האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
800 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #15193
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
אותה גברת בשינוי אדרת - איינמאל ווערט ער א העלבראנץ איינמאל א באבובע און איינמאל א רחמסטריווקא - פרובירט עם נאר אויפצורעגן און ער וועט אויך אויסזאגן פון וועלכע געגנט אין ספרינג וועלי ער קומט....
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
איך האב נישט, און איך גיי נישט האבן קיין כח אפציווענדען די נארישע דברי דופי וואס @שטריימל האט געשריבן,
צי שרייבן אויף די ווילנא גאון אדער אויף די הייליגע נודא ביהודה אז זיי זענען געווען אפיקורסים און זייער תורה איז געגאנגען צו די סט''א, פאר דעם אליינס וואלט מען דיך געדארפט אויסשפארן פון ק''ש,
די גאוני עולם וואס די גאנצע תורה האט היינט א קיום נאר אין זייער זכות, האבן טאקע געהאקט אויף חסידות יענע זמנים, און טאקע פארדעם ווייל זיי האבן געזעהן אז ס'גייט ארויסקומען אזא שוואנצאניס רבי רח''ל, מיט אזעלכע חסידים ווי @שטריימל
איך גיי נישט אריינגיין מחלק זיין צווישן די הייליגע בע''ש, און די שוואנצאניס רבי וואס איז פון די גרעסטע בעלי תאווה אין אונזער דור,
אבער איין זאך קען איך יא זאגן, אז ס'איז נישט דא קיין איין זאך וואס ער איז גלייך מיט אים !!
די שוואנצאניס רבי, טאר נישט זיין קיין רבי אדער מנהיג. און ווער ס'איז ביכולת דארף אים אפשטעלן, פאר ער קומט צו צי די מדריגה פון די עוכר ישראל און ערכי מנובל שלמה העלבראנץ ימ''ש, (וואס האט בשעתו, ליידער באקומען געוויסע שטיצע דא אין שטיבל, אז כהיום ווען איך ליין איבער יענע אשכולות קען קומען טרערן ווי מ'האט זיך געלאזט פארפירן פון זיינע שטיצער רח''ל)
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
ס’איז דא א באקאנטע ווערטל אז נישט יעדע מעשיגע’נער ארחי פרחי איז אליהו הנביא.
די זעלבע זאך ברענגען אלע חסידים די טענה אז וידבר העם באלוקים ובמשה, אז אויף משה רבינו האט מען שוין אויך גערעדט, אמת, אבער דאס מיינט נאכנישט אז אויף יעדעם וואס מ’רעדט איז משה רבינו.
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
שטריימל #
נאכן אדורך ליינען דעם גאנצן אשכול פארשטיי איך די ערשטע מאהל ווי אזוי עס האט אויסגעקוקט די התנגדות צום דרך הבעש״ט הקדוש זי״ע
דער רבי ישראל בע״ש איז אינגאנצן צערידערט פירט איין א נייע באוועגונג (עפ״ל צו זאגן אזעלכע זאכן אבער אזוי האט מען ליידער געזאגט)
רבי יעקב יוסף מפולנאה פארברענט גאנצע חיבורים פון זיינע חידושים און זאגט אז זיי געהערן צו סטרא אחרא ווייל דאס איז געווען איידער די התקרבות צום בעש״ט הקדוש
מען איז מחבר נייע תפילות, מען פירט איין צו זאגן הודו ערב שבת ויו״ט
מען נויגט אפ פונעם שלחן ערוך, מען פסקנט הלכות פון כתבי האר״י
מען פארברענגט גאנצע נעכט בפרט לילי שבתות וימים טובים מיט עסן טרינקן און זינגן זמירות אנשטאט זיצן און לערנען
נאר די רבי עסט די גאנצע עולם שטייט פארגאפט און קוקט ווי ער עסט און מען כאפט זיינע איבערבלייבענישן פאר שיריים
מען איז מעודד יונגעלייט זאלן איבערלאזן די ווייב און פארן צום רבין
יונגעלייט קריגן זיך מיט די ווייבער, שווער און שוויגער, טאטעס און מאמעס מען אנטלויפט אינמיטן די נאכט צום רבין, מען זיצט אפ דארט וואכן און מען פארברענגט די צייט.
עפעס א נייע מין געדאנק וואס איז קיינמאהל נישט געווען, אלע השפעות ברוחניות און בגשמיות גייען נאר דורכן צדיק,
מען פילט אן גאנצע ספרים מיט די געדאנק פון צדיק, עפעס א מין דיקטעטערשאפט, די רביס די תלמידים זענען זיך געהעריג משתלט אויפן ציבור.
רבי ישראל בע״ש קומט אריין אין א ביהמ״ד ווי עס זיצן תלמידי חכמים מופלגים על התורה ועל העבודה א גאנצן טאג און זאגט, די ביהמ״ד איז פיל מיט תורה, עס איז לא פרחת לעילא, די גאנצע תורה גייט רח״ל צו די אנדערע זייט.
א נייע מין זאך, אידן פראסטע אידן וואס זאגן אביסל תהלים בתמימות, איז רבי ישראל בע״ש מגלה אז זיי זענען גאר געהויבענע נשמות.
אזעלכע דמיונות, מען דערציילט מעשיות דער בע״ש זעצט זיך אריין אין וואגן, הייסט אלעקסיי זאל זיך אויסדרייען, די פערד און וואכן פליען פון זיך אליינס איבער שטעט און שטעט.
אזוי קען מען גיין און גיין פארציילן און פארציילן אלע אפיקורסישע טענות וואס די מתנגדים האבן רח״ל געטענהט קעגן די הייליגע דרך הבעש״ט וואס האט געראטעוועט דעם דור ביז ביאת משיח, ליידער זענען אבער היינט אלע טענות דורך חסידישע אפיקורסים און נישט קיין מתנגדים, איך מיך באפס מה פארשטעלן די אשכול וואס וואלט געהייסן
האדמו״ר רבי ישראל בעל שם טוב טוישט נאמען צו חסידות
איך ווייס נישט וועלכע איז מער ריכטיג, דאס
😂 אדער דאס
😭?
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
אביסעלע קאנטעקסט צו מענדעלע'ס פרישע נערוון צוזאמבראך..
ויזניץ👑
שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה
ברוך שפטרנו מעונשם שלהם
הקוצים הסובבים את השושנה
הבאטשי יעקב יצחק קליין
הבאטשי מאיר דוד טאבאק
הבאטשי חיים מאיר מכלוביץ
הבאטשי שלמה שכטר
הבאטשי יעקב שלמה שיין

[ציטאט אראפגענומען]
ביג איף טרו
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
איך ליין און איך ליין, מען האט מיך שוין אפיציעל באטיטולט אלס וויזניצער, עס כאפט מיר בכלל נישט קיין נפק״מ.
אבער איין זאך בין איך קלאר, אז רוב שרייבער׳ס דא האבן נישט קיין רבי און ווילן נישט האבן קיין רבי, מיט פארשידענע גערעכטע טענות (וואס אלע מתנגדים האבן גענוצט אלע יארן) אפשר האבן זיי עפעס א רבי בעולם העליון (אויך נישט זיכער)
רוב הערות אטאקירט מען דא אלע היינטיגע רבי׳ס, איינער געפעלט זיי מער איינער געפעלט זיי ווייניגער אבער לשיטתם (עפ״ל) איז מער נישט דא קיין רביס היינטיגע צייטן (רח״ל) א״כ איז א שאד אפילו די שפייעכטס זיך מתווכח צו זיין.
ערשט וואלט געווען אדורך צו לערנען תולדות, מאור ושמש, נועם אלימלך, תפארת שלמה אדער כאטש איינער פון זיי און ערשט נאכדעם צוריק קומען שרייבן דא
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
@שטריימל, אפשר פארקערט? זע ווי ווייט חסידות איז פארקראכן איז עס דאך א ראיה אז דער נודע ביהודה גר"א ועוד זענען געווען גערעכט מיט זייער ווייט'ע בליק?
און אגב, אויב ווילסטו צושטעלן מענדעלע צו בעש"ט דאן כל הכבוד אבער איך גלייב שווער אז מענדעלע האט אפילו אמאל פארשטאנען א שטיקל טיפע חסידות, קען טאקע זיין אז ער איז דומה צום בעש"ט לענין מקרב זיין פשוטע גייסטיש צערידערטע מענטשן, זייענדיג די הויפט משוגענער.
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
שטריימל #
איך ליין און איך ליין, מען האט מיך שוין אפיציעל באטיטולט אלס מרכז וויזניצער שוואנץ, עס כאפט מיר בכלל נישט קיין נפק״מ.
אבער איין זאך בין איך קלאר, אז רוב שרייבער׳ס דא האבן נישט קיין רבי און ווילן נישט האבן קיין רבי, מיט פארשידענע גערעכטע טענות (וואס אלע מתנגדים האבן גענוצט אלע יארן) אפשר האבן זיי עפעס א רבי בעולם העליון (אויך נישט זיכער)
רוב הערות אטאקירט מען דא אלע היינטיגע רבי׳ס, איינער געפעלט זיי מער איינער געפעלט זיי ווייניגער אבער לשיטתם (עפ״ל) איז מער נישט דא קיין רביס היינטיגע צייטן (רח״ל) א״כ איז א שאד אפילו די שפייעכטס זיך מתווכח צו זיין.
ערשט וואלט געווען אדורך צו לערנען תולדות, מאור ושמש, נועם אלימלך, תפארת שלמה אדער כאטש איינער פון זיי און ערשט נאכדעם צוריק קומען שרייבן דא
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
מן הסתם #
אביסעלע קאנטעקסט צו מענדעלע'ס פרישע נערוון צוזאמבראך..
ויזניץ👑
שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה
ברוך שפטרנו מעונשם שלהם
הקוצים הסובבים את השושנה
הבאטשי יעקב יצחק קליין
הבאטשי מאיר דוד טאבאק
הבאטשי חיים מאיר מכלוביץ
הבאטשי שלמה שכטר
הבאטשי יעקב שלמה שיין
ווען איז חיים מאיר מארקאוויטש’ס רייע?

עס ווינדערט מיר זייער אז אזא טייערע איידעלע יונגערמאן ווי חיים מאיר מארקאוויטש איז נאך דארט. ער וואלט געקענט אויפטוהן אסאך מער ווען ער לאזט זיך ארויס, ער דארף נישט ווערן אנטי ער דארף נישט ווערן א שונא, אבער פארוואס זאל ער זיין געבינדן אין קייטן?

אויף קו הציבור מעלדט שיע העשיל היימאן אז וויזניצע עסקנים זענען ארויף צום אנטווערפענע רב און אים געגעבן צו הערן די רעקארדינג פון מענדעלע'ס אויסברוך אויף אים, און ער האט זיי געזאגט אז ער פארגינט פאר וויזניץ נאך דרייסיג בנינים אבער ער האט נישט חרטה פון זיין שטעלונג כל זמן מ'שרייבט נישט אונטער שטרי בירורין.

והוי זהיר בגחלתן זאגט די תנא אין די משנה
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
צומישט און צוחישט #
אויף קו הציבור מעלדט שיע העשיל היימאן אז וויזניצע עסקנים זענען ארויף צום אנטווערפענע רב און אים געגעבן צו הערן די רעקארדינג פון מענדעלע'ס אויסברוך אויף אים, און ער האט זיי געזאגט אז ער פארגינט פאר וויזניץ נאך דרייסיג בנינים אבער ער האט נישט חרטה פון זיין שטעלונג כל זמן מ'שרייבט נישט אונטער שטרי בירורין.
וואס איז די נומער פון קו הציבור?

סמבטיון #
עס ווינדערט מיר זייער אז אזא טייערע איידעלע יונגערמאן ווי חיים מאיר מארקאוויטש איז נאך דארט. ער וואלט געקענט אויפטוהן אסאך מער ווען ער לאזט זיך ארויס, ער דארף נישט ווערן אנטי ער דארף נישט ווערן א שונא, אבער פארוואס זאל ער זיין געבינדן אין קייטן?
ווען איינער איז אין א קולט און ער איז ברעין וואשט קענסטו איהם פרובירן צו זאגן וואס דו ווילסט נאר און ס'וועט דיך נישט העלפן ווייל ער איז ברעין וואשט אז ער איז אין די בעסטע פלאץ אויף די וועלט, קוק למשל אין צפון קאריע ווי די מענטשן זענען ברעין וואשט און זיי רעדן זיך איין אז זיי זענען אין די בעסטע פלאץ אויפן וועלט און אז אמעריקע איז די טייוול אליינס, און איך גלייב אז ער איז נישט די איינציגסטע געלונגענע אינגערמאן וואס איז פארכאפט ביים דעם מענדעלע אבער וואס קאן מען טוהן רעדן צו אזא איינעם וועט נישט העלפן די איינציגסטע עצה איז ארויס נעמען א תהילים און זאגן א קאפיטל תהילים צו צוויי אז די חברה זאלן זיך ארויס זעהן פון אינטער מענדעלע'ס לאפעס.
(איך גלייב אז אין אזא גרויסע טאג ווי י"ב שבט ווערן די תפילות גלייך נתקבל, מ'טאר נישט פארפאסן אזא געלעגנהייט.)
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
סתם רעדן פון פריוואטע נעמען, איך זעה נישט קיין תכלית נישט לטוב און נישט לרע חוץ וואס עס קען גודר זיין מיט לשון הרע, רעדן אויף צדיקים און ערליכע אידן איז דאך ממש א שרעקליכע זאך מען דארף דאך ציטערן צו חוזק מאכן פון מלאכי אלוקים ה״י.
אפשר איז כדי יא צו קוקן די גיטע זאכן פון יעדע חסידות און די מעלות וואס חסידים האבן איבער די מעלות פון די וואס האבן ליידער נישט קיין רבי
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
שטריימל #
דיין קאנקלוזשען איז דאך אלעס וואס ליגט באהאלטן אונטער א שלייער פון אפלאכן פון ״אלע״ רביס אין אונזער דור, קומט דאך אויס אז די האלסט בכלל נישט עס איז דא א לעבעדיגע רבי היינט אין קאנטראסט פון אלע ספרי תלמידי הבעש״ט וואס שרייבן אז מען קען נישט זיין קיין ערליכע איד אן קיין לעבעדיגע רבי וואס איז דער צנור צווישן דעם אויבערשטער אין כלל ישראל נישט ברוחניות און נישט בגשמיות
ניין קוק איבער מיין
גאנצע תגובה, וועסטו זעהן אז כאטש וואס איך פארשטיי די טענות אויף אסאך פון די היינטיגע רבי׳ס, און פארשטייט זיך אויך אז זיי זענען נישט קיין צוגלייך צום בעש״ט נישט אין תורה און נישט און עבודה, אבער איך פארשטיי די קאפ פון א חסיד זייערע וואס וועט זאגן ״אין לך אלא כהן שבימיך״ און דאס איז די צדיק היינט. איך האב דיר אפילו געגעבן דריי דוגמאות, אבער קדושה און תורה גייט נישט בירושה און עס האט נישט קיין שייכות מיט די קולט פירער. אין אנדערע ווערטער איינער וואס איז געווארן בזכות עצמו (ווי די בעש״ט ותלמידיו, וואס כמעט קיינער זענען נישט געווען מיוחסים) איז די חזקה אז עפעס פארקויפט ער און די פארגלייבטער איז לאו דוקא פארקויפט אין א קולט (הגם דארט איז אויך דא אזעלכע) א יורש איז בחזקה פון גארנישט פארקויפן, (ר׳ אלימלך בידערמאן ודומיו זענען א אויסנאם) יעצט איינער אזוי ווי אדמור מטאהש, מהריי מסאטמער וכדומה וואס עס איז זייער קלאר אז זיי זענען ceo פון די קאמפעני מיט חסידישע אינטערטעינמענט איז מען בדרך כלל אוקיי דערמיט, אבער ווען מען הייבט אן אז דאס איז די צדיק מיט אלע בויך וויי מאכט עס נארמאלע מענטשן ברעכן. און בפרט איינער וואס האט יא געלערנט ספרי חסידות, און האט יא א שטיקל מושג וואס חסידות איז רעגט עס אפילו אויף, ווייל באלד גייט
@ליטוואק פון בודאפעסט אריין קומען און זאגן אז דא זעסטו אז חסידות איז נישט גערעכט געווען, און חוץ פון רויט ווערן פאר בושה איז נישט דא וואס צו ענטפערן…
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
און דערווייל האט @שטריימל נאך גארנישט גענטפערט/מסביר געווען חוץ (טרייען צו) שיסן די מעסענדשזער
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
שטריימל #
רעדן אויף צדיקים און ערליכע אידן איז דאך ממש א שרעקליכע זאך מען דארף דאך ציטערן צו חוזק מאכן פון מלאכי אלוקים ה״י.
יא פון אמת'ע צדיקים און ערליכע אידן טאר מען נישט חוזק מאכן, און פון מלאכי אלוקים דארף מען ציטערן,
און פון די שוואנצאניס רבי איז א מצוה חוזק צו מאכן, און אריינבאקן און אונזערע קינדער אז ער וכל הדומה לו, זענען טרייף, מ'דארף זיך דערוואטערן פון זיי , נישט האבן קיין שום שייכות מיט זיי,
און וויסן אז ס'האט גארנישט מיט חסידות, ס'האט גארנישט מיט אידישקייט, און גארנישט מיט די תורה
נישט קיין חילוק וויפיל גוטס ס'איז דא דארט, ביי די קריסטן איז אפשר אויך דא, אונז זענען אידן, און אונז האבן א תורה וואס מ'דארף פאלגן,
יעדע איד דארף זיין אונגאנצן נכנע צו די תורה, אפי' א רבי !!
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
איך וואלט נישט געשריבן אזוי , ווען אלעס איז סתם שמועות
אבער איך האב אויסגעהערט די ערשטע שוואנצאניס דרשה, דערמאלטס ווען ער האט עס געגעבן, און פון די איין דרשה האט מען שוין פונקטליך געזעהן וואס דאס איז !
און אנשטאט צירוק צו ציען, איז ער ליידער ווייטער געגאנגען מיט די שטותים רח''ל ,
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
די ערשטע דריי דורות פון בעשט איז די הנהגה געגאנגען פון רבי צו תלמיד, נישט פון טאטע צו קינד כאטש וואס אין רוב פעלער זענען די קינדער אויך נישט געווען קיין ליידיג גייער. חוץ אז מען האט געהאלטן אז די זון איז די גרעסטע/ מערסט צוגעפאסטע תלמיד די ירושה שטותים האט זיך אנגעהויבן אין רוז׳ין אין צדיקים זענען טאקע ארויס פייער קעגן די קאנסעפט (אין טשערנאבל האט מען דעמאלטס נאך נישט געזאגט אז זיין א קינד איז גענוג, נאר אז עס העלפט צו, די ירושה ביזנעס האבן זיי אויפגעפיקט אין רוז׳ין) די זוהן פון בעש״ט איז אפילו אנגענומען אין די חסידישע וועלט די לעגענדע אז די ערשטע וואך האבן די תלמידים אים אויפגענומען, און ער האט עס איבערגעגעבן פארן מגיד ווייל ער איז מער פאסיג, און אוועקגעפארן (קיין טוטין דאכט זיך מיר) נישט צו שטערן די הנהגה פון מגיד, כאטש וואס ער איז געווען גאר א גרויסע איד
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
אגריפס המלך #
צומישט און צוחישט #
אויף קו הציבור מעלדט שיע העשיל היימאן אז וויזניצע עסקנים זענען ארויף צום אנטווערפענע רב און אים געגעבן צו הערן די רעקארדינג פון מענדעלע'ס אויסברוך אויף אים, און ער האט זיי געזאגט אז ער פארגינט פאר וויזניץ נאך דרייסיג בנינים אבער ער האט נישט חרטה פון זיין שטעלונג כל זמן מ'שרייבט נישט אונטער שטרי בירורין.
וואס איז די נומער פון קו הציבור?
605-313-6844

דרך אגב פאר אינטעטעינמענט איז דא ערגעץ ווי מען קען וואטשן ווידיאו פון די נעכטיגע חג?
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
צומישט און צוחישט #
אגריפס המלך #
צומישט און צוחישט #
אויף קו הציבור מעלדט שיע העשיל היימאן אז וויזניצע עסקנים זענען ארויף צום אנטווערפענע רב און אים געגעבן צו הערן די רעקארדינג פון מענדעלע'ס אויסברוך אויף אים, און ער האט זיי געזאגט אז ער פארגינט פאר וויזניץ נאך דרייסיג בנינים אבער ער האט נישט חרטה פון זיין שטעלונג כל זמן מ'שרייבט נישט אונטער שטרי בירורין.
וואס איז די נומער פון קו הציבור?
605-313-6844
איך מיין די נאמבער ארבעט שוין נישט

עמרם #

סע ארבעט נישט

שרגא.מ #
עמרם #
צומישט און צוחישט #
אגריפס המלך #
וואס איז די נומער פון קו הציבור?
605-313-6844
איך מיין די נאמבער ארבעט שוין נישט
סע ארבעט נישט
אנטשולדיגט געמיינט ס'ארבעט נאך, כ'ווייס נישט פון א אנדערע נומבער.
מ'קען הערן די אויבנדערמאנטע מעלדונג אויף היימישע קרעטשמע ליין
605-477-7070
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
סתם שטותים צו שרייבן אז אין רוזין האט זיך אנגעהויבן די שושילתא קדישא, קאסוב איז געווען פריער, אלע קינדער פונעם אהבת שלום און פונעם תורת חיים זענען געווארן רבי׳ס.
אלע קינדער און אייניקלעך פון רבי מיכלע זלאטשובער זענען געווארן רביס
אלע קינדער און אייניקלעך פון רבי פנחס קאריצער זענען געווארן רביס
און בנוגע מאכן רביס אויס רביס און זיי נאכדעם אראפרייסן, האט זיך נישט היינט אנגעהויבן וזה היו טענות המתנגדים בכל כת.
עס איז נאך ליידער עד היום דא א פאשקעוויל פארבליבן קעגן דעם הייליגן רבי רבי זושא זי״ע אז מילא זיין ברודער קען כאטש לערנען אבער ער (עפ״ל)
צדיקים האבן געזאגט מען מיינט אז עדת קרח זענען געווען קטלא קניא, זיי זענען געווען אידן מיט ווייסע זאקן און ווייסע זשופיצעס אבער קיין הכנעה פאר א רבין האבן זיי נישט געהאט איז געשעהן וואס ס׳איז געשעהן

איך האב א א''י נאמבער
72-332-8845(0) [972+]
דערנאך דריקט מען 7 פאר אידיש
(לעצטענס איז שוין דא אפאר סערוויסעס אין אמעריקע וואס שטעלן צו בחינם קיין א''י , איך ניץ US Mobile וואס איז בחינם קיין א''י)
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
פליז לאז די ר"ר זושא וכל קדושי עליון עמו אינדרויסן פון די שמועס..
זיי זענען אלע געגאנגען אין אביסל קעלטערע מקוואות ווי דער אנגעפאשעטער כ'וויל נישט זאגן וואס..
זיי האבן זיך מוסר נפש געווען פאר'ן אויבערשטן און זיך צוריסן צו העלפן א צווייטן איד, און קריספי חלות מיט געזיגע סעלצער איז נישט געווען זייער פעיווארט..
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
שטריימל #
סתם שטותים צו שרייבן אז אין רוזין האט זיך אנגעהויבן די שושילתא קדישא, קאסוב איז געווען פריער, אלע קינדער פונעם אהבת שלום און פונעם תורת חיים זענען געווארן רבי׳ס.
אלע קינדער און אייניקלעך פון רבי מיכלע זלאטשובער זענען געווארן רביס
אלע קינדער און אייניקלעך פון רבי פנחס קאריצער זענען געווארן רביס
און בנוגע מאכן רביס אויס רביס און זיי נאכדעם אראפרייסן, האט זיך נישט היינט אנגעהויבן וזה היו טענות המתנגדים בכל כת.
עס איז נאך ליידער עד היום דא א פאשקעוויל פארבליבן קעגן דעם הייליגן רבי רבי זושא זי״ע אז מילא זיין ברודער קען כאטש לערנען אבער ער (עפ״ל)
צדיקים האבן געזאגט מען מיינט אז עדת קרח זענען געווען קטלא קניא, זיי זענען געווען אידן מיט ווייסע זאקן און ווייסע זשופיצעס אבער קיין הכנעה פאר א רבין האבן זיי נישט געהאט איז געשעהן וואס ס׳איז געשעהן
דאס איז א דאנק זיינע תפילות אז מ'זאל פארגעסן אז ער קאָן לערנען
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
שטריימל #
צדיקים האבן געזאגט מען מיינט אז עדת קרח זענען געווען קטלא קניא, זיי זענען געווען אידן מיט ווייסע זאקן און ווייסע זשופיצעס אבער קיין הכנעה פאר א רבין האבן זיי נישט געהאט איז געשעהן וואס ס׳איז געשעהן
פון די אנדערע זייט איז דא דער גר''א מיט דעם נודע ביהודה און נאך גאר גרויסע גדולים, וואס זענען געבליבן פארהייליגט ביי גאנץ כלל ישראל, טראץ דעם וואס זיי האבן זיך נישט מכניע געווען צו די רבי'ס,
איז פשט, אז זיי האבן אונז געוואלט ווייזן, אז נישט יעדער רבי מיינט אז ער איז משה רבינו, און אז ס'וועט קומען א טאג ווי פשוט'ע און פראסטע אידן וועלן זיך דעקלערן רבי דארף מען שטיין ווייט פון זיי, און מ'דארף נישט מורא האבן.
ווי האבן צדיקים געזאגט, קורח אליינס איז אויך געווען א גרויסע רבי....
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
אויסגעהערט דעם דרשה ס'איז א רחמנות פאר זיינע חסידים.
איך קען נישט די מעשה אין אנטווערפן ניט נייגעריג עכט אבער אז הרב שיף האט מוחה געווען מיינט אז מרכז האט געטון א אומרעכט, הרב שיף איז מרא דאתרא ער האט א כח התורה, און ער איז א שטארקע רב דערמאנט אביסל די דמות פון א פארצייטישע רב, און נגיעות האט ער נישט ער האט געפילט אז אין זיין שטאט איז פארגעקומען אזא פאסירונג דארף ער מוחה זיין כל הכבוד פאר אזא רב וואס איז דא פאר די אמת
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
מ'שמועסט דא ארום (ואני בתוכם) וועגן דעם "יום הגדול והנורא י"ב שבט" וויל איך פרעגן אביסל אן עם הארצית'דיגע שאלה, אבער אז מ'פרעגט נישט ווייסט מען נישט, וועלעכע שלעכטע זאך איז געשעהן אין די טאג אז מענדעלע זאל פארכאפן דעם טאג צו די צד הטומאה?
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
קען טאקע זיין אז מהאי טעמא זענען ביי די תלמידי הגר״א פארבליבן געהעריגע שושילתא, ווען די ראשי הישיבה׳שאפט גייט אריבער אין די לעצטע דורות מאב לבן און פון א זיידע צו אן אייניקל גארנישט אנדערש ווי ביי די חסידים
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
וויזניץ מרכז מאכט יעצט די זעלבע גרייז אין אנטווערפען מיט שיף וואס זיין שוואגער סאטמאר מהר"א האט געמאכט אין בני ברק מיט מייזליש.
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
שטריימל #
סתם שטותים צו שרייבן אז אין רוזין האט זיך אנגעהויבן די שושילתא קדישא, קאסוב איז געווען פריער, אלע קינדער פונעם אהבת שלום און פונעם תורת חיים זענען געווארן רבי׳ס.
אלע קינדער און אייניקלעך פון רבי מיכלע זלאטשובער זענען געווארן רביס
אלע קינדער און אייניקלעך פון רבי פנחס קאריצער זענען געווארן רביס
און בנוגע מאכן רביס אויס רביס און זיי נאכדעם אראפרייסן, האט זיך נישט היינט אנגעהויבן וזה היו טענות המתנגדים בכל כת.
עס איז נאך ליידער עד היום דא א פאשקעוויל פארבליבן קעגן דעם הייליגן רבי רבי זושא זי״ע אז מילא זיין ברודער קען כאטש לערנען אבער ער (עפ״ל)
צדיקים האבן געזאגט מען מיינט אז עדת קרח זענען געווען קטלא קניא, זיי זענען געווען אידן מיט ווייסע זאקן און ווייסע זשופיצעס אבער קיין הכנעה פאר א רבין האבן זיי נישט געהאט איז געשעהן וואס ס׳איז געשעהן
איך האב אויך געשריבן אז עס איז געווען איינציגע פעלער וואס די זון איז געווען די פאסיגסטע (אין אנדערע ווערטער דאס וואס ער איז א זוהן האט אים נישט דיסקוואליפייד אויב איז ער די מערסטע פאסיג) אבער עס איז נישט געווען בתורת ירושה, און די 3 משלים וואס דו ברענגסט זעהט מען פארקערט ווי דיין פוינט אין קוסוב אז מען לערנט תורת חיים איז זייער פארשטענדליך פאר וואס ער האט איבערגענומען עס איז פול מיט טיפע חסידות מעט הכמות ורב האיכות (הלוואי זאלן עס די וויזניציע לערנען און פארשטיין) נאך די פטירה האט טאקע רוב עולם אריבער צו די צמח צדיק כאטש וואס מדין ירושה וואלט עס אים נישט געקומען און פון דארט איז וויז׳ניץ א געהעריגע רוזינע חסידות, און דאס וואס מען האט בכלל געזוכט די גרעסטע זון נישט די גרעסטע תלמיד איז שוין א השפעה פון רוזין (די רוזינער איז אוועק תר״י, די תורת חיים תרי״ד)
סיי אין זלוטשוב און סיי אין קוריץ וואס די ברענגסט איז דא נאך אסאך אזעלכע וואס זיי האבן געהאט זייער גרויסע קינדער וואס האבן געפירט בזכות עצמם (א חלק האבן זיך אפילו געהאלטן פאר תלמידים פון אנדערע רביס) און ווען די טאטע איז אוועק זענען געווען וואס האבן זיך דארט געפילט באקוועמער.
אזוי ווי איך האב דיר געברענגט א דוגמא פון היינט אז ר׳ אלימלך בידערמאן כאטש וואס ער איז א לעלובע אייניקעל איז דאס נישט וואס מאכט אים גרויס, הגם וואס א לעלובע וואס זוכט א רבי קען זיך דארט זייער גוט געפונען דאס פלאץ
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
דרך אגב איז דא פאסיג צו צוצייכענען אז די קאמארנער ברענגט אז די בעש״ט האט געזאגט אז פאר משיח וועלן זיין רביס ווי די פיש אין ים און זיי וועלן אפהאלטן משיח

הרב @שטריימל, איך קען דיר נישט, און איך ווייס נישט צו באלאנגסט בכלל צו וויזניץ מרכז אדער נישט.
דיינע ארגומענטן צוצושטעלן וויזניץ צום בעש"ט או צו די פריערדיגע חסידות'ן זענען בכל אופן נישט סופישענט.
איינער האט דא שוין פריער ארויסגעברענגט, אז עס איז פשוט אז נישט יעדער קען זיך טון וואס ער וויל און שרייען אז פון בעש"ט האט מען אויך חוזק געמאכט.
איך ווייס נישט וואס דו האלסט פערזענליך איבער לב טהור אדער אנדערע קולט'ס (אויב האלסטו מיט זיי ביסטו עט ליעסט קאנסיסטענט..), אבער יעדער בר דעת פארשטייט אז זיי קענען זיך נישט באשיצן מיט אן ארגומענט אז 'פון בעש"ט האט מען אויך חוזק געמאכט'..
ואליבא דאמת, איך בין נישט געווען אין די צייטן פון בעש"ט צו וויסן און ארויסהאבן אלע ארגומענטן און טענות אויף ביידע זייטן, עס איז אבער קלאר אז אויף ביידע זייטן זענען געווען גרויסע מענטשן, און אויך איז קלאר אז גרויסע מענטשן קענען זיך צומאל טועה זיין (מיטן מציאות אדער מיט אן אפשאצונג..), דאס געבט אבער בכלל נישט דאס מינדעסטע האפט פאר ר' מענדל מויזניץ אדער סיי וועלכע רבי זיך צו אנטון דעם איצטלא און ניצן די זעלבע באשוצונג - אן דאס מעגליכקייט אויפצו-ווייזן גענוג קלאר די לינק/דמיון צום בעש"ט חוץ פון דאס ווארט 'חסידות'..
ר' מענדל ווי עס שיינט שפאנט אין דיירעקציע פון פארוואנדלען א (somewhat) שיינע חסידות צו א געהעריגע קולט, און צוגאב צו די חששות פון שיתוף און געצעריי. זיין דיקטאטורשאפט, זיין עגא'איסטישע צוגאנג, זיין אויסגעשפראכענע תאות שררה, זיין געמיינע צוגאנג צו זיינע שטיצער און אנהענגער, איז א גרויל פאר דאס מענטשהייט בכלל און פאר אידישקייט און חסידות בפרט. דאס האט גארנישט איינגעלייגט מיטן בעש"ט אדער מיט קריטיק וואס מ'האט געזאגט אויפן ר"ר זושא! ביידע פון זיי זענען נישט געווען אין די ליניע בכלל פון ווערן קולט פירערס, ניטאמאל כבוד בית אב והמסתעף האבן זיי געזוכט, זיי האבן נישט פארשיקט קיין מענטשן ווי קיין מייז, און פארשטייט זיך אז קיין גרויליגע דרשות איז פון זיי נישט געהערט געווארן. אויב האלסטו אנדערש ווייס איך שוין טאקע נישט צו דו ביסט ווייניגער מתנגד...
אנדערע פרשיות צווישן חסידים איז שוין טאקע מער קאמפליצירט (א שטייגער ווי צאנז-ריזין, קאצק, וכו'), אבער וויפיל איך פארשטיי איז עס געווען ווייט פון קולט'עריי...
חסידות האט אסאך הערליכע דינאסטיעס און אייגענשאפטן, טאקע נאך עד היום, צווישן אן אויסוואל פון רביים, אדמורי''ם, און חסידות'ן. אבער צו זאגן אז ר' מענדל וויזניצער מיט זיין מהלך דאס איז בעש"ט, איז א גאנג...
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
שטריימל #
סתם שטותים צו שרייבן אז אין רוזין האט זיך אנגעהויבן די שושילתא קדישא, קאסוב איז געווען פריער, אלע קינדער פונעם אהבת שלום און פונעם תורת חיים זענען געווארן רבי׳ס.
אלע קינדער און אייניקלעך פון רבי מיכלע זלאטשובער זענען געווארן רביס
אלע קינדער און אייניקלעך פון רבי פנחס קאריצער זענען געווארן רביס
און בנוגע מאכן רביס אויס רביס און זיי נאכדעם אראפרייסן, האט זיך נישט היינט אנגעהויבן וזה היו טענות המתנגדים בכל כת.
עס איז נאך ליידער עד היום דא א פאשקעוויל פארבליבן קעגן דעם הייליגן רבי רבי זושא זי״ע אז מילא זיין ברודער קען כאטש לערנען אבער ער (עפ״ל)
צדיקים האבן געזאגט מען מיינט אז עדת קרח זענען געווען קטלא קניא, זיי זענען געווען אידן מיט ווייסע זאקן און ווייסע זשופיצעס אבער קיין הכנעה פאר א רבין האבן זיי נישט געהאט איז געשעהן וואס ס׳איז געשעהן
דאס אז אין וויזשניץ זענען אלע קינדער געווארן רבי’ס האט נאך נישט קיינעם מחייב געווען צי ווערן זייער חסיד, פארן קריג האט א רבי נישט געהאט קיין פירמע מיט מוסדות וואס דו האסט געמוזט באלאנגען אהין, אדרבה זאג דו וויפיל פון די אהבת ישראל’ס ברודער האבן געהאט חסידים ? קיינער געדענקט ניטאמאל זייערע נעמען.
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
שטריימל #
סתם שטותים צו שרייבן אז אין רוזין האט זיך אנגעהויבן די שושילתא קדישא, קאסוב איז געווען פריער, אלע קינדער פונעם אהבת שלום און פונעם תורת חיים זענען געווארן רבי׳ס.
אלע קינדער און אייניקלעך פון רבי מיכלע זלאטשובער זענען געווארן רביס
אלע קינדער און אייניקלעך פון רבי פנחס קאריצער זענען געווארן רביס
און בנוגע מאכן רביס אויס רביס און זיי נאכדעם אראפרייסן, האט זיך נישט היינט אנגעהויבן וזה היו טענות המתנגדים בכל כת.
עס איז נאך ליידער עד היום דא א פאשקעוויל פארבליבן קעגן דעם הייליגן רבי רבי זושא זי״ע אז מילא זיין ברודער קען כאטש לערנען אבער ער (עפ״ל)
צדיקים האבן געזאגט מען מיינט אז עדת קרח זענען געווען קטלא קניא, זיי זענען געווען אידן מיט ווייסע זאקן און ווייסע זשופיצעס אבער קיין הכנעה פאר א רבין האבן זיי נישט געהאט איז געשעהן וואס ס׳איז געשעהן
וואו איז דא אזא פאשקעוויל? סערשטע מאל איך הער דערפון!
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
anyway, anyone who has more news etc from them please keep on, thanks
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
לאכעדיג #
וויזניץ מרכז מאכט יעצט די זעלבע גרייז אין אנטווערפען מיט שיף וואס זיין שוואגער סאטמאר מהר"א האט געמאכט אין בני ברק מיט מייזליש.
דהיינו??
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
שטריימל #
סתם שטותים צו שרייבן אז אין רוזין האט זיך אנגעהויבן די שושילתא קדישא, קאסוב איז געווען פריער, אלע קינדער פונעם אהבת שלום און פונעם תורת חיים זענען געווארן רבי׳ס.
אלע קינדער און אייניקלעך פון רבי מיכלע זלאטשובער זענען געווארן רביס
אלע קינדער און אייניקלעך פון רבי פנחס קאריצער זענען געווארן רביס
און בנוגע מאכן רביס אויס רביס און זיי נאכדעם אראפרייסן, האט זיך נישט היינט אנגעהויבן וזה היו טענות המתנגדים בכל כת.
עס איז נאך ליידער עד היום דא א פאשקעוויל פארבליבן קעגן דעם הייליגן רבי רבי זושא זי״ע אז מילא זיין ברודער קען כאטש לערנען אבער ער (עפ״ל)
צדיקים האבן געזאגט מען מיינט אז עדת קרח זענען געווען קטלא קניא, זיי זענען געווען אידן מיט ווייסע זאקן און ווייסע זשופיצעס אבער קיין הכנעה פאר א רבין האבן זיי נישט געהאט איז געשעהן וואס ס׳איז געשעהן
ר' פנחס קאריצער האט געהאט קינדער וואס האבען געארבייט פאר פרנסה!
א שטייגער ווי א דרוקעריי.
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
סוף טוב הכל טוב #
דהיינו??
שוואנצאנעס...
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
אלע צוזאמען #
מן הסתם #
אביסעלע קאנטעקסט צו מענדעלע'ס פרישע נערוון צוזאמבראך..
ויזניץ👑
שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה
ברוך שפטרנו מעונשם שלהם
הקוצים הסובבים את השושנה
הבאטשי יעקב יצחק קליין
הבאטשי מאיר דוד טאבאק
הבאטשי חיים מאיר מכלוביץ
הבאטשי שלמה שכטר
הבאטשי יעקב שלמה שיין
ווען איז חיים מאיר מארקאוויטש’ס רייע?
ער מיט נאך אסאך אנדערע וואס זענען עלטער פון 35-40, ווארט בכליון עיניים אז מען זאל זיי ווארפן.

קלוגע יודל #

what about all of the above? thy were thrown out?
Nanach #
דרך אגב איז דא פאסיג צו צוצייכענען אז די קאמארנער ברענגט אז די בעש״ט האט געזאגט אז פאר משיח וועלן זיין רביס ווי די פיש אין ים און זיי וועלן אפהאלטן משיח
ס'מיר שווער צו גלייבן אז אפאר לצים זאלן קענען אפהאלטן משיח'ן, און אפילו מ'זאל רעכענען די אלע מענטשן אויף וועם זיי האבן א שלעכטע השפעה איז עס אויך אפשר 10 פראצענט פון כלל ישראל. אויב האלטן זיי איהם צוריק פון קומען קען ער זיי זייער גרינג אין א זייט לייגן, אזויווי מ'האט געטוהן אין מצרים, פשוט אפגעווישט 80% פונעם עולם און זיך ווייטער גערוקט.
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
איך קען גוט זיין זוהן חיים מאיר, (איך פלעג שמועסן מיט איהם אסאך, יארן צוריק, ) איך קען ממש נישט פארשטיין פארוואס ער מיט זיין מאמע נעמען נישט זייער טאטע/מאן פאר א checkup
וואס ווארטן זיי? אז עפעס זאל חלילה געשעהן וואס קיינער וועט שוין נישט קענען לייקענען א ער איז מענטעלי אומסטעביל. ח"ו?
אונז האבן שוין געזעהן צו סאך מאל ליידער וואס געשעהט ווען מ'נעמט נישט קעיר פון מענטעל פראבלעמן
Re:
ברוך שפינוזה #
Nanach #
דרך אגב איז דא פאסיג צו צוצייכענען אז די קאמארנער ברענגט אז די בעש״ט האט געזאגט אז פאר משיח וועלן זיין רביס ווי די פיש אין ים און זיי וועלן אפהאלטן משיח
ס'מיר שווער צו גלייבן אז אפאר לצים זאלן קענען אפהאלטן משיח'ן, און אפילו מ'זאל רעכענען די אלע מענטשן אויף וועם זיי האבן א שלעכטע השפעה איז עס אויך אפשר 10 פראצענט פון כלל ישראל. אויב האלטן זיי איהם צוריק פון קומען קען ער זיי זייער גרינג אין א זייט לייגן, אזויווי מ'האט געטוהן אין מצרים, פשוט אפגעווישט 80% פונעם עולם און זיך ווייטער גערוקט.
איך גלייב נישט אז פאר אזא חכם ווי דיר דארף איך מסביר זיין אזא פשוטע זאך אז מען דארף נישט נעמען אלעס ליטערעל נאר מען דארף נעמען די פוינט דערפון
Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"
כהאב געזהען היינט צפרי יודען און וומס מיט שטריימאל און ווייסע זאקען