☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » אשכול אן א טיטל #15291

אשכול אן א טיטל #15291

198 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15291
בלאט: 1 2 3 4

— » זונטאג מאי 15, 2022 12:23 am

· #500024

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

קורקלענד » זונטאג מאי 15, 2022 1:11 am

· #500029
פּיינפול!! ס'טוהט וויי!

סמבטיון » זונטאג מאי 15, 2022 1:21 am

· #500031
איך קען נישט פארשטיין וויאזוי דיר ריינער שעמט זיך נישט צו גיין און גאס, פאר אפאר פארשטינקענע דאלערס הייבן אן אלע בתי דינים אין ניו יארק צו שטאטערן און פארלירן דעם לשון? כפארשטיי אז ער טוט אסאך חסד מיט רענואל ארגענעזאציע, דאס געבט אים נאכנישט קיין פעס צו אויסצאפן די בלוט פון פאנעט וואס מיר אלע האבן אזויפיהל נהנה געווען פון אים די לעצטע פאר יאהר.

קורקלענד » זונטאג מאי 15, 2022 1:27 am

· #500032
רענואל איז זיין ברידער.

היסטאריע » זונטאג מאי 15, 2022 1:30 am

· #500033
ריינער האט טענות, קען זיין גרעכטע, פאנעטה האט מעגליך נישט געטארט עפענען נאך א מאגאזין. דאך מאכט ריינער א רושם פין א גם לי גם לך לא יהיה'ניק. וואס האט ער פין דעם אז הונדרעט איז פארמאכט? גארנישט.

ליפא » זונטאג מאי 15, 2022 1:33 am

· #500034
אפשר האט ער אז יעצט וועט נאר ער האבן די קינדער מארקעט

קורקלענד » זונטאג מאי 15, 2022 1:34 am

· #500035
פארוואס האבן די געשעפטן געלייגט איינס איבער די אנדערע? פארוואס נישט אדער ביידע יא, אדער ביידע נישט?

פערינא » זונטאג מאי 15, 2022 2:02 am

· #500037
רייסט אראפ אלץ פראסטקן בית דין בית יוסף מיטן שלש אבער נוצט דער טעראריסט קעניג פאר זיך.

נעבעך ניבעך

מיליאנער » זונטאג מאי 15, 2022 2:04 am

· #500039
היסטאריע
ריינער האט טענות, קען זיין גרעכטע, פאנעטה האט מעגליך נישט געטארט עפענען נאך א מאגאזין. דאך מאכט ריינער א רושם פין א גם לי גם לך לא יהיה'ניק. וואס האט ער פין דעם אז הונדרעט איז פארמאכט? גארנישט.
הונדערט האט אים זיכער געשטערט ווייל זינט פאנעט האט אים אפגעלאזט איז קינדליין געווארן א אויסגעשאסענע אויסגאבע.

אבער פאנעט'ס טענה איז דאך קלאר ווי די טאג, ריינער האט אים קלאר געמאכט אויס שותף שוין עטליכע יאר צוריק און געשטעלט מרת פאנעט אלס שותף, און ער אליין האט דאך כסדר גענוצט דעי ארגומענט, איז וואס איז זיין טענה אז פאנעט האט געעפנט א קאמפעטישן אין די דריי יאר?

לאמיר זאגן » זונטאג מאי 15, 2022 2:26 am

· #500041
איך קען נישט די דעטאלן דא, אבער די פרשה איז זייער מיאוס געווען, און וויאזוי עס האט זיך געענדיגט איז זייער פיינפול און ווייטאגליך.

moneyminded » זונטאג מאי 15, 2022 2:57 am

· #500042
די שאלה איז די קינדליין מאכט יא געלט?

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

מיליאנער » זונטאג מאי 15, 2022 3:03 am

· #500043
moneyminded
די שאלה איז די קינדליין מאכט יא געלט?

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
עס לאזט זיך זאגן אז ווען קינדליין מאכט ווען געלט (עכ''פ וואס ער האט געהאפט) וואלט ער נישט אזוי פארנומען געווען מיט פאנעט'ן...

קורקלענד » זונטאג מאי 15, 2022 3:40 am

· #500046
אנדערע זאגן אז ער האט געמאכט צו פיל געלט.

דרויסענדער » זונטאג מאי 15, 2022 7:40 am

· #500057
מיליאנער
moneyminded
די שאלה איז די קינדליין מאכט יא געלט?

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
עס לאזט זיך זאגן אז ווען קינדליין מאכט ווען געלט (עכ''פ וואס ער האט געהאפט) וואלט ער נישט אזוי פארנומען געווען מיט פאנעט'ן...
מיר קוקט אויס פון די הלוך ילך זיינער אז ער זוכט מער אונטערצוברענגען פאנעט ווי צו בויען אן אויסגאבע. ער נוצט ערליך אויס זיין פאזיציע אלץ געלט שותף...

מאידך גיסא פאנעט קוקט טאקע יא אויס ווי ער איז למעשה יא דא צוצושטעלן אן אויסגאבע פארן ציבור.

כ'רעד נישט איבער הצדק עם מי, ווייל מיט פאנעט'ס גאנצע הייליגע ציהל האט ער נאך מעגליך געטוהן אסאך נארישקייטן אדער זאכן וואס זענען פאקטיש קעגן הלכה, און ריינער'ס טיעם האט דאס אויסגענוצט אויף צו גראבן זיין לאך.

אזוי צו אזוי איז ווייטאגליך וויאזוי דאס האט זיך געענדיגט.

עוקר הרים » זונטאג מאי 15, 2022 8:00 am

· #500058
https://t.me/hundredpubllc

Sent from my SM-S901U1 using Tapatalk

קהל'ס נער » זונטאג מאי 15, 2022 11:57 am

· #500061
כפארשטיי נישט געניג וואס דא איז פארגעקימען אויף צי נעמען א זייט, אבער דער גרעסטע געווינער דא איז טעראר, און די גרעסטער פארלירער זענען מיר די מענטשהייט, מיר זענען ציריקגעפאלן צי די 80'ער יארן ווען מחלוקת זענען געשליכטעט געווארען דארך טעראר.

#הייל_טעראר

yn.NY » זונטאג מאי 15, 2022 1:26 pm

· #500070
קורקלענד
פּיינפול!! ס'טוהט וויי!
זייער פיינפול!!! יא גערעכט נישט גערעכט, פלעין אינטערגעברענט מעשה ידיו פון א fellow jew

# משיח מעג שוין קומען

מאנרא יונגערמאן » זונטאג מאי 15, 2022 3:49 pm

· #500088
די איינציקסטע עצה איז צו בויקאטירן די קינדליין
לאמיר זעהן צו מענטשהייט וועט געווינען אויב וועט די וואך זיין אויסגעשפרייט איבער אלע גאסן די קינדליין אין קיינער וועט עס נישט קויפן איז זיכער אז ער וועט מוזן אויפגעבען

זופ מיט מאנדלען » זונטאג מאי 15, 2022 4:48 pm

· #500090
עם כל הכבוד פאר הרב פאנעט זע איך נישט פארוואס מענטשן האלטן אז אלעס איז אזוי ברור כשמש אז מזאל שוין דארפן בויקאטירן אדער פארדאמען קינדליין.

סאיז געווען א ביזנעס קריגעריי ווי ביידע קענען על כל פנים זיין גערעכט, דאס איז כולי עלמא מודי. בסך הכל טענהט ראובן אז שמעון איז אומווערדיג און שמעון טענהט אז ראובן איז א וואגאבונד, כהאב נישט קיין אנונג וועלכע חומר מהאט פרעזענטירט פארן ציבור וואס זאל קלאר שטעלן מיט וועם יושר שטייט אצינד.

קינדליין טענהט אז פאנעטה איז א גנב, פאנעטה טענהט אז ריינער איז א טעראריסט, כזע נישט פארוואס איינער זאל גלייבן איינעם מער פונעם צווייטן.

סמבטיון » זונטאג מאי 15, 2022 5:15 pm

· #500098
ווייל פאנעטה איז א יונגערמאן וואס טוט זיין ארבעט בנאמנות און דאס איז זיין ליין זייט ער הא חתונה געהאט שרייבן שיינע ארטיקלעך ארויסגעבן אינטרעסאנטע קאמקיקס פאר קינדער משא"כ ריינער וואס איז א פיפיגע ביזנעסמאן און זיצט אויף מיליאנען, וואס זיכט אינטערציברענגן פאנעטה און אים באגראבן לעבעדיגעהייט. בשעת וואס ער באגראבט קינדליין זיין אייגענע ביזנעס. על כן איז זעהר פשוט וועם מקען גלייבן

זופ מיט מאנדלען » זונטאג מאי 15, 2022 5:26 pm

· #500099
כזעה נישט וואס די טענהסט דא, כקען מאכן די זעלבע ארגומענטן אין א פארקערטע סעטטינג.

ריינער איז שוין באוואוסט יארן לאנג פאר באגלייבטע ביזנעסמאן וועלכע גנבעט נישט קיין פרוטה, זיין יושר שפאנט פאר אים און סלאזט זיך שווער גלייבן אז ער זאל האבן אפגעטון עפעס א שלעכטיקייט, ווידער פאנעטה איז שוין באוואוסט יארן אלס א שטיקל דרייקאפ וועלכע האט א שיינעם טאג גענומען א גאנצן ביזנעס און מיט די לעכערליכע טענה פון טוישן נאמען האט ער ארויסגעווארפן אזא יושרדיגן אינוועסטירער וועלכע האט געלייגט הונדערטער טויזנטער דאללאר פארן פראדוקט.

איך קען נישט קיינעם פון די צוויי, און מיינע לעצטע שורות מיינען גארנישט, בלויז ארויסצוברענגען אז דיינע שורות זענען רעטאריק פונקט ווי מיינע.

מעגליך אז די קענסט זיי קענסטו זאגן א מיינונג אבער סתם א מענטש זע איך נישט פארוואס ער זאל האלטן אז הונדערט איז א נרדף דא, א חוץ אז ער גלייבט א אנאנימער ניק אדער א הארצרייסנדער בריוול.

היסטאריע » זונטאג מאי 15, 2022 6:01 pm

· #500102
איינער דא קויפט קינדליין? קען איינער זאגן בנוגע דער קאנטענט, איז עס גוט? שלעכט? מיטל וועג?

מיליאנער » זונטאג מאי 15, 2022 6:30 pm

· #500108
נאכמער, די אינסייד דיטעילס איז עכט נישט מעגליך צו וויסן, אבער וואס מ'האט קלאר געזען אין פאבליק איז אז ריינער האט געווארפן די הונדערטס אין מיסט, ארומגעשיקט עיקולים צו אלע גראסעריס אא''וו אין די צייט וואס פאנעט איז זיך געגאנגען אין געעפנט א נייע אויסגאבע.

דאס איז די פאקטן וואס איז 'אפן'.

טראכטכמוני » זונטאג מאי 15, 2022 6:56 pm

· #500114
מיליאנער
נאכמער, די אינסייד דיטעילס איז עכט נישט מעגליך צו וויסן, אבער וואס מ'האט קלאר געזען אין פאבליק איז אז ריינער האט געווארפן די הונדערטס אין מיסט, ארומגעשיקט עיקולים צו אלע גראסעריס אא''וו אין די צייט וואס פאנעט איז זיך געגאנגען אין געעפנט א נייע אויסגאבע.

דאס איז די פאקטן וואס איז 'אפן'.
איך גלייך נישט צו מישן ינעמס קאשע, און איך נעם נישט קיין צד (און מיין הארץ גייט אויב פאר פאנעטה) אבער דאס איז לעכערליכע טענה.

פאנעטה האט מ'כלומר'שט אונטערגעשריבן א נאן-קאמפיט אגרימענט.

אויב אזוי איז ארויסגיין און עפענען א קאנקטרענט נאכדערצו מיטנעמען מיט זיך אלע שרייבער קען זיין אנגעקוקט וואו פונקט אזא טעאראריסטישע אקט.

איינמאל עס איז פעטגעשטעלט אז דאס איז אומלעגיטים (עכ"פ לדעת ריינער) איז דאך פשוט אז עס פאדערט זיך עקולים וכו' אלעס דעס אפצושטעלן.

קורקלענד » זונטאג מאי 15, 2022 7:29 pm

· #500118
אין איינוועגס קענסטו שוין אויך שיסן פאנעט צום טויט מיט א ביקס ווייל ער האט געפענט א קאנקורענט מיט א עיקול.
איינמאל איינער טוהט עפעס ראנג איז דער אנדערער שוין פול בארעכטיגט מיט יעדע מין טעראר איהם אפצושטעלן?

טראכטכמוני » זונטאג מאי 15, 2022 7:46 pm

· #500123
במחילת כבודך, אבער אזוי מסיח לפי תומך ברענגסטו שיין ארויס דער חילוק...

ריינער האט עם טאקע נישט געשאסן צום טויט (עכ"פ לידיעתי).
ער האט ארויסגענומען אן עיקול, אנגערופן געשעפטן וכו' וואס איז נישט די שענסטע זאך אבער אין אונזער וועלטל איז דאס/דארף דאס צו זיין בעיסיקלי די 'סדר' ווי אזוי מען שטעלט אפ אן אומרויסגעהאלטענעם קאנקורענט ווען זיך דורכרעדן וכו' מחוץ לבי"ד גייט נישט (איך רעד נישט בכלל וועגן באשמיצן וואס דאס איז געגאנגען/גייט פון ביידע זייטן).

דעס אז פאנעטה איז יעצט ליידער געבליבן אן קיין פרנסה, מיט חובות וכו', און אז אונז האמער פארלוירן אן אוצר וואו הונדערט, טוישט נישט דער טרוקענער פאקט, וואו ווייטאגליך עס זאל נישט זיין.

יאסל ראקאווער » זונטאג מאי 15, 2022 8:31 pm

· #500127
איך זע עס אזוי

פאנעטה האט פרובירט צו באנקראטירן ריינער. מיינע קינדער האבן מיר אראפגעלייגט די שטיקלעך וואס ער האט אנגעדרייט די ערשטע פאר וואכן. דאס הייסט ער האט גענומען די law און די האנט. מעשה גבר אלים. מ'קען דאס אויך זען פון דאס וואס ער האט גענומען די גרעסטע שקץ אלץ זיין טוען. און די וועלט'ס גרעסטע דריי קאפ אלץ זיין לויער. ער איז געגאנגען פאר די kill.

האט זיך ריינער גענומען מיט די זעלבע טאקטיקן איבער אים. שוין, ריינער איז געלונגען און פאנעטה האט אנגעוואוירן א מילאן דאללער.

ס'איז א גרויסע רחמנות אבער דאס איז נישט די שטאט'ס מחלוקה. אמיטאמאל איז א מקווה מיט א מצה בעקעריי אינוואלווד. אבער דער שרייבט בריווען צום ציבור כאילו ער וואלט געווען די זיסע מצווה זיידע פון זיינע קאריקעטורן ַ. קוקט נישט אזוי אויס.

בית יוסף איז נישט אזא שגץ ווי קעניג, בשום אופן. און דער לויער מיסטער ווידער איז זיכער נישט אזא דריי קאפ ווי דער לויער מיסטער שארף, וואס האט דעים פאנעטה ווארשיינליך אויסגעטון נאקעט.

וואס יא, ריינער איז א געריבענע סוחר (אזוי ווי -איך האף- יעדע געלט שותף איז) און דער פאנעטה א זיסע העכסטע טאלאנטפולער אינגערמאן. ער האט אנגעטון די שלעכטע פאר הויזען. דאס אלס.

ער איז נישט די ערשטע אינגערמאן וואס דערלייגט א מיליאן דאללער, דאס איז מעשים בעל יום. אבער אזוי איבער דרייען די שטאט פאר א פארשטיקענע מיליאן דאללער. און פארשפרייטן ווידעא ווי ער דרייט אריין זיינע קינדער דערין אויך. נעבעך נעבעך.

טראכטכמוני » זונטאג מאי 15, 2022 8:39 pm

· #500129
יאסל ראקאווער
איבער דרייען די שטאט פאר א פארשטיקענע מיליאן דאללער.
נישט אינגאנצן אמת, זיין רעפוטאציע איך אויך געווען אויפן ליניע.

חוץ מזה קען איך א שיינע פאר מענטשן וואס וואלטן איבער געדרייט די שטאט פאר א פארשטינקענע אסאך-וויניגער-פון-א-מיליאן-דאלאר

בורו פארק » זונטאג מאי 15, 2022 9:03 pm

· #500132
איך הייב אן טראכטען אז דאס איז א סטרעטעגיע פון פאנעט צו פארמאכען פאר אפאר וואכען כדי זיך נישט דארפען ארומשלאגען מיט דער געשעפטען, און כדי צו באקומען דער סאמפאטיע פון דער גאס.
אין אפאר וואכען ארום וועט ער צורוקעפענען מיט א פרישקייט.

ליפא » זונטאג מאי 15, 2022 9:07 pm

· #500133
בורו פארק
איך הייב אן טראכטען אז דאס איז א סטרעטעגיע פון פאנעט צו פארמאכען פאר אפאר וואכען כדי זיך נישט דארפען ארומשלאגען מיט דער געשעפטען, און כדי צו באקומען דער סאמפאטיע פון דער גאס.
אין אפאר וואכען ארום וועט ער צורוקעפענען מיט א פרישקייט.
און וואס וועט דעמאלטס זיין? וואס איז דער סטראטעגיע

בעל דרשן » זונטאג מאי 15, 2022 11:12 pm

· #500141
.

שמן למאור » זונטאג מאי 15, 2022 11:45 pm

· #500143
וואו קען מען זען די ווידיאס? אפשר קען עס איינער דא ארויפשטעלן?

קהל'ס נער » מאנטאג מאי 16, 2022 12:02 am

· #500145
עצי שטים
וואו קען מען זען די ווידיאס? אפשר קען עס איינער דא ארויפשטעלן?
https://t.me/hundredpubllc

moneyminded » מאנטאג מאי 16, 2022 12:13 am

· #500146
יאסל ראקאווער
ער איז נישט די ערשטע אינגערמאן וואס דערלייגט א מיליאן דאללער, דאס איז מעשים בעל יום. אבער אזוי איבער דרייען די שטאט פאר א פארשטיקענע מיליאן דאללער. און פארשפרייטן ווידעא ווי ער דרייט אריין זיינע קינדער דערין אויך. נעבעך נעבעך.
מען רעדט פון א מיליאן דאלאר א יאר בערך פראפיט!

moneyminded » מאנטאג מאי 16, 2022 12:20 am

· #500147
טראכטכמוני
איך גלייך נישט צו מישן יענעמ'ס קאשע, און איך נעם נישט קיין צד (און מיין הארץ גייט אויב פאר פאנעטה) אבער דאס איז לעכערליכע טענה.

פאנעטה האט מ'כלומר'שט אונטערגעשריבן א נאן-קאמפיט אגרימענט.

אויב אזוי איז ארויסגיין און עפענען א קאנקטרענט נאכדערצו מיטנעמען מיט זיך אלע שרייבער קען זיין אנגעקוקט וואו פונקט אזא טעאראריסטישע אקט.

איינמאל עס איז פעטגעשטעלט אז דאס איז אומלעגיטים (עכ"פ לדעת ריינער) איז דאך פשוט אז עס פאדערט זיך עקולים וכו' אלעס דעס אפצושטעלן.
פאנעטה איז שוין נישט געווען 5 יאר די ליגעל בעל הבית פון קינדליין ווען ער האט געפענט 100, די נאן קאמפיט איז געווען נאר פאר 3 יאר, יעצט מעג ער זיכער עפענען לכל הדעות.

שמן למאור » מאנטאג מאי 16, 2022 12:25 am

· #500148
קהל'ס נער
עצי שטים
וואו קען מען זען די ווידיאס? אפשר קען עס איינער דא ארויפשטעלן?
https://t.me/hundredpubllc
פון ווידיאס קומט עפעס ריינער אריין שטארק, און פאנעט גאנץ שוואך

להבדיל » מאנטאג מאי 16, 2022 9:17 am

· #500164
.

טראכטכמוני » מאנטאג מאי 16, 2022 9:51 am

· #500165
moneyminded
טראכטכמוני
איך גלייך נישט צו מישן יענעמ'ס קאשע, און איך נעם נישט קיין צד (און מיין הארץ גייט אויב פאר פאנעטה) אבער דאס איז לעכערליכע טענה.

פאנעטה האט מ'כלומר'שט אונטערגעשריבן א נאן-קאמפיט אגרימענט.

אויב אזוי איז ארויסגיין און עפענען א קאנקטרענט נאכדערצו מיטנעמען מיט זיך אלע שרייבער קען זיין אנגעקוקט וואו פונקט אזא טעאראריסטישע אקט.

איינמאל עס איז פעטגעשטעלט אז דאס איז אומלעגיטים (עכ"פ לדעת ריינער) איז דאך פשוט אז עס פאדערט זיך עקולים וכו' אלעס דעס אפצושטעלן.
פאנעטה איז שוין נישט געווען 5 יאר די ליגעל בעל הבית פון קינדליין ווען ער האט געפענט 100, די נאן קאמפיט איז געווען נאר פאר 3 יאר, יעצט מעג ער זיכער עפענען לכל הדעות.
נאן-קאמפיט איז דאכצעך אויף דריי יאר 'נאך ער פארלאזט' דעם אויסגאבע. קארעקט מי איף איים ראנג.

מרדכי מרדכי » מאנטאג מאי 16, 2022 11:55 am

· #500172
פונעם טעלעגראם טשענעל
📎 Screenshot_20220516-115411_Telegram.jpg

שמן למאור » מאנטאג מאי 16, 2022 12:25 pm

· #500175
[ציטאט אראפגענומען]
זעט אויס אז ער האט אלעמאל נאר געטון לשם מצוה...

שטיינזאלץ » מאנטאג מאי 16, 2022 1:46 pm

· #500186
[ציטאט אראפגענומען]
ער שרייבט אז ער טוט עס פשוט זיך אויסצוליפטערן אביסל פון די אלע פרעשער.

היסטאריע » מאנטאג מאי 16, 2022 2:45 pm

· #500188
טראכטכמוני
moneyminded
טראכטכמוני
איך גלייך נישט צו מישן יענעמ'ס קאשע, און איך נעם נישט קיין צד (און מיין הארץ גייט אויב פאר פאנעטה) אבער דאס איז לעכערליכע טענה.

פאנעטה האט מ'כלומר'שט אונטערגעשריבן א נאן-קאמפיט אגרימענט.

אויב אזוי איז ארויסגיין און עפענען א קאנקטרענט נאכדערצו מיטנעמען מיט זיך אלע שרייבער קען זיין אנגעקוקט וואו פונקט אזא טעאראריסטישע אקט.

איינמאל עס איז פעטגעשטעלט אז דאס איז אומלעגיטים (עכ"פ לדעת ריינער) איז דאך פשוט אז עס פאדערט זיך עקולים וכו' אלעס דעס אפצושטעלן.
פאנעטה איז שוין נישט געווען 5 יאר די ליגעל בעל הבית פון קינדליין ווען ער האט געפענט 100, די נאן קאמפיט איז געווען נאר פאר 3 יאר, יעצט מעג ער זיכער עפענען לכל הדעות.
נאן-קאמפיט איז דאכצעך אויף דריי יאר 'נאך ער פארלאזט' דעם אויסגאבע. קארעקט מי איף איים ראנג.
עס איז דא וועגן זיך ארויסצודרייען פון נאן קאמפיט.

אבער דער תירוץ אז זיין ווייב וכו', דאס איז לאקשען. ווי אויך נאך ער פארלאזט, און? ער האט נישט פארלאזט? קל וחומר אויב איז ער דארט.

מיט דעם, זעהט אויס אז זיין נישט אונטער שרייבען שטרי בירורין האט נישט געלאזט דער לאנדא אראפ נעמען דער עיקול.

אבער דער ריינער איז זייער שרעקעדיג, וויאזוי טוהן מענטשן ביזנעס מיט אים?

איך גלייב ער קומט באלד צוריק מיט א נייער אויסגאבע. א צווייטער קען עס עפענען, ער האט ממש נישט קיינער וואס איז אים גרייט צו געבן א נאמען? א לויער? וכו'?
זיין עקשנות צו לייגן הונדרעט אויף זיין אייגענע נאמען איז אויך אינטרעסאנט.

בעל דרשן » מאנטאג מאי 16, 2022 4:42 pm

· #500194
נאכן ליינען ביידע בריוון איז קלאר אז פאנעט קומט ארויס די געווינער

די ערשטע זאך אז פאנעט דערמאנט נישט קיין נעמען - און ריינער יא
דעס ווייזט אז פאנעט איז די איידעלע און ער האט געזיכט שלום

פאנעט פארגינען זיי נישט קיין ר' !

און וואס ס'איז געווען צווישן זיי אינעוועניג איז שווער צו וויסן אבער פון וואס מ'זעט איז קלאר אז די יושר איז מיט פאנעט
פון דעם אליינס אז ריינער איז ארומגעלאפן צו די געשעפטן מיט טעראר ווייזט מיט וואספארא רשעות ער איז באשאנקן

שאלתיאל » מאנטאג מאי 16, 2022 6:57 pm

· #500197
ביי מיר אינדערהיים פלעגט מען קויפן אמאל קינדליין און אמאל הונדערט און איך פלעג אריינבליקן פון צייט צו צייט און איך מוז זאגן אז עס נישט קיין פארגלייך. הונדערט איז געווען א מעסטערפיס, עכט קאלירפול, רייך און אינטערסאנט אפילו פאר ערוואקסענע, ס'איז אויף אן אנדערע לעוועל פון קינדליין. חבל על דאבדין.

כרם זית » מאנטאג מאי 16, 2022 7:09 pm

· #500198
איך קען ביידע גראדע. איך הייב שוין אן צו גלייבן אין השגחה פרטית און אין מאמר רז''ל על דאטפך כו'. וד''ל.

נאר וואס געפעלט מיך די מערסטע איז די היפיקראטיע אז אין הונדרעט און אין קינדליין איז מען פארנומען ארויסצוהייבן די מתנזרים פון טכנלגיה און דא זיצט ער אויף טלרגרם. סאיז די זעלבע בחינה אנהייב פון זיין בריוו ''בחור'ל טו דיך א טובה און ליין דאס נישט''...

בורו פארק » מאנטאג מאי 16, 2022 9:15 pm

· #500204
איך פארשטיי נישט פאנעט'ס טענה איבער דער שליש און שלום בית מאכער. קאורט האט צוריקגעשיקט צו דער שליש ווייל ס'איז א לעגאלע arbitration, און לכאורה איז עס געווען מיט א שטר וואס איז אויך מחייב על פי הלכה. ר' יוד ס'איז דא הלכות ווען מ'איז מקבל איינער צו זיין א מכריע איז עס אזוי ווי א בית דין. האסט געמיינט אדער געטראכט אנדרעש, סארי דאס איז דער חוק און הלכה.

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 16, 2022 11:12 pm

· #500212
וואו קען מען ליינען דעם בריוו פון ריינער?

chosen people » מאנטאג מאי 16, 2022 11:31 pm

· #500217

moneyminded » מאנטאג מאי 16, 2022 11:39 pm

· #500219
היסטאריע
דער ריינער איז זייער שרעקעדיג, וויאזוי טוהן מענטשן ביזנעס מיט אים?

איך גלייב ער קומט באלד צוריק מיט א נייער אויסגאבע. א צווייטער קען עס עפענען, ער האט ממש נישט קיינער וואס איז אים גרייט צו געבן א נאמען? א לויער? וכו'?
זיין עקשנות צו לייגן הונדערט אויף זיין אייגענע נאמען איז אויך אינטרעסאנט.
באמת ווינדערט מיר דעס אויך, אבער די פאקט איז אז רובא דרובא היימישע סוקסעספולע ביזנעסלייט איז דא א מעשה אדער מעשיות ווי אזאנע פאנעטה מעשיות, נאר געווענליך געט יענער גלייך אויף אדער זיצט יארן אין דין תורה און ענדיגט אן די הויזן.

אפילו מיט א צווייטע נאמען וואלט ריינער יענעם נאכגעגאנגען, עס קען זיין ווען פאנעטה שפאצירט גלייך אווועק און געט אויף אויף ריינער און באשמיצט אים נישט און עפענט מיט א צווייטע נאמען אולי אז דעמאלס וואלט עס געארבעט, איך טרעף כסדר עלטערע אידן וואס דערציילן וויאזוי היימישע ראשי קהילה וכולי וואס זענען בא'גנב'עט געווארן פון סוקסעספולע ביזנעסעס וכדומה , די פאקט איז אז רוב מוצלחים איז פון א צווייטענס געלונגעקייט, איך רעד דייקא פון גרויסע גבירים פון פארצווייגטע געשעפטן.

היסטאריע » דינסטאג מאי 17, 2022 8:07 am

· #500226
טיפיקעל שותפות פין שקר און שלימאזעל.

ריינער האלט אז דער עיקר איז ער, ווער דער שרייבערס זענען מאכט נישט אויס, מען קען פאר געלט באקומען אלעס.

פאנעט האלט, דער עיקר איז ער, ווייל אזוי געלונגען ווי ער איז נישטא.

ביידע מעגן נעמען א לעסען אין לעבן.

אפילו דער ערשטער פייט פין דער קאמיקס ביכל האט נישט געזאלט זיין.
בלאט: 1 2 3 4