☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

800 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15193
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16

סוף טוב הכל טוב » מיטוואך יאנואר 24, 2024 11:30 pm

· #546423
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
אגריפס המלך #
צפת #
סקרו דרייוער #
וואס מיינט טשיפסים??
אלע טשיפסים זאלן פלאצן....
ס'איז א כינוי גנאי פאר חסידי ר' ישראל מוויזניץ שיכון.
ס'איז נוטריקון אדער גימטריא ר' ישראל? אפשר גאר אין א"ת ב"ש ווער ווייסט? מי יעמוד בסוד השוואנצונעס
ס'אזוי ווי זאליס

פיקח עצום » מיטוואך יאנואר 24, 2024 11:35 pm

· #546425
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
שוין ער האט זיך געבראכן צו די כת
📎 הרב אהרן שיף.m4a

סוף טוב הכל טוב » מיטוואך יאנואר 24, 2024 11:41 pm

· #546427
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
פיקח עצום #
שוין ער האט זיך געבראכן צו די כת
איך זעה נישט אז דאס הייסט זיך געבראכן.

פאליטיש גערעדט איז עס די ריכטיגע מאוו. מ'זאל נישט קענען שפילן "ער רודף'ט דעם הייליגן".

דאס וואס ער זאגט "ראש השנה לאילנות" און "א גוט געבענטש יאר" איז א קליינע טשעפע פאר זייער ראש השנה לחסידות...

תניא בניחותא » דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 12:04 am

· #546436
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
סוף טוב הכל טוב #
פיקח עצום #
שוין ער האט זיך געבראכן צו די כת
איך זעה נישט אז דאס הייסט זיך געבראכן.

פאליטיש גערעדט איז עס די ריכטיגע מאוו. מ'זאל נישט קענען שפילן "ער רודף'ט דעם הייליגן".

דאס וואס ער זאגט "ראש השנה לאילנות" און "א גוט געבענטש יאר" איז א קליינע טשעפע פאר זייער ראש השנה לחסידות...
דער נער זאל ארויס פון מקוה, פארווואס פונקט איך?
די רבנים האבן מוחה געווען אז מ’האט מוציא געווען די ביהמ”ד ע”י ערכאות, דאס איז געווען א מחאה אויף רויזענבערג, ווער האט געבעטן די מענדעליסטן זיך צי באליידיגן?
(בכלל איז עס געווען א טפשות מצידם צו אנעמען די בנין אויף דעם אופן)

מיין רבי אין חדר פלעגט זאגן: איך מיין נישט קיינעם, אבער ווער ס’מיינט אז איך מיין איהם, איהם מיין איך טאקע.

בעל דרשן » דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 12:06 am

· #546439
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
פארקערט דאס איז א שטארקייט פון הרב שיף, ער זאגט ער האט נישט געמיינט דעם רבי, נאר אויף די עצם זאך וואס איז געטון געווארן, נישט פשט ער ציט צוריק, פאר די סענסיטיווע מענדליסטן זאגט ער נישט דעם הייליגן האב איך געמיינט אבער ער איז שטארק מיט זיין מחאה

צפת » דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 12:19 am

· #546443
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
למעשה קוקן דאס די מענדעליסטן אן ווי א נצחון, אז ער האט זיך געבויגן.

איך וויל פארשטיין; פארוואס זאל מענדעלע נישט דארפן ארויסגעבן א גילוי דעת, אז דאס וואס ער האט גערעדט קעגן הרב שיף, האט ער נישט געמיינט אים פערזענליך נאר די מעשה? - מאי שנא?

פיקח עצום » דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 12:59 am

· #546448
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
צפת #
למעשה קוקן דאס די מענדעליסטן אן ווי א נצחון, אז ער האט זיך געבויגן.

איך וויל פארשטיין; פארוואס זאל מענדעלע נישט דארפן ארויסגעבן א גילוי דעת, אז דאס וואס ער האט גערעדט קעגן הרב שיף, האט ער נישט געמיינט אים פערזענליך נאר די מעשה? - מאי שנא?
מסתמא ווייסטו אליינס די ענטפער, אבער כ'וועל עס ארויסשרייבן בפירוש:

ער הייסט האגער,(וואס ליידער אידן גלייבען אין דעם מער ווי פון באשעפער) און ער הייסט שיף!

טייטרינקער2 » דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 4:08 am

· #546458
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
דער מעסעדז וואס רב שיף האט געזאגט, קען נאך ווערן אויסגעטייטש אויב ביידע זייטן. לדעתי הקלושה וועט עס זיך ווענדן אין וואס עס וועט נאך קומן נאך דעם!

צפת » דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 6:49 am

· #546462
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
נעכטן ביים גרויסן טיש, האט דער הייליגער רבי גערעדט מיט גרויס בכיות א לאנגע צייט, ווען צווישן אנדערע האט ער שטארק משבח געווען הרב שיף, אויסטייטשנדיג זיין נאמען לשבח. ער האט געזאגט אז די קהילה איז אונטער דעם בית-דין מחזיקי הדת און אונטער דעם חשוב'ן רב הרב שיף וכו'.

בקיצור, שלום געמאכט.

קלוגע יודל » דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 12:39 pm

· #546503
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
תניא בניחותא #
מיין רבי אין חדר פלעגט זאגן: איך מיין נישט קיינעם, אבער ווער ס’מיינט אז איך מיין איהם, איהם מיין איך טאקע.

100%. די מחאה איז געוועהן אנטקעגן ראזענבערג (וואס קעגן איהם איז שוין געוועהן א מחאה אין אט די פרשה פאר 9 יאר צוריק) און ווי אויך איבערצונעמען דעם ביהמ"ד דורך ערכאות, נאר דער שמייליגער האט עס גענומען ווי כאילו מען מיינט איהם פערזענליך.

קלוגע יודל » דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 12:41 pm

· #546504
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
אמיתות הדברים בנודע הפרשה באנטווערפען
דברים קלירון לעינים📎 אמיתות הדברים.pdf

מיסטעריע » פרייטאג יאנואר 26, 2024 12:00 am

· #546607
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
פארוואס גיבט מען נישט ארויס די דרשה פון נעכטן? נאר א קליין שטיקעלע, א רמז'ל אז א"ש איז אותיות אהרן שיף וכו'

ים של שלום » פרייטאג יאנואר 26, 2024 12:18 am

· #546610
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
קלוגע יודל #
אמיתות הדברים בנודע הפרשה באנטווערפען
דברים קלירון לעיניםאמיתות הדברים.pdf

ער זאגט דברים של טעם. עס איז אבער אינטרעסאנט אז דער שופט (לויט ווי ער זאגט) האט איגנארירט אלע די ראיות.

עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן אזא קלארע באשרייבונג פונעם צד שכנגד.

אדמור מקרייניץ זצל » פרייטאג יאנואר 26, 2024 6:13 am

· #546629
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
ים של שלום #

עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן אזא קלארע באשרייבונג פונעם צד שכנגד

📎 kolkoirenew.pdf

מן הסתם » פרייטאג יאנואר 26, 2024 7:25 am

· #546634
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
.

הנגרה » פרייטאג יאנואר 26, 2024 8:49 am

· #546641
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
העסקן ר חיים מאיר מארקאוויטש יב שבט
📎 IMG_9570.jpeg

אדונינו » פרייטאג יאנואר 26, 2024 11:02 am

· #546667
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
The beginning of his end.
📎 CDFBD429-57AA-4B4E-A007-C8571A9068C8.jpeg 📎 C31FE38E-CCF3-4B2C-9424-65E8C102853C.jpeg

אדונינו » פרייטאג יאנואר 26, 2024 11:15 am

· #546669
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
אדמור מקרייניץ זצל #
ים של שלום #

עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן אזא קלארע באשרייבונג פונעם צד שכנגד

kolkoirenew.pdf

איך האב נאכנישט דורכגעליינט די בלעטער דא, מאד יתכן אז זיי האבן שטארקע טענות, יתכן מען האט זיי בא'גנב'עט לאור השמש, אבער אויב א איד האט א תביעה אויף א צווייטע איד, זאגט די תורה אז מען זאל גיין צו א בי"ד של שלשה, ממילא די גאנצע דין ודברים אויף ביידע זייטן איז נאר צו זאגן אז עס איז דא טענות, די מציאות אבער אז צד השוואנץ איז נישט נענה לדין, זענען זיי אטאמאטיש מופרך מיט די טענות.

סקעפטיקער » פרייטאג יאנואר 26, 2024 11:59 am

· #546675
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
די גאנצע דין תורה איבער די שוהל פארקירעוועט די עיקר פראבלעם פון מענגעלע וויזניצער, זיין פראבלעם איז נישט אז ער איז א גנב אדער גזלן און זיכער נישט אז ער איז א הולך לערכאות. זיין פראבלעם איז אז ער איז א קולט פירער, אן עגאיסט און נארסיסיסט וואס מענטשן זענען נעבעך פארגלייבט אין אים

קליינע צדיק » פרייטאג יאנואר 26, 2024 12:19 pm

· #546677
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
עס איז מיר גאר אינטערסאנט אז אלע נייעס באריכטער האבן גענומען א שטעלונג
קודם כל מיטן געהעריג פראפאגאנדירן זיין נסיעה און 'חנוכת הבית פון זיין' בית המדרש
און איגנארירט די חלק אז עס קאכט זיך דא עפעס, און עס איז אויף די בלוט פון אנדערע
(איך האב געטראכט אז זיי ווילן עס אינטערלייגן די קארפעט זייענדיג א בושה וואס גייט פאר, כמעט אזוי ווי די מעשה פון שפערבער)

והשנית מ'רופט עס געהעריג בית מדרשו וכדו'

סוף טוב הכל טוב » פרייטאג יאנואר 26, 2024 2:57 pm

· #546695
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
אדונינו #
The beginning of his end.
פ"וו מיינסטו אז די שוואנצאנים גייען זיך שרעקן?

צפת » פרייטאג יאנואר 26, 2024 3:37 pm

· #546701
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
קלארצושטעלן פאקטן:

ווען דער ישועות משה איז נפטר געווארן, האבן די מענדעליסטן געהאט אין אנטווערפן בערך ניין משפחות, בשעת גאנץ ויז'ניץ אין אנטווערפן איז געווען אן ערך פון 150 משפחות (אריינגערעכנט אלע ויז'ניץ, וואס האבן געדאווענט אינאיינעם). עס איז נישט געווען קיין רעדע און קיין חלום איז עפעס פון די קהילה באלאנגט צו די מענדעליסטן. אויב עפעס וואלט מאנסי געקענט האבן גרעסערע תביעות, זיי האבן געהאט מער מענטשן און די געלט איז געלעגן ביי זיי. אפילו פון זיי האט מען נישט געקלערט, און כ"ש פון די מענדעליסטן וואס זענען געווען א שמעק טאביק בימים ההם. אלעס איז געבליבן על מכונו און עס איז אריבערגעגאנגען צו ויז'ניץ הגדול פון ר' ישראל מבני ברק.

די סכסוך אויפן ביהמ"ד אין יאקב יאקב, איז געווען מיט משפחת קאסירער, וואס האבן געוואלט דעם בנין אלס אייגענע רכוש, צו פארקויפן און קענען מאכן געלט דערפון. ויז'ניץ (וואס דאס האט דעמאלס געמיינט אלע צוזאמען), האבן זיך געשלאגן דערפאר און נישט געוואלט לאזן אז זייער ביהמ"ד זאל אריבערגיין צו א רכוש פרטי.

הערשט מיט לאנגע יארן שפעטער, ווען עס איז געלונגען פאר משפחת קאסירער צו לייגן טיילווייז א האנט אויף דעם ארט, אבער מאידך זאגט דער געריכט אז דאס דארף בלייבן א ביהמ"ד, האט ער זיך אן עצה געגעבן דערמיט וואס ער גיבט דאס אוועק פאר די מענדעליסטן, נאכדעם וואס זיי זענען שוין געוואקסן אין צאל (נאכדעם וואס זיי האבן אריבערגעשיקט א באדייטנדע צאל יונגעלייט פון ברכפלד, מחזק צו זיין דער מנין אין אנטווערפן), און היינט צו טאגס ווען זיי פארמאגן קרוב צו צוואנציג משפחות, האבן די קאסירער משפחה מחליט געווען דאס זיי איבערצוגעבן, וויינענדיג מיט קאקאדיל טרערן, אז עפעס קומט זיך פאר זיי, זייענדיג א חלק פון ויז'ניץ.

...
אין קורצן:
אויב קומט זיך עפעס פאר זיי, זייענדיג א חלק פון די קהילה, קומט זיך פאר ויז'ניץ מאנסי פי כמה וכמה, זייענדיג מער אין צאל (זיי עפענען בקרוב אויך אן אייגענעם ביהמ"ד, דער עולם אין אנטווערפן איז אונטער די נשיאות פון האדמו"ר מוויזשניץ לאנדאן שליט"א), א זאך וואס קיינער טראכט נישט אזוי און קיינער מאנט דאס ניטאמאל. אבער פאר די מענדעליסטן וואס זענען פיל ווייניגער, איז פארשטענדליך אז זיי קומט זיך דעם גאנצן ביהמ"ד אין יאקאב יאקאב.

משוגעים!

סוף טוב הכל טוב » פרייטאג יאנואר 26, 2024 3:55 pm

· #546703
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
צפת #
אויב קומט זיך עפעס פאר זיי, זייענדיג א חלק פון די קהילה, קומט זיך פאר ויז'ניץ מאנסי פי כמה וכמה, זייענדיג מער אין צאל (זיי עפענען בקרוב אויך אן אייגענעם ביהמ"ד, דער עולם אין אנטווערפן איז אונטער די נשיאות פון האדמו"ר מוויזשניץ לאנדאן שליט"א), א זאך וואס קיינער טראכט נישט אזוי און קיינער מאנט דאס ניטאמאל. אבער פאר די מענדעליסטן וואס זענען פיל ווייניגער, איז פארשטענדליך אז זיי קומט זיך דעם גאנצן ביהמ"ד אין יאקאב יאקאב.

משוגעים!

איז דאך גוט
דער רבי פון לאנדאן שליט"א שרייבט און קאכט זיך אין אהבת שלום, וועט ער אוודאי וויייזן אז ער איז עס מוותר למען השלום.

ימים יגידו.

צפת » פרייטאג יאנואר 26, 2024 4:18 pm

· #546708
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
ער איז טאקע מוותר אלעס למען השלום, ער פארלאנגט נישט גארנישט און ס'איז נישטא קיין איין טענה פון קיין איינע פון די וויזשניצע הויפן קעגן אים.

(איך פארשטיי נישט וואס דו האסט געוואלט ארויסברענגען מיט דיין תגובה דא.)

אדונינו » מוצ"ש יאנואר 27, 2024 6:10 pm

· #546712
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
די באקאנטע אויסגערופענע הייליגע בית דין מומחה דקהל ישועות משה בני ברק קריגט מיט רב וואזנער, רב קרליץ, און מחזיקי הדת בית דין!
📎 12EAEC14-5250-4855-A6D9-2D6DCD13345F.jpeg

סוף טוב הכל טוב » מוצ"ש יאנואר 27, 2024 7:06 pm

· #546715
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
גראדע זייער א נארמאלע און באלאנסירטע צעטל.
מיין געסס איז אז אין דער נושא זענען זיי מער גערעכט ווי די אנדערע בית דין'ס.

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש יאנואר 27, 2024 7:24 pm

· #546717
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
איך בין נישט דא דן צו זיין אין די עצם נושא אדער אויסשמועסן דער ענין.

איך האב נאר נאכגעקוקט אפאר מראי מקומות פון דער בי"ד צעטל פון קהל ישועות משה, און די ערשטע צוויי מראי מקומות זענן טעיות גמורות.

דער מהרשד"ם פסקנ'ט אז א מאן און ווייב וואס האבן חתונה על דעת מנהג המקום, איז דאס חל אויף זיי נגד דין התורה. ער רעדט בכלל נישט פון א מענטש וואס איז מוציא בערכאות נגד דין התורה, עיי"ש.

און סי' רל"ו ס"ח און סעי' ט' רעדן וועגן גאר אן אנדערן ענין. דא, לויט די מעשה וואס מ'לייגט פאר, האט דער רוזנברג געמוזט איבער געבן די ביהמ"ד פאר א שול. ווען נישט אז קהל רונדיגע חלות נעמן עס פון זיי, וואלט עס צוריק געגאנגן כהלכה צו די אריגינעלע בעלים, און אזוי זענן זיי מסייע לידי עוברי עבירה. דאס האט גארנישט מיט א גוי אן אנס וואס איז מפקיע א נכס פון א איד ואין ברירה בערכאות. ובפרט אז רז"ב איז א איד, און ער קען נאך תשובה טון און גייען אין בי"ד.

ווייטער האב איך נישט געגקוקט, אבער די חזקה איז שוין אויף די וועג אז מ'ברעגנט מראי מקומות שאין להם שום קשר ושייכות לנידון דידן.

שעפטאל » מוצ"ש יאנואר 27, 2024 7:43 pm

· #546720
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
אשרינו אז ליטוואק טשעקט אריין לעצטענס אמאל, לאזט הערן קלארע דיבורים כשמלה, און זעצט זיך צוריק שווייגן כאילו לא היה
נישט נאר יעצט, נאר אויך איבער פאנאוויטש, (און בעיקר אלס ענגלישער צו מסביר'ן דעם געשמאק פון עסיג אין פאטעטא טשיפ'ס 😛 פאר ווער ס'געדענקט דעם OU אשכול)

איי מיס'ד יא!! אונזער דור זיכט בהירות, בעבורו אל תמנע מים!!!

סוף טוב הכל טוב » מוצ"ש יאנואר 27, 2024 8:16 pm

· #546721
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
ליטוואק פון בודאפעסט #
איך בין נישט דא דן צו זיין אין די עצם נושא אדער אויסשמועסן דער ענין.

איך האב נאר נאכגעקוקט אפאר מראי מקומות פון דער בי"ד צעטל פון קהל ישועות משה, און די ערשטע צוויי מראי מקומות זענן טעיות גמורות.

דער מהרשד"ם פסקנ'ט אז א מאן און ווייב וואס האבן חתונה על דעת מנהג המקום, איז דאס חל אויף זיי נגד דין התורה. ער רעדט בכלל נישט פון א מענטש וואס איז מוציא בערכאות נגד דין התורה, עיי"ש.

און סי' רל"ו ס"ח און סעי' ט' רעדן וועגן גאר אן אנדערן ענין. דא, לויט די מעשה וואס מ'לייגט פאר, האט דער רוזנברג געמוזט איבער געבן די ביהמ"ד פאר א שול. ווען נישט אז קהל רונדיגע חלות נעמן עס פון זיי, וואלט עס צוריק געגאנגן כהלכה צו די אריגינעלע בעלים, און אזוי זענן זיי מסייע לידי עוברי עבירה. דאס האט גארנישט מיט א גוי אן אנס וואס איז מפקיע א נכס פון א איד ואין ברירה בערכאות. ובפרט אז רז"ב איז א איד, און ער קען נאך תשובה טון און גייען אין בי"ד.

ווייטער האב איך נישט געגקוקט, אבער די חזקה איז שוין אויף די וועג אז מ'ברעגנט מראי מקומות שאין להם שום קשר ושייכות לנידון דידן.
דער מהרשד"ם איז ווי עס שיינט א טעות אין דעם מראה מקום (כאניש געוואלט שרייבן "א טעות אין דעם מ"מ" מפני הרואים); ס'רעדט דאך סתם נישט פון דעם נושא. עמער ווארטן ביז איינער פון "קהל רונדיגע חלות" (קרעדיט: ל. פון ב"פ) וועט אריינקומען מיט א הבהרה.

דיין טאנע פון מסייע לידי עוברי עבירה קען איך הערן, אבער איז נישט קיין מוכרח'דיגע.

נישנאש » מוצ"ש יאנואר 27, 2024 11:17 pm

· #546760
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
ליטוואק פון בודאפעסט #
דא, לויט די מעשה וואס מ'לייגט פאר, האט דער רוזנברג געמוזט איבער געבן די ביהמ"ד פאר א שול. ווען נישט אז קהל רונדיגע חלות נעמן עס פון זיי, וואלט עס צוריק געגאנגן כהלכה צו די אריגינעלע בעלים, און אזוי זענן זיי מסייע לידי עוברי עבירה. דאס האט גארנישט מיט א גוי אן אנס וואס איז מפקיע א נכס פון א איד ואין ברירה בערכאות. ובפרט אז רז"ב איז א איד, און ער קען נאך תשובה טון און גייען אין בי"ד.

ווייטער האב איך נישט געגקוקט, אבער די חזקה איז שוין אויף די וועג אז מ'ברעגנט מראי מקומות שאין להם שום קשר ושייכות לנידון דידן.
ער וואלט עס געקענט געבן פאר קאפיטשניץ אויך, די אורטייל איז געווען ס'זאל דוקא זיין א 'וויזניצע' שול?

Nanach » זונטאג יאנואר 28, 2024 12:03 am

· #546765
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
איה"נ ווען ער וואלט געעגעבן פאר קאפיטשניץ און זיי וואלטן עס גענומען וואלטן זיי געווען די מסייע.
אין אנדערע ווערטער, ווען קיין שום קהילה וואלט עס נישט גענומען וואלט עס צוריק.

הגאון הצדיק » זונטאג יאנואר 28, 2024 8:05 am

· #546810
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
סוף טוב הכל טוב #
דער מהרשד"ם איז ווי עס שיינט א טעות אין דעם מראה מקום (כאניש געוואלט שרייבן "א טעות אין דעם מ"מ" מפני הרואים); ס'רעדט דאך סתם נישט פון דעם נושא. עמער ווארטן ביז איינער פון "קהל רונדיגע חלות" (קרעדיט: ל. פון ב"פ) - @שטריימל וועט אריינקומען מיט א הבהרה.

קלוגע יודל » זונטאג יאנואר 28, 2024 1:36 pm

· #546834
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
אדונינו #
די באקאנטע אויסגערופענע הייליגע בית דין מומחה דקהל ישועות משה בני ברק קריגט מיט רב וואזנער, רב קרליץ, און מחזיקי הדת בית דין!
אויך מיר א בית דין, נעבעך האט נישט קיין נארמאלע דיינים, האט מען געמוזט צוזאם שלעפן איינער פון פתח תקוה, איינער פון לאנדאן און איינער פון ?

אגב ווען איך זעה ווי א דיין וואס געהערט צו א פארטיי שריבט א פסק לויט ווי זיין פארטיי, ווער איך נישט נתפעל און I TAKE WITH A GRAIN OF SALT. קיין איין דיין פון קהילת מהרז"ל סאטמאר האט נישט בטעות געזאגט אז מען מעג טראגן מיט די עירוב? אתמהה??? ווי קען זיין א פון צענדליגע דיינים זאל קיינער נישט טראכטן אנדערש ווי די פארטיי וויל? נאר מוז זיין אז די גאנצע פסק איז POLITICAL BAISED...

ווי האט די קלויזעבורגער רב זצוק"ל געזאגט, אז ער האט אויפגענומען א דיין צו פסקנ'ן שאלות, נישט אויף צו זאגן יא. ודפח"ח.

קלוגע יודל » זונטאג יאנואר 28, 2024 1:37 pm

· #546835
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
ליטוואק פון בודאפעסט #
קהל רונדיגע חלות
אפגעקויפט!!! 😂 😂 😂

קלוגע יודל » זונטאג יאנואר 28, 2024 2:18 pm

· #546846
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
Psychological Evaluation and Diagnosis on Mendele Hager
הערכה רפואי על ראש המשוגעים בבני ברק📎 Psychological Evaluation and Diagnosis on Mendele Hager-הערכה רפואי על ראש המשוגעים בבני ברק.pdf

קלוגע יודל » זונטאג יאנואר 28, 2024 2:49 pm

· #546852
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
"פצצה!!! מה באמת חשב הנדיב ר' יצחק קאסירר על הגניבה של חתנו רוזנברג שהעביר את העמותה על שמו ושם משפחתו??? ירא הציבור וישפוט!!! (חלק א')"

בין הדברים מתבטא על חתנו חיים רוזנברג "ימח שמו"...

הדברים סותרים את דברי ההבל שנשמעו מפי האדמו"ר מויזניץ מרכז מקהל רונדיכיגע חלות ביום אידם י"ב שבט השנה, שהנדיב שש ושמח בעליונים על מתן חלקו!

https://drive.google.com/file/d/1k_FiJ-gYE2LI0oJVJyJbqQepZyrfu-s6/view?usp=sharing

קליינע צדיק » זונטאג יאנואר 28, 2024 9:13 pm

· #546926
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
למעשה
וואס טוען די אנדערע וויזניץ'ער קהילות וואס האבן דארט געדאווענט?
מפראבירט עס צו פייטן אין קאורט?

די מצב אין שטאט האט זיך בארוהיגט?
אויב יא איז עס ווי יעדער צווייטע מעשה עוולה וואס קודם קאכט יעדער און ווען די היץ גייט פארביי בלייבן די אנשי רשע מיט דעם און די אנדערע בלייבן הענגן

מן הסתם » זונטאג יאנואר 28, 2024 9:32 pm

· #546928
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
קלוגע יודל #
ליטוואק פון בודאפעסט #
קהל רונדיגע חלות
אפגעקויפט!!! 😂 😂 😂
צ"ל קהל רונדיגע "זיסע" חלות

הגאון הצדיק » מאנטאג יאנואר 29, 2024 6:13 am

· #546984
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
מן הסתם #
קלוגע יודל #
ליטוואק פון בודאפעסט #
קהל רונדיגע חלות
אפגעקויפט!!! 😂 😂 😂
צ"ל קהל רונדיגע "זיסע" חלות
פרוואס נישט קהל ויזניץ - מצרים און זייער פויפסט זאל מען רופן פרעה האגער פרעה האט דאך אויך געליטן אויף לי יאורי ואני עשיתיו

בא גד » מאנטאג יאנואר 29, 2024 9:47 am

· #547006
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
הגאון הצדיק #
פרוואס נישט קהל ויזניץ - מצרים און זייער פויפסט זאל מען רופן פרעה האגער פרעה האט דאך אויך געליטן אויף לי יאורי ואני עשיתיו

לאך נישט
מעגליך דיינע אויערן וועלן הערן ווי דיין אייניקל זינגט ממש די ווערטער ווען שווייס רינט פון זיין נאז לכבודו פון זיין רבי
ווער האט געגלייבט מיט 20 יאר צוריק אז שוואנצונעס וועט אזוי אויסזען אין 2024?
ווילאנג מיר שעפסן וועלן זיך לאזן וועט אלע צודרייטע אפנארמאלע שיגאנען ווערן העכסט נארמאל
און די היימישע פסיכאלאגן וועלן טיילן פילן פאר די וואס פארשטייען נישט די נארמאלקייט שבו

אנשטאט לאכן
אנשטאט שפעטן
גייט אהיים מאכן א פסחדיג
ווייל די זעלבע שוואנצונעס קאכט זיך ביי דיר אין שטוב פונקט אזוי

היימלינד » מאנטאג יאנואר 29, 2024 10:33 am

· #547014
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
קלוגע יודל #
"פצצה!!! מה באמת חשב הנדיב ר' יצחק קאסירר על הגניבה של חתנו רוזנברג שהעביר את העמותה על שמו ושם משפחתו??? ירא הציבור וישפוט!!! (חלק א')"

בין הדברים מתבטא על חתנו חיים רוזנברג "ימח שמו"...

הדברים סותרים את דברי ההבל שנשמעו מפי האדמו"ר מויזניץ מרכז מקהל רונדיכיגע חלות ביום אידם י"ב שבט השנה, שהנדיב שש ושמח בעליונים על מתן חלקו!

https://drive.google.com/file/d/1k_FiJ-gYE2LI0oJVJyJbqQepZyrfu-s6/view?usp=sharing
און וואס זאגט די קאורט צו דעם ?

קליינע צדיק » מאנטאג יאנואר 29, 2024 2:54 pm

· #547067
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
איך פארשטיי פון דעם אז למעשה האט ער געגעבן א חתימה פאר די אייניקעל
ממילא איז עס נישט פשוט

לאכעדיג » מאנטאג יאנואר 29, 2024 3:39 pm

· #547081
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
https://drive.google.com/file/d/1k_FiJ-gYE2LI0oJVJyJbqQepZyrfu-s6/view?usp=sharing

זיידי דרוקט זיך אויס אויפן איידעם אז ער איז א רויבער, מנווול און ימ"ש. "שטעל דיר פאר" וויל ער.

זיידי דערציילט!

אגריפס המלך » מאנטאג יאנואר 29, 2024 3:50 pm

· #547087
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
[ציטאט אראפגענומען]

נו לאמיר הערן פונעם ידען אליינס, וואס הייסט?

אבן הפינה » מאנטאג יאנואר 29, 2024 4:04 pm

· #547092
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
דער ווידיא איז גיט פאר ’’קאווע שטיבל’’ אין בית מדרש
על אף לכאורה זעהט אויס דער רוזנבערג איז טאקע א גנב א שווינדלער אין האט ארויסגעצויגען א חתימה פון שווער מיט גניבה אין שווינדלעריי, און די צעטל פון די קהילה וואס איז מסביר וואס איז געשעהן זעהט אויס גערעכט און אמת.

אבער אין קארט העלפט עס נישט, א חתימה איז לכאורה שטערקער פון דעהם, דא האסטו איינע פון די סיבות פארוואס ערכאות קען זיין שקר ביודעין משא’’כ אין דין תורה וואלט עהר זיכער פארלורען

אדמור מקרייניץ זצל » מאנטאג יאנואר 29, 2024 4:15 pm

· #547097
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
פין א מענדעליסט



אנשי ויזניץ שיכון מנסים את מזלם מן הגורן ומן היקב

לראות ולא להאמין :
הסרטון שהם פרסמו אודות מר קסירר, כאשר אותם האכזרים, אשר בדרך זו פעלו אצל הישועות משה, כאשר היה בחולשה וכו', הגיע חיים משה פלדמען, ודחף לו משפטים לתוך פיו השם ישמרנו

כדבר הזה ניסה חיים משה פלדמן לעשות גם למר קסירר, כאשר כבר לא היה בצלילות הדעת, ניסה לעורר ריב ומדון בינו לבין חתנו!
לדיוטא כה תחתונה הגיעו מחרחרי ריב אלו!!

כאשר נגמרו הכדורים בקנה, ומפסידים בדעת הקהל מנסים למחזר סיפורי אהבה...

הלא ידוע בשער בת רבים אשר הנדיב הח' מר קסירר היה מסוכסך בשנים עבורו עם בתו מרת רוזנברג, והחרים אפ' את החתונה, אך כעבור כמה שנים, השלים עם בתו, אשר אף השתתפו בשמחה הגדולה בחנוכת בית המדרש האגדי בקרית ויזניץ בשנת תשמ"ג!!.

וכאשר אדם נמצא במצב בריאות כזאת בסוף ימיו, הדבר הכי קל, הוא להוציא ממנו סיפרים ישנים, ןכך עשו אנשי בליעל הללו נצלו את מצב בריאותו של מר קסירר, ע"מ לעורר אהבתו הישנה לבתו....

בכדי לסבר את האוזן, ולהבין עד היכן אותם מחרחרי ריב ומדון, מעלים סיפורים אלו במקום להתבייש בהתנהגות מבישה איך שמנצלים בן אדם בגיל כה מבוגר! רחמנא לשיזבן!

.בעוד כמה ימים כאשר יראו כי הם יורים כדורי סרק, הם גם יפרסמו דברים אודות התנהגותו ואורחות חייו של הנדיב מר קסירר, אשר ההין להיות חסיד נאמן לישועות משה עד סוף ימיו, (עיין ערך דבר קבורתו בחשאי ובלאט סמוך ונראה לאוהל רבוה"ק)!

מה לעשות, את האמת אי אפשר להסתיר כל כך הרבה שנים,
את הסרטון שהברנשים הללו הסריטו איך שהוא ממאן לחתום לחיים משה פלדמען את זה הם לא יפרסמו!!

זה שחיים משה חמס ועשה רצח אופי לישועות משה ר"ל, לא תוכלו להסתיר!! לעולם ועד, סוף האמת לצאת! ועוד יצא בע"ה

זה שחיים משה הגיע במיוחד מיד לאחר השחיטה לאנטוורפון, ומיהר אל מר קסירר, וביקש להחתימו להעביר אליו את בנין בית המדרש, ומר קסירר מיאן בכל פה ובכל לשון, מכיון שידע מה זומם הנרייך פלדמען לעשות,
את זאת לא תוכלו להסתיר לעולמי עד!

הנדיב מר קסירר התבטא אז בפני הנרייך פלדמען, לא באל"ף רבתי!!
אני נאמן לרצון קדשו של הישועות משה, ואני יודע בדיוק, למי הוא רצה ורוצה להעביר את שבט ההנהגה!!

אני לא אעביר את הבנין ע"ש, וכך אבל וחפוי ראש ברח ממנו חיים הנרייך משה, כאשר ראה כי ממר קסרר לא תצמח הישועה,, ואת נסרטון נזה הם לא יפרסמו למרות שהברנשים הללו הקליטו זאת, כי היו בטוחים לאחר הסרטון הקודם, כי גם בזה הם יצליחו!

ואז פנה חיים משה מיד למר שטרן שיבצע עבירה פלילת ברישומי העמותה, וכפי שבית המשפט אף פסק, שמר שטרן עשה בשליחות הנרייך פלדמן עבירה פלילית !!

את האמת הזאת לא תוכלו להסתיר לא בסדרת הקלטות, ואף לא בקטעי ווידיאו, לא ולא,
אמת מארץ תצמח!

קליינע צדיק » מאנטאג יאנואר 29, 2024 4:19 pm

· #547101
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
איינער זאגט מיר אז נאך א מזל רבי שראלטשע וויזניצער האט אראפגעווארפן די אלטע שול נדבת ר' איצי קאסירער
און געבויט די נייע בית וויזניץ
אויב נישט אפשר וואלטן די איידעם און אייניקעל יענץ אויך געמאנט און אים ארויסגעטראסקעט

אגריפס המלך » מאנטאג יאנואר 29, 2024 4:55 pm

· #547107
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
אדמור מקרייניץ זצל #
פין א מענדעליסט

אידיש ביטע

הגאון הצדיק » מאנטאג יאנואר 29, 2024 7:42 pm

· #547165
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
בא גד #
לאך נישט
מעגליך דיינע אויערן וועלן הערן ווי דיין אייניקל זינגט ממש די ווערטער ווען שווייס רינט פון זיין נאז לכבודו פון זיין רבי
ווער האט געגלייבט מיט 20 יאר צוריק אז שוואנצונעס וועט אזוי אויסזען אין 2024?
ווילאנג מיר שעפסן וועלן זיך לאזן וועט אלע צודרייטע אפנארמאלע שיגאנען ווערן העכסט נארמאל
און די היימישע פסיכאלאגן וועלן טיילן פילן פאר די וואס פארשטייען נישט די נארמאלקייט שבו

אנשטאט לאכן
אנשטאט שפעטן
גייט אהיים מאכן א פסחדיג
ווייל די זעלבע שוואנצונעס קאכט זיך ביי דיר אין שטוב פונקט אזוי

מיין אייניקל וועט עס נישט זינגען. פינטל.
און די ערגסטע פאל גייט מען זינגען אויף מיין אייניקל 😳 😳 😳 😳

קלוגע יודל » מאנטאג יאנואר 29, 2024 11:11 pm

· #547214
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
אדמור מקרייניץ זצל #
פין א מענדעליסט

אז עס טוט וויי שרייט מען...
זעהט אויס די ווידיאו האט אנגערירט א האקעלע נקודה...
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16