☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » צו וועלכן חסידות געהערט איר?

צו וועלכן חסידות געהערט איר?

147 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #152
בלאט: 1 2 3

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:13 pm

· #36029
berlbalaguleh
איך האב שוין עטליכע מאל קאמענטירט. (אלס "ביגווויהל" און דו לייגסט עס קיינמאל נישט ארויף..

ביזטו די ביגוויל וואס קאמענט אויף יעדע נייעס אויף וואס איז נייעס?

איך אויך » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:38 pm

· #36046
berlbalaguleh
איך האב שוין עטליכע מאל קאמענטירט. (אלס "ביגווויהל" און דו לייגסט עס קיינמאל נישט ארויף..

היאך יתקיימו שניהם?

געפילטע פיש
ביזטו די ביגוויל וואס קאמענט אויף יעדע נייעס אויף וואס איז נייעס?

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:48 pm

· #36051
וואס איז די סתירה?

איך אויך » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:51 pm

· #36053
ביזט שוין מיד? ער זאגט אז מען לייגט עם קיינמאל נישט ארויף און דו זאגסט ער איז דארט אויף יעדע נייעס.

אה יעצט כאפ איך כאן בהרשל וכאן בוואס איז נייעס עסקינן.

געפילטע פיש » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 12:01 am

· #36058
אהההה, ער האט געכאפט! בארכעשעם. סא ווער איז מיד?

איך אויך » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 12:02 am

· #36059
ביידע זעמיר.

הירשל ציג » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 11:06 am

· #36161
berlbalaguleh
הירשל ציג
ל י ו ב א ו ו י ט ש

(פון די סענפעטער-פ'דיארמאטער פלג...)

ר' הערשל. אויב ביסטו דער ריכטיגער "הערשל ציג" האב איך צו דיר איין בקשה. סטרעיטן אויס דיין בלאג. ווען אימער איך אקסעס עס, מעסט עס מיר אויף מיין קאמפיוטער. חוץ מזה.. איך האב שוין עטליכע מאל קאמענטירט. (אלס "ביגווויהל" און דו לייגסט עס קיינמאל נישט ארויף..


וואס זאל איך טוהן עס אויסצוגלייכן?

על המחיה » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 8:19 am

· #41306
פישפעקלאדיין סניף פעסט

שטערן » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 9:55 am

· #41325
זר זהב
איך בין לעצטענס אריבער פון סערעט יארמע צו זאבליטוב, כ'שפיר דא מער מיין שורש נשמה.



דאס האט די גאווענער פון ניו מעקסיקא געזאגט נעכטען ביי איר ספיטש:

And I don't say that just because a Democrat is in the White House. I was a Democrat for many years. So were my parents.

Before I ran for District Attorney, two Republicans invited my husband and me to lunch. And I knew a party-switch was exactly what they wanted.

So, I told Chuck, we'll be polite, enjoy a free lunch and then say goodbye.

But we talked about issues-they never used the words Republican, or Democrat, conservative or liberal.

We talked about many issues, like welfare - is it a way of life, or a hand-up?

Talked about the size of government — how much should it tax families and small businesses?

And when we left that lunch, we got in the car and I looked over at Chuck and said, "I'll be damned, we're Republicans."

.איז כ"ש א איד וואס זעט אן דער אמת, און סוויטשט אריבער צו אן אנדערע חסידות, דארף זיך נישט שעמען דערמיט

דולה ומשקה » דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:30 am

· #41348
איך אויך
ביזט שוין מיד? ער זאגט אז מען לייגט עם קיינמאל נישט ארויף און דו זאגסט ער איז דארט אויף יעדע נייעס.

אה יעצט כאפ איך כאן בהרשל וכאן בוואס איז נייעס עסקינן.


איך ווייס נישט פון קיין "ביגוויל" אבער דארט איז דא איינער וואס רופט זיך "באבוב חסיד" ער קאמענטירט דארט פון צייט צו צייט, ער איז שטענדיק פארנומען אז "באבוב איז כל כולו קודש, באותו זמן רייסט ער ארונטער דעם היינטיגע בעלזא, אין אז בימיו איז בעלזא געוועהן א קליין איין גאס'עדיגע דערפל פיל מיט מאראסט מוט זייער פרימיטיווע מענטשן און געפונט זיך לעבען דער גרויסע שטאט לעמבערג", וואס דער קשר ציווישען די דריי אייגענטליך ווייס איך נישט, אבער ס'קומט צו לאכען אז וואס דער נושא זאל נישט זיין איז ער דא מוט זיין שלש אלה.

berlbalaguleh » מוצ"ש סעפטעמבער 1, 2012 10:12 pm

· #41983
געפילטע פיש
berlbalaguleh
איך האב שוין עטליכע מאל קאמענטירט. (אלס "ביגווויהל" און דו לייגסט עס קיינמאל נישט ארויף..

ביזטו די ביגוויל וואס קאמענט אויף יעדע נייעס אויף וואס איז נייעס?

יא. נאר זייט איך האב דיסקאווער'ד "דאס שטיבל" בין איך ממעט מיט מיינע פירושים און תגובות דארט. "יעדע נייעס" איז א שטיקל גוזמא. 😂

berlbalaguleh » מוצ"ש סעפטעמבער 1, 2012 10:18 pm

· #41985
געפילטע פיש
וואס איז די סתירה?

ער (איך אויך) וויל וויסן וויאזוי איך האב צייט צו דאווענען, לערנען און ארבעטן ווען איך קאמענטיר אויף "יעדע" נייעס אויף "וואס איז נייעס" און אין קאווע שטיבל.

berlbalaguleh » מוצ"ש סעפטעמבער 1, 2012 10:24 pm

· #41989
איך אויך
ביזט שוין מיד? ער זאגט אז מען לייגט עם קיינמאל נישט ארויף און דו זאגסט ער איז דארט אויף יעדע נייעס.

אה יעצט כאפ איך כאן בהרשל וכאן בוואס איז נייעס עסקינן.

נאך א מזל. מרגלא בפומי' פון מיין רבי דער הייליגער יארמער רב שליט"א . וואס איז דער חילוק פון אן אונגארישן און א פוילישער. דער אונגארישער כאפט א דזשויק נאך צוויי וואכן... דער פוילישער, דאמאלס אויך נישט... 😂

berlbalaguleh » מוצ"ש סעפטעמבער 1, 2012 10:29 pm

· #41996
הירשל ציג
berlbalaguleh
הירשל ציג
ל י ו ב א ו ו י ט ש

(פון די סענפעטער-פ'דיארמאטער פלג...)

ר' הערשל. אויב ביסטו דער ריכטיגער "הערשל ציג" האב איך צו דיר איין בקשה. סטרעיטן אויס דיין בלאג. ווען אימער איך אקסעס עס, מעסט עס מיר אויף מיין קאמפיוטער. חוץ מזה.. איך האב שוין עטליכע מאל קאמענטירט. (אלס "ביגווויהל" און דו לייגסט עס קיינמאל נישט ארויף..


וואס זאל איך טוהן עס אויסצוגלייכן?

איך ווייס נישט. איך בין נישט קיין קאמפיוטער טעק. איך וועל בל"נ טשעקן בקרוב.

שמואל הלוי » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 7:04 pm

· #47673
שמואל הלוי
שעפטל
ספינקא
(לאמיך זעהן ווער ס'גייט די ערשטע טרעפן וועלעכע - הינט: ארץ ישראל אריינגערעכנט)

איך בין שוין אינגאנצן צומישט...

פון דא איז משמע אז דו ביסט א בעלזער גאר.

ווידער פון דא און די נאכפאלגענדע תגובות איז משמע אז דו ביסט א סאטמארער (מהר"א)

דאס איז אבער זיכער אז א באבוב'ער ביסטו נישט

ענדליך שרייבט ער קליפ און קלאר אז ער איז א חסיד מהר"א
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/47645">viewtopic.php?p=47645#p47645</a><!-- l -->

לעיקוואד » דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 8:24 pm

· #47683
געפילטע פיש
איז'ביצה

פאזעטיוו
ראדזין

איך בין איזביצא, פראקציע-ראדזין. [כאטש תכלת גיי איך נישט, בין איך לעצטנס עדיקטעד צום ספר זיינעם סוד ישרים, נאכן אדורכגיין דעם מי השילוח כמ"פ]
דאס איז פאר היינט. מארגן עמיר ווייטער זעהן.

פויער » מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 1:14 pm

· #48453
איך בין שטאלץ צו זיין א ערליכע נוא יארקע איד!
פונקט ווי מיין זיידע און עלטער זיידע האבן באלאנגט צו די שטעט ווי זיי האבן געוואוינט...

קאווע טרינקער » פרייטאג נאוועמבער 15, 2013 1:27 pm

· #162828
same here
כ'האב איינגעזעהן אז מיין ביז-איצטיגע רבי האט גארנישט צו פארקויפן, ע"כ האב איך מחליט געווען צו טוישען חסידות'ס.

איך בין געווארן א חסיד פון כולל גראסערי, ער האט צו פארקויפן כל טיב וטוב.

היימישער ליטוואק » פרייטאג נאוועמבער 15, 2013 1:57 pm

· #162834
aaaaa

רויטע וואנצעס » פרייטאג נאוועמבער 15, 2013 2:23 pm

· #162841
פאר אן עבירה בין איך א ליווער חסיד, בשעת אן עבירה בין איך א איזביצער, נאך אן עבירה בין איך א ברסלבר.

מנשה לוסטיג » פרייטאג נאוועמבער 15, 2013 2:52 pm

· #162845
א סקווערער לעבעדיג צו טויט..

נהורא נפישא » פרייטאג נאוועמבער 15, 2013 3:27 pm

· #162856
מנשה לוסטיג
א סקווערער לעבעדיג צו טויט..

אז די וועסט פארפאסן מערערע טישן האסטו נאך א טשאנס.

געפילטע פיש » פרייטאג נאוועמבער 15, 2013 3:50 pm

· #162861
לעצטענס ישוב איך מיר צו ווערן א חסיד פון קוואליטי פורניטשור, ער מאכט הערליכע טישן. ממש די שענסטע טישן אויפן מארקעט.

אדער טראכט איך פון ווערן א ראטה קלאדינג חסיד, יעדער לויפט זען די לעיטעסט בעקיטשע סטייל, איך שנייד ארויס די מידל מען און גיי גלייך צום סאורס.

berlbalaguleh » מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 6:58 pm

· #162864
מנשה לוסטיג
א סקווערער לעבעדיג צו טויט..

יא. מ'ווייסט. דער אוילעם איז נישט מסופק דערין קיין איין מינוט. 😈 🙄

berlbalaguleh » מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 7:02 pm

· #162865
נהורא נפישא
מנשה לוסטיג
א סקווערער לעבעדיג צו טויט..

אז די וועסט פארפאסן מערערע טישן האסטו נאך א טשאנס.

דעיס איז מורא'דיג עמקות'דיג. נאר ווער ס'קען דעם סקווירא'ער סיסטעם (ל"ע) כאפט עס. 😂 😈 🙄 ❗

מנשה לוסטיג » מוצ"ש נאוועמבער 16, 2013 7:15 pm

· #162868
דאס ווייסט איך נישט.. וויפיל דארף מען פארפאסן??

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 1:38 am

· #162955
געפילטע פיש

אדער טראכט איך פון ווערן א ראטה קלאדינג חסיד

אוי אוי... דערמאנסטע מיך דא גירסא דעיאנקעסע.

alex man » זונטאג נאוועמבער 17, 2013 4:49 pm

· #163078
Crazy people

טעפל » מאנטאג נאוועמבער 18, 2013 10:18 am

· #163186
א חבדסקע, פרעג מיך אפ!

מנשה לוסטיג » מאנטאג אפריל 20, 2015 7:42 pm

· #267913
יואליש
אויפגעוואקסן בני יואל, מיין מקוה קארטל ווערט געטשארדזשד חודש'ליך אין א סאטמארע שול ווי מ'טראגט נישט מיטן עירוב, כ'נוץ התאחדות ציקער, מיינע טעכטער דאווענען פאר די רעבעצין'ס געזונט, מיין בחור זאגט 'קוק ימ"ש' מיט שטאלץ, און מיין פרוי איז אויפגעקלערט און הערט "חזק" אנשטאט קול מבשר.

יאיר » מאנטאג אפריל 20, 2015 7:57 pm

· #267921
איך בין א חסיד פון באשעפער (קרעדיט: ר' דוד דין ז"ל).

שבת אחים » מאנטאג אפריל 20, 2015 8:20 pm

· #267931
און איך בין א געוועזענער חסיד , און איך זעה נישט דערינען קיין שום תוכן און קיין שום ניצען פאר מיר נאכצולויפן בליענדערהייט א רעבּע און קלאַטשען אויפן פּאַרענטשע יעדן דינסטיג און דאנערשטיג ווען ער מאכט א ברית פאר זיין איר אייניקל אדער זיך קלאפּן אויפן בויך אין מקוה ווען זיין רבי׳ס פּארטיי האט געוואונען אין קאורט... אלע היינטיגע חסידות׳ן זענען אין מיינע אויגן א קולט אנגעפירט דורך א פּרייוועט ענטעטי און אפאר משפחות בנשקלעך לעבן א שוויואל טאג אויפן חשבון פון די נאַיווע אומוויסענדע געמיינדע

הוגה » מאנטאג אפריל 20, 2015 8:43 pm

· #267940
יאיר
איך בין א חסיד פון באשעפער (קרעדיט: ר' דוד דין ז"ל).


איך בין א חסיד פון מיר אליין (קרעדיט הוגה שליט"א).

איך גיב מיר שיינע פדיונות און געשמאקע כיבודים. איך שמועס דורך מיט מיר אלע אידישקייט ענינים, און איך פרעג מיר אליין וועלכע נעמען צו געבן מיינע קינדער. איך גיי אין מקוה א יעדע טאג ביי מיר.

מנשה לוסטיג » מאנטאג אפריל 20, 2015 8:47 pm

· #267942
שבת אחים
און איך בין א געוועזענער חסיד , און איך זעה נישט דערינען קיין שום תוכן און קיין שום ניצען פאר מיר נאכצולויפן בליענדערהייט א רעבּע און קלאַטשען אויפן פּאַרענטשע יעדן דינסטיג און דאנערשטיג ווען ער מאכט א ברית פאר זיין איר אייניקל אדער זיך קלאפּן אויפן בויך אין מקוה ווען זיין רבי׳ס פּארטיי האט געוואונען אין קאורט... אלע היינטיגע חסידות׳ן זענען אין מיינע אויגן א קולט אנגעפירט דורך א פּרייוועט ענטעטי און אפאר משפחות בנשקלעך לעבן א שוויואל טאג אויפן חשבון פון די נאַיווע אומוויסענדע געמיינדע

נישט געזען, איז נישט געזען, איז ווער ס'זעט יא, איז יא.
אז דו ביסט היינט כאטש העפי, כל הכבוד, איך בין אויפגעוואקסן מיט חסידות, און אין מיינע אלע מצבים ביז היינט האב איך 'נאר' געהאט גוטע ניצן פון דאס וואס איך גלייב, און טאמער איינער נישט, זאל ער טאקע וואס שנעלער טוישן שטייגער

שבת אחים » מאנטאג אפריל 20, 2015 11:02 pm

· #268009
[ציטאט אראפגענומען]

למשל ווער ??? אז דו זאגסט א סטעיטמענט בעיק עס אופ און זאגזשע זיי מוחל ווער , דו רעדסט דאך גוטס עס איז נישט קיין חשש פון לשה״ר, און אז דיינע רבנים זענען טאקע אזוי גיט וואלט דאך דאס געוועהן א ריזיגע תועלת רבים וואס דו וואלסט געקענט מזכה זיין די קאווע שטיבל אנטי סיסטעם מענטעלעטיסטן,
איז אהער מיט נעמען , איך ווארט מיט געדולד און איך האב שוין מיין פעדער רעדי ....

שמעון וואלף » מאנטאג אפריל 20, 2015 11:12 pm

· #268019
איך וויל פארשטיין וואס ווערט פאררעכענט אלץ געהערן צו א חסידות. איך בין אויסגעשטעלט ווי פאלגענד (נעמען געטוישט משום גילוי):

מיין זיידע פלעגט פארן קיין ראצפערט און געלערענט אין סעקעלהיד
מיין טאטע האט געלערענט אין צעהלים, מיין מאמע אין בית יעקב און איך האב געלערענט אין באבוב. אינדערוואכן דאווען איך אין סאטמאר, שבת אין וויזניץ און ימים נוראים אין סקולען. ווען גורע רבי איז דא צו גאסט גיי איך אהין פאר א מנחה און ווען סקווירא רבי קומט גיי איך צום טיש. איך פארקויף די חמץ אין טארטיקוב און סידור קידושין גיב איך פאר מאשלוי. שלח מנות טראג איך קיין לאשאנץ און מתנות לאביונים פאר מעזשביז. פאר א שמחה גיי איך מיט א קוויטל קיין ראכמיסטריווקא און בעת צרה קיין מונקאטש. מיינע יונגלעך שיק איך קיין פאפא, מיינע מיידלעך קיין בעלז און מיינע בחורים אין אלכסנדר.

שבת אחים » מאנטאג אפריל 20, 2015 11:33 pm

· #268027
איך ווייס נישט וואס דו ביסט יא אבער קיין קלויזענבורגער ביסטו זיכער נישט לויט דיין פריערדיגע תגובה 🙂

בן אדם » דינסטאג אפריל 21, 2015 5:53 am

· #268083
שמעון וואלף
איך וויל פארשטיין וואס ווערט פאררעכענט אלץ געהערן צו א חסידות. איך בין אויסגעשטעלט ווי פאלגענד...

...און בעת צרה קיין מונקאטש.

לכאורה איז דאס די תירוץ. 🙂

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אפריל 21, 2015 6:13 am

· #268084
Re: צו וועלכן חסידות געהערט איר?
איך בין א Democrat

ציבעלע-קיגל » דינסטאג אפריל 21, 2015 9:54 am

· #268126
שמעון וואלף
איך וויל פארשטיין וואס ווערט פאררעכענט אלץ געהערן צו א חסידות. איך בין אויסגעשטעלט ווי פאלגענד (נעמען געטוישט משום גילוי):

מיין זיידע פלעגט פארן קיין ראצפערט און געלערענט אין סעקעלהיד
מיין טאטע האט געלערענט אין צעהלים, מיין מאמע אין בית יעקב און איך האב געלערענט אין באבוב. אינדערוואכן דאווען איך אין סאטמאר, שבת אין וויזניץ און ימים נוראים אין סקולען. ווען גורע רבי איז דא צו גאסט גיי איך אהין פאר א מנחה און ווען סקווירא רבי קומט גיי איך צום טיש. איך פארקויף די חמץ אין טארטיקוב און סידור קידושין גיב איך פאר מאשלוי. שלח מנות טראג איך קיין לאשאנץ און מתנות לאביונים פאר מעזשביז. פאר א שמחה גיי איך מיט א קוויטל קיין ראכמיסטריווקא און בעת צרה קיין מונקאטש. מיינע יונגלעך שיק איך קיין פאפא, מיינע מיידלעך קיין בעלז און מיינע בחורים אין אלכסנדר.


און פרק וועמען גיבסטו דער פדוין?

שמעון וואלף » דינסטאג אפריל 21, 2015 10:15 am

· #268132
שבת אחים
איך ווייס נישט וואס דו ביסט יא אבער קיין קלויזענבורגער ביסטו זיכער נישט לויט דיין פריערדיגע תגובה 🙂


אאפס, כ'האב פארגעסן. שמחת תורה כאפ איך עפלעך אין קלויזענבורג

רויטע וואנצעס » דינסטאג אפריל 21, 2015 10:21 am

· #268133
@שמעון וואלף 😂 זאגסט האניג זיס.
איך וואלט געזאגט ביסט א מעזשביזער. דארט ווי מ'ציהט ארויס געלט פון דיר, דארט איז די עיקר.

געוואלדיג » דינסטאג אפריל 21, 2015 3:52 pm

· #268228
יאיר
איך בין א חסיד פון באשעפער (קרעדיט: ר' דוד דין ז"ל).


הרעבע אמר איזה אייבעשטער, מה זה אייבערשטער?

שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 22, 2015 2:05 am

· #268445
שמעון וואלף
שלח מנות טראג איך קיין לאשאנץ

נראה לי כי זה העיקר. וכן נוהגין.

בן אדם » דינסטאג מערץ 28, 2017 10:20 pm

· #367393
.

תורה ומדע » דינסטאג מערץ 28, 2017 11:15 pm

· #367399
אין יענעם גלגול בין איך געווען א לובאוויטשער

וואלווי » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 12:52 am

· #367536
זאגט איינער (נישט איך ח"ו ..) איך ביילאנג צו דע מינע שיטה חסידות'ן . שיטת רב יהודה (ב"ק ל' ע"א) האי מאן דבעי למהוי חסידות יקיים מילי דנזיקין...
בלאט: 1 2 3