☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » וואס איז די חילוק פון די דף היומי און די באבוב'ע דין תורה?‎

וואס איז די חילוק פון די דף היומי און די באבוב'ע דין תורה?‎

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1371

שעפטל » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 2:36 pm

· #32138
וואס איז די חילוק פון די דף היומי און די באבוב'ע דין תורה?‎
וואס האב איך געפרעגט? יא! וואס איז די חילוק פון די דף היומי און די באבוב'ע דין תורה? יא, די דף היומי קומט צו אן ענדע נאך זיבן א האלב יאר און די דין תורה נישט!

א שטיקעלע הקדמה און קלאר-מאכונג:
איך בין נישט קיין באבוב'ער, מיינע עלטערן זענען נישט קיין באבוב'ע, איך האב נישט און וואוין נאכאלץ נישט אויף די גאסן פון קיין איינע פון די באבוב'ע שולן אדער בניני המוסדות, קיינמאל נישט געדאווענט אין באבוב, אפשר אמאל אלס בחור דארט געגאנגן נאך געלט. איך האב נישט קיין שום עמטליכע צד אין די מחלוקה, פון מיין זייט זאלן זיי לעבן בשלום ואחדות ווייל איך מיין אז כלל ישראל האט נאך גארנישט פארדינט פון די מחלוקה (אנדערשט ווי אין סאטמאר וואס אסאך גוטע זאכן זענען למעשה ארויסגעקומען דערפון.. וד"ל)

יעצט לענינינו: נעכטן באקום איך פון איינעם א וויץ (אויך מיר א געלעכטער..) אז די באבוב'ע דין תורה האט זיך אנגעהויבן ווען מ'האט געהאלטן ביי ברכות דף נ"ח. און יעצט האלט מען שוין פריש ביי ברכות דף ד' דאס מיינט מ'האלט מיר פיר און פיפציג טעג אוועק פון א גאנצע מחזור פונעם דף היומי און גארנישט. טויזענטע יודן איבער די גאנצע וועלט האבן שוין מסיים געווען ש"ס. הונדערטע טויזענטע יודן בכל קצוי תבל האבן שוין געפייערט דעם סיום און זיך מקבל געווען פריש אז ביי די קומענדיגע סיום טבת תש"פ (משיח זאל אודאי דא זיין בעפאר) וועלן זיי זיין פון חתני התורה, אבער זיצן אפאר יודן אין די זייט און רייסן אויס די גאנצע תורה! אוי ואבוי!

ס'איז נישט קיין סוד, -און נישט אייביג איז עס געווען פאלשע נייעס-, אז עטליכע מאל האט מען שוין געשמועסט אויף געוויסע דאטומען אז דעמאלטס און דעמאלטס וועט שוין איינמאל פאר אלעמאל ארויסקומען די פסק אין די באבוב'ע מחלוקה אבער ס'האט זיך אויסגעלאזט מיט א בוידעם.

קען מיר איינער אין די וועלט מסביר זיין וואס נעמט אריבער זיבן יאר צו זעהן ווער ס'דארף דעס באקומען און וואס יענער? פארוואס לאזן די רבנים צו אז יעדע פאר וואכן קען א צווייטער אנקומען מיט א פרישע שטיקל ווי אזוי אויפצוהאלטן די גאנצע דיון? לויט מיין אינפארמאציע (פארעכטס מיר אויב איך בין נישט גערעכט) פון אנפאנג האט צד מהרב"צ געוואלט ענדיגן די דין תורה איין צוויי [האלטענדיג אז זיי גייען אלעס געווינען און זיי האבן געוואלט זיין פערטיג דערמיט] און צד מהרמ"ד האט געוואלט שלעפן [מורא האבענדיג אז זיי גייען פארלירן די נאמען, און ווי לענגער ער איז באבוב'ע רבי בויט ער זיך מער און ס'צונעמען די נאמען העט אים שוין נישט אזוי שאטן] איין טאג האט זיך עס א דריי געגעבן, צד מהרב"צ וויל שלעפן נאך א גוטע פאר יאר [צו ווייל זיי זעהן אז זיי וועלן נישט אלעס געווינען, צו ווייל ער וויל אויסטריקענען צד מהרמ"ד מיט יעדע פעני וואס ער האט אזוי אויך נישט] און צד מהרמ"ד וויל די דין תורה האבן געענדיגט [צו ווייל זיי האבן שוין נישט קיין געלט, כידוע זיי האבן זייער לאנג נישט באצאלט די איינגעשטעלטע, צו ווייל ער פילט ער איז שוין גענוג אנערקענט און מ'קען שוין ענדיגן און אפילו גרייט צו פארלירן]. צו ס'איז אמת צו נישט, און פאקט זיצן אפאר דיינים און ברענגן אונטער די גאנצע זאך פון דין תורה. ס'דא אידן פון ביידע קהילות וואס האבן אזוי שטארק געוואלט אז מ'זאל גיין צו דין תורה און נישט אין ערכעות, זיי וואלטן ווען אויך געקענט פארשאפן עפעס א בי"ד וואס זאל זיי געבן א היתר און וואלטן אויך געטראפן עפעס א לאקאלע רב וואס האט א שיפלאד א ווי צו באהאלטן דעם מיסטריעזען דאקומענט/היתר, אבער דאך האבן זיי געקלעמערט צו גיין בדרך התורה אן קיין קינצן און אויסגעוועלט בוררות וואס זאלן ארויסגעבן דעתם ודעת תורה למי החותמת ולמי הפסילים. וואס האט זיך אויסגעשטעלט? אז די אידן האבן זיך געלאזט קאסטן אסאך געלט לטובת המוסדות והקהילה און די געלטער ווערן פארשווענדט פאר אפאר פריוואטע אידן וואס האבן זיך אויסגעצייכענט אין חושן משפט. איז דעס נארמאל?

נאר צוצולייגן אויף די קאראפציע פון היינטיגע דין תורות וועל איך דערציילן וואס א חבר מיינע האט מיר דערציילט, ער האט געהאט א דין תורה מיט איינעם. די תובע איז למעשה נישט אנגעקומען, נאר געשיקט א טוען. לויטן פארלאנג פונעם נתבע מיטן צושטימונג פונעם תובע, האט די בי"ד אגריט אז ס'וועט נאר זיין איין זיצונג און תיכף נאכדעם א פסק.
די תובע'ס טוען האט פארגעלייגט די טענות בשם די תובעת און די נתבע האט זיך אויפגעשטעלט און פארגעלייגט זיינע טענות, די תובע'ס טוען האט פארשטייט זיך נישט געקענט ענטפערן אויף אלעמען ווייל דער תובע האט אים נישט געזאגט אלעס. די תובע'ס טוען האט זיך גענומען שרייען אז ס'זאל זיין נאך א זיצונג, און נישט מער און נישט ווייניגער האט בי"ד געקענט באשטיין! און שוין געוואלט געבן נאך א זיצונג דאטום. ביז די נתבע'ס טוען האט פארפירט און געשריגן, און דער נתבע האט געסטראשעט אז ער קומט מער נישט צוריק צו די בי"ד און צאלט ניטאמאל פאר די פאר שעה וואס זיי האבן יעצט פארברענגט (וואס דאס איז מסתמה געווען די מעין ריזען און) בי"ד האט נאכגעגעבן פארן נתבע און געלאזט די תובע'ס טוען ארויסגיין און רעדן אויפן טעלעפאן מיטן תובע וואס מ'זאל ווייטער טוהן. וואס איז מיט די דין תורה געווארן איז איר-עלעווענט (קיין צווייטע זיצונג איז נישט געווען!). וואס איך וויל ארויסברענגן איז די קארופציע פון די סיסטעם. דא אגריט יעדער איבער איין זיצונג. דא איז די נתבע געקומען גרייט מיט זיינע טענות און מיט א טוען. די תובע איז נישט אנגעקומען נאר געשיקט א באי כח, אבער די בי"ד איז גרייט פאר נאך אפאר רייניש אז ס'זאל זיין נאך א זיצונג. יעצט פארוואס זאל נאך דער נתבע אמאל ענטפערן א הזמנת בי"ד.

נאך א מעשה'לע... כ'ווייס איינער וואס האט שטארק געווינען א דין תורה און די פארלירער האט זיך פשוט און פראסט אנגעפיפן! דער געווינער איז געלאפן צו בי"ד אז זיי זאלן נעמען די זאך אין די הענט אריין און ארויסגעבן אן עיקול, די ענטפער איז געווען "אונז זעמער נישט קיין אינפארסיסער אגענטור!" קען מיר איינער מסביר זיין וואס די דין תורה איז? אויב נישט אז טאמער איינער געווינט זאל די בי"ד ארויסקומען מיטן שארפסטן אז מ'זאל איינהאלטן די פסק?! פארוואס דען זענען זיי דא אז נישט אויסצוהערן די טענות, פסק'נען און זעהן אז די פסק זאל איינגעהאלטן ווערן? אודאי האט די פארלירער געשריגן "טוה מיר עפעס! איך האב דיר פארפאקט!" מסתמה איז עס נישט זיין ערשטע דין תורה און ער קען די סיסטעם, און איז אפשר גאר געלערנט געווארן אויף די 'הארד-וועי' פשוט אן אפגעבריטער שוין געווען ווען ער האט אמאל געווינען.

יעצט צוריק צו אונזער ענין. כ'ווייס אז די צדדים זענען אסאך מאל שילדיג (הא ראי' ביי וויזניץ-בני ברק איז מען געווען פערטיג איין צוויי אויפן פארלאנג פון צד מהר"י און צד מהרמ"מ. און 👍 הענדס אפ פאר זיי!) שטעלט זיך נאר מער די שאלה, פארוואס טוהן נישט די רבנים גענוג אראפצונעמען די פלעק פון זיי און זאגן פאר די צדדים "גענוג! וויפיל איז די שיעור זיך ארומצושפילן?" וואס איז די פשט אז ביי יעדע זיצונג קען א צווייטער טוען קומען מיט פרישע לעכערדיגע טענות וואס ביי די קומענדיגע פאר זיצונגן איז די דיון נאר צו ס'איז בכלל לעגעטימע אישוס צו נישט, און ביי די צייט מ'באשטימט שוין דעם יא צו ניין זענען זיי שוין גרייט מיט פרישע דריידלעך. און אלעס מיטן צושטימונג פון די רבני הבי"ד!

נאך א פראבלעם איז דא (און אן קיין שום בישה קענען זיי [צו א משפחה מיטגליד ווען מ'האלט זיי פאר] עס ניצן פאר א שטיקל תירוץ) איז אז זיי האבן איטליכע קעיסעס אויפן טיש. דא הויבט זיך אן די שטערקסטע טענות אויף זיי! רוב רבנים וואס זיצן אויף די באבוב'ע די"ת זיצן יעצט אויך אויף די סאטמאר-בארא פארק און אויף די סאטמאר-בני ברק'ע דיון (אויב ווייסט איינער פון נאך, ביטע שרייבט), יעצט האבן זיי א תירוץ צו שלעפן אלע דריי (און אפשר נאך מער) און פארשווענדן ממון הקדש אויף א פארנעם ווי קיינמאל בעפאר. מיט דעם שטעלן זיי דעם טאן אז אונז האמער נאך קינדער אין שטוב וואס מ'דארף מיר חתונה מאכן... אונז דארף מיר זיך נאך אנפאקן די טאשן מיט ענקערע שוואכקייטן. כ'גיי שוין נישט אריין אין די ביטערע מציאות אז ווען זיי פארן קיין ארץ ישראל איבער סאטמאר-ב"ב דארפן זיי פארן ערשטע קלאס און טיקעטס אמאל אמאל פאר זייער בני בית (ס'קען זיין ס'איז נארמאל, אבער פארגעסט נישט מוסדות יטב לב איז נישט קיין פראפיט ביזנעס!). קענען זיי נישט הענדלן אזויפיל קעיסעס אויף איינמאל? נו, פארוואס נעמסטו עס אן? זאג עס אפ! געבן זיצונגען איינמאל אין אפאר חדשים איז א קריים! און טאר נישט דערהערט ווערן!

אויב האבן זיי פשוט נישט די גאטס ארויסצוקומען מיט א פסק, שרייבענדיג דער און דער איז דער געווינער און דער אנדערער זאל פאקן פעק און גיין פון דאנעט, צו דער אנדערער זאל טוישן נאמען און מצליח זיין, מורא האבענדיג פון די טעראר צו פאשקעווילן און ס'וועט זיי אפשר שאטן פאר שידוכים, צו קענען זיי פשוט נישט פסקענען אז די צד זאל געבן כך וכך מיליאן דולער פארן צד השני ווייל מער ווי שרייבן קענען זיי נישט גארנישט, און זיי קלערן עס קיינמאל נישט צו אינפארסירן, זאלן זיי זיכן א צווייטע דזשאב. ס'איז דא גענוג אנדערע בכבוד'יגע דזשאבס פאר זיי אינדרויסן. (כ'וויל נישט שרייבן וועלעכע נישט אראפצוברענגן די וואס טוען עס יעצט...)

יעצט צום שלוס: די עוות הדין וואס די רבנים היושבים טיען איז אומאקצעפטבאר! זיי זענען גאר דע וואס מאכן אז די עמך יודן וואס האבן אמאל אמאל א סכסוך און ווילן מקיים זיין דעם ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם ולא לפני עכו"ם זאלן פשוט זעהן אז קיין שופטים ושוטרים זענען נישט דא און ס'בלייבט נאר ליידער איבער דער מיטן שווארצן חאלאטל וואס זאל זאגן ווער דער אמת'דיגע ממלא מקום פונעם פריעדיגן קדוש אלקי איז... דער עון חילול השם ליגט אויף זייער קאנטע!

מכאן הקריאה יוצאת: קומט ארויס מיט א פסק איינמאל פאר אלעמאל והכל על מקומו יבוא בשלום!

לאמיר האפן אז ביז ווען מ'וועט האלטן ביי ברכות דף נ"ח (פרייטאג פרשת האזינו, י"ב תשרי תשע"ג, צוויי טעג נאך יום הקדוש) וועט א פסק זיין אינדרויסן.

שרייבער » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 3:03 pm

· #32142
לענ"ד זענען שולדיג די צדדים אליין
איך אלס א צד וואלט געזאגט, געסטו א פסק ביז א וואך איז גוט, אז נישט זיי מיר געזונט (אזוי וי די מעשה וואס דו דערציילסט דא)

שריי מסרב שריי וואס דו ווילסט, יעדער זעט ממילא וואס דא גייט פאר

chasid » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 3:11 pm

· #32146
דאס געהערט נישט אין צימעס?

משמרת » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 3:35 pm

· #32150
chasid
דאס געהערט נישט אין צימעס?

אריבערגעפירט

שעפטל » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 3:47 pm

· #32153
משמרת
chasid
דאס געהערט נישט אין צימעס?

אריבערגעפירט


וועל איך וויסן פאר נעקסטיים. ואתכם הסליחה

שעפטל » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 3:54 pm

· #32155
שרייבער
לענ"ד זענען שולדיג די צדדים אליין
איך אלס א צד וואלט געזאגט, געסטו א פסק ביז א וואך איז גוט, אז נישט זיי מיר געזונט (אזוי וי די מעשה וואס דו דערציילסט דא)

שריי מסרב שריי וואס דו ווילסט, יעדער זעט ממילא וואס דא גייט פאר


דעס קען א פריוואטער מענטש שרייען. א קהלה צו מוסד דארף סוף כל סוף צוקומען צום פסק, צו אלס געלט צו אלס סיי וואס. כ'האב געהערט אז צד מהרמ"ד האט שוין טאקע אמאל געסטראשעט אבער צוריקגעצויגן ווען זיי האבן עפעס א שמועה באקומען אז ס'גייט זיי גוט גיין, און דארט האלט מיר!

גדעון » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 3:59 pm

· #32156
צד מהרמ"ד האט נישט קיין סיבה ארויסצוגיין (סיידן די צייטווייליגע געלט שאדן), זיי קענען יעצט נאר געווינען און דאס איז וואהרשיינדלך אז בי"ד וועט זיי עפעס געבן אויב נישט בנינים כאטש געלט.

שעפטל » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 4:23 pm

· #32171
אין Bobov & Bobov אשכול שרייבט דולה ומשקה א געוואלדיג ווארט לענינינו
דולה ומשקה
געהערט א ווערטל, קען זיין ס'שטייט שוין דא ערגץ ווי.

סאטמאר האט געמאכט א חילול השם דורך גיין אין קורט
באבוב האט געמאכט א חילול השם דורך גיין צו בית דין

שעפטל » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 4:24 pm

· #32172
גדעון
צד מהרמ"ד האט נישט קיין סיבה ארויסצוגיין (סיידן די צייטווייליגע געלט שאדן), זיי קענען יעצט נאר געווינען און דאס איז וואהרשיינדלך אז בי"ד וועט זיי עפעס געבן אויב נישט בנינים כאטש געלט.

נאך אביסל איז שוין די געלט פאר די די"ת מער ווי זיי גייען באקומען...

town1 » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 8:19 pm

· #32280
קענסט אפשר קלארער מסביר זיין דיין קשיא

שרייבער » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 8:45 pm

· #32292
שעפטל
שרייבער
לענ"ד זענען שולדיג די צדדים אליין
איך אלס א צד וואלט געזאגט, געסטו א פסק ביז א וואך איז גוט, אז נישט זיי מיר געזונט (אזוי וי די מעשה וואס דו דערציילסט דא)

שריי מסרב שריי וואס דו ווילסט, יעדער זעט ממילא וואס דא גייט פאר


דעס קען א פריוואטער מענטש שרייען. א קהלה צו מוסד דארף סוף כל סוף צוקומען צום פסק, צו אלס געלט צו אלס סיי וואס. כ'האב געהערט אז צד מהרמ"ד האט שוין טאקע אמאל געסטראשעט אבער צוריקגעצויגן ווען זיי האבן עפעס א שמועה באקומען אז ס'גייט זיי גוט גיין, און דארט האלט מיר!

איך זע נאכנישט ווי גוט ס'גייט זיי אזוי מיטן ביין אין האלז

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 3:32 pm

· #32594
שרייבער
שעפטל
שרייבער
לענ"ד זענען שולדיג די צדדים אליין
איך אלס א צד וואלט געזאגט, געסטו א פסק ביז א וואך איז גוט, אז נישט זיי מיר געזונט (אזוי וי די מעשה וואס דו דערציילסט דא)

שריי מסרב שריי וואס דו ווילסט, יעדער זעט ממילא וואס דא גייט פאר


דעס קען א פריוואטער מענטש שרייען. א קהלה צו מוסד דארף סוף כל סוף צוקומען צום פסק, צו אלס געלט צו אלס סיי וואס. כ'האב געהערט אז צד מהרמ"ד האט שוין טאקע אמאל געסטראשעט אבער צוריקגעצויגן ווען זיי האבן עפעס א שמועה באקומען אז ס'גייט זיי גוט גיין, און דארט האלט מיר!

איך זע נאכנישט ווי גוט ס'גייט זיי אזוי מיטן ביין אין האלז


פונקטליך ווי גוט ווייסעך נישט, עפעס האצעך בשעתו געקאכט

קלאר » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:44 pm

· #35984
אין סאטמאר ב''ב זענען די ארונים זייער אנגעווייטוג אויף די פארשלעפטקייט פין די די''ת
די די''ת קאסט אפ שווערע געלטער
פאר סאם ריזאן מאכען די זאליס פין יעדע דיון א קינדער שפיל אין פראבירן צו שלעפן ווי מער צייט, הגם עס קאסט זיי אויך שווערע געלטער
(לדוגמא ביי אייין דיון האט מ' ש' געהאלטן א גאנצע דרשה איבער א שריט פין א אייניקעל פין מהר''א - א טעמע וואס איז בכלל נישט נוגע פאר די די''ת אין בי''ד האט גארנישט געטוהן אים שטוהל צו מאכען, חוץ ר' נפתלי פרענקל וועלכע איז איינער אליין וואס קען צוקיקען די קאראפציע פין די אמעריקאנע דיינים)

אין סאטמאר ב''פ איז נישטו מער קיין שום געסקעזשעלטע זיצונגען
חוץ אויב איין צד וועט פארלאנגען

קלאר » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:45 pm

· #35986
דארף נישט צו הייסן אז אין באבאוו איז מער נישטו קיין זיצונגען אין בי''ד זיצט יעצט נאר אליין ארויסצגעבן א פסק?

שעפטל » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:20 pm

· #36224
קלאר
דארף נישט צו הייסן אז אין באבאוו איז מער נישטו קיין זיצונגען אין בי''ד זיצט יעצט נאר אליין ארויסצגעבן א פסק?

איז די ווייטאג און עוולה נאך גרעסער!

משה רוקח » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 8:33 pm

· #36444
קלאר
דארף נישט צו הייסן אז אין באבאוו איז מער נישטו קיין זיצונגען אין בי''ד זיצט יעצט נאר אליין ארויסצגעבן א פסק?


וויפיל מאל האט מען דאס שוין געזאגט ביי זיי?

חייםהערש » זונטאג אוגוסט 19, 2012 9:06 pm

· #37076
איך פארשטיי אז עס איז בכלל נישט דא קיין זיצונגען

שעפטל » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 4:40 pm

· #59072
יעצט באקומען פון איינעם:

די פסק איז עננננננדדדדדדליךךךךךךךך אינדרויסן. די קהלה און מוסדות איז געווען א נכסי פרטי פון האדמו"ר מהר"ש זצ"ל און די בנינים דארפן צוטיילט ווערן גלייך אויף גלייך (50-50). אזוי אויך קענען זיך ביידע רופן באבוב!!!

איינער מיט מער אינפארמאציע?

לעמיל » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 5:02 pm

· #59075
איך האב עס אויך באקומען און נאכדעים האב איך באקומען אז עס איז נישט אמת

הדד בן בדד » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 6:02 pm

· #59099
שעפטל
יעצט באקומען פון איינעם:

די פסק איז עננננננדדדדדדליךךךךךךךך אינדרויסן. די קהלה און מוסדות איז געווען א נכסי פרטי פון האדמו"ר מהר"ש זצ"ל און די בנינים דארפן צוטיילט ווערן גלייך אויף גלייך (50-50). אזוי אויך קענען זיך ביידע רופן באבוב!!!

איינער מיט מער אינפארמאציע?


יישר כח. איך האב דאס שוין געמאדלן אפאר טאג צוריק אין דעם אשכול פון באבוב און באבוב.

שעפטל » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 6:10 pm

· #59104
איז עס אמת צו די דין תורה וועט זיך ציען פאר נאך אפאר גוטע יאר???

הדד בן בדד » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 6:25 pm

· #59112
עס איז מיר צו שווער צו פירן אזא שמועס אין צוויי באזונדערע אשכולות, ביטע זיי ממשיך דארט.

יישר כח