☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » א פרישע גזרה אויף סמארטפאונס

א פרישע גזרה אויף סמארטפאונס

184 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #12822
בלאט: 1 2 3 4

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יאנואר 1, 2019 10:00 am

· #420747
Re: א פרישע גזרה אויף סמארטפאונס
איש חזון, יו נעווער דיסאפאוינט. האסט נאך קיין איין תגובה וואס איז נישט קיין פערזענליכע שטאך קעגן די מגיב נישט געשריבן.

עס זעט אויס אז דיין שטעלונג איז אז דער בעלזער רבי איז א גארנישט, אבער וויבאלד ניקס אויף קאוועשטיבעל טויגען אזוי נישט, ממילא איז עס גענוג אז ער זאל זיין עפעס און אזוי ביסטו זיין חסיד.

עס איז א רחמנות אויף דיר אז די אייניציגסטע סמיכה וואס דיין רבי דארף האבען איז ׳בעסער ווי קאוועשטיבעל ניקס׳. עפען דיר די אויגען, קענסט טרעפן בעסער אין דער וועלט. דארפסט זיך נישט מוטשען אזוי שטארק.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איש חזון » דינסטאג יאנואר 1, 2019 10:13 am

· #420748
ש'כח
א ניק וואס שיסט הנחות סתם פאר די פאן אוו איט, פארשעמט זיך אליין, איך בין עס נאר מחדד...
פארשטייט זיך איך מיין נישט אייך (ווייל מען דארף עס ניטאמאל מחדד זיין, כידוע לכל באי שערי קאווע שטיבל...)

קומזיץ » דינסטאג יאנואר 1, 2019 11:09 am

· #420755
ליטוואק פון בודאפעסט
ווען עס קומט מיר אויס צו טרעפן עסקנים און שוויצערס, זעט מען גארנישט די גרויסע מענטשליכע אדער אידישליכע מעלות זייערע. עס איז אזא טבע פון זיין א טוטזיך, און וועלן בויען זאכען. דאס קענן טון זאכען איז קיינמאל נישט קיין באווייז אויף גדלות צו חכמה, עס איז א נאטור. יא, מיר דארפען אנקומען צו אזעלכע מענטשן און פון די תועלת פון זייערע מעשים דארף מען זיי זיין דאנקבאר, אבער דאס קען גאר זיין די היפך פון צדקות. עס ליגט מיר אין קאפ אז דער חזו"א אין אמונה ובטחון דערמאנט די נקודה.

עכ"פ ארגאניזאציעס ווייזט נאר אויף ארגאניזאציעס

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


מ'רעדט נישט דא פון גדלות , מ'איז דן אויב ער איז מקרב זיינע מענטשען אדער נישט
און אויף דעם האט מען גערעדט פון די ארגעניזאציעס,
וואס די זאגסט וועגן עסקנוות איז שייך וויל מען רעדט פון א עסקן א שוויצער וואס טוט וואס איז זיין נאטור און נישט ווען עפעס איז עם שווער ,
דא רעדט מען פון זאכן וואס קומט אן זייער שווער און ער האט גענוג אנדערע זאכן וואס מ'קען און מ'דארף ניצן די עסקנוות ,
אבער ער זעהט פאר וויכטיג צו נעמען נאך דאגות און פראיעקטן אויף זיך וואס זעהט אויס ווי א איבריגע זאך אבער ער האלט עס פאר וויכטיג ווייל מיט דעם ווען מען העלפן נאך מענטשען
נאך א נקודה ס'איז נישט א עסקן וואס נעמט א פראיעקט אויף זיך און פירט עס אויס
עס איז זיין מהלך החיים און זיין הדרכה וואס ער רעדט און טוט כסדר אין דעם

chosen people » דינסטאג יאנואר 1, 2019 11:18 am

· #420757
ליפא
סמבטיון ס'איז מער ווי סתם א פילטער. אויב איז די צעטל פון וואס די אשכול רעדט

📎 IMG-20181231-WA0022.jpg

גראדע איך הנאה פון די צעטל, עס זעהט אויס דאס איז פאר בחורים וואס ארבעטן. און אנדערע ווערטער לאזט די בעלזא קהלה א בחור וואס ארבעט האבן אפציעל א סמארטפאון. זיי בעטן נאר צו האבן א פילטער און נישט עס געבן אנדערע חברים.

יעקב מענטש » דינסטאג יאנואר 1, 2019 12:58 pm

· #420779
ביבער
די גוטע נייעס איז אז סמארטפאון'ס איז טאקע א גרויסע סכנה. נישט פאר אידישקייט אבער פאר חרדיזם יא. אנדערש ווי ביי אלע פריערדיגע מערכות וואס איז לכתחילה געווען דעזיינט צו קאנטראלן די מאסן (עיין 1984) איז אבער דער סמארטפאון א ערנסטע געפאר פאר חרדיזם ווייל "אינפארמאציע איז מאכט", חרדיזם וואס איז געבויט אויף פארמאכטקייט וועט נישט קענען אויסשטיין צו לאנג אקעגן אן אפענע וועלט. יעצט שיסט עס די לעצטע קוילן וואס עס האט נאך אבער נאך אביסל וועט שוין זיין והשיב לב בנים על אבותם, די קהלות וועלן צוריק אנפאנגען צו סערווירן זייערע מעמבער'ס אנשטאט די מעמבער'ס זאלן דינען דעם קהלה.

איך בין נישט זיכער צו דו אליינס פארשטייסט יא די טשולענט וואס דו האסט צאמגעווארפען.

זייט ווען איז חרידיזם א סיסטעם ווי מענטשען 'דינען' א אינסטיטוציע?

איך האב אלץ געוואוסט אז חרידיזם איז א געוויסע לעוועל אידישקייט וואס א מענטש פראקטיצירט, און איז גענצליך אומפארבינדן צו וועלכע קהילה דער מענטש אנבאלאנגט (אויב בכלל).

חרידיזם איז געבויעט אויף פארמאכקייט? זיי מסביר ביטע.

אפשר מיינסטו די וועג וויאזוי מ'פלעגט מחנך זיין די קינדער (צו חרידיזם און אידישקייט בכלל) איז געווען געבויעט אויף שיצן די מוחות פון זעהן אנדערע מיינונגען? דאס קען זיין, און איז אלץ געווען א אנגענומענע שיטה, און איז עפעס וואס וועט זיך מוזן עטוואס טוישן, מ'וועט מוזן אנהייבן פאקטיש צו 'מחנך' זיין אונזערע קינדער.

אבער רעד דיך נישט איין אז די רגע וואס דער עולם האט צוטריט צו יששכר כ"ץ'ס תורות (אדער עני אנדערע לינקער פאר דעט מעטטער) גייט מען אלץ דראפען. אונזערע מנהגים און מסורות זענען געבויעט געווארן אויף קלוגערע און הייליגערע אידן ווי די אפענע און אנאנימע אונטערנעט שרייבערלעך.

גדליה » דינסטאג יאנואר 1, 2019 1:00 pm

· #420781
"אונזערע מנהגים און מסורות זענען געבויעט געווארן אויף קלוגערע און הייליגערע אידן ווי די אפענע און אנאנימע אונטערנעט שרייבערלעך."

אזוי? פששש.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יאנואר 1, 2019 1:02 pm

· #420783
יעקב מענטש
אונזערע מנהגים און מסורות זענען געבויעט געווארן אויף קלוגערע און הייליגערע אידן ווי די אפענע און אנאנימע אונטערנעט שרייבערלעך.

קלוגערע און הייליגערע יא, אבער נישט consistent. קענסט זיין ווי הייליג און קלוג דו ווילסט, אבער אז דו ביזט נישט קאנסיסטענט, אויפריכטיג און אמת'דיג (עיין ערך אמונות הכרחיות), וועט דיך עס גארנישט העלפן. איינמאל מ'עפנט זיך די אויגן איז נישט מעגליך אז מ'זאל נישט זען די סתירות, וכך עונשו של בדאי, שאפילו דובר אמת אין שומעין לו.

ביבער » דינסטאג יאנואר 1, 2019 1:22 pm

· #420786
יעקב מענטש
ביבער
די גוטע נייעס איז אז סמארטפאון'ס איז טאקע א גרויסע סכנה. נישט פאר אידישקייט אבער פאר חרדיזם יא. אנדערש ווי ביי אלע פריערדיגע מערכות וואס איז לכתחילה געווען דעזיינט צו קאנטראלן די מאסן (עיין 1984) איז אבער דער סמארטפאון א ערנסטע געפאר פאר חרדיזם ווייל "אינפארמאציע איז מאכט", חרדיזם וואס איז געבויט אויף פארמאכטקייט וועט נישט קענען אויסשטיין צו לאנג אקעגן אן אפענע וועלט. יעצט שיסט עס די לעצטע קוילן וואס עס האט נאך אבער נאך אביסל וועט שוין זיין והשיב לב בנים על אבותם, די קהלות וועלן צוריק אנפאנגען צו סערווירן זייערע מעמבער'ס אנשטאט די מעמבער'ס זאלן דינען דעם קהלה.

איך בין נישט זיכער צו דו אליינס פארשטייסט יא די טשולענט וואס דו האסט צאמגעווארפען.

זייט ווען איז חרידיזם א סיסטעם ווי מענטשען 'דינען' א אינסטיטוציע?

איך האב אלץ געוואוסט אז חרידיזם איז א געוויסע לעוועל אידישקייט וואס א מענטש פראקטיצירט, און איז גענצליך אומפארבינדן צו וועלכע קהילה דער מענטש אנבאלאנגט (אויב בכלל).

חרידיזם איז געבויעט אויף פארמאכקייט? זיי מסביר ביטע.



ס'איז בערך אזוי ווי דו זאלסט פרעגן זייט ווען איז קאמיוניזם א סיסטעם וואס מ'דינט? איך האב אלס געוואוסט אז קאמוניזם איז א מין וועג פון גארווערמענט און איז גענצליך אומפארבינדן אין וועלכע לאנד מ'וואוינט.

חרדיזם איז געבויט אויף די דעה אז אונז זעמיר די איינציגסטע וואס זענען גוט, אמת, הייליג און די גאנצע וועלט איז שלעכט, שקר און טמא און יעדער איז אונז מקנא וכו' וכו'. כדי צו קענען אנהאלטן די אונז קעגן זיי מאטא טאר מען נישט זיין עקספאוזט צו פשוטע פאקטן פון די דרויסענדיגע וועלט.

יעקב מענטש » דינסטאג יאנואר 1, 2019 1:36 pm

· #420794
מיר האט מען אויסגעלערנט אז איך פראקטיציר א מער אפגעהיטענע אידישקייט ווי דער מאדערן ארטאדאקס, מער חומרות און מער גדרים, אבער ס'מיינט אוודאי נישט אז זענען נישט קיין אידן, נאר זיי זענען 'שוואכערע' אידן (איך רעד אויף דעם ציבור בכלל, אוודאי ביחידות איז דא צדיקים ורשעים אין יעדע געזעלשאפט אויף די וועלט).

מיט וואס פונקטליך איז דאס Wראנג?

@רבינו הק'

איך האלט אינמיטן בליקן וואס דו צייכענסט צו, און איך ווייס נישט וואס דאס האט דייקא מיט 'חרידיזם'? דאכט זיך אז אין די יסודות היהדות איז נישט דא קיין אונטערשיד צווישן דעם חרידי און דעם מאדערן ארטאדאקס?

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יאנואר 1, 2019 1:38 pm

· #420795
מיר דאכצעך אז יא, אוודאי גלייבן אונז אלע די זעלבע שטותים, אבער ביי זיי ווייסט מען כאטש אז ס'איז שטותים.

גדליה » דינסטאג יאנואר 1, 2019 1:41 pm

· #420798
רביה''ק זי''ע
יעקב מענטש
אונזערע מנהגים און מסורות זענען געבויעט געווארן אויף קלוגערע און הייליגערע אידן ווי די אפענע און אנאנימע אונטערנעט שרייבערלעך.

קלוגערע און הייליגערע יא, אבער נישט consistent. קענסט זיין ווי הייליג און קלוג דו ווילסט, אבער אז דו ביזט נישט קאנסיסטענט, אויפריכטיג און אמת'דיג (עיין ערך אמונות הכרחיות), וועט דיך עס גארנישט העלפן. איינמאל מ'עפנט זיך די אויגן איז נישט מעגליך אז מ'זאל נישט זען די סתירות, וכך עונשו של בדאי, שאפילו דובר אמת אין שומעין לו.

ווער פונקטליך פין אונזערע מנהיגים איז געווען קלוגער אדער הייליגער ווי מיך?
סאטמאר רבי?
פאפא רבי?
שאול יצחק ראבינאוויטש ?

חסיד פון ליטא » דינסטאג יאנואר 1, 2019 1:59 pm

· #420802
Re: א פרישע גזרה אויף סמארטפאונס
סאטמאר רב האט געהאט אכצן דורות.
די ראבינאוויטש אנהענגער טענה'ן אז ער האט געהאט ניינצן דורות נאר משום עונה ומשום כבודו דסאטמאר רב האט ער עס נישט מפרסם געווען.

berlbalaguleh » דינסטאג יאנואר 1, 2019 2:03 pm

· #420804
די לעצטע מאל כ'האב געטשעקט, האט ער געהאט 16 דורות...! נאר ס'איז שוין אריבער א לאנגע צייט זייט דאמאלס...!

חסיד פון ליטא » דינסטאג יאנואר 1, 2019 2:06 pm

· #420805
Re: א פרישע גזרה אויף סמארטפאונס
berlbalaguleh
די לעצטע מאל כ'האב געטשעקט, האט ער געהאט 16 דורות...! נאר ס'איז שוין אריבער א לאנגע צייט זייט דאמאלס...!
גערעכט, יעצט טאקע איבערגעקוקט און באמערקט אז די זיבעצענטע דור האט שטארק פוגם געווען רח"ל.

גדליה » דינסטאג יאנואר 1, 2019 2:23 pm

· #420807
חסיד פון ליטא
סאטמאר רב האט געהאט אכצן דורות.
די ראבינאוויטש אנהענגער טענה'ן אז ער האט געהאט ניינצן דורות נאר משום עונה ומשום כבודו דסאטמאר רב האט ער עס נישט מפרסם געווען.

איך האב גענומען א DNA טעסט וואס האט געצייגט אז איך בין אפשטאמיג פין 2024 דורות נוטרי ברית קודש.

איש חזון » דינסטאג יאנואר 1, 2019 2:53 pm

· #420809
און דיין בארד האט מען אויך נישט אפגעשניטן ביים קריג
(אגב, די יחוס העלפט נאר אויב מ'איז זעלבסט אפגעהיטן, לידיעה בעלמא)

גדליה » דינסטאג יאנואר 1, 2019 3:10 pm

· #420811
גראדע האב איך נאכנישט געהאט א בארד ווען די קריג איז אויסגעבראכן

בענדזשאמין פרענקלין » דינסטאג יאנואר 1, 2019 3:13 pm

· #420812
חסיד פון ליטא
סאטמאר רב האט געהאט אכצן דורות.
.

שוין יארן וואס איך פארש ווער די חזיר פון די נייצעטן דור איז געווען, עני העלפ?

ביבער » דינסטאג יאנואר 1, 2019 3:14 pm

· #420813
יעקב מענטש
מיר האט מען אויסגעלערנט אז איך פראקטיציר א מער אפגעהיטענע אידישקייט ווי דער מאדערן ארטאדאקס, מער חומרות און מער גדרים, אבער ס'מיינט אוודאי נישט אז זענען נישט קיין אידן, נאר זיי זענען 'שוואכערע' אידן (איך רעד אויף דעם ציבור בכלל, אוודאי ביחידות איז דא צדיקים ורשעים אין יעדע געזעלשאפט אויף די וועלט).

מיט וואס פונקטליך איז דאס Wראנג?

פשוט, נישט אלעס איז מער חומרהדיג. אסאך זענען געמאכט געווארן פאר גאנץ אנדערע סיבות ווי אידישקייט. אסאך זענען פלעינע טעותים. אסאך זענען גאר קעגן די שו"ע. אסאך האבן פלעין געמיינט זייער עגא. און בכלל גארנישט איז אזוי שווארץ און ווייס ווי מ'האט אונז אויסגעלערנט. חרדיזם (כהיום) איז נישט קיין לעוועל פון אידישקייט נאר א סיסטעם פון קאנטראלן א געזעלשאפט. ועל זה אנו דנין.

יעקב מענטש » מיטוואך יאנואר 2, 2019 2:03 pm

· #420945
רביה''ק זי''ע
מיר דאכצעך אז יא, אוודאי גלייבן אונז אלע די זעלבע שטותים, אבער ביי זיי ווייסט מען כאטש אז ס'איז שטותים.

שווער צו גלייבן אז ס'איז אזוי.

די רגע וואס א מענטש איז מחליט אז ס'איז שטותים (כלשונך) האלט מען גארניקס.


א יעדער איינער וואס פיהרט זיך אידיש -אפגעזעהן וועלכע לעוועל אידישקייט מ'פראקטיצירט- מיט א ערנסטקייט, האט א געוויסע צוטרוי צו אבותינו ורבותינו אז וואס מיר טוען איז 'אמת', וויפיל קענסטו וואס הייבן אן פון סקרעטש און פראבירן מוכיח זיין יעדע זאך מיט שכל, און וואס גייט נישט אריין אין מוח (מחמת קוצר המשיג ועומק המושג) היט מען נישט?

הקטן » מיטוואך יאנואר 2, 2019 2:24 pm

· #420949
ביבער

חרדיזם איז געבויט אויף די דעה אז אונז זעמיר די איינציגסטע וואס זענען גוט, אמת, הייליג און די גאנצע וועלט איז שלעכט, שקר און טמא און יעדער איז אונז מקנא וכו' וכו'. כדי צו קענען אנהאלטן די אונז קעגן זיי מאטא טאר מען נישט זיין עקספאוזט צו פשוטע פאקטן פון די דרויסענדיגע וועלט.

איך באמערק דא איינער וואס האלט ער איז גוט און אמת און וואס ער ריפט חרדיזם איז שקר און שלעכט!
ער איז עקספאוזט צו פשוטע פאקטן פון די דרויסענדיגע וועלט, אבער סיי ווער וואס געהרט צי חרדיזם ווייסט פשוט נישט די פאקטען!

נישט שיין!

קלוגע יודל » מיטוואך יאנואר 2, 2019 2:32 pm

· #420952
Re: א פרישע גזרה אויף סמארטפאונס
איך האב נישט דורך געליינט די גאנצע אשכול, אבער וואס איז די גרויסע געטומל?
ער זאגט נישט אז מען טאר נישט האבן א סמארטפאן, ער זאגט בסך הכל אז כדי צו מאכן א שמחה אין די קהל'ישע בנין דארף מען צושטעלן צו די תקנות הקהלה בנוגע פילטערס וכו'. פונקט ווי די פארשטייסט אז די קהלה האט רעכט צו מאכן א תקנה אז מען טאר נישט סערווירן טשולענט ביי א קידוש, מעגן זיי אויך מאכן די תקנה.

Sent from my Moto E (4) using Tapatalk

איש חזון » מיטוואך יאנואר 2, 2019 2:50 pm

· #420956
איר האט פארלעצט צוויי לעצטיגע ק"ש כללים;
1. איר האט זיך מתייחס געווען לעצם הענין, דאס איז א הארבע פארברעך דאהי.
2. איר האט גענוצט אייער שכל.
😎

צפור בודד » מיטוואך יאנואר 2, 2019 5:27 pm

· #420969
קלוגע יודל
איך האב נישט דורך געליינט די גאנצע אשכול, אבער וואס איז די גרויסע געטומל?
ער זאגט נישט אז מען טאר נישט האבן א סמארטפאן, ער זאגט בסך הכל אז כדי צו מאכן א שמחה אין די קהל'ישע בנין דארף מען צושטעלן צו די תקנות הקהלה בנוגע פילטערס וכו'. פונקט ווי די פארשטייסט אז די קהלה האט רעכט צו מאכן א תקנה אז מען טאר נישט סערווירן טשולענט ביי א קידוש, מעגן זיי אויך מאכן די תקנה.


אפשר וואלט כדאי געווען יא ערשט דורכצולייענען דער אשכול בפרט מיט א ניק ווי אייערס. נאר אז איר האלט אז ארויסשטעלן א יונגערמאן פון בית מדרש איז ווי נישט סערווירן טשולנט איז אפשר טאקע נישט כדאי צו לייענען ווייל עס וועט אייך לכאורה נישט העלפן.

נאר איין קליינער חילוק: די תקנה פון טשולנט איז בגדר חפצא און איז מנוסח אז אין ביהמ"ד ביי א קידוש טאר מען נישט געבן טשולנט. משא"כ די תקנה פון סמארטפאונס זענען א גברא און זאגט אז טאמער האט מען א סמארטפאון האט מען אין ביהמ"ד נישט קיין פלאץ. נאר היות זיי וועלן דארפן ארויסווארפן צופיל יונגעלייט קומען זיי בעקיפין און זיי זאגן דו טארסט ביי אונז נישט מאכן א ברית און שמחה.

און אז דו פארשטייסט נאך אלץ נישט דער חילוק, טשולנט האט נישט בלוט און האט נישט קיין רעכטן, און א מענטש האט יא.

איך אויך » מיטוואך יאנואר 2, 2019 5:29 pm

· #420970
יעפ, סאמהאו האט זיך לעצטענס שטארק פארמערט די מוח דחוק'ס, קטנות און עקסטרעם טפשות איז די גייענדיג קארענסי דא. גראדע מיין איך אז עטליכע האלטן שוין ביי כל מקדש ניק שביעי.

סמבטיון » מיטוואך יאנואר 2, 2019 5:56 pm

· #420974
איך פיהל אויך אזוי, אמאל בין איך ארויס מיט סיפוק ווען איך פלעג ליינען די אשכולות, עס איז געווען א תענוג צו ליינען א שטיקל פון בעל מידות, א אנאנים אוי שלום שטיסעל עס בענקט, שטילע, רויטע וואנצעס, כוכב, אפטעמיסט, און נאך און נאך, מיט וועם זיצט מען היינט דא?, מיט א ליטוואק פון באדאפעסט מיט א חסיד פון ליטא א גדליה, מיט נאך אפאר דיפעקטן וואס פארפעסטיגן די לופט מיט איין נעגאטיווע אשכול נאך דער אנדערע, איך מיין עס איז צייט פאר מיר צו פאקן פעק און אפטראגן פון דא.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יאנואר 2, 2019 6:14 pm

· #420976
איך זעי אז דו געדענקסט נישט. אנאנים האט אויף אלסדינג געקענט רעדן, אבער צינד אים נאר אן וועגן בעלזא, און ער האט גערעדט שארפער ווי סיי וועמען. און נישט נאר אויפ'ן היינטיגע רבי, נאר פיל דורות צוריק.

סמבטיון » מיטוואך יאנואר 2, 2019 6:27 pm

· #420978
דו ביזט גערעכט, ער פלעגט זיך היבש מאל צילאזן, ער האט טאקע אויך א לויז מויל און פלעגט זיך האלטן די חכם מכל אדם, אבער אין פאקט איז עס פארשלינגן געווארן צווישן הינדערטע הערליכע ארטיקלעך וואס דער יונגערמאן האט דא אפגעשריבן אין אלע נושאים, משא"כ דו, וואס גייט נישט אריבער א אשכול וואס דו רייסט נישט אראפ איינער וואס האלט אנדערש ווי דיר,און אין יעדע נושא ווי דו האסט נישט דער מינדענסטע אנונג פון וואס מערעד, הייבסטו אן צו שרייבן שורות אויף שורות, מיט ווערטער וואס מען דארף נאכאמאל געבוירן ווערן אין א ליטווישע הויז צו פארשטיין צו וואס דו צילסט.

רביה''ק זי''ע » מיטוואך יאנואר 2, 2019 7:05 pm

· #420987
יעקב מענטש
רביה''ק זי''ע
מיר דאכצעך אז יא, אוודאי גלייבן אונז אלע די זעלבע שטותים, אבער ביי זיי ווייסט מען כאטש אז ס'איז שטותים.

שווער צו גלייבן אז ס'איז אזוי.

דארפסט נישט גלייבן, קענסט זיי אליינס פרעגן.

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 2, 2019 8:01 pm

· #420997
סמבטיון
איך פיהל אויך אזוי, אמאל בין איך ארויס מיט סיפוק ווען איך פלעג ליינען די אשכולות, עס איז געווען א תענוג צו ליינען א שטיקל פון בעל מידות, א אנאנים אוי שלום שטיסעל עס בענקט, שטילע, רויטע וואנצעס, כוכב, אפטעמיסט, און נאך און נאך, מיט וועם זיצט מען היינט דא?, מיט א ליטוואק פון באדאפעסט מיט א חסיד פון ליטא א גדליה, מיט נאך אפאר דיפעקטן וואס פארפעסטיגן די לופט מיט איין נעגאטיווע אשכול נאך דער אנדערע, איך מיין עס איז צייט פאר מיר צו פאקן פעק און אפטראגן פון דא.

סמבטיון: קום לאמיר גיין צוזאמען. איך האב שוין געפאקט די פעק. כ'וועלל דיר אויסזאגן א סוד. א סאך מאל נעם איך מיר פאר אז איך וועלל בלי"נ מער נישט אנקוקן קאווע שטיבל. אדער לכה"פ נעמען א שטיקל ברעיק. אבער, למעשה. ווען ס'קומט דערצו קענמען זאגן להבדיל בין שטותים לדברים שבקדושה. אזוי ווי דוד המע"ה האט געזאגט..."בכל יום ויום אני רוצה לילך למקום פלוני... ורגלי מוליכות אותי לביהמ"ד"...איך ווילל גיין אויף צענדליגער אנדערע פלעצער. און ס'ציעט מיך צו גיין קיין קאווע שטיבל. ווען קאווע שטיבל ווערט שוין אויסגעוועפט, דאמאלס גיי איך ערגעץ אנדערש...!

איש חזון » דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 12:09 am

· #421028
ליטוואק פון בודאפעסט
איך זעי אז דו געדענקסט נישט. אנאנים האט אויף אלסדינג געקענט רעדן, אבער צינד אים נאר אן וועגן בעלזא, און ער האט גערעדט שארפער ווי סיי וועמען. און נישט נאר אויפ'ן היינטיגע רבי, נאר פיל דורות צוריק.

ער האט געשריבן וואס ער האט דורכגעטוהן (לעניות דעתו, פארשטייט זיך), וזהו שבחו.

חסיד פון ליטא » דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 2:39 pm

· #421086
Re: א פרישע גזרה אויף סמארטפאונס
סמבטיון
איך פיהל אויך אזוי, אמאל בין איך ארויס מיט סיפוק ווען איך פלעג ליינען די אשכולות, עס איז געווען א תענוג צו ליינען א שטיקל פון בעל מידות, א אנאנים אוי שלום שטיסעל עס בענקט, שטילע, רויטע וואנצעס, כוכב, אפטעמיסט, און נאך און נאך, מיט וועם זיצט מען היינט דא?, מיט א ליטוואק פון באדאפעסט מיט א חסיד פון ליטא א גדליה, מיט נאך אפאר דיפעקטן וואס פארפעסטיגן די לופט מיט איין נעגאטיווע אשכול נאך דער אנדערע, איך מיין עס איז צייט פאר מיר צו פאקן פעק און אפטראגן פון דא.
אויף ענגליש רופט מען עס-
If you can't take the heat get out of the kitchen.

ביזט א שיינער מקבל, כ'הער, ליטוואק האט אסאך צוגעגעבן צום שטיבל סיי מיט זיינע ידיעות און סיי מיט זיינע אנאליזן הגם וואס נישט אלעמאל איז יעדער איינשטומיג. וואס פונקט האסטו צוגעגעבן אז איינער זאל זיך בכלל קימערן מיט דיין אפטראג?!?

אינטערסאנט אז ביז מ'האט גערעדט פון בעלזא האט מען נישט געהערט פון ענק.

ווילסט זאגן א מיינונג? ביזט מכובד! טייל נישט קיינעם איין וואסארא מיינונג ער מעג יא אדער נישט זאגן.

גראף » דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 7:05 pm

· #421102
Re: א פרישע גזרה אויף סמארטפאונס
ווען איך בין געווען אין כיתה ב' אדער ג' פלעגט מיין מנהל זייענדיג א שטארק פארפרומטער (פערד) איד און וואו און אין מיינע צייטן אין חדר איז ער נישט אויף גענומען געווארען צוליב זיין פארשטאנד אדער עקספיערנס אין חינוך. האט ער מיר געגעבן אלס שטראף אז איך דארף זאגן עטליכע קאפיטלעך תהילים. מיין מאמע זאל זיין געזונט איז א קלוגע פרוי האט אן גערופען דעם חכם עטיק און מסביר געווען אז ער איז מחנך קינדער אז תהילים זאגן איז א פאנישמענט און עס גייט אלעמאל זיין שפעטער אין לעבן א נעגעטיוו פאר די קינדער. האט ער טאקע אויף געהערט.

איך האלט טאקע אז בעלז דארף און מעג און זאל פראבירן צו געבן אינגערלייט א שאקל פאר א פילטער. אבער א ברית דאס סאמע הייליגסטע ביי עם ישראל??!!


Sent from my SM-G950U using Tapatalk

איש חזון » דאנערשטאג יאנואר 3, 2019 8:45 pm

· #421113
(לענ"ד) על זה נאמר: יש להקשות בדוחק
בלאט: 1 2 3 4