☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קען נאך טראמפ געווינען?

קען נאך טראמפ געווינען?

303 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14327
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

אישתישבי » דינסטאג דעצעמבער 1, 2020 8:09 pm

· #463499
טיפיקעל פעיקנוז

yn.NY » דינסטאג דעצעמבער 1, 2020 9:09 pm

· #463500
ס'רוק'ן זיך די טעג און וואכן... למעשה האט נאך גארנישט דראסטיש פאסירט

מה בכך » דינסטאג דעצעמבער 1, 2020 10:58 pm

· #463509
yn.NY
ס'רוק'ן זיך די טעג און וואכן... למעשה האט נאך גארנישט דראסטיש פאסירט

אפילו די פארברענטע טראמפ שטיצער געבן שוין אויף...

מה בכך » דינסטאג דעצעמבער 1, 2020 10:59 pm

· #463510
קלארשטעלונג פון די יוסטיץ דעפארטמענט איבער די פרעסע באריכטן איבער באר'ס קאמענטארן.
📎 photo_2020-12-01_22-59-29.jpg

מה בכך » דינסטאג דעצעמבער 1, 2020 11:01 pm

· #463511
מענין לענין שלא באותן ענין
טראמפ זאגט אז ער גייט וועטאואירן א וויכטיגע ביל וואס באשטעטיגט די פאנדס פאר די דעפענס דעפארטמענט אויב עס גייט נישט אנולירן סעקשן 230 וואס געבט שיץ פאר די גרויסע סאשעל מידיא נעטווארקס אז מען זאל זיי נישט קענען קלאגן אין געריכט.
📎 photo_2020-12-01_23-00-28.jpg

מה בכך » דינסטאג דעצעמבער 1, 2020 11:02 pm

· #463512
די פענסעלוועניע אנקלאגע איז אפציעל געפיילט געווארן צום סופרים קארט!
📎 photo_2020-12-01_23-02-13.jpg

מה בכך » דינסטאג דעצעמבער 1, 2020 11:31 pm

· #463515
טעד קרוז אין א בריוו בעהט פון די סופרים קארט אויסצוהערן די עמערדזשענסי אפיעל.
📎 photo_2020-12-01_22-41-10.jpg

מה בכך » דינסטאג דעצעמבער 1, 2020 11:32 pm

· #463516
מה בכך
טעד קרוז אין א בריוו בעהט פון די סופרים קארט אויסצוהערן די עמערדזשענסי אפיעל.

צווייטע חלק
📎 photo_2020-12-01_19-01-49.jpg

קורקלענד » דינסטאג דעצעמבער 1, 2020 11:47 pm

· #463517
די מצב איז גאָר שמאָל. מ'האלט שוין ביי גסיסה, מ'דארף שטארק מעורר רחמים זיין.

מה בכך » מיטוואך דעצעמבער 2, 2020 12:20 am

· #463518
קורקלענד
די מצב איז גאָר שמאָל. מ'האלט שוין ביי גסיסה, מ'דארף שטארק מעורר רחמים זיין.

יאלא פליפ ארויס א בי"ד צעטל ....
א דרינגעדע עצרת תפילה וזעקה...

קוויטעל » מיטוואך דעצעמבער 2, 2020 12:53 am

· #463519
שטותים והבלים! ונהפוך הוא, פונקט פארקערט, נאר די מידיע האלט ביי גסיסה... זיי מאכען קולות ווי א געשאכטענעם חזיר! נו געב שוין אויף, ס'נישט קיין יושר אויפצוהאלטן דעם פאלק...

נישט געזארגט, אלעס גייט גענוי ווי געפלאנט, און ס'איז ספעציעל אויסגעשטעלט צו גיין צום סופרים קארט די לעצטע מינוט, און ערלעדיגן דאס וואס געזעץ און קאנסטיטוציע געבט פאר פאר יעדן רעכטער בירגער אינעם יושר'דיגן פראצעס.

מה לכהן בבית הקברות, וואס זוכט א אמת זוכער אין די מעין סטרים מעדיע?
ס'דא כמה ריכטיגע מקורות ווי איר קענט הערן די אמת, און טאקע בלויז אמת. מעקט אויס די אלע פארשאלטענע שקרנים פון אייער נייעס ליסטע. אט האט איר קראנטע סחורה.

https://www.youtube.com/c/DylanDoesTV

https://www.youtube.com/c/TheTruthDetector

https://www.youtube.com/Donaldtrump

https://www.youtube.com/c/JosiahRises

https://www.youtube.com/c/REDAudioX

https://www.youtube.com/c/DylanDoesTV

https://www.youtube.com/channel/UCQ46mS ... vUr2gX0RPw

https://www.youtube.com/c/NewsmaxtvLive

https://www.youtube.com/c/RudyWGiuliani

כ'האב עס נישט געלייגט אויפ'ן סדר פון אינטערעסאנטקייט. אדרבה, וועלט אויס וועלכע איר גלייכט בעסער, קערצערע צו לענגערע שטיקער 'עכטע' נייעס
פאלט נישט פאר די שקרנים אין זייערע פארשאלטענע נעצן. פליז, מ'האלט שוין ממש פאר שלחן עורך

אישתישבי » מיטוואך דעצעמבער 2, 2020 12:58 am

· #463520
ביסט גערעכט, ווייל איך הער אויך אז טורענהיים זאגט נאך אלץ אז מען וועט זעהן אז טראמפ בלייבט פרעזידענט.

און לעצם הענין, אפילו טאמער איז געוועהן פראוד אויף א מאסיווע פארנעם ווי טראמפ זאגט, קען איך נישט זעהן דער סאפרים קארט פסק'נען לטובת טראמפ ווען די נייעס און די לינקע מאכען טראמפ אזוי ביליג.

אבער פאר נביאות איז טורענהיים מער באגלייבט.

תרמב » מיטוואך דעצעמבער 2, 2020 9:32 am

· #463530
איך האב געהערט לעצטנס א טענה פאר די וואס רעדן זיך איין אז אין סופרים קאורט וועט טראמפ אויספאקן זיינע מעכטיגע טענות, אז דאס איז נישט די וועג וויאזוי די סופרים קאורט ארבעט, ווען מען קומט מיט ארגומענטן וואס מ'האט נישט אויפגעברענגט אין די קלענערע געריכטן שיקן זיי עס צוריק צו זיי, זיי פסק'נען נישט עפעס וואס איז נישט געווען אין די קלענערע געריכטן, חוץ טאמער ס'וועט למעלה מדרך הטבע אזויווי די מקובלים זאגן, דעמאלטס קומען נישט אריין קיין לאגישע קשיות.

קורקלענד » מיטוואך דעצעמבער 2, 2020 9:50 am

· #463533
אין די פאל האבן זיך די קלענערע געריכטן אינגאנצן אפגעזאגט פון לאזן ארויפברענגען און אויספאקן סיי וועלכע טענות, און זיי האבן ארויסגעווארפן יעדע אנקלאגע איידער זיי האבן עס אפי' געליינט. מאנכע זאגן אז אין אזא פאל קען זיין אנדערש.

קורקלענד » מיטוואך דעצעמבער 2, 2020 9:56 am

· #463534
קוויטל טייערע. ס'איז אמת אז די מידיא איז פאלש און אז טראמפּ איז גערעכט און בייזוויליגע אינטערעסן זענען אין דער צד שכנגד. ס'טוישט אבער נישט די פאקט אז די צד שכנגד איז פיל שטערקער און ווי ס'זעהט אצינד אויס האלט טראמפּ ביי גסיסה. וואס א טאג ס'גייט אדורך ווערן טראמפּ'ס שאנסן שמעלער.

תרמב » מיטוואך דעצעמבער 2, 2020 2:10 pm

· #463551
מיר קוקט שוין אויס ווי מ'האלט שוין נאך יציאת נשמה, מ'ווארט אויפן קבורה ווייל די נפטר איז נאך נישט רעדי.

קוויטעל » מיטוואך דעצעמבער 2, 2020 4:12 pm

· #463560
תרמב
מיר קוקט שוין אויס ווי מ'האלט שוין נאך יציאת נשמה, מ'ווארט אויפן קבורה ווייל די נפטר איז נאך נישט רעדי.

קוק אויף בעסערע פלעצער וועט דיר נישט ''אויסקוקן'' שלעכט

מה בכך » מיטוואך דעצעמבער 2, 2020 5:11 pm

· #463566
קוויטעל
תרמב
מיר קוקט שוין אויס ווי מ'האלט שוין נאך יציאת נשמה, מ'ווארט אויפן קבורה ווייל די נפטר איז נאך נישט רעדי.

קוק אויף בעסערע פלעצער וועט דיר נישט ''אויסקוקן'' שלעכט

מגייט נישט לויט די אויסקוק מגייט לויט פאקטן

מנחם ציון » מיטוואך דעצעמבער 2, 2020 5:36 pm

· #463570
מה בכך
קוויטעל

קוק אויף בעסערע פלעצער וועט דיר נישט ''אויסקוקן'' שלעכט

מגייט נישט לויט די אויסקוק מגייט לויט פאקטן

# הוא מותיב והוא מפרק

קוויטעל » דאנערשטאג דעצעמבער 3, 2020 6:14 pm

· #463614
https://www.youtube.com/watch?v=aRigdmc ... e=emb_logo

https://www.youtube.com/watch?v=HA2DWMHgLnc

נאכן קוקן דעם ווידיאו, זאגט מיר צו ס'נישטא קיין עדות און באווייזן אויף קאראפציע בגדול

יעדע שופט וואס וועט זאגן אז די בחירות איז בסדר, איז חבר לאיש משחית, א נידריגע חי' טורף

מה בכך » דאנערשטאג דעצעמבער 3, 2020 7:32 pm

· #463626
שאקירענדע ווידיאו פארגעשטעלט ביי די דזשארדזשיע היערינג היינט!

אום 10:30 איז די שטוב אויסגעליידיגט געווארן, פיר מענטשן זענען דארט געבליבן, און די ווידיאו צייגט וויאזוי טויזענטער בעלאטן ווערן ארויסגענומען פון רענצלעך פון אונטער א טיש און ווערן געציילט!

מה בכך » דאנערשטאג דעצעמבער 3, 2020 7:33 pm

· #463627
מה בכך
שאקירענדע ווידיאו פארגעשטעלט ביי די דזשארדזשיע היערינג היינט!

אום 10:30 איז די שטוב אויסגעליידיגט געווארן, פיר מענטשן זענען דארט געבליבן, און די ווידיאו צייגט וויאזוי טויזענטער בעלאטן ווערן ארויסגענומען פון רענצלעך פון אונטער א טיש און ווערן געציילט!

1. די שאלה איז וויפל בעלאטן עס איז, און אויב ס'גענוג צו טוישן די רעזולטאטן.

2. קען זיין א סימפל עקספלענעישאן אונטער די ווידעא.

מה בכך » דאנערשטאג דעצעמבער 3, 2020 7:34 pm

· #463628
אין אריזאונע האט א ריכטער באשטימט אז מען זאל איבערקוקן א סעמפל פון הונדערט בעלאטן, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז צוויי פון די הונדערט זענען נישט געוועזן גוט. איין טראמפ וואוט איז בכלל נישט גערעכנט געווארן, און א צווייטע טראמפ וואוט איז גאר גערעכנט געווארן פאר ביידען!

דאס קומט אויס א דריי פראצענט עראר לטובת ביידען, יעצט האט די ריכטער באשטימט אז א גרעסערע צאל בעלאטס זאלן איבערגעקוקט ווערן.

מה בכך » דאנערשטאג דעצעמבער 3, 2020 7:35 pm

· #463629
קאנגרעסמאן מאו בראקס האט געזאגט אז ער וועט טשעלענדזשן די עלעקטארל וואוט אום יאנואר 6 ווען קאנגרעס נעמט עס אפציעל אן.

אויב שטעלט זיך אפילו נאך איין סענעטאר צו מיט אים, דאן גייט עס צו א פולע וואוט צו מען זאל עס אננעמען צו נישט, אין קאנגרעס - וואו די דעמאקראטן האבן די מערהייט.

מה בכך » דאנערשטאג דעצעמבער 3, 2020 7:36 pm

· #463630
קאנגרעסמאן פון טעקסאס רופט צו שטעלן א ספעציעלע קאונסיל אויסצופארשן די פרעזידענטליכע וואלן.
📎 photo_2020-12-03_19-35-46.jpg

קוויטעל » דאנערשטאג דעצעמבער 3, 2020 10:26 pm

· #463639
הער אויס אביסעלע פרטים, ס'נאך דא געווער אומבאנוצט

https://www.youtube.com/watch?v=DIfUs4XvWco

מה בכך » פרייטאג דעצעמבער 4, 2020 12:29 am

· #463640
קוויטעל
הער אויס אביסעלע פרטים, ס'נאך דא געווער אומבאנוצט

https://www.youtube.com/watch?v=DIfUs4XvWco

קון אריין קלאר מיט דעטאלן וואס זאגט ער דארט ?

קוויטעל » פרייטאג דעצעמבער 4, 2020 8:41 am

· #463652
מה בכך
קוויטעל
הער אויס אביסעלע פרטים, ס'נאך דא געווער אומבאנוצט

https://www.youtube.com/watch?v=DIfUs4XvWco

קון אריין קלאר מיט דעטאלן וואס זאגט ער דארט ?

ביסט לכאורה געווען פויל צו הערן די גאנצע...

מה בכך » פרייטאג דעצעמבער 4, 2020 1:45 pm

· #463668
קוויטעל
מה בכך
קוויטעל
הער אויס אביסעלע פרטים, ס'נאך דא געווער אומבאנוצט

https://www.youtube.com/watch?v=DIfUs4XvWco

קון אריין קלאר מיט דעטאלן וואס זאגט ער דארט ?

ביסט לכאורה געווען פויל צו הערן די גאנצע...

זעקלי

אישתישבי » מוצ"ש דעצעמבער 5, 2020 6:22 pm

· #463682
טורענהיים זאגט אז זאת חנוכה געווינט טראמפ יר"ה

מה בכך » מוצ"ש דעצעמבער 5, 2020 7:44 pm

· #463686

אישתישבי
טורענהיים זאגט אז זאת חנוכה געווינט טראמפ יר"ה

תרמב » מוצ"ש דעצעמבער 5, 2020 10:14 pm

· #463699
מה בכך
:lol: 😂 😂
אישתישבי
טורענהיים זאגט אז זאת חנוכה געווינט טראמפ יר"ה

איך פרעג פאר נייגעריקייט. וואס וועסטו טוהן אויב טראמפ ציהט ארויס א געווינס פונקט אום זאת חנוכה? וועסט גיין קושן טורנהיים'ס פוס? אדער זיך סתם מזכיר זיין?

מה בכך » מוצ"ש דעצעמבער 5, 2020 10:45 pm

· #463704
תרמב
מה בכך
:lol: 😂 😂
אישתישבי
טורענהיים זאגט אז זאת חנוכה געווינט טראמפ יר"ה

איך פרעג פאר נייגעריקייט. וואס וועסטו טוהן אויב טראמפ ציהט ארויס א געווינס פונקט אום זאת חנוכה? וועסט גיין קושן טורנהיים'ס פוס? אדער זיך סתם מזכיר זיין?

עסן א רעטשענע לאטקע להודות ולהלל ... וזהו.

אינגערמאנטשיקל » מוצ"ש דעצעמבער 5, 2020 11:17 pm

· #463705
איך פרעג מיט א תמימות. טאקע ווייל איך האב נישט דורכגעאקערט די נושא. וואס איז די תירוץ און אוקימתא אויף די ווידיאו פון דזשארזשע? זעהט מען דען נישט שווארץ אויף ווייס אז עפעס פישי גייט דא פאר?!

אישתישבי » מוצ"ש דעצעמבער 5, 2020 11:29 pm

· #463706
תרמב
מה בכך
:lol: 😂 😂
אישתישבי
טורענהיים זאגט אז זאת חנוכה געווינט טראמפ יר"ה

איך פרעג פאר נייגעריקייט. וואס וועסטו טוהן אויב טראמפ ציהט ארויס א געווינס פונקט אום זאת חנוכה? וועסט גיין קושן טורנהיים'ס פוס? אדער זיך סתם מזכיר זיין?

וועל איך אים פרעגן וועלכע סטאק גייט ארויף מארגען.

yn.NY » זונטאג דעצעמבער 6, 2020 9:24 pm

· #463732
טראמפ געטוויעט די פאלגענדע ווידיאוי "SO TRUE. NO WAY WE LOST THIS ELECTION!"
https://twitter.com/i/status/1335601884330127369
פארשטייט זיך ס'האט שוין א פלעג פון טוויטער

מה בכך » מיטוואך דעצעמבער 9, 2020 2:50 pm

· #463911
די סופרים קארט האט געגעבן פאר די אנגעקלאגטע שטאטן ביז דאנערשטאג דריי אזייגער צו ענטפערן אויף די אנקלאגע.
📎 photo_2020-12-09_14-49-14.jpg

מה בכך » מיטוואך דעצעמבער 9, 2020 2:51 pm

· #463912
קעווין מקארטי אין א טוויט איבער א פרישע באמבע אויפדעקונג אז א דעמאקראטישער קאנגרעסמאן האט געהאט גאר גאר נאנטע און פערזענליכע באציאונגען מיט א פרוי וואס איז געוועזן א כינעזע שפיאן אין די צייט וואס ער איז געלאפן פאר פרעזידענט, ווי אויך האט זי אים געהאלפן מיט געלטער פאר זיינע קאמפיינס.(...)
📎 photo_2020-12-09_14-50-58.jpg

מה בכך » מיטוואך דעצעמבער 9, 2020 2:52 pm

· #463913
פרעזידענט טראמפ אין א טוויט איבער די פענסעלוועניע אנקלאגע, און איבער די פרישע טעקסאס אנקלאגע.
📎 photo_2020-12-09_14-52-00.jpg

מה בכך » מיטוואך דעצעמבער 9, 2020 2:53 pm

· #463914
'מוזורי איז אין די פייט'!
📎 photo_2020-12-09_14-52-39.jpg

מה בכך » מיטוואך דעצעמבער 9, 2020 2:53 pm

· #463915
פרעזידענט טראמפ זאגט אז ער גייט מיטשטיין מיט די טעקסאס אנקלאגע.
📎 photo_2020-12-09_14-53-15.jpg

מה בכך » מיטוואך דעצעמבער 9, 2020 2:54 pm

· #463916
יאטאב האט היינט געמאלדן אז זיי וועלן פון היינט און ווייטער אראפנעמען ווידיאוס וואס באשולדיגן אין וואל פעלטשונגען אדער אז ביידען איז נישט דער געווינער.!!!
📎 photo_2020-12-09_14-54-15.jpg

מה בכך » מיטוואך דעצעמבער 9, 2020 2:56 pm

· #463917
טראמפ היינט אין א רייע טוויטס איבער די וואלן.
📎 photo_2020-12-09_14-55-54.jpg

קוויטעל » מיטוואך דעצעמבער 9, 2020 11:33 pm

· #463962
און אזוי זאגט ער, גרעק קעלי, פון 'נאוס-מעקס'; ס'קומט יעצט א דערקלערונג, וואס אמעריקא איז אויפ'ן וואגשאל. די קומענדע זיבן טאג, וועלן מיר זען צו די הויפט געריכט שופטים וועלן נייגן רעכטס מיט'ן זיך מוסר נפש זיין פאר'ן לאנד'ס רעכט און היסטארישע קאנסטיטושן. אדער וועלן זיי מורא האבן פאר זייער נאמען און כבוד, אז זיי זאלן נישט באזינגען ווערן אין די לינקע גאסן, וואס וועלן ווארשיינליך גרייכן ביז פארענט פון זייערע הייזער.

זאגט גרעק קעלי, איך האב שוין לאנג אויף דעם א שפריכווארט;
in america people will gladly risk their lives for their country, but seldom will they risk their careers. - greg kelly
אין אמעריקע וועלן מענטשן גערן ריזיקירן זייער לעבן פאר זייער לאנד, אבער זעלטן וועלן זיי ריזיקירן מיט זייערע קאריערעס. - גרעג קעלי

ימים ידברו... ממש געציילטע טעג...

yn.NY » דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2020 10:52 am

· #463969
די פרעזידענט קומט אריין גאר שארף היינט

📎 45454545454545.png

https://twitter.com/realDonaldTrump/sta ... 59232?s=20

מה בכך » דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2020 3:05 pm

· #463972
זעקס פון די שטאטן וואס האבן נעכטן געפיילט א בריוו צו די סופרים אז זיי זאלן אננעמען די טעקסאס אנקלאגע האבן היינט געמאלדן אז זיי שטעלן זיך צו און דזשאוינען די אנקלעגער.
📎 photo_2020-12-10_15-04-14.jpg

מה בכך » דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2020 3:06 pm

· #463973
פענסעלוועניע האט אריין געשיקט זייער ענטפער פאר די סופרים קארט.
📎 photo_2020-12-10_15-05-31.jpg

yn.NY » דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2020 3:34 pm

· #463975
Can Trump Still Win the Election?
https://www.msn.com/en-us/news/politics ... uxbndlbing

מה בכך » דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2020 4:12 pm

· #463979
22 שטאטן האבן אריינגעגעבן א פארלאנג צום סופרים קארט נישט אנצונעמען די טעקסאס אנקלאגע.
📎 photo_2020-12-10_16-11-20.jpg

החוקר » דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2020 8:40 pm

· #463981
Re: קען נאך טראמפ געווינען?
yn.NY
די פרעזידענט קומט אריין גאר שארף היינט

📎 45454545454545.png

https://twitter.com/realDonaldTrump/sta ... 59232?s=20
אה, האלט מיר שוין ערגעץ. ער איז שוין מודה אז ביידען וועט זיין מושל פאר די קומנדע פיר יאר. עס וואונדערט אים נאר אז מען לאזט דאס צו.
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7