☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » אשכול אן א טיטל #15291

אשכול אן א טיטל #15291

198 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15291
בלאט: 1 2 3 4

בא גד » דינסטאג פעברואר 13, 2024 12:46 pm

· #549505
פארשטענדליכער #
אין מיינע אויגן רוב פעלער די מענטשן וואס זענען שטיל אין נישט ביזי אגאנצן טאג ענטפערן אין באשמיצן די צד השני ווייזט אויף א ערוואקסענקייט אין איינגעהאלטענקייט, עפ"י רוב זענען זיי די גערעכטע.

עס קאסט כוחות הנפש צו בלייבן שטיל ווען די אנדערע זייט גיסט פעך אין שוועבל אויף אלע סאשעל מידיע פלאטפארמס,
אין הכי נמי
דערפאר האט מיר מענדל הערש פאנעט געכאפט
דערפאר גיי איך גאגא פאר עם
איבער א יאר האט מען אים באשמיצט איבעראל אויף יעדע סארט סאשעל מידיע מיט לשון הרע'ס וואס זענען נישט געשטויגן און געפלויגן
לשון הרע'ס וואס עס קריכט מיר נישט אין קאפ וואס ריינער האט געטראכט ביים דאס פארשפרייטן בשעת מען האט דאס געקענט אפפרעגן אין איין רגע

דערווייל האט ריינער געפירט א קאמפיין ביי די גראסעריס אז מען זאל ארויס ווארפן די הונדערט מאגאזין
און ביי וועלכע גראסערי די פרעשור פון ריינער האט נישט עכט געארבעט האט ריינער געשיקט בחורים און געדינגען גויים צו ווארפן זיין מאגאזין אין די גארבידזש

עס האבן געהאנגען צעטלך אין די גאסן קעגן פאנעט נישט איינמאל
און פאנעט איז געזיצן שטיל, געארבעט ביטער שווער אהער צו שטעלן די הונדערט כאטש די ביטערע קלעפ

אין די זעלבע צייט האט אים ריינער געהאלטן ביי דעם בערגמאן און פשוט געשינדן די הויט פאר שעות בשעת פאנעט האט נישט געמעגט עפענען זיין מויל
איך האב געזען מער ווי איין ריקארדינג פון אזא "ישיבת בית דין" פון בערגמאן דאס איז קיין בית דין נישט געווען דאס איז פשוט געווען איין שטיק מענטאל עביוז זיצן 4 חברה דוד און מענדי ריינער טוען שפיגל און דער לויער ווידער און שינדן די הויט באגלייט מיט גרויליגע טשעפערייען

איך פארשטיי נישט ווי אזוי ער האט באוויזן זיך צו האלטן שטיל ביזן פארמאכן הונדערט
און ווי ער האט געהאט די צודרייטע כוחות הגוף והנפש צו ווייטער פירן די הונדערט
און ווי איך הער איז ער נישט בלויז געווען דער בעל הבית אדער רעדאקטאר, ער האט פיזיש געשריבן רוב ארטיקלען
די לעצטע תקופה אינגאנצן אליינס געמאכט די גראפיקס און אויך געווען דיסטריביטור
איך קען נישט פארשטיין פון ווי א מענטש נעמט אזא גבורה

און ב"ה ריינער שווייגט נישט
יא אמת ציפט
די אמת שרייט
דאס די גאנצע

נ"ב
(איך ווייס אז ער האט גענוג באווייזן אויף געוויסע בחורים און גרושים שלוחים פון ריינער וואס זענען שוין געווען איבער די 18 ביים טון די קריימס קעגן הונדערט און איך קוק מוראדיג ארויף אויף עם אז ער האט זיי נישט צוגעלייגט צו זיינע קלעימס דערווייל, פשוט ווייל ער וויל זיי נישט חרוב מאכן דאס לעבן...)
וואס זאל איך זאגן
איך מאך עם נישט צדיק הדור
אבער איך קען נישט קיין סאך מענטשן וואס קענען דאס באווייזן

פארשטענדליכער » דינסטאג פעברואר 13, 2024 3:16 pm

· #549524
איבער א יאר האט מען אים באשמיצט איבעראל אויף יעדע סארט סאשעל מידיע מיט לשון הרע'ס וואס זענען נישט געשטויגן און געפלויגן
לשון הרע איז געפארן אויף ביידע וועגן, כך הוא דרכה של האינטרנעט. די פוינט איז, מה"פ פירט א שמוציגע מערכה בעת ריינער שווייגט, עכ"פ בגלוי.

דערווייל האט ריינער געפירט א קאמפיין ביי די גראסעריס אז מען זאל ארויסווארפן די הונדערט מאגאזין
איך האב געפרעגט מיין גראסערי מאן, ער זאגט ריינער האט זיך אויפגעפירט זייער ארענטליך, פרובירט איבערווייזן אז מה"פ האט נישט רעכט צו פארקויפן לויט זייער עגרימענט, באגלייט מיט בי"ד דאקומענטן, אויסדריקליך נישט מיט טעראר, לדעתי איז דאס זייער אויסגעהאלטן (פארשטייט זיך אויפן צד אז זיינע טענות זענען לעגיטים)

עס האבן געהאנגען צעטלעך אין די גאסן קעגן פאנעט נישט איינמאל
איך האב נישט געזען קיין איין צעטיל-אויב יא וואס איז געשטאנען?

אין די זעלבע צייט האט אים ריינער געהאלטן ביי דעם בערגמאן און פשוט געשינדן די הויט פאר שעות בשעת פאנעט האט נישט געמעגט עפענען זיין מויל
ווער האט ארויסגעגבן די ריקארדינג? האסט אויך געהערט די פארדעם און נאכדעם? אדרבה שעיר די ריקארדינג

איך פארשטיי נישט ווי אזוי ער האט באוויזן זיך צו האלטן שטיל ביזן פארמאכן הונדערט
זייער פשוט, אויב האט ער געוואלט זיין אין ביזנעס האט ער זיך נישט געקענט אזוי אויפפירן

און ווי איך הער איז ער נישט בלויז געווען דער בעל הבית אדער רעדאקטאר, ער האט פיזיש געשריבן רוב ארטיקלען, די לעצטע תקופה אינגאנצן אליינס געמאכט די גראפיקס און אויך געווען דיסטריביטער, איך קען נישט פארשטיין פון ווי א מענטש נעמט אזא גבורה
וואס טוט מען נישט פאר פרנסה?

און ב"ה ריינער שווייגט נישט
יא אמת ציפט
די אמת שרייט
דאס די גאנצע

ליידער שרייעט היינט די שקר סאך העכער

דערפאר האט מיר מענדל הערש פאנעט געכאפט, דערפאר גיי איך גאגא פאר עם
נ.ב. אפי' איך קיק אן ריינער מער ערוואקסן, גיי איך נאך נישט גאגא פאר עם!!

טמיר » דינסטאג פעברואר 13, 2024 3:42 pm

· #549526
פארשטענדליכער #
אין מיינע אויגן רוב פעלער די מענטשן וואס זענען שטיל אין נישט ביזי אגאנצן טאג ענטפערן אין באשמיצן די צד השני ווייזט אויף א ערוואקסענקייט אין איינגעהאלטענקייט, עפ"י רוב זענען זיי די גערעכטע.

עס קאסט כוחות הנפש צו בלייבן שטיל ווען די אנדערע זייט גיסט פעך אין שוועבל אויף אלע סאשעל מידיע פלאטפארמס,
כ'פארשטיי נישט. אויב ס'איז דא א רודף און א נרדף, ווער זאל שרייען, דער רודף אדער דער נרדף?

קורקלענד » דינסטאג פעברואר 13, 2024 3:43 pm

· #549527
פאני אז עפעס יעדעס מאל איינער דא שטעלט זיך אויף ריינער'ס זייט איז עס פונקט א בלויע ניק מיט איינצעלע הודעות. קודם איז ער נתפעל פון די 'שטילקייט', אבער נאכדעם האט ער גארנישט אזא שטילע, פרובירט צו האקן תירוצים אויף אלע פראנטן.

די סיבה פארוואס ריינער איז שטיל, איז ווייל ער קען נישט רעדן און ער קען נישט שרייבן, די איינציגסטע זאך וואס ער קען יא איז ווארפן געלט און אנדרייען. און טאקע דאס טוהט ער, דערפאר הערט מען אייביג פון זיינע היטמען אנטשטאט פון איהם.

עס איז דא א גרויסע מעגליכקייט אז ביידע זייטן זענען נישט גערעכט. אבער עס איז שווער צו גלייבן אז ריינער וואלט געווען אינגאנצן שטיל ווען ער האט עפעס זאכליך וואס צו ענטפערן. ספעציעל ווען די מציאות איז אז ער איז בכלל נישט שטיל, און וואס ער זאגט איז בערך די זעלבע ווי לאכעדיג און דער עזריאל (וואס וואלט מן הסתם איצט נאכאמאל ארויסגעוואקסן אבער מ'האט איהם מן הסתם פארשפארט פארן זיין אומאקטיוו). און אז ער רעדט שוין יא, און וואס ער זאגט איז זייער נישט קאנווינסעד, איז שווער צו גלייבן אז פונקט דארט ווי ער קען זיך אפרייניגן איז ער שטיל געווארן.

פארשטענדליכער » דינסטאג פעברואר 13, 2024 4:56 pm

· #549531
איך קען נישט די פייט, אבער ווי איך פארשטיי איז עס א סטענדערט שותפים סכסוך, עס איז געווען א עגרימענט און די ארבעט שותף כאפט זיך מיט די צייט אז ער שוויצט און די זעלבע צייט טיילט זיך דער שותף מיט די מוציא, מעשים בכל יום.

אנשטאט זיך דורכקומען האט זיך עס צופלאקערט צו א שיינע מחלוקה, צו גיין שרייען "ריינער האט נישט וואס צו זאגן דערפאר זאגט ער נישט און שרייבט נישט" איז קינדעריש, ער האט געניג שרייבערס צו קענען אפדריקן א שיינע קונטרס, אין מיינע אויגן זעט עס מיר אויס ווי א Matureness דאס זיך נישט לאזן אריינשלעפן אין די בלאטע.

מ'קען אויך שרייען ווען מ'איז א פארלירער, לאו דווקא ווען מ'איז א נרדף, און מ'קען וועלן שרייען ווען מ'ווערט באשמוצט אפי' מען איז די רודף.

לאכעדיג » דינסטאג פעברואר 13, 2024 4:59 pm

· #549532
ריינער האט געטאן א טובה פאר פאנעט און יעצט איז פאנעט א כפי טובה.
ריינער האט גענומען א שלעפער פון גאס און אינוועסטירט אין אים שווערע געלטער און יעצט ווארפט פאנעט צוריק שטיינער.
ווען נישט איך ווייס וואספארא אויסווארף פאנעט איז וואלט איך נאכן זעהן אזא מעשה מער נישט געטאן קיין טובות פאר א מענטש.

קורקלענד » דינסטאג פעברואר 13, 2024 5:06 pm

· #549533
א גוטע עצה וואלט געווען אז ווען מען ווייסט נישט קיין פרטים נישט צו פסק'ענען און אויספראקען ברבים. אדער ווער געוואויר אדער זיי שטיל. מיר ווייסן אלע אפציעס וואס ס'וואלט געקענט פאסירן אויך האבן מיר געהערט פון ביידע צדדים. ביידע צדדים רעדן, איינער האט וואס צו פארקויפן און די אנדערע האט נישט.

איך האב פערזענליך גערעדט מיט אסאך מענטשן וואס האבן גערעדט מיט ביידע זייטן. איינער האט פריער געפרעגט וואס די אנדערע צד זאגט. האב איך געשריבן וואס 'ער זאגט'. אויב איז יענץ אקצעפטירבאר זייער גוט אז נישט זאל ער אויפקומען מיט בעסערס. אבער איין זאך איז זיכער ער איז נישט שטיל.

קורקלענד » דינסטאג פעברואר 13, 2024 5:09 pm

· #549535
לאכעדיג #
ריינער האט געטאן א טובה פאר פאנעט און יעצט איז פאנעט א כפי טובה.
ריינער האט גענומען א שלעפער פון גאס און אינוועסטירט אין אים שווערע געלטער און יעצט ווארפט פאנעט צוריק שטיינער.
ווען נישט איך ווייס וואספארא אויסווארף פאנעט איז וואלט איך נאכן זעהן אזא מעשה מער נישט געטאן קיין טובות פאר א מענטש.

גארנישט געטון קיין 'טובה' ער האט געמאכט א 'אינוועסטמענט' אין פאנעט. אוודאי דארף מען קענען אלע פרטים, אבער אויב פאנעט שטעלט זיך פאר 'זיינע' רעכטן אין די 'שותפות' ווערט ער נישט קיין 'כפוי טובה', והראי' אז ס'האט גארנישט מיט טובות אין מצוות, ווייל ער באגראבט פאנעט לעבעדיגערהייט. וואלט ער געווען אזא פיינער וואלט ער נישט געווען אזא רשע.

ששון ושמחה » דינסטאג פעברואר 13, 2024 5:10 pm

· #549536

סקעפטיקער » דינסטאג פעברואר 13, 2024 5:11 pm

· #549537
לאכעדיג #
ריינער האט געטאן א טובה פאר פאנעט און יעצט איז פאנעט א כפי טובה.
ריינער האט גענומען א שלעפער פון גאס און אינוועסטירט אין אים שווערע געלטער און יעצט ווארפט פאנעט צוריק שטיינער.
ווען נישט איך ווייס וואספארא אויסווארף פאנעט איז וואלט איך נאכן זעהן אזא מעשה מער נישט געטאן קיין טובות פאר א מענטש.
איך האב געמיינט דו פראקלאמירסט "צוויי זייטן"?

טאמבל סאס » דינסטאג פעברואר 13, 2024 5:16 pm

· #549538
פארשטענדליכער #
צו גיין שרייען ריינער האט נישט וואס צו זאגן דערפאר זאגט ער נישט און שרייבט נישט איז קינדעריש, ער האט געניג שרייבערס צו קענען אפדריקן א שיינע קונטרס, אין מיינע אויגן זעט עס מיר אויס ווי א Matureness דאס זיך נישט לאזן אריינשלעפן אין די בלאטע.
סיידן אויב האט ער טאקע נישט וואס צוזאגן פאר א זייטיגע צוקוקער אהנע נגיעות. די אלע בוררים, רבנים וטוענים און געשעפטסלייט קענען דאך זיין אונטערגעקויפט. איך זאג נישט זיי זענען. אבער אויב שטעלט מען נישט ארויס קיין הסברים פאר מענטשן, בשעת וואס פון פאנעטה הערט מען יא, האבן זיי נישט קיין סיבה נישט צו גלייבן פאנעטה. איינער איז מיט מיר?

אדרבה, דאס אז ער האט אזויפיהל שרייבער אויף זיין וועידזש ועכ"ז איז שטיל איז א סימן אז אין לו דברים נכונים!?

קורקלענד » דינסטאג פעברואר 13, 2024 5:20 pm

· #549539
פון וואס איך האב דערזען בין איך נישט קאנווינסעד אז פאנעט איז ממש גערעכט מיט זיין קאנספיראציע אויף די רבנים. אבער עס וואלט געווען פיל בעסער פאר כלל ישראל ווען די רבנים קומען ווען ארויס קלאר מיט א הסברה.

פארשטענדליכער » דינסטאג פעברואר 13, 2024 5:32 pm

· #549542
צום דריטן מאל!!!

אין מיינע אויגן, באשמוצן א מענטש אויף סאשעל מידיע איז א ביליגע וועג פון פייטן, אין זיך נישט לאזן אריינשלעפן אין די בלאטע פארדינט אנערקענונג.

אז דו זאגסט ריינער טוט די זעלבע, אדרבה, Prove it.

ווען מ'זאגט ריינער איז שטיל מיינט עס נישט אז ער איז מוותר, ס'מיינט אז ער ארבעט קלאסיש מיט רעספעקט.

as long there is no proof otherwise

אין לשופט אלא מה שעיניו רואות

טאמבל סאס » דינסטאג פעברואר 13, 2024 5:40 pm

· #549544
ששון ושמחה #
Their partnership agreement, Reiner claims, was to cover any and all such related enterprises “for an unlimited period of time.”
:טראכט :רח"ל 😂 :לאךהויך:

ששון ושמחה » דינסטאג פעברואר 13, 2024 5:45 pm

· #549545
ועבדו לעולם

פארשטענדליכער » דינסטאג פעברואר 13, 2024 5:51 pm

· #549547
טאמבל סאס #
סיידן אויב האט ער טאקע נישט וואס צוזאגן פאר א זייטיגע צוקוקער אהנע נגיעות. די אלע בוררים, רבנים וטוענים און געשעפטסלייט קענען דאך זיין אונטערגעקויפט. איך זאג נישט זיי זענען. אבער אויב שטעלט מען נישט ארויס קיין הסברים פאר מענטשן, בשעת וואס פון פאנעטה הערט מען יא, האבן זיי נישט קיין סיבה נישט צו גלייבן פאנעטה. איינער איז מיט מיר?

אדרבה, דאס אז ער האט אזויפיהל שרייבער אויף זיין וועידזש ועכ"ז איז שטיל איז א סימן אז אין לו דברים נכונים!?

you are entitled to your opinion but I totally disagree.

ריינער איז נישט מחויב צו וואשן זיין וועש אין פאבליק און בי"ד דארף זיך נישט פארענטפערן פאר יעדער שמויגער, דאס איז א פריוואטע סכסוך וואס דארף באהאנדלט ווערן פריוואט.

אפשר וואלט די קארט סיסטעם געדארפט האבן א department וואס ענטפערט אפ יעדער שמויגער נאכן פסק, שיין וואלטן זיי אויסגעקיקט

קורקלענד » דינסטאג פעברואר 13, 2024 6:29 pm

· #549553
פארשטענדליכער #
צום דריטן מאל!!!

אין מיינע אויגן, באשמיצן א מענטש אויף סאשעל מידיע איז א ביליגע וועג פון פייטן, אין זיך נישט לאזן אריינשלעפן אין די בלאטע פארדינט אנערקענונג.

אז די זאגסט ריינער טוט די זעלבע, אדרבה, Proof it.

ווען מ'זאגט ריינער איז שטיל מיינט עס נישט אז ער איז מוותר, ס'מיינט אז ער ארבעט קלאסיש מיט רעספעקט.

as long there is no proof otherwise

אין לשופט אלא מה שעיניו רואות
צו באשמוצן א מענטש אויף סאציאלע מידיא איז גאר א שמוציגע אקט. ספעציעל ווען ס'איז שקרים וואס הויבן זיך נישט אן און לאזן זיך נישט אויס. און ס'איז אזוי שמוציג אז מען טוהט עס קיינמאל אליינס נאר מען באצאלט אנדערע, אדער ניצט מען פאלשע נעמען אויף סאציאלע מידיא. און טאקע אזוי האט ער געטוהן. דאס אז פאנעט פּאַקט אלעס אויס ברבים 'אליינס' בכבודו ובעצמו לא על ידי שליח, ווייזט אליינס אז יש דברים בגו.

ער האט ארויסגעלאזט אזעלכע וואנזיניגע שקרים אויף פאנעט וואס די האר פון קאפ קען זיך אויפשטעלן. און דאס האב איך וועריפייד. און אויב ביסטו 'אינטערעסירט' קענסטו אויך וועריפייען.

בא גד » דינסטאג פעברואר 13, 2024 6:39 pm

· #549555
לאכעדיג #
ריינער האט געטאן א טובה פאר פאנעט און יעצט איז פאנעט א כפי טובה.
ריינער האט גענומען א שלעפער פון גאס און אינוועסטירט אין אים שווערע געלטער און יעצט ווארפט פאנעט צוריק שטיינער.
ווען נישט איך ווייס וואספארא אויסווארף פאנעט איז וואלט איך נאכן זעהן אזא מעשה מער נישט געטאן קיין טובות פאר א מענטש.
איך שטיי טאקע נאכאלץ אין ווארט מיט דעם שלעפער לאכעדיג? 😂 🙄 🙄 🙄

איך גיי נאכזאגן "פאקטן" פון די דאקומענטן
און אויב וויל מען זיך טענה'ן אויף פאקטן דעמאלס הייב איך הענט ווייל איך האב נישט געמאכט 200 מיליאן דאלער ביי קאוועד 😂 😂 😂

שאלה: ווער איז א גרעסערע שלעפער? פאנעט אדער ריינער?
ווי שווער איז פאר א עני ביזנעס מאן צו רעיזן 150 טויזנט דאלער? א לאון פון די באנק? נישט קיין גרויסע געשעפט בכלל
ריינער וואס איז א איידעם ביי א גרויסן עושר האט נישט געקענט באקומען די 150 פון זיין שווער (כידוע פארוואס) און עס אפילו נישט געקענט שאפן אין באנק אלץ א לאון
ער האט געמוזט צוקומען צו זיין חבר\שותף יואל קליין הידוע זאל עם געבן די 150 צו אינוועסטירן
צו מיר שמעקט נישט דער ריינער בכלל ווי א חברהמאן, גאר גאר ווייט

ווייטער וויפיל חברה קענסטו וואס קענען נעמען 150k און ביז א יאר עס מאכן פאר א ביזנעס וואס פארדינט בערך א מיליאן נעט ריוח (לויט ריינער)?
איך קען איינעם, ער הייסט מענדל הערש פאנעט וואס איז אריינגעקומען אין א טויטע מארקעט און מיט נערישע 150 k געבויט א מעגא אימפעריע וואס האט געברענגט פאר ריינער הערליכע רווחים
דאס שמעקט ביי מיר בכלל נישט ווי א שלעפער אויב עפעס איז אזא זאך א קונץ

שאלה: איז דאס געווען א "טובה" אדער א ביזנעס?
יעדער ווייסט אז סאיז געווען א "ביזנעס" און נישט קיין טובה "מחמת פיינקייט פון ריינער" ווייל זיין "פיינקייט" זעט יעצט יעדער

אבער אויב רעדט מען יא ריינער שפראך פון "כפוי טובה"
קומט א ריינער בארגט\נעמט געלט פון א חבר און לייגט עס אריין אין די הענט פון פאנעט
דער פאנעט נעמט דאס און מאכט דערפון א אימפעריע קאמפאני וואס לויט ריינער האט עס געמאכט שווערע געלטער
איז ווער דא דער וואס דארף מכיר טובה זיין וועמען?

גענוג נאנסעץ?

שאלה: ווער "סהאט אנגעהויבן" רעדן און אויסלייגן די שמוץ וועש אין גאס?
אויף דעם גיי איך מיר שוין נישט טענה'ן ווייל דאקאמענטירטע פאקטן איז פאקטן

אבער האסט אזויפיל מצליח געווען מיסטער לאכעדיג אז סאיז מיר נמאס געווארן זיך צו טענן מיט דיר

סוף טוב הכל טוב » דינסטאג פעברואר 13, 2024 6:41 pm

· #549556
טאמבל סאס #
ששון ושמחה #
Their partnership agreement, Reiner claims, was to cover any and all such related enterprises “for an unlimited period of time.”
:טראכט :רח"ל 😂 :לאךהויך:
וועלכע חלק איז פאני?

עס לאזט איהם נישט גיין ארבעטן אין די ריעל איסטעיט אינדוסטרי, אדער עפענען א בעקעריי?

בא גד » דינסטאג פעברואר 13, 2024 6:49 pm

· #549558
לאכעדיג האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 13, 2024 4:59 pm
און אינוועסטירט אין אים שווערע געלטער

הגהה: סך הכל 150 טויזנט דאלער
און די געלט ווי געזאגט איז נישט געווען זיינס נאר פון "יענעמס" (לכאורה אויך נישט פון י.ק. לכאורה פון א נעבעכדיגע איד וואס האט אים געטראסט און עם געגעבן זיינע סעווינגס)

און נאכדעם געפלאשט מיליאנען אויף באגראבן א איד
(איך קען עכט באשטיין אז מען זאל נאך אויספארשן פונקליך פון ווי די אחים הקדושים האבן געהאט די ריזיגע געלטער צו פלאשן, אה פארגעסן ער האט דאך געמאכט 200 מיליאן)

לאכעדיג האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 13, 2024 4:59 pm
און יעצט ווארפט פאנעט צוריק שטיינער

וואס הייסט שטיינער? אז ער זאגט "גענוג" זיך געלאזט שלאגן זיך גענוג צייט פארענפערט אין קארט פאר ריינערס קלאגעס און זיך גענומען ענפערען צום זאך?

סקעפטיקער » דינסטאג פעברואר 13, 2024 8:48 pm

· #549577
פארשטענדליכער #
צום דריטן מאל!!!

אין מיינע אויגן, באשמיצן א מענטש אויף סאשעל מידיע איז א ביליגע וועג פון פייטן, אין זיך נישט לאזן אריינשלעפן אין די בלאטע פארדינט אנערקענונג.

אז די זאגסט ריינער טוט די זעלבע, אדרבה, Proof it.

ווען מ'זאגט ריינער איז שטיל מיינט עס נישט אז ער איז מוותר, ס'מיינט אז ער ארבעט קלאסיש מיט רעספעקט.

as long there is no proof otherwise

אין לשופט אלא מה שעיניו רואות
איבערזאגן דריי מאל די זעלבע אנקאנוויסינג טאלקינג פוינט מאכט עס אויסקוקן זייער לאכעדיג וד"ל

ים רויבער » דינסטאג פעברואר 13, 2024 8:49 pm

· #549578
פארשטענדליכער #
צום דריטן מאל!!!

אין מיינע אויגן, באשמיצן א מענטש אויף סאשעל מידיע איז א ביליגע וועג פון פייטן, אין זיך נישט לאזן אריינשלעפן אין די בלאטע פארדינט אנערקענונג.

אז די זאגסט ריינער טוט די זעלבע, אדרבה, Proof it.

ווען מ'זאגט ריינער איז שטיל מיינט עס נישט אז ער איז מוותר, ס'מיינט אז ער ארבעט קלאסיש מיט רעספעקט.

as long there is no proof otherwise

אין לשופט אלא מה שעיניו רואות
און שיקן בחורים נאכשרייען איינעם איז א שיינע וועג פון פייטן...

כפי וואס מיינע אויגן האבן געזען, האט פאנעט ארויסגעלייגט זיינע טענות שיין מסודר'דיג בשעת וואס קיין זאכלעך ווארט האט מען נישט געהערט פון ריינער'ס צד.

די אלע טעראר שטיק וואס ריינער האט אנגעדרייט איז פאבליק זאכן, גיי זיך אויף די קול קורא'ס און קליפס.

פאנעט איז געקומען נאך א יאר שווייגן זיך קלינען זיין נאמען, איך זע נישט אז עם ארויסלייגן זיין טענות ברבים נאכן ווערן באשמיצט דורך זיין צד שכגנד זיין א ביליגע וועג פון פייטן.

איך ווארט צו זען צו ריינער האט עפעס זאכליך אפצוענטפערן פאר פאנעט, זאל עס זיין אויף סאושעל מידיע, אדער אין קאורט.

שפילער » דינסטאג פעברואר 13, 2024 11:34 pm

· #549593
📎 IMG_20240213_233422_281.jpg

לאכעדיג » דינסטאג פעברואר 13, 2024 11:51 pm

· #549595
ונראה מה יהיו חלמתיו.

שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 14, 2024 12:22 am

· #549598
טאמבל סאס #
ששון ושמחה #
Their partnership agreement, Reiner claims, was to cover any and all such related enterprises “for an unlimited period of time.”
:טראכט :רח"ל 😂 :לאךהויך:

און וואס איז מיט דעם
which spread across social media platforms like WhatsApp, which is widely used by Haredim

רח"ל, אוי לעיניים שכך רואות 🤓

טאמבל סאס » מיטוואך פעברואר 14, 2024 3:10 am

· #549610
סוף טוב הכל טוב #
טאמבל סאס #
ששון ושמחה #
Their partnership agreement, Reiner claims, was to cover any and all such related enterprises “for an unlimited period of time.”
:טראכט :רח"ל 😂 :לאךהויך:
וועלכע חלק איז פאני?

עס לאזט איהם נישט גיין ארבעטן אין די ריעל איסטעיט אינדוסטרי, אדער עפענען א בעקעריי?
אז דער הסכם האט נישט קיין ענד דעיט און אז אפילו אויב ער זאל וועלן מאכן קינדער ווינדלען מאיזה נקודה ולהלן, און ער רופט זיי כ'ווייס נישט.. לאמיר זאגן קינדריין, מוז ער נאכאלס טיילן די איינקנופטן מיט ריינער.

בא גד » מיטוואך פעברואר 14, 2024 8:59 am

· #549612

קיצער אין איין ווארט
ריינער האט גענומען פון "ערגעץ" איינעמס 150k און מיט דעם געקויפט לפי שיטתו א עבד עולם ממילא לדעת דעם חכמת דוד קומט דאך אויס אז כל מה שקנה עבד קנה רבו

און אויב דער עבד זאגט איך וויל מער נישט זיין דיין עבד
לויט ריינער איז א מצוה צו טון אלעס אין די וועלט אז דער עבד זאל צוריק קומען, אלע עבירות שבתורה זענען מותר אין אזא פאל סיי וועלכע רשעות איז אויסגעהאלטן

באט וואס מיר געפעלט איז אז לויט די משוגענע געלטער וואס דער ריינער פלאשט אריין צוריק צו באקומען דעם עבד מוז זיין אז דער עבד איז עפעס אויסטערליש געלונגען און טאלאנטפול! לויט וואס ריינער האט אלץ געטון צו פייניגען פאנעט מוז זיין אז ריינער איז דער fan number 1 פון פאנעט

איך ווער משוגע ווסאסרא חסיד דער ריינער איז פון זיין געוועזענע שותף פאנעט
עמעזינג!

איין זאך
עבדות איז נישט ליגאל עבדות איז נישט שייך על פי הלכה

און נעבך פאר די ווייב און קינדער און ארבעטער פון א איד וואס שעמט זיך נישט צו אזוי פייטן איינער וואס זאגט עם "כוויל מיט דיר מער נישט ארבעטען"
יוש עס דערציטערט מיר

בא גד » מיטוואך פעברואר 14, 2024 9:01 am

· #549613
שפילער #
IMG_20240213_233422_281.jpg
א אויסגאבע? אויב ער מאכט א אויסגאבע איז עס מיר זייער מאדנע
שווער צו גלייבן אז סאיז אזוי פשוט א אויסגאבע
העמער הערן היינט

סוף טוב הכל טוב » מיטוואך פעברואר 14, 2024 10:27 am

· #549619
טאמבל סאס #
סוף טוב הכל טוב #
טאמבל סאס #
ששון ושמחה #
Their partnership agreement, Reiner claims, was to cover any and all such related enterprises “for an unlimited period of time.”
:טראכט :רח"ל 😂 :לאךהויך:
וועלכע חלק איז פאני?

עס לאזט איהם נישט גיין ארבעטן אין די ריעל איסטעיט אינדוסטרי, אדער עפענען א בעקעריי?
אז דער הסכם האט נישט קיין ענד דעיט און אז אפילו אויב ער זאל וועלן מאכן קינדער ווינדלען מאיזה נקודה ולהלן, און ער רופט זיי כ'ווייס נישט.. לאמיר זאגן קינדריין, מוז ער נאכאלס טיילן די איינקנופטן מיט ריינער.
ביטע ציטיר דעם אפמאך אז ער קען קיינמאל נישט אריינגיין אליינס אין א אנדערע אינדאסטרי.

בא גד » מיטוואך פעברואר 14, 2024 11:08 am

· #549622
סוף טוב הכל טוב #
טאמבל סאס #
סוף טוב הכל טוב #
טאמבל סאס #

:טראכט :רח"ל 😂 :לאךהויך:
וועלכע חלק איז פאני?

עס לאזט איהם נישט גיין ארבעטן אין די ריעל איסטעיט אינדוסטרי, אדער עפענען א בעקעריי?
אז דער הסכם האט נישט קיין ענד דעיט און אז אפילו אויב ער זאל וועלן מאכן קינדער ווינדלען מאיזה נקודה ולהלן, און ער רופט זיי כ'ווייס נישט.. לאמיר זאגן קינדריין, מוז ער נאכאלס טיילן די איינקנופטן מיט ריינער.
ביטע ציטיר דעם אפמאך אז ער קען קיינמאל נישט אריינגיין אליינס אין א אנדערע אינדאסטרי.
דאס ממש שטייט נישט
אבער מיט דעם האט ריינער מחמיר געווען אז אין יעדע זאך וואס פאנעט האט געוואלט אריינגיין האט ער זיכער געמאכט צו לייגן פיסלעך
נו, ער זאגט דאך אז באגראבן פאנעט איז א מצוה און זעט אויס אז ער איז א שטארקע מחמיר און מהדר אין מצוות צוליב זיין "פיינקייט"

שלום דין » מיטוואך פעברואר 14, 2024 12:05 pm

· #549626
סוף טוב הכל טוב #
טאמבל סאס #
סוף טוב הכל טוב #
טאמבל סאס #

:טראכט :רח"ל 😂 :לאךהויך:
וועלכע חלק איז פאני?

עס לאזט איהם נישט גיין ארבעטן אין די ריעל איסטעיט אינדוסטרי, אדער עפענען א בעקעריי?
אז דער הסכם האט נישט קיין ענד דעיט און אז אפילו אויב ער זאל וועלן מאכן קינדער ווינדלען מאיזה נקודה ולהלן, און ער רופט זיי כ'ווייס נישט.. לאמיר זאגן קינדריין, מוז ער נאכאלס טיילן די איינקנופטן מיט ריינער.
ביטע ציטיר דעם אפמאך אז ער קען קיינמאל נישט אריינגיין אליינס אין א אנדערע אינדאסטרי.

איך נעם נישט קיין צד אין דעם סיכסוך, איך ווייס נישט ווער ס׳איז גערעכט. אבער ס׳כדאי אנצוווייזן: ריינער גיט אריין א מאדנע טענה. ער זאגט וויבאלד ס׳איז נאר געווען א שטר אין לשה״ק, פארשטייט נישט דער דזשאדזש וואס דא גייט פאר. און ממילא איז ער מסביר פאר׳ן דזשאדזש וויאזוי מ׳דארף אפטייטשן דעם שטר: שותפות מיינט נישט שותפות, און ביזנעס מיינט נישט ביזנעס, נאר ס׳איז אלץ (קאנוויניענטלי) כדלהלן:
This Joint Venture Agreement is written in Hebrew. A literal translation of the document’s heading is “Partnership Agreement.” However, it is, in fact, a joint venture with the agreement envisioning the creation of a corporation. In Hebrew and Jewish law, joint ventures are generally referred to as “Partnerships.” Hence, the agreement is called a Partnership Agreement although it is actually a Joint Venture Agreement.

[...]

The Joint Venture Agreement envisions the creation of different corporations, different publications, different related businesses and provides that the Joint Venture Agreement will be binding on all of these different publications and entities.

[...]

The “joint venture” agreement, therefore, covers future entities and future magazines.

[...]

Note that the translation uses the word “business.” The correct translation should be “venture” or “business venture.” These provisions are relevant because, as described below, The Debtor subsequently created a new entity, 100 Publications, which published a competing publication, which should be covered by the Joint Venture Agreement ¶¶ 4-7. See also ¶ 3 of the Joint Venture Agreement which provides that the Joint Venture Agreement is for “an unlimited period of time.” [...] etc etc etc
מערקבאר אז ער זאגט נישט וויאזוי אפצוטייטשן ״רילעיטעד ביזנעסעס.״ נאר אז וויבאלד ס׳איז א ״דזשוינט ווענטשור״ איז עס כולל א גאנצע באנטש אומאויסגערעכנטע זאכן מעתה ועד עולם. ווער וועט מחליט זיין וועלכע זאכן זענען נכלל דערין? זאגט ער נישט. דער שכל גיבט אן אז ס׳דארף זיין א בפירוש׳ע אפמאך, און גארנישט ווערט נישט אויטאמאטיש נכלל.

צי מיינט עס אז פאנעט קען נישט עפענען א בעקעריי? שכל זאגט אז נישט. שכל זאגט אבער אויך ס׳איז לא יתכן אז יעדע מאגאזין וואס פאנעט גיט ארויס ווערט אויטאמאטיש האלב דערפון ריינער׳ס.

נ.ב. אלע פיילינגס זענען אויף פובליק רעקארד און מ׳קען אלצדינג אליין נאכקוקן, ע״ש ודו״ק.

סוף טוב הכל טוב » מיטוואך פעברואר 14, 2024 1:41 pm

· #549630
בא גד #
סוף טוב הכל טוב #
טאמבל סאס #
סוף טוב הכל טוב #

וועלכע חלק איז פאני?

עס לאזט איהם נישט גיין ארבעטן אין די ריעל איסטעיט אינדוסטרי, אדער עפענען א בעקעריי?
אז דער הסכם האט נישט קיין ענד דעיט און אז אפילו אויב ער זאל וועלן מאכן קינדער ווינדלען מאיזה נקודה ולהלן, און ער רופט זיי כ'ווייס נישט.. לאמיר זאגן קינדריין, מוז ער נאכאלס טיילן די איינקנופטן מיט ריינער.
ביטע ציטיר דעם אפמאך אז ער קען קיינמאל נישט אריינגיין אליינס אין א אנדערע אינדאסטרי.
דאס ממש שטייט נישט
אבער מיט דעם האט ריינער מחמיר געווען אז אין יעדע זאך וואס פאנעט האט געוואלט אריינגיין האט ער זיכער געמאכט צו לייגן פיסלעך
נו, ער זאגט דאך אז באגראבן פאנעט איז א מצוה און זעט אויס אז ער איז א שטארקע מחמיר און מהדר אין מצוות צוליב זיין "פיינקייט"
אז עס שטייט נישט, שטייט עס נישט.
פון דא און ווייטער איז נאכאמאל דיינע טענות אויף ריינער, איך האב נישט קיין אנונג צו דיינע מעשות זענען אמת צו נישט.
אבער יישר כח פאר מודה זיין על האמת

פארשטענדליכער » מיטוואך פעברואר 14, 2024 3:40 pm

· #549640
איך וויל פארשטיין איין זאך

לאמיר אוועקלייגן אלע זייטיגע נקודות אין דן זיין על עצם הענין

א שותפות איז א צאמשטעל פון 2 מענטשן

א' האט קריעטיוועטי אן געלט אין ב' האט די געלט אבער נישט די קריעטיוועטי

ווען א' האט נישט קיין געלט צו אינוועסטן אין א פראדוקט, וויאזוי קען ב' זיין זיכער אז אויב די פראדוקט איז א סוקסעס אז א' גייט עם נישט איבערן דראנק ווארפן און מאכן שבת פאר זיך אין עם לאזו הענגען?

די תירוץ איז, אן אפערעטינג עגרימענט אדער א שטר, וואס דארט שטייט אז ב' קען נישט גיין אליין אין זיין א קאמפעטישן פאר א', די סיבה איז נישט אז ב' זאל בלייבן א עבד פאר א', נאר א פראטעקשאן פאר זיך

אן אזא עגרימענט וואלט אזא אינוועסמענט געווען זייער ריסקי, די רגע וואס די ביזנעס שטעלט זיך ארויס צו שיין סוקסעספול פארוואס זאל ב' זיך טיילן מיט די רווחים מיט די שותף וואס זיצט אויפן פאטעל און פארייכערט א לילקע בעת ער ארבעט מהנץ עד השקיעה.

ס'קען זיין זייער ווייטאגלעך, אבער דאס איז די מהלך וויאזוי דאס ארבעט אין אויף דעם איז מען איינגעגאנגען.

צו ס'איז 150,000 אדער 1000,000 מאכט נישט אויס, דין פרוטה כדין מאה קיינער ווארפט נישט אוועק שיינע רווחים נישט קיין חילוק וויפיל ער האט איינגעשטעקט

ביז אהער רעד איך צו די זאך?

אויב יא וואס איז דא אנדערש?

סוף טוב הכל טוב » מיטוואך פעברואר 14, 2024 4:35 pm

· #549653
פארשטענדליכער #

ביז אהער רעד איך צו די זאך?

אויב יא וואס איז דא אנדערש?

👍
די שאלה איז נאר אויף אלע פרטים פון די מעשה, און אויף דעם איז פאראן בית דין'ס, זבלא'ס און קאורט.

פארשטענדליכער » מיטוואך פעברואר 14, 2024 5:04 pm

· #549659
"Exactly"

קהל'ס נער » מיטוואך פעברואר 14, 2024 5:45 pm

· #549673
פארשטענדליכער #
איך וויל פארשטיין איין זאך

לאמיר אוועקלייגן אלע זייטיגע נקודות אין דן זיין על עצם הענין

א שותפות איז א צאמשטעל פון 2 מענטשן

א' האט קריעטיוועטי אן געלט אין ב' האט די געלט אבער נישט די קריעטיוועטי

ווען א' האט נישט קיין געלט צו אינוועסטן אין א פראדוקט, וויאזוי קען ב' זיין זיכער אז אויב די פראדוקט איז א סוקסעס אז א' גייט עם נישט איבערן דראנק ווארפן און מאכן שבת פאר זיך אין עם לאזו הענגען?

די תירוץ איז, אן אפערעטינג עגרימענט אדער א שטר, וואס דארט שטייט אז ב' קען נישט גיין אליין אין זיין א קאמפעטישן פאר א', די סיבה איז נישט אז ב' זאל בלייבן א עבד פאר א', נאר א פראטעקשאן פאר זיך

אן אזא עגרימענט וואלט אזא אינוועסמענט געווען זייער ריסקי, די רגע וואס די ביזנעס שטעלט זיך ארויס צו שיין סוקסעספול פארוואס זאל ב' זיך טיילן מיט די רווחים מיט די שותף וואס זיצט אויפן פאטעל און פארייכערט א לילקע בעת ער ארבעט מהנץ עד השקיעה.

ס'קען זיין זייער ווייטאגלעך, אבער דאס איז די מהלך וויאזוי דאס ארבעט אין אויף דעם איז מען איינגעגאנגען.

צו ס'איז 150,000 אדער 1000,000 מאכט נישט אויס, דין פרוטה כדין מאה קיינער ווארפט נישט אוועק שיינע רווחים נישט קיין חילוק וויפיל ער האט איינגעשטעקט

ביז אהער רעד איך צו די זאך?

אויב יא וואס איז דא אנדערש?
לויט פאנעט, האט ריינער עים נישט געגעבען זיין חלק וואס קומט עים אין די שותפות, און דערפאר איז ער געגאנגען קאמפעטישען.
אויב זענען די פאקטן טאקע וויאזוי פאנעט לייגט עס אראפ, איז ער נישט מער ווי גערעכט, אז די שותף בא׳גנב׳ט גייט מען קאמפעטישען.

אבער די עיקר נושא איז נישט ווער ס׳איז גערעכט אויף די ארגינעלע מחלוקת, ווייל דאס איז זייער שווער ציוויסן, טיפיקל שותפים וואס צוקריגן זיך.

די גאנצע חאזעריי איז וויאזוי בית דין איז ציגעגאנגען צי די נושא, און נאך פאר זיי האבן ארויסגעגעבען א פסק דין האבן זיי חרוב געמאכט פאנעט, וואס דאס איז א געפערליכע פשע, און ס׳נעמט אוועק זייער קרעדיביליטי.

קורקלענד » מיטוואך פעברואר 14, 2024 11:34 pm

· #549709
סוף טוב הכל טוב #
👍
די שאלה איז נאר אויף אלע פרטים פון די מעשה, און אויף דעם איז פאראן בית דין'ס, זבלא'ס און קאורט.
בית דין? נישט געווען קיין זיצונג אין קיין בי''ד אויף דער סכסוך.

זבלא? קיינמאל נישט צושטאנד געקומען.

קאורט? העמער זעהן....

קורקלענד » מיטוואך פעברואר 14, 2024 11:43 pm

· #549710
פארשטענדליכער #
איך וויל פארשטיין איין זאך

לאמיר אוועקלייגן אלע זייטיגע נקודות אין דן זיין על עצם הענין

א שותפות איז א צאמשטעל פון 2 מענטשן

א' האט קריעטיוועטי אן געלט אין ב' האט די געלט אבער נישט די קריעטיוועטי

ווען א' האט נישט קיין געלט צו אינוועסטן אין א פראדוקט, וויאזוי קען ב' זיין זיכער אז אויב די פראדוקט איז א סוקסעס אז א' גייט עם נישט איבערן דראנק ווארפן און מאכן שבת פאר זיך אין עם לאזו הענגען?

די תירוץ איז, אן אפערעטינג עגרימענט אדער א שטר, וואס דארט שטייט אז ב' קען נישט גיין אליין אין זיין א קאמפעטישן פאר א', די סיבה איז נישט אז ב' זאל בלייבן א עבד פאר א', נאר א פראטעקשאן פאר זיך

אן אזא עגרימענט וואלט אזא אינוועסמענט געווען זייער ריסקי, די רגע וואס די ביזנעס שטעלט זיך ארויס צו שיין סוקסעספול פארוואס זאל ב' זיך טיילן מיט די רווחים מיט די שותף וואס זיצט אויפן פאטעל און פארייכערט א לילקע בעת ער ארבעט מהנץ עד השקיעה.

ס'קען זיין זייער ווייטאגלעך, אבער דאס איז די מהלך וויאזוי דאס ארבעט אין אויף דעם איז מען איינגעגאנגען.

צו ס'איז 150,000 אדער 1000,000 מאכט נישט אויס, דין פרוטה כדין מאה קיינער ווארפט נישט אוועק שיינע רווחים נישט קיין חילוק וויפיל ער האט איינגעשטעקט

ביז אהער רעד איך צו די זאך?

אויב יא וואס איז דא אנדערש?

זעמער דא געגאנגען פון זאגן אז ריינער האט געטוהן א ריזיגע 'מצוה' און 'טובה' פאר פאנעט, צו א גאנצע נייע סטארי אז ריינער האט איהם דער צוגעשרויפט מיט א פאטענציאלע אומ'יושר'דיגע קאנטראקט. און אז ריינער איז גאָר 'גערעכט' ווייל ער האט געוואלט שטיין פאר זיינע 'ביזנעס' רעכטן. אקעי מ'מאכט פראגרעס.

לאמיר איהם שוין פאטענציאל געבן עטוואס רעכט... איז דאס א קליגער ביזנעסמאן? שכל וואלט געזאגט, אז אויב דארף די ביזנעס טאקע 'פאנעטס מוח', וואלט נישט געווען פיל מער ליבערשט צו ריניגאושיעטן די קאנטראקט צו די צופרידנהייט פון אלע צדדים? איז ער דען בעסער אנגעקומען מיט די מהלך וואס ער האט למעשה גענומען? נישט קיין חילוק ווי שטארק מען שרויפט איינעם מיט א קאנטראקט, אויב דארפסטו צוקומען צו יענעמ'ס מוח, דארפסטו יענעמ'ס הסכמה און צופרידנהייט, אז נישט האט עס אזא פנים..... אין היסטאריע האט נאך קיינער נישט אויסגעפירט מיט סוקסעס אין אזא פאל.

סוף טוב הכל טוב » מיטוואך פעברואר 14, 2024 11:46 pm

· #549711
קורקלענד #
סוף טוב הכל טוב #
👍
די שאלה איז נאר אויף אלע פרטים פון די מעשה, און אויף דעם איז פאראן בית דין'ס, זבלא'ס און קאורט.
בית דין? נישט געווען קיין זיצונג אין קיין בי''ד אויף דער סכסוך.

זבלא? קיינמאל נישט צושטאנד געקומען.

קאורט? העמער זעהן....
כאניש געזאגט וואסיז געוען, נאר אז אזוינע זאכן קענען נאר אויסגעקלארט ווערן דארט, דארט און דארט - נישט דא אין ק"ש!

קורקלענד » מיטוואך פעברואר 14, 2024 11:50 pm

· #549712
וואס פאלט דיך ביי אז מ'קען נישט אויף קאווע שטיבל? פאנעטס צד איז אינגאנצן אהערגעשטעלט דא, און ריינער האט שוין איך אנגעהויבן ארויסלאזן עטוואס עפעס. אפשר וועט עס נאך אויסגעקלארט ווערן.

פארשטענדליכער » דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 6:57 pm

· #549846
קורקלענד #
לאמיר איהם שוין פאטענציאל געבן עטוואס רעכט... איז דאס א קליגער ביזנעסמאן? שכל וואלט געזאגט, אז אויב דארף די ביזנעס טאקע 'פאנעטס מוח', וואלט נישט געווען פיל מער ליבערשט צו ריניגאושיעטן די קאנטראקט צו די צופרידנהייט פון אלע צדדים? איז ער דען בעסער אנגעקומען מיט די מהלך וואס ער האט למעשה גענומען? נישט קיין חילוק ווי שטארק מען שרויפט איינעם מיט א קאנטראקט, אויב דארפסטו צוקומען צו יענעמ'ס מוח, דארפסטו יענעמ'ס הסכמה און צופרידנהייט, אז נישט האט עס אזא פנים..... אין היסטאריע האט נאך קיינער נישט אויסגעפירט מיט סוקסעס אין אזא פאל.

מיר האבן זיך באצויגן צו די וואס מאנכע האבן גענומען א שטעלונג אז ריינער האט נישט איין זאכליכע טענה, ובתוכם קורקלענד, וז"ל:
פאני אז עפעס יעדעס מאל איינער דא שטעלט זיך אויף ריינער'ס זייט איז עס פונקט א בלויע ניק מיט איינצעלע הודעות. קודם איז ער נתפעל פון די 'שטילקייט', אבער נאכדעם האט ער גארנישט אזא שטילע, פרובירט צו האקן תירוצים אויף אלע פראנטן.

די סיבה פארוואס ריינער איז שטיל, איז ווייל ער קען נישט רעדן און ער קען נישט שרייבן, די איינציגסטע זאך וואס ער קען יא איז ווארפן געלט און אנדרייען. און טאקע דאס טוהט ער, דערפאר הערט מען אייביג פון זיינע היטמען אנטשטאט פון איהם.

עס איז דא א גרויסע מעגליכקייט אז ביידע זייטן זענען נישט גערעכט. אבער עס איז שווער צו גלייבן אז ריינער וואלט געווען אינגאנצן שטיל ווען ער האט עפעס זאכליך וואס צו ענטפערן. ספעציעל ווען די מציאות איז אז ער איז בכלל נישט שטיל, און וואס ער זאגט איז בערך די זעלבע ווי לאכעדיג און דער עזריאל (וואס וואלט מן הסתם איצט נאכאמאל ארויסגעוואקסן אבער מ'האט איהם מן הסתם פארשפארט פארן זיין אומאקטיוו). און אז ער רעדט שוין יא, און וואס ער זאגט איז זייער נישט קאנווינסעד, איז שווער צו גלייבן אז פונקט דארט ווי ער קען זיך אפרייניגן איז ער שטיל געווארן.
סה"כ בין איך מחולק מיט דעם, און איך האלט אז ער האט יא א צד (צו ער איז גערעכט זאל בי"ד פסק'נען).

וכלפי די צווייטע נקודה וואס די שרייבסט אז עס וואלט געווען פיל מער ליבערשט צו ריניגאושיעטן די קאנטראקט צו די צופרידנהייט פון אלע צדדים, דאס ווענדט זיך שוין וואס איז פארגעגאנגען צווישן די שותפים און וויפיל טראסט איין זייט האט אין די אנדערע, "און איך פיר זיך אז איך ווייס נישט רעד איך נישט"!

אויב דו האלטסט אז דיין שותף האט דיך בא'גנב'עט וואלסטו ריניגאושיעטעד? איך נישט.

די אלע דא וואס האבן גענימען די צד פון רמ"ה האבן דאך נאר געהערט איין צד, ווי זיי אליין שרייבן אז ריינער רעדט נישט, יעצט אז דו הערסט א צווייטע צד אפשר שפרינגסטו נישט אויף מיט קיין הנחות אן הערן ביידע צדדים? און אפשר דאס וואס ריינער איז שטיל קומט פון באזעסנקייט און ערוואקסנקייט? אפשר?!!

חיים׳ל ברוקלינער » דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 8:27 pm

· #549857
אהה ריינער רעדט נישט וועגן באזעסענקייט און ערוואקסנקייט.... נישטא ווער סאל לאכן.

חיים׳ל ברוקלינער » דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 8:28 pm

· #549858
ארעסטירן פאנעט אינמיטן שטאט קומט אויך פון באזעסענקייט און ערוואקסנקייט...לאל

קורקלענד » דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 8:38 pm

· #549860
זעהט מיר נישט אויס ווי דער עולם דא האט גענומען פאנעטס צד. ס'איז מער אז די עולם האט זיך געוואונדערט אויף ריינער. און ריינער'ס אָנעמערס דא האבן רעספאנדעט זייער שוואך, עקלהאפטיג און נישט אויפריכטיג. און אויף דאס האט מען צוריקגעשטויסן.

ריינער'ס צד האט דא אנגעהויבן מיט טאלקינג פוינטס אז ס'איז געווען א 'מצוה' צו העלפן א 'שלעפער' א 'רחמנות' און גענדיגט האט זיך עס אז ריינער איז גאר א 'פיפיגער שוכר' וואס האט פאטענציאל 'צוגעשרויפט' א 'שלעפער' א 'רחמנות' מיט א שלעכטע 'דיעל'.

לאכעדיג » דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 9:20 pm

· #549866
חיים׳ל ברוקלינער #
ארעסטירן פאנעט אינמיטן שטאט קומט אויך פון באזעסענקייט און ערוואקסנקייט...לאל
פאנעט האט געוואלט ארויסנעמען אלע קאמפיוטערס פון אפיס אן זיך אדורך רעדן מיט זיין שותף פון פאר דעם.
יעדע נערמאלע מענטש וואלט גערופן פאליציי.

קורקלענד » דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 9:33 pm

· #549868
'געוואלט'

בא גד » פרייטאג פעברואר 16, 2024 7:56 am

· #549909
לאכעדיג #
חיים׳ל ברוקלינער #
ארעסטירן פאנעט אינמיטן שטאט קומט אויך פון באזעסענקייט און ערוואקסנקייט...לאל
פאנעט האט געוואלט ארויסנעמען אלע קאמפיוטערס פון אפיס אן זיך אדורך רעדן מיט זיין שותף פון פאר דעם.
יעדע נערמאלע מענטש וואלט גערופן פאליציי.
שקר וכזב!

סוף טוב הכל טוב » פרייטאג פעברואר 16, 2024 12:06 pm

· #549963
לאכעדיג #
חיים׳ל ברוקלינער #
ארעסטירן פאנעט אינמיטן שטאט קומט אויך פון באזעסענקייט און ערוואקסנקייט...לאל
פאנעט האט געוואלט ארויסנעמען אלע קאמפיוטערס פון אפיס אן זיך אדורך רעדן מיט זיין שותף פון פאר דעם.
יעדע נערמאלע מענטש וואלט גערופן פאליציי.
קורקלענד #
'געוואלט'
און דערפאר האט ריינער 'געוואלט' רופן די פאליציי און 'געוואלט' אז מזאל ארעסטירן פאנעט...
בלאט: 1 2 3 4