☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קען נאך טראמפ געווינען?

קען נאך טראמפ געווינען?

303 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14327
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

גאנצל » מיטוואך נאוועמבער 11, 2020 1:01 pm

· #462444
מיט דעם בין איך מיט @אנאנים ממש אנבעליוועבעל ווי דער עולם דמיונט אריין אויף טויזנט

נאך מער מ'האלט שוין א וואך נאך די עלעקשאנס דער האט נאך נישט געברענגט צום טיש גארנישט ביידן איז גענוג באקוועים פאראויס און נאך אלס דמיונט מען

איך מיין דו האלטסט טאקע אז די קאורט גייט פאר נאו גוד ריזען פסלען 40000 וואויטס אין פענסעלוועיניע ?

עניוועי

אבער די גוטע צייטן אין אמעירטשקא איז פאראיבער

קוויטעל » מיטוואך נאוועמבער 11, 2020 1:17 pm

· #462448
גאנצל
מיט דעם בין איך מיט @אנאנים ממש אנבעליוועבעל ווי דער עולם דמיונט אריין אויף טויזנט

נאך מער מ'האלט שוין א וואך נאך די עלעקשאנס דער האט נאך נישט געברענגט צום טיש גארנישט ביידן איז גענוג באקוועים פאראויס און נאך אלס דמיונט מען

איך מיין דו האלטסט טאקע אז די קאורט גייט פאר נאו גוד ריזען פסלען 40000 וואויטס אין פענסעלוועיניע ?

עניוועי

אבער די גוטע צייטן אין אמעירטשקא איז פאראיבער

איר קענט דעם ענגלישער אויסדרוק;
I guess you fishing at the wrong pond

אוודאי אז דו הערסט קול מבשר, וואס זאגט נאך וואס cnn וכדומה זאגט, און פארשלייערן די אמת'ע פאקטן און אקטיוויטעטן פון די קאורט און אפישעלס, האט עס אזא סך הכול ווי דו שרייבסט.

האסט געמיינט אז ספרים סטאר פארקויפט מען פלייש? מה למידיע ולפסק הלכה? וואס קען די מידיע אויספירן אויסער באשמוצן און 'דעקן' באדעקן פארדעקן...

זיי מוחל, שרייב דיך איין ביי די עסקנים אינערהאלב די רעכטע לאגער, וועסטו זען וואס ס'טוט זיך אלץ אינעם בינענשטאק אין וואשינגטאן.

📎 124582313_10158998851597363_7846549969204012007_o.jpg

📎 125207202_10221059763658080_4246084255586666743_n.jpg

מנחם ציון » זונטאג נאוועמבער 15, 2020 6:49 pm

· #462599
c\p kol haolam

WASHINGTON: Bombshell claim: Trump lawyers say Dominion voting software was "designed" to let officials see results thru a backdoor and change as needed. They promise proof later this week.

אינגערמאנטשיקל » זונטאג נאוועמבער 15, 2020 7:22 pm

· #462602
די קלעים סאונד טו גוד טו בי טרו.

אויב אבער די טראמפ טיעם האט טאקע ערנסטע עווידענס אויף זייער קלעים, האט דער טראמפ מזל ווי א גוי.

קאצקע ציקער » זונטאג נאוועמבער 15, 2020 7:28 pm

· #462603
אינגערמאנטשיקל
די קלעים סאונד טו גוד טו בי טרו.

אויב אבער די טראמפ טיעם האט טאקע ערנסטע עווידענס אויף זייער קלעים, האט דער טראמפ מזל ווי א גוי.

בעסער געזאגט מזל ווי טראמפ...

קורקלענד » זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:35 pm

· #462605
זיי אלע שרייען אז די וואך איז די וואך! לאמיר זעהן צו ער האט וואס צו דעליווערן.

ביבער » מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 12:42 am

· #462614
תלמדני הקאנסטיטושאן על רגל אחת? אמר לו: עיין ב'טוויט זה פונעם פרעזידענט מיטן הגה פונעם דזשעק דארסי.
א שיינקייט פון א טוויט. און אלעס ליגט דא און דעי צוויי שורות. פונעם דעקלעראציע ביזן לעצטן עקזעקוטיוו ארדער. פון די פעדעראלע פאפירן ביז די ליבעראלע עדיטאריעלס. פון פאליטיקל פילאזאפיע ביז פסיכאלאגיע, סאצאילאגיע און עקאנאמיע. הפך בה והפך בה דכולה בה.

איך רעד אפגעזעהן וואס עס גייט זיך ענדיגן יעצט. די עצם טוויט פאר זיך, מיטן הגה, איז א זעלטענהייט פאר די בריאה אנושית ואשרינו שזכינו לכך.
📎 Capture.JPG

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 2:41 am

· #462618
די הגה קריגט מיט דיין חתימה....

מפיל קינד » מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 9:59 am

· #462630
[ציטאט אראפגענומען]

טאקע ווייטאגליך, ווענד זיך פאר וועם...

ביבער » מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 10:00 am

· #462631
שמעקעדיג
די הגה קריגט מיט דיין חתימה....

נישט ממש. די קאנסטיטושן איז מחייב נאר גאווערמענט. דעס אז דער בעל הטוויט איז יעצט דער פרעזידענט און ער קען נישט אריינרעדן אין א א פרייוועט קאמפעניס דעסיזשענס איז פרידאם אוו ספיטש כפשוטו.

איך מעג פערזענליך דיסאגריען מיט טוויטער און ווען דאס געשעהט קען מיר קיינער נישט צוואונגן צו גיין אויף טוויטער. דעס איז אויך פרידאם אוו ספיטש.

אישתישבי » מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 3:50 pm

· #462649
לדעתי וואלט טוויטער נישט געטארט קאנטראלירן וואס איז אמת און וואס איז נישט.

און טאקע מהאי טעמא, פרידאם אוו ספיטש.

טוויטער וואלט נאר געמעגט און געמוזט מעקען ווען עס איז נוגע טעראר.

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 4:07 pm

· #462652
און למשל האלאקאוסט לייקענער איז אויך אין דעם כלל?

ביבער » מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 8:34 pm

· #462670
אישתישבי
לדעתי וואלט טוויטער נישט געטארט קאנטראלירן וואס איז אמת און וואס איז נישט.

און טאקע מהאי טעמא, פרידאם אוו ספיטש.

טוויטער וואלט נאר געמעגט און געמוזט מעקען ווען עס איז נוגע טעראר.


לא זכיתי להבין. ביי דעפינישן איז נישט שייך קיין פרידאם אוו ספיטש ביי פרייוועט קאמפעניס. אדרבה, די רגע וואס גאווערמענט טיילט אים איין וואס יא אדער נישט צו זאגן, אפילו מיטן אויסרייד פון פרידאם אוו ספיטש, איז דאס די איינציגסטע ווייאלעישן פון פרידאם אוו ספיטש.

קורקלענד » מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 9:16 pm

· #462671
גערעכט אז ס'איז נישט שייך. אבער די פאקט אז זיי זענען אימיון אויף זייער ספיטש, און אז מ'קען די פירמעס נישט פארהאלטן פאר סיי וועלכע אומרעכט דורך ספיטש איז אויך נישט אויסגעהאלטן.

די סיבה פארוואס די געזעץ האט זיי געגעבן אימיוניטי איז ווייל זייער טענה איז געווען אז זיי זענען סך העל א פלאטפארמע, און דערפאר טראגן זיי נישט קיין אחריות. אויב זענען זיי א פלאטפארמע דאן האבן זיי נישט וואס זיך צו מישן.

ביבער » מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 9:51 pm

· #462673
קורקלענד
גערעכט אז ס'איז נישט שייך. אבער די פאקט אז זיי זענען אימיון אויף זייער ספיטש, און אז מ'קען די פירמעס נישט פארהאלטן פאר סיי וועלכע אומרעכט דורך ספיטש איז אויך נישט אויסגעהאלטן.

אקעי דעס איז שוין א צווייטער נושא. (אגב די קאנסערוועטיווס זענען אינגאנצן אף טרעק. זיי וואלטן געדארפט זיין די ערשטע צו דעפענדן 230. תמות נפשי עם פלשתים איז זיי וויכטיגער)

מה בכך » מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 10:36 pm

· #462674
אישתישבי
לדעתי וואלט טוויטער נישט געטארט קאנטראלירן וואס איז אמת און וואס איז נישט.

און טאקע מהאי טעמא, פרידאם אוו ספיטש.

טוויטער וואלט נאר געמעגט און געמוזט מעקען ווען עס איז נוגע טעראר.
📎 photo_2020-11-16_22-37-02.jpg

רביה''ק זי''ע » מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 10:53 pm

· #462676
די שאלה פונעם אשכול'ס קעפל איז שוין אירעלעוואנט, יעצט איז די שאלה צו טראמפ האט געווינען, און דער ענטפער איז יא און ניין, ס'ווענדט זיך אין וועלכע פאראלעל יוניווערס.

אונטער חכם » מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 11:04 pm

· #462678
Re: קען נאך טראמפ געווינען?
רביה''ק זי''ע
די שאלה פונעם אשכול'ס קעפל איז שוין אירעלעוואנט, יעצט איז די שאלה צו טראמפ האט געווינען, און דער ענטפער איז יא און ניין, ס'ווענדט זיך אין וועלכע פאראלעל יוניווערס.
יא, דאס איז דער אפמאך, טראמפ בלייבט מיט טוויטער, ביידען בלייבט מיט די בעיסמענט, און אמעריקע ווערט ווייטער געפירט דורך די דיעפ/סטעדי סטעיט.

קורקלענד » מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 11:41 pm

· #462679
ביבער
אגב די קאנסערוועטיווס זענען אינגאנצן אף טרעק. זיי וואלטן געדארפט זיין די ערשטע צו דעפענדן 230. תמות נפשי עם פלשתים איז זיי וויכטיגער

סתם נייגעריג, מיט וואס זענען זיי אף טרעק. איך האב פשוט נישט פארשטאנען וואס איר פרובירט צו זאגן.

ביבער » דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 12:01 am

· #462680
קורקלענד
ביבער
אגב די קאנסערוועטיווס זענען אינגאנצן אף טרעק. זיי וואלטן געדארפט זיין די ערשטע צו דעפענדן 230. תמות נפשי עם פלשתים איז זיי וויכטיגער

סתם נייגעריג, מיט וואס זענען זיי אף טרעק. איך האב פשוט נישט פארשטאנען וואס איר פרובירט צו זאגן.

ווייל די לעצטע פאר יאר זענען די לינקע וואס זוכן צו לימיטן פרי ספיטש און די רעכטע הענגן זיך אן דערין.

קורקלענד » דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 1:48 am

· #462681
די רעכטע זענען אמאל געווען קעגן פרי ספיטש?

מה בכך » דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 2:57 am

· #462683
די דעמאקראטן האבען אין וויסטען חלום נישט געגלייבט אין וואס פאר א הארטן ניס זיי בייסען...
זיי האבען נישט געקענט בייקימען טראמפ מיטן...
1) טעקס ריטורן פראוו
2) צריקהאלטן דעם וואנט.
3) סאוט דיקואטע פייפ ליין
4) עמבעסי אין ירושלים
5) וועטערן טשויס
6) ביל אוו רייט טא טריי
7) ריפאבליקענע ריכטערען
8) ארויסציען פינעם נאפטע דיעל
9) ארויסציען פינעם וועלט טרעיד דיעל
10) נישטא קיין מלחמות אינטער טראמפס אדמיניסטראציע
11)מעקסיקא קענעדע אמעריקע דיעל
12) אבאמא אינדיווידאעל מענדעט איז אויס
13) ציריקברענגען קאר אינדאסטריס
14)קענסעלד די קלין פאוער פלענט
15) ועל כולם די אימגעלונגענע אימפיטשמענט

אין נאך צענדליגער אויפטיען פין טראמפ וואס די דעמאקראטען האבען פרובירט אפציהאלטן מיט אן אויסערליכע אגרעסיווקייט.....
האסטו נאך אלץ דעם זייפן בלאז חלום אז ביידען ווערט פרעזידענט ????
האט אביסעל געדילד אין ווארט אויס מיט שפאנונג דעם צווייטען העלפט פינעם געשמאקען שאו..
עס הייבט זיך אן מארגען 9:00 שארף אינעם סופרים קארט. יאג זיך איינציהאנדלען א בילעט עס וועט זיין העכסט אינטערעסאנט
דער מיום שחרב בית המקדש סלאגאן איז א קינדערישע טרייסט איינשפריץ פאר וואנזיניגע....


און היות איך בין נישט דער מחבר פון דעם האבעך מיר נישט אנגעגרייט קיין בלעכענע הויזן סאו איך האב עס דשאסט אימפארטירט צוצילייגן א קנויל רויעך על הזבח אישה לד' ריח ניחוח
א לייק קענטעץ איבערלאזן אבער היציגע רעטאריק על לא עוול בכפי למה לי

מה בכך » דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 7:34 pm

· #462701
[ציטאט אראפגענומען]

קום אריין קלאר מיט דעטאלן ביטע

א חסיד פון ווילנא » מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 11:32 am

· #462720
Re: קען נאך טראמפ געווינען?
[ציטאט אראפגענומען]
אזוי ווי עס גוישט זיך, אזוי אידישט זיך

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

מה בכך » מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 1:44 pm

· #462726
א חסיד פון ווילנא
[ציטאט אראפגענומען]
אזוי ווי עס גוישט זיך, אזוי אידישט זיך

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

ליכא מידי דלא רמיזא ....

מה בכך » מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 1:49 pm

· #462728
ריקאונט אין וויסקאנסין
📎 photo_2020-11-18_11-27-24.jpg

מה בכך » מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 1:53 pm

· #462730
וואס טוט מען נישט פאר כבוד..
📎 photo_2020-11-18_13-25-34.jpg

mevakesh » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2020 1:49 pm

· #462748
ווען רעפובליקאנער באקומען צו שטימען איז עס א ראיה אז עס איז געווען פראוד פאר דעם ווען די דעמאקראטן באקומען צו איז זיכער פראוד נאכדעם
📎 Screenshot_20201119-134251.jpg

מה בכך » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2020 11:49 pm

· #462774
אין א פרישע געווינס פאר פרעזידענט טראמפ האט א העכערע געריכט גע'פסק'נט ארויס צו ווארפן 2,349 בעלאטן וועלכע האבן נישט פארמאגט קיין דאטום, נאך וואס א קלענערע געריכט האט געאורטיילט עס יא צו רעכענען.
📎 photo_2020-11-19_23-49-15.jpg

מה בכך » דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2020 11:51 pm

· #462775
אן עפידעיוויט פון איינע פון די בארד מיטגלידער.
📎 1.pdf

מה בכך » פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 12:13 am

· #462777
די נייעס וועלט איז אויף מיט טאקער קארלסאן, דער געשוואוירענער קאסערוואטיוו פון פאקס ניוז, וועלכע האט היינט געטוישט ניגון און הייבט אן איינזעהן אז די צוזאגונגען און גאלדענע גליקן וואס טראמפ'ס לויערס שטעלן פאר זענען מעגליך נישט אזוי גלאררייך ווי עס קוקט אויס, און מ'דארף אראפקריכן פון דעם בוים באצייטנס, און לאזן פאקטן פירן דעם וועג צו מציאות און נישט ווערן איבערגענומען פון קאנספיראציעס און הבטחות.

טאקער האט געצייגט אויף די פאקט אז די לויערס הערן נישט אויף רעדן, אבער ברענגען נישט קיין סאך צום טיש. ער זאגט אז נאכן זיי בעטן אזוי סאך מאל און זיי ווילן נישט ווייזן, איז דאס א סימן אז זיי קענען נישט אפירקראצן באווייז אויף אפילו איין שטימע וואס זיי ווייסן פאר זיכער איז איבערגעדרייט געווארן.

אסאך אין די קאנסערוואטיווע רעלסן זענען גאר בייז אויף די "חוצפה" פון טאקער, והמידיע - לינקע און רעכטע ביינעזאם - צהלה ושמחה...
📎 photo_2020-11-19_23-43-34.jpg

מה בכך » פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 12:14 am

· #462778
סידני פאועל איז פארשטייט זיך נישט שטיל געבליבן, און שרייט ווייטער אז זי קומט נישט קיין באווייז פאר א מידיא פיגור פשוט ווייל ער האט געבעטן ער וויל זעהן [ווייל עס קען לייגן מענטשן אין א סכנה]. (זעה איר סטעיטמענט)

ס'איז וויכטיג צו האלטן פאר די אויגן: ס'איז יתכן אז ס'איז דא א קעיס, אפשר אפילו גאר א שטארקע. אבער מ'דארף זיין קלאר אז ס'איז אויך יתכן אז זיי האבן נישט אזא גוטע קעיס, און די פאקטן וועלן זיך נישט טוישן נישט קיין חילוק ווי הויעך מ'שרייעט אדער וויינט.
📎 photo_2020-11-19_23-50-08.jpg

מה בכך » פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 12:17 am

· #462779
רודי דזשוליאני ביי די טראמפ קאמפיין קאנפרענץ: דאס איז נישט קיין סינגל שטאט שווינדל, דאס איז שווינדל פלאן אין די גאנצע לאנד, פאקוסירט אויף גרעסערע שטעט, און נאכמער פאקוסירט אויף שטעט באקאנט מיט וואלן שווינדל. די וואלן שווינדלעריי אין פילאדעלפיע, קען אנפילן א לייברערי.

גבור חיל » פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 10:40 am

· #462827
📎 IMG_20201120_103837_975.jpg

😂 😂 😂 😂

mevakesh » פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 3:06 pm

· #462868
דא איז אן ארטיקל פון א קאנסערוואטיוו וואס האלט אז עס איז געווען פראוד ווי ער וואונדערט זיך צו טראמפס לויערס ווייסן וואס זיי טוען זיי ברענגען ראיות אז עס איז געווען פראוד אין מישיגען מיט א ליסטע פון טאונס ווי עס איז געווען מער פון הונדערט פראצענט וויילער
דער פראבלעם איז נאר אז די טאונס זענען אין מינעסאטע...
באמת ווער עס האלט מיט פארשטייט אז זיי וויסן פונטקליך וואס זיי טוען ווייל עס איז ממש נישט דא קיין קעיסעס אין געריכט מיט ממשיתדיגע טענות צו איבערדרייען די רעזולטאטן אין קיין שום סטעיט . די גאנצע ציהל פון די טענות איז נאר צו פרובירן אריבערצוגעווינען די סטעיט לעגיסלאטורן אין די סטעיטס צו נישט סערטיפייען די רעזולטאטן און פאר דעם איז פונקט גענוג צו נוצן טאונס פון איין סטעיט פאר א טענה אין א צווייטע סטעיט

מה בכך » פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 3:17 pm

· #462869
הערט זיך מאדנע, הא?

געווינען א רעקארד נידריגע צאל קאונטיס, אבער דאך די מערסטע צאל שטימען אין היסטאריע... פאני.
📎 photo_2020-11-20_15-15-58.jpg

מה בכך » פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 3:19 pm

· #462870
אין פענסעלוועניע האט מען געשטימט צו אפהאלטן א פולע אודיט אויף די וואל רעזולטאטן.
📎 photo_2020-11-20_15-18-34.jpg

מה בכך » פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 3:22 pm

· #462871
מה בכך
אין פענסעלוועניע האט מען געשטימט צו אפהאלטן א פולע אודיט אויף די וואל רעזולטאטן.

ריקאונט אין וויסקאנסין אין פולען שוואנג.

mevakesh » פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 3:27 pm

· #462872
אין goergia איז געווען א האנט ריקאונט און טראמפ האט צובאקומען 2000 שטימען אין אפילו אזוי האבן די דיעפ סטעיט רעפאבליקאנער אינעם סטעיט סערטיפייד די רעזולטאטן מיט ביידען אלס געווינער
Fraudalert#

מה בכך » פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 3:39 pm

· #462877
mevakesh
אין goergia איז געווען א האנט ריקאונט און טראמפ האט צובאקומען 2000 שטימען אין אפילו אזוי האבן די דיעפ סטעיט רעפאבליקאנער אינעם סטעיט סערטיפייד די רעזולטאטן מיט ביידען אלס געווינער
Fraudalert#

דזשארדזשיע האט ענדגילטיג סערטעפייד זייערע וואל רעזולטאטן.
📎 photo_2020-11-20_15-39-25.jpg

מה בכך » פרייטאג נאוועמבער 20, 2020 3:40 pm

· #462878
וואס איז דעם סימבאל די לינקע זייט אויבן ?

מה בכך » מוצ"ש נאוועמבער 21, 2020 8:36 pm

· #462894
א גוטן נעוואדע.

די ערשטע סקרין שאט איז פון וויפיל בעלאטן זענען אפגעגעבן געווארן, די צווייטע האלב איז פון די טאטאל פון שטימען, ביידע קומען פון נעוואדע'ס אפציעלע זייטל.

1,327,394 איז די נומער פון בעלאטן וואס זענען אריין געקומען.

1,405,376 איז די נומער פון וויפיל שטימען עס איז אפציעל באריכטעט אין די נעוואדע פרעזידענטליכע פארמעסט.

איינער ווייסט וויאזוי עס קען זיין 77,982 מער שטימען פון וויפיל בעלאטן עס זענען אריינגעקומען?
📎 photo_2020-11-21_20-26-50.jpg

מה בכך » מוצ"ש נאוועמבער 21, 2020 8:38 pm

· #462895
פרעזידענט טראמפ פארדאמט פרעזידענט עלעקט דזשאו ביידען איבער זיין זיך פאראויסרוקן און פארמירן א קאבינעט, אין די צייט וואס די אויספארשונג גייט נאך אן.
📎 photo_2020-11-21_20-38-24.jpg

קוויטעל » מוצ"ש נאוועמבער 21, 2020 9:41 pm

· #462898
איך לאך פון אלע קול מבשר צוהערער... פון אלע טורנהיים גלייבער, און פון אלע אפציעלע נייעס קאמפאניס.

טראמפ איז א זיכערער געווינער!

ממה נפשך, אויב איז די בית משפט לויט'ן געזעץ, איז נישטא קיין עוולה אינעם משפט. און טאמער ווערט ביידן געווינער, איז נישטא קיין לאנד! הערט גוט וואס איך זאג.
מ'דארף דאס נישט גלייבן פון טורנהיים, צו הערן פון מידיע, ס'דא א קעסטעלע העכערן האלדז, וואס הייסט מוח וואס האט שכל! דאס איז די נארמאלע שכל, אז א שווינדל איז פסול, און די פאלק האט דאס ווארט, ווען ס'איז א מציאות אז די פאלק געהערט פאר טראמפ, ווען די אלע מויל מאכער און סטאנציאנען קענען נאר מאכן הויעכע גערודער גארנישט מער.

טורנהיים זאל נוצן זיין חומש'ל ווען ער בעקט ארויס מיט זיין אוטא... און קול מבשר זאל ווייטער מעלדן חזרות ופרעפלערייען בשם אמרו - די מעינ-סטרים מידיע, און מיר וועלן טאנצן חסל סידור פסח אין גאר א קורצע צייט.

האלט אייך געשפאנט!

מה בכך » זונטאג נאוועמבער 22, 2020 3:40 am

· #462908
סידני פאועל איבער די סערווער פארכאפונג.
📎 photo_2020-11-21_21-07-08.jpg

מה בכך » זונטאג נאוועמבער 22, 2020 3:41 am

· #462909
טראמפ קאמפיין סטעיטמענט איבער די לאוסוט וואס זיי האבן היינט פארלוירן אין פענסעלוועניע.

זיי זאגן אז עס העלפט זיי מיט זייער ציל צו אנקומען ווי שנעלער צו די סופרים קארט.
📎 photo_2020-11-22_03-41-22.jpg

מה בכך » זונטאג נאוועמבער 22, 2020 3:42 am

· #462910
טראמפ קאמפיין סטעיטמענט איבער א פרישע ריקאונט וואס זיי האבן פארלאנגט אין דזשארדזשיע.
📎 photo_2020-11-22_03-42-26.jpg

מה בכך » זונטאג נאוועמבער 22, 2020 3:43 am

· #462911
טראמפ אין א טוויט איבער פרישע אויפדעקונגען וואס גייט קומען אין דזשארדזשיע.

סידני פאועל האט אויך געזאגט היינט אין אן אינטערוויא אז עס קומט דארט ריזיגע נייעס.

וועל מיר מוזן ווארטן מיט געדולד צו זעהן פון וואס מען רעדט דא.
📎 photo_2020-11-22_03-43-05.jpg

גבור חיל » זונטאג נאוועמבער 22, 2020 11:26 am

· #462922
מה בכך


1,327,394 איז די נומער פון בעלאטן וואס זענען אריין געקומען.


די אפציעלע וועבסייט פון נעוואדע זאגט אז די טאטעל טורנאוט איז געוועזן 1,407,754.

פון וואו קומט די נומער?

מה בכך » זונטאג נאוועמבער 22, 2020 2:10 pm

· #462926
גבור חיל
מה בכך


1,327,394 איז די נומער פון בעלאטן וואס זענען אריין געקומען.


די אפציעלע וועבסייט פון נעוואדע זאגט אז די טאטעל טורנאוט איז געוועזן 1,407,754.

פון וואו קומט די נומער?

איך געדענק נישט פונקליך פון ווי איך האב עס אימפאטירט נעכטן אבער בכל אופן קען זיין אז סאיז טאקע נישט אמת . סליחה
אוו כ'על אימערצע השם טרייען נאר צי דעליווערן קראנטע נייעס להנאת כל שותי הקאווע

לחיים
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7