☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » אשכול אן א טיטל #15291

אשכול אן א טיטל #15291

198 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15291
בלאט: 1 2 3 4

מר. קלונימוס » דינסטאג מאי 17, 2022 1:18 pm

· #500240
[ציטאט אראפגענומען]
דאס איז שוואכע נייעס ווייל דער מאמענט איז אין קינדלינס שטארקע צייטן בכלל נישט געווען אזוי אויפגעכאפט. (היינט איז מאמענט יא מער) איך האב געמיינט אז קינדליין פלעגט ריקן סך מער ווי דאס.

זופ מיט מאנדלען » דינסטאג מאי 17, 2022 2:15 pm

· #500245
מאמענט און קינדליין ציען א אנדערע קלייענטעל און סאיז נישט גערעכט זיי צו קאמפערן.

ליין מאטריאל פאר קינדער איז כמעט א סטאנדארט אין איעדע אידישע הויז ווידער אידישע מאגאזינען פאר עדאולטס איז נישט קיין נחלת הכלל און דאס איז חוץ וואב מאמענט ווערט אויפגענומען מיט חשד ביים עקסטרעם פרומען ציבור משא"כ קינדליין. כוואלט נישט געזאגט אז סהאט עפעס מיט קוואליטעט.

קורקלענד » דינסטאג מאי 17, 2022 3:28 pm

· #500246
טאקע דאס איז געווען די חידוש פון פאנעט. פאר קינדליין זענען קינדער מאגאזינען נישט געווען קיין נחלת הכלל. מען שטעלט עס נישט צו צו דער מאמענט דווקא. נאר אין די היסטאריע פון אידישע אויסגאבעס איז נאכנישט געווען אזא סאקסעס ווי די קינדליין.

היסטאריע » דינסטאג מאי 17, 2022 4:24 pm

· #500247
עס דערמאנט דער מעשה פין דער קאשטקע וואס האט געלייגט גאלדענע אייער.

בת קול » דינסטאג מאי 17, 2022 6:31 pm

· #500259
היסטאריע
טראכטכמוני
moneyminded
טראכטכמוני
איך גלייך נישט צו מישן יענעמ'ס קאשע, און איך נעם נישט קיין צד (און מיין הארץ גייט אויב פאר פאנעטה) אבער דאס איז לעכערליכע טענה.

פאנעטה האט מ'כלומר'שט אונטערגעשריבן א נאן-קאמפיט אגרימענט.

אויב אזוי איז ארויסגיין און עפענען א קאנקטרענט נאכדערצו מיטנעמען מיט זיך אלע שרייבער קען זיין אנגעקוקט וואו פונקט אזא טעאראריסטישע אקט.

איינמאל עס איז פעטגעשטעלט אז דאס איז אומלעגיטים (עכ"פ לדעת ריינער) איז דאך פשוט אז עס פאדערט זיך עקולים וכו' אלעס דעס אפצושטעלן.
פאנעטה איז שוין נישט געווען 5 יאר די ליגעל בעל הבית פון קינדליין ווען ער האט געפענט 100, די נאן קאמפיט איז געווען נאר פאר 3 יאר, יעצט מעג ער זיכער עפענען לכל הדעות.
נאן-קאמפיט איז דאכצעך אויף דריי יאר 'נאך ער פארלאזט' דעם אויסגאבע. קארעקט מי איף איים ראנג.
עס איז דא וועגן זיך ארויסצודרייען פון נאן קאמפיט.

אבער דער תירוץ אז זיין ווייב וכו', דאס איז לאקשען. ווי אויך נאך ער פארלאזט, און? ער האט נישט פארלאזט? קל וחומר אויב איז ער דארט.

מיט דעם, זעהט אויס אז זיין נישט אונטער שרייבען שטרי בירורין האט נישט געלאזט דער לאנדא אראפ נעמען דער עיקול.

אבער דער ריינער איז זייער שרעקעדיג, וויאזוי טוהן מענטשן ביזנעס מיט אים?

איך גלייב ער קומט באלד צוריק מיט א נייער אויסגאבע. א צווייטער קען עס עפענען, ער האט ממש נישט קיינער וואס איז אים גרייט צו געבן א נאמען? א לויער? וכו'?
זיין עקשנות צו לייגן הונדרעט אויף זיין אייגענע נאמען איז אויך אינטרעסאנט.
סתם אזוי איז די נאן קאמפיט שטותים.
רוב ביזנעסער מאכן אינטערשרייבן א נאן קאמפיט. כמעט וואס מען הערט נישט זיי זאלן זיך שטעלן דעראויף למעשה.

די לעגאלע לעכער קענען אויסזעהן נאריש, אבער עס איז נאך אזוי גוט ווי די נארישע איינפאל פון א נאן קאמפיט.
אויב איינער גייט מיט דיר אין קאמפאטישען, וואס א חילוק אויב עס איז אריבער אינצווישן 2 יאר צו 5?
וויאזוי העלפט עס דעם ביזנעס?

די מארקעט איז געווען גענוג גרויס אז זיי ביידע זאלן מאכן געלט.
ממש א שאד ווי ביידע האבן פארפאטשקעט דא.

רייינער איז פארמועסט געווארן, און פאנעט גייט מען שוין נישט געטרויען.
ס'איז דא יעצט א space אין די מארקעט פאר ווער עס וויל זיך צוכאפן דערצו.

קהל'ס נער » דינסטאג מאי 17, 2022 10:08 pm

· #500288
מענדל הערש פאנעט וועט היינט אויפנעמען די עולם לייוו אויף אינסטעגראם אום 11 אזייגער, ער זאגט אז מען קען פרעיגן וואס מען וויל אפילו בייסיגע שאלות.
📎 Screenshot_20220517-220010_Telegram.jpg

ליפא » דינסטאג מאי 17, 2022 11:16 pm

· #500298
[ציטאט אראפגענומען]
גראדע קומט אריין זייער קאנווינסינג און קלאר קאלעקטיוו און מענטשליך.

אינגערמאנטשיקל » מיטוואך מאי 18, 2022 12:15 am

· #500314
[ציטאט אראפגענומען]
If he will give out the documents he claims he has, you will be convinced?

היסטאריע » מיטוואך מאי 18, 2022 12:24 am

· #500315
מסכים
פאנעטה איז סטופיד.
יעצט ווייל ער האט געקוויט, און דער עולם האט רחמנות, זאל ער זיין שטיל. ער גייט גארנישט פארדינען מיט רעדן נאך.

קהל'ס נער » מיטוואך מאי 18, 2022 12:38 am

· #500316
ער טוט דוקא זייער קלוג,
ער געווינט דעם דעת הקהל דורך זיין דעם נרדף.
ער איז מבטל דעם עיקול דורך נעמען בי"ד בית יוסף אין קאורט.
ער מוז האבן די דעת הקהל אויף זיין זייט אויף נישט צי זיין קיין שייגעץ פארן נעמען א בי"ד אין קאורט.
אין ער איז צוריק קאפעליטש מאכער.

לכאורה איז דאס זיין סטראטעגיע.

פערינא » מיטוואך מאי 18, 2022 12:43 am

· #500317
דער עולם זאגט טעראר האט געווינען. אבער איך זאג אז אמת טעראר האט געווינען, אבער אויב פאנעטה געווינט ווען וואלט אויך טעראר געווינען. מילא דארף מען קוקען ווער איז די ערשטע טעראריסט. דאס איז פאנעטה. ער האט אנגעפאנגען מיט שטיק. האסט טענות גיי אין קאורט. אה, האסט געוואלט כאפן אלעס אויף א געריבענע אופן. יענער איז מער געריבן.

קידוש » מיטוואך מאי 18, 2022 12:48 am

· #500318
איך פלעג זיין גאר א שטארקע שטיצער פון קינדליין דערנאך הונדרעט,
די חלל גייט זיך שטארק דערקענען,
אבער ר' מענדל הירש, ביטע נישט אינסטעגרעם לייוו, די פארברענסט די בריקן צו מוסדות צוזאמארבעט.

און צום טעראר קאמפיין: יעדע מענטש האט זיין טאג....

יין שרף » מיטוואך מאי 18, 2022 12:49 am

· #500319
געליינט אמאל א הייליג ווארט פון הגאון רבי דוד פיינשטיין זצ"ל אויפן פסוק אין קהלת והאלקים יבקש את נרדף. פשוט פשט מיינט עס אז די אייבישטער זוכט דעם נרדף, אבער זאגט די גאון פשט, אז אויף די וועלט קען מען נישט באמת וויסן ווער איז די רודף און ווער איז די נרדף, די נרדף קען צומאל אויסקוקן ווי די רודף און די רודף קען זיך מאכן ווי א נרדף, ממילא נאר די אייבישטער ווייסט די אמת ווער איז די רודף און ווער איז די נרדף והאלקים יבקש את נרדף! והמבין יבין די טיפע געדאנק!

יין שרף » מיטוואך מאי 18, 2022 12:50 am

· #500320
.

קהל'ס נער » מיטוואך מאי 18, 2022 1:13 am

· #500322
[ציטאט אראפגענומען]
https://t.me/hundredpubllc/74

קהל'ס נער » מיטוואך מאי 18, 2022 1:26 am

· #500324
[ציטאט אראפגענומען]
סאררי, איך וויל נישט מען זאל וויסן מיין אימעיל אדרעס.

moneyminded » מיטוואך מאי 18, 2022 2:46 am

· #500328
איך ווייס נישט וואס דער אמת איז , אבער סאיז גוט אז איינער טוט אויס נאקעט אלע בתי דינים און רבנים, ווי דער גאלאנטע גנב און נאך , איך וואלט עס נישט געטין, אבער אז ער מאכט א גאנד פאנד מי צו האבן געלט צו קענען אויפווייזען ווי אונזערע בתי דינים זענען גארנישט ווערט , וואלט ער אויפגעטריבן א מיליאן דאלאר ווי גארנישט, די פרייז פון צו מאכן ללעג ולקלס די בתי דינים האט נישט קיין פרייז, איך האלט אז זיינע קינדער גייען פליען פון מוסדות פאר דעם

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

moneyminded » מיטוואך מאי 18, 2022 2:50 am

· #500329
[ציטאט אראפגענומען]
קלאר ווי די טאג אזוי, למעשה איז ער געגאנגען קודם אין קאורט, אבער סאיז נאך אלס נישט קייין תירוץ, א בית דין איז געמאכט פאר שלום אדער ארויסגעבען א פסק און נישט סתם געבן עיקולים און שלעפן דין תורות פאר צענדליגע יארן, איך קען א דין תורה וואס איז ביים גאלאנטער שוין איבער 10 יאר ! ער האט שוין געמאכט אפאר מאות אלף נאר פון יענע דין תורה אליינס, סאיז א דין תורה פון אפאר הונדערט מיליאן דאלאר ירושה

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

כלבאשבוע » מיטוואך מאי 18, 2022 3:04 am

· #500330
הגם כהאב באמת מיטלייד מיט א איד וואס האט פארלוירן זיין גאנצע האראוואניע, טוען אבער רוב זאכן וואס ווערן יעצט פובליצירט מיר משכנע זיין אז ער איז לכאורה אינגאנצן נישט קיין נרדף און כמעט יעדע פאוסט וואס ער איז מפרסם מאכט אים נאר שאדן, אזויווי @אנאנים און אנדערע האבן שוין ערווענט

סאיז דאס ערשטע מאל וואס כבאקען זיך מיט דעם מענטש און ער שיינט צו זיין זייער שעפעריש און ענערגיש אבער צו מסחר און דרך העולם פארשטייט ער גאנץ קנאפ, זיין גאנצע צוגאנג איז קינדעריש און ער איז נישט תופס פונדאמענטואלע כללים אין ביזנעס

ער האט נישט געכאפט וואס דאס מיינט האבן א געלט שותף און וויאזוי אזא שותפות ארבעט, לויט זיינע אייגענע הודאות האט ער אונטערגעשריבן דאקומענטן פון התחייבות אן וויסן אדער פארשטיין וואס דארט שטייט און וואס דאס מיינט (רענט, שטרי בירורין, וכו׳)

ער ליידט אויך פון טראמפ סינדראם אז ער קען נישט תופס זיין א מציאות אז ער איז ראנג וממילא אויב ער פארלירט מיינט דאס אז סאיז דא א וועלטליכע קאנספיראציע קעגן אים, כמעט אלע דיינים ורבנים זענען אונטערגעקויפט (בערגמאן, בי״ד בית יוסף, אילאוויטש, בלום, גאלאנטא רב, וכו׳) און דערפאר מעג ער טאנצן אויף אלע חתונות, שפרינגען צו אנדערע בתי דינים, פעלשן צעטלעך, ערכאות, וכו׳

זיין יעצטיגע פובליק מיסיע קען אויסגעטייטשט ווערן אויף אפאר אופנים, איינס אז ער זוכט דעקונג - ווייל ער פלאנירט צוריק צו שלעפן דעם סכסוך אין קאורט און ער גרייט אן דעם דעת הקהל, צוויי אז ער זוכט סימפאטיע - כדי צו ריינוואשן זיין נאמען אין פארברייטונג צו זיין נעקסטע אויסגאבע, אדער דריי אז ער זוכט פשוט נקמה - אויסצוגעבן זיין כעס און ״אויפקלערן די וועלט״ ווי קארופטירט בתי דינים זענען

קיין איינס פון די סטראטעגיעס זענען נישט אויסגעהאלטן לאגיש און ער טוט זיך נאר אליין אונטערגראבן דערמיט, יא, סאיז שוין געוען צענדליגער מענטשן וואס האבן זיך אנגעפיפן פון פסקי בי״ד אבער ער האט זעראו שאנסן צו ״געווינען״ אנטקעגן די אינסטיטוציע פון בתי דינים

פון א ביזנעס שטאנדפונקט, ברענגט דאס ארויס צום מיליאנסטען מאל ווי וויכטיג סאיז פאר היימישע אינגעלייט צו נעמען בעסיק קורסעס אין ביזנעס, צו פארשטיין פונקטליך וואס מנעמט זיך אונטער און אויף וואס משרייבט אונטער, און ביי א שותפות צו אנגרייטן א וועג וויאזוי זיך דורכצוקומען אין פאל פון א סכסוך און וויאזוי זיך צו צוטיילן אויב ספעלט אויס

מדארף אויך וויסן אז געווענליך דערלייגט מען ווען מפרובירט צו זיין קלוגער ווי יעדן, כבין שוין ב״ה געווען אינוואלווד ביי מערערע סכסוכים סיי ביי בי״ד און סיי אין קאורט און רוב מאל מאכן זיך די בעלי דינין אליין אן די מערסטע שאדן, איר קענט אנפרעגן ביי עני טוען, בורר אדער לאיער, רוב מאל לוינט זיך נישט צו גיין קעגן די עדווייס פון פראפעשענעלס, א בעל דין איז עמאשענעל, ער האט א באגאזש פון געפילן און ער פארזעהט דעם עיקר, משא״כ א דרויסענדיגער וואס איז מער קאלט און מער מלומד

והאלקים יבקש את עמו החכם והנבון

moneyminded » מיטוואך מאי 18, 2022 3:27 am

· #500331
כלבאשבוע

פעלט נישט אויס די לאנגע דרשה,עס ווענט זיך כעת איין זאך , טאמער ריינער און די בתי דינים וועלן ענטפערען פארן דעת הקהל אפצופרעגן אז בתי דינים זענען נישט קאראפטירט און עס אויפווייזן, זיי מוזן נישט , אבער ביזדערווייל מאכט ער א פיינע זשאב, און יא אלע בתי דינים וואס די האסט אויסגערעכענט גייט לויט ווי ווער ער עס האט די מאה...מיט געהאלטען גענוג ערשט האנטיגע מעשות

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

להבדיל » מיטוואך מאי 18, 2022 9:00 am

· #500337
דער פאנעט איז אויף א זעלבסטמארד מיסיע, זעט אויס ווי ער איז נעבעך טאטאל גערירט געווארן, און האט נישט קיין איין עכטע חבר וואס זאל אים זאגן צו סטאפן 😢

קורקלענד » מיטוואך מאי 18, 2022 10:29 am

· #500338
דער 'ליבעראלע' כלבא האט פלוצים אנגענומען אזא 'קאנסערוואטיווע' מהלך.

ליפא » מיטוואך מאי 18, 2022 10:57 am

· #500340
ער זאגט אז ער פלאנט נישט צו עפנען נאך א מאגאזין, ס'איז מיר נמאס געווארן צו ארבעטן אין די ליין, זאגט ער

moneyminded » מיטוואך מאי 18, 2022 2:27 pm

· #500357
השוחד יעור עיני חכמים איז נישט היינט געבוירן געווארן, עס איז אייביג געווען און אייביג זיין, נאר היינט איז פשוט דא סאושעל מידיע ווי דו קענסט למשל נעמען דעם גאלאנטא'ר און אים אויסטון נאקעט אין איין מינוט.
אדער א ווידיא ווי מענדי ריינער וואס מאכט מיליאנען פון renewl organization און אינוועסט אין קינדליין און רופט פאליס אויף פאנעטה

בורו פארק » מיטוואך מאי 18, 2022 4:23 pm

· #500371
[ציטאט אראפגענומען]
איך האב שוין געמאכט אן אנאליז, און איך גיי שרייבען נאכאמאל אין קארץ. פאנעט און ריינער האבען גע'חתמ'ט בוררות וואס איז חל על פי הלכה און על פי קאורט ביי הרב בערגמאן, און ער איז געגאנגען אין קאורט אז ער זאל נישט דארפ'ן זיין ביי הר בערגמאון און קאורט האט עס אפגעשלאגען, און ער איז ווייטער אין קאורט עס צו אפילען, יעצט ריינער האט לכתחילה מסכים געווען צו מוותר זיין און גיין צו א געהעריגע בית דין פון 3 דיינים אדער בוררות פון 3 דיינים, אבער צום סוף האט ער חרטה געהאט, און ריינער איז נאר מסכים צו גיין צו הרב בערגמאן און ממילא איז בית דין בית יוסף בארעכטיגט צו ארויסגעבען אן עיקול ווייל פאנעט אפילט אין קאורט קעגען גיין אין דין תורה פון הרב בערגמאן.

שמן למאור » מיטוואך מאי 18, 2022 5:25 pm

· #500376
בורו פארק

וואו קומט אבער בית יוסף אריין דא צו געבן א עיקול? בפרט אז זיי האבן נישט אויסגעהערט פאנעט?
זאל בערגמאן שרייבן א עיקול

בורו פארק » מיטוואך מאי 18, 2022 5:39 pm

· #500377
שמן למאור
וואו קומט אבער בית יוסף אריין דא צו געבן א עיקול? בפרט אז זיי האבן נישט אויסגעהערט פאנעט?
זאל הרב בערגמאן שרייבן א עיקול

ווייל מ'דארף א בית דין של ג' צו שרייבן א סירוב מיט א עיקול, און הרב בערגמאן איז נאר א בורר יחיד, אבער נאכ'ן זעהן דאקומענטן אז פאנעט גייט אין קאורט כדי צו נישט דארפ'ן גיין צו הרב בערגמאן איז עס גענוג א ראי' אז ער איז א מסרב לדין.

moneyminded » מיטוואך מאי 18, 2022 5:50 pm

· #500378
בורו פארק
שמן למאור
וואו קומט אבער בית יוסף אריין דא צו געבן א עיקול? בפרט אז זיי האבן נישט אויסגעהערט פאנעט?
זאל הרב בערגמאן שרייבן א עיקול
ווייל מ'דארף א בית דין של ג' צו שרייבען א סירוב מיט א עיקול, און הרב בערגמאן איז נאר א בורר יחיד, אבער נאכ'ן זעהן דאקיומענטען אז פאנעט גייט אין קאורט כדי צו נישט דארפ'ן גיין צו הרב בערגמאן איז עס גענוג א ראי' אז ער איז א מסרב לדין.

א נתבע מעג בעטן צו גיין צו זבל"א וואס ער איז מסכים, ער מוז נישט מסכים זיין צו גיין צו בערגמאן.

קורקלענד » מיטוואך מאי 18, 2022 5:51 pm

· #500379
וואס זענען די קרידענשעלס פון דער הרב בערגמאן?

בורו פארק » מיטוואך מאי 18, 2022 5:56 pm

· #500380
https://iapps.courts.state.ny.us/nyscef/ViewDocument?docIndex=Y4VARdYHpf9LuDJV0uQxEw==
דא קענט איר זעהן וואס הרב בערגמאן שרייבט צו קאורט איבער זיין בוררות.

בורו פארק » מיטוואך מאי 18, 2022 5:58 pm

· #500381
moneyminded
א נתבע מעג בעטן צו גיין צו זבל"א וואס ער איז מסכים, ער מיז נישט מסכים זיין צו גיין צו בערגמאן

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
נישט ווען מ'האט שוין גע'חתמ'ט בוררות אז א דיין יחיד זאל זיין דער מכריע (כמו שנפסק בשו"ע חו"מ סי' כ"ב)

שמן למאור » מיטוואך מאי 18, 2022 6:04 pm

· #500382
ווער איז טאקע דער הרב בערגמאן? איך האב קיינמאל נישט געהערט פון אים בעפאר די דין תורה, ער האט עפעס א ביה"מ? עפעס א שטעלע? עפעס א טיטל? אדער בלויז א רויטע "הרב"?

שמן למאור » מיטוואך מאי 18, 2022 6:06 pm

· #500383
בורו פארק
moneyminded
א נתבע מעג בעטן צו גיין צו זבל"א וואס ער איז מסכים, ער מיז נישט מסכים זיין צו גיין צו בערגמאן

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
נישט ווען מ'האט שוין גע'חתמ'ט בוררות אז א דיין יחיד זאל זיין דער מכריע (כמו שנפסק בשו"ע חו"מ סי' כ"ב)
אויך אויב ער נעמט שוחד? אדער פירט זיך נישט ערליך? אדער איז קלאר אין טאש פון איין בעל דין? אדער ציט סתם אויס די דין תורה אבי ער זאל מאכן געלט?

בורו פארק » מיטוואך מאי 18, 2022 6:09 pm

· #500384
עצי שטים
ווער איז טאקע דער הרב בערגמאן? איך האב קיינמאל נישט געהערט פון אים בעפאר די דין תורה, ער האט עפעס א ביה"מ? עפעס א שטעלע? עפעס א טיטל? אדער בלויז א רויטע "הרב"?
איך ווייס נישט ווער ער איז, אבער ס'קען זיין אז ער איז טאקע נאר א מפשר און נישט קיין דיין וואס האט א בית דין. נאר סיי אין הלכה און סיי אין קאורט מאכט עס נישט קיין גרויסע נפ"מ, אויב דו האסט גע'חתמ'ט אז ער זאל מכריע זיין אין ענקער סכסוך איז ער דער מכריע און מ'קען נישט צורוקצוען פונדעם. (אויב ער מאכט א גראבע טעות אין דין לכאורה ע"פ הלכה גייט מען צו בי"ד אז ס'איז א טעות בדבר משנה כנפסק בשו"ע חו"מ סי' כ"ה, אבער לכאורה רעדט מען נישט וועגען אזא זאך).

בורו פארק » מיטוואך מאי 18, 2022 6:11 pm

· #500385
עצי שטים
אויך אויב ער נעמט שוחד? אדער פירט זיך נישט ערליך? אדער איז קלאר אין טאש פון איין בעל דין? אדער ציט סתם אויס די דין תורה אבי ער זאל מאכן געלט?
דער אלע טענות וועגען שוחד און קלאר אין טאש פון איין בעל דין דארף מען קענען מכריח זיין מיט ראיות גמורות נישט מיט אייגענע השערות, און אויב דו האסט טאקע ראיות וועלען בית דין און קאורט לאזען אוועקגיין פון דער מפשר, אבער זעהסט דאך אז קאורט האט צורוקגעשיקט צו הרב בערגמאן און זיי האבען נישט געטראפען קיים שום שוחד דארט.

שמן למאור » מיטוואך מאי 18, 2022 6:18 pm

· #500386
בורו פארק
עצי שטים
אויך אויב ער נעמט שוחד? אדער פירט זיך נישט ערליך? אדער איז קלאר אין טאש פון איין בעל דין? אדער ציט סתם אויס די דין תורה אבי ער זאל מאכן געלט?
דער אלע טענות וועגען שוחד און קלאר אין טאש פון איין בעל דין דארף מען קענען מכריח זיין מיט ראיות גמורות נישט מיט אייגענע השערות, און אויב דו האסט טאקע ראיות וועלען בית דין און קאורט לאזען אוועקגיין פון דער מפשר, אבער זעהסט דאך אז קאורט האט צורוקגעשיקט צו הרב בערגמאן און זיי האבען נישט געטראפען קיים שום שוחד דארט.
איך בין נאכנישט אזוי זיכער, די זאך האלט זיך נאך אינמיטן אויסקאכן, לאמיר עס גיבן צייט,
לויט ווי עס זעהט אויס גייט פאנעט צירוק גיין אין קארט
אגב עס זעט מיר נישט אויס אז ער איז געגאנגען צו קאורט ווייל ער האט נישט אזוי ליב געהאט די פסק פון בערגמאן, ער האט דאך נאכנישט גע'פסק'נט גארנישט
ער האט פשוט געוואלט אז זאכן זאלן זיך ריקן, און כפי הנראה האט בערגמאן דוקה אויסגעצויגן די זאך סיי פאר זיין אייגענע בענעפיט און אויך וועגן די בענעפיט פון ריינער

שמן למאור » מיטוואך מאי 18, 2022 6:24 pm

· #500387
בורו פארק
עצי שטים
ווער איז טאקע דער הרב בערגמאן? איך האב קיינמאל נישט געהערט פון אים בעפאר די דין תורה, ער האט עפעס א ביה"מ? עפעס א שטעלע? עפעס א טיטל? אדער בלויז א רויטע "הרב"?
איך ווייס נישט ווער ער איז, אבער ס'קען זיין אז ער איז טאקע נאר א מפשר און נישט קיין דיין וואס האט א בית דין. נאר סיי אין הלכה און סיי אין קאורט מאכט עס נישט קיין גרויסע נפ"מ, אויב דו האסט גע'חתמ'ט אז ער זאל מכריע זיין אין ענקער סכסוך איז ער דער מכריע און מ'קען נישט צורוקצוען פונדעם. (אויב ער מאכט א גראבע טעות אין דין לכאורה ע"פ הלכה גייט מען צו בי"ד אז ס'איז א טעות בדבר משנה כנפסק בשו"ע חו"מ סי' כ"ה, אבער לכאורה רעדט מען נישט וועגען אזא זאך).
מיין הערה דא איז נישט געווען לגבי די דין תורה,
נאר וועגן די רויטע הרב וואס די האסט מיר אריינגעשטעקט אין מיין תגובה, כאילו די ביסט מוחה אויף די געוואלדיגע זילזול בכבוד חכמים

בורו פארק » מיטוואך מאי 18, 2022 6:42 pm

· #500388
איך פארשטיי פאנעט פאר'ן זיין אויפגערעגט אבער אזוי ווי מ'האט שוין דא ארויסגעברענגט אז 2 wrongs don't make a right, דאס הייסט פאנעט איז געווען א נער און געווארען אויסגענארט דארך ריינער פאר יאר'ן לאנג, אבער וועגען דעם מיינט עס נישט אז מ'קען טון וואס מ'וויל, ס'איז דא פאפירען וואס מ'חתמ'ט און ס'איז דא א בוררות וואס מ'חתמ'ט וואס מ'קען נישט מחליט זיין אז דעציט איך פאלג שוין גארנישט.
אזוי ווי מ'זעהט אין דער קאורט קעיס דאקיומענטען איז פאנעט געוואיר געווארען אז דער קאמפעני וואס שטעלט צו טעלעפאון סערוויס איז זייער טייער און שוואכע קוואלידי און מ'רעקארד אלע שמועס'ן און ריינער האט פשוט געוואלט געבען פרנסה פאר א חבר אויף דער חשבון פון דער קאמפעני, אבער אנשטאטס ווארטען ביז דער ליעס ענדיגט זיך איז פאנעט געגאנגען און געטוישט צו א צווייטע קאמפעני. און ריינער האט נקמה גענומען און געבלאקט דער טויש פון קאמפעני'ס.

קורקלענד » מיטוואך מאי 18, 2022 7:17 pm

· #500390
So you believe two wrongs don't make one right. However, you also believe that one wrong is justified over another wrong

קהל'ס נער » מיטוואך מאי 18, 2022 8:29 pm

· #500393
ער טענה'ט אז ער האט ראיות אז """"""הרב""""""בערגמאן האט גענימען שוחד, אין אזא פאל בין איך זיכער אז קאורט וועט אוועק נעמעו די קעיס פון הרב בערגמאן, איז לאמיר שטיין און ווארטן צי זעין צי ער האט ראיות.
ס'גייט פארקימען פיינע בושות פאר די בתי דינים אויב ברעינגט ער טאקע ראיות אז סאיז געוועין שוחד, זיי גייען פארלירן זייער גאנצע קרעדיביליטי.

בורו פארק » מיטוואך מאי 18, 2022 8:58 pm

· #500399
קהל'ס נער
ער טענה'ט אז ער האט ראיות אז """"""הרב""""""בערגמאן האט גענימען שוחד, אין אזא פאל בין איך זיכער אז קאורט וועט אוועק נעמעו די קעיס פון הרב בערגמאן, איז לאמיר שטיין און ווארטן צי זעין צי ער האט ראיות.
ס'גייט פארקימען פיינע בושות פאר די בתי דינים אויב ברעינגט ער טאקע ראיות אז סאיז געוועין שוחד, זיי גייען פארלירן זייער גאנצע קרעדיביליטי.
איך וואלט נאכנישט אנגענומען מיט א פשטות אז ער האט גענומען שוחד, יעצט גייט ער צו אפילס קאורט מיינט עס אז בעצם האט שוין קאורט מכריע געווען אז הרב בערגמאן איז גוט, יעדער בעל דין וואס פארלירט טענה'ט "שוחד", רוב מאל איז עס נישט אמת, און אפי' אויב ס'איז אביסעל אמת, אבער צו זיין אמת'ע שוחד על פי הלכה איז נעקסט לעוועל און מ'דארף האבען א עכטע הנאה ממוני פון יענע כדי ס'זאל הייסען שוחד אדער א נגיעה.

Bpjew » מיטוואך מאי 18, 2022 9:02 pm

· #500400
איינער וואס קען אביסל לשון קודש קען נעמען ריינערס בריוו אין מאכן א סך הכל מיט וואס פאנעט שרייבט זאגט, איך וויל פארשטיין מער וואס עס איז געווען דא אין וואס ביידע צדדים האלטן ישר כח
בורו פארק
קהל'ס נער
ער טענה'ט אז ער האט ראיות אז """"""הרב""""""בערגמאן האט גענימען שוחד, אין אזא פאל בין איך זיכער אז קאורט וועט אוועק נעמעו די קעיס פון הרב בערגמאן, איז לאמיר שטיין און ווארטן צי זעין צי ער האט ראיות.
ס'גייט פארקימען פיינע בושות פאר די בתי דינים אויב ברעינגט ער טאקע ראיות אז סאיז געוועין שוחד, זיי גייען פארלירן זייער גאנצע קרעדיביליטי.
איך וואלט נאכנישט אנגענומען מיט א פשטות אז ער האט גענומען שוחד, יעצט גייט ער צו אפילס קאורט מיינט עס אז בעצם האט שוין קאורט מכריע געווען אז הרב בערגמאן איז גוט, יעדער בעל דין וואס פארלירט טענה'ט "שוחד", רוב מאל איז עס נישט אמת, און אפי' אויב ס'איז אביסעל אמת, אבער צו זיין אמת'ע שוחד על פי הלכה איז נעקס לעוועל און מ'דארף האבען א עכטע הנאה ממוני פון יענע כדי ס'זאל הייסען שוחד אדער א נגיעה.

קורקלענד » מיטוואך מאי 18, 2022 9:37 pm

· #500401
נישט יעדער וואס פארלירט טענה'ט שוחד. איך קען מערערע פארלירער וואס האבן נישט געטענהט שוחד. כמעט יעדער וואס פארלירט נעמט אן די פסק און פארט ווייטער.

גראדע בין איך לעצטנס אקעגן געקומען ערשט האנטיג מיט אפאר פעלער פון עכטע פרעכע שמוציגע שוחד. איך בין געווען אזוי שאקירט. אבער זעהט אויס אז געלט דרייט יא די וועלט.

אין די פאל האט גראדע פאנעט נישט פארלוירן. מען האט איהם פשוט געלאזט אויסבלוטיגן מיט יסורים, סתם ערמארדעט גייסטיש.

יעדע נארמאלע מענטש פארשטייט אז ווען ס'זענען דא צוויי שותפים איז געווענליך די יושר ערגעץ אינציווישן. און אויב איין זייט איז טעראריסט און דער אנדער משוגע דארף מען נאכאלטס ביידע אנקוקן אייניג.

קהל'ס נער » מיטוואך מאי 18, 2022 10:47 pm

· #500403
למעשה האט פאנעטה זייער א שטארקע טענה, אפילו אן די שוחד סאמאטוכע, פארוואס לייגט מען א עיקול אויף אים בשעת ער חתמ'ט שטרי בירורין?
אויף דעים ווייזט ער דאך קלאר די אימעילס.

שמן למאור » מיטוואך מאי 18, 2022 11:21 pm

· #500406
בורו פארק
קהל'ס נער
ער טענה'ט אז ער האט ראיות אז """"""הרב""""""בערגמאן האט גענימען שוחד, אין אזא פאל בין איך זיכער אז קאורט וועט אוועק נעמעו די קעיס פון הרב בערגמאן, איז לאמיר שטיין און ווארטן צי זעין צי ער האט ראיות.
ס'גייט פארקימען פיינע בושות פאר די בתי דינים אויב ברעינגט ער טאקע ראיות אז סאיז געוועין שוחד, זיי גייען פארלירן זייער גאנצע קרעדיביליטי.
איך וואלט נאכנישט אנגענומען מיט א פשטות אז ער האט גענומען שוחד, יעצט גייט ער צו אפילס קאורט מיינט עס אז בעצם האט שוין קאורט מכריע געווען אז הרב בערגמאן איז גוט, יעדער בעל דין וואס פארלירט טענה'ט "שוחד", רוב מאל איז עס נישט אמת, און אפי' אויב ס'איז אביסעל אמת, אבער צו זיין אמת'ע שוחד על פי הלכה איז נעקסט לעוועל און מ'דארף האבען א עכטע הנאה ממוני פון יענע כדי ס'זאל הייסען שוחד אדער א נגיעה.
לויט ווי פאנעט טענה'ט איז ער אליין ארויס פון קאורט נאך פרעשור פון די רבנים, נישט אז די קאורט האט גע'פסק'נט אז ער דארף צירוק גיין

קורקלענד » מיטוואך מאי 18, 2022 11:29 pm

· #500407
אויב פארשטיי איך עס ריכטיג, האט פאנעט געוואלט ארויסציען. אבער ריינער האט גע'טענה'ט אז ער דארף נישט אויב איז פאנעט דער וואס איז אריין. און ווי ס'זעהט אויס האט בי''ד נישט אינטערסירט אז ריינער וויל בלייבן אין קארט.

אזוי אויב פאנעט וויל ווייטער בלייבן דארט איז ער א שגץ, און אויב ריינער וויל אבער בלייבן איז פאנעט ווידער דער שגץ.

שמן למאור » מיטוואך מאי 18, 2022 11:47 pm

· #500408
קורקלענד
אויב פארשטיי איך עס ריכטיג, האט פאנעט געוואלט ארויסציען. אבער ריינער האט גע'טענה'ט אז ער דארף נישט אויב איז פאנעט דער וואס איז אריין. און ווי ס'זעהט אויס האט בי''ד נישט אינטערסירט אז ריינער וויל בלייבן אין קארט.

אזוי אויב פאנעט וויל ווייטער בלייבן דארט איז ער א שגץ, און אויב ריינער וויל אבער בלייבן איז פאנעט ווידער דער שגץ.
פאנעט האט געזאגט נעכטן נאכט אויף די לענגערע לייוו, אז ריינער איז געווארן ווילד ווען ער איז גאגאנגען אין קאורט, ווייל ער האט געוויסט אז דארטן איז נישטא די בית דין מאנקי ביזנעס, און פאנעט וועט קענען אויפווייזן אז ריינער איז גאר די גנב
לויט אים איז ריינער געווען ווער עס האט געשטיפט די רבנים צו לייגן פרעשור אויף אים ארויסציגיין פון קאורט ווי אימשנעלסטן

קורקלענד » דאנערשטאג מאי 19, 2022 12:05 am

· #500409
ריינער פאר זיינע חברה זאגט אז פאנעט האט געוואלט ארויס ציען זעהנדיג אז ער פארלירט.

אויך פארשטיי איך אז ריינערס סטראטעגיע איז געווען צו דערווערגן פאנעט מיט די פראצעס ווי איידער אז ביידע זאלן קומען צום טיש. ווייל אויב וואלטן זיי געזעצן אין א געהעריגע בי''ד וואלט קיין איין זייט לכאורה נישט געווינען. און ריינער האט געזוכט 100 פראצענט נצחון. וואס איז אין דער פאל מערסטנס נאר שייך אויף אזא אופן.

אין ענגליש זאגט מען. Justice delayed is justice denied

קורקלענד » דאנערשטאג מאי 19, 2022 12:59 am

· #500416
בורו פארק
עצי שטים
וואו קומט אבער בית יוסף אריין דא צו געבן א עיקול? בפרט אז זיי האבן נישט אויסגעהערט פאנעט?
זאל הרב בערגמאן שרייבן א עיקול
ווייל מ'דארף א בית דין של ג' צו שרייבען א סירוב מיט א עיקול, און הרב בערגמאן איז נאר א בורר יחיד, אבער נאכ'ן זעהן דאקיומענטען אז פאנעט גייט אין קאורט כדי צו נישט דארפ'ן גיין צו הרב בערגמאן איז עס גענוג א ראי' אז ער איז א מסרב לדין.
איך האב אמאל ארויסגענומען א עיקול פאר א קליינע סכום געלט. ווען איך האב אבער געוואלט אפּגרעידן צו א סירוב האט דער בי''ד מיר געגעבן א טייערער פרייז. ווען איך האב אנגעפרעגט פארוואס האט ער געזאגט אז פאר א סירוב דארף מען דריי רבנים. פארשטיי איך אז פאר א עיקול איז גענוג בלויז דער וואס זיצט אין די אפיס, דער סד''ד. פארשטייט זיך בשם די רב.

שמן למאור » דאנערשטאג מאי 19, 2022 10:06 am

· #500428

אדער יכול להיות אז אויף אזא אופן מאכט מען מער געלט
אזוי ווי ביי ברד"ק, 1000 ש"ח עם עוצו עצה...
בלאט: 1 2 3 4