☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » א פרישע גזרה אויף סמארטפאונס

א פרישע גזרה אויף סמארטפאונס

184 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12822
בלאט: 1 2 3 4

צפור בודד » זונטאג דעצעמבער 30, 2018 1:45 am

· #420396
א פרישע גזרה אויף סמארטפאונס
ס'איז שוין הויך צייט אז דיינים זאלן נישט ענטפערן שאלות אויף מראות פון יונגעלייט וואס האבן סמארטפאונס און מען זאל אויך נישט לאזן זייערע ווייבער נוצן די מקוואות. אזוי ארום וועלן די שקצים זיך נישט קענען פרה ורבה זיין און זיי וועלן אויס'פגר'ן און ס'וועט מקוים ווערן וואס שנעלער יהי אחריתם להכרית בדור אחר ימח שמם.

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 30, 2018 4:41 am

· #420411
צפור בודד (על הגג): דער פאוסטער זעהט אויס צו זיין געפעלשט...! או.קעי. זיי זענען משוגע. אבער נישט אזוי ווייט...!

צפור בודד » זונטאג דעצעמבער 30, 2018 10:05 am

· #420428
Re: א פרישע גזרה אויף סמארטפאונס
berlbalaguleh
צפור בודד (על הגג): דער פאוסטער זעהט אויס צו זיין געפעלשט...! או.קעי. זיי זענען משוגע. אבער נישט אזוי ווייט...!
איך האב עס באקומען פון א בעלזער און ווייטער געשיקט צו בעלזער און קיינער האט נישט מערער געווען.

דרך אגב, כצפור בודד על גג, בלי ה"א הידיעה

ביבער » זונטאג דעצעמבער 30, 2018 1:36 pm

· #420441
ווען גייט שוין די רבי אויפהערן נעמען פדיונות פון די סמארטפאון שקצים?

גדליה » זונטאג דעצעמבער 30, 2018 2:09 pm

· #420442
"כל אחד אשר בשם בעלזא יכונה"
זיצט צעך א גרויסער גראבער מגושם אויפ'ן שטוהל, זיינע תאוות פאר געלד און פאוער זעען נישט קיין ברעג, ווי אזוי קענמען נאך פייניגען אלע מיינע מענטשען וואס ריפען זיך בעלזא? וויאזוי קען מען נאך אביסל אויסנוצען א עיר ואם בישראל פאר מיינע נידריגע תאוות השליטה? וויאזוי קען איך אביוזירן מיין נאמען רוקח וואס שטאמט פון צדיקים וקדושים פאר מיין פערזענליכע באנוץ?
אה, כ'האב א פלאן! זאגט די גראבע פאץ אויפ'ן קעניגליכע שטוהל. מגייט נישט לאזן מענטשען מאכען שמחות.
וענו כל העם וכל יועציו וחכמיו, פשששששש.

תנחום » זונטאג דעצעמבער 30, 2018 4:25 pm

· #420448
באלד גייט מען דארפן באקומען א הונדערט אויף די בחינות פון זכרו, והגית, וכו' אז נישט גייט מען ארויסווארפן פון קהילה

הקטן » זונטאג דעצעמבער 30, 2018 6:36 pm

· #420463
ביבער
ווען גייט שוין די רבי אויפהערן נעמען פדיונות פון די סמארטפאון שקצים?

די רבי נעמט פדיונות אויך פין פרעמדע, און פין אזאלכע וואס זענען זענען נאך נישט אוזי ערלעך.
דא איז די אישא צי נהנה זיין פין א סערוויס וואס איז גאמאכט דווקא לבני הקלאב, און אז דו שטעלסט זיך נישט צי תקנת הקלאב פארוואס זאלסטו יא געניסען פין אירע בענעפיטען.

איך גיי נישט אריין און וואו עפעקטיוו די מהלך איז.

די חידיש ליגט דא אז מען סטראשעט נישט מיט ארויסווארפן די קינדער פין מוסד - און דאס דארף באגריסט ווערן

הקטן » זונטאג דעצעמבער 30, 2018 6:39 pm

· #420464
גדליה
"כל אחד אשר בשם בעלזא יכונה"
זיצט צעך א גרויסער גראבער מגושם אויפ'ן שטוהל, זיינע תאוות פאר געלד און פאוער זעען נישט קיין ברעג, ווי אזוי קענמען נאך פייניגען אלע מיינע מענטשען וואס ריפען זיך בעלזא? וויאזוי קען מען נאך אביסל אויסנוצען א עיר ואם בישראל פאר מיינע נידריגע תאוות השליטה? וויאזוי קען איך אביוזירן מיין נאמען רוקח וואס שטאמט פון צדיקים וקדושים פאר מיין פערזענליכע באנוץ?
אה, כ'האב א פלאן! זאגט די גראבע פאץ אויפ'ן קעניגליכע שטוהל. מגייט נישט לאזן מענטשען מאכען שמחות.
וענו כל העם וכל יועציו וחכמיו, פשששששש.

איך ווייס נישט אויב ביסט סארקאסטיש צי נישט.
איך קען דאס ליינען סארקאסטיש און איך קען דאס ליינען אלס נאאיוו-אנגעווייטאגט וכו' - איי העוו נא איידיע

יין שרף » זונטאג דעצעמבער 30, 2018 7:09 pm

· #420467
ווען מען שטופט ארויס מענטשן בע"כ, שאפט דאס אן אומאפשטעלבאר מאוומענט.
ברית'ן מוז מען דאך מאכן, אין ביהמ"ד וועט מען אין נישט לאזן? וועט מען מאכן אייגענע מנינים פאר קידישים, דינגען זאלן פאר ברית'ן וכו'. און צום סוף וועלן זיי נאך דראפן די גאנצע ביהמ"ד (און אפשר נאך די גאנצע חסידות ח"ו, און "כבוד בית בעלזא" וועט ח"ו פארלירן..)

סמיילי » זונטאג דעצעמבער 30, 2018 10:12 pm

· #420474
הקטן
ביבער
ווען גייט שוין די רבי אויפהערן נעמען פדיונות פון די סמארטפאון שקצים?

די חידיש ליגט דא אז מען סטראשעט נישט מיט ארויסווארפן די קינדער פין מוסד - און דאס דארף באגריסט ווערן

די נייע תקנה איז געמאכט געווארען ווייל פרישע יונגעלייט נאך די חתונה וואס האבען נאכנישט קיין קינדער און די מוסדות, האט מען נישט גע האט וואס צו סטראשענען. יעצט קען מען זיי שוין אויכט האלטען און די ראמען...

סמבטיון » זונטאג דעצעמבער 30, 2018 11:03 pm

· #420482
סמיילי, אויך אמת, אבער איך דריי זיך צווישן מיינע חברים, און אלס בעלזע חסיד קען איך קלאר זאגן אז דער עולם האט עס זייער פארשטענליך אויפגענימען, איך ווייס נישט צו עטס ווייסטע אבער בעלזא איז בכלל נישט אזוי שטרענג מיט די תקנות, אדרבא בעלזע רב האט פון די ערשטע מעניט געשריגן נישט אז מען זאל ארויסווארפן דעם סמארטפאון נאר מען זאל לייגן א פילטער, און עס ניצן אויף א כשר'ע וועג, וואס יעדע ערליכע יוד טוט/דארף צו טוהן עניוועי. ער האט עס קיינמאל נישט געאסערט און אסאך יונגערלייט האבן געהעריגע סמארטפאונס לצורך פרנסה, וואס יא, ער בעט און ער פאדערט מען זאל עס נישט האלטן אין שטיב אדער אין שטיבעל, וואס איז אויך פארשטענדליך, צו זיין א מעמבער אין עזרנו/מושיע ומגן, מיינט האבן א בעסיק פילטער, יא דו קענסט אויך האבן וואטסעפפ, אונז זעמיר נישט אזוי ראדיקאל, סא הערטס אים אויף צי באשמיצן און אראפרייסן א מנהיג ישראל. א דאנק.

קומזיץ » זונטאג דעצעמבער 30, 2018 11:07 pm

· #420484
גדליה
"כל אחד אשר בשם בעלזא יכונה"
זיצט צעך א גרויסער גראבער מגושם אויפ'ן שטוהל, זיינע תאוות פאר געלד און פאוער זעען נישט קיין ברעג, ווי אזוי קענמען נאך פייניגען אלע מיינע מענטשען וואס ריפען זיך בעלזא? וויאזוי קען מען נאך אביסל אויסנוצען א עיר ואם בישראל פאר מיינע נידריגע תאוות השליטה? וויאזוי קען איך אביוזירן מיין נאמען רוקח וואס שטאמט פון צדיקים וקדושים פאר מיין פערזענליכע באנוץ?
אה, כ'האב א פלאן! זאגט די גראבע פאץ אויפ'ן קעניגליכע שטוהל. מגייט נישט לאזן מענטשען מאכען שמחות.
וענו כל העם וכל יועציו וחכמיו, פשששששש.

זיצט א יוד וואס זארגט זיך פארן חינוך און אידישקייט פון א גאנצע ציבור אידן
זיצט זיך א יוד וואס הערט זיך אן צרות און פראבלעמען פון יודן און שפירט מיט זייער צער
זיצט זיך א יוד און זעהט ווי קינדער גייען אראפ פון וועג און עלטערן עסן זיך די געזינט
זיצט זיך א יוד וואס האט מיט זיינע צוויי הענט אויפגעשטעלט מוסדות און באגלייט די חסידים די לעצטע 40 יאר אויף טריט און שריט און זעהט אז מ'ספראוועט זיך מיט נסיונות
און טראכט וויאזוי קען מען צוריקהאלטען די מגיפה עס זאל זיך נישט דערקייקלען ווייטער,
און בעהט פון זיינע נאכפאלגער'ס ביטע ארויפלייגען א פילטער אויף די אינטערנעט לגדור גדר פאר א שוואכע מוניט.. אז מ'דארף מעג מען און ממיז האבן אינטערנעט אבער די מינימום קען מען טהון
און אמאל אז עס פעלט אויס דארף מען ניצען שטרענגע מיטלען

סמיילי » זונטאג דעצעמבער 30, 2018 11:44 pm

· #420487
סמבטיון
סמיילי, אויך אמת, אבער איך דריי זיך צווישן מיינע חברים, און אלס בעלזע חסיד קען איך קלאר זאגן אז דער עולם האט עס זייער פארשטענליך אויפגענימען, איך ווייס נישט צו עטס ווייסטע אבער בעלזא איז בכלל נישט אזוי שטרענג מיט די תקנות, אדרבא בעלזע רב האט פון די ערשטע מעניט געשריגן נישט אז מען זאל ארויסווארפן דעם סמארטפאון נאר מען זאל לייגן א פילטער, און עס ניצן אויף א כשר'ע וועג, וואס יעדע ערליכע יוד טוט/דארף צו טוהן עניוועי. ער האט עס קיינמאל נישט געאסערט און אסאך יונגערלייט האבן געהעריגע סמארטפאונס לצורך פרנסה, וואס יא, ער בעט און ער פאדערט מען זאל עס נישט האלטן אין שטיב אדער אין שטיבעל, וואס איז אויך פארשטענדליך, צו זיין א מעמבער אין עזרנו/מושיע ומגן, מיינט האבן א בעסיק פילטער, יא דו קענסט אויך האבן וואטסעפפ, אונז זעמיר נישט אזוי ראדיקאל, סא הערטס אים אויף צי באשמיצן און אראפרייסן א מנהיג ישראל. א דאנק.

קאווע שטיבל איז נישט געבלאקט דורך די פילטר ?

סמיילי » זונטאג דעצעמבער 30, 2018 11:56 pm

· #420489
קומזיץ
גדליה
"כל אחד אשר בשם בעלזא יכונה"
זיצט צעך א גרויסער גראבער מגושם אויפ'ן שטוהל, זיינע תאוות פאר געלד און פאוער זעען נישט קיין ברעג, ווי אזוי קענמען נאך פייניגען אלע מיינע מענטשען וואס ריפען זיך בעלזא? וויאזוי קען מען נאך אביסל אויסנוצען א עיר ואם בישראל פאר מיינע נידריגע תאוות השליטה? וויאזוי קען איך אביוזירן מיין נאמען רוקח וואס שטאמט פון צדיקים וקדושים פאר מיין פערזענליכע באנוץ?
אה, כ'האב א פלאן! זאגט די גראבע פאץ אויפ'ן קעניגליכע שטוהל. מגייט נישט לאזן מענטשען מאכען שמחות.
וענו כל העם וכל יועציו וחכמיו, פשששששש.

זיצט א יוד וואס זארגט זיך פארן חינוך און אידישקייט פון א גאנצע ציבור אידן
זיצט זיך א יוד וואס הערט זיך אן צרות און פראבלעמען פון יודן און שפירט מיט זייער צער
זיצט זיך א יוד און זעהט ווי קינדער גייען אראפ פון וועג און עלטערן עסן זיך די געזינט
זיצט זיך א יוד וואס האט מיט זיינע צוויי הענט אויפגעשטעלט מוסדות און באגלייט די חסידים די לעצטע 40 יאר אויף טריט און שריט און זעהט אז מ'ספראוועט זיך מיט נסיונות
און טראכט וויאזוי קען מען צוריקהאלטען די מגיפה עס זאל זיך נישט דערקייקלען ווייטער,
און בעהט פון זיינע נאכפאלגער'ס ביטע ארויפלייגען א פילטער אויף די אינטערנעט לגדור גדר פאר א שוואכע מוניט.. אז מ'דארף מעג מען און ממיז האבן אינטערנעט אבער די מינימום קען מען טהון
און אמאל אז עס פעלט אויס דארף מען ניצען שטרענגע מיטלען

זיצט זיך א איד וואס טראכט, 40 יאר האב איך שווער געארבעט אויפצובויען א באנדע חמורים צו האלטען פון מיך, אין יעצט קומט די אינטערענט אין אפאר מינוט קען די גאנצע האוואניע ג’יין לטמיון

קומזיץ » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 12:00 am

· #420491
סמיילי

ער לאזט האבן אינטערנעט..
און ווי אזוי פונקטליך גייט די אינטערנעט צוברענגען אז די חמורים גייען שוין נישט האלטן פון עם,
מען האט געהערט לשון הרע און שלעכטס אויף עם אלע יארן, בעלזא חסידים זענען נישט לב טהור וואס זענען אפגעזונדערט פון די וועלט

איסר האטלקי » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 12:01 am

· #420492
הקטן

די חידיש ליגט דא אז מען סטראשעט נישט מיט ארויסווארפן די קינדער פין מוסד - און דאס דארף באגריסט ווערן

די מוסדות פארלאנגט עס ממילא. מען ווארפט סיי ווי ארויס, דאס איז א הוספה.

גדליה » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 12:43 am

· #420495
קומזיץ,
איך וויל דיך פרעגען א פשוט'ע שאלה
לאמיר זאגען עס קלאפט אן צו אייך אינדערהיים א איד מיט א ניי געבוירן קינד אין די הענט. אויף אייער פראגע וואס ער וויל, הייבט ער אן פארציילן אז ער איז געווען אין שפיטאל זיין ווייב האט געהאט א קינד, ס'האט זיך געמאכט עפעס א קאמפליקאציע. אקיצור, ס'איז היינט די אכטע טאג, דאס קינד איז א אינגעל, און ער האט נישט וואו צו פראווענען א ברית, אויב ער קען קומען צו אייך אין דיינינג רום מאכען דעם ברית.
יעצט וואס וואלט איהר (אדער יעדע נארמאלע ערליכע איד) געענטפערט?
א. יא זיכער, ס'איז מיר א זכיה צו מאכען א ברית ביי מיך אין שטוב
ב. ביטע טוהט אויס אייער בגד לאמיך זעהן צו איר טראגט ציצית... אופס, נישט דא קיין ציצית. סארי קיין ברית ביי מיר וועט איר נישט מאכען.

הקטן » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 8:17 am

· #420503

צפור בודד » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 10:38 am

· #420512
Re: א פרישע גזרה אויף סמארטפאונס
שיינע תירוצים און ספין איבער די מוסדות און דער גדלות פון דער רב וכדומה. די אונטערשטע שורה איז אז ער טוט עס ווייל ער קען ואין מוחה בידו. א יונגערמאן וואס איז ביי אים אויפגעצויגן, געלערנט פון קינדווייז אין זיינע מוסדות, חתונה געהאט מיט א תלמודה פון די מוסדות און וואו זיי פלאנען צו שיקן אדער שיקן שוין זייערע קינדער האט נישט קיין ברירה. ער און זי מוזן פאלגן חוץ אז זיי ווילן זיך פון אלעס אפשאקלען וואס רוב ווילן נישט.

עס איז מאכט נישט רעכט. מענטשליכקייט, הלכה, תורה, גמילות חסדים האט דא נישט קיין פלאץ. כך עלה ברצון ואין טעם ברצון און זייט כאטש ארנטליך אין דעם מודה צו זיין און קומט נישט מיט פארקרומטער לאגיק צו פארענטפערן דער געמיינהייט וויאזוי מען באהאנדלט דעם אייגענעם עולם.

הקטן » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 10:49 am

· #420513
צפור בודד
די אונטערשטע שורה איז אז ער טוט עס ווייל ער קען

אמת! וואס איז אבער די מאטיוו?
וואס גייט אים אן אויב די האסט אויף דיין פאן א פילטער אדער נישט?
איז נישט גרינגער קיקן די אנדערע זייט.

עגען, איך גיי נישט אריין וואו עפעקטיוו דאס איז.

אישתישבי » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 11:07 am

· #420514
דער איינציגער וואס האבן הנאה אז די אינטערנעט איז אפיר געקומען, זענען די פרויען, ווען ביז היינט האט מען זיי גערודפ'ט צום טויט מיט צניעות און שייטלעך און זאקען און געפאסטע קליידער, יא קומען אין בעסמעדרעש צו נישט, נישט אריין לאזען אין די מוסדות צו יא וכו', אבער זייט די אינטערנעט הערשט א שטילקייט, מען רעדט נישט פין זיי קיין פיפס, ווען אויס דער לעצטע מאהל האסט געהערט ביי א דרשה אז די פרויען זענען מעכב די גאולה?

די פרויען זענען נאך עתיד ליתן את הדין, זיי האבן געמאכט די אינטערנעט ווייל זיי האבן נישט אויסגעהאלטן די שווערע יאך.

צפור בודד » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 11:18 am

· #420515
Re: א פרישע גזרה אויף סמארטפאונס
הקטן
צפור בודד
די אונטערשטע שורה איז אז ער טוט עס ווייל ער קען

אמת! וואס איז אבער די מאטיוו?
וואס גייט אים אן אויב די האסט אויף דיין פאן א פילטער אדער נישט?
איז נישט גרינגער קיקן די אנדערע זייט.

עגען, איך גיי נישט אריין וואו עפעקטיוו דאס איז.
ווייל ס'איז קאמפעטישן אויף א פארנעם וואס זיי זענען נישט צוגעוואוינט. וועם אינטערסירט א מלווה מלכא, א יארצייט סעודה, א שטייעדיגע תורה אז אלע מטעמים פון דער וועב זענען אין דער קעשענע?

ער האט שטענדיג געכאפט מאדערנקייטן ווי הוק אפס, קאסעטן, סקרינינגס, מעגל סגור, מראות הקודש ועוד וואס אין אלעס האט עס בעסער ערמעגליכט פאר אים אנצוקומען צום עולם. מיטאמאל איז אנגעקומען א כלי וואס לאזט אויך דעם עולם צוריקרעדן און וואו דער עולם קען זיך אויך אומקוקן וואס ס'איז דא ערגעץ אנדערש.

און דאס איז א סכנה קיומית.

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 11:46 am

· #420519
גדליה
קומזיץ,
איך וויל דיך פרעגען א פשוט'ע שאלה
לאמיר זאגען עס קלאפט אן צו אייך אינדערהיים א איד מיט א ניי געבוירן קינד אין די הענט. אויף אייער פראגע וואס ער וויל, הייבט ער אן פארציילן אז ער איז געווען אין שפיטאל זיין ווייב האט געהאט א קינד, ס'האט זיך געמאכט עפעס א קאמפליקאציע. אקיצור, ס'איז היינט די אכטע טאג, דאס קינד איז א אינגעל, און ער האט נישט וואו צו פראווענען א ברית, אויב ער קען קומען צו אייך אין דיינינג רום מאכען דעם ברית.
יעצט וואס וואלט איהר (אדער יעדע נארמאלע ערליכע איד) געענטפערט?
א. יא זיכער, ס'איז מיר א זכיה צו מאכען א ברית ביי מיך אין שטוב
ב. ביטע טוהט אויס אייער בגד לאמיך זעהן צו איר טראגט ציצית... אופס, נישט דא קיין ציצית. סארי קיין ברית ביי מיר וועט איר נישט מאכען.

גדליה: נאך א מזל אז דער איד אין דיין מעשה הייסט נישט אויסטון עפעס אן אנדער'ן בגד. ווייל דאמאלס וואלטן מיר געווען אין פעקל...!

הקטן » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 12:15 pm

· #420524
צפור בודד
הקטן
צפור בודד
די אונטערשטע שורה איז אז ער טוט עס ווייל ער קען

אמת! וואס איז אבער די מאטיוו?
וואס גייט אים אן אויב די האסט אויף דיין פאן א פילטער אדער נישט?
איז נישט גרינגער קיקן די אנדערע זייט.

עגען, איך גיי נישט אריין וואו עפעקטיוו דאס איז.
ווייל ס'איז קאמפעטישן אויף א פארנעם וואס זיי זענען נישט צוגעוואוינט. וועם אינטערסירט א מלווה מלכא, א יארצייט סעודה, א שטייעדיגע תורה אז אלע מטעמים פון דער וועב זענען אין דער קעשענע?

ער האט שטענדיג געכאפט מאדערנקייטן ווי הוק אפס, קאסעטן, סקרינינגס, מעגל סגור, מראות הקודש ועוד וואס אין אלעס האט עס בעסער ערמעגליכט פאר אים אנצוקומען צום עולם. מיטאמאל איז אנגעקומען א כלי וואס לאזט אויך דעם עולם צוריקרעדן און וואו דער עולם קען זיך אויך אומקוקן וואס ס'איז דא ערגעץ אנדערש.

און דאס איז א סכנה קיומית.

מאכט סענס, ס'איז זיכער איין וועג וואו אזוי מענטשען וואס קענען נישט ליינען יענעמס מחשבה, קענען תולה זיין

איז אבער אויך מעגליך, די סיבה פאר וואס ער טוט דאס איז ווייל ער פילט א טיפער סענס פין אחריות אויף זיין עולם?

יעקב מענטש » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 12:15 pm

· #420525
הקטן
ביבער
ווען גייט שוין די רבי אויפהערן נעמען פדיונות פון די סמארטפאון שקצים?

די רבי נעמט פדיונות אויך פין פרעמדע, און פין אזאלכע וואס זענען זענען נאך נישט אוזי ערלעך.
דא איז די אישא צי נהנה זיין פין א סערוויס וואס איז גאמאכט דווקא לבני הקלאב, און אז דו שטעלסט זיך נישט צי תקנת הקלאב פארוואס זאלסטו יא געניסען פין אירע בענעפיטען.

איך גיי נישט אריין און וואו עפעקטיוו די מהלך איז.

די חידיש ליגט דא אז מען סטראשעט נישט מיט ארויסווארפן די קינדער פין מוסד - און דאס דארף באגריסט ווערן

איך בין לגמרי מחולק מיט דיר.

ווען די מוסד שיקט מיר א נאטיץ אז איך קען נישט שיקן מיינע קינדער מער דארט ווייל מיין התנהגות איז בניגוד צו זייערע תקנות און ס'שטערט די חינוך וואס די מוסד וויל געבן פאר זייערע קינדער, מאכט עס מער סענס ווי מיר נישט לאזן מאכן א ברית אין זייער ביהמ"ד, אנטשולדיגט, די בית הכבוד מעג איך יא נוצן??. דאס הייסט פלעין געשטויסן/מצער געווען ווייל איך וויל דיר מאניפולירן זאלסט קאנפארמירן.

איש חזון » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 12:29 pm

· #420526
הקטן
מאכט סענס, ס'איז זיכער איין וועג וואו אזוי מענטשען וואס קענען נישט ליינען יענעמס מחשבה, קענען תולה זיין

ביטע נישט פארשעמען דעם כלל האנושות

גדליה » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 12:43 pm

· #420528
גדליה
"כל אחד אשר בשם בעלזא יכונה"
זיצט צעך א גרויסער גראבער מגושם אויפ'ן שטוהל, זיינע תאוות פאר געלד און פאוער זעען נישט קיין ברעג, ווי אזוי קענמען נאך פייניגען אלע מיינע מענטשען וואס ריפען זיך בעלזא? וויאזוי קען מען נאך אביסל אויסנוצען א עיר ואם בישראל פאר מיינע נידריגע תאוות השליטה? וויאזוי קען איך אביוזירן מיין נאמען רוקח וואס שטאמט פון צדיקים וקדושים פאר מיין פערזענליכע באנוץ?
אה, כ'האב א פלאן! זאגט די גראבע פאץ אויפ'ן קעניגליכע שטוהל. מגייט נישט לאזן מענטשען מאכען שמחות.
וענו כל העם וכל יועציו וחכמיו, פשששששש.

אזוי ווי עטליכע בעלזע חסידים האבען מיך מודיע געווען אז דעי תגובה איז זיי מצער, וויל איך זיי דא איבערבעטען ברבים.
ס'איז נישט געווען שיין פון מיך צו רופען די בעלזע רבי א "גראבע מגושם".
קודם כל ס'איז נישט שיין צו חוזק מאכען פון א מענטשענ'ס גוף.
צווייטענס, איך קען נישט פרעזענדליך דעם מענטש, און פון ווי ווייס איך צי ער איז א מוגשם אדער נישט.
דריטענס, דער בעלזע רבי איז נעבעך א תינוק שנשבה, ער איז קיינמאל נישט אויפגעוואקסען אין א נארמאלע שטוב און האט נעבעך נישט צוגעזען וואס דאס מיינט אז מ'דארף זיין נייס צו א צווייטע און מ'ברויך שעירען און מ'טאר נישט טשעפענען און ס'איז נישט אויסגעהאלטען צו טראכטען פון זיך א גאנצע טאג .
במילא וויל איך דא איבערבעטען ברבים די בעלזע רבי און אלע זיינע חסידים וואס האבן זיך געשפירט בצער אז עפעס א אנאנימע ניק אויף קאווע שטיבעל האט עם גערופען "גראבע מגושם".
ס'איז צום האפען אז בעלזע רבי ירום הודו וועט זיך אויך איבערקלערען אז זיינע תקנות קענען אפשר מצער זיין מענטשען אין ער וועט זיך מאכען א שטיקעל חשבון הנפש איידער ער קומט ארויף אויפ'ן עולם האמת.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 12:44 pm

· #420532
Re: א פרישע גזרה אויף סמארטפאונס
וואס וויל מען פון דער בעלזער רבי? איז דאס זיין תקנה? איינער נעמט דא אחריות פאר די תקנה? די צעטל שטייט אז די גבאים האבען זיך אונטער גענומן א תקנה אויף זיך. ער איז נישט שולדיג פאר דעם.

אחוץ טאמער זיי האבען געליינט זיין מחשבות.......

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גדליה » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 12:47 pm

· #420533
הקטן
גדליה
קומזיץ,
איך וויל דיך פרעגען א פשוט'ע שאלה
לאמיר זאגען עס קלאפט אן צו אייך אינדערהיים א איד מיט א ניי געבוירן קינד אין די הענט. אויף אייער פראגע וואס ער וויל, הייבט ער אן פארציילן אז ער איז געווען אין שפיטאל זיין ווייב האט געהאט א קינד, ס'האט זיך געמאכט עפעס א קאמפליקאציע. אקיצור, ס'איז היינט די אכטע טאג, דאס קינד איז א אינגעל, און ער האט נישט וואו צו פראווענען א ברית, אויב ער קען קומען צו אייך אין דיינינג רום מאכען דעם ברית.
יעצט וואס וואלט איהר (אדער יעדע נארמאלע ערליכע איד) געענטפערט?
א. יא זיכער, ס'איז מיר א זכיה צו מאכען א ברית ביי מיך אין שטוב
ב. ביטע טוהט אויס אייער בגד לאמיך זעהן צו איר טראגט ציצית... אופס, נישט דא קיין ציצית. סארי קיין ברית ביי מיר וועט איר נישט מאכען.

איך ווייס נישט פונקטליך וואס איר ווילט אבער איהר קענט איבערמאכען די זעלבע משל אין ארויסנעמען די ווערטער אז איהר ווילט דווקא

איש חזון » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 1:06 pm

· #420539
איך הייב נישט אהן צו פארשטיין די מהומה דא,

לדעת ק''ק בעלז איז אינטערנעט וואס איז נישט געהעריג געפילטערט א סכנה ממשית, בדומה צו הסכלה וכדומה, טא וואס איז די וואונדער אז עמיצער וואס פייפט זיך אהן אויף די מינימאלע תקנות, זאל ליידן סנקציות, הלנו אתה או לצרינו?! וואס איז דאס בעלז אויב נישט קיין חומה בצורה אקעגן סכנות רוחניות?

עניבאדי העלפ?

חסיד פון ליטא » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 1:10 pm

· #420543
Re: א פרישע גזרה אויף סמארטפאונס
איש חזון
איך הייב נישט אהן צו פארשטיין די מהומה דא,

לדעת ק''ק בעלז איז אינטערנעט וואס איז נישט געהעריג געפילטערט א סכנה ממשית, בדומה צו הסכלה וכדומה, טא וואס איז די וואונדער אז עמיצער וואס פייפט זיך אהן אויף די מינימאלע תקנות, זאל ליידן סנקציות, הלנו אתה או לצרינו?! וואס איז דאס בעלז אויב נישט קיין חומה בצורה אקעגן סכנות רוחניות?

עניבאדי העלפ?
קירוב רחוקים קען נישט קומען אויפן פרייז פון ריחוק קרובים.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 1:13 pm

· #420546
Re: א פרישע גזרה אויף סמארטפאונס
איש חזון
וואס איז דאס בעלז אויב נישט קיין חומה בצורה אקעגן סכנות רוחניות?

א. יונתן שווארץ
ב. שווארצע זאקן
ג. א גרויסע געביידע וואס מ׳זעט פון דער הייוועי
ד. אסאך ניגונים, ווייניג תוכן
ה. קליין׳ס נאטס
ו. חתונות באריכט אין גויישע צייטונגן
ז. לדוד מזמור און ובאו כולם טישן
ח. פרנסה פאר סאטמארער דענקערס לדורי דורות
ט. אן אומגעלונגענע צייטונג\הכשר\טלביזיה
י. נאך עפעס?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גדליה » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 1:22 pm

· #420550
אויכעט איז בעלז א שטאט אין גאליציע.

וואלווי » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 1:26 pm

· #420551
עטס האטס אלע פארגעסען, אז בעלז איז דער ווינקל פאר תורה און יראת שמים...

גדליה » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 1:31 pm

· #420555
אויכעט, בעלז זענען מסכילים
כ'האב אליין געהערט פון יצחק לעבאוויטש

וואלווי » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 1:37 pm

· #420557
גדליה
אויכעט, בעלז זענען מסכילים
כ'האב אליין געהערט פון יצחק לעבאוויטש

הלואי, אויף דעם איז געזאגט געווארען, ומסכילים מתי תסכילו..

איש חזון » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 1:41 pm

· #420558
ליטוואק פון בודאפעסט
איש חזון
וואס איז דאס בעלז אויב נישט קיין חומה בצורה אקעגן סכנות רוחניות?

א. יונתן שווארץ
ב. שווארצע זאקן
ג. א גרויסע געביידע וואס מ׳זעט פון דער הייוועי
ד. אסאך ניגונים, ווייניג תוכן
ה. קליין׳ס נאטס
ו. חתונות באריכט אין גויישע צייטונגן
ז. לדוד מזמור און ובאו כולם טישן
ח. פרנסה פאר סאטמארער דענקערס לדורי דורות
ט. אן אומגעלונגענע צייטונג\הכשר\טלביזיה
י. נאך עפעס?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

עס גיסט זיך אהבת ישראל פון דיין פעדער, אה, און אויך העווי חכמה, די סיפוק פאר'ן טאג איז שוין דא, יעצט דארף מען נאר גיין לערנען, אוי א שאד

איש חזון » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 1:43 pm

· #420559
חסיד פון ליטא
איש חזון
איך הייב נישט אהן צו פארשטיין די מהומה דא,

לדעת ק''ק בעלז איז אינטערנעט וואס איז נישט געהעריג געפילטערט א סכנה ממשית, בדומה צו הסכלה וכדומה, טא וואס איז די וואונדער אז עמיצער וואס פייפט זיך אהן אויף די מינימאלע תקנות, זאל ליידן סנקציות, הלנו אתה או לצרינו?! וואס איז דאס בעלז אויב נישט קיין חומה בצורה אקעגן סכנות רוחניות?

עניבאדי העלפ?
קירוב רחוקים קען נישט קומען אויפן פרייז פון ריחוק קרובים.

נישט דא קיין שום רויטע ליין אין דיין אפיניען? וואס איז מיט עבודה זרה, למשל? אשת איש? איך רעד ווען ס'איז א מצב פון משיכה בראש כל חוצות, און עס פאלן שטיקער פון כלל ישראל

גדליה » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 1:45 pm

· #420560
יא למשל וואס איז מיט עבודה זרה?
וואס איז אויב איינער דינט א מענטש פון פלייש און בלוט?
וואס איז מיט א אשת איש וואס זינגט בפרהסיא מיט מענער?
הא? וואס איז די עצה?

איש חזון » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 1:51 pm

· #420562
פארוואס טרעטן אויף די אינטעלעגענציע פונעם קהל המשתתפים בדיון??

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 1:53 pm

· #420563
לעצטענס האט איינער א גייסטישע פירער א יורש געוואלט פארטיידיגען זיין אומפאפולערע מיינונג, האט ער געדרשנ'ט ברבים אז יעדער איז בארעכטיגט צו האבן זיין מיינונג, און ממילא איז ער אויך בארעכטיגט. מיין מחשבה ביים הערן די דברי חכמה איז געווען אויף וויפיל ער פארלירט ווען דאס איז זיין שטעלונג. טאמער דו אליינס קענסט נישט זאגען מער ווי דעם אז 'יעדער' איז בארעכטיגט, קענסט ניטאמאל בארעכטיגען דיין מיינונג אז עס איז אמת, ווייסט מען שוין ווי מען שטייט.

ולעניינינו, ווען די תירוץ איז 'אהבת ישראל', ווייסט מען שוין וויפיל זיי אליינס גלויבן אין דער זאך. אלס אהבת ישראל זאל איך גלויבן אז בעלז איז דער חומה בצורה, פיין און וואויל. גראדע אלס אהבת ישראל גלויב איך אויך אז ליובאוויטש, באבוב45, בעלזא99, מזרחי, באבוב 48, סאטמאר ב, קלויזענבורג, פשעווארסק, סאטמאר א, דארג ארה"ב, וויזניץ (אלע אינאיינעם), סאטמאר ג, דארג א"י, וואודרידזש, סקווער ב"פ, פרעמישלאן, פיטסבורג, לעלאוו, סקווער נ.ס., וכו' וד"ל זענען אויך די חומה בצורה. ווער געפונט זיך פונקט אינעווייניג אין די חומה ווייס איך פונקט נישט.

גדליה » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 2:10 pm

· #420564
אגב ס'איז באקאנט אז צוליעב גרויס אהבת ישראל קען דער בעלזער נישט אויפנעמען סתם חסידים פרעזענדליך
אויב מ'וויל זייער שטארק צוקומען צום רבי'ן אין ס'איז מורא'דיג וויכטיג קעמען אנרופען די אונטער שמש אין יענער וועט ארויפשיקען די בקשה צו די רבי'ס אונטער גבאי וואס וועט ענפערען די שאלה. יאפ, דאס איז די זעלבע אונטער גבאי וואס האט זוכה געווען צו באקומען די שטויס פון כבוד בית בעלזא אויף די באקאנטע קליפ פון די טריפהנע סמארטפאונס.

איש חזון » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 2:14 pm

· #420567
עמער דארפן צוריקקומען צום מקוה ווען ס'וועט זיין עטוואס ליידיגער

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 2:18 pm

· #420568
דער אהבת ישראל פון @איש חזון איז שטארק קענטיג, ווי ער באציט זיך נאר צום נושא און נישט צום מענטש. ער איז א מוסטער פאר אונז אלע.

גדליה » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 2:23 pm

· #420569
דא קענט איהר זעהן ווי די גרויסע ריזיגע אוהב ישראל פון בעלז געט א מעכטיגע פאנטש פאר זיין גבאי.
<a class="postlink" href="http://youtu.be/6j0vamXd_Xk?t=17">http://youtu.be/6j0vamXd_Xk?t=17</a>

סמבטיון » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 2:30 pm

· #420570
גבאים , ביטע אריינפירן אין צימעס.

גדליה » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 2:39 pm

· #420571
א איד שרייבט מיך פארוואס איך בין ברוגז אויף בעלז, האבעך אים געענטפערט:

סהדי במרומים כ'האב גארנישט קעגען בעלז, כ'בין פונקט אזוי קעגען סאטמאר וויזשניץ באבוב. איהר זענט מוחה אויפ'ן כבוד פון בעלזע רבי, איך בין מוחה אויף די כבוד פון כלל ישראל וואס ווערט צוטרויטען דורך מנהיגים וואס האבען זוכה געווען צו זייער שטוהל א דאנק זייער לעצטע נאמען.

חסיד פון ליטא » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 2:52 pm

· #420572
Re: א פרישע גזרה אויף סמארטפאונס
איש חזון
חסיד פון ליטא
איש חזון
איך הייב נישט אהן צו פארשטיין די מהומה דא,

לדעת ק''ק בעלז איז אינטערנעט וואס איז נישט געהעריג געפילטערט א סכנה ממשית, בדומה צו הסכלה וכדומה, טא וואס איז די וואונדער אז עמיצער וואס פייפט זיך אהן אויף די מינימאלע תקנות, זאל ליידן סנקציות, הלנו אתה או לצרינו?! וואס איז דאס בעלז אויב נישט קיין חומה בצורה אקעגן סכנות רוחניות?

עניבאדי העלפ?
קירוב רחוקים קען נישט קומען אויפן פרייז פון ריחוק קרובים.

נישט דא קיין שום רויטע ליין אין דיין אפיניען? וואס איז מיט עבודה זרה, למשל? אשת איש? איך רעד ווען ס'איז א מצב פון משיכה בראש כל חוצות, און עס פאלן שטיקער פון כלל ישראל
א רבי איז א משפיע.
ער דארף קענען מעורר זיין אידן, און זיי צוברענגען צו עבודת השם מתוך שמחה.

וועלכע פון די תלמידי בעש"ט והמגיד האבן געסטראשעט זייערע חסידים?

טאמער א רבי קען נאר כאפן ריזיגע געלטער פון זיינע כולל יונגעלייט ווייל ס'שמעקט אים א שיין ביהמ"ד (ווינקל אינעם מרכז) און ווען ער וויל פועל'ן ביי די אינגעלייט אז זיי זאלן נישט מוז"ל זיין מוז ער סטראשען איז ער א פעיליער. ער זאל זיך אפזאגן פונעם אמט.

איש חזון » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 3:24 pm

· #420574
כ'האב מורא אז דער דיון דא איז העכער פון מיין ארימע פארשטאנד, איך וועל פרובירן נאך איין מאל -
ווער רעדט פון בעש"ט, ר' ר' בער, חסידים פון ליטא וכו'?
מען רעדט פון חכמי ישראל,
עס איז א פאקט אז דער אינטערענט איז א פראבלעם פאר יהדות הרבנית, (ניין, נישט וועגן די 'טעכנישע' איסור מיתה בידי שמים פון מוז"ל זיין ר"ל),
רבני הקהלות מוזן נוצן זייער פולסטע מאכט דאס צו באקעמפן,
ועל כל פנים, אויב האט מען אוועקגעשטעלט א ווינקעלע וואס איר פאן איז "מחזיקי הדת", וואס איז שייך צו לאזן אנפייפערס אין דעם ווינקל, טוהן וואס זיי ווילן???? (אין בית הכסא מעגן זיי גיין, פאר דער וואס האט געפרעגט, און כנאה נישט געכאפט דער חילוק).
דער בעלזער רב איז סובל גאר אסאך מדרגות פון יודן, אבער עפעס א גבול איז דא...

איש חזון » מאנטאג דעצעמבער 31, 2018 3:26 pm

· #420575
גדליה
סהדי במרומים

איינער דארט קען דיך?
בלאט: 1 2 3 4