☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קען נאך טראמפ געווינען?

קען נאך טראמפ געווינען?

303 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14327
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

מה בכך » זונטאג נאוועמבער 22, 2020 7:04 pm

· #462948
די טראמפ קאמפיין האט אפעלירט די קלאגע וועלכע איז ארויס געווארפן געווארן נעכטן אין פענסעלוועניע צו א העכערע אפעלאט געריכט.

מה בכך » זונטאג נאוועמבער 22, 2020 7:27 pm

· #462950
ברעיקינג: די טראמפ קאמפיין האט פארעפנטליכט א סטעיטמענט ווי זי שאקלט זיך אפ פון סידני פאועל, שרייבנדיג אז סידני פראקטיצירט נישט אירע קלאגעס אונטער די טראמפ קאמפיין שטאב, אונטערגעשריבן דורך רודי דזשוליאני.
📎 photo_2020-11-22_19-27-11.jpg

בת קול » זונטאג נאוועמבער 22, 2020 9:04 pm

· #462955
8 טעג צוריק.

📎 5A1F5652-C924-49A1-A519-3F3CB456A1A1.jpeg

קורקלענד » זונטאג נאוועמבער 22, 2020 9:10 pm

· #462956
אדערווייל זעהט עס אויס מער ווי א קלארשטעלונג ווי איידער א פרישע דעוועלאפמענט. קאנספיראציס פליסן אין גרויסן און פרעזידענט טראמפּ באקומט ווידער פובליציטעט. און קורקלענד זיצט ווייטער איינגעמאכט וואטשענדיג די דראמאטישע שפיל.

בת קול » זונטאג נאוועמבער 22, 2020 9:17 pm

· #462957
איר טעאריע מיט די דאמיניאן מעשה איז, אז די דאמאקראטן האבן געוואנען די סענאט זיץ אין דזשארזשיע און דאס שמעקט נישט פאר די רעפאבליקאנער...

מה בכך » זונטאג נאוועמבער 22, 2020 9:41 pm

· #462958
מה בכך
ברעיקינג: די טראמפ קאמפיין האט פארעפנטליכט א סטעיטמענט ווי זי שאקלט זיך אפ פון סידני פאועל, שרייבנדיג אז סידני פראקטיצירט נישט אירע קלאגעס אונטער די טראמפ קאמפיין שטאב, אונטערגעשריבן דורך רודי דזשוליאני.

סידני פאועל סטעיטמענט נאך די היינטיגע טראמפ קאמפיין סטעיטמענט.
📎 photo_2020-11-22_21-41-14.jpg

mevakesh » מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 5:44 pm

· #462995
די board of canvassing אין מישיגען האט סערטיפייד די רעזולטאטן
עס איז געווען א הוה אמינא אז די רעפובליקאנער אויפן באורד וועל אפשטיפען ביז נאך אן אודיט אבער למעשה האבן זיי סערטיפייד די רעזולטאטן אז ביידען איז די געווינער
צוביסלעך לויפן אויס אלע מעגליכקייטן צוריק צוהאלטן די רעזולטאטן פון ווערן באשטימט

מה בכך » מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 7:29 pm

· #463003
די אפעלאט געריכט האט נאכגעגעבן פארן טראמפ קאמפיין און האט אנגענומען די מאושען פאר אן עקספעדייטעד ריוויא אויף די קעיס.
📎 photo_2020-11-23_19-29-02.jpg

מה בכך » מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 7:30 pm

· #463004
ברעיקינג!

די טרענזישן צו א ביידען טיעם גייט זיך פארמאל אנהייבן!

אין די צווייטע פערעגרעף פון דעם בריוו שרייבט עמעלי מורפי וועלכע פירט אן מיט די טראנזישען, אז זי האט באקומען סטראשענונגען קעגן איר און איר משפחה און אפילו אירע פעטס....
📎 photo_2020-11-23_19-29-09.jpg

מה בכך » מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 7:31 pm

· #463005
פרעזידענט טראמפ אין א טוויט זאגט אז ער האט אויך געהייסן זיין טיעם צו אנהייבן מיט די טראנזישען, און די זעלבע צייט וואס די געריכטליכע קאמפן גייען ווייטער אן.
📎 photo_2020-11-23_19-29-16.jpg

מה בכך » מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 7:32 pm

· #463006
mevakesh
די board of canvassing אין מישיגען האט סערטיפייד די רעזולטאטן
עס איז געווען א הוה אמינא אז די רעפובליקאנער אויפן באורד וועל אפשטיפען ביז נאך אן אודיט אבער למעשה האבן זיי סערטיפייד די רעזולטאטן אז ביידען איז די געווינער
צוביסלעך לויפן אויס אלע מעגליכקייטן צוריק צוהאלטן די רעזולטאטן פון ווערן באשטימט

נאך וואס מישיגען האט אפציעל סערטעפייד אירע וואוטס היינט האט די טראמפ קאמפיין'ס לעגאלע טיעם ארויס געלייגט די פאלגענדע סטעיטמענט.
📎 photo_2020-11-23_19-31-52.jpg

מה בכך » מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 7:33 pm

· #463007
טורנהיים האט נאך עפעס צו זאגן
📎 photo_2020-11-23_19-33-24.jpg

מה בכך » מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 7:35 pm

· #463008
וועק דיך אויף פון דיין חלום ..
📎 photo_2020-11-23_19-34-17.jpg

מה בכך » מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 8:00 pm

· #463014
דשורנאליסט און פירס אמענדמענד לויער ראן קאלמאן: פרעזידענט טראמפ האט נאך א גרויסע שאנס צו ארום דרייען די וואלן און טוישן היסטאריע אויף אייביג.

קוויטעל » מאנטאג נאוועמבער 23, 2020 8:40 pm

· #463019
מה בכך
טורנהיים האט נאך עפעס צו זאגן


ער זעהט...
טורנהיים זאגט, אז ער זעט עס קלאר אין חומש'ל...
פרעג איך עהם; ווען דו בעקסט ארויס פון דיין דרייוו'וועי קוקסטו אויך אין חומש? אדער דעמאלטס קוקסטו יא אין שפיגל...

[קרעדיט; מנשה לוסטיג]

מה בכך » דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 2:40 am

· #463027
טראמפ אין א טוויט נאך וואס די גאנצע מידיא האט אנגעהויבן טאנצן אז ער האט אויפגעגעבן נאך וואס די טראנזישען האט זיך פארמאל אנגעהויבן.
📎 photo_2020-11-24_02-39-21.jpg

מה בכך » דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 1:57 pm

· #463045
טראמפ אין א טוויט אז 79 פראצענט טראמפ וואוטערס האלטן אז די וואלן זענען גע'גנב'ט געווארן, ווי אויך זאגט ער אז די גרויסע אנקלאגע גייט בקרוב ווערן געפיילט.

מה בכך » דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 1:58 pm

· #463046
געדענקט!
📎 photo_2020-11-24_13-57-48.jpg

מה בכך » דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 1:59 pm

· #463047
פענסעלוועניע האט אפציעל סערטעפייד אירע וואוטס, וואס צייגן א ביידען געווינס.
📎 photo_2020-11-24_13-58-34.jpg

מה בכך » דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 2:57 pm

· #463052
ביידן האט ענדליך באקומען עקסעס אנצוהייבן א טרענזישאן פראסעס

מה בכך » דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 2:59 pm

· #463053
א פרישע אנקעטע פון נאך די וואלן צייגט אז 17% ביידען וויילער וואלטן נישט געשטימט פאר אים ווען זיי ווייסן ווען פון די סקאנדאלן וואס די מידיא האט באהאלטן!
📎 photo_2020-11-24_14-58-35.jpg

תרמב » דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 3:05 pm

· #463054
מען האט זיך יעצט איבערצייגט אז אנקעטעס זענען גארנישט ווערט, און די ברענגסט פרישע אנקעטעס?

מנחם ציון » דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 5:15 pm

· #463059
קוויטעל
מה בכך
טורנהיים האט נאך עפעס צו זאגן


ער זעהט...
טורנהיים זאגט, אז ער זעט עס קלאר אין חומש'ל...
פרעג איך עהם; ווען דו בעקסט ארויס פון דיין דרייוו'וועי קוקסטו אויך אין חומש? אדער דעמאלטס קוקסטו יא אין שפיגל...

[קרעדיט; מנשה לוסטיג]

[קרעדיט: קוויטעל\מנשה לוסטיג]

מה בכך » דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 7:52 pm

· #463063
תרמב
מען האט זיך יעצט איבערצייגט אז אנקעטעס זענען גארנישט ווערט, און די ברענגסט פרישע אנקעטעס?

אשמני בגדני גזלני ... וואס נאך ?

מה בכך » דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 7:54 pm

· #463065
סידני פאעל אין אן אינטערוויא זאגט אז איר קעיס אין דשארדשיע וועט מעגליך ווערן רעפריזעטירט פארן קארט אויף מארגן

מה בכך » דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 8:05 pm

· #463068
פרישע אויפדעקונג אין דזשארדזשיע צייגט אז טויזענטער בעלאטן זענען רעגיסטרירט געווארן מיט אדרעסן פון פאסט לאקאציעס א שטייגער ווי UPS, און USPS, וואס דאס איז אומלעגאל.
📎 photo_2020-11-24_20-04-32.jpg

מה בכך » דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 8:06 pm

· #463069
ברעקינג!

די לעגיסלעיטער'ס פון אריזאונע מישיגען און פענסעלוועניע גייען אפהאלטן פאבליק היערינגס איבער די וואלן.
📎 photo_2020-11-24_20-06-03.jpg

מה בכך » דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 8:07 pm

· #463070
מה בכך
ברעקינג!

די לעגיסלעיטער'ס פון אריזאונע מישיגען און פענסעלוועניע גייען אפהאלטן פאבליק היערינגס איבער די וואלן.
📎 photo_2020-11-24_20-06-40.jpg

מה בכך » דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 8:08 pm

· #463071
א גרופע אין וויסקאנסין האט געפיילט אן עמערדזשענסי פעטישאן אין די סטעיט סופרים קארט זאגנדיג אז זיי האבן אידענטעפעצירט 150,000 פאטענציאלע פראד בעלאטן.
📎 photo_2020-11-24_20-07-46.jpg

מה בכך » דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 11:25 pm

· #463085
פרעזידענט טראמפ ערווארטעט צו געבן א פארדאן פארן געוועזענע סעקרעטערי אף סטעיטס מייקל פלין

מה בכך » דינסטאג נאוועמבער 24, 2020 11:27 pm

· #463086
א געריכט אין נעוואדע האט אנגענומען צו אויסהערן די קלאגעס פון די טראמפ קאמפיין איבער וואטער פראד.
📎 photo_2020-11-24_23-26-24.jpg

מה בכך » מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 8:12 pm

· #463127
ברעיקינג:

טראמפ האט פארדאנירט גענעראל מייקל פלין.

אינגערמאנטשיקל » מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 8:18 pm

· #463136
מה בכך
ברעיקינג:

טראמפ האט פארדאנירט גענעראל מייקל פלין.

גירא בעיני דשיטנא. אבער לאמיר נישט פארדרייען די אשכול.

מה בכך » מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 10:36 pm

· #463142
אינגערמאנטשיקל
מה בכך
ברעיקינג:

טראמפ האט פארדאנירט גענעראל מייקל פלין.

גירא בעיני דשיטנא. אבער לאמיר נישט פארדרייען די אשכול.

גערעכט, העלעך וויסן פאר נעקסטיים

וואס איז געבליבן מיט די דריי שעה'דיגע קאורט און פילאדעלפיע ?

מה בכך » פרייטאג נאוועמבער 27, 2020 3:54 pm

· #463312
דער סטעיט סענעטאר פון פענסעלוועניע וועלכער האט אנגעפירט מיטן היערינג האט געמאלדן אז די לעגיסלעיטער'ס גייען דורך פירן א רעזולוציע וואס גייט זיי געבן די מאכט צו באשטימען פאר וועם די עלעקטארל קאלעדזש שטומען פון פענסעלוועיניע זאל גיין.

מה בכך » זונטאג נאוועמבער 29, 2020 5:06 pm

· #463364
א געריכט אין דזשארדזשיע האט ארויסגעגעבן אן אורטייל אז די מאשינען וועלכע זענען געניצט געווארן אין די וואלן טאר נישט פארמעקט ווערן נאך וואס סידני פאועל האט אריינגעגעבן א פארלאנג צו קענען איבערקוקן די מאשינען.
📎 photo_2020-11-29_17-03-45.jpg

מה בכך » זונטאג נאוועמבער 29, 2020 5:07 pm

· #463365
די ריקאונט אין וויסקאנסין וואס די טראמפ קאמפיין האט פארלאנגט און געצאלט אן אסטראנאמישע סומע פאר א ריקאונט אין צוויי גרויסע קאונטיס, איז אפציעל פארטיג, און האט צוגעלייגט 87 שטימען פאר ביידען.

מה בכך » זונטאג נאוועמבער 29, 2020 7:56 pm

· #463369
לין וואד זאגט אין א טוויט אז די ריכטער האט צוריקגעצויגן פון דעם פסק.
📎 photo_2020-11-29_19-53-58.jpg

מה בכך » זונטאג נאוועמבער 29, 2020 7:57 pm

· #463370
טראמפ קאמפיין לויער דזשענע עליס האט ארויסגעלייגט דעם פאלגענדן סטעיטמענט איבער די וויסקאנסין ריקאונט.
📎 photo_2020-11-29_19-56-44.jpg

מה בכך » מאנטאג נאוועמבער 30, 2020 2:14 am

· #463385
און צום דריטן מאל!

דער ריכטער האט נארוואס צוריקגעצויגן פונעם צווייטן פסק, און ווידעראמאל פארבאטן צו פארמעקן אינפארמאציע פון די דאמיניען מאשינען.
📎 photo_2020-11-30_00-22-39.jpg

מה בכך » מאנטאג נאוועמבער 30, 2020 6:36 pm

· #463426
טראמפ קאמפיין לויער דזשענע עליס אין א טוויט נאך וואס אריזאונע האט סערטעפייד זייערע שטומען פאר די ארטיגע געווינער דזשאו ביידען.

דאס איז אין די צייט וואס א היערינג קומט יעצט פאר מיט די אריזאונע לעגיסלעיטער'ס איבער וואל פעלטשונגען.
📎 photo_2020-11-30_18-35-28.jpg

מה בכך » מאנטאג נאוועמבער 30, 2020 10:57 pm

· #463443
אין א געווינס פאר די רעפאבליקאנע פארטיי האט א ריכטער נאכגעגעבן א פארלאנג פון אן אנקלאגע אין אריזאונע צו קענען איבערקוקן א צאל מעיל-אין בעלאטן ענוועלאופס און זייערע חתימות, ווי אויך געוויסע דאפעלטע בעלאטן.
📎 photo_2020-11-30_22-52-45.jpg

מה בכך » דינסטאג דעצעמבער 1, 2020 2:47 am

· #463446
פרעזידענט טראמפ אין א טוויט זאגט אז א ריכטער אין נעוואדע האט פארארדענט אן איבערזיכט אויף די עלקשן עקוויפטמענט געניצט ביי די וואלן.
📎 photo_2020-12-01_02-47-23.jpg

אישתישבי » דינסטאג דעצעמבער 1, 2020 9:07 am

· #463456
די מער מען זעהט וואס קומט פאר, קען מען ארויסציען איין מסקנא: איך ווייס נאך נישט אױב דא איז געוועהן וואוטער פראוד אדער נישט, אבער די לינקע און אסאך רעכטע האבן אזוי פיינט טראמפ, אז אסאך האלטן אז עס איז כדאי צו מאכן אביסעל פראוד כדי אים צו באזייטיגן, און אפילו אויב נישט לכתחילה, עכ"פ בדיעבד האלטען א פארמאכטע אויג אויף וואס איז געוועהן.

ווען טראמפ האט געוואונען דאס ערשטע מאל, האבן זיי זיך בכלל נישט געפוילעצט, נאר געמאכט אינוועסטיגאציע אױב רוסלאנד האט געהאט א שייכות, און געהאלטן פאר זיכער אז ער האט נאר געוואונען דורך רוסלאנד, און געהאלטן אז מען דארף נאר אויפווייזן אז טראמפ האט געהאט שייכות מיט רוסלאַנד.... געענדיגט האט זיך עס מיט א גרויסע פארץ, אבער דאס מאל ווען עס זענען דא פלענטי אנצייגן אז עפעס האט דא פאסירט נישט נארמאל איז די עף.בי.איי. שטיל, און אפילו דער יוסטיץ דעפט. שטיל, פאר איין סיבה - דער שנאת הטראמפ פון אנדערע אין מאכט איז גאר גרויס.

און דאס איז אין דער פרייער אמעריקא.

קוויטעל » דינסטאג דעצעמבער 1, 2020 10:10 am

· #463460
טראמפ זאגט, אז פארדעם מאמענט איז ער בכלל געלאפן

מה בכך » דינסטאג דעצעמבער 1, 2020 3:11 pm

· #463472
די טראמפ קאמפיין האט געפיילט א פרישע אנקלאגע אין די וויסקאנסין סופרים קארט.
📎 photo_2020-12-01_15-10-46.jpg

מה בכך » דינסטאג דעצעמבער 1, 2020 3:12 pm

· #463473
אטורני דזשענערעל באר: עס איז נישט דא קיין באווייזן אויף וואל פעלטשונגען גענוג צו טוישן די וואל אויסגאנג!
📎 photo_2020-12-01_15-11-48.jpg

מה בכך » דינסטאג דעצעמבער 1, 2020 3:13 pm

· #463474
מה בכך
אטורני דזשענערעל באר: עס איז נישט דא קיין באווייזן אויף וואל פעלטשונגען גענוג צו טוישן די וואל אויסגאנג!

טיפיקל ער זאל ווערן ווערן געפייערט און די קומענדיגע פאר טעג... 😂 😂

מה בכך » דינסטאג דעצעמבער 1, 2020 3:14 pm

· #463475
טראמפ קאמפיין סטעיטמענט איבער באר'ס קאמענטארן.
📎 photo_2020-12-01_15-14-19.jpg

אישתישבי » דינסטאג דעצעמבער 1, 2020 3:18 pm

· #463477


“To date, we have not seen fraud on a scale that could have affected a different outcome in the election,” Barr told the AP.


מיינט ער צו זאגן דערווייל.

ער האט שוין אויך גענוג געהאט פין טראמפ.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7