☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » קרית יואל ווילעדזש געזעץ

קרית יואל ווילעדזש געזעץ

41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1143

הרב_שלום » דאנערשטאג יולי 19, 2012 3:00 pm

· #26238
קרית יואל ווילעדזש געזעץ
מיט עטליכע יאהר צוריק האט קרית יואל ווילעדזש ארויס געגעבען א געזעץ אז יעדע בילדער קען בויען פיר שטאק און איין שטאק דארף גיין פאר ערפארדעבעל

למעשה בויעט מען פיהר שטאק אבער אין פראג, קארטער, האט "קיינער" נישט באקומען אן ערפארדעבעל דירה

נפתלי » דאנערשטאג יולי 19, 2012 3:04 pm

· #26241
אין ניו יארק סיטי איז דא א געזעץ אז יעדע נייע מולטי פעמעלי הויז מוז האבן פארקינג ספעיס פאר א געוויסע צאל קארס ווענד זיך וואו גרויס די דעוועלאופמענט איז

למעשה בויט מען מולטי פעמעלי הייזער אין וויליאמסבורג און אויפן פלאץ פון די פארקינג ספעיס רוקט מען אריין עטליכע דירות

אלבערט » דאנערשטאג יולי 19, 2012 3:05 pm

· #26244
אריין אין צימעס.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יולי 19, 2012 3:11 pm

· #26247
איז עס די ערשטע געזעץ וואס אידעלעך שפילן אויס?

שרייבער » דאנערשטאג יולי 19, 2012 3:47 pm

· #26290
הרב_שלום
מיט עטליכע יאהר צוריק האט קרית יואל ווילעדזש ארויס געגעבען א געזעץ אז יעדע בילדער קען בויען פיר שטאק און איין שטאק דארף גיין פאר ערפארדעבעל

למעשה בויעט מען פיהר שטאק אבער אין פראג, קארטער, האט "קיינער" נישט באקומען אן ערפארדעבעל דירה

גראדע ווייס איך פון מענטשן וואס האבן יא באקומען, קען זיין זיי זאגן דיר נישט משום איזה סיבה שהוא

פשוט-קאמפליצירט » דאנערשטאג יולי 19, 2012 3:49 pm

· #26292
אלבערט
אריין אין צימעס.

מסכים מיט דיר, אבער נאר אויב דאס איז א נייעס וואס דער "יא" און "ניין" גייט לויט פארטייאישע ליניעס.

הרב_שלום » דאנערשטאג יולי 19, 2012 4:13 pm

· #26310
שרייבער
הרב_שלום
מיט עטליכע יאהר צוריק האט קרית יואל ווילעדזש ארויס געגעבען א געזעץ אז יעדע בילדער קען בויען פיר שטאק און איין שטאק דארף גיין פאר ערפארדעבעל

למעשה בויעט מען פיהר שטאק אבער אין פראג, קארטער, האט "קיינער" נישט באקומען אן ערפארדעבעל דירה

גראדע ווייס איך פון מענטשן וואס האבן יא באקומען, קען זיין זיי זאגן דיר נישט משום איזה סיבה שהוא

אין לעמבערג זענען דא מענטשען וואס האבען באקומען אבער אין פראג און קארטער האט קיינער נישט באקומען

ניו יארק » דאנערשטאג יולי 19, 2012 8:12 pm

· #26451
הרב_שלום
שרייבער
הרב_שלום
מיט עטליכע יאהר צוריק האט קרית יואל ווילעדזש ארויס געגעבען א געזעץ אז יעדע בילדער קען בויען פיר שטאק און איין שטאק דארף גיין פאר ערפארדעבעל

למעשה בויעט מען פיהר שטאק אבער אין פראג, קארטער, האט "קיינער" נישט באקומען אן ערפארדעבעל דירה

גראדע ווייס איך פון מענטשן וואס האבן יא באקומען, קען זיין זיי זאגן דיר נישט משום איזה סיבה שהוא

אין לעמבערג זענען דא מענטשען וואס האבען באקומען אבער אין פראג און קארטער האט קיינער נישט באקומען

איך ווייס נישט אויב נען האט יא אדער נישט באקומען, אבער פון ווי נעמסטו דיין זיכערקייט? די קוקסט דורך יעדעם'ס מארגעטש פעימענטס א יעדע חודש?

הרב_שלום » פרייטאג יולי 20, 2012 9:25 am

· #26567
יא איך האב געמאכט שטארקע ריסערטש (גערעדט מיט יעדע איינער וואס האט געקויפט א דירה) און למעשה האט קיינער נישט באקומען אן עפארדעבלע דירה נישט אין פראג און נישט אין קארטער

שמואל הלוי » פרייטאג יולי 20, 2012 9:34 am

· #26569
און וואס טוט זיך מיט די אנדערע 4 שטאקיגע הייזער וואס האלטן נאך אינמיטן געבויעט ווערן, ווי למשל אויף מירון און אויף פילמאר?

שמואל הלוי » מאנטאג יולי 23, 2012 6:25 am

· #27328
איך האב זיך נאכגעפרעגט, און איך הער אז אויך אויף מירון און פילמאר באקומט קיינער נישט קיין עפארדאבל דירה.

יואליש » מאנטאג יולי 23, 2012 9:18 am

· #27342
איז נישט די עפארדעבעל געזעץ אנידערגעשטימט געווארן דורך די געריכט ווייל די בני יואל האבן עס געוואלט אויסרייסן?

פארשטאנד » מאנטאג יולי 23, 2012 8:20 pm

· #27609
פראג קארטער ווייס איך נישט, אבער מיין נאנטע חבר באקומט אויף מירון יעצט א עפארדעבל דירה.

הרב_שלום » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 11:11 am

· #32089
איינע פון די געזעצן אין קרית יואל איז אז Garfield Rd איז א One way. היינט נאכט צוליב א מסיבה ביי ר' אהרן טייטלבוים אין שטוב האט מען דאס געטוישט צו א two way. איי עס איז דא 90 בתי מדרשים אין קרית יואל און 80 דערפון קען מען נישט אויפהענגען א צעטל פונעם מסיבה, פון וואו זאלן די יודן וויסן אז מען האט עס געטוישט צו א two way.

אוי טאטי » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 11:26 am

· #32090
איך ווייס נישט וואדי ווילסט איך (מיט רוב שטעטל) פארן אויף גארפילד וויזוי די הארץ גלוסט, קיינעם אינטערסירט נישט טו וועי ארויף טו וועי אראפ, און ווען מען טוישט עס זעט יעדער גלייך מען דארף עס נישט פאמפן אין די גאסן.
כ׳מיין אז די זוכסט סתם צי קאמפלעינען נאו פראבלעם! אבער טרעף נארמאלע זאכן.
שעכויעח!

נפתלי » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 11:33 am

· #32091
הרב_שלום
איינער פון די געזעצן אין קרית יואל איז אז Garfield rd איז א One way היינט נאכט צוליב א מסיבה ביי ר' אהרן טייטעלבוים אין שטוב האט מען דאס געטוישט צו א two way איי עס איז דא 90 בתי מדרשים אין קרית יואל און 80 דערפון קען מען נישט אויפהענגען א צעטל פונעם מסיבה פון וואו זאלן די יודן וויסן אז מען האט עס געטוישט צו א two way

איינע פון די געזעצן אין די סיטי איז אז די גאס וואו איך וואוין קען מען דורכפארן מיט א קאר.
פאריגע וואך האט מען אפגעשפארט די גאס צוליב'ן איבערמאכן די פעיוומענט, איי עס איז דא אפאר הונדערט שוהלן אין מיין שטאט און אין קיין איין ביהמ"ד האט די DOT נישט אויפגעהאנגען קיין צעטל
פון וואו זאל מען וויסן אז מ'האט עס צוגעשפארט?

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 11:42 am

· #32092
נפתלי, שכויעח פאר די שמייכעלע אויף מיין געזיכט...

אגב, הרב שלום. אז דו ביסט יא אזוי שטארק פארן געזעץ, לויט די געזעצן פונעם שטיבל דארף יעדער אדמו"ר ווערן אנגערופן מיט א רעספעקט, אפגעזעהן וואס דו האלטסט אויף אים.

lowlow » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 5:11 pm

· #32186
שמעקעדיג
נפתלי, שכויעח פאר די שמייכעלע אויף מיין געזיכט...

אגב, הרב שלום. אז דו ביסט יא אזוי שטארק פארן געזעץ, לויט די געזעצן פונעם שטיבל דארף יעדער אדמו"ר ווערן אנגערופן מיט א רעספעקט, אפגעזעהן וואס דו האלטסט אויף אים.

😃

פארשטאנד » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 7:04 pm

· #32233
איך מיין אז די גבאים זאלן אוועקפירן די לעצטע פאר תגובות, פאר סאם ריזן טרעט איך נישט אריין אין 'צימעס' איך גלייך עס נישט.

ניו יארק » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 7:47 pm

· #32255
אויב האב איך געמיינט אז עפארדיבעל הויזינג שטערט דיר, בין איך יעצט געוואהר געווארן וואס דיין פראבלעם איז!!!
ביי דע וועי, איך מיין אז די וואלסט געקענט מער אויפטון ווען די שפילסט כאטש "אביסל" אימפארטייאיש, אבער עס איז קיינמאל נישט צו שפעט, וועסט נאך מן הסתם עפענען א נייע ניק, און טרייען בעסער. עס זאל זיין מיט הצלחה.....

town1 » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 7:48 pm

· #32257
וואס איז די פראבלעם אז גארפילד ווערט א טו וועי למדנו רבינו

הרב_שלום » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 10:33 pm

· #32347
יעצט זומער ווען איך בין אין קרית יואל האב איך מיין שיעור יעדע נאכט אין ויואל משה און ווען איך קראס אריבער צו איהעל קוק איך בלויז רעכטס
פון דארף איך וויסען אז הרב הגאון ר' אהרן טייטעלבוים שליט"א מאכט א מסיבה און צוליב דעם ווערט די ראוד פאר אפאר שעה א two way

משולם שטיינפעלד » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 1:10 am

· #32417
דו ווייסט דען נישט אז די גאנצע ציהל פון די מסיבה וואס ער מאכט איז כדי קארס זאלן דיר אראפקלאפן???

שרייבער » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 8:13 am

· #32438
הרב_שלום
יעצט זומער ווען איך בין אין קרית יואל האב איך מיין שיעור יעדע נאכט אין ויואל משה און ווען איך קראס אריבער צו איהעל קוק איך בלויז רעכטס
פון דארף איך וויסען אז הרב הגאון ר' אהרן טייטעלבוים שליט"א מאכט א מסיבה און צוליב דעם ווערט די ראוד פאר אפאר שעה א two way

איך לאך ווי די אידן רעדן זיך אפ, ס'איז נישט מעגליך געווען נישט צו זען אז דו גאס איז א טו וועי, מען האט זיכער געמאכט אז מען ווייסט

איך דערמאן מיך נאר איינמאל ווען איך האב אריבערגעקראסט פון ביהמ"ד הגדול צום פארקינג לאט קעגן איבער, נארמאלערהייט קוקט מען לינקס צו זען צו א קאר קומט נישט, איך קוק לינקס, ס'איז ליידיג, און אינמיטן הער איך פון די רעכטע זייט א שארט סטאפ, וואס איז? א קאר קומט צו פארן מיטן גאנצן ווילדקייט די פארקערטע ריכטונג, און וואס מיינטאיר ווער איז עס געווען, איינער פון די חשובע מתפללים פון ביהמ"ד ויואל משה, ס'איז געווען דאן א צייט וואס מען האט געפירט א קאמפיין אז מען מוז מאכן גארפילד א טו וועי, הלמאי מען דיסקרימינירט זיי זיי קענען נישט קומען צו זייער שול פון ביידע זייטן, ממילא אפצוטון די ווילידזש צו ווייזן אז בשלטון הכופרים אין אנו מאמינים האט מען געשטעלט אין סכנה פוס גייער

נאר ואס, אין אדם רואה נגעי עצמו

town1 » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 4:21 pm

· #32610
משולם שטיינפעלד
דו ווייסט דען נישט אז די גאנצע ציהל פון די מסיבה וואס ער מאכט איז כדי קארס זאלן דיר אראפקלאפן???

אויך געטראכט דערפון

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 5:20 pm

· #32634
דעס אז ווען האדמו"ר מהרז"ל איז אין קרית יואל און שטייט איין ביי הנגיד ר' מענדל שווימער, ראה"ק ומנהל המוסדות ויואל משה (געלאפן פאר מעיאר..) און מ'שפארט אפ גאנץ גארפיעלד און האלב העיס, יענע וואך מוצאי פארן באגלייטן, איז קיין פראבלעם נישט.
דעס ווען ס'דא א לוי' (צו אפילו ווען נישט...) און די קארס פארן דעמאלטס ראונג וועי אויף גארפילד צו ויואל משה שוהל שרייט אויך קיינער נישט.

גיממי א ברעיק פלעגט מען זאגן. ביזדערווייל איז מהר"א די מערהייט (כ'פלאן נישט אריינצוגיין אין פינקליכע ציפערן, איך רעד פונעם פאקט אז די ממשלה איז זיינס מיט אלע איינגעשטעלטע) יא טוען זיי אלעס וואס ס'שמעקט זיי.
ווי אזוי האט יענער געזאגט? "ס'געפעלט דיר נישט, מוף!" (אדער שטים זיי ארויס... אדער פייל א לאוסוט..)

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 5:23 pm

· #32636
הרב_שלום
יעצט זומער ווען איך בין אין קרית יואל האב איך מיין שיעור יעדע נאכט אין ויואל משה און ווען איך קראס אריבער צו איהעל קוק איך בלויז רעכטס
פון דארף איך וויסען אז הרב הגאון ר' אהרן טייטעלבוים שליט"א מאכט א מסיבה און צוליב דעם ווערט די ראוד פאר אפאר שעה א two way

אויף בילדער האב איך געזעהן ריזיגע סיינס איבער קרית יואל... כ'גלייב שווער האסט עס נישט געזעהן...
📎 x9q2_AChKY72Sign1.jpg 📎 x9q2_AChKY72Sign2.jpg

גאלד » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 5:26 pm

· #32637
הרב_שלום
איינע פון די געזעצן אין קרית יואל איז אז Garfield Rd איז א One way. היינט נאכט צוליב א מסיבה ביי ר' אהרן טייטלבוים אין שטוב האט מען דאס געטוישט צו א two way. איי עס איז דא 90 בתי מדרשים אין קרית יואל און 80 דערפון קען מען נישט אויפהענגען א צעטל פונעם מסיבה, פון וואו זאלן די יודן וויסן אז מען האט עס געטוישט צו א two way.

כ'שטעל זיך פאר אז די קרית יואל'ער אנטי-ר' אהרן אידן, נאך אזויפיל יארן, האבן זיך שוין אויסגעלערנט אז אויב קוקט מען נישט אדער פרעגט מען זיך נישט נאך איבער מודעות וואס ווערן אנאנסירט אין ר' אהרן'ס שולן קען מען זייער מעגליך פארפאסן וויכטיגע אנאנסן וואס קען עפעקטירן די גאנצע שטאט,

שעפטל » דינסטאג אוגוסט 7, 2012 5:51 pm

· #32650
אגב האט שוין איינער געזעהן אמאל אין וויליאמסבורג צו בארא פארק אזא מודעה?
קהל השיילערס והרייסערס ד'הוידעטעגלאש
נתייסדה ע"י כ"ק רבינו קודש הקדשים רשכבה"ג ומרא דארעה דישראל זי"ע - בנשיאות כ"ק רבינו הקדוש רשכבה"ג שליט"א
*****************************************************************************************************************

מיר ווילן צולאזן וויסן אלע איינוואוינער אז צוליב די געהויבענע חתונה בחצרות קדשינו אויף וואס כלל ישראל קוקט אזוי ארויס
וועלן די גאסן פון רחוב בארשע ביז רחוב מאטא-סאלקא, און פון רחוב קאצקע ביז רחוב שארמאשאג זיין אפגעשפארט פון 4:00 נאכמיטאג שארף

שישו ושמחו בשמחת רבינו

הנהלת הקהילה

כ'רעד שוין נישט פון דעם וואס יעדע מאנטאג און דאנערשטאג זענען גאנצעטע סטריטס און האלבע עוועניו'ס אפגעשפארט אין וויליאמסבורג. דא מיט א חופה פון ווען נישט ער שפארט ווען אפ וואלט איך קיינמאל נישט געוויסט אז איך דארף מיך יעצט מיטפרייען מיט זיין שמחה. צו איז עס א הכנסת ספר תורה (וואס איז שוין געווען א פאל פון א פריוואטע הכנס"ת וואס ס'איז געווען אפגעשפארט בעדפארד פון וואלאבאוט ביז סאוט אכט פון דרייע נאכמיטאג, און קארס זענען געשלעפט געווארן איבעראל, ווייל די געהויבענע הכנס"ת איז פארגעקומען 7:00).

אין סך הכל, יעדער פרובירט צו טוהן וואס ער קען צו מאכן ס'מערסטע מצב. האסט א ברירה עס נאכצוטוהן (רוב טוהן טאקע אזוי...) אדער אפווישן די נאז אינעם ערשטן קלינעקס טישו וואס דו טרעפסט. אויב זענען קיין איינע פון די צוויי נישט קיין אפציע, קענסטו זיך אויסגעבן אויף קאווע שטיבל..

מ גפני » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 8:30 pm

· #33553
הרב_שלום
יא איך האב געמאכט שטארקע ריסערטש (גערעדט מיט יעדע איינער וואס האט געקויפט א דירה) און למעשה האט קיינער נישט באקומען אן עפארדעבלע דירה נישט אין פראג און נישט אין קארטער

קוקט אויס אז די האסט נישט גערעדט צו מיין שוואגער

עסקן » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 6:25 am

· #33626
הרב_שלום
איינע פון די געזעצן אין קרית יואל איז אז Garfield Rd איז א One way. היינט נאכט צוליב א מסיבה ביי ר' אהרן טייטלבוים אין שטוב האט מען דאס געטוישט צו א two way. איי עס איז דא 90 בתי מדרשים אין קרית יואל און 80 דערפון קען מען נישט אויפהענגען א צעטל פונעם מסיבה, פון וואו זאלן די יודן וויסן אז מען האט עס געטוישט צו א two way.

טאקע אזוי? אכציג פון ניינציג בתי מדרשים קען מען נישט אויפהענגן א צעטל פארן מסיבה? סא אויב אזוי וואס איז די סיבה פארוואס עפעס אזא מין "אלייענס פארטיי" שטעלט מער נישט ארויס קיין קאנדידאטן ביי די וואלן?

איי עם סארי נעקסט טיים פאבראציר בעסערע נומבערס, ביי די וועי איי פיל יור פעין!

שעפטל » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 10:43 am

· #33672
עסקן

ס'איז טאקע מסתמה דא אזויפיל בונקערס אין קר"י ווי יעדער בעיסמענט האט בערך 10 מתתפללים... אין איין אבני צדק שוהל דאווענען בערך אזויפיל יודן ווי 30 בני יואל (צו געשטימטע שוהלן...

שמואל הלוי » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 10:51 am

· #33675
לאמיר זיך נישט קריגן ווי קליינע קינדערלעך, ווילסט וויסן ווער ס'איז רוב? זייער פשוט נעם אפיר דעם טעלעפאן ליסטע, און צייכן אן ביי יעדן נאמען צו ער איז אן ארוני אדער זאלי\בני יואל, אדער גאר נייטראל וואס זענען נישט משועבד צו קיינעם, (די וואס דרייען זיך ביי די ארונים צוליב פרנסה וכדומה, קען מען אויך נישט רופן "ארוני").

פון קוקן ווער ס'האט מער בתי מדרשים, אדער מיט וויפיל פראצענט מער מ'געווינט ביי די וואלן קען מען לפענ"ד נישט קיין סאך ארויסנעמען.

שעפטל » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:21 am

· #33693
שמואל ווען דו ביזסט פערטיג שיק מיר ביטע די ליסטע

שמואל הלוי » פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:26 am

· #33697
איך זאג אים אז אויב וויל ער וויסן זאל ער עס טון, ענטפערט ער אז ווען איך בין פערטיג וכו'...

שעפטל » מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:45 pm

· #34683
שמואל הלוי
איך זאג אים אז אויב וויל ער וויסן זאל ער עס טון, ענטפערט ער אז ווען איך בין פערטיג וכו'...

מיך אינטערסירט גאנץ ווייניג ווער ס'איז מער. אלל איט קאונטס איז 'מי בראש' ווער זיצט ביים שיסל און ווער איז די פאבליק אפישעלס. ווי אזוי זיי געווינען 'הו קערס?'

קלאר » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 5:00 pm

· #35276
שמואל הלוי
מיט וויפיל פראצענט מער מ'געווינט ביי די וואלן קען מען לפענ"ד נישט קיין סאך ארויסנעמען.

וואס האסטו דא געזאגט

מיקוה נייעס » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 12:46 pm

· #72111
איך האלט אז מען דארף לייגן no parking סיין אויף סאטמאר דרייוו און אריינרופן די פאליס פאר 2 טעג און טיילן טיקעטס וועט מען קענען פארן נארמאל אויף סאטמאר דרייוו

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 7:34 pm

· #72898
שרייבער
הרב_שלום
מיט עטליכע יאהר צוריק האט קרית יואל ווילעדזש ארויס געגעבען א געזעץ אז יעדע בילדער קען בויען פיר שטאק און איין שטאק דארף גיין פאר ערפארדעבעל

למעשה בויעט מען פיהר שטאק אבער אין פראג, קארטער, האט "קיינער" נישט באקומען אן ערפארדעבעל דירה

גראדע ווייס איך פון מענטשן וואס האבן יא באקומען, קען זיין זיי זאגן דיר נישט משום איזה סיבה שהוא

יא. איך ווייס די סיבה. אויב וועסטו וויסן עסטע קומען אין פראנט פון מיין דירה און מאכן א הפגנה פארוואס מ'האט מיר יא געגעבן און דיר נישט.

העלא » פרייטאג דעצעמבער 28, 2012 1:39 pm

· #73622
איך האב געציילט די קרית יואל'ע טעלאפאן בוק 65% זענען ארונים,
די איבריגע 35% זענען 1)זאליס 2)בני יואל 3)סאסמאן 4)נוטראל 5)ווייסן נישט וואס זיי זענען
6)איך ווייס נישט וואס זיי זענען

העלא » פרייטאג דעצעמבער 28, 2012 1:48 pm

· #73626
דאס זענען א ליסט פון די שולן ווי מ'הענגט יא אויף מודעות פון די ארונים

1)ביהמ"ד הגדול 12 גאררפילד
2)בית מרדכי 20 געציל
3) עטרת זקנים 71 פארעסט
4) אבני צדק 11 רוזין
5) בית ברוך 13 סאסוב
6) בית דוב 5 לעמבערג
7) הוניאד 2 רימנאוו
8) אוהל פיגא
9) ישמח משה אין ברך משה געיגנט
10)ברך משה 1 ד א ווידער
11) ויואל משה קאזניץ
12) יענקי סופר'ס שול אויף חברון
13)כולל אוהל יושע
14) רחמי האב 19 העיס קארט

סא איך האב שוין 4 מער ווי 10 ווי מ'דארווענט שבת און מ'קען יא הענגען, יעצטזאל מיר איינער אויסרעכענען מינימום 80 ווי מ'דאווענט שבת און מ'קען נישט

אויב איינער האט 78 באקומעט ער א הונדערטער