☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » וואס איז געשעהן מיט האדמו"ר מ'בעלזא ירושלים‎

וואס איז געשעהן מיט האדמו"ר מ'בעלזא ירושלים‎

64 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1387
בלאט: 1 2

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 3:49 pm

· #32602
וואס איז געשעהן מיט האדמו"ר מ'בעלזא ירושלים‎
עפעס גאר מיסטעריעז שפילט זיך אפ אין בעלזא ירושלים די טעג. שבת ביי שלש סעודות איז כ"ק אדמו"ר מ'בעלזא ירושלים שליט"א ארויס אינמיטן טיש, און בנו יחידו הרה"צ ר' אהרן מרדכי שליט"א האט איבערגענומען דאס געפראוועכץ און דער רב איז נישט צוריק אריינגעקומען.
נעכטן (מאנטאג) צופרי ביי קריאת התורה האט דער רב געבענטש גומל בשם ומלכות..

יעצט פאנגט זיך אן די געספינאכץ:
די חברה זאגן אז דער בעלזערס גומל בענטשען איז אז ס'איז גארנישט געשען ביי די אינצידענט זינטאג ביים עגיפטישען בארדער, ער איז ל"ע ולא עליכם (ח"ו)

אבער א בעלזא חסיד זאגט: אז די סיבה פונעם רב'ס גומל בענטשן איז לכבוד זיין פארלירן 60 פונט אויף ר' הערשל מייזליש דייעט!
דער דייעט דארף צו זיין דער סוד פונעם יאר הונדערט, נאך וואס פארגאנגענעם ווינטער איז דער בעלזא רבי אריינגעפאלן אין א שרעקליכן דיפרעסיע, די וואג האט אים שרעקליך אראפגעשלעפט, ער האט אנגעהויבן באקומט איין איבערוואגיקייט סימפטעם נאכן צווייטן, ווער ס'האט אביסל מיטגעהאלטן זיין סדר היום דעם ווינטער האט געזען אז זאכן זענען נישט כשורה ביי אים. ביים באזיך פון סאטמארע רבי מהר"א האט ער אויסגעקוקט ממש שרעקליך. ביז ר' הערשל מייזליש האט געמאכט א יד אחת מיט אים, און מ'איז ארויף אויף א פעסטן דייעט, און ער האלט שוין יעצט ביי זעכציג פונט וואס דאס האט אים ארויסגענומען פון א מצב סכנה, און ער שפירט זיך סאך בעסער.
דאס איז אויך געווען די סיבה אויף די מאדנע מאראטאן וואס ער האט פאריגע וואך אונטערגענומען צו באזוכן כמעט יעדעס צענטער פון זיינע חסידים אין לאנד, פון בית שמש ביז אשדוד. אזוי אויך האט מען געקענט זען אויף אים ביי די מעמדי סיום הש"ס ווי ער איז אין זייער א גוטע מוד.

איינער האט עפעס צוצולייגן?

גדעון » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 3:53 pm

· #32604
שאולזאהן האט א לאנגע אפהאנדלונג...
<a class="postlink" href="http://bshch.blogspot.com/2012/08/blog-post_3915.html">http://bshch.blogspot.com/2012/08/blog-post_3915.html</a>

מהאט שוין גערעדט פון דעם דא:
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/1377">viewtopic.php?f=3&t=1377</a><!-- l -->

זר זהב » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 1:08 am

· #32791
איך האב דאך געהערט אז זיין פעטקייט האט גארנישט געהאט מיטן עסן, נאר עפעס סייד עפעקטס אדער סתם עפעס א קראנקייט?!
יעצט זעהט אויס אז ס'האט יא מיט עסן?

שעפטל » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 3:10 pm

· #32967
זר זהב
איך האב דאך געהערט אז זיין פעטקייט האט גארנישט געהאט מיטן עסן, נאר עפעס סייד עפעקטס אדער סתם עפעס א קראנקייט?!
יעצט זעהט אויס אז ס'האט יא מיט עסן?

ס'האט נישט מיט צופיל עסן, ס'האט אבער יא מיט זיין דייעט וואס ער עסט. אז ער וועט עסן און נישט עסן געוויסע זאכן (וואס ביי אנדערע מענטש איז עס נישט קיין אישו) מאכט עס אויס ביי אים.

עניוועיס, זאל די רב זיין געזינט און שטארק, און העלפן אלע אנדערע צדיקים אונז פירן אנטקעגן משיח צדקינו בב"א

הדד בן בדד » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 4:57 pm

· #33030
און סתם אזוי אז די מעדיקעישאן איז עפעס נישט געווען אין ארדענונג דאס פאלט אייך נישט ביי?

zurich » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 10:17 pm

· #33201
זר זהב
איך האב דאך געהערט אז זיין פעטקייט האט גארנישט געהאט מיטן עסן, נאר עפעס סייד עפעקטס אדער סתם עפעס א קראנקייט?!
יעצט זעהט אויס אז ס'האט יא מיט עסן?

צו ס'האט מיט עסן ווייס איך נישט,איין זאך ווייס איך יא אין לאגער איז נישט געווען אזעלכע קראנקייטן!!

לעמיל » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 10:56 am

· #33680
לכבוד דעים וואס אדמו"ר מבעלזא האט זיך משתתף געוועין ביי די סיום הש"ס לבני עידות המזרח אין אויך גערעדט דארט איז הרב עובדיה יוסף נעכטען צוריק געקומען צום יארצייט טיש פין אדמ"ר מבעלזא ווי מען האט אים מכבד געוועין צו רעדען אין בין הדברים האט ער זיך אויסגעדריקט אויף אדמו"ר מבעזא הרבי הקדוש בילדער

איחוד פעלד » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 10:46 am

· #34502
עס איז דא מענטשען וואס האבען גאר א שווערע סיסטעם, און פארלירען ממש גארנישט, אפילו מיט די שווערסטע דייעטען, אויב דער בעלזער האט אנגעהויבען פארלירען נאר דורך הערשעל מייזעלס, מיינט אז ער פלעגט פרעסען ווי א קיא, אויב האט ער אויך געהאט א אפיראציע, איז אן אנדערע מעשה.
די אפיראציעס, האבען געפעהרליכע סייד עפעקטס, הן אז מען טאר נישט עסען צו פיל, הן אז מען קען גאר שוואך ווערען, וכו' וכו'.

משכיל » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 10:53 am

· #34509
אז מען ווייסט נישט רעדט מען נישט.

אז מען עסט נישט נאר קיכלעך מיט קאווע, און כמעט קיינמאל נישט קיין נארמאלע סעודה פון פראטין מיט וועדזשטעבעלס קען מען צונעמען וואג אן א שיעור.
מען דארף נישט פרעסן ווי א קוה.

קוק צוריק אויף די בילדער פון סאטמאר'ער רב וועסטו זעהן ער איז געווען גוט אווער וועיט, און ער האט נישט געפרעסן ווי א קוה.

אגב, די סאטמארע רבי'צין האט זייער פיין געקאכט.

קורץ און שארף » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 6:15 pm

· #34825
נאך אלעם קוק איך גאר שטארק ארויף אויפן בעלזע רב.


ער האט אויפגעבויעט א הערליכע חסידות, געטוהן אלעס אין די וועלט לטובת זיינע חסידים און כבוד בית בעלזא [קען זיין ער האט זיך געמיינט, איי דאונט קעיר]. ער האט זיך נישט צוטוהן געמאכט פון קיינעם, נאר געטוהן וואס מען דארף טוהן.


ער האט קראנקהייטן נעבעך, איז וואס? מאכט נאר אז איך זאל אים מער ארויפקוקן

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 6:20 pm

· #34830
פארוואס איז אויפבויען א הערליכע חסידות א זאך ארויפצוקוקן?
און איך רעד נישט דוקא פון בעלזא.

לעמיל » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 6:21 pm

· #34834
פראביר עס צו טון וועסטו עס פארשטיין.

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 6:26 pm

· #34838
לעמיל
פראבור עס צו טין וועסטו עס פארשטיין

דריי נישט א קאפ...
אויך מיר א נסיון...

לעמיל » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 6:29 pm

· #34843
זר זהב
לעמיל
פראבור עס צו טין וועסטו עס פארשטיין

דריי נישט א קאפ...
אויך מיר א נסיון...

איך זאג נישט עס איז טאקע אסאך כבוד, אבער פראביר צו אויסהערן פאר א שעה צוויי צרות פון אידן, נאכדעם וועלמער רעדן.

chasid » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 6:31 pm

· #34847
זר זהב
לעמיל
פראבור עס צו טין וועסטו עס פארשטיין

דריי נישט א קאפ...
אויך מיר א נסיון...

מיינסט טאקע אז ס'קומט אן גרינג אויפצובויען אזויפיל ערליכע חסידישע יונגערלייט?? סאטמאר פארמאגט נישט היינט וואס ער האט!

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 6:33 pm

· #34849
פארוואס ווייל זיי גייען אלע מיט פלעסטיק גלעזער?

chasid » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 6:48 pm

· #34862
זר זהב
פארוואס ווייל זיי גייען אלע מיט פלעסטיק גלעזער?

ניין, נאר ווייל זייערע שמוסערייען רוב טאג איז נישט איבער פאליטיק אדער ציונות, נאר איבער תורה ועבודה.

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 6:53 pm

· #34865
יא יא
😂

משכיל » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 6:54 pm

· #34866
ניין זיי קלאטשען ביי בואי בשלום, און האקען מיט די פיס ביי שבח נותנים לו כל צבא מרום שבת אינדערפרי, אויך גייען זיי ווייסע זאקען אונטער די לאנגע הויזען

chasid » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 6:56 pm

· #34868
זר זהב
יא יא
😂

אויף דעם האב איך שוין נישט וואס צו ענטפערן.

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 6:56 pm

· #34869
ווען איך זעה א בעלזער אום שבת מיט די שווארצע זאקן גיי איך אריין אין א דעפרעשאן,
א תשעה באב.

chasid » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 6:58 pm

· #34870
זר זהב
ווען איך זעה א בעלזער אום שבת מיט די שווארצע זאקן גיי איך אריין אין א דעפרעשאן,
א תשעה באב.

וואס איז? ער איז מטמא די הייליגע שטאט?

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 7:00 pm

· #34871
chasid
זר זהב
יא יא
😂

אויף דעם האב איך שוין נישט וואס צו ענטפערן.

דארפסט נישט ענטפערן.
סאטמאר איז גענוג גרויס צו האבן פאליטיק שמועסערס און וואוילע ערליכע אינגעלייט גרעסער אין צאהל אווי בעלזע
-----------------
און דאס איז שוין אן די נאכלאזיקייט וואס הערשט לעצטענס אין די בעלזע חוץ לארצ'דיגע ברענטש, מ'הערט אז די
חינוך איז נישט ווי אמאל און אסאך פאלן ארויס!

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 7:00 pm

· #34872
chasid
זר זהב
ווען איך זעה א בעלזער אום שבת מיט די שווארצע זאקן גיי איך אריין אין א דעפרעשאן,
א תשעה באב.

וואס איז? ער איז מטמא די הייליגע שטאט?

ליין איבער איצט

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 7:05 pm

· #34877
לעמיל
זר זהב
לעמיל
פראבור עס צו טין וועסטו עס פארשטיין

דריי נישט א קאפ...
אויך מיר א נסיון...

איך זאג נישט עס איז טאקע אסאך כבוד, אבער פראביר צו אויסהערן פאר א שעה צוויי צרות פון אידן, נאכדעם וועלמער רעדן.

אז איך באקום א ריזיגן פאלאטץ וואו צו וואוינען, א קאר מיט א דרייווער, פאר געלט דארף איך זיך נישט זארגן, כבוד
איבער גענוג וואלט איך איינגעגאנגען אויפ'ן דיעל.

chasid » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 7:06 pm

· #34878
זר זהב
chasid
זר זהב
יא יא
😂

אויף דעם האב איך שוין נישט וואס צו ענטפערן.

דארפסט נישט ענטפערן.
סאטמאר איז גענוג גרויס צו האבן פאליטיק שמועסערס און וואוילע ערליכע אינגעלייט גרעסער אין צאהל אווי בעלזע
-----------------
און דאס איז שוין אן די נאכלאזיקייט וואס הערשט לעצטענס אין די בעלזע חוץ לארצ'דיגע ברענטש, מ'הערט אז די
חינוך איז נישט ווי אמאל און אסאך פאלן ארויס!

גרעסער אין צאל איז נישט קיין חידוש, אבער פראצענטיש שטייען זיי אסאך שענער.

און דאס וואס דו שרייבסט אז "מ'הערט", אלעס וואס דו האסט געהערט ביז היינט אויף די אלע וואס האלטן אנדערש האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין אמת??

משכיל » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 7:06 pm

· #34879
סא א בעלזער מיט פלעסטיק גלעזער מיט שווארצע זאקען מיט די פיאות טייט ארויפגעדרייט אויפן אויער און טראגט מיטן עירוב קען ביי דיר גורם זיין א הצלה קאל ?י

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 7:07 pm

· #34881
איך קאל עפעס הצלה אין תשעה באב?

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 7:10 pm

· #34886
chasid
זר זהב
chasid
זר זהב
יא יא
😂

אויף דעם האב איך שוין נישט וואס צו ענטפערן.

דארפסט נישט ענטפערן.
סאטמאר איז גענוג גרויס צו האבן פאליטיק שמועסערס און וואוילע ערליכע אינגעלייט גרעסער אין צאהל אווי בעלזע
-----------------
און דאס איז שוין אן די נאכלאזיקייט וואס הערשט לעצטענס אין די בעלזע חוץ לארצ'דיגע ברענטש, מ'הערט אז די
חינוך איז נישט ווי אמאל און אסאך פאלן ארויס!

גרעסער אין צאל איז נישט קיין חידוש, אבער פראצענטיש שטייען זיי אסאך שענער.

און דאס וואס דו שרייבסט אז "מ'הערט", אלעס וואס דו האסט געהערט ביז היינט אויף די אלע וואס האלטן אנדערש האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין אמת??

געהערט האב איך פון איינער "וואס ווייסט" און ס'גראדע געווען אין א רעאקציע פון מיין אויסלויבן בעלזע אלץ א חסידות מיט וואוילע אינגעלייט, איך קרוג נישט מיט דיר. אבער אראפצוקלאפן אנדערע ווייל "ס'סאונד" גוט, איז נישט אויסגעהאלטן איבערהויפט ווען ס'נישט אמת.
סאטמאר האט נאך עניטיים אזאנע אינגעלייט וואס בעלזא האט.

איך אויך » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 7:17 pm

· #34893
זר זהב
ווען איך זעה א בעלזער אום שבת מיט די שווארצע זאקן גיי איך אריין אין א דעפרעשאן,
א תשעה באב.

דו ווייסט נישט ווי שטארק איך האב רחמנות אויף דיר נעבעך נעבעך.

NAVY SEAL » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 7:22 pm

· #34894
קורץ און שארף
נאך אלעם קוק איך גאר שטארק ארויף אויפן בעלזע רב.


ער האט אויפגעבויעט א הערליכע חסידות, געטוהן אלעס אין די וועלט לטובת זיינע חסידים און כבוד בית בעלזא [קען זיין ער האט זיך געמיינט, איי דאונט קעיר]. ער האט זיך נישט צוטוהן געמאכט פון קיינעם, נאר געטוהן וואס מען דארף טוהן.


ער האט קראנקהייטן נעבעך, איז וואס? מאכט נאר אז איך זאל אים מער ארויפקוקן


ער האט געטון אלעס און די וועלט לטובת זיינע חסידים....... 😉 זאג נאר ביים בויען זיין בית מדרש וואו ער האט אנגעזעצט זיינע חסידים האט ער אויך געמיינט זייער טובה?

משכיל » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 7:28 pm

· #34896
וואס הייסט אנגעזעצט ?י

נאך אלעם האט ער אויפגעשטעלט א מרכז וואס ברענגט אסאך רעספעקט פאר זיין חסידות, די סאטמארער בנינים למשל זיינען אין מונרו און אין ווילי, די בעלזער שוהל שטייט אין ירושלים עיה"ק אויפן בארג ווי יעדער טאריסט זעהט די לאמפען שיינען ביינאכט, אויך ביי טאג זעהט מען עס פון דערווייטענס, ווערען זיי נתפעל אין דאס ברענגט אלע גוטע זאכען, האט ער אזוי שלעכט געטועהן ?י

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 7:35 pm

· #34898
איך אויך
זר זהב
ווען איך זעה א בעלזער אום שבת מיט די שווארצע זאקן גיי איך אריין אין א דעפרעשאן,
א תשעה באב.

דו ווייסט נישט ווי שטארק איך האב רחמנות אויף דיר נעבעך נעבעך.

סעיוו עס!

NAVY SEAL » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 8:51 pm

· #34921
משכיל
וואס הייסט אנגעזעצט ?י

נאך אלעם האט ער אויפגעשטעלט א מרכז וואס ברענגט אסאך רעספעקט פאר זיין חסידות, די סאטמארער בנינים למשל זיינען אין מונרו און אין ווילי, די בעלזער שוהל שטייט אין ירושלים עיה"ק אויפן בארג ווי יעדער טאריסט זעהט די לאמפען שיינען ביינאכט, אויך ביי טאג זעהט מען עס פון דערווייטענס, ווערען זיי נתפעל אין דאס ברענגט אלע גוטע זאכען, האט ער אזוי שלעכט געטועהן ?י


ביים בויען די סאטמערע בנינים האט מען געצוואנגען די חסידים צו פארמשכונן די הייזער פאר די באנק? וד"ל.

איך אויך » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 9:03 pm

· #34922
נעווי ביסט גרייט פאר א קנאקעדיקע דיעל? אויב קענסטו מיר ברענגן איין איינציגע נאמען פון א בעלזר חסיד וואס מען האט געצווינגן צו נעמען א מארגעדג אויף זיין הויז לטובת הבית המדרש באקומסטו פון מיר צעהן אלפים טבין ותקילין אבער אויב קענסטו עס נישט אויפוייזן און עס ווערט נתברר ווערן אז דו ביסט פשוט א אפגעריסענע אנטיסעמיט דארפסטו מיר געבען נאר איין טויזנטער, מסכים? איטס איזי מאני.

NAVY SEAL » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 9:40 pm

· #34927
איך מאך נישט קיין שום דיעל מיט דיר ווייל אפילו כוועל דיך ברענגן טויזנט נעמען וועסטו נאך אלץ שרייען אז איך בין א אפגעריסענע אנטעסמיט (קוקט אויס כאב געטרעטן אויף א הינער אויג אז דו ביסט געווארן אזוי צוווילדעוועט..... )

איך אויך » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 10:06 pm

· #34936
איך בין זייער רוהיג אבער עס איז נישט הפקר א וועלט די סאטמערע חזרים קענן מער נישט אויסטראכטן אויף די רוב חלק וועלט וואס גייט נישט אין שפאן וואספארא געמיינע בלבולים עס פאלט זיי נאר איין. תכלית קענסטו נישט ברענגן אפילו איין נאמען, אהער מיטן טויזענטר.

חכם מחוכם » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 11:19 pm

· #34962
וואס טוט זיך דא?, דער בעלזער איז א פרעסער? דאס קען נישט זיין, איך בין שוין געווען ביים בעלזער’ס טיש, דער איד עסט נישט גארנישט, מ'זאגט ער האט פראבלעמען מיט די דריזן,

אבער לאמיר דיר זאגן זר, כלל ישראל איז דורך אלע יארן נישט געווען פארנארט, אז ער האט אן עדה קדושה פון רבבות אידן, רבבות פשוטו כמשמעו, וואס זענען זיך מסתופף בצל קדשו, איז דא עפעס אין אים, איין זאך איז זיכער, אז א גרויסער יחסן איז ער, און א גרויסער בעל מופת און א פועל ישועות, אויף פועל ישועות קענסטו מיר אפרעגן, אזוי ווי די וועלט זאגט אז צען אידן גלייבן אין א שטעקן קען עס ווייזן מופתים, א יחסן איז ער זיכער.

נ. ב. איך בין א וויליאמסבורגער און איך בין שטארק מיט רביה"ק מסאטמאר’ס שיטה אין אלע הינזיכטן, אבער דער בעלזער רב איז נישט אוועקצומאכן.

טעלעפאן » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 2:26 am

· #35000
זר'לע טייערער, גענוג געווען מיט די סאטמארע ..... אלעס האט א שיעור.

וואסע חילוק צו ער טוט עס פאר זיך צו נישט? ער דעליווערט?? והוא העיקר.

איך קען אסאך בעלזע יונגעלייט, איך בין א יליד סאטמאר. אנטשולדיגט, אבער סאטמאר האט דאס נישט!!!!! סאטמאר האט אפשר "פרומערע", אבער נארמאלע באזעסענע יונגעלייט וואס לעבן מיט די תורה אנשטאט מיט כל מיני שטותים - גוי'אישע צו אידישע פאליטיק, וכדו' - דאס איז א חידוש.

איך פארשטיי אז פאר איינעם וואס איז אין סאטמאר און האט נישט באגעגנט בעלז "אויף אן ערנסטן פארנעם" זאל עס אוועקמאכן כלאחר יד, אבער דאס טוישט נישט דעם מציאות.

gehlungen » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 11:28 am

· #35077
טעלעפאן
זר׳לע טייערער, גענוג געווען מיט די סאטמארע ..... אלעס האט א שיעור.

וואסע חילוק צו ער טוט עס פאר זיך צו נישט? ער דעליווערט?? והוא העיקר.

איך קען אסאך בעלזע יונגעלייט, איך בין א יליד סאטמאר. אנטשולדיגט, אבער סאטמאר האט דאס נישט!!!!! סאטמאר האט אפשר ״פרומערע״, אבער נארמאלע באזעסענע יונגעלייט וואס לעבן מיט די תורה אנשטאט מיט כל מיני שטותים - גוי׳אישע צו אידישע פאליטיק, וכדו׳ - דאס איז א חידוש.

איך פארשטיי אז פאר איינעם וואס איז אין סאטמאר און האט נישט באגעגנט בעלז ״אויף אן ערנסטן פארנעם״ זאל עס אוועקמאכן כלאחר יד , אבער דאס טוישט נישט דעם מציאות.

I just don't understand How a discussion starts that the Bellzer did something WEIRD & or intresting. & it ends up with is satmareh yeengeh liet chooshev ?

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 7:19 pm

· #36418
ליידער אלע אשכולות וואו סאטמאר קומט אריין אין בילד, פארפארט עס פון די רעלסן....
עפעס א מין כח האט דעי סאטמאר......

לעמיל » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 1:34 pm

· #40051
הרבנית מבעלזא איז געפארען קיין אשדוד אויפנעמען די פרויען לכבוד די הייליגע טעיג, גאנץ א גוטע איידיע איך מיין אז נעקסטע יאר וועט עס שוין יעדער נאך טין,

היימישער » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 1:47 pm

· #40058
לויט ווי איך האב געהערט טוט זי עס שוין פאר יארען, און ווילי האט זי אויך אויפגענימען מענער מיט פרויען (און שעם פאר די סאטמערע וואס זענען געגאנגען און אמאל האבען זיי געשריגען אז מען טאר נישט גיין זאגען א גיט שבת פאר הרבנות אלטע פייגא ווייל זי איז א פרוי)

משכיל » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 3:43 pm

· #40093
אויב מען זאל זאגען אז עס איז דא א קריגעריי פון סאטמאר מיט די ציונים איז א חידוש אז די מערסטע האבען זיי פיינד בעלזא , עס מאכט נישט קיין סענס, ווייל אין בעלזא רעד מען אסאך מער אידיש ווי אין גער, ווישניץ, ביאן,סלאנים, קארלין ועוד, אויך זיינען די בעלזער די מערסטע רחוק פון ציונות ווי כמעט אלע אנדערע, און דוקא בעלזא האבען די סאטמארער אזוי פיינד הלא דבר הוא,י

נאר דער תירוץ איז אז די בעלזער זיינען די מערסטע נאנט צו סאטמאר, און אזוי ווי זיי האבען זייער פיינד די בני יואל, און אויך האבען די א. פיינד די ז. און אויך פארקערט, איז נעקסט אויפן ליין זיינען די בעלזא'ר

שמואל הלוי » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:34 pm

· #40147
משכיל
אויך זיינען די בעלזער די מערסטע רחוק פון ציונות ווי כמעט אלע אנדערע

ווי זעסטו אז זיי זענען די מערסטע רחוק פון ציונות?

משכיל » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 6:58 pm

· #40189
ליין די מחנה החרדי

בד"ו חוץ פון דעם פוינט ביסטו מסכים מיט דעם וואס איך זאג

שעפטל » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 12:53 pm

· #40932
די פיינטשאפט צו בעלז איז נישט אזוי ווייט אלס ציונות, ס'איז דער עיקר איבער די רבי'ס סטעיטמענטס און אקטן יארן צוריק

משכיל » מיטוואך אוגוסט 29, 2012 3:38 pm

· #41033
יעדער איינער ווייסט
יעדער איינער ווייסט ❓ ❓ ❓ ❓ ❓ ❓

דער מנהג אין וויליאמסבורג איז, אז עס זיינען דא זאכען וואס דארף נישט קיין שום הוכחה עס איז בבחינת "יעדער איינער ווייסט" דאס איז כמאה עדים, ווי עס וואלט געווען הלכה למשה מסיני בלי שום חולק ומפקפק

די מדפיסי הפאשקעוויל האבען מחליט געווען אז דער בעלזער רב האט גערעט קעגען דעם חת"ס וואס דאס איז שקר מוחלט, אז מען פסק'נט אזא פסק קעגען א מענטש דארף מען האבען באווייז אז די באשולדיגונג איז ריכטיג, אבער ווי געזאגט דער אמת דאזענט מעטער, ווייל יעדער איינער ווייסט,י

אויך אויף די אלע קונטרסים וואס ווענדען אפ דעם ויואל משה האט נאך קיינער נישט פארענפערט גארנישט ווייל דער אמת איז נישט קיין חילוק,י

מען האט גערודפט קלויזענבורג מיסע רדיפות , מען האט באוורפען דעם רבי'ן אליין מיט אייער און נאכגעשריגען ווייל יעדער איינער ווייסט וכו',י

מען האט גערודפט דעם סקאליער רבין ווייל יעדער איינער ווייסט אז ער איז א מכשף רח"ל,י

איך וויל שוין נישט זאגען וואס יעדער איינער ווייסט פון דעם גדלות פונעם רבי'ן זי"ע אויף דעם איז שוין דא א גאנצע קעמורשיאל בעקערי, איך קען נישט קאנקערירען

קרעקער » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 9:28 am

· #60954
סקיקט אויס ווי ער האלט נאך א סעודה גדולה

קפנדריא » דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 10:20 am

· #60961
וואס איז די ענין פון חוזק מאכן? אז מ'האט א סכסוך מיט א רבי פון טויזנטער אידן גייט מען נישט צו אים און מ'שטייט אוועק פון אים [לשיטתכם], אבער מ'האלט זיך די מויל פארמאכט, וואו איז די היתר צו מאכן פאן פון יענעם'ס פערזענליכע פראבלעמען? גענוג געווען!
בלאט: 1 2