☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אייוועלט קאמענטארן » זוכר נמחקות (אייוועלט)

זוכר נמחקות (אייוועלט)

200 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #13333
בלאט: 1 2 3 4

מתון מתון » פרייטאג סעפטעמבער 6, 2019 5:43 pm

· #435884
זוכר נמחקות (אייוועלט)
אני הגבר, מתון ברבי מתון, מגולי אייוועלט הבירה, ראו עיני בשבט הביקורת, חושך ולא אור.

איך בין נישט קיין גרויסער אינטערנעט זיצער און שרייבער. אבער ווען איך האב זיך אנגעקלאפט אין אייוועלט מלפני כמה חדשים שמחתי מאוד כפי רגע, נעמליך א ווינקל וואו מען שעירט אינפארמאציע און געדאנקן אויף א היימישען פארנעם ערגעץ אויף די גרויסע קאלטע אינטערנעט, עס האט זיך געפילט איינגענעם און ווארעם ווי א גענוצטע פאר שטיוול.

בעיקר איז מיר יעצט שטארק נוגע דער אפטיילונג פון נייע ישובים, איך בין מער נישט אליין, כ'דארף שוין נישט אנקומען מער צו קיין מקוה נייעס און שמועות פורחות באויר. נאר מען קען אליין מיטהאלטן חדשים לבקרים מהנעשה והנשמע ביותרת הפרטים.

אך דא עקא ווי נאר איך האב אנגעהויבן צו שרייבן אומשולדיגע תגובותלעך דא און דארט, אן קיין שום אגענדע אדער פאליטישע מאטיוו, האט מיר אפגעווארט א ביטערער אנטוישונג. נעמליך גאנצעטע תגובות זענען מיר כסדר פארשוואונדן געווארן ווי דער ערד וואלט עס איינגעשלונגן ולא נודע כי באו אל קרבנה, בין לילה היה ובין לילה אבד.

איך גלייב אז יעדע שרייבער קען זיך אידענטיציפירן מיט די הארץ וויי און ערגערונג וואס דאס ברענגט.

אשר על כן, וויבאלד דא איז - כפי השמועה, פיל לייכטער מיט צענזור ענינים וועל איך מיר ערלויבן צו עפענען דיזן אשכול וואס וועט דינען פאר דעם צוועק פון פאראייביגן געמעקטע תגובות און אשכולות איידער עס פארט ארונטער בתהום הנשיה.

ויהי רצון שלא ניגע לריק ולא נלד לבהלה.

מתון מתון » פרייטאג סעפטעמבער 6, 2019 5:53 pm

· #435885
אט איז וואס איך האב רעאגירט צו קאמענטארן אויף א נ.י. טיימס ארטיקל איבער חסידים אין טשעסטער.

<a class="postlink" href="https://www.nytimes.com/2019/08/14/nyregion/jews-discrimination-lawsuit.html">https://www.nytimes.com/2019/08/14/nyre ... wsuit.html</a>

נישט ליינען די קאמענטארן!

הצצתי ונפגעתי! איך וואלגער זיך אין בעט שוין צוויי שעה און קען נישט איינשלאפן פאר עגמת נפש.

ווען מיר וואלטן געהאט רבנים מיט א ברייטן לאנג טערמיניגן בליק וואלט זיי געשריגן געוואלד און מטכס עצה געווען יומם ולילה. אבער ליידער איז דאס נישט עפעס מיט וואס אונזער דור איז געבענטשט. מיר האבן פלענטי ערליכע עובדי השם און גאנץ וואזשנע תלמידי חכמים כבודם הגדול במקומם מונח. אבער מנהיגי ישראל? מנהיגי הדור? איינער וואס פלאנירט און זארגט זיך פאר צוואנציג יאר ארום? קען זיין, איך ווייס נישט פון אזא מציאות. 

רבותי, יעצט איז עס בלויז קאמענטארן. גרינג צו אוועקמאכן. מען וועט גיין אין קאורט און אפשר געווינען. מען וועט וואוטען בכח הרבים. אבער רבותי! מיר זיצן אויף א פולווער פאס! מי יודע מה יולד יום.

די פראבלעם איז אז פיל קאמענטארן זענען גערעכט. אויב עווערעזש זשאו שמאו האט 1.8 קינדער און ביידע עלטערן ארבעטן, האלטן זיך אליין אויס און צאלן טעקס. און לעומת זה עווערעדזש יאנקל פעפער האט 8 קינדער נאר טאטע ארבעט און צאלט כמעט נישט קיין טעקס ווייל אפילו ער איז א מיטל קלאס פארדינער קען ער נישט דעקן דעם חודש מיט זיין אייגענע געהאלט אן גאווערמענט הילף. מיינט אז זשאו האלט אויס יאנקלען. פלעין און סימפל. נישטא קיין צוויי וועגן דערין.

אפילו יאנקל איז למעשה טאקע ארים און בארעכטיגט לפי די גיידליינס. וויל דער שטייער צאלער דאס נישט אויסהאלטן. ער פארשטייט אויב מאכט זיך א סינגעל מאמע, א הענדיקעפט אדער אנדערע אויסנאם פעלער. דאס איז ערווארטעט אז ס'וועט זיך מאכן א מינימאלע פראצענט אין א סאסייעטי, סבר וקיבל, מארגן קען איך זיין א נצרך, גלגל החוזר בעולם, א סעפטי נעץ פאר שלימזלים איז יעדער מסכים.

אבער אויב קומען מענטשן און מאכן דערפון א וועג פון לעבן, לכתחילה אוועקשטעלן א לעבן ווי דער רעגירונג, דהיינו שטייער צאלער זענען א חלק פונעם פלאן זיך צו דעקן, ברענגט דאס בייז בלוט און מיט רעכט, מאי חזי דדמא דידך סומא טפי? פארוואס דארף זשאו פארשווארצט ווערן און צאלן שטייער צו קאווערן יאנקל?

די פשוטע עצה איז טוישן אונזער וועג אז נישט האבן אזויפיל קינדער און ביידע עלטערן זאלן ארבעטן. דער עולם זאל קענען זיין בדרך כלל סעלף סופישענט. 

וועלן זיין מענטשן וואס וועלן שרייען דאס איז א הלכה פראבלעם. פיין. לו יהא כדבריך.

אויב וויל מען יא האבן אסאך קינדער, אפשר דארף מען פארבעסערן די עדיוקעשאן אז א עווערעזש סינגל פארדינער זאל קענען מאכן לכל הפחות 150 אלפים א יאר צו קענען זיך דעקן בדוחק אן אנקומען צו די גאווערמענט. 

טענהן די עסקנים אז ניין. עדיוקעשן העלפט נישט פאר פרנסה, פיין דאס אויך נישט.

איז וואס איז דעמאלס יא די עצה?

מוז מען אסר'ן בחרם חמור דער עולם זאל נישט נעמען קיין רעגירונג געלט ויעבור עלנו מה. די קהלות זאלן צושטעלן ביליגע דירות. די עשירים זאלן סובסידירן שכר לימוד. מען זאל מאכן פאלקס קיכן פאר די וואס דארפן. און אידישע שפיטעלער פאר חולי ישראל. דער עולם זאל לעבן בדחקות אבער מיט אן אמת. מען דארף צוריקגיין צו די אמאליגע קהלה לעבן. אז מען וויל זיין אנדערש און אפגעטיילט פונעם גוי, אדרבא! אבער נעם נישט זייער געלט אויך נישט!

מען קען נישטמפארלאנגען פונעם גוי בכח החוק ער זאל סובסידירן דיין לעבנס שטייגער עס איז נישט תורהדיג און נישט מענטשליך און הערט זיך אבסורד.

אדרבא, זאגט איר א עצה. איני אומר קבלי דעתי. אבער סאמטינג העז טו גיוו. מען קען נישט אנכאפן דעם שטעקן פון אלע זייטן.

אנטיסעמיטן איז אלץ געווען, ריכטיג, אמאל איז אבער געווען האס און בלבולים און שקרים, אידאך שקר אין לו רגלים. איז עס לסופו ארויפגעשווימען. האט די וועלט לסוף איינגעזען אז דער איד פארברויכט נישט קיין בלוט און מצות און אז אידישע באנקירן פירן נישט די וועלט. אבער דא איז די ערשטע מאל אין היסטאריע ווי אונזערע קעגנער זאגן דברים של טעם! אנפארטשנעטלי האבן זיי א טענה נכונה. אויב זייערע קאמענטארן ווערן געדולדעט אינעם ליבעראלן טיימס זענען מיר אין א טיפן גרוב.

מאכט עס נישט אוועק מיט תנחומין של הבל. אמר רבי יוחנן מאי קרא אשרי אדם מפחד תמיד? אקמצא ובר קמצא חרבה ירושלים וכו. מען ברויך מפחד זיין וואס דא וועט זיין. וואס קען ארויסקומען. לא עת לחשות. עפעס מוז געטון ווערן איידער עס ווערט צו שפעט. חוץ פון די חילול השם כי נורא הוא.

ויהיו נא אמרנו לרצון לפני אדון כל.

איסר האטלקי » מוצ"ש סעפטעמבער 7, 2019 10:17 pm

· #435890
מיט וואס האלט דשאו אויס יאנקל? דזשאו שיקט אין פובליק סקול, און דארט גייט זיין טעקסעס. דער מיטל קלאס איד וואס ארבעט באקומט נישט קיין פראגראמען און נוצט אויך נישט די פובליק סקול. ווייטער דער ארימער איד איז פונקט ווי דער ארימער גוי.

אויב די איינציגע עבירה איז האבן צופיל קינדער, פארוואס אויף די מאסן אמעריקאנער טשייניז האט קיינער קיין טענות? די כינעזער האבן אפי' ווייניגער עשירים ווי אידן.

טמיר » מוצ"ש סעפטעמבער 7, 2019 11:16 pm

· #435894
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
איסר האטלקי
מיט וואס האלט דשאו אויס יאנקל? דזשאו שיקט אין פובליק סקול, און דארט גייט זיין טעקסעס. דער מיטל קלאס איד וואס ארבעט באקומט נישט קיין פראגראמען און נוצט אויך נישט די פובליק סקול. ווייטער דער ארימער איד איז פונקט ווי דער ארימער גוי.

אויב די איינציגע עבירה איז האבן צופיל קינדער, פארוואס אויף די מאסן אמעריקאנער טשייניז האט קיינער קיין טענות? די כינעזער האבן אפי' ווייניגער עשירים ווי אידן.

זייער פשוט. יענקל באקומט א יאר ווערט פון 100 אלפים פראגראמען (ניין, עס איז נישט קיין גוזמא), דזשאו'ס פאבליק סקאל פאר זיינע 1.8 קינדער איז ווערט 20,000.

דזשו צאלט 25000 טעקס א יאר, און יענקל באקומט א ריפאמד פון 12 אלפים...

הא?

מתון מתון » זונטאג סעפטעמבער 8, 2019 12:05 am

· #435896
מיין טענה איז, אז די לעבן וואס מיר פירן קען נישט ווערן אויסגעהאלטן דורך אן עוועריזש פארדינער אן רעגירונג הילף.

לדוגמה, די מידיען אינקאם אין נ.י. סיטי איז 75 אלפים. העכער ווי רוב אמעריקע. ביי אונז וואו נאר די טאטע קען בדרך כלל ארבעטן, קען זיך א משפחה פון זיבן קינדער אויסהאלטן דערפון אן קיין שום רעגירונגס הילף? אבסעלוטלי ניין!

דאס מיינט אז מיר פארלאזן זיך אויף דעם לכתחילה, נישט בדיעבד. עס איז א חלק פונעם פלאן.

דאס איז שוין אן קוקן אויפן פאקט אז אסאך אידן מאכן לכתחילה ווייניגער, ווי כלי קודש וכו. אדער אז עס איז דא א געוויסע פראצענט וואס נעמען פון רעגירונג הילף אומבארעכטיגט. דאס זענען פרטים וואס מען קען פארענפערן. איך רעד אויב אלעס גייט צו נארמאל לויט די בעסטע אומשטענדן.

איסר האטלקי » זונטאג סעפטעמבער 8, 2019 1:31 am

· #435903
וועלכע רעגירונגס הילף באקומט מען מיט אן אינקאם פון 75,000 דאלער?

איך וויל וויסן ווייל דאס איז בערך מיין אינקאם, טעקסעס איז עטליכע אלפים אבער ניטאמאל מעדיקעיד באקום איך. וואס קען איך באקומען?

איך מיין אז ארום 80 פראצענט היימישע אידן פון 25 יאר און ארויף פארדינען פון 60 אלפים און ארויף (טאקע ווייניג פאר א משפחה), און זיי זענען נישט בארעכטיגט פאר קיין שום גאווערמענט בענעפיטן.

שמעון וואלף » זונטאג סעפטעמבער 8, 2019 2:04 am

· #435904
איסר האטלקי
וועלכע רעגירונגס הילף באקומט מען מיט אן אינקאם פון 75,000 דאלער?

איך וויל וויסן ווייל דאס איז בערך מיין אינקאם, טעקסעס איז עטליכע אלפים אבער ניטאמאל מעדיקעיד באקום איך. וואס קען איך באקומען?

איך מיין אז ארום 80 פראצענט היימישע אידן פון 25 יאר און ארויף פארדינען פון 60 אלפים און ארויף (טאקע ווייניג פאר א משפחה), און זיי זענען נישט בארעכטיגט פאר קיין שום גאווערמענט בענעפיטן.

טשיילד העלט פלאס קען מען האבן אפילו מען פארדינט 200,000 א יאר.

אבער די אמת איז אז יעדער צאלט עפעס טעקסעס ווי סעילס טעקס און פעיראל טעקס, טאללס

איסר האטלקי » זונטאג סעפטעמבער 8, 2019 2:10 am

· #435905
נו, דאס נעמט דאך דער גוי אויך.

ביבער » זונטאג סעפטעמבער 8, 2019 3:13 am

· #435906
מתון מתון

אשר על כן, וויבאלד דא איז - כפי השמועה, פיל לייכטער מיט צענזור ענינים וועל איך מיר ערלויבן צו עפענען דיזן אשכול וואס וועט דינען פאר דעם צוועק פון פאראייביגן געמעקטע תגובות און אשכולות איידער עס פארט ארונטער בתהום הנשיה.

די אשכול האט שטארקע טשענסעס צו ווערן די לענגסטע אשכול אין קאווע שטיבל.

קורקלענד » זונטאג סעפטעמבער 8, 2019 9:12 am

· #435907
שמעון וואלף

טשיילד העלט פלאס קען מען האבן אפילו מען פארדינט 200,000 א יאר.

נאר אויב מ'האט אויך אכט קינדער, אויב מ'האט ווייניגער קינדער זענען די אינקאם גיידליינס אסאך נידעריקער.

אישתישבי » מאנטאג סעפטעמבער 9, 2019 6:56 am

· #435970
מוסדות לעבן אויף די גאווערנמענט, אוודאי אויך אויף נדבנים און שכר לימוד.

און דאס איז ווייל אונז קענען נישט באצאלן פאר די מוסדות.

פאבליק סקול איז געמאכט אז אפילו דער יחיד וואס האט נישט אויף שכר לימוד זאל קענען שיקען אין סקול, נישט אז א רבים זאל קענען שיקען פאר ביליג אדער גארנישט.

מתון מתון » דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 1:27 pm

· #436136
אן אשכול וואס גייט בקרוב פארמאכט ווערן. (א ענליכע אשכול מיט עטליכע דפים איז אראפ עטליכע טעג צוריק)
אז איינער קען מאכן סקרינשאטס אדער קאפי ענד פעיסט.

<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=40481">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=40481</a>

מתון מתון » מאנטאג נאוועמבער 4, 2019 9:48 am

· #437847
א קליינע אומשולדיגע תגובה'לע אין די דזשערסי סיטי אשכול איז אראפ אין אן אויגנבליק.

געהערט עס עפענט זיך א נייע מוסד אין ז"ס מיט'ן נאמען "יודעי שמך" ע"י המתנגדים לקאמאן קאור.
ווי אויך זענען דא פון די מתנגדי הוואקסינים שחושבים ג"כ מן ז"ס.
אפשר וועט עס זיין א טובה פאר די שטאט בכלליות, כידוע זענען א גרויס חלק פון די מענטשן בטבע זעלבסשטענדיג און אקטיוויסטן מיט אן איבערפלוס פון ענערגיע און צייט. אויב וועלן די טיפן זען א יתרון אין ז"ס קען עס ברענגען אן אינפלוקס פון היי ענערזשי תושבים וואס וועלן העלפן ברענגען ז"ס אויף די מאפע. און עס פאראויסשטופן אין כמה תחומים.
עט דיס פוינט איז עס הכל רווח.

מתון מתון » דינסטאג נאוועמבער 5, 2019 1:52 am

· #437884
היינט איבערגעלייגט א מער צוריקגעהאלטענע תגובה. עס איז געווען עטליכע שעה, דער עולם האט מעיר געווען כדרכה של תורה. אבער אלעס איז אראפ.
וואס פונקטליך איז דער פראבלעם? למי פיתרונים?

איך האב נעכטן געלייגט א נייעסל אז עס עפענט זיך א מוסד'ל אין זרס'י סיטי הבירה מיטן נאמען יודעי שמך. וואס וועט זיך גענצליך מתנזר זיין פון גאווערמענט פאנדינג. לשמחת לב מתנגדי קאמאן קאור.
אויך איז עס אויפן טיש ביי געוויסע אנטי וואקסינאציע טיפן צו גרינדן מוסדות בעיר הנ"ל מחמת די גאווערמענט איז לייכטער דארט מיט וואקסינאציעס.
איך האב צוגעלייגט מיין מיינונג אז עס קען זיין א גינסטיגע דריי און א שטויס אויף פאראויס פארן שטעטל. אבער אזויווי מען האט מיר ארונטערגענומען די תגובה אשים קנצי למילין.
ויהי רצון אז דאס זאל יא בלייבן אויפן אויבערפלאך. וכאשר אבדתי אבדתי.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 12:51 pm

· #438454
איך האב גע'עפענט אן אשכול אויף אוצר החכמה יענער ערב שבת נאכמיטאג, מיט'ן טיטל 'גבולי בחירה חפשית והשתלשלותה'. די קעפל איז אביסל פראוואקאטיוו, אבער די אינהאלט איז געווען פשוט נארמאל מעורר געווען א פאר הערות אויף חז"ל אין אן ערליכער אופן. איך וואלט עס געקענט זאגען הויך אין ביהמ"ד דאהי. מ'האט עס פארמעקט כלא היה. איך האב געשיקט א בקשה צו זיי, אבער זיי האבען מיר נישט גע'ענטפערט.

אור נוגה » דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 11:28 pm

· #438493
<a class="postlink" href="https://twitter.com/Heimish_slack/status/1194758030908444678?s=19">https://twitter.com/Heimish_slack/statu ... 44678?s=19</a>

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 9:17 am

· #438504
[ציטאט אראפגענומען]

בזכותך האב איך עס דא ארויף געלייגט. זאג דו מיר צו אוצה"ח קען עס דערהויבען.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג נאוועמבער 17, 2019 1:58 pm

· #438602
א. באגרעניצן גאט און באגרעניצן די מענטשהייט איז אביסל אנדערש.

ב. עי' הקדמה לספר עמוד העבודה להרב ברוך מקאסוב וואס טייטשט 'הלוואי אותי עזבו ותורתי שמרו', אז מ'וואלט בעסער געדארפט באגרעניצן גאט'ס מעגליכקייטען מיט'ן נישט אננעמן ידיעה און בלייבען מיט בחירה, ווי איידער האלטען גאט אלסוויסענדיג, און באגרעניצען דער מענטשהייט און איהר בחירה, ווייל המאור שבה יחזירנו למוטב. אלזא אפשר וואלטען זיי געלאזט דיין אשכול דארט.

מתון מתון » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 10:13 am

· #440481
דערווייל איז עס נאך דארט
אפדעיט: שוין אראפגענומען

געהערט פון אסאך ת"ח אז נאך זשערסי סיטי האבן זיי נאך געוואקלט אביסל איבער דעם חיוב פון זיך לערנען זעלבסט שוץ. כאטש אין גמרא טרעפט מען שוין די בעסיק יסודותפון זעלבסט שוץ, פיזיש און מיט ווערטער. צב"ש אויב איינער גייט נעבן א אינו בן ברית וואס האט א שווערד זאל מען גיין צו זיין לינקע זייט כדי מיט די רעכטע האנט זאל מען עם קענען גרינג אנטוואפענען, אויב גייט מען מיט א שטעקן וכו. די גמרא זאגט אז יעקב האט שוין גאר אזוי געטון מיט עשיו ווען ער האט געזאגט אילכה לאתי לרגל המלאכה וכו. עיין שם דברים נפלאים.
עכ"פ ביי אונז איז דאך א דור פון חומרות יתירות און פון זהירות המגונה אויף וואס דער חכם האט שוין געזאגט מתכלית הזהירות שלא תרבה להיזהר. האבן זיי אויך נישט געוואלט ארויסקומען מיט א רוף אז דער עולם זאל זיך לערנען זעלבסט שוץ, מען האט דאך מורא פון די נערים המנוערים מדעת וריח תורה וואס וועלן מבאיש ריח זיין. שטייען די עלטערע חכמים שטיל, או לדור ששופט את שופטיו.
עכ"פ וויינען זיי יעצט און קלאפען על חטא אסל אשמים אנחנו! ווען מען טוט ווען תיכף צו דיר זאך וואלט דאך זייער מעגליך רעב יאסל ניימאן לרפו"ש געווען דא מיט אונז. א ת"ח עצום האט היינט געוויינט צו מיר בקול און נאכגעזאגט לשון בלשון פון סימן שכ"ח אז השואל מגונה והנשאל, דער דיין איז א שופך דמים! ווייל ער וואלט געדארפט זיכער מאכן אז מען ווייסט נאך פארן פרעגן!!!! ער כליפעט צו מיר און הייבט אויף זיינע מאגערע צארטע הענט און שאקעלט מיטן קאפ טרויעריג ידיים דמים מילאו.
רבותי אויב קומען גויים אפילו על עסקי קש ותבן מעג מען חוזר זיין מיט די כלי זין אום שבת.
בפיקוח נפשות אין הולכין אחר הרוב! ווער עס וויל נישט זיין קיין מגונה און קיין שופך דמים יחוש על נפשו ועל נפש ביתו און נעמען א קלאס אין סעלף דעפענס. אין לנו אלא דברי חז"ל.
די מערסטע אידישליך און ווירקזאם איז "קרב מגע" עס איז נישט קיין קאמפעטיטיוו ארט אדער ספארט און ווירקזאם אויפן גאס במקום סכנה, עס איז נישט קיין שפיל ווייל עס ארבעט, עס לערנט דעם מענטש וויאזוי צו טון די מאקסימום שאדן אין די קורצטע צייט, אן קיין פענסי מעשיות, אויב עס איז די בעסטע טשאנס צו בלייבן לעבן. געאייגענט פאר איינפאכע מענטשן וואס פארברענגן נישט קיין יארן מיט באדי בילדינג וכו.
איך פארשטיי עס איז דא נאך. איך בין נישט קיין עקספערט, אבער עפעס איז יעדער מחוייב צו טון כאשר ציונו חז"ל. והלועג על דברי סופרים נידון בצואה רותחות רח"ל

אונטער חכם » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 2:10 pm

· #440505
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
איז דא איין עקספערט וואס וואלט געלאזט נוצן קרב מגע ווען דו שטייסט אין א סעיף דיסטענס פונעם רוצח?
אדער טראכט דער שוטה אז ר' יאסל ניימאן וואלט זיך ווען געקענט שלאגן מיטן גוי, בעת וואס לויפן האט ער נישט געקענט?

קען זיין אין אנדערע פעלער וואלט סעלף דעפענס געקענט העלפן, אבער דא מיין איך האט דער יונגערמאן גליק עס געהענדלט די בעסטע וואס איז מעגליך.

ליב צו וויסן » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 4:30 pm

· #440512
אונטער חכם
איז דא איין עקספערט וואס וואלט געלאזט נוצן קרב מגע ווען דו שטייסט אין א סעיף דיסטענס פונעם רוצח?
אדער טראכט דער שוטה אז ר' יאסל ניימאן וואלט זיך ווען געקענט שלאגן מיטן גוי, בעת וואס לויפן האט ער נישט געקענט?

קען זיין אין אנדערע פעלער וואלט סעלף דעפענס געקענט העלפן, אבער דא מיין איך האט דער יונגערמאן גליק עס געהענדלט די בעסטע וואס איז מעגליך.

וואס פארא מין שאלה.. קרב מגע איז דאך פאר דעם געמאכט.

BTW איז דען דא איין עקספערט וואס וואלט געזאגט פאר דעם אינגערמאן גליק (וואס איז נישט געלערנט) ער זאל טוהן וואס ער האט געטוהן ווען ער איז אין א סעיף דיסטענס?

אונטער חכם » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 4:39 pm

· #440514
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
ליב צו וויסן

קרב מגע איז געמאכט ווען דער רוצח שטייט נעבן דיר און דו האסט נישט קיין אנדערע ברירה.

ליב צו וויסן » מאנטאג דעצעמבער 30, 2019 7:26 pm

· #440515

שוין, אז דו זאגסט אזוי, ווער בין איך זיך דינגען דערויף..

מתון מתון » זונטאג יאנואר 5, 2020 2:13 am

· #440980
פארמעקט געווארן אין ווייניגער ווי א מינוט.

אקטיוויסטן ארגאנאזירן א מארש אקעגן אנטיסעמיטיזם היינט אין מאנהעטן.
עס איז שווער צו רעקאמאנדירן א כולל אינגערמאן אהינצוגיין. אבער אפשר איז כדי צו שיקן די בני בית אדער עלטערע אינגעלייט וואס עסקן עם הנשים און פילן אז פאר זיי איז עס נישט קיין פראבלעם.
די פאקט איז רובם ככולם פון די אטאקעס זענען געווען אויף חסידישע אידן. אז פרעמדע קומען און ווילן ווייזן סופפארט איז עס א געוואלדיגע זאך און מען דארף דאס מכיר טובה זיין. נישט דא קיין גרעסערע דרכי שלום ווי דעם. אז זיי וועלן קומען און מיר וועלן זיי לאזן אליין ווי א גולם אין מארק, איז כאילו מיר ווייזן זיי דעם רוקן כלאמר "שרייטס און זינגטס מיר ווילן מיט אייך נישט קענען" קען עס ח"ו שיקן די מעסעזש פון שקילא טיבותיך ושדיא אחיזרי. היל"ת.
בנוסף לזה, חוץ חילול השם איז שוין היינט פשוט אז די פייער פון אנטיסעמיטיזם קאסט בלוט. אויפרידערן דעת הקהל איז א ווירקזאמע מיטל וואס האלט דעם ענין אויפן סדר היום און לייגט דרוק אויף פאליטישאנס. דאס איז א פאקט אין אמעריקאנער פאליטיק.
ובזה יצאתי ידי חובתי והנראה לפענ"ד כתבתי.

11 אזייגער אין פאלי סקווער. ולה' הישועה!

מתון מתון » זונטאג יאנואר 5, 2020 11:31 am

· #440988
דאס איז עס. מיין אקאונט איז פארמאכט.
פארן שרייבן מיט די גרעסטע זהירות איבער א מארש ווי דער באקאנטער פרומער אגודה עסקן ר' יוסל ראפפארט און נאך אנדערע עסקנים זענען זיך משתתף.
Mind boggling!!

📎 Screenshot_20200105-112704.jpg

נולד מאוחר » זונטאג יאנואר 5, 2020 1:44 pm

· #440995
מתון מתון
פארמעקט געווארן אין ווייניגער ווי א מינוט.

אקטיוויסטן ארגאנאזירן א מארש אקעגן אנטיסעמיטיזם היינט אין מאנהעטן.
עס איז שווער צו רעקאמאנדירן א כולל אינגערמאן אהינצוגיין. אבער אפשר איז כדי צו שיקן די בני בית אדער עלטערע אינגעלייט וואס עסקן עם הנשים און פילן אז פאר זיי איז עס נישט קיין פראבלעם.
די פאקט איז רובם ככולם פון די אטאקעס זענען געווען אויף חסידישע אידן. אז פרעמדע קומען און ווילן ווייזן סופפארט איז עס א געוואלדיגע זאך און מען דארף דאס מכיר טובה זיין. נישט דא קיין גרעסערע דרכי שלום ווי דעם. אז זיי וועלן קומען און מיר וועלן זיי לאזן אליין ווי א גולם אין מארק, איז כאילו מיר ווייזן זיי דעם רוקן כלאמר "שרייטס און זינגטס מיר ווילן מיט אייך נישט קענען" קען עס ח"ו שיקן די מעסעזש פון שקילא טיבותיך ושדיא אחיזרי. היל"ת.
בנוסף לזה, חוץ חילול השם איז שוין היינט פשוט אז די פייער פון אנטיסעמיטיזם קאסט בלוט. אויפרידערן דעת הקהל איז א ווירקזאמע מיטל וואס האלט דעם ענין אויפן סדר היום און לייגט דרוק אויף פאליטישאנס. דאס איז א פאקט אין אמעריקאנער פאליטיק.
ובזה יצאתי ידי חובתי והנראה לפענ"ד כתבתי.

11 אזייגער אין פאלי סקווער. ולה' הישועה!

איך פרוביר צי טרעפן דו חייבי כריתות אין דו תגובה. איך בין זיכער אז סאיז דא, אייוועלט איז ערענסטע מענטשען. זיי וואלטן עס נישט סתם אזוי פארמעקט.

יתרו » זונטאג יאנואר 5, 2020 2:47 pm

· #440997
נו פארשטיי אליין, מען האט דיך נישט אויסגעשפארט וועגן דיין תגובה, מען האט דיך חוסם געווען פארן גיין זיך באקלאגן דערוועגען אויף קאווע שטיבעל.

מצה בעקערי » מאנטאג יאנואר 6, 2020 11:37 am

· #441054
לכאורה נאך א אשכול וואס איז אויפן וועג צו פארמאכט ווערן
<a class="postlink" href="https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=2071893#p2071893">https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 3#p2071893</a>

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 4, 2021 11:16 pm

· #482558
עס איז געווען נעכטן עפעס א אשכול מיט א שלום בית קונטרס וואס דרייט זיך אין די שולן, איך האב עס געהאלטן אינמיטן ליינען ווען עס איז פארמעקט געווארן...

נאך איינער האט עס געזען? ווייסט איינער ווי מען קען באקומען א קאפיע פון דעם קונטרס? וואס איז די סיבה אז מען האט עס פארמעקט? איינער האט געשריבן אז עס איז פאליטיק אינוואלווד.

קאצקע ציקער » דינסטאג אקטאבער 5, 2021 12:27 am

· #482569
וועלכע אשכול?

הוגה » דינסטאג אקטאבער 5, 2021 4:03 am

· #482578
שמעקעדיג
עס איז געווען נעכטן עפעס א אשכול מיט א שלום בית קונטרס וואס דרייט זיך אין די שולן, איך האב עס געהאלטן אינמיטן ליינען ווען עס איז פארמעקט געווארן...

נאך איינער האט עס געזען? ווייסט איינער ווי מען קען באקומען א קאפיע פון דעם קונטרס? וואס איז די סיבה אז מען האט עס פארמעקט? איינער האט געשריבן אז עס איז פאליטיק אינוואלווד.

דו רעדסט פון רבי אביגדור מילער אויף ודבק באשתו?

מצפצף » דינסטאג אקטאבער 5, 2021 9:53 am

· #482589
הוגה
שמעקעדיג
עס איז געווען נעכטן עפעס א אשכול מיט א שלום בית קונטרס וואס דרייט זיך אין די שולן, איך האב עס געהאלטן אינמיטן ליינען ווען עס איז פארמעקט געווארן...

נאך איינער האט עס געזען? ווייסט איינער ווי מען קען באקומען א קאפיע פון דעם קונטרס? וואס איז די סיבה אז מען האט עס פארמעקט? איינער האט געשריבן אז עס איז פאליטיק אינוואלווד.

דו רעדסט פון רבי אביגדור מילער אויף ודבק באשתו?

ניין.

berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 5, 2021 10:09 am

· #482593
אונטער חכם
ליב צו וויסן
אונטער חכם
איז דא איין עקספערט וואס וואלט געלאזט נוצן קרב מגע ווען דו שטייסט אין א סעיף דיסטענס פונעם רוצח?
אדער טראכט דער שוטה אז ר' יאסל ניימאן וואלט זיך ווען געקענט שלאגן מיטן גוי, בעת וואס לויפן האט ער נישט געקענט?

קען זיין אין אנדערע פעלער וואלט סעלף דעפענס געקענט העלפן, אבער דא מיין איך האט דער יונגערמאן גליק עס געהענדלט די בעסטע וואס איז מעגליך.

וואס פארא מין שאלה.. קרב מגע איז דאך פאר דעם געמאכט.

BTW איז דען דא איין עקספערט וואס וואלט געזאגט פאר דעם אינגערמאן גליק (וואס איז נישט געלערנט) ער זאל טוהן וואס ער האט געטוהן ווען ער איז אין א סעיף דיסטענס?
קרב מגע איז געמאכט ווען דער רוצח שטייט נעבן דיר און דו האסט נישט קיין אנדערע ברירה.

רבותיי: וואס לאמיר טענה'ן. קרב מגע הייסט דאך ..."מגע"... ווייל שמו מעיד עליו.. מ'נוצט עס נאר ווען מ'איז נאנט צום רוצח...!

ווען דער יונגערמאן גליק דערלאנגט ווען פאר דעם שווארצן אנטיסעמיט און רוצח מיט זיינע פיס אין אותו מקום וואלט זיך די זאך (אפשר) געענדיגט אנדערש...!

הוגה » דינסטאג אקטאבער 5, 2021 5:14 pm

· #482615
מצפצף
הוגה
שמעקעדיג
עס איז געווען נעכטן עפעס א אשכול מיט א שלום בית קונטרס וואס דרייט זיך אין די שולן, איך האב עס געהאלטן אינמיטן ליינען ווען עס איז פארמעקט געווארן...

נאך איינער האט עס געזען? ווייסט איינער ווי מען קען באקומען א קאפיע פון דעם קונטרס? וואס איז די סיבה אז מען האט עס פארמעקט? איינער האט געשריבן אז עס איז פאליטיק אינוואלווד.

דו רעדסט פון רבי אביגדור מילער אויף ודבק באשתו?

ניין.

ראנג ניק אלערט? 😉

מצפצף » דינסטאג אקטאבער 5, 2021 7:36 pm

· #482617
הוגה
מצפצף
הוגה
שמעקעדיג
עס איז געווען נעכטן עפעס א אשכול מיט א שלום בית קונטרס וואס דרייט זיך אין די שולן, איך האב עס געהאלטן אינמיטן ליינען ווען עס איז פארמעקט געווארן...

נאך איינער האט עס געזען? ווייסט איינער ווי מען קען באקומען א קאפיע פון דעם קונטרס? וואס איז די סיבה אז מען האט עס פארמעקט? איינער האט געשריבן אז עס איז פאליטיק אינוואלווד.

דו רעדסט פון רבי אביגדור מילער אויף ודבק באשתו?

ניין.

ראנג ניק אלערט? 😉

ניין, נאר איך וויס פון וועלכע גליון ער רעדט, און איך וויס אז עס איז נישט ר' אביגדור מילער'ס.
קרב לגבי דהינא ואידהן, קען איך אויך ווערן שמעקעדיג...

שמחהלע קאפשטיק » דינסטאג אקטאבער 5, 2021 7:53 pm

· #482619
כ’האב עס אויכעט געזעהן וואלגערן אין די שוהלן מיט א כוונה אז נעקסטע מאל וועל איך עס אריין לייגען אין בוזעם טאש צו לייענען ווען ס’וועט זיין צייט. למעשה האב איך עס נישט געטראפן נאכאמאל. עמער נישטערן אינעם שיימעס-באקס...
ווי עס קוקט אויס ווי איינער גיט ארויס זיין ווייטאג נאך וואס איינער האט ערלעדיגט א גט שלא ברצון צד השני.

היכי דמי » דינסטאג אקטאבער 5, 2021 9:05 pm

· #482624
נו, אפשר עפענט מען דא אן אשכול איבער די גליון אנשטאטס נייגעריג מאכן א האלבע שטיבל.

גבור חיל » דינסטאג אקטאבער 5, 2021 10:25 pm

· #482632
איך האב עס געטראפן יום טוב אין שול, דורכגעליינט גאר שנעל און נישט גענומען.

בערך שרייט יענער גאר שארף איבער די הארבקייט פון צוברענגען צו גיטין, האקט אריין אין עלטערן, עסקנים, בתי דינים און יעדער אינדערמיט וואס מישט זיך אריין, ברענגט מראי מקומות און האט א זיסע שפראך.

נאכאמאל, איך האב עס נאר דורך געבליקט אויבן אויף, אבער דאס איז עס בערך.

מפיל קינד » מיטוואך אקטאבער 6, 2021 12:49 am

· #482656
יענער האט וואלידע נקודות, ער ברענגט ארויס אז ווען א פרוי רעדט זיך אפ אויף א מערידזש מיינט זי נישט גארנישט נאר זיך אויסצורעדן כדרכן של נשים, און בעצם לוינט זיך איר יא צו בלייבן. נאר איר משפחה, פרענד אדער עצה געבער קען אמאל עס אויסטייטשן אז זי ווערט ממש עביוזד און נאכדעם רעדט מען איר צו זיך צו גט'ן. א שטארקע פוינט.

אבער פון דעם אופן וויאזוי ער שרייבט עס, פון זיין האס קעגן פרויען, לאזט זיך גלייבן אז ער האט נישט לאנג צוריק פארלוירן איינס...

מפיל קינד » זונטאג אקטאבער 10, 2021 12:56 pm

· #482923
נאופ. אייוועלט מעקט נישט קיין וואקסין/אנטי דעבאטעס.

קאצקע ציקער » זונטאג יאנואר 30, 2022 10:27 pm

· #493506
איך האב א געפיל אז דעי אשכול פארט אראפ באט who knows
You could never know...
כאפטס אריין שנעלל
<a class="postlink" href="https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=52788">https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=52788</a>

בן נון » זונטאג יאנואר 30, 2022 10:33 pm

· #493508
קאצקע ציקער
איך האב א געפיל אז דעי אשכול פארט אראפ באט who knows
You could never know...
כאפטס אריין שנעלל
<a class="postlink" href="https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=52788">https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=52788</a>

שוין געבלאקט

אלבערט איינשטיין » זונטאג יאנואר 30, 2022 11:04 pm

· #493516
Re: זוכר נמחקות (אייוועלט)
קאצקע ציקער
איך האב א געפיל אז דעי אשכול פארט אראפ באט who knows
You could never know...
כאפטס אריין שנעלל
<a class="postlink" href="https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=52788">https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=52788</a>
בערך וואס איז דארטן געשטאנען?

קאצקע ציקער » זונטאג יאנואר 30, 2022 11:12 pm

· #493518
אלבערט איינשטיין
קאצקע ציקער
איך האב א געפיל אז דעי אשכול פארט אראפ באט who knows
You could never know...
כאפטס אריין שנעלל
<a class="postlink" href="https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=52788">https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=52788</a>
בערך וואס איז דארטן געשטאנען?

אלעמאל ווען איך זעה אזאנס כאפ איך גלייך א סקרינשאט למען יעמדו
📎 IMG_20220130_231202_619.jpg

היכי דמי » דינסטאג פעברואר 1, 2022 5:48 pm

· #493854
אז מען רעדט שוין פון איי וועלט איז א נחת צו זעהן ווי אין "גליון אידישקייט" אשכול ווי די עולם האלט נישט אויס די סעריע פון די מפואר עדס.

נאכ'ן ליינען די גאנצע שמועס בין איך געקומען צו די מסקנא אז זיי האבן נישט עכט א פראבלעם מיט די פענסי תפילין בייטלעך אדער די שאל פונעם קינד. עס איז פשוט אז די אייוועלטיסטן זענען א באנדע געי חברה און זיי זעהן א שיין קינד זענען זיי פשוט געווארן ווילד. ליינט און האט הנאה:
<a class="postlink" href="https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=58&t=48324&start=500">https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... &start=500</a>

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 1, 2022 6:43 pm

· #493858
היכי דמי: ליינענדיג (נאר) א טייל פון די תגובות זעה איך אז זיי האבן א פראבלעם מיט א זאמד זייגער. קען מיר איינער מסביר זיין וואס די הוה אמינא איז אז א זאמד זייגער זאלל הייסן ..."מאדערן"... ס'נישטא נאך אזא פארצייטיגע זאך ווי א זאמד זייגער! מ'עט נאך זאגן אז א שטריימל (איך רעד נישט די היינטיגע הויכע, וועלכע זענען העכער ווי די ספאדיקס) און בעקישע איז א מאדערנע זאך...!

berlbalaguleh » דינסטאג פעברואר 1, 2022 6:49 pm

· #493860
ועוד: מ'קען דעם זאמד זייגער ניצן פאר א סאך מצוות כתיקונן...למשל צו מעסטן כדי אכילת פרס ביי א כזית מצה. אדער צו פארהיטן די טייג פון ווערן חמץ. נאך צענדליגער אנדערע מצוות וואס מ'קען מקיים זיין בהידור מיט א זאמד זייגער...! און אויב נר מצוה האט עס ארויסגעברענגט. אשרי להם ואשרי חלקם...!

דערהויבענע איד » דינסטאג פעברואר 1, 2022 7:03 pm

· #493861
די חברה זענען טויט צופראסקעט, איך האב אויך געהאט געליינט די אשכול וואס @אנשטענדיגע האט געברענגט, כ'האב געהאט א פילינג אז מ'גייט עס מעקן, די בהמות.

קען מיר איינער מסביר זיין וואס איז ראנג מיט דעם לשיטתם? מ'האט דאך אויך געהאקט אויף sd קארדס, נו אויב אזוי איז דאך גוט?

קהל'ס נער » דינסטאג פעברואר 1, 2022 8:10 pm

· #493870
היכי דמי
אז מען רעדט שוין פון איי וועךט איז א נחת צו זעהן ווי אין "גליון אידישקייט" אשכול ווי די עולם האלט נישט אויס די סעריע פון די מפואר עדס.

נאכ'ן ליינען די גאנצע שמועס בין איך געקומען צו די מסקנא אז זיי האבן נישט עכט א פראבלעם מיט די פענסי תפילין בייטלעך אדער די שאל פונעם קינד. עס איז פשוט אז די אייוועלטיסטן זענען א באנדע געי חברה און זיי זעהן א שיין קינד זענען זיי פשוט געווארן ווילד. ליינט און האט הנאה:
<a class="postlink" href="https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=58&t=48324&start=500">https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... &start=500</a>

יוי זאגסטו גיט, א עד פאר תפילין בייטלעך, און די אייוועלטיסטען פארן גלייך צים יונגעל, זעיט אויס זייער ווייב שטעלט זיי נישט צי 😂

דערהויבענע איד » מיטוואך פעברואר 2, 2022 10:14 am

· #493899
קהל'ס נער

😉 🙂 😃 i think ivelt should write now that kave shtiebel is homophobic
בלאט: 1 2 3 4