☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קען נאך טראמפ געווינען?

קען נאך טראמפ געווינען?

303 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14327
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

חתן בחור » דאנערשטאג יאנואר 7, 2021 9:54 am

· #465260
Re: קען נאך טראמפ געווינען?
קוויטעל
כ'וויל פשוט ארויסזאגן מיין אנטוישונג;
פענס וואס איז אנגעקומען אהין 'נאר' פונעם פרייע בחירה פון טראמפ, האט בוגד געווען אין עהם. אבער טעד קרוז, וואס איז פיר יאר צוריק געווען ללעג ולקלס פון טראמפ, ביים זיך אנפערן אויפ'ן פאדיום - ער שטייט עהם צו די רעכטע האנט??? אתמהה
ס׳דא וואס זאגן אז פּענס פלאנט צו לויפן אין 2024 און ממילא פרובירט זיך אהערצושטעלן ווי א מעסיגער.

קורקלענד » דאנערשטאג יאנואר 7, 2021 10:00 am

· #465261
אויב האט ער נישט טראמפּ'ס שטיצע האט ער נישט וואס צו לויפן.

הוגה » דאנערשטאג יאנואר 7, 2021 10:34 am

· #465262
קורקלענד
ס'נישט נאר כלל ישראל ס'איז אמווייניגסטנס פיר און זיבעציג מיליאן וויילער. אדער רוב רבו פון אמעריקאנער בירגער. פון וועם מ'האט בשט נפש גע'גנב'ט און זיי פרובירן עס צו ראטעווען.


פארוואס ביסטו אזוי קאנפידענט אז ער האט נאך יעצט 74 מיליאן שטיצער? נאוועמבער 3 האט ער געהאט, דאס איז אלעס וואס מיר ווייסן. אויך ווייסן מיר אז ער האט מאנטאג געהאט 50 טויזנט שטיצער ביי די ראלי אין דזשארדזשיע, נאך א מיליאן (צו וויפיל עס זענען געווען) ביי די ראלי אין וואשינגטאן און נאך עטליכע צענדליגע טויזנט ביי די פראטעסטן אין די אנדערע שטאטן. דאס איז אלעס וואס מען קען וויסן אויף זיכער.

די שכל זאגט אז ווען ער לויפט ווען היינט האט ער ווייט נישט דער שטיצע, זיכער נישט ווען ער האט א שטארקע (לאו דוקא מעסיגע) רעפאבליקאנער קעגנער. רוב פון די טראמפ וואוטערס אין מיין סירקעל האבן זיך אפגעשאקלט פון אים נאך זיין בעיבישע אויפפירונג די לעצטע פאר וואכן, איינער פריער און איינער שפעטער. די פאר פארבליבענע הארד-קאר חברה האבן נעכטן נאכמיטאג אוועקגעווארפן די מאגא היטלעך. איך קען יעצט אויף איין האנט ציילן מענטשן ארום מיר וואס שטיצן אים נאכאלץ. מיט דיר איז א סך הכל פון זעקס.

די סברא זאגט אז איבערן לאנד האט ער זיך אויך אפגעפארטיגט מיט די נעכטיגע פרשה. פאליטישאנס זענען נישט סואיסיידעל, זיי ווילן געווינען און געווענטליך ווייסן רוב פון זיי וואס זיי דארפן טון צו באקומען מער וואוטס.

קען א רעפאבליקאנער געווינען אן שטיצע פון טראמפ? כ'בין נישט זיכער. אבער ס'זעהט אויס אז זיי ווייסן אז זייערע שאנסן זענען היינט גרעסער צו געווינען אן אים ווי מיט אים.


.

קורקלענד » דאנערשטאג יאנואר 7, 2021 10:40 am

· #465263
'זיי' ווייסן. 'זיי' האבן אויך געוויסט אז טראמפּ קען נישט געווינען. 'זיי' האבן אויך געוויסט אז טראמפּ גייט זיך צוגרינד לייגן. 'זיי' האבן נישט גערעכנט אז ער וועט האבן צום צווייטן טערמין אמווייניגסטנס פופצן מיליאן מער וויילער ווי די ערשטע מאל!

הוגה קען יעצט זאגן אז ער האט פארלוירן שטיצע. ווייל יעצט איז נישט דא קיין וויילן ממילא קען מען עס נישט אויפווייזן. אבער ווען מ'האט יא געקענט זעהן די מציאות איז עס געווען אז 'זיי' ווייסן גארנישט.

הוגה איז נישט געווען מיט איהם נאָוו 3, און ער איז ווייטער נישט.

בת קול » דאנערשטאג יאנואר 7, 2021 11:26 am

· #465264
קורקלענד
ס'נישט נאר כלל ישראל ס'איז אמווייניגסטנס פיר און זיבעציג מיליאן וויילער. אדער רוב רבו פון אמעריקאנער בירגער. פון וועם מ'האט בשט נפש גע'גנב'ט און זיי פרובירן עס צו ראטעווען.


אינטערעסאנט וויאזוי מען פארגעסט אלעמאל פון די 81,000,000 וויילער וואס האבן געוועלט אז זיי ווילן אים ארויס.
ער האט טאקע באקומען 74,000,000 שטימען, אבער רוב האלטן זיי האבן פארלוירן.

בת קול » דאנערשטאג יאנואר 7, 2021 11:28 am

· #465265
קורקלענד
אויב האט ער נישט טראמפּ'ס שטיצע האט ער נישט וואס צו לויפן.



טראמפס שטיצע איז א liability היינט.
טראמפ אליינס וועט שוין נישט קענען לויפן נאכאמאל.
נאך די נעכטיגע פיאסקא גייען די רעפאבליקאנער נישט גלייבן פאר א מינוט אז ער קען זיי געבן די עלעקשאן.

הוגה » דאנערשטאג יאנואר 7, 2021 12:08 pm

· #465268
קורקלענד
'זיי' ווייסן. 'זיי' האבן אויך געוויסט אז טראמפּ קען נישט געווינען. '


קאם אן. יעצט ביסטו נישט אויפריכטיג. כ'האב געמיינט אז דו ביסט בעסער ווי די טראמפ שטיצער וואס די מינוט איינער זאגט איין האלבע קרומע ווארט אויף טראמפ איז ער פלוצלינג אלעמאל געווען א לוזער, שלעכטע וכולי. אנדערש ווי מיך, 'זיי' האבן געשטיצט טראמפ צוזאמען מיט די 74 מיליאן מענטשן אויף נאוועמבער 3 ,אבער יעצט שטיצן זיי אים מער נישט. איז וואס גייסטו מיר זאגן? אז ביז נאוועמבער 3 זענען זיי געווען וואויל, קלוג, נארמאל וכולי און יעצט זענען זיי פארגארנישט געווארן העיטערס?

איך זאג נישט אז טראמפ האט שוין נישט קיין שטיצע בכלל, אבער די סברא, און אויך אנעקדאטאל עווידענס, זאגט אז עס איז גאר ווייט פון 74 מיליאן. אדרבא, צייג מיר אויף וואס דיין הנחה איז באזירט?



.

קורקלענד » דאנערשטאג יאנואר 7, 2021 12:27 pm

· #465269
בת קול
קורקלענד
ס'נישט נאר כלל ישראל ס'איז אמווייניגסטנס פיר און זיבעציג מיליאן וויילער. אדער רוב רבו פון אמעריקאנער בירגער. פון וועם מ'האט בשט נפש גע'גנב'ט און זיי פרובירן עס צו ראטעווען.


אינטערעסאנט וויאזוי מען פארגעסט אלעמאל פון די 81,000,000 וויילער וואס האבן געוועלט אז זיי ווילן אים ארויס.
ער האט טאקע באקומען 74,000,000 שטימען, אבער רוב האלטן זיי האבן פארלוירן.

בּעלאָטס זענען נישט קיין וויילער און נישט קיין שטימעס.

קורקלענד » דאנערשטאג יאנואר 7, 2021 12:29 pm

· #465270
בת קול
קורקלענד
אויב האט ער נישט טראמפּ'ס שטיצע האט ער נישט וואס צו לויפן.



טראמפס שטיצע איז א liability היינט.
טראמפ אליינס וועט שוין נישט קענען לויפן נאכאמאל.
נאך די נעכטיגע פיאסקא גייען די רעפאבליקאנער נישט גלייבן פאר א מינוט אז ער קען זיי געבן די עלעקשאן.

שרייסט שוין אזוי פאר כמעט פינף יאר, און דערווייל האט ער זיך נאר געבויט. פארוואס מיינטס'טו אז יעצט ביסטו גערעכט?

קורקלענד » דאנערשטאג יאנואר 7, 2021 12:30 pm

· #465271
הוגה
קורקלענד
'זיי' ווייסן. 'זיי' האבן אויך געוויסט אז טראמפּ קען נישט געווינען. '


קאם אן. יעצט ביסטו נישט אויפריכטיג. כ'האב געמיינט אז דו ביסט בעסער ווי די טראמפ שטיצער וואס די מינוט איינער זאגט איין האלבע קרומע ווארט אויף טראמפ איז ער פלוצלינג אלעמאל געווען א לוזער, שלעכטע וכולי. אנדערש ווי מיך, 'זיי' האבן געשטיצט טראמפ צוזאמען מיט די 74 מיליאן מענטשן אויף נאוועמבער 3 ,אבער יעצט שטיצן זיי אים מער נישט. איז וואס גייסטו מיר זאגן? אז ביז נאוועמבער 3 זענען זיי געווען וואויל, קלוג, נארמאל וכולי און יעצט זענען זיי פארגארנישט געווארן העיטערס?

איך זאג נישט אז טראמפ האט שוין נישט קיין שטיצע בכלל, אבער די סברא, און אויך אנעקדאטאל עווידענס, זאגט אז עס איז גאר ווייט פון 74 מיליאן. אדרבא, צייג מיר אויף וואס דיין הנחה איז באזירט?



.

מיין הנחה איז באזירט אויף אזעלכע ווי אייך וואס זינגען שוין די ניגון באלד פינעף יאר אן ערפאלג.

הוגה » דאנערשטאג יאנואר 7, 2021 12:42 pm

· #465272
איך גיי נישט וועיסטען מיין צייט אויף דמיונות און איך גיי אויך נישט אפווארפן דיינע פאלשע פערזענליכע אקיוזעישאנס.

בת קול » דאנערשטאג יאנואר 7, 2021 12:55 pm

· #465274
קורקלענד
בת קול
קורקלענד
אויב האט ער נישט טראמפּ'ס שטיצע האט ער נישט וואס צו לויפן.



טראמפס שטיצע איז א liability היינט.
טראמפ אליינס וועט שוין נישט קענען לויפן נאכאמאל.
נאך די נעכטיגע פיאסקא גייען די רעפאבליקאנער נישט גלייבן פאר א מינוט אז ער קען זיי געבן די עלעקשאן.

שרייסט שוין אזוי פאר כמעט פינף יאר, און דערווייל האט ער זיך נאר געבויט. פארוואס מיינטס'טו אז יעצט ביסטו גערעכט?



ווייל ער האט זיי פארלוירן די עלעקשאן, און ביידע הייזער.
נאך רעפאבליקאנער האבן זיך נעכטן אפגעשאקלט פון אים.
7 רעזיגנאציעס פונעם ווייסן הויז און עס וועט קומען נאך.
ווען די עלעקשאן איז היינט, פארלירט ער נאך גרעסער.

איך גיי זיך נישט טענען מיט דיר ווייל דו בוסט אויף די פאלשע אפיניען אז עס איז דא געווען גרויס פרוד, און קיין איין פרוף גייט נישט טוישן דיין מיינד.
Who needs proof when you can get away with bluff...

מפיל קינד » דאנערשטאג יאנואר 7, 2021 1:14 pm

· #465275
פענס קען סייווי נישט געווינען קיין עלעקשאן, נאר דורכ'ן טראמפ באן. פענס איז טרוקן ווי א זית און ביטער ווי מרור. קיין שום חיות נישט. ער קען נישט קאמפיינען אויף א רעפובליקאנער טיקעט.

אויב באקומט ער הילף פון טראמפ קען ער מעגליך רייטן אויף טראמפ'ס באזע, אבער נאר אויב טראמפ וועט טאקע העפטיג קאמפיינען פאר אים. אבער מיט דעם אלעם געב איך אים גאר ווייניג שאנסן.

טעד קרוז האט לעת עתה די גרעסטע שאנס צו זיין דער נעקסטער רעפובליקען פרעזידענט, ער איז א געלונגענער פאליטיקאנט, האט וואס צו פארקויפן, און האט אויך טראמפ צו די האנט.

קיינער גייט נישט שטימען פארן דעמאקראט נאר ווייל טראמפ שטיצט דעם רעפובליקען קאנדידאט, אבער גענוג טראמפיסטן וועלן נישט שטימען בכלל אויב טראמפ איז אין קאמף מיטן נאמינירטן.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יאנואר 7, 2021 2:34 pm

· #465279
איך מיין אז אפילו אויב ס'געווען וואל פעלשערייען האט טראמפ אויך געדארפט צו פארלירן, ס'דא זייער ווייניג מענטשן וואס וואלטן געוועלט פאר טראמפ ווען זיי ווייסן ווען פון פריער אז ער גייט דאס טוהן אויב ער פארלירט...

לייבל שטילער » דאנערשטאג יאנואר 7, 2021 3:01 pm

· #465280
בחירה בטעות לאו בחירה היא.....

קורקלענד » דאנערשטאג יאנואר 7, 2021 3:03 pm

· #465281
רביה''ק זי''ע
איך מיין אז אפילו אויב ס'געווען וואל פעלשערייען האט טראמפ אויך געדארפט צו פארלירן, ס'דא זייער ווייניג מענטשן וואס וואלטן געוועלט פאר טראמפ ווען זיי ווייסן ווען פון פריער אז ער גייט דאס טוהן אויב ער פארלירט...

וואס האט טראמפּ געטוהן וואס מאכט אייך פילן אז מענטשן וואלטן אצינד געטוישט זייער מיינונג?

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יאנואר 7, 2021 3:26 pm

· #465282
נו זאגזשע דו..

קורקלענד » דאנערשטאג יאנואר 7, 2021 3:34 pm

· #465283
איך ווייס נישט

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יאנואר 7, 2021 3:35 pm

· #465284

קוויטעל » דאנערשטאג יאנואר 7, 2021 3:51 pm

· #465286
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/465285">viewtopic.php?f=4&t=14349&p=465285#p465285</a><!-- l -->

מנחם ציון » דאנערשטאג יאנואר 7, 2021 6:46 pm

· #465299
בת קול


איך גיי זיך נישט טענען מיט דיר ווייל דו בוסט אויף די פאלשע אפיניען אז עס איז דא געווען גרויס פרוד, און קיין איין פרוף גייט נישט טוישן דיין מיינד.
Who needs proof when you can get away with bluff...

איך בין נאר נייגעריג פארוואס ביסט בכלל אריין אין א טענה'ריי אויב דו ווייסט אז קיין פרוף וועט נישט טוישן זיין מיינד, און אויב דו ווייסט אז דו טענה'ריי וועט זיך ענדיגן מיט די טענה

קורקלענד » דאנערשטאג יאנואר 7, 2021 7:57 pm

· #465301
בת קול

ווייל ער האט זיי פארלוירן די עלעקשאן, און ביידע הייזער.
נאך רעפאבליקאנער האבן זיך נעכטן אפגעשאקלט פון אים.
7 רעזיגנאציעס פונעם ווייסן הויז און עס וועט קומען נאך.
ווען די עלעקשאן איז היינט, פארלירט ער נאך גרעסער.

Who needs proof when you can get away with bluff...

ער איז נישט געלאפן פאר די 'ביידע הייזער'. די ביידע הייזער האבן ערליך פארדינט זייערע פארלוסטן, אויף ביידער זייטן.
די נאך רעפאבליקאנער וואס האבן זיך פון איהם אפגעלאזט זענען מיט איהם קיינמאל נישט געווען. נאר אויס מורא פון פאליטישע זעלבסטמארד האבן זיי איהם 'אפיציעל' געשטיצט. זיי מיינען אז יעצט קענען זיי שוין ארויסקומען אין עפענטליך קעגן איהם.
די רעזיגנאציעס זענען אויך נישט פון זיינע פריינט. די איינציגסטע רעזיגנאציע וואס איז מיר געווען א חידוש איז מיק מולוועיני. און אפי' איהם קען מען נאך פארענטפערן.
ווען די עלעקשאן איז היינט וואלט ער [פיל אריין וואס מאכט אייך פילן גוט].

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג יאנואר 7, 2021 8:11 pm

· #465303
מנחם ציון
בת קול


איך גיי זיך נישט טענען מיט דיר ווייל דו בוסט אויף די פאלשע אפיניען אז עס איז דא געווען גרויס פרוד, און קיין איין פרוף גייט נישט טוישן דיין מיינד.
Who needs proof when you can get away with bluff...

איך בין נאר נייגעריג פארוואס ביסט בכלל אריין אין א טענה'ריי אויב דו ווייסט אז קיין פרוף וועט נישט טוישן זיין מיינד, און אויב דו ווייסט אז דו טענה'ריי וועט זיך ענדיגן מיט די טענה

איזהו חכם הרואה את הנולד.

כפתור » פרייטאג יאנואר 8, 2021 12:11 am

· #465308
קורקלענד
ס'נישט נאר כלל ישראל ס'איז אמווייניגסטנס פיר און זיבעציג מיליאן וויילער. אדער רוב רבו פון אמעריקאנער בירגער. פון וועם מ'האט בשט נפש גע'גנב'ט און זיי פרובירן עס צו ראטעווען.

אינטערעסאנט אז די טראמפ שטיצער גלייבען און די 74 מיליאן נאמבער, אבער נישט און די 82M נאמבער פאר ביידען. הגם מ'האט גענוצט די זעלבע מאשינען.
איך ערווארט נישט א ראציאנאלע ענטפער

כפתור » פרייטאג יאנואר 8, 2021 12:35 am

· #465311
מנחם ציון
בת קול


איך גיי זיך נישט טענען מיט דיר ווייל דו בוסט אויף די פאלשע אפיניען אז עס איז דא געווען גרויס פרוד, און קיין איין פרוף גייט נישט טוישן דיין מיינד.
Who needs proof when you can get away with bluff...

איך בין נאר נייגעריג פארוואס ביסט בכלל אריין אין א טענה'ריי אויב דו ווייסט אז קיין פרוף וועט נישט טוישן זיין מיינד, און אויב דו ווייסט אז דו טענה'ריי וועט זיך ענדיגן מיט די טענה


גערעכט, אבער אמאל טראכט מען אפשר זאל מען פרובירן נאך איינמאל און אריינהאקן אביסל שכל, אולי ירחם און וועט ארייבלאזן א רוח ממרום און ער וועט איינזען דעם אמת. אבער נאך א קורצע טענה'ריי זעט מען אז זיי לעבן און א אנדערע ריאליטי, און ס'איז אשאדט יעדעס ווארט. פאקטן זענען שוין נישט מחייב. דאס איז אויך צו פארדאנקען פאר טראמפ. ער האט עס אנגעהויבן מיט דערקלערן פעיק ניוז פאר יעדע זאך וואס איז אים נישט געפאלן.
מ'זאגט פעיק ניוז און פוטערן עסק

קורקלענד » פרייטאג יאנואר 8, 2021 12:35 am

· #465312
די טראמפּ שטיצער גלויבן נישט די 74 מיליאן ציפערן. זיי האלטן אז ס'איז באמת געווען פיל מער.

קורקלענד » פרייטאג יאנואר 8, 2021 12:38 am

· #465313
כפתור

גערעכט, אבער אמאל טראכט מען אפשר זאל מען פרובירן נאך איינמאל און אריינהאקן אביסל שכל, אולי ירחם און וועט ארייבלאזן א רוח ממרום און ער וועט איינזען דעם אמת. אבער נאך א קורצע טענה'ריי זעט מען אז זיי לעבן און א אנדערע ריאליטי, און ס'איז אשאדט יעדעס ווארט. פאקטן זענען שוין נישט מחייב. דאס איז אויך צו פארדאנקען פאר טראמפ. ער האט עס אנגעהויבן מיט דערקלערן פעיק ניוז פאר יעדע זאך וואס איז אים נישט געפאלן.
מ'זאגט פעיק ניוז און פוטערן עסק

דער לעקציע איז וויכטיג בלויז פאר טארמפיסטן? אדער איר הערט זיך אויך אליינס אויס?
יא ביידע לעבן אין אנדערע רעאליטעטן. אבער נאר איינס איז די אמת'ע, די שאלה איז וועלכע?

מנחם ציון » פרייטאג יאנואר 8, 2021 11:24 am

· #465323
כפתור
מנחם ציון
בת קול


איך גיי זיך נישט טענען מיט דיר ווייל דו בוסט אויף די פאלשע אפיניען אז עס איז דא געווען גרויס פרוד, און קיין איין פרוף גייט נישט טוישן דיין מיינד.
Who needs proof when you can get away with bluff...

איך בין נאר נייגעריג פארוואס ביסט בכלל אריין אין א טענה'ריי אויב דו ווייסט אז קיין פרוף וועט נישט טוישן זיין מיינד, און אויב דו ווייסט אז דו טענה'ריי וועט זיך ענדיגן מיט די טענה


גערעכט, אבער אמאל טראכט מען אפשר זאל מען פרובירן נאך איינמאל און אריינהאקן אביסל שכל, אולי ירחם און וועט ארייבלאזן א רוח ממרום און ער וועט איינזען דעם אמת. אבער נאך א קורצע טענה'ריי זעט מען אז זיי לעבן און א אנדערע ריאליטי, און ס'איז אשאדט יעדעס ווארט. פאקטן זענען שוין נישט מחייב. דאס איז אויך צו פארדאנקען פאר טראמפ. ער האט עס אנגעהויבן מיט דערקלערן פעיק ניוז פאר יעדע זאך וואס איז אים נישט געפאלן.
מ'זאגט פעיק ניוז און פוטערן עסק

מאי חזית אז דו האסט די פאקטן אויף דיין זייט? ווייל דו האסט ערשט געזאגט אז דאס זענען פאקטן?
איך קען האלטן אז דאס וואס ער דערקלערט פעיק ניוז איז אין פאקט פעיק ניוז, און יעדע פעיק ניוז וואס שמעקט דיר נישט זאגסטו אז דאס איז נאר "טראמפ'ס פעיק ניוז"

דוראק » פרייטאג יאנואר 8, 2021 2:31 pm

· #465330
קורקלענד
דער לעקציע איז וויכטיג בלויז פאר טארמפיסטן? אדער איר הערט זיך אויך אליינס אויס?
יא ביידע לעבן אין אנדערע רעאליטעטן. אבער נאר איינס איז די אמת'ע, די שאלה איז וועלכע?

דאָס איז דער יסוד פון דעם גאַנצן פּראָבלעם, מ'איז אַזוי פאַרגלויבט אין פּאָליטיק, ווייס מען אַז דער אמת מוז ליגן באַ איינער פון די זײטן...

רביה''ק זי''ע » פרייטאג יאנואר 8, 2021 2:48 pm

· #465331
ס'דא גענוג שקר פאר יעדן.

קורקלענד » פרייטאג יאנואר 8, 2021 3:12 pm

· #465332
דוראק
קורקלענד
דער לעקציע איז וויכטיג בלויז פאר טארמפיסטן? אדער איר הערט זיך אויך אליינס אויס?
יא ביידע לעבן אין אנדערע רעאליטעטן. אבער נאר איינס איז די אמת'ע, די שאלה איז וועלכע?

דאָס איז דער יסוד פון דעם גאַנצן פּראָבלעם, מ'איז אַזוי פאַרגלויבט אין פּאָליטיק, ווייס מען אַז דער אמת מוז ליגן באַ איינער פון די זײטן...

עס זענען דא מער ווי צוויי זייטן. און מיין זייט איז נישט די רעפאבליקאנער זייט.

קוויטעל » זונטאג יאנואר 10, 2021 1:04 am

· #465362
איינס פון די קלארסטע באריכטן, קענט איר הערן אין דעם אינטערוויו
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=XPOPEOvASbs">https://www.youtube.com/watch?v=XPOPEOvASbs</a>

אונטער חכם » זונטאג יאנואר 10, 2021 7:29 pm

· #465432
Re: קען נאך טראמפ געווינען?
קורקלענד
די טראמפּ שטיצער גלויבן נישט די 74 מיליאן ציפערן. זיי האלטן אז ס'איז באמת געווען פיל מער.
איך ווייס שוין וואס די טראמפ שטיצער האלטן, איך בין נאר נייגעריג וואס האלטסטו? און אויף וואס דו בויעסט דיין זיכערקייט אין דיינע פאקטן.

קורקלענד » זונטאג יאנואר 10, 2021 7:53 pm

· #465433
אונטער חכם
קורקלענד
די טראמפּ שטיצער גלויבן נישט די 74 מיליאן ציפערן. זיי האלטן אז ס'איז באמת געווען פיל מער.
איך ווייס שוין וואס די טראמפ שטיצער האלטן, איך בין נאר נייגעריג וואס האלטסטו? און אויף וואס דו בויעסט דיין זיכערקייט אין דיינע פאקטן.


איינס.

און נאך איינס.

ווען איר זענט פארטיג מיט דעם וועט מען ברענגן פרישע.

אויף ווי ווייט די באווייזן גייען זענען אפאר זאכן קלאר. איינס, אז ס'איז דא גענוג שטארקע שאלות וואס וואלטן געדארפט פארענטפערט ווערן. צווייטנס, ס'וואלט איהם געמעגט קריגן א טאג אין געריכט פארצולייגן זיינע טענות.

די פארט אז די געריכטן האבן ארויסגעווארפן זיינע קלאגעס אן אפי' הערן וואס ער האט צו זאגן צייגט אז ער האט געהאט א שאנס עס צו מאכן. ווייל ווען ער האט ווען נישט קיין לעגיטימע טשעלענדזש וואלטן זיי איהם זיכער געגעבן זיין טאג אין געריכט!

קוויטעל » מאנטאג יאנואר 11, 2021 12:06 am

· #465462
ס'קאכט זיך א טעפל אין אמעריקא, און וואשינגטאן באבעלט...
הנה ימים באים... די לופט שמעקט פון פילווער....
רבותי גרייט אייך אן די נויטיגע כלים ומצרכים, ווייל ס'גייט באסטן!!!

מה בכך » מאנטאג יאנואר 11, 2021 2:30 am

· #465475
קאמעראד נעסטי פעלאסי אין א פרישע בריוו צו אירע דעמאקראטישע קאלעגעס שטעלט א דעדליין ביז פיר און צוואנציג שעה דארף מייק פענס אינוואוקן די פינעף און צוואנציגסטע אמענדמענט, אז נישט הייבט זיך אן די צווייטע אימפיטשמענט צירקוס אין קאנגרעס, ווייניגער ווי צוויי וואכן פאר טראמפ גייט אפציעל.

לחיים
📎 photo_2021-01-11_02-29-06.jpg

קוויטעל » מאנטאג יאנואר 11, 2021 7:28 pm

· #465516
<a class="postlink" href="https://rudygiulianics.com/2021/01/11/what-really-happened-on-january-6th/">https://rudygiulianics.com/2021/01/11/w ... nuary-6th/</a>

רודי גוליאני מיט קאמאן סענס

א חסיד פון ווילנא » מאנטאג יאנואר 11, 2021 11:03 pm

· #465521
Re: קען נאך טראמפ געווינען?
יוטוב האט עס אראפגענומען

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

קוויטעל » דינסטאג יאנואר 12, 2021 1:54 am

· #465524
רבותי ס'לעבעדיג אין לאנד... ס'באבעלט שוין אויף הויעכע נומערן..

תרמב » דאנערשטאג יאנואר 14, 2021 5:20 pm

· #465606
ס’גייט ארום א שמועה אז טראמפ גייט באפרייען שלום ווייס היינט נאכט.

א חסיד פון ווילנא » דאנערשטאג יאנואר 14, 2021 7:10 pm

· #465612
Re: קען נאך טראמפ געווינען?
תרמב
ס’גייט ארום א שמועה אז טראמפ גייט באפרייען שלום ווייס היינט נאכט.
איך הער מ׳ האט געבעטן אז עס איז השתיקה יפה להן

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

קוויטעל » דאנערשטאג יאנואר 14, 2021 9:38 pm

· #465618
<a class="postlink" href="https://rumble.com/vcrzrr-january-6th-another-frame-up-rudy-giuliani-ep.-102.html">https://rumble.com/vcrzrr-january-6th-a ... .-102.html</a>
דזשוליאני'ס ווארט אין דעטאלן
- אויב איר זענט נייגעריג, [ווייל ס'ווערט נישט ארויפגעלאזט אויף סאשל מידיע]

קוויטעל » מאנטאג יאנואר 18, 2021 3:38 pm

· #465733
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/1B7JFKOAwF4QiY6teS3EzTM1lGjbhz1Ze/view?fbclid=IwAR3r2ixRPeCuGN7FK--tS2aQzvZq1_1Qi7fVXB1yeY2V5EsuKZEsepNVm84">https://drive.google.com/file/d/1B7JFKO ... ZEsepNVm84</a>

ער איז געבלאקט אויף סאשל מידיע

אינגערמאנטשיקל » מיטוואך יאנואר 20, 2021 1:23 pm

· #465840
צ/ק: ניין.

שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 20, 2021 11:33 pm

· #465861
צ/ק (קרעדיט אייוועלט)
יא. אויב ער שפילט ראממי מיט זיין רעבעצין און ער געווינט די געים.

#קארני

יין שרף » דאנערשטאג יאנואר 21, 2021 12:27 am

· #465863
שמעקעדיג
צ/ק (קרעדיט אייוועלט)
יא. אויב ער שפילט ראממי מיט זיין רעבעצין און ער געווינט די געים.

#קארני

דערוואגן זאל זיך זיין ווייב צו געוואונען...
#נישט קארני

אונטער חכם » מאנטאג יאנואר 25, 2021 12:34 pm

· #466019
Re: קען נאך טראמפ געווינען?
טייערע אידן, האלט אייך שטארק, עס איז געווען א בירור אחר בירור אחר בירור, און מיר האבן זיך געהאלטן שטארק, יעצט איז שוין דער בירור האחרון, א שאד צו פארפאלן ווערן אין די לעצטע מינוט.
<a class="postlink" href="https://youtu.be/4_um0jMBv9o?t=420">https://youtu.be/4_um0jMBv9o?t=420</a>

קוויטעל » דינסטאג יאנואר 26, 2021 3:04 am

· #466068
איז אמת אז טראמפ וויל יעצט לויפן פאר סענאט?

אלע צוזאמען » דינסטאג יאנואר 26, 2021 7:49 am

· #466073
לבי ובשרי
מענין לענין, איז אמת אז אויב טראמפ גייט ארויס פון ווייסן הויז בקרוב וועט ער זיך גט'ן פון זיין אשת חיל?
אזוי האב איך געזען באריכטעט פון פארשידענע נייעס קוועלער

מ'האט געזאגט די זעלבע זאך אויף 'אבאמא' ווען ער האט פארלאזט 'וואשינגטאן'

הוגה » דינסטאג יאנואר 26, 2021 9:14 am

· #466080
קוויטעל
איז אמת אז טראמפ וויל יעצט לויפן פאר סענאט?


יא. Qanon זאגט אזוי.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7