Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
זוכר נמחקות (אייוועלט)
200 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13333
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
שרייבען #פון יענע אשכול, שרייבט א ניק ווערים:
"לענ”ד בלאזטו אויף די באלאן אסאך מער ווי סאיז באמת, נישטא אזויפיל אפיקורסים צווישן אונז און אדרבה די פראצענטן היינט פונעם ציבור וואס האבן אמונה פראבלעמען איז אסאך אסאך ווינציגער ווי אמאל. ואדרבה ק”ש יוכיח איך דריי מיך ליידער דארט פון צייט צו צייט און ס’איז טויט ווי א בית הקברות ס’דא די זעלבע 10 מענטשן וואס זענען ביזי מיט אמונה טעמעס."
א ראיה צו די אפיקורסית פון רב קוק
אויף דאס
איז געווען צו אן אמתדיגע תגובה
בן דרוסאיאיינס פון די מאדנסטע מכלומר׳שטע תירוצים וואס אני הקטן האב געהערט דערויף, שטאמט פון איינס פון די גרעסטע אפיקורסים פון פאריגן דור, רב קוק ימ”ש.
ס׳איז מיר באמת נישט צום הארצן דא נאכצוברענגען זיין גיפטיגן אזויגערופענעם הסבר, אבער כ׳וועל עס דאך טוהן, פשוט אז נעקסטן מאל איר הערט האקן אויף אים, זאלט איר כאטש וויסן פארוואס.
דער דאזיגער שייגאץ האט ערקלערט ווי פאלגנד:
פיל אימפעריעס זענען געקומען אויף דער וועלט, און יעדע איינס פון זיי האט איבערגעלאזט זיינע אפדרוקן, צום גוטן אדער צום שלעכטן, און זיך געגאנגען.
יעדן פאלק האט גענומען דעם מיקראפאון פאר א וויילע, געלאזט דעם מענטשהייט הערן וואס ער האט צו זאגן, און דערנאך פארשוואונדן פונעם ארענע.
איז וואס נעמט אזוי לאנג פאר׳ן אידישן פאלק צו קומען צום ווארט? פארוואס זאגט נישט דער אידל אפ וואס ער האט צו זאגן, און מאכט פריי דעם בימה פאר א צווייטן?
ווייל מיר שטאמלען...
איך מוז מודה זיין אז איך בין בכלל נישט זוכה צו פארשטיין אט דעם געניאלן טיפן הסבר, און איך האף זייער אז איר אויך נישט, ווייל אויב יא האב איך מורא אז איר דארפט וויכטיג עפעס אייננעמען, אבער אזויפיל זע איך יא, אז דעם חכם איז נישט איינגעפאלן אז מיר טרעטן נישט אראפ פונעם בימה פשוט ווייל אונזערע מעסעזשעס ענדיגן זיך קיינמאל נישט... ליבערשט האט ער אנגענומען אז בעצם זענען מיר פונקט ווי יעדן, ככל הגוים בית ישראל, און ממילא מוז מען זוכן א לייטישע הסבר פארוואס עפעס מיר בלייבן טאקע לענגער ווי אנדערע...
איז געווען צו אן אמתדיגע תגובה
סתם אבי גערעדט!
די קענסט האלטן וואס די וילסט וועגן אים, אין צו לייגן וואס פארע ראשי תיבות עס איז מקובל פון דיינע רבי'ס.
אבער צו ארויף שמירן אויף אים אזא מאנדנע נאריש ווארט, אין מיט דעם גאר מסביר זיין די גרויסע אפיקורסות זיינע איז קינדערש.
די כלל איז אז עס איז נישט כדי צו לינגט זאגן במידי דעבידי לגילוי (בכורות לו.), ער האט געשריבן א ספר אורות ישראל אויף די טעמא פון כלל ישראל.
אין דארט שרייבט ער גאר עפעס אנדרעש!
פרק ה יד-טו יש בידינו סם חיים בעד כל העולם במובן הלאומי. זה הענין שהוא כלל מוסכם בתולדה, שאומה מוכרחת למות, ולעבור מן העולם, שהרי כל העמים העתיקים כמעט שעברו ובטלו מן העולם, ואם יש איזה עם קיים מימי קדומים לא עברו עליו סבות של פיזורים, גם לא נתפתח כראוי להשפיע מחוגו על העולם. אבל להיות עם חי ופועל, ואיתן במדה מוצקה עד כדי לנצח כמה משברים, זה לא נראה בעולם חוץ מישראל, ע"י שם ד' הקשור בהם וסם החיים של תורת חיים שבתוכם, וסם חיים זה עתיד לצאת מאתנו על כל העולם, וישמחו וירננו לאומים כי תשפוט עמים מישור ולאומים בארץ תנחם סלה.
עד תור הגאולה העתידה השפענו על העולם רק לימודי חובות, מוסר וצדק היוצא מדעת אלהים אמת. וחובות אין העולם חפץ לקבל, ואם הוא מקבל נשאר בלב טינא על המעורר הראשי לידיעת החובה, שאינה נותנת להנפש הברברית להתפשט בכל מאוייה. אבל בבא התור של אור העולם להגלות, יודע לעולם, שדרכי החיים של העונג האמיתי אנחנו משפיעים בעולם, את אושר החיים הנותן לו את ערכו, אשר מבלעדו הוא שלול כל ערך. ועונג ואושר זהו דבר השוה לכל, עכ"פ לחשוק בו, ואת המקור המשפיע אושר ועונג מכבדים ומחבבים, וע"כ "יחזיקו עשרה אנשים מכל לשונות הגויים בכנף איש יהודי".
Re: א ראיה צו די אפיקורסית פון רב קוק
שלמה יוסף #וועלכע ניק דארט האט עס געשריבן?
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
כך הוא דרכם פון אסאך קנאים, ארויפשמירן אומגעשטויגענע מאמרים אויף וועם מען וויל, אויב ווייזט מען אן אויף די שקרים, ווערט מען אליין אן אפיקורס.
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
באמערקט א נייע זאך דארט, יעדע בילד פון א סאלדאט מיט פאות אדער תפילין וציצית, ווערט פארמעקט!!
עס איז אומגלויבלעך וואס צענזור קען אנמאכן!
על הכלל כולו יצא -
דאס הייסט א שמאלקעפיגער קרית-יולער אינגערמאן, וואס ליינט נאר דעם הייליגן אייוועלט, וועט אפילו נישט וויסן אז אין צה"ל זענען פאראן עכטע פרומע און היימישע און חסידישע שותומ"צ סאלדאטן. און דערנאך וועט ער נאך ווערן א מאן דאמר צו רעדן איבער השקפה, און צו מ'מעג גיין אין צה"ל אאז"וו, ווען די בעסיק אינפארמאציע איז געווארן געפילטערט דארך א פאר גראבע אינגען אין דער אייוועלט פראפעגאנדע מיניסטעריום...

[ציטאט אראפגענומען]
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=4810592#p4810592Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
לאמיר זעהן ווילאנג עס גייט בלייבן
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=4811325#p4811325
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=4811325#p4811325
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
געפלויגן!
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
סוף טוב הכל טוב #געפלויגן!
וואס איז דארט געשטאנען ?
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
א בילד פון א היימישע אינגערמאן יהונתן לובר וואס דינט אין צה"ל וואס איז היינט ליידער געהארגעט געווארן אין די מלחמה הי"ד.
https://pbs.twimg.com/media/GCOSkJtWcAAHHcv?format=jpg&name=900x900
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
סוף טוב הכל טוב #כ'מיין אז ס'שוין נישט דארט
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
נעקסט לעוועל #די מאן שטייט אויף און ער זאגט פאר זיין ווייב, איך פיל מיר נישט גוט היינט איך בלייב שלאפן, אויב רופט מען פון די ארבעט זאג אז איך בין נישט אינדערהיים.
די טעלעפאן קלונגט, די ווייב הייבט אויף, שעפשעט ארייין שטילערהייט, ער איז אינדערהיים!
איך האב די געזאגט פונקט די פארקערטע! שרייעט די מאן שרייעט ארויס פון די שלאף צימער
זי ענפערט אים, רילעקס, די פאון קאול איז געווען פאר מיר...
moishy56 #אזעלעכע ווערטלעך אויף אייוועלט?!נעכטן צופרי: די מאן שטייט אויף, און ער זאגט פאר זיין ווייב, 'איך פיל מיר נישט גוט היינט, איך בלייב שלאפן. אויב רופט מען פון די ארבעט זאג אז איך בין נישט אינדערהיים'.
די טעלעפאן קלונגט, די ווייב הייבט אויף, זי שעפשעט ארייין שטילערהייט, 'ער איז אינדערהיים'!
'איך האב די געזאגט פונקט די פארקערטע'! שרייט די מאן ארויס פון די שלאף צימער..
זי ענפערט אים, ''רילעקס, די פאון קאול איז געווען פאר מיר''...
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
ווען זיי זאלן עס נאר פארשטיין …
אדער האבן זיי קיין באגריף, און ס׳קעפל דירעקציע זייערע גייט מער אנטי בלוי...
ווער ווייסט
אדער האבן זיי קיין באגריף, און ס׳קעפל דירעקציע זייערע גייט מער אנטי בלוי...
ווער ווייסט
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
[ציטאט אראפגענומען]
גראדע איז עס געהריג אופן ביי משומרRe: זוכר נמחקות (אייוועלט)
געווען דארט א באשרייבונג איבער סאלדאט וואס איז נעבעך ג'הרג'ט געווארן אין עזה, און עס ווערט באשריבן ווי "יד לאחים" באוויינט איהם, ווייל ער פלעגט אסאך צוהעלפן אידישע פרויען פארכאפט ביי ערב'ישע מענער.
- געפלויגן!
- געפלויגן!
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
סוף טוב הכל טוב #געפלויגן אין דער ערד אריין!..געווען דארט א באשרייבונג איבער סאלדאט וואס איז נעבעך ג'הרג'ט געווארן אין עזה, און עס ווערט באשריבן ווי "יד לאחים" באוויינט איהם, ווייל ער פלעגט אסאך צוהעלפן אידישע פרויען פארכאפט ביי ערב'ישע מענער.
- געפלויגן!
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
גליקלעך #שוין געפלויגן...
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
אינעם לעיזער קרויס אשכול, ווי דער חכם האט זיך צורעדט אויף די וואס האקן אויף נתורא חרתא, (וואס ער אליין זאגט אז ער איז קיינמאל געווען אין א''י) האט מען זיך ארומגעטענ'עט צו די שטיצע פון נ''ק צו די אראבער איז גורם צו רציחה.
שרייבט איינער דארטן:
"אינעם קנאי'שע חדר איז שטארק איינגעבאקן אז געבן פאליטישע לעגימיטעיט מיינט משטתף בפעולה והודאה אויף יעדע פעילה וואס קען נאר ארויסקימען. נמשל, גיין צי די בחירות הטמאות מיינט מודה זיין אין אלע כפירה ומינות מהיות ציוניזם בעולם. נישט קיין נ"מ וועלכע פארטיי מען שטיצט.
אשר על כן, "לשטתם", מיטן זיך משטתף זיין בפעולה מיט די שנאי ישראל, געבן זיי פילע מאראלישע רעכט אויף 'אלע' רציחות, זיי לייקענען די האלאוקאסט, ריפן אפן פאר די ג'ענעסייד פין מיליאנע אידן היושבים בא"י ה"י עפ"ל.
אויב דאס איז נישט קיין רודף דאן וואס איז יא?"

דערהויבענע איד #בן גביר קען זיין א רודף!אינעם לעיזער קרויס אשכול, ווי דער חכם האט זיך צורעדט אויף די וואס האקן אויף נתורא חרתא, (וואס ער אליין זאגט אז ער איז קיינמאל געווען אין א''י) האט מען זיך ארומגעטענ'עט צו די שטיצע פון נ''ק צו די אראבער איז גורם צו רציחה.
שרייבט איינער דארטן:
"אינעם קנאי'שע חדר איז שטארק איינגעבאקן אז געבן פאליטישע לעגימיטעיט מיינט משטתף בפעולה והודאה אויף יעדע פעילה וואס קען נאר ארויסקימען. נמשל, גיין צי די בחירות הטמאות מיינט מודה זיין אין אלע כפירה ומינות מהיות ציוניזם בעולם. נישט קיין נ"מ וועלכע פארטיי מען שטיצט.
אשר על כן, "לשטתם", מיטן זיך משטתף זיין בפעולה מיט די שנאי ישראל, געבן זיי פילע מאראלישע רעכט אויף 'אלע' רציחות, זיי לייקענען די האלאוקאסט, ריפן אפן פאר די ג'ענעסייד פין מיליאנע אידן היושבים בא"י ה"י עפ"ל.
אויב דאס איז נישט קיין רודף דאן וואס איז יא?"
די עולי הר הבית קענען זיין רודפים!
די מתנחלים קענען זיין רוצחים מיט רודפים צוזאמען!
דארפסט נאך?
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
דאס איז געווען אן אשכול אין תורת הנפש אויף אייוועלט וואס איז געמעקט געווארן within 10 מינוט
טראכטער האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 01, 2024 9:55 pm
א גוטן. איך וויל מיטטיילן א טראכט וואס איך טראכט.
אין די היימישע עולם איז שטארק שכיח אז רעדן, און כל שכן פעולות פון ליבשאפט זאל זיין א זאך וואס מען דערווייטערט זיך דערפון און מען טאנצט אוועק ווייט. אזעלכע פשוטע ווערטער ווי איך האב דיך ליב וועלן מענטשן האבן שוועריגקייטן צו זאגן.
זעהן וויאזוי אנדערע געבן א קוש אדער האלזן זיך וועלן אסאך פשוט נישט סובל זיין און זיך גאר עקלען דערפון א.א.וו. פארוואס איז דאס אזוי???
אסאך וועלן עס גאר אנקוקן אדער בעסער געזאגט "פילן" ווי גוי'איש! האט עס עפעס אמת, אין זיך?! איך מיין אז עס איז בלויז די אומהיימליכקייט דערפון, אויפוואקסנדיג אן עס, איז וואס מאכט אזוי שפירן.
וואס זאגט דער עולם?

I think its because some element by us are like OTM that translates automatically hugs and kisses to sxauality so therfore its not so common , by other cultures hugs and kisses its just like giving your hand to each other even with the opposite gender , just my observation HNY
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
גליקלעך #צום עצם שאלה , לכאורה גייט דער עולם דראפן גאנץ יודישקייט דעמאלטס.... גראדע אמאל געליינט א באשרייבונג דערפון , דער שרייבער לייגט אראפ ווי די גאנצע עולם גייט זיין פארזאמעלט אין בית מדרש און די רב גייט צוגיין צום באלעמער און זאגן סאיז אן עצת היצר די ייצר הרע וויל אונדז אוועקנעמען פון אונזער אמונה טהורה , מען האט נישט גוט געציילט... וכו'
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
שפילער #לכאורה א גרויס חלק, אבער די פרומע גייען דעמאלטס ווערן נאך פרומערצום עצם שאלה , לכאורה גייט דער עולם דראפן גאנץ יודישקייט דעמאלטס....
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
טיפער #דאס איז נאר שכיח ביי אנשים, משא"כ ביי נשים דאס איז דאך דעם וועג פין זיך באגריסען, ווינטשען, אינער דעם אנדערען, איי געס עס קומט פינעם חינוך וואס ווערט גריפען "פרעמדע פלייש רירט מען נישט צי," כנהוג כתקנות גור,דאס איז געווען אן אשכול אין תורת הנפש אויף אייוועלט וואס איז געמעקט געווארן within 10 מינוט
טראכטער האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 01, 2024 9:55 pm
א גוטן. איך וויל מיטטיילן א טראכט וואס איך טראכט.
אין די היימישע עולם איז שטארק שכיח אז רעדן, און כל שכן פעולות פון ליבשאפט זאל זיין א זאך וואס מען דערווייטערט זיך דערפון און מען טאנצט אוועק ווייט. אזעלכע פשוטע ווערטער ווי איך האב דיך ליב וועלן מענטשן האבן שוועריגקייטן צו זאגן.
זעהן וויאזוי אנדערע געבן א קוש אדער האלזן זיך וועלן אסאך פשוט נישט סובל זיין און זיך גאר עקלען דערפון א.א.וו. פארוואס איז דאס אזוי???
אסאך וועלן עס גאר אנקוקן אדער בעסער געזאגט "פילן" ווי גוי'איש! האט עס עפעס אמת, אין זיך?! איך מיין אז עס איז בלויז די אומהיימליכקייט דערפון, אויפוואקסנדיג אן עס, איז וואס מאכט אזוי שפירן.
וואס זאגט דער עולם?
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
לאמיר זעהן ווילאנג דאס עט בלייבן.
בד"וו וואס איז די תסמר שערות אנוש אדווערטייזמענטס?
בד"וו וואס איז די תסמר שערות אנוש אדווערטייזמענטס?
שמעתי #ס'איז דא ביי דו קארנער פון 12 און 51 א וויי. פיי. סטענד מיט א גרויסע סקרין, וואס דער שטאט שטעלט צו, מ'זאל קענען רופען פון דארט, טשארדזען דער פאון, כאפן וויי פיי, סורטשען גוגעל מעפס, מיט א גרויסע סקרין, צו קענען זעהן דו לעצטיגע נייעס, דו וועטער, ווי מ'קען באקומען אומזיסט עסען, א זאך וואס טויג נישט פאר דו גאנצע אומגעגענט, נאכדעם וואס קינדער און בחורים דרייען זיך דארט, און סורטשען גוגעל מעפס וכדומה, וכו'. אנהייב אויפן סקרין איז נישט געוועהן געפערליך, לעצטענס לייגט מען ארויפ אויפן סקרין גאר גאר שמוציגע אויסגעלאסענע אדווערטייזמענטס תסמר שערות אנוש, ואכמ"ל, צום ווייטאג פון אלע תושבים אויפן גאס און געגענט, מ'האט זיך שוין אויסגערעד צו אלע דריי היימישע שטאטישע ערוויילטע, וואס הגם ס'איז לכאורה ס'איז א גרינגע זאך קער צו נעמען, און מ'קען נעמען קרעדיט פאר דו נעקסטע פאר יאר אז זיי טוען עפעס אויף, איגנאריען זיי דו בקשה, און טוען נישט גארנישט, אשר על כן שטעל איך דא מיט א בקשה, וואס ס'קען קער נעמען ווי אמשנעלסטען, הקב"ה ישלם פעלו לטובה.
כ'האף איינמאל ס'ווערט דו באשריבען אויף א פובליק פורעם, וועט עס גייט צום קוק ווינקעל, און דערנאך וועלען זיי זיך שנעל כאפען בעוד מועד עפעס צו טוען דערוועגען.
שוואכער #גאמ ל@שמעתי. ס'זייער נישט קיין גוטע און אויסגעהאלטענע זאך.
כ'גיי אריבער גאנץ אסאך דארטן, און מ'זעט טאקע ווי קינדער און בחורים שטייען דארט און טוען ווייס-איך-וואס.
לעצטנס האט איינער זעט אויס טיילווייז אנגעשפריצט דעם גרויסן סקרים מיט ספרעי פעינט, אבער ווייט פון גענוג.
עס וועט זיין גוט #מען דארך נאר איין באטל ספרעי פעינט אין עס איז מסודר
איך מיין מען קען אפילו פארקויפן דעם זכות
הונדרעעט טויזענט דעם ערשטען שפריץ לשם קדושת ישראל
פיינעעף הונדרעט
א מיליון ...
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
פארוואס זאל עס נישט בלייבן?
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
פרומע לבוש #שוואכער #גאמ ל@שמעתי. ס'זייער נישט קיין גוטע און אויסגעהאלטענע זאך.
כ'גיי אריבער גאנץ אסאך דארטן, און מ'זעט טאקע ווי קינדער און בחורים שטייען דארט און טוען ווייס-איך-וואס.
לעצטנס האט איינער זעט אויס טיילווייז אנגעשפריצט דעם גרויסן סקרים מיט ספרעי פעינט, אבער ווייט פון גענוג.
אפשר קען די איד וואס האט עס עס אנגעשפריצט, אויכעט ספרעי פעינטען די אלע אויסגעלאסענע פרויען וואס שפאצירן טעגלעך אויף ניו יוטרעקט זיי שטערן מיר זייער און איך ווער נכשל בשמירת עינים, שכוח תזכה מצות.
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
וואס איז די מעשה מיט די בחור וואס איז פארלוירן געווארן און געטראפן געווארן היינט שבת?
עס קומט אריין דא, ווייל אייוועלט האט עס געמעקט
עס קומט אריין דא, ווייל אייוועלט האט עס געמעקט
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
whatever #נאטינג מעידזשאר, א בחור איז דא געווען אויף א שמחה און נישט אנגעקומען שבת ציפרו צום סעודה, מען האט אים געטראפן מוצ״ש און פלעטבוש.וואס איז די מעשה מיט די בחור וואס איז פארלוירן געווארן און געטראפן געווארן היינט שבת?
עס קומט אריין דא, ווייל אייוועלט האט עס געמעקט
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
אלע אינפאו וועגן די פטירה פון בנש"ק ר' אברהם שפירא בן יבלחט"א נאראל'ע רב איז אראפגעפלויגן
איינציגסטע סיבה וואס איך קען טראכטן איז ווייל נאראל'ע רב ווייסט נאכנישט
און אפשר ליינט ער אייוועלט
איינציגסטע סיבה וואס איך קען טראכטן איז ווייל נאראל'ע רב ווייסט נאכנישט
און אפשר ליינט ער אייוועלט
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
קליינע צדיק #אלע אינפאו וועגן די פטירה פון בנש"ק ר' אברהם שפירא בן יבלחט"א נאראל'ע רב איז אראפגעפלויגן
איינציגסטע סיבה וואס איך קען טראכטן איז ווייל נאראל'ע רב ווייסט נאכנישט
און אפשר ליינט ער אייוועלט
נו, אפשר ליינט ער אויך דא?
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
וואס איז די מעשה מיט די פארפאלק פון טאהש?
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
דעי מעשה, אבער ס'איז נישטא קיין פרטים דא אויכט נישט.
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
שפילער #וואס איז דא געשטאנען?גליקלעך #צום עצם שאלה , לכאורה גייט דער עולם דראפן גאנץ יודישקייט דעמאלטס.... גראדע אמאל געליינט א באשרייבונג דערפון , דער שרייבער לייגט אראפ ווי די גאנצע עולם גייט זיין פארזאמעלט אין בית מדרש און די רב גייט צוגיין צום באלעמער און זאגן סאיז אן עצת היצר די ייצר הרע וויל אונדז אוועקנעמען פון אונזער אמונה טהורה , מען האט נישט גוט געציילט... וכו'
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
קוק צוריק, ס'איז דא א סקרין שאט.
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
געפלויגן אין 3 מינוט.
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
בת קול #פארריקטע מענטשן.געפלויגן אין 3 מינוט.
IMG_5712.jpeg
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
בת קול #כאשוין געשריבן פריער, עניטינג צו ווייזן אז די "ציונים" זענען אידן אדער אפילו מענטשן איז בבל יראה ובבל ימצא.געפלויגן אין 3 מינוט.
IMG_5712.jpeg
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
עס איז דא איינער אויף אייוועלט וואס פירט א שטיקל מערכה די לעצטע פאר טעג פאר דעם וואס מען האט אים פארמעקט זיי תגובה. דער שרייבער, מרנן, איז באוויסט צו אייביג געבן עצות און הילף פאר דער וואס דארף.
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
Visionary #נאך איינסעס איז דא איינער אויף אייוועלט וואס פירט א שטיקל מערכה די לעצטע פאר טעג פאר דעם וואס מען האט אים פארמעקט זיי תגובה. דער שרייבער, מרנן, איז באוויסט צו אייביג געבן עצות און הילף פאר דער וואס דארף.
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
זייער אינטערעסאנט..
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
Visionary #און שטייצזאך, איך זע יעצט אז זיי האבן געמעקט די תגובה אויכט.... איך מיין אז דער שרייבער זאל קומען שרייבן דא אין שטיבל און עס וועט אים גוט זיין.Visionary #נאך איינסעס איז דא איינער אויף אייוועלט וואס פירט א שטיקל מערכה די לעצטע פאר טעג פאר דעם וואס מען האט אים פארמעקט זיי תגובה. דער שרייבער, מרנן, איז באוויסט צו אייביג געבן עצות און הילף פאר דער וואס דארף.