דאס איז נישט מיךאיינער ווייסט וואס איז דארט פארגעגאנגען ?
viewtopic.php?p=3781410#p3781410
אחראי האט געשריבן:
מודעה ואזהרה
עס איז אויסדרוקליך נישט ערלויבט צו רעדן דא פון די נושא
מיר ווייסן אז איר האט באמת פארשטאנען
ונזכה לראות בבנין ציון וירושלים בקרוב
החותמים: המנהלים, הטובים, האחראים והעקסנים
איך האב עס נישט געזען, נאר הערצו מיין אנאליז.
1) ער ענדיגט צו מיט ונזכה לראות בבנין ציון וירושלים בקרוב.
2) נעכטן האט מען געוואוט אז די טיטל גאב”ד עדה החרדית גייט נישט געטראגן ווערן דורך א לעבעדיגע מענטש פאר די נעקסטע יאר.
3) די סיבות דערצו קען מען נישט מסביר זיין אן נכשל ווערן מיט מחלוקת ולשון הרע ורכילות.
4) רעדן פון מחלוקת וכו’ איז נישט ערלויבט אויף אייוועלט.
יעצט נעם צאם די אלע יסודות, און זאג מיר וואס דו האלסט איז געשטאנען דארט.
היינט איז געווען א קריטישע זוכעריי אין מאנסי ווי א 4 יעריג קינד איז געווען פארלוירן פאר עטליכע שעה.
חברים האט איבערגעדרייט א שטאט. עס איז געווען אסאך פאליציי, למעשה האט מען געטראפן די קינד אין א אנדערע חדר נאכדעם וואס ער איז ארויף אויף א ראנג באס.
איך האלט אינמיטן ליינען די אשכול אויף איי וועלט איבער די נייעס און אופס. אינמיטן ליינען ווער איך אויסגעשפארט און איך זעה די אשכול איז געפלויגן צוליב דעם וואס עס איז געווארן א שמועס אז חברים מאכט א מצב צו ווייזן אז זיי האבן פאוער אין שטאט אלס די חביבים פייט.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=3808554#p3808554📎 B20949FA-4A4F-4270-B65E-72FB8386114E.jpeg
היינט איז פאר א קורצע צייט געווען אזא ארטיקל אויף אייוועלט. איך האב געמאכט קאפי פעיסט אלטס חשש אז עס וועט פליען, (הגם עס איז נישט אזוי שלעכט) וכך הוה.
***
"פארוואס איז נאכנישט דא קיין "חוב קדוש" צו גיין שטימען אין אמעריקע?"
עס איז אלעמען באקאנט דעתו הטהורה פון רביה"ק זי"ע וואס איז געשטאנען ווי א לייב אנטקעגן די נסיון הדור פון ציונות, און אויסגערופן זיין דעת תורה אז עס איז אסור צו גיין צו די בחירות אין מדינת ישראל, און ס'איז גאר ממש ביהרג ואל יעבור. און ב"ה ביזן היינטיגן טאג האלטן זיך טויזענטער אידן פעלזן פעסט, און פאלגן אויס הוראותיו הקדושים און שטייען אינגאנצן אפגעטיילט פון די מדינה הטמאה, און נעמען נישט אנטייל און זייער בחירות הטמאות.
מען קען זיך אבער נישט פארהוילן פונעם פאקט אז טייל מנהיגים פון אמאל און היינט האבן יא געהאלטן אז מען מעג גיין צו די בחירות און ביי זייער קהילות פאלגט מען וואס מען הייסט ביי זיי, און מען גייט יא שטימען. אינטערסאנט איז אבער אז ביי די אלע פלעצער איז עס נישט סתם אזא היתר, מען מעג גיין, נאר עס איז זאגאר א "חוב קדוש" צו גיין!
אין די באקאנטע בריוו וואס בעלזא רב זי"ע מיטן טשעבינער רב האבן גע'חתמ'עט אז מען קען יא גיין צו די בחירות, שרייבן זיי נישט סתם עפעס א היתר בחירות, נאר זיי ברענגען ארויס קלאר אז עס איז א "חיוב"!! עס איז גאר א "מצוה" צו גיין שטימען.
אין טייל חסיד'ישע חצירות איז עס ממש א געהעריגע "מצוה". די רבי אליין איז מעורר איבער דעם, ער גייט ארויס מיט א געהעריגע באגלייטונג פון חסידים צום שטים בודקע, און בשעת מעשה זינגט מען "לעשות נחת רוח" פונקט ווי ווען מען שעפט מים שלנו..!
וואס איז פשט דערפון? וואס איז פשט פון אזא מצוה? וועל איך אייך ערקלערן; היות יענע גדולים ורבנים האלטן נישט אז עס איז אן איסור זיך משתתף צו זיין אין די בחירות (איך גיי בכלל נישט אריין דא אינעם דעליקאטן מחלוקת פון די סיבות הדברים פארוואס דער האלט אזוי און דער האלט פארקערט, איך בין נישט ראוי צו רעדן דערפון, און נישט איך פארשטיי עס. און איך רעד בכלל נישט אריין דערין, כמובן) אבער איין מאל עס איז נישטא קיין איסור, איז עס "אטאמאטיש" א מצוה און א חוב קדוש! אויב גייט מען נישט צו די בחירות, וועלן ווערן אריינגעוועלט פרייע ציונים רח"ל וואס זוכן דאך נאר אויסצורייסן יעדע זכר פון תורת משה, זיי וועלן איינשטעלן געזעצן אנטקעגן ערליכע חינוך, זיי וועלן פארמערן חילול שבת, פריצות אויפן גאס, וכדומה, און פראבירן צו מאכן געזעצן וואס זאל שווער מאכן פאר א ערליכע איד צו לעבן אין ארץ ישראל. עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז אויב האלט מען נישט פון קיין איסור בחירות דאן ווערט עס אטאמאטיש א מצוה און א חוב קדוש.
און טאקע אין ארץ ישראל אין די פלעצער ווי מען גייט צו די בחירות, איז עס אינגאנצן אנדערש ווי ביי אונז. עס איז נישט אזא אפשענעל זאך וואס נאר דער וואס הערט אויס שמעון ראלניצקי אויף קול מבשר, אדער ליגט אין פאליטיק, און האט אויך פונקט איבריג צייט און נערוון גייט שטימען. נאר "יעדער איינער ממש" גייט ארויס שטימען! חתנים און כלות ביום חופתם מאכן אויך צייט צו גיין שטימען! מען קוקט עס אהן ווי סיי וועלכע אנדערע מצוה ומנהג קדוש. יעדע קהילה האט א געהעריגע אפיס מיט ליסטעס, און מען גייט אדורך נאמען ביי נאמען צו זען אויב ער האט שוין געוועלט.
און דא קומט אריין מיין גרויסע תמיה... וואס איז טאקע געשען מיט אמעריקע? איך האב געכאפט א שמועס מיט איינע פון די עסקנים וואס איז עוסק אין פראבירן צו ברענגען די עולם צו שטימען. ער זאגט מיר ווי ער ארבייט ממש אליין מיט א קליינע גרופע מיטהעלפער, עס איז א ליצנות פון א אפעראציע אנטקעגן די מעכטיגע אימפעריע וואס אזא ארגעניזאציע וואלט געדארפט צו זיין.
טייל וועלן טענה'ן אז אההה.. אין מדינת ישראל ווי די שנאת עם הארץ לתלמיד חכם איז אזוי גרויס, און די פרייע זוכן נאר ווי זיי קענען אונטערברענגען דאס יהדות החרדית, איז פארשטענדליך פארוואס עס איז אזא חוב, אבער דא אין אמעריקע לעבט מען דאך אין א מלכות של חסד, און ממילא איז נישט אזוי וויכטיג צו שטימען ווי אין מדינת ישראל.
אבער איך מיין אז די עולם האט זיך שוין אויפגעוועקט צום ביטערן פאקט, אז די עשיו שונא ליעקב ברענט ליידער אויך דא אויף גאר א געפערליכן פארנעם. מען לעבט דא אין די שמוציגע ליבעראלע ניו יארק, ווי די ארומיגע גוים זוכן ליידער אויסצורייסן יעדעס ביסל נארמאלקייט און מענטשליכקייט. פאמיליע לעבן איז ביי זיי אראפגעקוקט, קדושה איז ביי זיי מיאוס. און אונזער ווירבלדיגע הייליגע חינוך און לעכטיגע פירות וואס שיינען זיי אין פנים שטייט ביי זיי ווי א דארן אין אויג, און זיי זוכן כל מיני תחבולות צו צוברעכן דעם הייליגן מויער וואס נעמט ארום אונזער הייליגע שטיבער. וואס דארף מען מער ווי דערמאנען די שרעקליכע גזירת החינוך וואס זיי האבן ליידער אדורכגעפירט אנטקעגן אונזער הייליגע מסורה און תורה הקדושה.
דערפאר שטיי איך און איך שטוין!!! פארוואס האט מען נאכנישט איינגעזען אז, עס איז א חוב קדוש צו גיין שטימען!!! יא!! אין אמעריקע!!! ביי די קהילות וואס אין ארץ ישראל איז עס א חוב, איז דאך דא זיכער דא דעם זעלבן חיוב. נאר אפילו אין סאטמאר, וואס אין ארץ ישראל איז עס אסור, איז עס דאך אין אמעריקע מותר, און אז עס איז מותר, איז עס דאך א חוב קדוש!! וויי געוואלד!!
אין די פאריגע עלעקשאנס האט אונזער לאנג יעריגע פריינט פון וויליאמסבורג באקומען א נישטיגע 6000 וואלן! און האט שמאל פארלוירן צו אן ארכי-ליבעראלע קאנדידאט וואס האסט אפן אונזער לעבנסשטייגער און קאמיוניטי. זי האט שוין געלאזט פאלן שענדליכע ווערטער אין שטיצע פון די נייע חינוך רעגולאציעס און פון די טרויעריג-בארימטע ניו יארק טיימס ארטיקל, און ארבייט געהעריג לטובת אלע שמוציגע ליבעראלע אגענדעס.
זענען אונז ביים זינען? וויליאמסבורג קען נאר ארויסברענגען נישטיגע 6000 שטימעס? די פאלעטישנס לאכן אונז אין פנים, זיי האבן נישט קיין שום סיבה זיך צו רעכענען מיט אונז, אונז גייען ממילא נישט ארויס שטימען, טא וואס האבן זיי צו פארלירן..? די נידריגע ליבעראלן שטעלן זיי צו אסאך מער שטימעס!
רבותי!!! מען דארף זיך נעמען אין די הענט אריין! יעדער איינער העכער 18 זאל זאפארט זיך רעגיסטרירן צו שטימען (איך מיין אז עס איז שוין צו שפעט זיך צו רעגיסטרירן פאר די קומענדיגע וואלן, אבער לייגטס עס נישט אפ, שרייבט ענק שוין איין!!) און די אלע וואס זענען יא רעגיסטרירט, לאמיר "אלע" ארויסגיין שטימען אין די מאסן!!! איש בל יעדר!!! בנערינו ובזקנינו נלך!!! לקדש שם שמים! אונז ווילן אז די פאליטישאנס זאלן זיך רעכענען מיט אונזערע ווירדן. זיי זאלן איינשטעלן געזעצן וואס רעספעקטירן אונזער תורה און לעבנסשטייגער. מען דארף אנקוקן די שטימען ווי סיי וועלכע אנדערע הייליגע מצוה וואס מען גייט מקיים זיין. זאג א פייערדיגע "לשם יחוד" פאר דעם, און מיט א ברען גיי אויספילן די בעלעט מיט די קאנדידאטן וואס די קהילות האבן אינדארסירט.
"איך האב נישט קיין נערוון" אדער "איך בין פארנומען" זענען בכלל נישט קיין גוטע תירוצים!!! וואלסטו דאס אויך געזאגט פאר סיי וועלכע אנדערע מצוה? "כ'האב נישט קיין נערוון צו גיין כפרות שלאגן"... "כ'בין צו פארנומען צו דאווענען מנחה"...? פונקט דא ווען מען רעדט פון אונזער גאנצע עקזיסטענץ צו קענען פראקטיצירן אונזער הייליגע תורה אומגעשטערט, מיינען טייל אז די סארט תירוצים זענען מאסגעבנד. אתמהה!!!
(ומכאן הקריאה יוצאת פאר די וואס האבן א ווארט ביי אונזערע אדמורי"ם ורבנים, אז זיי זאלן זען צו מאכן די רבנים באוויסטזיניג צו די נייע מציאות. אונז לעבן שוין מער נישט אין די אלטע מלכות של חסד פון אמאל ווי די דעמאקראטן האבן רעספעקטירט אונזער רעליגיע און לעבנסשטייגער, און עס איז געווען גענוג פאר די חדרים אהיימצישיקן א צעטיל אז ווער עס האט אביסל איבריג צייט זאלן זען צו שטימען אלס הכרת הטוב וכדומה. מיר לעבן אין א שעת השמד, שטימען איז שוין היינט א חוב קדוש! און אז די רבנים וועלן טאקע רעדן איבער די חיוב פון גיין שטימען, וועט עס האבן א שטארקע אפקלאנג, און די עולם וועט טאקע פאלגן אין די מאסן לעשות רצון צדיקי ומאורי דורינו).
לאמיר אלע מיט א פאראייניגטן כח ארויסגיין מקיים זיין די הייליגע מצוה פון שטימען!!!
שמן למאור: ייש"כ. ס'איז דא איין פסוק אין שיר השירים..."כרמי שלי לא נטרתי"...!
מ'איז ביזי מיט הפגנות און מחאות איבער דעם חורבן אין אידישקייט וואס די ציונים (וואו זענען זיי?) מאכן אן אין מדינת ישראל. אבער דעם זעלבן חורבן וואס די גרועים שבאומות וויללן אהערשטעללן דא אין אמעריקע פון דעים מאכט מען זיך נישט וויסנדיג...!
ס'איז זעלבסט פארשטענדליך אז די (הייליגע) איי-וועלט האט אויסגעמעקט דעם ארטיקל. ווייל ס'זאגט דעם אמת אין פנים אריין פון די (קארופטיר'טע) עסטאבלישמענט...!
איך האב נאר מורא אז קאווע שטיבל זאלל נישט נאכגיין אין זייערע פיסטריט. ווייל ס'זענען דא סימנים אויפ'ן האריזאנט אז מ'רוקט זיך אין יענע ריכטונג. יא. (דערווייל). מיט תירוצים ותירוצים שונים. אבער די אונטערשטע שורה איז אז אויב מ'קרומט מיט די נאז איבער געוויסע שרייבערס' אידעאלאגיע מעקט מען.
אמת. איי-וועלט האט זיך אויך אנגעהויבן מיט גוטע כוונות. ווען א פאר איידעלע יונגעלייט האבן שוין נישט געקענט פארנעמען די שענאניגענס און בזיונות און לשון הרע און רכילות פון הייד פארק האבן זיך אפגעטיילט און געמאכט א נייע וועבסייט. נאר דארט איז צוערשט געווען א פריי פעלד. בעסער געזאגט. הפקירות האט געהערשט דארט. דאס ניבול פה איז געווען שרעקליך. (איך וויל נישט יעצט אריינגיין אין קיין פרטים.) ביז מ'האט אנגעהויבן איינצוימען די הפקירות. מ'איז אבער געגאנגען צו ווייט. ווען מ'האט אנגעהויבן מעקן תגובות און מאמרים פון שרייבערס ווייל ס'האט נישט געשטימט אידעאלאגיש מיט די אפיציעלע (קארופטירטע) ליניע...!
berlbalaguleh
איך האב נאר מורא אז קאווע שטיבל זאלל נישט נאכגיין אין זייערע פיסטריט. ווייל ס'זענען דא סימנים אויפ'ן האריזאנט אז מ'רוקט זיך אין יענע ריכטונג. יא. (דערווייל). מיט תירוצים ותירוצים שונים. אבער די אונטערשטע שורה איז אז אויב מ'קרומט מיט די נאז איבער געוויסע שרייבערס' אידעאלאגיע מעקט מען.
אז מ'קרומט אביסל ווייניגער איז נישטא וואס מורא צו האבן...
היינט איז געווען א גאנצע שמועס אין די אשכול פין ירושלים איבער די נעכטיגע פראגראם און ירושלים אקעגען די אמעריקאנע בחורים
און ס'איז שוין נישט דא קיין זכר...
ר' ד.א.נ.מ.: פראגראמען זענען וואס די ישיבות הק' און דער היימישער עולם נעמט אין אמעריקע. פאגראמען זענען ראיאטן. וועלכע האבן זיך אנגעהויבן אין רוסלאנד. און זענען פארגעקומען נעכטן אין ירושלים עיה"ק אקעגן אמעריקאנער בחורים. לאמיר נישט אויסמישן די צוויי...!
בל"ס אז דער אשכול איבער די 12'טע קלאס גייט פליען. כאפט אריין עס איז היבש אינטרעסאנט.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=58279שוין פארמעקט..
📎 Screenshot 2022-12-22 115945.png
א קליינטשיגע דעבאטע איבער בילדער פון פרויען אין אויסגאבעס מסתמא וועט עס ווערן אויסגעמעקט באלד.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=4017624#p4017590📎 Screenshot_20221226_191458_Chrome.jpg
מרדכי מרדכיא קליינטשיגע דעבאטע איבער בילדער פון פרויען אין אויסגאבעס מסתמא וועט עס ווערן אויסגעמעקט באלד.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=4017624#p4017590
אינטערסאנט אז 'יואל פעלזן' שטעלט זיך ארויס און שרייבט אזוי אויף אייוועלט!
געט'ס א קוק📎 image (16).png
דערהויבענע אידגעט'ס א קוק📎 image (16).pngimage (16).png
יא, איך האב מיך געווואנדערט וויאזוי זיי לאזן עס צו
חברה, שארט אהער די פאפקארן און לייגטס ביר אין פריזער:
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=4441211#p4441211
ווייס איך נישט צו מ׳גייט מעקן אבער קודם לאז זיין:
📎 IMG_0874.jpeg
📎 IMG_0875.jpeg מונטסוריחברה, שארט אהער די פאפקארן און לייגטס ביר אין פריזער:
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=4441211#p4441211
ווייס איך נישט צו מ׳גייט מעקן אבער קודם לאז זיין:
📎 IMG_0874.jpegIMG_0874.jpeg
📎 IMG_0875.jpegIMG_0875.jpeg
מ'דרייט פיין די אייער דארטן.
איינער פרעגט וואס איז א חילוק אויב דיין זון איז געווארן מער מאדערן, או א חילוק אויב דיין זון וויל חתונה האבן ביי די 14 ביי יואלי ראטה...
פראקטיש שרייבט ער וואלט נישט געגבן א פעני מער פאר זיין זון, וואט עי זשאויק.
Yeah… five minutes and it’s down
אויף אייוועלט האט איינער געעפנט א אשכול איבער א מענטש וואס וויל נישט געבן צדקה פאר אן ארגאניזאציע צוליב וואס זיי האבן א אפציע פון דאונעיטן אנליין, און דער פרומער אידל האט גאר געגעבן א סילוק פאר דעם גבאי צדקה אין ביהמ"ד, און דער פותח האשכול וויל וויסן צי דאס איז ריכטיג.
רוב עולם איז דערקעגן, כמובן. אנדערע זענען יא אביסל מסופק. אבער איינער האט זיך געבייזערט אז מען האלט שוין ליידער אויף אזא מצב נאר א דאנק השומרים מיט זייערע השמיעיני בלעטלעך וכו', אז מען נעמט אזא חשוב'ע מצוה פון צדקה און מען איז עס מבטל נאר צוליב וואס זיי האבן די "אפציע" צו גיין אנליין.
פארשטייט זיך אז ביז 5 מינוט איז עס מער נישט געווען דארט.
📎 צדקה.jpg
איינער האט זייער שיין אפגעשריבן אלע פריערדגע פוסקם וואס זענן מתר שייטלך אין מהאט
געמעקט
📎 Screenshot 2023-07-20 110849.png
Yeshאיינער האט זייער שיין אפגעשריבן אלע פריערדגע פוסקם וואס זענן מתר שייטלך אין מהאט
געמעקט
איך האב מיך אמאל ארומגע'טענה'ט מיט די חברה דארט וועגן early shabbos אפאר בלעטער ביז איך האב אויפגעוויזן אז ס'איז אויסגעהאלטן למהדרין מן המהדרין, אפשר אפילו מער לכתחילה ווי דאווענען די "געהעריגע צייט", און בום, די אשכול איז גלייך פארשלאסן געווארן מיט מיין לעצטע תגובה דערין, זעהט אויס אז זיי האבן פארגעסן עס צו פארמעקן 😂 😂 😂
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
מרדכי מרדכי
וואס איז דאס יתוש?
אייוועלט האט אויסגעשפארט די גרעסטע טראמפ'יסט דארט. די רעפאבליקאנער זענען געווען שרעקליך בייז.
עכט האט עס נישט קיין געהיריגע פשט אבער עפעס א סיבה האט עס זיכער געהאט.
אייוועלט ווי באקאנט געהערט צו אן ארויני אין ר' אהרן איז שטארק קעגן טראמפיזעם מעגליך איז עס וועגן דעם
שמעקעדיגאויף אייוועלט האט איינער געעפנט א אשכול איבער א מענטש וואס וויל נישט געבן צדקה פאר אן ארגאניזאציע צוליב וואס זיי האבן א אפציע פון דאונעיטן אנליין, און דער פרומער אידל האט גאר געגעבן א סילוק פאר דעם גבאי צדקה אין ביהמ"ד, און דער פותח האשכול וויל וויסן צי דאס איז ריכטיג.
רוב עולם איז דערקעגן, כמובן. אנדערע זענען יא אביסל מסופק. אבער איינער האט זיך געבייזערט אז מען האלט שוין ליידער אויף אזא מצב נאר א דאנק השומרים מיט זייערע השמיעיני בלעטלעך וכו', אז מען נעמט אזא חשוב'ע מצוה פון צדקה און מען איז עס מבטל נאר צוליב וואס זיי האבן די "אפציע" צו גיין אנליין.
פארשטייט זיך אז ביז 5 מינוט איז עס מער נישט געווען דארט.
יענע שרייבער איז ליידער אזוי גערעכט. קוק ווי קראנק אונז זעמיר געווארן
📎 899.jpeg
Schmoozer משה זעקעלאייוועלט האט אויסגעשפארט די גרעסטע טראמפ'יסט דארט. די רעפאבליקאנער זענען געווען שרעקליך בייז.
עכט האט עס נישט קיין געהיריגע פשט אבער עפעס א סיבה האט עס זיכער געהאט.
אייוועלט ווי באקאנט געהערט צו אן ארויני אין ר' אהרן איז שטארק קעגן טראמפיזעם מעגליך איז עס וועגן דעם
?What's the nik
שוין געפלויגן פון דארט קיינמאל
ששון ושמחהיענע שרייבער איז ליידער אזוי גערעכט. קוק ווי קראנק אונז זעמיר געווארן
אוי איז דאס פיינע נייעס. פארשטייסטו, די הייליגע מאלעסטער פאנזי שווינדלער ווילדער דרייווער אראפקנאקער מיט ווער ווייסט וואס נאך חולערעס וועט מען פארענטפערן באשיצן און זיי מאכן פאר העלדן, זאל חס ושלום א האר פון זייער קאפ נישט צום ערד פאלן, אבער דאס סמארטפאון, אה! יַהֲרוג ואל יעבור!
@מי אני אלערט 😃
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=515825#p515825כאילו איינער שרייבט טאקע די אלע 'בריוון' צו ר' יואלי ראטה. קאם אן.
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
דער זעלבע וואס שרייבט "פון פענע צום בלאט"...
צוזאמגעדרייטדער זעלבע וואס שרייבט "פון פענע צום בלאט"...
די פענע צום בלאט שרייבער האט כאטש א סענס אוו יומאר...
ברוך שפינוזה ששון ושמחהיענע שרייבער איז ליידער אזוי גערעכט. קוק ווי קראנק אונז זעמיר געווארן
אוי איז דאס פיינע נייעס. פארשטייסטו, די הייליגע מאלעסטער פאנזי שווינדלער ווילדער דרייווער אראפקנאקער מיט ווער ווייסט וואס נאך חולערעס וועט מען פארענטפערן באשיצן און זיי מאכן פאר העלדן, זאל חס ושלום א האר פון זייער קאפ נישט צום ערד פאלן, אבער דאס סמארטפאון, אה! יַהֲרוג ואל יעבור!
@מי אני אלערט 😃
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=515825#p515825
ברוך שפינוזה: דו מיינסט טאקע ליטערעללי. יהרוג ואל יעבור...לאל. ס'זענען דא אזעלכע משוגעים וועלכע זענען עס גרייט צו טון...!
וואלווי צוזאמגעדרייטדער זעלבע וואס שרייבט "פון פענע צום בלאט"...
די פענע צום בלאט שרייבער האט כאטש א סענס אוו יומאר...
אוי האט ער א סענס אוו יומאר. לאמיר נאר אנכאפן 2 פון זיינע "בריוון". איינס. מיט טשיעז דעלקעלעך וואס דער איד וועלכער דאוונט זייער לאנג בכוונה האט א בקשה צו די שמשים אין ביהמ"ד. ווען איינער געט טשיעז דעלקעלעך פאר תיקון. און די שנעלע אפדאוונערס צוכאפן אלעס און ס'בלייבט גארנישט מער איבער פאר די ערליכע (לאנגע) דאווענערס. אז זיי זאללן אוועקלייגן א א פאר שטיק פאר די ערליכע אידן. וועלכע זענען שטארק משתוקק צו האבן פון די גוטע סחורה.
די צווייטע. אז א פאר גרויסע עסקנים האבן זיך באקלאגט אז זיי באקומען אזוי פיהל פלעקס און אווארדס אז זיי האבן שוין נישט געניג ווענט אין זייער הויז דאס אלעס אויפצו הענגען. מילא עסן וואס די מוסדות שיקן גייט גראד אין גארבידזש. ווייל מ'שיקט אזוי סאך אז זיי קענען גארנישט טון מיט דעם. אבער די פלעקס זענען א גרויסע צרה. (אויף אלע אידן געזאגט.)
פארוואס פליט מען אזוי שנעל פון אייוועלט?
יואוי, איך דערמאן זיך די גוטע צייטן. ווען איך בין געווען א בחור און געווען בארד, נישט האבנדיג וואס צו טון, פלעגן מיר שרייבן בריוו פאר ר' יואלי ראטה... צומאל פלעגן מיר זיצן עטליכע חברים צוזאמען און טראכטן וואס צו שרייבן. יעדע מאל איז געווען עפעס אנדערש, אמאל אז א איד האט מיר מאלעסטערט, אמאל אז איך האב א מורא'דיגע תאוה צו נוצן מיין פאון שבת, און אמאל אז ס'מאכט זיך נישט קיין דיבורים ביי התבודדות.
מיר פלעגן ארויסקוקן אויף די ענטפערס און זיך אונטערהאלטן דערפון.
היינט פארשטיי איך נישט די תאוה.
צפתיואוי, איך דערמאן זיך די גוטע צייטן. ווען איך בין געווען א בחור און געווען בארד, נישט האבנדיג וואס צו טון, פלעגן מיר שרייבן בריוו פאר ר' יואלי ראטה... צומאל פלעגן מיר זיצן עטליכע חברים צוזאמען און טראכטן וואס צו שרייבן. יעדע מאל איז געווען עפעס אנדערש, אמאל אז א איד האט מיר מאלעסטערט, אמאל אז איך האב א מורא'דיגע תאוה צו נוצן מיין פאון שבת, און אמאל אז ס'מאכט זיך נישט קיין דיבורים ביי התבודדות.
מיר פלעגן ארויסקוקן אויף די ענטפערס און זיך אונטערהאלטן דערפון.
היינט פארשטיי איך נישט די תאוה.
דערמאנסט מיך אין קעמפ ווי מען האט גערופן די אפערעיטער (די איינציגסטע נומבער וואס איז געוועהן בחינם אחוץ 911) און מען האט זיי אראפגעדרייט א קאפ, קינדערישע תאוות.
איינער ווייסט ווי דער אפערעיטאר ליגט? אפשר קען מען מאכן עפעס א סגולה ביי זיין קבר 😂
איך בין פארדארבענע קארטאפל פון איי וועלט כ'בין שוין געווען שר עשרים אלפים אין איך בין געווארו געמעקט כ'האף אז דא וועלעך מעך (...) טרעפן די פלאץ.
הערינג מאכעראיך בין פארדארבענע קארטאפל פון איי וועלט כ'בין שוין געווען שר עשרים אלפים אין איך בין געווארו געמעקט כ'האף אז דא וועלעך מעך (...) טרעפן די פלאץ.
לאז דער עולם הערן וואס דיין אייוועלט ניק איז געווען...
הערינג מאכעראיך בין פארדארבענע קארטאפל פון איי וועלט כ'בין שוין געווען שר עשרים אלפים אין איך בין געווארו געמעקט כ'האף אז דא וועלעך מעך (...) טרעפן די פלאץ.
איך בין צוזאמען מיט מיין דריי ניקס איינס נאך די אנדערע געפינט (איינס אראפ צווייטער אריין)
געווען א שר דריי הונדערט
איך בין נאך דארטן אלס א שר חמישים ומאתיים און איך שרייב נישט וואס זיי געפעלט נישט.
מרדכי מרדכיאיך בין נאך דארטן אלס א שר חמישים ומאתיים און איך שרייב נישט וואס זיי געפעלט נישט.
וואסע איז דארט דיין ניק נאמען??
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
אויף אייוועלט האט א ניק "הדד בן בדד" (זעלבע ווי
@הדד בן בדד?) ארויפגעשטעלט
@נח'ס תגובה וועגן די הדסים מאגאזין פון
דא, און עס איז געווארן פארמעקט.
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
ששון ושמחה #
אויף אייוועלט האט א ניק "הדד בן בדד" (זעלבע ווי
@הדד בן בדד?) ארויפגעשטעלט
@נח'ס תגובה וועגן די הדסים מאגאזין פון
דא, און עס איז געווארן פארמעקט.
שיין צו וויסן אז די צדיקים יענע וועלט ליינען דא.
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
סוף טוב הכל טוב #
פשט??
איינער האט זיך רח''ל מטמא געווען די אויגן און ארויפגעשטעלט די היסטארישע בילד
📎 77338440-8255-11ee-9d51-c7f7dbb34bdb__h808_w1280.jpeg