קען נאך טראמפ געווינען?
303 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14327
קאנסערוואטיווע? וועלכע?
נייעס סטאנציעס היינט און נייעס סטאנציעס אמאל איז נישט די זעלבע. די גאנצע דעקלעראציע איז געווען כדאי אריבער צו שטופן ביידן איבער די פיניש ליין צו פרעשורן טראמפּ פאר קאנסעציע. ס'האט דערווייל נישט געארבעט.
ער קען אבער ער גייט נישט.
[ציטאט אראפגענומען]
די ספּאנטאַנא טויש אין טאן פון די נ''י פאוסט איז געקומען נאך וואס מארדאך האט זיך פערזענלעך אינטערווירט און ווי מ'זאגט האט די הויפט רעדאַקטאָר געזאגט אז ער גייט נישט מוצא שנתו זיין דארט און גרייט זיך אויף רעזיגנאציע.
פאקס ניוס איז א ענליכע סיטואַציע אזויווי איך האב שוין געשריבן אין א אנדער אשכול.
וועלכע נאך? נאר מארדאך האט איר? און ער איז גאר קאנסערוואטיווע? וואס איז מיט ברייטבארט? ניוסמאקס? OANN? אא''וו. קיינער פון זיינע אנהענגער זענען נאכנישט ארויסגעקומען קעגן איהם זינט די וויילן.
איר קומט מיר פאר ווי דער וואס שרייט אפי' די רעפאבליקאנער האבן אנערקענט פארלוסט והראי' מיט ראמני האט קאנגראטולירט ביידן.
אלעס צייטונגען וואס קיינער האט קיינמאל נישט געהערט פון זיי.
און בכלל זייט ווען זענען מידיא די וואס ערוויילן א פרעזידענט?
זייט ווען טוט א צייטונג באשטימען ווער ס'איז פרעזידענט? זיי קענען זאגן א מיינונג צו פראעדזעקטיען אבער ס'האט א פראסעס און ווי לאנג די גאווערמענט האט נישט באשטימט איז ביידן א חוזק פארן זיך דערקלערן געווינער.
איינמאל ער געווינט געוווינט ער. צייטונגען מיינען גארנישט.
עס איז חידוש אז העניך וואס איז געווענליך א חכם שרייבט
מיר האלטן היינט נאך פיר טעג פון ערנסטע ציילונגען פון די שטימען, און אלע נייעס-סטאנציעס און צייטונגען, ליבעראל, זעלבסטשטענדיג און קאנסערוואטיוו, האבן מתוך ישוב הדעת דערקלערט אז ביידען האט געוואונען
ערענסטע ציילונגען? אקעי.
על זה דנין.
מארגען ווען דער זאך גייט אין קארט וועט מען אנהייבן קענען זאגן אויב ער האט א שאנס אדער נישט. דערווייל איז פענסילוועניע מוטל בספק.
פערזענליך האלט איך אז טאמער זענען די שטימען אמת'ע שטימען זאל ביידען געווינען, אבער וויבאלט עס שמעקט מיט פיינע פראוד און שקר דארף די זאך נתברר ווערען לאמיתו, אױב נישט ווערט אונזער מדינה א באנאנע רעפאבליק, אױב האלטען מיר נאך נישט דארט.
איך ווייס נישט וואס א צייטונג איז. וואס דארף א צייטונג צו ווייזן?
ביבי איז איין זאך וואס צייגט אויף עפעס מער ווי א צייטונג אבער אין מציאות מיינט עס אויך גארנישט.
ווילאנג ס'איז נישט דא קיין אפיציעלע קאנצעסיע וואלט איך געזיצן שטיל.
מיר טראגן אנדערע גלעזער. איך זעה נישט וואס איר זעהט. ס'דא אזוי גערופענע קאנסערוואטיווע מידיא. און דערנאך איז דא טראמפּ מידיא. טראמפּ איז נישט קיין קאנסערוואטיווע, די זיבעציג מיליאן וואס האבן פאר איהם געשטימט זענען נישט אלע קאנסערוואטיווע. טראמפּ איז א זאך פאר זיך און ער האט זיין אייגענע עסטאבלישמענט, און ווילאנג ער אדער א גרויס חלק פון זיין עסטאבלישמענט האט נישט אנערקענט פארלוסט איז די פרשה ווייט פון פארטיג.
אין יעדע וואל איז דא א קאנצעסיע און אזוי קען מען אנעמען זיג איידער ס'ווערט אפיציעל באשטעטיגט.
לויט ווי איך קען טראמפּ וואלט ער קאנסידעד איינמאל ס'נישט דא קיין שאנס. אז ער האט נאכנישט קאנסידעד איז עס נאכנישט פארטיג.
[ציטאט אראפגענומען]
פאר מיר פערזענליך איז נוגע ווער ס'גייט זיין די נעקסטע פרעזידענט. און די נעקסטע פרעזידענט וועט זיין דער וואס גייט אפיציעל געווינען. און דערווייל איז נישטא קיין אפיציעלע געווינער. וואס ס'איז יא דא איז א ריזיגע ברעינוואש אפאראט פון א דיסקרעדיטעד פרעסע. אבער קיין אפיציעלע געווינער איז נאך נישטא.
פערזענלעך האלט איך אז טראמפּ'ס שאנסן זענען גאר שוואך. אבער ווילאנג ס'איז נישט פארטיג איז עס נאך א פריצייטיגע זיג.
<a class="postlink" href="http://chng.it/ZYV7zD52kz">http://chng.it/ZYV7zD52kz</a>
סיינט דעם פעטישען
Re: קען נאך טראמפ געווינען?
@קורקלאנד איך וועל דיר ענטפערן אויב ביסטו באמת אינטערעסירט צו וויסן.
רובו דרובו מענטשן, myself included, זענען נישט אויס געקאכט אין אלע פאליטישע זאכן, דורך און א דורך, ישר והפך. אפגערעדט פון יעדער סטעיט, קאונטי, טאון און אזוי ווייטער...
אע"כ, פארלאזט מען זיך (עכ"פ איך) צו ליינען די נייעס כדי צו באקומען קאנטעקסט. אמת, ווי עטליכע דא האבן געזאגט, טוט א צייטונגס מיינונג נישט אויס מאכן ווער עס זאל בעצם געווינען. אבער זיי קענען די פרשה בעסער פון מיר און דיר און פון 99 פראצענט מענטשן. זיי ווייסן אויף וואס מען דארף לייגן געוויכט, אויף וואס מען קען לייגן האפענונג, און אויף וואס א קאנדידאט קען מערער זיין אין געריכט.
צוליב דעם, ווען כמעט אלע צייטונגען און פאליטישע זאך קענער קומען אלע צו די זעלבע אנערקענונג, האט עס מער געוויכט פון וואס דו האלטסט, אפילו ער האט נישט מער פאקטישע כח צו רופן דעם געווינער.
יעצט, טראמפ קען און זאל לויפן אין געריכט אויף יעדע גערעכטע טענה וואס ער האט, אפילו די צייטונגען האלטן אז זיינע שאנסן זענען נול. אבער איך קען אננעמען אז די צייטונגען גיבן מיר מער ווייניגער דעם גאנצן אויבנאויפיגן בליק און יעצט האלטן זיי אז ער מאכט עס כמעט זיכער נישט.
[ציטאט אראפגענומען]
אוי לאז שוין אפ די צייטונגען. זיי זענען אירעלעוואנט. נישט פאר אידארסירונגען און נישט פאר רעזולטאטן.
ווער איז די גאנצע וועלט? און אייגנטלעך וואס האט דאס מיט די גאנצע וועלט. ס'האט מיט די אמעריקאנער באפעלקערונג, און איבער זיבעציג מיליאן אמעריקאנער האבן איהם ערוויילט. און אויב זענען זיי די מערהייט קומט איהם די פרעזידענטשאפט. הכי פשוט.
מענין לענין, איז אמת אז אויב טראמפ גייט ארויס פון ווייסן הויז בקרוב וועט ער זיך גט'ן פון זיין אשת חיל?
אזוי האב איך געזען באריכטעט פון פארשידענע נייעס קוועלער
Re: קען נאך טראמפ געווינען?
לבי ובשרימענין לענין, איז אמת אז אויב טראמפ גייט ארויס פון ווייסן הויז בקרוב וועט ער זיך גט'ן פון זיין אשת חיל?
אזוי האב איך געזען באריכטעט פון פארשידענע נייעס קוועלער
די זעלבע סארט שמועות זענען געווען אויף אבאמא, מ׳קען נישט וויסן.
קורקלענדס'האט מיט די אמעריקאנער באפעלקערונג, און איבער זיבעציג מיליאן אמעריקאנער האבן איהם ערוויילט. און אויב זענען זיי די מערהייט קומט איהם די פרעזידענטשאפט. הכי פשוט.
זייער שטארק געזאגט!! ס'קען אויך זיין הונדערט מיליאן אמעריקאנער בירגער וועלכע האבן אים ערוועלט, אויב האט זיין קעגנער הונדערט מיליאן מיט איינס, זענען זיי די מערהייט און ער פארלירט די פרעזידענטשאפט. הכי פשוט.
האב איך געזאגט אנדערש?
לבי ובשרימענין לענין, איז אמת אז אויב טראמפ גייט ארויס פון ווייסן הויז בקרוב וועט ער זיך גט'ן פון זיין אשת חיל?
אזוי האב איך געזען באריכטעט פון פארשידענע נייעס קוועלער
ניין נישט אמת, ס'איז דא א קלער אז ער גייט איר מאכען פאר אן אלמנה.
א צייטונג וואס שרייבט מיט ווייטאג אז טראמפ האט פארלוירן וואלט איך מער געגלייבט.
קוויטעלhttp://chng.it/ZYV7zD52kz
סיינט דעם פעטישען
📎 Capture.PNGאיך בין טראמפ גענויגט, און וואס איך קען נישט פארשטיין איז, מיר האבן דאס אלעס שוין געוואוסט פאר 2 מאנאטן זיכער,
מיר האבן אלע געוואוסט אז טראמפ וועט זיגן אויף די עלעקשאן נייט, און דערנאך וועט אריינקומען די מעיל-אין'ס און ביידן וועט האבן די אויבערהאנט.
מיר האבן אלע געוואוסט אז טראמפ וועט דאן שרייען אז די מעיל-אין'ס זענען געפעלשט.
טא, פארוואס ביזסטו פארקויפט פאר אן ארגומענט אז די וואלן זענען געפעלשט, ווען דו האסט געוואוסט אז מען גייט דאס שרייען?
---
וואו טראמפ'ס טעות איז געווען, -לדעתי- אז ער וואלט נישט געדארפט "אזוי" האמערן קעגן מעיל-אין'ס.
איך פערזענליך למשל, וואלט נישט געגאנגן שטימען אין פערסאן, אבער ווען ס'קומט ווען אן א בעלאט אויף פאסט וואלט איך דאס אויסגעפילט לטובת טראמפ, עכשיו אז ער האט געהאמערט דערקעגן,האב איך עס נישט געטוען. און אזוי זענען דא מיליאנען מענטשן און די שטאטן ואס ווען זיי וואלטן געקענט פארלאנגן א בעלאט וואלטן זיי דאס געטוען.
קורקלענדאלעס צייטונגען וואס קיינער האט קיינמאל נישט געהערט פון זיי.
און בכלל זייט ווען זענען מידיא די וואס ערוויילן א פרעזידענט?
דו מאכסט מיר לאכן דו ענטפערסט ממש ווי דיין עבודה זרה
It's low ratings your show
איך האב אן אנדערע שאלה, קען נאך ביידן געווינען? לאמיר זאגן אז די סופרים קאורט וועט אורטיילן אז מ'זאל איבערציילן שטימען, איז דא א מעגליכקייט אז מיט דעם אלעם זאל ביידען ארויסקומען אלס געווינער, אדער דאן וועט זיכער טראמפ ארויסקומען דער געווינער?
באמת גערעדט, ווען איז געווען די לעצטע מאל איר האט געזען א צייטונג?
קורקלענדבאמת גערעדט, ווען איז געווען די לעצטע מאל איר האט געזען א צייטונג?
למאי נ"מ?
קורקלענד[ציטאט אראפגענומען]
פאר מיר פערזענליך איז נוגע ווער ס'גייט זיין די נעקסטע פרעזידענט. און די נעקסטע פרעזידענט וועט זיין דער וואס גייט אפיציעל געווינען. און דערווייל איז נישטא קיין אפיציעלע געווינער. וואס ס'איז יא דא איז א ריזיגע ברעינוואש אפאראט פון א דיסקרעדיטעד פרעסע. אבער קיין אפיציעלע געווינער איז נאך נישטא.
פערזענלעך האלט איך אז טראמפּ'ס שאנסן זענען גאר שוואך. אבער ווילאנג ס'איז נישט פארטיג איז עס נאך א פריצייטיגע זיג.
אויב וואלט געווען סיי וועלכע לעגיטימעסי צו טראמפס קלעימס, בין איך זיכער פאקס וואלט געווען די ערשטע to jump on the bandwagon.
ס'איז זייער קאמיש צו זעין ווי דער גרויסער חכם וואס וועט קיינמאל זיך פארלאזן אויף עפעס אנדערש איידער ער דערגרינוועט זיך אליין ער וועט אלס וועלן פארשטיין מיט די אייגענע שכל און וועט אלעס אנקוקן אויף א ברייטערע בליק וועט פלוצים ערגעץ סטאק ווערן און נאר פארשטיין גראד
און דא איז עס אונזער גרויסער פארשטייער הרב העניך וואס כאטש ער באווייזט טאקע אלעמאל אויפצוקומען מיט א אייגענארטיגע מסקנא אויף רוב נושאים אויפן טיש איז ער אויך געבלאקט צו סאם עקסטענט
לאמיר נעמען א דוגמא ביבי האט געקאלט פאר ביידען און מיט א תמימות ביבי האט פיינט טראמפ ? פארשטייסט נישט פשוט גראמאטיק היות ביידן האט א גרויסע טשענס צו זיין קומענדיגע פרעזידענט איז זייער זייער וויכטיג פאר אזא פארפלאנטערטן ביבי זיך צו חנפענען צו ביידן, קריצט דען נישט ביבי מיט די ציין אז נאכדעים וואס זיין מלחמה מיט איראן איז געפארן די בעסטע אונטער טראמפ ער איז אנגעקומען די ווייטסטע מיט טראמפ אלע זיינע דערגרייכונגען שטייען יעצט אויפן סקעיל אוודאי איז א מוז פאר אים נישט צו פארפאסן די ריכטיגע מינוט
ווייסטו דען נישט אז היי יאר איז נתחדש געווארן גענצליך א נייע זאך צום טיש פון עלעקשאנס הנקרא מעיל אין בעלאטס וואס דאס האט רעדוצירט די וואלן און דאס האט נאך נישט קיין געהעריגע האפט דורך א קאורט נאר פלוצים דא ווערט ער אויך פארמאכט
לבי ובשרימענין לענין, איז אמת אז אויב טראמפ גייט ארויס פון ווייסן הויז בקרוב וועט ער זיך גט'ן פון זיין אשת חיל?
אזוי האב איך געזען באריכטעט פון פארשידענע נייעס קוועלער
נישט מיט ר' שמעון גרינ'ס מהלך...
שמעקעדיגלבי ובשרימענין לענין, איז אמת אז אויב טראמפ גייט ארויס פון ווייסן הויז בקרוב וועט ער זיך גט'ן פון זיין אשת חיל?
אזוי האב איך געזען באריכטעט פון פארשידענע נייעס קוועלער
נישט מיט ר' שמעוןַ גרינ'ס מהלך...
א נארסעסיסט האט אנדערע כללים...
Re: קען נאך טראמפ געווינען?
איך בין בכלל נישט אויסגעקאכט אין פאליטיק ווייל ווי שוין ערווענט האלט איך אז עס מאכט נישט אויס פאר'ן דורכשניטליכן בירגער.
די ביסל וואס איך זע / ליין יא, פרוביר איך באמת זיין נייטראל, און איך מיין אז מער ווייניגער בין איך. דערפאר בין איך נישט פרא טראמפ און אויך נישט אנטי. איך אנערקען זיינע אויפטוען (יא, אויפטוען), און זיין נידעריגע זייט אויך. די זעלבע מיט ביידען.
איין זאך קען איך אבער נישט פארשטיין, אלע לינק געשטימטע ציטירן צייטונגען און מידיא לרוב, שטעלט זיך די פראגע, זענען נאך דא מענטשן וואס נעמען אן וואס די מידיא זאגט???? זעען זיי טאקע נישט איין אז יעדע מידיא קוואל האט זיך זייער אגענדע און נאראטיוו??
איך רעד נישט בלויז פון פאליטיק נאר אויך אין פשוטע וועלטליכע געשעענישן האט יעדע זיין צד, און יעדע פאר זיך וועלט אויס וואס יא צו באריכטן און וואס נישט, און וויאזוי....
זיי אליין שעמען זיך אפי' נישט דערמיט, און ווייסן אז זיי גייען נישט ליידן קיין קאנסעקווענצן, פון אומריכטיג באריכטן. טא, פארוואס זאלסטו זיי גלייבן?
(אביסל ענליך צו
גלייב נאר וואס קען ווערען פאלסיפיצירט)
[ציטאט אראפגענומען]
ווי זעסטו אז א טראמפ גענויגטע צייטונג האט פארשטאנען אז עס איז געים אווער? זיי האבן אלע אנגענומען א שטילקייט צו ווארטען ביז זיי וועלן זען וואס די Supreme Court זאגט
וועלכע טראמפּ גענויגטע קוועלער? קיינער האט נאכנישט איינגעגעבן. יעצט קום מיר נישט נאכאמאל מיט מארדאך.
ניוסמאקס, ברייטבארט, עפּאק טיימס, פּי דזשעי, ועוד ועוד. קיינער פון זיי האבן דערווייל נישט גערופן קיין געווינער.
טראמפּ'ס שאנסן און אויסזיכטן (לויט די ידיעות וואס די גאס האט דערווייל) זענען גאָר שוואך, אבער פיל שטערקער ווי העניך שאצט.
אז איינער וויל וויסן וואס טראמפ האלט און טענה'ט, דארף ער הערן זיין לויער - רודי דזשוליאני - וויאזוי ער לייגט פאר די קלאגע.
און יא, לויט זיינע ווערטער איז נישטא קיין ספק, אז טראמפ וועט עס מאכן ביים סופרים קארט, מיט א שמיץ אריבער.
קוויטעלאז איינער וויל וויסן וואס טראמפ האלט און טענה'ט, דארף ער הערן זיין לויער - רודי דזשוליאני - וויאזוי ער לייגט פאר די קלאגע.
און יא, לויט זיינע ווערטער איז נישטא קיין ספק, אז טראמפ וועט עס מאכן ביים סופרים קארט, מיט א שמיץ אריבער.
געהערט דערפון, איך זוך נאר די לינק דערצו
קען נאך טראמפ געווינען?
א מין שאלה? צו ער קען געווינען ? ער האט שוין געווינען און ער וועט ווייטער געווינען ביז ער וועט מיד ווערן פון געווינען וחוזר חלילה.
בדרך אגב, דאס ווייב מיינע האט געהאט שוועריקייטן צו פארשטיין וואס דא גייט פאר, פון איין זייט הערט זי אז טראמפ איז היטלער און זיינע נאכפאלגער זענען ראסיסטן און נאציס, פון דער צווייטער זייט הערט זי אז ער איז גאר משיח בן יוסף און זיינע חסידים זענן חיילות פון דוד מלכא משיחא און זיי באקעמפען די רשעותדיגע דעמאקראטן מיט די מידיע. ווי קען זיין אזא דיפרענץ פון דעות? בע"כ איז איינס פון די צוויי פאריקט, איז וואס איז פשט אז האלב אמעריקע איז משוגע געווארן (די שאלה איז נאר וועלכע האלב)?
דערווייל האט די מידיא דערקלערט ביידן פאר געווינער, און זיי האבן אריינגעלייגט אין קראפט א העפטיגע ברעינוואש קאמפיין אז די עולם זאל עס אנעמען. אלע שונאים פון טראמפּ האבן געפייערט א פריצייטיגע זיג. און געוויסע וועלט פירער, מערסטנס נישט טראמפּ'ס פריינט האבן גערופן ביידן גראטולירן.
למעשה איז במציאות און באמת נישט דא קיין ענדגילטיגע רעזולטאטן און ס'נאך דא אסאך וואס ס'הענגט אין די לופט. ס'איז קלאר נישט קיין ברי. און דערווייל איז טראמפּ'ס 'גאנצע באזע', וואס רעכנט אויך אריין פארעווע רעפאבליקאנער נאך 'אינגאנצן' מיט איהם. לדעתי איז נאך נישט צייט צו פארמאכן די ביך.
דיסקלעימער: מיט ראמני איז נישט קיין פארעווע רעפאבליקאנער. און פאקס האז איז נישט טראמפּ'ס מידיא.
פאלט מיר יעצט ביי א ווארט, ווען טראמפ וואלט געווען ביידן וואלט ער ווען יעצט פארלוירן טויזענט מיליאן ביליאן מאל. און ווען ביידן וואלט ווען געווען טראמפ, וואלט ער יעצט שוין געווען גרעסער ווי לינקאלן. נאר אזוי ווי טראמפ איז טראמפ האט ער בכלל נישט פארלוירן, און אזוי ווי ביידן איז ביידן קען לינקאלןן שלאפן ווייטער רואיג.
מאנכע שמועסן אז CNN האט ארויסגעשלעפט אריזאנע פון ביידן, אין אנדערע נייעס האט RCP צוגענומען פענסילוועניע.
מ'הייבט אן וואקן אויף צוריק.
Re: קען נאך טראמפ געווינען?
סי ען ען האט קיינמאל געגעבן אריזאנע פאר ביידען.
@אנאנים דאס אז "אלע" צייטונגען דערקלערן ביידען אלס געווינער צייגט נישט גארנישט, איך האלט אז דאס איז א טאקטיק פון לייגן אומגעהויערע דרוק אויפ'ן געריכט, ווייל אויב די געריכט גייט אורטיילן פארקערט, דאן גייט זיך טאן א מלחמה, איבער די דיקטאטורשאפט פונעם געריכט....
די איבעריגע מידיא וויל נישט בלייבן אונטערשטעליג....
העניך
טאמער איז געוועהן פראוד אין פענסילוועניע האלסטו אז מען דארף עס אויפווייזען און מאכן טראמפ דער געווינער, אדער וויבאלט טראמפ איז דאך אזא טראמפ דארף מען אים ארויסווארפן אויף יעדער פרייז?
יתרוא מין שאלה? צו ער קען געווינען ? ער האט שוין געווינען און ער וועט ווייטער געווינען ביז ער וועט מיד ווערן פון געווינען וחוזר חלילה.
בדרך אגב, דאס ווייב מיינע האט געהאט שוועריקייטן צו פארשטיין וואס דא גייט פאר, פון איין זייט הערט זי אז טראמפ איז היטלער און זיינע נאכפאלגער זענען ראסיסטן און נאציס, פון דער צווייטער זייט הערט זי אז ער איז גאר משיח בן יוסף און זיינע חסידים זענן חיילות פון דוד מלכא משיחא און זיי באקעמפען די רשעותדיגע דעמאקראטן מיט די מידיע. ווי קען זיין אזא דיפרענץ פון דעות? בע"כ איז איינס פון די צוויי פאריקט, איז וואס איז פשט אז האלב אמעריקע איז משוגע געווארן (די שאלה איז נאר וועלכע האלב)?
נאכן איבערציילן די שטימעס, וועסטו שוין זען אז ס'נישט האלב, ס'איז דריי פערטל אמעריקא אויף טראמפ'ס באן, נאר ווער ס'האט די שופר מאכט גערודער. דאס אלץ
📎 123663811_5024530817564981_8224944710969169502_n.jpg
Re: קען נאך טראמפ געווינען?
אישתישביהעניך
טאמער איז געוועהן פראוד אין פענסילוועניע האלסטו אז מען דארף עס אויפווייזען און מאכן טראמפ דער געווינער, אדער וויבאלט טראמפ איז דאך אזא טראמפ דארף מען אים ארויסווארפן אויף יעדער פרייז?
יוסטיץ ברויך ארויסקומען פאר יעדן פרייז, איבערהויפט אז דא האט עס נישט מער מיטן יחיד ווי מיטן רבים, דא אידאך דא איבער זיבעציג מיליאָן מענטשן וגם אני בתוכם וואס האבן געוועהלט פארן פרעזידענט
סאיז דא די לופהאל אין די קאנסטיטושן וואס זאגט אז אויב מקען זיך נישט דורכקומען ביז די טאג וואס די עלעקטארס שטימען דעמאלט שטימען די הייזער אבער נאר איין שטימע פאר יעדע סטעיט. און דעמאלט גייען אלע פאפולער שטימעס צונישט.
ווי עס קוקט אויס וועט טראמפ, אלס איינער וואס האט מעולם געמאכט א לעבן אויף לופהאלס, פרובירן אפצוהאלטן די סטעיטס פון סערטיפייען א קאנדידאט דורך אריינגעבן ענדלאזע לאוסוטס און דאס וועט צוברענגען אז די סטעיטס זאלן צום סוף דארפן שטימען, און מיט די מער רויטע סטעיטס וואס סדא האט ער א זיכערע טשענס.
איך האב געקענט באשטיין א טראמפ פרעזידענטסי אבער אויב קומט דאס אויפן חשבון פון די רעפובליק איז צרות ווי א גל. מאידך גיסא איז בעסער אז טראמפ, א טיפש, זאל זיין דער וואס טוט עס און זאל די לאנד עס פיקסן ווי איידער א רשע זאל עס טהון וואס דעמאלט אין לו תיקונו.
ביבערסאיז דא די לופהאל אין די קאנסטיטושן וואס זאגט אז אויב מקען זיך נישט דורכקומען ביז די טאג וואס די עלעקטארס שטימען דעמאלט שטימען די הייזער אבער נאר איין שטימע פאר יעדע סטעיט. און דעמאלט גייען אלע פאפולער שטימעס צונישט.
ווי עס קוקט אויס וועט טראמפ, אלס איינער וואס האט מעולם געמאכט א לעבן אויף לופהאלס, פרובירן אפצוהאלטן די סטעיטס פון סערטיפייען א קאנדידאט דורך אריינגעבן ענדלאזע לאוסוטס און דאס וועט צוברענגען אז די סטעיטס זאלן צום סוף דארפן שטימען, און מיט די מער רויטע סטעיטס וואס סדא האט ער א זיכערע טשענס.
איך האב געקענט באשטיין א טראמפ פרעזידענטסי אבער אויב קומט דאס אויפן חשבון פון די רעפובליק איז צרות ווי א גל. מאידך גיסא איז בעסער אז טראמפ, א טיפש, זאל זיין דער וואס טוט עס און זאל די לאנד עס פיקסן ווי איידער א רשע זאל עס טהון וואס דעמאלט אין לו תיקונו.
איך האב עס פארשטאנען אביסעל אנדערש, אז זיי קענען באשליסען פאר וועמען צו געבען זייערע עלעקטארעל'ס (אין נישט איינצעלנע שטימען)
[ציטאט אראפגענומען]
איז ווער איז יא דער וואס האט געקאלט דער געווינס פאר ביידען?
ס'הייסט, אפי' די נעטווארקס האבן אים אויך נישט דערקלערט געווינער? נו וואס פארפירסטו?
מנחם ציוןקוויטעלאז איינער וויל וויסן וואס טראמפ האלט און טענה'ט, דארף ער הערן זיין לויער - רודי דזשוליאני - וויאזוי ער לייגט פאר די קלאגע.
און יא, לויט זיינע ווערטער איז נישטא קיין ספק, אז טראמפ וועט עס מאכן ביים סופרים קארט, מיט א שמיץ אריבער.
געהערט דערפון, איך זוך נאר די לינק דערצו
תודה פאר'ן חבר אין אישי וואס האט מיר צוגעפירט
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=_wf3wUC9EBs">https://www.youtube.com/watch?v=_wf3wUC9EBs</a>
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=7H10wZ4SszM">https://www.youtube.com/watch?v=7H10wZ4SszM</a>
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=NVSJriRbxQQ&feature=youtu.be">https://www.youtube.com/watch?v=NVSJriR ... e=youtu.be</a>
<a class="postlink" href="https://twitter.com/realDonaldTrump">https://twitter.com/realDonaldTrump</a>
<a class="postlink" href="https://twitter.com/RudyGiuliani">https://twitter.com/RudyGiuliani</a>
<a class="postlink" href="https://lh3.googleusercontent.com/m6y3Q0k4dGZ08dcnh4x5_DBkXlWlbBhE-0RAf6eQEEFUOd50rBFlPyu2sn_T2olt5PJt4uA2C8Sz0Hg=m18">https://lh3.googleusercontent.com/m6y3Q ... 8Sz0Hg=m18</a>
😂 😂 😂 😂
מנחם ציוןhttps://lh3.googleusercontent.com/m6y3Q0k4dGZ08dcnh4x5_DBkXlWlbBhE-0RAf6eQEEFUOd50rBFlPyu2sn_T2olt5PJt4uA2C8Sz0Hg=m18
😂 😂 😂 😂
דער קליפ פאסט גאר גוט צו דיין ניק-נאמען...