☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » אשכול אן א טיטל #15291

אשכול אן א טיטל #15291

198 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15291
בלאט: 1 2 3 4

שמן למאור » דאנערשטאג מאי 19, 2022 10:12 am

· #500430
[ציטאט אראפגענומען]
איך וואלט געהאט פאר אים אן אנדערע בקשה,
הרב פאנעט טייערע, ביסט דאך א געלינגענע שרייבער, האסט נישט וואס צו טון יעצט, ביסט דאך אנעמפלויד, שרייב דיך איין אין קאווע שטיבל, און הייב אהן צו קנאקן אשכולות איינס נאכן צווייטן, ס'זאל גיין א רויעך,
שרייב אלע נושאים וואס די האסט ביז היינט נישט געקענט שרייבן אין דיין אפעציעלן נאמען

איין מינוט... אפשר איז ער שוין דא..??

בת קול » דאנערשטאג מאי 19, 2022 12:56 pm

· #500445
עצי שטים
בורו פארק
עצי שטים
אויך אויב ער נעמט שוחד? אדער פירט זיך נישט ערליך? אדער איז קלאר אין טאש פון איין בעל דין? אדער ציט סתם אויס די דין תורה אבי ער זאל מאכן געלט?
דער אלע טענות וועגען שוחד און קלאר אין טאש פון איין בעל דין דארף מען קענען מכריח זיין מיט ראיות גמורות נישט מיט אייגענע השערות, און אויב דו האסט טאקע ראיות וועלען בית דין און קאורט לאזען אוועקגיין פון דער מפשר, אבער זעהסט דאך אז קאורט האט צורוקגעשיקט צו הרב בערגמאן און זיי האבען נישט געטראפען קיים שום שוחד דארט.
איך בין נאכנישט אזוי זיכער, די זאך האלט זיך נאך אינמיטן אויסקאכן, לאמיר עס גיבן צייט,
לויט ווי עס זעהט אויס גייט פאנעט צירוק גיין אין קארט
אגב עס זעט מיר נישט אויס אז ער איז געגאנגען צו קאורט ווייל ער האט נישט אזוי ליב געהאט די פסק פון בערגמאן, ער האט דאך נאכנישט גע'פסק'נט גארנישט
ער האט פשוט געוואלט אז זאכן זאלן זיך ריקן, און כפי הנראה האט בערגמאן דוקה אויסגעצויגן די זאך סיי פאר זיין אייגענע בענעפיט און אויך וועגן די בענעפיט פון ריינער
איך בין מסכים. די גאנצע מערכה לייגט זיך ממש נישט אויפן שכל פאר אזא קלוגע מענטש.
ער לייגט מן הסתם די גרינדונג צו קענען גיין אין קארט.
זעהט אויס זיין סטראטעגיע איז- אויב איך קען עס נישט האבן, וויל איך זיכער מאכן אז ער קען אויך נישט.

פאלגזאם » דאנערשטאג מאי 19, 2022 1:37 pm

· #500448
עצי שטים
[ציטאט אראפגענומען]
איך וואלט געהאט פאר אים אן אנדערע בקשה,
הרב פאנעט טייערע, ביסט דאך א געלינגענע שרייבער, האסט נישט וואס צו טון יעצט, ביסט דאך אנעמפלויד, שרייב דיך איין אין קאווע שטיבל, און הייב אהן צו קנאקן אשכולות איינס נאכן צווייטן, ס'זאל גיין א רויעך,
שרייב אלע נושאים וואס די האסט ביז היינט נישט געקענט שרייבן אין דיין אפעציעלן נאמען

איין מינוט... אפשר איז ער שוין דא..??
אונז האמיר שפיץ חכמה חברה דא.
ווער דארף מער?

עזריאל רוטנברג » דאנערשטאג מאי 19, 2022 1:40 pm

· #500449
קומט נישט דא, אבער מ'שרייבט דא די גאנצע צייט ווי קלוג און שעפעריש ער איז, ווי גוטע שרייבער ער איז, ענד אן ענד אן.
וויל איך פרעגן א קלאץ קשיא, ווי קען מען זעהן זיין קלוגשאפט? פון וואנעט בויט זיך די קעיס פאר זיין שעפערישקייט? גוטע שרייבער פרעג איך שוין נישט, ווייל איך האב געליינט הונדערט און שוין אליין געצויגן מיינע מסקנות. הונדערט האט געהאט אסאך גוטע שרייבערס, ווען אפאר פון זיי וואלטן איבערגענומען זיינע ארטיקלען וואלט געווען בעסער.

ער האט אסאך ענערזשי. און איך ווייס פון איין גוטע געדאנק וואס ער האט אויסגעפירט דורך אויפנעמען מענטשן צו טון די געלונגענע ארבעט, און דורך נוצן א געלט שותף. וואס נאך?

קורקלענד » דאנערשטאג מאי 19, 2022 1:52 pm

· #500451
אז איר זענט שוין אויף אזא אוואנטור צו טרעפן קליגשאפט און שעפערישקייט. לאמיר ביטע וויסן וואו איר זעהט עס ביי סטיוו דזשאבס, ביל געיטס און דזשעף בעזאס.

איר זענט טאקע רעגיסטרירט זייט 2019 און פּאַפּסט ארויס נאר אין געציילטע גאר זעלטענע זמנים צו אטאקירן פאנעט. און דערנאך שלאפט איר ווידער איין. צום ווידערזען אין יארע 2024.

מרדכי מרדכי » דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:18 pm

· #500452
קורקלענד
אז איר זענט שוין אויף אזא אוואנטור צו טרעפן קליגשאפט און שעפערישקייט. לאמיר ביטע וויסן וואו איר זעהט עס ביי סטיוו דזשאבס, ביל געיטס און דזשעף בעזאס.

איר זענט טאקע רעגיסטרירט זייט 2019 און פּאַפּסט ארויס נאר אין געציילטע גאר זעלטענע זמנים צו אטאקירן פאנעט. און דערנאך שלאפט איר ווידער איין. צום ווידערזען אין יארע 2024.
איך האב נישט א חכמה מעסטער און איך ווייס נישט ווער עס איז גערעכט אבער איך ענדזשוי עס

עזריאל רוטנברג » דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:52 pm

· #500456
קורקלענד
אז איר זענט שוין אויף אזא אוואנטור צו טרעפן קליגשאפט און שעפערישקייט. לאמיר ביטע וויסן וואו איר זעהט עס ביי סטיוו דזשאבס, ביל געיטס און דזשעף בעזאס.

איר זענט טאקע רעגיסטרירט זייט 2019 און פּאַפּסט ארויס נאר אין געציילטע גאר זעלטענע זמנים צו אטאקירן פאנעט. און דערנאך שלאפט איר ווידער איין. צום ווידערזען אין יארע 2024.
שכח פאר דיין פרעדיקטעבל ענטפער. כ'האב שוין כמעט געוואלט שרייבן אז קורקלענד דארף נישט ענטפערן, אבער בעסער אזוי טאקע.
איך האב נאך קיינמאל נישט אטאקירט פאנעט, און יעצט אויך נישט. אבער פאר אזא נייטראלע אבזערווירער ווי דו איז שוין ממש character assassination צו זאגן אז ער איז נישט אזא געלונגענע שרייבער. נאדיר א לייק פארן מאכן מיין טאג.

קלוגשאפט און שעפערישקייט ביי סטיוו דזשאבס און ביל געיטס האב איך געטראפן אין זייערע ביאגראפיעס. ביי דזשעף בעזאס איז מיר נאך קיינמאל נישט אויסקומען צו זוכן.
אויב איז דיר זייער וויכטיג עפן א נייע אשכול וועגן זיי. וועל איך זיך אנשטרענגען צו ענטפערן דארט. כאטש צוזאגן קען איך נישט, פאר די זעלבע סיבה פארוואס כ'שרייב ווייניג.

שמן למאור » דאנערשטאג מאי 19, 2022 5:58 pm

· #500468
אויף א שאלות ותשובות טעלעגראם טשענעל וואס פאנעט האט געעפנט, האט איינער געשריבן אז מען זאל מאכן א boycutt אויף קינדליין און אויף אלע אנדערע פרדוקטן וואס ריינער פארקויפט
פאנעט האט גלייך מוחה געווען און געשריבן אז ער האלט נישט פון אלימות, און גלייך פארמאכט די קאמענטס

כל הכבוד

שמן למאור » דאנערשטאג מאי 19, 2022 6:02 pm

· #500469
די לינק ארבייט שוין נישט, זעט אויס אז דאס האט ער אויך אויסגעמעקט

ים רויבער » דאנערשטאג מאי 19, 2022 7:06 pm

· #500471
עצי שטים
די לינק ארבייט שוין נישט, זעט אויס אז דאס האט ער אויך אויסגעמעקט
ס'איז נאך דא.

moneyminded » פרייטאג מאי 20, 2022 2:31 am

· #500503
קורקלענד
אז איר זענט שוין אויף אזא אוואנטור צו טרעפן קליגשאפט און שעפערישקייט. לאמיר ביטע וויסן וואו איר זעהט עס ביי סטיוו דזשאבס, ביל געיטס און דזשעף בעזאס.

איר זענט טאקע רעגיסטרירט זייט 2019 און פּאַפּסט ארויס נאר אין געציילטע גאר זעלטענע זמנים צו אטאקירן פאנעט. און דערנאך שלאפט איר ווידער איין. צום ווידערזען אין יארע 2024.
עזריאל רוטנברג
קורקלענד
אז איר זענט שוין אויף אזא אוואנטור צו טרעפן קליגשאפט און שעפערישקייט. לאמיר ביטע וויסן וואו איר זעהט עס ביי סטיוו דזשאבס, ביל געיטס און דזשעף בעזאס.

איר זענט טאקע רעגיסטרירט זייט 2019 און פּאַפּסט ארויס נאר אין געציילטע גאר זעלטענע זמנים צו אטאקירן פאנעט. און דערנאך שלאפט איר ווידער איין. צום ווידערזען אין יארע 2024.
שכח פאר דיין פרעדיקטעבל ענטפער. כ'האב שוין כמעט געוואלט שרייבן אז קורקלענד דארף נישט ענטפערן, אבער בעסער אזוי טאקע.
איך האב נאך קיינמאל נישט אטאקירט פאנעט, און יעצט אויך נישט. אבער פאר אזא נייטראלע אבזערווירער ווי דו איז שוין ממש character assassination צו זאגן אז ער איז נישט אזא געלונגענע שרייבער. נאדיר א לייק פארן מאכן מיין טאג.

קלוגשאפט און שעפערישקייט ביי סטיוו דזשאבס און ביל געיטס האב איך געטראפן אין זייערע ביאגראפיעס. ביי דזשעף בעזאס איז מיר נאך קיינמאל נישט אויסקומען צו זוכן.
אויב איז דיר זייער וויכטיג עפן א נייע אשכול וועגן זיי. וועל איך זיך אנשטרענגען צו ענטפערן דארט. כאטש צוזאגן קען איך נישט, פאר די זעלבע סיבה פארוואס כ'שרייב ווייניג.
למעשה קען נישט קיינער נאכמאכן פאנעטה מיט זיין געלונגענע אויסגאבע, יעדע אויסגאבע ווי די קינדליין,קינדילינגא,די וואך, די בליק פרובירט אבער זיי קענען נישט,
די זעלבע זאך ווי קיינער קען נישט נאכמאכן די שטערן אדער די גלאק פון שמעון ראלניצקי, פארוואס איך זאג עס , וועגן איך ליין נישט קיין איינס ,וועגן איך געדענק נישט נאך א אויסגאבע וואס אינג און אלט קלאגט אויף עס , אבער סאיז מן הסתם די גרעסטע אידיש אויסגאבע אין די היסטארי וואס האט/פארקויפט אזויפיל שטיק וועכענטעליך, זעט אויס אז עפעס קען ער וואס א צווייטער קען נישט

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

עזריאל רוטנברג » פרייטאג מאי 20, 2022 9:21 am

· #500507
זיין געלונגענע אויסגאבע מיינט די אמאליגע קינדליין? הונדערט איז געווען א בלאסע שאטן פון קינדליין אין די גוטע צייטן.
די לעצטע שטיק צייט איז הונדערט געווען בעסער ווי קינדליין. אביסל פריער איז קינדליין געווען בעסער ווי הונדערט. זיי זענען ביידע געווען שוואכע מעשיות.
דאס איז מיין מיינונג נאך קויפן און ליינען ביידע פון זיי, איך און מיינע נייגעריגע קינדער. איך האף אז ס'איז נישט קיין פערזענליכע אטאקע קעגן פאנעט צו זאגן אז הונדערט איז געווען אביסל בעסער פון קינדליין און נישט זייער אסאך בעסער.

די וואך און די בליק האבן קינדער ביילאגעס, זייער פאוקעס איז אינגאנצן נישט דארט. וועט מען זאגן אז דער איד האט פרובירט נאכצומאכן קינדליין און זיי קענען נישט, ווייל דער איד האט אויך עפעס פאר קינדער?
וואס איז קינדלינגא?

סאנטיאגא » פרייטאג מאי 20, 2022 2:20 pm

· #500523
[

שמן למאור » זונטאג מאי 22, 2022 4:23 am

· #500580
ביי די לייוו פון היינט נאכט וואס דויערט איבער א שעה, איז פאנעט גאנץ קלאר מסביר די השתלשלות הדברים,
הגם אפאר נקידות פעלן נאך

מונטסורי » זונטאג מאי 22, 2022 10:06 am

· #500587
.

שמן למאור » פרייטאג מאי 27, 2022 1:07 pm

· #501083
פאנעט האט ארויסגעשטעלט א רשימה פון די גראסעריס וואס האבן ארויסגעווארפן זיין "הונדרעט" אויסגאבע,
און דערמיט אינטערגעברענגט זיין פרנסה
📎 IMG_20220527_130430_396.jpg

שמן למאור » פרייטאג מאי 27, 2022 1:07 pm

· #501084
📎 IMG_20220527_125648_768.jpg

שמן למאור » דאנערשטאג יוני 9, 2022 3:37 pm

· #501827
ק/פ פון מענדל הערש פאנעט אויף סאשעל מידיא:

מאנכע פרעגן מיר צו איך "ליין קאווע שטיבל"?
קודם כל, יא זיכער!
און נישט נאר איך, נאר יעדע רבי און רב ליינט בשתיקה! (ספעציעל ווען מען דערמאנט זייער נאמען 😂 )


רעדענדיג, גוט צו וויסן אז איך האב אימעיל אדרעסן פון די גרעסטע רבי'ס 😉 !


מיין ענטפער אויף יענעם אשכול אין קאווע שטיבל האב איך א חלק שוין געענטפערט צווישן די שורות נעכטן נאכט און היינט,

און געדענקט גוט וואס איך זאג אייך:
דעם אשכול לדעתי איז געשריבן געווארן דורך איינע פון די רבנים אדער איינע פון זייערע שלוחים מיר אפצוהאלטן פון גיין ווייטער, און מיר ארויס צו נעמען די אפעטיט,
די זעלבע לשונות באקום איך אין רעיל-לייף אויך, ממש די זעלבע געבוי פון א "שמועס"...

ליינט גוט דורך זיינע לשונות ותמצא נחת
און יא, נישט איין עסקן ממשמרת החינוך והצניעות זיצט דארט און דרייט א קאפ...
הפוך בה!

איך קען זיי "צו גוט"!

זייער מהלך קען איך ישר-והפוך
סאיז א שמועס פאר זיך... א לענגס און א ברייטס!
עכ"ל

אגב ער דעקט אויף גאר אינטערסאנטע זאכן בנוגע די קארופציע פון די דיינים ורבנים און נאך, אויף זיין טעלעגראם טשענעל
https://t.me/hundredpubllc
פאר די שאלות ותשובות...
https://t.me/hundredpub

מרדכי מרדכי » זונטאג יוני 12, 2022 2:29 pm

· #501965
ווייסט איינער וועלכע ארטיקל פון מאמענט רעדט פון דעם יואלי קליין וואס פאנעט שרייבט אויפן טשענל?

https://t.me/hundredpub/2785

מרדכי מרדכי » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2022 7:48 pm

· #509398
מענדל הערש פאנעט האט געשריבן אויף זיין טשענעל אז ער קומט ארויס מיט א נייע מאגאזין.
עמיר ווארטן אויף נאך נייעס,

אינטערעסאנט וואס טוישט זיך יעצט, גייט ריינער אויפהערן מיט די רדיפות, צי עפעס אנדערש.

שמעקעדיג » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 9:38 am

· #509479
ריינער איז ביזי מיט מיימאנעדיס...

מרדכי מרדכי » מיטוואך אקטאבער 5, 2022 9:57 pm

· #510046
פאנעט געט איבער אז ער הייבט אן צי שרייבן אין דער בלאט און אהין און צוריק גייט זיין דארט דעם סוכות

שמן למאור » מיטוואך מערץ 15, 2023 6:28 pm

· #518674
ר' מענדל הערש האט נעכטן ארויסגעשטעלט א שיינע עד מיט א מודעה אז ער וועט זיין פסח אין די רעלי האטעל און דינען דארטן אלס דער בעל תפילה.

היינט האט ער ארויסגעשטעלט א מעסעדזש ווי פאלגנד:
מענדל הערש פאנעט
בס"ד
להוי ידיעה:
איך האב נעכטן ארויף געלייגט א עד פון די רעלי,
די רעלי האטעל האט מיר טאקע אויפגענומען לכבוד יום טוב פסח, געווען א גרויסע שמחה, אבער מיט ווייטוג מעלד איך אז מענדל לערנער פון די רעלי האט באקומען פרעשור פון די זעלבע חברה וועלכע האבן געלייגט פרעשור מיט א יאר צוריק אויף גראסערי'ס.
(ווער געדענקט בלויז א יאר צוריק, הונדערט'ס אין די גאסן?)... און די רעלי האט געקענסלט אויף מיר.
סאיז א ווייטוג, אבער מען וועט זיך שטארקן אויף דעם אויך
און בקרוב קומט אסאך גוטע זאכן בעז"ה.

גם זו לטובה,
הודו לה'.

כרם זית » מיטוואך מערץ 15, 2023 7:37 pm

· #518682
נעבעך. אויב וואס ער שרייבט איז אמת, דאן זענען די מאפילירער פון די גרעסטע תלמידי חכמים שבדור, ווארום זיי זענען נוקם ונוטר כנחשים השרפים, ווי נישט דא קיין גלייכן.

ס'ארא רשעות.

שמן למאור » מיטוואך מערץ 15, 2023 9:05 pm

· #518688
שמן למאור
ר' מענדל הערש האט נעכטן ארויסגעשטעלט א שיינע עד מיט א מודעה אז ער וועט זיין פסח אין די רעלי האטעל און דינען דארטן אלס דער בעל תפילה.

היינט האט ער ארויסגעשטעלט א מעסעדזש ווי פאלגנד:
מענדל הערש פאנעט
בס"ד
להוי ידיעה:
איך האב נעכטן ארויף געלייגט א עד פון די רעלי,
די רעלי האטעל האט מיר טאקע אויפגענומען לכבוד יום טוב פסח, געווען א גרויסע שמחה, אבער מיט ווייטוג מעלד איך אז מענדל לערנער פון די רעלי האט באקומען פרעשור פון די זעלבע חברה וועלכע האבן געלייגט פרעשור מיט א יאר צוריק אויף גראסערי'ס.
(ווער געדענקט בלויז א יאר צוריק, הונדערט'ס אין די גאסן?)... און די רעלי האט געקענסלט אויף מיר.
סאיז א ווייטוג, אבער מען וועט זיך שטארקן אויף דעם אויך
און בקרוב קומט אסאך גוטע זאכן בעז"ה.

גם זו לטובה,
הודו לה'.
די ארגינעלע עד.
📎 IMG_20230315_205131_562.jpg

סמבטיון » מיטוואך מערץ 15, 2023 9:32 pm

· #518690
כקען מענדי לערנער פערזענליך, א ליבליכער יונגערמאן, א שאד ער לייגט זיך אריין אין דעי בלאטע

קורקלענד » דאנערשטאג מערץ 16, 2023 2:17 am

· #518723
דאס כח און ענערגיע וואס רמ''ה דעמאנסטרירט איז א ריזיגע מוסר השכל פאר אונז אלע. ווען ס'גייט מיר שווער, טראכט איך פון איהם, אז ער קען בייקומען שוועריקייטן. דארף איך אויך קענען. דער אייבערשטער זאל העלפן אז ער זאל האבן די כח זיך ארויס צוזעהן פון די פלאנטער און קענען לעבן מיט מנוחת הנפש און הרחבת הדעת.

אינטיליגענטער » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 12:55 pm

· #533739
די פרשה איז צוריק אין די נייעס
https://t.me/hundredpubllc

Yesh » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 1:28 pm

· #533744
אינטיליגענטער
די פרשה איז צוריק אין די נייעס
https://t.me/hundredpubllc
פין די טשענל
א גוט מארגן אלע גוטע פריינט

לעצטע וואך דעם 9טן אין אוגוסט איז פארגעקומען א "סטעלמענט קרנפערענץ" צווישן ביידע צדדים מיט די באגלייטונג פון לויערס פון ביידע זייטן בראשות א געוועזענע ריכטערין וועלכע האט געדינט אלץ פארמיטלער,
די קאנפערעץ האט די שופטת פון די קעיס געבעטן/מציע געווען/ פארלאנגט אלץ "טשאנס" לטובת ביידע זייטן,
ליידער איז דער צד שכנגד נישט געקומען מיט א רצון צו סטעלן, נאר אבי צו פאלגן וואס מען האט אים באפוילן, צו שטופן די צייט ביי די סעטלמענט קאנפערענץ.
כמובן מאליו זענען די שלום געשפרעכן דורכגעפאלן און האבן זיך געענדיגט מיט א גארנישט, כאטש מיר מצידנו זענען מיר געווען גרייט צו גיין זייער, זייער ווייט, און פארקוקען גאר גאר אסאך אבי למען השלום, אבער ווי ביז איצט: אֲ‍נִי שָׁלוֹם וְכִי אֲדַבֵּר, אבער הֵמָּה לַמִּלְחָמָה,
ליידער ליידער צווינגט מען מיר צו לוחם זיין, א זאך וואס ב"ה מיר האבן גענוג און נאך זאפאסן מיט גאר שטארקע סחורה פאר אזא מלחמה אין קארוט, נאר מיר האבן געוואלט מונע זיין חילול ה', און צרות פאר די אלע שלוחים זיינע,
אבער צוליב די תאווה זיינער פון הֵמָּה לַמִּלְחָמָה גייט מען היינט צוריק אין קאורט, ווי איך וועל מוזן ווייטער מלחמה האלטן פאר מיין לעבן און פאר די לעבן און וואוילזיין פון מיין פאמיליע,
הערשט יעצט גייט די מלחמה אין קאורט ארויף א גאר ערנסטע לעוול ווי קיינמאל בעפאר, ווי מיר וועלן מוזן אריינשלעפן אפיציעל זיינע שלוחים מיט די קלאגעס וואס זיי האבן זיך ערליך פארדינט מיט זייערע מעשי טעראר ורשעות.

זייטס מתפלל אז מיר זאלן מצליח זיין אין דעם היינטיגן קאורט,

מער פרטים וועלן נאכפאלגן בע"ה בקרוב, ווען מיר זענען געצווינגען אויסצוטון די זיידענע הענטשיך, און טון צום זאך,
עס קוקט אויס ווי עס גייט קומען אסאך "עקשאן" בלע"ז די קומענדיגע תקופה, א זאך וואס זיינע שלוחים גייען שטארק חרטה האבן לכאורה ובעזרת השם!
זייטס מתפלל לטובתי, אז די אמת זאל ארויס קומען קלאר לעיני השמש בצהריים, און אז די אלע רשעים זאלן צאלן פאר זייער רשעות כראוי לפי פעלם
זאל מען הערן בלויז בשורות טובות
"די באן פארלאזט די סטאנציע!"

אייער פריינט
מנחם צבי בן חוה

תרמב » מאנטאג אוגוסט 28, 2023 3:19 am

· #534566
איך קלער וואס דין תורה וואלט געקענט פסקענען אזא פאל אז איינער זאל זיין די ריכטיגע הונדערט און דער צווייטער זאל זיך רופן 145 "הונדערט פינעף און פערציג" און שלום על ישמעאל... ביי באבוב האט עס געארבעט...

סקעפטיקער » מאנטאג אוגוסט 28, 2023 4:45 pm

· #534624
תרמב
איך קלער וואס דין תורה וואלט געקענט פסקענען אזא פאל אז איינער זאל זיין די ריכטיגע הונדערט און דער צווייטער זאל זיך רופן 145 "הונדערט פינעף און פערציג" און שלום על ישמעאל... ביי באבוב האט עס געארבעט...
די דין תורה איז נישט צו וועם הונדערט באלאנגט, נאר קינדליין. די שאלה אויף הונדערט איז אויב ער האט עס געמעגט עפענען

חיים עוזר » פרייטאג יאנואר 5, 2024 1:26 am

· #543707
שוין לאנג נישט געהערט קיין אפדעיטס?

קלוגע יודל » מיטוואך יאנואר 10, 2024 5:49 pm

· #544393
זאגט מיר איינער אז "שטענדרל" איז געמאכט דורך ר' מענדל הערש?

עמרם » מיטוואך יאנואר 10, 2024 6:08 pm

· #544395
קלוגע יודל #
זאגט מיר איינער אז "שטענדרל" איז געמאכט דורך ר' מענדל הערש?
קען זיין , אבער בע''ב איז יואלי לאנדא

קליינע צדיק » מיטוואך יאנואר 10, 2024 6:10 pm

· #544396
קלוגע יודל #
זאגט מיר איינער אז "שטענדרל" איז געמאכט דורך ר' מענדל הערש?
אויב יא איז דאס א באמבע
וועט זיין אינטערסאנט צו זעהן ריינער זיך שלאגן מיט יואלי לאנדא
(אויב עס איז אמת)

עמרם » מיטוואך יאנואר 10, 2024 6:13 pm

· #544397
ער האט נישט אויף וואס זיך צו שלאגן
מ'פארקויפט עס נישט

מר. קלונימוס » מיטוואך יאנואר 10, 2024 6:25 pm

· #544400
מפארקויפט עס יא פאר א דאלער אין אלע געשעפטן

עמרם » מיטוואך יאנואר 10, 2024 6:25 pm

· #544401
מר. קלונימוס #
מפארקויפט עס יא פאר א דאלער אין אלע געשעפטן
האב איך נישט געוויסט

סקעפטיקער » מיטוואך יאנואר 10, 2024 6:30 pm

· #544402
קלוגע יודל #
זאגט מיר איינער אז "שטענדרל" איז געמאכט דורך ר' מענדל הערש?
איך האב געהאט אזא מחשבה'לע גלייך אינאנהויב, איך בין נייגעריג אויב דאס איז אמת.

עמרם » מיטוואך יאנואר 10, 2024 6:32 pm

· #544403
אויב איז עס אמת !
ב''ה ער האט געטראפן א גוטע פרנסה

האניג » מיטוואך יאנואר 10, 2024 6:35 pm

· #544404
שמעון יואל קליין שטעלט עס אהער, גארנישט מיט פאנעט

קורקלענד » מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:03 pm

· #544406
מענדל הערש האט עס אנגעהויבן און איז געווען אינוואלווד. מחמת איזה סיבה איז ער שפעטער ארויסגעפאלן.

טאמבל סאס » פרייטאג פעברואר 9, 2024 9:30 am

· #548963
chosen people #
וואו דא? פ"וו קען איך דאס נישט עקסעסן? ווער האט ריינער'ס קונטרס פליז?

טאמבל סאס » פרייטאג פעברואר 9, 2024 10:09 am

· #548974
קידוש #
איך פלעג זיין גאר א שטארקע שטיצער פון קינדליין דערנאך הונדרעט,
די חלל גייט זיך שטארק דערקענען,
אבער ר' מענדל הירש, ביטע נישט אינסטעגרעם לייוו, די פארברענסט די בריקן צו מוסדות צוזאמארבעט.

און צום טעראר קאמפיין: יעדע מענטש האט זיין טאג....
איים סארי אבער דאס איז נישט ריכטיג. די מוסדות זענען דיע וואס האבן אים חרוב געמאכט. קודם מיט'ן אים מהפך זיין צו א מענטש אהן א געוויסן, מיט'ן דרוקן פשעווארסקע געסטעמפטע זמירות פאספארטן און עקשטיין בעל-הסגולות ובעל-הנס ארטיקלעך/אנאנסן. און נאכדעם מיט'ן זיך נישט אננעמען פאר די קריוודעס קעגן אים, עכ"פ לדידו.

זיי גייען זיך נישט טשעינדזשען. זיי אפרישיעיטן נישט טאלענט. פעריאד.

טאמבל סאס » פרייטאג פעברואר 9, 2024 10:24 am

· #548981
בורו פארק #
שמן למאור
וואו קומט אבער בית יוסף אריין דא צו געבן א עיקול? בפרט אז זיי האבן נישט אויסגעהערט פאנעט?
זאל הרב בערגמאן שרייבן א עיקול
ווייל מ'דארף א בית דין של ג' צו שרייבן א סירוב מיט א עיקול, און הרב בערגמאן איז נאר א בורר יחיד, אבער נאכ'ן זעהן דאקומענטן אז פאנעט גייט אין קאורט כדי צו נישט דארפ'ן גיין צו הרב בערגמאן איז עס גענוג א ראי' אז ער איז א מסרב לדין.
עפעס שטימט נישט דא. אדער נוצטו בית יוסף, אדער אזא סארט בי"ד של שלשה, פאר אלעמען; אדער נוצטו בערגמאן פאר אלעמען. מען קען נישט טאנצן סיי אהין און סיי אהער געוואנדן וועלכע פאפיער דו דארפסט!? כ'פארשטיי אייך נישט.

טאמבל סאס » פרייטאג פעברואר 9, 2024 10:38 am

· #548984
שמעקעדיג #
ריינער איז ביזי מיט מיימאנעדיס...
וועגן וואס איז דער נושא געווען?

סקעפטיקער » פרייטאג פעברואר 9, 2024 2:51 pm

· #549022
טאמבל סאס #
שמעקעדיג #
ריינער איז ביזי מיט מיימאנעדיס...
וועגן וואס איז דער נושא געווען?
Save Maimonides

טאמבל סאס » דינסטאג פעברואר 13, 2024 11:43 am

· #549494
איך פארשטיי מיך נישט. פאנעטה האט אזויפיהל געשריבנס ארויסגעגיבן אויף דער מחלוקה און ריינער גארנישט? אפי' א שרעד פון וואס זיין טענה איז?

קורקלענד » דינסטאג פעברואר 13, 2024 11:54 am

· #549496
ריינער'ס צד זאגט אז ער האט געוואלט טוהן א 'מצוה' און אויפבויען מה''פ ווייל ער האט אויף איהם 'רחמנות' געהאט. אבער וויבאלד מה''פ האט אפגעמאכט אז ס'קומט איהם מער ווי ריינער האט איהם פארגינט איז ער דערפאר געווען א ריזיגער 'קפוי טובה'. און דערפאר וויל ער איהם אונטערברענגן פשוט ווייל אויב האט ער נישט אפרישיעטעד די פאקט אז ריינער האט איהם אויפגעבויט פון א גארנישט צו פונעף מאות א יאר (לויט ריינער). קומט איהם צו גיין און דער ערד. פארשטייט זיך אויך ווייל ער איז געווען א שגץ (לויט ריינער), ס'איז דאך א הייליגע קאמפ.

פארשטענדליכער » דינסטאג פעברואר 13, 2024 12:19 pm

· #549499
אין מיינע אויגן רוב פעלער די מענטשן וואס זענען שטיל אין נישט ביזי אגאנצן טאג ענטפערן אין באשמיצן די צד השני ווייזט אויף א ערוואקסענקייט אין איינגעהאלטענקייט, עפ"י רוב זענען זיי די גערעכטע.

עס קאסט כוחות הנפש צו בלייבן שטיל ווען די אנדערע זייט גיסט פעך אין שוועבל אויף אלע סאשעל מידיע פלאטפארמס,
בלאט: 1 2 3 4