם סכל ונבל" און זיכער בעיני הגוים וואס דארפן ווען עפ"י הפסוק צו זאגן אויף אונז דאס פארקערטע פון "עם חכם ונבון". דאס איז שוין ארויסגעברענגט דא אין שטיבל לאורכה ולרוחבה ואין מן הצורך לכפול הדברים שהן מפורסמין לכל.

דער היינטיגער בעלזא רב שליט"א, ווי ווייט איך ווייס און האב געהערט, איז א שטארקער חכם ות"ח (ער פלעגט לערנען, ואפשר נאך אלס, בחברותא מיט הרה"ג הרב פנחס פריעדמאן שליט"א שעות על שעות רצופות). ולגבי חכמה איז ווי @אינגערמאנטשיקל האט אים מגדיר געווען איז ער "לכאורה פון די מערסטע געריבענע מנהיגים בישראל און טראכט אלעמאל צוויי טריט פאראויס." וואס עס שיינט מיר איז אז אזא איד זייענדיג א חכם (איך פארשטיי אז מ'קען זאגן אז דאס איז לגבי פראקטישע חכמה ווי איידער דוקא אנאליטישע חכמה, אבער צו דעם קומט דאך צו זיין honing פון די סקיל אין די סאקראטישע מעטאדע פון לימוד התלמוד) אנערקענט אט די פריערדערמאנטע פראבלעם במחנינו און דערזעהט זיך מיט א דילעמאַ: פון איין זייט וויל מען אפשטעלן די גאלאפ פונעם געזעלשאפט (וממילא זיין ציבור אויך) צו אלס מער און מער צוקוועטשקייט און זיי אריינברענגען אין די "היינטיגע" מאדערנע וועלט, אבער פון די אנדערע זייט איז ער דאך א חרדי'שע מנהיג וואס די עטאָס פון חכמה ו"מאדערנקייט" והמסתעף איז דאך anathema דערצו. לכאורה one of them will have to give; עס מוז זיין איינע אדער דאס צווייטע.

דעריבער, ווי עס שיינט מיר, נעמט ער א מורא'דיגע subtle approach מיט א געוואלדיגע פיקחות מיט זיין צוגאנג דערצו. מיינענדיג, ער זוכט טאקע צו טוישן אט די מצב אבער ער האלט אָן א געוואלדיגע בּעלענסינג אקט מיט'ן זיין פּוּשׁן דעם ענוועלאָפּ און דאס טוישן צוביסלעכווייז מיט'ן אבער נאך אלס אָנהאלטן חסידות וחרדיזם; ער טוהט צוביסלעך שאפן דעם געדאנק פון א "מאדערנע חסיד" וואס קען אַנהאלטן אין זיך ביידע שטרעמונגען לגמרי - זיין לגמרי בעלמא הדין בימינו אלה און דאך זיין א פולקאמע חסידי'שע איד. (ואיה"נ אז מ'האלט נאך נישט דארט און עס נישט קיין "עולם התיקון", אבער עס איז א פראצעס וואס ער טוהט דערצו.)

דעריבער האלט איך אז דאס איז אַן אויסטערלישע מעלה דאס וואס ער איז, צב"ש מעודד זיין קהילה צו גיין אין קאלעדזש (און אָנהאלטן דאס חסידי'שקייט דארט), דאס אז ער האט אריינגעברענגט סעקולארע חינוך ולימודי חול אין זיינע מוסדות אין אלגעמיין ובא"י ע"י משרד החינוך, זיין (מער-ווייניגער) גענצליכע אנערקענונג פון די רעגירונג בא"י מיט אירע איסטאנצן, און ווי @רביה"ק זי"ע האט ארויסגעברענגט דאס אז ער האט מבטל געווען די געדאנק פון "יושבים". (קען זיין אז עס זענען טאקע דא נאך משלים.)

יעצט, לענ"ד איז (עכ"פ איינע פון) די (עיקר) קרייטעריא פאר א גוטע פירער דאס'ן זיין קענען זיין אינאוועטיוו במהלך בכלל, ובפרט פאר זיין קהילה. און די עיקר חכמה דערין איז דאס צו האלטן אין די bounds פון די פריערדיגע און טראדיציע און דאס מאכן פּאַסן דערין/דערמיט (אדער עכ"פ עס זאל אויסזעהן אזוי). וכידוע וועט יעדעס אינאוועטיוו פירער בתוך די טראדיציע אויסשטיין קאנטראווערסיע מיט לאזונגען פון "מסית ומדיח" אא"וו פון די מער רעכטע, קאנסערוואטיווע, און פונדאמענטעליסטן בהמחנה וואס עס שטערט זיי און שטייען אין וועג פון סיי וואספארא פּראגרעס. (וידוע מאי דקרה למשל להרמב"ם און די מיימאַנידיען קאנטראוועסיע וואס זיינע שטעלונגען האבן געבראכט (וואס גייט נאך בעצם אָן, אין א פארעם, עד היום הזה). איך פארשטיי אז ער איז נישט דער רמב"ם; איך וויל פשוט ארויסברענגען א פונקט.) עס פעהלט אויס דערצו א געוואלדיגע דרייסטקייט פון א פירער וואס פארמאגט vision.

פון מיין (admittedly מינימאלע) פּערספּעקטיוו טוהט דער היינטיגער בעלזא רב שליט"א ענקעפּסולעיטן אט די מעלה.

‏מ'קען דאס קאנטראסטן מיט סאטמאר וואו מ'זעהט אז די מחלוקת צווישן אירע פירערס מאכט אז יעדע איינע פון די פירערס וויל צייגן ווי מער קיצוני'ש און פונדאמענטעליסט ער איז און גייט ווי מער punctiliously נאך די פונקטליכע טראדיציע. עס ווייזט נישט אויף חכמה און ריכטיגע פירערשאפט לענ"ד.

יעצט, איך זאג נישט אז @אנאנים איז דייקא נישט גערעכט מיט זיין טענה פון נעפּאטיזם וכדומה בחצר בעלז. איך האלט אבער נישט אז דאס איז דוקא א חסרון פון פירערשאפט אין דעם קאנטעקסט. מיינענדיג, יא לש"ש נישט לש"ש, יא קארופטירט נישט קארופטירט, יא פאר זיך און כבוד נישט פאר זיך און כבוד, יא א מענטש מיט גוטע מידות נישט א מענטש מיט גוטע מידות - עס מאכט נישט אויס, (ער איז לאחרי הכל אויך א מענטש און האט אויך מענטשליכע פעהלערן): ער איז לענ"ד א ריכטיגע פּראגמאטישע פירער וועמען היסטאריע וועט געדענקען. (ואפילו אין דעם פרט גופא באדייט דאס נישט דייקא אז איך בין/גיי יעצט מסכים (זיין) צו יעדעס פאזיציע זיינער דערין; איך רעד די געדאנק על הכלל כולו.)

אין קורצן, איך באטראכט אים ווי א קלוגע מאדערן-ארטאדאקס פיהרער טרעפּט אין די גוף פון א חסידי׳שע רבי פון א גאר גרויסע הויף - replete מיט די סתירות וואס דאס באדייט.

איך וואלט מיך אולי אפילו געוואגט צו זאגן אז ער איז (עכ"פ אין א וועג און אין דעם קאנטעקסט) א גרעסערע און בעסערע פירער ווי זיינע פארגייערס דער מהר"א, מהרי"ד, מהר"י, ומהר"ש זצ"ל (ואגב, ידוע מה דהתלונן הרב יעקב יצחק טווערסקי ז"ל הי"ד, חתן המהרי"ד מבעלזא ורב דראווא-רוסקא, ליעקב דונעסאן אודות די "צוקוועטשקייט" בחצר בעלז של חמיו). און מ'זאל ביטע נישט קומען מיט קיין "קדושה וטהרה" און "שרפי מעלה" אדער "ירידת הדורות"; אונז רעדן דא פון די געדאנק פון א מנהיג און ווי אזוי מ'דארף זיין אינאוועטיוו בחכמה לגבי די אומשטענדן, מצב און עפאכע. ווי אויך מאך איך אוודאי נישט אוועק זייער גדלות, אבער, נאכאמאל, אלס אַן אינאוועטיוו אויפטוהער פאר זיין קהילה אין די קאנטעקסט פונעם דור און עפאכע איז מיין פערזענליכע אפשאצונג אז דער היינטיגער בעלזא רב שליט"א קען זיך פארמעסטן מיט זיי. (ווי אויך דארף מען סתם אזוי זיין קאגנייזענט צו די apotheosis וואס מען געבט אלעמאל פאר "די פריערדיגע".)

{כידוע לחברי השטיבל זענען די סארטן טעמעס נישט מיין forte. אבער דא יצאתי מגדרי וויבאלד אונז זעמיר דאך א פארום מיוסד פאר אפענקייט און קעגן "צוקוועטשטקייט", דעריבער האב איך געפיהלט פאר וויכטיג צו שרייבן אַן ארטיקל דערין, וויבאלד איך זעה אז דאס ברענגט דאך בייז בלוט און קאנטראווערסיע כנ"ל קעגן דעם בעלזא רב שליט"א, און דעריבער וויל איך דוקא לאָדן [מלשון laud] די אקטן, און דייקא נישט פון א פאליטישע פארטייאישע פאזיציע צו פארטיידיגן "מיין פארטיי/חסידות". וכעין מה שעשינו מיט די קאנטראווערסיע קעגן הרה"ג הרב שמואל ניימאן שליט"א.

כאמור, האב איך נישט דורכגעטוהן און געפארשט די נושא און דעריבער זאל מען דאס טאקע אלעס נעמען מיט א grain of salt. איך מיין אבער אלעס וואס איך האב געשריבן זייער ערענסט און איך בין טאקע א מעריץ זיינער (עכ"פ פון דער ווייט און אין דעם געביט).

כמובן אויך איז דאס לגמרי נישט קיין אפשאצונג בכלל אויף דאס בעלזא חסידות, איר עטאָס, און די מענטשן דערין; כלל וכלל לא - נאר דער רב.

ווי אויך וויבאלד איך בין טאקע נישט באהאווענט אין די נושא ווייס איך נישט צי איך וועל מיך באטייליגן אין די אשכול אזוי ווייט. ואקיים בעצמי "מי אני, מה לך אצל חצרות הקודש? כלך מדברותיך אצל פילאזאפיע ומאטעמאטיקס."

איך וויל נאכאמאל איבערבעהטן טאמער עפעס וואס כ'האב געשריבן טוהט אָפענדן איינעם.}

תורה ומדע » מיטוואך יולי 27, 2022 7:10 pm

· #505159
הלוואי וואלט דער בעלזער רב שליט״א געקענט מחנך זיין אנדערע אדמורים. דער עוולה איז היינט אז צו ווערן אן אדמור איז לייכטער ווי צו ווערן א קעכער. א קעכער דארף כאטשי באווייזן זיינע געשמאקע מאלצייטן איידער ער ער נעמט א פאזיציע אין קעך.. דער אדמור ווערט אינסטאלירט בלויז פארן זיין א קינד פונעם טאטן.
ס׳אמת איז אז דער בעלזער רב האט מקבל געווען א מהלך פון אסאך ישרות׳׳דיגע חסידישע און וועלטליכע גדולים. מקבל געווען אסאך פון דער זיידן בעל אמרי חיים זצ״ל, יונק געווען פון הרב ש״ך זצ״ל, דער בית ישראל, בעל הנתיבות שלום, רבי עובדיה יוסףֿ זצ״ל און נאך. זייער זעלטן אין היינטיגן דור.

אדמור מקרייניץ זצל » מיטוואך יולי 27, 2022 9:18 pm

· #505167
מיט דעם אלעם איז ער געוועהן די ערשטע קארופטירטע רבי
היינט איז שוין אונטערגעקומען אסאך ערגערע איז ער שוין ממש פין די בעסטע
דאס וואס מען זעט היינט ביי יענקל אלתר האט ער אנגעהויבן. איה"נ נישט אזוי ווייט אבער פאר עם איז דאס כמעט נישט געוועהן

חב''ד הויזן » מיטוואך יולי 27, 2022 9:27 pm

· #505168
אדמור מקרייניץ זצל
מיט דעם אלעם איז ער געוועהן די ערשטע קארופטירטע רבי
היינט איז שוין אונטערגעקומען אסאך ערגערע איז ער שוין ממש פין די בעסטע
דאס וואס מען זעט היינט ביי יענקל אלתר האט ער אנגעהויבן. איה"נ נישט אזוי ווייט אבער פאר עם איז דאס כמעט נישט געוועהן
בעלזא האט אינטערדריקט קרייניץ?

תורה ומדע » מיטוואך יולי 27, 2022 9:30 pm

· #505169
אדמור מקרייניץ זצל
מיט דעם אלעם איז ער געוועהן די ערשטע קארופטירטע רבי
היינט איז שוין אונטערגעקומען אסאך ערגערע איז ער שוין ממש פין די בעסטע
דאס וואס מען זעט היינט ביי יענקל אלתר האט ער אנגעהויבן. איה"נ נישט אזוי ווייט אבער פאר עם איז דאס כמעט נישט געוועהן
ענטשולדיגט, אבער אדערוויילע איז דער בעלזער רב דער ערשטער און איינציגסטער צדיק זיך איבערצובעטן מיט אללע זיינע בעלי פלוגתא, און אלעסדינג פון זיין אייגענע איניציאטיוו.

חב''ד הויזן » מיטוואך יולי 27, 2022 9:56 pm

· #505175
די שוסטערס און די פלאמבערס טוען עס אבער נישט.

סמבטיון » מיטוואך יולי 27, 2022 10:11 pm

· #505176
כגלייב אז סע נישט מיין פלאץ צו אריינרעדן דא, איך בין דאך א בעלזער חסיד ווי ברייט באוויסט דא אין שטיבל, דאך קען איך מיך נישט איינהאלטן און ארויסברענגן אז איך האב נישט זוכה געווען צו פארשטיין העניך'ס טיפזינגע אבזערוואציע אויפן בעלזער רב, איך מיין אז יעדער אפילו זיינע שונאים,וועלן מודה זיין אז ער איז גאר א כראזמאטישע און קוואליפצירטע רבי וואס פאקט איין אין טאש לכאורה רוב אדער אלע רעבעס פון דעם דור מיט הנהגה און וואלט גארנישט געווען אינטערשטעליג אפאר דורות צוריק, אה, בעצם איז ער שוין רבי פאר 3 גענעראציעס . און ווערט נאר בעסער און שענער.

שמן למאור » מיטוואך יולי 27, 2022 10:35 pm

· #505178
תורה ומדע
אדמור מקרייניץ זצל
מיט דעם אלעם איז ער געוועהן די ערשטע קארופטירטע רבי
היינט איז שוין אונטערגעקומען אסאך ערגערע איז ער שוין ממש פין די בעסטע
דאס וואס מען זעט היינט ביי יענקל אלתר האט ער אנגעהויבן. איה"נ נישט אזוי ווייט אבער פאר עם איז דאס כמעט נישט געוועהן
ענטשולדיגט, אבער אדערוויילע איז דער בעלזער רב דער ערשטער און איינציגסטער צדיק זיך איבערצובעטן מיט אללע זיינע בעלי פלוגתא, און אלעסדינג פון זיין אייגענע איניציאטיוו.
די לב שמחה האט אמאל זייענדיג אין אמעריקע אריבערשפאצירט מוצש"ק שוין נאך מעריב די ביה"מ ווי ר' הערשעלע ספינקער האט געפירט של"ס. עס איז דאן געווען שובבי"ם, און די ספינקע רבי האט כידוע געליאמערט און פארפירט מיט בכיות נוראות כדרכו ביז שפעט אין די נאכט אריין
די מענטשן ארום האבן אזוי געפרעגט דעם גורע רבין.. נו? וואס זאגט די רבי צו אזא עבודה? (עס איז דאך ממש היפך פון די קאלטע פוילישע דרך) האט זיך די לב שמחה אנגעריפן קורץ און שארף. מען זאל ווייניגער זינדיגן און ווייניגער וויינען..

לענינינו, מען טוט זיך אויף מיטן גדלות אז בעלזא רבי האט זיך איבערגעבעטן מיט אלע זיינע שונאים, ואני אומר, שלאג דיך ווייניגער און בעט ווייניגער איבער...

תורה ומדע » מיטוואך יולי 27, 2022 10:38 pm

· #505179
[ציטאט אראפגענומען]
אלא מאי, סאיז גאר שווער פאר א מנהיג ארויס צו קומען און מפייס זיין יעמיצן ברבים. כ׳ווייס ניט צו אין די גאנצע היסטאריע פון חסידישע רייבערייען, זאל זיין חסידים ומתנגדים, צאנז רוזשין, ברסלב טשערנובל, מונקאטש, סאטמער חב״ד, סטמער קלויזנבורג, סלונים, לעלוב קרלין, ועוד, האט א רבי פון טויזנטער חסידים געשיקט א מנין אידן מפייס זיין א רבין׳ס מקום מנוחה.

מיליאנער » מיטוואך יולי 27, 2022 10:45 pm

· #505181
תורה ומדע
אלא מאי, ס'איז גאר שווער פאר א מנהיג ארויסצוקומען און מפייס זיין עמיצן ברבים. כ'ווייס נישט צו אין די גאנצע היסטאריע פון חסיד'ישע רייבערייען, זאל זיין חסידים ומתנגדים, צאנז רוזשין, ברסלב טשערנובל, מונקאטש, סאטמער חב"ד, סאטמער קלויזנבורג, סלונים, לעלוב קרלין, ועוד, האט א רבי פון טויזנטער חסידים געשיקט א מנין אידן מפייס זיין א רבין'ס מקום מנוחה.
מהר''א מסאטמאר האט איבערגעבעטן קאשוי רב מיט א אפיציעלע בריוו. ס'נישט געווען קיין סוד.

תורה ומדע » מיטוואך יולי 27, 2022 10:50 pm

· #505183
דוכצאך אז דער פאטער זיינער האט נאך געלעבט

שמן למאור » מיטוואך יולי 27, 2022 10:57 pm

· #505185
תורה ומדע
[ציטאט אראפגענומען]
אלא מאי, סאיז גאר שווער פאר א מנהיג ארויס צו קומען און מפייס זיין יעמיצן ברבים. כ׳ווייס ניט צו אין די גאנצע היסטאריע פון חסידישע רייבערייען, זאל זיין חסידים ומתנגדים, צאנז רוזשין, ברסלב טשערנובל, מונקאטש, סאטמער חב״ד, סטמער קלויזנבורג, סלונים, לעלוב קרלין, ועוד, האט א רבי פון טויזנטער חסידים געשיקט א מנין אידן מפייס זיין א רבין׳ס מקום מנוחה.
איך מיין אז שיקן א מנין פון שלאק שמשים-דיינים זאלן גיין פארן פאר אים איבערבעטן, שוין לאנגע יארן נאך וואס ער האט זיך שוין בארוהיגט פונעם שלעגעריי, בשעת ער זיצט זיך על מי מנוחות אויף זיין גרויסע שטול און ירושלים, איז נישט עפעס אזוי משונה'דיג ספעציעל. יא אודאי איז עס בעסער ווי גארנישט, אבער ער ווערט נאכנישט צדיק הדור פאר דעם. וואו איז ער געווען די אלע יארן? בלויז ווען ער ווערט שוין אלט און שוואך, און ער שמעקט שוין די אדמה לויפט ער איבערבעטן זיינע אלטע פיינט... גרויסע גדולה.

און אגב, יא, ס'שוין געווען אין היסטאריע ווי צדיקים האבן זיך "אליין" אראפגעלאזט, און געגאנגען איבערבעטן זייערע בעל פלוגתא.
עס איז באוויסט די מעשה אז די מנחת אלעזר איז אמאל געקומען צו א שטאט און געגאנגען איבערבעטן די רב פון שטאט וועליכע איז געווען איינע פון זיינע עטליכע בעלי פליגתות.
האט זיך די רב אנגעריפן, מונקאטשער רב, איר גייט יעצט ארום מעיר לעיר, ומכפר לכפר?

שאלתיאל » מיטוואך יולי 27, 2022 11:10 pm

· #505187
אנבאלאנגט דעם פשעווארסקער פון אנטווערפן וועלכע האט ברוטאל גערודפ'ט דעם בעלזער רב אויף א קראנקפולע פארנעם (פארן זינד פון עפענען אן אייגענע כשרות) האט דער רב גאר פראבירט עטליכע מאל צו שלום מאכן און אים איבערבעטן! ער האט געשיקט שליחים און אפילו געקלינגען עטליכע מאל, איינמאל מנחם אבל זיין ווען זיין טאכטער איז אוועק, דער פשערווארסקער האט ניטאמאל גענטפערט אמן.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יולי 27, 2022 11:18 pm

· #505188
אז דו האסט מיר געטעגט לאמיר זיך דינגען מיט דיר, איך מיין אז דו האסט מער באשריבן דעם סטאלינער'ס שיטה ווי דעם בעלזער'ס. סטאלינער רבי האט אן אגענדע קעגן עקסטרעמיזם א.ד.ג., ער גייט שיקן אינגעלייט אין מיליטער פשוט זיי צו לערנען א לעקציע אז מ'מעג, ער גייט הייסן איינער פון זיינע נאנטע מענטשן צו האלטן א דרשה אראפצורייסן די סמארטפאון קעגנער, א.א.וו. דער בעלזער רב ווידער האט לאו דווקא אן אגענדע קעגן עקסטערעמיזם צו וואס, אז א אינגערמאן וועט איהם קומען פרעגן צו ער זאל גיין אין א פרומע ארטאדאקסישע קאלעדש וועט ער זאגן יא ווייל ער זעהט פשוט נישט קיין פראבלעם דערמיט אבער ער איז נישט דא צו שטופן דעם וואגן צו וואס. ווען דו וועסט פארהאלטן א סטאלינער פאר זיינע רבי'ס מעשים וועסטו כאפן א פארציע מוסר פארוואס דיין רבי טוט נישט אויך די זעלבע, א בעלזער וועט נישט כאפן וואס דו ווילסט פון זיין לעבן האבן, ער פארשטייט ניטאמאל וויאזוי מ'קען עס אנקוקן ווי א פראבלעם, אזוי קומט עס, ניין? וואס יא, דער בעלזער איז א גרויסער אויבערחכם און אונטערגעציפטער און קען נישט פארליידן קיין תמימות איז זיין עולם מיט די צייט אויך געווארן אונטערגעציפט און פארלוירן די בהמה'ישע חאניאקישע יושבים מענטאליטעט. וואס אנבאלאנגט ציונות, פון זיין קוקווינקל איז דאס פרומקייט, מיט דעם איז ער אויפגעוואקסן, דאס האט ער געהערט פון זיין פעטער און פון די עלטערע חסידים אלע יארן, ס'קומט בכלל נישט פון אויפגעקלערטקייט צו וואס, אדרבה. ער איז אויפגעוואקסן אויף די גייסט פון זיין פעטער רבי אהרן וואס האט זיך געשלאגן מיט אלע זיינע רוחניות'דיגע כוחות אז די טמא'נע גוים זאלן נישט קענען אייננעמען סיני ווייל די כיבוש פון די אידישע מדינה האט עס מקדש געווען מיט קדושת ארץ ישראל, ער ווייסט נישט עפעס אנדערש, דער פעטער ז"ל האט געהאלטן אז אין אילת דארף מען נישט האלטן יום טוב שני ווייל כיבוש ציונים איז קונה, וואס זאל ער יעצט טוהן, זיין קלוגער פון איהם און טאנצן קדוש פאר'ן סאטמארער געטשקע?! אפשר זאל סאטמאר טאנצן קדוש פאר זיין געטשקע? ער ווייסט אז זיין פעטער האט געזאגט אז ער האט נישט געזעהן קיין קנאות נישט ביים טאטן און נישט ביים זיידן, פארקערט, ווען ער ווערט ווען א סאטמארער (ווי דער בוהושער) וואלט דאס געווען אויפגעקלערטקייט, think about it. און דערפאר ווען די סאטמארע אנטי ארץ ישראל פראפאגאנדע האט זיך אנגעפאנגען צו פארשפרייטן האט ער געפילט פאר א חוב קדוש זיך צו שלאגן מיט די כפירה גייסטן וואס בוזשעווען ארום פשוט אלס קנאות פאר די שיטה הקדושה וואס ער האט מקובל פון זיינע הייליגע זיידעס און ווייזן אז זייער שיטה איז די ריכטיגע פרומקייט, ווי ער האט זיך דעמאלטס אויסגעדרוקט "און ווען זיי האבן געגעסן שטאפגענז זענען זיי אויך געווען קנאים?", ווי צו זאגן פאר די סאטמארע באטשיעס, קומטס מיר נישט פארקויפן פרומקייט וויל איך בין פרומער פון דיר און גיי דיר ווייטער עסן דיינע שטאפגענז און לאמיר צוריה.

וואס יא, פון די תוצאות פון זיין שיטה קענסטו יא זיין א מעריץ 😃 (אפשר נישט לגבי כבוד-19 😛 )

מי אני » דאנערשטאג יולי 28, 2022 1:33 am

· #505198
איה״נ. עס איז טאקע יתכן. מיין סברא איז געווען אז טאמער מיט איין הסבר ווערן פארענטפערט מערערע פארשידענארטיגע (כנראה) ״לינקע״ מהלכים זיינע פונעם היינטיגן בעלזא רב שליט״א, איז עפ״י parsimony דאס גרינגער אָנצונעמען. עס איז טאקע אבער נישט מוכרח.

(איבער סטאלינער רבי האב איך בכלל נישט קיין אינפארמאציע. ער איז נישט דער באקאנטער פיגור וואס דער בעלזא רב איז. ואדרבה תשואות חן חן לו להרבי מסטאלין שליט״א.)

Maxwell » דאנערשטאג יולי 28, 2022 8:28 pm

· #505253
Interesting perspective. Personally I also admire the Belzer Rebbe, not necessarily for any particular opinion of his, but for his audacity and chutzpah to act according to what he believes is right. He's not always right (like when he completely ignored the COVID-19 regulations putting his chasidim in danger while he had a private hospital built in his home), but the quality of actually forming an opinion and being willing to act upon it is unfortunately rare nowadays among the leaders.

בת קול » פרייטאג יולי 29, 2022 8:37 am

· #505278
תורה ומדע
אדמור מקרייניץ זצל
מיט דעם אלעם איז ער געוועהן די ערשטע קארופטירטע רבי
היינט איז שוין אונטערגעקומען אסאך ערגערע איז ער שוין ממש פין די בעסטע
דאס וואס מען זעט היינט ביי יענקל אלתר האט ער אנגעהויבן. איה"נ נישט אזוי ווייט אבער פאר עם איז דאס כמעט נישט געוועהן
ענטשולדיגט, אבער אדערוויילע איז דער בעלזער רב דער ערשטער און איינציגסטער צדיק זיך איבערצובעטן מיט אללע זיינע בעלי פלוגתא, און אלעסדינג פון זיין אייגענע איניציאטיוו.

לאממיר זעהן ער זאל איבערבעטן זיינע אייגענע חסידים וואס ער טשעפעט טעגליך מיט זיין שארפן צינג.
ווי לאנג ער האט זיך נישט געטוישט זעה איך נישט די מעלה.
מען קען נישט פארגעסן און אוועק קוקן פון עפעס וואס גייט נאך היינט אן.

סמבטיון » פרייטאג יולי 29, 2022 10:39 am

· #505282
דיר פרעזענליך געטשעפעט אדער דיין מאן? אדער דיין ווייב? איך בין צימישט. בכל אופן קען איך דיר זאגן בפה מלא אז ווייניג חסידות'ן האבן אזא ליבשאפט אין הערצה צו זייער רב, בפניו און שלא בפניו .
א גוט שבת

יאסל ראקאווער » פרייטאג יולי 29, 2022 2:00 pm

· #505292
@רביה"ק אז מ'האט שוין פארדרייט די הערליכע רינדיגע 5000 לאמיר גיין צו 5555 און מאכן 5555 די הייליגע נומבער.

יאסל ראקאווער » פרייטאג יולי 29, 2022 2:07 pm

· #505293
.

קהל'ס נער » פרייטאג יולי 29, 2022 2:22 pm

· #505295
בת קול
תורה ומדע
אדמור מקרייניץ זצל
מיט דעם אלעם איז ער געוועהן די ערשטע קארופטירטע רבי
היינט איז שוין אונטערגעקומען אסאך ערגערע איז ער שוין ממש פין די בעסטע
דאס וואס מען זעט היינט ביי יענקל אלתר האט ער אנגעהויבן. איה"נ נישט אזוי ווייט אבער פאר עם איז דאס כמעט נישט געוועהן
ענטשולדיגט, אבער אדערוויילע איז דער בעלזער רב דער ערשטער און איינציגסטער צדיק זיך איבערצובעטן מיט אללע זיינע בעלי פלוגתא, און אלעסדינג פון זיין אייגענע איניציאטיוו.

לאממיר זעהן ער זאל איבערבעטן זיינע אייגענע חסידים וואס ער טשעפעט טעגליך מיט זיין שארפן צינג.
ווי לאנג ער האט זיך נישט געטוישט זעה איך נישט די מעלה.
מען קען נישט פארגעסן און אוועק קוקן פון עפעס וואס גייט נאך היינט אן.
@בת קול די פארשטייסט בכלל נישט די רילעישענשיפ וואס מען האט מיט עים, ווען בעלא רב וואלט מיך געטשעפעט וואלט איך געטאנצן ביזן דאך, מיך שטערט סאך מער אז ער קיקט מיך בכלל נישט אן.

שפילער » מוצ"ש יולי 30, 2022 11:33 pm

· #505327
איז פארוואסזשע האסטו אים אזוי ליב אז דו האסט נישט קיין שייכות?

בת קול » זונטאג יולי 31, 2022 12:13 am

· #505338
קהל'ס נער
בת קול
תורה ומדע
אדמור מקרייניץ זצל
מיט דעם אלעם איז ער געוועהן די ערשטע קארופטירטע רבי
היינט איז שוין אונטערגעקומען אסאך ערגערע איז ער שוין ממש פין די בעסטע
דאס וואס מען זעט היינט ביי יענקל אלתר האט ער אנגעהויבן. איה"נ נישט אזוי ווייט אבער פאר עם איז דאס כמעט נישט געוועהן
ענטשולדיגט, אבער אדערוויילע איז דער בעלזער רב דער ערשטער און איינציגסטער צדיק זיך איבערצובעטן מיט אללע זיינע בעלי פלוגתא, און אלעסדינג פון זיין אייגענע איניציאטיוו.

לאממיר זעהן ער זאל איבערבעטן זיינע אייגענע חסידים וואס ער טשעפעט טעגליך מיט זיין שארפן צינג.
ווי לאנג ער האט זיך נישט געטוישט זעה איך נישט די מעלה.
מען קען נישט פארגעסן און אוועק קוקן פון עפעס וואס גייט נאך היינט אן.
@בת קול די פארשטייסט בכלל נישט די רילעישענשיפ וואס מען האט מיט עים, ווען בעלא רב וואלט מיך געטשעפעט וואלט איך געטאנצן ביזן דאך, מיך שטערט סאך מער אז ער קיקט מיך בכלל נישט אן.
באמת? ווען דו קומסט ווען אריין צו לייגן תפילין מיט א זוהן אדער אייניקל, און ער שפעט פון דיר אין פארנט פון דיין ווייב און קינדער, וואלסטו געטאנצן ביזן הימל?
.Pathetic

קהל'ס נער » זונטאג יולי 31, 2022 1:30 am

· #505349
בת קול
קהל'ס נער
@בת קול דו פארשטייסט בכלל נישט די רילעישענשיפ וואס מען האט מיט אים, ווען בעלזא רב וואלט מיך געטשעפעט וואלט איך געטאנצן ביזן דאך, מיך שטערט סאך מער אז ער קוקט מיך בכלל נישט אן.
באמת? ווען דו קומסט ווען אריין צו לייגן תפילין מיט א זוהן אדער אייניקל, און ער שפעט פון דיר אין פארנט פון דיין ווייב און קינדער, וואלסטו געטאנצן ביזן הימל?
.Pathetic
ביסט שוין אמאל געוועין ביי אים? ניין.
איך יא.
איז וואס האב איך פון זיך טענה'ן מיט דיר?

בת קול » זונטאג יולי 31, 2022 8:23 am

· #505369
קהל'ס נער
ביסט שוין אמאל געווען ביי אים? ניין.
וואס ענפערסטו דיין אייגענע שאלה אן ווארטן אויף אן ענטפער?
איך בין אריין צו אים יעדע מאל איך האב פארוויילט אין א"י. זיין עדיטוט איז :קראנק

צפור בודד » זונטאג יולי 31, 2022 4:28 pm

· #505399
בת קול: זייט אזוי גוט און קומט אריין קלאר.

קהל'ס נער » זונטאג יולי 31, 2022 5:51 pm

· #505422
בת קול
קהל'ס נער
ביסט שוין אמאל געווען ביי אים? ניין.
וואס ענפערסטו דיין אייגענע שאלה אן ווארטן אויף אן ענטפער?
איך בין אריין צו אים יעדע מאל איך האב פארוויילט אין א"י. זיין עדיטוט איז :קראנק
ווען ער רעדט מיט פרויען איז עס טעקניקל נישט קיין שמועסן און נישט קיין טשעפענען, איך גיי נישט זאגן אז די ביסט א ליגענער ווייל מען גייט מיך אויסשפארן, סאו איך זאג גארנישט.

סמבטיון » זונטאג יולי 31, 2022 6:07 pm

· #505427
אז דו האסט מורא עס צו זאגן וועל איך עס זאגן, בת קול איז ליגענער און איך זאג דייקא נישט קיין ליגנערטע.

אינטרעסאנט פון זיין א בעלזע חסיד די לעצטע 30 יאהר האב איך נאר געהאט יעדעס מאל א ווארימע הארציגע אויפנאמע, און די קורצע מינוט וואס איך בין אריין מיט א קוויטל האט מיר געגעבן א באאסט פאר ביז די נעקסטע מאל. גיי לערן מיט א גוי ברטנורא און גיי לערן מיט א סאטמערע וואס דאס מיינט א קשר/אהבה צווישן א רעבע מיט א חסיד.

בת קול » מאנטאג אוגוסט 1, 2022 12:26 am

· #505469
שוין. ווען איך רעדט אויף בעלזא בין איך א ליגענער, און ווען איך רעדט אויף סאטמאר מוז עס זיין אמת.
א ריכטיגע בעלזא.

קענסט אפלאזן די אלטע געפעכטן.
Nobody cares.

די עולם אין א״י איז אזוי disconnected. ס׳איז ממש אוממעגליך צו האבן א קשר מיט די מענטש.
די אמעריקאנע רעדן זיך איין אז ס׳זענען דא מדריגות וואס זיי זעהן נישט פון דערווייטענס.

די גאנצע בעלזא שטאלץ באשטייט פון די עבר. שוין כמעט ווי ברעסלאוו און ליובאוויטש.

וואס גייט מיר אן. דין דיין געטשקע מיט געטריישאפט.

שמעון וואלף » מאנטאג אוגוסט 1, 2022 2:05 am

· #505478
תורה ומדע
אדמור מקרייניץ זצל
מיט דעם אלעם איז ער געוועהן די ערשטע קארופטירטע רבי
היינט איז שוין אונטערגעקומען אסאך ערגערע איז ער שוין ממש פין די בעסטע
דאס וואס מען זעט היינט ביי יענקל אלתר האט ער אנגעהויבן. איה"נ נישט אזוי ווייט אבער פאר עם איז דאס כמעט נישט געוועהן
ענטשולדיגט, אבער אדערוויילע איז דער בעלזער רב דער ערשטער און איינציגסטער צדיק זיך איבערצובעטן מיט אללע זיינע בעלי פלוגתא, און אלעסדינג פון זיין אייגענע איניציאטיוו.
יא יא
נעם למשל ראחמיסטריווקע רבי, ער האט נישט שלום געמאכט מיט קיינעם פון זיינע בעלי פלוגתא. ווי קומט ער צו צום בעלזע רב?

סמבטיון » מאנטאג אוגוסט 1, 2022 2:19 pm

· #505494
בת קול ביזט א ליגנער וויל די ביזט א יונגערמאן און נישט קיין פרוי ווי דו שטעלסט זיך אהער.
דער עולם אין ארץ ישראל זענען נאך אסאך גרעסערע חסידים ווי אין חוץ לארץ , דו ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט דיר מבואו ועד צאתו, איך ווייס נישט אין וועלכע מקוה דו ווייקסט זיך , דיינע תגובות זענען שקר וכזב איינס ווייטער פון צווייטן פון די מציאות.

והשלישית, עס דארף דיר טאקע נישט אנגיין, און נאר דיר קלארצושטעלן , איך דין נישט קיינעם חוץ דעם הייליגן באשעפער אליין, און איך בין מיך מתדבק אין זיינע צדיקים און איך פרוביר צו טוהן וואס זיי לערנען מיר.

בת קול » דינסטאג אוגוסט 2, 2022 12:50 am

· #505548
סמבטיון

די דביקות פון די מיידלעך ביי א לייוו הוקאפ אין סקול פאקט איין א בעלזא טיש הונדערט מאל.
אויב ווילסטו זעהן א טיש וואס פילט זיך נישט פאלש, קענסטו גיין צו סיי וועלכע אנדערע הויף.

אויף דיין פערזענליכע אטאקע וועל איך זיך ניטאמאל באציען.
איך קום דיר נישט קיין פרוף אהער אדער אהין.
אויב האסטו א פראבלעם מיט מיר דאן ווענד זיך צום מנהל.

סמבטיון » דינסטאג אוגוסט 2, 2022 6:07 pm

· #505583
איך האב ב"ה א ברייטע קאפ, און איך קען פארנעמען אנדערע רעבעס אויך, איך בין שוין געווען ביי אלע טישן פון אלע רעבעס אינטער די זון, אין ערגעץ האב איך נישט געפיהלט וואס איך שפיר אין בעלזא. ווען איך האב געוואוינט אין בפ בין איך וועכענטליך געגאנגן צו ר'בנציון און קיין ראחמעסטריווקא, איך בין שוין געוועהן מסתמא אזא 15 שבתים אין סקווער. אאז"וו. איך האב הנאה ביי יעדעם פון עפעס אנדערש, אבער צו זאגן א טיש אין בעלזא איז פאלטש? גיוו מי א שובבים ברעיק!

איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט דיר, און איך האב דיר נאר קלאר געשטעלט ווי דיין ליגענט ליגט.

תרמב » מיטוואך אוגוסט 3, 2022 2:54 am

· #505627
דאס וואס דו שפירסט אין בעלזא שפירסטו נישט אין אנדערע פלעצער ווייל דו געהערסט נישט אהין, דו גייסט צו אנדערע פלעצער פאר קאושער אינטערטעימענט ווען דו גייסט קיין בעלזא גייסטו צו דיין צדיק שפירסטו אדער דו מאכסט זיך שפירן, דאס איז אמת אז ס'איז נישט פאלש, עכ"פ פון די רבי'ס זייט, איך בין שוין דארט געווען אמאל ביי א טיש, די רבי רירט זיך קוים, ווען ער זאגט תורה הערט מען נאר אין די ארומיגע פאר פוס, איך האב נישט געשפירט וואס דו שפירסט ווייל איך געהער נישט אהין, איך האב נישט געזעהן וואס עס איז שייך צו שפירן דארט, מ'זינגט נישט דארט בעסער ווי ביי רוב אנדערע רבי'ס די תורה הערט מען קוים, און איך גלייב אז די קוגל שפירט זיך די זעלבע ביי אלע רבי'ס....

הקטן » מיטוואך אוגוסט 3, 2022 8:07 am

· #505632
סמבטיון
איך האב ב"ה א ברייטע קאפ, און איך קען פארנעמען אנדערע רעבעס אויך, איך בין שוין געווען ביי אלע טישן פון אלע רעבעס אינטער די זון, אין ערגעץ האב איך נישט געפיהלט וואס איך שפיר אין בעלזא.
אלץ ברייטע קאפ, פיר אויס - וואס זאגט דאס פאר דיר?

בת קול » מיטוואך אוגוסט 3, 2022 11:02 am

· #505647
תרמב
דאס וואס דו שפירסט אין בעלזא שפירסטו נישט אין אנדערע פלעצער ווייל דו געהערסט נישט אהין, דו גייסט צו אנדערע פלעצער פאר קאושער אינטערטעימענט ווען דו גייסט קיין בעלזא גייסטו צו דיין צדיק שפירסטו אדער דו מאכסט זיך שפירן, דאס איז אמת אז ס'איז נישט פאלש, עכ"פ פון די רבי'ס זייט, איך בין שוין דארט געווען אמאל ביי א טיש, די רבי רירט זיך קוים, ווען ער זאגט תורה הערט מען נאר אין די ארומיגע פאר פוס, איך האב נישט געשפירט וואס דו שפירסט ווייל איך געהער נישט אהין, איך האב נישט געזעהן וואס עס איז שייך צו שפירן דארט, מ'זינגט נישט דארט בעסער ווי ביי רוב אנדערע רבי'ס די תורה הערט מען קוים, און איך גלייב אז די קוגל שפירט זיך די זעלבע ביי אלע רבי'ס....
אין קאנטרעסט, איך געהער נישט קיין תולדות אהרן, אבער די ערנסטקייט האט מיר איבער גענומען.
תולדות אברהם יצחק האט זיך אויך געשפירט פאלש.
גלייב מיר, איך האב נאך גענוג בעלזא בלוט אז איך האב געוואלט דארט עפעס שפירן, אבער אז ס׳איז נישט, איז עס נישט.

חכמה » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2022 2:47 pm

· #505733
*הזמר ליפא שמעלצער נפגש אמש (רביעי) באופן סודי יחד עם *האדמו"ר מבעלזא במעונו האישי אשר בקריית יערים ״.*

הפגישה אשר התנהלה בפרטיות ללא נוכחים נוספים התארכה מעל המשוער.

בסופה של הפגישה , הזמר שר לפני האדמו"ר את השיר *"ארזי הלבנון"* -מילים מתוך הקינות ,ואף הוסיף במקום מילים נוספות ביידיש.

בשיחתנו עם הזמר לאחר הפגישה הוא סירב לחשוף פרטים על פרטי השיחה, והוסיף כי הפגישה נועדה עבור "הפינטעלע ייד שלי" (הנקודה יהודית שלי) ולא עבור פרסום."

אך ציין:"זכיתי לנסוך שמחה על פניו של האדמו"ר וכן גם כמה דמעות על הגלות."

צפור בודד » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2022 7:00 pm

· #505758
@מי אני איז גערעכט, @אנאנים איז גערעכט און @בת קול איז גערעכט. @סמבטיון איז נישט גערעכט און רעדט ווי א טיפישער בעלזער "פאר דער גאס".

איך בין אן איקס בעלזער (טאמער איז דאס נישט קיין סתירה מיניה וביה) און איך בין געווען א פולקאמער חסיד מן השורה, וואס האט א דאפלטער באדייט טאמער קען מען דעם בעלזער אויסשפרעך פון "שטיין אין דער שורה". איך בין שוין היינט נישט דארט בגוף אבער בנפש קען איך נישט און וויל איך נישט מיך געזעגענען. און פאלג נאך די ענטוויקלונגען דארט און אויך פון דעם רב'ס פערזענליכן וואוילזיין.

דער רב איז פון די איינציגסטע רבי'ס בדורנו וואס הרבי הזה אומר דרשוני. ער איז ווערד די צייט און אנשטרענג אים צו באשרייבן. נישט צוליב זיין צדקות, גדלות אדער אנדערע רבי'שע זאכן נאר ווי איינס פון די שטערקסטע נאך-קריג חרדי'שע פירער. עס איז אפגערעדט אז צווישן די מורישקעס פון היינטיגע מנהיגים בכלל און חסידישע רבי'ס בפרט איז ער משכמו ולמעלה. ער זעט און פארשטייט די פגעי הזמן און ער דערשרעקט זיך נישט פון לעזונגען אפילו ווען לויט אונזערע מושגים זענען זיי ראדיקאל.

ער איז צום ערשט און צום לעצט א פירער. אינגאנצן זעלבסטשטענדיג, טוט מה שלבו חפץ, רעכנט זיך ווייניג מיט אנדערע, און בדרך כלל דורך זיין שטארקן כאראקטער פירט ער אויס. ער איז אויך זייער גוט אין אידענטיפירן טאלאנט אין אנדערע און זיי מחזק זיין און זיי לאזן זיך ענטוויקלען און פערזענליך וואקסן. אהרן פרידמאן און זיינע ביכער, יהושע פינק און זיינע חינוך דרשות, ירמיה דאמען און בכלל מוזיק און זינגען, מחברי ספרים ווי שפת אמת (יא, דער גערער!) וואס א בעלזער האט באארבעט, אסאך פאר דעם האט א בעלזער אויך באארבעט און איבערגעדרוקט ראשית חכמה נאך איידער אס איז געווען די מאדע איבערצודרוקן יעדער אלטער ספר. אן אריינצוגיין אין דער איכות, זענען די אויבנדערמאנטע פאפולאר אין דער חרדי'שער גאס און ער האט זיי אויפגעהאדעוועט און מחזק געווען. נישט נאר האט ער ליב טויש, "טשעינדז'", נאר ער זוכט עס אויס. ער פארעקלט זיך פון פאר'עיפוש'עכץ, ער קען נישט סובל זיין שמאלקעפיקייט און זיין גאנצער לעבן האט ער אויסגעקערט שפינגעוועבעכץ. אסאך מאל איז ער מהרס פשוט לשם הירוס און אסאך מאל אויף אריינצוברענגען עפעס פריש. אין דעם זינען איז ער גאר מאדערן.

א לאנגע צייט פאר אנדערע, האט ער פארשטאנען דער סוד פון "ברענדינג" (branding) און אין זיינע פריע יארן האט ער געמאכט פאר בעלז א לאוגו פון א קרוין און א פייער, זיין ערשטער רעקארד\קאסעט איז געווען א היט בימים ההם מיט מונה ראזנבלום, זיינע חנוכה קאפעליע ספעקטעקאלן, מאכן פון דער "שטייעדיגע תורה" אן אינסטיטוציע פאר א יערליכער keynote address ווי איידער אפאר געזעגענען ווערטער וואס עס איז אמאל געווען. דאס אלעס האט אויסגעפיקעוועט די אויגן פון די צוקוועטשטע כאניאקעס און צוגעצויגן צו אים חסידים מיט א מער מאדערנערע אויסקוק.

ער פארשטייט אויך דער כוח פון "ווייכער מאכט" (soft power) מיט עלים לתרופה, אור הצפון, ניגונים און מוזיק. זיינע טישן און אריינקומען און ארויסגיין ביים דאווענען זענען שטארק טיאטעריש, מיט שושקעס און ווארעס (היינט שוין ווייניגער וויבאלד עס איז גרעסער און די טיר איז נאנט צו זיין זיץ) און קלאפן ביים דאווענען מיט א paddle אויף א קישן. איידער ער האט געבויט זיין גרויסער שול האט ער געמאכט אלע סארט עקספערימענטן אין דער אלטער ישיבה אין רח' אגריפס איבער אקוסטיקס און שפעטער נאך ער איז אוועקגעגאנגען האט ער עס גערופן בלשונו הזהב א "שטאל". און ווער קען פארגעסן די טעלעוויזיע קאמערעס וואס ער האט געברענגט צום ובאו כולם טיש וואס מען האט בשעתו געווערטלט "ובאו פילעם". כאטש ער איז א פיינער רעדנער איז עס אויך אויף א מאדערנער אופן. זיינע תורה'ס זענען שוואך. אויסגעצויגן אפילו אויף שעות מיט סתם געטייטשטע פסוקים און מדרשים אבער גארנישט בליצנדיג און קוים אויף נאכצוזאגן. ווי ער צייכנט זיך יא אויס איז מער אויף א מאדערנעם אופן יאז ביי זיינע דרשות מיט א שיינער מליצה אדער turn of phrase וואס רעדט נישט אזוי שטארק צו אונזער עולם און נאך ווייניגער צו זיין עולם. דעריבער גייען טאקע אסאך פון זיין פעהיגקייט, אפנהייט, און מאדערנקייט לאיבוד. נישט יעדער האט געליינט און איינגעזאפט וואס ער האט געליינט און זיינע בליצן פאלן אויף טויבע אוירן. עס האט אבער אן עפעקט או פארדעם טאנצן די בעלזער הויך אשרינו מה טוב חלקנו, נאך א פאפוליסטישע און רעכט זינענדיגע ניגון וואס מען האט פארפאסט אין זיין חצר.

רוב פון די אויבנדערמאנטע זאכן זענען אבער לכשעצמם נוטראל כלפי אידישקייט, נישט פאזיטיוו און נישט נעגאטיוו, און פשוט א געוויסער סטיל. נאר בדורנו וואס די וועלט טוישט זיך אזוי שנעל און אזוי עקסטרעם, האט א מנהיג ווי אים וואס ווערט נישט נתפעל פון טויש און פארקערט ער כאפט עס און האלצט עס צו זיך צו א געוואלדיגע מעלה. נישט נאר שעדיגט עס אים נישט נאר ער טוט עס נאך פאראידישן און פארהיימישן און אזוי איז ער כלומר'שט מעלה דערפון די ניצוצות. מרדכי בן דוד האט געהאט זיינע ערשטע היטס סוף פון די זיבעציגער יארן, האט בעלזא באלד געהאט זייערע אייגענע און אנגעהויבן מיט א הקפה ניגון בקבלה פון רבי ר' בער און שאו שערים פון דעם יושב ר' מרדכי פעלץ. ער האט געהייסן ארויסגעבן א סידור וואס קיינער קען נישט חושד זיין אז ס'איז נישט נשפע פון ארטסקראל, אבער ס'פארדינט אויך א שיינע הכנסה פון אלע בעלזער שילן און ישיבות און יחידים וואס קויפן נאר דעם היימישן סידור.

דאס אלעס ווייזט אז ער האט אמביציע, ער איז חיטרע, א געניטער חברה'מאן, טאקע א פירער אויך, אבער, ווי @אנאנים האט מרמז געווען, דאס האט נישט קיין סאך מיט א פערזענלעכער כאראקטער וואס פארלאנגט "הערצה". אסאך דיקטאטרון אדער קאמפאני דירערקטורן בויען אויף און מאדערניזירן זייערע מדינות אדער ביזנעסן און דאס מאכט זיי נאכנישט קיינע בני עולם הבא. עם בי עס פון סאודיע אראביע מאדערניזירט זיין קעניגרייך אבער אויך האט ער צוזעגט זיינס א געגענער.

איבער זיין פערזענלעכן לעבן איז דער בעלזער אויך פיל מער פראבלעמאטיש. ער יאגט נאך זיינע באקוועמליכקייטן עד דיוטא התחתונה, ער האט נישט קיין טראפ עמפאטיע צו אנדערע, ער פלעגט לאזן ווארטן שעות ביי ברית'ן און חופות ווען חתן־כלה, באבעס און זיידעס און געסט שטייען אלע און ווארטן פאר משיח, לאזן ווארטן ביים דאווענען און נאך און נאך וואס יעדער בעלזער חסיד ווייסט דערפון צי עס שטערט אים יא אדער נישט. ער פארברענגט כמעט נישט סתם מיט יחידים. קוויטלעך איז א גרויסער עולם מיט אמאל, ווען ער רעדט איז עס געציילטע ווערטער און געמורמלט אז קוים הערט מען, א שמייכל איז זעלטן, ער האט נישט קיין געדולד פאר שיחת חולין (small talk), און רוב צייט איז ער פארשלאסן מיט די וואס ער פארשטייט זיך מיט זיי. עס איז טאקע היינט א ריזיגער עולם און פארדעם איז טאקע דער דיסקאנעקט גרויס. נאר וויבאלד דער ברענד איז שטארק און בעלז שטייט היפש בעסער ווי אנדערע שפירן זיך די בעלזער גוט. נאך א סוד זיינער איז אז ער הונגערט אויס זיינע חסידים פון ליבשאפט. יעדער בעלזער חסיד חלש'ט פאר זיינעס א גוט ווארט אדער א שמייכל אדער כאטש אים צו אנערקענען אבער ער געט נישט קיין אינטש. די חברה האלטן אין איין נאכלויפן פאר דאס וואס זיי ווייסן זיי וועלן קיינמאל נישט באקומען.

איינער האט דא געשריבן איבער זיין תלמיד חכם'שאפט און לאמיר נישט איבערטרייבן. קיין עם הארץ איז ער נישט און טאקע ווייט דערפון, ער קען גוט מדרשים און דער סחורה וואס ביי א רבי איז עס stock in trade אבער דאס מאכט אים נאך נישט קיין תלמיד חכם. ער האט נישט ליב צו לערנען און ער רעדט כמעט נישט מיט בחורים אין לערנען. ער איז אן איש המעש, ער האט ליב צו בויען, חרוב מאכן אלטע זאכן לשם אויפצופרישן אדער סתם ווייל ער דארף כסדר טויש און שינויים. עס איז אויך א מיטל צו פלעקסן מוסקלען בפרט אין א געזעלשאפט וואס הענגט זיך אן אין היסטאריע און מנהגים בהררי קדם און דווקא ער ווייזט אז ער קען שאפן אייגענע מנהגים און ער אליין איז אויך פון די הררי קדם. און דאך איז ער מצליח איבעראל אנצוקומען מיט אן ארמעי פון שיך און זאקן יונגעלייט. מאידך, האלט עס אויך דעם עולם אינטערעסירט און ענגעיד'זד ווייל יעדער מאנטיג און דאנערשטיג איז דא א נייער עובדא מיט א ניגון אדער אן "על ידי" און דאס גלייכן.

המשך יבוא בל"נ

קאצקע ציקער » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2022 8:10 pm

· #505766
הערליך

צקון לחש » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2022 9:25 pm

· #505778
חכמה
*הזמר ליפא שמעלצער נפגש אמש (רביעי) באופן סודי יחד עם *האדמו"ר מבעלזא במעונו האישי אשר בקריית יערים ״.*

הפגישה אשר התנהלה בפרטיות ללא נוכחים נוספים התארכה מעל המשוער.

בסופה של הפגישה , הזמר שר לפני האדמו"ר את השיר *"ארזי הלבנון"* -מילים מתוך הקינות ,ואף הוסיף במקום מילים נוספות ביידיש.

בשיחתנו עם הזמר לאחר הפגישה הוא סירב לחשוף פרטים על פרטי השיחה, והוסיף כי הפגישה נועדה עבור "הפינטעלע ייד שלי" (הנקודה יהודית שלי) ולא עבור פרסום."

אך ציין:"זכיתי לנסוך שמחה על פניו של האדמו"ר וכן גם כמה דמעות על הגלות."
📎 WhatsApp Audio 2022-08-04 at 11.43.25 AM.ogg

סמבטיון » דאנערשטאג אוגוסט 4, 2022 11:37 pm

· #505795
א גוטן ר' צפון

דעיס אז די קענסט אפאר בעלזע אויסדריקן מאכט דיר פאר א קנאפע בעלזע, סא דיין שטיין אין שורה אויסדריק איז נישט קאנווינסינג..

האסט געזאגט אסאך נקודות, אפאר ריכטיגע און און רוב איז ריין שטותים, דיין וויטאג שפירט זיך שטארק צווישן די שורות, איי געס מען האט דיר אדער דיין משפחה שטארק באעוולט, אבער אלטס בעלזע חסיד מיז איך קלאר ארויסשטעלן מיינע הערות אויף דעם צוויבל קיגל וואס דו האסט דא אפגעבאקן.

בעלזער רב איז נישט אין ברענדינג ביזנעס, וואס ער האט געטוהן איז געווען מיט א מטרה צו אויפהייבן תורה מיט חסידות און יודישקייט, און ב"ה ער האט מצליח געווען ביג טיים.
בעלזער רב איז טאקע א שטארקע פירער און א געניטע גענעראל, אבער א הארץ מלא רחמים און א וויעכע פאסטעך פאר זיינע חסידים און פאר א יעדן יוד וואס זיכט זיין הילף בעצה ובתושיה, . איך האב מעשיות אויף מעשיות וואס איך האב אליין בייגעוואוינט , עס איז נאר א שאד אנציהייבן ווייל אויף יעדע מעשה וועט דא ווערן א גאנצע געפעכט .
בעלזער רב קען רעדן מיט פשוטע יונגעלייט ווען אימער איינער וויל עפעס פרעגן , איך וואוין דא אין אמעריקע איך קום 1 מאל אדער 2 מאל א יאהר און ווען איך גיי אריין מיט א קוויטל פרעגט מיר אלעמאל די רב איבער מיין פערזענליכע לעבן פריוואטע שאלות, און איך בין נישט קיין מיוחס איך בין נישט קיין בנש"ק און נישט רייך און אויך נישט קיין עסקן, איך בין א פשוטע אמעריקאנע יונגערמאן נאמבער 5724 , און דאך גיי אלעמאל ארויס מיט א געהויבענע געשמאקע געפיהל, און עס לאזט אין מיר א רושם פאר גאר א לאנגע צייט, איך ווייס נישט וואס דו מיינסט אז ער הינגערט אונז אויס פון ליבשאפט, און פירט זיך ווי א דיקטאטאר מיט זיינע אינטערטאנטן. איך און וועלכע בעלזע חסיד איך קען וועט דיר זאגן פינקט פארקערט,
בעלזער רב איז תלמיד חכם עצום בנגלה ובנסתר און לערנט אגעוואלד מיט שעות א טאג, צו זאגן אז דער יוד האט נישט ליב צו לערנען ווייזט אויף די אומוויסענדיקייט אויף דעם מענטש, זאגן אויף בעלזער רב ער קען נישט לערנען אדער האט נישט ליב צו לערנען איז ווי די זאגסט אז ר' מיילך בידערמאן פירט זיך נישט צו האלטן קיין דרשות, זיינע תורות זענען אסאך מאל פשוט אבער עס ליגט א ים אין יעדע ווארט ,און איך בין זיך מתרפק אויף זיינע תורות מדי שבוע בשבוע , און דיין חשבון אז די בעלזע סידור איז פשוט א פיינענטשל דעסיזשען עס זאל ארינקימען נאך א הכנסה, קומט מיר ממש צו לאכן, אזוי נישט צו קענען בעלזער רב, איך דארף עכט טרעפן א וועג דעיס אפצופרעגן??
האסט געשריבן נאך א באנטש שטותים כאולי ביזט מער א מבין אויף דעם פרעזענליכקייט, און די האסט ארויס זיינע מעלות און חסרונות, און ענדיגסט נאך צו מיט אזא "פארזעצונג וועט נאכפאלגן" כאולי האסט יעצט צילייגט דעם מענטש אויף פיצלעך און ארויס געגעבן סודות פון חדר, און דער עולם וועט מיזן בלייבן געשפאנט ביז אייער כבוד וועט האבן נאך א פאר מענט צו שרייבן די פארזעצונג ווייטער.. ר' צפון לאמער דיר ברעכן די נייעס, דו קענסט נישט דעם מענטש, און האסט דעליווערט גאר א שוואכע ארבעט, דו קומסט מער פאר ווי א פארביטערטע מאכניווקע חסיד..

אשרינו מה טוב חלקינו אז אונז האב מיר אזא רבי אזא צדיק ! ווי גליקליך בין איך אז איך קען זיין א חסיד פון אזא הייליגע מאן.
א גיטע נאכט

צקון לחש » פרייטאג אוגוסט 5, 2022 12:36 am

· #505803
אני הק' בין א בעלזער חסיד (אויף די ביכער עכ"פ), און לענ"ד איז פשוט וברור אז דער רב זז"ג איז אן אמת'ע ערנסטע איד, אפגערעדט א חריף ובקי בנגלה ונסתר.
מען קען אוודאי דן זיין ארויף און אראפ איבער זיין כאראקטער / מדות / היסטאריע וכו', און קאדוס פאר צפור בודד פאר דעם שיינעם אפהאנדלונג, אבער ס'איז פשוט נישט אמת אים אראפצולייגן ווי א פארווע איד אדער סעלפיש מענטש.

מרדכי מרדכי » פרייטאג אוגוסט 5, 2022 6:17 pm

· #505876
איז דען דא א חסיד וואס קען עם יא?
קיינער איז נישט זיין חבר און ער שמועסט נישט מיט סתם מענטשן הגם עס איז דא עטליכע וואס קענען יא שמועסן מיט עהם, איז עס נישט דער רוב ציבור יעדער קען מאכן א אנאליז לויט וואס דער פאבליק זעהט יעדער איינער וועט לייגן א דגוש אויף א אנדערע פרט
איך וואלט ממליץ געווען צו הערן די פאדקעסט "פארענצ'עס" דארטן איז דא א עפיזאוד אויף בעלז

שאלתיאל » זונטאג אוגוסט 7, 2022 11:03 am

· #505898
מרדכי מרדכי
איז דען דא א חסיד וואס קען עם יא?
קיינער איז נישט זיין חבר און ער שמועסט נישט מיט סתם מענטשן הגם עס איז דא עטליכע וואס קענען יא שמועסן מיט עהם, איז עס נישט דער רוב ציבור יעדער קען מאכן א אנאליז לויט וואס דער פאבליק זעהט יעדער איינער וועט לייגן א דגוש אויף א אנדערע פרט
איך וואלט ממליץ געווען צו הערן די פאדקעסט "פארענצ'עס" דארטן איז דא א עפיזאוד אויף בעלז
דער עפיזאד איבער בעלז און בכלל דער פאדקאסט פארענטשעס איז זייער אויבערפלעכליך און רירט נישט צו קיין שום קאנטערווערסיאלע זאך, ס'איז מער אויפן 'היימישן' נוסח.

כרם זית » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 10:12 am

· #506106
Re: פארוואס איך בין א מעריץ פונעם היינטיגן בעלזא רב שליט"א
ר' מלך שפירא אין וועקער 7.

אגב, איך ווייס נישט צי בעלזא רב איז טאקע אזוי אויסגערעכנט אויסצומענטשלן זיינע חסידים. דאס איז אבער זיכער אז @מי אני האט ער באוויזן אויסצומענטשלן דורך אים אריינשלעפן אין 'געזעלשאפט'...📎 IMG_2022-08-10-10-05-55-030.jpg

סמבטיון » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 9:24 pm

· #506171
נאך א סיבה פארוואס איך בין א בעלזער חסיד

יין שרף » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 10:28 pm

· #506177
סמבטיון
שוין נייע צייטן אין בעלזא, שוין דא כבוד און פאסטענעס..

Btw וואס איז דאס שבת הכתרה?

סמבטיון » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 10:56 pm

· #506183
דאס איז דיין אבזערוואציע אויף די קליפ? איי געס כוואלט עס נישט געדארפט ארויסלייגן.

אוודאי איז שוין דא, מען האלט 40 יאהר שפעטער

דער רב איז געווארן רבי שבת נחמו תשכ"ו

צקון לחש » מיטוואך אוגוסט 10, 2022 10:57 pm

· #506184
.

מיין אמת » זונטאג אוגוסט 14, 2022 10:50 pm

· #506386
מי אני
פאר איך הייב אָן וויל איך קלארשטעלן אז איך בין נישט קיין "בעלזער". מיינענדיג, איך קום נישט פון קיין בעלזא משפחה, איך "געהער" נישט צום בעלזא לאגער, און איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געטראפן דעם בעלזא רב פנים-אל-פנים (און איך פלאן נישט צו). וממילא פארשטיי איך אז מיינע אַבּזערווירונגען קענען זיין היבש off the mark, קענען אריינגיין אין כלל פון armchair psychology, און קענען טאקע זיין מיוסד אויף וואס איך וואלט ווען "געוואלט" זאל זיין, ווי איידער וואס און ווי אזוי עס איז טאקע באמת. ובפרט אז וואס איך גיי שרייבן דא האב איך נישט בעצם געפארשט אויף קיין שום אופן און זיי זענען פשוט מיינע פערזענליכע אבּזערווירונגען און musings אויף וואס איך הער צאם (בע"כ און עס איז איה"נ טאקע בעצם hearsay) זייענדיג אינעם חרדי'שן געזעלשאפט.

אין די סארט שמועסן האבן מענטשן גאר א שטארקע נגיעה און עס רירט בדרך כלל צו צו זייער עצם אידענטיטעט און וואו זיי "באלאנגען". דעריבער וויל איך טאקע איבערבעטן מעיקרא דער וועמען די אשכול באדערט און עס איז אפענסיוו צו אים אויף סיי וואספארא אופן.

ובזה החלי:

כידוע איז א געוואלדיגע גרויסע פראבלעם אין אונזער געזעלשאפט דאס rampant אנטי-אינטעלעקטשועליזם וכל המסתעף מזה, ווי איך האב שוין דא און דא ארויסגעברענגט. און דאס איז נאך בנוסף צו דעם אז אונז אלס א געזעלשאפט האלטן זיך אין איין רוקן מער און מער רעכטס און אלס מער און מער "צוקוועטשט" אין די פּעדזשארעטיוו טערמין דערפון; אונז ווערן אלס מער און מער אַן "עם סכל ונבל" און זיכער בעיני הגוים וואס דארפן ווען עפ"י הפסוק צו זאגן אויף אונז דאס פארקערטע פון "עם חכם ונבון". דאס איז שוין ארויסגעברענגט דא אין שטיבל לאורכה ולרוחבה ואין מן הצורך לכפול הדברים שהן מפורסמין לכל.

דער היינטיגער בעלזא רב שליט"א, ווי ווייט איך ווייס און האב געהערט, איז א שטארקער חכם ות"ח (ער פלעגט לערנען, ואפשר נאך אלס, בחברותא מיט הרה"ג הרב פנחס פריעדמאן שליט"א שעות על שעות רצופות). ולגבי חכמה איז ווי @אינגערמאנטשיקל האט אים מגדיר געווען איז ער "לכאורה פון די מערסטע געריבענע מנהיגים בישראל און טראכט אלעמאל צוויי טריט פאראויס." וואס עס שיינט מיר איז אז אזא איד זייענדיג א חכם (איך פארשטיי אז מ'קען זאגן אז דאס איז לגבי פראקטישע חכמה ווי איידער דוקא אנאליטישע חכמה, אבער צו דעם קומט דאך צו זיין honing פון די סקיל אין די סאקראטישע מעטאדע פון לימוד התלמוד) אנערקענט אט די פריערדערמאנטע פראבלעם במחנינו און דערזעהט זיך מיט א דילעמאַ: פון איין זייט וויל מען אפשטעלן די גאלאפ פונעם געזעלשאפט (וממילא זיין ציבור אויך) צו אלס מער און מער צוקוועטשקייט און זיי אריינברענגען אין די "היינטיגע" מאדערנע וועלט, אבער פון די אנדערע זייט איז ער דאך א חרדי'שע מנהיג וואס די עטאָס פון חכמה ו"מאדערנקייט" והמסתעף איז דאך anathema דערצו. לכאורה one of them will have to give; עס מוז זיין איינע אדער דאס צווייטע.

דעריבער, ווי עס שיינט מיר, נעמט ער א מורא'דיגע subtle approach מיט א געוואלדיגע פיקחות מיט זיין צוגאנג דערצו. מיינענדיג, ער זוכט טאקע צו טוישן אט די מצב אבער ער האלט אָן א געוואלדיגע בּעלענסינג אקט מיט'ן זיין פּוּשׁן דעם ענוועלאָפּ און דאס טוישן צוביסלעכווייז מיט'ן אבער נאך אלס אָנהאלטן חסידות וחרדיזם; ער טוהט צוביסלעך שאפן דעם געדאנק פון א "מאדערנע חסיד" וואס קען אַנהאלטן אין זיך ביידע שטרעמונגען לגמרי - זיין לגמרי בעלמא הדין בימינו אלה און דאך זיין א פולקאמע חסידי'שע איד. (ואיה"נ אז מ'האלט נאך נישט דארט און עס נישט קיין "עולם התיקון", אבער עס איז א פראצעס וואס ער טוהט דערצו.)

דעריבער האלט איך אז דאס איז אַן אויסטערלישע מעלה דאס וואס ער איז, צב"ש מעודד זיין קהילה צו גיין אין קאלעדזש (און אָנהאלטן דאס חסידי'שקייט דארט), דאס אז ער האט אריינגעברענגט סעקולארע חינוך ולימודי חול אין זיינע מוסדות אין אלגעמיין ובא"י ע"י משרד החינוך, זיין (מער-ווייניגער) גענצליכע אנערקענונג פון די רעגירונג בא"י מיט אירע איסטאנצן, און ווי @רביה"ק זי"ע האט ארויסגעברענגט דאס אז ער האט מבטל געווען די געדאנק פון "יושבים". (קען זיין אז עס זענען טאקע דא נאך משלים.)

יעצט, לענ"ד איז (עכ"פ איינע פון) די (עיקר) קרייטעריא פאר א גוטע פירער דאס'ן זיין קענען זיין אינאוועטיוו במהלך בכלל, ובפרט פאר זיין קהילה. און די עיקר חכמה דערין איז דאס צו האלטן אין די bounds פון די פריערדיגע און טראדיציע און דאס מאכן פּאַסן דערין/דערמיט (אדער עכ"פ עס זאל אויסזעהן אזוי). וכידוע וועט יעדעס אינאוועטיוו פירער בתוך די טראדיציע אויסשטיין קאנטראווערסיע מיט לאזונגען פון "מסית ומדיח" אא"וו פון די מער רעכטע, קאנסערוואטיווע, און פונדאמענטעליסטן בהמחנה וואס עס שטערט זיי און שטייען אין וועג פון סיי וואספארא פּראגרעס. (וידוע מאי דקרה למשל להרמב"ם און די מיימאַנידיען קאנטראוועסיע וואס זיינע שטעלונגען האבן געבראכט (וואס גייט נאך בעצם אָן, אין א פארעם, עד היום הזה). איך פארשטיי אז ער איז נישט דער רמב"ם; איך וויל פשוט ארויסברענגען א פונקט.) עס פעהלט אויס דערצו א געוואלדיגע דרייסטקייט פון א פירער וואס פארמאגט vision.

פון מיין (admittedly מינימאלע) פּערספּעקטיוו טוהט דער היינטיגער בעלזא רב שליט"א ענקעפּסולעיטן אט די מעלה.

‏מ'קען דאס קאנטראסטן מיט סאטמאר וואו מ'זעהט אז די מחלוקת צווישן אירע פירערס מאכט אז יעדע איינע פון די פירערס וויל צייגן ווי מער קיצוני'ש און פונדאמענטעליסט ער איז און גייט ווי מער punctiliously נאך די פונקטליכע טראדיציע. עס ווייזט נישט אויף חכמה און ריכטיגע פירערשאפט לענ"ד.

יעצט, איך זאג נישט אז @אנאנים איז דייקא נישט גערעכט מיט זיין טענה פון נעפּאטיזם וכדומה בחצר בעלז. איך האלט אבער נישט אז דאס איז דוקא א חסרון פון פירערשאפט אין דעם קאנטעקסט. מיינענדיג, יא לש"ש נישט לש"ש, יא קארופטירט נישט קארופטירט, יא פאר זיך און כבוד נישט פאר זיך און כבוד, יא א מענטש מיט גוטע מידות נישט א מענטש מיט גוטע מידות - עס מאכט נישט אויס, (ער איז לאחרי הכל אויך א מענטש און האט אויך מענטשליכע פעהלערן): ער איז לענ"ד א ריכטיגע פּראגמאטישע פירער וועמען היסטאריע וועט געדענקען. (ואפילו אין דעם פרט גופא באדייט דאס נישט דייקא אז איך בין/גיי יעצט מסכים (זיין) צו יעדעס פאזיציע זיינער דערין; איך רעד די געדאנק על הכלל כולו.)

אין קורצן, איך באטראכט אים ווי א קלוגע מאדערן-ארטאדאקס פיהרער טרעפּט אין די גוף פון א חסידי׳שע רבי פון א גאר גרויסע הויף - replete מיט די סתירות וואס דאס באדייט.

איך וואלט מיך אולי אפילו געוואגט צו זאגן אז ער איז (עכ"פ אין א וועג און אין דעם קאנטעקסט) א גרעסערע און בעסערע פירער ווי זיינע פארגייערס דער מהר"א, מהרי"ד, מהר"י, ומהר"ש זצ"ל (ואגב, ידוע מה דהתלונן הרב יעקב יצחק טווערסקי ז"ל הי"ד, חתן המהרי"ד מבעלזא ורב דראווא-רוסקא, ליעקב דונעסאן אודות די "צוקוועטשקייט" בחצר בעלז של חמיו). און מ'זאל ביטע נישט קומען מיט קיין "קדושה וטהרה" און "שרפי מעלה" אדער "ירידת הדורות"; אונז רעדן דא פון די געדאנק פון א מנהיג און ווי אזוי מ'דארף זיין אינאוועטיוו בחכמה לגבי די אומשטענדן, מצב און עפאכע. ווי אויך מאך איך אוודאי נישט אוועק זייער גדלות, אבער, נאכאמאל, אלס אַן אינאוועטיוו אויפטוהער פאר זיין קהילה אין די קאנטעקסט פונעם דור און עפאכע איז מיין פערזענליכע אפשאצונג אז דער היינטיגער בעלזא רב שליט"א קען זיך פארמעסטן מיט זיי. (ווי אויך דארף מען סתם אזוי זיין קאגנייזענט צו די apotheosis וואס מען געבט אלעמאל פאר "די פריערדיגע".)

{כידוע לחברי השטיבל זענען די סארטן טעמעס נישט מיין forte. אבער דא יצאתי מגדרי וויבאלד אונז זעמיר דאך א פארום מיוסד פאר אפענקייט און קעגן "צוקוועטשטקייט", דעריבער האב איך געפיהלט פאר וויכטיג צו שרייבן אַן ארטיקל דערין, וויבאלד איך זעה אז דאס ברענגט דאך בייז בלוט און קאנטראווערסיע כנ"ל קעגן דעם בעלזא רב שליט"א, און דעריבער וויל איך דוקא לאָדן [מלשון laud] די אקטן, און דייקא נישט פון א פאליטישע פארטייאישע פאזיציע צו פארטיידיגן "מיין פארטיי/חסידות". וכעין מה שעשינו מיט די קאנטראווערסיע קעגן הרה"ג הרב שמואל ניימאן שליט"א.

כאמור, האב איך נישט דורכגעטוהן און געפארשט די נושא און דעריבער זאל מען דאס טאקע אלעס נעמען מיט א grain of salt. איך מיין אבער אלעס וואס איך האב געשריבן זייער ערענסט און איך בין טאקע א מעריץ זיינער (עכ"פ פון דער ווייט און אין דעם געביט).

כמובן אויך איז דאס לגמרי נישט קיין אפשאצונג בכלל אויף דאס בעלזא חסידות, איר עטאָס, און די מענטשן דערין; כלל וכלל לא - נאר דער רב.

ווי אויך וויבאלד איך בין טאקע נישט באהאווענט אין די נושא ווייס איך נישט צי איך וועל מיך באטייליגן אין די אשכול אזוי ווייט. ואקיים בעצמי "מי אני, מה לך אצל חצרות הקודש? כלך מדברותיך אצל פילאזאפיע ומאטעמאטיקס."

איך וויל נאכאמאל איבערבעהטן טאמער עפעס וואס כ'האב געשריבן טוהט אָפענדן איינעם.}
הינדערט פראצענט! די זאכען אויף וואס ער געט אן ok איז ווערט איינציפירןווי למשל  איך האב גהערט אז ווען די youth protection אין קענעדע  האט געמאכט פראבלעימען פאר די חדרים. האט ער באשטעיטאיגט אז מ'גייט זיך צושטעלען. אין מען לערענט טאקע קאמפיאטער פאר די ח' ט' יונגלעך, אזאך וואס איז וויכטיג פאר די קינד'ס הצלחה אין לעבען., און מי יתן והיה אז אינזערע מוסדות זאלען זיך אויך אזוי פירען.

בלאט: 1 2