האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
800 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15193
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
ער מאכט עס איין מאל
און אפאר יאר
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
אמאהל האב איך געשריבן אזוי:
רוני #
אריין געקלערט וואס איז דאס זיין ראש השנה לחסידות.
אין חב"ד איז דאס די טאג וואס די רבי איז ארויס פון תפיסה,
אין וויזניץ-שוואנצונעס די טאג וואס האט ער אפגעטוהן די עבירה וואס ער וואלט געדארפט אריין גיין אין תפיסה...
היינט קלער איך אז ס'וועט קומען א טאג און מ'וועט דארפען טוישן די יום טוב צו די טאג וואס ער וועט ווערן באפרייט פון ...
(נישט תפיסה, נאר א געוויסע מוסד).Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
למעשה זעה איך אז ס'טוט זיך לעבעדיג דארט אין אנטווערפן און קיינער איז נישט גרייט צו דערציילן פון א' ביז ת' וואס איז דער מעשה דארט, ווי קומט אריין די רב מיט די ב"ד דא אין בילד און די זייטיגע....
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
חלות עגולות
📎 חלות עגולות לקראת י''ב שבט.mp3
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
סדר היום "פורים מרכז"
📎 קו הפנימי - סדר היום הנורא.mp3
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
דער מענטש איז אזא חולה נפש אז כ'האב נישט גענוג קנעפלעך אויף מיין קיבאורד דאס מסביר צו זיין
נעבעך נעבעך פאר די וואס זענען דארט געבליבן
ווער ס'דארף מער הסברים זאל אויסהערן זיין נעכטיגע דרשה
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
ווי קען מען הערן די דרשה פון נעכטן?
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
נחום הסופר #
דער מענטש איז אזא חולה נפש אז כ'האב נישט גענוג קנעפלעך אויף מיין קיבאורד דאס מסביר צו זיין
נעבעך נעבעך פאר די וואס זענען דארט געבליבן
ווער ס'דארף מער הסברים זאל אויסהערן זיין נעכטיגע דרשה
ווער קען שוין ברענגען די נעכטיגע דרשה מהנה צי זיין די צמאים לדבר ה’ ?
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
לאכעדיג #
ווי קען מען הערן די דרשה פון נעכטן?
קרעטשמע
6054777070
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
א דאנק
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
בקיצור וואס איז די מעשה אין אנטווערפן?
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
אדמור מקרייניץ זצל #
למדן וחסיד #
וויפיל חסידי מרכז איז דא בכלל און אנטווערפן?
בערך 20-25
עס איז א ריזיגע בנין מיט א ריזיגע היכל ביהמ"ד מיט בערך 150 זיץ פלעצער
אן אנטווערפענע האט מיר געזאגט אז זיי האבן אפשר 15 מענטשן
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
ארכיטקט #
לאכעדיג #
ווי קען מען הערן די דרשה פון נעכטן?
קרעטשמע
6054777070
וואו דארף מען גיין דארט, וואס דארף מען דרוקן?
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
צפת #
ארכיטקט #
לאכעדיג #
ווי קען מען הערן די דרשה פון נעכטן?
קרעטשמע
6054777070
וואו דארף מען גיין דארט, וואס דארף מען דרוקן?
ס'איז כל מיני הודעות, דרוק 1 און נאכאמאל 1, מען דרוקט # צו גיין פון הודעה צום צווייטן.
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
לאכעדיג #
ווען די אמרי חיים לייגט ווען די ישועות משה אין א אנשטאלט וואלטן "אלע" זיינע חסידים געווען נערמאל.
ליידער האט דער מענדל הגר אזוי באשמוצט זיין טאטע, אז מענטשן קענען שוין אזוי רעדן אויפן הייליגן ישועות משה, זיי גלייבן שוין מענדעלע אז זיין טאטע איז געוועהן משוגע.
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
📎 WhatsApp Image 2024-01-21 at 10.58.04_be197fbe.jpgמען גייט אין מקוה, דערנאך טוט מען זיך אן בגדי שבת.
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
קלוגע יודל #
WhatsApp Image 2024-01-21 at 10.58.04_be197fbe.jpgמען גייט אין מקוה, דערנאך טוט מען זיך אן בגדי שבת.
ריעלי??
זיי געיען דארט מיט בגדי שאאבעס?
דאהי גייען מיר דאס אויך זעהן מארגן?
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
ארכיטקט #
לאכעדיג #
ווי קען מען הערן די דרשה פון נעכטן?
קרעטשמע
6054777070
אמריקענא נומער?
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
געווען אויף אידטיש א pdf פון א ספר הברית
איינער האט עס ?
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
למדן וחסיד #
ארכיטקט #
לאכעדיג #
ווי קען מען הערן די דרשה פון נעכטן?
קרעטשמע
6054777070
אמריקענא נומער?
דעס איז א אמעריקאנער נאמבער
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
עמרם #
געווען אויף אידטיש א pdf פון א ספר הברית
איינער האט עס ?
אויף פעדזש 5 אין דעם אשכול (איך ווייס נישט וויאזוי צוצייכענען)
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
ש'כח
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
לאכעדיג #
ווי קען מען הערן די דרשה פון נעכטן?
איך האב עס, סאיז גרעסער פון 5מב, וויאזוי צעטיילט מען עס אדער א לינק ?
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
לינק ביטע
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
איך האלט אז מען מוז מתקן זיין א נייע ניטל. ווען עס איז ראש השנה לחסידות אין ווישניץ מרכז דארפן אלע ערליכ'ע אידן פארמאכן די גמרא נישט צו געבן קיין יניקה פאר די קליפות.
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
לאכעדיג #
לינק ביטע
וויאזוי (אין מיין נאמען זאל בלייבן פריוואט)
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
כרם זית #
איך האלט אז מען מוז מתקן זיין א נייע ניטל. ווען עס איז ראש השנה לחסידות אין ווישניץ מרכז דארפן אלע ערליכ'ע אידן פארמאכן די גמרא נישט צו געבן קיין יניקה פאר די קליפות.
קודם זאל זיין איין רבי וואס זאל ארויסקומען אז ער טוהט נישט ריכטיג,
דערווייל זענען זיי אלע מסכים מיט אים (און זענען אים שטארק מקנאה)
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
די צוויי
אשכולות איינס נעבן די אנדערע ליינט זיך עפעס אזוי, "גייסטיש צורידערטע אדמו"ר מוויזניץ דער'הרג'ט זיין חסידות צו אחים"...
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
ויז'ניץ נצח...
📎 AUD-20240120-WA0011 (2).mp3
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
אלפא #
די צוויי
אשכולות איינס נעבן די אנדערע ליינט זיך עפעס אזוי, "גייסטיש צורידערטע אדמו"ר מוויזניץ דער'הרג'ט זיין חסידות צו אחים"...
Jinx
איך האב געמאכט די סקרינשאט עטליכע שעה צוריק
📎 Screenshot_20240121-155606_Chrome.jpgRe: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
כרם זית #
איך האלט אז מען מוז מתקן זיין א נייע ניטל. ווען עס איז ראש השנה לחסידות אין ווישניץ מרכז דארפן אלע ערליכ'ע אידן פארמאכן די גמרא נישט צו געבן קיין יניקה פאר די קליפות.
איך ווייס נישט צו מ'זאל צו מאכן די גמרא'ס אבער לענגליכע חלות קען מען זיכער עסן.
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
מ'טינקט די זיסע רינדעכיגע חלות פאר אכט שעיקל אין קאטשעניו?
הער איך אויך אז די נשים צינדן לעכט..
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
LIVE112233 #
עמרם #
געווען אויף אידטיש א pdf פון א ספר הברית
איינער האט עס ?
אויף פעדזש 5 אין דעם אשכול (איך ווייס נישט וויאזוי צוצייכענען)
rel="noopener nofollow">https://www.kaveshtiebel.com/download/file.php?id=43876Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
חלק פנינים מהדרשה אמש:
דיבר נגד משה לבין כבר לפני 3 שנים הייתי צריך להעיף אותו, כעת אני סובל
מזה. הרבנית אמרה לי לפני 3 שנים להעיף אותו. מגיע אלי ומדבר כמו
עיתונאי.. הוא מבין...
בטבעי אני רגשן ואיש טוב, וגם אמרתי את זה לבן שלי חיים מאיר, אבל אין לי
כעת ברירה ואצטרך לפעול בענין, יעדן שבת וועט זיין נייעס. אני הולך לתת
חדשות כל שבת, אני יספק לכם סחורה, נגמרו השיינע אידן אצלי, אני רגשן,
מלא חמימות, אבל אני הופך את עורי כעת.
אמר לנשים בקרוב יהיה סדרת אירועים וחייבים לשחרר את הבעל, ומשחיל באמצע
את המסע ללונדון שחייבים לבוא. ט"ו בשבט, שבת שירה, שבת לונדון, כ' אדר.
מתקפה חסרת תקדים: הביע זעזוע וכאב רב, מהמחאה שערך רבה של אנטוורפן הרב
שיף בבית מדרשנו, הבית כנסת שנגזלה לפני 13 שנים ע"י ערכאות, הושב השבוע
ע"י ערכאות. כעת בוכים דמעות תנין למה לא הלכו לבי"ד, זאת לאחר שלפני 13
שנים אפחד לא הביע כאב ומחאה שעה שנגזל ע"י ערכאות. תוקף אישית רבי אהרן
שיף את בית דין והדיינים באנטווערפען, אותי אבי הק' הכתיר כרב
באנטווערפען ואני הבעל הבית שם. הבית דין היה צריך להתקשר אלי ולדבר
איתי. ותקף את הבית דין שם.
החלטתי שאני טס לערוך טיש חמשה עשר בשבט באנטווערפען ואני מבקש שמי שיכול
שיצטרף למסע.
הזכיר בדבריו היסטוריה 2000 איש צעקו עלי שייגעץ בחול המועד בתוך
הביהמ"ד, ואף אחד לא מחה. אני חי טוב עם אח שלי, אבל כשצעקו עלי בביהמ"ד
אף אחד לא פתח פה [משקר כמובן]
לפני כסא הכבוד ישאלו אותך: אמרת שוואנצנאתא?
אם לאבי הק' היה כזה צבא, משיח היה מגיע מיד,
בסיום דבריו התחילו בשיר נקמה: "טאטע איך וועל נקמה נעמען פאר דיר"....
"יא יא נקמה"...
ועוד שיר חדש: "יראו שונאי ויבושו, אלע ציפסים זאלען פלאצען סקומט נייע צייטען"...
ולאחמ"כ הוא פתח בשיר: וכל קרני רשעים אגדע...
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
קענסט עס איבערטייטשן אויף אידיש ביטע? איך פארשטיי נישט יעדעס ווארט.
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
נאך נישט דא קיין נייעס פין ראש השנה??
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
ווען איז יום כיפור לחסידות??
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
וואס איז דער מעשה מיט משה לאבין? פארוואס האט מען איהם ארויס געווארפן ? וואס איז געוועהן זיין עבירה?
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
מ'טוט מלאכות, אדער נאר אוכל נפש-הוצאה?...
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
מ'שמעקט בשמים ביי הבדלה?
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
לאכעדיג #
מ'שמעקט בשמים ביי הבדלה?
מוצאי יו"ט שמעקט מען נישט קיין בשמים..
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
נאכן אדורך ליינען דעם גאנצן אשכול פארשטיי איך די ערשטע מאהל ווי אזוי עס האט אויסגעקוקט די התנגדות צום דרך הבעש״ט הקדוש זי״ע
דער רבי ישראל בע״ש איז אינגאנצן צערידערט פירט איין א נייע באוועגונג (עפ״ל צו זאגן אזעלכע זאכן אבער אזוי האט מען ליידער געזאגט)
רבי יעקב יוסף מפולנאה פארברענט גאנצע חיבורים פון זיינע חידושים און זאגט אז זיי געהערן צו סטרא אחרא ווייל דאס איז געווען איידער די התקרבות צום בעש״ט הקדוש
מען איז מחבר נייע תפילות, מען פירט איין צו זאגן הודו ערב שבת ויו״ט
מען נויגט אפ פונעם שלחן ערוך, מען פסקנט הלכות פון כתבי האר״י
מען פארברענגט גאנצע נעכט בפרט לילי שבתות וימים טובים מיט עסן טרינקן און זינגן זמירות אנשטאט זיצן און לערנען
נאר די רבי עסט די גאנצע עולם שטייט פארגאפט און קוקט ווי ער עסט און מען כאפט זיינע איבערבלייבענישן פאר שיריים
מען איז מעודד יונגעלייט זאלן איבערלאזן די ווייב און פארן צום רבין
יונגעלייט קריגן זיך מיט די ווייבער, שווער און שוויגער, טאטעס און מאמעס מען אנטלויפט אינמיטן די נאכט צום רבין, מען זיצט אפ דארט וואכן און מען פארברענגט די צייט.
עפעס א נייע מין געדאנק וואס איז קיינמאהל נישט געווען, אלע השפעות ברוחניות און בגשמיות גייען נאר דורכן צדיק,
מען פילט אן גאנצע ספרים מיט די געדאנק פון צדיק, עפעס א מין דיקטעטערשאפט, די רביס די תלמידים זענען זיך געהעריג משתלט אויפן ציבור.
רבי ישראל בע״ש קומט אריין אין א ביהמ״ד ווי עס זיצן תלמידי חכמים מופלגים על התורה ועל העבודה א גאנצן טאג און זאגט, די ביהמ״ד איז פיל מיט תורה, עס איז לא פרחת לעילא, די גאנצע תורה גייט רח״ל צו די אנדערע זייט.
א נייע מין זאך, אידן פראסטע אידן וואס זאגן אביסל תהלים בתמימות, איז רבי ישראל בע״ש מגלה אז זיי זענען גאר געהויבענע נשמות.
אזעלכע דמיונות, מען דערציילט מעשיות דער בע״ש זעצט זיך אריין אין וואגן, הייסט אלעקסיי זאל זיך אויסדרייען, די פערד און וואכן פליען פון זיך אליינס איבער שטעט און שטעט.
אזוי קען מען גיין און גיין פארציילן און פארציילן אלע אפיקורסישע טענות וואס די מתנגדים האבן רח״ל געטענהט קעגן די הייליגע דרך הבעש״ט וואס האט געראטעוועט דעם דור ביז ביאת משיח, ליידער זענען אבער היינט אלע טענות דורך חסידישע אפיקורסים און נישט קיין מתנגדים, איך מיך באפס מה פארשטעלן די אשכול וואס וואלט געהייסן
האדמו״ר רבי ישראל בעל שם טוב טוישט נאמען צו חסידות
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
מה הקשר???
דו גלייכסט צו ביטול לצדיק וואס איז אליינס בטל צום אייבירשטן און האט נישט קיין שום אגענדע, צו ביטול צו א מענטש וואס יעדער בר דעת וואס איז נישט ברעינוואשד דורך איהם זעהט גלייך אז מ'רעדט פון א קליינקעפיג גייסטיש אומסטאבילע מענטש וואס טראכט און רעדט פון זיך א גאנצע צייט, ממש מיט אן אבסעססיע?
יעדער וואס העראט איהם רעדן, קען הערן א טיפה פוסטקייט און אויפגעגעסנקייט.
ביי דע וועי,
קיין איינער פון די צדיקים הקודמים האט נישט קאנטראלט א קהילה אדער משפחות, ווער ס'געוואלט איז געקומען און ווען מ'האט געפרעגט ביי זיי אין עבודת ה' אדער סתם האט זיך געפאדערט ביטול, וואס האט דעם מיט איינער וואס ירש'נט א קהילה און מיינט אז יעדע קינד און פרוי מוז זיין צו איהם בטל.
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
שטריימל #
נאכן אדורך ליינען דעם גאנצן אשכול פארשטיי איך די ערשטע מאהל ווי אזוי עס האט אויסגעקוקט די התנגדות צום דרך הבעש״ט הקדוש זי״ע
קודם שלום עליכם הר״ר מענדליסט, קום נישט נאר זאגן מיינונגען דערצייל אויך וואס עס גייט דארט פאר אונז זאלן זיך קענען אונטערהאלטן
דער רבי ישראל בע״ש איז אינגאנצן צערידערט פירט איין א נייע באוועגונג (עפ״ל צו זאגן אזעלכע זאכן אבער אזוי האט מען ליידער געזאגט)
איי עם סארי טא טעל יא אבער אויב איז די בעש״ט אזוי געווען איז טאקע די התנגדות גערעכט געווען (איך פאר מיר האלט נישט אז דרך הבעש״ט מיט שוואנצונעס האבן די מינדערסטע שייכות)
יעצט לאמיר זיך נעמען צו דיין עצם טענות, וואס די האסט געטון דא דערמאנט מיר פון די דזשאוק אז איינער האט גערעדט לשון הרע אויף א רבי, און ווען איינער האט אים פארגעהאלטן אז מען מעג נישט רעדן אויף צדיקים האט ער גענטפערט ״קודם מאכט מען אים אויס צדיק נאכדעם רעדט מען אויף אים״ לענייננו קודם האסטו אראפ געשלעפט די בעש״ט צו די מדרגה פון דיין רבי און נאכדעם קען מען שוין נישט רעדן אויף אים ווייל ער איז אזוי ווי די בעש״ט
רבי יעקב יוסף מפולנאה פארברענט גאנצע חיבורים פון זיינע חידושים און זאגט אז זיי געהערן צו סטרא אחרא ווייל דאס איז געווען איידער די התקרבות צום בעש״ט הקדוש
ווער האט אין וויז׳ניץ פארברענט חידושים ווייל עס באלאנגט פאר די סטרא אחרא (איך גלייב נישט אז אין וויז׳ניץ איז דא איינער וואס קען מאכן חידושים האלב די טיפקייט און א דריטל די בקיאות פון תולדות עכ״פ איך האף די רבי קען עס בכלל פארשטיין) ווען דאס זאל זיין די טענות וואלט עטץ געווען אין א אנדערע ליגע, מער אזוי ווי סטוטשין צו ר׳ צבי מאיר זילברברג, ר׳ יצחק מאיר מורגנשטרן וכדומה וואס מענטשן האבן טענות/לצנות אויף זייער דרך אבער זיי פארקויפן פאר זייער נאכפאלגער עפעס מיט תוכן אנטשולדיגט אבער איר זענט נישט אין די ליגע צו רעדן פון דעם
מען איז מחבר נייע תפילות, מען פירט איין צו זאגן הודו ערב שבת ויו״ט
דאס איז נישט נייע תפילות, דאס איז א קאפיטל תהלים פארן דאווענען וואס קיינער האט נישט געהאט קיין טענות אויף דעם, די טענה איז געווען אויף נוסח ספרד, וואס ער האט קיינעם נישט געהייסן טוישן בלינדערהייט נאר היות זיי האבן עוסק געווען אין אר״י האבן זיי געטוישט צו נוסח ספרד (אזוי ווי אסאך לדוגמא ר׳ נתן אדלער) און די טענה איז געווען אויפן עס איינפירן פארן המון עם, אבער נישט קיין בלינדע אמונה
מען נויגט אפ פונעם שלחן ערוך, מען פסקנט הלכות פון כתבי האר״י
די בעש״ט האט גארנישט זיך גערירט פון שלחן ערוך, צו מצדד זיין א פסק ע״פ אר״י איז נישט קיין חידוש פון בעש״ט עס ווערט שוין אראפ געברענגט אין די נושאי כלים פון שלחן ערוך וואס רעכענען זיך מיטן אר״י אין פסק
מען פארברענגט גאנצע נעכט בפרט לילי שבתות וימים טובים מיט עסן טרינקן און זינגן זמירות אנשטאט זיצן און לערנען
גארנישט מיטן בעש״ט, די בעש״ט האט איינגעפירט א שטארקע דגוש אויף עבודת הלב ממילא ווען עס האט מעורר געווען נגינה האט געזינגען זמירות שבת און נישט חושש געווען אויף די ביטול תורה, אבער נישט אלע תלמידים האבן געמאכט אסא עסק פון די זינגען און ביים בעש״ט האט מען בעיקר עוסק געווען אין תורה, די בעש״ט האט געדאוונט יעדן טאג נץ ממילא צו לאנג האט ער נישט געצויגן די סעודה. די לאנגע זינגערייען ווייס איך נישט פון א פריעדיגע מקור ווי די אמרי חיים
נאר די רבי עסט די גאנצע עולם שטייט פארגאפט און קוקט ווי ער עסט און מען כאפט זיינע איבערבלייבענישן פאר שיריים
די גאנצע טיש געפיראכטץ האט זיך ערשט אנגעהויבן ביים מגיד נישט ביים בעש״ט, און אפילו דעמאלטס אלס א זייטיגע טפל, די עיקר איז מען געקומען הערן תורה און א דרך אין עבודת ה׳
מען איז מעודד יונגעלייט זאלן איבערלאזן די ווייב און פארן צום רבין
יונגעלייט קריגן זיך מיט די ווייבער, שווער און שוויגער, טאטעס און מאמעס מען אנטלויפט אינמיטן די נאכט צום רבין, מען זיצט אפ דארט וואכן און מען פארברענגט די צייט.
צו א לאנגע קאנטיווערשעל נושא פאר די סקאפ עכ״פ נישט דאס איז געווען די עיקר טענה אויפן בעש״ט
עפעס א נייע מין געדאנק וואס איז קיינמאהל נישט געווען, אלע השפעות ברוחניות און בגשמיות גייען נאר דורכן צדיק,
מען פילט אן גאנצע ספרים מיט די געדאנק פון צדיק, עפעס א מין דיקטעטערשאפט, די רביס די תלמידים זענען זיך געהעריג משתלט אויפן ציבור.
א נושא וואס מען רעדט טאקע אין חסידישע ספרים איינער מער איינער ווייניגער אבער אלע געבן אויך אינדיקעישען׳ס וואס א צדיק איז וד״ל
רבי ישראל בע״ש קומט אריין אין א ביהמ״ד ווי עס זיצן תלמידי חכמים מופלגים על התורה ועל העבודה א גאנצן טאג און זאגט, די ביהמ״ד איז פיל מיט תורה, עס איז לא פרחת לעילא, די גאנצע תורה גייט רח״ל צו די אנדערע זייט.
א מעשה׳לע וואס ברענגט ארויס תורה לשמה גענומען אויפן נישט ריכטיגען אופן, די בעש״ט האט געזען (לפי די מעשה) נישט משער געווען און די ת״ח ביי זיך האבן גוט געוויסט פון וואס ער רעדט (זאג מיר נישט אז דו גלייבסט באמת אז דיין רבי קען זען אזעלכע זאכן)
א נייע מין זאך, אידן פראסטע אידן וואס זאגן אביסל תהלים בתמימות, איז רבי ישראל בע״ש מגלה אז זיי זענען גאר געהויבענע נשמות.
ער האט נישט דאס געזאגט, ער האט געזאגט אז זייער עבודה בתמימות איז ווערט אסאך/נישט אוועק צו מאכן. די פאקערטע פון זאגן פאר אינגעלייט ענק זענען גארנישט וד״ל
אזעלכע דמיונות, מען דערציילט מעשיות דער בע״ש זעצט זיך אריין אין וואגן, הייסט אלעקסיי זאל זיך אויסדרייען, די פערד און וואכן פליען פון זיך אליינס איבער שטעט און שטעט.
די אלע מעשיות זענען באשאפן געווארן אין די ת״ר יארן ביי גוטע בעקער, דרך אגב שלא מן העניין בכלל, אדרבה געב מיר איין אזא עקוויווילענט מעשה פון סיי וועלכע פון די היינטיגע פארטיי פירער הנקראים אדמורים
אזוי קען מען גיין און גיין פארציילן און פארציילן אלע אפיקורסישע טענות וואס די מתנגדים האבן רח״ל געטענהט קעגן די הייליגע דרך הבעש״ט די מתנגדים האבן נישט געטענהט אפיקורסישע טענות זיי זענען געווען גרויסע אידן וואס האט געראטעוועט דעם דור ביז ביאת משיח, ליידער זענען אבער היינט אלע טענות דורך חסידישע אפיקורסים און נישט קיין מתנגדים, איך מיך באפס מה פארשטעלן די אשכול וואס וואלט געהייסן
האדמו״ר רבי ישראל בעל שם טוב טוישט נאמען צו חסידות
אין קאנקלאשזען ווען די וווסט מיר ברענגען איין קאמפערעסען פון בעש״ט צו סיי וואספארא היינטיגע אדמור וועט מען אנהייבן דן זיין, כש״כ די אדמור בנידון דידןRe: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
אין א זייטיגע נאט איז שוין דא א מקור דערויף אין מלכים ווי עס ווערט געברענגט אז ווען מען וויל אוועקשטעלן א נייע עבודה זרה/קולט הייבט מען אן ביי מאכן נייע ימים טובים
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
אזוי זענען טאקע געזעצן אלע לצים בימות הבעש״ט און אפגעפרעגט מיט רויטע טינט און געמאכט לצנות
און יא די לצים זענען געווען דערהויבענע אידן און תלמידי חכמים מופלגים און זענען געקומען מיט אמת׳דיגע שטארקע טענות שטערקער ווי אלע אויבענדערמאנטע
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
דיין קאנקלוזשען איז דאך אלעס וואס ליגט באהאלטן אונטער א שלייער פון אפלאכן פון ״אלע״ רביס אין אונזער דור, קומט דאך אויס אז די האלסט בכלל נישט עס איז דא א לעבעדיגע רבי היינט אין קאנטראסט פון אלע ספרי תלמידי הבעש״ט וואס שרייבן אז מען קען נישט זיין קיין ערליכע איד אן קיין לעבעדיגע רבי וואס איז דער צנור צווישן דעם אויבערשטער אין כלל ישראל נישט ברוחניות און נישט בגשמיות
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
וואס ס'שטייט אין ספרי חסידות א לעבעדיגע רבי האבן זיי נישט געמיינט די היינטיגע רבי'ס וואס זענען בתורת ירושה, און האבן נישט קיין שייכות אין עבודת השם וכדומה, אדרבה ווען מהרמ"מ מויזניץ מרכז ווערט געבוירן ביי סתם א איד, קוקסטו בכלל אויף זיין זייט? זיכער נישט!
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
געווענדליך שרייב איך נישט אונליין, אבער.................................
רבותי, זייטס נישט מזלזל אין די גרויסע פאסירונג. ביז יעצט, זענן מיר געזעסן אין אן echo chamber, ווי יעדער זינגט די זעלבע ניגון. יעצט האבן מיר א חסיד פון וויזניץ מרכז, בכבודו ובעצמו, און ער קען אונז פארטיידיגן און ערקלערן די שיטה"ק. לאמיר אים נישט טשעפן צו ארויס טראסקן, ער קען אונז ברענגן א נייעם בליק.
@שטריימל, ביטע זייטס מסביר דער ענין. אכן, מיר דארפן א לעבעדיגע רבי, אבער דארף דער רבי דען נישט ווייזן קיין שום גדלות איידער מיר זענן כורע ומשתחוה לו? וואס פארא גדלות ווייזט הרב מ"מ שליט"א, מלפנים מאחים, כעת בבני ברק?