קעגן דעם געדאנק פון אנטי-טענעליזם קען מען דאך אבער לכאורה פרעגן מכח קאנט׳ס קאטעגארישע אימפּערעטיוו וואס לויטעט אז דאס עטישקייט פון א מעשה ווערט באשטימט לויט וויאזוי עס וואלט געווען ווען די אקט ווערט א סארט געזעץ וויאזוי יעדער פירט זיך - ״וואלט ציוויליזאציע, דאס מענטשהייט וכו׳ געקענט ווייטער אָנגיין אזוי?״ איז לפי״ז אויב האט ״יעדער״ נישט קיין קינדער וואלט דאך דאס מענטשהייט געגאנגען עקסטינקט; מ׳קען דאך נישט ענטפערן ווי בן עזאי אז ״אפשר לעולם שיתקיים ע״י אחרים״. כמובן נעמט מען אָן אז דאס מציאות מין האדם איז א טוב, וממילא דאס׳ן עס אונטערברענגען איז א רע און אומעטיש.
שרייבט דר. יונתן קווענוויג:
הגם מ׳קען פרעגן דערויף אז עס איז א פאלשע דילעמא: אויב איז אַן אקט וואס מען טוהט נישט דייקא מאראליש וויבאלד עס איז מכח דין, פליכט והתחייבות וכדומה, מיינט נישט אז עס איז אימאראליש. אבער עכ״פ ווען מען וויל דאס טוהן אלס א טובה און אלס דייקא א ״מאראלישער״ מענטש דאן געבט מען א מקום פאר די אנטי-טענעליסט פאזיציע צו טרעפן פּוּרטשעס.
שרייבט דר. יונתן קווענוויג:
אין אזא פאל ראטעוועט מען זיך לכאורה פון דעם דילעמא לויט די אנטי-טענעליסט מהלך. והיינו, ממ״נ: אויב טוהט מען דאס אלס דין און ריין ראציאנאל ומכח קאנט׳ס קאטעגארישע אימפּערעטיוו כנ״ל, דאן הייסט דאך דאס נישט בעצם קיין מאראלישע אקט בכלל ומעיקרא. ווידעראום אויב טוהט מען דאס מכח א מאראלישע אקט פון געבן פאר א צווייטן טוהט מען דאך אים יא א רע און דאן קומט אפיר די אנטי-טענעליסט פאזיציע אז מ׳האט דאס נישט צו טוהן.One does not, for example, intentionally procreate out of a sense of justice; procreation is morally exemplary instead when it arises out of a desire to giveof oneself to another