☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

800 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15193
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16

קאווע איד » מאנטאג יוני 24, 2024 12:04 pm

· #566025
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
גראדע איז מיר א חידוש אז מקען עס הערן אויף זייער האטליין

היימלינד » מאנטאג יוני 24, 2024 12:12 pm

· #566027
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
זיי האלטען עס נישט פאר קיין פראבלעם

א גוט יאר » מאנטאג יוני 24, 2024 1:18 pm

· #566038
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
וואס זאגט ער דארט?

צפת » פרייטאג יולי 5, 2024 3:18 pm

· #567384
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
קומענדיגע וואך האט געדארפט פארקומען א חתונה אין ויז'ניץ, וואו די סעודת החתונה מיט די מצוה טאנץ האט געדארפט פארקומען אין אלעד. אין ויז'ניץ האט מען געמאכט מעכטיגע הכנות דערצו און צוגעגרייט דעם פלאץ, זייענדיג מפרסם איבעראל אויף אלע הזמנות און צעטליך, אז די חתונה וועט פארקומען אין אלעד.

למעשה איז געשען פארשידענע זאכן. מאנכע מענטשן אין אלעד האבן קאמפלעינט אויף די חתונה, און מען האט אפגעזאגט וויזניץ אז זיי מוזן טרעפן א צווייטן ארט וואו צו מאכן די סעודת החתונה.

לאור די מעשה, האט ויז'ניץ געטוישט זייער לאקאל פון די חתונה, צו די שטאט נתני' און זיי האבן ארויסגעלייגט פרישע צעטליך איבער דער נייער מקום החתונה. פון דער נוסח פון דעם צעטיל, לערנען מיר ארויס זייער ווייטאג און מיר פארשטייען אז די מעשה באדערט זיי גאר שטארק. איך האב ארויפגעלייגט דא דעם צעטיל, אז מען זאל קענען זען במה דברים אמורים.

שמועות ווייסן צו דערציילן אז דער רבי פון מרכז ויז'ניץ איז זייער אנגעצויגן און אויפגעברויזט אויף די מעשה. ער האט זיך אויסגעדרוקט פריוואט זייער שארף, האלטנדיג אז זיינע שונאים אדער די אנדערע ויז'ניץ האט דאס אנגעדרייט. עס איז זייער מעגליך אז מיר וועלן זוכה זיין בקרוב צו הערן מער פון זיינע דברות קודש איבער דער נושא.

ימים ידברו.
📎 בעוז ובגאון.jpeg

[NAMELESS] » זונטאג יולי 7, 2024 6:12 am

· #567425
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
למעשה איז זיין ווייטאג און תרעומת בארכעטיגט

היימלינד » זונטאג יולי 7, 2024 10:48 am

· #567443
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
[ציטאט אראפגענומען]
יא אין ניין

יא איז פשוט און ניין ווייל קיינער האט נישט געמיינט דייקא זיי, די נייע ראש העיר האט שוין געקענסעלט לעצטענס תולדות אהרן און סאסוב, זיי האט מען אויך מודיע געווען נאר זיי האבען געגלייבט אז זייערע חברים און גור וועלען קענען העלפען ולא עלתה בידם.

אבער איה"נ עס מאכט נישט ווייניגער די עוולה.

אחידוש » זונטאג יולי 7, 2024 12:46 pm

· #567446
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
סתם א שנאה קעגן ר’ מנדל
כל הכבוד פאר קלויזענבורג פאר איהם אריינעמען

היימלינד » זונטאג יולי 7, 2024 2:13 pm

· #567451
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
[ציטאט אראפגענומען]
שכוח
כמובן מאיר פרוש [המבשר] איז ישראל פרוש'ס [געוועזענע מעיאר] טאטע

אויף די צעטיל פון זייער ביהמ"ד אין אלעד שטייט שוין יא גאנץ שארף פארוואס די חנוכת הבית גייט נישט פארקומען יעצט ביים שמחה...

היימלינד » זונטאג יולי 7, 2024 2:26 pm

· #567455
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

קאווע איד » זונטאג יולי 7, 2024 2:30 pm

· #567456
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
היימלינד #
sorry, וואס דארף מען צו זען?

היימלינד » זונטאג יולי 7, 2024 2:33 pm

· #567459
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
קאווע איד #
היימלינד #
sorry, וואס דארף מען צו זען?
זוך ביי די מודעות א צעטיל פון ויזניץ
עס האלט זיך אין איין אפדעטען איז א פונקטלעכע לינק נישט פארהאן

עמרם » זונטאג יולי 7, 2024 8:40 pm

· #567509
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
איינער מיט די צעטליך ווען ס'האט נאך געהייסן אז ס'גייט יא דארט זיין ?

נאך א שמויגער » מאנטאג יולי 8, 2024 9:14 am

· #567545
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
עמרם #
איינער מיט די צעטליך ווען ס'האט נאך געהייסן אז ס'גייט יא דארט זיין ?
דאנערשטאג ביינאכט האב איך מיטגעהאלטן ווי דער מחותן ר׳ חיים מאיר שליט״א האט געלאדענט א רבי אין ירושלים אויף די חתונה און מ׳האט נאך געגלייבט אז אלעס וועט זיין מסודר עצהיו״ט אין אלעד.

היימלינד » מאנטאג יולי 8, 2024 10:39 am

· #567562
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
רמ"מ האט געגעבען א דרשה מוצ"ש ביים פארשפיל אז ביי א שמחה מאכט מען נישט קיין חשבונות און מען נעמט יעדעם שיין אויף נישט קיין חילוק וואס, סיי לאקאלע פון קרית צאנז וואס קומען זעהן פאר אינטרעסאנטקייט און סיי אנדערע...

זעהט אויס ווי ער מיינט עס ערענסט און נישט בבחינת אייער טראק, ער וואל דאך האבן א שיינע פרצוף אין די וועלט

תפוח » מאנטאג יולי 8, 2024 8:06 pm

· #567631
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
למעשה איז עס א שטיקל תועלת עס צו מאכן אין קרית צאנז.

די איינוואוינער דארטן וואוינען אין א ארץ לא זרועה, ווייט פון סיי וואספארא רבי'שע ענטערטעימענט. די לאקאלע רבי ליידט ל"ע אויף עטליכע מיחש'ן און איז רח"ל האלב בלינד השם ירפאהו ויחלאהו און ער פירט שוין נישט כשנים קדמוניות. פלעגט אמאל זייער שיין פראווענען.

ממילא זענען די אינגעלייט מיט בחורים דארט פאר'חלש'ט פאר עקשאן. און וואס קען זיין מער כשר ווי דאס?

סך הכל ווען מ'דינגט דאס פלאץ באקומט צו בחינם צוויי דריי הונדרעט אינגעלייט און בחורים.

בני מר ומתוק » מאנטאג יולי 8, 2024 9:22 pm

· #567635
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
תפוח #
די לאקאלע רבי ליידט ל"ע אויף עטליכע מיחש'ן און איז רח"ל האלב בלינד השם ירפאהו ויחלאהו און ער פירט שוין נישט כשנים קדמוניות. פלעגט אמאל זייער שיין פראווענען.
זינט ווען איז ער אזוי קראנק? אין פיקשערס ער קוקט אויס געזונט

תפוח » מאנטאג יולי 8, 2024 9:26 pm

· #567636
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
איך וויל נישט פארדרייען דאס אשכול. מ'קען איהם נישט אריינלייגן אין איין אשכול מיט ר' מענדעל...

ער איז שוין נישט בסדר אפאר יאר, ליידט אויף די הארץ און די אויגן. ווי באקאנט, קען ער שוין עטליכע יאר נישט פליען מיט א פליגער צוליב די עיר פרעשור.

נחום הסופר » דינסטאג יולי 9, 2024 11:32 am

· #567663
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
תפוח #
למעשה איז עס א שטיקל תועלת עס צו מאכן אין קרית צאנז.

די איינוואוינער דארטן וואוינען אין א ארץ לא זרועה, ווייט פון סיי וואספארא רבי'שע ענטערטעימענט. די לאקאלע רבי ליידט ל"ע אויף עטליכע מיחש'ן און איז רח"ל האלב בלינד השם ירפאהו ויחלאהו און ער פירט שוין נישט כשנים קדמוניות. פלעגט אמאל זייער שיין פראווענען.

ממילא זענען די אינגעלייט מיט בחורים דארט פאר'חלש'ט פאר עקשאן. און וואס קען זיין מער כשר ווי דאס?

סך הכל ווען מ'דינגט דאס פלאץ באקומט צו בחינם צוויי דריי הונדרעט אינגעלייט און בחורים.
כ'האב געוואוסט אז ער ליידט אויף די הארץ, אבער אויף די אויגן אויך? דאס איז שוין א חידוש, לא ידעתי

א גוט יאר » דינסטאג יולי 9, 2024 11:34 am

· #567664
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
נחום הסופר #
כ'האב געוואוסט אז ער ליידט אויף די הארץ, אבער אויף די אויגן אויך? דאס איז שוין א חידוש, לא ידעתי

ווער, צאנז'ע רבי?

נחום הסופר » דינסטאג יולי 9, 2024 11:41 am

· #567665
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
יא

נאוואמינסקער » דינסטאג יולי 9, 2024 11:51 am

· #567666
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
פארוואס האט מען נישט געקענט באקריגן א אישור צי ניצן דעם זאל אין אלעד?

מענדל » דינסטאג יולי 9, 2024 8:22 pm

· #567710
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
אחידוש #
סתם א שנאה קעגן ר’ מנדל
כל הכבוד פאר קלויזענבורג פאר איהם אריינעמען

כ'האב נישט קיין אנונג וואס די מעשה איז, אבער מען וואלט אים אין חרם געדארפט אריינלייגן, איך האב נישט קיין רחמנות אויף אים.

אוהב ספרים » דינסטאג יולי 9, 2024 9:53 pm

· #567714
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
די נייע ספרד'ישע ראש העיר, איז מבטל וואס ער קען פון דעם פריערדיגען חסידישן פרוש, דא האט ער געהאט א תירוץ אז זיי וואוינען בכלל נישט אין שטאט, ממילא קען מען נישט פארדינגען דעם שטאטישן בנין פאר מענטשן פון דרויסן, און אויכעט עס וועט מאכען טרעפיק און גרודער וכו', ער האט אנגעדרייט כמה תושבים זאלען גיין אין בית משפט דערוועגן, און אזוי האט מען טאקע גע'פסק'נט.

גער מיט דרעי האבן פראבירט צו פארארבעטען מעשים, אבער אהן ערפאלג.

צפת » מאנטאג יולי 22, 2024 4:34 pm

· #568499
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
ס'קאכט זיך ארום א בריוו, וואס די ברידער פון ויז'ניץ מאנסי האבן געדארפט ארויסגעבן קעגן ר' מ. ממרכז ויז'ניץ. למעשה איז געווען גרויס פרעשאר אז דער בריוו זאל נישט ארויסקומען. כפי השמועה האט דער ברודער פון שיכון ויז'ניץ, שטארק געבעטן זיין געשוויסטער קינד פון מאנסי, אז ער זאל נישט ארויסגעבן דעם בריוו.

דערווייל איז דער בריוו אויף האלד.

א שאד.

[NAMELESS] » מאנטאג יולי 22, 2024 4:40 pm

· #568501
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
צפת #
ס'קאכט זיך ארום א בריוו, וואס די ברידער פון ויז'ניץ מאנסי האבן געדארפט ארויסגעבן קעגן ר' מ. ממרכז ויז'ניץ. למעשה איז געווען גרויס פרעשאר אז דער בריוו זאל נישט ארויסקומען. כפי השמועה האט דער ברודער פון שיכון ויז'ניץ, שטארק געבעטן זיין געשוויסטער קינד פון מאנסי, אז ער זאל נישט ארויסגעבן דעם בריוו.

דערווייל איז דער בריוו אויף האלד.

א שאד.
פארוואס ווילסטו אזוי שטארק אז די בריוו זאל ארויסקומען?? מען קען מיינען די וויזשניץ מאנסי איז צופיל אנדערש... אקעי ער איז אביסל קלוגער אבער מען קען מיינען ביידע שטעלן ארויף די בהמות אויף די פארענטשעס אין שאקלען זיך אריין אינעם רבי'ן ווי די האן אין בני אדם

היימלינד » מאנטאג יולי 22, 2024 5:26 pm

· #568511
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
וואס איז יעצט געשעהן פריש אז מען זאל דארפען א בריוו ?

לאז געמאכט » מאנטאג יולי 22, 2024 5:41 pm

· #568514
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
היימלינד #
וואס איז יעצט געשעהן פריש אז מען זאל דארפען א בריוו ?
עס דארף געשעהן פריש? נישט גענוג וואס דארט טוט זיך ביז יעצט?

היימלינד » מאנטאג יולי 22, 2024 5:49 pm

· #568519
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
לאז געמאכט #
היימלינד #
וואס איז יעצט געשעהן פריש אז מען זאל דארפען א בריוו ?
עס דארף געשעהן פריש? נישט גענוג וואס דארט טוט זיך ביז יעצט?
איז פארוואס האט ער נישט געשריבען ביז יעצט?
אלא מאי איז דא עפעס "יעצט" און איך פרעג וואס?

הנגרה » מאנטאג יולי 22, 2024 8:23 pm

· #568529
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
עס קוקט אויס פון די בילדער אז עס איז דא א קלענערע עולם ווי אמאל
איז די חסידות געשריקן אדער איך דמיון?

מענדל » מאנטאג יולי 22, 2024 8:34 pm

· #568534
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
[ציטאט אראפגענומען]
די חלוק פון ויזניץ מאנסי און וויזניץ מרכז איז אזוי ווייט ווי פון נארמאל ביז משגוע

ערקידעשין » דינסטאג יולי 23, 2024 10:09 am

· #568570
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
which בריוו?

קאווע איד » דינסטאג יולי 23, 2024 11:24 am

· #568574
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
איך מיין מ'רעדט פון א אלטע זאך,
וואס ליגט מיר אין קאפ אז די טעכטער פון די ישועות משה,
האבן עס געוואלט טון ווען ער איז ארויסגעקימען מיט די שיטה

היום » דינסטאג יולי 23, 2024 11:34 am

· #568578
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
מענדל #
[ציטאט אראפגענומען]
די חלוק פון ויזניץ מאנסי און וויזניץ מרכז איז אזוי ווייט ווי פון נארמאל ביז משגוע
אפשר מיינסטו צו זאגן פרעפעקטיוולי...

פון אונזערע » דינסטאג יולי 23, 2024 2:38 pm

· #568600
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
קאווע איד #
איך מיין מ'רעדט פון א אלטע זאך,
וואס ליגט מיר אין קאפ אז די טעכטער פון די ישועות משה,
האבן עס געוואלט טון ווען ער איז ארויסגעקימען מיט די שיטה
איך זעה נישט וועליכע פון די שוועסטערס תליט''א וע''ה זאלן האבן אזא פראבלעם דערמוט חוץ די אשת הראש ישיבה פארשטייטציך... פון די מענער דיפארטמענט זעהט מיר אויס מער
מתנגדים...

קאווע איד » דינסטאג יולי 23, 2024 3:18 pm

· #568616
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
פון אונזערע #
קאווע איד #
איך מיין מ'רעדט פון א אלטע זאך,
וואס ליגט מיר אין קאפ אז די טעכטער פון די ישועות משה,
האבן עס געוואלט טון ווען ער איז ארויסגעקימען מיט די שיטה
איך זעה נישט וועליכע פון די שוועסטערס תליט''א וע''ה זאלן האבן אזא פראבלעם דערמוט חוץ די אשת הראש ישיבה פארשטייטציך... פון די מענער דיפארטמענט זעהט מיר אויס מער
מתנגדים...
דעמאלטס ווען עס איז ארויס איז יעדער געווען ברויגז

תניא בניחותא » דינסטאג יולי 23, 2024 3:35 pm

· #568617
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
משוגע איז רעלאטיוו,
דהיינו, ס’איז דא די סארט משוגע וואס אונז זעמער שוין ציגעוואוינט דערצו, דאס וואס אלע חסידים טוען אז מ’נעמט א דורכשניטליכע אינגערמאן, א שומר תורה ומצוות, קובע עיתים לתורה וכו’ וואס למזלו הטוב איז ער דעם רבינס זון, און מ’מאכט פון איהם א גאנצע צדיק, אויב איז ער נאך א שטיקל מגיד שיעור נאכמיטאג איז ער שוין א גאון עולם, טאמער האט ער אמאל געזאגט א שטיקל דרשה ביי אירגון שיעורי תורה דעמאלטס איז ער שוין א וועלטס משפיע, ווער רעדט נאך טאמער ער איז אביסל א נארמאלע מענטש שפרינגט מען שוין פון התפעלות פון זיינע געוואלדיגע מידות וכו’,

אונז זעמער גרייט איינצורעדן די יוגנט און זיך אליינס אויך, אז די רבי באקומט כוחות מיט סייעתא דשמייא, אלע סנדקאות קומט איהם, נישטא קיין זיידעס נישטא קיין חשובע אידן, א גאנצע גליק צו זען ווי דער רבי עסט חלה מיט פיש, ווער ס’גלייבט נישט אז דאס איז ממש דער בעש”ט בדורינו איז גאר דער משוגענער.

קומט ר’ מענדל און וויל עס נעמען צו די נעקסטע לעוועל, איז מה כל הרעש ? די היינטיגע משוגע איז די מארגנ’דיגע נארמאל.

וואס איך טוה איז נארמאל, איין טריט ווייטער איז שוין עקסטרעם און משוגע, דאס איז בנוגע לבוש אויך.

אמאהלגעקעננט » דינסטאג יולי 23, 2024 8:13 pm

· #568634
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
תניא בניחותא #

באטראכט גוט און זאג דײן אמתער מײנונג

היימלינד » מיטוואך יולי 24, 2024 11:05 am

· #568663
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
הנגרה #
עס קוקט אויס פון די בילדער אז עס איז דא א קלענערע עולם ווי אמאל
איז די חסידות געשריקן אדער איך דמיון?
מען ווייזט דאך נאר אין די בילדער "א חלק פון די עולם"

אחידוש » מיטוואך יולי 24, 2024 11:39 am

· #568666
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
די רעבע איז זיכער קלענער געווארן

רב חאצאצאק הקטן » מיטוואך יולי 24, 2024 10:06 pm

· #568748
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
👍
אמאהלגעקעננט #
תניא בניחותא #
משוגע איז רעלאטיוו,
דהיינו, ס’איז דא די סארט משוגע וואס אונז זעמער שוין ציגעוואוינט דערצו, דאס וואס אלע חסידים טוען אז מ’נעמט א דורכשניטליכע אינגערמאן, א שומר תורה ומצוות, קובע עיתים לתורה וכו’ וואס למזלו הטוב איז ער דעם רבינס זון, און מ’מאכט פון איהם א גאנצע צדיק, אויב איז ער נאך א שטיקל מגיד שיעור נאכמיטאג איז ער שוין א גאון עולם, טאמער האט ער אמאל געזאגט א שטיקל דרשה ביי אירגון שיעורי תורה דעמאלטס איז ער שוין א וועלטס משפיע, ווער רעדט נאך טאמער ער איז אביסל א נארמאלע מענטש שפרינגט מען שוין פון התפעלות פון זיינע געוואלדיגע מידות וכו’,

אונז זעמער גרייט איינצורעדן די יוגנט און זיך אליינס אויך, אז די רבי באקומט כוחות מיט סייעתא דשמייא, אלע סנדקאות קומט איהם, נישטא קיין זיידעס נישטא קיין חשובע אידן, א גאנצע גליק צו זען ווי דער רבי עסט חלה מיט פיש, ווער ס’גלייבט נישט אז דאס איז ממש דער בעש”ט בדורינו איז גאר דער משוגענער.

קומט ר’ מענדל און וויל עס נעמען צו די נעקסטע לעוועל, איז מה כל הרעש ? די היינטיגע משוגע איז די מארגנ’דיגע נארמאל.

וואס איך טוה איז נארמאל, איין טריט ווייטער איז שוין עקסטרעם און משוגע, דאס איז בנוגע לבוש אויך.
באטראכט גוט און זאג דײן אמתער מײנונג
וואס דארף איך זען אין דעי ווידיאו?!

אמאהלגעקעננט » מיטוואך יולי 24, 2024 10:32 pm

· #568749
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
רב חאצאצאק הקטן #

דעם שמײכלען זיך איז אינטערסאנט פינסק קארלינער רבי באמערקט עס

רב חאצאצאק הקטן » מיטוואך יולי 24, 2024 10:38 pm

· #568750
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
פינסק קארלינער רבי איז א צדיק.

עסקן בדברים » דאנערשטאג יולי 25, 2024 3:24 pm

· #568797
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
📎 WhatsApp Image 2024-07-24 at 8.22.09 AM.jpeg

אמאהלגעקעננט » דאנערשטאג יולי 25, 2024 6:43 pm

· #568818
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
רב חאצאצאק הקטן #
פינסק קארלינער רבי איז א צדיק.
װײסמענדאך!

צפת » דאנערשטאג יולי 25, 2024 7:22 pm

· #568820
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
האט זיך ארומגעדרייט א בילד פון די חתונה, ווי הרה"צ ר' חיים מאיר טאנצט מיטן חתן, און דער גאנצער עולם קוקט אוועק, מען קוקט נישט אויף אים.

מענדל » דאנערשטאג יולי 25, 2024 7:43 pm

· #568821
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
אחידוש #
די רעבע איז זיכער קלענער געווארן
די שאוואנצנית איז געשעהן נאך ער איז קלענער גאווארען....

מענדל » דאנערשטאג יולי 25, 2024 7:44 pm

· #568822
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
פון אונזערע #
קאווע איד #
איך מיין מ'רעדט פון א אלטע זאך,
וואס ליגט מיר אין קאפ אז די טעכטער פון די ישועות משה,
האבן עס געוואלט טון ווען ער איז ארויסגעקימען מיט די שיטה
איך זעה נישט וועליכע פון די שוועסטערס תליט''א וע''ה זאלן האבן אזא פראבלעם דערמוט חוץ די אשת הראש ישיבה פארשטייטציך... פון די מענער דיפארטמענט זעהט מיר אויס מער
מתנגדים...
זיי ווילן נישט אז מען זאל מיינען אז מיט דעם איז זייער טאטע געווען פארנומען אגענצע טאג

רב חאצאצאק הקטן » דאנערשטאג יולי 25, 2024 8:19 pm

· #568825
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
עסקן בדברים #
WhatsApp Image 2024-07-24 at 8.22.09 AM.jpeg
טייטש ביטע.

עסקן בדברים » דאנערשטאג יולי 25, 2024 8:46 pm

· #568827
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
רב חאצאצאק הקטן #
עסקן בדברים #
WhatsApp Image 2024-07-24 at 8.22.09 AM.jpeg
טייטש ביטע.
📎 Screenshot 2024-07-25 8.44.45 PM.png

עסקן בדברים » דאנערשטאג יולי 25, 2024 8:48 pm

· #568828