☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » א פרישע גזרה אויף סמארטפאונס

א פרישע גזרה אויף סמארטפאונס

184 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12822
בלאט: 1 2 3 4

גדליה » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 3:28 pm

· #420576
איש חזון
כ'האב מורא אז דער דיון דא איז העכער פון מיין ארימע פארשטאנד, איך וועל פרובירן נאך איין מאל -
ווער רעדט פון בעש"ט, ר' ר' בער, חסידים פון ליטא וכו'?
מען רעדט פון חכמי ישראל,
עס איז א פאקט אז דער אינטערענט איז א פראבלעם פאר יהדות הרבנית, (ניין, נישט וועגן די 'טעכנישע' איסור מיתה בידי שמים פון מוז"ל זיין ר"ל),
רבני הקהלות מוזן נוצן זייער פולסטע מאכט דאס צו באקעמפן,
ועל כל פנים, אויב האט מען אוועקגעשטעלט א ווינקעלע וואס איר פאן איז "מחזיקי הדת", וואס איז שייך צו לאזן אנפייפערס אין דעם ווינקל, טוהן וואס זיי ווילן???? (אין בית הכסא מעגן זיי גיין, פאר דער וואס האט געפרעגט, און כנאה נישט געכאפט דער חילוק).
דער בעלזער רב איז סובל גאר אסאך מדרגות פון יודן, אבער עפעס א גבול איז דא...

הייסט אז א איד וואס האצעך נישט איינגעשריבען ביי מושיע ומאגן איז עפעס אזא שוואכע יוד אז בעלזע רבי מיט זיין גוט הארץ קען גארנישט טרעפען א לימוד זכות אויף עם?
ווער רעדט פון בעש״ט? דאס פרעג איך טאקע. פארוואס פאררופט זיך בעלזע רבי אויפ׳ן נאמען פון חסידות ווען די גרינדער פון חסידות וואלט זיך געריסען קריעה אויף אזא צעטעל.

איש חזון » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 3:30 pm

· #420577
האסט געוואונען

גדליה » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 3:34 pm

· #420578
איש חזון
האסט געוואונען

געב איבער

גדליה » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 3:45 pm

· #420580
איש חזון
גדליה
סהדי במרומים

איינער דארט קען דיך?

ב"ה יא.
ליהוי ידיעה אז אין הימעל טראגט די רוקח מיטאלאגיע קיין שום ווערד. א פשוטע גדליה האט פונקט אזעלכע רעכטען ווי א קעניגלעכע רוקח מיט בלויע בלוט.

סמבטיון » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 4:06 pm

· #420581
זאלסט מיר מוחל זיין גדליה, אבער דו רעדסט נישט צו זאך, לאמער עס מסביר זיין נאכאמאל בקיצור נמרץ, בעלזער רב זאל זיין זיין געזונט האט אויףגעשטעלט, א ארגענעזאציע וואס הייסט עזרנו אינערהאלב זיין חסידות, יעדער איז מודה און אין יעדע חסידות איז דא גדרים וסיגים וואס מען האט געמאכט זיך צו ראטעווען פון די פיגע הזמן , די תקנות פון די בעלזע קהילה איז נישט פון די שטרענגסטע, מילד גערעד, וואס מען בעט איז אז יעדער וואס וויל זיין א מעמבער אין קהל מחזיקי הדת דארף צו לייגן א פילטער אויף זיין פאון, יעדער בר דעת פארשטייט אז דאס איז א נארמאלע בקשה, די שטיבלעך אין בעלזא זענען בנשיאות די רב שליט"א , און אז דו קענסט נישט זיך צושטעלן צו די מינימום וואס די רב בעט , און פייפסט זיך אן בריש גלי, זיי מוחל און פראווע דיינע שמחות ערגעץ אנדערש ווי מען האלט נישט פאר א פראבלעם איינער וואס האט א סמארטפאון אן א פילטער, סא הערטס אויף צו האקן אין קאפ וועגן מאכט אין פאוער,און אנדערע שטותים וואס א פאר שלא כרעו לבעל חברה פירקלען דא אפ, און קום מיר אויך נישט ציגלייכן ווען א יוד שטייט ביי דיין טיר און בעט זיך צו מאכן א ברית, שנייד די קרעפלעך!

בדרך אגב בין איך מוחה אויף די וועג וויאזוי די האסט באטיטלט א מנהיג ישראל .
א שיינעם דאנק

סמבטיון » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 4:06 pm

· #420582
,

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 4:53 pm

· #420608
דא איז די נידון נישט בעלזא, פארצופאל איז יעצט בעלזא פאראנטווארטליך פאר די צעטל, אבער יעדער פארטיי וואלט עס געקענט טון. די נידון איז דא די וועג פון באקעמפן די אינטרנט.

תקנות און געוואלד זענען נישט ריכטיג פאר דריי סבות,
א. ווייל עס העלפט נישט (און טון זאכען וואס העלפן נישט נעמט צו פון טון די זאכען וואס העלפן יא)
ב. ווייל עס האט אסאך סייד עפעקטס.
ג. ווייל בעצם איז געוואלד נישט קיין מהלך.

מ'קען ארום שמועסן אלע דריי, אבער דער בעלזער רבי'ס הארץ פאר זיין סטאדע, בפרט ווען אין די פאל ווייסט מען בכלל נישט צו ער האט א שייכות דערמיט, איז נישט די נושא.
(עס זעט גראדע אויס אז לעצטענס איז ער אין א מצב הסגירה, וואס קומט געווענדליך נאך א מצב פון פתיחה. ממילא איז עס גאנץ מסתבר אז מיט אים האט עס גארנישט)

איש חזון » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 4:55 pm

· #420609
וואו טרעפט מען אייזענע געדולד, אפשר אריבער דעם @סמבטיון...

און בנוגע די פירקלערייען פון החכם המהולל גדליה, וויאזוי שרייבט ער נאר נאך יעדע תגובה זיינער? פרעג מיך אפ - - -

צפור בודד » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 5:29 pm

· #420610
Re: א פרישע גזרה אויף סמארטפאונס
צי ער איז פערזענלעך דא אריינגעמישט איז אינגאנצן אקאדעמיש. ער איז דער ראש ועל שמו נקרא און זאל ער זיך יא אריינמישן. ער האט אויך געסעט דער טאון מיט עטליכע דרשות אז דעם וואס געפעלט נישט קען גיין און מען קען ווארפן קינדער פון די מוסדות.

דער אינטערנעט איז א פארמעסט פון דער מאדערנער וועלט וואס מיר דארפן זיך דערמיט אן עצה געבן. אונז האבן אבער אינגאנצן איין צוגאנג פון שווארץ/ווייס, מותר/אסור, צדיק/רשע, אריין/ארויס.

בעלז האט אין די לעצטע יארן זיך צוגעכאפט צו אלעס מאדערן ווען עס האט זיך זיי געלוינט און דער היפאקריטיע שרייט צום הימל. עס איז א גזירה שאין רוב הציבור יכולים לעמוד בה און דער סטראשען און ווארפן ווייזט זיי צו זיין א באנדע גענגסטערס.

אז עס איז א קלוב איז פארקויף נישט אידישקייט און קדושת בית המקדש שלא במקומה, ענדיג נישט די תורות מיט קרן התורה וישראל און זאג בפירוש וואס דו ביסט. נישט מענטשליכקייט און איידלקייט נאר מעין כינע און רוסלאנד וואו מען שחט אפ מענטשן אזויווי נאר זיי טויגן נישט פאר דער סיסטעם.

תורה ומדע » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 5:55 pm

· #420612
הבדץ של בעלז נקט להלכה שמי שאין לו פילטר דינו כמחלל שבת או אוכל נבילות שלהלכה אין קורין אותו לעלות לתורה או לעלות לדוכן. וועט מען דען לאזען א איד וועלכער עסט אין מקדאננעלדס אדער פיהרט א קאר אין שבת האבען אן עלי׳ אדער מאכן א שמחה אין בעלזא?

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 6:00 pm

· #420613
Re: א פרישע גזרה אויף סמארטפאונס
הבד"ץ דקאוועשטיבעל נקט ש..........

סארא שטותים איז דאס? דעקן זייער נקיטות קענען זיי? ווען יא, זאלען זיי עס טון. און ווען נישט, איז ציפור בודד שטארק בארעכטיגט.

און ווען נקט איז אן אויסרייד, זענן אלע רודפי בעלזא אויך בארעכטיגט. ווייל ׳נקט׳.

פליז, פארשעם נישט דיין אינטעליגענץ

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

תורה ומדע » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 6:03 pm

· #420614
כ׳פארשטיי נישט קיין איין ווארט. א איד וועלכער האט אין די קעשענע א כלי וואס מען קען מיט דעם אנפילען דעם קאפ מיט ע״ז און ג״ע לכל הדיעות, און וויל דאס נישט משפר זיין מיט א פילטער, איז מען עם נישט בארעכטיגט צו באזייטיגען?

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 6:09 pm

· #420615
אינטרעסאנט ווי די תורה פאלט אזוי שנעל ארויס פון קאפ.

ווען דו זעסט א מענטש מיט א סענדוויטש אין האנט, מוזטו פרעגן צו עס קומט פון א כשר'ע געשעפט? ווען דו זעסט א איד וואס גייט אריין אין פיצא סטור, מוזטו פרעגן צו ער האט אין די לעצטע זעקס שעה געגעסן פליישיגס?

פלוצלונג ביי אינטרנט קערט זיך א וועלט. ניין, דער וואס האט נישט קיין פילטער איז נישט מוכרח אז ער איז אן עבריין, עס מיינט נאר אז ער האט נישט קיין פילטער פאר עפעס א סבה. און ווען ער קוקט שמוציגע זאכען אויף זיין סמארטפאון, איז ער עובר אויף ולא תתורו אחרי לבבכם, נישט קיין גילוי עריות. און ווען ער טוט אזוי, טויג עס נישט, און מ'דארף אים אויסלערנן די ריכטיגע וועג.

ער איז נישט קיין גוי, טאמער ער איז א כהן מוז ער דוכנ'ן ווי פריער און זיין עדות איז כשר אין בי"ד.

אבער איינער וואס זעט א מענטש מיט אן אומגעפילטערטע סמארטפאון און אים דוכט זיך גלייך אז ער האט געזינדיגט, איז עובר בשאט נפש, נאך מיט א שלייער פון פרומקייט, א לאו אין תורה וואס הייסט 'בצדק תשפוט עמיתך'. ער מעג נאכאלס דוכנ'ן, כאמור למעלה, אבער אן איסור איז עס.

בד"צ דבעלזא איז נישט העכער די תורה.

תורה ומדע » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 6:13 pm

· #420616
כ׳האב נישט געזאגט אז ער איז אן עבריין. אוודאי, חז״ל זאגען אונז אז אם ראית ת״ח שעבר עבירה ביום אל תהרהר אחריו בלילה שבוודאי עשה תשובה. האועבער, א קהילה מעג האבען איהרע גיידליינס און גדרים מיט ענפארסמענט ווען עס קומט צו יסודי התורה והדת.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 6:14 pm

· #420617

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 6:15 pm

· #420618
ליטוואק פון בודאפעסט

און קיינער האט דיר נישט באשולדיגט מיט'ן אזוי זאגען. האסט אבער געזאגט אז דער בד"צ דבעלזא האט אזוי געזאגט. קענסט מאכען א יד אחת מיט איש את רעהו צו באשייגעצען בעלזא פאר'ן זאגען אזעלכע עמהארצות טאמער דו ווילסט.

תורה ומדע » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 6:16 pm

· #420619
יעדער קהל איז בארעכטיגט אויסצווועלען איהרע תקנות עפ״י הוראות רבניהם ואדמורם.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 6:17 pm

· #420620
Re: א פרישע גזרה אויף סמארטפאונס
איך בין נישט זיכער צו דו פארשטייסט טאקע נישט צו דו מאכטסט זיך. האסט געזאגט א פסק בשם בד"צ דבעלזא. האט דער פסק א הלכה׳דיגע צו א פאקטישע דעקונג? אדער איז עס פרי בטנם (חטאתם)?

און דער גאנצע רעכט וואס דו רעדסט דערמאנט מיר פון מיין גייסטישע פיהרער\יורש. אבי מ'האט א רעכט?! עס איז נישט געדעקט מיט עפעס מער ווי די רעכט צו מאכען וואס פארא מיסטעיק מ'וויל? דו אליינס קענסט נישט זאגען אז עס איז ריכטיג און אויסגעהאלטען, נאר אז מ'קען זיך בארעכטיגען צו האבען אזא דעה. עלובה עיסה שנחתומה מעידה עליה.

איש חזון » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 6:22 pm

· #420621
איך ווייס נישט וואס בית דין האט גע'פסק'עט, און פארוואס, אבער הנה מצאתי על קלף ישן נושן, ודון מינה ואוקי באתרן -
מעשה באדם אחד שרכב על סוס בשבת בימי יונים, והביאוהו לב"ד וסקלוהו, לא מפני שראוי לכך אלא שהשעה צריכה לכך; ושוב מעשה באדם אחד שהטיח באשתו תחת התאנה, והביאוהו לבית דין והלקוהו, לא מפני שראוי לכך - אלא שהשעה צריכה לכך

איש חזון » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 6:24 pm

· #420622
תורה ומדע
יעדער קהל איז מחוייב אויסצווועלען איהרע תקנות עפ״י הוראות רבניהם ואדמורם.

גדליה » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 6:30 pm

· #420623
די אלע וואס זענען מגין אויפ'ן כבוד בית בעלז קומען מיט א געמיש פון צוויי טענות, אין מ'טאר זיך נישט לאזען פארפירען.
ס'הייסט אזוי, אויב קומט בעלזע רבי מיט די כח התורה, אז מ'טאר נישט לאזען ע"פ הלכה מאכען א קידוש פון א בעל הסמארטפאן, ברויך ער עס איבערווייזען על פי תורה, און טאמער קען ער עס נישט איבערווייזען איז ער סתם א רודף אין א שלעכטע מענטש.
ווייטער אויב קומט ער מיט די כח פון א בשר ודם, נעמליך דא איז מיין פלאץ און קיינער זאל מיך נישט אנפייפען, דעמאלץ איז ער דאך א פשוט'ע דיקטאטאר, פארוואס טראכט איהר אז מ'זאל עס רעספעקטירען.
כ'פארשטיי איהר האט נישט קיין פראבלעם מיט די דיקטאטארשאפט, ווייל איר זענט דאך די אינטערטאנען, אבער א דרויסענדיגע קוקט אויף דעם ווי א גרויסע רשעות.
געדענקט אז אין אלע פלעצער ווי מען רודפ'ט מענטשען נוצט מען בערך די זעלבע שפראך: דא בין איך בעל הבית אין קיינער זאל מיך נישט ווידערשפעניגען, אז דו ווילסט קענסטו דיך גיין.
מיט דעם שפראך האט מען פארברענט מענטשען אין סקווער
מיט דעם שפראך האט מען גע'הרג'עט מענטשן אין סאטמער
מיט דעם שפראך האט לב טהור פארפייניגט מענטשען לאנגע יארן
מיט דעם שפראך האט מען גערודפט אייער אייגענע רבי.
ס'איז א בושה וחרפה אז אייער רבי נוצט אצינד די זעלבע שפראך וואס מ'האט גענוצט עם צו באגראבען. און אנדערש ווי אנדערע רביס וועלכע זענען אזוינע בהמות אז מ'קען גארנישט רעדען צו זיי, איז אבער בעלזע רבי א קלוגע יוד און וואלט געמעגט פארשטיין בעסער.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 6:31 pm

· #420624
@איש חזון, זייער ריכטיג. און יעצט איז די שעה צריכה לכך אז מ'זאל מבטל זיין אלע גזירות סרק וואס טון אויף אזויפיל אז מ'שטופט מענטשן ארויס און די אינטרנט ווערט נישט ווייניגער. משום שהשעה צריכה לכך דארף מען טאקע אזוי טון און מחנך זיין די ציבור אויף אן אויסגעהאלטענעם אופן.

וואס וויל מען דען אויפ'ן אמת? טאמער זיי ווילען אז די סארט מענטשן זאלען נישט מאכען זייער שמחות אין די בעלזער זאל, האט עס דאך נישט קיין פשט. וועמן גייט עס אן אז זיי מאכען שמחות דארט? וועמן שטערט עס? נאר אז זיי מיינען אז געוויסע מענטשען וועלען זיך צוריק האלטן פון האבען אן אומגעפילטערטע סמארטפאון צוליעב די שרעק פון נישט קענען מאכען שמחות אין זאל, הייסט'ס גענוצט געוואלד צו צווינגען מענטשען אנצוהאלטען זייער גדרים. דאס האט גארנישט צוטון מיט די גמרא און, כאמור למעלה, העלפט עס נישט.

דאס איז א חלק פון די גלויבונג פון פארטייען, וואס מאכען מענטשען הינקעדיג, און דערנאך געבען זיי א שטעקן אויף וואס זיך צו אנצוליינען, און זיי רעדן יעדעם איין אז אן די שטעקן וועט ער נישט קענען גיין.

גדליה האקט

תורה ומדע » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 6:38 pm

· #420625
בכל תפוצות ישראל היו ויהיו תקנות. אינני רואה שום חילוק בין זה לשאר תקנות הקהילות. האם בסטמר נותנין להיקבר בקרית יואל לכל אדם? גם בהרבה מקומות אין נותנין מי שלא טבל לקריו לעבור לפני התיבה, וכן מי שמגלח זקנו או אינו לובש בגד עליון או חגורה אין נותנין לעבור לפני התיבה בכמה מקומות. וכן אין נותנין לאלו שנשותיהם מנהיגים רכב לשלוח למוסדותיהם.

תורה ומדע » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 6:45 pm

· #420626
גדליה
די אלע וואס זענען מגין אויפ'ן כבוד בית בעלז קומען מיט א געמיש פון צוויי טענות, אין מ'טאר זיך נישט לאזען פארפירען.
ס'הייסט אזוי, אויב קומט בעלזע רבי מיט די כח התורה, אז מ'טאר נישט לאזען ע"פ הלכה מאכען א קידוש פון א בעל הסמארטפאן, ברויך ער עס איבערווייזען על פי תורה, און טאמער קען ער עס נישט איבערווייזען איז ער סתם א רודף אין א שלעכטע מענטש.
ווייטער אויב קומט ער מיט די כח פון א בשר ודם, נעמליך דא איז מיין פלאץ און קיינער זאל מיך נישט אנפייפען, דעמאלץ איז ער דאך א פשוט'ע דיקטאטאר, פארוואס טראכט איהר אז מ'זאל עס רעספעקטירען.
כ'פארשטיי איהר האט נישט קיין פראבלעם מיט די דיקטאטארשאפט, ווייל איר זענט דאך די אינטערטאנען, אבער א דרויסענדיגע קוקט אויף דעם ווי א גרויסע רשעות.
געדענקט אז אין אלע פלעצער ווי מען רודפ'ט מענטשען נוצט מען בערך די זעלבע שפראך: דא בין איך בעל הבית אין קיינער זאל מיך נישט ווידערשפעניגען, אז דו ווילסט קענסטו דיך גיין.
מיט דעם שפראך האט מען פארברענט מענטשען אין סקווער
מיט דעם שפראך האט מען גע'הרג'עט מענטשן אין סאטמער
מיט דעם שפראך האט לב טהור פארפייניגט מענטשען לאנגע יארן
מיט דעם שפראך האט מען גערודפט אייער אייגענע רבי.
ס'איז א בושה וחרפה אז אייער רבי נוצט אצינד די זעלבע שפראך וואס מ'האט גענוצט עם צו באגראבען. און אנדערש ווי אנדערע רביס וועלכע זענען אזוינע בהמות אז מ'קען גארנישט רעדען צו זיי, איז אבער בעלזע רבי א קלוגע יוד און וואלט געמעגט פארשטיין בעסער.

מעג מען מכבד זיין א מחלל שבת מיט אן עלי׳. ניין. משום חילול השם טאר מען נישט, עי׳ בחכ״צ. וה״ה הכא. אזוי ווי געזאגט פריער דער בדץ פון בעלזא האלט אז דאס איז א חילול השם. ״והיכי דמי חילול השם?, אמר רב, כגון אנא דשקיל בשרא מטבחא וכו׳

סמבטיון » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 6:45 pm

· #420627
איך וויך זיך נאר מגיב זיין צו צפור בודד, איך מין דו האסט נישט געליינט מיין תגובה פאר די האסט זיך גענימען האקן,

דו שרייבסט,
"דער אינטערנעט איז א פארמעסט פון דער מאדערנער וועלט וואס מיר דארפן זיך דערמיט אן עצה געבן. אונז האבן אבער אינגאנצן איין צוגאנג פון שווארץ/ווייס, מותר/אסור, צדיק/רשע, אריין/ארויס"

נישט אמת, עס איז דא א וועג, און די וועג איז ביי אונז אין בעלזא און ביי אסאך אנדערע, אז דו מעגסט האבן א סמארט פאון אויב דו דארפסט עס, נאר דו מיזט זיכער מאכן צו האבן א פילטער. דו האסט א פראבלעם מיט דעם? אויב יא האב איך נישט וואס מוסף צו זיין. נקודה

"בעלז האט אין די לעצטע יארן זיך צוגעכאפט צו אלעס מאדערן ווען עס האט זיך זיי געלוינט און דער היפאקריטיע שרייט צום הימל. עס איז א גזירה שאין רוב הציבור יכולים לעמוד בה און דער סטראשען און ווארפן ווייזט זיי צו זיין א באנדע גענגסטערס".

פארוואס זאגסטו אז סע א גזירה שאין הציבור יכול לעמוד בה? רוב מנין ובנין פון ערליכע חרדישע יודן האבן אנגענימן די פסק פון רב וואזנער און פון אלע אנדערע גדולים אז א סמארטפאון אן א פילטער איז א איסור דאורייתא יעדע מעניט וואס דו האלסט עס אין טאש, קריגסט זיך מיט מיר איבער דעם? דאן ווייס איך נישט אויף וועלכע פלאנעט דו לעבסט. און וואס איז שוין די שווערע גזירה וואס דו קענסט נישט עומד זיין ? דו פילסט ממש ווי די ביזט אינטערדריקט ווען מען הייסט דיר לייגן א פילטער און זיך פירן על פי תורה? און ווי האסטו געזען ווארפן?

און אויף דיין לעצטע שטיקעל איז עפעס אזוי שלא מן הענין אז איך ווייס נישט ווי אנציהייבן דיר מסביר זיין וואסארא שטותים דו רעדסט, וואס כינע וואס רוסלאנד, וועם שעכט מען אפ? קום לאמער רעדן אפען, איך בין א בעלזער חסיד און איך בין זייער העפי מיט מיין חסידות און מיט מיין רבי, און ניין איך בין ב"ה אויך ארויס פון די באקס, והראיה אז איך זיץ שוין אויף קאווע שטיבעל 5 יאהר צום גיטען.

בידודות
סמבטיון

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 6:46 pm

· #420628
תורה ומדע
בכל תפוצות ישראל היו ויהיו תקנות. אינני רואה שום חילוק בין זה לשאר תקנות הקהילות. האם בסטמר נותנין להיקבר בקרית יואל לכל אדם? גם בהרבה מקומות אין נותנין מי שלא טבל לקריו לעבור לפני התיבה, וכן מי שמגלח זקנו או אינו לובש בגד עליון או חגורה אין נותנין לעבור לפני התיבה בכמה מקומות. וכן אין נותנין לאלו שנשותיהם מנהיגים רכב לשלוח למוסדותיהם.

יא, אלע פארטייען טויגען נישט. אלע פון זיי אן אויסנאם. צו זייער ניגונים זענען שיין צו נישט, צו זייער הכשר איז געלונגען צו נישט. אין קיין שום קהלה האט מען נישט אזעלכע תקנות, נאר אין פארטיין. נישט ביי די ספרדים, נישט ביי די יעקעס, נישט אין געיטסהעד, און נישט אין סיי וועלכע פלאץ ווי עס איז דא א קהלה. און היסטאריש גערעדט, האבען קהלות נישט געמאכט תקנות צו ענפארסירן זייער גדרים פון פריוואטע מענטשען. נאר פאר'ן ציבור וואס איז נוגע צום ציבור, פוק חזי. נאר זייט די פארטייען עפאכע, ווי די פריוואטע הנהגה פון מענטשן איז פארוואנדלט געווארען אין ציבורי'שע זאך, האט מען עס אנגעהויבען. 'תפוצות ישראל' מיינט אלע פארטייען.

וכאמור למעלה, דאס איז נישט קין אשכול קעגן בעלזא. פארצופאל האט עס די בעלזער פארטיי געטון יעצט. דאס איז קעגן די ערשיינונג פון רודפ'ן מענטשען אנשטאט'ס זיי מחנך זיין.

גדליה » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 6:48 pm

· #420629
תורה ומדע
בכל תפוצות ישראל היו ויהיו תקנות. אינני רואה שום חילוק בין זה לשאר תקנות הקהילות. האם בסטמר נותנין להיקבר בקרית יואל לכל אדם? גם בהרבה מקומות אין נותנין מי שלא טבל לקריו לעבור לפני התיבה, וכן מי שמגלח זקנו או אינו לובש בגד עליון או חגורה אין נותנין לעבור לפני התיבה בכמה מקומות. וכן אין נותנין לאלו שנשותיהם מנהיגים רכב לשלוח למוסדותיהם.

א שליח ציבור האט גאנץ אנדערע תקנות, קוק אריין אין שו"ע, ס'מוז זיין א מרוצה לקהל און א ת"ח וכו'. ער רעפרעזענטירט דאך די קהל.
די סאטמארע רשעות פון נישט באגראבען אין ביה"ח וועמען זיי געפעלט נישט איז טאקע א רשעות שאין כמוהו, אבער כ'האב געמיינט אז נאר די סאטמארע דיקטאטארן זענען עלול אויף אזוינע אכזריות.
אבער געוואלד, מיר רעדען דאך נישט דא פון קיין זכות, מיר רעדען נישט דא פון קיין עליה לתורה, מיר רעדען נישט דא פון קיין כיבוד. דא רעדט מען דאך פון מאכען א ברית מילה פאר א יודיש קינד! געוואלד אין געשריגען. אין רוסלאנד איז די הייליגע ריבניצער רבי זי"ע געלאפען אין די גרעסטע פרעסטען מיט מסירת נפש מל'ען קינדער פון יודען וואס האבן קוים געוואוסט פון יודישקייט צו זאגען. אין דא רעדט מען פון *נישט* לאזן מאכען א ברית אין שוהל.
כ'ווייס נישט צו די עולם כאפט די ביטערע טרויעריגע איראניע. בעלזע רבי לאזט נישט מאכען א ברית פון א אידיש קינד (נאר ביי זיך אין שוהל! שטייצעך, אזוי ווי ביי די קאמוניסטען. אין א אנדערע לאנד האסטו געמעגט מאכען א ברית, נאר נישט אין רוסלאנד).
א ניי געבוירן נשמה'לע, ווערט געשטראפט מיט די הארבסטע עונש אין יהדות, מ'טאר אים נישט אידישן. נישט ווייל ער איז געהל, נישט ווייל מתו אחיו מחמת מילה, נאר ווייל זיין פאטער איז עפעס געפערליך.
וואס איז? שבת היט ער, כשר'ס עסט ער, אין מקוה גייט ער. אבער ער פאלט נעבעך דורעך מיט קוקען פיקטשערס פון פרויען. אויף א סקרין. פארדעם טאר זיין זוהן נישט אריינקומען בבריתו של אברהם אבינו. (סארי ער מעג יא, נאר נישט אין בעלזע שוהל, זאל סאטמער זיך ספראווען מיט אזא פורק עול).
רחמנא ליצלן, לאן הגענו. א יוד טאר נישט מל'ען זיין בן זכר אין שוהל צום אכטן טאג, נישט ווייל ער היט נישט שבת, נישט ווייל ער איז געוואוינט מיט א אשת איש, נאר ווייל ער האט א סמארטפאן אן די קאמפעני פילטער. ווי ווייניג יראת שמים און ווי ווייניג מענטשליכקייט מוז א מענטש האבען צי אינפארסירען אזא תקנה?
כ'האב שוין נישט קיין כח צו שרייען. אויב די עולם זעהט נישט איין די שרעקליכע רשעות אין אזא מין תקנה, גיי איך דינגען איינעם צי מאכען ראבא קאלס און מסביר זיין פאר מענטשען.

תורה ומדע » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 6:48 pm

· #420630
ליטוואק, נאר דו טויגסט?! וואס האסטו שוין אויפגעטוהן פאר אידישקייט אדער דעם דור?

גדליה » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 6:50 pm

· #420631
תורה ומדע
נאר דו טויגסט! וואס האסטו שוין אויפגעטוהן פאר אידישקייט אדער דעם דור?

מיין ציהל איז אז יעדער זאל אויפהערען "טוהן" פאר אידישקייט און פשוט לאזן זיין אידן.
למשל איך וויל מ'זאל לאזן מענטשען מאכען א ברית פאר אכט טאגיג קינד אפילו ער ווערט נעבעך נכשל אין ראיות אסורות יעדען טאג. איי די ראיות אסורות? דאס זאל יעדע מענטש דאגהנען פאר זיך. איך וועל מיך זארגן פאר מיי פריוואטע ראיות אסורות, נישט פאר א צווייטענס

תורה ומדע » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 6:51 pm

· #420632
גדליה
תורה ומדע
נאר דו טויגסט! וואס האסטו שוין אויפגעטוהן פאר אידישקייט אדער דעם דור?

ברוך ה' איך "טוה" נישט אויף פאר יודישקייט
מיין ציהל איז אז יעדער זאל אויפהערען "טוהן" פאר אידישקייט און פשוט לאזן זיין אידן.
למשל איך וויל מ'זאל לאזן מענטשען מאכען א ברית פאר אכט טאגיג קינד אפילו ער ווערט נעבעך נכשל אין ראיות אסורות יעדען טאג.

אבער דו טראגסט נישט קיין אחריות פון דאס רוחניותדיגע מצב פון טויזענטער אידישע משפחות

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 6:53 pm

· #420633
די לעצטיגע תגובה פון תורה ומדע שטימט עפעס מורא'דיג מיט זיין אונטערשריפט

(פאר די וואס נוצען טעפעטאלק, 'קבל את האמת ממי שאמרו')

גדליה » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 6:54 pm

· #420634
תורה ומדע
גדליה
תורה ומדע
נאר דו טויגסט! וואס האסטו שוין אויפגעטוהן פאר אידישקייט אדער דעם דור?

ברוך ה' איך "טוה" נישט אויף פאר יודישקייט
מיין ציהל איז אז יעדער זאל אויפהערען "טוהן" פאר אידישקייט און פשוט לאזן זיין אידן.
למשל איך וויל מ'זאל לאזן מענטשען מאכען א ברית פאר אכט טאגיג קינד אפילו ער ווערט נעבעך נכשל אין ראיות אסורות יעדען טאג.

אבער דו טראגסט נישט קיין אחריות פון דאס רוחניותדיגע מצב פון טויזענטער אידישע משפחות

איך טראג אחריות פאר מיך און מיינע קומעדיגע דורות
איך וויל זיי זאלען אויפוואקסען אין א סאסייעטי ווי מ'שטראפט נישט א ניי געבוירען קינד פאר די כלומפר'שטע חטאים פון די טאטע
איך וויל זיי זאלען אויפוואקסען אין א סאסייעטי ווי מ'לאזט מענטשען מאכן ברית'ן און קידושים און שיקען קינדער אין תלמוד תורה
יעדער איינער! קענסט דיך פארשטעלען?! יעדענס קינד וועט מעגען לערנען תורה, יעדע בן זכר וועט קענען ווערען גע'מל'ט, אין יעדע שוהל.
דאס איז מיין אחריות פאר מיך און מיינע קינדער אין אייניקלעך

גדליה » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 6:56 pm

· #420635
כ'קלער אז אויב מ'וועט ברענגען די כלים מכלים שונים צום ברית וועט די עולם מאכען מציצה בכלי
אפשר איז דאס בעלזע רבי'ס חשש

סמבטיון » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 6:56 pm

· #420636
גדליה, איך בין אזוי עמאשענעל פון דיין מיט לייד מיט אימשילדיגע יונגעלייט וואס זייער איינציגע באגער איז צו מאכן א ברית פאר זייער קינד, און מען לאזט זיי נישט, זאג מיר וועם חישטו דא? הער אויף צו גיין ארום און ארום, ענטפער מיר וואס איך פרעג דיר , דארף א יוד האבן א פילטער אויף זיין סמארט פאון אדער נישט? ענפער מיר נישט מיט קראקאדילן טרערן איבער קאמעניזעם און כינע און רימניץ, אויב יא, איז דאס אלעס וואס די קהיה פארלאנגט נאך דעם קענסטו מאכן צווייי ברית'ן א יאהר אפילו, מיט א קידוש אויך, אויב האלטסטו אז הייסן די קהילה מעמבערס ארויף לייגן א פילטער איז בגדר זיין א דיקטאטאר, קען מען שוין אפשטעלן די שמועס דא. קיינער פילט זיך ב"ה נישט דיקטעדעט.

גדליה » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 7:00 pm

· #420637

מיין פאזיציע איז זייער זייער פשוט
יעדע קהילה האט א רעכט צו מאכען א פילטער פאר זייערע מעמבערס אין פארלאנגען מ'זאל עס נוצען (דורך האלטן דרשות, שרייבען ארטיקלען, צוזאגען פרייזעס, וכדו')
אויב איינער האט נישט קיין פילטער זאל ער נאכאלץ מעגען מאכען ברית'ן אין קדישום אין וועלכע שוהל ס'שמעקט איהם
מיין אישו איז נישט מיט די תקנה נאר מיט די סטראשע. אין נאכמער אז מ'נוצט רוחניות פאר א סטראשע
מצוות ברית מילה (ווי אויך מוסדות התורה) איז נישט נתחדש געווארען כדי בעלזע רבי זאל עס קענען נוצען אלץ א שטעקען פאר זיינע אינטערנעט תקנות
איך פארשטיי אז פאר יודישקייט איז וויכטיג אז מ'זאל האבען א פילטער.
אבער פאר יודישקייט איז אויכעט וויכטיג אז יעדע יוד זאל וויסען אז ער קען מאכען א ברית מילה אין וועלכע שוהל ס'שמעקט אים איבער די גאנצע וועלט.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 7:04 pm

· #420638
תורה ומדע
גדליה
תורה ומדע
נאר דו טויגסט! וואס האסטו שוין אויפגעטוהן פאר אידישקייט אדער דעם דור?

ברוך ה' איך "טוה" נישט אויף פאר יודישקייט
מיין ציהל איז אז יעדער זאל אויפהערען "טוהן" פאר אידישקייט און פשוט לאזן זיין אידן.
למשל איך וויל מ'זאל לאזן מענטשען מאכען א ברית פאר אכט טאגיג קינד אפילו ער ווערט נעבעך נכשל אין ראיות אסורות יעדען טאג.

אבער דו טראגסט נישט קיין אחריות פון דאס רוחניותדיגע מצב פון טויזענטער אידישע משפחות

דאס איז א חלק פון די מיתוס אין וואס דו לעבסט. עס איז אוממעגליך במציאות אז איינער זאל טראגען די אחריות פון טויזענטער משפחות. פאר דעם האט מען געמוזט ממציא זיין די מושג פון פארטיי, ווייל עכטע אחריות איז נישט במציאות אין די וועלט.

ווען מ'וויל זיין נארמאל, באלאנגט מען צו א קליינע קהלה, ווי דער רב האט טאקע אחריות פאר יעדעם אין די קהלה, און ער פארשטייט וואס איז גוט פאר זיי און וואס נישט. וראה זה פלא, עס פאסירט קיינמאל נישט אז אזא סארט רב זאל מאכען תקנות מתקנות שונים צו האלטען דער עולם פרום. אין אזעלכע אומשטענדן פעלט פלוצלונג נישט אויס די אלע זאכען. מ'טוט עס נישט און מ'זעט נישט קיין פראבלעם. עס איז נישט קיין צופאל.

גדליה » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 7:08 pm

· #420639
אינטערסאנט ווי אין סאטמער מיינט מען אז די בעלזע זענען אויפגעקלערט.
לא דובים ולא יער, מ'פארקויפט דארט די זעלבע טפשות און בהמה'שקייט ווי סאטמאר. די בעלזע קויפען שוואנצאנעס מיט די זעלבע תמימות ווי די סאטמערע קויפען גיוס.
די זעלבע יענטע אין א אנדער שלייער.

חסיד פון ליטא » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 7:08 pm

· #420640
Re: א פרישע גזרה אויף סמארטפאונס
א אינגערמאן וואס האט נישט א פילטער, מחמת איזה סיבה שהיא, וועט ער ווייטער קענען האבן אומגעפילטערקייט אפילו מיט א כשר'ן טעלעפאון.
אדער וועט ער פארמאגן נאך א פאון אדער וועט ער האבן אן SD card מיט זיינע באדערפענישן.

הכלל, יעדער מענטש ווערט געבוירן מיט א כלי, ביי איינעם אפערעיט עס אינעם מח, ביי א צווייטן ארבעט עס צווישן די צוויי פוס.
טאמער קענסטו נישט מחנך זיין דיין עולם ווי א לייט, וועלן קיין שום תקנות נישט העלפן.

תקנות איז זייער א שיינע זאך, ווילאנג די ביסט מציע, אויב הייבסטו אהן פאדערן דאן גייט עס בערך אזוי; וויבאלד דער אינגערמאן איז געבוירן געווארן ביי א בעלזא קלאב מעמבער און ער האט נישט געוואלט מצער זיין די עלטערן און פארלאזן דעם קלאב, מיינט דאס אז מ'קען יעצט רייטן אויף יעדעם און סטראשען מיט אלעם בייזן.

דיקטאטור אלערט.

ליפא » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 7:14 pm

· #420641
סמבטיון ס'איז מער ווי סתם א פילטער. אויב איז די צעטל פון וואס די אשכול רעדט

📎 IMG-20181231-WA0022.jpg

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 7:54 pm

· #420642
גדליה
סמבטיון
גדליה, איך בין אזוי עמאשענעל פון דיין מיט לייד מיט אימשילדיגע יונגעלייט וואס זייער איינציגע באגער איז צו מאכן א ברית פאר זייער קינד, און מען לאזט זיי נישט, זאג מיר וועם חישטו דא? הער אויף צו גיין ארום און ארום, ענטפער מיר וואס איך פרעג דיר , דארף א יוד האבן א פילטער אויף זיין סמארט פאון אדער נישט? ענפער מיר נישט מיט קראקאדילן טרערן איבער קאמעניזעם און כינע און רימניץ, אויב יא, איז דאס אלעס וואס די קהיה פארלאנגט נאך דעם קענסטו מאכן צווייי ברית'ן א יאהר אפילו, מיט א קידוש אויך, אויב האלטסטו אז הייסן די קהילה מעמבערס ארויף לייגן א פילטער איז בגדר זיין א דיקטאטאר, קען מען שוין אפשטעלן די שמועס דא. קיינער פילט זיך ב"ה נישט דיקטעדעט.

מיין פאזיציע איז זייער זייער פשוט
יעדע קהילה האט א רעכט צו מאכען א פילטער פאר זייערע מעמבערס אין פארלאנגען מ'זאל עס נוצען (דורך האלטן דרשות, שרייבען ארטיקלען, צוזאגען פרייזעס, וכדו')
אויב איינער האט נישט קיין פילטער זאל ער נאכאלץ מעגען מאכען ברית'ן אין קדישום אין וועלכע שוהל ס'שמעקט איהם
מיין אישו איז נישט מיט די תקנה נאר מיט די סטראשע. אין נאכמער אז מ'נוצט רוחניות פאר א סטראשע
מצוות ברית מילה (ווי אויך מוסדות התורה) איז נישט נתחדש געווארען כדי בעלזע רבי זאל עס קענען נוצען אלץ א שטעקען פאר זיינע אינטערנעט תקנות
איך פארשטיי אז פאר יודישקייט איז וויכטיג אז מ'זאל האבען א פילטער.
אבער פאר יודישקייט איז אויכעט וויכטיג אז יעדע יוד זאל וויסען אז ער קען מאכען א ברית מילה אין וועלכע שוהל ס'שמעקט אים איבער די גאנצע וועלט.

גדליה: וואס פארשטייסטו נישט. אויב מ'וועט ענפארסן די תקנות וועט מען אויסקומען צו א מצב אז ס'וועללן זיך (ח"ו) ארומדרייען א סאך בחורים און יונגעלייט וועלכע זענען ..."ערלים"... און א סאך מיידלעך וועלכע וועללן הייסן לוסי, נענסי און דזשעניפער. ווייל מ'האט זייערע טאטעס נישט געלאזט מאכן א ברית. אדער געבן א קידוש און געבן א אידישן נאמען בשעת קריאת התורה...! אזוי ווי אין קאמוניסטישן רוסלאנד. און נאכדעם וועללן קומען די וואוילע אידן די מזכי הרבים און מאכן האלסעיל ברית'ן פאר דערוואקסענע מענטשן. און געבן אידישע נעמען בשעת קריאת התורה פאר באבעס...! א"כ מה הועילו חכמים בתקנתם...!

חסיד פון ליטא » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 8:10 pm

· #420644
Re: א פרישע גזרה אויף סמארטפאונס
אין פינף יאר ארום גייט די מעשה גיין בערך אזוי:
צוויי בעלזא קינדער גייען שפילן דאקטאר, ווען איינער וועט באמערקן אז זיין חבר איז אן ערל, וועט אים דער ערל מסביר זיין אז זיין טאטע פארמאגט נישט א פילטער...
אבער א בעלזער וועט ער בלייבן...

גדליה » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 8:17 pm

· #420645
די ערלים קינדערלעך וועלען כאטש מעגען האבען א סמארטפאן?

קומזיץ » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 8:17 pm

· #420646
גדליה
תורה ומדע
בכל תפוצות ישראל היו ויהיו תקנות. אינני רואה שום חילוק בין זה לשאר תקנות הקהילות. האם בסטמר נותנין להיקבר בקרית יואל לכל אדם? גם בהרבה מקומות אין נותנין מי שלא טבל לקריו לעבור לפני התיבה, וכן מי שמגלח זקנו או אינו לובש בגד עליון או חגורה אין נותנין לעבור לפני התיבה בכמה מקומות. וכן אין נותנין לאלו שנשותיהם מנהיגים רכב לשלוח למוסדותיהם.

א שליח ציבור האט גאנץ אנדערע תקנות, קוק אריין אין שו"ע, ס'מוז זיין א מרוצה לקהל און א ת"ח וכו'. ער רעפרעזענטירט דאך די קהל.
די סאטמארע רשעות פון נישט באגראבען אין ביה"ח וועמען זיי געפעלט נישט איז טאקע א רשעות שאין כמוהו, אבער כ'האב געמיינט אז נאר די סאטמארע דיקטאטארן זענען עלול אויף אזוינע אכזריות.
אבער געוואלד, מיר רעדען דאך נישט דא פון קיין זכות, מיר רעדען נישט דא פון קיין עליה לתורה, מיר רעדען נישט דא פון קיין כיבוד. דא רעדט מען דאך פון מאכען א ברית מילה פאר א יודיש קינד! געוואלד אין געשריגען. אין רוסלאנד איז די הייליגע ריבניצער רבי זי"ע געלאפען אין די גרעסטע פרעסטען מיט מסירת נפש מל'ען קינדער פון יודען וואס האבן קוים געוואוסט פון יודישקייט צו זאגען. אין דא רעדט מען פון *נישט* לאזן מאכען א ברית אין שוהל.
כ'ווייס נישט צו די עולם כאפט די ביטערע טרויעריגע איראניע. בעלזע רבי לאזט נישט מאכען א ברית פון א אידיש קינד (נאר ביי זיך אין שוהל! שטייצעך, אזוי ווי ביי די קאמוניסטען. אין א אנדערע לאנד האסטו געמעגט מאכען א ברית, נאר נישט אין רוסלאנד).
א ניי געבוירן נשמה'לע, ווערט געשטראפט מיט די הארבסטע עונש אין יהדות, מ'טאר אים נישט אידישן. נישט ווייל ער איז געהל, נישט ווייל מתו אחיו מחמת מילה, נאר ווייל זיין פאטער איז עפעס געפערליך.
וואס איז? שבת היט ער, כשר'ס עסט ער, אין מקוה גייט ער. אבער ער פאלט נעבעך דורעך מיט קוקען פיקטשערס פון פרויען. אויף א סקרין. פארדעם טאר זיין זוהן נישט אריינקומען בבריתו של אברהם אבינו. (סארי ער מעג יא, נאר נישט אין בעלזע שוהל, זאל סאטמער זיך ספראווען מיט אזא פורק עול).
רחמנא ליצלן, לאן הגענו. א יוד טאר נישט מל'ען זיין בן זכר אין שוהל צום אכטן טאג, נישט ווייל ער היט נישט שבת, נישט ווייל ער איז געוואוינט מיט א אשת איש, נאר ווייל ער האט א סמארטפאן אן די קאמפעני פילטער. ווי ווייניג יראת שמים און ווי ווייניג מענטשליכקייט מוז א מענטש האבען צי אינפארסירען אזא תקנה?
כ'האב שוין נישט קיין כח צו שרייען. אויב די עולם זעהט נישט איין די שרעקליכע רשעות אין אזא מין תקנה, גיי איך דינגען איינעם צי מאכען ראבא קאלס און מסביר זיין פאר מענטשען.

היינטיגע טעג איז אינטערנעט/ סמארט פאן פון די גרויסע נסיונות וואס אונזער דור ספראוועט זיך מיט דעם , קיין איינער דארף נישט ארבעטן שבת כדי נישט צו פארלירן זיין ארבעט און ב"ה איעדער גייט היינט און חדר און קען דאווענען און אביסל לערנען און דארף נישט קיין ארבעטן מיט'ן טאטען און פעלד ביי די צען יאר און אויס וואקסען א פיסטע עם הארץ, אוודאי איז עס נישט קיין כריתות פאר איעדעם איינעם
אבער די מענטשען וואס צו זיי קומט אן פראבלעמען פון מענטשען וואס איז געווארן דורך האבן צוטריט צו די ארגסטע זאכן מיט א קוועטש פון א קנעפל ,זענען מענטשען וואס זענען מנהיגי העדה , עסקנים(און איך גלייבט שווער אז איינער זיצט דא אויף קאווע שטיבל) און איינער פון דעיע איז די בעלזא רב , און זיי שפירן א אחריות אפצוהיטען זייערע מענטשען פון די נסיון ,
אבער אזוי ווי אסאך אנדערע זאכן דברי תורה צריכין חיזוק,
מיר אליין שמעקט אויך נישט די תקנה עס שפירט ווי מכאפט דיך אן ביים קארג אבער ממיז אמאל לייגן דרוק אויף מענטשען טאקע וויבאלד מען וויל עס אזוי שטארק האבן ,
די תקנה איז געוועהן בעיקר פאר יונגעלייט וואס האבן נאך נישט קיין קינדער און מוסד און מוויל זיי זאלן נישט אריינפאלען און די פראבלעמען וואס קומט מיט דעם ( משום מעשיות שהיו)קען זיין עס אביסל א שטרענגע תקנה אבער מ'דארף א שטארקע דרוק כדי מזאל זיך צוריקהאלטען פון דעם
בעלזא רב לאזט מאכן א ברית פאר יעדעם און זיין בית המדרש ער געט איעדעם א ברירה זיך צוצישטעלן
ומשום צורך השעה האלט ער אז מ'דארף ג'יין שטרענג מיט דעם

גדליה » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 8:20 pm

· #420647
קומזיץ
איך בין נייגעריג וועם ציהלט מען מיט די תקנות. לכאורה דער וואס פאפט ביז יעצט די סיסטעם וועט ווייטער קענען פאפן ניין?
ווי שווער איז צו קויפען א טעבלעט אין עס האלטען אינטער די דאכענע פאר א שוואכע מינוט?

גדליה » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 8:25 pm

· #420649
berlbalaguleh
גדליה
סמבטיון
גדליה, איך בין אזוי עמאשענעל פון דיין מיט לייד מיט אימשילדיגע יונגעלייט וואס זייער איינציגע באגער איז צו מאכן א ברית פאר זייער קינד, און מען לאזט זיי נישט, זאג מיר וועם חישטו דא? הער אויף צו גיין ארום און ארום, ענטפער מיר וואס איך פרעג דיר , דארף א יוד האבן א פילטער אויף זיין סמארט פאון אדער נישט? ענפער מיר נישט מיט קראקאדילן טרערן איבער קאמעניזעם און כינע און רימניץ, אויב יא, איז דאס אלעס וואס די קהיה פארלאנגט נאך דעם קענסטו מאכן צווייי ברית'ן א יאהר אפילו, מיט א קידוש אויך, אויב האלטסטו אז הייסן די קהילה מעמבערס ארויף לייגן א פילטער איז בגדר זיין א דיקטאטאר, קען מען שוין אפשטעלן די שמועס דא. קיינער פילט זיך ב"ה נישט דיקטעדעט.

מיין פאזיציע איז זייער זייער פשוט
יעדע קהילה האט א רעכט צו מאכען א פילטער פאר זייערע מעמבערס אין פארלאנגען מ'זאל עס נוצען (דורך האלטן דרשות, שרייבען ארטיקלען, צוזאגען פרייזעס, וכדו')
אויב איינער האט נישט קיין פילטער זאל ער נאכאלץ מעגען מאכען ברית'ן אין קדישום אין וועלכע שוהל ס'שמעקט איהם
מיין אישו איז נישט מיט די תקנה נאר מיט די סטראשע. אין נאכמער אז מ'נוצט רוחניות פאר א סטראשע
מצוות ברית מילה (ווי אויך מוסדות התורה) איז נישט נתחדש געווארען כדי בעלזע רבי זאל עס קענען נוצען אלץ א שטעקען פאר זיינע אינטערנעט תקנות
איך פארשטיי אז פאר יודישקייט איז וויכטיג אז מ'זאל האבען א פילטער.
אבער פאר יודישקייט איז אויכעט וויכטיג אז יעדע יוד זאל וויסען אז ער קען מאכען א ברית מילה אין וועלכע שוהל ס'שמעקט אים איבער די גאנצע וועלט.

גדליה: וואס פארשטייסטו נישט. אויב מ'וועט ענפארסן די תקנות וועט מען אויסקומען צו א מצב אז ס'וועללן זיך (ח"ו) ארומדרייען א סאך בחורים און יונגעלייט וועלכע זענען ..."ערלים"... און א סאך מיידלעך וועלכע וועללן הייסן לוסי, נענסי און דזשעניפער. ווייל מ'האט זייערע טאטעס נישט געלאזט מאכן א ברית. אדער געבן א קידוש און געבן א אידישן נאמען בשעת קריאת התורה...! אזוי ווי אין קאמוניסטישן רוסלאנד. און נאכדעם וועללן קומען די וואוילע אידן די מזכי הרבים און מאכן האלסעיל ברית'ן פאר דערוואקסענע מענטשן. און געבן אידישע נעמען בשעת קריאת התורה פאר באבעס...! א"כ מה הועילו חכמים בתקנתם...!

כ'האב שוין לאנג נישט אזוי געלאכט פין א אידישע צרה... 😛

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 8:32 pm

· #420650
גדליה
קומזיץ
איך בין נייגעריג וועם ציהלט מען מיט די תקנות. לכאורה דער וואס פאפט ביז יעצט די סיסטעם וועט ווייטער קענען פאפן ניין?
ווי שווער איז צו קויפען א טעבלעט אין עס האלטען אינטער די דאכענע פאר א שוואכע מינוט?

גדליה: לאמיר רעדן ערנסט פאר א מינוט. ס'איז דא איין חלק וואס מ'האט נאך דא נישט אויסגעשמועסט. דער חלק אז תמימות'דיגע ערליכע יונגעלייט וויללן אליינס נישט האבן קיין אומגעפילטערטע סמארטפאונס. די תקנות קומען נאר מחזק צו זיין דעם רצון הטוב. און אויב מ'שפיעלט אויס זיך אליינס,האט מען טאקע דעם שאדן...!

קומזיץ » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 8:35 pm

· #420652
גדליה
קומזיץ
איך בין נייגעריג וועם ציהלט מען מיט די תקנות. לכאורה דער וואס פאפט ביז יעצט די סיסטעם וועט ווייטער קענען פאפן ניין?
ווי שווער איז צו קויפען א טעבלעט אין עס האלטען אינטער די דאכענע פאר א שוואכע מינוט?

מ'ציהלט יונגעלייט וואס ביז יעצט האט זיי קיין איינער נישט אפיר געהאלטען ווי אזוי זיי באגייען זיך מיט די אינטערנעט ממילא האב זיי נישט נישט געהאט די סיבה זיך צוריקהאלטען פון עפעס ,
אבער יעצט האבן זיי באקומען אביסל א push מער אכטונג צו געבן , און אז מקען זיך נישט דרייען אפען און באקוועם מיט דעם וועלן א אסאך יונגעלייט עס אפלאזן,
ריכטיג אז איינער וואס וויל פאפן קען קיינער נישט אפשטעלן ,

און מקען זאגן אז אפשר זאל מען מער אוועקשטעלן די יונגעלייט אז מען זאל וויסן ווי מהאלט אויפן וועלט און זיך קענען אליין ספראווענען מיט די פראבלעמען יתכן ס'איז א טענה אבער פארט האבן אסאך גדולי ישראל יא געזאגט אז עס איז א פראבלעם זעהט אויס אז מען דארף דא א
שמירה יתירה.

גדליה » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 8:39 pm

· #420654
דאס הייסט ס'דא אסאך יונגעלייט אין בעלז וואס פייפען זיך אן די קלארע ציווי פון בעלזער רבי נישט האבען אינטערנעט?
די איינציגע סיבה פארוואס די עולם האט א פילטער איז וועגען די קינדער אין מוסדות? ווען נישט וואלטן אלע אראפגענומען?

איש חזון » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 8:45 pm

· #420656
ליטוואק פון בודאפעסט
@איש חזון, זייער ריכטיג. און יעצט איז די שעה צריכה לכך אז מ'זאל מבטל זיין אלע גזירות סרק וואס טון אויף אזויפיל אז מ'שטופט מענטשן ארויס און די אינטרנט ווערט נישט ווייניגער. משום שהשעה צריכה לכך דארף מען טאקע אזוי טון און מחנך זיין די ציבור אויף אן אויסגעהאלטענעם אופן.

וואס וויל מען דען אויפ'ן אמת? טאמער זיי ווילען אז די סארט מענטשן זאלען נישט מאכען זייער שמחות אין די בעלזער זאל, האט עס דאך נישט קיין פשט. וועמן גייט עס אן אז זיי מאכען שמחות דארט? וועמן שטערט עס? נאר אז זיי מיינען אז געוויסע מענטשען וועלען זיך צוריק האלטן פון האבען אן אומגעפילטערטע סמארטפאון צוליעב די שרעק פון נישט קענען מאכען שמחות אין זאל, הייסט'ס גענוצט געוואלד צו צווינגען מענטשען אנצוהאלטען זייער גדרים. דאס האט גארנישט צוטון מיט די גמרא און, כאמור למעלה, העלפט עס נישט.

דאס איז א חלק פון די גלויבונג פון פארטייען, וואס מאכען מענטשען הינקעדיג, און דערנאך געבען זיי א שטעקן אויף וואס זיך צו אנצוליינען, און זיי רעדן יעדעם איין אז אן די שטעקן וועט ער נישט קענען גיין.

גדליה האקט

נישטא וואס צו רעדן, יש דעת תורה בישראל, ניכרין דברי אמת

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 8:47 pm

· #420657
Re: א פרישע גזרה אויף סמארטפאונס
יש דעת תורה, יש דעת יורשים ודעת פארטיי פירערס, והם רחוקים זמ"ז כרחוק מזרח ממערב.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
בלאט: 1 2 3 4